☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:23 pm

· #520117
משה טרעפט זאנוויל אויפן גאס.

"זאנוויל"!! ווייסט אז ביסט מיר שילדיג 200 דאלער??

זאנוויל נעמט ארויס א נאוטבוק פון טאש, מישט אהין און מישט אהער.. יא! כ'בין דיר טאקע שילדיג 200 דאלער!

א וואך שפעטער טרעפט משה ווידער זאנוויל אויפן גאס.

"זאנוויל! ביסט מיר נאכאלטס שילדיג 200 דאלער"!

ווידער נעמט זיינוויל ארויס זיין נאוטבוק, קוקט אהער און אהין, "יא! איך באשטעטיג! כ'בין דיר טאקע שילדיג 200 דאלער"!

אזא צוויי וואכן שפעטער באמפט נאכאמאל משה אריין אין זאנוויל. "זאנוועלע, געדענקסט אז ביסט מיר שילדיג 200 דאלער"?

"קוק אהער" זאגט זאנוויל, "טאמער גייסטו נישט אויפהערן צו מוטשענען, וועל איך דיר אויסמעקן פון די רשימה"...

לייביש לעבאוויטש » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:26 pm

· #520118
@שמן איז אין די מאד!!! 😂 😂 😂 😂 😂

גיי מאך פסח'דיג...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:29 pm

· #520119
לייביש לעבאוויטש
@שמן איז אין די מאד!!! 😂 😂 😂 😂 😂

גיי מאך פסח'דיג...
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:32 pm

· #520121
אינגעלע: מאמי, כ'קען גיין געבן 5 דאלער פאר דער אלטער איד וואס שרייט אינטן?

מאמע: וואס שרייט דער איד?

אינגעלע: ער שרייט "אייזקריעם פאר 5 דאלער"...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:34 pm

· #520122
אינגל: "רבי, אמת מען קען מיר נישט שטראפן פאר עפעס וואס איך האב נישט געטון?

מלמד: ריכטיג.

אינגל: סאו כ'האב נישט געטון מיין עבודת הבית...

לייביש לעבאוויטש » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:34 pm

· #520123
שמן למאור
לייביש לעבאוויטש
@שמן איז אין די מאד!!! 😂 😂 😂 😂 😂

גיי מאך פסח'דיג...
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, ביטע נעם אן מיין אפאלאדזשיס.
ביי

אה, יעצט כאפ איך האלטסט אינמיטן פסח'דיג מאכן, הצלחה, רוף מיך ווען די ענדיגסט.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:36 pm

· #520124
יונגל: מאמי, אויב וועל איך דיר ווייזן אז איך האב א 100 אויף מיין בחינה וועסטו מיר געבן צוויי דאלער?

מאמע: אקעי שעפעלע!

יונגל: פיין. סאו געב מיר פליז איין דאלער...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:39 pm

· #520125
לייביש לעבאוויטש
שמן למאור
לייביש לעבאוויטש
@שמן איז אין די מאד!!! 😂 😂 😂 😂 😂

גיי מאך פסח'דיג...
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, ביטע נעם אן מיין אפאלאדזשיס.
ביי

אה, יעצט כאפ איך האלטסט אינמיטן פסח'דיג מאכן, הצלחה, רוף מיך ווען די ענדיגסט.
כ'האב עס נישט געמיינט ערנסט... 😂

אז מען רעדט שוין וועגן העלפן אין שטוב. מיר ווייסן דאך פונעם בארדיטשובער, אז קשר"ק איז ר"ת קראצן, שארן, רייבן, און קערן.

האט א גוטזאגער געזאגט דערויף.. "ביי מיר אין שטוב בין איך דער בעל מקרא"...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:24 pm

· #520128
[ציטאט אראפגענומען]
[/quote]
עפעס א תקיעה גדולה מוז מען דאך אריינריקן...

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:30 pm

· #520129
זיצט זיך א רבל'ה און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.

פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן פאר דיין דרשה?

זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער אליין'ס בכבודו ובעצמו זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.

