☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

פאלאצ'ינטא » מאנטאג פעברואר 27, 2023 11:17 am

· #517674
א פרוי האט זיך אויפגערעגט אויף איהר מאן און געשריגען...

פאק זיך די פעקלאך און גיי ארויס פון דאנען!

אויפ'ן וועג ארויס שרייט זי איהם נאך...

איך האף אז דו זאהלסט שטארבען נאכען אדורעך גיין לאנגע יאהרען פון יסורים און צרות

אהא ענטפערט די מאן דו ווילסט איך זאהל בלייבן

פאלאצ'ינטא » מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:44 pm

· #517679
מיין בעל הבית אין די ארבעט האט זיך נעכטען אנגעריקט מיט א שפאגעל נייע קאר, פולי לאודעד פארשטייט זיך.

גיי איך צו צו איהם און זאג איהם תתחדש און ווי שיין עס איז

זאגט ער... אויב דו וועסט דא זיין ביי די ארבעט איעדען טאג און ארבעטען פלייסיג... וועל איך נעקסטע יאהר האבען א שענערער און א בעסערער

נעקסט לעוועל » מיטוואך מערץ 1, 2023 1:13 pm

· #517748
ביים הייזקע פון א גאליציאנער הערט מען קלאפן, איינער פון די קינדער גייט עפענען די טיר,
קינד: טאטי, איינער ביים טיר, גייט נאך געלט פאר א מקווה !
טאטע: נונו, געב אים א קאפ וואסער....

פאלאצ'ינטא » מיטוואך מערץ 1, 2023 3:02 pm

· #517755
נעקסט לעוועל
ביים הייזקע פון א גאליציאנער הערט מען קלאפן, איינער פון די קינדער גייט עפענען די טיר,
קינד: טאטי, איינער ביים טיר, גייט נאך געלט פאר א מקווה !
טאטע: נונו, געב אים א קאפ וואסער....
דו דערמאנסט פון דער אלטער ווארט.

איינער זיצט אין א געפערליכע טרעפיק אויפ'ן הייוועי. נאכען זיצען א שעה זעהט ער ווי א מענטש מיט א גרויסע שיסעל (bucket) גייט פון קאר צו קאר און רעדט מיט איעדער. ער קומט צו צו איהם און זאגט איהם...

איך גיי קאלעקטאן. טעראריסטאן האבען געקידנעפד אבאמא מיט ביידען און הילרי קלינטאו און זאגען אז אויב מען גיבט זיי נישט 20 מיליון דולר ביז צוויי שעה וועלען זיי אנגיסן די דריי מיט געזאלין און זיי פארברענען.

פרעגט ער און וויפיהל בערך גיבט איעדער דא אויפ'ן הייוועי?

2 גאלאן ענטפערט ער

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 1, 2023 5:12 pm

· #517762
נעקסט לעוועל
ביים הייזקע פון א גאליציאנער הערט מען קלאפן, איינער פון די קינדער גייט עפענען די טיר,
קינד: טאטי, איינער ביים טיר, גייט נאך געלט פאר א מקווה !
טאטע: נונו, געב אים א קאפ וואסער....
מיך דערמאנט עס אן אנדערע מעשה (באלעגאלע אלערט..)

ביים הויז פון א גאליציאנער קלאפט א בעל צדקה, ער גייט נאך געלט פאר א חשוב'ע משפחה וואס האט ממש נישט קיין ברויט אין שטוב.
טאטע: גיב אים א רעפטל ברויט, זאל זיין ברויט אין שטוב...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 9:28 am

· #517821
ארטור דעווידסאן די בעה"ב פון די מאטארסייקל פירמע "הארלי דעווידסאן" האט אפגעלעבט זיינע יארן, אפגע'פגר'ט, בקיצור אמייסע, ער קומט אן אויבן אין הימל, א מלאך מיט א ווייסן נעקטיי מיט א שיינעם לאגא פון "Seventh sky staff" ווארט אים אפ ביים איר פון גן עדן און זאגט אים ווייל די ביסט געווען אזא גוטער מענטש און די האסט אזויפיל אויפגעטון פאר די וועלט, קענסטע פיקן נעבן וועם די ווילסט זיצן...ער פארקראצט זיך זיין טשופרינע און טראכט, נאך א מינוט ענפערט ער, איך וויל זיצן נעבן גאט!
נונו, זאגו דער מלאך, באגלייט אים אריין אין עלעוועטאר, פרעסט דעים קנעפל אנצוקומען צום VIP סעקשען, און טראגט אים אריין און גאט'ס צימער, ער קומט אריין, און גאט דערקענט אים גלייך...
אלוקים: אה די ביסט דער וואס האט ערפינדן די מאטארסייקלעך ?

