מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
דריי אלטע אידנע'ס זיצען צוזאמען אין די קאנטרי.
די ערשטע גיבט א קרעכץ... אוי וויי...
רופט זיך אן דער צווייטער... אוי געוואלד...
רופט זיך אן דער דריטער... אוי וויי איך קאן מער נישט אויסהאלטען...
רופט זיך אן דער ערשטער... איין מינוט, איך האב געמיינט אז אונז האבן אפגעמאכט אז מען גייט נישט רעדען וועגען אונזערע קינדער?
א אידיש מיידל איז נעבעך געאגאנגען אין קאלעדז' און נאך דארט זיין צוויי יאהר קומט זי אהיים מיט א שיגץ וועליכע זאגט איהם ר' איד איך האב זייער ליעב דיין טאכטער, איך מוז חתונה האבען מיט איהר.
ניין ענטפערט דער טאטע. מיין טאכטער קען נאר חתונה האבען מיט א איד
אקיי זאגט דער גוי איך בין גרייט זיך צו מגייר זיין
עס גייט נישט אזוי גרינג זאגט דער טאטע. דו מוז'ט אדורך גיין א קליינע אפעראציע דו מוז'ט גיין לערענען אין א ישיבה אפאר יאהר נאך דעם קען מען רעד'ן.
פיהר יאהר שפעטער קומט צוריק דער בחור און זאגט איהם, נו איך האב געהאט א ברית איך בין געוועהן אין ישיבה אפאר יאהר, איך בין א איד ווען קען איך חתונה האבין מיט דיין טאכטער?
רופט זיך אן דער טאטע ניין איך האלט שוין נישט דערביי איך לאז דיר נישט חתונה האבען מיט מיין טאכטער
וואס ? שרייט דער בחור איך האב געהאט א ברית, איך בין געוועהן אין ישיבה איך בין א איד, וואס זאהל איך יעצט טאהן???
טוה וואס אלע שקצים וועליכע גייען אין קאלעדג' טוהן זאגט דער טאטע... האב חתונה מיט א שיקסע
געווען אמאל צוויי ברודער וועלכע האבן געמאכט אן ענדליכע שפיל מיט די איינוואוינער פון שכם...
איך האב א שכן אן אלטער רוסישער איד וועליכע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעפאנגען נאנטער צו ווערען צו אידישקייט.
דעם לעצטע תשעה ב'אב צופרי זעה איך ווי ער גייט אין שוהל מיט'ן טלית און תפילין.
פרעג איך איהם, ר' חיים, וואו גייט איהר מיט די טלית ותפילין?
וואס איז? פרעגט ער, די עירוב האט זיך צוריסען?
צוויי חברים א גאליציאנער מיט א אונגארישער זענען צוזאמען אנגעקומען אויבען אין הימל.
ערשט נעמט מען אפיהר דעם אונגארישער און נאכען בודק זיין זיין תיק שיקט מען גלייך אין גיהנם ווי מען גיבט איהם א צומער'ל א ד' על ד' מיט א קליין בעט מיט דערנער פון בייטע זייטען קוים וואס מען קען זיך ארפלייגען.
ווייטער דער גאליציאנער האט מען געשיקט אין גן עדן.
נאך א שעה קומט אריין דער גאליציאנער צום אונגארישער, וועליכע פרעגט איהם, וואס טוהסטו דא? האסט דאך באקומען גן עדן, וואס האט מען דיר געגעבן?
אה! ענטפערט דער גאליציאנער איך האב באקומען א הויז מיט 6 צומערען, א פארקינג לאט און אוך א ריזן סווימינג פול.
נו וואס טוהסטו דא ? פרעגט דער אונגארישער
איך האב עס פארדינגען ענטפערט דער גאליציאנער יעצט רוק זיך מאך פלאץ פאר מיר
ווען איינער וויל נישט גייען צו די ארבעט, הייסט עס... ער סטרייקט.
ווען אסאך מענטשען גייען נישט צו די ארבעט, הייסט עס... זיי סטרייקען.
