BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
די נייעס קומט אריין אז נאך היינט ביינאכט קומט ארויס די פסק דין פון די באבוב'ע דין תורה!
נאך 9 יאר זיך רייסן און צורייבן מיט יעדעם, וועלן די 5 רבנים/דיינים אפעציעל פסק'ענען די דין תורה.
אומבאשטעטיגט אז צד מהרמ"ד דארף ביז 90 טעג אויפקומען מיט א צונאמען צו באבוב, וואס מוז ווערן צוגעלייגט צו אלע זייערע מודעות, און בנינים.
זיי וועלן באקומען 6.2 מיליאן דאללער (בערך 5 פראצענט פון מוסדות באבוב), וואס צד מהרב"ץ וועט דארפן צאלן מיט פעימענטס ביז 5 יאר.
עד שבית דין יכופו אותם להחזיר את הביהמ"ד וכל המוסדות...
עס איז ממש א געפערליך
די קלאפ איז פילפאכיג גרעסער ווען צד מהרמ"ד איז דער וואס האט לכתחילה תובע געווען אלעס פון צד מהרב"ץ.
זיי באקומען 6.2 מיליאן דאללער, קוים 5% פון רכוש באבוב, און דאס אויך נאר אין געלט און נישט מיט בנינים, און אויך נאר מיט פעימענטס איבער 5 יאר, ד.מ. 310,000 יעדע 3 חדשים.
די רעכט זיך צו רופן באבוב בלעדי באלאנגט אויסדרוקלעך נאר פאר הרה"צ ר' בנציון אריה ליבוש האלבערשטאם שליט"א. (בי"ד גיט אים די רעכט צו צולייגן א נאמען אויב ער וויל 😉 )
הרה"צ ר' מרדכי דוד אונגאר שליט"א און הרה"צ ר' יהושע רובין שליט"א מעגן זיך רופן באבוב, אבער נאר מיט א שם לווי (און נישט באביב אדער באבאוו)
יעדע מאל אדער וועג ווען מען רופט צד מהרמ"ד מוז עס זיין מיט א וועג אז מען זאל גלייך וויסען פון וועלכע צד מען רעדט.
זיי קענען צולייגן סיי וועלכע נאמען פון א שטאט וכדו' צו די נאמען באבוב, (אבער בי"ד שרייבט אז צד מהרמ"ד וויל בעסער צולייגן 45 ווי א צווייטע נאמען)
אויב זיי רופן זיך באבוב 45 (אזוי ווי ביז היינט) מוזען זיי שרייבן די זעלבע גרויס 45 ווי די ווארט באבוב. און אזוי אויך אן א הפסק צווישן באבוב מיט 45.
זיי מעגן זיך נאר רופן באבוב מיט א שם לווי, אויב זיי טוישען די נעמען פון אלע זייערע מוסודות/בנינים צו די נאמען וואס זיי טוישן, אזוי אויך דארפן זיי טוישן די UNIFORM פון די בית חינוך לבנות.
א געזונטע קלאפ פאר צד מהרב"צ
כשצד ב' (מהרב"צ) מתייחסים לצד א' (מהרמ"ד) עליה לקרוא להם בשם באבוב-45, ולא לכנות אותם בשמות אחרים...
WOW איך קען עס נישט גלייבן, יקוב הדין את ההר
יין שרףא געזונטע קלאפ פאר צד מהרב"צ
כשצד ב' (מהרב"צ) מתייחסים לצד א' (מהרמ"ד) עליה לקרוא להם בשם באבוב-45, ולא לכנות אותם בשמות אחרים...
אויך מיר א קלאפ, דאס איז טייטש ביטער סוויט
למשל ווען סאטמאר גייט צו א ד"ת און בי"ד פסק'נט אז איינער מוז זיך רופן סיגעט-סאטמאר, וואלט פאר די אנדערע צד אנגעגאנגען זיי אזוי צו רופן? אבי דו ביסט נישט סאטמאר בלעדי
רמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד
איך ליין און איך ליין און איך רייב מיך די אויגן, מבלי להאמין, איז דאס טאקע סופי?
קרעקעררמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד
וועם מיינסטו באנדיטן?
