☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3860 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78

דריידל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:35 pm

· #225458
C/p

נאך א מזל, אז ס'זענען פארהאן עטליכע מענטשן מיט כשר׳ע סעלפאון'ס, אזוי איז כאטש פארהאן איינער וואס פייפט ווען די לייט ווערט גרין

שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:47 pm

· #225461
הער איך היינט א גוט ווערטל
אומאן איז ווי האום דיפאט, וועם ס'פעלט א שרייפל פארט אהין...

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:36 pm

· #225516
איך האלט נישט פון חוזק מאכן פון אזויפיל אידן, אבער אז מען רעדט שוין, לאמיר צוענדיגן דעם וויץ אויף א גוטן אופן:

פון האום דיפאו קומט יעדער אהיים מיט כל משאלות לבו וואס ער האט געוואלט, מיט אלע שרייפלעך ברענד ניו,
אזוי אויך פון אומאן קומט דער עולם אהיים באלאדענט מיט כל מיני השפעות טובות.

קליגער אינגערמאן » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:32 pm

· #225577
נעכטן ביי סליחות איז געשטאנען נעבן מיר א אינגערמאן און אזוי שטארק געוויינט אז כ'בין שוין געווארן דזשעלוס וואס ער האט אלס אפגעטון די יאר...

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:39 pm

· #225579
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז יעדע יאר האט די סליחות א נייע באדייט, ווייל די אשמנו פון היי-יאר איז גאר אן אנדער אשמנו פון פאריאר.

ווי למשל דאס יאר האט די ווערטער " ומי יעצור כח רב צעיר" א נייע באדייט...

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:31 am

· #225615
און באבוב-45 זאגט מען אז אלול איז ר"ת דודי לי ואני לדודי...

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:13 pm

· #226345
הוי וואס טוויטער קען אלס אנמאכן...
שני נביאים נתנבאו מטוויט אחד!

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:10 pm

· #226606
כפרות צענטער אין ברוקלין זוכט דרינגענד א אינגערמאן וואס טויג אויף כפרות,

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 5:46 pm

· #226851
ר' אנאנים: ייש"כ. דיינע זיסע דזשאוקס האבן מיך אריינגעברענגט אין א רוח פון שמחה. און איך האב מיך דערמאנט א דזשאוק. (וואס איז געוועין א אמת'ע מעשה.(
א געוויסער חשוב'ער רב, וועלכער האט זיך גערופן אויף עפעס א שטעיטל אין אונגארן אדער ראמעניע, האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד ערגעץ אין א שטעיטל אין גלילות פון ניו יארק. ביי חזרת הש"ץ און מודים האט ער אויסגעלאזט "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט עים געפרעיגט פארוואס ער האט געזאגט דעים "מודים" האט ער געענטפערט. "דאס איז דאך מודים דרבנן. און איך בין א רב..." ... 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 7:47 pm

· #226892
[ציטאט אראפגענומען]

ניין. די מעשה איז עכט געשעען. איך האב עס געהערט פון אן איינוואוינער אין יענעם שטעיטל אין אראנדזש קאונטי. און איך האב געקענט יענעם "רב" פון די סיפור המעשה. לויט וואספארא "גאון" ער איז געוועין, נ"ע, איז עס זייער לאגיש. איך וויל נישט ארויסשרייבן מער סימנים, ווייל ער איז געוועין א באקאנטע פיגור דא אין אמעריקע. און זיינע קינדער זענען אויכעט געוועין זייער פראמינענט (אין א נעגאטיוון וועיג) אין די פאליטיק פון יענעם שטעיטל. נאר אויף דעים "רב" און זיין "גאונות" פארציילט מען זייער א סאך מעשיות. נאך איין אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס איז זיך פארלאפן מיט אינזער "רב" איז געוועין אין א צווייטע גרויסע אידישע שטאט אויפ'ן אמעריקאנער קאנטינענט. דער "רב" זיכרוינע לעבראכע פלעיגט האבן א מנהג אז פאר ער האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית איז ער ארומגעגאנגען אין גאנצן ביהמ"ד מיט'ן טלית אויף די פלייצעס און געכאפט א שמועס'ל מיט א יעדן. איין טאג, ווען ער האט געענדיגט שמועסן האט ער צוריק אריינגעלייגט דעם טלית און געגאנגען א היים. מיינענדיג אז ער האט שוין געדאוונט... 🙄 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😛 😛 😳 😉 😮

