מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
Re: מילתא דבדיחותא
א רבי א גלח און א שעיך גייען אריין צוזאמען אין א רעסטוראנט, פרעגט דער בעה"ב, וואס איז דאס? א וויץ?
פארוואס איז תקיעת שופר, חכמה ואינו מלאכה?
צו קענען שטיל האלטען א עזרת נשים פאר א האלבע שעה? דאס איז א חכמה
געווען אמאל א העלבראנץ חסיד וואס איז געקומען מיט זיין בר מצוה בחור לייגן תפילין ביי הרב העלבראץ.
ער ציעט אים ארויף ס'ארבעל און זעהט אז ער האט א קליין שווארץ פינטל דארט ווי מען דארף לייגן דעם של יד.
פרעגט ער דעם פאטער, וואס איז ס'פינטל?
זאגט אים דער פאטער: "דאס איז די צייכן פון די דור ישרים טעסט נידל !!!!!"
Re: מילתא דבדיחותא
סדר הכיבודים ביי טראמפ ברית:
קוואטער=הילערי קלינטאן
על הכסא=ברני סנדרס
מוהל=טד קרוז
מציצה בפה=ביל קלינטון
קריאת שם=דונלד טרומף
באבי: רוחעלע, נעם עס מייערן וועסטו זעהן גוט, איך עס מייערן פילע יארן שוין און ב"ה מיין זעה קראפט איז אויסגעצייכנט גוט.
רוחעלע: באבי אבער וואס דו האלסט אין האנט איז א פיקל...
Re: מילתא דבדיחותא
אפשר זעהט רחלע נישט גוט...?
Re: מילתא דבדיחותא
א שיינעם חסידיש טייטש.
כי ביתי = בעצם איז עס מיין הויז, בית תפלה = דאס וואס ס'הייסט א קאנגרעגעישן איז עס נאר יקרא לכל העמים וד"ל.
א קמצן הערט א קלאפ אין טיהר און ווען ער עפנט זעהט ער ווי עס שטייט איינער און נעמט צוזאם נדבות פאר יסוד טהרתן של ישראל - א מקוה,
ווייזט ער פאר יענעם איין מינוט און ער ווערט נעלם אינעווייניג, ער קומט צוריק ביז איין מינוט מיט א קאפ וואסער אין האנט...
א אינגערמאן רופט אפ זיין באס איין טאג
אינגערמאן: איך קום נישט אריין אין דזשאב מארגן.
באס: פארוואס?
אינגערמאן: ווייל איך האב עפעס א פראבלעם אין מיינע אויגן.
באס: אזוי, וועלכע פראבלעם?!
אינגערמאן: איך קען מיך נישט זעהן קומען אין דזשאב...
אין א זאל אין ירושלים האט דער בעל שמחה גענומען די מייק אין די הענט און אויסגערופן "כדי די משפחות זאלן זיך באקענען וויל איך בעטן אז אלע פון צד החתן זאלן גיין אויף די רעכטע זייט, און אלע מצד הכלה זאלן גיין אויף די לינקע זייט"
נאכדעם האט ער זיך געוואנדן צו די וואס זענען געשטאנען אויף די לינקע זייט "ענק ווערן געבעטן צו פארלאזן די זאל, עס איז א בר מצוה דא"...
ווער עס האט געלערנט אין מיר וועט פארשטיין.
אוודאי האקן די פרויען א לעבן
זיי האבן נישט קיין ווייבער...
Re: מילתא דבדיחותא
קל וחומרא שיינעם חסידיש טייטש.
כי ביתי = בעצם איז עס מיין הויז, בית תפלה = דאס וואס ס'הייסט א קאנגרעגעישן איז עס נאר יקרא לכל העמים וד"ל.
קרעדיט אברהם מרדכי מלאך
א אינגערמאן פארציילט פאר זיין ווייב אז ביינאכט האט ער גע'חלום'ט אן אינטרעסאנטן חלום, והנה בחלומו איז ער אין גן עדן ארומגענומען מיט א הערליכע לעיק אונטערן שאטן פון ביימער מיט א בא'טעם'טע שמעק, און זיצט ביי די אפענע גמרא און לערנט מיט א געשמאק,
די פרוי עפנט אויף צוויי קוואדער אויגן און פרעגט מיט האפענונג, זאג מיר טייערער מיר האסטו אויך געזעהן דארט?
