☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7348

בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 10:49 pm

· #228177
אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א
ס'דערמאנט מיר א מעשה


אז מ'קען נישט אליינס איז אייביג דא א וועג ארויס. און אפילו אויב כוכב'ס דרוק, ווי דערדריקנד ס'געווען, האט נישט געקענט באשאפן אייגענע טאלאנט האט עס אבער יא פראדוצירט א בייפאל וואס קען אפשר מהנה זיין די ק"ש ליינער.

אונזער טייערער בערל בעל עגלה דארף מען דאך נישט פארשטעלן. אנדערש ווי א געווענליכער שרייבער, טוהן בערל'ס תגובות אטראקטירן שטיצער און קעגנער. מ'קען זיך נישט העלפן, אפילו דער ליינער איז פון די וואס ווילן נישט איינשטימען מיט 'וואס' ער שרייבט קען מען זיך אבער נישט ערלויבן צו פארפאסן די מעשה'לה, דאס וויצל, א נייע טיטל, א פרישער חידוש אין תמימות... וואס וועט גאר מעגליך און גאנץ זיכער נאכקומען זיינס א תגובה. און אויב ס'איז נישט געווען עפעס פון דעם סארט, איז א פשט'ער 'יגון' אנשטאט 'יגן' אויך עלול פאר אן אויספלאץ "ווען" און טאקע נאר ווען ס'קומט פון ר' בערל'ן.

איז אבער זיכער דא אז מ'האט פארפאסט אדער פארזעהן, ממש א שאד. האבעך צוזאמגענומען וויפיל כ'האב געקענט לייגן א האנט אויף לפונדיק אחד און דער עולם וועט זיךזיכער באלעקן שמייכלן און לאכן מיט די פערל רייד פון אונזער ר' בערל בעל עגלה. ושמחת בחגיך!

אין דעם געלעגנהייט ווילן מיר בעטן ערשט ר' בערל זאל צוריק אנהויבן לייגן די סמייליס, וואס איז געווען ווי א סיגנאטור לאגא אויף א תגובה זיינעם וואס מ'האט דערקענט זאפארט פון דערווייטענס, עס איז נישט די זעלבע אן די אלע פרצופים. און צווייט פון די ליינער בעט מען וואס טרעפן אן נאך מעשה'ליך/ווערטלעך זאלן לאזן וויסן לינקן אין אישי. איך צוטייל עס אין צוויי ס'זאל נישט זיין אנגעלייגט.

נסדר ונלקט ע"י ט. יצחקי, כל הסמייליס שמורות

(1)


אז מ'רעדט שוין פון רבנים וועלכע זענען גרויסע תלמידי חכמים און גייען אנגעטון ווי עמך אידן דערמאנט דאס מיך א פארקערטע מעשה. געווען א "רב" מיט'ן גאנצן רבניש'ן געשטעל, וועלכער איז נעבעך געוועין א גרויסער עיין הא. (בגן עדן תהא מנוחתו) ער האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד און אויסגעלאזט ביי מודים "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט איהם געפרעיגט איבער דעים האט ער געענטפערט. "וואס הייסט. ס'איז דאך מודים דרבנן און איך בין א רב..." 😂 🙄 😳

(2)


דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט אלס יונגל. (לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך). אין א רעביש'ן הויף איז געגנב'ט געווארן א טייערער זילבערנער בעכער. מען האט נישט געוואוסט ווער דער גנב איז. האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי. אז א יעדער וואס איז דארט געווען אין יענע צייט מוז זיך שטעלן אין א ליין און מ'וועט ברענגען א האן און א יעדער מוז געבן א גלעט פאר'ן האן און ווען דער גנב וועט איהם געבן א גלעט וועט דער האן קרייען. מ'האט פארמאכט די לייט אין צימער. (זעט אויס ס'איז שוין געווען לעקטער אין יענע צייטן). און ווען מען האט אנגעצינדן די לייט און א יעדער האט אויפגעהויבן די הענט האט מען געזעהן אלע האבן שווארצע הענט און איין האנט איז געבליבן ווייס... 😛 🙄 😳

(3)

פון ווי שטאמט דאס אז זויערע וויין איז גוט... נאר די מעשה איז אזוי: ס'איז געווען א אידל' א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין' איז ער געפאלן אויף המצאה. אנשטאט אויסגיסן דעם וויין און שאדן האבן געלט האט ער עס א נאמען געגעבן פענסי (פראנצויזישע ) נעמען און איינגערעדט פאר'ן עולם אז ס'איז טייערע וויין. און דער עולם האט עס געקויפט!!


(4)

וועגן קעסט -- אויב די חתן-כלה האבן איין שפראך און זיי וועלן קענען לעבן צוזאמען, דאס איז נישט וויכטיג. איך האב געטראכט פון אזא ווערטל/מעשה'לע. איינער האט זיך משדך געווען מיט א מאפיאנער. )לאוו דווקא מיליאנער). איין מחותן זאגט "איך וועל געבן פיהר יאהר קעסט. זאגט דער צווייטער "מחותן" איך וועל דיר געבן (א) קעסט cast וואס וועט דיר האלטן א גאנצן לעבן...!

