☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 10:38 am

· #3730
Re: מילתא דבדיחותא
א ראי' פון פסוק צו שיטת דר. עקטין, וואס רופט זיך עקטינ'ס דייעט - צו עסן בלויז פעטס, ווייל ס'שטייט "כחש בשרי משמן", דהיינו מיין פלייש איז געווארן מאגער דורך פעטס.

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 10:39 am

· #3731
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס האט מען קודם באשאפן דעם מאן, און פון אים געמאכט א פרוי, פארוואס נישט פארקערט, זאל מען קודם באשאפן די פרוי און פון איר מאכן דעם מאן?

דער תירוץ איז...

ווייל א פרוי קען שוין קיין מענטש נישט ווערן...

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 10:41 am

· #3733
Re: מילתא דבדיחותא
מיין שכן זאגט מיר אויף א געוויסען מגיד אז ער איז א "וועלטס רעדנער".
"ער רעדט אין דער וועלט אריין"...

שרייבער » מאנטאג אפריל 2, 2012 12:38 pm

· #3762
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי
נאך א מעשה מיט די זעלבע צוויי בחורים, היות דער תמים איז געווען א גראבאטש כנ"ל, האט אים דער לץ אויפגעקלערט אז ער איז שוואנגער און דאס איז די סיבה פון זיין גראבקייט, און ער האט אים נאך צוגעגעבן אז ער איז שוין אין די ניינטע חודש, און ער וועט מוזן אהיים פארן האבן צו האבן דאס קינד.

דער תמים האט זיך דערשראקן, און ער איז אריין צום ראש ישיבה זאגן אז ער מוז אהיים פארן... דער ראש ישיבה פרעגט אים וואס גייט פאר? אבער ער האט נישט געוואלט געהעריג ענטפערן. אבער דער ראש ישיבה האט אים גאר שטארק דערקוטשעט אז ער מוז דערציילן, ביז דער בחור האט זיך צוגעבויגן און געזאגט שטילערהייט אז ער איז אין "לעיבער" און ער גייט יעצט אהיים אריינצופארן אין שפיטאל, און ער האפט צו ברענגען פארן ר"י גוטע נייעס בקרוב.

דער ר"י האט זיך מורא'דיג צובייזערט, און ער האט אים געפרעגט ווער איז דער בחור וואס האט אים דאס איינגערעדט? ער האט אים געזאגט פארשטייט זיך, און דער ר"י איז צוגעגאנגען צום לץ און אראפגעלאזט א קלינגעדיגן פראסק אין פרצוף.

די מעשה איז א אמת'ע מעשה וואס איך האב געהערט, ס'איז געווען פאר די קריג, ביידע האבן געוואוינט דא אין וומסב"ג נאך די קריג, איך זאג נישט קיין נעמען מפני כבודם, אבער דער ראש ישיבה איז געווען רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע

קרעמער1 » דינסטאג אפריל 3, 2012 5:31 pm

· #3924
Re: מילתא דבדיחותא
נו, רבי: פארוואס אין משך פון טויזנט יאר מזרח-אייראפע איז געווען נאר איין גאון, דער ווילנער גאון.
און איצט דא אין אמעריקע איז יעדער רב א גאון?

"אינפלאציע!" האט געענטפערט דער אלטער מתנגדישער רב.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 4, 2012 10:43 am

· #4003
Re: מילתא דבדיחותא
וויאזוי זעהט מען ארויס גינגרידזש פונעם פארמעסט? מען זאל אים צווינגען חתונה צו האבן מיט די פריימעריס וועט ער עס שנעל איבערלאזן...

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 2:31 pm

· #4095
Re: מילתא דבדיחותא
"אביסל מצות" קאסט "א באנטש חלות"...

שמואל הלוי » פרייטאג אפריל 6, 2012 9:59 am

· #4143
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס דארף מען קודם דאווענען און נאכדעם ערלעדיגן אלעס וואס מ'האט צו ערלעדיגן? כדי מען זאל זיך דערמאנען ביי שמו"ע פונקטליך וואס מען האט אלס צו טוהן.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 10, 2012 9:23 pm

· #4326
Re: מילתא דבדיחותא
מ'האט אמאל געפרעגט א ביזנעס מאן, וויאזוי גייט עס מיט פרנסה?
פונקט ווי ספירה...
וואס הייסט?
מ'ציילט און מ'ציילט און מ'זעהט נישט קיין סענט...

