☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

שמן למאור » דינסטאג אפריל 9, 2024 11:11 am

· #558438
Re: מילתא דבדיחותא
דער עולם טענה'ט אז די ליקוי חמה גלעזער קען מען אויך ניצן צו קוקן אויף די כוהנים ביים דוכענען...

חב''ד הויזן » דינסטאג אפריל 9, 2024 2:40 pm

· #558455
Re: מילתא דבדיחותא
אדער ווי יענער האט געזאגט:

אויב דו וועיפסט, טרינקסט א טעגליכע לחיים 9 אינדערפרי, עסט נאכטליך אווערנייט קוגל, מאכסט עקסערסייז בלויז ביים נאכלויפן דעם היט,

דאן איז קוקן אויף די ליקוי חמה פאר צוויי סעקונדעס אן גלעזער דיין לעצטע פראבלעם...

היום » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:39 pm

· #558898
Re: מילתא דבדיחותא
געווען צוויי רייכע יודישע ברודערס און א קליין שטעטל ערגעץ ווי.
זיי זענען בייקאנט געווען צו זיין שווינדלערס, דריי קעפ, ליגענערס, טשעפעניאקס, און אזוי אויך זענען זיי געווען שרעקליך קארג, צוקריקט מיט די גאנצע שטאט, און פארשטייט זיך מיטן רב און ראשי קהל…
דער גאנצער שטאט האט געהאט צו זינגען אויף זיי גענוג און נאך…
ויהי היום און איין ברידער איז געשטארבן, ס׳האט געדארפט זיין א לוויה, דער לעבען געבליבענער ברודער האט זיך גענומען זארגן, ווער וועט דא מספיד זיין? און וואס וועט ער שוין קענען זאגן ביים הספד?…

איז ער ארויף צום רב, ארויס גענומען א מיליון דאלער, און ער זאגט ״אז דער רב קומט מספיד זיין און זאגט אויף מיין ברודער אז ער איז געווען א מענטש, איז די געלט דיינס״…

דער רב גייט טאקע ארויס צום לויה, און הייבט אהן אויסרעכענען הויעך פינקלעך וואס דער נפטר איז געווען, זיינע מידות רעות, וכו׳ וכו׳
״אבער״ פירט דער רב אויס, ״יעצט אז ער איז שוין געגאנגען, אבער זיין ברודער -בדומה לו- איז נאך יא געבליבן דא אויף אונזער קאפ, קען איך זאגן קלאר אז אונזער נפטר און פארגלייך צו זיין ברודער איז כאטש א מענטש״…

פאלאצ'ינטא » זונטאג אפריל 14, 2024 12:37 pm

· #559113
Re: מילתא דבדיחותא
ביבי נתניהו האט געבעטען אז מען לאזען אפען אלע מקואות 24 שעה א טאג פאר די נעקסטע וואך

כדי די עקספערטען וועליכע ווייקען זיך זאהלען קענען ארויסקומען מיט א גוטען פלאן וואס צו טהן מיט איראן

היום » זונטאג אפריל 14, 2024 3:00 pm

· #559120
Re: מילתא דבדיחותא
דער וויליאמסבורגער יוד קופט שוין יארן מצות פון די בארומטע פאפא-צעהלים בעקעריי.
איין יאר האט ער ב״ה חתונה געמאכט זיין טאכטער בשטו״מ מיט א פאפא׳נער יונגערמאן.
פסח ביינאכט ביים סדר נעמט דער יוד ארויס זיין מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, צוברעכט עס אויף צוויי, און הייבט אויף די צוויי שטיקער און פרעגט די מסובין ״וועלעכע איז גרעסער״?

רופט זיך אהן דער פרישער איידער ״שווער, וואס די שאלה? זיכער איז פאפא גרעסער…״

משה רבקש » זונטאג אפריל 14, 2024 4:18 pm

· #559134
Re: מילתא דבדיחותא
היום #
דער וויליאמסבורגער יוד קופט שוין יארן מצות פון די בארומטע פאפא-צעהלים בעקעריי.
איין יאר האט ער ב״ה חתונה געמאכט זיין טאכטער בשטו״מ מיט א פאפא׳נער יונגערמאן.
פסח ביינאכט ביים סדר נעמט דער יוד ארויס זיין מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, צוברעכט עס אויף צוויי, און הייבט אויף די צוויי שטיקער און פרעגט די מסובין ״וועלעכע איז גרעסער״?

