☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:41 pm

· #489589
משה ברוך דערציילט פאר זיין חבר דוד מיכל.

אז ער איז ארויף אויף א נייע דייעט, ס'הייסט די וויסקי דייעט, פשוטו כמשמעו, מ'מאכט לחיים'ס א גאנצע טאג, יעדע מאל ס'כאפט א תאוות אכילה נעמט מען נאך א שאט.

פרעיגט עים דוד מיכל, וויפיל האסטו שוין פארלוירן?

ענטפערט משה ברוך, איין ווייב מיט זיבן קינדער.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:41 pm

· #489594
חקרן: נו, אז דו ווילסט הערן עמיר פארציילן. האומר דבר בשם אומרו... איך האב געהערט דאס ווערטל פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א...והנה. 2 אידן זענען סטאק געווארן איבער שבת אין עפעס א האטעל אין א שטעטל אין טעקסאס. קיין גרעיפ דזשוס. קיין חלות. גארנישט... יא. איין פלעשל וואדקא. דאס האבן זיי געטראפן אין האטעל צימער. נו, מ'גייט מאכן קידוש אויף א גלעזל וואדקא. שוין. ס'איז געקומען צו חלות און לחם משנה. עודך. ווידער א גלעזל משקה. פיש. נאך איינס. זופ. נאך א גלעזל. פלייש נאך א גלעזל. שוין. מ'גייט בענטשן. רופט זיך אן דער חבר...איך מיין אונז האמיר פארגעסן עפעס...פרעגט ער , וואס?...צו טרינקען בראנפן נאך די פיש...!

קאך_לעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 4:25 pm

· #490234
די אינסטאנצן אין אוקריינא שטעלן איין מאסיווע קאראנא זיכערהייטס מאסאנאמען, צו אנטפאנגן די מיליאנען גוים וואס קומען מארגן קיין אומאן צו וויילן ביים צדיק!

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:48 pm

· #490289
יש לי חבר בן 53, עשה את החיסון השלישי, הלך לישון בשתים בלילה ולא קם בבוקר....

הוא קם בשתים עשרה.

קרדיט: שלומי סטטוס

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 2, 2022 1:08 am

· #490352
צוויי פרויען האבן זיך געשלאגן אויף די לעצטע זיץ פלאץ אויף א באס, ריפט זיך די דרייוער אן, זאל עס די מיאוס'ע פרוי באקימען........


ביידע פרויען זענען געשטאנען א גאנצע וועיג.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 2, 2022 1:23 am

· #490358
מ'פארציילט א מעשה שהיה אויפ'ן מאנסי באס. א (העיליגע) פרוי רופט זיך אן צו דעם באסדרייווער. אזוי ווי איך בין די לעצטע פאסאזשיר, האביך מורא פאר איסור יחוד. דער באסדרייווער זאגט... איין מינוט. ער צינדט אן די לייט און זאגט...ניין ס'איז נישט דא קיין שום חשש...לאל...! אזוי ווי מיין רבי (מהר:א שליט"א ) זאגט... ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...!

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 2, 2022 1:24 am

· #490359
Re: מילתא דבדיחותא
דאס פאלגענדע איז א פאפולערע ( אפשר שוין אפילו דערמאנט ערגעץ ווי אין אשכול)
אבער ס'איז אלץ גוט צו הערן.

פארוואס שערט זיך די כלה איר האר?
כדי דער חתן זאל שפירן ווי ער שלאפט נאך מיט א בחור.

(טאקע דערפאר לאזן אינז פיאות, אז זי זאל זיך געפונען מיט עטוואס א מיידלישע געשטאלט)

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 2, 2022 1:59 am

· #490364
Re: מילתא דבדיחותא
א יעניגער האט אנגעהויבן פעצלען מיט א קינד.
נאך פאר וואס ווען וואו, פרעגט אים דאס יונגל: פארוואס ביסטו נישט קיין סובסעטוט אין מיין חדר?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 2, 2022 2:40 am

