☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

447 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:13 pm

· #61916
כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי
מילק שעיק'ר חסידים זענען אריין אין א טיפן טרויער נאך וואס דער גבאי האט געמאלדן אז דער רבי וועט - אנדערש ווי געפלאנט - נישט וויילן חנוכה אין בעיסוואטער. ס'קוים א יאר דורך זינט די פטירה פון אבינו רועני כ"ק אדמו"ר מ'אייז קריעם זי"ע הכ"מ, און די חסידים אין בעיסוואטער האבן אזוי ארויסגעקוקט אויפ'ן רבינ'ס ערשיינונג.

פון רבינ'ס הויף גיט מען אן די סיבה איז צוליב די שטורעם נאכווייען.
-----------

אין אנדערע נייעס הערט מען אז דעם רבינ'ס שליט"א אינגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מ'ספייסי פרענטש פרייס שליט"א וועט ווי געפלאנט פירן אלע חנוכה נעכט אין דמשק פענסילוועניע נישט ווייט פונעם רבינ'ס ציון אין ליבערטי ניו יארק.
------------
אויב איינער ווייסט מער דעטאלן זאל ביטע שרייבן. און ביטע נאר מיט רעספעקט כמובן.

עוד מישהו » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:01 am

· #62008
הרה"ג אב"ד ור"מ מעקק'דרייוו ומצודתו פרוסה על דאנקין דאונאטס והגלילות יצ"ו שליט"א, וועט שבת מפרסם זיין שיעורו ברבים אין מסביר זיין בטוב טעם ודעת, פארוואס א איד האט נישט קיין רעכט צו האבן א דריסת הרגל, אין די געשעפט וואס איז קעגן כל הקדוש לנו קענטאקי פרייד טשיקן אדער ווי גערופן kfc.

דער רב שליט"א וועט פארלערנען זיין וועכנטליכן שיעור די וואך, אין ביהמ"ד הגדול והמפואר דקהל פיצה האט.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:02 am

· #62009
אה ענדליך איינער מאכט זיך וויסענדיג... א דאנק ❗

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:11 am

· #62049
אריין אין שמייכל!!!!!!!!!!!! ארויס פון צימעס אבער שוין!!!!!!

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:14 am

· #62051
נישט אזוי שנעל!

אינטערעסירט עפעס יעדן צי מיין רבי גייט יא זיין אין פאר ראקעוועי צי נישט? כ'מיין אז ניין. וועגן דעם האביך עס דא געלייגט.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:20 pm

· #62090
לץ איינער.

קלארק » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:22 pm

· #62110
נארישקייטן, דער פאקט ווייסט יעדער, מילק שקר רבי האט זיך פיין דערשראקן ווען ער האט געהערט אז זיין עלטערע ברודער רבינו שליט"א הגה"ק מ'אייז קריעם שליט"א (דער עכטער מ"מ אביו בעל אכילת גלידה זצ"ל) גייט זיך געפינען חנוכה אינעם דערנעבעדיגן לאורענס, שלמה גבאי האט געסטראשעט נאך פאר ר"ה אז אויב רבינו שליט"א וועט גיין קיין לאורענס וועט ער נישט לאזן מילק שקר גיין קיין פאר ראקעוועי.

יעצט שעלטן די מילקיס.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:45 pm

· #62115
קלארק, שלום וברכה! (א שיינע ניק, וד"ל...)

דיין ערשטע ווארט איז "נארישקייטן".. ס'איז טאקע צימעס דא, אבער מען קען פארברענגען אויף א ליבליכע פארנעם!

אגב האבעך געהערט אויף דעם מילק-שקר רעבין אז ער גייט פאר שלום, ער איז אנטקעגן מחלוקת, אנדערש ווי מאנכע רבנים.
איז אויב ווילסטו זיך באמת אננעמען לכבודו, דארפסטו רעדן מיט רעספעקט צום חבר!

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:49 pm

· #62116
אה שוין, איינער האט זיך געעפענט א ניק זיך צו שלאגן. שלומאלייכעם אידער וועי. איך זעה אז דו ביזט פון די אייזלען (הערה: די חסידים פונעם עלטערן זון דער רבי מ'אייז קריעם רופט מען ביי אונז די אייזלען, זיי רופן אונז - חסידי כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א - די מילקיס).

דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט! אונז גייט גאנץ ווייניג אן אז דיין רבי איז נע ונד, פליט אהער און אהין ווי ער קען נאר צוזאמען קראצען עפעס א חסיד'ל. מיין רבי פלעגט יעדעס יאר גיין קיין פאר ראקעוועי נאך ווען ער איז געווען רב הצעיר, די אומשטענדן פונעם שטורעם לאזט עס פשוט נישט צו. אבער נישט געזארגט, מיין רבינ'ס זוהן דער דיין אין קהילת סעסימי טשיקן (חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'סעסימי טשיקן שליט"א) גייט וויילן 2 חנוכה נעכט אין ראקעוועי.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:50 pm

· #62117
שקויעך שמעקעדיג! איך האב געבעטן אין אנהויב אז מ'זאל זיין רעספעקטפול און ציוויל.

קלארק » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:55 pm

· #62118
שמעקעדיג
קלארק, שלום וברכה! (א שיינע ניק, וד"ל...)

איך כאפ נישט וואס דו ווילסט.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:04 pm

· #62120
אין א אנדערע חסידות זאגט מען:
ווער עס פארשטייט, פארשטייט.

עוד מישהו » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 6:58 pm

· #62141
זר זהב
(הערה: די חסידים פונעם עלטערן זון דער רבי מ'אייז קריעם רופט מען ביי אונז די אייזלען, זיי רופן אונז - חסידי כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א - די מילקיס).


א גוטע וואך
אוי וויי אמנון יצחק האט גע'אסר'ט די מילקיס, ער רופט דאס מילקי מאוס, משורש מיאוס. 😐

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:38 pm

· #62162
נו פעה, מילקי איז א העברעיש ווארט.

אבי גערעדט » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:10 pm

· #62165
דשאסט אין: מילק שעיק'ער רבי שליט"א האט נארוואס געמאלדן אויף טוויטער, אז אזויווי ער איז א געוואלדיגער אוהב קאפעטשינאו ורודף פרענטש ווענילא אין ער טוט וואס אימער אוועקצושטיין פון מחלוקת, אין צוליב וואס אלע פריוון אויסצוארבעטן בדרכי שלום האבן זיך אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז, וועט דער רבי שליט"א טוען א געוואלדיגע מעשה רב אין היי יאהר בכלל נישט צונדן קיין חנוכה לעכט.. עס איז ערווארטעט אז די מעלדונג וועסט פאראורזאכן א געפערליכע שטורעם האלט אייך געשפאנט

petergrifin » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:13 pm

· #62166
נאך איינער
הרה"ג אב"ד ור"מ מעקק'דרייוו ומצודתו פרוסה על דאנקין דאונאטס והגלילות יצ"ו שליט"א, וועט שבת מפרסם זיין שיעורו ברבים אין מסביר זיין בטוב טעם ודעת, פארוואס א איד האט נישט קיין רעכט צו האבן א דריסת הרגל, אין די געשעפט וואס איז קעגן כל הקדוש לנו קענטאקי פרייד טשיקן אדער ווי גערופן kfc.

דער רב שליט"א וועט פארלערנען זיין וועכנטליכן שיעור די וואך, אין ביהמ"ד הגדול והמפואר דקהל פיצה האט.


ר״ל װי אינז האלטען הײנט אז מעמישט בשר בחלב לשם שמים

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:14 am

· #63630
רבינו מ'מילק שעיק שליט"א ביי די הקפות שניות. (מערקט אן עטליכע אייזלען לאכן און מאכן חוזק)

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:26 pm

· #63859
נאכן טאנצן אזוי איז ער טאקע א מילקשעיק.

זר"ל, ביסט אייזן!!

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:27 pm

· #63861
sunbar
נאכן טאנצן אזוי איז ער טאקע א מילקשעיק.

😂 😂

קלארק » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:37 pm

· #63864
[quote="זר זהב"]רבינו מ'מילק שעיק שליט"א ביי די הקפות שניות. (מערקט אן עטליכע אייזלען לאכן און מאכן חוזק)

יא יא... טיפיקעל מילקי אזוי ווי אלע שונאים זיך נישט געדרייט קיינמאל ביי רבינו הגה"ק בעל אכילת גלידה זי"ע ווייסט אפילו נישט ווער ס'איז וואס. איך זעע נישטא קיין איין אייז קריעם חסיד! וואס איך זעה יא ביים סוף קליפ ווי א מילקי ווארפט אראפ זיין אייגענעם רבין! א שטויס האלטן ענק פון ענקער שקר רבי'ן, ער האט נעבעך נישט געוואוסט אז מ'רעקארט עס. אבער דו רעדדיך ווייטער איין אז אייז קריעם חסידים גייען צו דיין רבי'ן, אויב דאס מאכט אייך העפפי.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:39 pm

· #63865
קלארק וואס פעהלט אויס צו שרייבן מיט אזא האס? עפעס באדערט אייך?

