☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

65th » פרייטאג יוני 24, 2016 5:49 pm

· #338996
Re: מילתא דבדיחותא
מע שמיסט נאך דעהם וואס ענגלאנד האט פאר לאזט אירופא קען זיין אז קענאדא גייט פארלאזען די התאחדות

Sent from my iPhone using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג יוני 27, 2016 7:13 pm

· #339263
מעכטיגע דין תורה צווישען עסקנים פון כינוס "כלל ישראל" און הרב יונגרייז מינקלשבורג ב"פ פון "כלל ישראל" שול אין וואדבורן איבער דער נאמען.

דיינים זיצען בכובד ראש און קוקען איבער די תשובות פון בתי דינים פון דור העבר פאר א פרעסעדענס ביים דין תורה פון מרכז בר בי רב קאלוב און ר' מנשה הקטן איבער די רעכט אויף די די זעקס מיליאן קדושים הי"ד פון כלל ישראל

סמבטיון » דינסטאג יוני 28, 2016 12:01 pm

· #339333
נעכטן אויפן וועג צו א חתונה אין תפארת מרדכי אויף מעקדאנעלד בין איך אריבער דעם מוסלימענער מסגד, האב איך אריינגעפיקט דארט און איך האב געזעהן א יונג בחור'ל דאווענען גאר ערליך און האט אויסגעטרויטן לאנג נאך ווען דער עולם האט שוין פארלאזט דעם מסגד, איז מיר דורך געלאפן א מחשבה צו איך זאל עס נישט אנטראגן פאר איינע פון די הירש ברידער פון נטירא קרטא..

שטילע אינגערמאן » דינסטאג יוני 28, 2016 12:22 pm

· #339337
Re: מילתא דבדיחותא
וואס פאלט דיר ביי אז די הירש טאכטער זיכט א פרומער?
מהאט שוין געמאכט דא אשכולות אויפ אשכולות. מ׳קען נישט קוקן נאר טאמער די מחתנים שטימען, חתן כלה דארף אויך שטימען

סמבטיון » דינסטאג יוני 28, 2016 12:33 pm

· #339342
ער האט אויסגעזען צו זיין נישט קיין פארפרימטע, טראדיציאנעל געקליידעט אבער צאמגענימען, טאקע דערפאר האט עס געכאפט מיין אויג.

אברך משי » דינסטאג יוני 28, 2016 1:15 pm

· #339347
וואלווי
דיינים זיצען בכובד ראש און קוקען איבער די תשובות פון בתי דינים פון דור העבר פאר א פרעסעדענס ביים דין תורה פון מרכז בר בי רב קאלוב און ר' מנשה הקטן איבער די רעכט אויף די די זעקס מיליאן קדושים הי"ד פון כלל ישראל

אין מיינע צייטן פלעגט מען זאגן אויפען קאליבער אז ער האט "זעקס מיליאן פארברענטע חסידים"

און אויף ר' מנשה הקטן האט מען ממליץ געווען דעם פסוק "בגדול החל ובקטן כילה" א גרויסע היכל און א קליינע קהילה

שבת אחים » דינסטאג יוני 28, 2016 1:28 pm

· #339349
אברך כהאב געמיינט אז דו האסט א זשאב? נעכטן האסטו געשריבן אזא קאנדעסענדינג תגובה אז דו ביסט ממש די איינציגסטער וואס האט א העקטיק לייפסטייל און איז חס וחלילה קיינמאל נישט פארנומען מיט קיין נערישקייטן, און איך בין גאר דער שטאלצער?, ווייל איך שעם מיך נישט צוזאגן דעם אמת אז איך בין אט״ד און איך גלייב נישט, כ׳פארשטיי, לויט דיר וואלטן אלע מענשטען וואס האלטן אנדערש פון דיר און דיין upbringing זיך געדארפט באהאלטן אין א לעכל פאר בושה.
יעדער וואס איז נישט ווי דיר איז ממש א רחמנות.