פרעגט איהם זיין זוהן, אויב אזוי, דאן פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:32 pm

· #520130
א אינגעלע האט אמאהל געבעטען זיין מאמע אז ווען זי שרייבט א מצוה צעטעלע זאהל זי עס אריין לייגען אין א ענוועלאפ. ווייל אויב מען גיבט דער רבי א פאפיר גייט עס אין מיסט, און א ענוועלאפ לייגט ער אין טאש

מחונך » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 2:00 pm

· #520131
איך טרעף נעכטן א חבר ער זעט אויס אנגעפאשעט און זאט. פרעג איך אים פון ווי האסטו געהאט אזוי פיל צי עסן אין די טעג?
זאגט ער מיך נעה, איך בין פשוט זאט פון שלינגען.

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 5:40 pm

· #520153
שמן למאור
מאן: וואס איז דא היינט פאר סאפער?

ווייב: גארנישט!

מאן: אבער נעכטן איז אויך געווען גארנישט?

ווייב: היינט איז דא שיריים פון נעכטן.
בבחינת....

וואס ארבטסטו?
איך ארבעט פאר מיין טאטען!
וואס ארבעט דיין טאטע?
ער...... זיכט א דזשאב..........

תרמב » זונטאג אפריל 2, 2023 4:05 pm

· #520377
א איד איז אמאל געגאנגען צום דאקטאר, די דאקטאר האט אים געשיקט אין בית כסא מיט א גלעזל אז ער זאל גיין מאכן א יורין סעמפל, מ'האט געדארפט עפעס אויסטשעקן, יענער האט זיך גע'עקשנט אז ער וויל עס מאכן אינדערהיים, דער דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט אן עקשן האט ער אים געזאגט פיין גיי אהיים און ברענג צוריק דעם גלעזל מיט אביסל פיש וואסער, דער איד איז צוריק געקומען א טאג שפעטער מיט א גאנצע סעלצער באטל אנגעפילט, דער דאקטאר פרעגט אים פארוואס האסטו געברענגט אזוי סאך? דער איד זאגט אים פרעג נישט קיין קשיות, די דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט א מאדנעם פארשוין האט ער עס גענומען און געטעסט, ער קומט צוריק און זאגט פאר דעם איד, אז די טעסט איז צוריק געקומען גוט, ער איז געזונט און שטארק, דער איד רופט זיך אן, הודו לשם! מיין גאנצע פאמיליע איז געזונט אין שטארק...!

שמן למאור » זונטאג אפריל 2, 2023 4:16 pm

· #520379
תרמב

😂 😮 😂 אייגנס??

שמן למאור » מאנטאג אפריל 3, 2023 3:50 pm

· #520542
איין טשאלמער צום צווייטן:

זאלן מיר זיך טרעפן אויף קמחות...

תרמב » מאנטאג אפריל 3, 2023 6:15 pm

· #520568
שמן למאור
איין טשאלמער צום צווייטן:

זאלן מיר זיך טרעפן אויף קמחות...
א טשאלמער האט זיך געווינטשן אז ער זאל געבענטשט ווערן מיט עשירות אז ער זאל קענען דינגען א גוי וואס זאל אים אהיימשלעפן די חלוקה ערב פסח....

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 3, 2023 7:56 pm

· #520582
תרמב: אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט (שוין נישט צום ערשטן מאל). אז א איד גייט אויפ'ן גאס און ער באגעגנט א טשאלמער ווי ער איז פארסאפעט און שוויצט זייער שטארק. ווען דער טשאלמער האט זיך אפגעשטעלט אפצורוען א ביסל גייט צו דער פרעמדער איד צו איהם און כאפט א שמועס מיט איהם. ער פרעגט איהם...ר' איד. שטעלט אייך פאר ווען איהר געווינט דעם גרויסן געווינס אויף די לאטערי. וואס וואלט איהר געטון? זאגט דער טשאלמער...איך 'על דינגען 2 בחורים זאללן מיר העלפן אהיים שלעפן די גאנצע חלוקה...!

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 4, 2023 7:53 pm

· #520749
איך האב היינט באגעגנט מורי ורבי כ"ק הגה"ק מ'יארמא שליט"א. זאגט ער צו מיר..."דו ווייסט אונז זעמיר קרובים"! פרעג איך, וויאזוי? זאגט די רבי שליט"א..."דו ביסט אן אייניקל פון פרי מגדים"? זאג איך, ניין. זאגט די רבי..."איך אויך נישט"...!!!