און ווען א משפחה גייט נישט ארבייטען... גייען זיי מיט סטראקעס.
נאך שחרית וויל איד ארויסגיין זעהט ווי עס האט גענומען רעגענען. אבער נישט סתם רעגענען נאר שלאקס מיט רעגען ממש א מבול.
וואס טוהט מען? קיין רעגען מאנטעל האט ער נישט און אויך נישט א שירעם, זעהט ער דארט ביים טיהר ליגט א שיינע גרויסע רבישע שירעם, ער טראכט נישט א מינוט ער כאפט עס אן, און פאנגט אן ארויסצוגיין.
האלו! הערט ער ווי איינער דארט שרייט, ווי גייסטו מיט מיין שירעם ? פארוואס גנב'סטו?
אנשולדיגטס מיר ענטפערט ער איך האב גמאכט א טעות
שוין, איז נישט לויפט ער ארויס אין דעם גאס. אויפ'ן וועג טראכט ער צו זיך, פארוואס האב איך געדארפט נעמען יענעםס שירעם? ביי מיר אין אפיס איז דא פיהל מיט שירעמעס וועליכע מענטשען האבען מיט די יאהרען איבערגעלאזט ביי איהם. היינט וועל איך אלעס אהיים נעמען און האבען גענוג.
שפעטער יענעם טאג אויפ'ן וועג אהיים שלעפט ער זיך מיט 10 שירעמעס און פונקט באגעגענט ער דער זעלבער פון צופרי וועמען שירעם ער האט פראבירט צו נעמען...
זאגט איהם יענער... איך זעה, דו האסט געהאט א גוט'ן טאג היינט
פאלאצ'ינטאנאך שחרית וויל איד ארויסגיין זעהט ווי עס האט גענומען רעגענען. אבער נישט סתם רעגענען נאר שלאקס מיט רעגען ממש א מבול.
וואס טוהט מען? קיין רעגען מאנטעל האט ער נישט און אויך נישט א שירעם, זעהט ער דארט ביים טיהר ליגט א שיינע גרויסע רבישע שירעם, ער טראכט נישט א מינוט ער כאפט עס אן, און פאנגט אן ארויסצוגיין.
האלו! הערט ער ווי איינער דארט שרייט, ווי גייסטו מיט מיין שירעם ? פארוואס גנב'סטו?
אנשולדיגטס מיר ענטפערט ער איך האב גמאכט א טעות
שוין, איז נישט לויפט ער ארויס אין דעם גאס. אויפ'ן וועג טראכט ער צו זיך, פארוואס האב איך געדארפט נעמען יענעםס שירעם? ביי מיר אין אפיס איז דא פיהל מיט שירעמעס וועליכע מענטשען האבען מיט די יאהרען איבערגעלאזט ביי איהם. היינט וועל איך אלעס אהיים נעמען און האבען גענוג.
שפעטער יענעם טאג אויפ'ן וועג אהיים שלעפט ער זיך מיט 10 שירעמעס און פונקט באגעגענט ער דער זעלבער פון צופרי וועמען שירעם ער האט פראבירט צו נעמען...
זאגט איהם יענער... איך זעה, דו האסט געהאט א גוט'ן טאג היינט
פאר איינער פרעגט.. יא עס זעהט אויס אז דער איד גייט נישט מיט סטראקעס
איך האב געהערט פון א גוט'ן איד א גוט ווארט
ראש השנה, ביי ונתנה תוקף, פארוואס וויינט מען ביי מי יחי' ומי ימ**? ומי ימ** פארשטייט מען אבער מי יחי'?
אבער ווען מען זעהט אז יענער מאכט א לעבען...
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד 'דערהיים געווען א סוחר. ער פלעגט פארן מיט די באן א יעדן זונטאג און אהיים קומען פרייטיג.
ווען ער האט געהאט א גוטע וואך און ר'האט מצליח געווען אין די געשעפטן איז ער אהיימגעקומען און געוואקט צופיס צו זיין הויז. ווען ער האט אבער געהאט א שוואכע וואך האט ער געדינגען א פיאקער. ער האט נאך געשלעפט א הינדל אדער גאנז לכבוד שבת.