ארטור: יאפ, דאס איז מיר

אלוקים: וואס איז די ביג דיל, האסט נישט געקענט מאכן עפעס מער סטאביל, עפעס וואס געט ארויס ווייניגער רעש ?

ארטור: אנטשולדיגטס, במחילת כבודך, האט איר נישט ערפינדן די פרויען genre ?

אלוקים: -------

פארפאלן איך קען נאר שרייבן די ערשטע האלב, העיקר חסר מן הספר מחמת מורא חסימת הניק, כהעל באקומען די רשות העלעך שרייבן די צווייטע האלב....

טמיר » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 2:12 pm

· #517840
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג
נעקסט לעוועל
ביים הייזקע פון א גאליציאנער הערט מען קלאפן, איינער פון די קינדער גייט עפענען די טיר,
קינד: טאטי, איינער ביים טיר, גייט נאך געלט פאר א מקווה !
טאטע: נונו, געב אים א קאפ וואסער....
מיך דערמאנט עס אן אנדערע מעשה (באלעגאלע אלערט..)

ביים הויז פון א גאליציאנער קלאפט א בעל צדקה, ער גייט נאך געלט פאר א חשוב'ע משפחה וואס האט ממש נישט קיין ברויט אין שטוב.
טאטע: גיב אים א רעפטל ברויט, זאל זיין ברויט אין שטוב...
איך זעה נישט די וויץ דא. אז דו דארפסט נישט קיין ברויט זאג נישט ברויט. זאג אז דו קומסט פאר רענט. וואס איז פלוצלונג געשען מיט שקר?

מצפצף » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 10:05 pm

· #517902
נעקסט לעוועל
ארטור דעווידסאן די בעה"ב פון די מאטארסייקל פירמע "הארלי דעווידסאן" האט אפגעלעבט זיינע יארן, אפגע'פגר'ט, בקיצור אמייסע, ער קומט אן אויבן אין הימל, א מלאך מיט א ווייסן נעקטיי מיט א שיינעם לאגא פון "Seventh sky staff" ווארט אים אפ ביים איר פון גן עדן און זאגט אים ווייל די ביסט געווען אזא גוטער מענטש און די האסט אזויפיל אויפגעטון פאר די וועלט, קענסטע פיקן נעבן וועם די ווילסט זיצן...ער פארקראצט זיך זיין טשופרינע און טראכט, נאך א מינוט ענפערט ער, איך וויל זיצן נעבן גאט!
נונו, זאגו דער מלאך, באגלייט אים אריין אין עלעוועטאר, פרעסט דעים קנעפל אנצוקומען צום VIP סעקשען, און טראגט אים אריין און גאט'ס צימער, ער קומט אריין, און גאט דערקענט אים גלייך...
אלוקים: אה די ביסט דער וואס האט ערפינדן די מאטארסייקלעך ?

ארטור: יאפ, דאס איז מיר

אלוקים: וואס איז די ביג דיל, האסט נישט געקענט מאכן עפעס מער סטאביל, עפעס וואס געט ארויס ווייניגער רעש ?

ארטור: אנטשולדיגטס, במחילת כבודך, האט איר נישט ערפינדן די פרויען genre ?

אלוקים: -------

פארפאלן איך קען נאר שרייבן די ערשטע האלב, העיקר חסר מן הספר מחמת מורא חסימת הניק, כהעל באקומען די רשות העלעך שרייבן די צווייטע האלב....
גוגלתי ונושעתי...

כוואליעס » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 7:26 am

· #518246
איינער האט מיר מכבד געווען פורים מיט הגבהת הכוס פארן בענטשן, האב איך אים געזאגט: א שאד די טירחה קענסט מיר סתם אזוי באגיסן מיט וויין

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:31 am

· #518269
מצפצף
נעקסט לעוועל
ארטור דעווידסאן די בעה"ב פון די מאטארסייקל פירמע "הארלי דעווידסאן" האט אפגעלעבט זיינע יארן, אפגע'פגר'ט, בקיצור אמייסע, ער קומט אן אויבן אין הימל, א מלאך מיט א ווייסן נעקטיי מיט א שיינעם לאגא פון "Seventh sky staff" ווארט אים אפ ביים איר פון גן עדן און זאגט אים ווייל די ביסט געווען אזא גוטער מענטש און די האסט אזויפיל אויפגעטון פאר די וועלט, קענסטע פיקן נעבן וועם די ווילסט זיצן...ער פארקראצט זיך זיין טשופרינע און טראכט, נאך א מינוט ענפערט ער, איך וויל זיצן נעבן גאט!
נונו, זאגו דער מלאך, באגלייט אים אריין אין עלעוועטאר, פרעסט דעים קנעפל אנצוקומען צום VIP סעקשען, און טראגט אים אריין און גאט'ס צימער, ער קומט אריין, און גאט דערקענט אים גלייך...
אלוקים: אה די ביסט דער וואס האט ערפינדן די מאטארסייקלעך ?

