☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:50 pm

· #172362
די גאנצע דעבאטע דא איז גאנץ א געשמאקע מילתא דבדיחותא זיך אונטער צו האלטן...

יואב » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:55 pm

· #172366
כתר מלכות
@יואב, סארקאזים פארעמסטו אויך נישט? שוין וועט דאס אויכעט ארויפגיין אויף די לאנגע ליסטע פון די דורעכגעפאלענע אידישע פאלק. נישט עדיקעיטעט, יא ראסיסטיש געשטימט, נישט קיין פרנסה, יא קינדער, כאפן נישט קיין ווערטל, וכו׳ וכו׳.
ערנסט גערעדט, מיר ליידען עקסטער אויף ראסיזים?

וועל, אנדערש ווי רוב חסידים "ווייס איך נישט קיין פאקטן" (נאך אזאך בנוסף צו סארקאזם וואס איך בין אנדערש פון מיין פאלק). און ווי באטוינט שוין צענדליגע מאלן, וואס טוהט זיך צווישן כינעזע זאלן זיי אויסשמועסן. פון מיין אייגענעם פערספעקטיוו, ווייס איך אז אינעם געזעלשאפט וואו איך דריי זיך ראקט ראסיזם. דא אינעם שטיבל אליינס קוק וויפיל אשכולות זענען בלוטיג מיט ראסיזם. נאך אזאך, טאלעראנץ צו אנדערע איז קלאר שוואכער ביי אונז. און אז מיר זענען אזא עם מפוזר ומפורד צווישן אונז אליינס, פארוואס זאלן מיר אפילו דילדן אנדערע. (בדרך דרוש).

petergrifin » מיטוואך יאנואר 1, 2014 3:30 pm

· #172377
יואב און טאמבאל סאס טעיק איט איזי פליז, אזוי ווי שמעקעדיג האט שוין געזאגט איך האב עס געפעיסט דא אזוי ווי איך האב
עס באקומען. און אז מען רעדט שוין דערוועגן איך ווייס אויך אז ביי אונז איז נישט אזויפיל בעסער (אונז מיינט נישט מיך)
#אנייעסומעטוכע 🙄

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:35 pm

· #172400
איך האב נישט קיין ווערטער אויף די לעצטע צוויי בלעטער, וועל איך בארגן פון בערעלע אפאר שדים צו טוען די דזשאב.

petergrifin » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:53 pm

· #174857
📎 IMG-20140108-WA0007.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:00 pm

· #174890
טאמבל סאס
ראסיסיט איינער!
קענסט דאך דעם זעלבן מעשה דערציילן מיט א אידיש אינגל

נו,............... 😂 🙄 😠 😛 😳 😮 🙄 😎

מאטי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:08 am

· #176193
עלען דערשאוויטץ האט באזוכט ביבי׳ן אין ישראל. אין א שטילער מינוט פרעגט ביבי פון עלען: ״זאג מיר דעם אמת, דו האלטסט אז ״או זשעי״ איז אומשולדיג?
עלען פרעגט צוריק ביבי׳ן ״זאג נאר, ענק האבן דעם אטאם״?......

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 19, 2014 3:46 pm

· #177379
פ"וו האט יתרו געהאט 7 נעמען? ווייל ער'ט געהאט 7 טעכטער, יעדע מאל ער'ט חתונה געמאכט האט ער ארויסגענומען א מארגעדזש אויף א צווייטע נאמען...

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 19, 2014 4:35 pm

· #177397
דער ווערטל שטייט שוין פון פריערדיגע צדיקים.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 19, 2014 5:04 pm

· #177417
שמעקעדיג
דער ווערטל שטייט שוין פון פריערדיגע צדיקים.


כ'האב נישט געהאט די זכיה זיך מסתופף זיין ביי זיי, האב איך עס ערשט יעצט געהערט.

יואב » זונטאג יאנואר 19, 2014 7:52 pm

· #177500
שמעקעדיג
דער ווערטל שטייט שוין פון פריערדיגע צדיקים.

נישט קיין סתירה. ס'געוועזן אמת דעמאלט, און ס'ווייטער אמת היינט

יין שרף » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:20 am

· #179729
א משולח שטעלט זיך אוועק נעבן א עושר ביי מנחה, ביי שמו"ע גיט ער א זאג הויעך ותן שכר טוב...
גייט אריבער א מינוט און די עושר רופט זיך אן ולירושלים עירך ברחמים תשוב...
C/P

יין שרף » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:23 am

· #179731
...It's so cold today that I actually saw a Democrat with his hands in his own pocket

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:29 pm

· #181059
ר”מ זילבער האט אמאל געזאגט פורים אז זיין שווער'ס (ר”מ וואלפסאן) תורה גייט אז שמואל א' מיט'ן כולל איז בגימטריא שמואל ב'...

