מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
ווען תרח איז אהיים געקומען און געזעהן ווי זיין אלע געטשקעס זענען צובראכען האט איהם אברהם אבינו פארקויפט די מעשה אז די גרעסטע געטשקע האט זיך ארומגעשלאגען ביים טיילן עסן און האט זיי אלע צובראכען.
פארוואס ווען לבן האט פארגעהאלטען יעקב אבינו אז ער האט ג'גנב'ט זיין געטשקע האט יעקב אבינו איהם נישט פארקויפט א מעשה אז אפשר איז דיין געטשקע אנטלאפען פון דיר? אדער נאך עפעס אזא מעשה?
נאר פאר א שווער קען מען נישט פארקויפען וואס מען פארקויפט פאר א טאטע
איין זומער גייען צוויי חברים אויף א שפאציר ארויס פון קעמפ אריין טיעף אין וואלד. און נאכען גיין א האלבע שעה האבען זיי אנגעפאנגן צו בלאנדז'ען.
זיי גייען אזוי אפאר שעה, פארשטייט זיך אן א סעלפון, און טרעפן נישט די וועג ארויס און אויך נישט קיין מענטש. ממש זיי באגעגענען נישט קיין נפש חי.
שפעט ביינאכט טרעפען א הויז און זיי גייען צו און קלאפן אויפען טיהר און א אינגע שיינע בלאנדע מיידל עפענט אויף און זאגט זיי אז זי האט נישט קיין סאך פלאץ זי האט איין איבריגע בעט און איין קאוטש.
אפאר חדשים שפעטער טרעפען זיך נאכאמאהל די צוויי חברים, און איינער פרעגט דעם אנדערען:
זאג נאר, דו געדענקסט אפשר מיט אפאר חדשים צוריק ווען אונז זענען איינגעשטאנען ביי יענע בלונדע מיידל?
ענפערט ער, עעעהה, יא
זאג נאר, פרעגט ער ווייטער, דו ביזט אפשר אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט?
ענפערט ער, עעעעההה, יא
און ביזטו אפשר אריין אין איהר צימער? פרעגט ער
עעעעעעהההה, אאאםםםם, יא, ענפערט ער שטילערהייט
און, פרעגט ער ווייטער, האסטו אפשר געטוהן די מצוה מיט איהר?
אאאםםםם, עעעעהההה, יא, זאגט ער
און, פרעגט ער ווייטער, האסטו איהר אפשר געגעבען מיין נאמען, אדרעס, און טעלפון?
עעעעההה, אאאאםםם, עעעעהההה יא, זאגט ער, אבער דו דארפסט מיר פארשטיין... מיין נאמען... איך בין דאך א בנש"ק... און עס פאסט נישט... און...
ניין... ניין... ניין... שא... דו דארפסט זיך נישט פארענטפערן... איך וויל דיר נאר זאגן א גרויסען ישר כח... זי איז געשטארבען און האט מיר איבערגעלאזט א ירושה פון 10 מיליון דולר...
האסט פארגעסען דער סוף פין דער מעשה.
דער בנש"ק האט נישט נאכגעלאזט, נאר גערופען דער לויער און געטענה'ט אז באמת איז עס אים, דער לויער האט אים באפוילען אונטערשרייבען א דעפאזישען, און ער האט זיך נישט געפוילט, און אונטערגעשריבען אז ער האט באמת מקיים געוועהן יענער נאכט דער מצוה לויט אלע שיטות.
דערנאך באקומט ער א ידיעה, אז דער מיידל לעבט נאך, נאר האט געבוירען א קינד, און מען האט אים מחייב געוועהן מיט טשיילד סאפפארט.
(אויב נישט, וואס איז א נפק"מ די ניין חדשים?)
יעצט געהערט אז עס האט זיך געמאכט א גליטש אין דער סיסטעם פון תהילים כולל, און מען קען באקומען ישועות בחינם... חאפטס אריין.
ווי אויך האט ארויס געליעקט א סוד. מען קען אליין נעמען א תהילים'ל.
השי"ת זאגט צו אברם, ווער עס וועט דיר בענטשן וועט זיין געבענטשט, און ווער עס וועט דיר שעלטן וועט פארלירן זיין קאנטרעקט מיט Adidas...