ארטור: יאפ, דאס איז מיר

אלוקים: וואס איז די ביג דיל, האסט נישט געקענט מאכן עפעס מער סטאביל, עפעס וואס געט ארויס ווייניגער רעש ?

ארטור: אנטשולדיגטס, במחילת כבודך, האט איר נישט ערפינדן די פרויען genre ?

אלוקים: -------

פארפאלן איך קען נאר שרייבן די ערשטע האלב, העיקר חסר מן הספר מחמת מורא חסימת הניק, כהעל באקומען די רשות העלעך שרייבן די צווייטע האלב....
גוגלתי ונושעתי...
Well, it may be true that my invention is flawed,’ God said to Arthur, ‘but according to the numbers, more men are riding my invention than yours

כוואליעס » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 2:14 pm

· #518286
איינער ווייסט אויב מען קען קויפן "סאווער דאו" מצה פאר פסח??? זייער וויכטיג

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 3:55 pm

· #518292
כוואליעס
איינער ווייסט אויב מען קען קויפן "סאווער דאו" מצה פאר פסח??? זייער וויכטיג
גראדע יא!
לויט תוס' (אנפאנג פרק ערבי פסחים) קען מצה עשירה (דהיינו אנשטאט וואסער לייגט מען אחד מז' מיני משקאות) נישט קיין חמץ ווערן אויב האט עס בכלל נישט קיין וואסער.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 5:06 pm

· #518297
Re: מילתא דבדיחותא
אלע ימים אידישע ימים טובים:
1) הם ניסו להרוג אותנו
2) הם לא הצליחו
3) יאללא, אוכללללל…..

Sent from my iPhone using Tapatalk

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 6:48 pm

· #518309
די טעלעפאון פון יענקל'ס ווייב האט געמאכט קאמפלעקאציעס, האט זי געשאפט א פאון אויף דערווייל ביז עס ווערט פארראכטן. יענקל האט געוואלט אריינלייגן די נייע נומער אין זיינע קאנטעקטס, אבער ער האט נישט געוואלט אריינלייגן wife, ווייל אט אט באקומט זי דאך שוין צוריק איר אלטע פאון. האט ער אריינגעשריבן אזוי:
temporary wife...

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 7:59 pm

· #518314
אדער midwife...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:45 pm

· #518342
שמן למאור
מצפצף
נעקסט לעוועל
ארטור דעווידסאן די בעה"ב פון די מאטארסייקל פירמע "הארלי דעווידסאן" האט אפגעלעבט זיינע יארן, אפגע'פגר'ט, בקיצור אמייסע, ער קומט אן אויבן אין הימל, א מלאך מיט א ווייסן נעקטיי מיט א שיינעם לאגא פון "Seventh sky staff" ווארט אים אפ ביים איר פון גן עדן און זאגט אים ווייל די ביסט געווען אזא גוטער מענטש און די האסט אזויפיל אויפגעטון פאר די וועלט, קענסטע פיקן נעבן וועם די ווילסט זיצן...ער פארקראצט זיך זיין טשופרינע און טראכט, נאך א מינוט ענפערט ער, איך וויל זיצן נעבן גאט!
נונו, זאגו דער מלאך, באגלייט אים אריין אין עלעוועטאר, פרעסט דעים קנעפל אנצוקומען צום VIP סעקשען, און טראגט אים אריין און גאט'ס צימער, ער קומט אריין, און גאט דערקענט אים גלייך...
אלוקים: אה די ביסט דער וואס האט ערפינדן די מאטארסייקלעך ?

ארטור: יאפ, דאס איז מיר

אלוקים: וואס איז די ביג דיל, האסט נישט געקענט מאכן עפעס מער סטאביל, עפעס וואס געט ארויס ווייניגער רעש ?

ארטור: אנטשולדיגטס, במחילת כבודך, האט איר נישט ערפינדן די פרויען genre ?

אלוקים: -------

פארפאלן איך קען נאר שרייבן די ערשטע האלב, העיקר חסר מן הספר מחמת מורא חסימת הניק, כהעל באקומען די רשות העלעך שרייבן די צווייטע האלב....
גוגלתי ונושעתי...
Well, it may be true that my invention is flawed,’ God said to Arthur, ‘but according to the numbers, more men are riding my invention than yours
נישט געוויסט אויב איך קען עס שרייבן

באט די געמיסט א חלק אינדעמיטן

"So speaking, pro to pro, there are serious manufacturing flaws in your invention:
1. There is a horrible inconsistency between the models on the front.
2. There is a tendency to make terrible noises at high speeds.
3. The back area tends to become too soft soggy over the years and does not maintain stability.
4. The entrance is too close to the exhaust area.
5. The maintenance expenses are simply insane.