האט איהם איינער פון זיינע באקאנטע אמאל געפרעגט וואס איז פשט? ווען דו האסט א שואכע וואך (אין ביזנעס) קומסטו אהיים ווי אן עושר. משא"כ ווען דו ביסט מצליח קומסטו אהיים ווי א שלעפער?. האט איהם דער איד געענטפערט...וואס פארשטייסטו נישט. ווען איך האב א גוטע וואך קען איך באשטיין אז יענער זאל אויך הנאה האבן. ער זאל מיינען אז איך האב נישט געמאכט קיין געלט. אבער ווען איך האב א שוואכע וואך פול מיט עגמת נפש. וויל איך אז יענער זאל אויך פלאצן...!
ווען א רבי קומט אריין אין שטאט, גייט ער באזוכען אנדערע רבי'ס
פארוואס ווען א פלאמבער קומט אריין אין שטאט גייט ער נישט באזוכען אנדערע פלאמבערס?
ווייל ער האט נישט קיין צייט
נפגשתי במשרד עם מישהו שלדעתי לא שמע על דיאודורנט... אמרתי לו ברמז – "נוכחותך עוצרת נשימה"
הוא כ"כ אהב את זה שהוא קם ונתן לי חיבוק...
פאלאצ'ינטאווען א רבי קומט אריין אין שטאט, גייט ער באזוכען אנדערע רבי'ס
פארוואס ווען א פלאמבער קומט אריין אין שטאט גייט ער נישט באזוכען אנדערע פלאמבערס?
ווייל ער האט נישט קיין צייט
פאלאצ'ינטא: לא זכיתי להבין. כאטש (נאר) לויט איין פשט קען דער דזשאוק שטימען. נאר ס'איז דא א סאך קשיות אויף די מעשה...!
אן עם הארץ איז אמאהל געזעצען ביים סדר. ווען ער איז אנגעקומען צו חד גדיא האט ער אנגעפאנגען שטארק צו ווייענען.
פרעגט איהם זיין ווייב, וואס איז געשעהן?
ענטפערט ער, קוק נאר אזעליכע גרויסע רבי'ס
ר' שינרא, ר' חיטרא, ר' כלבא, און זיי זענען נעבאך אלע אריין געפאלען אין דעם זעלבען חד גדיא
א אינגעלע לערענט חומש... פרשת בלק
ויפתח השם את פי האתון
טאטי? פרעגט ער, וואס איז א אתון?
א אתון זאגט די טאטע, איז א פרוי פון א חמור
טאטי? פרעגט ווייטער דער אינגעל, חמורים האבען אויך חתונה?
נאר חמורים האבען חתונה, ענטפערט דער טאטע
.
א שווערע טאג?
א גוטען טאג?
אלעמאל קומט אריין א שמייכל צו א גוטע לאך פון אונזער באליבטער בן עולם הבא
@פאלאצ'ינטא
טענק יאו, קיפ דע פאלאצ'ינטא'ס קאמינג!!!
אין א קאלטע שבת צופרי זעהט א אינגעלע ווי זיין מאמע טוהט אן א שיינע נייע מינק קאוט.
רופט ער זיך אן און זאגט איהר, נעעבבעעך, וויפיהל האט דער חי' געדארפט ליידען \ סאפערען נאר ווייל דו האסט געוואלט האבען א פענסי קאוט.
נוווו שרייט די מאמע שעם זיך, אזוי רעדט מען וועגען טאטי?
בחורים אין א ישיבה האבן געשמועסט וועגען גיין צום בארבער אין זיך אפשערען אויף וועליכע איז שענער און בעסער א סקווער בעק אדער ראונד בעק.
אין מיט'ן רוקט זיך אן דער משגיח און הערט זיי רעדן. גייט ער צו צו א בחור און זאגט...
