מילתא דבדיחותא
3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
קידושפארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדערפרי וואס זי גייט אנטוהן…
א קינד פרעגט די טאטע פארוואס גייט א כלה אינגאנצען ווייס האט די טאטע גענטפערט אז היינט איז איר פרייליכסטע טאג אין איר לעבן אין ווייס איז די פרייליכסטע קאליר
האט ער גענטפערט יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די חתן גייט אינגאנצען שווארץ.....
א ווייבל וואס האט אייביג ליב געהאט צו וויסן פון פאראויס איר מאנ'ס פלענער פארן טאג פרעגט איר מאן איין אינדערפרי: "שמערל, וואס פלאנסטו צו טוהן היינט דורכאויס דעם טאג?"
"גארנישט," ענטפערט איר שמערל.
"אבער דאס האסטו דאך געטוהן נעכטן?" וואונדערט זיך ס'ווייבל.
"יא," ענטפערט שמערל, "אבער איך האב נאכנישט געהאט געענדיגט דערמיט."
ווי אזוי ווייסט מען אז איינער האט מנדב געווען יותר מכפי יכולתו?
אז מען זעהט אז דער טשעק קומט צוריק.
a boy was on a train eating Chocolate,
then he took another bar,
the man next to him said: "do you know that will damage your teeth?"
!the boy replied " my grandfather lived 132 years",
the man asked
was it because of eating chocolate?
the boy replied: no, he was always minding his own business.
קידושווי אזוי ווייסט מען אז איינער האט מנדב געווען יותר מכפי יכולתו?
אז מען זעהט אז דער טשעק קומט צוריק.
דו דערמאנסט מיך א מעשה. איך האב אמאל געגעבן חנוכה געלט פאר א טאט'ן. נו, לאמיר הערן ווער ווייסט וויאזוי די היכי תימצא ארבעט. א טאטע האט מיר אמאל געגעבן א טשעק (פאר חנוכה געלט) פון אכצן דאללער. דער טשעק איז צוריקגעקומען. די באנק האט מיר געטשארדזשט 32 דאללער. קומט אויס אז איך האב געגעבן פאר דעם טאטן 32 דאללער חנוכה געלט...!
קידושפארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדערפרי וואס זי גייט אנטוהן…
ענליך:
איך האב מיך געוואלט פארשטעלן אויף פורים ווי א פרוי, אבער איך האב נישט געטראפן וואס אנצוטוהן...
berlbalagulehקידושווי אזוי ווייסט מען אז איינער האט מנדב געווען יותר מכפי יכולתו?
אז מען זעהט אז דער טשעק קומט צוריק.
דו דערמאנסט מיך א מעשה. איך האב אמאל געגעבן חנוכה געלט פאר א טאט'ן. נו, לאמיר הערן ווער ווייסט וויאזוי די היכי תימצא ארבעט. א טאטע האט מיר אמאל געגעבן א טשעק (פאר חנוכה געלט) פון אכצן דאללער. דער טשעק איז צוריקגעקומען. די באנק האט מיר געטשארדזשט 32 דאללער. קומט אויס אז איך האב געגעבן פאר דעם טאטן 32 דאללער חנוכה געלט...!
נעקסט טיים גיי צי נארטהאיעסט באנק זיי נעמען נאר 35 סענטס פאר א טשעק.
סתם אינטערסאנט, די מענטש שפילט עושר ער ווארפט טיפס, און ער האט נישט קיין ח"י דולר אין זיין אקאונט, זיין בעל הבתיש'קייט איז Debunket (קרדיט : זיכער)
אן אמעריקאנער איז אריין און א גראסעריי און אר''י, ער זוכט ביי די מילך וואו איז דא 'רויטע מילך' אבער ער זעט נאר איין מין מילך אין בעגס
ער גייט צום ממונה און פרעגט
יש לכם מיץ פרה אדומה?
וויאזוי זאגט מען און לשון קודש constipation?
שב ואל תעשה...
א איד נעביך האלט פאר'ן אוועק גיין פון די וועלט רופט זיין שותף פון די ארבעט אריין און רעדט זיך אויס צו איהם...
משה, איך גיי באלד, און איך וויל נישט פארלאזען די וועלט פאר איך רעד זיך אויס און איך בין זיך מודה אויף אפאר זאכען
נו חיים, זאגט משה לאמיר הערען וואס דו האסט צו זאגען.
ענטפערט חיים...
