☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

ישמעאל הכהן » מוצ"ש מאי 31, 2014 11:17 pm

· #203721
מענין לענין, האט מען געהערט איינעם שרייען פון די הויעכע שטאקן פון פענסטער ארויס 'העלף העלף מיין שוויגער וויל ארויסטאנצן פון פענסטער', ווען מיז אנגעקומען אויבן צו זעו וואס מ'קען העלפן זאגט יענער אז ער קען נישט עפענען דעם פענסטער..

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 2, 2014 3:30 pm

· #204240
רבותי!

ראש השנה איז נישט דא ווען צו עסן!

יום כיפור טאר מען נישט עסן!

פסח איז נישט דא וואס צו עסן!

סוכות איז נישט דא ווי צו עסן!


שבועות דארף מען נקמה נעמען אין אלע ימים טובים.......



הה''ד בעצרת כו''ע מודי דבעינן נמי לכם

לאליפאפ » מאנטאג יוני 9, 2014 8:33 am

· #204948
פאריאר ביים בעלזער חתונה האט זיך בעלזער רב אנגערופן צו דעם מחותן, נו, וויאזוי איז געווען די חתונה?
האט דער מחותן געזאגט אז ער האט הנאה געהאט טאקע אבער ער האט געפילט ווי די גאנצע חתונה ווערט געפירט דורך די צד החתן.
האט אים דער בעלזער רב געענפערט אז ער איז גערעכט און אי"ה ביי די נעקסטע חתונה וועט די צד הכלה בעיקר אנפירן..

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 9, 2014 7:44 pm

· #205077
קומט א עלטערע איד צום דאקטער און דער דאקטער פרעגט איהם וואס באדארט אייך? זאגט ער...

די רוקען טוט מיר זייער וויי... אויך אין די בויך האב איך געפערליכע יסורים... און דער קאפ אוי עס איז ממש נישט אויסצוהאלטען... די פיס טוט מיר זייער וויי ווען איך גיי אדער שטיי... און די הענט... איך קען דאך אפילו נישט האלטען א שטיקעל פאפיר... אין איך מיין אז מיין הארץ קלאפט עפעס נישט אזוי גוט...
פרעגט איהם דער דאקטער דאס אלעס?
זאגט ער... ניין דאקטער... היינט פיהל איך מיך נישט אזוי גוט...

יין שרף » מיטוואך יוני 11, 2014 3:18 pm

· #205538
אין פאפא ביהמ"ד אין לאנדאן האט א ערל אריינגעווארפן א באמבע. ב"ה די פאליציי האבן געטראפן די באמבע און די ערל. די איינציגסטע זאך וואס מען זיכט נאך איז פאפא ביהמ"ד אין לאנדאן...


C/P

petergrifin » מיטוואך יוני 18, 2014 2:07 pm

· #206691
יעצט געהערט פון קובי אויף קורטוס ענד קובי שאו
אז ביי זיין מאמע'ס לוויה האט ער גפרעגט זיין ראביי אויב ער גייט זיך טרעפן
מיט זיין מאמע נאך דער הונדרעט און צוואנציג?
זאגט ער איהם, קובי- איך בין אין סעילס פאר דיין שאלה דארפסטו גיין צו
די מענעזמענט...

יין שרף » מיטוואך יוני 18, 2014 8:35 pm

· #206835
היינט אין שול קומט צו מיר צו א גבאי און פרעגט מיר, דיין טעלאפאון איז כשר?

אוודאי, ענפערט איך אים.

איך קען עס אפשר זעהן? פרעגט ער.

פרעג איך אים, זאג נאר די ביסט גע'מל'עט?

זעכער, ענפערט ער.

