☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שרייבער » זונטאג מערץ 4, 2012 3:24 pm

· #448
מילתא דבדיחותא
יעצט איז אדר איז דא א אשכול פאר פורים

אבער לכאורה איז ראטזאם אז ס'זאל זיין א באזונדער אשכול פון "מילתא דבדיחותא" סתם גוטע ווערטלעך, א איד פאר די ארבעט זיך אביסל אויפפרישן די געמיט, זאל מען האבן ווי "נאך" אריינצוקוקן (ס'איז דאך שוין דא איינס...)

אלזא, געהערט היינט א גוט ווערטל, און ס'איז פאסיג יעצט ווען די גאס רודערט איבער א קאנטרעווערשעל קול קורא

ס'איז דא אזעלכע רבנים וואס לא שינו שמם לשונם מלבושם

איין זאך האבן זיי משנה געווען

די תורה!!!!!!!!!!!!

ס'איז טיף אבער ליידער אמת

Starbucks » דאנערשטאג מערץ 8, 2012 2:42 am

· #901
Re: מילתא דבדיחותא
א פייגל האט זיך באמאכט אויף א אינגערמאן. זאגט אים די פרוי, אוי א שאד כ'האב נישט קיין טישוס. וואס טויג דיר האבן טישוס, פרעגט דער מאן, דער פייגל קען שוין יעצט זיין אין קאנארסי.

אךשמח » זונטאג מערץ 18, 2012 2:01 am

· #1810
Re: מילתא דבדיחותא
באקומען א ביטע אויפן בב:

Everyday, thousands of innocent plants are killed by vegetarians.

Help end the violence... Eat a steak today!

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:41 am

· #2831
Re: מילתא דבדיחותא
ווי איז מרומז אין פסוק אז ווען מען לאכט דארף זיך דער גאנצער קערפער שאקלען און ציטערן?

ווייל ס'שטייט "וגילוי ברעדה".

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:58 am

· #2837
Re: מילתא דבדיחותא
והשתיה כדת אין אונס כי כן יסד המלך לעשות כרצון איש ואיש.

פארוואס שטייט לעשות כרצון איש ואיש? וואס וואלט שלעכט געווען אז ס'שטייט לעשות כרצון כל איש?

נאר באמת איז שווער א אנדערע קשיא, פארוואס טרינקט מען בראנפן אין איין אונציגע גלעזלעך? פארוואס נישט א גרויסע גלאז? נאר ווען מען טרינקט א אונס ווערט מען שוין א נייע מענטש, און דער נייע מענטש מוז דאך אויך טרינקען אביסל גיט מען נאך א אונס, און נאך א אונס, און אזוי ווייטער ביז מען ווערט אויס מענטש.

דאס איז פשט, והשתיה כדת "אין אונס", לכאורה פארוואס נאר איין אונס? אויף דעם איז די תירוץ לעשות כרצון "איש ואיש", ווייל ווי נאר מען טרינקט א אונס ווערט מען א נייע מענטש, און אזוי ווייטער.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:43 am

· #2848
Re: מילתא דבדיחותא
ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

---
א אנדערע גירסא, גז"ש חמשה עשר חמשה עשר, סיי פסח און סיי סוכות ווערט די שלאק פערטיג צום זמן.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:15 pm

· #2867
Re: מילתא דבדיחותא
א איד האט צאמגעראלט א גרויסע וואנט-לוח (קאלענדער) ווי א מגילה, און דערלאנגענדיג עס פאר זיין קאסטומער האט ער אריינגעשריגן דערין טו טו... האט זיך א דריטער איד - א צוקוקער - אנגערופן "היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה".

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:26 pm

· #2882
Re: מילתא דבדיחותא
איינער האט זיך אמאל אפגערעדט אויף זיין אלטע קאר אז אלעס פייפט, אויסער די פייפער.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:29 pm

· #2883
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישען א לענדלארד און א גרוש?

דער לענלארד ווארט אויפן ערשטן, און א גרוש ווארט אויפן צווייטן.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:34 pm

· #2914
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישן א ליטווישע חתונה און א חסידישע?