רופט זיך אהן דער פרישער איידער ״שווער, וואס די שאלה? זיכער איז פאפא גרעסער…״
* פאפא'פאוביע

היימלינד » זונטאג אפריל 14, 2024 4:21 pm

· #559135
Re: מילתא דבדיחותא
כ'בין א פאפנער האסט א פראבלעם

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אפריל 15, 2024 12:44 pm

· #559223
Re: מילתא דבדיחותא
היימלינד #
כ'בין א פאפנער האסט א פראבלעם
מען פלעגט פארקויפען קעפ'ס פאר פורים מיט דעם פזמון אויף דעם

פאלאצ'ינטא » דינסטאג אפריל 16, 2024 7:09 am

· #559304
Re: מילתא דבדיחותא
עס איז געוועהן א קהילה וועליכע האט געזוכט א נייעם רב. איז געקומען איינער מיט א שיינע המלצה פון די גרעסטע רבנים פון ארץ ישראל. דארט איז געשטאנען אז ער איז... ווי דער באשעפער, ווי יעקב אבינו, משה רבינו און דער פויבסט.

אזוי ווי די ראשי קהילה האבען דאס געליינט האבען זיי איהם גלייך אויפגענומען.

דער ערשטער שבת ביים דרשה איז זיי פינסטער געווארען.

נאך שבת האבען זיי אנגערופען די רבנים וועליכע האבען גחממ'ט אויפ'ן המלצה מיט טענות.

האבען זיי גע-ענטפערט אונז האבען נישט געזאגט קיין ליגען...

עס איז געשטאנען אז ער איז ווי דער באשעפער, ווי יעקב אבינו, משה רבינו און דער פויבסט.

פונקט אזוי ווי דער באשעפער איז קיינמאהל קיין מענטש נישט געוועהן - ער איז אויך נישט קיין מענטש

פונקט אזוי ווי יעקב אבינו האט געהאט פיהר ווייבער - ער האלט אויך נאך פיהר ווייבער

פונקט אזוי ווי משה רבינו האט געשטאלפערט און נישט געקענט רעדן - ער שטאלפערט אויך און קען אויך נישט רעדען

און פונקט אזוי ווי דער פויבסט קען נישט, נישט קיין עברי און קען נישט רעדען קיין ווארט אידיש - ער קען אויך נישט

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 16, 2024 5:59 pm

· #559360
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא: ייש"כ. נאר איין קליינע הערה, דער היינטיגער פויפסט (וויזאויהייסטערנאר) קען לשה"ק און אפשר אידיש אויך.

ווען ס'איז מיט א פאר יאר צוריק געווען ביי איהם אין וואטיקאן א אידישע דעלעגאציע, און זיי האבן געזינגען לכבודו (מיט א פאר שפילערס) דעם פסוק אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי... האט ער הארמאניזירט מיט זיי (געזינגען און געקלאפט מיט'ן פוס.)

ועוד בעניין אחר: אמאל איז געקומען א איד אין א געוויסע שטאט מיט א המלצה בריעף וואס איז געשטאנען די פאלגנדע ווערטער "אילו היה בימי אלישע הנביא לא היה השמן פוסק בזכותו..." דער רב מיט די אנשי הקהילה האבן איהם שטארק מכבד געווען און פארבעטן ער זאל זאגן א דרשה. ווען ער האט אויפגעמאכט זיין מויל האט מען ערשט געזעהן וואספארא עיי"ן ה"א ער איז. דער רב און די אנשי הקהלה באבן זיך געווינדערט אז א גדול בישראל זאל געבן אזא המלצה בריעף פאר דעם עם הארץ. ביז דער רב האט געכאפט דעם פשט פון די המלצה בריעף.

ווען אלישע הנביא איז געקומען צו די אלמנה די שונמית און זי האט געזאגט אז זי האט נישט קיין געלט צו באצאלן די רענט פאר די הויז, האט איהר אלישע געפרעגט אויב זי האט עפעס אין שטוב, האט זי געזאגט יא, א קליין קריגעלע אויל. האט דער נביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א פאר ליידיגע טעפלעך, און ער האט געהאלטן אין איין אריינגיסן אויל. ווען אלע טעפלעך זענען פול געווארן מיט אויל האט די פרוי געבארגט א פאר ליידיגע טעפלעך פון איהר שכנ'טע, ווען דאס איז אויך געווארן פול מיט אויל האט אלישע איהר געפרעגט אויב זי האט נאך ליידיגע כלים אין שטוב, האט זי געענטפערט אז ניין, דעמאלס האט זיך די אויל אופגעהערט צו גיסן. דאס האט דער בעל המלצה געשריבן, אויב ער וואלט דארט געווען וואלט זיך די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן. ווייל ער איז א ליידיגע כלי.