יא, און איך האב גלייך פארשטאנען אז עס איז נאר א חלום...
שטיי איך היינט צופרי און טרינק מיר מיין קאווע אזוי געמיטליך, ווען פלוצלים זעה איך מיין ביהמ"ד שכן אריינקומען מיט א ריזיגן בייל אין קאפ אזש עס איז געווען א פחד צו קוקן אויף איהם,
מיט זארג פרעג איך איהם, וואס איז געשעהן צו דיר?
ער נעמט מיר ארויס אינדרויסן אין פארנט פון ביהמ"ד אביסל זייטיג און פרעגט מיר "דו זעהסט די עלעקטעריק שטאנג?" יא, ענטפער איך, "נו, איך האב דאס נישט געזעהן"...
מיט וואס איז א גארביטש קען גלייך צו די אלפען בערג?
ביידע פארכאפן דעם אטעם...
א ניינצן יעריגער האט שפאנצירט אין די פאריזער גאסן ווען צו זיין שאק זעהט ער א ריזיגער ראטוויילער הונט אטאקירט א קליינע אומשולדיגע מיידל,
האט ער שנעל ארויף געשפרונגען אויפן הונט און איהם דערשטיקט און אזוי געראטעוועט די קליין מיידל
ער איז ארויס פונעם עסק מיט אפאר נישט ערנסטע שניטן און אזוי אויך די מיידל,
אפאר טי-ווי רעפארטער וואס האבן אלעס צוגעזעהן האבן מיט אייפער צוגעלאפן צו איהם און איהם געזאגט
זאג אונז דיין נאמען גאנץ פאריז וועט הערן פון דיר, די הויפט העדליין מארגן אין די צייטונגען וועט זיין
"א פאריזער העלד האט געראטעוועט א קליין מיידל פון א פארצוקנדן הונט"
אבער איך בין נישט פון פאריז,
אקעי, דאן וועט גאנץ פראנקרייך וויסן פון דיר, מארגן וועט די העדליין זיין
"א פראנצויזישער העלד האט געראטעוועט א קליין מיידל פון א פארצוקנדן הונט"
אבער איך בין נישט פון פראנקרייך
אקעי, דאן וועט גאנץ יוראפ וויסן פון דיר, מארגן וועט די העדליין זיין
"א יוראפעאישער העלד האט געראטעוועט א קליין מיידל פון א פארצוקנדן הונט"
אבער איך בין נישט פון יוראפ
דאן, פון וואו ביסטו יא?
פון ישראל...
אויב אזוי וועט מארגן די גאנצע וועלט וויסן פון דיר, מארגן וועט די העדליין זיין
א איזרעלי האט גע'הרג'עט א הונט פון א קליין מיידל...
א בארא פארקער בחור איז א חתן געווארן ביי א ירושלימער סאברע,
זייענדיג אין ירושלים האט זיין צוקומפדיגער שווער איהם גענומען אויף א שפאנציר אין די ירושלים'ער געסאלאך,
שפאנצירנדיג וויזט ער איהם אן אויף א בנין "זעהסט, די בנין איז מיינע" "די בנין איז אויך מיינע" "און די בנין אויכעט" דער בחור וועט עקסיידעט, לכה"פ איז זיין שווער יא פון די איינצעלנע עשירים אין ירושלים, ווער האט געגלייבט,
און פון זיינע מחשבות ארויס הערט ער ווי ער זאגט איהם "יענע זענען מיינע, אבער אין די אלע בנינים וועסטו קענען ארום גיין"...