פרעג איך אים הויך, איך קען אפשר זעהן...??


c/p

petergrifin » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:10 pm

· #206975
A mother in lkwd was concerned that her baby can't sit yet without any support. The pediatrician said dont worry- 90% of Lkwd can't "sit" without support

לאליפאפ » זונטאג יוני 22, 2014 1:50 pm

· #207421
איך האב לעצטענס געהערט א גוט ווארט, מען וועט אפשטעלן עני ספאנישע גויטע אין פרעגען די האסט ליב יודן וועט זי זאגען אוודאי נישט, מען וועט איר פרעגען מיסעס יאקאבאוויטש האסטו ליב? וועט זי זאגען "יעעס מיססיס יאקאבאוויטש מיי פרענד" און וואס טוט זיך מוט מיסטער פרענקעל? "יע הי איס ע ווערי נייס פערסאן!"
מען וועט אפשטעלען א יוד און פרעגען האסט ליב א צווייטען יוד.. וועט ער דיר זאגען א שאלה?? אהבת ישראל! סא וואס זאגט סטו אויף דעים שטיינמעץ? "ער איז א שגץ.. באגאנבט א האלבער שטאט.. מען דארף עים באערדיגען" און דעי אין וואס זאגסטו צי דע פריעדמאן? "ער האט נישט קיין ברעקעל יודישקייט און זיך, האט מיט כלל ישראל גארנישט!"

ק/פ

דריידל » מיטוואך יוני 25, 2014 8:18 am

· #207964
איינער וואקט אריין אין א אפיס און פארלאנגט צו רעדן צום בעל הבית. דער בעה"ב, זעהנדיג א נייע פנים פראבירט צו מאכן א גוטע אימפרעשן, שרייט ער אריין אין טעלעפאן: הער מיך אויס, אונטער הונדרעט טויזענט דאללאר איז נישטא וואס צו רעדן און אויב איך האב נישט די געלט ביז פיר און צוואנציג שעה איז אויס דיעל, און האקט אראפ די פאון. נאכדעם דרייט ער זיך אויס צו דער וואס האט אריינגעוואקט און פרעגט וואס ער דארף. זאגט יענער: איך בין געקומען קאנעקטן אייער פאון ליין.....

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 25, 2014 8:49 pm

· #208111
נאך א שוויגער וויץ. איינער פרעגט זיין חבר, איך הער אז דיין שוויגער איז אין שפיטאל, ווי לאנג איז זי שוין דארט?
"אין דריי וואכן ארום וועט זיין אי"ה א חודש" ענטפערט יענער.

וואס איז דער חילוק צווישן א שוויגער און א שלאנג?
נישט דא קיין חילוק

petergrifin » מיטוואך יוני 25, 2014 10:29 pm

· #208123
ס׳איז דא תרפ׳ט ארגענעזאטציעס װאס נעמן זיך פאר איעדע זאך אויפן װעלט. פון אלע ראסען און קאלירען
מיט רעליגיעס ביז אלע חיות און בהמות ביז אלע פינף מענטשלכע סעקס ספישיס ענד קאנטינג.
װען גײט זיך עפענן א ארגענײזעישען װאס װעט זיך אן נעמען פאר ״שװיגערס״? איך מײן אזויפיל ליצנות
געטריבען אויף שװיגערס מיט רכילות אז מען מוז דריגענד עפעס טוהן דערװעגן. עני װאלענטירס? 😃

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:19 am

· #208149
הנני! וואו שרייבט מען אונטער?
נאך אלעם, מיין זיסע מיידעלע גייטעך אויך אמאל זיין... יא, א שוויגער!
קען איך דען צולאזן אז אירע צוקונפטיגע איידימער און שנורן זאלן איר בארעדן?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יוני 26, 2014 10:56 am

· #208184
ביי קענעדי עיר פארט שטעלעט מען אפ א משולח אויפ'ן וועג צוריק צו ארץ ישראל. דער איד שלעפט זיך מיט צוויי גרויסע רענצליך. זיי עפענען אויף איינס און עס ליגט דארט צוואנציג טויזענט דולר קעש...

פרעגען זיי... וואס איז פשט אין דאס געלט?

זאגט ער... איך בין א משולח און איך גיי נאך געלט. דאס מאהל בין איך אויפגעקומען מיט א נייע וועג צו מאכען געלט. איך גיי צו שומרי שבת שוהל אין בורו פרק און איך גיי אריין אין טוילעט. אזוי ווי איינער קומט אריין געב איך איהם א חאפ אן זיין "מעשה" אין איך נעם ארויס מיין מעסער אין איך זאג... געב אהער פופציג דולר אויב נישט שנייד איך עס אפ.