· #490366
berlbalaguleh
חקרן: נו, אז דו ווילסט הערן עמיר פארציילן. האומר דבר בשם אומרו... איך האב געהערט דאס ווערטל פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א...והנה. 2 אידן זענען סטאק געווארן איבער שבת אין עפעס א האטעל אין א שטעטל אין טעקסאס. קיין גרעיפ דזשוס. קיין חלות. גארנישט... יא. איין פלעשל וואדקא. דאס האבן זיי געטראפן אין האטעל צימער. נו, מ'גייט מאכן קידוש אויף א גלעזל וואדקא. שוין. ס'איז געקומען צו חלות און לחם משנה. עודך. ווידער א גלעזל משקה. פיש. נאך איינס. זופ. נאך א גלעזל. פלייש נאך א גלעזל. שוין. מ'גייט בענטשן. רופט זיך אן דער חבר...איך מיין אונז האמיר פארגעסן עפעס...פרעגט ער , וואס?...צו טרינקען בראנפן נאך די פיש...!

שווער צו גלייבן אז ערוואקסענע היימישע אידן האבן ערשט געהערט דעם אלטן זשאוק ליינענדיג די תגובה. ס'מוז זיין אז די לייקס זענען פאר דיין זיסע שפראך

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 2, 2022 4:30 am

· #490367
דיין שבח איז אן אליה וקוץ בה...! נישט אן אליה.. א וויידל. א ש.וו. נאר א ישר כח פאר דיין קאמפלימענט. אזוי ווי אייביג ווען דו און דיין שותף צולאזן זיך גיי איך אוועק מיט אזא סארט פיעלינג ווי ויחד יתרו. זאגט די הייליגע רש"י נעשה בשרו חדודין חדודין...!

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יאנואר 3, 2022 10:22 am

· #490504
איעדער וואלט געוואלט האבען א געטרייער ווייב, אן איבערגעגעבענע ווייב, א קלוגע ווייב, א גוטע קעכער.

אבער וואס קען מען טאהן? מיט דער חרם דרבינו גרשום טאהר מען נישט.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 3, 2022 6:50 pm

· #490551
פאלאצ'ינטא: ווען איך זעה מילתא דבדיחותא מיט ..."פאלאצ'ינטא"...קען איך נישט אוועקמישן. דאס גייט צוזאמען. אזוי ווי אן אתרוג מיט א לולב. סמייטע מיט זויערע מילעך. א קאטץ מיט א מייז/ל. א טעפל מיט א שטערצל. א שיך בענדל מיט א גאטשע בענדל.

מ'קען אנהייבן אן אשכול אויף די אלע זאכן וואס גייען צוזאמען. אדער נישט...! אדער קענמיר אריינגיין אין..."פלאפלערייען"... מיט רשות...!

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יאנואר 3, 2022 11:19 pm

· #490595
א ראש ישיבה גייט אריין צו א גביר און דער גביר גיבט איהם 1 דולר.

פרעגט איהם דער ראש ישיבה, וואס איז פשט?

זאגט ער, אלע מיין געלט האבן זיך ארום געקריגט ווער זאהל גיין צו אייך ביז זיי האבען זיך מיחד געוועהן און עס איז געווארען איינס.

אויפ'ן וועג ארויס שטרעקט אויס דער גביר די האנט צום ראש ישיבה און דער ראש ישיבה ווייזט איהם דער מיטעלסטע פינגער.

דו שעמסט זיך נישט? שרייט דער גביר

איין מינוט זאגט דער ראש ישיבה איך האב געוואלט געבען די גאנצע אבער אלע פינגער האבען זיך אנגעהויבען קריגען ווער זאהל גיין צו דיר ביז זיי זענען געווארען איינס

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 4, 2022 2:19 pm

· #490642
צוויי אידן זיצן אין גן עדן און לערענען צוזאמען א שטיקעל רמבם און טענה'נן זיך וואס איז פשט. דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי.

אין מיט'ן גייט אדורך איינער און רופט זיך אן צו זיי, ענק זענען ביידע נישט גערעכט.

רופט זיך אן איינער פון די צוויי, ווער ביזטו? און האט דיר געפרעגט?

ענטפערט ער, איך הייס משה בן מימן הספרדי

רופט זיך אן איינער צום אנדערע, אויך מיר א מיבן, וואס פארשטייט א פרענק צו א רמב"ם?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 4, 2022 3:36 pm

· #490645
פאלאצ'ינטא: דאס איז א גוטס. נאר כ'האב געמיינט דו וועסט זאגן אז יענער האט געזאגט אז ער איז א ליובאוויטשער...!

