☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

קידוש » מיטוואך מערץ 16, 2022 1:39 pm

· #496610
זאגט מיר היינט א אינגערמאן , אז ער האט אייביג געוואוסט אז ונתנו גייט אהין און קומט צוריק



"קוקט אויס ווי מיין געלט האט אלצהיימער'ס............................"

קידוש » מיטוואך מערץ 16, 2022 1:39 pm

· #496611
זאגט מיר היינט א אינגערמאן וואס כ'קען אים אלס ניש דער גרעסטער מתמיד , אז ער איז היינט אויפגעשטאנען פירע פארטאגס , געלערנט פארן דאווענען א 2 שעה נאכער האט ער געדאוונט וותיקין מיט א מנין במתינות נאכדעם האט ער געלערנט נאך צוויי שעה.............................................
די איבריגע חלק פון חלום געדענקט ער נישט....

קידוש » מיטוואך מערץ 16, 2022 1:43 pm

· #496612
וואס איז די חילוק ביי צדקה צווישן א אונגארישער און א פוילישער?


א אונגארישער פארשטייט צו געבן...



א פוילישער... געט צו פארשטיין...


קרעדיט י.ח.ר.

פאר'ן דאווענען » מיטוואך מערץ 16, 2022 2:18 pm

· #496615
קהל'ס נער
לרבים השואלים, איך נעם אויף דעים פורים ביז 11:30, נאך דעי צייט קען מען אינטערשטיפן די ענוועלאופס אינטער מיין טיר...

וויאזוי וועסטו וויסן צו ס'איז א בחור אדער א אינגערמאן?? 😉

קהל'ס נער » מיטוואך מערץ 16, 2022 7:58 pm

· #496625
וויאזוי זאגט מען car warrenty אויף יודיש?
טוביה מאיר ניימאן.....

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 17, 2022 12:46 am

· #496629
קהל'ס נער
וויאזוי זאגט מען car warrenty אויף יודיש?
טוביה מאיר ניימאן.....

קרעדיט: אברהם מרדכי מלאך

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 17, 2022 2:12 am

· #496632
שמעקעדיג
קהל'ס נער
וויאזוי זאגט מען car warrenty אויף יודיש?
טוביה מאיר ניימאן.....

קרעדיט: אברהם מרדכי מלאך


זעיט אויס אז אברהם מרדכי האט אויך געזעין יענע סטאטוס...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 17, 2022 9:04 am

· #496636
ובבזה לא שלחו את ידם

פארוואס?

ווייל בשעת מלחמה האט מען געשטעלט אזויפיל קאמפיינן אזש עס האט נישט געפעלט פאר קיינעם גארנישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 17, 2022 4:24 pm

· #496642
ליטוואק פון בודאפעסט: אויך. אין געוויסע מקומות אין גאליציע האט מען געליינט אט דעם פסוק אין די מגילה מיט דעם ניגון פון איכה...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 17, 2022 6:26 pm

· #496643
Re: מילתא דבדיחותא
ליטוואק פון בודאפעסט
ובבזה לא שלחו את ידם

פארוואס?

ווייל בשעת מלחמה האט מען געשטעלט אזויפיל קאמפיינן אזש עס האט נישט געפעלט פאר קיינעם גארנישט.
אדער ווייל די גוים האבן נישט קיין קעש

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 17, 2022 8:51 pm

· #496644
דער גאלדענער אדלער: א ..."בבזה"...אין 2022 וואלט אנדערש אויסגעזעהן. מ'וואלט געהעקט זייערע בענק אקאונטס/איידענטיטי טהעפט...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג מערץ 20, 2022 10:57 pm

· #496754
א אינגעלע זיצט אינדערהיים זייער באזארגט. זיין קליין הונטעלע איז זייער קראנק און זיין טאטע האט איהם גענומען צו א חיות דאקטער.

זיין טאטע קומט אהיים און זאגט איהם, מיין קינד עס איז ליידער נישט גוטע נייעס. דיין הונטעלע גייט ל"ע שטארבען ער קען נאך לעבן מערסטענס 3 וואכען.

דער אינגעלע הייבט אן צו ווייענען.

דער טאטע פראבירט איהם צו בארואיגען זאגענדיג, דיין הונטעלע וואלט נישט געוואלט אז דו זאלסט ווייענען ער וואלט געוואלט דו זאלסט זיך דערמאנען און געדענקען די אלע גוטע צייטען וואס ענק האבען געהאט צוזאמען.