פאלאצ'ינטא » מיטוואך אפריל 17, 2024 5:39 am

· #559432
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #

דאס אז ער קען מיטזינגען מיינט גארנישט. עס מיינט נאר אז ער הערט זיך צו צואידישע מוזיק. אזטי ווי מען זעהט קליפ פון שחורים וועליכע זינגען און זיי קענען דאס ווייל זיי זענען באס דרייווערס אדער ארבייטין זיי אין אידישע געשעפטען.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:44 pm

· #559545
Re: מילתא דבדיחותא
ביי דעם איצטיגן פויפסט איז עס א ביסל מער. ס'דא שמועות אז ער שטאמט פון ספרד'ישע אידן. אויך א סאך פון די פויפסטן און הויך ראנגיקע גלחים האבן געקענט לשון הקודש.

אין ניו יארק איז געווען דער פארשטארבענער הויפט קארדינאל א'קאננער. ער האט געשטאמט פון אידן. זיין זיידע (די מאמע'ס טאטע) איז געווען אן ערליכער איד. א שוחט. ער האט געקענט רעדן לשה"ק און אידיש. א גרויס גליק...!

פאלאצ'ינטא » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:23 pm

· #559736
Re: מילתא דבדיחותא
געוועהן אמאהל א בר מצוה בחור וואס ביי די בר מצוה האט ער באקומען מתנות פון ספרים פון אלע. משניות, ש"ס און נאך ספרים. דער רב האט איהם געגעבן א שירעם.

פרעגט ער דעם רב פארוואס? איעדער גיבט מיר ספרים און דער רב גיבט מיר א שירעם?

ענטפערט איהם דער רב, איך האב דיר געוואלט געבן עפעס וואס איך בין זיכער אז דו וועסט אמאהל עפענען

פאלאצ'ינטא » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:28 pm

· #559737
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק פון א סוטה און א שוטה?

א סוטה פלאצט אליין

א שוטה מאכט איעדעם פלאצען

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:58 pm

· #559745
Re: מילתא דבדיחותא
[ציטאט אראפגענומען]
לא זכיתי להבין.

שלמונים » זונטאג אפריל 21, 2024 7:49 am

· #559772
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס זאגט מען ״קמחא דפסחא״ אויף אראמיש

אז די מלאכים זאלן נישט זיין דזעלאס.(אויף די אלע חלוקות)

הערשער » זונטאג אפריל 21, 2024 6:38 pm

· #559866
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
[ציטאט אראפגענומען]
לא זכיתי להבין.
מסתם מיינט ער אז רוב עולם גייט די וואכעדיגע טלית שבת הגדול.

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:39 pm

· #559954
Re: מילתא דבדיחותא
.
📎 Screenshot_20240422_122037_WhatsApp.jpg

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:39 pm

· #559955
Re: מילתא דבדיחותא
.
📎 Screenshot_20240418_133700_WhatsApp.jpg

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:41 pm

· #559957
Re: מילתא דבדיחותא
.
📎 Screenshot_20240422_121557_WhatsApp.jpg

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:43 pm

· #559958
Re: מילתא דבדיחותא
.
📎 Screenshot_20240415_080307_WhatsApp.jpg

אפטימיסטיש » מיטוואך מאי 1, 2024 2:44 am

· #560245
Re: מילתא דבדיחותא
.
📎 photo_5005964171275250699_y.jpg

היום » דאנערשטאג מאי 2, 2024 3:49 pm

· #560495
Re: מילתא דבדיחותא
ליצנות אויף די לינקע אין אר״י…
איבערגעטייטשט פין עברית:
אהרן דב האלפערין:

"מען ברויך באפרייען די משכונות פאר א יעדע פרייז"!!!!!!

אזוי? פאר א יעדע פרייז?

"זיכער! פאר א יעדע פרייז"!!

איינצוימען גאזא און נישט אריין לאזן קיין טראפ וואסער?

"ניין, דאס נישט, נאופ".

באפרייען אלע משכונות און ביבי נתניהו בלייבט פריים מיניסטער פאר די קומענדיגע 15 יאר?

"חס ושלום"!!!

אויסהארגענען א יעדן טאג איינע פון די נוחבות ביזן באפרייאונג פון די לעצטע משכון?

"ניין, דאס זיכער נישט".