ומעשה שהיה. אין א שול וואו איך פלעג דאווענען זומער האט דער רב אין איין תקופה פארגעלערנט רמב"ם, שבת אינדערפריה ביי קידוש. איין וואך איז דער רב נישט געווען אינדערהיים. דארט האט געדאוונט א ליובאוויטשער חסיד מיט דעם גאנצן געשטעל. אראפגעבויגן שווארצע הוט מיט א פראק. און א גארטל. האט מען איהם מכבד געווען ער זאלל פארלערנען רמב"ם... ער איז דאך אבער געווען א געשוואלענער עיי"ן ה"א. ער האטציך (נעבעך) אזוי שטארק געבראכן די ציין אז איך ווייס נישט אויב ער איז געבליבן מיט א פאר ציין. דער עולם האט זיך פארגעשטעלט אז ער איז א חב"ד'סקער מסתמא קען ער רמב"ם אויסנווייניג. ס'איז געווען אזעלכע בושות...!

פאלאצ'ינטא » מיטוואך יאנואר 5, 2022 11:39 pm

· #490802
עס איז (שוין) נישט חנוכה אבער א ווערטל אויף חנוכה איז אלעמאהל גוט.

וואס איז געוועהן דער נס חנוכה?

אז מען האט געטראפען א קריגל אויל מיט די חתימה (הכשר) פון איין רב און איעדער האט געהאלטען אז עס איז כשר.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 12:12 am

· #490812
דעים פאלאצ'ינטא קומט אריין מיט ארגינעלע סחורה.

#ארגינעלע_פאלאצ'ינטין

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 12:53 am

· #490829
פאלאצ'ינטא
עס איז (שוין) נישט חנוכה אבער א ווערטל אויף חנוכה איז אלעמאהל גוט.

וואס איז געוועהן דער נס חנוכה?

אז מען האט געטראפען א קריגל אויל מיט די חתימה (הכשר) פון איין רב און איעדער האט געהאלטען אז עס איז כשר.


מיינסט טאקע? געווען פיינע פאליטיק, מלכי בית דוד האט גאנץ ווייניג געשמעקט אז בית חשמונאים האבן איבער גענומען די לייצעס, ס'זיכער געווען אפאסישאן וואס האט געמאכט שבת פאר זיך..

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 6:05 am

· #490857
וואלווי
פאלאצ'ינטא
עס איז (שוין) נישט חנוכה אבער א ווערטל אויף חנוכה איז אלעמאהל גוט.

וואס איז געוועהן דער נס חנוכה?

אז מען האט געטראפען א קריגל אויל מיט די חתימה (הכשר) פון איין רב און איעדער האט געהאלטען אז עס איז כשר.


מיינסט טאקע? געווען פיינע פאליטיק, מלכי בית דוד האט גאנץ ווייניג געשמעקט אז בית חשמונאים האבן איבער גענומען די לייצעס, ס'זיכער געווען אפאסישאן וואס האט געמאכט שבת פאר זיך..


אוודאי האט מען זיך ארום געאמפערט אבער נאך אלעס אבער מען אבער געצינדען איין מנורה מיט די איין קריגל וואס מען האט געטראפען מיט איין חתימה פון איין רב.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 3:44 pm

· #490906
אן עלטערע איד האט אויף דער עלטער באשלאסען אז מען דארף דאך אמאהל עפעס לערענען האט אנגעפאנגען לערענען אינדערהיים ביינאכט. די אידענע זיינע וואס האט איהם נאך קיינמאהל נישט געזעהן עפענען א אידיש ספר האט געגעבען א בליק אין וועליכע ספר ער קוקט אריין איז מיט קולות ארויסגעלאפען פון שטוב און געלאפען צום רב.

זי קומט אריין צום רב וויינענדיג... רבי העלפט מיר, מיין מאן וויל זיך שמד'ן ל"ע

פרעגט דער רב פון ווי ווייסטו?

