☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11467

מיש-נייעס » דאנערשטאג מאי 4, 2017 11:02 am

· #369861
ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער
איך זעה אז מען האט נאכנישט געשריבן וועגען די ברודער פון ר' ישעי'לע וואס האט געוואוינט דא אין ניו יארק ר' יהודה צבי בן ר' משה שטיינער ז"ל

איך ווייס אויך נישט צופיל וועגען איהם, עס קרוסירן מעשיות וועגען זיין ציון

ער ליגט אין סטעטען איילענד, פון זיין מציבה זעהט נישט אויס אז ער איז געווען א רב אדער עפעס ער איז זיכער געווען א וואוילע איד
ער ליגט צוזאמען מיט זיין ווייב און די מציבה איז געשריבן אויף לשון קודש און אויך ענגליש עס הייבט זיך אן our beloved father
זיין יארצייט איז י"ב אייר

ווער עס ווייסט עפעס מער וועגען איהם איז מכובד צוציענדיגן דעם אשכול

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מאי 4, 2017 9:18 pm

· #369946
וואס האט ער געטוהן פאר פרנסה?

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג מאי 4, 2017 10:57 pm

· #369973
Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער
שמעתי אז אין די מאמענט איז ער געוועהן באשריבן

קען איינער עס אפיר ברענגן ביטע

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 5, 2017 1:25 am

· #369983
Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער
פון הירשל ציג׳ס בלאג, שרייבט איינער ׳לוי יצחק׳

לוי יצחקThursday, May 04, 2017 11:57:00 AM

!אשרי מי שחלם שראה פניו

די וועלט פארט ווי אויף א ראולערקאוסטער, מ'קען עס גארנישט נאכלויפן, ווי שנעל זאכן לויפן.

מ'האלט מיר ביי א תקופה וואס יעדע ריר איז א סגולה, אלעס ארבעט מיט סגולות און ישועות, און זאכן פארן ארויס פון קאנטראל אן איינער זאל עס קענען קאנטראלירן בכלל.

האלט מיר יעצט ביי א נייע תקופה, און ס'איז כדי אז מ'זאל מיטהאלטן ווי אזוי זאכן געשעען. אט הערט.

א איד האט גע'חלומ'ט, אז ר' ישעי'לע זאגט איהם, אז טאמער קען ער נישט פארן קיין קערעסטיר, זאל ער פארן צו זיין ברודער'ס ציון וואס ליגט אין סטעטן איילענד...

אנשטאט דער איד זאל זיך אויפוועקן, זאגן מודה אני ווי א איד, און גיין דאווענען, און אנגיין מיטן טאג געהעריג, האט ער מחליט געווען צו ווערן א בעל החלומות, רבי ישעי'לע איז גאר געקומען צו איהם אין חלום, און מאכט א וועזן פון דעם גאנצן חלום.

אויך קול מבשר איז דא אן אינטערוויו מיט דער ערשטער וואס ברעכט די נייעס אז ס'געווען אזא חלום, דערנאך אן אינטערוויו מיט איינער וואס האט שוין גערעדט מיטן בית החיים אז ס'גייט קומען א גרויסער עולם ווייל... איינער האט גע'לומ'ט... און דערנאך אן אינטערוויו מיט נאך איינעם וואו פונקטליך ער ליגט.

דער אינטערוויוער מאכט אויך א היקש און א גזירה שוה צוזאמען, אז די אידן אין ארץ ישראל וואס קענען ליידער נישט פארן קערעסטיר צוליב א סבה (נישט קיין געלט סיבות שטייצעך...), און ווי אויך קענען זיי פונקט נישט פארן קיין אמעריקא צו ר' ישעי'לע'ס ברודער וואס יענער האט גע'חלומ'ט, זענען זיי נאכאלס נישט פארפאלן.

ר' ישעי'לע האט א שוועסטער אויפן הר הזיתים אויך... ווער ס'דארף פונקטליכע דיירעקשענס, זאל מאכן א שאלת חלום..

מ'טאר נישט לאכן, ס'גייט ווערן א גרויסע געפארעכץ, און ס'א שאד זיך נישט מיטצוכאפן און זיין א חלק פון היסטאריע... מ'ועט קענען דערציילן די אייניקלעך אין יארן ארום אז איך געדענק נאך ווען מ'האט געדארפט זוכן מנין ביי ר' ישעי'לע'ס ברודער און שוועסטער...

