☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

יחצל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:34 am

· #45884
א אינגעל פרעגט זיין טאטע וואס איז מציצה בפה? דער טאטע האט געהאט די קאפ אויף די פלייצע האט ער אים גענטפערט עס איז א שטאטישע פראגראם

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:47 pm

· #46057
דאס איז שוין אויך א סוד?

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:55 pm

· #46061
וואס האסטו געוואלט דער טאטע זאל אים מסביר זיין פונקטליך אלע דיטעילס וואס איז דא ביים מל'ען?

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:00 pm

· #46064
וואס דען? ווילסט עם איינדעדן אז מ'מאכט די ברית אויפן גראבע פינגער פון די פיס?

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:05 pm

· #46065
ווי קומט אהער דא איינרעדן? ס'איז פשוט אומבא'טעמ'ט פאר א טאטע מסביר צו זיין אלע דעטאלן פון מילה, וואס ס'מיינט א ערלה, און וואס מ'שניידט, און וויאזוי מען איז מוצץ די דם וכו' וכו', ממילא האט אים דער טאטע אפגע'פטר'ט זאגענדיג אז ס'איז א שטאטישע פראגראם.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:14 pm

· #46068
זעהסט נישט ווער עס שרייבט עס? יחצל! (ברוך הבא!)
אין מילתא דבדיחותא אשכול!
סאו ס'איז נאר א דזשאוק, א שאד זיך צו טענה'ן דערוועגן.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:25 pm

· #46072
דו ביסט דאך אן אחראי, אין ערגסטן פאל קענסטו אפטיילן די שמועס צו א טאטע זאל יא אדער נישט מסביר זיין פאר זיין זון וואס ס'מיינט מציצה בפה, צו א באזונדערע אשכול.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:35 pm

· #46080
מ'האלט נאך מיילן ווייט בעפאר דעם ערגסטן פאל.
דיה לצרה בשעתה..

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:49 pm

· #46091
היינט בשעת'ן ליינען די טעגליכע צעטלעך אין ביהמ"ד, איז געווען צווישן אנדערע אדווערטייזט "צו פארדינגען א ב"כ זיץ אויף ר"ה". אינמיטן קומט אן עמעצער - באקאנט אלס נישט קיין גרויסער חכם - און נעמט זיך ליינען שורה ביי שורה הויעך אויפן קול כדרכו בקודש, און אנקומענדיג צו די אויבנדערמאנטע שורה האט ער געליינט די ראשי תיבות פון ב"כ אלס "בית כסא זיץ" 😂

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:25 pm

· #46114
אוי וויי. אמת'דיג? איך האב געקויפט א ב"כ זיץ אויף גאנץ ימים נוראים. ד.מ. אז איך דארף מיטברענגען טאנס מיט טישוס.
וואס טוה איך מיט די ב"כ זיצן נעבן מיר וואס כ'האב געצאלט פאר מיינע קינדער?

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:39 pm

· #46118
קודם דארפסטו מסביר זיין פאר דיין קינדער וואס א בית הכסא איז... קענסט עם זאגן אז היינטיגע צייטן איז דאס שוין נישט דא...

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:41 pm

· #46120
איך האב אים שוין געזאגט אז דאס איז א שטאטישע פראגרעם וואס מ'נעמט ארויס פונקט דאס וואס מ'אינוועסטירט. און דארט דארף מען גיין "אליין" אין ביזנעס.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:54 pm

· #46126
פאר די וואס כאפן נישט; ארגינעל איז די באדייט פון די ר"ת אינעם אדווערטייזמענט "ברכת כהנים", און יענער האט עס געליינט אלס "בית כסא".

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:56 pm

· #46129
איך האב געמיינט אז ס'מיינט בית כנסת אבער ס'שאדט נישט. לעסט טיים איי טשעק'ד מעגן כהנים אויך גיין אין בית כסא.

יחצל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:12 pm

· #46356
I believe we should all pay our tax with a smile. I tried - but they wanted cash

יחצל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:16 pm

· #46359
I changed my car horn sound to gun shots. People move out of the way much faster now

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:10 pm

· #46382
שערקויעך יחצל.
געבענטשט זאל זיין די ווינטל וועלכע האט דיר אהערגעבלאזן......