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 10, 2023 12:59 am

· #518357
א פרייער יוד האט געהאט א זוהן וואס איז געגאנגען אט"ד, דהיינו ר'האט זיך גע'שמד, די זוהן האט אנגעהויבן פארקויפן פארן טאטען זייערע טריניטי תורות, די טאטע כאפט אן די זוהן ביים אויערן און זאגט הער צו "ס'נאר דא איין גאט און אינז גלייבן נישט אין עים"....
(שמעתי בשם זיגמונד פרויד)

פאלאצ'ינטא » פרייטאג מערץ 10, 2023 8:57 am

· #518368
רב משה קומט אריין אין שוהל, צושלאגען און צוהרג'ט הינקט אויף א פון מיט א ציבראכענע האנט.

פרעגט איהם דער רב, רב משה? וואס האט פאסירט?

גארנישט, זאגט ער איך האב באגראבעם מיין ווייב.

און פארוואס זעהט איהר אויס אזוי? פרעגט ווייטער דער רב

וואס הייסט? זאגט משה, זי האט זיך נישט געלאזט

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 10, 2023 9:34 am

· #518371
פאלאצ'ינטא
רב משה קומט אריין אין שוהל, צושלאגען און צוהרג'ט הינקט אויף א פון מיט א ציבראכענע האנט.

פרעגט איהם דער רב, רב משה? וואס האט פאסירט?

גארנישט, זאגט ער איך האב באגראבעם מיין ווייב.

און פארוואס זעהט איהר אויס אזוי? פרעגט ווייטער דער רב

וואס הייסט? זאגט משה, זי האט זיך נישט געלאזט
ווי זאגט יענער?
שטארבן נו מילא, אבער די קבורה דאס לייגט שוין די מענטש אין די ערד אריין.....

מתבודד » זונטאג מערץ 12, 2023 1:02 am

· #518428
A blonde is flying to Las Vegas in the economy seats, she notices that there are some 1st class seats empty, and decides to move.

One of the female cabin crew, tells her that the seat is not paid for and she must either move to her original seat or pay the excess.

No, I’m not moving, I’m not paying, because I’m blonde, I’m beautiful and I’m going to Las Vegas.

The female cabin crew goes and gets the senior crew member. She askes the blonde again, the seat is not paid for and she must either move to her original seat or pay the excess.

No, I’m not moving, I’m not paying, because I’m blonde, I’m beautiful and I’m going to Las Vegas.

The two cabin crew go the flight deck and explain the situation, the co-pilot said that he would go.

The co-pilot asks the blonde for a third time, the seat is not paid for and she must either move to her original seat or pay the excess.

No, I’m not moving, I’m not paying, because I’m blonde, I’m beautiful and I’m going to Las Vegas.

The co-pilot and the two cabin crew go to see the Captain, tell you what says the Captain I’ll talk to her, my wife’s blonde, I speak blonde.

The Captain goes to see the blonde and whispers something in her ear… Ohhh! she says, and moves back to her original seat.

The co-pilot and the two cabin crew were amazed, How? What did you say to her they asked.

I told her 1st class isn’t stopping at Las Vegas.

נעקסט לעוועל » דינסטאג מערץ 14, 2023 9:03 am

· #518595
אן עלטערע זקן קומט ארויף אויף א צונודגעדריקטע אגד באס, נישטא קיין איין ליידיגע זיץ, באין ברירה שפארט ער זיך אן אויף ס'שטעקן זיינע.
ביי די נעקסע באס סטאנציע, די באס מאכט א האסטיגע אפשטעל, און די זיידע איז שיעור נישט אומגעפאלן
עפעס א ארטיגע אינגע צוציק שרייעט אים פונדעבעק
– אם היה לך גומי בקצה המקל היית יותר יציב!
ס'זקן ענפערט,
– ואם אבא שלך, כאשר עשה אותך היה משתמש בגומי, עכשיו היה לי מקום לשבת…!

נעקסט לעוועל » דינסטאג מערץ 14, 2023 4:24 pm

· #518622
וואסע די חילוק צווישן ט"ו באב און ט"ו בשבט?
ווי מלייגט די סיד"ס....

פאלאצ'ינטא » מיטוואך מערץ 15, 2023 7:12 am

· #518655
איינער זאגט מיר

נאך א מזל אז דער סאטמר רב זל האט נישט געהאט א זוהן מיט'ן נאמען יחיאל.