ענטפערט זי ווייל איך האב איהם געזעהן ליינען א גרויסע בוך וואס שטייט אויף דעם עבודה זרה

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 4:12 pm

· #490911
פאלאצ'ינטא: נאר די רביצין איז אזא בת תלמיד חכם ווי איהר מאן. איך האב צוגעזעהן אן ענליכע מעשה. אין בארא פארק אין ביהמ"ד שומרי שבת האט זיך איין טאג פאר מנחה אנגעריקט אן עלטערער (היימישער) איד מיט א ווהילטשעיר. זיין גבאי איז געווען א רוסישע איד וועלכער איז (נעבעך) נישט געגאנגען אין חדר. דער זיידי פרעגט ביי זיין גבאי (ביי די טיר פון ביהמ"ד)..."וואו האלט מען?"...! זאגט דער רוסישער איד..."מ'לעינט יעצט פון די גרויסע ביכער"...!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 10, 2022 3:54 pm

· #491254
אין א שטאט האבן אמאל געוואוינט 2 מענטשן וועם די גאנצע שטאט האט אייביג גערדופ'ט. מ'האט זיי נאכגעשפעט. און נאכגעשריגן. איינער איז געווען א ..."גנב"...דער צווייטער איז געווען א ..."נאר"...!

איין טאג האבן די 2 חברים געשמועסט צווישן זיך און זיי האבן געזאגט אז דאס איז נישט קיין תכלית. זענען זיי אויפגעקומען מיט אן עצה. מ'גייט זוכן א נייע שטאט. און דארט, אין די נייע שטאט וועט מען פאר קיינעם נישט פארציילן אז דער איז א גנב. אויך נישט אז דער צווייטער איז א נאר. שוין. זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די נסיעה. ווען מ'איז שוין אנגעקומען נאנט צו די נייע שטאט, זאגט דער גנב צו זיין חבר, דעם נאר...,הער מיך אויס. איך וועלל גיין פאראויס. און זעהן וואס די געלעגנהייטן זענען. און דו וועסט נאכקומען...!

דארט איז געווען א קרעטשמע, ביים עק שטאט. דער גנב איז (אזוי ווי געשמועסט) געגאנגען פאראויס.אין די זעלבע צייט איז זיך דער נאר ווייטער געגאנגען רואיג. ער איז אבער אויך געווען אן אויבער חכם. הייבט ער אן טראכטן. ..."ווער זאגט אז דעם שטעקן וואס איך האלט אין די האנד מוז מען גיין גלייך, אין די לענג. אפשר קענמען גיין מיט דעם שטעקן אין די ברייט. ער איז אזוי געגאנגען אויף דעם פעלד אומגעשטערט. ווען ער איז אנגעקומען צו די קרעטשמע, וואס איז געווען געפאקט מיט מענטשן , האט ער פרובירט אריינגיין. אבער דער שטעקן האט איהם נישט געלאזט. האט ער זיך גענימען שטופן מיט אלע כוחות. אבער ס'גייט נישט. די מענטשן אין קרעטשמע האבן געזעהן א פאני זאך. א מענטש מיט א פארדרייט היטל און א שטעקן וואס ער האלט אין די ברייט פרובירט אריינגיין. און ער שטופט מיט אלע כוחות. האבן זיי גענימען לאכן . פלוצלינג באמערקט ער זיין חבר דעם גנב זיצן צווישן עולם. רופט ער זיך אן (אויפגערעגט)..."דער גנב האט זיכער פארציילט אז איך בין א נאר"... פארדעים לאכט דער עולם...!

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:56 pm

· #491335
דריי אידישע עלטערע פרויען זיצען און שמועסען וועגן זייער קינדער.

דער ערשטער זאגט, ענק ווייסען וואס ליבע מיינט? מיין זוהן האט מיר אזוי ליעב אז איעדער יאהר אויף מיין געבורטס נעמט ער מיך צו ענגלאנד, פראנקרייך און ארץ ישראל ערשטע קלאס.

רופט זיך אן דער צווייטער, דא איז גארנישט מיין זוהן שיקט מיר איעדער ערב שבת א טויזענט דולר ווערט פרישע בלומען און עס ווערט דעליווערד ביי דער פרעזידענט פון אמעריקא.

זאגט דער דריטער, אה דאס אלעס איז גארנישט. פאר די לעצטע 30 יאהר גייט מיין זוהן צו א פסיכיאטר צוויי מאהל א וואך און די איינציגסטע זאך ער רעדט פון איז מיך

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:05 pm

· #491336
א אידל איז לא עלינו ולא עליכם ארויס געפאלען פון א פענסטער אויפ'ן 5'טען שטאק.