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 10, 2012 9:26 pm

· #4327
Re: מילתא דבדיחותא
מוצאי יו"ט ראשון [ב' לעומר] האט דער בעל תפלה ביי מעריב געוואלט צושיקן א צווייטן צו ספירת העומר, פרעגט אים יענער: "וואס איז דיין פראבלעם? דו קענסט נישט קיין צוויי ציילן?"

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 10, 2012 10:31 pm

· #4334
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס איז נישט אסור צו גיין אין שויער אום ספירה פונקט ווי די 9 טעג?

כדי מען זאל מעגן מאכן א ברכה על ספירת העומר...

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 11, 2012 5:10 pm

· #4382
Re: מילתא דבדיחותא
א איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער איד" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 6:51 pm

· #4697
Re: מילתא דבדיחותא
סוף ברכת המזון האט עמעצער א ברים געגעבן "נער הייתי"... דער שכן זיינער וואס האט נאך געהאלטען מער ביים אנהייב בענטשען, האט צוריק געברומט "אנחנו מודים לך"...

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 6:53 pm

· #4698
Re: מילתא דבדיחותא
א מוהל האט זיך אמאל אינמיטן א ברית מילה פארקוקט צום עזרת נשים, שרייט די רב: "לברית הבט, ואל תפן ליצר".

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 6:57 pm

· #4699
Re: מילתא דבדיחותא
א איזרעלי האט געשנארט פון עמעצן א ציגארעטל, באקומענדיג די ציגאר האט ער זיך פארענטפערט אז רייכערן האט ער שוין געסטאפט אבער פון שנארן קען ער זיך נאך נישט אפגעוואוינען...

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 6:58 pm

· #4701
Re: מילתא דבדיחותא
א איד וואס איז געווען קליין און גראב האט געזאגט אז דאס איז ווייל ער עסט שטענדיג low-fat קיכן...

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 7:20 pm

· #4707
Re: מילתא דבדיחותא
אנהייב דאווענען ביי מה טובו זאגט מען אלעס א לשון יחיד, ואני תפלתי לך - איינער אליין...
שפעטער ביי ידיד נפש - שוין דא א נאך עפעס א ידיד...
נאך שפעטער ביי ברוך שאמר והיה העולם - אה ס'שוין דא עפעס א שטיקל עולם...
טיף אינמיטן דאווענען ביי ובמקהלות... רבבות עמך ישראל - פשיהא ס'איז שוין דא רבבות ישראל...

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 12:39 am

· #8369
Re: מילתא דבדיחותא
א איד האט געש'נדר'ט $100 ביים אפיעל אין ביהמ"ד פאר א געוויסע צוועק. נאך שבת ווען די גבאי צדקה זענען געקומען אפנעמען דאס געלט האט ער געגעבן בלויז $1, זאגענדיג: ס'שטייט דאך "דין פרוטה כדין מאה"...

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 12:42 pm

· #8462
Re: מילתא דבדיחותא
FUN PRANK: Give a blind man a handgun and tell him, "This is a great hair dryer!"

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 12:44 pm

· #8465
Re: מילתא דבדיחותא
Unfortunately putting a bow on your head does not make you gifted.

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 12:46 pm

· #8468
Re: מילתא דבדיחותא
Never let any Disease or Medical Procedure scare you. That's what the Bill is for.

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 12:47 pm

· #8469
Re: מילתא דבדיחותא
הרב רוקח, אויב ס'איז אייך נישט שווער שרייבט עס אויף אידיש, ס'וועט זיך ליינען סאך בא'טעמ'טער.

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 12:51 pm

· #8475
Re: מילתא דבדיחותא
ווען איך שרייב פון קאמפיוטער קען איך עס איבערטייטשן אויף אידיש, אבער ווען איך שרייב פון מיין פאון איזעס אסאך שווערער ווי מאכן קאפי פעיסט פון טוויטער.

gehlungen » זונטאג אפריל 29, 2012 3:38 pm

· #8548
Re: מילתא דבדיחותא
How come every single license has a expiration date except for marriage license ?? Cause nobody would renew it

