☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16861

מי אני » מיטוואך פעברואר 7, 2024 7:07 pm

· #548665
איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
כ׳האב געזעהן אז עס זענען דא עטליכע טעאיסטן וואס פּאזיטירן אז אונזער וועלט איז די גיהנום ממש. זה אומר בכה וזה בכה בזה. כ׳האב (נאכ)נישט געזעהן די טעזע אין אַן אקאדעמישן וטעאלאגישן פארמאט, חוץ דאס וואס מ׳קען אפשר מעמיס זיין בדבריה של קריסטיִן דע פּיִזאַן, אבער איך גלייב אז מ׳דארף אבער צו נעמען די טעזע (וועלכע האט בּודהיסט קלאנגען) ברצינות.

דאס איז ווייל אזא קאנסעפּשאן איבער וואס עלמא הדין איז באמת בתוך טעאיזם, פארענטפערט עטליכע טעאלאגישע פראבלעמען בחדא מחתא. צום אלעם ערשטן פארענטפערט דאס סיי די טעאלאגישע פראבלעם פון שלעכטס על הכלל און די פראבלעם פון גיהנום בפרט. דאס איז ווייל אויב איז דא א ג-ט וועלכער האט באשאפען מערערע עולמות און רעלמס, איז יתכן אז עס איז שייך אופנים מ׳דארף באשטראפן די יצורים וועלכע האבן געזינדיגט אין אַן אנדערן העכערן רעלם (וואס אונז קענען ניטאמאל משיג זיין נישט די סארט יצורים און נישט זייער זינד בכלל, והכל בלשון מושאל). והיינו, זיי שיקן ״אין גיהנום״. יעצט, אונזער וועלט איז דאך פיל מיט רעות, וואס אט דאס איז דאך די פראבלעם פון שלעכטס. אבער אויב איז אונזער וועלט די גיהנום ממש, צו וואו די יצורים ווערן געשיקט אפצוקומען, איז דאך פשוט פארוואס עס זענען דא רעות בהעולם. דאס איז דאך די גאנצע פּוינט פון גיהנום ועונש! איי, אויב אזוי ווערט פארקערט שווער איבער פארוואס זענען דאן דא טובות בהעולם, ועכ״כ אז דער רמב״ם ודעימיה טענה׳ן אז די טוב בהעולם וועגט איבער די רע? דאס איז ווייל ג-ט האט געוואלט (בלשון מושאל) באשאפען דאס ״בעסטע פון אלע מעגליכע גיהנומס״. אין אנדערע ווערטער, אז די פראבלעם פון גיהנום ווערט נישט נולד. אויב איז אונזער וועלט דאס וואס די ״גיהנום״ איז און מיינט, וואס כנ״ל קען מען דאך טענה׳ן אז אונזער וועלט האט מער טוב (ועכ״כ אז עס יתכן א יעוד שבו צו אַך ורק תענוג להאדם בעוה״ז), דאן איז שוין ״גיהנום״, הגם עס איז צער און פּיין ל״ע, נישט אזוי געפערליך אויף צו טענה׳ן נגד הקב״ה. ער האט געמוזט באשאפן א ״גיהנום״, און ער האט געזוכט דאס בעסטע מעגליכע וועג דאס צו טוהן אז עס זאל דאך נאך אלס זיין ״טוב״. ואפשר לומר דזהו הרמז בב״ר (ט ו) אמר ר' זעירא והנה טוב מאד זו גיהנם ע״ש.

אין אנדערע ווערטער, דאס איז אַן עקסטרעמע ווערסיע פונעם תירוץ פון ״גילגול״ אויף צו פארענטפערן פארוואס מ׳קומט אפ אויף די וועלט, והוא מחמת עוונות אינעם פריערדיגן גילגול. ביי דעם איז דאס נישט אז מ׳ווערט (דייקא) מגולגל פון א פריערדיגן לעבן אויף די וועלט, נאר מ׳ווערט דא אריינגעשטעלט מחמת ״עוונות״ פון אַן אנדערן העכערן רעלם. וויבאלד דאס איז די רעלם פון ״גיהנום״ ועונש ממש. און איינער ליידט מער און איינער ווייניגער ווענדענדיג זיך אין זיין ״חטא״ אינעם העכערן רעלם.

א חבר מיינער א חכם מחוכם האט אויך געהאט געטראכט פון די טעזע מדעת עצמו. ער האט געקלערט אז דאס קען אויך פארענטפערן די טעאלאגישע פראבלעם פון בחירה חופשית נגד גזירה והכרח. והיינו, ווייל אויב איז אונזער וועלט די גיהנום ממש וואס מ׳מיינט מיט ״גיהנום״, דאן איז מער יתכן אז ס׳זאל טאקע אלעס זיין דיטערמענד, כדי אז מ׳זאל פונקטליך אפקומען דאס וואס ג-ט וויל מ׳זאל אפקומען. און דאס וואס עס דאכט זיך פאר׳ן מענטש אז ער האט יא א בחירה חופשית כדי לבחור באיזה דבר, איז אליינס א חלק פונעם עונש דורכ׳ן אים דאדורך געבן פסיכאלאגישע צער אז דאס וואס ער ליידט איז מחמת רוע בחירתו. און דאס זעלבע איז אויף דעם וואס מ׳האט א לעהרע פון ״גיהנום״ דא אויף אונזער וועלט אז דאס איז א מקום עונש ״ערגעץ אנדערש״ מעלמא הדין, איז אויך דאס: להפחיד את האדם בהעולם הגיהנום האמת און אויסשטעלן די הכרח פון וויאזוי מענטשן וועלן זיך פירן, וכעין האור ה׳ במאמר ב כלל ה פ״ג לגבי מצות התורה. (ווי אויך לרמז להאדם איבער דעם געדאנק ומושג פון ״גיהנום״, וואס דאס איז באמת עלמא הדין.)

וואס בלייבט אבער יא שווער אויף די טעזע איז אז עס האט טאקע די זעלבע פראבלעם וואס די תירוץ פון גילגול האט: דער מענטש געדענקט בכלל נישט זיין זיין וכו׳ אינעם העכערן רעלם אויף פארוואס ער ווערט באשטראפט ונענש! און דאס איז נישט יושר, וכעין ‏מש״כ הרס״ג באמונות ודעות (מאמר ו פ״ה ופ״ז, מאמר ט פ״ה) עפ״י הגמרא בסנהדרין צא: (און דער רס״ג האט טאקע נישט געהאלטן פון גילגול).

מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן אז מ׳קען ניטאמאל האבן א השגה פונעם עקזיסטענץ אינעם אנדערן רעלם; אנדערש ווי ביי גילגול. ולכן איז נישט שייך אז מ׳זאל ״וויסן״ אויף וואס עס קומט די עונש איבער וואס דארט איז ״געווען״. או כנ״ל אז דאס נישט וויסן אליינס איז ווייטער א חלק פונעם עונש וצער; ער ווייסט ניטאמאל פארוואס דאס קומט, וואס ווען ער ווייסט ווען יא וואלט דאך דאס אים געגעבן א נחמה און פארמינערט זיין צער. (דאס איז אביסל כעין די ״ווייסע בּער״ עפּיזאד פונעם בּלעק מיראר אנטאלאגיע סעריע.)

מ׳קען אביסל שטארקן די טעזע לפי די געדאנק וואס @חתן בחור האט באשריבן אין וועקער 16, והוא עפ״י שיטת אבן רשד. והיינו, אז באמת זענען אלע קאַנשעס שכלים און נפשות פון מענטשן בעולם שלנו, איין און דאס זעלבע קאַנשעסנעס. פאר אונז, וועלכע זענען נתונים תחת הזמן, זעהט דאס אויס ווי אנדערע נפשות פרטיים. אבער פאר א בריה (בלשון מושאל) וואס איז נישט מקושר לזמן, זעהט דאס טאקע אלעס אויס ווי איינס ע״ש. וא״כ איז ״אונזער״ דאס אראפגעשיקט ווערן דא, די איינע גיהנום וואס די איינע קאַנשעסנעס הכוללת דארף דורכגיין ועל זו הדרך. טא, ווי אזוי איז שייך אז א מענטש בתוך העוה״ז הגיהנום זאל דאס משיג זיין פארוואס ער, וואס איז א (כעין) חלק דערפון, זאל משיג זיין טעם עונשו בהגיהנום הלז? (און דאס אז איינער ליידט מער און איינער ווייניגער, ווענדט זיך אינעם צאמשטעל פונעם חלק להכל.)

עכ״פ דאס אלעס קען זיין א פשט אינעם פסוק (איוב ה ז) אדם לעמל יולד, און א פשט אינעם מימרא דמתאמרא משמיה דמהרי״ד מבעלזא זצ״ל אז ״דער מענטש איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו ליידן.״ דאס איז טאקע די כוונה פון די קאַנשׁעס באשעפענישן וועלכע קומען דא אראפ, זייענדיג אז די וועלט איז די גיהנום וואס מ׳מיינט.

כמובן, אז איך וואונטש יעדעם איינעם דאס בעסטע שייך; זיין עגמת נפש בהעולם זאל זיין דאס מינימום שייך.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך פעברואר 7, 2024 10:59 pm

· #548715
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
איך קלער אז די טעאריע איז מער רחוק לויט די בליק אויף גיהנום אין נצרות (למשל), וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון עונש. און מעגליך נענטער לויט די בליק אויף גיהנום אין יהדות, וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון תיקון.
ווארום דער וועלט איז דאך אויך א פלאץ פון תיקון, און די דורכגענג וואס א מענטש גייט דורך זענען אויך דא פאר תיקון. דער מענטש איז דא אויף א תכלית וואס איז צומאל אומבאוואוסט, אבער די תכלית ווער עררייכט אין וואס דער מענטש גייט אדורך.
ממילא איז דא א קשר פון דער וועלט און גיהנום. אז דאס איז ממש "איינס" זאגט דאס נאכנישט... אבער א משותף'דיגע ציל איז דא.

מי אני » מיטוואך פעברואר 7, 2024 11:14 pm

· #548718
[ציטאט אראפגענומען]
דאס האט קלאנגען פון אפלטון'ס באקאנטע משל פונעם מערה. מיינענדיג, אז די וואס זענען דארט אינעם מערה און זעהן נאר די שאטענעס, זענען צופרידן אזוי ווי עס איז. עס זענען די חכמים וועלכע זענען ארויס און האבן דאס איינגעזעהן וואס פארשטייען אז צוריק גייט שוין נישט. און דאס קען טאקע זיין א געדאנק אין דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. והיינו, דער חכם וואס כאפט און פארשטייט אז דאס דארף נישט באמת צו זיין די בּעיסליין, איז פאר אים איז דאס א צער, משא"כ דער נאַר וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז אין גיהנום. (דאס דערמאנט פון די באקאנטע משלים פון די פארטריבענער בן מלך וואס איז שוין געווארן צוגעוואוינט צו זיין א פויער און דארפסמאן.)

ונמצא מזה אז די וואס זענען חכמים בהאי עלמא, וממילא מער בצער כנ"ל, זענען געווען די "רשעים" אינעם העכערן רעלם. ובזה אפשר לרמז בהכתוב (ירמיה ד כב) חכמים המה להרע ולהיטיב לא ידעו. אז די חכמים זענען די וואס זענען געווען די "רע" אין די העכערע עולמות מעיקרא.

***

א חשוב'ער מיטגליד האט מיר געשיקט אין אישי דערויף:
חשוב'ע מיטגליד
עס איז זייער אן אינטערעסאנטע טעזע וואס פארענטפערט טאקע די על הרעות, אבער לכאורה איז עס א פאראדאקס. דהיינו, וויבאלד אויב איז די וועלט די גיהנום קען מען דאך נישט זיין זיכער אין גארנישט (נישט נאר צי מען עקזיסטירט...). ממילא קען מען דאך נישט ניצן די כלי ההגיון אז עס איז דא א ג-ט און אז ער איז כולו טוב, וויבאלד א חלק פון די צער הגיהנום איז אז די שכל קען נישט אלעס משיג זיין, ממילא קען שוין זיין אז אונז זענען נישט אין גיהנום און אז ג-ט מוז נישט בהכרח זיין גוט...
איה"נ. ווי דו זאגסט, איז דאס אלעס א חלק פונעם צער, וואס עסיומינג אז צער האט א תכלית, איז דאס די (מעגליכע) סיבה. אבער ווי דו זאגטס, איז דאך די עסאָמפּשען אליין בהכרח בספק, מכח די מסקנה וואס ווערט טאקע געצויגן.

דאס דערמאנט אביסל פון די קארטיזשיען סירקעל פראבלעם, וואו דעקארט טענה'ט אז ג-ט איז דער וואס פארזיכערט אז זיין אינטואישאן איז זיך נישט טועה און איז קלאר, און ער צייגט אז ג-ט עקזיסטירט מכח די קלארע אינטואישאן וואס ער האט איבער דעם.

און דאס פארענטפערט פארוואס ביסוד היקום אונזערע קען מען אויפווייזן (ווי ווייט אונז קענען בכלל זיין זיכער וכאמור), ועפ"י גאָדעל'ס טעארעמס, אז מ'קען נישט אלעס אויפווייזן (און טאקע דורך אזא סארט סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס). און דאס גייט טאקע (אפשר) ארויף אויף ג-ט בכלל אויך.
פונדאַמענטאַל #
איך קלער אז די טעאריע איז מער רחוק לויט די בליק אויף גיהנום אין נצרות (למשל), וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון עונש. און מעגליך נענטער לויט די בליק אויף גיהנום אין יהדות, וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון תיקון.
ווארום דער וועלט איז דאך אויך א פלאץ פון תיקון, און די דורכגענג וואס א מענטש גייט דורך זענען אויך דא פאר תיקון. דער מענטש איז דא אויף א תכלית וואס איז צומאל אומבאוואוסט, אבער די תכלית ווער עררייכט אין וואס דער מענטש גייט אדורך.
ממילא איז דא א קשר פון דער וועלט און גיהנום. אז דאס איז ממש "איינס" זאגט דאס נאכנישט... אבער א משותף'דיגע ציל איז דא.
יא יא. ווי איך זאג, איז דאס אַן עקסטרעמע ווערסיע פון די גילגול געדאנק, וועלכע קען אויך באטראכט ווערן ווי "תיקון" ווי איידער "עונש" (במובן רעטריבּיוטיוו יוסטיץ דייקא). ווי איך צייכען צו צו @חתן בחור'ס ארטיקל די איי פון ענדי וועיר, איז די געדאנק דארט אויך להגיע למעטשוריטי ותיקון, ווי איידער "עונש" ממש.

זאקן » מיטוואך פעברואר 7, 2024 11:50 pm

· #548724
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
.

חמלה גדולה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:00 am

· #548726
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
Doesn't this thesis exclude the ability to make such a thesis?

שעפטאל » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 1:39 am

· #548740
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
@מי אני: אזוי קלאר און זיס!!! 😘
דערמאנט פון דעם מאווי The good place...
---

[כ'האב געטריפט אויף דעם. דאס איז מיין קאופינג מעקעניזים אינעם גיהנום. (גיהנום, לעבן, עוה"ז, וכל שום דאית ליה)

מה יעשה האדם ויחיה, ימות את עצמו. ביטול, עקסעפטן'ס.

כ'בין דא, כ'ווייס נישט פארוואס. כ'בין פונקטלעך ווי ער וויל, כ'געב זיך אונטער צו עם.

כ'פראביר צו מאכן דעם גיהנום עטוואס לייכטער און פרייליכער פאר זיך און מיינע ארומיגע. כ'הני תרי בדחני].

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:24 am

· #548762
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
חמלה גדולה #
Doesn't this thesis exclude the ability to make such a thesis?
איך זעה נישט אז דאס זאל דייקא זיין סעלף-דיפיִטיִנג. עס איז נישט מוכרח אז אויב מען איז אין גיהנום און עס איז די וועלט, דאן בהכרח ווייסט מען יא אדער נישט אז מ׳איז אין גיהנום. עס קען זיין אבער מוז נישט. בפרט אז דער חכם ווייסט דאס יא כנ״ל און דער נאַר נישט. און דאס אז דער נאַר ווייסט און כאפט דאס נישט, מיינט נישט יעצט אז ער האט נישט קיין צער פון זיין זיין דא. ער האט אויך בהכרח צער און עגמת נפש בחייו, אזוי ווי יעדעס קרוץ מחומר; וואס צער איז דאך א מטרה פון גיהנום.