(מרים אנזובין)
יעקב מאקסוועל: ייש"כ. דאס איז איינס און א גוטס. יעצט וועט דער שווארצער רוצח און שונא ישראל ערשט האבן א גוטע סיבה פיינט צו האבן אידן. זאל ער גיין קראכן. אויך פגר'ן מיט א מיתה משונה...אכיה"ר...
Take that, Shayves Achim...!
אן עלטערע בחור איז ענדליך א חתן געווארן. האבן אים זיינע חברים געטרייסט... ממה נפשך, איז עס א גוטע זאך.. האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.. און אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך.. האט זיך הערשט געלוינט צו ווארטן...
איינער איז אריין צו א חאכאם און זיך געבעטן אז היות די לאטערי שטייט ביי היסטאריש הויעכע ציפערן זאל ער אים ביטע מגלה זיין די נומערן וואס גייט געווינען.
די חאכאם האט מסכים געווען אבער האט פארשטייט זיך פארלאנגט אפאר אלפים קעש באותו מקום ובאותו זמן, און נאר נאכן צאלן האט ער ארויסגענומען א צעטל, זיך פארגלייזט די אויגן, און אנגעהויבן שרייבן נומערן...
עס גייט נישט אדורך קיין פאר טעג און די איד קומט אריין מלא טענות. הלמאי ער האט נישט געווינען די לאטערי?! האסט מיר סתם באשווינדלט מיט געלט!!
זאגט אים די חאכאם, קוק אהער, איך האב דיר געגעבן די ריכטיגע נומערן, אבער וואס זאל מען טון אז די לאטערי האט אויסגעוועלט די נישט ריכטיגע נומערן...
.
📎 Screenshot_20221104_121416.jpg
ס'איז געווען ביי א כ"א כסליו דינער (כ'מיין 2 יאר צוריק) פון די זאלונים פארטיי ווען סענאטאר טשארלס שומער האטציך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זיך בארימען וואס ער טוט אלץ פאר מדינת ישראל...דער עולם האט איהם געלאזט רעדן (ווייל אין סאטמאר איז מען גרויסע בעלי דרך ארץ, כידוע). און דער עולם האט נאך צוגעקלאפט ווען ער האט געענדיגט זיין דרשה. די יושבי ראש האבן געמאכט זיכער אז ער רעדט קורץ און שארף...!
נ.ב: אויב ס'איז דא אן אונגערישער וועלכער ווייסט נישט וואס ס'איז פאני 'עליך איהם מסביר זיין...!
יענקל גייט פאר א דז'אב אינטערוויו.
דער מענעדז'ער זאגט איהם, זייער שיין אבער דו האסט נישט געדאאפט אזוי מגזם זיין.
זאגט יענקל, איך האב נישט מגזם געוועהן.
זאגט דער מענעדשער, דו שרייבסט דא אז דו קענסט די גאנצע וועלט די מיינסט נישט די גאנצע וועלט.
ענפערט יענקל, יא יא, איך קען די גאנצע וועלט און אויב די גלויבסט נישט, פראביר.
פיין, זאגט ער, די קענסט עראן בון? די מענעדשער פון די יענקיס?
זיכער, ענטפערט יענקל, ער איז אן אלטען ידיד.
אקיי לאמיר זעהן. ער באשטעלעט טיקעטס קיין ניו יורק און דער נאך א קאר צום סטאדיום און טיקעטס די ערשטע ליניע. אין מיטן די געים גיבט עראן בון זיך א דריי ארום און באמערקט יענקל...
יענקל גיבט ער א שריי... איך גלייב עס נישט. ווען ביזטו אנגעקומען אין ניו יורק?
ענטפרט יענקל, נעכטין.
רופט זיך אן עראן בון קום שוין אריין צו מיר אין אפיס...
פרעגט יענקל איך קען אפשר מיט ברענגען מיין חבר?
זיכער זאגט קום שוין, אזא זכי' דיר צו טרעפען דא.
מען שטעלט אפ דער געים און זיי גייען אריין אין אפיס.