NAVY SEAL » זונטאג אפריל 29, 2012 5:58 pm

· #8618
Re: מילתא דבדיחותא
א מאן און ווייב האבן געהאט שלום בית פראבלעמען אבער די מאן האט איר נישט געוואלט געבן קיין גט האט די פרוי באשלאסן צו זאגן פרק שירה אפשר וועט עס העלפן,ויהי היום די פרוי האלט אינמיטן זאגן פרק שירה און איר מאן קאלט אריין און זי האט נישט געוואלט אויסרעדן האט זי באשלאסן אויפצוהייבן די טעלעפאן און אריין זאגן ווי זי האלט און ער וועט פארשטיין אז זי קען נישט אויסרעדן זי הייבט אויף די טעלעפאון און זאגט נו נו כלב מה הוא אומר...... און ער נעמט זיך שרייען וואס? דו רופסט מיך א כלב און ער האט אראפגעהאקט די טעלעפאון און אפאר טעג שפעטער האט ער איר געגעבן א גט

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 7:43 pm

· #8667
Re: מילתא דבדיחותא
לויט ר' חיים לייב כ"ץ מעגן נאר די מענער טראגן!

ר' חיים לייב האלט אז די איינציגסטע וועג א בוני עולם קאפל מעג טראגן, איז מיט די בארא פארקער עירוב!

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 29, 2012 8:49 pm

· #8711
Re: מילתא דבדיחותא
NAVY SEAL
א מאן און ווייב האבן געהאט שלום בית פראבלעמען אבער די מאן האט איר נישט געוואלט געבן קיין גט האט די פרוי באשלאסן צו זאגן פרק שירה אפשר וועט עס העלפן,ויהי היום די פרוי האלט אינמיטן זאגן פרק שירה און איר מאן קאלט אריין און זי האט נישט געוואלט אויסרעדן האט זי באשלאסן אויפצוהייבן די טעלעפאן און אריין זאגן ווי זי האלט און ער וועט פארשטיין אז זי קען נישט אויסרעדן זי הייבט אויף די טעלעפאון און זאגט נו נו כלב מה הוא אומר...... און ער נעמט זיך שרייען וואס? דו רופסט מיך א כלב און ער האט אראפגעהאקט די טעלעפאון און אפאר טעג שפעטער האט ער איר געגעבן א גט


...אוןן די פרוי האט זיך אנגערופן: היינט איז די פערציגסטע טאג"!...

מומחה » זונטאג אפריל 29, 2012 10:34 pm

· #8734
Re: מילתא דבדיחותא
דיזע ווערטל קען נאר געזאגט ווערן אויף די ענגלישע שפראכע, ואתכם הסליחה.

.There was once a young man who, in his youth, professed his desire to become a great writer

"!When asked to define "great" he said, "I want to write stuff that the whole world will read, stuff that people will react to on a truly emotional level, stuff that will make them scream, cry, howl in pain and anger

.He now works for Microsoft, writing error messages

הערשל » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:31 pm

· #8872
Re: מילתא דבדיחותא
א ווערטל בשייכות מיט קאווע...

א קארגער האט קיינמאל נישט א גוטע קאווע. אינדערהיים נוצט ער צו ווייניג קאפי, און אין שול נוצט ער צופיל...

א איד » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:40 pm

· #8925
Re: מילתא דבדיחותא
ר' אביגדור מיללער האט געזאגט אמאל
אויב זעהסטו א סיין SAVE 50%
גיי ווייטער וועסטו זיך סעיוון נאך פופציג פראצענט

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 1, 2012 6:47 pm

· #9234
Re: מילתא דבדיחותא
א משגיח האט אמאל גזאגט אויף א בחור: ער איז "א מעביר יום ומביא לילה" פירט דורך דעם טאג, און פארברענגט די נאכט.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 1, 2012 6:48 pm

· #9235
Re: מילתא דבדיחותא
א טויבער האט געהערט
ווי א שטומער האט דערציילט
אז א בלינדער האט געזען
ווי א הינקעדיגער לויפט
און רייסט די האר פון א מענטש מיט א קרחת

gehlungen » דינסטאג מאי 1, 2012 7:30 pm

· #9240
Re: מילתא דבדיחותא
There was a wife that went to the ruv complaining that she wants a get. When the ruv asked her why? She answered cause he doesn't talk to me one word. So the ruv said this doesn't make sense. In shul your husband doesn't stop talking. I wanna talk to him. When the husband came to the ruv. The ruv asked what's going on your wife claims you don't talk to her. So the husband answered she shouldn't complain cause I never interrupted her when she talks 😂