אין בראד איז אמאל א עושר געווען רייך ווי קורח און קארג ווי המן קיין פעני פאר צדקה נישט געגעבן, זיין הויז האט ער מיט שטעכל דראט ארומגענומען, און אפאר ווילדע ריזיגע הונט האבן זיך אין זיין חצר געדרייט, די אלע ארעמעלייט פון בראד און פון גאנצן ארום האבן שוין געוואוסט אז צו זיין הויז איז נישטא וואס צו גיין עס איז א ברכה לבטלה און א שאד אויף די שפייעכץ, קיינער האט נאך פון איהם קיין רויטן גרייצער נשטט געזעהן,
איין טאג קומט אן קיין בראד א ירושלימער משולח, איצע אייזנבאך האט ער געהייסן, ער האט אויך געהערט די אלע מעשיות אבער ער האט מחליט געווען צו מאכן אביסל האום ווארק מיטן עושר,
מיט פעסטע טריט גייט ער צו צום מעכטיגן פאלאץ טויער און ציהט די גלאק, א שארפע קלינג הערט זיך איבערן האריזאנט נאכפאלגנדיג מיט הילעכיגע בילן פון די הונט, אבער והוא באחד ציהט נאכאמאל מיטן גלאק ווי נישט איהם מיינט מען, נאך אפאר לאנגע מינוטן קומט דער עושר צו צום טיהר אנגעטוהן מיטן שטוב ראק און פאפוטשן אינעווייניג ברענט דאס אייוועלע און ווארעמט און יעצט מיטן עפענען די טיהר ווערט איהם ביטער קאלט, ער הייבט זיין בעסעווע שטימע און זידלט אהן דעם משולח "זאלסט אין דיין לעבן זיך נישט וואגן צו דערנענטערן אהער, קיינער באקומט נישט פון מיר קיין אפגעריבענעם פרוטה"
"נע, איך בין נישט געקומען נעמען ביי דיר גארנישט, איך בין דיר נאר געקומען מעלדן אז איך האב בידיעה אז דו און דיינע קינדער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות וועלן זיין גבירים אדירים און זיך באדן אין מיליאנען"
איצע דרייט זיך ארום און הייבט אן אוועק צו גיין פון דארט.
דער עושר זיינע אויגן גייען ארויס פון זייערע לעכער, ער גלייב נישט וואס ער הערט, ער לויפט ארויס צו איצע'ן און כאפט איהם אן ביים קארג "זאת מנין לך, פון וואו ווייסטו דאס" איצע שווייגט "איך זאג נישט" דער עושר לויפט איהם אזוי נאך ביז אינמיטן שטאט, דער עולם רייבט זיך די אויגן מיט וואונדער זעהנדיג דעם מעכטיגן עושר לויפט נאך דעם שנארער ציטערנדיג פאר קעלט אנגעטוהן מיטן ראק און פאפוטשן,
ביז איצע שטעלט זיך אפ און זאגט איהם "פאר 10,000 גאלגענע רענגדלעך וועל איך דיר מגלה זיין מיין מקור" דער עושר אהן א ברירה זאגט איהם, ערלעדיגט.
פרעגט איהם איצע "אויב וואלט דיר אראפ געפאלן 10 גרייצער אריין אין די ביהכ"ס צואה וואלסטו זיך אראפגעבויגן עס צו צוריקנעמען? "אוודאי נישט" ענטפערט דער עושר
"השי"ת זאגט לי הכסף ולי הזהב, ער האט גאלד און זילבער לאין שיעור ולאין ערך עד אין סוף, אז אביסל געלט איז אהים אראפגעפאלן אויף אזא צואה ווי דיר זעהט דיר אויס אז ער וועט זיך אראפ בייגן עס צו צוריקנעמען?...
געוואלדיגא קמצן הערט א קלאפ אין טיהר און ווען ער עפנט זעהט ער ווי עס שטייט איינער און נעמט צוזאם נדבות פאר יסוד טהרתן של ישראל - א מקוה,
ווייזט ער פאר יענעם איין מינוט און ער ווערט נעלם אינעווייניג, ער קומט צוריק ביז איין מינוט מיט א קאפ וואסער אין האנט...
דערמאנט מיר פון א איד וואס איז געגאנגען נאך געלט ביי א חתונה פאר אן ארימע משפחה, "מען הונגערט! ס'ממש נישטא קיין ברויט אין שטוב" קלאגט ער.
מיין שכן נעמט תיכף זיין שטיקל איבערגעבליבענע בילקע, און דערלאנגט דאס דעם געלט-גייער.
א יוד איז אמאל ארום געגאנגן נאך געלט מיט א לעכט אין די הענט, פרעגט אים דער עושר וואס איז פשט פונעם לעכט? זאגט אים דער משולח, אז ביז עטץ געבטס ארויס א פרוטה גייט די נשמה ארויס און ביי יציאת נשמה שטייט זאל מען אנצינדן לעכט..
מלמד: קינדערלעך טייערע! ווער ווייסט וואס עס מיינט א קל וחומר?
יונגעלע: מה דאך די רבי ווייסט נישט, וויסען די תלמידים אודאי נישט...