נאכען פארברענגען א לאנגע צייט זענען זיי אוועק געגאנגען און דער מענעדשער רופט זיך אן צו איהם, אקיי סא עראן בון קען נאך זיין אז דו קענסט, אבער נאך אלץ דו קענסט נישט די גאנצע וועלט.
רופט זיך אן יענקל דו ווילסט פראבירען נאך אמאהל?
יא זאגט ער דער מלך פון ענגלאנד.
פיין זאגט ער. און מען פארט ארויס קיין ענגלאנד.
פונקט איז געוועהן א פאראדע אןן זיי שטעלען זיך צווישען דער ריזיקן עולם. און בשעת דער קעניגליכען וואגען פארט אדורך גיבט עס זיך א שטעל אפ... און דער מלך אליין קומט ארויס פון וואגען און גייט צו צו יענקל און שרייט הויך... יענקל איך גלייב נישט... וואס טוסטו דא? און ער רופט זיך אן צו די סאלדאטן און צו אלע באדינער...
ענק האבען באמערקט ווער עס איס געקומען אויף באזוך און ער נעמט איהם אריין אין איהר קעניגליכע וואגען און יענקל פרעגט וואס איז מיט מיין חבר? זיכער זאגט דער מלך... יענקל'ס חבר איז ענגלאנד'ס חבר.
נאכען פארברענגען א אין קעניגליגען פאלאץ א גאנצען נאךמיטאג רופט זיך אן דער מענעדז'ער איך גלייב נאך אלץ נישט. לאמיר זאהען אויב דו קענסט דער פויבסט.
פיין זאגט יענקל.
מען פארט אפ קיין רוים און עס געוועהן דאן א חגא און הונדערטער טוזענער זענען גשטאנען און צוגעהערט ווי דער פויבסט רעדט. נאך אפאר מינוט ווערט דער פויבט שטיל א מינוט און שרייט הויך... יענקל דאס ביזטו? קום שוין ארויף דא צו מיר. נאכען ארויף גיין אויבן אן גיבט יענקל א קוק און זעהט אז דער מענעדז'ער האט גע'חלש'ט.
נאכען דערמינטערען פרעגט איהם יענקל וואס איז געשעהן? דו גלייבסט שוין?
ניין זאגט ער... נאר ווען דו ביזט געשטאנען דארט און געשמועסט מיט'ן פויבסט האט מיר איינער געפרעגט.
ווער איז דער אלטער איטאליענער מיט די ווייסע בגדים וועליכע שמועסט מיט יענקל ?
כאפ איך נישט דער עמקות
היסטאריע: נו, זיכער. דו קומסט פון בודאפעסט אדער דעברעצין...!
וישלח יעקב מלאכים... זאגט רש"י, מלאכים ממש... עכטע מלאכים.
קען מען פרעגען פארוואס? פארוואס עכטע מלאכים? פארוואס נישט מענטשען?
נאר ווי מען ווייסט איז עשיו געוועהן א גרויסע רבי מיט 400 חסידים שלעגער גרייט צו הרג'נן און טאמער וואלט יעקב אבינו געשיקט מענטשען וואלט מען זיי קיינמאהל, נישט אריין געלאזט.
אן עלטערע איד גייט ארויף אויפ'ן מאנסי באס און עס איז געפאקט און עס איז נישט דא קיין פלאץ. זעהט ער דארט זיצט א אינגע בחור'ל און מאכט זיך נישט צוטוהן פון איהם. גייט ער צו און זאגט איהם, בחור'ל, מיינע פיס טוען מיר זייער וויי, ווען איך בין געוועהן אינג און איך האב געזעהן אן עלטערע שטיין בין איך גליין אופגעשטאנען.
ענטפערט איהם דער בחור'ל, דו זעסט אז דו ביזט א נער, טאמער וואלסטו נישט געשטאנען אזוי פיהל אויף די פיס וואלט עס נישט יעצט וויי געטוהן
אין מיט'ן דאווענען שטעלט זיך א משולח אונטער א גרויסען גביר און ביי שמונה עשרה גיבט ער א הויכען קרעכץ... אוי... ותן שכר טוב
גיבט דער גביר א קרעכץ... אוי וויי ולירשלים עירך ברחמים תשוב
איי האביך איינס און א גוטס וועגן די איצטיגע בחירות הטמאות אין ניו יארק סטעיט. און איינער פון די קאנדידאטן. וואס מ'האט געפרעגט פון א ליטווישן ראש ישיבה איבער איהם...!