עס לויפן צום אסאך מענטשען און מען רופט די הצלה.

דער ערשטער הצלה מאן שטופט זיך אדורך און פרעגט וואס גייט דא פאר?

רופט זיך אן דער איד, איך ווייס נישט איך בין אויך יעצט אנגעקומען

וואלווי » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:25 pm

· #491337
פאלאצ'ינטא
דריי אידישע עלטערע פרויען זיצען און שמועסען וועגן זייער קינדער.

דער ערשטער זאגט, ענק ווייסען וואס ליבע מיינט? מיין זוהן האט מיר אזוי ליעב אז איעדער יאהר אויף מיין געבורטס נעמט ער מיך צו ענגלאנד, פראנקרייך און ארץ ישראל ערשטע קלאס.

רופט זיך אן דער צווייטער, דא איז גארנישט מיין זוהן שיקט מיר איעדער ערב שבת א טויזענט דולר ווערט פרישע בלומען און עס ווערט דעליווערד ביי דער פרעזידענט פון אמעריקא.

זאגט דער דריטער, אה דאס אלעס איז גארנישט. פאר די לעצטע 30 יאהר גייט מיין זוהן צו א פסיכיאטר צוויי מאהל א וואך און די איינציגסטע זאך ער רעדט פון איז מיך


מאראל אוו די סטארי? אז א זוהן קען ארום פליען דעם מאמע'ן איבערן גאנצע וועלט, באשיינען מיט די טייערסטע בלומען, און נאכאלס דארפן זיצען ביי א טאראפיסט דרייסיג יאהר...

יעצט אביסל פילאזאפיע: אויב א זוהן פירט נישט די מאמע ארום די גאנצע וועלט, וואלט די בלומען אליינס געהאלפן נישט צו דארפן זיצען דרייסיג יאר אין טעראפי? און וואס איז פארקערט? יא פליען אבער נישט בלומען?

אפטעמיסם איז אייביג גוט: די פליען און בלומען איז א תוצאה פון טעראפי. ס'שווער אין אנהייב, אבער נאך דרייסיג יאר טעראפי קומט מען אן ערגעץ.

לחיים.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:45 pm

· #491355
א חבד'סקער חסיד האט געהאט א דרילינג, דריי אינגעלעך,
ער האט שוין געלאזט וויסן פון פריער אז ער וועט גיבן דריי ליובאוויטשער נעמען, און נישט נאך זיידעס,
די עולם איז געשטאנען און געווארט מיט שפאנונג...

מען רופט אויס די ערשטע... ויקרא שמו בישראל..'בהמה'!
וואס איז דאס? די טאטע איז מסביר בהמה איז ר''ת, ב'רוך ה'בא מ'לך ה'משיח, א פיינע חבד'סקער נאמען..

די צווייטע קינד.... ויקרא שמו בישראל 'חמור'!
די פאטער איז מסביר חמור איז ר''ת ח'יי מ'ורינו ור'בינו,

ס'קומט צום דריטן... ויקרא שמו בישראל 'סוס'!
די טאטע איז זיך מסביר, סוס איז ר''ת ס'ו'ן ס'עווענטי 770

וואלווי » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:50 pm

· #491356
די ליובאוויטשע געבן טאקע פאר מיידלעך די נאמען שמח"ה ע"ש ה'רבנית ח'יה מ'ושקא ש'ניאורסאן

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:57 pm

· #491359
וואלווי
די ליובאוויטשע געבן טאקע פאר מיידלעך די נאמען שמח"ה ע"ש ה'רבנית ח'יה מ'ושקא ש'ניאורסאן

אזוי קרום צו זיין? זיי קענען נישט גראד געבן, חיה מאשקע?
דאס דערמאנט מיר פון א צווייטע מעשה,

מען האט געפרעגט א חבד'סקער חסיד, וואס איז דאס די יו''ט פון י''ט כסלו?
האט ער געענטפערט, אז אין די בחינה פון י''ט ככלו, איז די בחינה פון 'רבי' ארויס פון די בחינה פון 'תפיסה'!
האט מען אים געפרעגט, פארוואס זאגסטו נישט פשוט, י''ט כסלו איז די רבי ארויס פון תפיסה?
האט ער געזאגט, אהה איך האב עס פשוט געוואלט מקרב זיין אל השכל....

