ס'איז דא א באקאנט ווערטל וואס גייט ארום איבער די עם הארצות פון א טייל פון די וויכטיגע פיהרערס פון מדינת ישראל. אלזא. איינער פון די שרים פון די מדינת ישראל רעגירונג איז אמאל געקומען אין א ביהמ"ד און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה. ווען מ'האט איהם געפרעגט זיין טאטנ'ס נאמען...בן...האט ער געענטפערט בן ארבעים...! מ'שמיהרט עס אן אויף דעם געוועזענעם יו. ען אמבאסאדאר און אויסערן מיניסטער אבא אבן. אויך אויף יצחק ראבין. אבער איך האב עס געהערט מפה קדשו פונ'ם בעל דבר אליינס. נפתלי בענעט. וואס ער קומט פון א משפחה פון בעלי תשובה. פארציילט ער אז זיין טאטע איז צוערשט געווען א פרייער איד וועלכער האט געוואוינט אין סאן פראנסיסקא. ווען ער איז בראשית דרכו געקומען אין שול און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה האט מען איהם געפרעגט זיין נאמען. האט ער געזאגט..."דזשעק"...האט מען איהם געזאגט. זאג דעם אידישן נאמען...ווען מ'האט איהם געפרעגט בן...האט ער געזאגט שלושים 😂
נ.ב.: אבא אבן, וועלכער איז צוערשט געווען דער איזראעלי אמבאסאדאר צו די יו.ען. און שפעטער דער אויסערן מיניסטער. איז געווען פאררעכנט אלס זייער אן אינטעליגענטער מענטש. ער האט גערעדט זייער א געשליפענם אקספארד ענגליש. אבער ווען ס'איז געקומען צו אידישקייט איז ער געווען ערגער ווי יאנקל עם הארץ. ער איז געווען אינגאנצן אויסגעטון פון אידישקייט...! מ'פארציילט אז ער איז אמאל געקומען צו א מסיבה אום יו"ט. און מ'האט איהם מכבד געווען צו מאכן קידוש...האט ער נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס מ'דארף צו טון.
איך האב געהערט פון א מקורב למלכות אין א"י, אז רבין איז געווען א ריכטיגע תינוק שנשבה, אשר לא ידע כלום וועגען תורה און אידישקייט. בן גוריון האט פיין געוואוסט, שרון אויך. אבער רבין האט גארנישט געקענט. ווען מ׳האט איהם עפעס געזאגט האט ער פראבירט צו פאלגען
איך האב געהערט פון א מקורב למלכות אין א"י, אז רבין איז געווען א ריכטיגע תינוק שנשבה, אשר לא ידע כלום וועגען תורה און אידישקייט. בן גוריון האט פיין געוואוסט, שרון אויך. אבער רבין האט גארנישט געקענט. ווען מ׳האט איהם עפעס געזאגט האט ער פראבירט צו פאלגען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ס'איז גאנץ מעגליך. אבער יצחק רבין שרייבט אין זיין בוך..."פנקס שירות"/נאוטבוק, אז כאטש זיין טאטע איז נישט געווען קיין ערליכער איד, האט ער אבער געלאזט זיינע קינדער לערנען כדי זיי זאללן נישט זיין קיין עמי הארץ...!
חסדי השם אז די רבי זכותו יגן עלינו האט געהייסן טייטלבוים. עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען ער הייסט מייזליש וואלט לכאורה די נייע קרית יואל טאון געהייסן Town of Mouse Trap
חסדי השם אז די רבי זכותו יגן עלינו האט געהייסן טייטלבוים. עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען ער הייסט מייזליש וואלט לכאורה די נייע קרית יואל טאון געהייסן Town of Mouse Trap
C/P
און וואס וואלט מען ווען אנגעלייגט די גאסן און די בתי מדרשים פאר חתונה אנשטאטס די טייטל ביימער?? אדער וואס וואלט ווען געווען די קהילה סימבאל??
