☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

היום » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:00 pm

· #550622
Re: מילתא דבדיחותא
פישל האט זיך גע׳עפנט א פיש געשעפט.
האט ער אויף געהאנגען א סיין ״מיר פארקויפן דא פרישע פיש״.
קומט אריין א קונה און פרעגט, האט איינער עפעס בארעדט אייער פיש? וואס מאכטו מענטשען טראכן? צו וואס דארפסטו די ווארט ״פרישע״? נעם עס אראפ!
״האסט א פוינט״ זאגט פישל, ער נעמט עס אראפ!
קומט אריין א יודענע, פארוואס דארפסטו שרייבן ״דא״? א ודאי דא, ווי דען, דארט?
״אמת״ זאגט פישל. מעקט אויס דער דא!
קומט אריין א סוחר, פרעגט ער, פארוואס זארפסטו דעם ״מיר פארקויפן״? וואס דען? די געבסט בחינם?
״גערעכט״, פישל מעקט שוין!

נו, איז געבליבן נאר די ווארט ״פיש״!

קומט אריבער דארט די שטאט׳ס חכם, שרייט ער ״פישל, וואס דארפסטו דא א סיין ״פיש״ אז אייער פיש שמעקן אויף א מייל ווייט״?…

פוילישע פעפער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:52 pm

· #550634
Re: מילתא דבדיחותא
אז מרעדט פון פיש האב איך זיך דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אין סקווירא שטעטעל ווען א פיש האט זיך גענומען רעדען
מפארציילט אז א טאג שפעטער האט איינער אריינגערופען די געשעפט און געפרעגט צו זיי האבן סאלאמען?
האט די איגענטומער געזעגט: יא
האט אים די קונה געזאגט: דעמאלטס לאמי'ך רעדען מיט אים.....

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:08 pm

· #550662
Re: מילתא דבדיחותא
פוילישע פעפער #
אז מרעדט פון פיש האב איך זיך דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אין סקווירא שטעטעל ווען א פיש האט זיך גענומען רעדען
מפארציילט אז א טאג שפעטער האט איינער אריינגערופען די געשעפט און געפרעגט צו זיי האבן סאלאמען?
האט די איגענטומער געזעגט: יא
האט אים די קונה געזאגט: דעמאלטס לאמי'ך רעדען מיט אים.....
די גאנצע מופת מיט די פיש וואס האט גערעדט איז א סגולה פאר פרנסה. ווייל ווען די מעשה איז ארויסגעקומען האט מען געהאט פארקויפט אלע צייטונגען. לא נשאר עד אחד.

פאלאצ'ינטא » מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:30 am

· #550794
Re: מילתא דבדיחותא
איינער קומט אריין אין א בייגעל געשעפט און בעט...

איך וויל א בייגעל געטאוסט פארברענט ממש אש.

צוויי אייער אבער מאך זיכער אז עס איז אזוי טרוקען ווי האלץ, און לייג צו אביסעל ירקות אזוי אלט און צוקוועטשט אז עס איז ממש א זופ. אוך דריי אלטע שטיקלאך קעז וואס מען קען זעהן אויף דעם אז א מויז האט דערפון טועם געוועהן

א קאווע מיט זויערע מילך און זאלץ אנשטאט צוקער

פרעגט איהם דער ארבייטער, דו ביזט נארמאל? מען קען דאס נישט טאהן

פרעגט פארוואס? די לעצטע פאר טעג גיבסטו מיר פונקט דאס

פאלאצ'ינטא » מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:34 am

· #550795
Re: מילתא דבדיחותא
מענין לענין באותו ענין

קומט אן א איד צום לופט פעלד מיט די משפחה אויפ'ן וועג צו ארץ ישראל און זאגט פאר דעם ארבייטער...

איך וויל אז דו זאלסט שיקען איין רענצעל קיין ענגלאנד און די צווייטע קיין איטאליע און מיין ווייב'ס קיין רוסלאנד

זאגט ער מען קען דאס נישט טאהן

פרעגט פארוואס? ענק האבן דאס געטוהן די לעצטע מאהל

היום » מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:42 am

· #550830
Re: מילתא דבדיחותא
געווען צוויי וואוילע גאליציאנע יודן, געגאנגען שוווימען צוזאמען אין איין אזא לאנגע נאכמיטאג, האבן זיי געזיכט מיט וואס אריבער פירן די צייט, רופט זיך אהן איינער צום חבר ״לאמיר מאכן א וועט, מיר וועלן ביידע אראפ לייגן דא 50 סענט, דער ווער עס קען האלטן די אטעם לענגער אונטערן וואסער בייקומט די גאנצער דאלער״


וואס זאל איך אייך זאגן?…
זאלן זיי ביידע זיין דארט אויבן גוטע בעטער׳ס…

היום » מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:03 pm

· #550832
Re: מילתא דבדיחותא
באותו עניין,
בינעך אמאל אריין געפאלן א בה״ב שחרית און א פויליש׳ן שטיבל, הער איך דעם גבאי׳ן פארקויפן די עליות פאר קריה״ת, עס פארט אזוי ארויף 10 פאר די מצוות, 20, 30,
איך שטיי און ווינדערזוך, הזאת נעמי? וואס גייט דא פאר?
און עס פארט ווייטער 40, 50, 60,
איך גלייב נישט וואס איך הער, א וואכינדיגע ליינען? אזונע סכומים?
דער עולם ציעט ווייטער, 70, 80, 90,
איך צופ מיך אויב איך חלום נישט, וואס איז דא? סאטמערע רבי׳ס מנין? זענען די פויליש׳ע אראפ פון וועג? אראפ פון זינען?
ווי ווייט גייט דאס אנקומען?