מאראנצןזאפט » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:47 pm

· #181070
ונבנתה העיר
ר”מ זילבער האט אמאל געזאגט פורים אז זיין שווער'ס (ר”מ וואלפסאן) תורה גייט אז שמואל א' מיט'ן כולל איז בגימטריא שמואל ב'...



😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

אוי טאטע!

מאן דאמר » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:10 pm

· #181380
מאכט זיך א מלמד וואס האט געהאט א שוועריגקייט מסביר צי זיין פאר די יונגע תלמידים זיינע וואס איז דאס א ממזר...

דער מלמד פראבירט אהער... פראבירט אהין... אבער די קינדער מיט זייער פארשטאנד כאפן נישט די קאנסעפט.

דער מלמד דערטראכט זיך צי א געדאנק! ער רופט ארויס דער ערשטן יונגעל פארענט פון זיינע אויגן, - א בנשק'ל געווען גראדע - און ער גיט אים א פרעג:

מלמד: "זאג נאר יענקל'ע, אויב דיין ברידער האט חתונה מיט דיין שוועסטער... וואס זענען די קינדער?...

תלמיד (טראכט אביסעל... דערנאך רופט ער זיך אן): זיי זענען 3 מאל ראפשיצע אייניקלעך, 4 מאל צאנז'ע, 5 מאל קרעטשניף'ע, 3 מאל לעלוב'ע, 6 מאל סאטמאר'ע...

מלמד: אטא דאס איז א ממזר!!!

גאלד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:51 pm

· #181532
א הארציגע בריוו פון מאמי

מיין טייערע הערשעלע, כ'שרייב דיר דא אפאר ווערטער, אויב האסטו נישט באקומען דעם בריוו לאמעך וויסן וואס שנעלער, איך זאל דיר קענען שיקן א אנדערע, איך שרייב זייער שטייט ווייל איך ווייס אז די קענסט נישט ליינען אזוי שנעל. לעצטענס האט טאטי געליינט אין די צייטונגען אז רוב קאר עקסידענטס פאסירן נונט צו אינדערהיים, דעריבער האמיר שנעל פארלאזט אונזער הויז און געמופט צו א נייע אפארטמענט, די נייע אפארטמענט איז זייער שיין, ס'האט א נייע וואשמאשין, אבער כ'ווייס עכט נישט וויזוי ס'ארבעט, כאב אריינגעלייגט די שמוצוועש אין די מאשין און געשלעפט די בענדל אויפן דאך צו עס אנצינדן, און די גאנצע לאנדרי רום איז נעלם געווארן, איך זיך נאך די אינסטראקשנס צעטלעך. די וועטער דא איז זייער שיין, לעצטע וואך האט נאר גערעגנט צוויי מאל, ביידע מאל פאר 3 טאג אין א צו. איך שיק דיר די סוועטער וואס די האסט געבעטן, מ'האט מיר געזאגט אין די פאסט אפיס אז ס'זייער טייער עס צו שיקן צוליב די שווערע געוויכט פון די קנעפלעך האבעך עס אפגעשניטן און עס באהאלטן אין די טאשן. טאטי האט געטראפן א פיינע נייע דשאב, ער האט 250 מענטשן אונטער זיך, ער שנייט די גראז אין די בית הקברות. דיין שוועסטער ביילי האט געהאט א נייע בעיבי, איך ווייס נישט צו ס'א אינגל צו א מיידל, סא ווייסעך נישט צו דו ביסט געווארן א פעטער אדער א מומע, אבער איך ווייס אז אויב ס'א מיידל פלאנען זיי צו געבן א נאמען נאך באבי, כאטשיג ס'קוקט מיר אויס אביסל מאדנע צו אנרופן א קליינע בעיבי "באבי". דיי ברודער יאסי האט געהאט א מצב, ער האט בטעות פארשפארט זיין טיר פון די קאר מיט די שליסלעך אינווייניג, סא האט ער געדארפט אהיימגיין צופיסנס, צו ברענגן זיין ספעיר שליסלעך אונז צו ארויסראטעווען פון די איינגעשפארטע קאר. פון דיין מאמע וואס בענקט נאך דיר זייער. נ.ב. כאב געהאט בדעה דיר צו אויך שיקן געלט אבער די ענוועלאפ איז שוין ציגעקלעפט.

