☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 3:27 pm

· #486046
...
א היימישער יונגערמאן. נארוואס אריין אין כולל. זיין ווייב האט למזל געבוירן א בן זכר. דער נייער טאטע, עקסייטעט. לויפט מיט איין אימפעט צו זיין מאמע און ער פארציילט איהר אז ער האט נארוואס ..."געהאט א יונגל"...! פרעגט איהם די מאמע..."און דיין ווייב. וואו איז זי געווען די גאנצע צייט...?! זי האט אויך געהאט עפעס צו טון מיט דעם...?! ...לאל

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:04 pm

· #486135
א ראביי האט אמאל געהאלטן א לאנגע דרשה שבת אין שול. דארט איז אויך געווען א טי.ווי. אדער מאווי פראדיוסער אין די אוידיענץ.

נאך די דרשה גייט צו דער פראדיוסער צום ראבאיי און ער פרעגט איהם..."דו וואלסט געקענט זאגן דיין דרשה אין 3 מינוט"?.דער ראביי טראכט א מינוט. נאכדעם זאגט ער, יא. פרעגט ער איהם...נו, פארוואס האסטו עס נישט געטון...?!

(מ'דארף געדענקען אז די פראדיוסערס האבן ליעב אלעס מקצר זיין. אין סאונד בייטס.)
געהערט פון א מאדערנעם ראביי...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:58 pm

· #486173
אז דו רעדסט שוין פון א שבת דרשה....
(איך מיין נאר ווער עס האט וואטסעפפ אדער טעלעגראם וועט עס כאפן)
📎 IMG-20211117-WA0006.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 1:00 am

· #486183
דער ראביי האט עס געכאפט. און זיין אוידיענץ אויך. ווייל אלע האבן געלאכט. דו דארפסט געדענקען אז מ'רעדט דא נישט פון אזעלכע וואוילע, תמימות'דיגע אידן ווי ביי אונז אין ביהמ"ד...!

פאלאצ'ינטא » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 6:35 am

· #486761
די וואך אין די פרשה... וישב

יוסף האט גחלום'ט אז די זון, די לבנה מיט די 11 שטערען האבען זיך געבוקט צו איהם.

איז שווער... וואס איז געשעהן מיט דינה? פארוואס האט זי זיך נישט געבוקט?

נאר יוסף האט חתונה געהאט מיט אסנת און אין מדרש ווערט געברענט אז זי איז געוועהן די טאכטער פון דינה (מיט שכם) קומט אויס אז זי איז געוועהן יוסף שוויגער...

און א שוויגער וועט זיך אפי אין א חלום נישט בוקען פאר דיר

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 7:04 pm

· #486803
אין די בראשית יארן פון מדינת ישראל (יא. ס'איז געווען אזא זאך. היינט האלטן זיי שוין ביי די במדבר יארן.) האט א בעה"ב פון א גרויסע פאבריק אריינגעלייגט אן עד אין א צייטונג אז ער זוכט א בוקקיפער. האבן זיך געמאלדן 3 קאנדידאטן. איינער, א יעקע. דער צווייטער, אן אונגערישער. דער דריטער, א גאליציאנער. דער בעה"ב קומט ארויס פון זיין אפיס און רופט אריין צו ערשט דעם יעקע. ער פרעגט איהם א פשוט'ע שאלה..."וויפיהל איז 2 מאל 2....דער יעקע נעמט ארויס א פענסיל און שרייבט אראפ אויף א פעיפער 2X2=4. זאגט דער בעה"ב, גוט. מ'האט דיין פאון נאמבער. מ'גייט דיך שוין רופן. נאכדעם קומט אריין דער אונגערישער דער בעה"ב פרעגט די זעלבע שאלה...דער אונגערישער ענטפערט פשוט...4. בעה"ב זאגט גוט. מ'עט דיך שוין רופן. נאכדעם קומט אריין דער גאליציאנער...דער בעה"ב פרעגט די זעלבע שאלה. הייבט ער אן צו מאכן א גאנצן פשט'ל....2מאל 2 ווייסט דאך א יעדער אז ס'איז 4. אלא מאי אז דו פרעגסט. מיינט דאס אז דו ווילסט הערן א אנדערן ענטפער...ער הייבט אן אויפבויען א גאנצן חשבון...ביז ער קומט אן צו אן ענטפער...22...! דער בעה"ב איז ארויס פון התפעלות.. ער זאגט, גוט. אונז האמיר דיין פאון נאמבער ווען מ'עט דארפן וועט מען דיך רופן...!