איך בין דער וועליכע האט ארויסגעגנב'ט די 4 הונדערט טויזענט דולר פון די סעיף...
און איך בין דער וועליכע האט דיר פארמסרט צו די פאליציי פאר וואס די ביזט געזעצען אין תפיסה 15 יאהר..
.
און איך בין דער וואס האט מוציא שם רע געוועהן אויף דיר פאר וואס מען האט דיר ארויס געווארפען פון בית המדרש און אפגעזאגט פון צו זיין ראש הקהל...
ענטפערט משה, חיים טייערע, ווער מיינסטו האט דיר פארסמ'ט?
א רבי'לע איז געשטאנען ערב יוה''כ פארטאגסט, מיט די סליחות אין איין האנט, און די כפרה'לע אין די צווייטע האנט, און געזאגט מיט א ברען די זה חליפתי,
אינמיטן האט ער זיך געגעבן א גליטש אויס אויף די בלאטע, און איז געפאלן אויף צירוק אין א זיצעדיגע פאזיציע, ער האט זיך שטארק צעקלאפט דארט וואו די אידן האבן גערוהט, זיין סליחות איז אריינגעפאלן אין די בלאטע און גענצליך קאליע געווארן, און די הינדל האט זיך ארויסגעריסן פון זיין האנט און געמאכט פליטה
ער הייבט אויף זיינע אויגן צום הימל, און ריפט זיך אהן, רבוש''ע, נישטא קיין 'סליחה', נישטא קיין 'מחילה', און ס'נישטא קיין 'כפרה'
(נ''א, סליחה אין כאן, מחילה אין כאן, כפרה אין כאן)
מען פארציילט אז יארמער רב האט אמאל אנגעריפן זיין שותף מיט א בהלה
'משה, עס פעלט צוואנציג אלפים פון די קאסע! וואס זאל איך טון'?
''וואס הייסט וואס די זאלסט טון'', זאגט די שותף שטרענגערהייט
''לייג עס שוין צירוק''...
געאייגנט פאר אמעריקאנע וואס האבן באזוכט אין ירושלים...:
כ'בין אריין אין א רעסטאראנט אין ירושלים, פרעג איך זיי: "עטס האטס אייס קאפי?"
זאגט ער מיר (מיטן ירושלימ'ן אקצענט): "אוודאי! אונז אבען אייסע קאפי, קאלטע קאפי"..
א יונגע קאפל האבן זיך ארום געשלאגן אינמיטן זאגט די פרוי
משה , פליז פאק פעק און גיי ארויס פון מיין הויז
דער יונגערמאן פוילט זיך ניש און פאקט פעק
ביים ארויסגיין שרייט זי אים נאך , זאלסט שטארבן א לאנגווייליגע טויט מיט שווערע יסורים
רופט ער זיך אהן , "הייסט עס ווילסטו אז כ'זאל יא דא פארבלייבן !!!!"
קידושא יונגע קאפל האבן זיך ארום געשלאגן אינמיטן זאגט די פרוי
משה , פליז פאק פעק און גיי ארויס פון מיין הויז
דער יונגערמאן פוילט זיך ניש און פאקט פעק
ביים ארויסגיין שרייט זי אים נאך , זאלסט שטארבן א לאנגווייליגע טויט מיט שווערע יסורים
רופט ער זיך אהן , "הייסט עס ווילסטו אז כ'זאל יא דא פארבלייבן !!!!"
א פרוי פון א מענטש איז נפטר געווארן
נאכן איר בא'ערדיגן, לויפט דער מאן ארויס פון בית הקברות
ווען זיינע חבירים פרעגן אים , יענקל ווי לויפסטו אזוי
ענטפערט ער " דער מלאך המות ווייסט ניש וואס ער האט צוגענומען , די מינוט וואס ער וועט געוואר ווערן קען ער נאך חרטה האבן !!!"
קידושפארוואס איז די יום החתונה די פרייליכסטע טאג ביי די פרוי?
ווייל ס'איז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין אינדערפרי וואס זי גייט אנטוהן…
איינער זאגט מיר אז ער האט היינט געקוקט אויף זיין ווייב און געזעהן אז דאס איז די איינציגסטע אינוועסטמענט וואס האט זיך געדאפלט מיט די יארן !!!
א 100 יעריגע קאפל זענען געקומען אין בי"ד זיך צו גט'ן
אלע דיינים שטייען און וואונדערן זיך וואס האט עטץ פונקט יעצט מחליט געווען זיך צו גט'ן ?