נאר איך ווייס זיכער אז מ'גייט עס פארמעקן. און איך וועל נישט (קענען) האבן קיין טענות...!
פארוואס טראכסטו מען גייט עס פארמעקן?
דא איז נישט אייוועלט...
ווייל איך ווייס אליין אז דער דזשאוק איז טאקע א גוטס. אבער ס'איז נישט איידל. אפשר אין די (געוועזענע) קרעטשמע/פאליש בלאג וואלט איך עס געקענט שרייבן. און באקומען א פאר לייקס.
אינגל: טאטי, וויאזוי זאגט מען 'חינוך' אין אידיש?
טאטע: "פייפליין"...
📎 Screenshot_20221108-153128_Telegram.jpg
עצי שטים📎 Screenshot_20221108-153128_Telegram.jpgScreenshot_20221108-153128_Telegram.jpg
קינדער זענען ממזרים. קידושין א קעגן די מרא דאתרא והגלילות...
📎 IMG_20221109_002624_114.jpg
געטראפן אויף איבעי צו פארקויפן א טלית בייטל מיטן נאמען 'משה זעלדין'...
וואלווי עצי שטים📎 Screenshot_20221108-153128_Telegram.jpgScreenshot_20221108-153128_Telegram.jpg
קינדער זענען ממזרים. קידושין א קעגן די מרא דאתרא והגלילות...
לאל.... אריין אינעם פנקס....
📎 IMG_20221110_225853_280.jpg
א איד זאגט פאר זיין ווייב, פליז, גיב דיך א דריי ארום.
פרעגט זיין ווייב, וואס איז? וואס איז געשען?!
זאגט ער, קוק אהער, פאר לוט איז עס געלונגען...
עצי שטיםא איד זאגט פאר זיין ווייב, פליז, גיב דיך א דריי ארום.
פרעגט זיין ווייב, וואס איז? וואס איז געשען?!
זאגט ער, קוק אהער, פאר לוט איז עס געלונגען...
די מעשה איז געווען ביין יפ המלח אז א יונגערמאן זאגט פאר זיין ווייב דריי זיך ארום פרעגט זי פארוואס גיבט ער זיך א רוף אן א שאד וויל פאר לויט איז עס יא געלונגען
וואס איז די מערסט פארשפרייסטע ליגנט בי מענטשן
i have read and agree to all terms and condidions
פרעג ביי דזשיגאן...ער'ט דיר שוין זאגן וואספארא ליגנט ער וואלט אויך געזאגט...!
איינער פארט אויף וואקאציא און באקומט א היסטערישען טעלעפאון רוף פון זיין שותף...
יענקל, עס איז צרות... איך ווייס נישט וואס צו טוהן..
וואס גייט פאר? פרעגט ער
עס פעלט 10,000 דולר פון די סעיף, און איך ווייס נישט וואס צו טוהן.
לייג עס שוין צוריק... ענטפערט דער שותף
א ארץ ישראלדיגער שנארער גייט נאך געלט היינט צופרי און זאגט אז ער דארף דרינגענד שאפען 100 אלפים דולר.
פרעג איך איהם פארוואס?
זאגט ער אז ער האלט ביים חתונה מאכען און עס פאסט נישט חתונה צו מאכען ווי א שנארער
א חסידיש בחור גייט אריין צו דודי'ס אין בורו פרק און פרעגט איינעם וויפיהל קאסט יענע טעלעווישאן?
ענטפערט איהם דער ארבייטער... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישע בחורים.
גייט ער ארויס און לייגט די פיאות אונטער דיר אויערען, און גייט צוריק אריין און גייט צו צום זעלבער און פרעגט איהם... וויפיהל קאסט יענע טעלעווישאן?
ענטפערט איהם דער ארבייטער... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישע בחורים.
דער בחור גייט ארויס און נעבעך שנייט אפ די בארד און פיאות און ער גייט צוריק אריין און פרעגט...