דער אינגעלע טראכט א מינוט און פרעגט, טאטי, אפשר וואלט מען געקענט מאכען א לוי' פאר איהם?

זיכער זאגט זיין טאטע.

און איך קען איינלאדענען אלע מיינע חבירים? פרעגט ער

אוודאי ענטפערט זיין טאטע

און מען קען סארווירען אייז קרים מיט טשאקאלאד קעיק און אסאך אנדערע נאשערייען? פרעגט ער

בלית ברירה האט דער טאטע מסכים געוועהן.

נאכ'ן טראכטען א מינוט פרעגט דער אינגעלע, טאטי? אפשר קענען אונז היינט הרג'נן דער הונטעלע?

וואלווי » מאנטאג מערץ 21, 2022 11:29 am

· #496770
berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אויך. אין געוויסע מקומות אין גאליציע האט מען געליינט אט דעם פסוק אין די מגילה מיט דעם ניגון פון איכה...!


ביי ומשלוח מנות איש לרעהו האבן שוין די בכיות בוקע רקיעים געווען....

וואלווי » מיטוואך מערץ 23, 2022 2:57 pm

· #496922
וואס טוט א יוד די ערשטע זאך נאך ארויסקומען פון ביה"כ?

ער זוכט שנעל אויף די נענסטע בית כסא....

שאלתיאל » מיטוואך מערץ 23, 2022 3:00 pm

· #496923
אין א טרעפן צימער אין בני ברק איז געהאנגען א צעטל בזה הלשון:

לכל השכנים,

נא להפסיק לצער בעלי חיים!

אשתו של חיים.

תרמב » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:48 pm

· #497012
איינער האט זיך אריינגעזעצט אין א האטעל און אפגעזיצן דארט פאר עטליכע וואכן, געגעסן געטרינקען געשלאפן און זיך געלאזט וואויל גיין, ווען ס'איז געקומען צום אהיים גיין איז ער געגאנגען צום פראנט דעסק און געפרעגט די רעסעפשאניסט, זאג נאר, וואס וואלסטו געטון אויב איך וואלט דיר געזאגט יעצט אז איך האב נישט קיין פעני צו באצאלן? וואס איך וואלט געטון...? איך וואלט דיר אראפגעלאזט אזאנע צוויי געזונטע פעטש......! דעמאלטס מאך עס שנעל ווייל איך יאג מיך.....

דער דאס » דינסטאג מערץ 29, 2022 1:16 pm

· #497155
פאר ווער ס'האלט מיט די נייעס אין די 'גוישע' וועלט..

‏נעכטן נאכט אין קרית יואל האט א חתן אראפגעלאזט א פראַסק פאר די בדחן פאַרן חוזק מאכן פון די כלה'ס שייטל..

Nanach » דינסטאג מערץ 29, 2022 5:25 pm

· #497174
דער דאס
פאר ווער ס'האלט מיט די נייעס אין די 'גוישע' וועלט..

‏נעכטן נאכט אין קרית יואל האט א חתן אראפגעלאזט א פראַסק פאר די בדחן פאַרן חוזק מאכן פון די כלה'ס שייטל..

עס איז דא א קליפ?

דער דאס » דינסטאג מערץ 29, 2022 5:41 pm

· #497175
Nanach

עס איז דא א קליפ?


מיינסט דאס?

קידוש » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:44 am

· #497302
a true letter
📎 Capturejaoke.PNG

בענבען » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:52 am

· #497303
א מענטש כאפט זיך אפילו נישט וויפיל מענטשען ער קען נישט סובל זיין
ביז עס קומט צו געבן א נאמען פאר זיין קינד....

Nanach » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 10:58 pm

· #497360
קידוש
a true letter

וואספארא מקווה איז דאס?

פאלאצ'ינטא » זונטאג אפריל 3, 2022 4:27 pm

· #497431
דער משב"ק קומט אריין צום רעבאה און זאגט איהם אז איינער ווארט אריין צוגיין מיט א קוויטל.

פרעגט דער רעבאה, ער האט א בארד אדער נישט?

פרעגט דער גבאי, וואס איז די נפקא מינה?

ענטפערט דער רעבאה, אויב האט ער א בארד קומט ער בעטן געלט פון מיר, אויב האט ער נישט א בארד קען איך בעטן געלט פון איהם.