וואס איך זאג איז אז די (מאטעמאטישע) אומזיכערקייט וואס ליגט דאך סתם אזוי אין די עצם פעבּריק ממש פון די יצירה, קען טאקע זיין אַן אַספּעקט פון גיהנום (כדי צו שטערן דעם אין שמחה כהתרת הספיקות, מצודת דוד במשלי טו ל, ולהיפך איז דאך זיין במבוכה א צער). ואיה״נ אז די אומזיכערקייט גייט ארויף אויף די עצם טעזע זעלבסט.

‏אין אנדערע ווערטער, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז די פירכא פון דר. טעאדאר דרעינדזש קעגן טעאיזם, והיינו אז אויב איז דא א ג-ט דאן איז די עצם מציאות פון דעם אז עס איז שייך כפירה בו א סתירה צו זיין עקזיסטענץ, איז ל״ד א זיכערע פירכא. ווייל עס איז נישט מוכרח בהכרח אז טאמער ג-ט עקזיסטירט דאן בהכרח מוז יעדער וויסן דערפון און דאס אנערקענען. וכן הוא להיפך בזה.

ואגב, עיין כאן איבער די פירכא פון דזשאן מקטעגערט קעגן די מציאות פון גיהנום במובן הפשוט, אז עס איז סעלף-דיפיִטיִנג: אויב גלייבסטו אין דעם דאקטרין, וואס דאס איז דאך נאר מכח רעוועלעישאן, דאן פרעגט דאס אפ (זייענדיג א רשעות) די גאנצע נאמנות פון רעוועלעישאן אויף דאקטרינעס על הכלל כולו.

שאלתיאל » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:48 am

· #548787
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
דא האב איך ציטירט פון אלדאס הוקסלי: ''Maybe this world is another planet’s hell''

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:39 am

· #548795
יא יא. דאס איז בתור דעם אז בתוך אונזער יוּניווערס גופא איז שייך אנדערע פּלאַנעטן וואס ביחס צו זיי, איז אונזערס נישט גוט און ״א גיהנום״. דא איז עס פשוט אויסגעברייטערט אז די גאנצע יקום און יוּניווערס אונזערע מיט אירע פיזישע געזעצן וכו׳ (ואולי גם לרבות די מולטיווערס אונזערע מיט אירע געזעצן וואס שאפן די פארשידענארטיגע פיזישע געזעצן, ואכמ״ל), איז באמת די רעלם (פאָר לעק אָוו עי בּעטער טערם) פון "גיהנום" ממש, צו וואו ענטיטיס (ווייטער פאָר לעק אָוו עי בּעטער טערם) פון העכערע רעלמס (וועלכע אונז קענען בעצם נישט משיג זיין) ווערן געשיקט אויף צו, וואס אונז דא פארשטייען אלס, אפקומען לעונש ותיקון. מיינענדיג, אט דאס וואס די לעהרע פון "גיהנום" מיינט, איז אונזער עולם. און נישט מער. אין אנדערע ווערטער, אָננעמענדיג אז עס זענען טאקע דא "העכערע רעלמס", איז אונזער רעלם/יוּניווערס וכו' באמת ובמכוון די נידעריגסטע - the realm of hell.

‏מ'טרעפט קלאנגען פון דעם אז אונז זענען די נידעריגסטע עולם וכו' אין די היארארכיע פון עולמות, בתוך קבלה. וואס איך זאג איז אז דאס איז ממש וואס ״גיהנום״ מיינט. ס׳איז נישטא א נאך נידעריגערע רעלם, וואס יענץ איז גיהנום. "גיהנום" איז אונזער עולם; גיהנום (במובן הפשוט) איז אונזער עולם ממש.

ובסתם, כידוע ווי @סקעפטיקער ברענגט ארויס, קומט די נאמען וכו' פון "גיהנום" טאקע פון די וועלט. ואולי קען דאס בכלל זיין א רמז בדברי חז"ל בעירובין יט. אז די פתחים של גיהנום זענען אויף די וועלט עיי"ש.

ובזה איז מן הראוי לציין למה שפירש אבן כספי בבראשית (ב ז):
והנה עדן הוא גבול ידוע שֵם, כמו שזכרו זה ישעיה (ישעיהו נ"א, ג) ויחזקאל (יחזקאל כח, יג). ועל דרך משל היה אמרנו "גן בעדן" כמו כרם "בקרן בן שמן" (ישעיהו ה, א). והוא גבול אינו מרחוק לחרן לפי הכתובים, או בִּתְלַסָרג.

וכן "גיהנום", שהוא כנגדו, הוא מקום ידוע, כמו שמבואר ביהושע (יהושע טו ח, חי טז) וביתר ספרי הנביאים, ובעונותינו היה זה המקום קרוב לארצנו ושם היו עושים עבודת המולך שהיא לאש. ובכלל כי הדברים האלה כולם כפשוטם, כמו הכרם שהיה בקרן בן שמן, בדברי ישעיה (ישעיהו, ה א), וכמו הנשר (יחזקאל יז, ג) והכפיר (יחזקאל יט, ג) והגפן (שם י) בדברי יחזקאל, אבל עם זה הם משלים לענינים אחרים כמו שמפורש שם, ואין כן בזה כי אין ראוי.
* * *

איך האב געקלערט אז דער פראנצויזישער שרייבער זשאן רעסין האט געשריבן, "דאס לעבן איז א קאמעדיע פאר די וואס טראכטן; א טראגעדיע פאר די וואס שפירן". ואולי קען דאס זיין א רמז צו דאנטע'ס קאמעדיע, וועלכע רעדט פונעם גיהנום. און אט דאס ממש איז דאס לעבן פונעם מענטש עלי אדמות.

ועיין כאן וואו ספר איוב, שהוא על הרעות בהעולם, קען בעצם זיין פונעם קאמעדיע גאנער.

מי אני » פרייטאג פעברואר 9, 2024 8:38 am

· #548958
לפי די טעזע קומט אויס אז כשאדם מת, ווערט ער דעמאלטס ענדליך נפטר מעונשו בגיהנום שהוא העוה״ז. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אז אכילת עץ הדעת טוב ורע האט גורם געווען און איז מקושר למיתה. והיינו, ווייל בתוך די געדאנק פון מיתה איז בהכרח מעורבב טוב ורע: עס איז א רע וצער פאר די ארומיגע (ווי אויך די ענטיסיפּעישאן דערפון פאר׳ן מענטש גופא), וואס דאס איז טאקע א חלק פונעם צער הגיהנום בעוה״ז, אבער איז למעשה א טוב פאר׳ן מענטש גופא. וזהו הרמז בב״ר (ט ה, ט י) והנה טוב מאד זה המות ע״ש. און דאס איז די געדאנק אז די עץ איז געווען פאר דעת, וויבאלד דאס וואס מאכט די מיתה א סאָבּדזשעקיוו טוב פאר׳ן מענטש גופא, איז ווען ער כאפט און האט די דעת אז דאדורך ווערט ער גאר נפטר מעונשו של גיהנום, וואס גיהנום איז דאך העוה״ז שהוא בו עכשיו. (און דאס איז די סיבה אינעם הארבקייט פון איבוד עצמו לדעת, כדי מכריח צו זיין דער מענטש צו אויספילן זיין סענטענס בגיהנום.)

און דאס קען זיין א רמז בהכתוב אצל גיהנום (ישעיה סו כד) לא תמות ואשם לא תכבה - אויב דער מענטש שטארבט נישט איז ער נאכנישט אפגעקומען זיין אשם בגיהנום. וידוע דברי הרמב״ם (הובא בחת״ס בגיטין נה:) דאשרי מי שחתם ימיו במהרה ע״ש. והוא מהאי טעמא. אבער דאך איז (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו, און מ׳וואונטש זיך און ארומיגע אריכות ימים בעוה״ז. וואס דאס ווייזט אז דאס איז למעשה א גיהנום פון א גוטע באשעפער, והא ראיה אז אין אלגעמיין זוכט דער בריה בתוכו דארט צו פארבלייבן ווי לענגער.

און דאס קען זיין די געדאנק פון סיסעראָ אז ״פילאזאפיע איז צו לערנען ווי אזוי צו שטארבן״, און די געדאנק פון אַלבּערט קאַמוס אז אויב דער מענטש זאל באגיין זעלבסטמארד איז די ענדגילטיגע שאלה פון פילאזאפיע. והיינו, ווייל דער חכם כאפט די געדאנק אז וואס ער איז דא איז דאך העונש בגיהנום ממש. און אויב אזוי איז דאך דאס מיתה א באפרייאונג דערפון. ולכן גרייט אים די חכמה דערפאר און שטעלט אים די פראגע.

מי אני » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:59 pm

· #549298
במושכל ראשון קען מען קלערן אז די טעזע פונעם אשכול ראטעוועט אבער נישט פון (א מאדיפיצירטע ווערסיע פון) דר. סטיפען לאָהּ׳ס קשיא. והיינו, די טעזע דא אינעם אשכול איז בעצם אז ג-ט זייענדיג א כל טוב, האט באשאפען א ״גוטע גיהנום״ - א ״גיהנום״ לתיקון ועונש, אבער די בעסטע וואס עס איז שייך צו זיין אבער נאך אלס זיין ״גיהנום״, וואס דאס איז אונזער וועלט. אבער מאן יימר אז עס איז נישט פארקערט: א ״כל רעה״ האט באשאפען א ״שלעכטע גן עדן״ - א ״גן עדן״ אבער די ערגסטע וואס עס איז שייך און נאך אלס זיין ״גן עדן״, און דאס איז אונזער וועלט? ואולי איז דאס וואס @שעפטאל רירט אָן אויף אין זיין אשכול.

וואס מ׳קען ענטפערן אויף דעם איז אז עס איז יתכן אז א ״כל טוב״ זאל באשאפען עפעס א מושג פון ״גיהנום״ על הכלל, אבער נישט פארקערט אז א ״כל רעה״ זאל באשאפען עפעס א מושג פון ״גן עדן״ על הכלל. והיינו, ווייל די געדאנקען פון ״גן עדן וגיהנום״ בעצם זענען אינטימעטלי מקושר מיט די געדאנק פון שכר ועונש יוסטיץ ותיקון. והיינו, גן עדן איז ליתן שכר לישרים און גיהנום איז ליתן עונש ותיקון לרשעים. יעצט, די מושג פון ״יוסטיץ״ איז דאך אליינס א ״טוב״ וערך. וא״כ קען מען פארשטיין פארוואס א ״כל טוב״ זאל זיין מוכרח צו אפירברענגען עפעס א ״גיהנום״, באיזה אופן, לתיקון, (אויב איז בע״כ שייך חטא וכו׳). משא״כ פארוואס זאל א ״כל רעה״ זיין מוכרח אפירצוברענגען א ״גן עדן״ באיזה אופן לשכר ומחמת יוסטיץ? ער וויל דאך נישט יוסטיץ בכלל, זייענדיג אז דאס איז אליינס א ״טוב״, וממילא נגד מהותו! אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז דאס אז עס זאל זיין יוסטיץ איז א הכרח ונמנע אף ממנו אז נישט. אבער מאן יימר? וואו די מהות איז ״כל טוב״, קען דאס טאקע זיין מוכרח זייענדיג אז דאס איז א טוב על הכלל וכנ״ל, אבער נישט טאמער די מהות איז ״כל רעה״.

‏ואולי איז @שעפטאל דאס מרמז באשכולו. והיינו, טאמער טענה׳ט מען, פארקערט ווי מיין אשכול, אז די וועלט איז בעצם א ״שלעכטע גן עדן״, דאן איז מען דאך מדמה די חלק הגן עדן שבו למשגל וחיבור איש ואשה. און דאס איז די גמרא מרמז בשבת יא. ״כל רעה ולא אשה רעה״ ע״ש. והיינו, ווייל אין אזא פאל וואו מ׳זאגט אז דאס איז א ״שלעכטע גן עדן״, והתענוג שבו היא מחמת חיבור איש ואשה, טענה׳ט מען דאך ״כל רעה״ לעומת ״כל טוב״ חלילה…
און דאס קען אויך זיין די רמז בעירובין מא: דמי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנום ע״ש. והיינו, דער וואס קלערט דאס אלס ״שלעכטע גן עדן״ ובענין חיבור איש ואשה, זעהט דאס נישט אלס ״פני גיהנום״…

צועקים וזועקים » מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:33 pm

· #549300
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
דיבר עמנו כמה פעמים מענין יסורי עוה"ז, שכל בני העולם כולם מלאים יסורים אין גם אחד שיהיה לו עוה"ז, ואפי' העשירים הגדולים ואפי' השרים אין להם שום עוה"ז כלל, כי כל ימיהם כעס ומכאובות, וכולם מלאים טרדות ודאגות ועצבות ויגון ואנחה תמיד. ענה ואמר רבינו ז"ל, הנה הכל אומרים שיש עוה"ז ועוה"ב, והנה עוה"ב אנו מאמינים שיש עוה"ב, אפשר יש גם עוה"ז גם כן באיזה עולם, כי בכאן נראה שהוא הגיהנם כי כולם מלאים יסורים גדולים תמיד. ואמר, שאין נמצא שום עוה"ז כלל:

(ליקוטי מוהר"ן תניינא קי"ט)

מי אני » מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:24 pm

· #549662
צועקים וזועקים #
דער ליקוטי מוהר"ן (תניינא תורה קיט) שרייבט:
דיבר עמנו כמה פעמים. מענין יסורי עוה"ז שכל בני העולם כולם מלאים יסורים אין גם אחד שיהיה לו עוה"ז. ואפי' העשירים הגדולים ואפי' השרים אין להם שום עוה"ז כלל. כי כל ימיהם כעס ומכאובות. וכולם מלאים טרדות ודאגות ועצבות ויגון ואנחה תמיד. ענה ואמר רבינו ז"ל. הנה הכל אומרים שיש עוה"ז ועוה"ב. והנה עוה"ב אנו מאמינים שיש עוה"ב. אפשר יש גם עוה"ז גם כן באיזה עולם. כי בכאן נראה שהוא הגיהנם כי כולם מלאים יסורים גדולים תמיד. ואמר שאין נמצא שום עוה"ז כלל:
ייש״כ! די אשכול טוהט דורך די השלכות בעיון פון זיין טעזע אז אונזער וועלט איז באמת די גיהנום ממש.

ובענין זה האט דאס לכאורה מער השלכות לגבי די געדאנק פון אנטינעטעליזם. והיינו, אז סתם אזוי איז דאס א שאלה לגבי די פראבלעם פון שלעכטס, און דאס עטישקייט פון אראפברענגען קינדער צו א וועלט אין וועלכעס עס איז פארהאן צער ונוח להם שלא נברא. דאס ווערט אבער כמובן נאך שווערער טאמער איז די וועלט אטע די גיהנום ממש. איז דאס עטיש צו אריינשליידערן א מענטש בגיהנום ממש, דאס אינסטענטשיעיטן פון שלעכטס?

‏דאס דערמאנט פונעם געדאנק בתענית יא. ואיפסק להלכה באו״ח סימן רמ סעיף יב אז תשמיש המטה איז אסור בשני רעבון (חוץ בליל טבילה, ועיין להלן בסימן תקעד סעיף ד) חוץ לחשוכי בנים ע״ש. ופירש״י שם אז דאס איז בעצם מפני שהעולם בצער און ער דארף מיטשפירן צוזאמען. און דאס איז דאך נאך שטערקער ווען די גאנצע פּוינט פון די יצירה אונזערע, וואס איז דאך די גיהנום ממש, איז דאך לצער כדי להעניש ולתקן. ובפרט אז אפילו וואו די מצב איז שוואכער און ערגער ווי סתם ״בּעיסליין״ גיהנום, עס איז א שנת רעבון ל״ע נאך אויך, איז עס דייקא מותר אויב האט מען נישט מקיים געווען פריה ורביה (ע״ש במהרש״א בתירוצו על קושיית התוס׳ שם בד״ה אסור) און גאר כדי להרבות בנים, עכ״פ פאר די וואס האבן נאך נישט. (מ׳קען אפשר זאגן א געדאנק אז דאס אז עס איז מותר לחשוכי בנים, איז ווייל זיי זענען שוין ליידער ממילא בצער וועגן דעם, און ווי ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט באדני כסף (שמואל ב יב כד) אז שכיבת בעלה עם אשתו איז די גרעסטע נחמה לו ולה אויף דאס פארלוסט פון א קינד ל״ע ע״ש.)