(5)

דאס דערמאנט מיר א זיס ווערטל וואס כ'האב אמאל געהערט. איין יוד זאגט פאר'ן צווייטן, ווען מ'האט איהם געסטראשעט אריינצולייגן אין "ח". "לייגטץ מיך אריין אין ח', אפילו אין ט', נאר נישט אין "יוד".

(6)

נו, דו הייסט דאך אפטעמיסט (לכה"פ אין קאווע שטיבל. ביי דיין ווייב הייסטו הער נאר, קוק נאר.). ס'דא א באקאנטע חסידישע מעשה ( להוציא מליבן של הליטוואקעס. הן ההיימישע והן הבודאפעסטער און אפשר לעיקוואוד אויכעט) אז א איד איז געקומען צו דעם מעזריטשער מגיד אז ער וויל פארשטיין פשט אין די גמרא אין מס' ברכות. "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה" פרעגט ער דעם רעבין וויאזוי קען דאס זיין? האט איהם דער מגיד געשיקט ער זאל גיין אויפזוכן דעם רעבי ר' זושא (נאך איידער ר'איז נתגלה געווארן). הקיצור. קומענדיג אין שטאט פרעיגט ער זיך נאך אויף א ר' זושא. קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן ווער דאס איז. ביז איינער האטציך דערמאנט אז ער זוכט זושא דעם שמש. אריינקומענדיג אין זיין חרוב'ע, האלב איינגעפאלענע הייזקע זאגט דער איד. "מיין רבי דער מגיד האט מיך געשיקט צו אייך איהר זאלט מיר זאגן פשט אין די גמרא". האטצעיך ר' זושא אנגערופן . "איך ווייס נישט פארוואס דיין רבי האט דיך געשיקט צו מיר" פאר מיר גייט אלעס ב"ה זייער גוט. ... 😂 😃 😮 😉

(7)

יאיר: די איבערזעצונג איז געווען וואונדערליך. אויף ענגליש רופט מען דאס אן "הילעריעס". דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס כ'האב געהערט פון א ליטווישן איד, ע"ה. נאך די ערשטע וועלט'ס מלחמה, ווען (אין א געוויסע תקופה) די ליטווינער האבן באזעצט טיילן פון דייטשלאנד, ביי די גרעניץ שטעט, אדער פויליש-ליטא? די פאליציאנטן, וועלכע האבן נאר גערעדט די ליטווישע שפראך, האבן זיך באנוצט מיט דאלמעטשער'ס. עפ"י רוב אידן, וועלכע האבן געקענט רעדן ביידע שפראכן. מאכט זיך אמאל אז די פאליציי האבן ארעסטירט א פערד-גנב. האבן זיי אריינגערופן א איד אז ער זאל איבערטייטשן פאר'ן ארעסטאנט די באשולדיגונגען אקעיגן איהם. האט דער איד זיך אנגערופן צום ארעסטאנט כהאי לישנא: דער "ערל" זאגט אז דו האסט "געלקח'ט" א "סוס"..... 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

(8)

שמעקעדיג" ייש"כ פאר מעורר זיין. ס'דא א סאך מענטשן וואס זיי שרייבן (אידיש) אזוי ווי זיי רעדן. דאס דערמאנט מיך א מעשה. מיט א סאך יארן צוריק ביניך אריינגעגאנגען אין א הארדוועיר סטאר, אין ב.פ. און געפרעיגט דעם בעה"ב אויב ער האט "שטריק". ענטעפרט ער "ניין". איך האב אבער פארשטאנען אז מסתמא האט ער יא. נאר ווייל ער איז אן אונגארישער/רומענישער אידל רופט ער דאס אן אנדערש. האב איך איהם געפרעיגט אויב ער האט "שפערגואעט". זאגט ער מיר "יא".... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮

(9)

די מעשה מיט הרב פאלק שליט"א דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט. א יונגל איז אמאל געקומען צו זיין רבי און דערציילט. "די רעבע האט געהערט דער גרונם איז אזא מחוצף. ער האט גערעדט שלעכטס אויף די רבי. און ער האט אויסגערעכנט אלע נישט גוטע זאכן. האט די רבי איהם געענטפערט. "איך מיין אז דו ביסט דער מחוצף, ווייל דו זאגסט די אלע זאכן... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

(10)

דערמאנט מיך א מעשה'לע וואס איך האב געהערט דערציילן פון אלטע אידן. אין דייטשלאנד, פאר די צווייטע וועלט מלחמה, בעת די נאציס ימח שמם האבן איבערגענימען די רעגירונג. האט א איד געקויפט א טיקעט צו פארן אויף די באן. ארויפגייענדיג האט ער געקויפט א "שטירמער" (דער פארגייער פונ'ם "איד". און דער נאכפאלגער פון בלעמ'ס צייטונג.). און ער זעצט זיך אראפ. א מינוט שפעיטער קומט ארויף א צווייטער אויפ'ן באן און זעצט זיך אקעיגן איבער איהם. ווען די באן האט אנגעהויבן פארן האבן זיי זיך גענימען שמיעסן. זאגט דער ערשטער פאסאזשיר צו זיין שכן. "דו ווייסט די יודן זענען דאס ערגסטע פאלק אין די וועלט און מ'דארף זיי מאכן א סוף" (ח"ו). האט דער צווייטער גענימען נאכמער שעלטן די אידן. אזוי איז אנגעגאנגען א קאמפעטיש'ן צווישן די צוויי ווער ס'קען מער האקן אויף די אידן. אינמיטן געט דער ערשטער איד --וועלכער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן די קללות -- א שריי "שמע ישראל". האטציך דער צווייטער אנגערופן "ה' אלוקינו ה' אחד".... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😃 🙂 😠 😛 😉 😮