עטנפערן זיי , "אונז האמיר געווארט אז אלע אונזערע קינדער זאלן אויסשטארבן !!!!"
ווען פאליציי זענען אין איילעניש געקומען צו פליען, נאכדעם וואס עמיצער האט אריינגערופען אז פאברעכער האבן איהם געהיידזשעקט זיין קאר, האבן זיי געטראפען דעם דערשראקענעם מאן וואס האט אבער העלדיש אויסגערופען, אז עס איז איהם נאך געלונגען אראפצושרייבן די "פלעיט-נאמבער".
א עלטערע קבצן איז אמאל געקומען שבת צופריה אין שוהל
אינמיטן דאווענען איז אים די פאלשע ציין ארויסגעפאלן
ווען דער עולם פרעגט אים צו די ציין איז זיינס
זאגט ער , ניין סיז מיין ווייב'ס כאב עס נאר מיטגענומען צום דאווענען ווייל כאב ניש געוואלט זי זאל מיר אויפעסן די חלה !!!!
א מאן און א ווייב האבן זעך געקריגט נאכן ענדיגן זעך קריגן רופט די ווייב איר מאמע און הייבט אהן וויינען , מאמי אונז האבן מיר זיך שוין ווידער געקריגט כאב ניש קיין כח מער און כ'קום אריבער צו דיר
רפט זעך אהן די מאמע ,,ניין ניין ער מוז באצאלן אויף דעם וואס ער טוט דיר "איך קום אריבער צו ענק !!!"
קידושא מאן און א ווייב האבן זעך געקריגט נאכן ענדיגן זעך קריגן רופט די ווייב איר מאמע און הייבט אהן וויינען , מאמי אונז האבן מיר זיך שוין ווידער געקריגט כאב ניש קיין כח מער און כ'קום אריבער צו דיר
רפט זעך אהן די מאמע ,,ניין ניין ער מוז באצאלן אויף דעם וואס ער טוט דיר "איך קום אריבער צו ענק !!!"
א קינד האט זיך אמאל געשפילט מיטן טאטנ'ס פאון און בטעות געדיילט זיין באבע דהיינו די שוויגער און ס'האט זיך גראד אפגעהאקט
די שוויגער קאלט צוריק דעם איידעם מיט צעקות וואס האקסטו אראפ פאונ'ס אויף מיר
פארענטפערט ער זיך אז א קינד האט זיך פלעין געשפילט מיטן פאון
שרייט זי , אייביג האסטו וועם צו באשולדיגן ,ביז יעצט האסטו אייביג באשולדיגט מיין טאכטער יעצט הייבסטו שוין אהן מיט מיינע אייניקלעך אויכעט ?!
קידושא 100 יעריגע קאפל זענען געקומען אין בי"ד זיך צו גט'ן
אלע דיינים שטייען און וואונדערן זיך וואס האט עטץ פונקט יעצט מחליט געווען זיך צו גט'ן ?
עטנפערן זיי , "אונז האמיר געווארט אז אלע אונזערע קינדער זאלן אויסשטארבן !!!!"
נוסח אחר
א פרוי 119 יאהר אלט קומט בעטן א גט.
פרעגט איהר דער רב...119 יאהר אלט און דו ווילסט א גט?
זאגט זי יא, איין יאהר וויל איך לעבן ווי א מענטש
אין פרשת יתרו שטייט אז יתרו האט געשיקט משה זאגען...
אני חותנך יתרו בא אליך, ואשתך ושני בניה...
פרעגט זיך די שאלה פארוואס האט ער געדארפט פונטליך אויסרעכעמען ווער עס קומט?
נאר ער האט איהם געוואלט זאגען אז...
איך קום מיט דיין ווייב אין קינדער... אבער די שוויגער בלייבט אינדערהיים!
איינער האט אמאהל איינגעלאדענט א פרייער איד אויף שבת.
די סעודה פררייטיג צונאכטס האט מען געמאכט קידוש אויף וויין און נאך די פיש א פיינע גלעזעל משקה און דערנאך ברכת המזון אויף וויין.
נאך זענען זיי געגאנגען צו א שלום זכור און געהאט אפאר גלעזליך ביר.
שבת צופרי נאכען דאווענען איז געוועהן א קידוש אין שוהל האט מען געמאכט קידוש אויף ברוינפען און נאך די הערינג פאר די טשולענט נאך אביסעל משקה.