דאן הער איך ״איין דאלער״ פאר די מצוות, צום ערשטן מאל וכו׳…

היום » מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:06 pm

· #550883
Re: מילתא דבדיחותא
דער שדכן האט אנגעטראגן פארן גראבן יונג א גאלדענעם שידוך, א שיין מיידל, געלאנגען, א משפחה מכובדת, סאך געלט, בקיצור כליל המעלות, וואס דען? זי האט איין פראבלעם, אמאל אמאל כאפט איר אהן די נערווען אויף א טאג צוויי…
״מסכים״ זאגט דער בחור, ״איך גיי איין פאר דעם״.
״פיין״ ענפערט דער שדכן ״יעצט וועסטו מיזן צו ווארטן א ביסל, ביז עס כאפט איר אן דער שיגעון, אז זי זאל וועלן קוקען אויף דיר״….

פאלאצ'ינטא » מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:44 pm

· #550887
Re: מילתא דבדיחותא
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וועליכע האט געהאט 6 מיידלעך און נאכדעם א אינגעל און נאכדעם נאך א מיידל.

האט מען איהם געפרעגט פארוואס א אינגעל צווישן די מיידלעך?

זאגט ער ווייל צווישן 6 און 7 מאכט מען נישט קידוש האט ער געמאכט א זכר

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:55 pm

· #550911
Re: מילתא דבדיחותא
דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א יונגערמאן וואס ס'איז ארויס א שמועה אויף אים אז ער מאכט א שלום זכר ביי איהם אין שטוב. מענטשן האבן אריינגעקלאפט צו איהם און געפרעגט אויב ס'איז דא א (שלום) זכר...
וואס ער האט זיי גענטפערט וויל איך נישט זאגן. ווייל ס'איז (א ביסל) מ'אחורי-דיג...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:19 am

· #550940
Re: מילתא דבדיחותא
ר חצקל איז געוועהן א איד אן עני ואביון ממש נישט געהאט קיין פרוטה

איין נאכט קומט דער מלאך המ** צו ר' חצקל און זאגט איהם.. ר חצקל, דערשרעק זיך נישט. איך בין דא ווייל איך וויל מאכען א געשעפט מיט דיר

וואס? פרעגט ר חצקל

ענטפערט דער מלאך המ**, איך וועל דיר געבען געלט און כבוד עד אין לשער אבער דו וועסט נישט קענען הערען גוט.

זאגט ר חצקל, גיב מיר אפאר טעג דאס איבער צו טראכטען.

גייט ער צו זיין רב און פרעגט צו מען מעג מאכען אזא געשעפט.

ענטפערט דער רב, ניין ח"ו הערען איז א מתנה פונם הייליגען באשעפער און וואס איז געלט? פאר אפאר דולר ווארפסטו צוריק א מתנה פונם באשעפער? און נאך דערצו האנדלען מיט'ן מלאך המ**? מען טאהר נישט

אבער ר חצקל עקשנט זיך אבער איך האב נישט קיין פרנסה און איך האב גארנישט און מיט דעם וועל איך קענען אויפטוהן אסאך

דער רב זאגט ווידער ניין, מען טאהר נישט אבער לאמיר ביידע גיין צום רבי'ן שליט"א און מען וועט איהם פרעגען

זיי קומען אריין און פרעגען דעם רבי'ן, מעג מען האנדלען מיט'ן מלאך המ** און אויפגעבען נישט צו קענען הערען פאר געלט און כבוד?

וואס? פרעגט דער רבי איך הער נישט רעד העכער

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:15 am

· #550941
Re: מילתא דבדיחותא
דער ראש הקהל איז געפארן אויף א וואקאציע אבער ער האט געוואלט אז קיינער זאל איהם נישט דערקענען. האט ער זיך פארשטעלט און איז געפארן אויף קאליפארניע און געכאפט א שפאציר ביים ים.

אינמיטן באגעגענט ער צוויי אידן אנגעטוהן מיט א שווים הוין און זוהן בריללען מיט א קעפ. די צוויי גריסען איהם... גוט מארגן ראש הקהל

ווער קען מיך דא? טראכט ער צו זיך.

דעם קומענדיגע טאג פאסירט די זעלבע זאך. ער באגעגענט די צוויי און זיי גריסען איהם... גוט מארגן ראש הקהל

ער וואונדערט זיך ווער עס דערקענט איהם, ער איז דאך פארשטעלט

דעם קומענדיגע צופרי ווען ער באגעגענט זיי פרעגט ער זיי... פון ווי ווייסן ענק ווער איך בין?