אברך משי האט געשריבן
אנטשולדיגט מיר אז כהאב א דזשאב און איך קען נישט זיין דא א גאנצן טאג אין ק"ש הגם כהאב עס זייער ליב, און כקען זיך נישט באנעמען מיט אלע טענות באזינדער. בפרט הרב שבת אחים וואס האט א ספעציעלע געשמאק און שטאלץ צו זאגן אז ער איז אליין א שטיקל אט"ד פון עולם החסידות, חן חן לו על דרכו ועל בחירתו, כבודו במקומו מונח.

אברך משי » דינסטאג יוני 28, 2016 2:12 pm

· #339353
אנטשולדיגט רבי שבת אחים, בערני, אט"ד חסיד, המהולל והמפואר
איך האב בכלל נישט געמיינט צו גיין פערסענאל. איך גלייך אייך זייער שטארק ב"ה און אסאך מאל אייערע טיפזיניגע רייד אויך.
אבער אפילו איך האב א זשאב מעג איך אמאל גיין אין טוילעט אינמיטן טאג אויך.
און יא! סאיז א א היכי תימצי אז א מענטש זאל זיך קענען מכין זיין אין א קאווע שטיבל.
און יעצט העמיר טאקע גיין זאגן אשר יצר מיט כוונה. אבער אייך האב איך זיכער נישט געמיינט צו באקאקן ח"ו ח"ו.

שבת אחים » דינסטאג יוני 28, 2016 2:23 pm

· #339354
אברך משי
אנטשולדיגט רבי שבת אחים, בערני, אט"ד חסיד, המהולל והמפואר
איך האב בכלל נישט געמיינט צו גיין פערסענאל. איך גלייך אייך זייער שטארק ב"ה און אסאך מאל אייערע טיפזיניגע רייד אויך.
אבער אפילו איך האב א זשאב מעג איך אמאל גיין אין טוילעט אינמיטן טאג אויך.
און יא! סאיז א א היכי תימצי אז א מענטש זאל זיך קענען מכין זיין אין א קאווע שטיבל.
און יעצט העמיר טאקע גיין זאגן אשר יצר מיט כוונה. אבער אייך האב איך זיכער נישט געמיינט צו באקאקן ח"ו ח"ו.

😂
ווען דו וואלסט געארבעט פאר טראמפ וואלט ער דיך שוין לאנג געפייערט פארן שרייבן ביי ריסעס אויף ק״ש נאך א מזל דו ארבעטס ערגעץ ווי מ׳לאט דיך מאכן אן אשר יצר מיט כוונה.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יוני 29, 2016 2:28 pm

· #339509
אן אלטע פרוי גייט אריין אין א געשעפט און פרעגט...

וויפיהל קאסט א פונט פוטער?

זאגט ער... $1.00

און וויפיהל איז א האלבע פונט?

זאגט ער... 0.50 סענט

און וויפהל איז א פערטל פונט?

זאגט ער 0.25 סענט

און וויפהל איז...

רופט זיך אן דער געשעפט מאן... אנטשולדיגטס מיר מרת. ברענגט אהער אייער שטיקל ברויט און איך וועל ארויפשמירן פוטער אויף דעם.

איך אויך » מיטוואך יוני 29, 2016 6:52 pm

· #339548
וויפיל קאסט א שמיר?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:54 am

· #339645
C/P

ווי אזוי זאגט מען א SUNSHOWER אין לשה"ק?
"נץ החמה", די זון האט באנעצט

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 30, 2016 12:57 pm

· #339671
וויאזוי זאגט מען אין אידיש איינער וואס איז נישט קיין איד-א גוי.

וויאזוי זאגט מען אין אידיש איינער וואס איז נישט פרום - א גוי גמור

לויט דעם, ווען מ׳רופט איינעם א גוי גמור זאלסטו וויסן אז ער איז א- היימישע איד 🙂

(קרעדיט שטריימל-בלאוגער ע״ה)

וואלווי » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:18 pm

· #339681
אברך משי
נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?
😂 😂 😂

why is a rosheshiva like an ambulance? because there's door in front and a door in back and a sick man inside

וואלווי » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:22 pm

· #339685
שבת,

איך וואלט אייך געלייקט אפי' נאר פאר אייער ever changing טעגליכע חתימה מיט די קארלניער quotes.