ווייל עס וואלט געוועהן ארונים, זלונים און חילונים

טראפעלע » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 1:00 am

· #518720
נעקסט לעוועל
וואסע די חילוק צווישן ט"ו באב און ט"ו בשבט?
ווי מלייגט די סיד"ס....
נישט געכאפט..

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 11:36 am

· #518752
טראפעלע
נעקסט לעוועל
וואסע די חילוק צווישן ט"ו באב און ט"ו בשבט?
ווי מלייגט די סיד"ס....
נישט געכאפט..
ווי מען לייגט די טראפעלע...

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 11:50 am

· #518754
טראפעלע
נעקסט לעוועל
וואסע די חילוק צווישן ט"ו באב און ט"ו בשבט?
ווי מלייגט די סיד"ס....
נישט געכאפט..
קען נישט זיין, ווען נישט וואלסטו נישט דא געווען היינט..

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 3:56 pm

· #518761
טראפעלע
נעקסט לעוועל
וואסע די חילוק צווישן ט"ו באב און ט"ו בשבט?
ווי מלייגט די סיד"ס....
נישט געכאפט..
ט"ו באב איז די יודישע וואלענטיינס דעי.....

שמן למאור » זונטאג מערץ 19, 2023 12:19 am

· #518900
א יונגל האט אינמיטן קלאס געדארפט ארויסגיין לנקביו, האט ער אויפגעהויבן זיין האנט אלס א צייכן אז ער וויל עפעס פרעגן פון די מלמד, אבער די מלמד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. די יונגל האט זיך גענומען צו שאקלען זיין האנט, גע'אטעמט הויעך, זיך גענומען צו טאנצן און שפרינגען.. אבער גארנישט.

נאך אזא פיפצן מינוט ריפט זיך אן די מלמד, גיב א קוק, די statue of liberty שטייט שוין פאר 200 יאר מיט די האנט אין די הייעך און ער מאכט נישט קיין געראטשקע, און דו קענסט נישט איינזיצן פאר קיין געציילטע מינוטן?

זאגט די יונגל.. זאל די מלמד נאר איין מאל גיין כאפן א בליק אויפן statue of liberty און מיר דערנאך קומען פארציילן וואס עס געפינט זיך ארום איר... ס'דא א סיבה פארוואס מען קען נאר אנקומען אהין מיט א שיף...

שמן למאור » זונטאג מערץ 19, 2023 12:33 am

· #518903
דער איידעם איז געגאנגען באזיכן די שטערבליך קראנקע שוויגער אין שפיטאל. ווען ער איז אהיימגעקומען האט אים זיין ווייב געפרעגט, נו? וואס איז די מצב?

זאגט די מאן "לכאורה וועט זי ביז א צוויי דריי טעג געזינט ווערן, און קומען וואוינען ביי אונז אינדערהיים פאר די נעקסטע 20 יאר"

"וואס? וויאזוי קען דאס זיין?" וואונדערט זיך די פרוי. בלויז לעצטע וואך האט מיר די דאקטאר געזאגט אז זי האט נאך בלויז געציילטע טעג צו לעבן.

"איך ווייס נישט" זאגט די מאן. "דער דאקטאר האט מיר געזאגט אז מען זאל זיך גרייטן פארן ערגסטן"...

שמן למאור » מאנטאג מערץ 20, 2023 12:58 pm

· #519099
א באקאנטע גנב קומט אריין און א רעסטוראנט, ער גייט צו צום ארדער טישל און זאגט פארן סערווירער, פיל מיר ביטע אן אזא שיסל פון די גוטע פלייש, פאר עס הייבט זיך אן...

דער סערווירער וואונדער זיך אזוי צו זיך אליין, פאר וואס הייבט זיך אן? אבער ס'איז אים נישט איינגענעם צו פרעגן.. ער וועט אויסווארטן צו זען וואס עס וועט זיך אויסשפילן.

דער ארדערט ווייטער.. פאק מיר איין פון יענע צושפייז, פאר עס הייבט זיך אן, יעצט אביסל פון דעם סאלאט, פאר עס הייבט זיך אן, יעצט פון דעם געטראנק, פאר עס הייבט זיך אן..

דער פאקט אים אלעס שיין איין אין א בעג, ער געבט עס איבער צו אים, און ער שפאצירט ארויס פון געשעפט אן באצאלן..

העי! מיסטער! האסט נאכנישט באצאלט! קום צוריק און באצאל!

שוין! זאגט דער גנב.. יעצט הייבט זיך עס אן...

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 21, 2023 9:45 pm

· #519280
דער מונקאטשער רב בעל מנחת אלעזר זצ"ל האט אויף א יעדע זאך וואס האט פאסירט געטראפן א פסוק אדער א מאמר חז"ל.