רופט זיך אן איינער פון זיי, ראש הקהל, דו דערקענסט נישט דעם רבי'ן?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:28 am

· #550942
Re: מילתא דבדיחותא
אין ירושלים איז געוועהן א איד וועליכע מען האט זיך דערוויסט אז פאר די לעצטע 70 יאהר האט ער נישט פארפאסט א שחרית מנחה מעריב ביים כותל.

האט מען געשיקט א ריפארטער איהם פרעען אפאר שאלות.

מען פרעגט איהם איז עס אמת אז טאקע איהר קומט דא צום וואנט און דאווענט איעדען טאג פאר 70 יאהר?

יא ענטפערט ער

און ווי אזוי פיהלט עס? פרעגט ווייטער דער ריפארטער

אזוי ווי מען רעדט צו א וואנט זאגט ער

פוילישע פעפער » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 8:24 am

· #550944
Re: מילתא דבדיחותא
סאיז געוועהן אמאל א מאן וואס האט געזאגט פאר זיין ווייב היינט ביינאכט קענסטו ארויסגיין שאפינג מיט דיינע חבר חברטע'ס און איך נעם קיר פון אלע קינדער איך באד זיי און איך לייג זיי שלאפען
שוין די ווייב פרייט זיך זי גייט ארויס און זי קומט צרויק נאך א צוויי שעה זעהט זי ווי די גאנצע הויז איז איבערגעדרייט און קיינער האט זיך נאכנישט אפגעוואשען און קיינער שלאפט נאך נישט
פרעגט זיי די קינדער וואס גייט פאר ווי איז טאטי?
זאגען זיי אז טאטי שלאפט
זי לויפט ארויף און וועקט אויף אירע מאן און פרעגט זי וואס גייט פאר מהאט דאך עפעס אפגערעדט?
ענטפערט ער זי יא טאקע, אבער לאמיר דיך מסביר זיין א נקודה
איך בין שוין געוועהן ביי אסאך חינוך שיעורים אז אלע מחנכים זאגען שטענדיג אז די בעסטע וועג צו מחנך זיין די קינדער איז דורעך ווייזען א אייגענע דוגמא...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:35 am

· #550951
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
זיי קומען אריין און פרעגען דעם רבי'ן, מעג מען האנדלען מיט'ן מלאך המ** און אויפגעבען נישט צו קענען הערען פאר געלט און כבוד?

וואס? פרעגט דער רבי איך הער נישט, רעד העכער

האב איך מיך דערמאנט א מעשה: א רב איז אויף די עלטערע יארן טויב געווארן. האבן מענטשן איהם געפרעגט, "ס'שטייט דאך אין די תורה לא תיקח שוחד כי השוחד יעור עיני חכמים"... דאמאלס פארוואס ביסטו געווארן טויב... האט זיי דער רב געענטפערט, "עטץ קענטס נישט די היינטיגע בעלי דינים, זיי געבן דען שוחד, זיי זאגן נאר צו"...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:16 am

· #550952
Re: מילתא דבדיחותא
א מלמד פרעגט א אינגעל...

פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?

איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת

זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:21 am

· #550953
Re: מילתא דבדיחותא
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו צו מיר א שנארער, און איך גיב איהם א דולר. זאגט ער מיר אז ער נעמט נאר גרויסע בילס

פרעג איך איהם וועליכע ווילסטו מיין עלעקטריק בילל אדער מיין געז ביל? אפשר די שכר לימוד ביל?

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:08 pm

· #550970
Re: מילתא דבדיחותא
אן 747 עיראפלאן פון איראן הייבט זיך און נאך אפאר מינוט קראכט איינער פון די מאטארען.

נעמט דער פילאט דעם ראדיא און שרייט אריין.. העלף אונז! הילף אונז! איז דא א עירפארט אויסער איזראעל וואו אונז קענען לאנדען?

און קיינער ענטפערט נישט.

אפאר מינוט שפעטער קראכט דער צווייטער מאטאר.

נעמט ער ווידער דער ראדיא און שרייט אריין...

העלף אונז! הילף אונז! איז דא א עירפארט אויסער איזראעל וואו אונז קענען לאנדען? אונז האבען פארלוירען צוויי מאטארען.

און קיינער ענטפערט נישט.

גייט אדורעך נאך אפאר מינוט און דער דריטער מאטאר קראכט.

שרייט ער ווידער אריין אין דער ראדיא...

ראטעוועט! הילף! אונז דארפען א עיר פארט אפי' איזראעל. אונז מוזען שוין לאנדען אויב נישט גייען אונז קראכען.

רופט זיך אן בן גוריון עירפארט... איראן פלייט דא רעדט איזראעל עירפארט אונז קענען העלפען.

יא איזראעל וואס זאלען אונז טוהן? פרעגט דער איראנער עראפלאן

גאנז פשוט ענטפערט בן גוריון עירפארט... זאג מיר נאך ווארט ביי ווארט...