ביי א ליטווישע חתונה ווען עמעצער הייבט זיך אויף פון ארט אינמיטן עסן, אויב קומט ער צוריק פינף מינוט שפעטער, טרעפט ער מער נישט דעם פארציע. ווידער ביי א חסידישע חתונה אויב שטעלט מען זיך אויף אינמיטן עסן טרעפט מען פינף מינוט שפעטער א צווייטן איד איבער זיין פארציע...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:38 pm

· #2916
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישען א 18 יעריגע שחור און א 19 יעריגע שחור?

א שווארץ יאר!

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:43 pm

· #2918
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישן פסח'דיגע עסן און מן?

מן האט אלס אויסגעזעהן די זעלבע אבער די טעם אלס אנדערש, פסח'דיגע עסן זעהט אויס אנדערש, אבער האט אייביג די זעלבע טעם...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:44 pm

· #2919
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק פון א הייסע מקוה און א הייסע טשאלענט?

אין די מקוה קומט קודם די אוטש און נאכדעם די אההה
און ביי טשאלענט איז פארקערט, קודם קומט די אההה און נאכדעם די אוטש...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:45 pm

· #2920
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישן א כולל יונגערמאן און א קעמל?

דער קעמל קען ארבעטן דריי טעג אן טרינקען, און דער יונגערמאן קען טרינקען דריי טעג אן ארבעטן...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:51 pm

· #2923
Re: מילתא דבדיחותא
גרונם דער שנארער איז ארום געגאנגען בעטלען נאך געלט, שרייט אים אן דער גביר פון שטאט "גיי ארבעטן דו שנארער", רופט זיך אן גרונם "נו יעצט בין איך טאקע ביי די ארבעט".

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm

· #2931
Re: מילתא דבדיחותא
א פאליסמאן האט אפגעשטעלט א עלטערער מענטש צוליב וואס ער איז געפארן שנעלער ווי ערלויבט, און בעט אים גלייך ער זאל אים צייגן זיין לייסענס קארטל, ענטפערט דער אלטער מאן: "וויאזוי ווילט איר איך זאל דאס אייך ווייזן, הערשט נעכטן האט א אנדערער פאליציי מאן דאס צוגענומען פון מיר"...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:13 pm

· #2945
Re: מילתא דבדיחותא
א מזרחי'סט וואס איז געגאנגען מיט א געשטריקטע געלעכערטע קאפל, האט זיך אין א שיינעם טאג גענצליך ארונטערגענומען דאס קאפל פון קאפ, אויף די פראגע מה היום מיומים, האט ער געענטפערט: "די לעכער אינעם קאפל האבן זיך ארומגעקריגט עלי יניח צדיק את ראשו, ביז ס'איז געווארן איין גרויסע לאך"...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:36 pm

· #2960
Re: מילתא דבדיחותא
א פעשער מענטש האט זיך בארימט אז ער גייט אויף צוויי באזונדערע דייעטעס, אויף די פראגע איינס איז דיר נישט גענוג? האט ער געענטפערט "יא ווייל פון איינס בלייב איך נאך הונגעריג".

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:49 pm

· #2965
Re: מילתא דבדיחותא
ווייב: איך גלייך זייער צו גיין צום דענטיסט
מאן: פארוואס?
ווייב: ווייל דו הייסט מיר אלעמאל פארמאכען דאס מויל, און ער זאגט: "מאך עס אויף גרויס"...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:03 pm

· #2973
Re: מילתא דבדיחותא
רבנים גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט א איסור אויף די וומ"ס/ב"פ באס קאמפאני, צוליב דעם וואס מענער און פרויען טאנצן דארט אינאיינעם...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:12 pm

· #2979
Re: מילתא דבדיחותא
ארבעטער: "איך מעג ליינען די צייטונג אין די ארבעט שעות?"
בעה"ב: "זיכער! נאר מאך זיכער נישט אויסצולאזן די jobs אפטיילונג"...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:09 pm

· #3014
Re: מילתא דבדיחותא
עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?

קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:29 pm

· #3032
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי
עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?

אוודאי, מצווה גדולה להיות בשמחה.

קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:48 pm

· #3035
Re: מילתא דבדיחותא
ס'איז אמאל א רב מיט זיינע תלמידים געגאנגן שפאצירן ביים טייך, און דאן האט דער רב באמערקט ווי נשים וואשן זיך, האט ער זיך אנגערופן פאר זיינע תלמידים געבטס אכטונג נישט צו מסתכל זיין ווייל דער וואס איז מסתכל איז מסכן זיינע אויגן. האט איין תלמיד פארדעקט איין אויג און האט געזאגט: רבי, איין אויג קען איך באשטיין מסכן צו זיין...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:00 pm

· #3038
Re: מילתא דבדיחותא
עמעצער האט געהערט אין בית הכבוד פון א בית המדרש ווי א עלטערער איד זאגט אשר יצר הויך אויפן קול אין די נעקסטע שטיבל נעבן אים...

ארויסקומענדיג, גייט דער איד צו צום אלטן איד: ר' חיים, וואס עפעס זאגט איר די ברכה אשר יצר אינעווייניג אין ביהכ"ס? זאגט דער אלטער: "קוקט אהער, דא אויפן אשר יצר סיין שטייט: "א סגולה צו אריכות ימים צו זאגן די ברכה "אינווייניג"...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:28 pm

· #3047
Re: מילתא דבדיחותא
צוויי אידענעס זענען געקומען צום רב מיט א טענה: זיי ביידע ווילן האבן א געוויסן בחור אלס חתן פאר זייער טאכטער, איינע זאגט אז זי האט איהם ערשט געזעהן, און די צווייטע זאגט פונקט דאס זעלבע.

רופט זיך אן דער רב: "איך ווייס נישט ווער פון אייך איז גערעכט, דערפאר ברענגט א מעסער, און מ'זאל צושניידן דעם חתן אויף צוויי, און יעדערער פון אייך וועט נעמען א טייל".

די ערשטע פרוי זאגט: "ניין רבי! אויב דאס איז פארבינדן מיט שפיכות-דמים, דאן וויל איך דאס נישט האבן, און איך זאג זיך אפ פון דעם גאנצן ענין.

ווידער די צווייטע האט געזאגט: "רבי, אייערע רייד זענען וואונדערבאר און פיל מיט חכמה! שניידט דעם חתן אויף העלפט!

אה! זאגט דער רב, "זי איז די ריכטיגע שוויגער!".

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:04 pm

· #3057
Re: מילתא דבדיחותא
א יונגערמאן זייענדיג אין גראסערי האט זיך גענומען נאשן פון די טשאקאלאדן, ווען ער האט באמערקט ווי דער בעל הבית קוקט, זאגט ער: א"ה, וויפיל קאסט א בליטש?"...

זאגט אים דער בעל הבית: "דאס קומענדיגע מאל זאלסטו נאשן פון די בליטש און פרעגן אויף די טשאקאלאד"...

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:27 pm

· #3063
Re: מילתא דבדיחותא
ווען מען האט געפרעגט דעם שאפער (SHOFER) פון לעצטן ליובאוויטש'ער רבי'ן וויאזוי ער הייסט, זאגט ער: "שופר של משיח".

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:16 am

· #3068
Re: מילתא דבדיחותא
מ'האט געפינען א ליטווישן יונגערמאן זיך טובל'ען אין די כלים מקוה, אויף די פראגע וואס איז פשט פון זיך טובל'ען אין א כלים מקוה, זאגט דער ליטוואק: "דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט אז איך בין א כלי ממש"...

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:03 am

· #3096
Re: מילתא דבדיחותא
א קאצקער חסיד האט זיך איבער געקאצקעט אויף א קאצקע צוקער, און קאצקע רבי האט זיך געקאצקעט פאר געלעכטער...

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:04 am

· #3097
Re: מילתא דבדיחותא
בשם אב"ד יארמע שליט"א: "גייט מיך נישט אן ווי הייס די גיהנם וועט זיין, אבער יומיד זאל נישט זיין"...

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:44 am

· #3104
Re: מילתא דבדיחותא
א צעטל און א ביהמ"ד ליינט זיך וואו פאלגענד:

מודעה ואזהרה:

דאס סעלפאן אין ביהמ"ד ברויך זיין "ידמו כאבן" (silent), אין ערגסטענס פאל "יאחזמו רעד" (vibrate), און אויב וועט זיין "שמעו עמים" דאן אוי וועט זיין א "ירגזון", אזוי הויעך אז "חיל אחז יושבי פלשת", אפילו די פאליש זיצער'ס וועלן כאפן א ציטער!