ווער (פון די 3?) האט באקומען דעם דזשאב...?!

דעם ענטפער וועל איך שרייבן (בלי"נ) אין א שעה ארום. דערווייל זאלל דער עולם בטובם הגדול טרייען צו טרעפן ווער ס'האט באקריגן דעם דזשאב...!

ספעצילע קריאה צו קהל'ס נער. און פאלאצ'ינטא...!

וואלווי » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 9:35 pm

· #486814
ס'איז שוין מער ווי א שעה...

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 10:21 pm

· #486820

נפה » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 10:26 pm

· #486821
שוין א שעה צייט וואס איך טריי צו זוכן וואו בערל האט עס געשריבן, איך טריי צו זוכן מיט גוגל, אליין צו זוכן, און גארנישט, יעצט אז איך זע וואו עס איז פארשטיי איך פארוואס איך טרעף עס נישט.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 11:13 pm

· #486822
קןדם: דער ענטפער...בן גוריונ'ס קאזין...! ס'העלפט נישט אז מ'איז א יעקע, א תמימות'דיגער אדער א דרייקאפ...!

רבותיי, עטץ זעהטץ פארוואס אונזערע הייליגע רבנים האבן געאסר'ט די (טמא'נע) אינטערנעט. אמאל אז א רב האט געזאגט עפעס האט מען איהם נישט געקענט אפווענדן. היינט אז ס'איז (ב"ה) דא אינטערנעט. ספעציעל גוגל קענמען נישט איינרעדן קיין הוריות ובוריות (אזוי ווי מיין שוויגער, ע"ה פלעגט צו זאגן...!

געדאנקן » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:31 am

· #486824
אינגערמאנטשיקל

וואס שטייט דארט?

נפה » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:40 am

· #486825
די זעלבע שאלה פון ר׳ בערל און די תשובה איז בן גוריון׳ס קאזין

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:58 pm

· #487080
א איד איז אמאל ארומגעפארן אין אלע שטעט פון פוילן און גאליציע מיט א כתב המלצה פון דעם נודע ביהודה. ער האט געשארט גאלד. אין א יעדע שטאט וואו ער איז געקומען האט מען איהם געגעבן א סאך כבוד און געלט. אין דעם כתב המלצה איז געשטאנען "אילו היה בימי אלישע לא היה פוסק השמן בזכותו"...! נישט מער און נישט ווייניגער.

ביז ער איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט וואו דער רב האט געוואלט שמועסן מיט איהם אין לערנען האט ער אבער איינגעזעהן אז ער איז א געשוואלענער עיי"ן ה"א. האט ער זיך געוואונדערט אז דער נודע ביהודה זאל געבן אזא כתב פאר אן עם הארץ און פראסטן יונג. ביז ער האט געכאפט דעם פשט. ביי אלישע הנביא וואו ער איז געקומען צו די פרוי די שונמית און זי האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן פאר איהר דירה. זי האט מורא געהאט אז דער בעה"ב וועט איר ארויסווארפן, האט זי געוויינט פאר דעם נביא, האט ער געפרעגט ביי איהר וואס זי האט אין הויז, האט זי געטראפן נאר א ביסל אויל (לכבוד חנוכה). האט אלישע הנביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א ליידיגע טאפ, און ער האט געגאסן און געגאסן פון די אויל אן אויפהער. זי האט אויך געבארגט כלים פון שכנים, און די אויל איז אריינגעפלאסן דארט. האט אלישע געפרעגט ביי איהר אויב זי האט נאך א כלי, האט זי געזאגט אז ניין, האט זיך אויפגעהערט די אויל צו גיסן...