נעקסט לעוועל » מאנטאג אפריל 10, 2023 6:00 pm

· #521047
איינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230410/10957258f0b7149260500947bae5db97.jpg

שעפטאל » מאנטאג אפריל 10, 2023 6:04 pm

· #521050
די זיידע דארט איז דאכט זיך מיר @בערלבעלאגלה

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 16, 2023 4:06 am

· #521257
נעקסט לעוועל
איינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230410/10957258f0b7149260500947bae5db97.jpg
נעקסט לעוול: ביי געוויסע נאאיווע, פרומע קרייזן איז דאס זייער שטארק אויסגעהאלטן...א מחיה. נישט דא קיין נשים

איך האב אמאל געהערט א נאאיוון, פרומער בחור זיך אפרעדן..."מילא . ווען מ'וואלט חתונה געהאט מיט א בחור, פארשטיי איך. אבער גיין חתונה האבן מיט א מיידל (רחמנא ליצלן)".

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 18, 2023 8:50 pm

· #521692
ס'איז געווען א בחור אן עילוי וועלכער האט געלערנט אין א ישיבה אין פוילן. איין טאג איז אין איהם אריין א רוח שטות, ער האט אויסגעטון זיין קאפל און געווארן א געהעריגער פורק עול.

מענטשן וועלכע האבן איהם געקענט זענען געקומען צו זיין ראש ישיבה און פארציילט אז דער בחור דער עילוי איז ל"ע משוגע געווארן. פרעגט די ר"י, וואס הייסט, וואס טוט ער? האבן די מענטשן געזאגט אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס... האט דער ראש ישיבה געענטפערט, ווען ער וואלט געגעסן שיקסעס און געטאנצן מיט חזירים וואלט איך טאקע געזאגט אז ער איז משוגע געווארן, אבער וויבאלד ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שייגעץ...!

נפה » מיטוואך אפריל 19, 2023 1:05 pm

· #521774
berlbalaguleh

ווערט געברענגט אין זכרון יעקב פון ר' יעקב ליפשיץ

שערי יושר » מיטוואך אפריל 19, 2023 7:13 pm

· #521819
Re: מילתא דבדיחותא
איך זעה א אינגל נעמט וואסער פונעם סינק צו טרינקען, זאג איך עם אז ס'איז נישט געפילטערט,זאגט ער: איך האב נישט געוויסט די סינק האט אינטערנעט

תרמב » פרייטאג אפריל 21, 2023 5:59 pm

· #522082
איך האב זיך דערמאנט א ווערטל, ס'איז געווען ביי א חתונה פאר די חופה האט מען געבעטן דעם זיידן צו בענטשן די כלה, ער האט זיך געשטעלט בענטשן, ער בענטשט און בענטשט, און הערט נישט אויף, דער עולם האט זיך געווינדערט וואס ער ווינטשט אזוי לאנג, האט מען אים געפרעגט נאכדעם וואס האט ער געווינטשן אזוי לאנג, האט ער געזאגט אז ער פירט זיך אלס נאך נאכטמאל ווען ער בענטשט אז ער לייענט שוין קרישמע אויך....

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 24, 2023 12:42 am

· #522354
יענקל: ס'איז נישט נערמאל די פרייז פון האלץ איז געפערליך ארויף לעצטנס.....
בערל: וואס האסטו געמיינט, ס'וואקסט אויף א בוים?.........

אלבערט איינשטיין » מאנטאג אפריל 24, 2023 2:44 am

· #522368
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh
נעקסט לעוועל
איינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230410/10957258f0b7149260500947bae5db97.jpg
נעקסט לעוול: ביי געוויסע נאאיווע, פרומע קרייזן איז דאס זייער שטארק אויסגעהאלטן...א מחיה. נישט דא קיין נשים

איך האב אמאל געהערט א נאאיוון, פרומער בחור זיך אפרעדן..."מילא . ווען מ'וואלט חתונה געהאט מיט א בחור, פארשטיי איך. אבער גיין חתונה האבן מיט א מיידל (רחמנא ליצלן)".
דערמאנט מיר פון עטליכע יאר צוריק ווען איקאה. (IKEA) האט געשטעלט א רעקלאמע ציענדיג דעם היימישע ציבור פון א ישיבישע שטוב מיט א ספרים שאפע און די טאטע לערנט און קינדער שפילן ארום אין די צימער. יענע רעקלאמע האט געמאכט א שטורעם אין א גלעזל וואסער. וויבאלד עס איז נישט געווען קיין איין נקיבה אינעם בילד. סתם אינטערסאנט אז די וועלט איז נאכנישט געווען ליבעראל ווייל היינט וואלט מען שוין געקענט זאגן מיט א בלעכענע פנים אז מען רעפעזעטירט די גאי אנוסים פון צווישן די חרדים..