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:55 am

· #3118
Re: מילתא דבדיחותא
משנכנס אדר מרבין בשמחה - משנכנס ניסן ממעטין בתחנון....

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:57 am

· #3119
Re: מילתא דבדיחותא
איך ווייס נישט פארוואס א W רופט זיך דאבל U, עס איז דאך א דאבל V?

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:03 pm

· #3123
Re: מילתא דבדיחותא
מאיר: ווי האלט דיין ווייב ביים פסח מאכן?
ברוך: אה זי האלט שוין לאנג ביי שפוך חמותך!

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:19 pm

· #3137
Re: מילתא דבדיחותא
א ארץ ישראל'דיגער איד האט מסביר געווען אז ער איז ממש געצווינגען צו גיין נאך געלט, זאגנדיג: "איך קען דאך נישט חתונה מאכן ווי א שנארער".

קרעמער1 » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:33 pm

· #3140
Re: מילתא דבדיחותא
פעסטער רבי שרייבט אויף טוויטער: אין די פעסטע מצה בעקערי באקט מען שוין היינט ׳ערב פסח מצות׳ ס׳זאל זיין גענוג פאר יעדן.

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:41 pm

· #3141
Re: מילתא דבדיחותא
אויב נאכן קריג וואלטן די זיידעס אנגעקומען קיין פלארידע, וואלטן מיר היינט געהאט ריזיגע קול קורא'ס וואס פארבאטן צו פארן קיין ניו יארק רח"ל...

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:42 pm

· #3142
Re: מילתא דבדיחותא
מיין חבר איז משוגע פרום, ער גייט הכנות ממש בעפאר יעדע אשר יצר...

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:53 pm

· #3146
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי
וואס איז די חילוק פון א הייסע מקוה און א הייסע טשאלענט?

אין די מקוה קומט קודם די אוטש און נאכדעם די אההה
און ביי טשאלענט איז פארקערט, קודם קומט די אההה און נאכדעם די אוטש...

ענליך צו דעם:
טשולענט איז ווי א קרעדיט קארד, האב הנאה יעצט און באצאהל שפעטער...

קול גדול » מיטוואך מערץ 28, 2012 5:03 pm

· #3339
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי
בשם אב"ד יארמע שליט"א: "גייט מיך נישט אן ווי הייס די גיהנם וועט זיין, אבער יומיד זאל נישט זיין"...

Go to Heaven for the climate, Hell for the company." Mark Twain"

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:13 pm

· #3459
Re: מילתא דבדיחותא
א עלטערער בחור האט זיך אפגערעדט: מיין שווער איז אזוי שטארק פאר די תקנות, אז ער וויל אפילו נישט מאכן קיין ווארט!

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:25 pm

· #3463
Re: מילתא דבדיחותא
איך האב געקויפט פאר מיין ווייב א סעלפאון, און זינט דאן איז עס אנגעשטעלט אויף ווייב-רעדט...

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:36 pm

· #3464
Re: מילתא דבדיחותא
אין א געוויסע ישיבה איז געווען א בחור הנקרא ראלי פאלי, דהיינו ארכו כרחבו, קליין און גראביש, וואס איז אין צוגאב אויך געווען א תם ומתמם עם תמימים, האט זיך אמאל פארגלוסט פאר א בחור צו טרייבן קאטאוועס פון אים, האט ער אים איינגערעדט אז ער קען מאכן מענטשן פאר א "רואה ואינו נראה"... דער תמים האט זיך צוגעכאפט דערצו און ער האט געוואלט ווערן אזא פאציענט, ס'איז דאך א מורא'דיגע מדריגה "רואה ואינו נראה".

דער לץ האט אים געהייסן אראפזעצן אויף א בענקל און ליינען קריאת שמע, און ער האט געזאגט אז ער מוז אויספאלגען אלע זיינע באפעלן און נאר אזוי וועט דאס ארבעטן.

ער האט אים איבערגעדעקט מיט א טלית, און געדרייט צען מאל מיט א טעפל וואסער און שמן זית, און האט געזאגט די פסוק פון הכו בסנוירים און אנא בכוח, ווען ער האט פארענדיגט די פראצעדור האט ער אראפגענומען זיין טלית און ער האט דערקלערט אז קיינער קען אים יעצט נישט זעהן אויף דריי שעה, אבער ער מוז קודם מאכן התפשטות הבגדים, און דאן הערשט קען ער אריינגיין אין בית מדרש.