דאס, זאגט דער קלוגער רב, האט דער נודע ביהודה געמיינט... אז אויב דער מענטש, דער ליידיגער כלי וואלט דארט געווען וואלט די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן...!

קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:38 am

· #487238
דער אנטיסמיט, אפילו ס'וועט נישט עקזיסטירן קיין אידן אויף דער וועלט, וועט ער באשאפן אידן!

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 12:08 pm

· #487260
א ראיה צו דעם?! האומר דבר בשם אומרו וכו'. ס'איז אמאל געווען א ראדיא טאלק שאו האוסט מיט'ן נאמען בעררי פארבער. האט ער אמאל געזאגט-- אין רעאקציע צו א פוילישן אויסברוך פון אנטיסעמיטיזם..."מ'קען נישט טרעפן א מנין אידן אין פוילן. אבער אנטיסעמיטיזם איז יא דא"...!

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 9:46 am

· #487392
איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 9:51 am

· #487394
berlbalaguleh
איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!


מער שטערנס ווי אין נועם אלימלך...

נפה » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 9:56 am

· #487397
berlbalaguleh
איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!

אויף דעם זאגט מען: איינמאל האט א מלמד געוואלט מסביר זיין פאר א קינד וואס עס מיינט א ממזר פרעגט ער דאס קינד אויב דיין ברידער האט חתונה מיט דיין שוועסטער און זיי געבוירען א קינד וואס איז דער קינד, ענטפערט דער אינגעל 6 מאל אן אייניקעל פונעם צמח 8 מאל פון דער אהבת שלום און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל, זאגט אים דער מלמד אט דאס איז א ממזר

תוהו ובוהו » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 2:27 pm

· #487417
Re: מילתא דבדיחותא
נפה
און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל,

11 איז נישט מעגליך.. טויש עס צו אן איווען נומער 😉

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 2:34 pm

· #487418
תוהו ובוהו
נפה
און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל,

11 איז נישט מעגליך.. טויש עס צו אן איווען נומער 😉


פארדעים האט די מלמד טאקע אויסגעפירט אז ער איז א ממזר 😂

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 2:50 pm

· #487421
נפה
berlbalaguleh
איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט די (זיסע) מעשה'לע:...ס'קומט אריין אין א באנק א יונגע רבי און רביצין, נאך אין זייער שבע ברכות. זיי וויללן אויפמאכן אן אקאונט. די באאמטערין פון די באנק פרעגט ביי די יונגע רביצין איהר נאמען. זאגט זי...טוו*רסקי...! פרעגט זי ?,די מיידל נאמען. די ענטפער: טוו*רסקי. פרעגט די באאמטערין...די מאמע'ס נאמען..."טוו*רסקי...! די מאמע'ס מיידל נאמען?..טוו*רסקי...! זאגט די פרוי פון די באנק ..."דו ווייסט (אפשר) נישט וואס איז א ..."מעידען נעים"...זאגט די רביצין..."דו" ווייסט נישט וואס א טוו*רסקי איז...!

אויף דעם זאגט מען: איינמאל האט א מלמד געוואלט מסביר זיין פאר א קינד וואס עס מיינט א ממזר פרעגט ער דאס קינד אויב דיין ברידער האט חתונה מיט דיין שוועסטער און זיי געבוירען א קינד וואס איז דער קינד, ענטפערט דער אינגעל 6 מאל אן אייניקעל פונעם צמח 8 מאל פון דער אהבת שלום און 11 מאל א טשערנאבלער אייניקעל, זאגט אים דער מלמד אט דאס איז א ממזר

ואני (הקטן) אומר..."בהמות"...!

דו ווייסט אויך וואס דער באקאנטער (רב) בעל המימרא האט געזאגט וועגן איינעם פון די משפחה הידועה. (בני באבע יוטל)...אז דער זון איז געווען פונקטליך אזא מחוצף און שפרינגער פונקטליך ווי זיין טאטע..."מדחציף כולי האי,שמע מינה "לאו" ממזירא הוא !