שוין ברענג מיר אהער דעם סקווער בעק מיט'ן ריטשארדז'ער
יעצט אין חודש אלול מען בלאזט שוין שופר און באלד קומט ראש השנה קען מען דערמאנען אן אלטן ווארט פונען יארמער רב זאל לעבען
פארוואס איז תקיעת שופר... חכמה ואינו מלאכה ?
זאגט דער יארמער רב...
האלטען די עזרת נשים שטיל פאר א האלבע שעה, דאס איז א חכמה!
א עלטערער פאר פאלק קומען צום דאקטאר פאר א אונטערזוכינג
דער דאקטאר נעמט בלוט פון ביידע און גיבט א קוק און רופט זיך אהן , אינטערעסאנט אז עטץ האטס ביידע די זעלבע טייפ בלוט.
רופט זיך אהן דער מאן , "נו וואס איז די גרויסע חידוש? שוין 40 יאר וואס זי טרונקט מיין בלוט !!!
פאלאצ'ינטאיעצט אין חודש אלול מען בלאזט שוין שופר און באלד קומט ראש השנה קען מען דערמאנען אן אלטן ווארט פונען יארמער רב זאל לעבען
פארוואס איז תקיעת שופר... חכמה ואינו מלאכה ?
זאגט דער יארמער רב...
האלטען די עזרת נשים שטיל פאר א האלבע שעה, דאס איז א חכמה!
פיר אויס, און פארוואס אינו מלאכה? ווייל ווען יא וואלטן די רביש'ע אייניקלעך עס נישט געטוהן..
א איד קומט אהיים פון שפיטאל וואו ער איז געוועהן באזוכען זיין שוויגער.
וואס הערט זיך מיט מיין מאמע? פרעגט זיין ווייב
ברוך השם ענטפערט ער, נאך א טאג צוויי וועט זי שוין קענען שטיין אויף די פיס אליין און זי וועט אהער קומען און זיך אריין-ציען צו אונז און דא בלייבן וואוינען.
וואס? פרעגט זיין ווייב, איך בין דארט געוועהן נעכטען ביי נאכט און זי איז געוועהן אין א קאמא.
יא זאגט דער מאן אבער היינט האט מיר דער דאקטער געזאגט אז אונז זאלען זיך גרייטען אויף דאס ערגסטע
היינט איז צוגעקומען צו מיר א שנארער און פרעגט מיר, זאג נאר דו האסט אפשר איבריגע רעקלאך, בעקעטשע'ס אדער הויזען? עס זענען דא מענטשען וועליכע הונגערען
האב איך איהם געזאגט, אויב פיט ער אריין אין מיינע הויזען אדער רעקל, הונגערט ער נישט
(דאס איז בעיקר פאר די וועליכע קענען מיר)
קרן תוס׳ יו״ט פליגער האט געמאכט אן emergency landing נאך וואס א מיטרייזענדע האט אויסגערעדט אינמיטן זאגן קרבנות.
ווער ס׳קען נישט זיין ביים תוספות יום טוב אויפן יארצייט, יואלי לאנדאו האט א ברודער אין וויליאמסבורג ווי מען קען גיין…
[ציטאט אראפגענומען]
ווי האט דער ראפשיצער געזאגט?
ובכן, געלט, תן, געלט, פחדך, געלט.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב געקענט א מלמד וואס האט נישט געדארפט א טיש אויסצופראקן א יונגל. ר'האט איהם ארויפגעלייגט אויף זיין קני...דעם סוף פון די מעשה קענמען ליינען אין מאחורי...!
berlbalaguleh[ציטאט אראפגענומען]
איך האב געקענט א מלמד וואס האט נישט געדארפט א טיש אויסצופראקן א יונגל. ר'האט איהם ארויפגעלייגט אויף זיין קני...דעם סוף פון די מעשה קענמען ליינען אין מאחורי...!
ווט״פ
@געפילטע פיש די ציטערסט שוין? ס׳אלול!