משה געציל » פרייטאג מאי 4, 2012 3:04 pm

· #9957
Re: מילתא דבדיחותא
NAVY SEAL
א מאן און ווייב האבן געהאט שלום בית פראבלעמען אבער די מאן האט איר נישט געוואלט געבן קיין גט האט די פרוי באשלאסן צו זאגן פרק שירה אפשר וועט עס העלפן,ויהי היום די פרוי האלט אינמיטן זאגן פרק שירה און איר מאן קאלט אריין און זי האט נישט געוואלט אויסרעדן האט זי באשלאסן אויפצוהייבן די טעלעפאן און אריין זאגן ווי זי האלט און ער וועט פארשטיין אז זי קען נישט אויסרעדן זי הייבט אויף די טעלעפאון און זאגט נו נו כלב מה הוא אומר...... און ער נעמט זיך שרייען וואס? דו רופסט מיך א כלב און ער האט אראפגעהאקט די טעלעפאון און אפאר טעג שפעטער האט ער איר געגעבן א גט

איך האפ זי האט מפרסם געווען "אמרתי פרק שירה ותיכף נושעתי"...

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 7, 2012 11:21 pm

· #10549
[ציטאט אראפגענומען]


דאס איז שוין אביסל Too Much... ליצנות פון די תוה"ק...

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 8, 2012 10:26 am

· #10575
(קרעדיט MSP פון איי וועלט)
געווען אמאל א חזן וואס האט נישט אזוי געקענט... האט ער אמאהל ביי מוסף זיך געגארגעלט א לאנגע צייט אויף "ואין אנחנו יכולים"...
גייט צו א פיקח און זאגט אים: "אויב דו ווייסט אז דו קענסט נישט, טא פארוואס גייסטו צו?"...

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 8, 2012 10:50 am

· #10577
אצינד א אייגנס (כל הזכיות שמורות ©).

געווען אמאל א מענטש וואס האט גאר אסאך געגעסן, ממש שלא כדרך הטבע, און פארשטייט זיך אז ס'איז געווען "נודע כי באו בקרבינה", דען ער איז געווען גאר א ברייטע דיקע הויכע געבוי אזש ס'האט געווארפן א שרעק צו קוקן אויף אים, ווי אויך האט ער זיך קוים געקענט רירן ווי פארשטענדליך, און נאר ווען עס האט גאר שטארק אויסגעפעלט האט ער מיט גרויס קישוי און אנשטרעגונג מטלטל געווען דאס גוף זיינער.

ווען ער איז אוועק פון די וועלט האט מען אים אזוי מספיד געווען: ער איז געווען א גאר 'גרויסער' מענטש, צו יעדע זאך האט ער געהאט א 'ברייטע' צוגאנג, ער פלעגט גאר אסאך פאסטן מעס לעס (מעת לעת), און ווען ער האט שוין יא געגעסן איז די 'עסן און טרינקען געווען שלא כדרך אנושי', ער האט זיך נישט גערירט קיין אבר אן א כוונה - יעדעס ריר איז געווען פאר א סיבה, ער איז געווען אין פארשידענע הינזיכטן א 'יחיד בדורו שאין כדוגמתו', און איז געווען 'שקול כאלף איש', ס'איז א ריכטיגע אבידה וואס איז שווער ממלא צו זיין...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:11 pm

· #11200
א חסיד'ישע באשוי...
BOY: Firstance, I want to antshuldig myself that I can't speak so good English, so you will forstand me if I throw in a couple of Yiddish words.

GIRL: Certainly that's perfectly understandable. I come from an exceedingly educated family and the company I keep is likewise, but I'm sure we'll hit it off right.

BOY: Oh... You have a factory, a company? What do you give out? Hitten?

GIRL: No, no, you didn't get me.

BOY: Why do you talk about a get? I think so this is only after the Chasanah for people who farshteinen dich nisht

GIRL: Uh hum, (pause) I see I will have to simplify my rhetoric in this conversation. I was talking about my circle of friends?

BOY: How can friends be in a shape like a circle? Oh oh, you mean like a square? I don't mind to move to Square, they are much more chassidish and farfrimt than me, but if you want I'd do for you anything. Nothing really goes me on? How long your father can hold us out? So that I can go on with my learning, that is the main?