רבי, איך ווייס! עס מיינט עפעס א גוטע ניק אויף קאווע שטיבל!
שמעקעדיגרבי, איך ווייס! עס מיינט עפעס א גוטע ניק אויף קאווע שטיבל!
@קל וחומר שאין לה פירכא!
א יוד איז אמאל ארום געגאנגן נאך געלט, און אויפן וועג האט ער אנגעקלאפט ביי אן עושר א קמצן, דער עושר האט אים פארטריבן מיט ליידיגע הענט. ביים שוועל פון טויער דרייט זיך דער ארעמאן אויס צום עושר און בענטשט אים, ישימך אלוקים כאברהם וכיצחק ויעקב!
דער עושר עפענט אויף אפאר אויגן און פרעגט, וואס איז פשט אז איך טרייב דיר ארויס מיט ליידיגע הענט און דו וואונטשט מיר גאר א ברכה? האט אים דער שנארער געגעבן צו פארשטיין דעם אפטייטש פונעם ברכה, זאלסט זיין נע ונד ווי אברהם, זאלסט זיין בלינד ווי יצחק, און הינקען ווי יעקב...
מזל טוב צו מיין טויזענטסטע לייק!
שוין געטשעקט?
Happy April Fools Day!
געווען אמאל א יוד וואס האט נישט געהאט ווי צו שלאפן, האט ער געקלערט ער וועט גיין אין די זכרון משה שטיבלאך אין ירושלים, און ער וועט זיך צישפארן אויף איינע פון די בענק, געטראכט און געטוהן, ער לייגט זיך אנידער און פרובירט צו כאפן דעם שלאף, גייט נישט אריבער קיין 3 מעניט, אנטשולדיגט ר' יוד, איר ווייסט אפשר ווען מנחה איז? ניין איך ווייס נישט, גייט אדורך נאך 2 מעניט, ר' יוד איהר ווייסט ווען איז מנחה?, ניין איך ווייס נישט! און אזוי האט מען איהם געפייניגט איעדע 5 מעניט, ביז ער איז אויפגעקימען מיט א געוואלדיגע המצאה, ער האט ארויף געלייגט א צעטל אויף זיין ריקן מיט גרויסע אותיות 'איך ווייס נישט ווען מען דאווענט מנחה' ער געבט זיך נאכאמאל א דריי צאם די הענט א שלעפ ארויף די רעקל, עס גייט נישט אדורך מער ווי א מעניט איינער קלאפט אים אין פלייצע, ר' יוד, מנחה איז 4 אזייגער.....
יעצט אז אמעריקא איז פארנומען מיטן ברית אין בית טראמפ, האב איך געזעהן ווי א גוי שרייבט ערגעץ אזוי.
נאר ביי א ברית מאכט זיך אז איד זאל געבן פאר א צווייטע א טיפ,
אשפגתי
אין דער אלטער היים איז אמאל געוועהן א שוהל, וואס ווען די בעל קורא האט געליינט איז געוועהן א פרוי אין ווייבער שוהל וואס האט אים פאראכטן און אראפגעשריגן יעדן פערדן פסוק, דער בעל קורא האט מחליט געוועהן געניג איז געניג, ער וועט איר לערנען א פרק אין הלכות דרך ארץ, סאיז אנגעקימען פרשת וישב און ביים פסוק פון די מעשה מיט אשת פוטיפר האט דער בעל קורא געליינט 'ותתשפהו בבגדו לאמר שכבה עמו' , דער פרוי נעמט זיך זיך מאכן קולות פון ווייבער שוהל סשטייט עמי!, שכבה עמי! עמי! נא!!! שכבה עמי! און דער לאזט נישט נאך עמו! עמו!, און דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן...
ווען ר' יצחק'ל ווארקער איז געוועהן א קינד האט מען אים געפרעגט, סדאך באוויסט אז א קרוב איז פסול לעדות אפילו לחובה, פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאל ער זיין פסול לחובה? אויף אזא מין אופן איז דאך זיכער אז ער האט נישט קיין נגיעות?. האט דאס קינד גענטפערט, בענין עדות האט די תורה געזאגט 'ועמדו שני האנשים' , איז משמע פון דעם אז די עדים דארפן צו זיין מענטשן, און אז איינער איז גרייט צו זאגן עדות אויף שלעכטס אויף זיין קרוב איז נישט בחזקת איש..