(11)

יישר כח פאר'ן אנצינדן מיין זכרונות מאשין. איך האב ב"ה נישט געהאט קיין רבי'ס רוצחים און סאדיסטן. נאר איינעם א סובסטיטוט וואס האט געהאט שפיציגע שיך און ער פלעגט צו גיין צו א יעדן יונגל אין קלאס וואס האט זיך עס פארדינט (און איך האב מיר עס זיכער פארדינט) און געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך אין די זייטן. זאגנדיג דערביי דעם זעלבן פזמון. "אזאנס האב איך נאך אין מיין לעיבן נישט בייגעוואוינט". מיין מאמע ע"ה, זעענדיג די בלעק ענד בלו מארקס, איז נישט געלאפן אין חדר סטראשענדיג מיט'ן ארגסטן ווייל מ'האט צושטויסן איר תכשיט. נאר זי האט מצדיק את הדין געווען אז כ'האב מיר עס זיכער ערליך פארדינט. כ'האב נאך עטליכע זכרונות פון צוזאמענשטויסן וואס כ'האב געהאט מיט שטרענגע רבי'ס. נאר מיר עלל'ן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד.

(12)

מ'דערציילט א מעשה וואס האט זיך געטראפן ביים בית ישראל. איינער פון די חסידים איז אמאל אריינגעגאנגען צו איהם פרעגן אן עצה וועגן א שידוך. "רבי--זאגט דער חסיד. מ'טראגט מיר אן א שידוך פאר מיין זון. אבער דער מחותן איז א... בעל תשובה. .. ענטפערט איהם דער בית ישראל. "און וואס וועט זיין מיט דיר"?...

(13)

ס'איז דא אן ענליכע מעשה. ס'איז איין יאר געווען זייער א ווארעמער ווינטער אין ניו יארק. און דער עולם איז נישט געפאהרן קיין פלארידע. די בעלי בתים פון די האטעלן האבן געזען אז ס'איז צרות. זענען זיי געגאנגען צו התאחדות וועלכע האט ארויסגעגעבן אן איסור צו פארן קיין פלארידע. האט זיך דער עולם דעמאנט אז מ'דארף פארן.. לענייננו. כאשר יענה אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ווי מער זיי וועלן אסר'ן, לייגן אין חרם און באיקאטירן וועט דער קאווע שטיבל אי"ה ווערן שטארקער און גרעסער.

(14)

ומעשה שהי' כך הי'. ר'איז (געווען) אן ערליכער, חסידיש'ער יונגערמאן וועלכער האט געהאט א ווייב וואס איז נישט צו קלוג. זי איז א יעדע זאך געלאפן שואל עצה זיין מיט איר טאטן. מיין חבר פון ישיבה. דער טאטע, אנשטאט ער זאל זאגן פאר זיין טאכטער. "דו האסט חתונה געהאט. איך מיש זיך נישט אריין" האט איהר געגעבן עצות וויאזוי משפיל זיין איר מאן. פארשטייט זיך אז דאס האט אונטערגעברענגט דעם שלום בית. דער סוף איז געווען אז זיי האבן זיך גע'גט. און צובראכן א שטוב מיט זעקס קינדער. נאר ביז'ן גט האט די ווייב געלאזט ארעסטירן איר מאן ממש פאר שטותים. לדוגמא. ער האט געדרייווט א גע'רענטע קאר. און די רעסיט איז געקומען אויף זיין רעזידענץ אדרעס, וועלכע ער האט פארלאזט. זיין (געוועזענע) ווייב האט צוריסן די רעסיט און אוועקגעווארפן. ווען די רענטל קא. האט געקאלט פרעגן אינפארמעישן וועגן איר מאן האט זי געזאגט אז ר'האט פארלאזט דאס לאנד. האבן זיי רעפארטעד די קאר אלס געגנב'ט. פארשטייטזיך אז די פאליציי האבן איהם ארעסטירט ביי א טרעפיק סטאפ. ער איז נעבעך אפגעזיצן א גאנצע נאכט אין תפיסה ביז אינדערפריה ווען דער ד.עי. האט איינגעזען אז ס'איז נישט דא קיין טשארדזש אקעגן איהם. דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז אלע צרות הייבן זיך אן ווען א דרויסנדיגער מענטש מישט זיך אריין

(15)

אויף דעם פסוק שלח לך אנשים האט א צווייטער אייראפעישער רבי פון פאר די מלחמה געטייטשט שלח לך אנשים דו זאלסט שיקן משולחים ויתורו און ס'זאל עפעס בלייבן פאר דיר אויך. דאס ווארט איז באזירט אויף א מעשה שהי'. אז דער רבי האט ארויסגעשיקט א משולח צו זאמלען געלט פאר זיין ישיבה. און צום סוף איז גארנישט געבליבן. ס'איז אלץ אריין אין משולח'ס טאש.

בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 10:51 pm

· #228178
(16)

איך זאג נישט אין דעם פאל. אבער ס'קען דאך זיין טעארעטיש אז א רבי זאל אויך שרייבן אין קאווע שטיבל אונטער א באהאלטענעם ניק. ווי ער וואלט געווען א בעל עגלה למשל. איך מיין נישט מיך. איך בין אן אמת'ע בעל עגלה. דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך האב געשמועסט אמאל מיט א יונגערמאן מזרע המלוכה. האביך מיך געגעבן אזא רוף אן "באלאגאלע ובזמן קריב". איז געשטאנען דארטן איינער וואס איז געווען אומזיכער ביי זיך צו דער עולם האלט איהם פאר א בנש"ק. האט ער זיך אנגערופן מיט שרעק צום אדמו"ר הצעיר, אויף מיר. "ער איז דיין קרוב"? האב איך איהם בארואיגט. "די באלאגאלעס זענען נאכנישט קיין קרובים מיט די רעבעס, קענסט נאך שלאפן רואיג".

(17)

אויפ'ן טשימפא'ער רב ווערט דערציילט אן אנדערע זיסע מעשה'לע. (כ'האב מורא אז דער אשכול פארט אוועק פון פוינט). אמאל נאך א דין תורה וואס ר'האט אנגעפיהרט האט ער צוטיילט דאס פסק-געלט פאר די דיינים. איינער האט באקומען דריי פינעפער'ס מיט א צעינער. דער צווייטער האט באקומען דריי הונדערטערס מיט א צוואנציגער. ווען מ'האט איהם געפרעגט דעריבער האט ער געזאגט. "כ'האב יעדן געגעבן די זעלבע צאל שטיקלעך"

(18)

דאס דערמאנט מיר אן אנדערע מעשה פון א מיניסטער אין מדינת ישראל, דוד לוי, וואס האט נישט געקענט רעדן ענגליש. ווען ר'איז געקומען קיין אמעריקע שנארן, און ר'האט געהאלטן א דרשה פאר די יו.דזשעי.עי. האט ער גערעדט פראנצויזיש. מ'קען זיך פארשטעלן וויפיל ר'האט אויפגעטון. דערציילט מען אויף איהם אז ר'איז אמאל געגאמגען שפאצירן אויף א גאס אין מאנהעטן און ר'האט זיך פארלוירן. רופט ער אן די עמבאססי פאר הילף. זאגן זיי גוט. זאג אונז וואו דו ביסט מיר וועלן שיקן א קאר דיך אויפפיקן. ענטפערט ער. "רחוב וואלק פינת דאונט וואלק". ביי די וואלק גאס קארנער דאונט וואלק.

(19)

אזא פנים האט מען ווען מ'זאגט איבער יענעמ'ס טעותים און נארישקייטן. ס'דערמאנט מיך א מעשה. א יונגל אין חדר האט נישט געוואוסט דעם תירוץ אויף א קשיא וואס די רעבע האט געפרעיגט. האט איהם זיין חבר אונטערגעזאגט דעם נישט ריכטיגן תירוץ. ווען די רבי האט זיך צובייזערט אויף איהם האט ער זיך פארענטפערט אז נישט ער זאגט דאס. דאס זאגט זיין חבר.

(20)

דאס דערמאנט מיך א (נארישע) מעשה'לע פון דזשואיש פרעסס. איינער האט געקויפט א פערדל/אייזל פון א יוד. דער פערדל/אייזל איז געווען אויסגעלערנט אז ווען מ'זאגט "שמע ישראל" סטאפט ער. און ווען מ'זאגט ברוך ה' פארט ער. דער קאסטטומער האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן פ/א אויסצוטרייען. ער האט זיך גענומען לויפן שנעל און ר'איז געווען זייער נאנט צו א שפיץ בארג. דער יוד האט זיך זייער שטארק דערשראקן און ער האט געשריגן "שמע ישראל" די לעצטע סעקונדע פאר'ן עק פונ'ם בארג.און דער פ/א האט זיך אפגעשטעילט. האט דער יוד געזאגט "ברוך ה'".... (כ'האב געזאגט אז ס'איז א נארישע מעשה'לע(.

(21)

די מעשה'לע ווערט דערציילט איבער א בארימטן רבי'ן. וואס ער פלעגט ארויסגעבן תיקוני תשובה פאר באל אוויירעניקעס. איין טאג זענען געקומען צוויי חבירים ארויסנעמען א תשובה. זאגט איין חבר פאר'ן צווייטן איכ'ל אריינגיין צום רבי ערשט. אויב ס'וועט זיין א גוטע תשובה וועסטו אויכעט אריינגיין. האט איהם דער רבי געפרעגט "האסט אפשר געטון די עבירה מיט די פרוי וואס וואוינט אויף ...סטריט: אפשר מיט די פון יענעם אפארטמענט בילדינג אויף ...עוו"? וכו'. ווען ר'איז ארויס געגאנגען פון רבי'ס שטוב האט איהם דער חבר געפרעגט "וואס פארא תיקון תשובה האסטו באקומען פון רבי"? האט ער געענטפערט. " א תשובה אפשר נישט אבער כ'האב באקומען א פאר נייע אדרעססן!