וואלווי » דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:04 pm

· #491361
זיי געבען מושקי'ס אויך

וואלווי » דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:06 pm

· #491362
עצי שטים
וואלווי
די ליובאוויטשע געבן טאקע פאר מיידלעך די נאמען שמח"ה ע"ש ה'רבנית ח'יה מ'ושקא ש'ניאורסאן

אזוי קרום צו זיין? זיי קענען נישט גראד געבן, חיה מאשקע?
דאס דערמאנט מיר פון א צווייטע מעשה,

מען האט געפרעגט א חבד'סקער חסיד, וואס איז דאס די יו''ט פון י''ט כסלו?
האט ער געענטפערט, אז אין די בחינה פון י''ט ככלו, איז די בחינה פון 'רבי' ארויס פון די בחינה פון 'תפיסה'!
האט מען אים געפרעגט, פארוואס זאגסטו נישט פשוט, י''ט כסלו איז די רבי ארויס פון תפיסה?
האט ער געזאגט, אהה איך האב עס פשוט געוואלט מקרב זיין אל השכל....


ס'איז גארנישט קיין דזשאוק מיט אזעלעכע "שכל'דיגע" קירבות האט מען פארוקט מערכת שמים כדי צו זוכה זיין אין א לייברערי עד כדי דידן נצח.

נישט איינגעפאלן פאר קיינעם אז ס'דא א סימפל סאלאשין אין פשוטע ממנות אן קיין פנימיות

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 4:39 pm

· #491372
איינער האט גערופען די פאליציי אז זיין ווייב פעלט צוויי וואכען. נאכ'ן זוכען אפאר טעג רופען זיי איהם אן און זאגען איהם מיט א שמחה...

ר' איד, אונז האבען געפונען דיין ווייב.

פרעגט ער, וואס האט זי געזאגט?

גאנישט, ענטפערען די פאליציי

זאגט ער, דעמאלס איז זי נישט מיין ווייב

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:49 pm

· #491376
איינער איז געקומען צו א שלום בית מאכער, און זיך געפערליך אפגערעדט אז ער האט א צעדרייטע ווייב,
עד כדי כך אז נעכטן נאכט האט זי אים אריינגעגאסן סם המות אין די טיי, און בדרך נס האט ער דאס באמערקט אין די לעצטע רגע.

די שלום בית מאכער זאגט, שיק איר אריבער צו מיר און איך וועל כאפן א שמועס מיט איר,
די נעקסטע טאג רופט די שלום בית מאכער אן די אינגערמאן און זאגט אים, ''כ'קען דיר זאגן אזויפיל, כ'בין געזעצן מיט איר פאר צוויי שעה און גערעדט מיט איר, איך אין דיינע שיך וואלט אויסגעטרינקען די טיי..."

בענבען » דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:56 pm

· #491378
ס'אמאל געווען א גנב אין שטאט און די גנב פלעגט אראפ גיין די קוימער און גנבענען. איין מאל האט ער נישט געחשב'נט גוט און אראפ ביים רב אין שטוב,
זעט ער די רב זיצט און לערנט
פרעגט דער רב דעם גנב וואס טוסטו דא, ענפערט ער איך בין דא פרעגן דער רב א שאלה
יא וואס איז די שאלה
וואס איז די שנעלסטע וועג ארויס פון דא

בענבען » דינסטאג יאנואר 11, 2022 5:57 pm

· #491379
רופא התקין לאדם שיניים תותבות.
"כמה עלי לשלם לך?" מברר.
"אלפיים דולר!" ענה הרופא.
"בבקשה", משלם האיש ופונה ללכת.
"הי, אדוני!", מזדעק הרופא, "זה כסף מזויף!"
"נו, ומה בכך?" מיתמם האיש, "השיניים ששמת לי בפה – מה הם?"...

פאלאצ'ינטא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 6:22 pm

· #491382
א ספרדיש אידל גייט אריין אין בית מדרש, און גייט צו צום ארון קודש. ער גייט ארויף די זיבען טרעפ און מאכט אויף די טיהר און פאנגט אן צו ווייענען...