נאך דעם האט מען אינדערהיים געמאכט קידוש אויף וויין און אויף אראפצו וואשען דעם טשולענט א טייערער פלעשעל רויטע וויין. דעראך ברכת המזון אויף וויין
און ביי הבדלה אויף א בעכער וויין.
נאך שבת פרעגט איהם דער פרומער... נו ווי אזוי געפעלט דיר דיין ערשטער שבת?
ענטפערט דער פרייער...
פררוואס מען טאר נישט אנצינדען די לעקטער ווייס איך נאך נישט, אבער פארוואס מען טאר נישט דרייווען פארשטיי איך זייער גוט
שלום עליכם משה נתן!!
סטיצעך?? שוין יארן נישט געזען!!!
וויאזוי גייט עס ?
סטיסטו פאר פרנסה??
משה נתן:ב"ה לעצטנס טו יעך אביסל אין קאנסטראקשן האפעך סעט עפעס ווערן!
אזוי קאנסטראקשן!? שיין!!
וואס א שטייגהר איז דיין דיפארטמענט? לעקטער -פלאמבינג- שיטראק- פעינט- ס'קען מיר אמאל אפשר צוניצקומען?!
משה נתן:כ'טו מער אין פינישינג ליין!
ס'טייטש? וואס א שטייגער??
משה נתן: כ'זאג ויהי נועם חמשה חומשי תורה ביי חנוכת הבית
קידושא יונגע קאפל האבן זיך ארום געשלאגן אינמיטן זאגט די פרוי
משה , פליז פאק פעק און גיי ארויס פון מיין הויז
דער יונגערמאן פוילט זיך ניש און פאקט פעק
ביים ארויסגיין שרייט זי אים נאך , זאלסט שטארבן א לאנגווייליגע טויט מיט שווערע יסורים
רופט ער זיך אהן , "הייסט עס ווילסטו אז כ'זאל יא דא פארבלייבן !!!!"
א אינגערמאן, עטליכע וואכן נאך די חתונה, ביי וועם די שלו' בית האט נישט אזוי געפויגלט איי איי איי, האט אריינשפאצירט איין צופרי אין בית המדרש, קומט צו אים צו א חבר און פרעגט אים: נו וויזוי איז שלו' בית?? דער אינגערמאן איז געוואראן אינגאנצן פארלוירן; וואס יעדער ווייסט שוין? זאגט דער חבר; כ'האב גארנישט געמיינט, די שאלה איז נאר א סגולה פאר שלו' בית. אויב אזוי פרעג עס נאכאמאל -ענטפערט דער אינגערמאן
קידושא יונגע קאפל האבן זיך ארום געשלאגן אינמיטן זאגט די פרוי
משה , פליז פאק פעק און גיי ארויס פון מיין הויז
דער יונגערמאן פוילט זיך ניש און פאקט פעק
ביים ארויסגיין שרייט זי אים נאך , זאלסט שטארבן א לאנגווייליגע טויט מיט שווערע יסורים
רופט ער זיך אהן , "הייסט עס ווילסטו אז כ'זאל יא דא פארבלייבן !!!!"
א מאן האט אמאל געפרעגט זיין ווייב צו זי וועט וויינען ביי זיין לוי'
זאגט זי , "אודאי עליך וויינען , די ווייסט דאך אז כ'וויין פאר יעדע שטות !!!"
וואלוויFrench fries weren't actually made in France, they were made in Greece...
Actually in Belgium.
איך אויך: א דזשאוק מוז נישט שטימען לויט'ן דיקדוק...אויב דו האסט נישט פארשטאנען, קען איך עס מסביר זיין...לאל
?Why did the fly fly
Because the spider spied-her
?What do you call a fly with no wings
...A walk
סאיז געווען א חסידישע מלמד אין א ליטווישע תלמוד תורה וואס פלעגט פארציילן מעשיות פאר די קינדער פון חסידישע רבי'ס, זענען די עלטערן געקומען מיט טענות, היתכן ער טוט דאס צו זייערע קינדער, האט ער געזאגט פאר די עלטערן וואס זאל איך טון איך קען נאר די מעשיות, זענען די עלטערן אויפגעקומען מיט א המצאה אז ער זאל פארציילן די זעלבע מעשיות אבער ער זאל טוישן די נעמען, אנשטאט זאגן רבי ר'אלימלך זאל ער ארויפלייגן די מעשה אויפן גר"א, א טאג שפעטער זענען די קינדער אהיים געקומען פארציילן פאר די עלטערן אז זייער רבי האט פארציילט אזעלכע שיינע מעשיות, וואספארא התעוררת סאיז געווען ווען די חזון איש האט אריינגעפייערט איבער די חטא הידועה ביי די שובבים תורות ביי של"ס און ווי הרב שך זצ"ל פלעגט טיילן דאלערס יעדע זונטאג און ארויסשיקן די מצווה טענקס.....