GIRL: I just like to satisfy my curiosity, I have very much respect for Torah learning. I think the most esteemed, Oh I'm sorry I forgot you don't know the meaning of the word, I think the most respected people I know are in the Torah field, which means their life revolves around it. But did you ever take afternoon or evening classes, like going to school after yeshiva.


BOY: Oh, after school program? It's not for me, it's for little kids and it's very good because the little children go out from under their mother's feet, and you don't have to pay nothing, it's a voucher from the regeirong.

GIRL: Oh, do you keep up with the latest politics? What's your opinion about president Bush?

BOY: I really know nothing about poletic. But I remember somewhere in the behind of my mind, my teacher in the 5th grade, Mr. Anthony, talking about president Bush making a milchuma with Iraq, and now I hear he's fighting with Bin Ladin.

GIRL: So you don't have a college degree like I do. I graduated with a M.D. and a bachelor's degree.

BOY: You don't have to learn somebody how to be a bachelor. This is only for eltere buchurim that don't want to get married, or it doesn't make them a shidduch. But I don't want such a thing to happen to me, so I never applied for a bachelor's degree. You also said you got a M.D. in your school? By us we get once a year a P.T.A.

OK, I want to talk from something very important to my family. We have this minug from doires tzerik, and I don't want to step off from it. By my mother firt zich that after the chasanah you have to share off everything.


GIRL: Oh of course I couldn't agree with you more. I'm fully aware that what makes a harmonious couple is the caring and sharing they do for each others.

BOY: It's not important that you share for me. I can catch myself over to the barber or mikvah yid, but you must be completely shaven.

GIRL: Oh, that's what you mean, well I would never consider this shidduch only for a man clean shaven. I'm sure you are aware I come from a very sophisticated family and I am accustomed to a certain lifestyle.

BOY: I know that a shaitel has to have a certain style, but one thing you should know it can't chulilah be a custom style. This is oisderiklich oser min h'torah. Let's talk now from more interesting things.


GIRL: I was just going to elaborate on our way of life. My friends don't meet a boy in a house, like a sitting in. They usually go out on dates. It's much more casual and relaxing.

BOY: I'm sorry, I didn't know that you want to go out. It's not good to sit in and hold yourself in, of course if you eat dates you must go out and then you will feel much better and relaxed. You know I also need to use the men's room? please just make open the door. When we come back will continue with our talk...

מנשה לוסטיג » מיטוואך מאי 16, 2012 12:18 am

· #12515
סאקמארע שיטע
Harav Z. L. Fulop Shlit"a upon return to the US from Miron with his brother Menashe, he filled his landing card - as fallows:

Last Name: Fulop,
1st name: Zalmen,
S*x: every Friday night
Address; 170 wmsbg west,
City: Bklyn, State: NY,
Zip: Vegetable,
Country: Lapides....

His brother Harav Menasha sitting aside and smiling, ZL asked him: What's the Joke?
Menasha:U really think u're fooling them..?, they know u are going to Kollel Country...........

.

גדעון » מיטוואך מאי 16, 2012 12:23 am

· #12516
סקוויראאא קאפעידא

Harav david twersky Shlit"a upon return to the US from pressburg with his chusid Menashe, he filled his landing card - as fallows:

Last Name: twersky
1st name: god,
S*x: every Friday night
Address; 170 obama west,
City: Bklyn, old squre: NY,
Zip: salty,
Country: global ....

His chusid Harav Menasha sitting aside and smiling, david asked him: What's the Joke?
Menasha:U really think u're fooling them..?, they know u are going to shteivel Country...........

עסן עסט'זיך » מיטוואך מאי 16, 2012 12:36 am

· #12518
מיין מאמע פלעגט זאגן פאר אזאלכע צוויי טראבל מעיקערס, במליחת כבודכם גדעון און מנשה, גייט אריין אי א רום און פייטס ענק אויס, יא, כ' ווייס ער האט אנגעהויבן, אבער צוריקענטפערן די זעלבע קטנות איז נישט די סעלושאן...