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:40 pm

· #46399
אמעריקאנע אידענטום
א רב אין א "קאנג." האט אמאל גאזאגט.
אלע שאלות וואס איך האב, זענען בנוגע א נפטר אדער מפטיר.
(קרעדיט, משפחה לעצטע וואך)

גוטזאגער » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:23 pm

· #46735
מיין חבר האט זיך דערקלערט אלס שדכן און אלס סייד דשאב האט ער אנגענומען צו זיין א בדחן אפאר וואכען שפעטער פרעג איך אים : יענקעל וויאזוי גייט דיר די פרנסה? ענטפערט ער זייער פיין אבער פונקט פארקערט ווען כהאב אנגעטראגען פאר איינעם א שידוך האט ער זיך גענומען לאכען און ווען איך האב געזאגט פאר איינעם א דשאק האט ער געזאגט אז ער דארף עס נאך איבער טראכטען.........י

גוטזאגער » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:08 pm

· #46750
וויאזוי זאגט מען בראנפען אין אראמיש ? בר אנפין.....י
וויאזוי זאגט מען א שטריימל אין לשה"ק ? אפר שלש פעמים אש דריי מאל ......י
וואזוי זאגט מען א דרייווער אין לה"ק ? שלש מי ......י

גוטזאגער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:40 pm

· #46899
דו דארפסט פארשטיין
אז די פארשטייסט זאג אז די פארשטייסט
אז די פארשטייסט נישט זאג אז די פארשטייסט נישט
אבער אויב דו פארשטייסט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט
אדער דו פארשטייסט נישט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט יא
וויאזוי דארף איך פארשטיין אז דו פארשטייסט ........פארשטייסט ?י

גוטזאגער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:50 pm

· #46903
איינער האט אנגערופען זיין חבר שפעט ביינאכט די חבר הייבט אויף די טעלעפאן מיט אן פארשלאפענע קול אנטשולדיגט זאגט אים זיין חבר איך האף אז איך האב דיר נישט אויפגעוועקט ? ענטפערט ער צוריק סאיז נישט קיין פראבלעם איך בין סייווי אויפגעשטאנען ווייל די טעלעפאן האט געקלינגען......ו

גוטזאגער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:56 pm

· #46904
אויף א גאס איז א מענטש אראפגעפאלען פון א הויכע פארטש מענטשען זענען זיך צוזאמגעלאפען און אים געפרעגט "וואס איז געשען ?" רופט זיך ער זיך אן "איך ווייס נישט איך בין יעצט דא אנגעקומען".......ף

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:03 pm

· #46927
גוטזאגער
דו דארפסט פארשטיין
אז די פארשטייסט זאג אז די פארשטייסט
אז די פארשטייסט נישט זאג אז די פארשטייסט נישט
אבער אויב דו פארשטייסט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט
אדער דו פארשטייסט נישט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט יא
וויאזוי דארף איך פארשטיין אז דו פארשטייסט ........פארשטייסט ?י

מעשה שהי'. א איד, ר' שלמה ע"ה ער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט געהאט אזא שיגרא דלישנא ווען ער האט גערעדט צו מיר. "דו פארשטייסט נישט, דו פארשטייסט" האב איך איהם אמאל געפרעגט. "זאגט ר' שלמה. מה נפשך. אדער פארשטיי איך, אדער פארשטיי איך נישט. ביידע צוזאמען איז נישט מעגליך. ס'איז א תרתי דסתרי."

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:44 pm

· #46931
לכבוד ר״ה

צו ארץ ישראל פארט מען אזוי ווי צו א גוטע לויער און צו אומאן פארט צו פליען אינסעניטי...

קלאר » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:18 pm

· #47145
פארוואס לייגט א גוי א בילד פון ווייב אין בערזל? צו געדענקען פארוואס ס'איז ליידיג

לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:23 pm

· #47148
קלאר
פארוואס לייגט א גוי א בילד פון ווייב אין בערזל? צו געדענקען פארוואס ס'איז ליידיג

דארפסט נישט גיין ביז א גוי....