נ.ב.: איך האב מורא אז נאך די צווייטע מעשה וועט מען שוין וויסן ווער דער "בעל דבר" איז. ווייל ס'דא א סאך מענטשן וואס געדענקען די מעשה... 😂 🙄 🙂 😉 😮

דריידל » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 12:32 am

· #226985
געווען א איד וואס האט ביים דאווענען געזאגט: התודה וקל נזיר אנשטאטס ואיל נזיר, און דער עולם האט זיך צעלאכט. איז געווען דארט איינער א מן הארץ און אז דער עולם לאכט, לאכט ער מיט. פרעגט מען מען אים פארוואס לאכסטי? זאגט ער, יענער האלט דאך אינמיטן דאווענען מעג ער דאך ארויסזאגן דעם שם

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 2:31 am

· #227001
[ציטאט אראפגענומען]

וועיגן די יקרא דחיי גייען מיר דאס נישט זאגן ברבים. וד"ל... 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😉 😮

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אקטאבער 3, 2014 11:44 am

· #227299
שטייט זיך א איד ביי שלאגען כפרות מיט א סליחות אין איין האנט און א כפרה אין די אנדערע און פילט אין מיטן אז זיינע הויזן פאלען אראפ. ער פראבירט אהער און אהין און דא פאלט איהם אראפ די הויזען און די כפרה פליט און די סליחות פליט אויף די אנגערע זייט און ער פאלט אראפ...

שרייט ער... רב"שע יעצט האב איך נישט קיין מחילה... נישט קיין סליחה... און נישט קיין כפרה...

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 1:20 am

· #227632
היות הערשי רובינשטיין האט נישט געקענט אן יאגן צו כאפן ד בילדער פון אלע רבי'ס ביים שלאגן כפרות ערב יו''כ, האבן אסאך רבי'ס פארגעשלאגן איבער צושלאגן היינט כפרות טאמער ס'וועט אריין גיין אונעם קימענדיגע גליון

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 3:58 am

· #227640
שטאפענע קאפעליטש
היות הערשי רובינשטיין האט נישט געקענט אן יאגן צו כאפן ד בילדער פון אלע רבי'ס ביים שלאגן כפרות ערב יו''כ, האבן אסאך רבי'ס פארגעשלאגן איבער צושלאגן היינט כפרות טאמער ס'וועט אריין גיין אונעם קימענדיגע גליון


רעד נישט צו הויך ווייל באלד וועלן זיי זיך נאך צו כאפן צום פלאן

זיי וועלן עס נאך רופן ״כפרות שניות״ בבחינת הקפות שניות ...
😃 😛 🙂 😂

למדן » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:15 pm

· #227795
אשתו כל היום טענה שאשתו כל הלילה יעשה את עבודת הבית

דריידל » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 7:52 am

· #227902
[ציטאט אראפגענומען]


איך ווייס אז דאס איז אן אמת'ע מעשה. ס'איז געוועהן מיט רב דושינסקי. כ'האב עס געהערט פון איינעם וואס רב דושינסקי האט אים עס דערציילט.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 9:36 am

· #227931
'רב דושינסקי' עקזיסטירט שוין נישט ,ער הייסט היינט 'אדמו''ר מדושינסקי'.

מ גפני » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 8:16 pm

· #228133
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 8:41 pm

· #228146
מ גפני
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן

מ. גפני: ס'איז א שיינע מעשה'לע אבער ס'איז לאו דוקא געשעהן אין מציאות.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'וואלט געקענט געשעען. ס'איז אן אינטרעסאנטער דיאלאג. לויט ווי איך הער פון א חבר. דער "שטערן/שפאקטיוו" זשורנאל (נישט חלילה מעגעזין?) זוכט א גוטן שרייבער מיט א רייכע פאנטאזיע, א שטארקער בעל דמיון, צו שרייבן א הערליכע מעשה אין פארזעצונגען וואס וועט צוציען ליינערס...!

יואב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 9:37 pm

· #228159
berlbalaguleh
מ גפני
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן

מ. גפני: ס'איז א שיינע מעשה'לע אבער ס'איז לאו דוקא געשעהן אין מציאות.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'וואלט געקענט געשעען. ס'איז אן אינטרעסאנטער דיאלאג. לויט ווי איך הער פון א חבר. דער "שטערן/שפאקטיוו" זשורנאל (נישט חלילה מעגעזין?) זוכט א גוטן שרייבער מיט א רייכע פאנטאזיע, א שטארקער בעל דמיון, צו שרייבן א הערליכע מעשה אין פארזעצונגען וואס וועט צוציען ליינערס...!