איך הער.. » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:41 pm

· #522729
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די ערגסטע קאמבענאציע פון מחלה'ס?

אלצהיימערס אין א שלשל..

די האלסט אין איין לויפן אבער די געדענקסט נישט ווי..

שמן למאור » מיטוואך אפריל 26, 2023 2:59 pm

· #522831
לכבוד ה' אייר שרייבט איינער אזוי:
הכל מודים שמצוות היום בדגל, השאלה הוא אם הנחה עושה מצוה או הדלקה עושה מצוה...

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:10 pm

· #523262
פארמעקט

כרם זית » מיטוואך מאי 3, 2023 9:15 pm

· #523695
פארוואס מעגן די היינטיגע רבי'ס עובר זיין אויף אלע עבירות שבתורה?

ווייל אין איסור חל על איסור.

איך אויך » מיטוואך מאי 3, 2023 11:15 pm

· #523717
פשיהא, אייגענס?

כוואליעס » דאנערשטאג מאי 4, 2023 2:26 pm

· #523768
וואס איז די חילוק פון ר' אהרון און ר' פוטין? ר' אהרון דערקלערט קודם די טערעטאריע אלס קרית יואל און דערנאך נעמט ער דאס איין, ר' פוטין נעמט קודם איין די גלילות און נאכדעם דערקלערט ער דאס אלס רוסלאנד

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 4, 2023 9:51 pm

· #523813
א מעשה נורא!

א סאטמארע חסיד וואס וואוינט אין וויליאמסבורג און געהערט צו קהילת מהר"א, וואס האט נאך נישט פארפאסט קיין איין יאר די הדלקה אין קרית יואל, האט היי יאר געזען פאר זיך א טעכנישע פראבלעם וואס וואלט אים אפגעהאלטן פון קענען זיין ביים גרויסארטיגן הדלקה.

שוין אפאר וואכן וואס ער דרייט זיך ארום אן א קאפ, ער ווייסט נישט וואס צו טון, וויאזוי קען ער פארפאסן צו זיין ביים רבין ל"ג בעומר...

נעכטן נאכט חלומ'ט ער זיך ווי מהר"א אליינס קומט צו אים אין חלום און זאגט צו אים בזה הלשון; "זארג דיך נישט! איך האב א ברודער אין וויליאמסבורג! גיי צו זיין טיש ל"ג בעומר און עס וועט זיין כאילו דו ביסט געקומען צו מיר!!

הייליגע קאקאש קעיק » דאנערשטאג מאי 4, 2023 10:57 pm

· #523821
איך האב נישט געכאפט.

שמן למאור » פרייטאג מאי 5, 2023 12:58 am

· #523832
#ברודער פון ר' ישעי'לע...

שמן למאור » פרייטאג מאי 5, 2023 1:00 am

· #523833
שמן למאור
#ברודער פון ר' ישיעלע...
אגב, די וואך איז געפאלן די יארצייט פון די ברודער פון ר' ישיעלע... אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן צום ציון זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין קערעסטיר...

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 5, 2023 1:22 am

· #523836
הייליגע קאקאש קעיק
איך האב נישט געכאפט.
אויך נישט ביי ואני? אדער ביי משפטים?