מנשה לוסטיג » מיטוואך מאי 16, 2012 12:43 am

· #12521
א תמימותדיגער סאטמארער: כ'ווייס נישט ווער ס'האט געבויעט די כותל, אבער ער וועט פלאקערן אין גיהנום פארן אזוי מצער זיין די רעבע זעכיס לייני

גדעון » מיטוואך מאי 16, 2012 12:47 am

· #12523
עסן עסט'זיך
מיין מאמע פלעגט זאגן פאר אזאלכע צוויי טראבל מעיקערס, במליחת כבודכם גדעון און מנשה, גייט אריין אי א רום און פייטס ענק אויס, יא, כ' ווייס ער האט אנגעהויבן, אבער צוריקענטפערן די זעלבע קטנות איז נישט די סעלושאן...

איך האב אים בלויז געוואלט ווייזן אז פאר ער זעצט זיך אראפ אפטייפן א נערישע זשאוק אויף א מענטש וואס די גאנצע וויץ האט ניטאמאהל שיכות מיט אים, סתם ארויפגעקלעפט א נאמען אין די וועלט אריין, און ער געט עס נאך א נאמען סאטמארא שיטה, כ'מיין קאאם אן, - ס'קען גיין ביידע וועגן
סשטערט מיר נישט די וויץ, אבער וואס וואלט געווען די פראבלעם ווען ער שרייבט די זעלבע זשאוק בלויז איבער א חסידישע איד און אז ער וויל דוקא- א סאקמירע איז..
אביסל שכל, פליעז!

מנשה לוסטיג » מיטוואך מאי 16, 2012 1:15 am

· #12533
דע רעבע זעכיסע לייני האט געזאגט, שוין בעסער זיך ביקן צום ציילעם, ווי רעדן איין ווארט העברעיאיש.. און אז ער האט געזאגט האט ער געהאלטן דערביי..

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 10:25 am

· #12571
מנשה לוסטיג
א תמימותדיגער סאטמארער: כ'ווייס נישט ווער ס'האט געבויעט די כותל, אבער ער וועט פלאקערן אין גיהנום פארן אזוי מצער זיין די רעבע זעכיס לייני

מנשה לוסטיג
דע רעבע זעכיסע לייני האט געזאגט, שוין בעסער זיך ביקן צום ציילעם, ווי רעדן איין ווארט העברעיאיש.. און אז ער האט געזאגט האט ער געהאלטן דערביי..

דיסלייק

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 16, 2012 10:36 am

· #12574
מנשה'לע טייערע,

מה דעלך סני לחברך לא תעביד -

דו האסט נישט ליב ווען מען שימפט און מען מאכט חוזק פון דיין רבי'ן, ביטע טוה עס נישט פאר אנדערע אידן מיט זייער רבי'ן - אפגעזעהן צי דו ביסט גערעכט צי נישט.

מיט פארשטענדעניש,

הק' שמעקעדיג

מנשה לוסטיג » מיטוואך מאי 16, 2012 3:27 pm

· #12657
ס'איז א גרויסע חילוק, ווייל סקווער האט זיך א אייגענע נחלה אפגעהאנדעלט מיט בלוט און שווייס, און מיט אלעמען, איז נאך פארהאנען אזא מושג, אז מ'שרייעט אז סקווער האט נישט קיין רעכט צו פארסירן זייערע אייגענע תקנות.
סאטמאר האט כובש געווען מיט כח, אלעס און ארום, בעיקר וויליאמסבורג, פארטריבן די שענסטע און גרעסטע צדיקי הדור פון דארט, געפראסקעט און גע'רודפ'ט בגוף ובממון, און גענומען דעם נאמען ראשקעבעהאק.. יענעמס חסידות איז גארנישט, גאר נשתכח, מיין שיטה איז די שיטה פון גאט, און דו פרעגסט נאך וויאזוי מ'ערלויבט זיך חוזק מאכן? ס'איז דאך ליצנותא דעבודה זרה רעבע סכיסע גלייני!

אמת טאקע ס'נישט קיין ווערטל ס'איז א ביטערע וויי געשריי.. קול דמי אחיך צועקים! מיט וועלכע רעכט האט מען די פליטי חרב פארטריבן פון ווילי, פשוט ווייל מ'וויל מולך זיין אויף א פלאץ וואס איז קיינמאל נישט געווען זיינס.
אלע האבן גענומען דעם וואנדער שטעקן, און געגאנגען אין גלות ווידער, ווער קיין שיכון וויזניץ ווער קיין שיכון סקווער, ווער קיין קרית צאנז, און נאכאלץ נישט גענוג, קריכט מען זיי נאך אלץ אויף די נערווען און מ'שרייעט אויף זיי ווי אומער ווען אומער די ערגסטע וואס אויף א רשע בן רשע האט מען דורי דורות נישט גענוצט ביי כלל ישראל.

