☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 13, 2015 7:56 am

· #274644
א בני יואל'ער יונגל איז געווען מיט זיין טאטע ביים הדלקה אין ק"י. די יונגל פרעגט זיין טאטע: ווער איז די מענטש וואס צינט אן די פייער? ענטפערט די טאטע: ער איז די הויפט פון מצילי אש

petergrifin » מיטוואך מאי 13, 2015 10:40 am

· #274674
Re: מילתא דבדיחותא
נאך אזעלכע קללות פיל איך אויך אסאך בעסער.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 13, 2015 10:45 am

· #274677
.

אויסגערוט » מיטוואך מאי 13, 2015 11:44 am

· #274702
Re: מילתא דבדיחותא
He's back

אפטעמיסט » מיטוואך מאי 13, 2015 11:55 am

· #274704
איך שטארב פאר געלעכטער 😂 😂 😂 פילן! פילן! ווער האט פילן?!

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 1:01 pm

· #275066
זיצט זיך א אידל אויפ'ן טרעין און אקעיגן איהם אויף די אנדערע באנק זיצט א פרוי אנגעטוהן זייער נישט צניעות'דיג. בעסער געזאגט מער אויסגעטוהן ווי אנגעטוהן.

און דער איד קוקט און קוקט און איעדער פאר מינוט גיבט ער א שפיי און זאגט פוי! און דאס גייט אזוי אן פאר א גוטע האלבע שעה. דער איד קוקט און קוקט און איעדער פאר מינוט גיבט ער א שפיי און זאגט פוי!

נאך א האלבע שעה גייט זי צו צו איהם און פרעגט איהם זאג נאר, אויב דו קוקסט פארוואס שפייסטו, און אויב דו שפייסט און זאגסט פוי פארוואס קוקסטו?

זאגט ער, איך קוק ווייל איך האב זייער ליב וואס איך זעה אבער איך שפיי און שריי פוי ווייל איך דערמאן זיך ווי אזוי מיין אייגענע ווייב זעהט אויס.

צוקלאפטע הושענא » דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:26 pm

· #275084
אפטעמיסט
איך שטארב פאר געלעכטער 😂 😂 😂 פילן! פילן! ווער האט פילן?!

געוואלדיג » זונטאג מאי 17, 2015 2:58 am

· #275736
א איד וואס איז געווען אין א"י אויף ל"ג בעומר פארציילט מיר אז ערש"ק שפעט נאכן זמן זעהט ער א גרופע בחורים שטייען אין לאבי פון האטעל ביים פאבליק פאון און יאגן אונטער א טעקסי דרייווער זאל זיי שוין קומען נעמען, גייט ער צו און ער פרעגט זיי, וואו אהין ווילן ענק גיין יעצט? האבן זיי איהם גענטפערט צום כותל, פרעגט ער זיי עס איז דאך שוין אזוי שפעט? איז דער ענטפער געקומען, דו ווייסט דען נישט אז ביי אונז אין סאטמאר האט מען נישט מקפיד געווען אויף די שקיעה...

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 4:30 pm

· #276360
מען לאזט מעלדן פון דער אמשינוב'ר רבי אז די סעודה וואס ער האט געמאכט ה' אייר איז נישט געוועהן לכ' די צוינים נאר עס איז געוועהן דער טיש פון אחרון של פסח

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 19, 2015 10:24 am

· #276654
השגחה פרטית

זיצט זיך א אידל אויף א עראפלאן און צוויי מינוט פאר די עראפלאן הייבט זיך דערמאנט ער זיך אז ער זיצט לעבן א פרוי. שטעלט ער זיך אויף און פאנגט אן צו שרייען און פארפירן.
מען שטעלט אפ דעם עראפלאן און מען פאנגט זיך אן בעטן מיט גוטן און שיינעם, און עס העלפט נישט. מען רופט אויס "ווער וויל זיך טוישן די זיץ"? און קיינער וויל נישט.
מען פאנגט איהם אן צו שטראשען און האלט זיך ביי זיינס. ער וויל א נייעם זיץ אדער וויל ער אראפ גיין פון עראפלאן.

דער עראפלאן פארט צוריק צום טערמינאל אין ער נעמט צוזאם זיינע זאכען און פאנגט אן אראפ צו גיין.

ממש פאר די טיהר איז געזיצען אן אלטער איד, נישט א פרומער און ווי ער גייט אדורך שטעלט ער איהם אפ און זאגט איהם דו קענסט זיצען איך וויל טישען מיט דיר.

פרעגט ער איהם, פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט?