Re: מילתא דבדיחותא
סמבטיוןווען ר' יצחק'ל ווארקער איז געוועהן א קינד האט מען אים געפרעגט, סדאך באוויסט אז א קרוב איז פסול לעדות אפילו לחובה, פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאל ער זיין פסול לחובה? אויף אזא מין אופן איז דאך זיכער אז ער האט נישט קיין נגיעות?. האט דאס קינד גענטפערט, בענין עדות האט די תורה געזאגט 'ועמדו שני האנשים' , איז משמע פון דעם אז די עדים דארפן צו זיין מענטשן, און אז איינער איז גרייט צו זאגן עדות אויף שלעכטס אויף זיין קרוב איז נישט בחזקת איש..
איך ווייס נישט צי שוין דא אזאנס אבער סוואלט געווען א גיטע עצה צי עפענען א פרישע אשקול פין קליגע ווערטליך פין צדיקים אלס קינדער
אדרבא, איך האב געניג און נאך
Re: מילתא דבדיחותא
סמבטיוןאדרבא, איך האב געניג און נאך
דעמלטס אויף וואס ווארטסטו?
די יונגע זוהן פון א באקאנטע רב הגיע לפרקו, און די שדכנים האבן אנגעטראגן כל מיני גיטע שידוכים וואס האט געפאסט לויט זיין חשובע יחוס, אבער היות די רב האט זיך זייער געמוטשעט די תקופה און איז געוועהן פארחובהט ביז איברען קאפ, האט ער געדארפט אוועק מאכן אלע הצעות, און צום סוף האט ער זיך משדך געוועהן מיט א פשוטער איד, א בעל אמצעים וואס האט זיך מתחייב געוועהן צו דעקן אלע הוצאות און נאך ציגעזאגט א גרויסע נדן אויך, האבן די מקורבים געפרעגט דעם רב היתכון?, א באוויסטע רב זאל זיך משדך זיין מיט אזא פשוטע איד? האט דער רב גענטפערט, אסאך קשיות פרעגט מען אויפן רמב"ם אבער דער 'כסף משנה' פארענטפערט שוין אלעס...
סביב העולםסמבטיוןווען ר' יצחק'ל ווארקער איז געוועהן א קינד האט מען אים געפרעגט, סדאך באוויסט אז א קרוב איז פסול לעדות אפילו לחובה, פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאל ער זיין פסול לחובה? אויף אזא מין אופן איז דאך זיכער אז ער האט נישט קיין נגיעות?. האט דאס קינד גענטפערט, בענין עדות האט די תורה געזאגט 'ועמדו שני האנשים' , איז משמע פון דעם אז די עדים דארפן צו זיין מענטשן, און אז איינער איז גרייט צו זאגן עדות אויף שלעכטס אויף זיין קרוב איז נישט בחזקת איש..
איך ווייס נישט צי שוין דא אזאנס אבער סוואלט געווען א גיטע עצה צי עפענען א פרישע אשקול פין קליגע ווערטליך פין צדיקים אלס קינדער
און וואס איז מיט אן אשכול פון קלוגע ווערטלעך פון נישט-צדיקים אלס קינדער?
יואבסביב העולםסמבטיוןווען ר' יצחק'ל ווארקער איז געוועהן א קינד האט מען אים געפרעגט, סדאך באוויסט אז א קרוב איז פסול לעדות אפילו לחובה, פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאל ער זיין פסול לחובה? אויף אזא מין אופן איז דאך זיכער אז ער האט נישט קיין נגיעות?. האט דאס קינד גענטפערט, בענין עדות האט די תורה געזאגט 'ועמדו שני האנשים' , איז משמע פון דעם אז די עדים דארפן צו זיין מענטשן, און אז איינער איז גרייט צו זאגן עדות אויף שלעכטס אויף זיין קרוב איז נישט בחזקת איש..
איך ווייס נישט צי שוין דא אזאנס אבער סוואלט געווען א גיטע עצה צי עפענען א פרישע אשקול פין קליגע ווערטליך פין צדיקים אלס קינדער
און וואס איז מיט אן אשכול פון קלוגע ווערטלעך פון נישט-צדיקים אלס קינדער?
האמיר שוין די מעלות. (שטייט נאך?)
Re: מילתא דבדיחותא
יענקל: וואס טוטזיך מיט די דריי אלפים וואס כהאב דיך געבארגט?