מ גפני » דינסטאג פעברואר 4, 2014 6:04 pm

· #181592
מיין חבר אן אלטער בחור - אביסל א שטאטער - איז ב"ה א חתן געווארן, פרעג איך אים מויש'עלע ווי אזוי איז ציגעגאנגען די בעשוי? זאגט ער מיר: אונז האמער גערעדט שטותים אבער איין וויכטיגע זאך האט מיין כלה פארלאנגט וואס אנדעם האט זי נישט געוואלט טוהן דעם שידוך, פרעג איך וואס איז דאס געווען? זאגט ער מיר: זי האט מיר געזאגט אז זי האט א פראבלעם וועגן געבן א נאמען!!! זי פארלאנגט אז די ערשטע מיידל וואס ווערט געבוירן זאל הייסן נאך איר באבע'ן , זאג איך איר נא וואס איז דען דער פראבלעם? רופט זי זיך אן: יא אבער מיין באבע לעבט נאך!!! זאג איך איר: נע ביז דעמאלטס וועט שוין זיין אויס פראבלעם....

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 4, 2014 9:36 pm

· #181640
מ גפני
מיין חבר אן אלטער בחור - אביסל א שטאטער - איז ב"ה א חתן געווארן, פרעג איך אים מויש'עלע ווי אזוי איז ציגעגאנגען די בעשוי? זאגט ער מיר: אונז האמער גערעדט שטותים אבער איין וויכטיגע זאך האט מיין כלה פארלאנגט וואס אנדעם האט זי נישט געוואלט טוהן דעם שידוך, פרעג איך וואס איז דאס געווען? זאגט ער מיר: זי האט מיר געזאגט אז זי האט א פראבלעם וועגן געבן א נאמען!!! זי פארלאנגט אז די ערשטע מיידל וואס ווערט געבוירן זאל הייסן נאך איר באבע'ן , זאג איך איר נא וואס איז דען דער פראבלעם? רופט זי זיך אן: יא אבער מיין באבע לעבט נאך!!! זאג איך איר: נע ביז דעמאלטס וועט שוין זיין אויס פראבלעם....

ס'זעהט אויס אז ס'איז יא א גוטע שידוך. די כלה איז נישט קיין סאך קלוגער פונ'ם חתן. מזל טוב! 😂 😕 🙄 😠 😃 😛 😉 😮 😐

נהורא נפישא » פרייטאג פעברואר 7, 2014 12:18 pm

· #182244
א משולח פון א"י איז געקומען קלייבן נדבות אין חו"ל, אנקלאפענדיג ביי איינע פון די גבירים, האט אים דער גביר דערלאנגט צו זיין גרויס איבעראשונג גאר א שיינעם נדבה, דער משולח האט זיך שטארק באדאנקט, דערויף האט אים דער גביר געפרעגט צו ער קען אים טאן א טובה, זייער גערן וואס קען איך העלפן, זייט אזוי גוט - זאגט אים דער גביר- ווען די פארסט צוריק קיין ארץ ישראל, זייט מוחל נעם מיט דיר די תורה און טראג עס צוריק צום בארג סיני.
(חלילה, מ'טאר נישט אזוי רעדן, נאר זעט אויס אז דער גביר איז ל"ע געווען געכאפט......)

petergrifin » דינסטאג פעברואר 11, 2014 2:15 pm

· #182973
📎 IMG-20140210-WA0004.jpg

מ גפני » דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:04 pm

· #183047
כ'האב מיר געקויפט א טייערן טיקעט צום "סופער באל", קום איך אזוי אריין אינעם סטאדיום איך גיי צו צו מיין לאנג רעזערווירטען זיץ - שפעט פארשטייט זיך - אלע זיצן ארום מיר זענען שוין באזעצט א חוץ איינס נעבן מיר, איך טראכט צו מיר זיכער נאך א חסיד, אבער פונקט נעבן מיר??, שוין די צייט רוקט זיך און קיינער קומט נישט, געב איך א פרעג דעם גוי וואס זיצט אויף דער אנדערער זייט פונעם ליידיגן זיץ צו ער האט אן אנונג וועמענ'ס זיץ דאס איז, זאגט ער יא דאס האב געקויפט פאר מיין ווייב אבער זי איז געשטארבן, מיר קומען שוין צוזאמען צום סופערבאל זייט מיר האבן חתונה געהאט, פרעג איך אים האסט עס נישט געקענט אוועקגעבן פאר קיינעם פון דיין משפחה - אזא גוטן זיץ? רופט ער זיך אן: ניין ווייל זיי אלע זענען יעצט ביי די פיונעראל...