ובכלל קען דאס אפשר זיין א רמז בהגמרא בברכות י.
מאי (ישעיה נד א) רני עקרה לא ילדה? רני כנסת ישראל שדומה לאשה עקרה שלא ילדה בנים לגיהנם
והיינו, א נחמה פאר חשוכי בנים ל״ע, אליינס א צער בגיהנום, אז ס׳נישטא יעצט נאך קינדער בגיהנום.

און מ׳קען דאס אויך אפשר מרמז זיין אין די גמרא בב״ב קטז. ובדף קמא.
אמר רבי יוחנן משום ר' שמעון בן יוחאי כל שאינו מניח בן ליורשו הקדוש ברוך הוא מלא עליו עברה, כתיב הכא (במדבר כז ח) והעברתם את נחלתו וכתיב התם (צפניה א טו) יום עברה היום ההוא
און די גמרא פריער בדף י ע״א וע״ב דרש׳נט די פסוק בצפניה אז עס גייט ארויף אויף גיהנום ע״ש. אבער ס׳איז לכאורה משמע אין די גמרא דארט בדף קטז. אז נישט ר׳ יהושע בן לוי און נישט ר׳ יוחנן האבן געהאלטן פון דעם דרש אויך נישט ע״ש. און דאס קען אויך זיין דער רמז מיט וואס מ'טרעפט אז ברא מזכה אבא לגבי להצילו מגיהנום (לדוגמא בהרמ"א ביו"ד סימן שעו סעיף ד) - לרמז אז דאס קינד איז מכבד דעם טאטן לאחר מותו, שאז כבר שילם האב עונו בגיהנום הלזו, טראץ דעם וואס דער טאטע האט אהינגעברענגט דאס קינד לגיהנום שהוא העלמא הדין.

ובענין זה האב איך אָנגעפרעגט ביי ר׳ יואל ראטה:
דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר״ן (תניינא תורה קיט) אז די וועלט איז באמת נישט עוה״ז און א מיטל-פונקט צווישן גן עדן און גיהנום. נאר עס איז די עכטע גיהנום ממש. דאס איז ווייל יעדער מאכט ל״ע עפעס מיט, און עס איז נישט מעגליך אנדערש. איז מיין שאלה אז ווי אזוי קען איך אראפברענגען קינדער אויף די וועלט, וויסענדיג אז איך ברענג זיי אראפ צו די עכטע גיהנום? פשוט אלס א גזירת הכתוב, אזוי ווי הרג'ענען קינדער וואס זענען עמלקים? אפשר וועגן דעם זאגט דער רבי פריער אין די ליקוטים (קמא תורה לו אות ו) אז די חכמי רפואות שרייבן אז סירוס ל״ע איז א רפואה למשוגע. און דער רבי האט טאקע ל״ע פארלוירן 4 קינדער ווען זיי זענען געווען אינג, און די גמרא זאגט אויף דעם בברכות ה: אז דאס איז די גרעסטע מדריגה אין יסורים.

אויך איז מיר שווער אז דער רבי האט אויך געהאלטן אז ס׳דא א גיהנום אחוץ אונזער וועלט (ליקוטי מוהר״ן תניינא תורה צ; חיי מוהר״ן אות רכה). איז מיין שאלה אז אויב איז אונזער וועלט נישט עוה״ז נאר גיהנום ממש, פארוואס פעהלט אויס נאך א גיהנום אונטער דעם אויך? איז עס ווייל אין אונזער גיהנום, וואו מ׳ווערט שוין ממילא געשטראפט, איז נאך אלס דא בחירה און מ׳וועט אויף דעם שטראפן אין נאך אַן ערגערע גיהנום? אין יענע ערגערע גיהנום איז שוין נישטא קיין בחירה? עס זעהט נישט אויס אזוי פון די גמרא אין עירובין יט., וואו עס שטייט אז די רשעים טוהן נישט תשובה אפילו ביים טויער פון גיהנום. גייט מען זאגן אז פאר יענע גיהנום איז אויך דא נאך א גיהנום נאך נידעריגער, און אזוי ווייטער און ווייטער, יעדעס איינס ערגער פונעם פריערדיגן, ביז ווי לאנג עס איז שוין נישטא דארט קיין בחירה?
אז ער וועט ענטפערן דערויף, וועל איך עס אי״ה דא ארויפשטעלן.

וואס מ'קען ענטפערן איז אז עס איז דאך, כאמור, א "גוטע" גיהנום און די "בעסטע" גיהנום שייך. ולכן ממבט זה איז דאס עטיש, ובפרט אז די נפש וואס גייט אראפקומען דאדורך האט זיך דאך "פארזינדיגט" אין די העכערע רעלם און עס קומט זיך זי. ובזה קען מען אפשר זאגן אז לכן וואונטש מען "מזל טוב" אויף דאס געבורט פון א קינד (און ביים שידוך שליסן שהוא לצורך זו ג"כ), ולרמז אז די פאקוס ביי דעם איז אויף די חלק פון "טוב מאד", וועלכע גייט אויך ארויף אויף גיהנום, וויבאלד עס איז דאך שייך טוב און תענטג בתוכה וכנ"ל.

עס איז מן הראוי לציין אז דר. אַרטור גרין שרייבט אז דאס אז דער מוהר״ן האט געזאגט אז די וועלט איז דער גיהנום און נישט עוה״ז, איז געקומען מכח דעפּרעשאן:📎 ארטור גרין.jpg ביי מיר אויך?... ואגב, דער ליקוטי מוהר"ן שרייבט (תניינא תורה כד) אז כל החולאות הבאין על האדם,כולם באין רק מקילקול השמחה ע"ש.

ובכלל טרעפט מען בזוהר (פ' וילך סוף דף רפה:) אז עס איז דא א געדאנק פון שאול "תחתית", וועלכע איז די אונטערשטע מדריגה ומדור של גיהנום ע"ש. ועיין ברבינו בחיי בפ' קרח עה"פ (במדבר טז לג) וירדו הם וכל אשר להם חיים שאולה:
ירדו למדור אחרון של גיהנם, כי שבעה מדורין יש לה לגיהנם, וּשְׁאוׂל הוא המדור התחתון, וכן כתוב (תהלים ט חי) ישובו רשעים לשאולה כל גוים שכחי אלקים, ודרשו רז"ל לדיוטא התחתונה שבשאול

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:42 pm

· #549872
אחרי עיון שוב, מיין איך אז מ׳קען פארענטפערן דעם מוהר״ן אז ס׳איז טאקע יא דא מער גהינומס, און אונזער וועלט איז פשוט א גיהנום בתוך א סעט פון מערערע. והיינו, ווייל אונז ווילן אז א גיהנום וואס מוז שוין יא זיין, זאל האבן 2 תנאים: 1). אז עס איז דאך טוב און עס איז דא דערין תענוג מול הצער, ועכ״כ אז די ברואים שבתוכה וועלן אלס וועלן פארבלייבן און ״לעבן״ דארט ווי לענגער; און 2). אז די גיהנום איז דאס ״בעסטע גיהנום״ מעגליך און שייך ביחס צום רעלם פון וואו מ׳קומט אהין און מ׳ווערט געשיקט פון. אויב קומט עס נאך די צוויי תנאים, דאן איז דאס לכאורה גענוג אויף צו פארענטפערן אז די פראבלעם פון גיהנום זאל נישט שווער ווערן ביי דעם. און עס קען מיט די 2 תנאים טאקע זיין מערערע גיהנומס; א גיהנום להעניש ולתקן פאר א פריערדיגע גיהנום אין וועלכעס מ׳האט געלעבט. ונמצא מזה אז עס איז טאקע אזוי אז אין השאול בית מנוס לך - פון איין גיהנום קען מען גיין צו אַן אנדערס/ערגערס.

עס בלייבט אבער איבער צוויי שאלות דערין. איינס איז טאמער די סעט פון גיהנומס איז בהכרח אזוי אז איינס איז ערגער פונעם פריערדיגן, צי נאר אז איינס איז פשוט אנדערש פונעם צווייטן? ואת״ל אז יעדעס גיהנום מוז זיין ערגער ווי די פריערדיגע רעלם פון גיהנום פון וואו מ׳ווערט דארט אהינגעשיקט (ווייל אויב נישט קען מען דאך פשוט מגולגל ווערן אינעם זעלבן), דאן איז די שאלה צי די סעט פון גיהנומס וואס איז א טשעין, מוז בהכרח זיין פיניט, און וויבאלד עס איז דא א גבול וואו מ׳קען שוין נישט האבן תענוג בתוכו און עס איז נאך ״טוב״? ועיין להלן.

דאס דערמאנט פונעם געדאנק לגבי די טעאלאגישע השלכות פונעם סימיולעישאן היפאטעזיע, און וואו עס קען זיין אַן אינפיניט טשעין פון סימיולעיטעד יוניווערסעס און וואו די ברואים דערין גייען אדער העכער אדער נידעריגער לאחר פטירתם מחיל אל חיל (עיין בסוף ברכות סד.) פון איין סימיולעיטעד יוניווערס צו אַן אנדערעס, באזירט אויף זייער התנהגות בחייהם בתוך די יוניווערס וואו זיי זענען געווען.

‏עס איז מן הראוי לציין אז דער פירוש פרפראות לחכמה על הליקוטי מוהר״ן, פון ר׳ נחמן מטשערין תלמיד מוהרנ״ת, איז מפרש דער מוהר״ן אין דעם, אז ער האט געוואלט זאגן אז מ׳דארף מקשר זיין אז די עוה״ז און עוה״ב זענען איין עולם. אויב מ׳איז דאס מפרד, דעמאלטס איז דער עוה״ז אַן ענין גיהנום ע״ש.

יעצט, מען קען זאגן אז דאס וואס מ׳איז מעניש קאַנשׁעסנעס בהאי עלמא, ווענדט זיך אויך בחומר החטא אינעם העכערן רעלם. והיינו, ווייל לפי דר. מיכאל מורעי האבן בע״ח א נידעריגערע ראנג אין קאַנשׁעסנעס ווי מענטשן, ולכן אטאמאטיש א נידעריגערע ראנג אין צער בהאי עלמא, נישט פיהלענדיג ממש די יאוש וכו׳ אז זיי זענען אין צער אזוי ווי א מענטש; די חומר און טיעפקייט פונעם צער איז תלוי אין ווי הויך די לעוועל פון קאַנשׁעסנעס איז (ויוסיף דעת יוסיף מכאוב פשוטו כמשמעו). איז דאס ווייטער די געדאנק ביי דעם אויך: אויב פעהלט אויס א שטערקערע עונש ותיקון ווערט מען מעובר בתוך א העכערע קאַנשׁעסנעס, משא״כ אויב נאר ווייניגער דאן ווערט מען מעובר אין א נידעריגערע קאַנשׁעסנעס. והגם, מ׳קען זאגן אז הגם א העכערע קאַנשׁעסנעס׳ צער איז טיעפער, איז אבער זיין תענוג לעומת זה אויך טיעפער, איז אבער דאך שייך צו זאגן דערביי דעם לא הן ולא שכרן הנאמר לגבי יסורים בברכות ה: (אבל עיין במה שטען דזשאַן סטוערט מיל, שהבאתי כמה פעמים.) ווי געזאגט, איז דאס א שטערקערע פארעם פונעם געדאנק פון גילגול (נאר עס נעמט אָן אז ס׳איז איידער ״מגולגל״ צו ווערן אין א בע״ח מיט איר קאַנשׁעסנעס, ווי איידער אין א מענטש).

ולפי הנ״ל אז עס איז שייך אז עס זענען דא נאך טיעפערע גיהנומס און זיי זענען ערגער, קען דאס באדייטן אז דארט איז די קאַנשׁעסנעס נאך העכער, וואס דאס הייבט דאך די צער וכנ״ל. אבער מאידך גיסא הייבט דאס די תענוג אויך, וממילא איז דאס ווי אזוי עס איז ערגער אבער דאך נאך אלס בעסער מיט טוב לעומתו, ולכן קען די סעט פון גיהנומס יא זיין אינפיניט. ואולי קען דאס זיין א רמז בתענית י. אז י"א גיהנם אין לה שיעור וי"א עדן אין לה שיעור ע״ש. והיינו, אז די סעט פון אנדערע גיהנומס קען זיין אינפיניט ובלי שיעור, וויבאלד יעדעס איינס וואס איז נידעריגער ווי דאס פריערדיגע האט מען אין דעם א העכערע קאַנשׁעסנעס, וואס דאס העכערט זיי זיין צער אבער זיי זיין תענוג וֽעֵדֶן. ואולי איז טאקע וועגן דעם שייך צוצוקומען צו טיעפערע השגות אין טיעפערע גיהנומס, זייענדיג אז מ׳האט א העכערע קאַנשׁעסנעס וכדי צו שפירן מער צער.

***

די געדאנק פון די טעזע פונעם אשכול קען אויך גענוצט ווערן צו משווה זיין דעם סתירה במה דאיתא בב״ר (מד א) אז המצות לא ניתנו אלא לצרף בהן את הבריות ע״ש, ומצותיו אינן רחמים אלא גזירות (ברכות לג:), מיט דעם אז די מצות האבן יא א ראציאנאלן הסבר און פארבעסערט יא דאס מענטשליכע לעבן על הכלל. ועיין במו״נ ח״ג פכ״ו. דאס איז וויבאלד ביידע זענען אמת. והיינו, זייענדיג אז די וועלט אונזערע איז די גיהנום ממש, זענען די מצות טאקע לצרף ולענות בהם בני אדם. אבער מאידך גיסא האבן זיי אויך למעשה לבסוף קען מען נאך אלס טענה׳ן אז זיי האבן א ראציאנאלע תועלת וועלכע העלפט דעם מענטש על הכלל בחיים חיותו.

מ׳קען זאגן אז די געדאנק איז נישט דייקא נאר אויף המצות שניתנו לישראל, נאר אז דאס גייט אויך ארויף אויף סיי די מצות שכליות הכלליות לבני אדם, ווי סטענדערד מאראליטעט, וואס אפטמאל פארביטערט דעם מענטש און ברענגט אים צער ווען ער דארף טוהן דאס ריכטיגע זאך ונגד נפש הבהמיות שלו (ועיין בפ״ו מהשמונה פרקים להרמב״ם). ווי אויך גייט דאס ארויף אויף די מצות פרטיות ומנהגים וואס יעדעס קולטור האט איבער ווי אזוי מ׳דארף זיך אויפצופירן. דאס אז עס איז אויסגעשטעלט אזוי איז סיי לצרף בהן את הבריות זייענדיג אז זיי זענען בגיהנום כנ״ל, אבער סיי אז עס איז למעשה א ראציאנאלע תועלת פאר זיי על הכלל כולו.

צועקים וזועקים » פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:52 am

· #549945
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
ער מיינט פשוט די נקודה אז עס איז נישט דא קיין אמת/שלום/מנוחה/שמחה אויף דער וועלט חוץ עבודתו יתברך.


דאס שטייט בעפאר:
וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רגֶז וְיִסּוּרִין, וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה (בְּרֵאשִׁית רַבָּה פָּרָשָׁה יג:) "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה, הַיְינוּ מֵאַחַר שֶׁכָּל אָדָם נוֹלָד לְעָמָל וְאִי אֶפְשָׁר לְהִמָּלֵט מִזֶּה בְּשׁוּם אפֶן, אֲפִלּוּ אִם יִהְיֶה לוֹ כָּל חֲלָלֵי דְּעָלְמָא בְּוַדַּאי יִהְיֶה לוֹ עָמָל וְיִסּוּרִין וּדְאָגוֹת הַרְבֵּה, עַל כֵּן הֶחָכָם עֵינָיו בְּראשׁוֹ שֶׁיַּהֲפך הֶעָמָל לְעָמָל שֶׁל תּוֹרָה אֲשֶׁר בִּשְׁבִיל זֶה נוֹלָד שֶׁיַּעֲמל בַּתּוֹרָה וְאָז אַשְׁרֵי לוֹ, כִּי נִצּוֹל מֵעֲמַל הָעוֹלָם הַזֶּה וְזוֹכֶה לְחַיֵּי עוֹלָם הַבָּא

מי אני » פרייטאג פעברואר 16, 2024 11:11 am

· #549948
יא יא. ווי דער פרפראות לחכמה (תלמיד תלמידו) איז אים מפרש, מיינט דער מוהר״ן דאס נישט כפשוטו אז די וועלט איז די גיהנום און נישט דעם ״עוה״ז״ וואס איז א (מער-ווייניגער) מיטל-פונקט צווישן גן עדן וגיהנום בעוה״ב. ער וויל און מיינט אדער ארויסצוברענגען ווי אזוי זיך צו ספּראַווען מיט די רעות בהעולם ע״י הדביקות בה׳, אדער א קבלה געדאנק פון נישט מפריד זיין בין (ענין) ״עוה״ז״ ו(ענין )״עוה״ב״. און עס קומט אויס אז דאן איז דאך די טעזע אינעם אשכול, אז די וועלט איז ממש ״גיהנום״ וואס מ׳מיינט פאר אַן אנדערן רעלם וכו׳, יא אריגינעל.