זאגט איהם דער אלטער... איך ווייס וואס גייט געשעהן, דו גייסט אראפ גיין פון עראפלאן און דער עראפלאן גייט קראכען און נאך דעם גייסטו זאגען "השגחה פרטית" דו זעסט? איך בין נישט געזיצען לעבן א פרוי און איך בין געבליבן לעבן. ניין ר' איד, אויב דער עראפלאן קראכט, קומסטו מיט!

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 19, 2015 10:33 am

· #276658
berlbalaguleh
ציבעלע קוגל (אדער זיין אוואטאר.)...ייש"כ פאר ברענגען די מעשה מיט דעם געשמד'טן איד. נאר איך האב עס געהערט אויף א ביסל אן אנדערן נוסח.


מסתמא ביזטו א איד.

איך האב אמאהל געהערט אז איינס פון די וועגן צו זעהן ווער איז א איד איז מען זאגט א דז'אק.

דער איד וועט נישט לאכען נאר ער וועט טוען 3 זאכן.

ערשט זאגט ער, איך האב עס שוין געהערט,
און דו זאגסט עס נישט גוט.

און ער זאגט איהם דער דז'אק ווי אזוי עס דארף גיין.

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 11:16 am

· #276680
א גוי ווייסט ניטאמאל וואס א ציבעלע קיגל איז...

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:23 am

· #276689
שיק איהם קיין סקווער, דארט וועט ער באקומען א שטיקעל, אויב ער טוט זיך אן א הוט מיט א געלע טלית קטן און שאקעלט זיך ביים טיש.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 11:03 pm

· #277538
די מחלוקת אין סאטמאר, נע מ'האט שוין געהערט אזאנס. אין באבוב, אויך, כבר היה לעולמים. אבער ווארטס נאר ווארטס וואס וועט זיך טון אין ליבאוויטש ווען ער וועט שטארבן.

איך אויך » פרייטאג מאי 22, 2015 1:30 am

· #277922
This one is older than you and me.

איך אויך » מאנטאג מאי 25, 2015 10:37 pm

· #278054
גוט גוט.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 26, 2015 9:22 pm

· #278333
[ציטאט אראפגענומען]

שאלעם לעכעם, אנאנים. זענען זע פערצופאל נישט עפעס ע שטיקל קאארעב מיט מיר...? איך וואלט זעהר שטארק געוועלט וויסן...שטאמען זע עפשער נישט פון אויוואראש...? ביטע ענטפערן זע מער ווי פריער, ווייל עך בין זעהר נייגעריג...שקויעך...קעסענעם סעיפען...!

הרב_שלום » דינסטאג מאי 26, 2015 10:07 pm

· #278343
א קינד האט אמאל געזאגט פאר זיין טאטע ער זאל שרייבן די מצוה צעטיל אויף א ענוועלאופ, ווייל ער זעהט ווען איינער געט א ענוועלאופ לייגט ער עס אריין אין טאש און ווען מ'געט א פלענע צעטיל ווארפט ער עס אריין אין גארביטש

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 10:39 pm

· #278347
איך אויך
This one is older than you and me.


ר' איך אויך

כ'האב אויך געטראכט די זעלבע אבער כ'האב פארשטאנען אז קיינער וועט נישט קלוגער ווערן אויב כ'על מודיע זיין אז איך האב שוין געהערט די וויץ לאנג צוריק. פון די אנדערע זייט, טאמער ווילסטי דער עולם זאל שרייבן, דאן זאלסטי אדער קאמפלימענטן (לייק בלע"ז) אדער שווייגן. פארשטייט זיך אז טאמער האסטי עפעס זאכליך צוצולייגן, ווילן מיר הערן. אבער סתם צו פליקן, האט קיין שום תועלת

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 1:23 am

· #278382
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: איך האב אייביג ליעב געהאט צו ליינען דעם פסוק אויף די בעגס פון די קוקיס. שטייצעך, אויסער'ן גוטן טעם פון די קוקיס אליינס... 😂

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 27, 2015 8:38 pm

· #278612
וואס טוהט מען אויב מען גייט אין מקוה און איינער גנב'ט דיינע קליידער?

מען דעקט צו דער פנים מיט דער האנטוך און מען לופט אהיים...

petergrifin » דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:21 am

· #278657
Re: מילתא דבדיחותא

שמעון וואלף » זונטאג מאי 31, 2015 9:13 am

· #279230
[ציטאט אראפגענומען]


קוקט אויס ביסט נאכנישט באקאנט מיט אונזער בעל עגלה און זיינע תגובות. ס'אשאט צו פראבירן טרעפן די המשך ווייל ער שרייבט מענין לענין שלא באותו ענין על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. די עיקר איז אז זאלסטיך נישט שפירן שלעכט טאמער פארשטייסט נישט וואס ער וויל. סוד ד' ליראיו

petergrifin » זונטאג מאי 31, 2015 10:01 am

· #279235
Re: מילתא דבדיחותא
גוגל Peter Griffin און דו זאג מיך אויב מען דארף עפעס צולייגן.