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 6:06 pm

· #63876
דער בחור-אינגערמאן וואס מען שלעפט אריין טאנצן איז נישט אזא שטארקע חסיד. ער איז געקומען ווייל זיין טאטע האט עם געצווינגען. דער וואס שלעפט עם אריין איז א בהמה. ער מאכט אז נעקסטע מאל וועט ער נישט קומען.. .

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:03 pm

· #63899
פארוואס איז נישטו קיין קינדער אפטיילונג געהעריג פאר אזעלכע געשמאקע שמיעסן?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:05 pm

· #63900
ס'דא א קינעדער אפטיילונג, נישט יעדער קען דארט אריינגיין. מ'דארף קודם שרייבן 2000 אומזאכליכע תגובות.

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:06 pm

· #63901
signout
פארוואס איז נישטו קיין קינדער אפטיילונג געהעריג פאר אזעלכע געשמאקע שמיעסן?


די ווילסט זיין די אחראי דערויף?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:20 pm

· #63909
זר זהב
ס'דא א קינעדער אפטיילונג, נישט יעדער קען דארט אריינגיין. מ'דארף קודם שרייבן 2000 אומזאכליכע תגובות.

ווי ווייט האלסטו?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:21 pm

· #63910
איך האב אנגעהויבן אבער גלייך אויפגעגעבן. כ'מיין אלעס האטאך א גבול!

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:23 pm

· #63912
איך אויך
זר זהב
ס'דא א קינעדער אפטיילונג, נישט יעדער קען דארט אריינגיין. מ'דארף קודם שרייבן 2000 אומזאכליכע תגובות.

ווי ווייט האלסטו?


די דארפסט פאארשטיין אז ער איז שוין אונטערגעוואקסן זייט ער האט אנגעהויבן שרייבן דא....

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:30 pm

· #64537
איינער האט עפעס געהערט? כא'באקומען א טעקסט אז רבינו מ'מילק שעיק האט געהאט א שטיקעל סטראוק שבת. איינער ווייסט עפעס מער?

מיקוה נייעס » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:31 pm

· #64538
יא עס איז געווען שבת נאך די טשולענט האט ער אריינגעלייגט און בעט און די באמבע האט אויפגעריסן

מיקוה נייעס » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:32 pm

· #64540
מיקוה נייעס
יא עס איז געווען שבת נאך די טשולענט האט ער זיך אריינגעלייגט און בעט און די באמבע האט אויפגעריסן

משכיל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:43 pm

· #64553
עס דערמאנט מיר וואס מען הערט על פי רוב אין פאבליק ערטער ווי די טונקעלע זיצן און איינער פון זיי זאגט א ווארט און אלע זיינע חברים הייבן אן צו לאכען ווי משוגעים אי הא הא הא הא הא הא, דער ציווילער מענטש האט נישט קיין השגה פון וואס מען לאכט.
איך זיץ דא און איך פיל ממש אזוי.

sunbar » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:51 pm

· #64558
הייב דיך אויף און גיי ארויס

עוד מישהו » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:53 pm

· #64561
זר זהב
איינער האט עפעס געהערט? כא'באקומען א טעקסט אז רבינו מ'מילק שעיק האט געהאט א שטיקעל סטראוק שבת. איינער ווייסט עפעס מער?


וואו יעצט פארשטיי איך שוין פשט פון די מנין זוכעריי, ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל צוויי וואכן צוריק, (איך בין אוועקגעפארן פאר די קריג) האב איך געזען צעטלעך פון קאמפעניס, וואס שטעלן צוזאם מנינים ביים כותל, להצלחת דער וואס גלייבט אז זיי גייען טאקע צום כותל. האבן זיי געשריבן אויף די צעטלעך, אז היות ווי עס איז באוואוסט אז זיי האבן נאך קיינמאל קיין איין מנין נישט צאמגעשטעלט, און מילק שעיקע רבי האט גערעדט וועגן די פארגלייבעניש אין דעם, ביי די נעילת החג טיש מוצאי שמח"ת, כדי להוציא מליבן של ישראל די חשד, זוכן זיי מענטשן צו מאכן מנינים תהלים ביים כותל.

איך האב מיך אבער נישט פארגעשטעלט אז עס איז איהו לא חזי מזליה חזי, מרוב קדושת גניבתם, האבן זיי מרגיש געווען, אז מען דארף מתפלל זיין לישועת האדמו"ר מ'מילק שעיק, זאל ער האבן א רפואה בקרוב ממש.

וואס איז זיין מאמעס נאמען?
😂

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:59 pm

· #64565
גענענדל

sunbar » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:01 pm

· #64568
איך ווייס נישט פארוואס זי האט זוכה געווען צו אזא זון....