איך האלט אויך ווי דיר, הלואי ער קומט ארויס מיט אזא בריוו אז יעדער מוז אננעמען דעם פסק, ווייל בדרך הטבע קען ער סיי ווי גארנישט צוריקדרייען, ער וועט האבן א גרויסע זכות צו ווייזן פאר די וועלט אז אפילו אין תשע"ד פאלגט מען א בי"ד
זיידעטשקענאך אזוי פיל יארן האף איך אז די בי"ד וועט נישט נאר ארויסגעבן צוויי צעטלעך מיט די פסק, נאר א אפיציעלע ביאור וואס איז מסביר די גאנצע פסק מיט אלע מקורות.
שוין ארויסגעקומען. עס הייסט הברי והשמא...
פאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.
כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.
כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.
מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.
חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.
מאדנער קעפל פארן אשכול. מען האלט נאך בעפאר ר"ח אלול און באבוב האלט שוין ביים ברעיקינג, גמר הדין....
שרייבערקרעקעררמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד
וועם מיינסטו באנדיטן?
איך האלט אויך ווי דיר, הלואי ער קומט ארויס מיט אזא בריוו אז יעדער מוז אננעמען דעם פסק, ווייל בדרך הטבע קען ער סיי ווי גארנישט צוריקדרייען, ער וועט האבן א גרויסע זכות צו ווייזן פאר די וועלט אז אפילו אין תשע"ד פאלגט מען א בי"ד
נישט זיכער אז דאס איז ריכטיג יעצט, ווייל צוליב עטליכע סיבות האט צד 45 נאך געוואלט פארלייגן נייע טענות און מ'האט זיי נישט אויסגעהערט, און עס איז קלאר פאר יעדן נייטראלער אז מ'האט דא געפסקענט זייער בלינד און איין זייטיג, ונחיה ונראה.
3 יאר צוריק האט מען נאכאמאל גע'חתם'עט שטרי בירורין, אז מען גייט שרייבן די פסק דין, ווייל די אלע טענות איז שוין אויסגעדראשן געווארן!
און ביידע צדדים האבן גע'חתם'עט.
נאכן בויקאטירן בי"ד פאר צוויי יאר האבן זיי זיך "דערמאנט" נייע טענות וואס מען האט נאכנישט געזאגט, אבער מיר קענען עס נישט זאגען ווייל צוויי דיינים זענען משוחד און פסול...
דאס איז נישט א פיינעל פסק, אזוי ווי בי"ד שרייבט אליין.
קינד_אן_קייטפאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.
כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.
כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.
מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.
חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.
די דין תורה האט מען געקענט דן זיין פאר ברכת התורה. עס האט גארנישט געהאט מיט הלכה. די פס"ד האט אויך נישט קיין איין ווארט תורה אויף זיך. עס איז באזירט אויף וואס וויל דער און וואס וויל דער. מען קען עס לייענען אין בית הכסא עס האט נישט קיין קדושה.
יא עס איז א פאטש. איך האף אז די רבי וועט נישט פייטן ווייטער און מען וועט אראפשלינגען די פראסק וואס אונז האבן היינט געכאפט.
עס איז יעצט די צייט וואס מיר מוזען זיך אהנהייבן צו היילן פון די שנאה און מחלוקת וואס דאס האט גורם געווען.
Rm''d plans to call his Kehila by the new name
**Bobov Fu
Nobody will say the second word
[ציטאט אראפגענומען]
זיי שרייבן טאקע אז דאס האבן זיי נאר געשריבן ווייל זיי האבן פארשטאנען אז אונז ווילן אזוי. אבער אויב מען וויל צולייגן א נאמען פון א שטאט מעג מען . אבער דעמאלס מוז עס זיין פאר די נאמען באבוב. און עס האט אלע תנאים פון 45
WOW נישטא קיין ווערטער, ווער איז די פערטע דיין וואס זיין חתימה איז ליידיג, אזא פסק מיז זיין דעקאמענטירט מהיכן דנתוני, ווער ווייסט וויפיל האט די ד''ת געקאסט פאר רמ''ד אפשר מער ווי די גאנצע 6 מיליאן וואס זיי גייען באקומען אין פעימענטס.
outspokenWOW נישטא קיין ווערטער, ווער איז די פערטע דיין וואס זיין חתימה איז ליידיג, אזא פסק מיז זיין דעקאמענטירט מהיכן דנתוני, ווער ווייסט וויפיל האט די ד''ת געקאסט פאר רמ''ד אפשר מער ווי די גאנצע 6 מיליאן וואס זיי גייען באקומען אין פעימענטס.