‏פריער האב איך געזאגט אים צו פארענטפערן, טאמער נעמט מען אים יא אָן כפשוטו, אז עס קען יא זיין אַן אינפיניט סעט פון א טשעין פון גיהנומס (וואו אין יעדעס איינס וואס איז נידעריגער און ערגער פונעם פריערדיגן, וואו דארט ווערט מען נענש ומתוקן פון וואס מ׳האט מקלקל געווען אינעם פריערדיגן), איז דאס מחמת ווייל עס האט א העכערע לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, ולכן א העכערע לעוועל פון סיי צער אבער סיי תענוג לעומתו אויך, ולכן קען עס נאך אלס גערעכענט ווערן ווי א "טוב" וויבאלד עס באלאנסירט זיך. איז שטעלט זיך די פראגע טאמער איז ער יא מתקן דאס וואס ער דארף מתקן זיין אין א גיהנום, אפשר ווערט ער פשוט געשטעלט אין א ״העכערע״ גיהנום אינעם טשעין, וואס ביחס צום פריערדיגן אונטער דעם איז עס א גן עדן? אבער דאס איז שווערער צו זאגן, ווייל כנ״ל פעהלט אויס אז די העכערע גיהנום אינעם טשעין זאל זיין א קלענערע מדריגה אין קאַנשׁעסנעס כדי צו פארמינערן די צער, אבער דאס שטערט להשגה. וממילא מוז ער ווערן געשטעלט גן עדן, וואס דארט, לכאורה, האט דאס נישט צו טוהן מיט קאַנשׁעסנעס דייקא (עכ״פ ווי אזוי אונז פארשטייען דאס) כדי להתענג ולהשיג בלא צער. (די שאלה איז טאקע צי עס איז מעטאפיזיש קאָהערענט און מעגליך להתענג בטוב און עס זאל נישט זיין קיין צער ורע לעומתו, ולהשיג בלא "קאַנשׁעסנעס" באיזה אופן.)

וכמובן, אז דאס אלעס נעמט דאך אָן א טעאלאגישע הנחה פון א ״גוטע ג-ט״ וואס האט געשאפען דעם גאנצן סיסטעם. וא״כ איז דאך מדה טובה מרובה, און אויב אזוי אז עס איז דא אַן אינפיניט סעט פון גיהנומס, איז זיכער דא אַן אינפיניט סעט פון גן עֵדֶנֽס לעומתו אויך. וואס מ׳ווערט אין דעם אריינגעלייגט, לפי תיקונו אין איינע פון בתוך הסעט, ווען ער איז שוין אפגעקומען וואס ער דארף אפקומען אין איינע פון די גיהנומס, אָן מקלקל זיין ווייטער אז ער זאל דארפן אריינגעלייגט ווערן אין א נידעריגערע גיהנום בתוך די גיהנום סעט. און בתוך די סעט פון גן עֵדֶנֽס קען ער מעלה זיין דארט מחיל אל חיל צו גרעסערע און העכערע תענוג והשגה, וכדאיתא בסוף ברכות סד., לפי השגתו ותיקונו (באופן בלא עונש) אין א נידעריגערן גן עדן פאר דעם אינעם סעט. און דאס קען זיין א רמז אין די גמרא איך האב צוגעברענגט בתענית י. וואו מ׳שטעלט צאם אז י״א גיהנום אין לה שיעור וי"א עדן אין לה שיעור ע״ש. וכמאמר הכתוב בקהלת (ז יד) ביום טובה היה בטוב וביום רעה ראה גם את זה לעומת זה עשה האלקים.

ובענין זה האב איך דא צוגעברענגט ווי ר' יוסף אבן כספי איז מפרש אין זיין חצוצרות כסף דעם פסוק (משלי כד כב) ופיד שניהם מי יודע, אז דאס גייט ארויף אויף דאָבּל פּענעטרעישאן ע"ש. אויף די פסוק פאר דעם, ירא את ה' בני ומלך עם שונים אל תתערב, דרש'נט דער מדרש (דב"ר ב לג) מַהוּ וָמֶלֶךְ? וְאַל לַמֹּלֶךְ, כָּעִנְיָן שֶׁנֶּאֱמַר (ויקרא חי כא) וּמִזַרְעֲךָ לֹא תִתֵּן לְהַעֲבִיר לַמֹּלֶךְ ע"ש, און די מדרש איז מפרש "שונים" מלשון "שנים" ע"ש. עכ"פ רב אחא בר אדא דמן אחא זאגט בקידושין כב: לגבי ביאה שלא כדרכה, אז מאן לימא לן דלאו הנאה אית להו לתרוייהו ע"ש. ולכן בא הרמז אז נאך דעם וואס די פסוק איז מרמז צו העברת זרעם למולך, וואס דאס איז געטוהן געווארן בגיא בן הנם, וואס פון דעם האט די מושג "גיהנום" באקומען דעם נאמען, דערנאך שטייט איבער חיבור שניהם יחד איינער כדרכה און איינער שלא כדרכה. והוא לרמז אז כדרכה איז זיכער דא הנאה ותענוג, און דאס איז מרמז לגן עדן, אבער דאך איז די חלק שלא כדרכה, וואס ווערט גערעכענט ווי אַן עינוי וצער (עיין ברש"י בבראשית לד ב) ומרמז לגיהנום, איז אבער דאך דא דערביי און דערין תענוג. והיינו, עס איז דא א תערובות פון הנאה וצער ביי די שינוי, שהוא שלא כדרכה, און וואו גן עדן וגיהנום זענען שניהם זה לעומת זה; אחד כדרכה ואחד שלא כדרכה.

שעפטאל » פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:25 pm

· #549993
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
השתא דאתינא להכא.
קען מען אפשר זאגן. די וועלט איז נישט גן עדן און נישט גיהנום
נאר אז דעם מענטש קען זיין אין גיהנום אדער אין גן עדן בהאי עלמא!

איי גאט פליז, ביאה כדרכה און נישט דרך אחוריים..

מי אני » פרייטאג פעברואר 16, 2024 4:06 pm

· #549994
די געדאנק דורכאויס דעם אשכול איז אז עס זענען דא צוויי טעאלאגישע פראבלעמען. דאס ערשטע איז די פראבלעם פון שלעכטס בכלליות, וועלכע פרעגט אז וויאזוי שטימט א גוטע אלמעכטיגע ג-ט מיט מציאות הרעות וואס מ׳זעהט בהאי עלמא? דאס צווייטע איז די פראבלעם פון גיהנום בפרטיות, וועלכע פרעגט אז ווי אזוי קען א גוטע ג-ט באשטראפן מיט אזעלכע מאיומ׳דיגע סאדיסטישע פיינונגען און עס איז שייך לנצח, מיט וואס מ׳שטעלט זיך פאר גיהנום מיינט? (ועיין לדוגמא במה שאמר יצחק אסימאוו.)

די טעזע פון דעם אשכול איז אז קושיא חדא מתורצת בירך חברתה. והיינו, אויב נעמט מען אָן אז דאס, אונזער וועלט, איז די גיהנום וואו מ׳ווערט געשיקט פון ערגעץ אנדערש וכו׳ צו ווערן נענש ונתקן מחמת בחירתם דארט, דאן איז דאך די פראבלעם פון גיהנום נישט קיין פראבלעם. דאס איז די גאנצע וואס מ׳מיינט מיט׳ן שרעקעדיגן גיהנום?! און די פראבלעם פון שלעכטס ווערט אויך דערביי פארענטפערט: אוודאי איז דא שלעכטס - דאס איז דאך די גאנצע פּוינט פון א גיהנום! די סיבה פארוואס עס איז נישטא מער שלעכטס אין די גיהנום, איז ווייל ג-ט איז א גוטער און האט געזוכט (בלשון מושאל) צו שאפן דאס בעסטע גיהנום שייך, א ״גוטע״ גיהנום, אבער עס זאל נאך אלס זיין א ״גיהנום״. און דאס איז דאך וואס פארענטפערט דעם פראבלעם פון גיהנום.

‏ווי אויך קען דאס דינען אלס א טעאלאגישע תירוץ פארוואס עס איז טאקע אלעס דיטערמענד ובגזירה, און אז עס איז באמת נישטא קיין בחירה חופשית. כמובן, טאמער נעמט מען טאקע אָן אזוי, מוז מען זאגן אז עס איז טאקע נישטא קיין סעט פון מערערע גיהנומס, און אז אונזער וועלט איז די איינציגסטע גיהנום.

כדי די תירוץ זאל זיין גילטיג, מוז מען פּאזיטירן אז די וועלט איז די גיהנום ממש.
שעפטאל #
איי גאט פליז, ביאה כדרכה און נישט דרך אחוריים..
דער נביא זאגט (יחזקאל ח טז) אחריהם אל היכל ה' ופניהם קדמה (וידוע הדרש ביומא עז. סוכה נג: וקידושין עב:) און דער נביא איז ממשיך אינעם נעקסטן פסוק, והנם שלחים את הזמורה אל אפם. און דר. ראַבּערט אַלטער ברענגט צו דערויף:
Some have imagined, perhaps fancifully, that it reflects the worship of a phallic deity
[/size]

אלפא » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 6:56 pm

· #549997
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
זע איך דעם שבת אין די גליון פון היכלי הקודש - ר' יואל ראטה, ווי ער ברענגט צו פון ר' נתן אז איינער וואס איז אייביג פרייליך ווערט ניצול פון גיהנום (-לשון אינו מדויק).

אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז די גיהנום איז דאס נישט מער ווי בעסיק מאטעמאטיק...

תרמב » זונטאג פעברואר 18, 2024 7:07 pm

· #550175
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
אלפא #
זע איך דעם שבת אין די גליון פון היכלי הקודש - ר' יואל ראטה, ווי ער ברענגט צו פון ר' נתן אז איינער וואס איז אייביג פרייליך ווערט ניצול פון גיהנום (-לשון אינו מדויק).

אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז די גיהנום איז דאס נישט מער ווי בעסיק מאטעמאטיק...
דאס איז געקומען אלס א דירעקטע אנטווארט צו מי אני'ס אנפראגע צו יואלי ראטה...

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:24 pm

· #552090
עס איז מיר בייגעפאלן, לפי וואס כ׳האב פריער ארויסגעברענגט לגבי די השלכות פון די טעזע בנוגע דאס צוגאנג צום מושג פון ״טויט״, אז שפינאזע האט געשריבן אין זיין עטיקס (מאמר ד):
‏
PROP. LXVII. A free man thinks of death least of all things; and his wisdom is a meditation not of death but of life

‏Proof. — A free man is one who lives under the guidance of reason, who is not led by fear (IV. lxiii.), but who directly desires that which is good (IV. lxiii. Coroll.). In other words (IV. xxiv.), who strives to act, to live, and to preserve his being on the basis of seeking his own true advantage; wherefore such an one thinks of nothing less than of death, but his wisdom is a meditation of life. Q.E.D
עס קומט אבער לכאורה אויס פון דעם טעזע האשכול אז עס לייגט א גרעסערן דגוש אויפ׳ן טויט און דעם ״טרקלין״, ווי איידער החיים "בפרוזדור" בעוה״ז - די עוה״ז איז דאך דאס אקטועלע גיהנום פון וועלכעס מ׳וויל זיך דאך ענדגילטיג ארויסזעהן! און דאס איז היפך דאס סעקולארע שיטה פון שפינאזע דא, אז דער ״אין לך בן חורין״ וכו׳ פונעם עוסק בחכמה, פאקוסירט אויפ׳ן לעבן בעוה״ז, וממילא בגיהנום.

נאר בשעת׳ן אויסהערן דעם פייער ניגון פון שמואלי אונגאר, איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אין דעם. די חרוזים פונעם ניגון ארבעטן אויפ׳ן טייטש (ויקרא ו ו) אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה, אז ״וואו נאר מיר זענען, עס בלייבט אייביג ברענען, א פייער ברענט אין הארץ פון א איד״. והיינו, אז ווי די משנה זאגט (אבות ד יז) איז יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעוה״ז מכל חיי העוה״ב ע״ש. והיינו, אז אפילו בעוה״ז שהיא הגיהנום, איז ״אש תמיד״, קען מען באשטיין צו פארבלייבן אינעם גיהנום שנדמה לאש, און דאס שטרעבונג אויף אָנצוקומען צום יעוד התענוג בהאי עלמא און טוהן מה שביכולתו לזה, עכ״פ פאר זיך יעצט. אין אנדערע ווערטער, דער חכם הבן חורין דארף צוצוקומען צו אַן הכרה, אז אפילו ער אנערקענט שוין בחכמתו ושכלו די וועלט כמו שהיא באמת, דאך הייבט ער אויף ביידע מיטעלסטע פינגערס דערויף און דערצו, און קלערט אז ״טאמער איך בין שוין ממילא דא״ זוך איך נישט צו אנטלויפן דערפון, נאר דאס מקבל זיין, און צו פאקוסירן אויף און ארויסנעמען דערפון בדרך חכמה די (קאטעסטעמאטישע) תענוג המצוי בה וואס איז שייך. און דער חכם פאקוסירט טאקע אויף דאס לעבן ממש בהאי עלמא, ווי איידער אויפ׳ן טויט און זיך ארויסזעהן פונעם לעבן בגיהנום. (אין קורצן, ג-ט וויל, בלשון מושאל, אז דער מענטש זאל אין דעם זיין א ״יודע את רבונו ומתכוין למרוד בו״.)

***

כמובן, אז מיט די געדאנק פריער איבער דעם אז די קאַנשׁעסנעס פון א באשעפעניש בזה העולם איז לעומת וואס מ׳דארף אפקומען בגיהנום, ראטעוועט דאס פון דעם טענה אז אויב נעמט מען אָן אז די וועלט איז דאס אקטועלע גיהנום, דאן איז דאך דער מענטש טאקע די תכלית הבריאה - ווארום תכלית העולם, שהיא הגיהנום, איז טאקע אז ער זאל אפקומען. אבער לפי הנ״ל זענען בע״ח, שיש בהם ג״כ קאַנשׁעסנעס לאיזה דרגא, זענען דא פאר פונקט דאס זעלבע תכלית! (ועיין במו״נ ח״ג פי״ג.) מ׳קען אבער נאך אלס זאגן אז עס קומט אויס אז ״לעבן/לייף״ בכלליות איז תכלית העולם לפי״ז.

מ׳קען זאגן נאך מער אז לפי שיטת פּענסייקיזם, וועלכע קלערט אז אלעס בהעולם, ואפילו א דומם, האט אין זיך עפעס קאַנשעסנעס און איז צאמגעשטעלט פון "מיינד-שטאף", איז דאך נמצא אז אפילו כל דבר איז בגיהנום, ואולי שיש להם עי״ז צער באיזה אופן, וועלכע איז מקושר לקאַנשׁעסנעס. ונמצא מזה אז אלעס איז בגיהנום לתכליתה להיות שם. ונמצא ווייטער אז דער מענטש שבו איז נישט התכלית. הגם, ווייטער, אז עס קומט בעצם אויס אז די תכלית הבריאה איז למעשה קאַנשׁעסנעס.

‏ובכלל קען מען זאגן אז מאן יימר אז תכלית הגיהנום איז נאר לעונש ולתקן? דאס אליינס איז ווייטער אַן אַנטראָפּאָסענטריק בליק. עס איז נאר ממבטינו אז דאס איז התכלית, וכעין דברי האברבנאל.

ובזה קען מען זאגן אז דער נועם אלימלך טייטשט בפ׳ כי תשא אז הקב״ה הראה למשרע״ה כמין מטבע של אש, אז דאס איז לרמז אז פונקט אזוי ווי אש קען מחמם זיין לתיקון ומשרף זיין לקלקלה, אזוי איז אויך מיט מטבעות און געלט: מיט גוטס איז עס א תיקון אבער עס קען אויך זיין לרעתו פונעם מענטש אויב נישט ע״ש. וכענין זה קען מען זאגן לגבי הגיהנום שהוא האי עלמא: עס איז דומה ל״אש״ בזה, אז עס קומט אראפ לפּערספּעקטיוו וויאזוי ער איז עס מקבל, וכעין דרכו של הרמב״ם בטעאדיסי וסוג הג׳ של רעות העולם במו״נ ח״ג פי״ב ע״ש.