פאר ווער ס'וועיסט נישט. דאס טוט פאראפראזירן די באוואוסטע מאמר הגמ' אויף איינעם וואס איז געווען א גרויסער מחוצף...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 9:59 am

· #487629
געווען אמאל א איד זייער א פרומער. ער האט אייביג געהאלטן דעם זמן מוצאי שבת 2 שעה נאך צאת הכוכבים. אמאל, ווען מ'האט אינסטאלירט נייע ביהכ"ס אין זיין הויז. האט ער זיי צוערשט גענומען אין מקווה און גע'טובל'ט. איין טאג. ווען ער איז געווען ביים דאקטאר זאגט דער דאקטער צו איהם, אז צוליעב זיין געזונט וועט ער מוזן עסן חזיר. נו, אז דער דאקטער הייסט מוז מען פאלגן...! אבער, זייענדיג א פרומער האט ער זיך געזארגט וויאזוי מ'שעכט דעם חזיר. איז ער געגאנגען פרעגן דעם רב. האט איהם דער רב געענטפערט..."אז מ'עסט חזיר דארף מען נישט שעכטן"...!

סעגאל » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 11:43 am

· #487643
איך האב געהערט די מעשה אביסל אנדערש אז נאכען שחטן האט ער עס בודק געווען פון טריפות און געהאט א שאלה אויף די לינג איז ער געגאנגען דערמיט צום האט ער געענטפערט עס איז נישט טריף אבער כשר קען איך נישט זאגען אויף אחזר.

קאך_לעפל » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 12:52 pm

· #487644
עס איז מוצש''ק, און דער הייליגער צדיק רבי הערשלע פון קרעשניף זי''ע, האט נארוואס אפגעראכטן א ליכטיגער שבת - מיטן גאנצן קרעשניפער קנאק ווי ס'איז געווען זיין שטייגער. אצינד זיצט דער הייליגער צדיק פארשפארט אינעם הכנות קאסטן, און פראבירט מיט אלע זיינע קרעפטן ארויסצושטויסן כאטש א טייל פון די ווארע וואס ס'האט אים אזוי שוידערליך געדרוקט... ס'הערט זיך א רעש און א געפילדער... דער צדיק פייפט, און קרעכצט, שרייט און שטופט מיט די לעצטע קרעפטן, און האפט אויף א דערלייכטערונג.
דער משמש בקודש שטייט אינדרויסן אין גאנצן פארגאפט, און האלט מיט מיט גרויס דבקות די געוואלדיגע עבודה פונעם צדיק...
מיטאמאל הערט ער ווי דער רבי הייבט אן שרייען מיט באנומענע קולות... שגץ ארויס! שגץ ארויס! שגץ ארויס!
דער גבאי האט נישט געוויסט וואס דאס באדייט... קאשמארן האבן אים אנגעהויבן ארינצודרונגן אין מוח, אז פילייכט האט זיך עפעס א בני יואל אריינגעשמוגלט דארט אינעם פארדעמפטן קאסטן... נאך א וויילע איז דער רבי ארויסגעקומען אינגאנצן פארשוויצט און פארגלייזט... ער וואשט זיך די הענד און מאכט אן אשר יצר... דער גבאי פרעגט אים מיט וואונדער, ווער איז דער שגץ וואס איז אזוי באפאלן דעם רבי'ן דארט איינערווייניג אינעם קאסטן?
דער רבי מאכט מיט אזוי די הענט און הייבט אן זיינע הייליגע רייד:
איר ווייסט דאך א מיר פירן זיך צו עסן יעדע שבת אינדערפרי, פיר קוגלען - עפל, מעל, לאקשן, און קארטאפל. עטץ ווייסט פארוואס? ווייל דאס איז די ר''ת פון עמלק. די חסידים שטייען פארגאפט... און דער רבי זעצט פאר זיינע וואודערליכע רייד. יעדער מוצאי שבת ביי הכנות דערקוטשעט מיר דער עמלק אויפן ארגסטן פארנעם, אזש ס'איז נישט אויסצוהאלטטן... דערפאר האבן איך אזוי פארפירט אז דער שגץ (עמלק) זאל ארויס גיין...
די חסידים זענען איבעראשט געווארן געווארן פונעם רבינ'ס הייליגער ווערטער.
ויהי לפלא.

