☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 17, 2013 10:27 pm

· #125650
יין שרף
!!!BREAKING
באבוב וועט עפענען א נייע מילך קאמפאני. עס וועט הייסן "קי מציון"... (אויב ס'איז נאך דא דארט וועם אויסצומעלקן...) לכאורה וועט עס זיין 'טריפל פילטערט' כדאי עס זאל זיין פונעם "ריינע ראסע"... אפשר גאר וועט מורינו זיין בעל מכשיר...
ונראה מה יהיה אם חלובותיו...

מ'קען צולייגען, קי מציון, תצא תורא, ודו"ק

אבגד » מאנטאג יוני 17, 2013 10:35 pm

· #125655
ווען דער סקווערע רבי איז די ערשטע מאל געקומען צו די 5 טאונס איז געקומען צו לויפן א איד אז ער האט עפעס זייער וויכטיג דורכצורעדן מיטן רבין, די גבאים האבן געמיינט מסתמא וויל ער אויסצאלן די ביהמ״ד אדער אויסהאלטן די כולל וכדו׳, האט מען אים אין איילעניש אריינגעלאזט צום רבי׳ן,
האט ער געזאגט אזוי פאר׳ן רבי׳ן: די מילך איז גאנץ גוט, אבער די ארענדזש דזשוס וואלט געדארפט זיין אביסל מער זיסער.....

אני מת לחיות » דינסטאג יוני 18, 2013 2:36 pm

· #125904
ראש עירית ניו יורק רצה לבנות גשר חדש, הזמין אליו קבלנים להצעות מחיר.
מגיע קבלן כושי נותן הצעה של מיליון דולר. שואל אותו ראש העיר איך הגעת לזה. אמר: שליש חומר, שליש פועלים השאר רווח. - שלח אותו..
הגיע קבלן איטלקי נתן הצעה של 2 מיליון דולר. שאל אותו: איך הגעת לזה? אמר לו: שליש חומר, שליש פועלים, השאר רווח.. - שלח אותו.
הגיע קבלן יהודי נתן לו הצעה 3 מיליון דולר. שאל אותו ראש העיר: איך הגעת לסכום הזה? אתה הכי יקר!!
ענה לו: מיליון בשבילך, מיליון בשבילי, ומיליון לקבלן הכושי שיעשה את העבודה..


קפ. בחדרי חרדים

טשולענט » דינסטאג יוני 18, 2013 8:01 pm

· #126045
אריין קומענדיג אינעם רעסטוראנט האט ער געלאזט צוריפן צו זיך איינע פון די סערווירער און איהם געזאגט; אויב וועסטו מיר גוט צושטעלן וועל איך דיר געבן א גוטן "טיפ".

נאכן איהם אהערשטעלן מכל טוב וטוב רופט ער זיך אן צום סערווירער; דא האסטו א גוטן "טיפ" פארן לעבן: "זאלסט קיינמאל נישט טראסטן עמיצן וואס דו קענסט נישט".

אבגד » פרייטאג יוני 21, 2013 10:43 am

· #127020
אני מת לחיות
ראש עירית ניו יורק רצה לבנות גשר חדש, הזמין אליו קבלנים להצעות מחיר.
מגיע קבלן כושי נותן הצעה של מיליון דולר. שואל אותו ראש העיר איך הגעת לזה. אמר: שליש חומר, שליש פועלים השאר רווח. - שלח אותו..
הגיע קבלן איטלקי נתן הצעה של 2 מיליון דולר. שאל אותו: איך הגעת לזה? אמר לו: שליש חומר, שליש פועלים, השאר רווח.. - שלח אותו.
הגיע קבלן יהודי נתן לו הצעה 3 מיליון דולר. שאל אותו ראש העיר: איך הגעת לסכום הזה? אתה הכי יקר!!
ענה לו: מיליון בשבילך, מיליון בשבילי, ומיליון לקבלן הכושי שיעשה את העבודה..