איז ער אמאל אדורכגעגאנגען א פלאץ אין די שטאט מונקאטש, נאך די ערשטע וועלט מלחמה וואו ס'האט זיך פארזאמלט א קיבוץ פון אידן. זיי האבן אבער געהאלטן דאס פלאץ זייער נישט ריין. ס'געווען פול מיט גארבידזש און אנדערע אומאנגענעמע זאכן. האט ער זיך אנגערופן צו די אידן..."כ'פארשטיי נישט. ס'שטייט אין פסוק "ומושב בני ישראל בארץ מצרים ארבע מאות שנה". די אידן זענען דאך געווען אין מצרים בלויז 210 יאר?! נאר דער תירוץ איז, זאגט ער בנועם לשונו..."אז אין די 200 יאר האבן זיי אגעמאכט א מושב ווי גלייך זיי וואלטן געווען דארט 400 יאר...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 9:16 pm

· #519526
פאלאצ'ינטא
איינער זאגט מיר

נאך א מזל אז דער סאטמר רב זל האט נישט געהאט א זוהן מיט'ן נאמען יחיאל.

ווייל עס וואלט געוועהן ארונים, זלונים און חילונים
מען קען צולייגען אז אויב וואלט ער געהאט א זוהן בן ציון וואלטען זיין געוועהן ציונים.... א שאד

מתבודד » מאנטאג מערץ 27, 2023 1:40 am

· #519741
A college pizza delivery boy arrived at the house of Mr.Smith. He delivered the pizza to his trailer. After giving it to him, Mr. Smith asked: "What is the usual tip?"

"Well," replied the youth, "this is my first trip here, but the other guys say if I get a quarter out of you, I'll be doing great."

"Is that so?" snorted Mr. Smith. "Well, just to show them how wrong they are, here's five dollars."

"Thanks," replied the youth, "I'll put this in my school fund."

"What are you studying in school?" asked Larry.

The lad smiled and said: "Applied psychology."

מתבודד » מאנטאג מערץ 27, 2023 2:04 am

· #519742
מתבודד
.....A blonde is flying to Las Vegas in the economy seats, she notices that there are some 1st class seats empty, and decides to move.
מענין לענין... (#ראסיסטיש_אלערט)

יענעם שווארצן יונג איז אריין אין באנק דעפאזיטן א טשעק, געווען אין די תקופה ווען זיי זענען ארויס מעבדות לחירות...

די טעללער בעט אים ער זאל מוחל זיין חתמ'ענען אויפן בעק פונעם טשעק, אבער דער נעמט זיך פארפירן: "איך זיץ נישט אין בעק פון די באס און איך חתמ'ע נישט אין בעק פון די טשעק!"

אלע הסברים אז יעדער טוט אזוי און אז נאר אזוי קען מען דיפאסיטן האבן גארנישט געהאלפן, דער האלט זיך ביי זיינס, "כ'זיץ נישט אין בעק פונעם באס און כ'סיין נישט אין בעק פון די טשעק!"

דער טעללער ווייס נישט וואס צו טון און איז געגאנגן רופן דעם באנק מענעזשער, א זעקס-אהאלב-פיסיגן פארשוין. ער קומט ארויס, שפאנט צו צום יונג, און רופט זיך אן, חתמ'ע דא אין בעק פונעם טשעק!

יענער פאנגט נאר אן זיין פזמון און דער מענעזשער דעלאנגט אים א הילכיגן פראסק שריעענדיג ער זאל שוין סיינען ווייל זיין צייט איז טייער. דער יונג נעמט זיך ציטערן הענט און פיס גיט א חתמ'ע און פיצט אפ פון שטח.

אזויווי ער גייט ארויס פרעגט די טעללער דעם מענז'ער, היתכן איך פרוביר אים מסביר זיין אזוי לאנג און ס'גייט נישט און די אין איין רגע...?

הער צו, זאגט ער, די האסט פשוט נישט גערעדט צו אים זיין שפראך, איך האב גערעדט צו אים זיין שפראך!...

פאלאצ'ינטא » מאנטאג מערץ 27, 2023 1:04 pm

· #519774
א איד קומט איינער אריין אין בית המדרש און זעהט אז עס זיצט דארט א עלטערע אידל און שפילן שאך מיט א הונט. נאכען שטיין דארט פאר א פאר מינוט גייט ער צו און פרעגט דעם אידל...

זאגט נאר איז דאס טאקע א הונט?

יא ענטפערט ער

און ער שפילט טאקע שאך ? פרעגט ער ווייטער

יא יא ענטפערט ווייטער דער איד

ממש אוימגלויבליך זאגט ווייטער דער איד, דאס איז די גרעסטע חכם דאס איז דער קלוגסטע הונט און דער גאנצע וועלט.