א איד » מיטוואך מאי 16, 2012 5:09 pm

· #12700
שמואל הלוי
מנשה לוסטיג
א תמימותדיגער סאטמארער: כ'ווייס נישט ווער ס'האט געבויעט די כותל, אבער ער וועט פלאקערן אין גיהנום פארן אזוי מצער זיין די רעבע זעכיס לייני

מנשה לוסטיג
דע רעבע זעכיסע לייני האט געזאגט, שוין בעסער זיך ביקן צום ציילעם, ווי רעדן איין ווארט העברעיאיש.. און אז ער האט געזאגט האט ער געהאלטן דערביי..

דיסלייק



גדעון
ער זעצט זיך אראפ אפטייפן א נערישע זשאוק אויף א מענטש וואס די גאנצע וויץ האט ניטאמאהל שיכות מיט אים, סתם ארויפגעקלעפט א נאמען אין די וועלט אריין, און ער געט עס נאך א נאמען סאטמארא שיטה, כ'מיין קאאם אן, - ס'קען גיין ביידע וועגן
סשטערט מיר נישט די וויץ, אבער וואס וואלט געווען די פראבלעם ווען ער שרייבט די זעלבע זשאוק בלויז איבער א חסידישע איד און אז ער וויל דוקא- א סאקמירע איז..
אביסל שכל, פליעז!

א איד » מיטוואך מאי 16, 2012 5:11 pm

· #12704
מנשה לוסטיג
ס'איז א גרויסע חילוק, ווייל סקווער האט זיך א אייגענע נחלה אפגעהאנדעלט מיט בלוט און שווייס, און מיט אלעמען, איז נאך פארהאנען אזא מושג, אז מ'שרייעט אז סקווער האט נישט קיין רעכט צו פארסירן זייערע אייגענע תקנות.
סאטמאר האט כובש געווען מיט כח, אלעס און ארום, בעיקר וויליאמסבורג, פארטריבן די שענסטע און גרעסטע צדיקי הדור פון דארט, געפראסקעט און גע'רודפ'ט בגוף ובממון, און גענומען דעם נאמען ראשקעבעהאק.. יענעמס חסידות איז גארנישט, גאר נשתכח, מיין שיטה איז די שיטה פון גאט, און דו פרעגסט נאך וויאזוי מ'ערלויבט זיך חוזק מאכן? ס'איז דאך ליצנותא דעבודה זרה רעבע סכיסע גלייני!

אמת טאקע ס'נישט קיין ווערטל ס'איז א ביטערע וויי געשריי.. קול דמי אחיך צועקים! מיט וועלכע רעכט האט מען די פליטי חרב פארטריבן פון ווילי, פשוט ווייל מ'וויל מולך זיין אויף א פלאץ וואס איז קיינמאל נישט געווען זיינס.
אלע האבן גענומען דעם וואנדער שטעקן, און געגאנגען אין גלות ווידער, ווער קיין שיכון וויזניץ ווער קיין שיכון סקווער, ווער קיין קרית צאנז, און נאכאלץ נישט גענוג, קריכט מען זיי נאך אלץ אויף די נערווען און מ'שרייעט אויף זיי ווי אומער ווען אומער די ערגסטע וואס אויף א רשע בן רשע האט מען דורי דורות נישט גענוצט ביי כלל ישראל.



מנשה שנייד די קרעפ

איך וויל נישט שרייבן וואס סקווער האט געטוהן

איך וויל נישט פארשמירן מיין רעפעטאציע ביז יעצט פון נישט שרייבן אויף קיין צווייטע חסידות

אבער עס איז נישט די ערשטע און נישט די צענטע מאל וואס דו רעגסט מיר אויף

סטאפ 😈 😈 😈 סטאפ 😈 😈 😈 סטאפ 😈 😈 😈

מנשה לוסטיג » מיטוואך מאי 16, 2012 8:06 pm

· #12759
נו כשם שמקבלין שכר על הדרישה מקבלין שכר על הפרישה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78