יין שרף » דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:10 pm

· #183052
און ווען די מאן האט מספיד געווען פתח ואמר, אזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה, זי איז אוועק אזוי יונג.... אזא אשה כשירה...

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:33 pm

· #183692
איינער קען ענטפערן?
וויאזוי קען זיין אז מ'סיינט אריין אין ק"ש און מ'ווערט גאר ארויסגעסיינט?!
ווער ס'קען צוטרעפן באקומט א לייק


.

אפטעמיסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:38 pm

· #183693
מ'איז אויסגעשפארט פאר א אפאר טעג אדער וואכן

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:40 pm

· #183696
ניין. איך רעד אז מ'סיינט סוקסעספילו אריין!

אפטעמיסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:23 pm

· #183709

יין שרף » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 9:56 pm

· #183884
אני יודע מי קבור בבית שמש! זה איוב ובניו! והראיה שיש גמרא על איוב יש אומרים שהיה גוי ויש אומרים יהודי ויש אומרים לא היה ולא נברא....
רק תלוי בגמרא אחרת שיש אומרים לשם שמים ויש אומרים כסף ויש סתם מחרחרי ריב...

יואב » מאנטאג פעברואר 17, 2014 4:09 am

· #184232
געהערט די וואך, אז ראש חודש אדר ב', גרייטן זיך פערציג אידן יראים ושלמים, צו זאגן פרק שירה אין א זאאלאגישער גארטן.

יין שרף » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:27 pm

· #184348
אברך אחד הביא עוגיות לכולל. שאלו אותו האברכים זה מזונות, האברך ענה לו, לא זה מאישתי...

הערה » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:57 pm

· #185685
א יונגערמאן זאגט פארן ווייב נאכן חתונה:
דעי לעידל זאלסטו קיין מאל נישט עפענען.
נאך פינעף אין צוואנציג יאר האט זי עס געעפנט איינמאל פאר פסח,
אין זי זעט דארט זעקס אייער מיט דרייסיג מיליאן דאללער
זי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן אין זיך פרעקט אים וואס מיינט דעיס?
ממילא די דרייסיג מיליאן פארשטיי איך האסט געסעיווט געלט אבער וואס מייינט די אייער?
זאגט ער: איך וועל דיר זאגן דעים אמת, איעדע מאל וואס איך האלט מיך איין זיך אויפצירעיגן אויף דיר לייג איך דא אריין א אייער.
פרעגט זי סא נאר זעקס מאל האב איך דיר אויפגערעיגט?
זאגט ער ניין, איעדע מאל ס'ווערט א דאזען פארקויף איך עס אין דעיס איז די דרייסיג מיליאן דאלער.

מאטי » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:04 pm

· #185688
אויב האט ער פארקויפט יעדע דאזן פאר 1.99 דאן קומט אויס אז נאך 25 יאר האט זי אים אויפגערעגט איינמאל א יעדע מינוט. בערך.

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:08 pm

· #185691
מאטי
אויב האט ער פארקויפט יעדע דאזן פאר 1.99 דאן קומט אויס אז נאך 25 יאר האט זי אים אויפגערעגט איינמאל א יעדע מינוט. בערך.

יא יא, איך בין באקאנט, דארפסט עס נישט אזוי גוט מסביר זיין 😃

איך אויך » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:12 pm

· #185693
שטילע ,האסט שוין חתונה געהאט 25 יאר צוריק?

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:50 am

· #185883
משום נמשל שהי' האב איך זיך היינט דערמאנט אין וואס הרב סאקס האט געזאגט בתחילת דרשתו אין אן אונווערסיטעט אין קארליפארניע: איך בין זייער פארמוטשעט פון די נסיעה, כ'שפיר זיך ווי יענער ענגלישער זשענטעלמאן וואס האט גע'חלומ'ט ווי ער גיבט א דרשה אין די House of Lords, און ער האט זיך ערוועקט to discover he was...