פועל'טס אלעס גוטס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 5, 2017 1:26 am

· #369984
Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער
\\\

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 5, 2017 1:34 am

· #369986

געוואלדיג » פרייטאג מאי 5, 2017 8:44 am

· #369995
יארן ארום וועלן חסידי מהר״א פארן צו מהרז״ל׳ס ציון אלצן רבי׳נס ברודער...

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 5, 2017 10:03 am

· #370005
וועט זיין צו עסן ביים ברודער אויך?

מיש-נייעס » פרייטאג מאי 5, 2017 10:45 am

· #370011
די מציבה
א בילד פון די מציבה
📎 herman-111.jpg

מיש-נייעס » זונטאג מאי 7, 2017 12:06 pm

· #370129
די מציבה פון איינע פון זיינע קינדער
📎 Steiner-4.jpg

מיש-נייעס » זונטאג מאי 7, 2017 12:07 pm

· #370130
נאך א מציבה פון א קינד זיינער
📎 Steiner-5.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 7, 2017 2:43 pm

· #370149
געוואלדיג
יארן ארום וועלן חסידי מהר״א פארן צו מהרז״ל׳ס ציון אלצן רבי׳נס ברודער...

א טייל פון זיי וואלטן שוין געוואלט יעצט פאהרן... 😂 🙄

נ.ב.: איך מיין עס נישט ערנסט, ח"ו. ס'איז נאר א גוט ווערטל. האביך נישט געקענט גובר זיין מיין יצר עס ארויסצושרייבן... 😂

איש את רעהו » זונטאג מאי 7, 2017 4:24 pm

· #370153
ס'נישט קיין ווערטל @אנאנים
איך הער אז מענטשן ווילן עס איינטוישן

berlbalaguleh » זונטאג מאי 7, 2017 5:29 pm

· #370156
איש את רעהו: יא. ס'איז דא געוויסע אנשטעקיגע (מענטל) מחלות וואס דרייען זיך צווישן אונז אידן. כ'ווייס נישט אויב ס'איז גענעטיש אדער עפעס אנדערש. אבער איך האלט אז דור ישרים זאלל אנהייבן טעסטן פאר דעם. ס'פאדערט זיך אפילו נישט קיין בלוט טעסט דאס פעסטצושטעללן...!

איסר האטלקי » זונטאג מאי 7, 2017 11:23 pm

· #370200
הגה"ק מוהרנ"צ מבאבוב איז מיר געקומען אין חלום אז אויב קען איך נישט קומען צו אים אויף ל"ג בעומר כנהוג, האט ער א ברודער אין בארא פארק צו וועמען איך קען מיך ווענדן...

בן אדם » זונטאג מאי 7, 2017 11:25 pm

· #370202
כ'האב עס שוין אריינגעשיקט צו לוח הציבור

שושן פורים » מאנטאג מאי 8, 2017 2:03 am

· #370219
איסר האטלקי
הגה"ק מוהרנ"צ מבאבוב איז מיר געקומען אין חלום אז אויב קען איך נישט קומען צו אים אויף ל"ג בעומר כנהוג, האט ער א ברודער אין בארא פארק צו וועמען איך קען מיך ווענדן...

אינטערעסאנט, דער רוזינער פלעגט מיר קומען יעדע יאר אין חלום 2 וואכן פאר פסח שני אז איך זאל גיין פועלן ישועות ביי זיין אייניקל דער סבא קדישא פון פאשקאן, היי יאר איז ער נישט געקומען, נישט וואוסענדיג פארוואס האב איך זיך נאכגעפרעגט און געוואויר געווארן אז דער שרף איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה

אברך משי » מאנטאג מאי 8, 2017 10:37 am

· #370231
ווי עס קומט אפיר פון די בילדער דא איז דא א גאנצע משפחה פון די שטיינער'ס. איינער ווייסט ווער זיי זענען? האט מען געמאכט קאנטאקט מיט זייערע קינדער און אייניקלעך צו קענען דערשנאפען ווער ס'איז געווען די זיידע באבע?
ערנסט גערעדט איינער ווייסט עפעס פרטים איבער זיי?

