☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

וואלווי » דינסטאג פעברואר 7, 2017 12:48 am

· #362166
גר ותושב
עסקן: מען גייט נאך געלט פאר א בנש"ק וואס האט נישט קיין פרוטה .......
יונגערמאן: וואס הייסט ער איז דאך יעצט געפארן קיין פלארידע אויף וויקאציע
עסקן: יא יא דארט האב איך עים טאקע געזעין ביים ביטש בעירום ובחוסר כל.


ווען דער בנש"ק/עסקן וואלט נישט געווען אזא עם ארץ וואלט ער געוויסט פונ'ם גמ' און מנחות כשנכנס דוד למרחץ.... און וואלט נישט געהאט די העזה צו גיין נאך געלט

ווייל אזוי » דינסטאג פעברואר 7, 2017 1:46 pm

· #362200
ווען איך זאל ווען באקומען א דאללער אויף יעדע מעסעדזש וועגן פרשת המן וואלט איך געווען א שיינע עושר.

גר ותושב » דינסטאג פעברואר 7, 2017 7:25 pm

· #362229
Re: מילתא דבדיחותא
דער ........ האט צוזאם געשטעלט א פאזל נאכן זיך מיטשענען צוויי חדשים האט ער ענדליך מסיים געוועין רופט ער זיך אן צו זיין רעביצין קוק איך בין א גאון איך האב גענדיגט די פאזל און צוויי חדשים און אויף די באקס שטייט צוויי יאר און העכער.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 7, 2017 10:24 pm

· #362254
תנחום
מיין שכן זאגט מיר אז ער פארט דעי וואך קיין מיאמי ביעטש לכבוד פרשת בשלח צו מקיים זיין די "ראתה שפחה על הים"...

יא: אבער ער גייט מקיים זיין דעם ראה עבד, (שפחה) על הים... 😂 🙄

וואלווי » דינסטאג פעברואר 7, 2017 10:34 pm

· #362256
ער קען יוצא זיין ידי שניהם, סיי די ראתה שפחה על הים, און סיי זען זאכן מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי

וואלווי » דינסטאג פעברואר 7, 2017 11:20 pm

· #362259
דתן און אבירם האבן שוין פראבירט באהאלטן אינקאם, ס'געווארן ווערעמיג...

אפשר סגולת ר' מענדעלע מיט א בילד פון ר' ישעי'עלע קען העלפן.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך פעברואר 8, 2017 1:07 pm

· #362287
צוויי רעבנים האבען פארברענגט צוזאמען און געשמועסט דברים העומדין ברומו של עולם...

פרעגט איינער, יתרו האט כידוע געהאט 7 טעכטער, אבער ווי אזוי קאן דאס זיין? ער איז דאך געוועהן א גלח און גלחים טארען דאך נישט חתונה האבען?

ענפערט דער צווייטער, זיי נישט קיין נער, צו ווייסט דו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה?

גר ותושב » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 7:54 pm

· #363119
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אזוי הייסט א מענטש וואס גייט נישט צו די ארבערט? א סטרייק!
ווי אזוי הייסט א משפחה וואס גייט נישט ארבעטן? סטראקעס!

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 19, 2017 10:30 am

· #363162
זאגט מיר איינער אז זיין מעקסיקאנער ארבעטער האט נישט געסטרייקט, ער איז געווארן מעלעסטעד אלס קינד...

קומזיץ » מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:24 pm

· #363637
איינער זאגטמיר בדרך צחות אז ווי לאנג די קלענערע גראסעריס לאזען נאך אויפשרייבען זענען זע נאך אלץ מיט 100% ביליגער ווי בינגאו... 😃

ציבעלע-קיגל » מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:20 am

· #364010
אין פרשת בראשית איז דא די מעשה פון אדם הראשון, חוה און דער נחש.

איז שווער פארוואס ווען דער באשעפער האט באשאפען די וועלט, פארוואס האט ער נישט געמאכט אז אדם און חוה זאלען זיין כינעזער?