הרב בערגער בורר צד רמ"ד וויל נאך נישט חתמנען
למעשה פאר ווער עס ווייסט, פינסק קארלין איז אויך א קהילה שנחלקו פון קארלין סטולין. עס איז געווען א היציגע דין תורה, און בי"ד האט אויך אזוי געפסקענט אז זיי דארפן טוישן די נאמען, און אויב זיי ווילן דוקא די נאמען קארלין דארפן זיי צולייגן א צווייטע נאמען פארדעם, וכן עשו.
למעשה יעצט געדענקט כמעט קיינער נישט אז סקאיז אמאל געווען מחלוקות דארט, נאר עס איז צוויי שיינע באזונדערע קהילות.
לאמיר האפן אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 וועט אויך אזוי טוהן, און אנשטאט צולייגן א נומער זאל ער צולייגן א שטאטס נאמען כגון צאנז-באבוב אדער ראפשיץ-באבוב. ס'איז אסאך בכבוד'יג, און מער ערוואקסן.
ער האט יעצט א געלעגהייט ארויסצוגיין א געווינער, ניין נישט מיט געלט און נישט מיט בנינים, נאר מיט מעטשורקייט אנפאנגען א נייע פרשה מיט א נייע נאמען.
אויב עס בלייבט אזוי לאזט זיך גלייבן אז ביז 15-20 יאר וועט די מחלוקות אינגאנצן איינשטילן. פארקערט ווי ווען צד מהרב"צ וואלט פארלוירן...
יין שרףלמעשה פאר ווער עס ווייסט, פינסק קארלין איז אויך א קהילה שנחלקו פון קארלין סטולין. עס איז געווען א היציגע דין תורה, און בי"ד האט אויך אזוי געפסקענט אז זיי דארפן טוישן די נאמען, און אויב זיי ווילן דוקא די נאמען קארלין דארפן זיי צולייגן א צווייטע נאמען פארדעם, וכן עשו.
למעשה יעצט געדענקט כמעט קיינער נישט אז סקאיז אמאל געווען מחלוקות דארט, נאר עס איז צוויי שיינע באזונדערע קהילות.
לאמיר האפן אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 וועט אויך אזוי טוהן, און אנשטאט צולייגן א נומער זאל ער צולייגן א שטאטס נאמען כגון צאנז-באבוב אדער ראפשיץ-באבוב. ס'איז אסאך בכבוד'יג, און מער ערוואקסן.
ער האט יעצט א געלעגהייט ארויסצוגיין א געווינער, ניין נישט מיט געלט און נישט מיט בנינים, נאר מיט מעטשורקייט אנפאנגען א נייע פרשה מיט א נייע נאמען.
אויב עס בלייבט אזוי לאזט זיך גלייבן אז ביז 15-20 יאר וועט די מחלוקות אינגאנצן איינשטילן. פארקערט ווי ווען צד מהרב"צ וואלט פארלוירן...
פינסק קארלין איז כאטש געבליבן מיט עטליכע בנינים
תמימותדיגעoutspokenWOW נישטא קיין ווערטער, ווער איז די פערטע דיין וואס זיין חתימה איז ליידיג, אזא פסק מיז זיין דעקאמענטירט מהיכן דנתוני, ווער ווייסט וויפיל האט די ד''ת געקאסט פאר רמ''ד אפשר מער ווי די גאנצע 6 מיליאן וואס זיי גייען באקומען אין פעימענטס.
הרב בערגער בורר צד רמ"ד וויל נישט חתמנען
לידועה בעלמא ע"פ הלכה אויב 3 בוררי"ם חתם'ענען, איז די פסק דין מחייב, אפילו אויב נישט אלע שרייבן אונטער.
קריינא דאיגרתאתמימותדיגעoutspokenWOW נישטא קיין ווערטער, ווער איז די פערטע דיין וואס זיין חתימה איז ליידיג, אזא פסק מיז זיין דעקאמענטירט מהיכן דנתוני, ווער ווייסט וויפיל האט די ד''ת געקאסט פאר רמ''ד אפשר מער ווי די גאנצע 6 מיליאן וואס זיי גייען באקומען אין פעימענטס.
הרב בערגער בורר צד רמ"ד וויל נאך נישט חתמנען
איז דען נישט דער בורר מחיוב צו חתמ'ענען מיט'ן רוב?