יתגדל ויתקדש שמיא רבה

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:44 pm

· #550972
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
א מלמד פרעגט א אינגעל...

פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?

איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת

זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:09 pm

· #550976
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
פאלאצ'ינטא #
א מלמד פרעגט א אינגעל...

פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?

איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת

זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!
דאכט זיך אז דאס איז אן אמת'ר מעשה. מען דערציילט עס אויף'ן סאטמר'ר רב ר יואל

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:15 pm

· #550979
Re: מילתא דבדיחותא
דער סאטמאר'ער רב ר' יואל איז נישט געווען אזא תמים. ער האט געקענט זיין עולם.

ס'איז דא געניג רעבעלעך אויף וועים מ'קען ארויפשמירן אזא מעשה'לע

היום » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:10 pm

· #550991
Re: מילתא דבדיחותא
קאלמיש, איז שוין ב"ה אפיציעל ארויס פון כולל, פאר פרנסה האט ער זיך עדווערטייזט פאר א שיינעם טאלאנפולן בדחן און אויך א געריבענער שדכן.

טרעף איך עהם איין טאג אזוי אביסל נישט אזוי איי איי,
געב איך עהם א פרעג, וואס מאכסטו אזוי? ווי אזוי גייט די צוויי נייע פאסטענס?
"ב"ה ב"ה", זאגט ער מיר, "עס הייסט אהן צוביסלעך צו אויפפיקן",
אבער, זאגט ער "איך בין אביסל צומישט פארוואס זאכן גייען פארקערט ווי נארמאל, נאך יעדע שידוך וואס איך טראג אן לאכן מענטשן, און ווען איך מאך א ווערטל הערט מען מיר ערנסט אויס און מען זאגט מען גייט עס איבערטראכטן"...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:49 pm

· #551010
Re: מילתא דבדיחותא
און די מעשה מיט דעם איד וואס איז געפארן ל"ג בעומר קיין אומאן. און אויף ר"ה איז ער געפארן קיין מירון. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער פארדרייט די יוצרות האט ער געזאגט..."כדי לערבב את השטן"...!

עלינו » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:09 pm

· #551013
Re: מילתא דבדיחותא
א גאליציאנער האט באמערקט אן אונגערישער איד וואס זיין קאפ האט זיך קוים ארויסגעשטעקט פון זיינע הויזן וואס האבן דערגרייכט ביז'ן הארץ.
א טאג שפעטער האט דער גאליצאנער געעפנט א הויזן געשעפט און געהאנגען אינדערויסן א גרויסן טאוול ''קויפט אן אונגערישע הויזן און שפארט אייך א העמד''.

עלינו » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:13 pm

· #551016
Re: מילתא דבדיחותא
די ערשטע פראגע אויף יענע וועלט :

קבעת עתים לתורה ?!

אין די צווייטע :

וואס קעקעצטו יא אדער ניין ?!..........

קרעדיט ר' אברהם מרדכי מלאך

פאלאצ'ינטא » פרייטאג פעברואר 23, 2024 5:58 am

· #551039
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
דער סאטמאר'ער רב ר' יואל איז נישט געווען אזא תמים. ער האט געקענט זיין עולם.

ס'איז דא געניג רעבעלעך אויף וועים מ'קען ארויפשמירן אזא מעשה'לע
איך האב נישט געמיינט דער "תמים" איז געווהען ביים סאטמר רב, ער איז זיכער נישט געוועהן אזא תמים.

איך האב געהערט די מעשה אויף איהם. ער האט אויך געקענט אריין פליקען ווען מען האט געדארפט

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 25, 2024 6:29 am

· #551159
Re: מילתא דבדיחותא
געוועהן אמאהל א אידל אן עם הארץ וואס קוים האט ער געקענט עברי. עס איז געקומען די סדר האט ער געדענקט אז די הגדה איז א קליין ספר'ל. ער זוכט און זוכט און טרעפט א קליין ספר'ל וואס איז בטעות געוועהן א סליחות. און ער פאנגט אן זאגען .

ער קומט אן צו די אשמנו און פאנגט אן אראפגיסען פון די בעכער אזוי ווי ביי דם צפרדע האט ער געגאסען... אשמנו... בגדנו... גזלנו...

פרעגט איהם זיין ווייב, לעצטע יאהר איז דאך געוועהן 10 מכות פארוואס די יאהר איז דא מער?

אוי דו עם הארץ'טע ענפערט ער, דו ווייס נישט אז די יאהר איז אן עיבור יאהר?

פוילישע פעפער » זונטאג פעברואר 25, 2024 7:48 am

· #551161
Re: מילתא דבדיחותא
סאיז אמאל געקומען א איד צום ברך משה און זיך אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שלום בית
האט אים דער רבי געזאגט, קיינער האט נישט קיין שלום בית
האט אים דער איד געזאגט, איך האב א חבר וואס זאגט מיר אייביג אז ער האט גוטע שלום בית
האט אים די רבי געזאגט, זאג די אויכעט...