עקסיוז מי מיסטער, האו מאטש קאסט דעט טעלעווישאן?
רופט ער זיך אן... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישע בחורים.
דער בחור גייט ארויס און קומט צוריק א חודש שפעטער שוין נעבעך אן א קאפעל אנגעטוהן ממש ווי א גוי אן בארד אן פיאות מיט דז'ינס מיט די הויכע ווייסע סניקערס שוין מיט א שטיקל טשאפ...
און זאגט צום ארבייטער... עי מען, האו מאטש דעט טיווי?
זאגט איהם דער ארבייטער... איך האב דיר שוין געזאגט אפאר מאהל... אונז פארקויפען נישט קיין טעלעווישאן פאר חסידישער בחורים.
וואט ? מען איי וואהט טו ביי דעט טיווי.
גיי צוריק אין ישיבה זאגט דער ארבייטער.
פון ווי ווייסטו פרעגט דער בחור... פון ווי ווייסטו אז איך בין א חסידישער בחור?
ווייל ענטפערט ער, עס איז נישט א טעלעווישאן עס איז א מייקראוועוו אויווען
פאלאצ'ינטא: די מעשה מיט דעם שנארער איז 100% אמת. איך קען א איד וואס איז געגאנגען שנארן כדי צו מאכן א טייערע בר מצוה פאר זיין זון. א וואוילער טאטע (און מאמע)
היינט געהערט א גוט'ס
וואס איז דער אונטערשייד צווישען אן אמבולנס און א פראק ?
אן אמבולנס מאכט מען אויף פון אונטען און מען לייגט אריין דעם קראנקען...
און א פראק מאכט מען אויף פון אונטען און דער קראנקער איז שוין אינוויידיג
די גרעסטע ליגענטס הייבן זיך אן מיט די סטעיטמענט "כהעל דיר זאגן די אמת"...
נעקסט לעוועלדי גרעסטע ליגענטס הייבן זיך אן מיט די סטעיטמענט "כהעל דיר זאגן די אמת"...
א פאקט... די בעסטע ליגענט איז דער אמת
פאלאצ'ינטא נעקסט לעוועלדי גרעסטע ליגענטס הייבן זיך אן מיט די סטעיטמענט "כהעל דיר זאגן די אמת"...
א פאקט... די בעסטע ליגענט איז דער אמת
דאכזעך אז סגייט "אמת איז די בעסטע ליגענט"
נעווער מיינד...
א קליגע סקווירא איד האט אמאל געזאגט:
די העיליגע רבי ווייסט "אלעס", אבער וואס מען פארציילט אים ווייסט ער נאך בעסער...
א חבר מיינע קומט צו צו מיר און פארציילט מיר אז ער האט זיך אינטערגענומען צוויי נייע קבלות טובות..
די ערשטע קבלה איז אז ער שטיפט גארנישט אפ, ווי נאר ער טראכט אז ער גייט טון א גוטע זאך, גייט ער עס שוין טון, ער וועט עס נישט אפלייגן אויף שפעטער. די קבלה הייבט ער אהן מארגן...
די צווייטער קבלה איז אז ער טוט בלויז וואס ער זעט פאר וויכטיג צו טון. ער וועט נישט זיין ביזי מיט וואס דער און יענער האט צו זאגן דערויף, עס וועט אים ניטאמאל אינטערסירן...
נו, שמן למאור, פירט ער אויס... וואס זאגסטו צו מיינע צוויי נייע קבלות...?
Re: מילתא דבדיחותא
א משגיח אין ישיבה גייט צו, צי א בחור 2 טעג נאך שבועות און שרייט איהם אן...
וואס איז דאס 2 טעג נאך שבועות ? און שוין לערענט מען נישט? דו האסט אפי נישט גע-עפענט א אידיש ספר
ענטפערט איהם דער בחור, עס איז א מנהג
וואס? פרעגט דער משגיח
וואס טוהט מען פסח? מען נעמט ארויס די פסח'דיגע כלים און נאך פסח פאקט מען זיי אוועק
און סוכות? מען בויעט א סוכה און נאך סוכות נעמט מען דאס צוזאם
און שבועות? באקומט מען די תורה און נאך שבועות גיבט מען צוריק
.