רבש"ע איך האב א משפחה מיט 17 קינדער און איך האב נישט קיין פרנסה צו דעקן די חובות, ממש עס איז צרות...
איך בעט דיר שיק מיר צו אפאר דולר. עס איז דא א גרויסע לאטערי היינט און איך וויל דאס געווינען...

ער מאכט צו די טיהר און הייבט אן אראפצוגיין צוריקציוועגס און פונקט איז עפעס דארט געוועהן וואס ער האט נישט באמערקט און ער טראסקעט אראפ אלע טרעפ...

ער שטייט אויף און גיבט זיך א דריי צום ארון קודש און זאגט...

רבש"ע, דו ווילסט נישט? איז נישט! אבער פארוואס שטופסטו?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 11, 2022 11:22 pm

· #491406
וואלווי
זיי געבען מושקי'ס אויך

ס'איז דא א גרויסע בילדינג. א סקול וואס הייסט בית חיה מושקא, איך האב אמאל דארט געדרייווט דעם באס (פאר 3 טעג)...!

וואלווי וויל אודאי וויסן וואס איז געשעהן נאכדעם? נאכדעם ביניך געגאנגען צו א נענטערע דזשאב אין בארא פארק, נישט צו דארפן פארן א יעדן טאג פאר 20 מינוט ביז קרוינהייטס...!

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:39 pm

· #491696
ר' מעכעלע מנתני' ז''ל פלעגט צו זאגן,
פארוואס ביי קידוש לבנה שפרינגט מען, און ביי מאכן אן אשר יצר שפרינגט מען נישט?
די תירוץ איז, אז ווען מען וואלט געמאכט אן אשר יצר בלויז איינמאל א חודש, וואלט מען אויך געשפרינגען...

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:42 pm

· #491697
הוא היה אומר,
ס'דא עפעס וואס יעדער ווייסט וועגן מיך, דאן איז דא עפעס וואס נאר איך און מיין ווייב ווייסן, דאן איז דא עפעס וואס נאר די רבוש''ע אליין ווייסט,

דאס אז מיין בעקיטשע איז צעריסן, דאס ווייסט יעדער איינער
דאס אז מיין הויזן איז אויך צעריסן, דאס ווייסט נאר איך און מיין ווייב
און ווען מיין ווייב וועט עס פארעכטן און פארנייען, דאס ווייסט נאר די רבוש''ע אליין...

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:49 pm

· #491699
אפאר גרויסע גוים מליאנערן זענען געזעצן און א רעסטאנאנט און געשמועסט, און דערנעבן איז געזעצן א אידעלע,

איין פילאנטראפ זאגט, ענק ווייסן וויפיל געלט איך האב? אויב וויל איך, קען איך יעצט אויפן רגע אפקויפן טשעיס באנק!! יא אלע ברענטשעס!

זאגט די צווייטער, דאס אלעס? איך קען אויך צוקויפן דעלטא עירליינס!

זאגט די דריטער דעטס איט? איך קען אויך גאר צוקויפן צו דעם, אלע הילטאן האטעלן פון ארום די וועלט!

זאגט די נעקסטע, איך קען נאך צו דעם אלעס צוקויפן עקסאן מאביל געז קאמפעני, צוזאמען מיט וואלמארט!!

זיי דרייען זיך אויס צו דעם אידל, און פרעגן, זאג נאר, און וואס איז מיט דיר?
זאגט ער... ענק קענען אלע פארגעסן פון ענקערע חלומות, איך פארקויף ענק גארנישט...

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 8:23 am

· #491797
Re: מילתא דבדיחותא
דאס לעבן איז ווי הויזן פון א קליין קינד.

קורץ און באַקאַקט...

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:04 pm

· #491810
א קלוגע איד האט אמאל געזאגט,
ווי גוט קען שוין די טאג זיין, אז עס הייבט זיך אהן מיט א 'אויפשטיין'...

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:09 pm

· #491814
די ראש כולל באמערקט אז ס'איז ליידיג אין כולל, גייט ער אריין און קאווע צימער, און זעט די כולל אינגעלייט זיצן זיך אזוי און קאליצן, און רוקן אריין מזונות, דענישעס מיט קעיק, דעקעלעך מיט וואס נישט,

ער פרעגט אזוי שטרענג, וואס גייט דא פאר? וואס איז די הפקירות דא?