פרעגט דער עיר פארט גארד, און וואס איז אין די צווייטע רענצעל?

זאגט ער... הא! דו ווייסט דען נישט אז בורו פארק האט אסאך קארגע מענטשען... אסאך מענטשען גיבן נישט...

יין שרף » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:59 am

· #208195
שרה היינט גיי איך נישט אין כולל.
משה פארוואס נישט ?
אה, איך בין פלישייג...

איך אויך » דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:44 pm

· #208248
שוין דא א ווייבער כולל?

שרייבער » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:54 am

· #209469
ק/פ

שיעור ד' פרעגט
איז נישטא קיין פלאץ וואו צו מאכן א ישיבה וואו בחורים זאלן לערנען נאר אין חברון?

גאלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:58 am

· #209472
שרייבער
ק/פ

שיעור ד' פרעגט
איז נישטא קיין פלאץ וואו צו מאכן א ישיבה וואו בחורים זאלן לערנען נאר אין חברון?


אמורא צריך לפרש דבריו,
די עלטסטע אפטיילונג פון די קרית יואל מתיבתא רופט זיך "שיעור ד'"
זיי זענען איינקוואטירט און א גאס אין מאנרא וואס רופו זיך "חברון" נישט ציזאמען מיט די איבעריגע אפטיילונגען

ראש המדברים » דינסטאג יולי 8, 2014 1:16 pm

· #210802
מארגן וועט די פרייע צייטונגען אין מדינת ישראל זיין ביזי
אז די פרומע אין בני ברק זענען נישט געשטאנען ביים פייף

BAL TSHIVA » מיטוואך יולי 9, 2014 1:45 am

· #210983
Custer, SD - A Fourth of July hot dog eating contest in western South Dakota turned tragic when a contestant choked to death.
Walter Eagle Tail, 47, of Custer, died at a hospital Thursday after attempts to save him at the scene failed, Custer County Sheriff Rick Wheeler told the Rapid City Journal (<a class="postlink" href="http://bit.ly/1n3EKRD">http://bit.ly/1n3EKRD</a> ).
“There was someone doing CPR when we arrived,” Wheeler said. “He probably just suffocated. It got lodged in his throat and they (paramedics) couldn’t get it out.
“It all happened within minutes,” the sheriff said.
The Custer Chamber of Commerce, which sponsored the contest, canceled a pie-eating contest scheduled for Friday.
“We are at a loss for words,” Chamber Executive Director Dave Ressler said. “We are mourning for Walter and his family right now.”
Speed-eating competitions are popular over the Fourth of July weekend. Eight-time champion Joey “Jaws” Chestnut managed to eat 61 hot dogs in 10 minutes at an annual contest in Coney Island, New York, on Friday — eight short of the record 69 he swallowed in the 2013 competition.
George Shea, chairman of Major League Eating, a competitive eating organization based in New York, said organizers do all they can to prevent casualties during contests, though his group had nothing to do with the South Dakota event.
“We always make sure it’s in a controlled environment,” Shea said. “We organize the entire thing around safety. (Just as) if it’s football or hockey or auto racing, we approach it as a top priority.”
Funeral arrangements were pending for Eagle Tail, whom friends described as a fun-loving, kind and caring man.
“Walter was just being Walter, having fun when he entered this contest,” said Ardis McRae. “He was just having a good time.”

By: AP

More of today's headlines
Previous: Chicago, IL - Visitor Trapped In Chicago Jail For About 30 Hours
Next: Fort Lauderdale, FL - Florida Public Defenders Fired For Facebook Comments About Palestinians




Read Comments (3)

1. Anonymous Says: This just proves what nutritionists and my mom have been saying for years, namely, "Hotdogs are lethal and can kill you." Seriously, I heard the coroner report described the cause of death as "full of baloney". Reply »
Yesterday at 11:13 PM

2. Anonymous Says: BD'E. He died doing something that he loved. Reply »
Yesterday at 11:54 PM

3. Rafuel Says: Lived like a dog, died like a dog. AM




To post a comment, please sign-in below:
Email or Username:


Password:


?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יולי 9, 2014 1:14 pm

· #211047
‏ראיתי זקן באיצקוביץ בא למנחה בלי שלייקס שאלתי אותו אהרלה אתה לא מפחד שיפול לך המכנס....
אהרלה ענה לי ר' חיים אמר בבני ברק לא יפול כלום

יין שרף » מיטוואך יולי 9, 2014 7:34 pm

· #211145
הצלה בית שמש האט געמאלדן אז זיי האבן באקומען א קאל איבער א אינגערמאן וואס חלש'ט.
נאך וואס מען האט אים ערוועקט האט מען מברר געוועהן.
עס האט זיך איבערגעוויזן אז זיין שוויגער איז געקומען פון 'שדרות' צוליב די מיסעלס וועלעכע פליען דארט.
קוקענדיג אין אירע רענצלעך האט ער געטראפן דארט א 'ראש השנה מחזור'...

יין שרף » פרייטאג יולי 18, 2014 2:22 am

· #212504
...There is a book titled “Everything Men Know About Women” - It is filled with about 100 blank pages

diff » דינסטאג יולי 22, 2014 5:17 pm

· #213095
זייט מזרחי האט איבערגענומען דער אשמנו בגדנו. הייבן די ערל'יכע יודן אן נאר פון גזלנו

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 5:29 pm

· #213098
LOL 😂 😂 😂 😂 😂 😂

אגב.. וואו איז GEHLUNGEN? שוין לאנג נישט געהערט פון אים

יעלה ויבא » דינסטאג יולי 22, 2014 9:06 pm

· #213133
איך האב אלעמאל געמיינט אז איך פיל מיך אן אינוואליד ל"ע ווייל איך האב נישט קיין לייסענס, יעדער פארט און גייט ווען ער וויל, און איך מוז אנקומען צו מענטשן'ס טובות, האב איך מחליט געווען פאר עטליכע יאר צוריק אז געענדיגט, איך מאך מיר לייסענס, און איך ווער א טאטע... א מענטש צווישן מענטשן, כ'קען אויך דערציילן מיינע מאנסעס...

בין איך אבער געוואר געווארן אז ס'איז טויזענט מאל ערגער, האבן לייסענס אן א קאר פילט זיך ווי פראזען פיצא אן א טאוסטער... כ'האב שוין יא לייסענס און כ'קען אין קיין ערגעץ נישט פארן, ווער וועט מיר טראסטן מיט א קאר?! דינגען? האב איך דען ערגעץ אזוי וויכטיג ווי צו פארן אז כ'זאל דארפן דינגען?...

האט דער אייבערשטער געהאלפן, מיין טאטע האט געדארפט אוועקפארן אויף צוויי וואכן, און צו מיין גרויס שמחה האט ער מיר - נישט מער נישט ווייניגער - אנגעטרויעט מיט די קאר. א שמחה!

איך האב מחליט געווען די קומענדיגע צוויי וואכן דארף איך דוקא דאווענען אין די ווייטערע ביהמ"ד, אזוי אז כ'זאל האבן א תירוץ צו נעמען די קאר. והך כוה, אזוי האב איך געטון, כ'האב אנגעשטאפט די קאר מיט עטליכע סי.די.'ס, ר' יוסף חיים און ר' ישראל דוד טאמער וועל איך זיין אין די מוד פון הערן שיעורים. מחנה שלוה און ניגוני בעלזא טאמער וועל איך זיין אין די מוד פון מוזיק. לייבוש לאנגער און ד.ח. ווייס טאמער וועט פונקט אויסקומען כ'זאל נעמען די קינדער.

צו מאכן בקיצור, דער אייבערשטער איז געווען גאר גוט צו מיר, און אין איינע פון די טעג האב איך געדארפט פארן אפילו ביז קיין וויליאמסבורג... איין קלייניגקייט! א איד פארט נישט אליינס, כ'בין דורכגעפארן די היטש קארנער, און ב"ה ס'האט זיך געמאכט א איד, גראדע מיינס א באקאנטער וואס האט געוואלט פארן.