(22)

דאס דערמאנט מיך א מעשה. כ'על עס מיטטיילן מיט'ן עוילעם. ס'געווען א קאפל וועלכע האבן געפייערט זייער פופציג'סטע יאר פון די חתונה. .ווען מ'האט זיי געפרעיגט וויאזוי זיי האבן געקענט אנהאלטן שלום בית פאר פופציג יאר האט זיך די פרוי אנגערופן: "זייער פשוט. א טאג נאכ'ן חתונה האבן מיר געמאכט א הסכם, איך מיט מיין מאן. ער וועט אנפיהרן די גרויסע זאכן. און איך, די קליינע. ווען מ'האט איר געפרעיגט וואס מיינט די גרויסע און וואס מיינט די קליינע. האט זי געענטפערט. די גרויסע זאכן מיינט וואו די אמעריקאנער מיליטער זאל שטיין.וואו ענגלאנד זאל שטיין וכו'. "און וואס מיינט די קליינע. האט זי געענפערט. "דאס באנק ביכל...."

(23)

דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער. האט איהם א שדכן אנגעטראגן א בחור וואס איז זייער א קלוגער און א תלמיד חכם. נאר ער האט איין קליינעם פעלער. ווען ער הייבט אן רעדן שטאטטערט ער. אבער נאכדעים רעדט ער נארמאל. זאגט דער טאטע פון מיידל אויב דאס איז דער פעלער בין איך גרייט צו נעמען איהם פאר א חתן. דער איד האט געוואוינט אויפ'ן דריטן שטאק. זאגט ער צום שדכן שיק ארויף דעם בחור צו מיין הויז. כ'עלל כאפן א שמועס מיט איהם. ווען דער בחור איז געקומען צו יענעם אין שטוב זאגט ער צום טאטן "שששלוםםם עללליייככככעם.' דער איד האט נישט געוואלט טון דעם שידוך. ווען דער שדכן האט איהם געפרעגט פארוואס. האסט דאך געזאגט אז דאס שטאטטער'ן אליינס איז נישט קיין פעלער. האט איהם דער טאטע געענטפערט. דער בחור איז אויך נישט קלוג. ווייל ער האט געדארפט אנהייבן זאגן שלום עליכם אונטן אויף דער גאס....

(24)

דאס דערמאנט מיך א מעשה'לע. ווען איך בין געגאנגען מיט איינעם פון מיינע זין שי' אויף א "באשוי", האט איהם דער צוקונפטיגער (און ב"ה , נישט געווארענער) מחותן גענימען אויף א גאר שטרענגן פארהער. האביך מיך אנגערופן (אדער געוואלט אנרופן.) "אנטשולדיגט. איהר ווילט נעמען אן איידעם, אדער אויפנעמען א רב"?!... 😂 🙄 😂 😂 😳 😉 😮

(25)

דאס דערמאנט מיר א מעשה'לע: ס'געוועהן אין גאליציע א איד וואס האט געשמ'ט מיט זיין עניוות אין די גאנצע מדינה. איז געוועין א קלוגער איד, א ת"ח וואס האט געזאגט "איך וויל גיין אויספראבירן דעים גוואלדיגן עניוו" . "ווי ווייט זיין עניוות גרייכט". איז ער אנגעקומען אין שטאט און געגאנגען גלייך אין ביהמ"ד וואו ער האט געטראפן אינזער "עניוו". נאכ'ן ערשטן שלום עליכם האט דער אורח געפרעיגט דעם גרויסן עניוו. "ס'איז מיר שווער א קשיא. ס'שטייט אין פסוק "והאיש משה עניו מאד מכל האדם" האט דען כביכול דער אייבישטער נישט געוויסט אז איר זענט דא?!.. רופט זיך אן דער עניוו... אז עים איז אויך שווער די זעלבע קשיא.... 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

(26)

דאס דערמאנט מיך א מעשה. פארנדיג מיט'ן באס אין די בארא פארקער גאסן ארום זייער האלאווין חגא, האב איך אלעמאל אבזערווירט וואו ס'שטייט א גרופע שקצים מיט אייער באקסעס אין די טריפה'נע ידיים ידי עשו, גרייט צו ווארפן (נאר) אויף אידישע דורכגייער און באסעס. ספעציעל ביי א רויטע לייט וואו מ'דארף ווארטן. האב איך זיי מקדים געווען און אראפגעלאפן פונ'ם באס מיט א בהלה ביז זיי האבן זיך דערשראקן און אנטלאפן. און אמאל אויך אראפגעלאזט די אייער אויפ'ן פלאץ. איינמאל, שטייענדיג ביי א רויטע לייט האביך באמערקט אט אזא גרופע שקצים. נאר אזוי ווי איך האב אויפגעמאכט די טיר פונ'ם באס האב איך געכאפט א פלייץ פון אייער אין פנים... ס'זעהט אויס אז זיי האבן מיך דאס מאל מקדים געוועין... 😂 😂

(27)

ס'דערמאנט מיך א מעשה פון א היימישן איד וועלכער איז געווען פון די עשרה ראשונים אין אונזער שטעיטל בורא ד'פארקא זיך איינצוהאנדלען אן עס.יו.ווי. און ס'האט נעבעך נישט געשנייט א גאנצן ווינטער. דער איד איז איז ארומגעפארן איבער די גאסן בפחי נפש. 😁

(28)