סאו, איר זענט נישט גרייט צו צאלן א יעדע פרייז...

"שוין... פארוואס דרייט איר א קאפ מיט פאקטן"???

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מאי 2, 2024 4:41 pm

· #560506
Re: מילתא דבדיחותא
היום #
ליצנות פון די לינקע אין אר״י…
איבערעטייטש פין עברית:
אהרן דב האלפערין:

source?

רבי טוביה » דאנערשטאג מאי 2, 2024 4:54 pm

· #560511
Re: מילתא דבדיחותא
נעקסט לעוועל #
היום #
ליצנות פון די לינקע אין אר״י…
איבערעטייטש פין עברית:
אהרן דב האלפערין:

בעולמם של חרדים

source?

פאלאצ'ינטא » מוצ"ש מאי 4, 2024 10:15 pm

· #560651
Re: מילתא דבדיחותא
ביים פרקי אבות שיעור האט דער רבי געטייטשט...

אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה, וּשְׂנָא אֶת הָרַבָּנוּת מען דארף פיינט האבען די רעביצען

שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 4, 2024 11:09 pm

· #560659
Re: מילתא דבדיחותא
ר' בערעליינו האט דאס שוין אמאל געשריבן ("כבר אמרנו", כלשונו)

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=238068#p238068

היום » זונטאג מאי 5, 2024 3:15 am

· #560680
Re: מילתא דבדיחותא
יעצט חוה״מ שרייבט מיר א חבר.
״איך האב געוואלט גיין מיט די קינדער אין zoo, למעשה זעה איך אז איך בין אנגעקומען אין jew…”

טובלכל » זונטאג מאי 5, 2024 5:23 pm

· #560753
Re: מילתא דבדיחותא
געהערט פונעם אודווארי רב לאיו"ש, ווען Golden flow האט אנגעהויבן צו פארקויפן orange juice זענען די רבנים פון התאחדות רבנים אריין צום רבי'ן פון סאטמאר אז מ'זאל אסר'ן Tropicana כדי להרחיק פון OU.

האט ער זיי געזאגט, דאס איז פשט אסר (עשר) בשביל שתתעשר!

שמן למאור » זונטאג מאי 5, 2024 7:46 pm

· #560786
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
ביים פרקי אבות שיעור האט דער רבי געטייטשט...

אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה, וּשְׂנָא אֶת הָרַבָּנוּת מען דארף פיינט האבען די רעביצען
איך בין מער נייגעריג וואס ער האט געטייטשט דעם אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה...

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 5, 2024 8:26 pm

· #560792
Re: מילתא דבדיחותא
אהוב את המלאכה וועט קיין שום רב/רבי נישט טייטשן, און מען פארשטייט אליין פארוואס

berlbalaguleh » זונטאג מאי 5, 2024 8:47 pm

· #560796
Re: מילתא דבדיחותא
שמן למאור #
פאלאצ'ינטא #
ביים פרקי אבות שיעור האט דער רבי געטייטשט...

אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה, וּשְׂנָא אֶת הָרַבָּנוּת מען דארף פיינט האבען די רעביצען
איך בין מער נייגעריג וואס ער האט געטייטשט דעם אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה...
אז מ'האט פיינט די רעבעצין טוט זי נישט די ארבעט. מוז ער עס אליין טון.

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 5, 2024 11:50 pm

· #560852
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #
שמן למאור #
פאלאצ'ינטא #
ביים פרקי אבות שיעור האט דער רבי געטייטשט...

אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה, וּשְׂנָא אֶת הָרַבָּנוּת מען דארף פיינט האבען די רעביצען
איך בין מער נייגעריג וואס ער האט געטייטשט דעם אֱהֹב אֶת הַמְּלָאכָה...
אז מ'האט פיינט די רעבעצין טוט זי נישט די ארבעט. מוז ער עס אליין טון.
אבער פארוואס דארף מען עס ליעב האבען?

יין שרף » זונטאג מאי 5, 2024 11:57 pm

· #560857
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
אהוב את המלאכה וועט קיין שום רב/רבי נישט טייטשן, און מען פארשטייט אליין פארוואס
ר' שמואל ניימאן זאגט יעדע יאר ביים שיעור, אהוב את המלאכה פון טוהן וואס א רב דארף טוהן, אבער ושנא את הרבנות, די חלק הרעביסטעווע וואס קומט מיט מיט דעם

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 6, 2024 1:09 am

· #560862
Re: מילתא דבדיחותא
יין שרף: דער פשט איז "קרוב לאמת".