דער חכם עתיק האט געגלייבט באמונה שלימה, און מקיים געווען דעם ויפשוט און איז אזוי אריין אין בית המדרש...

דער עולם האט זיך געקאטשעט פאר געלעכטער און געוויין אזש מען איז געליגן אויף דער ערד...

דער בחור איז ארויסגעלאפן פון בית מדרש מיט רויטע באקן, און ווי נאר ער טרעפט דעם לץ הייבט ער אן צו מאכן קולות אויף אים אז ער האט אים צו-נער געמאכט בפני קהל ועדה.

האט אים דער לץ געפרעגט: "דו האסט אלעס געטוהן אזוי ווי איך האב דיר געהייסן?".

האט ער געענטפערט: "יא!".

"דו האסט זיך געהעריג אויסגעטוהן?".

האט ער געענטפערט" "יא! אבער פארשטייט זיך די גאטשעס האט איך געלאזט".

האט אים דער לץ גענטפערט: "נו אוודאי האט דער עולם געלאכט, מען האט געזעהן א גאטשע אריינשפאצירן אין בית מדרש אן א מענטש"...

און דער תמים האט זיך בארוהיגט.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:45 pm

· #3467
Re: מילתא דבדיחותא
נאך א מעשה מיט די זעלבע צוויי בחורים, היות דער תמים איז געווען א גראבאטש כנ"ל, האט אים דער לץ אויפגעקלערט אז ער איז שוואנגער און דאס איז די סיבה פון זיין גראבקייט, און ער האט אים נאך צוגעגעבן אז ער איז שוין אין די ניינטע חודש, און ער וועט מוזן אהיים פארן האבן צו האבן דאס קינד.

דער תמים האט זיך דערשראקן, און ער איז אריין צום ראש ישיבה זאגן אז ער מוז אהיים פארן... דער ראש ישיבה פרעגט אים וואס גייט פאר? אבער ער האט נישט געוואלט געהעריג ענטפערן. אבער דער ראש ישיבה האט אים גאר שטארק דערקוטשעט אז ער מוז דערציילן, ביז דער בחור האט זיך צוגעבויגן און געזאגט שטילערהייט אז ער איז אין "לעיבער" און ער גייט יעצט אהיים אריינצופארן אין שפיטאל, און ער האפט צו ברענגען פארן ר"י גוטע נייעס בקרוב.

דער ר"י האט זיך מורא'דיג צובייזערט, און ער האט אים געפרעגט ווער איז דער בחור וואס האט אים דאס איינגערעדט? ער האט אים געזאגט פארשטייט זיך, און דער ר"י איז צוגעגאנגען צום לץ און אראפגעלאזט א קלינגעדיגן פראסק אין פרצוף.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:30 pm

· #3494
Re: מילתא דבדיחותא
א איד האט אמאל געזאגט קדיש אין ביהמ"ד, שרייט איינער אנטשולדיגט! איר האט נאר א האלבן מנין!
זאגט ער ס'איז גארנישט איך זאג נאר "חצי קדיש".

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:02 pm

· #3501
Re: מילתא דבדיחותא
אמאל פלעגט מען זעהן אונטער יעדע עד :T: F פאר טעל. און פעקס
היינט שטייט די זעלבע, אבער מיינען מיינט עס טוויטער און פעיסבוק...

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:16 pm

· #3507
Re: מילתא דבדיחותא
א מלמד האט אמאל שטארק אנגעשלאגן א אינגל אין קלאס ערקלערנדיג דערביי אז צוליב אהבה און געפיל צום תלמיד, טוט ער דאס.
האט איהם דער תלמיד געענטפערט, איך ווארט קוים ווען איך וועל קענען אויסדרוקן בפועל מיין שטארקע אהבה צום רבי'ן...

דעינעש » מוצ"ש מערץ 31, 2012 11:45 pm

· #3651
[ציטאט אראפגענומען]

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 1, 2012 1:00 am

· #3655
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי ווי קענט וועיט פאר מאאר, איינס בעסער פון צווייטן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78