משה: ביסט מיר א גיטער חבר אפשר ביסטו מיר מוחל דאס געלט, איך בין געדריקט
יענקל: משה 3 אלפים איז געלט פאר מיר
משה: איך בעט נישט זאלסט עס מוחל זיין אויף איינמאל, צוביסלעך...
Re: מילתא דבדיחותא
איינער האט ארויס גענומען א פאון אין ביהמ״ד
און דער עולם האט אנגעהויבן שרייען און ער האט זיך גענומען מיטשרייען,
פרעגט אים איינער וואס שרייסטו,
זאגט ער ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט אויף קיין אייגענע נגיעות ...
איינער האט אמאהל פארדרייעט א קאפ פאר הרב ביק ז"ל וויאזוי צו כשר'ן די פילינגס אין די ציין. ענטפערט ער איהם: פול זיך אהן דאס מויל מיט וואסער און זעץ דיך ארויף אויפן גאז רעינדזש...
Re: מילתא דבדיחותא

יעצט געזען אין ספרים געשעפט. א שפיל פון פארשידענע אידישע בגדים, א ליובאוויטשער קנייטש הוט, געפעפערטע הויזען וכו'. אויסצולערנען קינדער אידישקייט.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מנהג ישראל קדושים אז א דרשן דרשנ'ט שטייעדיג אין דער עולם זיצט. לכאורה וואלט געדארפט זיין פארקערט ווייל ביי ברכות איז די כלל אז ברכת נהנין איז זיצעדיג אין ברכת המצות איז שטייעדיג. אויב אזוי אז ער האט הנאה אז ער רעדט אין די עולם האט א מצוה אז זיי הערן אויס וואלטן זיי געדארפט שטיין אין ער זיצען?
נאר אין המצוה נקראת אלא על שם גומרה אין ווען ער ענדיגט האט ער די מצוה אין זיי די הנאה...
שמואל וועקט זיך אויף אין שפיטאל מיט א גיבס (קעס"ט) אויף זיין ביידע פיס און א שמאטע אויף זיין צוביילטע פנים, לעבן אים שטייט א דאקטער און פרעגט אים, "זאג נאר דו געדענקסט וואס האט פאסירט?".
"ניין דאקטער, איך געדענק נאר אז איך האב אריינגעברענגט א פיי פיצא אין דיינונג רום צו א משפחה מלוה מלכה, און איך האב זיך אויפגעוועקט זייענדיג דא אין בעט"
Re: מילתא דבדיחותא
Re: מילתא דבדיחותא
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז א פרצה אין שמירת עינים און וואס איז א שרעקליכע פרצה?
און פארוואס איז היללערי איינער פון זיי?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאדנע אז מעשי ידי להתפאר איז אהערגעקומען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/328619">viewtopic.php?p=328619#p328619</a><!-- l -->
Re: מילתא דבדיחותא
אוי לאותה בושה...
@שמעקעדיגאיז דאס געווען אין צייטונג אדער אין בלאט? כ'האב געהערט אז שמואל ווידער האט אפגעקויפט די צייטונג וויל ער עס מאכן אזוי ביליג ווי דער בלאט?
Re: מילתא דבדיחותא
5 סיבות פארוואס א מענטש זאל ענדערש ווילן א גאן איבער א פרוי:
(1) ווייל די קענסט אויפטוישן א אלטע אויף א נייע משא"כ א פרוי...
(2) ווייל די קענסט האבען 2 איינס אינדערהיים, און איינס ווען די פארסט אוועק, משא"כ א פרוי,
(3) ווייל עס גייט נישט פאר קיינעם אן אז די האלטס א אנדערע אלס א בעק אפ.
(4) א גאן פרעגט נישט צו די קלייד מאכט איר אויסקיקען גראב.
און די גרעסטע סיבה איז:
(5) אז ביי א גאן קענסטו קויפן א שטיקל וואס עס זאל מאכן אז ס'זאל זיין שטיל ווען עס פליט ארויס!!
Sent from my ALCATEL ONE TOUCH 4037T using Tapatalk
Re: מילתא דבדיחותא
C/P
After the Yidden left Egypt, Pharaoh was fuming and ran after the Yidden to bring them back. Sounds strange, no?
On second thought, it's not surprised that he was mad. How would you feel if all you workers ran away erev Pesach?!