געווען אמאל א שיכור וואס מען האט זיך געווערטלט מיט אים אז זיין גיהנם וועט זיין אז מען וועט אים אריינשטעלן אין א פעסל פול מיט וויין ביז צו זיין מויל, ער וועט זיך נישט קענען ריקן אדער אראפבייגן, און ער וועט אזוי דארפן שמעקן די געשמאקע ריח פון די וויין, אבער ער וועט גארנישט קענען טועם זיין!
האט די שיכור געזאגט, נאו פראבלעם! איך וועל צו'קטנ'ען ביז די משקה וועט ארויפקומען...
זאגט מיר איינער לעצטנס, אז ווען מען פלעגט זיך געזעגענען פונעם לויבאוויטשער רבי'ן פארן אוועקפארן אין די מרחקים, פלעגט ער וואונטשן בזה הלשון:
"פארטץ געזונטערהייט, און לאזט פון אייך הערן"...
(נפיחה אלערט)
בנוגע די יעצטיגע גרויסע נסיעה צום ציון פונעם תוספות יו"ט לרגל די יארצייט, זאגט איינער אזא ליצנות:
איך האב איבערגעקוקט די רשומה פון די וואס פארן אויפן נסיעה, מיט אסאך פון זיי וואלט איך נישט געוואלט שמועסן אפילו נאכן דאווענען...
📎 Screenshot_20230823-034023_Telegram.jpg
עס איז פארגעקומען א גרויסע משפחה סעודה, און יעדער האט עפעס געברענגט. דער איידעם האט געטעקסט פארן שוויגער א מעסעדזש, ער האט נאר געמאכט איין קליינטשיגע טעות.
זיין מעסעדזש: שוויגער זויערע, פיקל וועסטו שוין ברענגען?
איר ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען: ניין בהמה, פלייש איז אויך גוט אן פיקל...
א איד קומט אריין אין שוהל צושלאגען און צוהרגט מיט א צובראכענע האנט און א צובראכענע פוס געשוואלענע אויגען.
פרעגט איהם דער רב... רב משה וואס איז געשעהן?
גארנישט... ענטפערט ער, איך האב באגראבען מיין ווייב.
באגראבען דיין ווייב ? פרעגט דער רב נו פארוואס זעהסטו אויס אזוי צוהרגט ?
וואס הייסט פארוואס זאגט ער... זי האט זיך נישט געלאזט
ביי די לוי' פון אן עלטערע פרוי ממש פאר די קבורה הערט זיך א מעכטיגען דונער קראך און גלייך דערנאך צוויי מעכטיגע בליצען. און נאך א מער שרעקעדיגען דונער.
דער מאן גייט צו צום דערשראקענעם רב, און זאגט איהם, יא, זי איז דארט
אינדרויסען איז א שטורעם עס שנייט און עס איז שוין דא דריי א האלב פיס שניי און עס הערט נישט אויף. מיט דעם איז אויך געוועהן געפערליך און ביטער קאלט.
און דא שלעפט זיך א איד צו א בעקעריי און קויפט צוויי סעסאמי בייגעל'ס.
רופט זיך אן דער בעקער, דיין ווייב מוז זייער ליעב האבען סעסאמי בעגעל'ס?
פון וואו ווייסטו אז עס איז פאר מיין ווייב? פרעגט ער
ווייל איך בין זיכער זאגט ער אז עס איז נישט דיין מאמע וועליכע האט דיר אהער געשיקט
Re: מילתא דבדיחותא
פארט זיך א אידל אויפן וועג ארויס און קאנטרי ווען פלוצליג האט אים אנגכאפט א שווערע בויך דרייעניש, אבער א טוילעט האט ער פאר קיין געלט נישט געקענט טרעפען, ווען מיטאמאל איז ער אריבער געפארן א בית החיים האט ער בלית ברירה מחליט געווען אז ער וועט מיזן מסדר די געשעפט דא צווישן די טויטע.