ואגב, די פסוק (ישעיה סו כד) כי תולעתם לא תמות ואשם לא תכבה, וועלכע גייט ארויף אויף די רשעים הנידונין בגיהנום לדורי דורות (ר״ה יז.), קען מען מסביר זיין לפי די געדאנק פון א(ן אינפיניט) סעט פון גיהנומס, אז ס׳קומט נישט אויס אז זיי גייען ארויס דערפון.

געוואגטער » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:25 am

· #552632
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
אלפא #
זע איך דעם שבת אין די גליון פון היכלי הקודש - ר' יואל ראטה, ווי ער ברענגט צו פון ר' נתן אז איינער וואס איז אייביג פרייליך ווערט ניצול פון גיהנום (-לשון אינו מדויק).

אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז די גיהנום איז דאס נישט מער ווי בעסיק מאטעמאטיק...
דאס איז לויט ווי עס ווערט געברענגט אין ברסלבע ספרים אז גיהנום איז נאר א שטראף פאר דיע וואס זענען עס נישט מקבל באהבה

מי אני » מאנטאג מערץ 4, 2024 7:25 pm

· #552887
📎 IMG_2240.jpeg מענין לענין באותו ענין, איז דאס א קארטון וועלכעס יוסף קעפּלער האט געמאָלען אין 1885 גערופן ״פון גיהנום צו שׁאוֺל״. עס ברענגט ארויס ווי קאנסעפּשאנס איבער ״גיהנום״ האבן זיך געטוישט און עוואַלווד לאור ההתפתחות האנושי, און ווי ״גיהנום״ איז ליידיג מיט דער טייוול ביים טויער דערפון וואס איז פארמאכט. בשעת די וואס דארפן זיין דארט זענען איידער אינעם בעסערן ״שׁאוֺל״.

ווי זיי זענען דאס מפרש:
This lithograph cartoon from 1885, titled "From Hell to Sheol" offers a satirical take on the evolution of the concept of hell. Created by Joseph Keppler for Puck magazine, it humorously depicts how respectable individuals who have been suffering in the traditional fiery depths of hell will now be transferred to a more pleasant destination known as "Sheol". According to this New Version of the Old Testament, many well-regarded people will find themselves relocated from torment to an oasis-like watering-place called "Sheol". The artist's interpretation showcases his wit and intelligence as he incorporates various historical figures such as Socrates, Voltaire, and von Goethe into this amusing scenario. The image portrays a river resembling the River Styx flowing through this transformed realm. A man and woman can be seen enjoying their time in "Sheol" while surrounded by lush greenery. This clever juxtaposition between traditional religious beliefs and evolving ideas about spirituality invites viewers to contemplate different interpretations of heaven and hell. Keppler's American lithograph cartoon not only provides entertainment but also serves as social commentary on Christianity, Judaism, and other belief systems prevalent during that era. It is a testament to his artistic skill that he manages to convey complex concepts with humor and satire. Overall, this thought-provoking artwork challenges conventional notions of damnation while offering a glimpse into society's changing perceptions regarding the afterlife

מי אני » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:30 pm

· #554387
מענין לענין באותו ענין איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דער רדב״ז שרייבט (שו״ת סימן תתקפה/ח״ג סימן תקנה) איבער אחד מגדולי הדור וואס האט נישט געוויינט נאכדעם וואס א זוהן איז אים ל״ע אוועק, אז דאס איז ״מדרך הפילוסופים האומרים כי זה העולם הכל הוא מעשה תעתועים״:📎 IMG_6953.jpeg אין דעם קען מען זאגן אז דא הא׳מיר דורכגעטוהן דעם געדאנק פון דאס אז ״צרת רבים חצי נחמה״ איז א נחמת שוטים. ולפי״ז האב איך געקלערט אז לפי די טעזע פונעם אשכול, קען מען דאס אפשר מרמז זיין בהמשנה בעדיות (פ״ה מ״ו) מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום ע״ש. והיינו, אז מ׳איז נגזר געווארן צו זיין בהעולם, שהיא הגיהנום, מחמת׳ן דאס׳ן זיין א ״רשע״ בעולם/רעלם אחר. און די נחמה איז אז יעדער, צי גאר אלעס, וואס מ׳טרעפט בהעולם איז נענש פונקט אזוי. און דאס איז א נחמת ״שוטים״ כל ימיו.

מי אני » זונטאג מערץ 17, 2024 12:13 am

· #555130
איך האב געקלערט אז דאס וואס מענטשן זענען חוגג זייער יום הולדת, וואס עס קומט אויס אז דאס איז דאך דעם טאג וועלכע זיי זענען אָנגעקומען בגיהנום, קען טאקע זיין (עכ״פ פאר די וועלכע אנערקענען דאס) א געדאנק אין דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין יט.) אז בגיהנום איז מען מצדיק עליהם את הדין ואומרים לפניו רבש״ע עולם יפה דנת יפה זכית יפה חייבת ויפה תקנת ע״ש.

איך האב געקלערט אז מ׳קען אולי זאגן א רמז בהפסוק (בראשית מ כ) ויהי ביום השלישי יום הולדת את פרעה ויעש משתה לכל עבדיו. והיינו, אז דאס גיהנום איז דאך באשאפען געווארן ב(ענין )יום שני לבריאה, און דערפאר שטייט נישט ביי דעם טאג ״טוב״ כדאיתא בב״ר (ד ו). און די ווארט ״טוב״ ווערט דערפאר נכפל ביום השלישי. וזהו הרמז אז הגם דאס יום הולדת ווייזט דאך אויפ׳ן טאג וואס מ׳איז אָנגעקומען בגיהנום, וואס ביום בריאת גיהנום לא נאמר בו ״טוב״, איז אבער דאך יש בה מקום למשתה און דאך יש בה ״טוב״ שנכפל עבורו ביום ״שלישי״ לבריאה.

***

https://en.wikipedia.org/wiki/Darvaza_gas_crater?wprov=sfti1#

מי אני » זונטאג אפריל 28, 2024 2:09 pm

· #560186
אין זיין פעליעטאָן הא לחמא עניא שרייבט ״מאָצל נח טויב״:
מאָצל נח טויב
און צו טרייבן ווי נְבוּזַרְאֲדָן דאַרף גאָט זיין קוואַטער

אַן ענין א דעליקאַטער, ער זיצט ביי דיר א זאַטער
פּשעטלעך פון א סקוואַטער און פון אין חבוש מתּיר

א פּריוואַטער טעאַטער איז נישט גרינג צו זיין מוותּר.

‎א נגע־צרעת אָן קיין ראַסע, הגם א בלאַסער למעשׂה

עין לא ראתה — ער פאַרמאָגט ניטאַמאָל קיין מאַסע

פאָרט איז ער זיך מתנשׂא ממסע למסע צו א משׂא גסה

ער איז מטמא במגע ומשׂא און אַזש אויך בגרימאַסע.
צו מיר האט דאס (אויך) געמיינט איבער דעם וואו עס איז נח לו לאדם שלא נברא און מ׳טרייבט אים דא אראפ. אבער דאך וויל ער נישט אויפגעבן אויף זיין זיין דא איינמאל ער איז שוין דא; (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. ווי שׁעיקספּיער האט, ווי באקאנט, געשריבן:
All the world's a stage, and all the men and women merely Players; they have their exits and their entrances, and one man in his time plays many parts
און פון דעם טעאטער, וואס איז דאס לעבן, וויל ער נישט מוותר זיין. ובסתם איז אסור עליו לאבד את עצמו, ואין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים שהוא בו. און דאס אלעס איז בנוגע נפשו און זיין קאַנשׁעסנעס, וואס איז שווער מגדיר צו זיין אין א פיזישן זין, און האט נישט קיין מאסע ועין לא ראתה אותה. (ועיין בשבת קנב. וואו די נפש פון א מענטש איז מתאבל על מותו ופרידתו מן הגוף מיט א גרימאסע ע״ש.)

‏אנדערע חלקים אינעם פעליעטאָן קען מען אויך אולי מפרש זיין על זה הדרך.

מי אני » דינסטאג מאי 7, 2024 10:01 am

· #561120
מי אני #
ובכלל קען דאס אפשר זיין א רמז בהגמרא בברכות י.
מאי (ישעיה נד א) רני עקרה לא ילדה? רני כנסת ישראל שדומה לאשה עקרה שלא ילדה בנים לגיהנם
והיינו, א נחמה פאר חשוכי בנים ל״ע, אליינס א צער בגיהנום, אז ס׳נישטא יעצט נאך קינדער בגיהנום.
די מימרא זאגט טאקע ברוריה אשת ר״מ. און מ׳קען זאגן מיט דעם עפ״י המדרש במשלי אז ברוריה ור״מ האבן טאקע ל״ע פארלוירן צוויי קינדער און זי האט אים מנחם געווען בענין (איוב א כא) ה׳ נתן וה׳ לקח ע״ש. והיינו, הרמז בזה המאמר ג״כ אז דאס קען זיין א נחמה דערין אז זיי זענען שוין נפטר געווארן מדינה של גיהנום שהיא העוה״ז. (די גמרא בברכות ה: מאכט טאקע א חילוק אז האבן און פארלירן קינדער איז ערגער פון חשוכי בנים מעיקרא ע״ש, אבער די געדאנק דא איז נוגע צו ביידע.

ועיין בעירובין מא: אז א פרוי קען פטר׳ן איר מאן מדינה של גיהנום ע״ש.)

מי אני » מאנטאג מאי 13, 2024 1:44 pm

· #561901
בשעת׳ן האבן גענומען 45 מ״ג קאַנאַבּיס און הערענדיג די צוויי טרעקס פון עלעיאַ, האב איך געקלערט אז די טעזע האשכול קען האבן השלכות אויף די צוויי מהלכים ביוטיליטעריעניזם. מיינענדיג, אז עס זענען דא צוויי מהלכים דערין. די ערשטע איז פּאזיטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס נעמט אָן אז די מאראלישע מטרה פון וואס איז דאס ענדגילטיגע ריכטיגע און עטישע זאך צו טוהן, איז צו הייבן דאס תענוג פון וויפיל מענטשן מעגליך. די צווייטע איז נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס זאגט אז די מטרה איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף מסיר צו זיין צער פון וויפיל מענטשן מעגליך.

יעצט, טאמער איז אונזער יקום דאס אקטועלע גיהנום, דאן איז דאך שורשו בעצם עונש ורע. ואיה״נ אז דאס איז די בעסטע וועג אז עס זאל שייך זיין א גיהנום וככל הנ״ל, וטוב מאד זה הגיהנום, וממילא נעמט דאס נישט אוועק פונעם טובו ואַמניבּענעוואלענס פונעם בורא, איז עס אבער דאך מטרתו להעניש/לתקן און עס איז בעצם רע. ונמצא מזה אז עס איז מער מסתבר אז די מאראלישע/עטישע מטרה באדארף צו זיין נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם: צו קאמבּעטן און מסיר זיין וויפיל פון אט די רע עס איז שייך. און ווי כ׳האב צוגעברענגט, קומט דאך (מעגליך) אויס לפי נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם אז טאמער האט מען די מעגליכקייט צו עקספּלאדירן די גאנצע וועלט כרגע, און דאדורך מסיר זיין אויפאמאל אלע צער ורע, דאן באדארף מען דאס צו טוהן. די פאקוס איז דאך נישט אויף פארמערן תענוג, ווי איידער מסיר זיין צער. און וואס פאר א גרעסערע ריכטיגקייט איז דא ווי צו דעסטרויען די גיהנום פון אינעווייניג? ונמצא מזה אז תכלית יעוד האדם איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף דעוועלאפּן אזעלכע סארט יוּניווערס-דעסטרויאינג געווער, ווי איידער דעם תענוג מאשין לכל אדם, וועלכעס איז אפשר נישט מעטאפיזיש מעגליך, און דאס שטימט דערמיט אז אונזער יקום דערלאזט דאס נישט וויבאלד דאס איז דאך די גיהנום. ואולי קען דאס אויך האבן א פאָלאָסיִ פון דיוויזשאן. והיינו, אז איה״נ צו דעסטרויען דאס גאנצע גיהנום איז א טוב, אבער עס באדייט נישט דוקא אז דערפאר איז דעסטרויען חלקים דערפון, אָן די גאנצע אויף אמאל, אויך א דבר טוב.

ואולי וועגן דעם איז אין סייקעדעליק סאָבּקולטור מעגליך דא א קשר צווישן סייקעדעליקס און שׁיִוואַ, וועלכע איז בתוך הינדוּ טראדיציעס די אפגאט פון חורבן.

נאך ווילדער און טינקעלער זענען מיינע מחשבות געפארן. איך האב געקלערט אז בעצם קומט דאך אויס אז אפילו רציחה איז בעצם א דבר טוב וואס דער רוצח טוהט צום נרצח (באופן וואו עס איז שנעל שלא בצער כלל וכלל) - ער באפרייט אים פון גיהנום. (ועיין איבער די דיון פונעם בסיס לאיסור רציחה בכלל.) די מאראלישע פראבלעם דערמיט איז פשוט דריי זאכן: די כוונה פונעם רוצח וואס טויג נישט, אז ער האט נישט קאנסענט דערפאר פונעם נרצח, און אז די נרצח׳ס פאמיליע און ארומיגע ווערן אפעקטירט דערפון (ועיין במנחת חינוך סוף מצוה לד לגבי תשובה על רציחה). וממילא טאמער איז די כוונה פונעם רוצח יא אלס צו באפרייען דעם מענטש פונעם גיהנום וואו ער גייט בהכרח האבן עגמת נפש און צער, זענען נאר די לעצטע צוויי סיבות גילטיג. אויף די סיבות קען מען קלערן אז אויב איינער איז אין א טאָרטור בּאַקס און ליידט, אבער וויל בשו״א נישט ארויסגיין דערפון (ער׳ט זיך אריינגעגעסן אינעם כריין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון בע״כ? ווי אויך, טאמער מ׳נעמט יענעם ארויס פון דארט וועט עס האבן א נאך מער נעגאטיווע עפעקט אויף ארומיגע (ואפילו וואו יענער וויל שוין יא ארויסגיין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון (ובפרט כשהוא בע״כ)? אדער שטייגט די ענדגילטיגע טובה פון דעם מענטש וואס ווערט ארויסגעשלעפט פונעם טאָרטור טשעימבּער, איבער דאס אלעם?

וואס מ׳קען ווייטער קלערן איז אז, כנ״ל, עס איז נישט זיכער אז ווען מ׳שטארבט ווערט מען לגמרי נפטר מדינה של גיהנום; עס איז שייך אז עס איז למעשה דא טיפערע און העכערע גיהנומס, פון וועלכע אונזער וועלט איז נאר איינס אינעם סעט. ונמצא מזה אז תקנתו ברציחתו עוותו. אבער צו דעם וואלט מען געקענט נוצן דאס געדאנק פון דר. דוד בּענאַטאַר׳ס אסימעטרי טענה פון צער לעומת תענוג. והיינו, אז דא הא׳מיר א ספק פון דריי: אדער ווערט ער נפטר מגיהנום הלז צו עפעס בעסער (דהיינו, אדער צו א בעסערע גיהנום אינעם סעט אדער גאר צום סעט פון גן עדן), אדער ענייהעלעישעניזם וביטול לאַיִן, אדער צו טאקע אַן ערגערע גיהנום. יעצט, מ׳קען טענה׳ן אז ענייהעלעישאניזם איז בעצם למעשה און ראציאנאליש בעסער ווי די גיהנום הלז, זייענדיג אז העדר הרע איז א טוב אבער העדר הטוב איז נישט דוקא א רע. ונמצא מזה אז עס איז 2/3 שאנסן זיכער אז מ׳העלפט דעם נרצח במיתתו, און נאר 1/3 שאנס אז נישט. אויב נעמט מען אָן אז עס איז נישט שייך קיין ענייהעלעישאניזם, דאן איז דאס טאקע א חצי/חצי.