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:36 pm

· #47151
אומאן איז ענליך צו האום דיפאו
ווייל וועמען עס פעלט שרייפלעך גייט דארטען אהין

פויער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:44 pm

· #47155
א איד זאגט מיר אז ער פארט ל"ג בעומר קיין אומאן און ראש השנה קיין מירון, לערבב את השטן.

פויער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:48 pm

· #47157
ער דערמאנט מיר פון דעם צווייטן חכם וועם כ'האב געטראפן קויפן א בדיקת חמץ סעט ערב ר"ה צו צומישן דעם שטן...

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:45 pm

· #47455
געהערט א גוטס: וויאזוי האבן די צוויי סאטמער'ע ברודערס געקענט זיצן אויף איין טיש?
נאר ווען עס קומט צו צאפן אידיש בלוט זענען זיי ביידע דארט....

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:28 pm

· #47487
לעמיל
געהערט א גוטס: וויאזוי האבן די צוויי סאטמער'ע ברודערס געקענט זיצן אויף איין טיש?
נאר ווען עס קומט צו צאפן אידיש בלוט זענען זיי ביידע דארט....

איי איי, ווען דער נאר איז נישט מיינער, העט איך אויך געלאכט, און דיר געלייקט...
ס'טאקע א גוטס, אבער באגלייט מיט א זויערן נאך-טעם...

גוטזאגער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:04 am

· #47735
א קארגער איז געפארן מיט א טעקסי אינמיטען פארן אויף א שיעפע בארג אראפ האט די דרייווער פארלוירען קאנטראל
סטאפ שרייט די קמצן
דרייווער:איך קען נישט
קמצן: ניין סטאפ! שטעל אפ די מיטער.....י

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:40 am

· #47744
ווינטער וועט זיין א נחת צו זעהן ווי די פאליס קריכן אין די שניי און קראצן די ווינשיעלדס און זיכן די צעטל פונעם מיטער....

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:11 pm

· #47832
.Wife: Look at that man who is drunk a lot

Husband: Who is he? Wife: 10 year ago, he was my boy friend
.and I denied him for marriage

!! Husband: Oh my god, he is still celebrating

טאמבל סאס » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 7:09 pm

· #48531
If you're looking to work 2 hours a day,3 days a week for about $1000 a week please contact me and we will be looking together for it..

קול גדול » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:22 pm

· #48536
מענייני דיומא:

מוצאי יום כיפור איז דער רב פון שטעטל צוגעגאנגן צו א גראבע יונג וואס האט ערליך געדאווענט א גאנצע יום כיפור און האט אים געזאגט: איך בין דיר מקנא ווייל אלע דיינע זדונות זענען דיך היינט געווארן צו זכיות, האט ער אים צוריק גענטפערט: ס'איז בעסער רבי אז זאלסט ווארטן ביז נעקסטע יום כיפור און וועסט מיר נאך מער מקנא זיין...

a1b2 » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 4:06 pm

· #48617
נישט פארגעסן אונזרע אלע כופרים דא זיך אנעסן היינט נאכט

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:50 pm

· #48653
איך האב געפרעגט מיין חבר ווען איז געווען דיינע דריי בעסטע יארען? האט ער גענטפערט כיתה ד' ... י

קליגער איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:50 pm

· #48789
דער אתרוג סוחר זאגט מיר אז א בלאט פלעק איז בכלל נישט קיין חיסרון. אדרבה, עס איז גאר א מעלה ווייל אזוי ווייסט מען עס איז אן אתרוג נישט קיין לעמאן. האב איך איהם געפרעגט צי אהנע בלאט פלעק געבט ער מיר ביליגער ווייל עס האט נישט אט די מעלה?

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:18 am

· #48941
קליגער איד
דער אתרוג סוחר זאגט מיר אז א בלאט פלעק איז בכלל נישט קיין חיסרון. אדרבה, עס איז גאר א מעלה ווייל אזוי ווייסט מען עס איז אן אתרוג נישט קיין לעמאן. האב איך איהם געפרעגט צי אהנע בלאט פלעק געבט ער מיר ביליגער ווייל עס האט נישט אט די מעלה?

ביזט טאקע א קלוגער איד...