מיינט איר דאך אוודאי אז כ'גיי באשרייבן ווי אוממענטשלעך היטשערס זענען, ניין, דאס לאז איך פאר די בריוון אין די צייטונגען. די נסיעה'לע איז געווען גאנץ געשמאק, איך האב יענעם ערלויבט צו רעדן אויפן סעל ווייל כ'האב געזעהן ס'האלט אין איין דריזלען, וואס גייט מיך אן, א עיקר איך דרייוו.

ערלעדיגט וואס מ'האט געדארפט צו ערלעדיגן, מ'פארט צוריק קיין ב"פ בשעטומ"צ. דאס מאל איז קיינער נישט געשטאנען פאר קיין היטש, איז נישט.

דא האט עס פאסירט. אינמיטן די בי.קיו.אי. דדדרררררררר... אזעלכע מאדנע גערודער פונעם קאר, דדרררררר... יוי געוואלד וואס מיינט דאס? איך בין געווארן נערוועז, געפארן אביסל שטאטער, און געטראפן א ווינקל זיך אפצושטעלן. די גערודער האט זיך פארשוויגן.

אקעי, מסתמא איז עפעס געווען אונטער די קאר, פאר מיר ווייטער.

אזוי ווי מ'ציט ארויף צו 50, דדררררררר... נאך אפאר סעקונדעס דדרררררר... געוואלד! וואס טוט מען? כ'האב מחליט געווען כ'נעם נישט קיין טשענסעס, מיין טאטע וועט מיר מער קיינמאל נישט געבן די קאר, כ'על צאלן די פאר דאלער און כ'גיי צום מעקעניק.

כ'קום אן צום מעקעניק, ער פרעגט מיר וואס איז די פראבלעם, זאגעכעם. ער פארשטייט נישט וואס כ'רעד, וועלכע סארט גערודער, און איך מאך נאך דדרררררר... ער שמייכעלט ער האט נישט קיין אנונג וואס כ'מיין. כ'טענה מיט אים אז ס'נישט קיין דמיון. די החלטה איז געבליבן אז מ'גייט אונטערהייבן די קאר זעהן פון אונטן וואס דאס איז.

ער איז געגאנגען הגבה, אונטערגעהויבן די קאר, און הייבט אן מאכן די בדיקה, זוכט רעכטס, זוכט לינקס, און זוכט די פאריעריגע שניי.

דדררררר...

"אה! דאס האבעך געמיינט!!"

דער נעמט זיך לאכן אויף אלע באקן... ער רוקט שנעל אראפ די מאשין, עפענט די טיר, והנה, אויפן דעשבאורד ליגט יענעם יונגערמאן'ס סעלפאן:

דדררררר...

דדררררר...
C/P

פלעין יודיש » מיטוואך יולי 23, 2014 7:38 am

· #213196
c\p
דזשאן קערי קומט היינט אהן צו איזרעאל לכאורה דורך די טונעלן און עזה, ווייל מען האט אפגעשטעלט אלע פלייטס פון און צו ארץ ישראל.

לעמיל » מיטוואך יולי 23, 2014 11:10 am

· #213212
@יעלה ויבא
געב קרעדיט פאר אייוועלט עס קומט פון דארט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=900373#p900373">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 73#p900373</a>

יעלה ויבא » מיטוואך יולי 23, 2014 11:12 am

· #213213
I got it on whatsapp and I wrote c/p

petergrifin » דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:59 am

· #213446
א סאטמאר'ער איז געשטאנען מיט א באבוב'ער פון 48, און זאגט אים, דאס איז עס, די מדינה גייט אונטער, ס'פערטיג.
זאגט אים דער באבוב'ער, פריי דיך נישט! די מדינה איז אזוי ווי 45, וויפיל מאל מיר האבן זיך שוין געפריידט אז ס'גייט שוין אונטער, און דערווייל גארנישט, עס האלט נישט ביים געשעהן, זיי בלייבן דא פאר גוד...
(אמת'ע מעשה)

c/p

diff » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:08 pm

· #213529
Is this how they speak? Then they ask why tragedies happen 😞

יין שרף » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:11 pm

· #213532
אין עזה האט א אראבער אדוועטייזד "א דירה צו פארדינגן מיט א גרויסע לאט ביזן ים".
קומט איינער קוקען אויפן דירה און זאגט אים, אבער ס'איז דאך דא נאך א בנין צווישן די דירה אין די חוף ים?
זאגט אים די אראבער, OK קום צוריק אין 15 מינוט...