עכ״פ נמצא מכל זה אז דאס קען זיין א סיבה פאר׳ן מסתיר זיין אז די וועלט איז דאס אקטועלע גיהנום - מ׳זאל נישט גיין רצח׳ענען מענטשן אלס רחמנות עליהם; מ׳זאל זיי לאזן אויסדינען זייער סענטענס בגיהנום. (און דאס קען אפשר זיין א רמז במחלוקת בין אביי ורבא במכות ט. צי אַן אומר מותר ביי איסור רציחה איז אַן אונס אדער קרוב למזיד ע״ש. והיינו, צי ער איז אַן אונס ווייל כוונתו קען גאר זיין לטוב, אדער קרוב למזיד ווייל כוונתו להרוג און דאס איז אסור חוץ במקומות מועטים.)

‏ביים טשענט/תנועה בקול אינעם צווייטן טרעק ביי 4:10-4:58 און דורכאויס׳ן טרעק, האב איך געפיהלט ווי עס ברענגט ארויס ווי מ׳ריעטשט ארויס און מ׳לעכצט צו אנטלויפן פונעם גיהנום.
But there’s no escape
און די איינציגסטע זאך וואס בלייבט איבער צו טוהן איז להצדיק את הדין צום גרונט פון מציאות כבעירובין יט. יפה דנת יפה חייבת.

ס׳איז גראדע געווען א גוטע טריפּ.


***

אגב, הרב דר. נחום (נארמאן) לעם ז״ל שרייבט לגבי אי תכלית העולם הוא האדם:📎 IMG_7356.jpeg

מי אני » דינסטאג מאי 28, 2024 8:39 am

· #563502
‏דא האב איך צוגעברענגט:
מי אני #
באבות דר׳ נתן (פט״ז ה״ד):
רבי שמעון בן יוחי אומר מכאן שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם. משלו משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שהיה לו שדה זבורית. באו בני אדם והשכירוה בעשרת כורין חטים בשנה. זיבלוה, עדרוה, השקוה וכסחוה, ולא הכניסו ממנה אלא כור אחד חטים בשנה. אמר להם המלך מהו זה? אמרו לו, אדונינו המלך, אתה יודע בשדה שנתת לנו שמתחלה לא הכנסת ממנה כלום. ועכשיו שזבלנוה וכיסחנוה והשקינוה מים לא הכנסנו ממנה אלא כור אחד חטים בלבד. כך עתידים ישראל לומר לפני הקדוש ברוך הוא: ריבונו של עולם, אתה יודע ביצר הרע שהוא מסית בנו, שנאמר, (תהלים קג יד) כי הוא ידע יצרינו
וע״ש בבנין יהושע שזהו במי שעכ״פ ״ישראל״, והיינו אז ער פרובירט כאטש. ער צייכענט אויך צו צו די גמרא בעירובין יט. ובסוף חגיגה כז. אמר ריש לקיש אין אור של גיהנם שולטת בפושעי ישראל (עכ״פ לבר מישראל שבא על בת עכו״ם) ע״ש. (ועיין במה שהביא @כספי.)
ואולי קען דאס זיין א רמז דערצו אז אונזער רעלם איז די אקטועלע גיהנום (שאין למטה ממנה). ולכן אין רואין פני גיהנום לעתיד לאחר המות, די קאנטעקסט פונעם מימרא, ווייל מ׳איז שוין דארט.

און מ׳קען זאגן אז דאס איז די רמז ״שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם״, ווייל דער כלי יקר שרייבט לגבי ווען מ׳האט צוגעגעבן דעם נאמען ״ישראל״ צו יעקב (בראשית לב כט), אז ״ישר״ איז א לשון ראייה ״והודה לו בזה כי יעקב רואה פני א-ל ולא עלתה בידו לסמא אותו במציאת הא-ל יתברך״ ע״ש. ולענינינו, איז די לשון ״ישראל״ דא פאר די וואס זעהן און זענען נישט בלינד איינצוזעהן אז מ׳איז שוין דארט בגיהנום.

***

בשעת׳ן מאכן ברכת אשר יצר האב איך געקלערט אז די ברכה קען מרמז זיין דערצו אויך. והיינו, עס ברענגט ארויס אז למעשה איז די טבע הגוף און איר מעכאניזם אויסגעשטעלט בלאגיק וחכמה בחוק. ס׳איז טאקע נישט אזוי עפישענט ויש כסדר בזה סכנה של סתימה ופתיחה ועוד און עס איז אויסגעשטעלט צו ענטראָפּיק פּראצעסן, אבער דאס אליינס ארבעט מיט א סיסטעם וחוקים. והיינו, אז אט די פראבלעמען זענען אזוי (כעין) במכוון אריינגעשטעלט בחוקי הטבע, כדי צו דוקא זיין נישט אזוי עפישענט, כדי לקבל עונש של הגיהנום. ולכן אפשר לומר דפסק רב פפא (ברכות ס:) אז מ׳זאל זאגן ״ומפליא לעשות״ אויך ע״ש. והיינו, אז מ׳טרעפט דעם געדאנק פון דעם ווארט ״הפלא״ ביי עונשים אויך (דברים כח נט). והרמז בזה אז די יצור והטבע איז טאקע אזוי אויסגעשטעלט צו זיין דאס בעסטע סארט גיהנום פאר די יצורים בתוכה.

און דאס קען אויך ליגן אונטער דעם (עירובין יט.) ״יפה״ דנת ״יפה״ חייבת, וואו מ׳אנערקענט אין דעם יופי הבריאה וחוקיה, הגם עס איז טאקע די גיהנום.

***

איך האב אויך געקלערט אז דאס וואס דער שטן האט געזאגט אויף איוב (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו, איז טאקע מעיקרא ווען איוב איז נאכנישט געווען קיין חכם. און ווי דער רמב״ם שרייבט אויף אים במו״נ ח״ג פכ״ב:
שלא תאר איוב בחכמה ולא אמר 'איש חכם' או 'מבין' או 'משכיל', אבל תארו במעלות מדות ויושר פעולות. שאילו היה 'חכם' לא היה מסופק עליו ענינו
ולפי דבריו קען מען זאגן אז ווען איוב זאל ווען זיין א חכם, וואלט ער אנערקענט אז די וועלט איז למעשה די גיהנום, און עס וואלט נישט דייקא געווען ביי אים דעם כל אשר לאיש יתן בעד נפשו, נאר איידער דעם (אבות פ״ד מכ״ב) בע״כ אתה חי.

***

מיט דעם קען מען אולי אויך מפרש זיין דעם באקאנטן מדרש (ב״ר לט א):
אמר רבי יצחק משל לאחד שהיה עובר ממקום למקום וראה בירה אחת דולקת אמר תאמר שהבירה זו בלא מנהיג הציץ עליו בעל הבירה אמר לו אני הוא בעל הבירה. כך לפי שהיה אבינו אברהם אומר תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם
והיינו, אז ער האט געזעהן אז די וועלט איז דולק כמו הגיהנום שנמשלה לאש, און אט דאס האט אים געמאכט טראכטן אז ס׳דא א בעל הבירה וואס האט אריינגעשטעלט די ברואים בתוכה לסיבת עונש ותיקון.

מי אני » פרייטאג מאי 31, 2024 10:32 am

· #563891
מאטעמאטישע דיימענשאנס און דאס גיהנום
דער קריסטליכער מאטעמאטיקער דר. וויליאם אנטאני גרענוויל האט געהאלטן אז אסאך פון די רעליגיעזע/קריסטליכע דאקטרינעס קען מען פארענטפערן אז זיי זאלן שטימען מיט סייענס, אויב נעמט מען אָן אז ג-ט וסייעתו זענען בּיאינגס אין העכערע דיימענשאנס. לדוגמא, אויב וואלטן געווען ברואים וועלכע לעבן נאר אין 2D וממילא קענען נאר דאס באגרייפן, דאן ווען אונז פון 3D וואלטן ארומגעשפילט דערמיט, לדוגמא ״אויפגעהויבן״ א 2D בריה אויף ״ארויף״ און ארויס פון זיין פאפיר, וואלט ער געווארן פלוצלינג אומזעהבאר צו די אנדערע ברואים דארט ביז אונז שטעלן אים צוריק. וכן הוא לגבי לקיחת אליהו הנביא וחנוך ארויס פון אונזער 3D מציאות אויף ״ארויף״ און ארויס. און אזוי ארבעט אויך קפיצת הדרך (וזהו הרמז בסנהדרין צה. "שלשה" קפצה להם הארץ ע"ש, והיינו דורכ'ן זיך ארויסזעהן פון די "שלשה" ספּעישעל דיימענשאמס דהאי עלמא). (וידוע עדווין עבּאַט׳ס בוך פלעטלענד.)

דאס זעלבע איז ווען אונז זאלן ״אדורכשניידן״ דעם 2D פּלעין מיט עפעס א 3D זאך, וועט עס זיי אויסזעהן ווי פלוצלינג טוישט זיך זייער מציאות בדרך נס און עפעס קומט ממש צושטאנד יש מאַיִן; די קאנסערוועישאן פון מאסע/ענערגיע גייט נישט ממש האלטן. 📎 1.jpg אבער עס איז נישט באמת אזוי אז ווען די 3D שׁעיפּ הייבט אָן דורכגיין אז דעמאלטס איז עס ״באשאפען״ געווארן מאַיִן, און ווען עס פערטיגט עס דורכגיין אז עס איז ״שב״ לאַיִן; עס איז נאר אזוי פון דעם 2D בריה׳ס פּערספּעקטיוו. ועפי״ז איז ער מסביר ווי עוואלושאן קען גיין אין איינקלאנג מיט דאס אלעס. דאס איז אז עס איז כעין אזוי ווי דער 3D בריה נעמט זיך דורכשטעלן א קוֺין דורך דעם 2D פּלעין. פאר די ברואים עליה זעהט דאס אויס ווי עס קומט צוערשט צושטאנד און דערנאך עוואַלווד דאס אלס גרעסער און גרעסער (ביז עס ווערט עווענטועל אויס). 📎 2.jpgוכן הוא, אויף א היפש מער קאמפּליצירטע פארנעם, פון העכערע דיימענשאנס לתוך אונזער 3D. ובזה זאגט ער אויך אז אונזער פּערסעפּשאן פון זמן איז אויך געבינדן צו דעם אז אונז זענען ברואים אין א מקום פון 3D, משא״כ אין העכערע דיימענשאנס קען דאס אלעס, אונזער זמן וואס אונז זעהן אין 3D, זיין אויפאמאל; ומשם באה נפש האדם וואס "גייט נאר דורך" דעם פּלעין פון אונזערע נידעריגערע 3D ולכן זעהט עס אויס ווי עס ווערט באשאפען און שטארבט בזמן. וענין החלום וכדומה היא, וואו די פּערסעפּשאן פון זמן איז טאקע לכאורה אנדערש ווי ווען מ'איז וואַך, איז וואו ער טאקע שפירט די העכערע דיימענשאנס במקצת. וכן הוא הלאה לגבי דעם ״זמן״ בתוך 4D ביחס צו נאך העכערע דיימענשאנס.

עס קומט אויך אויס מזה אז פאר די ברואים בתוך 2D איז נישט שייך אז זיי זאלן זיך קענען ״היטן״ פון א בריה בתוך 3D און העכער. און דאס זעלבע לגבי די יחס פון אונזער 3D מציאות צו העכערע דיימענשאנס אויף ארויף. אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו (ירמיה כג כד).

ער זאגט אז עס איז יתכן, זייענדיג אז נפש האדם איז פון א העכערע מאטעמאטישע דיימענשאן כנ"ל, אז ״גן עדן״ באדייט אז נפשו גייט צו א העכערע דיימענשאן וכן הלאה והלאה מחיל אל חיל, מיט די פרייהייט און העכערע פארשטאנד והשגה וכו׳ וואס קומט מיט דערמיט (וכעין ווען מ׳זאל ווען מאכן א בריה פון 2D צו א בריה פון 3D). וכעין בזה. און די פסוק (תהלים פד ח) ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון (ועיין בברכות סד. ובמו"ק כט.), שטייט גראד נאך די פסוק עברי בעמק הבכא מעין ישיתוהו גם ברכות יעטה מורה, וואס די גמרא בעירובין יט. דרש'נט אז עס גייט ארויף אויף גיהנום ע"ש. און ״גיהנום״ איז ווען נפשו של אדם ווערט צו א קלענערע דיימענשאן צו 2D, וואס איז א תפיסה און שוואכערע עקזיסטענץ לעומת זיין פריערדיגע עקזיסטענץ; ואפילו וואו ער קען שוין מער נישט משיג זיין און געדענקען זיין פריערדיגע עקזיסטענץ בתוך די העכערע דיימענשאן. און פון דארט קען ווייטער די ״גיהנום״ זיין וואו ער ווערט אריינגעשטעלט אין א 1D עקזיסטענץ, וועלכע איז נאך ערגער לעומת די העכערע דיימענשאנס. ביז ער קומט אָן צו 0D, א פונקט בלי מקום (וממילא אפגעזונדערט ווי ווייט עס איז שייך פון הקב"ה שהוא "מקומו" של עולם), און דאס איז דעם (דברים לב כב) ותוקד עד שאול תחתית. (און די שאלה איז צי עס איז שייך אזא זאך ווי מאטעמאטישע נעגאטיווע דיימענשאנס, וממילא קען אט די געדאנק גיין ווייטער און ווייטער אז דאס גייט נאך נידעריגער ווי 0D נאכדעם בב״ת?)

ולפי״ז איז טאקע אונזער 3D עקזיסטענץ סיי א ״גן עדן״ פאר 2D ברואים און נידעריגער, און סיי א ״גיהנום״ פאר ברואים פון העכערע דיימענשאנס. ועיין כאן בדברי דר. האָד האָדסאן בזה.

איך האב געקלערט בזה אז עס איז ידוע אז פרעקטעלס, וועלכע זענען שעיפּס וואס זענען געמאכט פון חלקים וואס זענען פונקט ווי די גאנצע והיינו אז ווי ווייט מ׳גייט אראפ איז עס נאך אלס די זעלבע, ווערן מאטעמאטיש גערעכענט ווי דיימענשאנס מיט פרעקשאנס; נישט דיימענשאנס מיט גאנצע נומערן/אינטעדזשערס. ובשעת מ׳איז אויף סייקעדעליקס פראדוצירט דאס אפט אז דער מענטש "זעהט" פרעקטעל מראות בשעת הטריפּ (ועיין ערך סייקעדעליק אַרט). ולכן, שפירט מען דאך בשעת מעשה ווי מ׳איז אינדערמיט פון דעם דריטן און פערטן דיימענשאן, און מ׳פיהלט ווי מ׳קומט צו כמעט צום העכערן פערטן דיימענשאן; און דאס איז די תענוג דערפון, לעומת אונזער יעצטיגע עקזיסטענץ אינעם דריטן דיימענשאן, און ווי מ׳שפירט דעם (ישעיה סד ג) עין לא ראתה אלקים זולתך. וההיפך ווען מ׳האט ל״ע א ״שלעכטע טריפּ״ און מ׳קען זיך פיהלן צווישן דעם צווייטן און דריטן, און כמעט שפירן דעם גיהנום רעלאטיוו צו אונזער דריטע דיימענשאן וואו מ׳איז יעצט. ולכן איז דעמאלטס טאקע די פּערסעפּשאן פון צייט אנדערש, ענליך צו וואס ער זאגט לגבי דעם ענין פון א חלום.

ער שרייבט:
It is evident that we as three-dimensional beings cannot have a true conception of what heaven is; being a higher space it is beyond our powers of understanding. If an accurate description of heaven were in some way available we would not understand an iota of it, it would be meaningless to us. Attempts to describe heaven always result in a description in terms of our three-dimensional environment. In this connection it is significant to note that the Bible usually tells what heaven is not, rather than what heaven is. The adjectives are generally negative. We should never lose sight of the fact that the Bible was written for beings living in a three-dimensional space, beings whose knowledge and experiences are wholly limited to that space
דאס אלעס געבט א טיפערע באדייט צו דעם אז ״ג-ט איז א מאטעמאטיקער״. ווי אויך דאס אז הקב"ה איז "מקומו" של עולם (ב"ר סט ח).