ער איז מחוייב. אבער ער טענהט אז א צווייטע בי"ד דארף קודם דן זיין אויב רב באבד מיט זלמן מעג פסקנן די דין תורה
יין שרףתמימותדיגעoutspokenWOW נישטא קיין ווערטער, ווער איז די פערטע דיין וואס זיין חתימה איז ליידיג, אזא פסק מיז זיין דעקאמענטירט מהיכן דנתוני, ווער ווייסט וויפיל האט די ד''ת געקאסט פאר רמ''ד אפשר מער ווי די גאנצע 6 מיליאן וואס זיי גייען באקומען אין פעימענטס.
הרב בערגער בורר צד רמ"ד וויל נישט חתמנען
לידועה בעלמא ע"פ הלכה אויב 3 בוררי"ם חתם'ענען, איז די פסק דין מחייב, אפילו אויב נישט אלע שרייבן אונטער.
נישט אלע מאל. אבער דא דאכט זיך אז דו ביסט גערעכט. ווייל ביי די צווייטע שטרי בירורין וואס מען האט געחתמט פאר דריי יאר, האט מען קלאר ארויס געשריבן (כפי ששמעתי) אז אויב דריי פסקנן איז עס מחייב.
[ציטאט אראפגענומען]
שטייט קלאר אז אויב די אנדערע מוסדות וועלן נישט שרייבן באבוב 45 טאר דער רבי נישט זיך ריפן באבוב 45 (זעה סעיף טו)
[ציטאט אראפגענומען]
נישט באבוב און נישט באבוב 45
אפשר צאנז
[ציטאט אראפגענומען]
ער קען זיך נאר רופן מיט די נאמען "באבוב" אדער אז עס גייט גלייך דערנאך א 45 אדער פארדעם א צונאמען, סאו אויב עפעס אדמו"ר ממאנסי-באבוב...
אבער דעס קען ער אויך נאר אויך מען טוישט אלע מוסודת בכל מקום שהם צו די נאמען וואס ער רופט זיך.
באבוב 45?
באבוב פינף און פערציג? באבוב פאורטי פיפט? באבוב פורטי פייוו? באבוב ארבעים וחמש?
א נאמען פון א חסידות וואס ווערט געליינט פון לינקס אויף רעכטס? 😕
טרעף עפעס א שיינער נאמען פון א שטעטל און פערטיג!!
די ערשטע מאל באבוב איז ווערט געלט. כ'בין זיכער ר' שלמה'לע האט הנאה אין גן עדן.
איך בין אויף געשטאנען א באבובער און איך גיי שלאפן א באבובער 45ער!!!!!!
אוי עס איז א שווערע פאטש צו שלינגען
אבער וואס קען מען טוהן
וואס זאג איך פאר מיינע קליינע קינדער????????
וואס בין איך מסביר פאר מיין בחור'ל??????????????
אוי איך באגראב זיך פאר בושות!!!!
ר' אברהם ברוך ראזענבערג (דיין) וועלכער האט דורכגעטון גאר קלאר די ענין האט געשריבן אן אייגענע פסק און א ביאור. דאס איז זיין שיטה, און ווילאנג די בית דין איז נישט מסביר תורה'דיג אזוי ווי ער איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס זייער פסק זאל זיין גילטיג.
📎 4.jpg 📎 3.jpg 📎 2.jpg 📎 1.jpg
המשך דעתה של תורה
📎 6.jpg 📎 5.jpg
לאליפאפ ער האט עס געשריבען תשס״ח. אזוי מײן איך.
קען מיר איינער מסביר זיין די בושות דא?
נישט ווייל מורינו ורבינו הקוה"ט שלמה בן הקדוש רבינו בן ציון הי"ד האט נאך א קינד בחיים בין איך מחויב צו גיין צו אים.
איך וויל אים נישט פאר מיין רבי און מורה דרך און פארטיג!
נישט אומזינסט איז דא הלכות אין שלחן ערוך בענין קהילה שנחלקו.
נאר זיי בלייבן די ארגינעלע קהילה, און אונז עפענען א פרישע קהילה.
א קהילה שנחלקו באקומט געוויסע פראצענטן פון די ארגינעלע קהילה, און דאס איז וואס אונז באקומער.
קיינער קיינער וועט נישט צוריקלויפן קיין באבוב (באבוב...) ווייל באבוב45 האט פארלוירן.
זיי שטאלץ מיט דיין רבי און פארטיג.
תמימותדיגעאיך בין אויף געשטאנען א באבובער און איך גיי שלאפן א באבובער 45ער!!!!!!