אפאר מצובת ארויפציר שטייט א סיריע'שע אידל מיט א שפיציגען קאפל און גרייט זיך צי זינגען א קל מלא רחמים פאר זיין טאטן, ווען מיטאמאל הערט ער עפעס מאדנע קולות קרעכצן און זיפעצן, בלאסערהייט לויפט ער צום רב און זאגט אז ער מיינט די נשמות און בית החיים רעדן!! דער רב כאפט דעם קיטל מיטן שופר און לויפט און בית החיים ער בלאז שופר און זאגט אפאר קאפיטלך תהלים און שרייט אויס נשמל'ע נשמל'ע וואס דארפסטו?? א שטילקייט נעמט איבער דעם פלאץ ווען פלוצליג הערן זיי...
טוילעט פאפיר ביטע!!!
שמן למאורגעווען אמאל א שיכור וואס מען האט זיך געווערטלט מיט אים אז זיין גיהנם וועט זיין אז מען וועט אים אריינשטעלן אין א פעסל פול מיט וויין ביז צו זיין מויל, ער וועט זיך נישט קענען ריקן אדער אראפבייגן, און ער וועט אזוי דארפן שמעקן די געשמאקע ריח פון די וויין, אבער ער וועט גארנישט קענען טועם זיין!
האט די שיכור געזאגט, נאו פראבלעם! איך וועל צו'קטנ'ען ביז די משקה וועט ארויפקומען...
מען דערציילט אז סאטמארע רב ז"ל האט געפרעגט בערל האלבערשטאם וואס ער וועט טון אז בעולם העליון וועט מען אים אריינשטעלן אין א פאס ברוינפן כנ"ל
א איד קומט אהיים און טרעפט זיין ווייב ווייענען.
וואס איז געשעהן? פרעגט ער
זאגט זי, אז זי האט זיך נישט געקענעט איינהאלטען און איז ליידער אדורעך געפאלען און מז** געוועהן.
א וודאי מיט דער חזיר ברוינשטראססער ? פרעגט איהר דער מאן
ניין זאגט זי
מסתמא איז עס געוועהן דער שיגץ פינקלפעפפער פרעגט ער ווייטער
ניין ענטפערט זי, אויך נישט
זיכער איז עס געוועהן נואף הונטעראוויטש ? פרעגט ער
אויך נישט ענטפערט זי
וואס איז? פרעגט ער קיין איינע פון מיינע חברים זענען נישט גענוג גוט פאר דיר?
איינער קומט אהיים און טרעפט זיין ווייב אינגאנצען צוטראגען און פארוויינט.
וואס איז געשעהן? פרעגט ער
איך בין אדורעך געפאלען און איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטען. איך האב ליידער מז** געוועהן.
אפשר מיט דער חזיר ברוינשטראססער? פרעגט ער
ניין ענטפערט זי
מסתמא מיט דער מנוול שטרויבלער? פרעגט ער ווייטער
אויך נישט ענטפערט זי
זיכער מיט דער רשע גריווענאוויטש זאגט ווייטער דער מאן
ניין זאגט זי אויך נישט
וואס גייט פאר? פרעגט ער, קיין איינער פון מיינע חברים זענען נישט גענוג גוט פאר דיר?
איינער רוקט זיך אן צום ארבעט 10.30
זיין מענעדז'ער שרייט איהם אן...
יענקל! אזוי שפעט? דו האסט געדארפט דא זיין 9 אזייגער
פארוואס ? פרעגט ער, וואס איז געשעהן 9 אזייגער?
סימני הרצועות לעומת סימני האסלה
יהודי ניגש לרבי עובדיה יוסף זצ"ל ושאל כמה זמן עליו להמתין ללכת לשירותים אחרי שחרית.
- מי אמר לך שאתה צריך להמתין בכלל? התפלא רבי עובדיה.
- זה דבר מובן מאיליו מחה האיש, "איך אפשר להיכנס לשירותים כשהסימנים של הרצועות חקוקים עדיין על הזרוע"...
- נענה רבי עובדיה ואמר "הבנתי... להתפלל שחרית עם סימנים של מושב האסלה זה לא הבעיה שלך, רק להתפנות עם סימנים של רצועות זאת הבעיה שלך...