וואלווי » מאנטאג מאי 8, 2017 10:57 am

· #370232
איסר האטלקי
הגה"ק מוהרנ"צ מבאבוב איז מיר געקומען אין חלום אז אויב קען איך נישט קומען צו אים אויף ל"ג בעומר כנהוג, האט ער א ברודער אין בארא פארק צו וועמען איך קען מיך ווענדן...

רויטע וואנצעס
וועט זיין צו עסן ביים ברודער אויך?

שוואכע טשענסעס

בן אדם » מאנטאג מאי 8, 2017 11:39 am

· #370242
ס'גייט זיין צוגעשטעלט באסעס יעדן ליל שישי פון מאנסי ב"פ און ווילי (פאר בלומינגבערג וועט קומען אן עקסטערע הודעה, פאלגט נאך..) פאר א מינימאלן אפצאל ממש נאר צו דעקן די קאסטן פאר די מחיצות מיט די קאוקאו, די סדר התהילים וועט מען פארטיילן אויפן באס אויך טישוס וועט זיין עוועילעבל כפי הצורך. מ'האפט אז בקרוב וועט שוין זיין אויפגעשטעלט דעם גרויסן שאטער ביים אריינגאנג צום ביה"ח צו קענען צושטעלן ביד רחבה מאכלי ליל שישי ברוב עם הדרת מלך. פושקעס און צדקה אקציעס וכדו' אויפ'ן לינקע זייט ביים אריינגאנג צום שאטער. ביטע אויספאלגן די הוראות ואזהרות פון די סדרנים, געדענקט 'דינא דמלכותא דינא'!

איסר האטלקי » מאנטאג מאי 8, 2017 2:20 pm

· #370271
בן אדם

דער ברודער פון וועמען איך האב גערעדט לעבט נאך...

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 8, 2017 4:28 pm

· #370286
Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער
היינט איז די יארצייט.

איך האב געמיינט אז היינט גייט זיין א תיקון כדבעי': 7 סארטן הערינג, ראפאגאש, געפילטע מיט חריין, ראגאלעך, טשיז דעלקעליך, קליינע ראללס מיט לאקס/טונא/ אייער דערויף, איזרעלי קאוק, אראנדז זשוס, אייסד קאפי, אייער קיכלעך, אלע ערליי סארטן דיפס, בילקעליך פאר ווער עס וויל זיך וואשן, ועוד רבות כהנה.

ווייל דאס האט רבי ישעי'לע געוואלט, און נאר דאס האט די באשעפער ליב: לאכילה גסה ולא לשובע.......

מיט א פרישע חידוש פון 2017: קליינע פּערזענליכע טשיז קעיק, ווייל די אונגערישער רעבתנים וואס ווילן ארויסגעבן ווי מער געלט לכבוד רבי ישעי'לע, האבן מחליט געוועהן אז רבי ישעי'לע האט ליב געהאט צו געבן פערסענאל טשיז קעיקס.

(הבהרה: איך שרייב נישט דא חוזק צו מאכן פון קיין שום צדיק חלילה, אדער פון א געוויסע קרייז פון יודן. איך פראביר נאר חוזק צו מאכן פון אפאר יודן וואס זענען נישט יורד לסוף דעתו של צדיק, און מיינען אז צדיקים טוהן מעשים לויט די בעלבעטישע השגות פון די פאר יודן)

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 8, 2017 11:22 pm

· #370325
די מציבה פון ר' ישעי'לעס שוועסטער
עס זענען דא וואס טענה'ן אז דאס איז די מציבה פון ר' ישעי'לעס שוועסטער, עס שטייט שרה פייע ב"ר משה ז"ל
איך ווייס נישט קיין מקור, און אויף די וועב זייטל פון הר הזיתים שטייט שרה פייע לא ידוע
📎 הרבנית שרה פייע אחות רבי ישעיהלע.JPG

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 8, 2017 11:28 pm

· #370326
מען בעט זייער נישט צו פארקיכן פונ'ם ענין,
עס ווערט געזיכט איינער וואס קען אביסל היסטאריע וואס זאל קלאר מאכן סיי וועגען זיין ברודער און סיי וועגן דע אנגעבליכע שוועסטער
נו ווי זענען @חקרן @ידען און אלע אנדערע אלץ ווייסער?