בענבען » זונטאג אפריל 3, 2022 9:10 pm

· #497446
מקור:
ר' אחים מויזניץ מרכז בשבעה של רח"מ פלדמן

קידוש » מאנטאג אפריל 4, 2022 2:15 pm

· #497479
First rule of cleaning for pesach while listening to music: The toilet brush is never the microphone. never.

בענבען » דינסטאג אפריל 5, 2022 11:29 am

· #497586
Because of an ear infection, little Maxie had to go see his pediatrician, Dr. Feldman. Dr. Feldman
directed his comments and questions to little Maxie in a professional manner. When he asked
little Maxie, “Is there anything you are allergic to?” little Maxie nodded and whispered in his ear.
Smiling, Dr. Feldman wrote out a prescription and handed it to Maxie’s mother. She tucked it
into her purse without looking at it.
As the pharmacist filled the order, he remarked on the unusual food-drug interaction Maxie must
have. Little Maxie’s mother looked puzzled until he showed her the label on the bottle. As per
the doctor’s instructions, it read, “Do not take with broccoli.

בענבען » דינסטאג אפריל 5, 2022 11:33 am

· #497588
A mechanic was removing a cylinder-head from the motor of a Harley motorcycle when he
spotted his cardiologist, Dr. Simon Goldstein, in his shop. Dr. Goldstein was there waiting for the
service manager to come take a look at his bike when the mechanic shouted across the garage
“Hey Doc, want to take a look at this?”
Goldstein, a bit surprised, walked over to where the mechanic was working on the motorcycle.
The mechanic straightened up, wiped his hands on a rag and asked, “So Doc, look at this
engine. I open its heart, take the valves out, repair any damage, and then put them back in,
and when I finish, it works just like new.
“So how come I make such a small salary – and you get the really big bucks? You and I are
doing basically the same work!”
Dr. Goldstein paused, smiled, and leaned over, then whispered to the mechanic, “’Try doing it
with the engine running.”

שמן למאור » דינסטאג אפריל 5, 2022 9:45 pm

· #497646
ס'געווען אמאל א מיידל וואס האט זייער ליב געהאט צו קריכן אויף הויכע שטאנגען,
איר טאטע פלעגט איר אייביג אנשרייען, "קריך נישט!! ס'נישט צניעות'דיג, די מענער קענען זען דיין אינטערהויזן..!!!"

אמאל זעט איר טאטע ווי זי קריכט ווידער ארויף אויף א טעלעפאן שטאנג, און עס איז פארזאמלט אונטן א קבוצה בחורים און קוקן ארויף..
מיט איין כעס שרייט די טאטע, "כ'האב דיר דאך געזאגט אז דו זאלסט נישט קריכן, ס'נישט קיין צניעות, מ'קען זען דיין אינטערהויזן"!

ענטפערט די מיידל, "דאס מאל האב איך זיכער געמאכט אז קיינער וועט נישט קענען זען מיין אינטערהויזן, כ'האב עס אויסגעטון"...

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 12:08 pm

· #497744
📎 IMG_20220407_115848_360.jpg

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:59 pm

· #497827
📎 IMG_20220409_225325_431.jpg

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 10, 2022 3:02 am

· #497845
סקווערע רבי ריפט אן פוטין זיך באדאנקן פאר'ן באמבעדירן אומאן, ענטפערט פוטין: וואס טיט מען נישט פאר א חבר וואס פירט א קאמעניסטישע שטאט אין אמעריקא

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 3:26 am

· #497850
א אינגערמאן קומט אהיים א וואך פאר פסח, ער טוט זיך אן די ווייסע קיטל און גייט אריין אינעם קאך ווי די ווייב האלט אינמיטן רייבן די פרידזשעדער לכבוד פסח
די ווייב פרעגט, פארוואס האסטו זיך אנגעטון די קיטל? די ווילסט מאכן א פארשפיל פונעם סדר?
זאגט די מאן, ניין, נאר עס שטייט אז קשר"ק איז ר"ת ק'ראצן ש'ארן ר'ייבן ק'ערן,
איך גיי זיין די בעל מקרא...

שאלתיאל » מאנטאג אפריל 11, 2022 4:59 pm

· #497952
ערב פסח : רוב פוסקים האלטן אז מ'דארף נישט זיין אליין נערוועז ס'גענוג אז מ'מאכט נערוועז אנדערע.