דאס דערמאנט מיך א מעשה: (אזוי דערציילט מען.(. ס'געווען אמאל אן עושר, א איד א ת"ח אבער א גרויסער קמצן. איז אמאל איינער פון די בני הקהילה אריינגעקומען צו איהם אין שטוב אין די ניין טעג און ער זעהט ווי דער עושר זיצט און האקט אריין אין א סטעיק. רופטצעך אן דער אורח."איך פארשטיי אייך נישט. איר זענט א איד א ת"ח ווייסט איהר דאך אז מ'טאר נישט עסן פלייש אין די ניין טעג"?! ענטפערט דער בעה"ב. איהר ווייסט דאך אז איך בין א קארגער. ממילא איז דאס עסן פלייש א סיגוף פאר מיר. פרעגט איהם דער אורח: אויב אזוי טרינקט'זשע שוין צו א גלעזל וויין אויך! האט איהם דער עושר געענטפערט: אינגאנצן הרג'נען מיך בין איך נישט מחוייב!!! 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

(29)

ר' ליטוואק פון...: נאך גוט אז דו האסט דיך דערמאנט די אריגינאלע מטרה פון דעים אשכול. ס'דא אזא מעשה. (און אויב נישט גיימיר עס יעצט אפבאקן.) צוויי אידן, סוחרים (וואו שטייט געשריבן אז אלע מעשיות מוזן זיך אנהייבן מיט א פריץ און אן ארענדאר און א קרעיטשמע.?!) האבן זיך באגעיגנט אויפ'ן באן, פארנדיג צום יריד קיין לייפציג. נאכ'ן ערשטן שלום עליכם האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער משפחה. שטעלט זיך אויס אז זיי זענען גאר דריטע קאזינס פון די מאמע'ס זייט. אזוי שמועסנדיג ווייטער איבער די משפחה פארציילט איינער פון זיי אזוי כבדרך אגב אז זיין טאכטער זאל זיין געזונט , זייער א געלונגען מיידל, א מלומדת און א קלוגע ווערט אי"ה קומענדיגן אדר א' אכצן יאר ביז 120. רופטצעך אן דער צווייטער. איך האב א זון, ב"ה א געלונגענער בחור א מתמיד און א יר"ש, מיט אלע מעלות, וועלכער איז יעצט דעם פארגאנגענעם ר"ח טבת געווארן אכצן יאר. אזוי שמועסנדיג ווייטער געט דער ערשטער מחותן א שפרונג אויף. "איך האב א וואונדערליכן געדאנק. אפשר ווער מיר מחותנים. דיין זון פאר מיין טאכטער" זאגט דער אבי החתן. "אזוי ווי אינז פארן דאך קיין לייפציג מאכן געשעפטן. לאמיר ענדיגן די ביזנעס קודם. און נאכדעים עמיר ארבעטן אויפ'ן שידוך." מסכים". זאגט דער צווייטער מחותן. די באן איז ווייטער געפארן א דורך פעלדער און וועלדער וואו מ'האט געזעען בהמות פאשען זיך רואיג. ס'איז נאך פארבליבן מער פון צוויי שעה אין די נסיעה. די צוויי אידן האבן ווייטער געשמועסט, און איינער פרעיגט אויס דעם צווייטן אלע פרטים פון זיין לעיבן. בתוך הדברים איז אויסגעקומען א שמועס צו וועלכן רעבין א יעדער פארט. האבן זיי זיך גענומען קריגן וועימענ'ס רעבע איז גרעסער. ביז ס'האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקת צווישן זיי. און זיי זענען געגאנגען זיצן א יעדער אין אן אנדערע זייט פון די באן. ענדליך איז די באן אנגעקומען קיין לייפציג און א יעדער פון זיי האט ב"ה שטארק מצליח געווען. נאך צוויי וואכן זענען זיי געפארן אהיים. ממש השגחה פרטית אז זיי האבן זיך ווידעראמאל געטראפן אויפ'ן באן. צוערשט זענען זיי געזיצן אין א שטילשווייגעניש. (שתיקין באדישתא). נאך א האלבע שעה רופציך אן איינער פון זיי. נו. לאמיר צוריקגיין צו אינזער ערשטן שמועס. ווי האמיר געהאלטן?.... 🙄 😎 😂 😛 😠 😮

(30)

ס'דערמאנט מיך א מעשה: כ'בין געווען ביי א לוי' ל"ע. וואו דער רב המספיד האט גערעדט בשבח הנפטרת און ר'האט געזאגט אז זי האט זיך מוסר נפש געווען אז איהרע קינדער זאללן קענען לערנען תורה. "און מיר זעען דאך וויאזוי זיי זעען ליידער אויס".... ר'האט זיך צוריקגעכאפט און געזאגט .."ב"ה.." נאר ס'איז שוין געווען צו שפעט.

עפילאג...

דאס דערמאנט מיך די באקאנטע מעשה פון "צפיחית בדבש". איך מיין די מעשה איז צו לאנג און "בארינג" איך וועל עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט" אי"ה. ועוד חזון למועד.

כוכב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:30 pm

· #228189
Wow א מעגא ארבעט, סוף הכבוד לבוא, אז מטרייבט ערליך די פערד העלפט דער אויבערשטער.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:51 pm

· #228196
אין כמו בערל באלעגאליינו מיט זיינע זיסע סיפורים און סמייליס,
ואין כבשבילנו, מיט זיינע בליציגע רעיונות און קיוט איינפאלן!