ועיין כאן במה שהבאתי מדר. פּאָל ערענפעסט אז נאר אין 3D קען שייך זיין סטעיבּל אָרבּיטס פון פּלאנעטן וכו' (ווען עס איז נאר דא איין בנוספ'דיגע דיימענשאן פון זמן). ולפי"ז קען מען אפשר זאגן א רמז בנדרים ח: בהא דאמר רבי שמעון בן לקיש אֵין גיהנם לעולם הבא אלא הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתיקה צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה שנאמר (מלאכי ג כ) וזרחה לכם יראי שמי שמש וגו' ע"ש. והיינו הרמז אז אונזער 3D מציאות און וועלט, וואו עס איז מאטעמאטיש שייך דעם אָרבּיט פון די פּלאנעטן סביב השמש, והשמש בהגאלאקסי וכו', אט דאס איז די גיהנום העכשווי. אבער לאחר מזה, אין אנדערע דיימענשאנס וואו עס זענען נישט שייך קיינע סטאבּילע אָרבּיטס, איז מוציא חמה מנרתיקה.און דאס קען זיין די רמז בהפסוק (תהלים יב ט) ״סביב״ רשעים יתהלכון, והיינו אז רשעים ווערן נידון להגיהנום שהיא האי עלמא של 3D (רעלאטיוו צו העכערע דיימענשאנס), וואו עס איז שייך אָרבּיטס המקיפים ״סביב״.

ענליך קען מען אפשר טייטשן אויפ'ן פסוק (ירמיה לא כא) עד מתי תתחמקין הבת השובבה כי ברא ה' חדשה בארץ נקבה תסובב גבר. און דער רד"ק און מצודות טייטשן "תתחמקין" מלשון סיבוב, און "בת השובבה" מלשון מרד ע"ש. והיינו, אז די ענין של עונש המורדים לגיהנום, איז אין אונזער 3D מציאות ובריאה וואו עס איז שייך אָרבּיטס וסיבוב. (וכעי"ז ביחזקאל ה ו, ותמר את משפטי לרשעה מן הגוים ואת חקותי מן הארצות אשר "סביבותיה".) ענליך קען מען אויך טייטשן לגבי דעם פסוק (תהלים נ ג) אש לפניו תאכל "וסביביו" נשערה מאד. והיינו, ווייל די גמרא זאגט בב"ק נ. אז דאס גייט ארויף אויף דעם וואס הקב"ה איז מדקדק בהצדיקים אפילו כחוט השערה ומענישם ע"ש. ולכן בא הרמז אז "אש" של גיהנום וואו מ'איז טאקע מעניש, איז אטע די עלמא הדין פון 3D, וואו עס איז שייך אָרבּיטס ו"סיבוב" (של מבוא השמש וואס שטייט צוויי פסוקים קודם).


‏דא שרייבן זיי:
The idea of a soul moving into the fourth dimension and being eternal allays the fear of death to many people. Higher dimensions can be used to provide a future beyond death. Religion may not be necessary to as many people in the future as an explanation of death. The faith required in religion can be lessened by the scientific example of higher dimensionality
ובזה קען מען טייטשן (עמוס ב ו) כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלשה" ספּעישעל דיימענשאנס איז די גיהנום פאר די פושעים פון "ארבעה" דיימענשאנס צו וואו מ'וויל זיך צוריקקערן. און ענליך (משלי ל טו-טז) "שלוש" הנה לא תשבענה "ארבע" לא אמרו הון שאול ועצר רחם ארץ לא שבעה מים ואש לא אמרה הון. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלש" דיימענשאנס איז די "שאול ואש [של גיהנום]" פאר די דיימענשאן פון "ארבע". והיינו נמי להלן (פסוק חי) "שלשה" המה נפלאו ממני "וארבעה" לא ידעתים, ולהלן (פסוק כא) תחת "שלוש" רגזה ארץ ותחת "ארבע" לא תוכל שאת. והיינו, אז די דיימענשאן וואס איז "תחת" ארבע, איז א גיהנום ביחס לה, וכן הוא פאר די דיימענשאן תחת שלוש.

‏(ועיין כאן.)

***

דאס אז אונזער וועלט איז די אקטועלע גיהנום און עס איז נישט בולט אז דאס איז עס, קען געבן נאך א פשט אינעם מדרש בב"ר (א ה):
בנוהג שבעולם מלך ב"ו בונה פלטין במקום הביבים ובמקום האשפה ובמקום הסריות כל מי שהוא בא לומר פלטין זו בנויה במקום הביבים ובמקום האשפה ובמקום הסריות אינו פוגם כך כל מי שהוא בא לומר העוה"ז נברא מתוך תוהו ובוהו אינו פוגם אתמהה
והיינו, אז מ'האט נישט צו פארשעמען די בריאה מיט'ן מגלה זיין אז ס'איז על מקום אשפה וגיהנום.

***

דר. שלמה רובין שרייבט:
רבים מחכמי כהני הנוצרים מודיעים לנו פה אחד, כי תלמידי מני פגלו כל אוכל היותר נחוץ לכלכלת הגוף, כמו בשר ביצים חלב ויין, וגם הנישואין אסרו על נפשם, וכ"ז לבל יגדילו ויאדירו אצילות האל הרע הוא החומר הקדמוני (ראה לדוגמא אויגוסטין מ“ו, הירונימוס ח”ב, כריזוז, ח"א).

‎והנה הדיעה המשובשת הזאת, אשר מקורה גם היא בארץ הקדם ובימים הקדמונים, הכתה שרשים ביתר עוז בלב הנוצרים הראשונים או אבותיהם האיסיים הותיקין, שמשם בא גם בקרב אומתנו בעיון ובמעשה, כל אלה היו, והם עוד בזמננו בקרב כת חסידי פולניא וארץ ישראל, בעלי הסגוף המואסים בחיי העוה“ז, וחושבים כמו ההודיים ודבקי דת בּוּדהאַ הנ”ל, כי כאשר יענו את הגוף ותאוותיו הארציות בעוה“ז, שהוא כפרוזדור מלא קוץ ודרדר שמיר ושית בדרכו העולה למעלה בית אל לעוה”ב, כן תרבה ותזכה הנשמה וכן תפרוץ בזכיותיה לשוב למקורה, שמשם שולחה ארצה למען תדע תרדוף תהתגבר על הגוף הנגוף הרע מיום הולדו (באסמכתא על מאמר ב"ר וירא אלהים את כל אשר עשה והנה טוב מאד זה יצר הרע, ועיין בהערותינו הקודמות והבאות בדבר רעת החומר ובדבר המלחמה שבאדם הפנימי). והיסוד לכל זאת הוא הדמיון לרבי נבוני לחש ובעלי סתרים כמו היודעים והמינים והמקובלים, כי הארץ הוא העולם השפל נתן אלהים לבני אדם לענות בו (ע“ד מאמר המדרש שם והנה טוב מאד זו מדת יסורין שעל ידיה הבריות באין לחיי העוה”ב) וכי היא עמק הבכא מצרף הנשמה, כאש הגיהנם (ע“ד המאמר ב”ר שם והנה טוב מאד זה גיהנם) להתיך וללבן לצרף ולטהר את נפש האדם, בטרם יצרור אותה האלהים בצרור עולמים, ורבים מגדולי פילוסופי עמנו ומליציו נמשכו אחרי הדיעה הזאת, ודי לנו בזה להזכיר מליצות הפניני בספרו “בחינות עולם” כי חיות הנה, הלא כה דבריו: התבל הוא מקור הבליה וההפסד מוצא ההעדרים אחוז בחבלי בוז והבל, אדמה כאדמה וגו' שמורה עברתה בחברתה ומתקה וצופה כקש וסופה וגו' קלין מתמיד וחרפה רצופה, והיא נתנה באמצע הגלגלים, היושבים ראשונה במלכות, מערה שפלה אליה ישפכו כל המותרות" הטבעיים ועפושיהם וכל נמבזה ונמס, וכמה פגעים טבעיים ומוכרחים אימות עצומות ובהלות גדולות יסערו לפצפצה ולפרפרה, כאלו ישיב הגלגל יתפלא באדם להוציאהו מרעה אל רעה ולדחותו מדחי אל דחי וגו' זאת כבודה בת מלך פנימה שלח ממנוחתה לאף וחמה לעבוד את האדמה ולחבק אשפה ולשבוע בחרפה וגו' ומדי היותה במאסר בבית אפל וגו' – ועוד פילוסוף גדול בדורותינו הוא פיכטע מחליט שלא נברא העולם אלא להיות לשכים ולצנינים אל האנכי למען יבחן כוחו ותתעולל גבורתו, כי זה תכלית בריאת העולם אם טוב ואם רע הוא.

מי אני » מיטוואך יוני 5, 2024 7:38 pm

· #564447
עמיל סיאראן האט געזאגט:
It is possible that existence is our exile and nothingness our home
ועיין כאן איבער די געדאנק פון ״ג-ט״ אלס ״אַיִן הגמור״.

ארטור שׁאפּענהאוער האט געזאגט:
The shortness of life, so often lamented, may be the best thing about it
***

לגבי דעם געדאנק פון 3D הנ״ל, עיין כאן.

***
מי אני #
ובזה איז מן הראוי לציין למה שפירש אבן כספי בבראשית (ב ז):
והנה עדן הוא גבול ידוע שֵם, כמו שזכרו זה ישעיה (ישעיהו נ"א, ג) ויחזקאל (יחזקאל כח, יג). ועל דרך משל היה אמרנו "גן בעדן" כמו כרם "בקרן בן שמן" (ישעיהו ה, א). והוא גבול אינו מרחוק לחרן לפי הכתובים, או בִּתְלַסָרג.

וכן "גיהנום", שהוא כנגדו, הוא מקום ידוע, כמו שמבואר ביהושע (יהושע טו ח, חי טז) וביתר ספרי הנביאים, ובעונותינו היה זה המקום קרוב לארצנו ושם היו עושים עבודת המולך שהיא לאש. ובכלל כי הדברים האלה כולם כפשוטם, כמו הכרם שהיה בקרן בן שמן, בדברי ישעיה (ישעיהו, ה א), וכמו הנשר (יחזקאל יז, ג) והכפיר (יחזקאל יט, ג) והגפן (שם י) בדברי יחזקאל, אבל עם זה הם משלים לענינים אחרים כמו שמפורש שם, ואין כן בזה כי אין ראוי.
ער שרייבט אויך:📎 IMG_7527.jpeg

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 5, 2024 8:43 pm

· #564459
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
מי אני: דיין טעזע פון פתיחת האשכול איז אין פאקט איינשטימיג מיט די מציאות.. די רעאליטעט פארוואס מ'זעהט אין לעבן אז געוויסע מענטשן פלאגן זיך אויסער געוויינליך שטארק. סיי אין געזונט. אויך אין אנדערע סאושיעל עניינים. מער ווי עוורידזש.

אויך איז פארהאן אמאל אז א געוויסער מענטש פארלייגט זיך אויף א יחיד און ער פייניגט איהם אויס די נשמה. אן קיין שום לאגישן הסבר. אן דעם וואס יענער זאל עפעס פראוואקירן.

דאס אלעס קען פארענטפערט ווערן מיט דעם פאקט אז דאס לעבן אויף די וועלט איז א טייל פון א גרעסערן סוירקל. און דורך דעם וואס די ביידע מענטשן זענען מגולגל געווארן און טרעפן זיך צוזאם, ווערן אויסגעגלייכט חשבונות וואס האבן זיך נישט אויסגעגלייכט אין דעם פריער'דיגן סייקל פון לעבן אויף די וועלט. נאר בחירה חופשית איז נאכאלץ דא. ממילא, אלס טייל פון דעם גראנדיעזן הימלישן פלאן וועלן די ביידע מענטשן נישט געדענקען זאכן פון א פריער'דיגן לעבן.

ס'איז דא אסאך מעשיות פון די תלמידי הבעש"ט (פאר ווער ס'גלייבט אין דעם) איבער אומ-פארשטענדליכע זאכן וואס זענען געשעהן צו א מענטש. און דער רבי האט איהם ערקלערט אז דאס זענען חשבונות פון א פריער'דיגן גילגול וואס האבן געדארפט אויסגעגלייכט צו ווערן.

ספעציעל איבער געלט וואס איינער איז שולדיג געבליבן פאר א צווייטן. און ער איז געשטארבן איידער ער האט באצאלט. זענען ביידע אראפגעקומען אויף די וועלט. אדער דער בעל חוב אליין. און דאס געלט איז אנגעקומען צו די יורשים.

פון די אנדערע זייט פון ספעקטרום. נאר דאס האט שוין מער צו טון מיט בחירה. אויב א מענטש האט געטון עפעס א פאר גוטע זאכן אין זיין לעבן. נאר זיין לעבן איז איינגעשטעלט אויף א שלעכטן וועג. סיי בין אדם למקום. מערסטנס בין אדם למקום, צאלט מען איהם אפ זיין שכר אויף די וועלט. און ער האט נישט קיין עולם הבא. ווייל עבירות בין אדם לחבירו וואס ווערן געטון צו באשווינדלען און מצער זיין א צווייטן מענטש (איד אדער גוי), אויף א שטענדיגן אופן, ווערט באצאלט (כאטש א טייל) אויף די וועלט.

מי אני » זונטאג יוני 16, 2024 1:01 am

· #564973
בשעת׳ן האבן גענומען 35 מ״ג קאַנאַבּיס האב איך געפיהלט אַן הארה אין דעם, פון א פשט ב"גיהנום" בהאי עלמא, וואס איז געווען גאר שרעקעדיג. דאס איז ווייל א ״שלעכטע טריפּ״ איז נישט פיזישע פּיין, נאר אַן אבנארמאלע פחד און פּאראנויע דורך דעם וואס די אַמיגדאַלאַ אינעם מח ארבעט דעמאלטס אסאך שטערקער אָן די נארמאלע עיכובים וועלכע האלטן דאס אין אלגעמיין מער אין די ראַמען. עס איז כעין די געפיהל וואס א מענטש האט אין די סעקונדע בשעת׳ן ל״ע זעהן זיין קינד ח״ו אראפפאלן פון דאך. און דאס ווערט ח"ו ממושך אויף (צומאל) שעות.

יעצט, נאך דאס קליניקעל טויט פון א מענטש (וואס דאס אליינס איז טאקע נישט אזוי גרינג מגדיר צו זיין), ווען די הארץ און אנדערע אברים ארבעטן שוין נישט, ביז "מח טויט" ווען די מח הערט גענצליך אויף צו פונקציאנירן, זענען דעמאלטס דא בּרעינוועיווס אינעם מח וועלכע זענען זייער ענליך צו די בּרעינוועיווס בשעת מ'איז אויף א DMT טריפּ און חלום. ועיין בדברי @שעפטאל אז בשעת דאס טויט פונעם מענטש און ווען ער חלומ'ט, טוהט די גוף נישט נאטורליך צוברעכן די DMT וואס עס פראדוצירט נאטורליך, וממילא האט מען טאקע דעמאלטס כעין א סייקעדעליק "טריפּ". (וידועים די פלעטליינערס פילמס.)

ווי זיי ברענגען צו איז דאס דומה צו די בּרעינוועיווס בשעת מ'איז אין א טיפע שלאף (וידוע הגמרא בברכות נז: אז שינה אחד מששים למיתה, וחלום אחד מששים לנבואה ע"ש), און דאס קען אָנגיין פאר אַן ערך פון 7 מינוט צי לענגער נאכ'ן טויט. ועכ"כ אז די שטודיע ברענגט צו אז עס זענען געווען מענטשן אזוי פאר א וואך, 168 שעה, נאכ'ן טויט (ועיין בשבת קנב. דנפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע"ש). און ווי (לדוגמא) מעקס טאָבּין פון BBC ברענגט ארויס, איז דאס דומה צו די באקאנטע "נאנט-צו-טויט" עקספּיריענסעס וואס מענטשן האבן, וועלכע ‏ארבעטן ניוראלאגיש און זענען ‏ענליך צו סייקעדעליק טריפּס (ועיין אין די קוואליטעטיוו שטודיע לגבי השוואות וחילוקים דערינען; עכ"פ לגבי די סייקעדעליק 5MeO-DMT). ועיין בדברי דר. בּרוּס גרעיסאן און דא וואו ער טענה׳ט אז ״נאנט-צו-טויט״ עקספּיריענסעס זענען נישט דאס זעלבע ווי סייקעדעליקס, זייענדיג אז זיי זענען אסאך מער אייניג ביי מענטשן ווי סייקעדעליק טריפּס, וועלכע זענען מער לא הרי זו בזה כהרי זו בזה.