שקויעך. קיפ איט אפ.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:25 pm

· #339686
Re: מילתא דבדיחותא
וואלווי
אברך משי
נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?
[emoji38][emoji38] 😂

why is a rosheshiva like an ambulance? because there's door in front and a door in back and a sick man inside

Why is a frock like an ambulance? Because it opens up from behind and it is screaming for attention.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ביליג » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:34 pm

· #339688
Re: מילתא דבדיחותא
הא לן והא להו, מר כדאית ליה ומר כדאית ליה

נאסע ליילעך » דינסטאג יולי 5, 2016 8:47 am

· #340311
"Waking up is the second hardest thing in the morning"...

קל וחומר » דינסטאג יולי 5, 2016 8:52 am

· #340312
Re: מילתא דבדיחותא
ס'קומט אין מאחורי...

קל וחומר » דינסטאג יולי 5, 2016 2:17 pm

· #340371
א גורע חסיד האט צום ערשטן מאל באגעגנט זיין פרוי ביי זיין אייגענע חופה
מיט שאק דרייט ער זיך אויס צו זיין פאטער און זאגט , "טאטע כ'זעה אז זי האט נאר איין אויג
לאזט אים דער טאטע אראפ א קלינגענדיגע פראסק און זאגט אים , "פון ווי ווייסטו אז פרויען קומען מיט צוויי אויגן ???"

ק/פ

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יולי 5, 2016 2:24 pm

· #340374
אברך משי
נו, פארוואס האט טאקע א פראק א שפאלט פון אונטן?

די קשיא איז פארוואס האט א פראק אזא גרויסע שפאלט פון אונט'ן?

אז דער ראש ישיבה זאהל עס נישט דארפען אויסטוהן ווען ער גייט ארויס [אויף הכנות]

וואלווי » דינסטאג יולי 5, 2016 10:11 pm

· #340487
ציבעלע-קיגל
די קשיא איז פארוואס האט א פראק אזא גרויסע שפאלט פון אונט'ן?

אז דער ראש ישיבה זאהל עס נישט דארפען אויסטוהן ווען ער גייט ארויס [אויף הכנות]

היינו טעמא פארוואס די רבנישע געקליידטע אראבערס גייען מיט skirts ווייל אז מ'זאגט זיי צי שיבעים... וואס דארף מען זיך ארויף ציען און אראפציען אגאנצע טאג ס'איז פראקטישער אזוי

credit: jackie mason

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 6, 2016 12:53 am

· #340515
ק/פ
וויזוי לערנט א אראבער אויס זיין זוהן אנצוטוהן הויזן?

קינד מיינס די געלע זייט איז אייביג פון פארנט און די ברוינע זייט איז אייביג פון אונטן

דריידל » מיטוואך יולי 6, 2016 7:38 am

· #340525
אפס

אברך משי » מיטוואך יולי 6, 2016 1:05 pm

· #340580
שמעקעדיג
C/P

ווי אזוי זאגט מען א SUNSHOWER אין לשה"ק?
"נץ החמה", די זון האט באנעצט

אדער אולי "שֶׁמש קטן" ודו"ק

קאמענטירער » זונטאג יולי 10, 2016 4:37 pm

· #341258
א אינגער רב האט זיך געפענט א נייע שטיבעל, און ער האט נישט אזוי מצליח געווען צו שאפען מתפללים און נייע מעמבערס פאר זיין שול'כל,

איין איד וואס ער משכנע געווען ער זאל קומען דאווענען ביי אים -און יענער האט טאקע געדאווענט א שטיק צייט אין זיין ביהמ''ד- האט פון איין טאג אויפן צווייטן אויפגעהערט צו קומען אין שול,
סגייט אריבער איין וואך נאך א וואך און מהערט גארנישט פון דער פרישער מתפלל, די דריטע וואך איז דער אידל צוריק געקומען,

אזוי ווי פאר דער רב האט עס זייער געארט אז יענער האט אים אזוי איבערגעלאזט געבט אים די רב א פרעג
''וואו ביזטו געווען אין די לעצטע צוויי וואכען?''
''איך בין זייער נישט געזונט געווען'' ענטפערט דער מתפלל
''דאנק גאט אז דו ביזט געווען קראנק -זאגט די רב- כהאב מיך שוין דעשראקען אז דו ביזט געגאנגען ערגעץ אנדערש דאווענען''...

