☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וואסטוטזיך גרופע

וואסטוטזיך גרופע

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7281

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:25 am

· #226484
וואסטוטזיך גרופע
אפשר קען מען רעדן אויב מען קען עפענען א וואסטוטזיך גרופע פאר חברי שטיבעלינו?

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:30 am

· #226488
מסכים. אבער מ'וועט דאך זעהן יעדעמ'ס סעל נאמבער?

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:36 am

· #226492
ווייסט מען דען צאמצושטעלן דעם סעל נומער מיטן ניק? מען דארף נאר איין גבאי וועם מען טראסט.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 4:46 pm

· #226813
נו ווי האלט מען? למשל איך בין בזה הרגע אין מירון. קודם כל זעה איך אז די אגדה פון 'תולדות בוסקילה' איז אמת ויציב און דערנאך עס באמבעט יעצט דא אוועק א ריזיגע סליחות/קאנצערט און אשאד עס איז נישט דא א גרינגע וועג צו שערן בילדער און קליפס.

אגב, די סליחות איז בראשות הרב גראסמאן.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:24 pm

· #226831
[ציטאט אראפגענומען]

יא. אבער מה לי הכא. מה לי התם?!. ... 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 🙂 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:28 pm

· #226834
איך אויך
נו ווי האלט מען? למשל איך בין בזה הרגע אין מירון. קודם כל זעה איך אז די אגדה פון 'תולדות בוסקילה' איז אמת ויציב און דערנאך עס באמבעט יעצט דא אוועק א ריזיגע סליחות/קאנצערט און אשאד עס איז נישט דא א גרינגע וועג צו שערן בילדער און קליפס.

אגב, די סליחות איז בראשות הרב גראסמאן.

יא. אבער ווי קומסטו יעצט צו פארן קיין מירון. איצטער איז דאך דער זמן פון אומאן. אלא מאי. מיז מען לערנען פשט. אזוי ווי איינער פון די חשוב'ע ניקס דא האט געזאגט "כדי לערבב את השטן"... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:37 pm

· #226841
@פליקער לאסט נישט צו דער גרופע,
אונז זענען מיר אקעגן וואטסעפפ, אראפ מיטן גראפע

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:39 pm

· #226842
איי איי די ספרדישע פיוטים און בכיות שניידן אריין, אפילו די פייערן אין די מאנגלים ציטערן....

zurich » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:48 pm

· #226852
What's app
איז א גרופ נאר 50 מענטשען. מען קען ג'יין צו telegram וואס קען האבן 200 מענטשן

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:58 pm

· #226859
אתא איך בין אויף די מרפסת איין פיס אין איטליכע וועלט.

זוריך /ציריך לאמיר נישט לויפן פאר מען וואקט מען וועט זיך זארגן פאר דעם איין און פיפציגסטן ווען מיר וועלן האלטן דערביי.

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 6:07 pm

· #226863
@איך אויך
עפען אזא גראופ און ווער עס וויל זאל דיך שיקען א אישי מיט זייער נאמבער און קיינער אויף די גראופ דארף נישט וויסען ווער איז ווער

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 6:14 pm

· #226866
אשאד אשאד עס וואלט זיך געפאסט צו עפענן די גראפ מיט בילדער פון אתרא קדישא הדין אבער איך פאר שוין אין 15 מינוט.

קעי ווער עס וויל זיין פון די עשרה ראשונים זאל מיר שיקן א נומער באישי.

ידען » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:28 pm

· #226911
מע האט שוין געטרייט א פאר מאל אזא מין גרופ אבער סע האט זיך נישט געהאלטען לאנג

לאליפאפ » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:31 pm

· #226914
נארישע איידיע. יעדע ניק האט א אייגנארטיגע וועג פון שרייבן און מ'וועט גראד כאפן ווער איז ווער.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 9:58 pm

· #226950
לאליפאפ
נארישע איידיע. יעדע ניק האט א אייגנארטיגע וועג פון שרייבן און מ'וועט גראד כאפן ווער איז ווער.

למשל ווען איך זאל שרייבן און ארויפלייגן סמייליס, אבער נישט שרייבן מיין נאמען, וועט מען דאך וויסן ווער ס'איז... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 11:03 am

· #227065
נאך 45 פלעצער געבליבן כאפצט ווילאנג עס אינאך דא.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:23 am

· #227345
איך אויך
נאך 45 פלעצער געבליבן כאפצט ווילאנג עס אינאך דא.

האט זיך שוין טאקע געעפנט די גרופ אויב יא צו וועים ברויך איך שיקן די אישי

ארבעס » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:37 am

· #227349
I wonder why this forum can't allow a closed group with a specific login so guests or unauthorized users can't see. My wife is on imamother and that has specific groups. Another point , why can't we post anonymous so the nicks isn't an issue?

איך אויך » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:03 pm

· #228568
נאך 42 פלעצער.

איך אויך » זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:23 pm

· #228589
איך קלער צו ווארטן אויף נאך 2 ,כל התחלות קשות די ערשטע 10 איז שווער אבער די נעקסטע 40 וועט שוין פארען געשמירט.

אידן בעלי שכל כאפט אריין.

אייזקרים » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:01 pm

· #228829
נא ווען עפענט זיך שוין די גרופ?

הויזן טראגער » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:37 pm

· #228911
[ציטאט אראפגענומען]

דאס מיינט אז איך דארף מיר שוין איינהאנדלען נאך א טעלעפאון ווייל אויף די פאון וואס איך האב ניץ איך וואטסאפ מיט מיין רעגולער נאמבער, אין וואס זאל איך טאן אז מיינע טאשן אין מיין פאסיק איז שוין פיל אין איך האב נישט ווי צו האלטן נאך א פאון?....

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:41 pm

· #228913
פאר א סיבה גייסטו מיט הויזען טראגער

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:42 pm

· #229971
איינע פון די חשובי הניקס וויל דשוינען אבער ער האט מורא ארויסצוגעבן זיין נומער ,וויל ער וויסן אויב ער קען נוטצן א גוגל נומער פאר וואטסאופ ווען ער האט שוין וואטסאופ מיט זיין רעגולער נומער? דהיינו קען מען האבען צווי באזונדערע וואטסאופ אקאונטס מיט צוויי נומערן אויפן זעלבן הענדסעט?

הויזן טראגער » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:55 pm

· #229976
ניין מען קען נישט מער ווי 1, הוא אשר דברנו