תפארת » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 3:09 pm

· #487652
געהערט בשם ר' ישראל שטערן וויזוי זאגט מען צאנז אין אידיש... -קלויזנבורג-.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 6:50 am

· #487936
און ווי אזוי זאגט מען צאנז אין ווייבער שוהל?

-זווהיל צאנז

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:11 am

· #487940
א יונגל פרעגט פון זיין טאטע..."טאטי, ווילאנג וועללן מיר זיין בעל תשובה'ס? פרעגט דער טאטע פארוואס ווילסטו וויסן? זאגט דער יונגל..."איך ווילל וויסן ווען איך קען (שוין) אנהייבן שמועסן אין שול (אזוי ווי א יעדער איינער)...!

cictim » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:05 am

· #487949
וואלווי
און ווי אזוי זאגט מען צאנז אין ווייבער שוהל?

-זווהיל צאנז


צו פארשטיין די ווארט דארף מען מקדים זיין אן אנדערע ווערטל: די זוויהלער האט געזאגט פארוואס בין איך רבי, ווייל זי-וויל…

תפוח » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:32 am

· #487952
הוא היה אומר: עס איז אמאל געווען א שידוך לבית זוועהיל-ערלוי.

זו-וויל און ער-לא...

פאלאצ'ינטא » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 7:58 am

· #488744
אין א קאלטע ווינטער שבת זעהט א אינגעלע, די מאמע טראגט א טייערע שיינע מינק קאוט.

מאמי, פרעגט דער אינגעלע, נעעעעעבעעעעך, וויפיל האט דער חי' געדארפט דורך גיין אין סאפערען, אז די זאלסט קענען האבען אזא פענסי קאוט?

נוווווווווו מחוצף, שרייט די מאמע, אזוי רעדט מען וועגען טאטי?!!

החוקר » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:51 pm

· #488764
רבותי, איך נעם צאם פאר א גאר חשובער רב וואס איך האב געטראפן אין מיאמי ביעטש, בעירום ובחוסר כל.

ביטע רופט אייך אן ווארעם!

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 5:43 pm

· #488783
החוקר: דעס אז די רבי איז (נעבעך) בעירום ובחוסר כל, איז טאקע א רחמנות. אבער זיך אנרופן ווארעם דארף מען נישט. די רבי איז דאך געפארן צו די מקומות הקדושים ווייל דארט איז ווארעם. דאס איז נאר חלק א'. ווען די רבי וועט אי"ה צוריקקומען מיט אן אפגעבראטענע חלק א---יים און ער וועט האלטן א דרשה און אויסרעכענען וואס מ'טאר אלץ נישט ליינען. אדער טון...דעם מאמענט און שטערן און שפאקטיוו פארשטיי איך. אבער די אידישע ליכט אויך נישט...?!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 6:01 pm

· #488785
החוקר
רבותי, איך נעם צאם פאר א גאר חשובער רב וואס איך האב געטראפן אין מיאמי ביעטש, בעירום ובחוסר כל.

ביטע רופט אייך אן ווארעם!


אין בעלזא האט מען געטייטשט:
תצא רוחו, ער ברויך גיין אויף אפריה, ישוב לאדמתו, פארט ער קיין מיאמי, ביום ההוא אבדו עשתנתיו, אין יענעם טאג האט מען עים גע'גנב'ט די הויזן.

תרמב » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:40 pm

· #488804
א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....

וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:50 pm

· #488805
וועגען דעם זאגט מען נישט צדקתך ביי יומא דפגרא'ס וכו', ווייל אזוי ווי ס'קומט א שיינע שבת קומען די אלע צדקתך ומשפטיך'ס שנעל צו פליען פון מיאמע און די שווייץ...