קאמענטירער » זונטאג יולי 10, 2016 6:58 pm

· #341288
און רוסלאנד האבען די טיכטיגע חברה אלץ געזען אז זיי זאלן פארמאגען עטליכע אינדיעטעטן, אז מזאל זיך נישט פארפלאנטערן אין צרות אין פאל וואס מען כאפט זיי,

אונזער ר' שמעון האט אויך זיכער געמאכט צו האבען ביי זיך אין באזיץ עטליכע קארטלעך, אזוי איז ער ארום געפארן מאמע רוסלאנד פראנק און פריי ,איינמאל האט אים די פאליציי אפגעשטעלט אויפן באן און מען פאנגט אים אן חוקר ודורש זיין פרעגט מען אים
''וויאזוי הייסטו?''
ר' שמעון איז געווען אביסעל צומישט פון אזויפיל פאלשע קארטלעך וואס ער האט געהאט האט ער זיך נישט געקענט דערמאנען קיין איין פאלשע נאמען נאך א אנגעצויגענע מינוט געבט ער זיך א רוף אן
''כווייס נישט איין זאך איז זיכער אז שמעון הייס איך זיכער נישט...

אז מרעדגט פון רוסלאנד פלעגט מען זאגען אז אין רוסלאנד זענען פארהאן נאר דריי סארטען מענטשען
1. מענטשען וואס זענען געזיצען אין תפיסה
2. מענטשען וואס זיצען יעצט אין תפיסה
און 3. מענטשען וואס גייען זיצען אין תפיסה...

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 11, 2016 1:40 am

· #341347
C/P
כ׳רוף אן מיין מאמע אז כהאב געבוירען א אינגעלע.
פרעגט זי מיר ״וואס האט דיין ווייב געטוען בשעת מעשה?״

עפעס אזוי » מאנטאג יולי 11, 2016 8:49 am

· #341367
קאמענטירער
א אינגער רב האט זיך געפענט א נייע שטיבעל, און ער האט נישט אזוי מצליח געווען צו שאפען מתפללים און נייע מעמבערס פאר זיין שול'כל,

איין איד וואס ער משכנע געווען ער זאל קומען דאווענען ביי אים -און יענער האט טאקע געדאווענט א שטיק צייט אין זיין ביהמ''ד- האט פון איין טאג אויפן צווייטן אויפגעהערט צו קומען אין שול,
סגייט אריבער איין וואך נאך א וואך און מהערט גארנישט פון דער פרישער מתפלל, די דריטע וואך איז דער אידל צוריק געקומען,

אזוי ווי פאר דער רב האט עס זייער געארט אז יענער האט אים אזוי איבערגעלאזט געבט אים די רב א פרעג
''וואו ביזטו געווען אין די לעצטע צוויי וואכען?''
''איך בין זייער נישט געזונט געווען'' ענטפערט דער מתפלל
''דאנק גאט אז דו ביזט געווען קראנק -זאגט די רב- כהאב מיך שוין דעשראקען אז דו ביזט געגאנגען ערגעץ אנדערש דאווענען''...

איך מיין נישט צי קריטקירן, אבער אינדהיים האביך א בוק מיטן נאמן "דער בדחנס דיירי" (עפעס אזוי ספעלט מען עס) תכל'ס דיינע לעצטע פאר פיינע וויצן קוקן אויס ווארט ביי ווארט... 😂

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 11, 2016 11:08 am

· #341390
עפעס אזוי
איך מיין נישט צי קריטקירן, אבער אינדהיים האביך א בוק מיטן נאמן "דער בדחנס דיירי" (עפעס אזוי ספעלט מען עס) תכל'ס דיינע לעצטע פאר פיינע וויצן קוקן אויס ווארט ביי ווארט... 😂

ווען עס איז ארויסגעקומען האט מען עס גערופן דער בדחן'ס דייעריע...