בערל, וואו האסטו אויפגעפיקט אזא קרירות'דיגן סקעפטיסיזם, צו זאכן וועלכע מאכן דווקא יא סענס, אז ס'זאל האבן פאסירט אין דער ווירקלעכקייט ?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 3:32 am

· #228228
ר' אנאנים: ייש"כ. פאר די אלע הערליכע בילדער און מאמרים וואס דו לייגסט ארויף, ב"ה בלי ליאות, עמו"ש. נאר, לפענ"ד , דיין לעצטע דעמא, פון דעם טוויט פון "תימני שנכנס לבית הדפוס" שטייגט איבער אלע אנדערע... 😂 😂 😂 🙄 😉 😮

BAL TSHIVA » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:25 am

· #228393
סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות

7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:41 am

· #228398
BAL TSHIVA
סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות

7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..

נאר איך האב א שכן. (ס'הייסט . ער וואוינט אין אן אנדערע גאס. נאר די בעק יארד איז בשכינות). ער האט א מנהג אז ווען ס'קומט סוכות פירט ער ארויס זיין שאו אויף די גאס. ער רעדט און לאכט הויעך. אלע שכינים האלטן מיט ווען ער עסט די פאטעיטא קוגל און ווען די חלה קוגל. ווען ער גייט זינגען זמירות (נישט ווען ער זינגט ממש.) שפילט זיך מיט די אייניקלעך. און ווען ער רעיגט זיך. געוויינליך טוט ער דאס אין שטוב. ביי די שבת'דיגע סעודה. וואס ער מאכט אן אוירלי שבת. אז ווען איך גיי ארויס אויף מיין פארטש פוצן די שיך לכבוד שבת, קענמען עים הערן שרייען און זיך קריגן מיט די בני בית אינמיטן זיין סעודה...

הבהרה: אויב איינער טראכט אז ער איז אין אן ענליכן מצב, איז עס נישט מער ווי א צופאל...!

BAL TSHIVA » זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:29 am

· #228447
[ציטאט אראפגענומען]

מפרעגט נישט קיין קשיות אויף קיין דרוש

איש עברי » זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:31 am

· #228448
די גערודער איז אויך מער ווי הונדערט

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:30 pm

· #228719
א גור׳ע חסיד האט ענדליך אויסגעקליבן זיין אתרוג נאכן זוכן אפאר שעה.
פרעגט אים זיין חבר, אפאר שעה האט דיר גענומען צו אויסוועלן א אתרוג, און דיין ווייב האסטו געקענט אויסוועלן און א האלבע שעה??
אמת, אבער מיט מיין אתרוג גיי איך ארויס אין גאס...

BAL TSHIVA » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:30 pm

· #228950
איך האב געזען א יונגערמאן מיט זיינע קינדער אין פארק, דער יונגערמאן האלט זיין cell אין פלוצלינג שרייט ער אויס "קינדער נאך 21% גייט מען אהיים"

outspoken » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:18 am

· #229312
די חוה''מ ביי א לאנג ווייליגען דרשה, א איד איז טיף איינגעשלאפען, די בעל דרשן זאגט צום שכן, וועק אים אויף, 'שינה חוץ לסוכה'!!! ענטפערט יענער, רבינו, איר האט אים איינגעשלעפט, מאכט תשובת המשקל און וועקט אים אליין אויף...

outspoken » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:28 am

· #229546
פארטוישט אשכול 3 מאל באלאנגט דאס שוין דא ביי מילתא דבדיחותא...

outspoken » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:29 am

· #229548
פ. פארוואס רעדן די רוסישע מיט א חית ווצ''ב חהאלא ?

ע. די באשעפער האט באשאפען די וועלט מיט אות 'ה' און יענע וועלט מיט אות 'י', רוסלאנד איז אויבן פונם כדור הארץ, קומט אויס אז די מענטשען דארט דרייען זיך ציוושיען דער וועלט און יענער וועלט, האט זיי די באשעפער באשאפען מיטן אות 'ח' וואס איז ציווישען אות 'ה' און אות 'י'...