עצי שטים?What do you call a fly with no wings
...A walk
A rookie air force pilot....
קידושא עלטערע קבצן איז אמאל געקומען שבת צופריה אין שוהל
אינמיטן דאווענען איז אים די פאלשע ציין ארויסגעפאלן
ווען דער עולם פרעגט אים צו די ציין איז זיינס
זאגט ער , ניין סיז מיין ווייב'ס כאב עס נאר מיטגענומען צום דאווענען ווייל כאב ניש געוואלט זי זאל מיר אויפעסן די חלה !!!!
דאס האט געמוזט זיין פוטיפר'ס חכמה, כדכתיב, ולא ידע אתו מאומה כי אם הלחם אשר הוא אוכל...
אנטשולדיג אויב ס'איז געווען דא
צוויי פרויען האבן זיך געריסן אויף א זיץ אויפן באס
האט זיך די באס דרייווער אהנגערופן אויף די מייק אז די גראבע פרוי זאל באקומען די זיץ...... זי שטייען נאך ביידע!!!!!!
Notice!!!
Lack of planning on your part does not constitute an emergency on my part
זיך טענה'ען מיט א פרוי איז אזוי ווי קויפן א לאטערי טיקעט ............................................
דו ווייסט קלאר אז דו גייסט ניש געוואונען אבער דאך פרובירסטו !!
א איד רופט אן קופת העיר און וויל שנדר'ן 1000 שקלים, זאגט מען אים, פאר טויזנט באקומסטו 40 טעג אין ליזענסק, 40 טעג אין עמוקה, 40 טעג אין מעזיבוז, און עס בלייבט נאך 200 שקלים, וואס ווילסטו? זאגט דער איד, זאלן זיי מיר קויפן א פאקעט ציגרעטלען אין דיוטי פרי...
קידושזיך טענה'ען מיט א פרוי איז אזוי ווי קויפן א לאטערי טיקעט ............................................
דו ווייסט קלאר אז דו גייסט ניש געוואונען אבער דאך פרובירסטו !!
א חבר זאגט מיר, ווען מיין ווייב זאגט מיר אז זי דארף מיר נישט האבן, גיי איך שנעל און איך פארמאך שטארק די אלע Jars אין שטוב...
פארוואס איז מען אלעמאל פארנימען מיט דארווין און שפינוזה, פארווטס רעדט מען קיינמאל נישט פון "אשכול הכופר"?
ווי מיר אלע ווייסען שטייט די וועלט אויף דריי זאכען.
תורה, עבודה און גמילת חסדים.
איז די אלע דריי זענען געקומען מיט א טענה צום בית דין של מעלה.
היות די וועלט ווערט אלץ שוואכער און שוואכער איז ווי אזוי וועט די וועלט בלייבן שטיין?
האט מען זיין גע-ענטפערט.
תורה... ווי לאנג עס איז דא רבנים וועט זיין תורה.
עבודה (תפילה)... ווי לאנג עס וועט זיין חזנים וועט זיין עבודה.
און גמילת חסדים... ווי לאנג עס וועט זיין טאבאק צום שמעקען וועט זיין גמילת חסדים.
האט גמילת חסדים אנגעפאנגען צו ווייענען, נאר א שמעק טאבאק בין איך ווערט?
האט מען איהר גע-ענטפערט...
עס וועט נאך קומען א צייט ווי ביידע סיי דער רב און סיי דער חזן וועלען נישט ווערט זיין קיין שמעק טאבאק...