פוילישע פעפער » זונטאג פעברואר 25, 2024 7:54 am

· #551162
Re: מילתא דבדיחותא
סאיז אמאל געוועהן איינער וואס האט זיך אפגערעדט צו זיין חבר אז ער האט נישט קיין פרנסה
האט אים די חבר מציע געוועהן אז ער זאל פארקויפן ברויט מיט תכריכים, ממ"נ טאמער די עולם לעבט דארף מען ברויט און טאמער די עולם שטארבט דארף מען תכריכים,

גייט אריבער א האלבע יאר און ער טרעפט זיין חבר און ער פרעגט אים, נו יענקל ווי אזוי גייט די נייע ביזנעס?
צרות צרורות זאגט ער
וואס איז?
די עולם גוסס'ט...

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 25, 2024 8:07 am

· #551163
Re: מילתא דבדיחותא
דריי קינדער פון גאלאציאנער האבען גערעדט צווישען זיך וועליכע פון זייערע טאטעס איז די מערסטע קארג.

רופט זיך אן דער ערשטער... מיין טאטע איז אזוי קארג אז פאר מיין מאמעס געבורטס טאג האט ער נאר געקאכט 3 זאכען.

זאגט דער צווייטער... און מיין טאטע האט נאר געמאכט 2 זאכען.

זאגט דער דריטער... דאס איז גארנישט, מיין טאטע האט נאר געגבען 5 זאכען

פרעגן זיין איהם נו וויאזוי איז דאס מער פון אונזער טאטע? ער האט דאך געגעבען מער?

יא זאגט ער ווייל ער האט גענומען די איבער געבליבענע פון ענקער טאטע

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 25, 2024 8:19 am

· #551165
Re: מילתא דבדיחותא
איינער פארט אויף לעיקוואד אין אויף די הייוועי זעהט ער ווי אן אלטער איד פארט אויף א ביציקעל אויפ'ן הייוועי.

ער פארט איהם אדורך אויף 70 מייל א שעה און אפאר מינוט שפעטער קומט דער אלטער צו פליען אויף זיין ביציקל און פעסט איהם. פאנגט ער אן צו פארען שנעלער און פעסט דער אלטער.

אבער נאר אפאר מינוט קומט דער אלטער צו פליען און פעסט איהם נאך אמאהל. אזוי א גאנצע וועג. נישט קיין חילוק ווי שנעל ער איז געפארען האט דער אלטער אלץ געפעסט די קאר.

ווען ער איז אנגעקומען קיין לעיקוואד האט ער אפגעשטעלט דער אלטער און איהם געפרעגט... ר' איד ווי אזוי קענט איהר פארען אזוי שנעל אויף א ביציקעל?

ענטפערט ער... קודם העלף מיר, מיינע שלעקערס איז איינגעהאנקעט אין דיין שפיגעל

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 25, 2024 8:32 am

· #551167
Re: מילתא דבדיחותא
איינער האט זיך איינגעשריבען צו זיין אין די מיליטער. פרעגט ער זיין קאמאנדיר, וואס גייט מען דא לערענען?

זאגט ער, דא לערענט מען זיך שפרינגען פון אן עראפלאן און עס נעמט 3 וואכען

די ערשטע וואך צוטיילט מען די מענטשען פון די קליינע קינדער

די צווייטע וואך צוטיילט מען די קלוגע מענטשען פון די משוגעים

און די דריטע וואך... שפרינגען די משוגעים

נחום הסופר » זונטאג פעברואר 25, 2024 12:57 pm

· #551187
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
berlbalaguleh #
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!

דאכט זיך אז דאס איז אן אמת'ע מעשה. מען דערציילט עס אויף'ן סאטמר'ר רב ר' יואל

ס'איז א מעשה באריכות מיט'ן שינעווער רב

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 25, 2024 1:44 pm

· #551197
Re: מילתא דבדיחותא
ליין וואס איך האב געענטפערט פאר יענעם מגיב.

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 25, 2024 3:01 pm

· #551218
Re: מילתא דבדיחותא
געוועהן אמאהל א פריץ וואס ווי אלע האט ער געהאט א מאשקע. דער מאשקע איז איהם געווארען א גוטער חבר. און די צוויי פלעגען אסאך פארברענגען צוזאמען.

איינמאהל האט דער פריץ געמאכט א גרויסען געשעפט מיט דעם מאשקע און צום סוף האט ער געזאגט... נו, מאשקע, לאמיר מאכען א לחיים צום שלוס פון אונזער געשעפט.

אנטשולדיגטס מיר פריץ לעבן, אבער איך טאר נישט טרונקען דיין וויין, עס איז יין נסך.

דו מוזט, שרייט דער פריץ

אבער איך בין דאך א איד איך טאהר נישט, זאגט מאשקע

ניין, זאגט דער פריץ, אן טרונקען א לחיים צום סוף קען מען נישט ענדיגען דעם געשעפט.

אבער איך טאהר נישט טרונקען גוי'אישע וויין.. זאהל דער פריץ טרינקען און איך וועל איהם ווינטשען.