יעצט באמערקט אז מ'האלט שוין דא ביים 1000טער תגובה, מזל טוב ק''ש.

outspoken » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:28 am

· #229781
א אינגערמאן איז געשטאנען איין נאכט ביים 'ברידזש' צו כאפן א 'היטש' קיין קר''י, מיטאמאל שטעלט זיך כ"ק אדמו"ר מ'דאבשינא שליט"א אפ, זאגט אים, די פראנט איז אנגעלייגט מיט פאפירען, זעץ זיך אין בעק אויף מיין זייט, ס'דא א סיט.

זיי פארען זיך אזוי געמיטלען אויפן 17 ווי די רבי שליט"א זינגט זיך אונטער די נייע דאבשינא ניגונים, מיט אמאל דערמאנט זיך די אינגערמאן אז אפשר קען ער האבן אויך א 'היטש' אויף צוריק , גיט ער דעם רבין א קלאפ אין פלייצע, מיטאמאל גיט די רבי ארויס אזעליכע משונה'דיגע פחדים'דיגע קולות ,פארלירט דעם רעדל און פליעט אראפ פונם הייוועי אריין אין וואלד, די קאר גיט זיך ב''ה א האסטיגען שטעל אפ פארנט פון א בוים.

נאכן זיך אביסל באריאיגען זאגט אים די רבי, אויפן מינוט האב איך מיר פארגעסען אז איך האב דיר אין קאר און ווען די האסט מיר געגעבען די קלאפ אין פלייצע, האב איך געמיינט אז די 'בר מינן' וואס איז אין קאר קלאפט מיר פאר א תיקון...

מ'דארף שוין נישט דערציילען אז די אינגערמאן איז פון דארט אנטלאפען 'כל בו נשמתו' ווי די גוי ביי די מרור...

יין שרף » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:30 am

· #229805
א גוטע מעשה, אבער איך גלייב אז די בר מינן ציטערט מער פונעם רבי׳ן ווי די רבי פון א בר מינן...

outspoken » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:53 pm

· #229975
מיט גרויס שוועריקייטען האבן די זקני חסידי צוזאמען געברענגט כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א מיט אינגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מ'ספייסי פרענטש פרייס שליט"א צום טאטענס צווייטען יארצייט.

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א נעמט זיך טרינקען איין גלעזעל לחיים דערנאך א צווייטען, א דריטען, א פערטע אא''וו, דערנאך גיט ער די האנט צום ברודער, און שרייט ''איך האב דיר ליב'' ''איך האב דיר ליב אהבת נפש'' פרעגט אים די ברודער, דו רעדסט אדער די ברויפען רעדט?

זאגט אים די רבי שליט''א, 'איך רעדט צום ברויפען'...

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:09 pm

· #230141
!!A man without a woman is like a neck without a pain

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:09 pm

· #230200
מילתא דבדיחותא פאר די וואס פארשטייען פינאנץ שפראך
ווי אזוי זעט מען אז נח האט פארשטאנען ביזנעס פינאנץ?

ווייל ער האט פארמערט זיין stock , ווען יעדער איז געווען אין liquidation...

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:18 pm

· #230206
טאטע: וויפיהל סעלל פאונס איז געווען אין די תיבה?
קינד: זיבן כשר'ע אין צוויי טריפענע

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:23 pm

· #230208
פון מיין 7 יעריג קינד קע''ה, נח האט געקענט עסען סטראבעריס און ראשינקעס ווייל די תיבה האט אריינגענומען 'נאר' 2 ווערעם... ודפח''ח

outspoken » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:19 pm

· #230403
א אינגערמאן איז אריין צו כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א פאר א ברכה און זאגט אים, כ'האב מיטגעהאלטען דעם רבינ'ס מסיבה פאר נגידים לייוו אין קאווע שטיבל'.

די רבי ווערט אין כעס און שרייט, כ'האב עס געמאכט אין די שיינע 'טערעס אויף די פארק' נישט אין קיין קאווע שטיבל...

outspoken » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:42 pm

· #230493
א גוט וואך, מיט גרויס צער מעלדען מיר אז בני כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א זענען לעצטע וואך אנגעשטעקט געווארען מיט טויטליכע אנשיקענישן ר''ל.

כ''ק מרן הגאב''ד דקהילתינו- קאנאדע מיט ISIS

כ''ק מרן הגאב''ד דקהילתינו- וויליאמבורג מיט EBOLA ...