ענטפערט איינער, אונז זענען דא פשוט ארויסגעגאנגען, עוסק צו זיין 'על המחיה ועל הכלכלה'

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:14 pm

· #491815
פאקט נומער איינס, עס איז אוממעגליך פאר די צונג פון א מענטש אנצורירן זיין נאז,


פאקט נומער צוויי, די פראבירסט יעצט אנצורירן דיין נאז מיט דיין צונג...

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:17 pm

· #491816
די וועיטער: סור, טשיקן אר ביף?

איך: נישט קיין חילוק די סדר...

Lexus » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:32 pm

· #491859
איינער פארט אויף א פליגער און קוקט אריין אין א גוישע שמוציגע צייטונג
קומט אריין א איד און זעהט ווי ער קוקט אריין אין דעם
נעמט ער זיך שרייען גיוואלד גיוואאללדדד!! א היימישע איד ליינט א שמוציגע צייטונג??!!
בארויאיגטס אייך ענטפערט די איד, איך ליין נישט די צייטונג, איך קוק נאר די בילדער...

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:50 pm

· #491880
ברוינשטיין
דאס לעבן איז ווי הויזן פון א קליין קינד.

קורץ און באַקאַקט...

נישט ביי א יעדן...!

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:55 pm

· #491881
ער רעדט נאר פון זיידי ברוינשטיין, קוים געווען א בחור'ל און שימלט שוין אינעם נורסינג האום...

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:57 pm

· #491883
אז מ'רעדט פון ליינען צייטונגען: אין די אנהייב דרייסיגער יארן, אין דייטשלאנד ווען די נאציס, ימ"ש זענען שוין געקומען צו די מאכט. און דאס אנטיסעמיטיזם איז געווען זייער גרויס, פארט זיך א אידל מיט די באן. נאר כדי זיך צו באשיצן נעמט ער ארויס א שטורמער און ליינט דאס. שפעטער קומט צו צו איהם נאך א מענטש און מאכט אויף א שטורמער צייטונג. זיי נעמען זיך שמועסן. דער ערשטער פאסאזשיר זאגט צו זיין שכן. די אידן זענען אזוי שרעקליך. זיי ווילן אייננעמען די גאנצע וועלט. אויך. זיי זענען די גרעסטע שווינדלערס און באנדיטן. דער צווייטער לייגט צו נאך שלעכטע זאכן אויף די אידן. אזוי האבן זיי געהאט א פארמעסט. ווער ס'קען בעסער שעלטן די אידן. דער ערשטער אידעלע האלט עס שוין נישט אויס. ער געט (אומווילנדיג) א שריי אויס שמע ישראל...רופטציך אן זיין שכן צו אים...ה' אלוקינו, ה' אחד...!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:30 pm

· #491945
אין די צוקוועטשטע וויליאמסבורג, ווי מען קען אלעס מיטהאלטן וואס עס טוט זיך ביים שכן, האט זיך אפגעשפילט אזא מעשה.
איינער קלאפט אריין צום שכן, דער שכן עפנט די טיר, 'יא, וויאזוי קען איך דיר העלפן'?
זאגט ער, עס איז נארוואס ארויסגעקומען פון דיין אויבן, דריי פיינע פרישע טשיעז קעיקס, איך וואלט געוואלט פארזוכן דערפון!

דער שכן קוקט אים אזוי אריין אין פנים, 'וואס גייט פאר מיט דיר'? האסט פארגעסן, דו ביסט נאך פליישיג..!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 18, 2022 12:34 pm

· #491947
ענדליך פארציילט מען, אז די מאן און ווייב האבן געהאט א גאנצע טענה'ריי אויב מען מוז דיקער מאכן די וואנט, כדי אז מען זאל נישט אריינהערן,
זי האט גע'טענה'ט אז מען הערט פיין אריבער, אבער ער האט געזאגט, לאדיך אפ, מען הערט נישט גארנישט,
ווי נאר מען ענדיגט זיך ארומשלאגן, קלאפט אריין די שכן און זאגט, 'ביי די וועי, איך האלט אז מען הערט גארנישט אריבער'
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78