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 10:03 am

· #280138
גוט גוט
אבער מער עס איך נישט קיין ניסעלעך 😂

וויל קענען » מיטוואך יוני 3, 2015 10:11 am

· #280140
Re: מילתא דבדיחותא
יענער פויגעל
גוט גוט
אבער מער עס איך נישט קיין ניסעלעך [emoji38]

אההה! די ביסט געווען די מאנסי באס דרייווער דעמאלטס זאגן נאר איז עס געווען אנאנים אדער נישט

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 3, 2015 10:55 am

· #280164
[ציטאט אראפגענומען]


באמת איז קרית יואל בגימטריא עושה שלום חושבנא דידן כחושבנא דידן.

אבער אין תורה איז דאס מרומז אין פסוק דער וואך אין די פרשת, פרשת בהעלותך (במדבר יא א):
ויהי העם כמתאננים רע באזני ה' וישמע ה' ויחר אפו ותבער-בם אש ה' ותאכל בקצה המחנה.
ויהי העם כמתאננים בגימטריא קרית יואל.

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 11:02 am

· #280168
וויל קענען
יענער פויגעל
גוט גוט
אבער מער עס איך נישט קיין ניסעלעך [emoji38]

אההה! די ביסט געווען די מאנסי באס דרייווער דעמאלטס זאגן נאר איז עס געווען אנאנים אדער נישט

זיכער איז עס געווען אים. ער הייסט דאך באטשי. ניין?

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 3, 2015 12:59 pm

· #280194
.
📎 IMG-20150603-WA0001.jpg

שמעון וואלף » זונטאג יוני 7, 2015 12:34 am

· #281018
א משולח אין ביהמ"ד זאגט מיט התפעלות:

אמעריקא איז א גאלדענע לאנד. טאמער פאלט איינער אין גאס און ציברעכט א האנט, קען מען פיילן א לאוסועט און מאכן $100,000. טאמער ציברעכט מען א פיס, קען מען מאכן $500,000. און אז די באשעפער העלפט און מ'ציברעכט זיך די קאפ, קען מען גאר ווערן א מיליאנער!

לך לך » דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:23 pm

· #282086
[ציטאט אראפגענומען]
האהאהאאאאאאאא................

לולב » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:13 pm

· #282156
א איד איז אמאל צוגעגאנגען צו א חבר זיינע אין ער גיט אים א זאג
מזל טוב !!! איך הער האסט געוואונען א מיליאן דאלער....

ענטפערט אים יענער.
נישט איינס. נאר צוויי...
נישט איך. מיין ברידער ....
נישט געוואונען. פארלוירן...!!

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:22 pm

· #282177
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/279565">viewtopic.php?p=279565#p279565</a><!-- l -->

lazar » זונטאג יוני 14, 2015 12:38 am

· #282412
פארוואס איז דא מחלוקת'ן און קריגערייען אין אלע רבי'שע הויפן?

ווייל רבי איז אותיות ריב!

קאמענטירער » פרייטאג יוני 19, 2015 11:47 am

· #283791
א ירושלימער יונגערמאן איז אהיימגעקומען פון כולל מיט שרעקליכע נייעס: די אראבער סטראשענען אז איינס אזייגער ביינאכט גייען זיי שיסען טילים״
זייגער12:55 איז ער אויפגעשטאנען צוזאמען מיט זיין ווייב אין אריינגעלאפען און שוץ צימער מיט די פארשלאפענע קינדער, די מוסקולען שטייף, די אטעם איינגעהאלטען, די אויגען אויפן זייגער, סגייט אדורך איין מינוט נאכען צווייטען, סאיז שוין פינעף מינוט נאך איינס אבער לא דובים ולא יער מהערט נישט קיין פייף און נישט גארנישט,און די נערווען ווערט מער און מער אנגעצויגען געבט זיך דער יונגערמאן א שריי: אזעלעכע אומענטשען ווי לאנג גייען זיי אונז לאזען ווארטען?....