גראף » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:38 pm

· #230568
זה קרה ביום ראשון בבוקר, באוטובוס שנסע מבני ברק לירושלים והיה מלא בתלמידי ישיבה חרדים. בתחנה האחרונה בבני ברק
עלתה בחורה בלבוש ״מאוד לא צנוע״ והתיישבה במקום היחיד שהיה פנוי - ליד בחור ישיבה.

הבחור לא איבד את עשתונותיו, הוציא מתיקו תפוח והגיש אותו לבחורה. היא היתה מופתעת מאוד ושאלה אותו מדוע הוא נותן לה
תפוח. השיב הבחור: ״מכיוון שעד שחווה אימנו לא אכלה את הפרי, היא לא ידעה שהיא ערומה!״....

c/p

מאטי » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:51 pm

· #230570
שלב ב'
חלף שבוע והגיע שוב יום ראשון בבוקר. באותו אוטובוס ובאותה תחנה עלתה אותה בחורה. הפעם היא היתה לבושה ״כמו שצריך״. היא התיישבה ליד אותו בחור חרדי ולאחר כמה רגעים הגישה לו תפוח.
שאל הבחור הנדהם: ״למה?״ ענתה הצעירה: ״כי עד שהאדם הראשון לא אכל את הפרי, הוא לא ידע מהמושג "בזעת אפך תאכל לחם."

גראף » זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:35 pm

· #230577
שוין באקומען חלק ב'..

ברוך שאמר » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 3:26 pm

· #230757
איינער פרעגט א צווייטן זאג נאר די האסט א זייגער אינדערהיים? ענטפערט יענער אז ניין פרעגט ער איהם אין ווי אזוי ווייסט וויפיל א זייגער עס איז ?ענטפערט ער אז ביי טאג פרעגט ער וועמען אימער פרעגט יענער אין ביינאכטוואס טיסטי?ענטפערט יענער אז ער האט ער א שופר אין מיטן דע נאכו בלאזט ער: אין זיין שכן שרייט מעשיגנער עס איז קוואדער צי דריי !

גאלד » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:38 pm

· #231969
די קורצ'טע רבישע מעשה:

א רבישע אייניקל האט געבארגט פון איינעם געלט.
די ענדע

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:07 am

· #232405
א ברסלב'ער מיט א חבד'ניקער זענען געשטארבען און זענען פארשיקט געווארן אין גיהנם ר''ל, ביידע שרייען 'רבי' ראטעוועט, ר' נחמן קומט און שלעפט ארויס זיין חסיד ביי די פיאות און די ליבאוויטשער באקומט א בריוו פונם רבין ' הצלחה אויף זיין נייע שליחות דארטען...

outspoken » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:00 pm

· #233057
די 'ווייט הויז'' האט נעכטען גערופען יענקל מיללער אויפצוהייבען די פרעזידענט אויפן פארלוסט פון די וואלען, זאגט אים די פרעזידענט, דו קענסט אפשר זאגען די בעסטע 'דזשאקס'

אבער איך בין די גרעסטע 'דזשאק' אליין...

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:13 pm

· #233310
זיי האבן אים אויך געזאגט אז פאר יעדען אפגעוועטשטע אלטע דזשאוק וואס ער וועט זאגן וועט מען אראפרעכענען פונעם אפגעשמועסטן פרייז, ער קען נאר זאגן נייע

ציבעלע-קיגל » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:44 pm

· #234546
איך האב לעצטענס געהערט א גוטס......

א טייטעלבוים... אויב ער לערענט - קען ער...
א האלבערשטאם... אפילו אויב ער לערענט נישט - קען ער...
א הגר... אפילו אויב ער לערענט - קען ער נישט...
א טווערסקי... נישט ער לערענט און נישט ער קען...

Yossy » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:32 pm

· #234557
א אינגערמאן האט געהערט ווי מען זאגט אויף איינעם פון די ארחי פרחי וואס איז לעצטענס געשטארבען אין אחרי מות קדושים האט מען אנגעהויבען פארציילען אותות ומופתים כידוע לעצטענס, האט ער באשלאסען אויפציזיכען אלע ל"ו צדיקים , האט ער זיך געזעצט ציילען די חברה אין שומר שבת. איין פראבלעם איז נאר , ער האלט שוין איבער פערציג אין איז נאכנישט פארטיג
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78