קפ. בחדרי חרדים

יישר כח פארן טרענסלעטן משגיח׳ס דיבורים
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/121657">viewtopic.php?p=121657#p121657</a><!-- l -->

אבגד » פרייטאג יוני 21, 2013 2:03 pm

· #127082
פארוואס הייסט דאס באשעפעניש ״מויקאש״ מיט די נאמען ״סקווירל״?
ווייל עס איז קליין קעפיג מיט א גרויסע שוואנץ!

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 2:04 pm

· #127084
חחחחח, דאס א גוטס, נאך קיינמאל נישט געהערט!

אבגד » פרייטאג יוני 21, 2013 2:10 pm

· #127088
שעם דיך נישט געב א לייק!!!!

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 2:11 pm

· #127090
אקעי געגעבן, יעצט לאמיך זעהן ווי דו הערסט אויף מיט די בושה 😉

אבגד » מוצ"ש יוני 22, 2013 11:48 pm

· #127169
זר זהב
אקעי געגעבן, יעצט לאמיך זעהן ווי דו הערסט אויף מיט די בושה 😉

הה״ד לייק לי ואלייק לך

אבגד » זונטאג יוני 23, 2013 9:23 am

· #127232
עס איז געווען אמאל א גראבע מגושם׳דיגער איד קוים געקענט א׳ ב׳ האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער, אפאר דאלער האט ער געהאט, איז ער געגאנגען צו א ישיבה און געזאגט פאר דער ראש ישיבה אז ער דארף די בעסטע בחור, האט ער אים צוגעוויזן, האט ער געזאגט אז ער וועט שוין פארהערן די בחור, אזוי האט ער געטוהן ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום בחור, אינצווישן פרעגט ער אים, צו ער וויל חתונה האבן פ׳ מטות? זאגט אים דער בחור, יא! פארוואס נישט, - האט דער איד געזאגט, ניין נישט דיך וויל איך, דו ביזט נישט פאר מיר.

איז ער צוריקגעגאנגען צום ראש ישיבה אז ער זאל אים געבן א בעסערע בחור ווייל די פריערדיגע איז נישט פאר אים, האט ער אים אנגעוויזן אויף א צווייטען בחור, האט זיך איבערגעשפילט די זעלבע, ער האט גערעדט מיט אים, און אינצווישן פרעגט ער אים צו ער וויל חתונה האבן פ׳ מטות, ענטפערט אים דער בחור, יא! פארוואס נישט, - האט אים דער איד ווייטער פארשיקט.

ווען ער איז צוריקגעקומען דאס דריטע מאל צום ראש ישיבה, האט דער ראש ישיבה פארשטאנען אז ער זוכט איינער זיינס גלייכען, איז געווען דארט אין ישיבה א בחור א גראביאן א גרויסע מן הארץ ער פלעגט דארט ארויס העלפן אין ישיבה, א פויעריש קינד פון די דארף ג. עכ״פ האט דער ראש ישיבה אים אנגעוויזן, האט דער איד גערעדט מיט אים, און אינצווישן פרעגט ער אים דאס זעלבע צו ער וויל חתונה האבן פ׳ מטות, האט זיך דע בחור צופייערט מיט עקסטאז און געשריגען, ניין! ניין! פ׳ מטות וועל איך נישט חתונה האבן!!! בשום אין פנים ואופן!!!

פיין! דער שידוך איז געשלאסן!

איז דער ראש ישיבה געווען נייגעריג פארוואס ער האט גע׳פסל׳ט די פריערדיגע בחורים, האט ער אים געפרעגט, האט ער גע׳ענטפערט אז די בחורים זענען גרויסע עמי הארצים, איך האב זיי געפרעגט צו זיי ווילן חתונה האבן פ׳ מטות, זיי ווייסן נישט אז פ׳ מטות איז אין די 3 וואכען און מען מאכט נישט חתונה?