שמן למאור » דינסטאג מאי 7, 2024 12:43 am

· #561072
Re: מילתא דבדיחותא
how does a non binary person kill someone?

They slash them

(They/them)

היום » דינסטאג מאי 7, 2024 1:28 pm

· #561156
Re: מילתא דבדיחותא
לץ
📎 C61E9F20-DCD0-4AAA-88CD-B43CE50A7764.jpeg

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 9, 2024 9:22 pm

· #561528
Re: מילתא דבדיחותא
יין שרף #
פאלאצ'ינטא #
אהוב את המלאכה וועט קיין שום רב/רבי נישט טייטשן, און מען פארשטייט אליין פארוואס
ר' שמואל ניימאן זאגט יעדע יאר ביים שיעור, אהוב את המלאכה פון טוהן וואס א רב דארף טוהן, אבער ושנא את הרבנות, די חלק הרעביסטעווע וואס קומט מיט מיט דעם
וועליכע רבי האט פיינט זיין ביזנעס?... אנטשולדיגט זיין רביסטעווע?

היום » מיטוואך מאי 15, 2024 1:42 am

· #562277
Re: מילתא דבדיחותא
א פקח אויפן אוטובוס אין ישראל האט זיך גימוטשעט מיט א שווערע דילעמא.
ס'איז געבליבן נאר איין לעצטער זיץ ליידיג, אין צוויי פרויען זענען געקומען צו עהם שרייען, ביידע טענה'ן איך האב קודם באצאלט און עס ס'קומט זיך מיר...
בקיצור ס'איז געווארן דארט לעבעדיג, און ער דארף סדר מאכן, מכריע זיין.
פאלט עהם איין א בליץ, ער געט א שריי אויס "די גרעבערע צווישן ענק צוויי האט באצאלט ערשט און דאס פלאץ איז איר'ס".
ס'איז אפשר איבעריג צו אויס פירן די מעשה, אבער, די פלאץ איז שוין געבליבן ליידיג ביז סוף נסיעה...

היום » מיטוואך מאי 15, 2024 1:55 am

· #562278
Re: מילתא דבדיחותא
א פאר פאלק פון 106 יאר אלט זענען געקומען אין בי"ד זיך גט'ן, ל"ע.
אויפ'ן שאלה פונם רב וואס איז יעצט געשעהן האבן זיי מסביר געווען, אז ס'איז נישט קיין נייער פרשה זייער מחלוקה, אבער זיי האבן ביז יעצט זיך אפגעהאלטן ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז די טראמא זאל שאטן פאר זייער קינדער.
אבער יעצט, לעצטע וואך איז שוין זייער יונגסטער אוועק בשיבה טובה...

יין שרף » מיטוואך מאי 15, 2024 11:40 am

· #562305
Re: מילתא דבדיחותא
📎 IMG-20240514-WA0114.jpg

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:26 pm

· #562471
Re: מילתא דבדיחותא
א איד איז אמאהל געקומען צו רב פרעגען...

איעדען טאג מאכט מען דריי ברכות...

שלא עשני גוי

שלא עשני עבד

שלא עשני אישה

פארוואס מאכט מען נישט נאך א ברכה? שלא עשני בהמה?

האט דער רב גע-ענטפערט... מחשש ספק ברכה לבטלה

ונ"ל אז דער רב האט גע-ענטפערט שיינערהייט...
Politically correct בלעז

ווייל באמת ווער עס פרעגט נאר אזא קשיא איז עס א ריכטיגע ברכה לבטלה

שטריימל באקס » זונטאג מאי 19, 2024 1:14 am

· #562614
Re: מילתא דבדיחותא
📎 Image-1.jpg

סתם אזוי » זונטאג מאי 19, 2024 2:15 am

· #562624
Re: מילתא דבדיחותא
פאלאצ'ינטא #
א איד איז אמאהל געקומען צו רב פרעגען...

איעדען טאג מאכט מען דריי ברכות...

שלא עשני גוי

שלא עשני עבד

שלא עשני אישה

פארוואס מאכט מען נישט נאך א ברכה? שלא עשני בהמה?

האט דער רב גע-ענטפערט... מחשש ספק ברכה לבטלה

ונ"ל אז דער רב האט גע-ענטפערט שיינערהייט...
Politically correct בלעז

ווייל באמת ווער עס פרעגט נאר אזא קשיא איז עס א ריכטיגע ברכה לבטלה
קרעדיט:ר מיילעך בידערמאן

whatever » מאנטאג מאי 20, 2024 6:56 pm

· #562827
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס איז א סמארטפאון א טמא'נע כלי? ווייל מ'רירט עס אן איידער מ'גיסט נעגל וואסער...