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:35 am

· #488820
זיצט א ע"ה ביים סדר און טייטשט פארן איידעם אזוי: הים ראה וינוס הירדן, די ים האט געזעין אין די ירדן איז אנטלאפן, יסוב לאחור ההרים, רקדו כאלים גבעות.
ביי כבני צאן איז ער שטעקן געבליבען.
פרעיגט עים די איידעם: ווייל די ים האט געזעין דארף די ירדן אנטלויפן?
ענטפערט עים די שווער: טאקע דאס פרעיגט די בעל התהילים נעקסטע פסוק, מה לך הים כי תנוס הירדן, און דער בעל התהילים ענטפערט אז ווייל תסוב לאחור ההרים, און תרקדו כאלים גבעות, וועיגן דעים איז די ירדן אנטלאפן, און די כבני צאן וואס מען איז פריער שטעקן געבליבען זענען שוין אויך פארענטפערט ווייל מלפני אדון חולי.

פאלאצ'ינטא » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:30 pm

· #488894
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו א שנארער און בעט געלט.

זאג איך איהם איך האב נישט.

ענטפערט ער "גיי ארבעטען"

פאלאצ'ינטא » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:38 pm

· #488895
א ליטוואק גייט ארויף אויפ'ן באס אין בני ברק אין זעהט אז עס זיצט א מיידל אנגעטוהן נישט צניעות'דיג.

גייט ער צו און גיבט איהר אן עפעל.

פרעגט זי פארוואס גיבסטו מיר אן עפעל?

זאגט ער ווייל ביז חוה האט געגעסען פון די עץ הדעת האט זי נישט געוויסט אז זי איז נישט אנגעטוהן.

א טאג שפעטער טרעפען זיי זיך ווידער אויף א באס. דאסמאהל גייט זי שוין אנגעטוהן צניעות'דיג אבער יעצט גיבט זי איהם אן עפעל.

פרעגט ער פארוואס גיבסטו מיר אן עפעל?

זאגט זי ווייל ביז אדם האט געגעסען פון די עץ הדעת האט ער נישט געוויסט אז ער דארף גיין ארבעטען

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 4:15 pm

· #488902
תרמב
א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....

זאל דער באשעפער אפהיטן וואו זיי גייען זיך אויסלופטערן כצ״ל

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:22 pm

· #488939
רביה"ק זי"ע: דאס איז א גוט ווארט. אבער די נקודה פון תרמב איז געווען צו מאכן א חילוק פון די רעבעס, רבנים און שיינע אידן און דעם פושט'ן מענטש, וועלכער איז א סאך מאל צוגעגליכן (אין זייערע אויגן) צו א בהמה...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:29 pm

· #488941
ס'ווערט דערציילט אויף הערשל אסטראפאליער אז ער איז אמאל געווען צוזאמען מיט זיין טאטן פאר'ן סדר ביי א קארגן גביר. דער מכניס אורח האט געגעבן זייער קליינע בעכערס פאר די ארבע כוסות. ווען ס'איז געקומען צו די עשר מכות האטציך הערשל אנגערופן (מיט א געמאכטע תמימות). כ'פארשטיי נישט. דער בעל הגדה רעכנט אויס די צען מכות. נאכדעים קומט ר' יהודה און געט די סימנים דצ"ך עד"ש באח"ב. פארוואס האט ר' יהודה געדארפט געבן די סימנים.? נאר ער האט געוואוסט אז ס'וועט זיין א קארגער עושר וואס וועט געבן צום סדר זייער קליינע כוסות וויין. אויב מ'וועט אראפגיסן פאר די צען מכות וועט גארנישט איבערבלייבן. דערפאר האט ער געמאכט די סימנים...!

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:58 pm

· #488991
א צווייטער האט געזאגט אז מכות וואס לאזט נישט איבער קיין סימנים הייסט נישט קיין מכות.....