BAL TSHIVA » מוצ"ש יוני 20, 2015 10:32 pm

· #283916
True Story:
A landlord called his tenant to דין תורה
Both of them r from d same chasidus,
D tenant was schlepping around,so d landlord went to complain to the Rabbi that his tenant doesn't wanna come to בית דין.
So d rabbi called d tenant & asked him y he doesn't go to דין תורה,
So he answered " I'm looking for a בית דין where d דיינים are tenants so they should understand me better,and I can't find !!
נישט דא ווער זאל לאכען

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 23, 2015 1:38 am

· #284505
היינט זאגט מיר איינער: דו ווייסט, כ'מיין אז די גויים (...) זענען אפשר גערעכט.

גויים?

יא, ווייסט דאך, די אפיקורסים.

איי, 600,000 ביי מתן תורה, פרעגט ער צו זיך אליין, נעה...

און ווער האט באשאפן די וועלט - ציה איך ווייטער דעם שמועס, ספק בשאלה ספק בניחותא.

די וועלט? זאגט יענער, וועמען גייט עס אהן...

ונזכרתי, רא"ז מרגליות איז געווען ביים מונקאטש'ער שליט"א און געמאכט עטיפת הטלית כמנהג העולם צודעקענדיג די אויגן, פרעגט איהם דער רבי, דער זיידע טענה'עט דאך אז ווען דאס וואלט געווען עטיפת הישמעאלים וואלטן זיי געפאלן בבורות שיחין ומערות, וענה, נו, זאלן זיי פאלן...

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 24, 2015 12:33 am

· #284801
א איד דערציילט אז ער איז געווען ביי מכון יוחסין נאכצופארשן זיין יוחס און ס'האט אים געקאסט הונדרעט צוואנציג טויזענט דאללער!

הונדרעט צוואנציג טויזענט?! פרעג איך אים.

יא, זאגט ער. צוואנציג טויזענט פאר די פארש ארבעט און נאך הונדרעט טויזענט אז זיי זאלן נישט דערציילן וואס זיי האבן אלס געטראפן.

וכדומה.. » פרייטאג יוני 26, 2015 8:02 pm

· #285479
. דעי שבת הייסט

״שבת חרטה״

ווער ס׳איז אין שטאט האט חרטה פארוואס ער איניש געגאנגען אין קאנטרי, ווער ס׳איז האלב אויסגעפאקט אין א שימעלדיגע באנגעלוי שרייט ״8 אלפים פאר אזא משוגעת???״

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 29, 2015 10:55 pm

· #286124
שוין אפשר אביסול שפעט, אבער כ'האב עס לעצטענס געהערט, וויל איך עס מיטטיילן דא.

מ'זאגט אז פאר דעם האט דער איד נישט געשריבן אויפ'ן בעל שבט הלוי "פוסק הדור", ווייל זיי האבן נישט געוואלט טשעפענען מיט ר' משה שטערנבוך

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 30, 2015 10:09 pm

· #286354
א איד האט געבארגט צעהן טויזנט דאלער, עס קומט צו באצאהלן און ער האט נישט.

אפשר קענסטו מיר עס מוחל זיין?

מוחל זיין? צעהן טויזנט דאלער?

נעה, נישט אויף איין מאהל, צוביסלעך...

היסטאריקער » מיטוואך יולי 1, 2015 1:15 pm

· #286485
ערליכע יודן פארפירן אז מ' טאר נישט ציווארפן ר' עזריאל גליק'ס הויז
 אלץ צוואת ר׳ יהודה החסיד אז מען טאר נישט ציווארפן א בעקעריי

ציבעלע-קיגל » זונטאג יולי 5, 2015 7:31 pm

· #287216
אן עלטערע איד קומט צום דאקטער ווייל ער קאן נישט הערען. זאגט איהם דער דאקטער אז עס איז יעצט נישט לאנג ערפינדען געווארען א נייע סארט הערינג עיד מאשינדעל וואס איז מוראדיג קליין און מיט דעם וועט ער קענען הערען 100 פראצענט.

נאך א חודש קומט ער צוריק צום דאקטער פאר א באזוך. און דער דאקטער פרעגט איהם... נו? דיין משפחה מוז זיין זייער צופרידן פון דיין קענען הערען.

זאגט ער ניין זיי ווייסען נישט... איך האב זיי גארנישט געזאגט, איך זיץ און הער זיך צו וואס זיי רעדען און איך האב שוין געטוישט מיין צוואה 5 מאהל.

ציבעלע-קיגל » זונטאג יולי 5, 2015 7:38 pm

· #287217
א אידל וואס איז געוועהן אין קאנטרי האט געכאפט א שפאציר שבת נאכמיטאג אין וואלד און פלוצלינג באמערקט ער ווי א גרויסען בער לויפט איהם נאך.