האט מען געפרעגט דער דריטע בחור פארוואס ער האט נישט געוואלט חתונה האבן פ׳ מטות, האט ער געענטפערט:

עסט ווייסט ווער דער מטות איז? ער דערגייט מיר שוין די יארן פון אלץ קינד, מיין טאטע אין דארף פלעגט ער אוועקנעמען זיין פרנסה, ווען עס איז געווען א פערד צו קויפען פלעגט ער אויס אויסכאפען וכהנה וכהנה, און עסט ווילטס איך זאל חתונה האבן פ׳ מטות? נאך דאס זאל איך אים טוהן?....

gehlungen » זונטאג יוני 23, 2013 9:46 am

· #127237
זר זהב
חחחחח, דאס א גוטס, נאך קיינמאל נישט געהערט!

L o L

בדחן » מיטוואך יוני 26, 2013 11:41 pm

· #128430
משגיח
די מעיאר פון ניו יארק האט געוואלט בויען א בריק. ער האט באשטעלט ביי קאנטרעקטארס פראפאוזעלס.
קומט א שווארצע קאנטראקטאר, און גיבט א מיליאן דאללער פראפאוזעל. פרעגט איהם די מעיאר, וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי די נאמבער. זאגט דער שווארצער: א דריטל מאטריאל, א דריטל ארבייטערס, און די איבעריגע איז פראפיט. - האט ער איהם פארשיקט
קומט דער איטאליענער און פראפאוזט צוויי מילאן. פרעגט די מעיאר וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי אזא נאמבערס. זאגט ער: דריטל מאטריאל, דריטל ארבייטערס, און דאס איבעריגע איז רווח. - האט ער איהם פארשיקט.
קומט דער אידישע קאנטראקטער און גיבט א פראפאוזעל פון דריי מיליאן. פרעגט די מעיאר וויאזוי ביזטו אנגעקומען צי אזא נאמבער. דו ביזט די טייערסטע. ענפערט די אידעלע: א מיליאן פאר דיר, א מיליאן פאר מיר און א מיליאן פאר די שווארצער זאל מאכן די ארבעט..


עס איז דא אזא פאלקס מעשה, דער רוסישער פרעזידענט איז געווען אין פוילן אויף א וויזיט, וועלענדיג אויסרימען פוילען און זייער פרעזידענט האט דער רוסישער געפרעגט צו עס איז אמת וואס ער האט געהערט אז דער פוילישער פרעזידענט האט לעצעטענס באשטעטיגט און געבויט א ריזיגע פובליק בריק פאר פינף ביליאן דאלער? און ער האט געבעטן אז ער זאל אים עס ווייזען, דער פוילישער האט געענפערט אז עס איז אמת, און אים צוגעריפען צו א פענסטער און געוויזן פון דעווייטענס דעם בריק - א קליין שמאל קורץ שוואכע בריק, דער רוסישער עפענט אויף צוויי אויגן און פרעגט.. דאס האט געקאסט אזויפיל געלט? דער אנדערער ענפערט מיט א בלעכענעם פנים יא..! אזויפיל האט עס געקאסט, דער רוסישער האט פארשטאנען דעם רמז און ער האט תיכף ומיד איינגעלאדענט אז דער פוילישער פרעזידענט זאל קימען קיין רוסלאנד א יאר ארום און ער גייט אים ווייזען וואס פארא מעכטיגע בריק מען קען בויען מיט אזויפיל געלט,

א יאר ארום דער פוילישער פרעזידענט קומט קיין רוסלאנד און ער קוים דערווארטען צו זען דעם נייעם מעכטיגען בריק, דער רוסישער פרעזידענט האט געהאלטן ווארט און צוגעריפן דעם פוילישען צו א פענסטער און געוויזען פון דערווייטענס דעם בריק.. דער פוילישער פרעזידענט עפענט צוויי אויגן און זאגט.. דאס איז דאך א פיסטער וואלד? איך זע דאך נישט קיין שום בריק? דער רוסישער פרעזידענט ענפערט מיט א בלעכענעם פנים.. יא..! אזויפיל האט עס געקאסט...

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:37 am

· #128442
מרגלא דפימא פון מיין מלמד: איך וועל דיר געבן אזא פראסק וואס זייט די פראסקעס האבען געפראסקעט איז נאך נישט אפגעפראקעט געווארן אזא פראסק!!! 