האט גע'ענטפערט א חכם, ווייל זיי וואלטען ווען אויפגעגסען די נחש און אפגעהרגט די גאנצע מעשה.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 7, 2017 9:18 am

· #364753
אלט אבער גוט...

פארוואס זענען דא אסאך פלעצער וועליכע האבען א מנהג צו לייענען עטליכע פסוקים פון די מגילה מיט'ן ניגון (טראפ) פון איכה?

ווייל א ליטוואק זאהל אויך הנאה האבען...

איז שווער פארוואס לייענט מען נישט די גאנצע מגילה מיט'ן ניגון (טראפ) פון איכה?

ניין... דאס טאהר מען שוין נישט, ווייל דאס איז שוין הוללות.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 7, 2017 4:21 pm

· #364788
א מלמד׳ס כוונה ביי קידוש לבנה:

כשם שאני רוקד כנגדך, דאס קינד טאנצט מיר אין פנים אןן קערט איבער דאס קלאס, אבער ואיני יכול לנגוע בך לרעה, פארט קען איך נישט דיר אריינקאטעווען כמו שכתוב, כך לא יוכלו כל אויבי, די הנהלה און די עלטערן, לנגוע בי לרעה.

וואלווי » מיטוואך מערץ 8, 2017 3:49 pm

· #364935
על דרך געוואלדיג אפשר להוסיף, כשם שאני רוקד, אזוי ווי איך נעם מיך טאנצען פונ'ם ריזיגען בין וואס באזט ארום מיר, ואיני יכול לנגוע בך, און איך קען דיר נישט א שמייס געבען מיט מיין קאפעל, כך לא יוכלו כל אויבי לנגוע בי לרעה, זאל דער ממזריש בינ'ס שפיץ טרעפען א צווייטען אבי נישט מיר.

איש את רעהו » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:31 pm

· #365785
געהערט:
אויב האסטו קיין סיבה צו שמייכלען, טו עס אז דיין פיינט זאל פלאצען.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 11:37 pm

· #366086
עדווערטייזט:
א גרוש אהן א גרוש
זיכט א גרושה מיט ירושה

וואלווי » זונטאג מערץ 19, 2017 11:50 pm

· #366094
אזלא גרש, גרשיים...

וואלווי » מאנטאג מערץ 20, 2017 12:15 am

· #366105
אפשר דארף מען אימפארטן פון באלטימאר אויך "רודערמאן"

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 12:22 am

· #366108
יארמע רב שטעלט א הארבע פראגע
פ"וו אין ב"פ איז בלויז דא 2 גאסן נאך אדמור"ים [48-45]
ווס מאנרא, איז יעדע גאס נאך א צווייטע אדמו"ר צאנז, קאזניץ, ראפשיץ, קראלי....

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 12:28 am

· #366111
אין די סיטי איז זייער שווער מיט פארקינג
ווי עס מאכט זיך שוין יא א ליידיגע ספאט, האבן די חברה אינז דירעקט צוגעשטעלט א פאמפ.

החוקר » מאנטאג מערץ 20, 2017 1:12 am

· #366118
איש את רעהו
אין די סיטי איז זייער שווער מיט פארקינג
ווי עס מאכט זיך שוין יא א ליידיגע ספאט, האבן די חברה אינז דירעקט צוגעשטעלט א פאמפ.

וואס איז די בדיחותא?? עס איז שוין גאר אן ערענסטער בראך.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 21, 2017 8:01 pm

· #366304
פאר יעדע בליק אויף הינטערוויילעכץ, קוקט 2 מאל פאראויס.

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 22, 2017 3:12 pm

· #366351
מדוע בהגדה יש ארבעה בנים ולא ארבע בנות⁉
אחרי דיונים ופלפולים רבים הוחלט ש...
נשים חכמות יש..
נשים תמימות יש..
וגם נשים מרשעות יש..
אבל עוד לא נולדה האישה שלא יודעת לשאול......