עוד מישהו » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:06 pm

· #64571
אוי איך האב פארגעסן צו פרעגן וואס זיין נאמען איז, די רגע וואס איך וועל וויסן וועל איך מיך אליין צאלן די $180, און אויסזאגן גאנץ תהלים אין חודש אלול.

זרזהב דו ביסט אייזן, בעצם ביסטו גאלד.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:11 pm

· #64574
נאך איינער
זרזהב דו ביסט אייזן, בעצם ביסטו גאלד.

זיך נישט פארמישן מיט אונזער ניק "גאלד".

עוד מישהו » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:21 pm

· #64583
חס ושלום שמעקעדיג, יעדער איינער איז בארעכטיקט צו זיין פארדינטע רעספעקט, ביי מיר זענען כולם אהובים וכו', און איך בין ח"ו נישט פוחת בכבוד נישט אין גאלד און נישט אין זר זהב.

משכיל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:09 am

· #64762
איך זעה אז עס הערשט א געוואלדיגע שלום ושלוה צווישען די אלע רביים דא, אפשר כדי עס זאל זיין ווירטשועל וואלט זיך איינער געדארפט ערקלערען אלץ - האדמו"ר דאייז קרים - דאמבראווע,י

אי הא הא הא הא הא הא הא הא
ditto ditto

עוד מישהו » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 9:09 am

· #65883
משכיל
איך זעה אז עס הערשט א געוואלדיגע שלום ושלוה צווישען די אלע רביים דא, אפשר כדי עס זאל זיין ווירטשועל וואלט זיך איינער געדארפט ערקלערען אלץ - האדמו"ר דאייז קרים - דאמבראווע,י

אי הא הא הא הא הא הא הא הא
ditto ditto


קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:25 pm

· #66154
לעמען דזשוס רבי וועט זיין אין וואדרידזש שבת חנוכה?

עוד מישהו » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 6:44 pm

· #66318
איך האב געהערט די שבת א שמועס אין מקוה, אז לעמאן זשוסע רבי ביז 120 לאויט"א, האט לעצטנס א שידוך געטון, ס'איז מיר נישט אויסגעקומען צו הערן מיט וועם, וואס כ'האב יא געהערט איז די מחותן א גרויסע יחסן, גראדע אייניקלעך פון אלטע זיידע תרח, זיי זענען אויך אייניקלעך בן אחר בן פון אדם הראשון.
ווייסט עמיצער ווער די מחותנים זענען?

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:14 pm

· #66365
אין די ביהמ'ד אין פאר ראקאוועי איז געגאנגען הענט און פיס ביים ליינען דער שבת. איינער האט אפשר מער פרטים?

עוד מישהו » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 6:55 am

· #66458
מ'שמועסט עפעס אז די סיבה פון די רייסערייען אין פאר ראקוועי, איז געווען צוליב די קידוש נאך די שלושים פון די גרויסע מיסיס, וואס האט געבלאזן אויף ניו יארק, און זי האט ווי אן אקס שדרכו להזיק געמאכט דארט שווערע שאדנס.
בקיצור האט עפעס א ניצול געמאכט א קידוש הודאה, און מ'האט זיך ארומגעשלאגן איבער די הערינג, יעדער האט געוואלט כאפן פאר זיך עפעס אנדערש, ביז ס'איז געווארן א דריטע צו א פערטע וועלט מלחמה.
ביז איין מתפלל האט זיך אויפגעהויבן און אויסגערופן ארור האיש שלא אוהב שמיעה טובה במיונז ונשאר במקום הזה, און גלייך האבן צענדליגע הונדערטע טויזענטע, זיך אנגעשלאסן צו די מתפללס אויסרוף, און געגרינדעט די נייע שול, ביהמ"ד קהל יראים שע"י שמיעה טובה, פה פאר ראקאוועי.

נס קאווע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:59 pm

· #66811
ווייסט איינער פארוואס די וואך דעקט נישט כ"ק אדמו"ר ממילק שעיק נאר דעם ברודער?

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:01 pm

· #66813
טיפיקעל ווייל די אייזלען באצאלן אז ער זאל נאר זיי דעקן און נישט דעם ברודער

נס קאווע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:44 pm

· #66828
אבער ער האטעך א שטארקע פאוער און א גרויסע קלייענטעל, האט ער נישט מורא זיי וועלן איהם בויקאטן?

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:46 pm

· #66829
ס'האט אים טאקע געשאט דערפאר איז ער ארויף מיט די פרייז!

נס קאווע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:54 pm

· #66834
וועלכע צייטונג/מאגאזין דעקט איהם יא?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9