א מעשה לכבוד מוצ''ש וואס איז מסוגל אויף גרויסע זאכן
א גרויסע בעל עבירה איז ארויפגעקומען אויפן עולם האמת,
מען ברענגט אים אריין אין א שטיב מיט א גרויסן וואגשאל, און מען נעמט זיך לייגן אויף די עבירה זייט זעק און פעק פון סחורה, און אויף די מצוה זייט איז נאר געווען אפאר אויסגעדראשענע מצוה'לעך ווי עסן ערב יו''כ וכדו'
פארשטייט זיך אז די וואגשאל האט שטארק געוואויגן אויף די עבירה זייט און די בעל עבירה האט זיך שוין געראכטן אויף זיין גהנום אורטייל
פליצלונג קומט א ווייסע מלאך צו פליען מיט ריזיגע בעקעלעך מיט כלערליי קיגלען, לאקשן, קארטאפל, קישקע און וואס נישט, און גיבט עס א לייג ארויף אויף די מצוה זייט, און עס האט שטארק אראפגעוואויגן און מכריע געווען לטוב די גאנצע פסק דין
די איד שטייט און וואונדערט זיך, וואס איז דאס? איך פלעג אפילו נישט עסן קיגל שבת, וואס גייט דא פאר?
האט מען אים מסביר געווען, אז יעדע שבת בשעת כ''ק מרן אדמו''ר מקרעטשניף-סיגוט שליט''א עסט די קוגל, זאגט ער מיט פארגלייזטע אויגן און מיט א ברען 'בשם כל ישראל' ממילא גייט די קוגל עסן אויך אויף דיין קאנטע,
תורתו מגן לנו הוא מאירת ענינו, ...יכול לפטור העולם, אדונינו מקרעטשניף-סיגוט
אבער געדענק, אז לימוד התורה איז שווער צו טרעפן א קוגעל טיילער וואס וועט לערנען לזכותך, מילא איז עס אזא מין נהנה וחסר...
וואלווי: אבער ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...דער תירוץ איז א גוטער. אבער אן עם הארץ וועסטו בלייבן...! בי"ד של מעלה וועט טאקע (אפשר) אננעמען די תורה וואס א פאר צדיקים וחסידים האבן געלערנט לזכותך. אבער ווען מ'וועט דיך פארהערן וועסטו נישט יכול'ן. און וועסט זיצן צוזאמען מיט די צדיקים ועטרותיהם בראשיהם. און זיי וועללן שמועסן אין לערנען וועסטו זיין מיט די צונג אינדרויסן. דו וועסט וועלן כאפן א דרימל. אדער ארויסגיין פאר פרישע לופט...!
כ'הער אז מ'קען שוין היינט זיך אנהאנדלען א לאטערי פונדערהיים אן א קאמפיוטער און אן אינטערנעט,
פשוט: מ'נעמט א דאלאר און מ'פלאשט אראפ די טוילעט.
איינער האט געקויפט א לאטערי און עס קיינמאל נישט אויסגעקראצט, געיבענדיג צי פאר שטיין " ווי לאנג איך קראץ עס נישט אויס קען איך דמיונ'ען אז איך בין א עושר, פלאנען וועלכע קאר צי קויפן א עסקעלעיד צי א נעוויגעטער, און טראכטן פון בנין שטינקאוויטש וואס וועט ווייזן פארן גאנצע שטאט אז איך בין טאקע א עושר, אלע רביס גייען מיך לעקן וכו', איינמאל איך קראץ עס אויס פארליר איך דעיס אלעס"
רבי'ס זענען אזוי ווי אייזקרים,
קודם איז עס גאנץ קאלט, אבער אז מען נעמט זיך לעקן ווערט עס צעלאזט, שפעטער קלעבט עס שוין
איינער האט אמאל געגעבן א ברכה ביי א ברית פארן אבי הבן, השי''ת זאל העלפן אז 'די קינד זאל זיין דבוק צו ערליכע אידן'
האט די אבי הבן געזאגט, ענדערש וואונטש מיר אהן אז מיין קונד זאל זיין א גרויסע עושר, אזוי אז ערליכע אידן וועלן זיין דבוק אין אים...!!!
א רבי אין חדר פראבירט מסביר זיין פאר א תלמיד, וואס איז דאס א ממזר...
פרעגט ער דאס אינגל, וואס איז דרך אגב געוועהן א בנש"קל... אויב דיין ברודער האט חתונה מיט דיין שוועסטער, וואס זענען די קינדער?
זאגט ער...
4 מאהל טשערנאבלער אייניקלאך
6 מאהל זידיטשויבער אייניקלאך
12 מאהל וויזניצער אייניקלאך
18 מאהל נאדווארנער אייניקלאך
זאגט דער רבי... יא יא דאס איז א ממזר.
A woman called her husband and told him that three women in her office got flowers today and they're gorgeous
the husband responded "that's probably why"