65th » מיטוואך מערץ 22, 2017 3:48 pm

· #366353
Re: מילתא דבדיחותא
א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיער בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט [emoji35]


Sent from my iPhone using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:00 am

· #366451
דער תם געט א גאנצע..

קאוריג » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:52 pm

· #366517
65th
א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיער בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט [emoji35]


Sent from my iPhone using Tapatalk


האלא, האסט סתם גע'הרג'ט די ווארט

ס'מימרא גייט אז דער חכם נעמט

יואב » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:23 am

· #366633
א איד האט זיך געגרייט צו באגיין זעלבסטמארד. האט ער מסביר געווען אז מיר ווייסן דאך אז "העולם הזה כבי הילולא דמי," איז אים א שאד דער כח, צייט און געלט — ער וויל א תקנות-חתונה.

איש את רעהו » פרייטאג מערץ 24, 2017 4:16 am

· #366637
די מאן קומט אהיים אינעם ערב פסח סעזאן, זעהנדיג ווי פארנימען מען איז אין שטוב מיט די צוגרייטונגען
פרעגט ער די ווייב מיט וואס קען איך צולייגן א האנט צו די הכנות ליו"ט
זאגט די ווייב, גיי ביטע צוריק ארויס וועסטו זיין די בעסטע העלפ
גייט נישט דורך קיין 10 מינוט און ווידער איז די מאן אהיימגעקומען
פרעגט די ווייב וואס האט פאסירט, פארוואס זענט איר שוין צוריק ?
זאגט די מאן, ארויסהעלפן האט אויך א שיעור.....

65th » פרייטאג מערץ 24, 2017 12:40 pm

· #366705
Re: מילתא דבדיחותא
דער רשע נעמט...צי
פין תם וואס גיט א גאנצע...[emoji174]


Sent from my iPhone using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:46 pm

· #366730
יואב
א איד האט זיך געגרייט צו באגיין זעלבסטמארד. האט ער מסביר געווען אז מיר ווייסן דאך אז "העולם הזה כבי הילולא דמי," איז אים א שאד דער כח, צייט און געלט — ער וויל א תקנות-חתונה.


וועגען דעם זאגט די גמרא אז ביי א חתונה זינגט מען ווי לן דמיתנן.

וואלווי » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:49 pm

· #366731
דריי טעמים פארוואס צדיקים גייען מיט א פעלץ:

הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים

יודע צדיק נפש בהמתו

צדיקים מדקדקים עליהם כחוט השערה

געוואלדיג » זונטאג מערץ 26, 2017 10:59 am

· #366767
פון ליינען דער איד און בלאט ווער איך געוואויר אז

נישטא היינט קיין צדיקים, נישטא היינט קיין מנהיגים, נישטא היינט קיין רבי׳ס, נישטא היינט קיין ערליכע אידן

אבער ציונים זענען דא און נאך ווי...

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 11:29 am

· #366770
או כלך בדרך זו
געוואלדיג
פון ליינען המבשר און המודיע ווער איך געוואויר אז

נישטא היינט קיין רשעים, נישטא היינט קיין מסיתים ומדיחים, נישטא היינט קיין גזירות, נישטא היינט קיין גוזרי גזירות

אבער חברי כנסת/רבנישע צוהעלפער וואס געניסען פון ריזיגע געלט זאפאסען זענען דא, און נאך ווי......

וואלווי » זונטאג מערץ 26, 2017 2:46 pm

· #366832
געוואלדיג
פון ליינען דער איד און בלאט ווער איך געוואויר אז

נישטא היינט קיין צדיקים, נישטא היינט קיין מנהיגים, נישטא היינט קיין רבי׳ס, נישטא היינט קיין ערליכע אידן

אבער ציונים זענען דא און נאך ווי...


זעט אויס אז אויפ'ן וועג אהיים פון גראסערי גליטשט ארויס דיין בילדער אפטיילונג פונ'ם בלאט. וואס טוט זיך מיט הרה"ק מטאהש, הגה"'ק המקובל מקארלסבורג וכו'..

תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות

אייז קריעם » זונטאג מערץ 26, 2017 8:41 pm

· #366896
נע, יענע צדיקים זענען היינטיגע צדיקים, אבער די ציונים זענען פארצייטישע ציונים...

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 9:37 pm

· #366910
אין מאה שערים איז די מנהג צו פראווען די סדר נאכט אין קאך
ווייל דע דיינינג רום איז פול מיט באקסעס פון אלע קמחא דפסחא'ס פון די שטאט

גר ותושב » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:07 pm

· #367081
Re: מילתא דבדיחותא
איך האב געפרעיגט איינעם היינט ווי האלט מען ביי עינק מיטן פסח? האט ער גענטפערט "ביי שפוך חמתך".

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:55 pm

· #367091
א איינצעלנער מאן וואס הערט אויף ארבעטן "גייט אויף סטרייק"
ווען עס פאסירט מיט א גאנצע משפחה "גייט מען אין סטראקעס"

אברעימל » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:23 pm

· #367298
עס זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:19 am

· #367537
גר ותושב
איך האב געפרעיגט איינעם היינט ווי האלט מען ביי עינק מיטן פסח? האט ער גענטפערט "ביי שפוך חמתך".


און טאקע דארט האב איך געגעבן א פראלעווע אויף די טיר (קרעדיט: הרבנית הצדיקת ביים ארון קודש משפטים ת"ש כ"ח - דער איד) און מיט א שפך עליהם זעמך פארלאזט די הויז אזוי ווי די באבע פלעג זאגען the best help is to get outta of the way

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:22 am

· #367538
אברעימל
עס זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...


אויף דעם זאגט דער מדרש ראה שהעולם אינה יכול להתקיים במידת ה"דין" שיתף לו מידת הרחמים, כדאמרי אינשי "עס מיט רחמנות"...

וואלווי » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:44 am

· #368747
זאגט יענער, אויף די כשרות זיגל וואלט איך לאנג מותר געווען, נאר אויפ'ן סרח העודף און די כפול שמונה קען איך נישט מוותר זיין, דארף מען זען עפעס אן הגעלת כלים און א שינוי בעלים...

cictim » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 1:50 pm

· #369273
0-20 זיצט מען און מען זארגט זיך וואס יעדער טראכט וועגן מיר.
20-40 בארוהיגט מען זיך אז עס איז נישט נוגע וואס אנדערע טראכטן בכלל.
40-60 כאפט מען אז אנדערע זענען בכלל נישט פארנומען צו טראכטן וועגן מיר, זיי זענען אויך פארנומען טראכטן וועגן זיך.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 2:27 pm

· #369274
80-100 טראכט מען בכלל נישט, ווייל מ׳האט מען שוין לאנג פארגעסן פון וואס ס׳האנדלט זיך דא...

טמיר » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:28 pm

· #369325
Re: מילתא דבדיחותא
געוואגטער, עפעס האסטיך זייער שטארק אריינגעלייגט לעצטענס אין די סוגיא פון קטניות

מילא יעצט ביזטו נאך אין מוחין דקטנות, וואס העסטו טון ביי מוחין דגדלות?