ער פאנגט אן צו שרייען... אוי באשעפער ראטעוועט... מאך דעם בער א עהרליכע איד.

און דעם מינוט ממש אפאר פיס פון איהם שטעלעט זיך אפ דער בער. אזוי ווי ער כאפט זיך דעם אטעם הערט ער ווי דער בער זאגט...

הריני אוכל, לא להנאת גופי ח"ו... ברוך אתה השם...

שמעון וואלף » זונטאג יולי 5, 2015 11:23 pm

· #287264
איינער טרעפט זיין חבר וואקן מיט א צעריסענע שירעם. מיכל, ס'רעגנט דאך וואס דרייסטי דיך ארום מיט א צעריסענע שירעם?
מיכל: איך גיי עס נאר אויפטוישן אין בית מדרש.

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 8, 2015 12:40 pm

· #288099
ק/פ
בשעה שהגיעו המזרחיסטים להקב"ה לקבל את התורה, זעקו החרדים ואמרו: מה למזרחיסט בינינו?

אמר להם הקב"ה: לקבל תורה הוא בא.

אמרו לו רבני בני ברק: חמדה גנוזה יש לך מששת ימי בראשית ואתה מבקש ליתנה למזרחיסט? מה מזרחניק כי תזכרנו, ומה כיפה סרוגה כי תפקדנו! תנה הודך בישיבת פוניבז', יח"ל ורחמיסטריווקא!

אמר להם: תורה זו מה כתיב בה: ששת ימים תעבוד ובשביעי תשבות - כלום מלאכה אתם עושים?

שוב מה כתיב בה: שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור... לא תחסום שור בדישו - כלום חקלאות יש בכם, כלום שוורים יש לכם?

עוד מה כתיב בה: והיה כי תבואו אל הארץ - כלום ציונות יש לכם? וכי ביישוב הארץ אתם עוסקים?

והיה כי תצא למלחמה - כלום לצבא אתם יוצאים?

לא תנאף, לא תחמוד אשת רעך - כלום רעים יש ביניכם? כלום נשי ריעיכם יושבות לצידכם? כלום יצר הרע יש בקרבכם?

מיד הודו ונשתתקו, וניתנה התורה למיזרחיסטים!

הייסע קאווע » מוצ"ש יולי 11, 2015 6:11 pm

· #288729
א יונגער לאיער האט זיך געענט א אפיס, געדונגען א צימער'ל ערגעץ ווי און געווארט אויף קונדן, נאך א שטיק צייט זעט ער איינעם אנקומען, נו, מען דארף זיך מאכן וויכטיג, נעמט ער דעם טעלעפון און רעדט אריין: יא איך הער, ס'וועט קאסטן 20,000$ , איך וועל רעדן מיט הויפט שופט, איך קען איהם גוט, וואס? ניין נישט ווייניגער ווי פיציג אלפים, אזוי איז דאס. פון די זייט באטראכט ער דעם נייעם קונד וואס קוקט אויף איהם מיט צושפראלטע אויגן, ער ענדיגט שמועסן: אוקי נאך צווי טעג וועט זיין תשובה מיט גוטע נייעס, פארלאז זיך אויף מיר מיט מיינע קאנעקשן, גרייט נאר צו 20,000$. ער ענדיגט צו רעדן, שרייבט אפ לאנגע זאכן אויף לאנגע גליונות, ענדליך ווענדט ער זיך צום נייעם קליענט: וועלכע פרשה האט דיך געברענגט צו מיר ?? דער קליענט קוקט איהם אן: קיין שום פרשה, איך בין פון די טעלעפאן קאמפעני, איך בין געקומען צו אריינבויען דיין טעלעפאן ליין…

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2015 12:04 am

· #288747
שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער. נאר איך האב איין קשיא. ווי קומט צו א סאקמערע חסיד ווי דו אפילו אויפצוברענגען במחשבה אז דער אייבישטער האט געגעבן די תורה פאר די מזרחי'סטן...?... 😂 🙄

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 15, 2015 11:28 pm

· #289611
<a class="postlink" href="http://t.co/AaqsmlAuZj">http://t.co/AaqsmlAuZj</a>

פישערער רבי » דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:12 pm

· #289718
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער. נאר איך האב איין קשיא. ווי קומט צו א סאקמערע חסיד ווי דו אפילו אויפצוברענגען במחשבה אז דער אייבישטער האט געגעבן די תורה פאר די מזרחי'סטן...?... 😂 🙄

וואס פארשטייסטו נישט מ'מיינט בעיקר דער סוף.....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78