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאורבנוגע די יעצטיגע גרויסע נסיעה צום ציון פונעם תוספות יו"ט לרגל די יארצייט, זאגט איינער אזא ליצנות:
איך האב איבערגעקוקט די רשומה פון די וואס פארן אויפן נסיעה, מיט אסאך פון זיי וואלט איך נישט געוואלט שמועסן אפילו נאכן דאווענען...
ספעציעל מיט די וואס זענען מקיים דעם וגוערין בו מיט'ן גאנצן הידור
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
א עלטערער ליטווישער בחור גייט צום שדכן און זאגט איהם, אקיי איך בין גרייט וואס האסטו פאר מיר?
זאגט איהם דער שדכן איך האב א שידוך פאר דיר, א אינגע א שיינע א איידעלע אן עהרליכע א...
איין מינוט האקט ער אריין, זי האט געלט אויך?
איך מוז דיר זאגען דער אמת זאגט דער שדכן, זי האט נישט קיין פרוטה צו איהר נאמען
גיבט ער זיך א רוף אן איך האב איהר אין דער ערד
צוויי וואכען שפעטער רופט איהם דער שדכן און זאגט איהם יעצט האב איך א גוט'ס א אינגע א שיינע א איידעלע אן עהרליכע זי האט איהר אייגענע ביזנעס און אויך יעצט באקומען א ירושה פון 10 מיליון דולר, נאר איין קליינע פראבלעם
וואס פרעגט ער
זי האט דיר אין דער ערד זאגט ער
א בחור גייט צום שדכן און זאגט איהם איך וויך א שידוך אבער מער ווי שיינקייט איך וויל א לעבעדיגע מיידל אן עכטע לעבעדיגע פיש.
פונקט 9 חדשים שפעטער האבען זיין געהאט קווינטאפלעטס א 5ער
רופט ער אן דער שדכן און זאגט איהם... איך האב דיר געבעטען פאר א לעבעדיגע פיש, נישט א געפילטע פיש
דאס דערמאנט מיך א מעשה: ס'געווען א בחור וואס ס'איז איהם שווער געגאנגען שידוכים. ווייל ער האט געשטאטערט. אבער דער פעילער איז נאר געווען ווען ער האט אנגעהויבן רעדן. שפעטער האט ער גערעדט נארמאל
איין טאג האט א שדכן אנגעטראגן דעם בחור צו א בעל בת'ישן איד. ער האט איהם פארציילט איבער דעם (קליינעם) חיסרון ביי דעם בחור. זאגט דער איד צום שדכן אויב דער בחור האט נאר דעם קליינעם פעילער אבער ער איז א קלוגער איז ער גרייט צו טון דעם שידוך. מ'האט אפגעשמועסט א צייט ווען דער בחור זאל קומען רעדן צו זיין מחותן. דער איד האט געוואוינט אויפ'ן צווייטן שטאק. דער בחור גייט ארויף און הייבט אן רעדן צו דעם "מחותן". ער זאגט שששלום עעעליככם...! שוין. דער איד האט נישט געוואלט טון דעם שידוך. רופט איהם אן דער שדכן. היתכן...! איהר דאך געזאגט אז אויב נאר די שטאטערינג איז א פעילער און דער בחור איז א קלוגער וועט איהר טון דעם שידוך? זאגט דער איד צום שדכן. איך האב א ראיה אז דער בחור איז נישט קלוג. פארוואס? ווייל אז איך וואוין אויפ'ן צווייטן שטאק האט דער בחור געדארפט אנהייבן רעדן נאך פאר ער איז ארויף אויף די שטיגן (סטעפס(עס))...!
איינער וואס האט אייביג געלט, זאלסטו וויסן אז ער איז א גנב.
איינער וואס איז אייביג פרייליך, זאלסטו וויסן אז ער איז אויף פילן.
איינער וואס האט אייביג שלום בית, זאלסטו וויסן אז ער האלט אינמיטן שבע ברכות...