יין שרף » זונטאג יולי 27, 2014 9:26 pm

· #214021
יענקל מיללער זאגט, ער האט שוין מורא צו זאגען פאר אן אראבער "גיי אין די ערד", ווייל ער ווייסט נישט פון וועלכע לאך ער וועט ארויסקומען...

שושן פורים » זונטאג יולי 27, 2014 10:14 pm

· #214033
they say the tunnels were built for a planned attack on Rosh Hashana, imagine all israel wiped out, and the only survivors are the breslove...

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 11:07 pm

· #214048
שושן פורים
they say the tunnels were built for a planned attack on Rosh Hashana, imagine all israel wiped out, and the only survivors are the breslove...

Bad taste joke 😞
Very bad 😢

יין שרף » מאנטאג יולי 28, 2014 12:39 am

· #214072
אנטשולדיגט אבער זייער נישט שיין! ווילסט נישט לאך נישט! אבער גיי נישט אראפקלאפן! וויש דיר די נאז און גיי ווייטער, נישט וויש יענעמס...

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 28, 2014 6:28 pm

· #214252
Why do you need a drivers license to buy liquor when you can't drink and drive?

Why are there interstate highways in Hawaii?

Why are there flotation devices under airplane seats instead of parachutes?

Why are cigarettes sold in gas stations when smoking is not permitted there?

Have you ever imagined a world without any hypothetical situations?

How does the guy who drives the snowplow get to work in the morning?

If 7-11s are open 24 hours a day, 365 days a year, why are there locks on the doors?

If nothing sticks to Teflon, how do they make Teflon stick to the pan?

If you're in a vehicle going the speed of light, what happens when you turn on the headlights?

Why do they put Braille dots on the keypad of a drive-up ATM?

Why do we drive on parkways and park on driveways?

Why is it when you transport something by car it's called a shipment, but if you send it by ship it's called cargo?

You know the indestructible little black box that's found on airplanes.....why can't they make the airplane out of the same material?

Why is it when you're driving and looking for an address, you turn down the volume on the radio?

How can there be self-help *groups*?

If someone with multiple personalities threatens to kill himself, is it considered a hostage situation?

Is there another word for synonym?

Isn't it a bit unnerving that doctors call what they do "practice"?

When sign makers go on strike, is anything written on their picket signs?

When you open a new bag of cotton balls, is the top one meant to be thrown away?

Where do forest rangers go to "get away from it all"?

Why isn't there mouse-flavored cat food?

Why do they report power outages on TV?

Why are builders afraid to have a 13th floor but book publishers aren't afraid to have a Chapter 11?

If knees were backwards, what would chairs look like?

If you lick the air, does it get wet?

יין שרף » זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:06 pm

· #216172
זאגט מיר איינער "איך האב באקומען א אנטיסימיטישע קעריקטור פאר א האנטעך היינט אין מקוה".
פרעג איך אים וואס הייסט? זאגט ער "דין ווי א ליילעך, מיט א לאך אינמיטן"...

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:25 pm

· #216174
זאגט מיר היינט א בעל תשובה אז ווען ער ווייסט אז פרומע אידן לאזן הענגן די ווייבער צוויי חדשים א יאר, וואלט ער שוין תשובה געטון צוואנציג יאר צוריק. ודפח"ח.

Kool man » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:51 pm

· #216530
א נטורי קרתא'ניק האט געפרעגט זיין פריינט פון די פירער פון כאמאס, ס'איז דאך געוועזען אפגעמאכט א סיעס-פייער פאר 72 שעה, פארוואס טאקע האט עטץ ענק נישט געקענט איינהאלטן צו די אפמאך און געמוזט אנהייבן שיסען נאך פאר'ן זמן?
ענטפערט דער כאמאס'ניק, אונז זעמיר נישט קיין חסידים וואס האלטען 72, אונז האלט מיר שיטת הגאונים.
💡

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:26 pm

· #217001
חיים נחום, דו ווייסט אז רויכערן הרג'עט שטייטערהייט?