געוואלדיג » מאנטאג יולי 11, 2016 11:33 am

· #341392
שטילע אינגערמאן
C/P
כ׳רוף אן מיין מאמע אז כהאב געבוירען א אינגעלע.
פרעגט זי מיר ״וואס האט דיין ווייב געטוען בשעת מעשה?״

וויאזוי איז עס c/p מיט דיינע ספעלינג מיסטעיקס? 😂 😂

היסטאריקער » מאנטאג יולי 11, 2016 6:06 pm

· #341455
וויאזוי זאגט מען
א טעללער אין די באנק אויף לה"ק?
יפל מצדך אלף ורבבה מימינך אליך לא יגש רק בעיניך תביט ושלמת רשעים תראה

וויאזוי זאגט מען "ביז פערצען טאג" אויף לה"ק?
עד שיפוח היום

ווייל אזוי » מאנטאג יולי 11, 2016 7:50 pm

· #341464
משה איז געווען אביסל א אינטערעסאנטע בחור אין די ישיבה.
די בחורים פלעגן איהם אייביג זאגן אז ער איז משוגע איין טאג רופט ער זיך אן אז ער האט א ראי' אז ער איז נישט משוגע ווייל איינער וואס איז עכט משוגע זאגט מען עס נישט איהם אין פנים.

עפעס אזוי » דינסטאג יולי 12, 2016 5:35 am

· #341581
ביי אונז אין ישיבה פלעגט זיין א בחור, וואס מען האט געזאגט אז ער ווערט קיינמאל נישט חתונה האבן, צום סוף האט ער חתונה געהאט די מערסטע מאל.

אברך משי » דינסטאג יולי 12, 2016 1:44 pm

· #341687
היסטאריקער

וויאזוי זאגט מען "ביז פערצען טאג" אויף לה"ק?
עד שיפוח היום

ולפי זה, "דער פערציגסטער טאג" איז "יום הנפיחה הגדולה ביותר" ודו"ק
און ביטע געבן א לייק אויב איר האט געשמייכעלט פון מיין חידוש!

65th » מיטוואך יולי 13, 2016 11:19 pm

· #341978
Re: מילתא דבדיחותא
א גאליציאנא איד איז א מאהל גיקומען צי גאסט בא א בעקאנטן צי ניצין דעהם בית הכבוד
זהעדיג דארט ״קלינעקס טישוס״
האט עהר זיך זעהר גיווינדערט
אויב זיי ניצין דאס פאר פנים של מטה ווער ווייסט וואס זיי ניצן פאר פנים של מעלה....

Sent from my iPhone using Tapatalk

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:08 am

· #342042
מען דערציילט אויף א גאליציאנער עושר וואס סהאט זיך געמאכט אז ער איז געבליבען שטעקן ביין באן שטאציאן נישט קענעדיג אהיימגיין צוליב די שלאקס רעגן

האבען אים זיינע חברים געפרעגט:
ר' משה פארוואס קויפט איר נישט א שירעם בייןם פעדלער איר זאלט קענען אהיימגיין?

ענטפערט דער קמצן:
וואס הייסט איך האב דאך שוין א שירעם אינדערהיים, פארוואס עפעס זאל איך יעצט קויפען נאך איינס...

קל וחומר » מאנטאג יולי 18, 2016 11:37 am

· #342655
Re: מילתא דבדיחותא
ווען נחום זאגט איך בין 'אוט אוו טאון פאר א מקוה' זאגט ער נישט קיין ליגנט ודו"ק..

יעלה ויבא » מאנטאג יולי 18, 2016 11:41 am

· #342656
Re: מילתא דבדיחותא
ליטוואק לחסיד: למה מביאים לאדמו"ר צלחת מלאה בפערפעל, כשהוא אוכל רק 3 כפיות?

חסיד לליטוואק: מאותו סיבה שהראש ישיבה שלך נכנס להיכל עם בבא בתרא עבה, כשהוא לומד רק 3 דפים במשך כל הזמן.

lead, follow, or get out of the way

א איד » דינסטאג יולי 19, 2016 9:22 am

· #342789
Re: מילתא דבדיחותא
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז א גוטער געדאנק אנצופילן א דינער אדער א טיי אווענט אדער סיי וועלכע אווענט.
אדער פארן קומענדיגע כינוס כלל ישראל, וועט מען ארויפלייגן א גוטער פאר מענטשעלע פון פאוקימאן.