טאמבס אפ 👍 👍

א עקסטערע לייק כדאי לעצמו פאר די שורה:
"נסדר ונלקט ע"י ט. יצחקי, כל הסמייליס שמורות"... 😂 😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 12:46 am

· #228202
אגב- ר' בערל איז איינע פון די גרעסטע לייקערס דא אין שטיבל.
עס וואלט דעריבער אלס הכרת הטוב כדאי געווען צו לינקען צו די אלע שיינע עפיזאטלעך און יעדער זאל באלייקן ר' בערל עד אשר יצא מאפו....

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 12:51 am

· #228204
אבער נאר לייקן ר' בערל אין ענגליש
THANKS FOR THE POST

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 2:20 am

· #228217
Wow א מייסטערווערק פון א אשכול. לאוו איט!!!

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 2:55 am

· #228223
מורי ורבותיי: כל אחד בשמו וניק הטוב שלו יבורך. איך קום יעצט פון א לעבעדיגע לוויה. וואו איך האב מיטגעהאלטן א גאר ערנסטן (לעבעדיגן) הספד. וואו עטליכע בארימטע בעלי דרשנים האבן פרובירט איבערצושטייגן איינער דעם צווייטן. וואס זאלל איך ענק זאגן רבותיי, ס'איז ביי מיר מקויים געווארן דער פסוק "ויחד יתרו" לויט אלע מפרשים און פשטים. איך האב מיך געמיזט געיבן א ציפ א יעדע פאר מינוט ליינענדיג די שיינע ליקוטים פון אונזערע חשוב'ע חברי הקאווע שטיבל. צו מאכן זיכער אז איך בין ב"ה חי וקיים. און איך ליג נישט ח"ו אין אן ארון, דארט אין טשאפל, ערגעץ אויף פארט העמילטאן (אקעיגנאיבער דעם גאראדזש) אדער אויף די 14'טע עוועניו. און ס'איז מיר ביי געפאלן דער פסוק. לא נברא העולם אלא בשבילי... אדער אפשר איז עס גאר א מאמר חז"ל. (וואס ווייסט דען א בעל עגלה?).
דאס דערמאנט מיך א מעשה פון א איד וואס האט געגעסן א סטעיק אין די ניין טעיג....! 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮 🙄
נאכאמאל: א יישר כח פאר דעים הערליכן ליקוט לכבוד יו"ט...!

כוכב » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 7:04 am

· #228238
ט. יצחקי 😂 😂 😂

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 3:34 pm

· #228293
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים (דלית בה מששו תא.).:ייש"כ. פאר דיינע ווארימע דיבורים. און די אלע אנדערע דברי חיזוק (אדער אפשר, חוזק.) . נאר איך וויל דא רעדן פון אן אנדער ענין. היות איך גרייט מיך שוין די לעצטע פאר יאר (לכה"פ 20) צו שרייבן און ארויסגעיבן גאר א וויכטיג ספר, מיט'ן נאמען "זיכרונות פון א בעל עגלה". נאר ס'קומט אייביג צו נאך בלעטער און פרקים. כהיום, האלט עס שוין ביי צוויי גאנצע בענדער פון 600 בלעטער א יעדעס איינס. און איך וויל אנהאלטן אן אלטן מנהג וואס איז שוין געוועין איינגעפיהרט אין דער אלטער היים אין אייראפע. אז א מחבר פון א ספר האט קאלעקטעד געלט פון מענטשן אויפ'ן חשבון פון זיין ספר וואס ער גייט דרוקן. מ'האט עס אנגערופן מיט'ן נאמען "פרע-נומעראנטן". איך גיי דא געיבן אן אימעיל אדרעס (וואס איך האף עקזיסטירט נישט) כדי מ'זאל קענען אריינשיקן געלט: והנה:

moshezichmich@optimum/verizon.com

ווער ס'וועט אריינשיקן א פאר דאללער, וועט מען אריינשרייבן זיין נאמען און דעם נאמען פון שטעיטל פון וואו זיין זיידע קומט אין פוילן,אונגארן אדער גאליציע, ראמעניע, רוסלאנד, וכו' 🙄 😂 😕 😠 😛 😳 😃 😉 😮

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 5:02 pm

· #228302
לית דין בר נש
אבער נאר לייקן ר' בערל אין ענגליש
THANKS FOR THE POST

וואס איז טאקע פשט דערפון. פארוואס אייביג ווען כ׳באקום א לייק פונעם בעל עגלה איז עס אנדערש ווי געווענליך? וואס איז דער סוד?
@berlbalaguleh

לית דין בר נש » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:52 pm

· #228368
דאכט זיך מיר אז מען האט שוין אמאל גירעדט דערפון דא אין שטיבל
בשעתו האט איינער געשריבן אז די בעל עגלה'ס גאנצע פראפיי"ל (אויב דאס איז די ריכטיגע ווארט) איז אנגישטעלט אויף ענגליש

כוכב » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:53 pm

· #228369
ופשוט הוא.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:08 pm

· #228373
וואס איז אזוי פשוט?