חיים נחום ק.: נו, איך יאג זיך נישט...

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:12 am

· #217056
א אלטע איד מיט א קאר עלטער פון עם ציט ארויף די 42 אין די מאוינטענס, שטיין צוויי יונגעלייט אויף די זייט פון די ראויד,
"עטס דארפטס א רייד?!"
"ניין! אונז יאגן זיך!"

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:14 pm

· #217353
א איד, א שטארקער חסיד פון מהר״א מסאטמאר, האט ג׳מאכט א ברית, האט ער פארשטייט זיך מכבד ג׳ווען דעם רבין מיט סנדקאות+מהלות.(אזוי איז דו לעצטע פאר יאר איינגעפירט בין החסידים)
האט ער א פעטער א גרויסער מתנגד צום אדמו״ר, איז ער ג׳קומען נאר צום סעודה, ווען ער איז שוין נישט דארט..
ביים בענטשן איז אים דער בעל שמחה מכבד מיט אן״הרחמן״, גראדע דו 4׳טע.
נאכן בענטשן גייט צו צו אים איינער און פרעגט אים: וועמען האסטו געבענטשט דא?!...

״הרחמן הוא יברך המל בשר הערלה ופרע ומצץ דמי המילה״

זעט מען פון דו מעשה ווי מ׳קען אלס אנקומען, אז מ׳גייט אפי׳ נאר צו א סעודה וכו׳ וכו׳

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:31 am

· #217392
מילתא דבדיחותא
עס זאגט א איד, ער איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה פאר דו שמשים וועלכע ווילן אז דער עולם זאל בייצאלן מקוה געלט, און מענטשן טענה׳ן אז ״ס׳הייסט נישט אריינלאזן יודן אין מקוה״?! קומט ער אויף אן המצאה, מ׳זאל אויסדרייען דו דרייעדיגע טיהר, און מ׳זאל קענען אריינגיין בחינם ממש, נאר ווען ס׳קומט צום ארויסגיין, דעמלטס מוז מען בייצאלן, איר מוזט דאך נישט ארויסגיין. ודפח״ח

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:54 am

· #217406
נו ווי קען מען אפהאלטן א איד פון ארויסגיין? ער קען צוקומען צו סכנות נפשות נאר ענדערש לייג די דרייעדיגע טיר פאטענט ביי די הכנות שטיבלך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:38 am

· #217414
איך בעט ענק שמשים נעמסט נישט אן די עצה, פיס קראצעריי 15 מינוט איז מער ווי גענוג. שטעל דיר פאר מ'איז געשטראנדעט דארט א גאנצן טאג.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:23 pm

· #217454
די קאלטע בור וועט ווערען א פאליש אויף מנינים, די ווארימע בור א קאווע צימער, די הייסע בור א ביה''כ, די שאויערס א סמאקינג זאון, אין די עולם סלייבט דארט נאו פראבלעם

outspoken » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:25 pm

· #217613
credit
וען איך האב געפאקט מיין חשוב'ע פרוי איבערקוקן מיינע טעקסט איין נאכט נאכ'ן צווייטן, האב איך איר געזאגט, הער מיך אויס צדיקת, מיך שטערט נישט אז דו קוקסט מיינע טעקסט, איך האב נישט וואס צו באהאלטן, אבער דו ווייסט דאך אז ס'איז דא א חרם דרבינו גרשום צו ליינען יענעמס פריוואטע זאכן, אויב דו האלטסט נישט פון חרם דרבינו גרשום, וויל איך דיר מודיע זיין אז ס'איז דא נאך א חרם דרבינו גרשום, צו נעמען צוויי ווייבער..

זי האט שוין מיין סעלפאון מער נישט אנגערירט..

@קפנדריא credit

👍 👍 👍 👍 👍

בשבילי! » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:27 pm

· #217616
די ערשטע זיבן ווערטער פאר זיך באלאנגט נישט אין א היימישן פארום

Kool man » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:56 pm

· #218200
זאגט מיר א באבובער חסיד [45] כ'האב נאך קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען וואס דאס מיינט יום המר והנמהר כ"ו אב
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78