ניין, זאגט ווידער דער פריץ, ביידע מוזען טרינקען! אבער ענק אידן זענען דאך חכמים, ענק האבען עצות פאר אלעם, וועסטו טרעפען אן עצה פאר דעם אויך.

דער אידל טראכט א מינוט און רופט זיך אן, יא אויב דער פריץ וועט מיר סטראשען אז אויב איך טרונק נישט וועט ער מיר הרג'נן וועל איך מוזן טרונקען. מען דארף זיך נישט מוסר נפש זיין וועגען יין נסך,

פיין, זאגט דער פריץ. ער נעמט וויין און גיסט אריין אפאר טראפען דערנאך נעמט ער ארויס זיין ביקס און זאגט... מאשקע, אויב דו טרונקסט דאס נישט אויס שיס איך דיר!

איין מינוט, זאגט מאשקע, אויב איך מוז שוין טרונקען, זיי אזוי גוט און פיל אן דעם גלעזעל ביז אויבען

פוילישע פעפער » זונטאג פעברואר 25, 2024 4:46 pm

· #551231
Re: מילתא דבדיחותא
ס'איז געוועהן אמאל א קראנקער אין שפיטאל, דער דאקטאר קומט אריין און זאגט אים כ'האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, וואס ווילסטו הערן פריער?
זאגט ער אים די גוטע נייעס,
זאגט אים דער דאקטער, דו האסט נאך פיר און צוואנציג שעה צו לעבן!
פרעגט אים דער קראנקער, דעמאלטס וואס איז די שלעכטע נייעס?
זאגט אים דער דאקטער, כ'האב דיר פארגעסן דאס צו פארציילן נעכטען...

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 25, 2024 5:09 pm

· #551237
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
געוועהן אמאהל א פריץ וואס ווי אלע האט ער געהאט א מאשקע. דער מאשקע איז איהם געווארען א גוטער חבר. און די צוויי פלעגען אסאך פארברענגען צוזאמען.

איינמאהל האט דער פריץ געמאכט א גרויסען געשעפט מיט דעם מאשקע און צום סוף האט ער געזאגט... נו, מאשקע, לאמיר מאכען א לחיים צום שלוס פון אונזער געשעפט.

אנטשולדיגטס מיר פריץ לעבן, אבער איך טאר נישט טרונקען דיין וויין, עס איז יין נסך.

דו מוזט, שרייט דער פריץ

אבער איך בין דאך א איד איך טאהר נישט, זאגט מאשקע

ניין, זאגט דער פריץ, אן טרונקען א לחיים צום סוף קען מען נישט ענדיגען דעם געשעפט.

אבער איך טאהר נישט טרונקען גוי'אישע וויין.. זאהל דער פריץ טרינקען און איך וועל איהם ווינטשען.

ניין, זאגט ווידער דער פריץ, ביידע מוזען טרינקען! אבער ענק אידן זענען דאך חכמים, ענק האבען עצות פאר אלעם, וועסטו טרעפען אן עצה פאר דעם אויך.

דער אידל טראכט א מינוט און רופט זיך אן, יא אויב דער פריץ וועט מיר סטראשען אז אויב איך טרונק נישט וועט ער מיר הרג'נן וועל איך מוזן טרונקען. מען דארף זיך נישט מוסר נפש זיין וועגען יין נסך,

פיין, זאגט דער פריץ. ער נעמט וויין און גיסט אריין אפאר טראפען דערנאך נעמט ער ארויס זיין ביקס און זאגט... מאשקע, אויב דו טרונקסט דאס נישט אויס שיס איך דיר!

איין מינוט, זאגט מאשקע, אויב איך מוז שוין טרונקען, זיי אזוי גוט און פיל אן דעם גלעזעל ביז אויבען
ייש"כ: ס'איז דא א גוט ווערטל אין אן ענליכע בחינה.

אין די בראשית טעג פון די רעפארם באוועגונג האבן זיי נאך אנגעשטעלט א פנים ווי ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות.

טרעפט זיך אמאל אין א שבת נאכמיטאג איז דער ראש הקהל געגאנגען באזוכן ביים ראביי אין שטוב. זעהט ער ווי דער ראביי זיצט און פאררייכערט א ציגאר. דער ראביי האט זיך א ביסל דערשראקן. זאגט ער צום ראש הקהל...דו גייסט נישט ארויס פון דא ווילאנג דו רייכערסט אויך א ציגארעטל. דער ראה"ק בעט זיך ביים ראביי...ניין. ס'איז דאך שבת. זאגט דער ראביי ס'וועט דיר גארנישט העלפן. דו מוזסט אויך פאררייכערן א ציגארעטל. זאגט דער ראה"ק. אויב איך מוז שוין יא פאררייכערן האביך מיינע אייגענע... און נעמט ארויס א ציגארעטל פון טאש...!

פרומער חסיד » זונטאג פעברואר 25, 2024 9:44 pm

· #551293
Re: מילתא דבדיחותא
השתא דאתית להכי דערמאן איך מיך אן ענליכס.