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2024 10:42 pm

· #562863
Re: מילתא דבדיחותא
whatever #
פארוואס איז א סמארטפאון א טמא'נע כלי? ווייל מ'רירט עס אן איידער מ'גיסט נעגל וואסער...

איך וויל עס נישט ספוילן אבער ארום 11 יאר צוריק האב איך שוין געזאגט דעם דזשאוק...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=115025#p115025

שוין, האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם...

whatever » מאנטאג מאי 20, 2024 11:49 pm

· #562866
Re: מילתא דבדיחותא
שמעקעדיג #
whatever #
פארוואס איז א סמארטפאון א טמא'נע כלי? ווייל מ'רירט עס אן איידער מ'גיסט נעגל וואסער...

איך וויל עס נישט ספוילן אבער ארום 11 יאר צוריק האב איך שוין געזאגט דעם דזשאוק...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=115025#p115025

שוין, האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם...
איך האב עס נישט געמיינט צו זאגן פון מיך אליינס, כ'האב עס לעצטענס געהערט. סארי.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:51 am

· #563024
Re: מילתא דבדיחותא
איינער קומט אריין אין א בית מדרש ווי קיינער קען איהם נישט און בעהט פון'ם גבאי אז ער וויל דאווענען מנחה ביים עמוד.

פרעגט איהם דער גבאי, ווער ביזטו?

ענטפערט ער, איך בין א הייליגער איד ממש א קדוש

וואס? פרעגט דער גבאי ווער זאגט?

דו שיק מיר נאר צו צום עמוד זאגט ער וועסטו זעהן דער גאנצער עולם ווייסט.

פיין זאגט דער גבאי לאמיר זעהן

ביי הויכע שמונה עשרה זאגט ער...

לדור ודור הללו-קה... אתה חונן לאדם דעת

פאנגט דער גאנצער עולם צו שרייען... אתה קדוש! אתה קדוש!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:07 am

· #563025
Re: מילתא דבדיחותא
א גאליציאנער און אן אונגארישער זענען ל"ע ול"ע אומגעקומען ביי אן עקסידענט. זיי קומען ארויף צום בי"ד של מעלה ווי מען פאנגט אן בודק צו זיין זייערע מעשים, ווי זיי זעהן אז דער מצב איז געפערליך,

אינמיטן גייט דער אונגארישער צו צום מלאך וועלכער איז געווען דער גבאי בי"ד און גיבט איהם א הונדערטער און פרעגט איהם דאס וועט העלפן?

פאר דעם, זאגט דער מלאך, קענסטו צוריק גיין און צוריק ווערן לעבעדיג!

ער גיבט זיך א כאפ אויף און זעהט אז ער איז שוין געוועהן צוגעדעקט. ער זעצט זיך אויף און זעהט פאליציי און הצלה, און קיינער גלויבט נישט וואס דא גייט פאר. מען פרעגט איהם ווי אזוי קענסטו לעבן? מען האט דאך שוין באשטעטיגט אז דו לעבסט נישט?

דערציילט ער די גאנצע מעשה מיטן הונדערטער.

פרעגט מען מען איהם און ווי איז דיין חבר, דער גאליציאנער?

אה, זאגט ער, ער פראבירט נאך צו האנדלען אויף'ן פרייז

פאלאצ'ינטא » מאנטאג מאי 27, 2024 4:26 pm

· #563419
Re: מילתא דבדיחותא
א לויער קומט ארויף אויבן אין הימל און בשעת מען פרעגט איהם אויס רופט ער זיך אן... איין מינוט וואו איז די יושר? איך האב פונקט געהאלטען אין מיטן א שווערען פראצעס וועליכע וואלט מיר געברענגט מיליונען פארוואס האט מען מער פונקט אין מיטען צוגענומען?

רופט זיך אן דער ראש בית דין, איך ווייס נישט וואס דו האסט טענות, דו האסט געלעבט א גוטען לעבען און נפטר געווארען בשיבה טובה ממש אן אלטער איד.

וואס פרעגט ער בשיבה טובה? אלטער איד ? איך בין סך הכל געוועהן 34 יאהר?

אה! ענטפערט מען איהם ווייל לויט די שעות וועליכע דו האסט געשיקט פאר דיינע קליענטען ביזטו אלט געוועהן 97