אברך משי » דינסטאג מאי 9, 2017 12:11 pm

· #370368
פארוואס האט מען זיך עפעס פארלייגט אויף אן אומבאקאנטע "שרה פייע" פון הר הזיתים. אפשר ווייל פייע גראמט מיט ישעי'? אפשר דארף מען זאגן "פייעלע" ווייל עס גראמט מיט ר' ישעילע?

אישתישבי » זונטאג מאי 14, 2017 11:29 am

· #370860
ר' ישעיה'לע האט זיך באוויזען אין חלום און געזאגט אז ער האט א ברודער דא.

מיש-נייעס » זונטאג מאי 14, 2017 1:27 pm

· #370874
אישתישבי
ר' ישעיה'לע האט זיך באוויזען אין חלום און געזאגט אז ער האט א ברודער דא.

צו וועם? און געזאגט וואס?

איסר האטלקי » זונטאג מאי 14, 2017 7:37 pm

· #370928
אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם ענין אבער עס האט א שטיקל שייכות.
קורצער אדווערטייזמענט:
אויב זענט איר פערצופאל אין מירון אויף ל"ג בעומר אדער אין רימינוב/קראקא צום יארצייט, קען איך פארליינען אייער קוויטל אין ניו דזשערזי ביים בית החיים אין באבוב, פאר א מינימאלער פרייז. קאנטאקט אין אישי.

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 15, 2017 5:46 pm

· #371122
איסר האטלקי
אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם ענין אבער עס האט א שטיקל שייכות.
קורצער אדווערטייזמענט:
אויב זענט איר פערצופאל אין מירון אויף ל"ג בעומר אדער אין רימינוב/קראקא צום יארצייט, קען איך פארליינען אייער קוויטל אין ניו דזשערזי ביים בית החיים אין באבוב, פאר א מינימאלער פרייז. קאנטאקט אין אישי.

האסט פארגעסן צולייגן 😂 😂 😂 😂 😂 ביים סוף, עס וועלן נאך זיין תמימי לב וואס וועלען באמת מיינען

אגב איך וויל צוריקקריכן צום ענין ווער ווייסט עפעס מער וועגען ר' ישיע'לעס געשוויסטער פליעז ?!

איסר האטלקי » מאנטאג מאי 15, 2017 7:29 pm

· #371136
מיש-נייעס
איסר האטלקי
אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם ענין אבער עס האט א שטיקל שייכות.
קורצער אדווערטייזמענט:
אויב זענט איר פערצופאל אין מירון אויף ל"ג בעומר אדער אין רימינוב/קראקא צום יארצייט, קען איך פארליינען אייער קוויטל אין ניו דזשערזי ביים בית החיים אין באבוב, פאר א מינימאלער פרייז. קאנטאקט אין אישי.

האסט פארגעסן צולייגן 😂 😂 😂 😂 😂 ביים סוף, עס וועלן נאך זיין תמימי לב וואס וועלען באמת מיינען

איך האב שפעטער געכאפט אז קען זיין אז דער עולם כאפט נישט......

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:31 pm

· #499452
איסר האטלקי
מיש-נייעס
איסר האטלקי
אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם ענין אבער עס האט א שטיקל שייכות. קורצער אדווערטייזמענט:
אויב זענט איר פערצופאל אין מירון אויף ל"ג בעומר אדער אין רימינוב/קראקא צום יארצייט, קען איך פארליינען אייער קוויטל אין ניו דזשערזי ביים בית החיים אין באבוב, פאר א מינימאלער פרייז. קאנטאקט אין אישי.
[/size]

האסט פארגעסן צולייגן 😂 😂 😂 😂 😂 ביים סוף, עס וועלן נאך זיין תמימי לב וואס וועלן באמת מיינען

איך האב שפעטער געכאפט אז קען זיין אז דער עולם כאפט נישט......

איסר האיטלקי: אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. איך קען איינעם וואס איז געפארן אום ל"ג בעומר קיין אומאן, און ר"ה קיין מירון. ווען מ'האט איהם געפרעגט, אפשר האסטו פארטוישט די יוצרות? זאגט ער, איך טו עס כדי לערבב את השטן...!