רעד נישט קיין נערישקייטען זאגט דער אלטער ער איז נישט קיין חכם, ער האט שוין פארלוירען 7 מאהל פון די לעצטע 10 שפיעלען

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 27, 2023 1:12 pm

· #519775
יעצט מיט די פראטעסטן אין ירושלים זאגט מיר איינער אז משיח קען שוין קומען, יעדער איז סייווי אין שטאט.

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 29, 2023 1:13 am

· #519945
berlbalaguleh
דער מונקאטשער רב בעל מנחת אלעזר זצ"ל האט אויף א יעדע זאך וואס האט פאסירט געטראפן א פסוק אדער א מאמר חז"ל.

איז ער אמאל אדורכגעגאנגען א פלאץ אין די שטאט מונקאטש, נאך די ערשטע וועלט מלחמה וואו ס'האט זיך פארזאמלט א קיבוץ פון אידן. זיי האבן אבער געהאלטן דאס פלאץ זייער נישט ריין. ס'געווען פול מיט גארבידזש און אנדערע אומאנגענעמע זאכן. האט ער זיך אנגערופן צו די אידן..."כ'פארשטיי נישט. ס'שטייט אין פסוק "ומושב בני ישראל בארץ מצרים ארבע מאות שנה". די אידן זענען דאך געווען אין מצרים בלויז 210 יאר?! נאר דער תירוץ איז, זאגט ער בנועם לשונו..."אז אין די 200 יאר האבן זיי אגעמאכט א מושב ווי גלייך זיי וואלטן געווען דארט 400 יאר...!
בערל, ביסט דאך א דייקן. אין פסוק שטייט: ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים שלשים שנה וארבע מאות שנה

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 29, 2023 1:14 am

· #519946
מתבודד
מתבודד
.....A blonde is flying to Las Vegas in the economy seats, she notices that there are some 1st class seats empty, and decides to move.
מענין לענין... (#ראסיסטיש_אלערט)

יענעם שווארצן יונג איז אריין אין באנק דעפאזיטן א טשעק, געווען אין די תקופה ווען זיי זענען ארויס מעבדות לחירות...

די טעללער בעט אים ער זאל מוחל זיין חתמ'ענען אויפן בעק פונעם טשעק, אבער דער נעמט זיך פארפירן: "איך זיץ נישט אין בעק פון די באס און איך חתמ'ע נישט אין בעק פון די טשעק!"

אלע הסברים אז יעדער טוט אזוי און אז נאר אזוי קען מען דיפאסיטן האבן גארנישט געהאלפן, דער האלט זיך ביי זיינס, "כ'זיץ נישט אין בעק פונעם באס און כ'סיין נישט אין בעק פון די טשעק!"

דער טעללער ווייס נישט וואס צו טון און איז געגאנגן רופן דעם באנק מענעזשער, א זעקס-אהאלב-פיסיגן פארשוין. ער קומט ארויס, שפאנט צו צום יונג, און רופט זיך אן, חתמ'ע דא אין בעק פונעם טשעק!

יענער פאנגט נאר אן זיין פזמון און דער מענעזשער דעלאנגט אים א הילכיגן פראסק שריעענדיג ער זאל שוין סיינען ווייל זיין צייט איז טייער. דער יונג נעמט זיך ציטערן הענט און פיס גיט א חתמ'ע און פיצט אפ פון שטח.

אזויווי ער גייט ארויס פרעגט די טעללער דעם מענז'ער, היתכן איך פרוביר אים מסביר זיין אזוי לאנג און ס'גייט נישט און די אין איין רגע...?

הער צו, זאגט ער, די האסט פשוט נישט גערעדט צו אים זיין שפראך, איך האב גערעדט צו אים זיין שפראך!...
ויש גורסים אז דער בחור אליין האט געזאגט:
He told it to me, but the other guy explained it

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 29, 2023 4:44 am

· #519955
פארוואס זענען איזראעלי שפיטעלער אזוי געשיקט פון ווען דו קומסט אריין ביז דו שרייבסט דיך ארויס?

ווייל זיי ווילן נישט אז די ברויט אין דיין בייטל זאל ווערן חמץ..

קהל'ס נער » מיטוואך מערץ 29, 2023 8:43 am

· #519976
נהגו שלא לריב עם אשתו בליל הסדר, כדי שישאלו התינוקות מה נשתנה......

מחונך » מיטוואך מערץ 29, 2023 12:12 pm

· #519996
קהל'ס נער
נהגו שלא לריב עם אשתו בליל הסדר, כדי שישאלו התינוקות מה נשתנה......
ואין אנו נוהגים כך אלא מצה ומריבה ולאו דווקא עם אשתו אלא כל המסובין אצל השוויגער זא"ז וגם לרבות עם השוויגער ומסיקין עם החד גדיא חד גדיא

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 29, 2023 9:20 pm

· #520042
מחונך: דו דערמאנסט מיך (א מעשה וואס איך האב שוין פארציילט).