שאלתיאל📎 Capture.PNGCapture.PNG
באלאנגט אין צום שמייכלען מאחורי..
אבער אז מען רעדט שוין.. דערמאנט עס מיר פון א ווערטל.
אין א געוויסע דארף אין די אלטע היים איז געווען א שול, און פארשטייט זיך אז ס'נאכנישט געווען קיין ביה"כ אונעם שול, האט די עולם וואס האט געדארפט משתין זיין געגאנגען צו א דערנעבענדיגע הויז וואס האט געהאט א הויעכע וואנט און דארטן זענען זיי געגאנגען קטנים.
די בעל הבית פונעם הויז איז עס נישט געפאלן האט ער אויפגעהאנגען א גרויסע שילד אויפן וואנט מיטן אויפשריפט "אין להשתין על הכותל"!!!
איז געגאנגען א לץ און צוגעשריבן פון אינטן. "ואם השתין, יצא ידי חובתו"...
אין די וואכעעדיגע פרשה איז דא דער פסוק וואס מען האט געזאגט ווען ווען עריק עדעמס איז געווארען מאיאר...
שלחני כי עלה השחור
שטאמט נאך פון מהר"ש מבאבוב ביים אנטלויפן פון קרוינהייטס.
פאלאצ'ינטאאין די וואכעעדיגע פרשה איז דא דער פסוק וואס מען האט געזאגט ווען ווען עריק עדעמס איז געווארען מאיאר...
שלחני כי עלה השחור
פאלאצ'ינטא: ס'קען זיין מ'האט עס איבערגעזאגט. ווייל מ'האט אריגינעל מחבר געווען דאס ווערטל בשעת דער אנדערער שחור, דעיוויד דינקינס עליו השנאבל איז געווארן אויסגעוועהלט פאר מעיאר. און די שמחה ביי אלע ליבעראלע (אידן. דיבר הכתוב בהווה)איז געווען זייער גרויס. זיי זענען געווען זייער פרייליך.
ער האט אפילו באקומען א מתנה א יארמולקע מיט זיין נאמען, דויד אויסגעשריבן. ער איז אפילו געקומען צו א כ"א כסליו דינער אין סאטמאר. און ער האט געהאלטן א דרשה און געזאגט אז ער וויל שיקן זיין אייניקל א מיידעלע פן 3 יאר אין סאטמאר בית רחל סקול. אין יענע צייטן זענען נאך נישט געווען קיין סמארטפאונס, רח"ל. נאר ווען ס'איז געקומען צו די ראיאטן אין קראונהייטס ווען די שווארצע חיות האבן זיך צעווילדעוועט און געהרג'עט אידן, האט ער פון אלעם פארגעסן און געשטיצט זיינע שווארצע ברידערס...!
א איד קומט אריין אין א יעקישע שוהל און פרעגט דעם גבאי: איז דא מעריב יעצט ?
ניין- ענטפערט דער גבאי.
איד: איז ווען יא ?
גבאי: יעצט..
עס פארט ארום אזא ווערטל; א נייע סגולה בדוק ומנוסה...
פאר בלויז 360 דאלער, וועלן פערציג תלמידי חכמים אראפגיין לזכותך צום ציון פונעם 'מגיד' און צוזאמען אויסזאגן פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל...
איך האב א חבר וואס פלעיגט מיר אראפדרייען א קאפ ביי-וויקלי איך זאל עים קויפן זאכן אויף עמעזון ווייל ער האט נישט קיין טמא'נע איטערנעט, ביז כ'האב געפלאצט פון עים, האט ער מיך געפרעיגט צי כ'האב אוועק געווארפען מיין סמארטפאון צי וואס, זאג איך עים אז ניין, נאר איך האלט אז מען מעיג האבן א סמארטפאון אבער לשיטתך אז מען טאר נישט ביסטו עובר אויף לפני עיור יעדע מאל די בעטסט מיך עפעס צי קויפן, מילא וויל איך נישט עובר זיין אויף לפני עיור דורך דיך מכשיל זיין מיט א לפני עיור פארן מיר מכשיל זיין מיט איטערנעט.......... חד גדיא חד גדיא.