בשעת איך האב מיך איינגעשריבן דא אין קאווע שטיבל האביך עס געטון בחיפזון ובהיסח הדעת. (אזוי ווי א מציאה.) נישט געפלאנט. און מיין קאמפיוטער איז דאן געוועין אנגעשטעלט צו שרייבן ענגליש. ממילא האביך געשריבן "בערל בעל עגלה" אויף ענגליש. נאך א טעם. ווייל אין יענע תקופה איז מיר אויסגעקומען א סאך מאל צו נוצן א דעסקטאפ קאמפיוטער וועלכער איז געוועין באגרעניצט, און האט נישט געהאט א גרינגע מעגליכקייט צו קענען שרייבן "היברו". מכח כמה טעמים. אויך ווייל דער אייגנטימער פון די כלי איז געוועין א סטודענט וועלכער האט "דאונ-לאודעד" אלערליי אומנויטיגע זאכן און ער האט "אויפגעגעסן" כמעט די גאנצע מעמארי פון קאמפיוטער. אזוי אז מ'האט געדארפט אפווישן עטליכע זאכן כדי צו קענן שרייבן "היברו".

איך האב שוין זייט דאמאלס געטרייט עטליכע מאל צו טוישן אז מיין "סיגנעטשור" זאל זיין אויף יודיש און אויף ענגליש. אבער איך בין א גרויסער ע"ה ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע, און איך האב נישט מצליח געוועין דאס צו טון...!

איך אויך » זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:28 pm

· #228592
יאפ דער האט אזא 'שרי המאה' סטייל זעקל מיט מעשיות גרייט פאר יעדע מאורע און מחאה.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:42 am

· #228653
נישט אייביג. נאר ווען ס'האנדלט זיך איבער די נטורי חרתא אדער די אנשי נטרונא...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:39 pm

· #238058
berlbalaguleh

א כולל יונגערמאן איז אמאל געקומען אהיים און ר'האט זיך געקריגט מיט זיין רעבעצין. ווען זי האט איהם געפרעגט, וואס איז געשעהן מיט איהם? פארוואס ער קריגט זיך מיט איהר, האט ער געענטפערט אז ס'שטייט אין פרק "ושנא את הרבנות/הרבנית", אז מ'דארף פיינט האבן די רעבעצין, און זיך קריגן מיט איהר... 🙄


👍 👍

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:45 pm

· #238068
שמעקעדיג
berlbalaguleh

א כולל יונגערמאן איז אמאל געקומען אהיים און ר'האט זיך געקריגט מיט זיין רעבעצין. ווען זי האט איהם געפרעגט, וואס איז געשעהן מיט איהם? פארוואס ער קריגט זיך מיט איהר, האט ער געענטפערט אז ס'שטייט אין פרק "ושנא את הרבנות/הרבנית", אז מ'דארף פיינט האבן די רעבעצין, און זיך קריגן מיט איהר... 🙄


👍 👍

שמעקעדיג: ייש"כ פאר צושטעלן די מעשה'לע צו די איבעריגע.אזוי שנעלל? די מעשה האביך ערשט היינט נאכמיטאג אפגעבאקן. ניין. כ'האב עס געהערט מיט יארן צוריק מפה קדשו פון כקש"ת הגה"צ אב"ד ואדמו"ר מוואודרידזש שליט"א... 😂

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:38 am

· #390848
לית דין בר נש
דאכט זיך מיר אז מען האט שוין אמאל גירעדט דערפון דא אין שטיבל
בשעתו האט איינער געשריבן אז די בעל עגלה'ס גאנצע פראפיי"ל (אויב דאס איז די ריכטיגע ווארט) איז אנגישטעלט אויף ענגליש

לית דין בר נש: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. אויב יא זאלסטו מאריך ימים ונשים זיין. אבער דער אמת'ער טעם פארוואס מיין נאמען און פראפייל איז אויף ענגליש איז זייער פשוט. ס'האט צו טון מיט די גאנצע השתלשלות וויאזוי איך בין צוגעקומען צו קאווע שטיבל. את חטאי אני מזכיר. איך האב געהאט א יצר הרע צו ליינען נחום'ס בלאג. און איך האב עטליכע מאל באמערקט ווי ער פאררופט זיך אויף קאווע שטיבל.ביניך געווארן זייער שטארק נייגעריג. און בעת ההוא האביך געהאט שוועריגקיטן איבער צו סוויטשן מיין קאמפיוטער אויף..."היברו"...ס'איז געווען איינגעשטעלט נאר אויף ענגליש. איבער צודרייען עס איז געווען בימים ההם ובזמן הזה א קאמפליצירטע שטיקל ארבעט. אן איך האב מיך געוואלט איינשרייבן אין קאווע שטיעבל. האביך מיך איינגעשריבן אויף ענגליש.

ועוד יש לומר. אין יענע צייטן ביניך געווען זומער וויקענדס (פרייטאג-שבת-זונטאג) ביי א קרוב משפחה א ביסל ווייט פון בורא ד'פרקא. און זיין דעסקטאפ האט מען נאר געקענט שרייבן ענגליש. ווייל זיין זוהן האט אויפגענוצט די גאנצע מעמארי. און מ'וואלט געדארפט אויסמעקן א סאך דעיטא פון זיין קאמפיוטער כדי צו קענען ערלויבן א ..."ריטש"... לענגוויטש ווי היברו. און איך האב געוואלט ליינען און שרייבן אויף קאווע שטיבל אין די צייט (פארשטייצעך אויסער שב"ק.)...דהעט'ס די ענד אוו דהע סטארי...!