דזשאסט קידדינג, איך באלעק מיך מיט דיין זאפטיגע פעדער

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:17 am

· #369344
דער געוואגטער יונגל: איך ווייס פון א קהילה קדושה בישראל וואס האבן געזוכט א פורים רב. איך האב זיי געגעבן דיין סעלל נאמבער. סאו דו זאלסט נישט זיין סורפרייזט אויב דו באקומסט א פאון קאלל אדער אן אי-מעיל מעסידזש פון אט די קהילה קדשה. זייער פורים-רב האט זיך זייער שטארק אנגעשיכור'ט דעם פארגאנגענעם פורים. ער איז געווען א שטיקל בריסקער. און ער האט אלץ חושש געווען אויב ער איז שוין יוצא מיט דעם עד דלא ידע. האט ער אזויפיהל געטרונקען. און גרויסע שיעורים ביז ער איז געווארן אן עד דלא ידע ולא שמע ולא הלך ולא קטן. ביז ער האטציך געטראפן מיט ר' חיים בריסקער אליינס אין גן עדן. און ער האט איהם בארואויגט און געזאגט אז ער האט זיכער יוצא געווען. ווען ער האט געוואלט צוריק אראפקומען אויף דעם עולם השקר האט מען איהם געזאגט אז צוריק גייט א קאזע. עכ"פ איז ער פארבליבן א פערמאנענטער תושב אין גן עדן. אבער די קהילה מוז יעצט זוכן א נייעם פורים רב...!

בן אדם » זונטאג אפריל 30, 2017 6:01 pm

· #369499
😂

תנחום » מאנטאג מאי 1, 2017 2:58 pm

· #369609
כ'האב דאנלאודעד א בילד פון רעב שייעלע אויף מיין קאמפיוטער און מיין מייזל האט אויפגעהערט ארבעטען ויהי לפלא

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 4, 2017 10:44 pm

· #369968
Re: מילתא דבדיחותא
C/P
A Jewish husband had just finished reading the book 'MAN OF THE HOUSE'.....so he stormed into the kitchen and walked directly up to his wife. 
Pointing a finger in her face, he said, "From now on, I want you to know that I am the man of this house, and my word is law! 
I want you to prepare me a gourmet meal tonight, and when I'm finished I expect a sumptuous dessert. Then, after dinner, you are going to draw me my bath so I can relax. And when I'm finished with my bath, guess who's going to dress me and comb my hair??" 
His wife replied, "The Chevra Kadisha!".

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 9, 2017 2:50 pm

· #370386
איין זומער גייען צוויי חברים אינגעלייט אויף א שפאציר ארויס פון קאנטרי אריין טיעף אין וואלד. און נאכען גיין א האלבע שעה האבען זיי אנגעפאנגן צו בלאנדז'ען.

זיי גייען אזוי אפאר שעה פארשטייט זיך אז א סעלפון טאהר מען דאך נישט האבען, און טרעפען נישט קיין מענטש, ממש זיי באגעגענען נישט קיין נפש חי.

שפעט ביינאכט טרעפען זיי אן א הויז און זיי גייען צו און קלאפען אויפען טיהר און א אינגע שיינע בלאנדע ווייבל עפענט אויף און זאגט זיי אז זי האט נישט קיין סאך פלאץ, זי האט איין איבריגע בעט און איין קאוטש און זיי מעגן איבערשלאפען.

9 חדשים שפעטער טרעפען זיך נאך אמאהל די צוויי חברים און איינער פרעגט די אנדערען...

זאג נאר, דו געדענקסט אפשר מיט 9 חדשים צוריק ווען אונז האבען איינגעשטאנען ביי יעננע בלונדע ווייבל?

ענפערט ער, עעעהה, יאא

זאג נאר פרעגט ער ווייטער, דו ביזט אפשר אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט?

ענפערט ער, עעעעההה, יאא

און ביזטו אפשר אריין אין איהר צומער?

עעעעעעהההה, אאאםםםם, יאא, ענפערט ער

און פרעגט ער ווייטער, האסטו אפשר געטוהן די מצוה מיט איהר?

אאאםםםם, עעעעהההה, יאא, זאגט ער

און פרעגט ער ווייטער האסטו איהר אפשר געגעבען מיין נאמען, אדרעס, און טעלפון?

עעעעההה, אאאאםםם, עעעעהההה יא, אבער דו דארפסט מיר פארשטיין...

ניין... ניין... ניין... שא... א גרויסען ישר כח... זי איז נישט לאנג צוריק געשטארבען און האט מיר איבער געלאזט א ירושה פון 10 מיליון דולר...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78