טשולענט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:50 am

· #128454
דער שדכן האט אנגעטראגן פאר ר' חנוך'ס א טאכטער זייער א פיינעם בחור, נו, גייט ער אריין צום ראש ישיבה און ער זאגט אז ער הערט אז דער בחור איז א באמבע פון א בחור, ער וויל וויסן וואס ער זאגט אויף איהם.

ענטפערט איהם דער ראש ישיבה; א באמבע פון א בחור ווייס איך נישט צו ער איז, אבער א פארדעכטיגט פעקל איז ער זיכער.

קאמענטירער » פרייטאג יוני 28, 2013 3:06 pm

· #128918
כהאב געטראפן א שלל פון וויצן אבער סאיז אין עברית כ׳זאל עס אזוי אריבער ברענגען אין שטיבל?

יין שרף » פרייטאג יוני 28, 2013 3:14 pm

· #128920
פאנג אן, וועט מען זעהן צו אונזער היימישע סאטמאר'ע וועלן פארשטיין....

קאמענטירער » פרייטאג יוני 28, 2013 3:49 pm

· #128931
שתי שכינות נפגשות בחדר המדריגות: ״הו, גברת כהן, טוב שאני נפגשת אותך הלילה חלמתי עלייך חלום!״
״באמת, איזה חלום?״

״חלמתי שקנית לי שרשרת זהב, וגברת לוי קנתה לי צמיד יהלומים!״
״מה? אה, כן... אה... אבל את יודעת ... המציאות הפוכה מן החלומות...״
״נהדר! ובכן - קני לי את צמיד יהלומים, וגברת לוי תקנה לי את שרשרת הזהב!״

לאליפאפ » פרייטאג יוני 28, 2013 3:54 pm

· #128932
איך פארשטיי אבער איך כאפ נישט די גוטסקייט פונעם דזשאוק

טריי נאך איינס

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 3:56 pm

· #128933
לאהש

קאמענטירער » פרייטאג יוני 28, 2013 4:09 pm

· #128935
מה עשית בשעה האחרונה? שאל אדון את משרתו
״עשיתי סדר במרתף״ משיב המשרת ״היה שם יין ישן מאוד, מלפני כמה עשרות שנים, ואני שפכתי לביוב!
מה??? קורא האדון ופניו מחווירות והולכת
״אין לך מה לדאוג״ מחייך המשרת בגאווה ״שמרתי הזכוכית, כעת תוכל לקבל עבור כל אחד מהם עשרים וחמש אגורות כפדיון״

קאמענטירער » פרייטאג יוני 28, 2013 4:11 pm

· #128937
תחילה מדפיס.
אחר כך מפסיד.
ולבסוף מספיד.

באונית מסחר איטלקית משוחחים שני ימאים ישראליים: ״טאטא את התא!״
אומר אחד. טיטאתי את התא, טאטא את התא!״ אומר השני.
שמע זאת ימאי איטלקי ואמר לחברו: לא ידעתי שהעברית דומה לטאטארית!

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 4:13 pm

· #128939
לאהש

סאשי פיש » פרייטאג יוני 28, 2013 6:33 pm

· #128968
זר זהב
לאהש

@זר זהב וואס מיינט דאס?

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 6:35 pm

· #128970
לצחוק את התחת שלי

אין ענגליש LMAO

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 28, 2013 7:53 pm

· #128999
קאמענטירער, אפשר שיקסטו מיר א לינק אהין... אזוי וועל איך קענען שמייכלען און א צו.. אן הערה'לעך פון זר זהב..

אבזערווירער » זונטאג יוני 30, 2013 3:57 pm

· #129372
לייצעם זאגן אז דער עוילעם דרייט זיך מיט פילע הערצער. ווייל אין די קליינע העמעד טעשעלע שהוא נגד הלב איז צוזאמען געפאשט 2 סמארטפאנען איינס איז א געפילטערטע.. ..

דענקער » זונטאג יוני 30, 2013 4:11 pm

· #129379
קאמענטירער
מרגלא דפימא פון מיין מלמד: איך וועל דיר געבן אזא פראסק וואס זייט די פראסקעס האבען געפראסקעט איז נאך נישט אפגעפראקעט געווארן אזא פראסק!!! 