אין א קליין דערפל ווי קיין געהעריגער דאקטאר איז נישט געווען, איז אמאל א איד שווער קראנק געווארן שבת נאכמיטאג, מלויפט צום קליין דאקטער, און ער זאגט מ'מוז שוין פארן אין שטאט אריין צום גרויסן דאקטאר.

מ'לויפט צום בעל עגלה ער זאל טראגן דעם חולה, אבער ער שרייט חי וקיים, שבת קודש פארן?! גיימיר צום רב פרעגן, דער רב זאגט, וואס א שאלה? פקוח נפש, שוין זאלסטו פארן.

זאגט דער בעל עגלה אבער איך מוז קודם שמירן די רעדער, זאגט דער רב, נו שמיר די רעדער, וואס א שאלה בכלל.

זאגט דער בעל עגלה אבער איך קען נאר שמירן די רעדער אויב איך פאררייכער א לילקע דערביי, זאגט דער רב, נו, פאררייכער דעם לילקע! פקוח נפש, קיין שום שאלות נישט.

זיצט זיך דער בעל עגלה שבת נאכמיטאג און רייכערט זיך אן, און ער געבט א קרעכץ:

'ווער ווייסט ואס נאך מ'מעג אלץ און זיי זאגן אונז נישט אויס'

פאלאצ'ינטא » מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:37 am

· #551389
Re: מילתא דבדיחותא
נעכטען גייענדיג אין שוהל זעה איך ווי מיין שכן שטייט און קוקט צו ווי 4 שווארצע שלאגען זיין שוויגער מכת רצח.

און דו גייסט נישט העלפען? פרעג איך איהם

ניין זאגט ער, 4 איז גענוג

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:09 pm

· #551491
Re: מילתא דבדיחותא
כ'מיין אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט: א טאטע איז אמאל געגאנגען פאר א שפאציר מיט זיין יונגל. פרעגט דער יונגל דעם טאטן..."וויאזוי ווייסט מען אויב א מענשט איז שיכור? זאגט דער טאטע. "דו זעהסט דארט די 2 מענטשן וואס גייען אויפ'ן גאס. אויב דו זעהסט 4 מענטשן זאלסטו וויסן אז דו ביסט שיכור... זאגט דער יונגל...טאטי איך זעה נאר איין מענטש...!

עלינו » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:09 pm

· #551520
Re: מילתא דבדיחותא
אמאל איז געווען א שאלה בנוגע די נייע געגענטער ארום ירושלים ווען זיי זאלן ליינען די מגילה,
האט איינער געפרעגט הרה"ק מסאטמאר: און וואס איז בנוגע די אנדערע מצוות היום?
האט די רבי געענטפערט: "מתנות לאביונים" קען מען דאך דארט מקיים זיין א גאנץ יאר...
און "איש לרעהו" אפילו איין טאג אויך נישט...

עלינו » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:12 pm

· #551522
Re: מילתא דבדיחותא
א שדכן פרעגט א בחור: וויפל בחורים לערנען אין ענקער ישיבה?

-ארום 10 פראצענט....

פאלאצ'ינטא » מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:50 pm

· #551530
Re: מילתא דבדיחותא
דער נייער רב קומט אריין אין אפיס פון דער בית מדרש און קוקט אדורעך די רעקארדס און זעהט אז דער גרעסטער עושר פון שטאט האט נאך נישט מנדב געוועהן קיין געלט פאר'ן בית מדרש, ממש גארנישט.

רופט ער איהם אן און זאגט איהם... א גוטן ר' משה, דא רעדט דער נייער רב, אונזערע רעקארדס ווייזען אז איהר זענט זייער שיין מצליח אין די ביזנעס און האט נאך נישט געגעבן קיין געלט פאר אונזער בית מדרש.

אזוי, ענטפערט ער, איך וויל פרעגן דעם רב אויב זיינע רעקארדס ווייזען אז איך בין אזוי שיין מצליח, צו זיי ווייזן אויך אז מיין מאמע איז געפערליך קראנק און די מעדיקעל בילס דערגרייכען עד לב השמים?

און אויב זיינע רעקארדס ווייזען אויך אז מיין ברודער איז ל"ע פיזיש און גייסטיש קראנק און ער איז נעבעך אין א ווילטשעיר און ער קען נישט ארבייטען?

און אויב זיינע רעקארדס ווייזען אויך אז מיין שוועסטער איז אן אינגע אלמנה מיט 6 פיצלעך קינדער און האט נישט קיין לחם לאכול און אפילו נישט וואו צו וואוינען ווייל מען האט זיי ארויסגעווארפען פון די דירה?

ניין זאגט דער רב, איך האב נישט געוויסט,

אט אזוי איז דער מצב, ענטפערט ער, און אז איך גיב זיי נישט קיין פרוטה מיינסטו אז איך וועל דיר געבן?