אברך משי » דינסטאג יולי 19, 2016 12:44 pm

· #342815
אנדערע וואלטן אבער בטעות געשאסן ר' דן סגל...

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג יולי 19, 2016 1:29 pm

· #342825
א איד

עס איז א גוטער געדאנק אנצופילן א דינער אדער א טיי אווענט אדער סיי וועלכע אווענט.
אדער פארן קומענדיגע כינוס כלל ישראל, וועט מען ארויפלייגן א גוטער פאר מענטשעלע פון פאוקימאן.

כנראה האסט פארגעסען, כנוס כלל ישראל האט געהאט א באמבטסטישע עולם, אפי נאך א סטעדיום איז געווען אין באנוץ.
זיי דארפן נישט די פאקמען מענטשליך, אז לוי יצחק זילבער וועט שרייען סיטי פיעלד וועלען 40 טויזענט מענטשן שרייען קדוש

א איד » דינסטאג יולי 19, 2016 4:16 pm

· #342864
שטאפענע קאפעליטש
א איד

עס איז א גוטער געדאנק אנצופילן א דינער אדער א טיי אווענט אדער סיי וועלכע אווענט.
אדער פארן קומענדיגע כינוס כלל ישראל, וועט מען ארויפלייגן א גוטער פאר מענטשעלע פון פאוקימאן.

כנראה האסט פארגעסען, כנוס כלל ישראל האט געהאט א באמבטסטישע עולם, אפי נאך א סטעדיום איז געווען אין באנוץ.
זיי דארפן נישט די פאקמען מענטשליך, אז לוי יצחק זילבער וועט שרייען סיטי פיעלד וועלען 40 טויזענט מענטשן שרייען קדוש

איר כאפט נישט קיין וויצן?
איך האב זיך גע'ישוב'ט צו איך זאל עס אריינלייגן אינעם פאוקימאן אשכול? אדער דא?
קען זיין עס באלאנגט אהין? ווער ווייסט...

בן אדם » מיטוואך יולי 20, 2016 9:52 am

· #342934
איך בין היינט געשטאנען אין ביהמ"ד און אויסגעטון רשי"ס תפילין, אינמיטן קומט אריין א אינגערמאן פון פאליש אנגעטון אין טו"ת קוקט אביסל אויפן עולם און גייט צו צום ארון הקודש און געט א עפען אויף! די שמש וואס איז פונקט דארט געווען געט א שריי אויף עם 'העי! האלאו.. ס'דינסטיג היינט... וואס טאטשטו די ארון קודש...? אבער יענער דרייט זיך אויס און ווייזט פארן שמש 'נו, אה, נא... פאקי...פפאקימאן... נו אה...

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 20, 2016 11:17 am

· #342944
דער שמש האט אויך א טעות געהאט. מיטוואך שרייעט ער עס איז דינסטאג היינט?

קאמענטירער » דינסטאג יולי 26, 2016 10:51 am

· #343554
ענדערש צו שטיין שלעכט ווי גוט זיצען...

וואלווי » דינסטאג יולי 26, 2016 1:21 pm

· #343580
קאמענטירער
ענדערש צו שטיין שלעכט ווי גוט זיצען...

ס'דא אסאך אנדערע משמעות און דעם.

ווי (אזוי) איך האב עס אפגעליינט וואלט איך אפשר געזאגט פארקערט...

סמבטיון » דינסטאג יולי 26, 2016 7:33 pm

· #343640
שאלו את הרבנים האם מותר להשתמש בווצאפ בי"ז בתמוז?
התשובה הייתה חיובית! מכיוון שמותר להתעסק אם כל מה שקשור לחורבן, והווצאפ הביא לחורבן הדור!

סמבטיון » מיטוואך יולי 27, 2016 5:09 pm

· #343756
כשאשתך אומרת לך : אני לא כועסת עליך ,
זה כמו שרופא השיניים אומר לך : זה לא ייכאב...

סמבטיון » מיטוואך יולי 27, 2016 5:28 pm

· #343760
ראיתי זקן באיצקוביץ בא למנחה בלי שלייקס שאלתי אותו אהרלה אתה לא מפחד שיפול לך המכנסים?
אהרלה ענה לי ר' חיים אמר בבני ברק לא יפול כלום....