טראכט » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:30 pm

· #49049
איינער פארציילט מיר אז ווען ער איז געפארן קיין אומן אויף ראש השנה האט ער געמאכט א סטאפ אין ווארשע פוילן פאר אפאר שעה, אזוי ווארטענדיג אין ליפטפעלט האט ער מחלט געווען דארט צו קויפן א לאטארי, ער האט געצאלט אפאר זלאטעס און ער נעמט זיך קראצען, נאכן אויסקראצן די גאנצע מעשה ווערט אום ליכטוג פאר די אויגן, יא, ער האט געוואונען, און נישט סטם געוואונען, נאר געוואונען אן אסטראנאמישן סכום פון א מיליאן זלאטעס און פאר די קימענדיגע מיליאן יאר גייט ער באקומען יערליך א פוילישער זלאטע

יאפטשיק » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 4:02 pm

· #49262
כneייביp לכתlב בeיlJי בlnל המyiד, Tה Nה eיiצK. kגlט מyiד

קלאר » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:05 pm

· #49775
מאן: מארגען זאג איך אפ מיין טראק דרייווער
ווייב: פארוואס???
מאן: ער האט מיר שוין 3 מאל כמעט איבערגעפארען
ווייב: אפשר גיבסטו אים נאך איין טשענס?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:07 pm

· #49776
😂 😂

אריין אין שלום בית אשכול......

קלאר » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:59 pm

· #49897
.
📎 cx2cs.jpg

קליגער איד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:19 pm

· #50288
ערב יו"כ פארטאגס טרעפט מיר מיין חבר, געט ער מיר א פרעג יענקל וואס איז היינט אזוי פרי ?
האב איך מסביר געווען אז אויב עס איז ח"ו באשערט אויפצישטיין פרי זאל איך האבן אפגעקומען מיט
(און ב"ה ס'האט געהאלפן)

קליגער איד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:48 pm

· #50315
געווען איז עס ביי א שבע ברכות און מ'האט מכבד געווען איינעם צו רעדן, און יענער האט אנגעהויבן צו רעדן און ער רעדט און רעדט, ס'גייט אדורך איין שעה!! איינס א האלב, צוויי שעה!!!
דער עולם זעהט אז ס'נעמט נישט קיין עק, איז מען צוגעגאנגען צום הייליגן יארמער רב און געבעטן אן עצה, האט ער געזאגט אז פאר א הונדערטער מאכט ער די דזשאב!!!!
קיין ברירה האבן זיי נישט געהאט, האבן זיי געגעבן הונדערט טאלער!!! האט ער גענומען א פען מיט א פעפער, און ער האט ארויף געשריבן עפעס, און ער האט עס אונטערגעשטופט אונטער דעם בעל דרשנ'ס ספר.... ווי נאר ער האט עס אינטערגעשטופט האט דער בעל דרשן פארענדיגט "במהרה. בימינו. אמן.........."!!!!!!
יעדער האט באוואונדערט די מורא'דיגע גרויסע מופת פונעם הייליגן צדיק! איינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, איז ער צוגעגאנגען צום צדיק און געפרעגט, וואס איז דא פארגעגאנגען?! א קמיע ?!
האט ער געזאגט, זייער פשוט, איך האב געשריבן 5 ווערטער "דיין הויזן האט א לאך"!!!!!

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:21 am

· #52493

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:31 am

· #52936
שמואל הלוי
א פאליסמאן האט אפגעשטעלט א עלטערער מענטש צוליב וואס ער איז געפארן שנעלער ווי ערלויבט, און בעט אים גלייך ער זאל אים צייגן זיין לייסענס קארטל, ענטפערט דער אלטער מאן: "וויאזוי ווילט איר איך זאל דאס אייך ווייזן, הערשט נעכטן האט א אנדערער פאליציי מאן דאס צוגענומען פון מיר"...

איך קען א איד וואס האט באקומען א ווייאלעישן פון בילדינגס דעפארטמענט. ווען מען האט איהם געפרעגט צו ער האט נישט מורא אז ער וועט באקומען נאך איינס האט ער געענטפערט אויב כאפט מען מיר נאכאמאל וועל איך ווייזן אז איך האב שוין פונקט אזא צעטל. 😂
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78