ביי מיין מלמד איז דאס געווען מרגלא בידיה, שוין גארנישט בפומיה.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 11:13 am

· #129661
די וואך גייט כמעט נישט רעגענען, חוץ זונטאג מאנטאג דינסטאג מיטוואך דאנערשטיג און פרייטאג...

קרעקער » מאנטאג יולי 1, 2013 2:12 pm

· #129736
מיין ווייב הערט כסדר טעיפס פון חינוך שיעורים און איך בין קיל אין דע ענין
דעם שבת האב איך געלערענט מנחת חינוך
ווען מיין ווייב האט אראפגערוימט פון טיש און געזעהן די ספר האט זי זיך זייער געפרייד אז איך לערען ענדליך א ספר פון חינוך

גלות יוד » מאנטאג יולי 1, 2013 3:45 pm

· #129784
פנחס איז געווען א גוטע שוחט ער האט גיט דורכגעשניטן ביידע סימנים אויף איין מאל

gehlungen » מאנטאג יולי 1, 2013 6:32 pm

· #129865
זר זהב
לצחוק את התחת שלי

אין ענגליש LMAO

L O L

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 6:00 pm

· #130215
gehlungen

L O L

L O L

לעמיל » דינסטאג יולי 2, 2013 6:04 pm

· #130216
געפילטע 👍 ביסט פיין

האלאנד » מיטוואך יולי 3, 2013 8:08 pm

· #130556
the boss
One day a man goes to a pet shop to buy a parrot. The assistant takes the man to the parrot section and asks the man to choose one. The man asks, "How much is the yellow one?" The assistant says: "$2,000
The man is shocked and asks the assistant why it's so expensive. The assistant explains, ''This parrot is a very special one. He knows typewriting and can type really fast
"What about the green one?" the man asks. The assistant says, "He costs $5,000 because he knows typewriting and can answer incoming telephone calls and takes notes
"What about the red one?" the man asks. The assistant says, "That one's $10,000." The man says, "What does HE do?" The assistant says, "I don't know, but the other two call him boss

האלאנד » מיטוואך יולי 3, 2013 9:25 pm

· #130568
א קאנסראקשען ווארקער האט ארפגעזויגן זיין אויער מיט א לעקטעריק זעעג. האט ער אראפגעשריגן פין אויבען צו אדורך גייער האסטו געזען אן אויער דארט. די די מענטש .הייבט אויף אן אויער אין פרעגט אים איז דעס דיינס. ניין ענטפערט די קאנסראקשען ארבייטער מיינס האט א פענסיל בהיינד איט...

אבגד » מיטוואך יולי 3, 2013 9:58 pm

· #130570
דאס דערמאנט די מעשה פון יהושע בהמה ראפשיצער רב׳ס גבאי,
עס איז אמאל געקומען א פרוי נאך א היתר עגונה, און זי האט געברענגט עדים אז איר מאן איז געשטארבען, כדי אויסצופרעגן האט מען געפרעגט די פרוי צו זי האט א סימן אויף איר מאן, האט זי גע׳ענטפערט אז יא, ער פלעגט אלץ קעקעצן..
האבן אלע געלאכט, אויך יהושע בהמה,
האט ראפשיצער געפרעגט פארוואס לאכסטו
האט יהושע בהמה געענטפערט: א שיינע סימן, נאר איר מאן האט קעקעצט, אסאך קעקעצן..

petergrifin » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:08 am

· #130611
1. A fat man walked in to a clothing store on 13th Ave and asked " what do you have for a man my size ?" the salesman said " rachmunis !"

2. In 20-30 years, the hardest things our kids will have to do will be finding a user name that hasn't already been taken....

3. Teacher: What are people of Turkey called? Student: i don't know. Teacher: They are called Turks. Now What are people of Germany called? Student: Germs...