אוי עס איז א שווערע פאטש צו שלינגען
אבער וואס קען מען טוהן
וואס זאג איך פאר מיינע קליינע קינדער????????
וואס בין איך מסביר פאר מיין בחור'ל??????????????
אוי איך באגראב זיך פאר בושות!!!!
איך שפיר אז דו ביזט אן אכט און פערציגער וואס שפילט א געים... סאיז א גוטן סטראטעגיע אזוי איידלהייט פארכמורענען די עכטע פינף און פערציגער'ס, לייג דיך שלאפן בשמחה ובטוב לב!
ק/פ
װער האט געגלײבט אז כ״ו אב איז א באבוב׳ער 45 יארצײט..
איך קוועל!!!!
I'm kvelling from the profound moment,
דער עולם איז אויף, ס'טוט זיך אויף טישן און אויף בענק, 👍 😃 🙂 😉 😞 😮 😲 😕 😎 😂 😠 😳 😢 😈 😈 ❓ 💡 ➡️ 😐 😁 🤓 🤓
@לאליפאפ הרב א.ב. ראזענבערג האט אונטערגע'חתם'עט די פסק דין!!!
petergrifinלאליפאפ ער האט עס געשריבען תשס״ח. אזוי מײן איך.
ליין עס און זאג מיר.
יין שרף@לאליפאפ הרב א.ב. ראזענבערג האט אונטערגע'חתם'עט די פסק דין!!!
ריכטיג. ווייל רוב האט געהאלטן אנדערש ווי אים.
אז בי"ד שרייבט איז עס געשריבען, אבער ס'מאכט נישט קיין טראפ סענץ! אין יעדע אזא דין תורה איז דא עפעס פשרות, א פערטעל א דריטעל, אזוי איינזייטיג? אונטערשטע שורה, ס'שטינקט!
עס איז היינט א פאקט ליידער ביי פילע דין תורה'ס אז ס'שטינקט אין גרויסן
רבותי !!! ווען איר ווילט מיט א איד גיין אין דין תורה זייט מברר בעפאר גענוי מי ומי ההולכים עס זיצען היינט א חברה גענגסטער'ס אין דעם פיעלד.
ופסק דין הנ''ל יוכיח און אלס איז נזקף לזכותו פינעם צד הב' וואס האט אנגעדרייט מיט אלע סארט פסלנות ארויסצוגעבן א פסק מעוות.
די בלעטער וואס איך האב דא ארויפגעלייגט האט רמ"ד'ס צד יעצט אפגעשריבן פון אלטע דאקומענטן מיט טענות וואס ר' א"ב ראזענבערג האט אפגעשריבן פאר בי"ד, למרות אז ער האט יעצט אונטערגע'חתמ'ט איז קלאר אז ער האלט נישט אזוי באמת נאר ער איז געצווינגען (פון וואס??).
טשעקטס אויס וואס דער כותב שרייבט אויפן צווייטן בלאט, הארט פאר די גרויסע אותיות חזקו ואמצו.
לאליפאפ דיין פנים זעט אויס צו אנגעצויגען דארט מעגסט דיר בארואיגן אביסל, רמ''ד למעשה האט ארויסגענומען א שיין ציבור צו זיך פון באבוב
ווייט פישעס איז היינט א פאקט ליידער ביי פילע דין תורה'ס אז ס'שטינקט אין גרויסן
רבותי !!! ווען איר ווילט מיט א איד גיין אין דין תורה זייט מברר בעפאר גענוי מי ומי ההולכים עס זיצען היינט א חברה גענגסטער'ס אין דעם פיעלד.
איך בין שוין געווען ביי צוויי דין תורה'ס און די מצב איז שטינקעדיג.
אבער איך האב געפאלגט א פארלוירענע דין תורה, אפילו איך ווייס אז די צד שכנגד האט נאר געוואנען דורך שקרים וואס טייל פון די דיינים האבן געוויסט אז עס איז שקר. ווייל טו בעד מען מוז פאלגען די דין תורה. איין זאך האב איך מיר געלערנט אז בעסער פארליר געלט ווי איידער גיין צו די היינטיגע אמעריקאנער בית דיןס
װי זעהסטו אז ס׳איז פון יעצט? ער האט געשריבען א קלײנע זאך תשס״ח און אײנער האט עס יעצט
גענומען און צו געלײגט הגה׳ס אבער ס׳קומט נישט פון רב ראזענבערג.