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:16 am

· #551571
Re: מילתא דבדיחותא
איינער האט געפרעגט אדמו"ר מ'......... וויאזוי ס'איז די מנהג צו זאגן ביי שחרית, ומעריצי'ן ומקדישי'ן וממליכי'ן אדער מיט א ם' צום סוף?
ענטפערט ער, נעה, ס'נישט קיין חילוק. א ראי' האסטי ווייל אין בית יוסף ברענגט ער הלכות פון רמב"ם און אמאל שרייבט ער רמב"ן.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:19 am

· #551575
Re: מילתא דבדיחותא
א הינדל קומט פון א אייער אדער אן אייער קומט פון א הינדל??

ביידע.

(=קארני)

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:22 am

· #551580
Re: מילתא דבדיחותא
לא זכיתי להבין...! אפשר ווילסטו ערקלערן? ....!

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:29 am

· #551586
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
לא זכיתי להבין...! אפשר ווילסטו ערקלערן? ....!
וואס קומט פון וואס? א חישען קשיא.

פאלאצ'ינטא » דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:30 am

· #551607
Re: מילתא דבדיחותא
פאר אפאר וואכען צוריק האבען זיך אלע רעבעס אין ארץ ישראל געמאכט אן אסיפה וועגן AI

אלע קומען אריין און מען זעצט זיך ארום דעם טיש און די גבאים שטייען פון אונטען.

אינמיטן שטעלט זיך אויך איין רבי און זאגט, רבותי די מעשה פון AI איז דאך אן ערענסטע פראבלעם אין אידישקייט איך האלט אז מען זאהל ארויסשיקען אלע גבאים פון דא און אונז אליין זאהלען דאס באהאנדלען.

פיין אלע זענען מסכים. מען שיקט ארויס אלע גבאים אבער איינער האט זיך גוט באהאלטען זעהט ער ווי דער רבי פארשפארט די טיהר און קוקט ארום צו זעהן אויב טאקע נאר די רבנים זענען דא און ער פאנגט אן...

רבותי, עי איי... שמעי איי... וואס טוהט מען מיט מיילעך בידערמאן? ער וואקסט עפעס צו שנעל

פוילישע פעפער » דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:10 am

· #551609
Re: מילתא דבדיחותא
שמעון וואלף #
איינער האט געפרעגט אדמו"ר מ'......... וויאזוי ס'איז די מנהג צו זאגן ביי שחרית, ומעריצי'ן ומקדישי'ן וממליכי'ן אדער מיט א ם' צום סוף?
ענטפערט ער, נעה, ס'נישט קיין חילוק. א ראי' האסטי ווייל אין בית יוסף ברענגט ער הלכות פון רמב"ם און אמאל שרייבט ער רמב"ן.
דערמאנסטו מיר א ווערטעל ווי איינער האט געפרעגט זיין חבר וויאזוי ווייסט מען אז האדמור מ'.......... האט רוח הקודש?
ווייל ער זאגט כסדר אז די געשמאקסטע זאך אויף די וועלט איז, צו לערנען א בלאט גמרא....

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:18 pm

· #551709
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
פאר אפאר וואכען צוריק האבען זיך אלע רעבעס אין ארץ ישראל געמאכט אן אסיפה וועגן AI

אלע קומען אריין און מען זעצט זיך ארום דעם טיש און די גבאים שטייען פון אונטען.

אינמיטן שטעלט זיך אויך איין רבי און זאגט, רבותי די מעשה פון AI איז דאך אן ערענסטע פראבלעם אין אידישקייט איך האלט אז מען זאהל ארויסשיקען אלע גבאים פון דא און אונז אליין זאהלען דאס באהאנדלען.

פיין אלע זענען מסכים. מען שיקט ארויס אלע גבאים אבער איינער האט זיך גוט באהאלטען זעהט ער ווי דער רבי פארשפארט די טיהר און קוקט ארום צו זעהן אויב טאקע נאר די רבנים זענען דא און ער פאנגט אן...

רבותי, עי איי... שמעי איי... וואס טוהט מען מיט מיילעך בידערמאן? ער וואקסט עפעס צו שנעל
זאג פאר די רבנים אז זיי זאללן מיך קאנטאקטן. איך האב זייער גיטע עצות.

די גרינגסטע איז אז ער איז (ליידער, בעוה"ר) נתפס לציונות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט געשמייכלט צו א איד מיט א ווייסע קאפל. דאכציך איינער פון די שרי ממשלת המינים, היל"ת.

ס'דא (ב"ה) נאך געניג סחורה. איינער פון אנ"ש האט איהם געזעהן ביי די בחירות (הטמאות).אינמיטן די נאכט אנגעטון מיט א מאסק.

יעצט קומט אריין די נייעס אז ער האט גערעדט שרעקליכע דברי כפירה. ער האט געזאגט אז מ'דארף מתפלל זיין פאר די סאלדאטן פון די טמא'נע צה"ל (שר"י עפ"ל) וועלכע הרג'נען אויס די אומשולדיגע פרויען און קינדער פון די פאלעסטינער יונגלעך און דיווערסאנטן. די פרייהייטס קעמפערס פון די כאמאס גרופ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78