4. Wife: I have a headache! Husband: Sad, Because I wanted to take you to the mall 2day. Wife: I was just kidding.. Husband: Me too

5. I bet the best place to hide a dead body is on page 2 of Google's search results..

6. Why is it that one stupid match can start a wildfire and it takes a whole box to start a camp fire?

7. Why does the sound of the recliner opening always remind my wife the trash needs taking out?

8. Now-days, Avrohom wouldn't have been accepted in a Yeshiva because he is a son of Terach, but Yishmoel would, cause he is Avrohom's son...

9. Walking down the street, I saw 6 men attacking my shvigger. My wife asked me, "won't you go help ?" I said, "nah, 6 is enough."

10. TOP 5 Lies People say 1 I'm fine 2 I'll call you back 3 I'm on my way 4 I never Got your text 5 I am looking for parking

11. Kid asking mother: what d u say when the guest comes? Mom: Burich Ha'bu. Kid: & what d u say when he doesn't come? Mom: Burich Ha'shem

12. Someone came collecting for an old age home, I donated my grandmother...

13. The only thing men clean at their home is the browser history....

14. Kinder Shpiel is coming out with silly bands with shapes of Rebbe's its going to be called "Silly Rebbe's"...

15. Funniest Contradicting Words 1. Clearly misunderstood 2. Small crowd 3. Act naturally 4. Found missing 5. Fully empty 6. Happily married

16. A teacher asked her 6th grade class how many of them were Obama fans.

Not really knowing what an Obama fan is, but wanting to be liked by the teacher, all the kids raised their hands except for Little Johnny. The teacher asked Little Johnny why he has decided to be different.... again.

Little Johnny said, "Because I'm not an Obama fan."

The teacher asked, "Why aren't you a fan of Obama?" Johnny said, "Because I'm a Republican."

The teacher asked him why he's a Republican. Little Johnny answered, "Well, my Mom's a Republican and my Dad's a Republican, so I'm a Republican."

Annoyed by this answer, the teacher asked, "If your mom were a moron and your dad were an idiot, what would that make you?"

With a big smile, Little Johnny replied,

"That would make me an Obama fan

18. Nobody's perfect, I'm Nobody

19. Fwd: A Chasid came onto a bus with his 10 kids. Driver asks: "Why didn't you leave half of them home?" Chasid: I did!

20. Bumped into an old friend today and he wasn't a bit happy about it. We were both driving our cars at the time....

25. I'm in shape. Round is a shape.

אבזערווירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 10:15 am

· #130693
איך האב באמערקט לעצטענס אז א רענצל קומט מיט אן השגחה צעטיל ארויפגעהאנגען פון די לופט ליניעס אז ס'איז כשר, מען דארף דאס מעלדן פאר די מישקאלצער השגחה זיי זאלן איבערנעמען די השגחה ס'זאל זיין היימיש, די דזאמבא ריזיגע רענצליך וואס קומט אן קיין השגחה צעטיל איז טאקע אסאך אסאך ביליגער

אבזערווירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 10:17 am

· #130695
און באמת דארף א רענציל האבן א גרויס השגחה צו ס'איז נישט ערגיץ אריינגענייט פון די יאפענעזער סחורה.....

יואב » מיטוואך יולי 10, 2013 10:54 pm

· #132479
זאגט מיר א אינגערמאן ער דאווענט יעדן טאג שחרית פון הודו, ביז פינעף צו אכט.

רעדנדיג פון שחרית האב איך געזען א וויץ אויף די מעסעדשינג גרופעס. א פרוי האט זיך אויפגעשטעלט פון שבעה, האט זי געזאגט איר מאן, צוויי זאכן האב איך זיך געלערנט. איינס אז שחרית נעמט נישט קיין פופצן מינוט, און צווייטענס אז מעריב נעמט נישט א שעה און א דריי א פערטל.

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 10:55 pm

· #132480
ווען שטעלט זיך יענעמס מנין?