זיצט א תימנ'ער קאפל ביים סדר און מ'בראקט די הגדה. פלוצלינג רופט זיך אן די פרוי..."לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים? (ר' יהודה ...!היה נותן בהם סימנים)

ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...!

מחונך » מיטוואך מערץ 29, 2023 11:53 pm

· #520057
איך געדענק נאך ווי מיין רבי אין סאטמאר ב"פ האט מיך אמאל געזאגט אז ער גייט מיך געבן אזוינע פעטש אז איך גיי נאך האבן סימנים ווען איך גיי אהיים. ער האט מקיים פסק געווען אין נאך געזאגט זאג פאר דיין מאמע אז עס איז א גאלדענע מעדאל!

ער איז נאך אלס א מלמד. אלע זיינע וויקטימס וועלן גלייך וויסן פון וועם איך רעד.

דער יעניגער, פלעגט שרייען נאך יעדער אויסברוך, איך רעג מיך נישט, איך מאך מיך נאר! א רבי וואס איז אויפגערעגט טאר נישט שלאגן!

כרם זית » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:21 am

· #520060
Re: מילתא דבדיחותא
געהערט א גוטס:
בערל, א פשוט'ע פויער האט זיך באקלאגט פאר דער רב אז זיין זון האט זיך פארגריסטלכט. זאגט אים דער רב, ''איך פארשטיי זייער דיין צער ווייל אויך מיין תכשיט דוד האט זיך נעכטן גע'שמד'ט''.

''איז וואס זאלן מיר טון?'', פרעגט בערל. ''לאמיר מתפלל זיין צו גאט'', ענטפערט דער רב.

נאכן דאווענען פרעגט בערל, דער רב ''וואס האט גאט גענטפערט?"

''איך פארשטיי ענק זייער שטאַרק, ווארום אויך מיין זון האט זיך דערקלערט קריסט'', געט דער רב איבער דעם דבר השם.

מחונך » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 10:58 am

· #520105
berlbalaguleh
מחונך: דו דערמאנסט מיך (א מעשה וואס איך האב שוין פארציילט).

זיצט א תימנ'ער קאפל ביים סדר און מ'בראקט די הגדה. פלוצלינג רופט זיך אן די פרוי..."לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים? (ר' יהודה ...!היה נותן בהם סימנים)

ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...!
איך האב אמאל באגעגנט דעם אינגערמאן פון דיין מעשה. איך האב באמערקט אז ער האט ליכטיג בלויע אויגן. פרעג איך אים " תימני עם עינים כחולות?"
זאגט ער מיר " כן, זה מהאבא שלי. לאימא שלי, הייתה עין אחת ורודה והאחרת הייתה שחורה. גם זה מהאבא שלי.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:08 pm

· #520112
א באקאנטע גנב איז געקומען צום רב פון שטאט פאר א דרך תשובה.

די רב פרעגט אים אויס, וואס איז געשען? ביסט געווען ביי עושר פלוני אדער ביי גביר אלמוני?

דער גנב ווארט נישט קיין סקונדע און שטורעמט ארויס מיט א בהלה פונעם רב'ס שטוב.

די מענטשן וואס האבן געווארט אינדרויסן פרעגן אים, "אזוי שנעל האסטו באקומען א דרך תשובה"?

ער ענטפערט זיי אזוי לויפנדיג. "קיין דרך תשובה האב איך נישט באקומען, אבער צוויי נייע אדרעסן האב איך יא באקומען"...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:10 pm

· #520113
פרוי: איך מיין אז אונזער יענקעלע האט גענומען זיין שכל פון מיר.

מאן: איך מיין אויך אזוי, ווייל איך האב נאך מיינס...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:13 pm

· #520114
אן עלטערע איד האט אינטערגענומען א גאר שווערע רייזע קיין טעקסעס צו די גרעניץ. ווייל די דאקטער האט אים געזאגט אז זיין צוקער און קאלעסטעראל איז ביים בארדער.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:14 pm

· #520115
יענקל: איך גיי שוין אראפ פון זינען!! מיינע חובות מאכן מיר ממש משוגע!!

זעליג: נו, דאן צאל אפ דיינע חובות.

יענקל: אזוי משוגע בין איך נאכנישט...

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:16 pm

· #520116
מאן: וואס איז דא היינט פאר סאפער?

ווייב: גארנישט!

מאן: אבער נעכטן איז אויך געווען גארנישט?

ווייב: היינט איז דא שיריים פון נעכטן.