בערל האסט מיר געקאסט א לאך. אבער איך בין זיכער אז די ווייסט די אמת׳ע טייטש. א-כבר איז טייטש הוא כביר, ער איז שטארק. אל כביר איז אויך א כינו וואס ווערט דערמאנט אין אידישע מקורות.
אין א קאלטע ווינטער טאג זיצט זיך א אלטען איד פארענט פון א בית מדרש מיט א פיש כאפער און האלט עס ביי א puddle. גייט אדורעך איד און האט רחמנות אויף איהם און נעמט אריין אין בית מדרש מאכט איהם א פיינע הייסע קאווע און גיבט איהם נאך צו א שיינע פאר דולר.
נאך אפאר מינוט, דער אלטער האט זיך אביסעל אנגעווארעמט רופט זיך אן דער נגיד בדרך הלצה, זאג נאר ר' איד, וויפיהל פיש האט איהר שוין געכאפט היינט?
זאגט איהם דער איד, דו ביזט דער זיבעטער.
מיין ווערסיע וויאזוי איך האב עס געהערט. דער איד פרעגט דעם פיש כאפער וויאזוי כאפסטו פיש דא? זאגט ער דו מיינסט איך וועל דיר ענטפערן בחינם? צאל א צענער וועל איך דיר זאגן. הוא משלם והוא מפרק לו: יעצט האב איך געכאפט נאך א פישל.....
יעך האב געהערט דאס ווארט מטו משמיה דהרה"ק ר' מעכעל'ען פון נתני' זצ"ל אויף זיינע פאר שיך, און אויף דעם איז אויכעט שווער די קשיא פון די מדרש פון די באשיצונג פון חיות רעות הנ"ל
איך האב אמאל געדרייווט א באס פאר א געוויסן מוסד וואס איז געווען א מקום מקלט פאר אט די חשוב'ע רבי'שע משפחה. און מער פון א העלפט פון די פאסאזשירן האבן געהייסן טווערסקי. בליעה"ר...!
א געוויסע אדמו"ר שליט"א האט זיך פארבינדן מיט הערשי ראבינשטיין לעצטע וואך, אז היות ס'קומט חנוכה און כלל ישראל קוקט ארויס זיך צו זעטיגען די נשמה דורכ'ן קוקן אויף די בילדער ווי די צדיקים פארבענקן זיך ביי די הייליגע חנוכה ליכט, וויל ער איהם באשטעלן פאר איינע פון די נעכט.. אינגאנצן פארווינדערט פרעגט אים ר' הערשל, יעצט רופסטו?? סוף זומער איז געווען די שפעטסטע זיך צו מעלדן.. כ'בין שוין פארנומען יעדע נאכט.
ס'איז נישט מעגליך עפעס צו מאכן?? פרעג דער צדיק, מען קען דאך נישט לאזן כלל ישראל אויפן וואסער.. נאך אפאר מינוט טראכטן פאלט איהם איין א בליץ, קום אריבער היינט ביינאכט, מ'וועט אנגרייטן די מנורה מיט די ליכט, און די בילדער וועט מען אריין לייגן נאך חנוכה..
אומר ועושה, ער קומט אריבער מיט זיינע מאשינדלעך, דער רבי שטײט שוין גרייט בײ די מנורה מיטן וואקסענע ליכט אין האנט, אנגעטאן מיטן שטריימל און בעקיטשע, ער הייבט זיך אן צו ווארפן און מאכן פאקסן און די בילדער בליצן פון אלע זייטן ממש א מחי', ווען פלוצלינג גליטשט זיך דאס ליכטל ארויס פון זיין האנט און לאנדט אויף דער ערד.. פלינק בייגט ער זיך אראפ עס אויפצוהייבן, אזוי ליגנדיג רופט זיך אהן דער פאטאגראפירער, ווארט א מינוט פאר איר הייבט זיך אויף, אז איר זענט שוין אויף דער ערד מיט א ליכט אין די הענט, לאמיר שוין כאפן אפאר בילדער פאר בדיקת חמץ..