קהל'ס נער » זונטאג מאי 7, 2023 9:58 pm

· #524005
.
📎 Screenshot_20230507_215802_LinkedIn.jpg

הייליגע קאקאש קעיק » דינסטאג מאי 9, 2023 11:20 am

· #524113
מיין ראש ישיבההאט איינמאל געליינט א באק (בוך) אויף OCD, ער איז געוואר געווארן צוויי זאכן
1) פינקטליך ווי אזויצו האלדלען מיט OCD
2) יעדע בחור וואס האט א פראבלעם ליידט אויף OCD

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2023 10:37 pm

· #524195
שמן למאור
שמן למאור
#ברודער פון ר' ישיעלע...
אגב, די וואך איז געפאלן די יארצייט פון די ברודער פון ר' ישיעלע... אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן צום ציון זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין קערעסטיר...
נאר דארט האט מען (נאכנישט) אויפגעשטעלט א גאסט הויז וואו מ'געט צו עסן פאר טויזנטער אידן בהרחבה...!

שמן למאור » מיטוואך מאי 10, 2023 12:57 am

· #524206
שמן למאור
שמן למאור
#ברודער פון ר' ישיעלע...
אגב, די וואך איז געפאלן די יארצייט פון די ברודער פון ר' ישיעלע... אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן צום ציון זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין קערעסטיר...
אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן ל"ג בעומר צום ציון פון ר' נפתל'טשע מבאבוב אין ניו דזשערסי, זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין בארא פארק...

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:59 am

· #524330
פארוואס הייסט איינער מיט אסאך געלט א "פילאנטראפ" ?

ווייל ער האט פיהל און גיבט א טראפ

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 14, 2023 10:32 pm

· #524567
ס’זענען אמאל געווען צוויי נאנטע חברים וואס יארן לאנג פלעגן זיי פארברענגן די נעכט און שאשקען אינאיינעם, ושניים יסעו, זיי האבן זיך פארעלטערט - האבן זיי אפגעמאכט בתקיעת כף אז ווער עס וועט שטארבן פריער זאל דער צווייטער קומען א טאג נאכן קבורה אין אריינגיסען א פלעשל ברוינפן אין זיין קבר לקיים מה שנאמר יש חיים לאחר המוות...
ויהי היום און מאטקע האט זיך אויסגעצויגען און ארויף לעולם שכולו טוב, און נאט’קע איז געקומען א טאג דערויף מיט א פלעשל וואדקע צום פרישען קבר, און נאטקע רופט זיך אהן: __"מאטקע מיר זענען געווען אזעלכע נאנטע און צוגעבינדענע פריינד עס וועט דיר זיכער נישט באדערן אז דאס פלעשל ברוינפן וועט קודם אדורך גיין מיין גוף און ערשט דערנאך וועל איך עס דעפאזיטען אינעם קבר אריין"...

שעפטאל » דינסטאג מאי 16, 2023 7:00 pm

· #524857
איינער וואס פארקויפט היימישע קאפקעיק'ס מיט די גראָזן-אויל אריינגעמישט האט געזוכט דעם פאסיגען נאמען פאר זיינע קאפקעיק'ס

גלייך נאך פסח רופט ער מיך אהן מיט א ברען. כ'האב א נאמען: קומחא דשמחה 😃

מתבודד » דינסטאג מאי 16, 2023 9:06 pm

· #524881
וואס איז זיין נומער?

שעפטאל » דינסטאג מאי 16, 2023 9:10 pm

· #524886
ס'איז נאר א ווערטל 😂

וואלווי » דינסטאג מאי 16, 2023 9:11 pm

· #524887
שעפטאל
איינער וואס פארקויפט היימישע קאפקעיק'ס מיט די גראָזן-אויל אריינגעמישט האט געזוכט דעם פאסיגען נאמען פאר זיינע קאפקעיק'ס

גלייך נאך פסח רופט ער מיך אהן מיט א ברען. כ'האב א נאמען: קומחא דשמחה 😃
פסולת דגן ויצהר...

יין שרף » דינסטאג מאי 16, 2023 9:13 pm

· #524889
וואלווי
שעפטאל
איינער וואס פארקויפט היימישע קאפקעיק'ס מיט די גראָזן-אויל אריינגעמישט האט געזוכט דעם פאסיגען נאמען פאר זיינע קאפקעיק'ס

גלייך נאך פסח רופט ער מיך אהן מיט א ברען. כ'האב א נאמען: קומחא דשמחה 😃
פסולת דגן ויצהר...
הה"ד מדרש פליאה, קרח שפיקח היה מה ראה לשטות זו, אלא משום שהיה בן יצהר..