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:29 am

· #185891
הא הא גוט גוט. איך פארשטיי נישט פונקטליך אבער אז ס'קומט פון הרב סאקס איז עס זיכער גוט. אוי בין איך אינדרויסן פון דע באקס... חחח

I'm back » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:56 am

· #185927
דער (פינטעל) איד
הא הא גוט גוט. איך פארשטיי נישט פונקטליך אבער אז ס'קומט פון הרב סאקס איז עס זיכער גוט. אוי בין איך אינדרויסן פון דע באקס... חחח


פארשטייסט שוין פארוואס מען לייקט דיך נישט אזויווי אנדערע שרייבער?

לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:19 pm

· #186691
א ראש הכולל האט געטראפן א יונגערמאן פין זיין כולל זיך דרייען אויפן גאס 12'ע פארמיטאג. האט אים די ראש הכולל געפרעגט וואס גייט פאר?! האט אים די יונגערמאן געענפערט איך בין געווען ביי א ברית. פרעגט אים די ראש הכולל ווען האט זיך דאס געענדיגט?! ענטפערט ער צענע. פרעגט אים די ראש כולל אבער יעצט איז 12, פארוואס ביזטו נאך נישט אין כולל?! ענפערט ער, ווייל איך בין נאך פליישיג......

אפטעמיסט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:24 am

· #187134
א אינגערמאן אין אר"י איז ארעסטירט געווארן נאכן שלעפן די pony פון א מיידל אויפן באס. ביים אויספארשונג האט ער זיך מודה געוועהן, און געזאגט ער האט געמיינט ס'איז א וויידל פון א פערד...

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:18 pm

· #187565
וועלכע חודש רעדן פרויען דאס ווייניגסטע?

I'm back » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:22 pm

· #187566
ס,געווען א אסיפה פאר צניעות אין בארא פארק

יואב » מוצ"ש מערץ 1, 2014 7:24 pm

· #187631
ארויפגעקומען אויף א פליגער א איד, מוסלומענער, און א קריסט.
(נוסח אחר: א שווארצער, א ווייסער, און א איד; או יאמר: א רוסישער, אן אמעריקאנער, און א ישראלי. הכל לפי המסורה.) דער פילאט האט געפרעגט: "וואס גייט היינט זיין די דזשאוק"?

סאשי פיש » מוצ"ש מערץ 1, 2014 8:03 pm

· #187634
בשם דער ראש הכולל !
"אויב דו וועסט האבן טעקס מעסידזעס וועסטו מער נישט קענען באקומען כולל געלט" ! 
א האלבע כולל פרעגט, וואס איז דאס "טעקס מעסידזעס" ?! 
און די אנדערע האלב כולל פרעגט וואס איז דאס "כולל געלט" ?!

רויטע וואנצעס » מוצ"ש מערץ 1, 2014 10:55 pm

· #187669
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=451917014938240&set=vb.147880438675234&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=45 ... =2&theater</a>

petergrifin » זונטאג מערץ 2, 2014 12:44 am

· #187696
פון װאטסעפפ׃

Rabbi Yosef Mizrachi wrote:

Century!

Our Phones ~ Wireless
Cooking ~ Fireless
Cars ~ Keyless
Tires ~ Tubeless
Dress ~ Sleeveless
Youth ~ Jobless
Leaders ~ Shameless
Relationships ~ Meaningless
Attitude ~ Careless
Wives ~ Fearless
Babies ~ Fatherless
Feelings ~ Heartless
Education ~ Valueless
Children ~ Mannerless
Everything is becoming LESS
but Our Hopes are ~ Endless.
In fact we are ~ Speechless
And Government is ~ CLUELESS!!
And our Politicians are ~ WORTHLESS!!

So there it is - Welcome to the 21 st Century

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 11:15 am

· #187787
דער (פינטעל) איד
וועלכע חודש רעדן פרויען דאס ווייניגסטע?

לאליפאפ » זונטאג מערץ 2, 2014 11:16 am

· #187788
דער (פינטעל) איד
דער (פינטעל) איד
וועלכע חודש רעדן פרויען דאס ווייניגסטע?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 2, 2014 11:26 am

· #187795
נו, איז דאך ידוע, פעברואר.
עס האט די ווייניגסטע טעג פער חודש.

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 11:28 am

· #187796
זעסט קיינער האט נישט געוויסט חוץ דו

לאליפאפ » זונטאג מערץ 2, 2014 11:49 am

· #187804
דארפסט נישט יעדע דזשאוק צוהאקן אין צוויי, א שאלה דערנאך א תשובה. שרייב די דזשאוק און ווער אנטרינען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78