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:49 pm

· #489011
תרמב: דאס איז געזאגט געווארן פאר תימנ'ער און מאראקאנער, וועלכע פלעגן אנרייסן די ווייבער...!

good news » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:40 pm

· #489043
love it.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:03 pm

· #489045
א איד קומט אמאל אריין צו א רב בעטן א הסכמה אויף זיין ספר. דער רב בלעטערט אדורך דעם ספר'ל און רופט זיך אן צום מחבר, "ר' איד, איהר זאלט מיטנעמען דעם ספר ווען איהר גייט אין גאס אלס שמירה"... פרעגט דער מחבר, "רבי, אזוי הייליג איז מיין ספר"? זאגט איהם דער רב, "דו האסט מיך נישט פארשטאנען... די גמ' זאגט "ת"ח אל יצא יחידי בלילה". כ'מיין רש"י זאגט מפני המזיקין"... זאגט דער רב, אז דו וועסט מיטנעמען דיין ספר, וועלן שוין די מזיקים זעהן אז דו ביסט נישט קיין ת"ח, וועלן זיי דיר נישט טשעפען...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:36 pm

· #489049
Re: מילתא דבדיחותא
תרמב
א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....
ועוד י"ל, אז ווען די רעבעס צופארן דארט ווי זיי באלאנגן יעדער ווי זיין תכונת הנפש ציהט עם, זה בהרי פישטיאן, וזה בשווייץ ואחרים ב'מיאמי ביעטש, דאמאלטס איז אדם ובהמה תושיע ד' האבן די פשוטע אידן א ישועה, אפילו נאר א צייטווייליגע, די פראבלעם איז ווען זיי קומען צוריק.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

פיקח עצום » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 2:05 am

· #489078
אראפשטעלן 5 טויטע אין קאסטענעס איינגעהילט אין תכריכים נאך מיט די נאסע בערד פון די טהרה, אויף לי העכער די הייוועי און פארענט פון שומר שבת וועט זיך דער עולם אויפוועקן פון בערן שלאף....
קרעדיט : קאך לעפעל

פאלאצ'ינטא » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 10:44 am

· #489093
א עלטערע אידל גייט אריין אין א רעסטאראנט און באשטעלט זיך א גוט שטיקל בשר. דער וועיטער ברענגט עס צו און ער גיבט זיך א רוף אן אנטשולדיגט, איך דארף אהיים גיין איך האב פארגעסען מיינע ציין (די פאלשע).

זאגט דער וועיטער, ווארט איין מינוט. ער קומט צוריק מיט אפאר פאלשע ציין.

דער איד פראבירט, ניין זאגט ער, עס איז צו קליין איך גיי אהיים.

ווארט זאגט דער וועיטער איך האב נאך אפאר. ער קומט צוריק און דאס מאהל איז עס געוועהן צו גרויס.

איך גיי אהיים זאגט ווידער דער אלטער.

ר' איד, זאגט דער וועיטער, זארג זיך נישט איך האב נאך. און ער ברענגט נאך אפאר אזוי אהין און צוריק ביז ער האט איהם געברענגט איינס וואס איז געוועהן פונקטליך.

נאכ'ן עסען פרעגט ער דער וועיטער, זאג נאר דו מוזט זיין א דענטיסט פון ווי האסטו אזויפיהל ציין? ביזטו אמאהל געוועהן א דענטיסט?

ניין זאגט דער וועיטער. איך ארבעט אויך ביי די חברה קדישא.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:47 pm

· #489096
פאלאצ'ינטא: ייש"כ. דאס איז א גוטס. מ'קען נאך מוסיף זיין (אויף דיינע דיברות קודש) אז דער וועיטער האט געזאגט פאר דעם אלטן איד אז ווען ער וועט גיין (אי"ה) לאחר מוע"ש, זאלל ער נישט פארגעסן מיטברענגען די ציין...!

חקרן » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:32 pm

· #489562
בערל, שוין לאנג נישט געהערט קיין דזשאוק. איך בין אין די מוד פון עפעס גוטס...

דערצייל עפעס...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78