כרם זית » מאנטאג אפריל 11, 2022 5:17 pm

· #497953
ווי אזוי ריפט מען אן אויסגעמיטשטע ווייבל וועלכע איז בודק חמץ בייטאג און ביינאכט?

א בדיקה שמאטע.

שמן למאור » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:08 pm

· #497972
📎 IMG_20220412_113931_925.jpg

שמן למאור » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:09 pm

· #497973
📎 IMG_20220412_120319_813.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:26 pm

· #497976
כרם זית
ווי אזוי ריפט מען אן אויסגעמיטשטע ווייבל וועלכע איז בודק חמץ בייטאג און ביינאכט?

א בדיקה שמאטע.

כרם זית: איך קען א אידענע וואס אלס טייל פון בדיקת חמץ איז זי בודק ( א גאנץ יאר) די טאשן פון איהר מאן אויב ס'איז דא דארטן א פארווארפענער הונדערטער. אדער א צוואנציגער...!

וואלווי » דינסטאג אפריל 12, 2022 6:04 pm

· #497999
berlbalaguleh
כרם זית
ווי אזוי ריפט מען אן אויסגעמיטשטע ווייבל וועלכע איז בודק חמץ בייטאג און ביינאכט?

א בדיקה שמאטע.

כרם זית: איך קען א אידענע וואס אלס טייל פון בדיקת חמץ איז זי בודק ( א גאנץ יאר) די טאשן פון איהר מאן אויב ס'איז דא דארטן א פארווארפענער הונדערטער. אדער א צוואנציגער...!


בדיקה שמאטעס קאסט אויך געלט...

שמן למאור » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:10 am

· #498066
📎 IMG_20220413_104448_413.jpg

שמן למאור » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:11 am

· #498067
פליז הענג אויף די וועש...
📎 IMG_20220413_105342_697.jpg

שמן למאור » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:13 am

· #498068
אז מען וויל קלאר פארשטיין די דף היומי שיעור
צרות צרוצ צרותיהן
📎 IMG_20220413_105359_624.jpg

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:36 pm

· #498187
תקרובת עבודה זרה?
📎 IMG_20220414_133453_764.jpg

שמן למאור » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:37 pm

· #498188
📎 IMG_20220414_133218_360.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:44 pm

· #498193
עצי שטים
תקרובת עבודה זרה?

ס'זעהט אויס אז דער זעלבער גרעפיקס דיזיינער וועלכער האט געמאכט דעם קאווער אויף די פוטער וואו ס'איז געשטאנען..."כשר לפםח. חלב ישדאל. בהשנחת הרכ מ'וואלאווע...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 7:53 pm

· #498234
א גוי גייט צום גלח און פרעגט איהם, פארוואס ליידן מענטשען "ארטרייטוס"? (arthritis)

ענטפערט איהם דער גלח, ווייל זיי לויפ'ן ארום און זענען מזנה מיט חתונה געהאטע פרויען און זיי זענען משכב זכרניקעס און אויך זענען זיי שווינדלער, גנבים און ליגנער, אבער פארוואס פרעגסטו?

זאגט ער, ווייל איך האב היינט געהערט אויף די נייעס אז דער פויבסט ליידט אויף דעם.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 15, 2022 12:53 am

· #498258
עצי שטים
📎 IMG_20220414_133218_360.jpg

נישט שיין, ליצנות פון א הייליגן מאמר.

קהל'ס נער » פרייטאג אפריל 15, 2022 2:04 am

· #498265
מאבימלך נתעברה שרה...

שמן למאור » פרייטאג אפריל 15, 2022 11:48 am

· #498274
שמעקעדיג
עצי שטים
📎 IMG_20220414_133218_360.jpg

נישט שיין, ליצנות פון א הייליגן מאמר.

קאם אן, מען דארף קענען דערהייבן א ווערטל

שמן למאור » דינסטאג אפריל 26, 2022 10:30 am

· #498613
איינער זאגט מיר פריער אז עס קאסירן שמועות אז יואלי עפשטיין גרייט זיך אפציקויפן קול מבשר...

שמן למאור » דינסטאג אפריל 26, 2022 12:24 pm

· #498619
אפשר וועט @רביה"ק גאר אפקויפן קאווע שטיבל...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78