יין שרף » מיטוואך יולי 10, 2013 11:01 pm

· #132482
מסתם 6:30...

boxcover » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:06 am

· #132575
א יוד קומט אריין צום רבי'ן אז ער מוז זיין אויף די אינטערנעט לצורך פרנסה, בקיצור ער האט נישט קיין ברירה.
"וואס הייסט דו מוזט? פארוואס האסטו נישט קיין ברירה?", פרעגט די רבי.
"איך האב אן עמעזאן סטאר אויף די אינטערנעט", זאגט דער איד מיט א געמאכטע זעלבס-זיכערקייט.
"נו", זאגט דער רבי שליט"א, "איז דאך נישט קיין פראבלעם, פארדעם דארף מען דאך נישט אנקומען צו די טריפה'נע אינטערנעט. קענסט פונקט אזוי עפענען א עמעזאן סטאר אויף ליע עוועניו, און דער אויבישטער וועט דיר שיקן הצלחה."

גאלד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:24 pm

· #132646
א מוסד פרעגט איינע פון די עלטערן,
"איר האט אינטערנעט ביי אייער דשאב"
ענטפערט דער פאטער,
"אינטערנעט האב איך, א דשאב האב איך נישט"

סאשי פיש » מאנטאג יולי 22, 2013 3:50 pm

· #135269
Us: The Royal Baby was born in England this afternoon, weighing 8 pounds... or 5 dollars

למדן » מיטוואך יולי 24, 2013 1:56 pm

· #135912
If a man said he'll fix it there's no need to remind him every six months

קרעמער1 » מיטוואך יולי 24, 2013 7:13 pm

· #135974
צוויי דייטשן זיצן און רימען זיך און רעכענען אויס די לענדער וועלכע זיי
האבן אלץ איינגענומען.

א יוד, וועלכע זיצט דארט דערנעבן, גיבט זיך א מיש אריין און פרעגט:
א מיתה משונה האט איר שוין איינגענומען?

איילט זיך איינער פון זיי צו ענטפערן:
נו, אויב מיר האבן שוין אזויפיל איינגענומען, וועלן מיר דאס אויך אייננעמען!

(גענומען מיט רשות פון "אויף די בערג")

גיבור » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:01 pm

· #136263
נעכטן וועלנדיג ארויסברענגען די דיסקרימנאציע קעגן די אראבער אין ארץ ישראל און ווי זיי קענען נישט טרעפען קיין דשאבס האט די אראבישע חבר הכנסת אחמד טיבי פארציילט א דשאוק אין כנסת :

איינמאל האט א אראבער מיטן נאמען מוכאמעד זיך געלערנט רואה חשבון (בוקקיפפינג) אזוי זיכנדיג א דשאב זעהט ער א מודעה א קאמפאני אין תל אביב זוכט א רואה חשבון ער קומט אהין און טרעפט א הערליכע בילדינג ער גייט אריין און פרעגט די באלעבאס משה אויב ער קען דא ארבעטן ער ווייזט זיינע פאפירן
זאגט עם משה די באלעבאס נא פראבלעם ער נעמט עם אריין אין א הערליכע אפיס שיינע פורניטשער נייע קאמפיוטער און זאגט עם דא וועט זיין דיין אפיס די אראבער גלייבט נישט וואס ער זעהט אזוי האלט ער אינמיטן באטראכטן די אפיס זאגט עם משה קום ארויף צום צוויייטן שטאק ער נעמט עם אריין אין א הערליכע ריזיגע כמו דייניג רום קאוטשעס און א הערליכן נוף א קאך פיל מיט עסן און טרינקן ווען די ווילסט זיך אפרוען אינמיטן טאג קענסטו דא ארויפקומען און פארברענגן די אראבער עפענט א פאר אויגן זאגט עם משה קום אראפ אונטן צום גאראדזש ער ווייזט עם א נייע טייערע קאר פון די טייערסטע מאדעלן מיט אלע פיטשעווקעס דארפסט דאך קומען און גיין סא ווען די ברויכסט א קאר קענסטו דאס ניצן
די אראבער האט אנגהויבן חושד זיין אז עפעס איז פישי געט ער עם א פרעג : זאג נאר צו מאכסטו חוזק פון מיר ?
ענטפערט עם די יוד : יא אבער דו האסט אנגעהויבן !

petergrifin » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:38 pm

· #137796
📎 IMG-20130710-WA0004.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78