ולכן האב איך געשפירט די פחד אז הגם רוב פון די סארט סייקעדעליק טריפּס זענען גוט און בא'טעמ'פט, איז אויב חלילה פאלט דער מענטש אריין דעמאלטס אין א "שלעכטע" טריפּ (מחמת טבעו אז ער איז מער ענקשאס וכדומה), דאן קען דאס זיין א גיהנום און נאך אסאך ערגער ווי סתם א שלעכטע טריפּ. דאס איז ווייל לאחר מיתתו ווערן דער מענטש'נס חושים און סענסארי אינפּוטס צוביסלעך אויסגעלאשן, וועלכעס הייבט דאס פחד נאך מער; וכעין ל"ע לאַקט-אין סינדרוים. (און ווי מעקס טאָבּין פון די BBC ברענגט פריער ארויס, איז די חוש המישוש דאס לעצטע צו גיין, און עס קען זיין אז דער מת שפירט דאס יא אסאך שפעטער בשעת'ן זיין אויף אט די "טריפּ"; וידוע הגמרא בברכות חי: ובשבת יג: דקשה רימה למת כמחט בבשר החי ע"ש - ער שפירט אבער קען זיך נישט באוועגן צו טוהן עפעס דערוועגן. ולגבי די חוש השמיעה וואס בלייבט אויך לענגער, איז דאך באקאנט משבת קנג. דבהספידא של מת התם קאימנא ע״ש.)

ועוד יותר, אז לפי אריסטו והרמב"ם אז זמן איז מקושר ומקרה קרה לתנועה, קען מען קלערן אז זייענדיג אז דער מת׳ס חושים ותנועה הערן אויף צו ארבעטן, איז זיין פּערסעפּשאן פון זמן נישט כראוי. ולכן קען זיך דאס נאכמער שפירן פאר אים ווי אט די שלעכטע טריפּ וגיהנום גייט אים אָן ל"ע פאר אַן אייביגקייט. (הגם אבער אז די בּרעינוועיווס אליינס זענען בעצם אויך תנועה, וא"כ קען ער לפי"ז יא בעצם אויסציילן די רגעים און צייט. אזוי צי אזוי קען מען טענה'ן אז דאס איז צום מערסטענסט אזוי ווי א גאר שלעכטע חלום, וואס למעשה ענדיגט זיך, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס שפירט זיך בשעת מעשה ממש.)

דאס פירט בכלל אריין אינעם שאלה צי קאַנשׁעסנעס, ווי אונז פארשטיי מיר זי, איז אַן עמבּאַדיִד פענאמענאן און עס פעהלט אויס אַן אינטערעקשאן מיט'ן גוף אז דאס זאל אפירקומען? לדוגמא, ביי די קוואַליאַ און געפיהל פון פחד וצער, פעהלט מעגליך אויס, לדוגמא, דאס שווערע אטעמען פון די לונגען און די הארץ קלאפענישן פונעם הארץ צו געבן אט דעם קאַנשעס עקספּיריענס דערפון. און הגם אז לאחר מיתה פיהלן יא אפשר די נערוון דורכאויס דעם גוף וכנ"ל, איז דאס אבער דאך שוואכער זייענדיג אז די איבעריגע איברים (והאָרמאָנען) ארבעטן שוין לגמרי נישט אפירצוברענגען אט דעם געפיהל; ולכאורה נאך ווייניגער ווי ביי א נאר ״נאנט צו טויט״ עקספּיריענס, וואו דער מענטש איז למעשה נישט לגמרי טויט און קען נאך צוריקקומען לחיים. און די שאלה איז אויך אז אויב איז דאס מער דומה צו א חלום בשינה, איז דאס אויך גרינגער ווי סתם א שלעכטע סייקעדעליק טריפּ. וידוע ג״כ אז בשעת מ׳חלומ׳ט בתוך REM שלאף, טוהט די מח אפשוואכן/פּאראליזירן די גוף, מוסקל עטאָניע, עס זאל זיך נישט קענען געהעריג רירן. אבער אויב איז דאס מער דומה צו "נאנט-צו-טויט" עקספּיריענסעס, דאן איז דאס לכאורה יא מער ״ממשות'דיג״ ווי א חלום סתם.

דאס דערמאנט פונעם משנה (אבות פ״ד מכ״ב) ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך ע״ש. (עס איז אבער אויך מן הראוי לציין אז א שלעכטע טריפּ קען זיך אינדערמיט טוישן לטוב, וכן להיפך.)

ונמצא מזה אז עס קען גאר זיין א טובה פאר איינער וואס זיין מח איז אינגאנצן נתאפס געווארן ברגע מיתתו, כגון די וואס זענען געווען ביים מקום פונעם אטאמישן אויפרייס און יאפאן, אדער כגון די סצענע פון זעלבסטמארד אין ספּייק לי'ס אָלדבּוי פילם.

ולגבי דעם אז א סייקעדעליק טריפּ איז כעין ענין נבואה, און אזא סארט טריפּ האט מען בשעת המיתה, קען דאס אולי זיין א רמז בהפסוק ביי מנוח, ווען ער האט געזעהן א מלאך והוי כעין נבואה (שופטים יג כב) מות נמות כי אלהים ראינו - בעת המיתה איז דאס אויך דא.


וואס קען מעגליך העלפן, ווי דר. קריסטשען דזשערעט ברענגט צו:
A field study in 2002 found that, on the rare occasions when people taking MDMA/ecstasy at parties reported bad experiences, this usually coincided with the user’s friends having pessimistic expectations or concerns about the trip. ‘A sense that another user, particularly a friend or acquaintance who is part of the collective, is not having a pleasant experience may have a deleterious effect on the group as a whole,’ the researchers said

If you have any frightening experiences or difficult overwhelming emotions, the usual advice is to surrender to these rather than trying to suppress them or run away from them. ‘Whether the disturbance consists of frightening illusions or internal imagery, difficult thoughts and feelings about some past or present personal issue, or anxiety related to a radical change in sense of self (eg, temporary loss of self-identity), the volunteer is encouraged to mentally surrender to the experience, trusting that her or his usual state of consciousness will return when the drug effects resolve,’ state the safety guidelines from Johns Hopkins University
והיינו, מקבל זיין דאס טויט, אויב מעגליך און שייך, אויף א פּאזיטיוון אופן. ובכל אופן מקבל זיין די עקספּיריענס בבחינת ״יפה דנת יפה חייבת״.

וכמובן קען בכלל זיין שווער צו עקסטרעפּאלעיטן פון אפילו אָלטערד-קאַנשׁעסנעס עקספּיריענסעס וועלכע מ׳האט ווען די גוף איז נאך למעשה בין החיים, צו די ווען די גוף איז שוין למעשה לגמרי טויט.

***

א חבר האט מיר געזאגט אז מ'קען פארענטפערן דאס וואס דער מוהר"ן זאגט אז עס איז דא א שאול תחתית פון וואס ער וועט העלפן ארויסראטעווען וכדומה, הגם אז אונזער וועלט איז דאך דאס גיהנום, אז עס איז א משל צו דעם אז די התנהגות'ן וועלכעס ער שלאגט פאר וועלן העלפן דעם מענטש'נס רוחניות טאקע שוין בהאי עלמא. עס איז בעצם א משל צו דעם אז עס איז שוין א דבר טוב וועלכעס וועלן בייהילפיג זיין דעם מענטש בחיים חיותו. (הגם עס בלייבט נאך שווער ווען ער באציהט זיך צום "שאול תחתית" ווי עפעס א מקום מיט פּראַפּערטיס. ואולי קען מען אויף יענע מאמרים אויך זאגן ענליך בדרך משל הנ"ל.)

יאסל ראקאווער » זונטאג יוני 16, 2024 11:55 am

· #565040
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
מיר האבן געהאט די זכייה צו הערן די געדאנקן מפה קדשו פון די הייליגע מי אני שליט"א

שש אנכי מאמרתך!

מי אני » זונטאג יוני 16, 2024 7:36 pm

· #565118
יאסל ראקאווער #
שש אנכי מאמרתך!
די גמרא זאגט בשבת קל. אז די פסוק (תהלים קיט קסב) שש אנכי על אמרתך גייט ארויף אויף מצות ברית מילה ע״ש. און די גמרא זאגט טאקע בעירובין יט. אז אברהם אבינו ע״ה ראטעוועט טאקע ארויס פון גיהנום די אידן וועמען ער דערקענט אז זיי זענען גע׳מל׳עט ע״ש…

פרייוויליג » זונטאג יוני 16, 2024 9:04 pm

· #565127
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
יישר כח @מי אני פאר די אשכול.

שוין יארן וואס איך טריפ אויף די שאלה, אפשר זענען מיר יעצט אין גיהנם, און הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט אונז געגעבן אן עיר-קאנדישן און א בענקל אין גיהנום.

וואס גיהנום איז נישט ווייסט קיינער נישט, און וואס גיהנום איז יא ווייסט אויך קיינער נישט.

די אמת איז אז די קשיא איז נישט לימיטעט איבער גיהנום נאר איבער די עצם רעאליטעט פון לעבן. אפשר לעבן מיר אין א סאליפסיסטישע רעאליטי. וכהנה וכהנה זענען דא מיליאנען טעאריעס פון פאטענציאלע רעאליטיס.

ערלויבט מיך משתף צו זיין וויאזוי איך רעסל מיט מיינע מחשבות:

הכל מודים אז עס איז נישטא קיין גרעסערע יסורים און חושך אויף די וועלט ווי ספק, דייקאטאמי, פאראדאקס, דאס לעשט אויס דעם מענטש פון מבית ומבחוץ.

איז אזוי: שטעלט אייך פאר השי"ת אנטפלעקט זיך פאר מיך און געבט מיר א מודעה. וואלט איך אויך געהאט א ספק אויב עס איז השי"ת? זיכער נישט. כל זמן איך האב א ספק קען דאס נישט זיין השי"ת, אויב וואלט השי"ת גערעדט צו מיך וואלט עס געווען די העכטסע מציאות און קלארקייט.

1. עס איז פאר מיך קלאר אז די ספק-עונש-יסורים וואס מיר ליידן קומט פון די מכה אשר כתובה בתורה "עמלק" גמ' "ספק". אויב זאל איך דיר אריינלייגן אין א ספק אויב דיין מאמע איז דיין עכטע מאמע וואלט עס געווען יסורים בלי גבול.

2. עס איז אמת אז מיר לעבן אין א וועלט מדוכה ביסורים, מוטל בספק, און קאנסטענט מענטל-טארטשער. אבער עס איז דא זאכן וואס מיר ווייסן אויף זיכער, און דאס איז אז
אפגעזען אויב מיר זענען יעצט אין גיהנם, אדער מיר לעבן יעצט אין א ווירטואל רעאליטי אדער סופער אילוזיע, איז נאכאלץ נתאמת אצלינו די פאלגענדע:

3. עס איז דא איין ג-ט, און אלעס וואס מיר גייען יעצט אדורך איז אונטער זיין סופרים קאנטראל און השגחה. עס איז נישטא קיין טעות אדער גליטש אלעס איז meticulously אויסגערעכענט, אינקלודינג די יסורים פון די דאזיגע שמועס.

4. השי"ת האט אינסופ'ידיגע רחמים און אלעס וואס מיר גייען יעצט אדורך און אלעס וואס מיר זען יעצט איז פון זיין זייט PERFECT.

5. אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו - דאס איז די פאנדעישען פאר אלעס. ג-ט שפילט נישט קיין געימס מיט אונז. עס איז נישט קיין got you וועלט. כאב דיך אויסגע'נער'ט. אין די תורה שטייט נישט פון יענער וועלט, פון גיהנם, פון עולם הזה פון שכר בעוה"ב, און אויך שטייט נישט עקספליסיסטלי פון תחיית המתים. עס איז בכלל נישט רעלעווענט פאר אונז מה למעלה ווייל די וועלט איז צו לעבן לשם פאר די וועלט. אונז לעבן נישט פאר שכר, גלגולים, פאר תחיית המתים, פאר עוה"ב. מיר זענען פשוט agents פון הקב"ה לתקן עולם במלכות שד"י. כל זמן מיר ווייסן די רולס פון די יונעווערס Thou shalt not kill וכו' ווייסן מיר אז מיר גייען נישט אריין טיפער אינעם דמיון. כל זמן מיר ווייסן אז מיט אטעמען זענען מיר אין די perfect פלאץ אין די perfect תקופה.

6. ווען עס קומט צו די טעאריעס פון גלגול, האב איך געזאגט פאר איינעם. די טעאריעס גלגול איז זייער געשמאק. די מענטשעלע האט זיך אנגעהויבן צו כאפן אז מיר האלטן אינמיטן א מעשה, מיר זענען דא לתקן ולשפר, און אונזערע אנוועזעהייט קומט מעגליך ראטעווען א פריערדיגע אנוועזעהייט. מיטאמאל פארשטייען מיר שוין מעשה מרכבה, פארוואס און וויאזוי ג-ט באשאפט די וועלט. יעצט פארשטיי איך פארוואס ראובן ליידט אזוי, ווייל פריערדיגע גלגול האט ער געטעשעפעט אן אלמנה וכו' וכו'.

איך האב פאר דעם זייערע א גרינגער כלל. ווער מעג גלייבן אין די טעאריעס הגלגול, עמיצער וואס זאגט, אז לולי טעאריעס הגלגול פארשטיי איך זאכן פונקט אזוי יא און נישט. דאס מיינט איך וואלט געלעבט פונקט אזוי גוט אן די טעאריעס הגלגול. איך וואלט צופרידן געווען אז איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן ליידן. אזא מענטש מעג גלייבן אין גלגול. אבער אויב עמיצער דרייט זיין גאנצע פראספעקטיוו ארום גלגול איז אין א מסוכ'נדיגע פלאץ, ווייל עס איז דא אסאך מער קשיות ווי תירוצים ווען עס קומט צו גלגול.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יוני 16, 2024 11:24 pm

· #565139
פרייוויליג #
הכל מודים אז עס איז נישטא קיין גרעסערע יסורים און חושך אויף די וועלט ווי ספק, דייקאטאמי, פאראדאקס, דאס לעשט אויס דעם מענטש פון מבית ומבחוץ.

עכט ווילעך דיר נישט אריינווארפן ספיקות אין עפעס וואס דו האלסט שוין יא אויף א זיכערע זאך. כ׳זיך דאך נישט צוצולייגן יסורים און ספיקות... אבער כ׳קען זיך נישט איינהאלטן ווען איינער רעדט פון מיר נישט ריכטיג (יא? ״הכל״ מודים, גייט דאך ארויף אויף מיר אויך... ניין??).

שוין, לאמיר קומען צום ווארט:

די איינציגסטע אופן וויאזוי ספיקות קען נערווירן א מענטש איז נאר ווען דער מענטש איז געווארן ״אידענטיפייד״ מיט זיין חכמה און ידיעות. ס׳טייטשט, ער באטראכט דאס ׳זיך׳ מיט זיין ׳חכמה׳ ווי איין זאך.

און דאס ׳זיך׳ וועט מען דאך דיפענדן פאר יעדן פרייז. אויב איז נאר דא א ספק ספיקא פון א סכנה איבער דאס עקזיסטענץ פון ׳סעלף׳, וועט דאך דער מענטש נישט איינריען און טון אלעס אשר ביכלתו ׳זיך׳ צו ראטעווען.

איז אויב בין ״איך״ מיין ״נאלעדזש״. דאן אויב ווייס איך נישט עפעס, אדער כ׳האב עס נישט ארויס גענוג קלאר, דעמאלס בין ״איך״ זעלבסט אינטער א פראגע צייכן. איז וויאזוי קעמען שלאפן רואיג...?

אבער לאמיתו של דבר, איז דער עצמיות האדם - כאטש זיין ״חשיבות״ ווענטסעך אסאך אין זיין שכל - אינדעפענדענט לגמרי פון זיין שכל.

איך קען נאך אביסל מאריך זיין, מסביר צו זיין דעם קאנסעפט ״לאדזשיקלי״, אבער ״הפוכי מטרתא למה לי״?

סאוי, לאמיר ענדערש מאכן א פאקטישע טריי-אויט:

לאמיר פראבירן פאר איין חודש, צו טוישן דעם ניגון אין אונזער מוח פון ״איך בין א חכם, א פארשטייער״ וכדו׳ צו ״איך בין א לעבעדיגע קאנטשעס ביאינג״.

און לאמיר דאן זען צו די וועלט איז מער גיהנום צו מער גן עדן...

מי אני » מאנטאג יוני 17, 2024 8:10 am

· #565164
פרייוויליג #
הכל מודים אז עס איז נישטא קיין גרעסערע יסורים און חושך אויף די וועלט ווי ספק, דייקאטאמי, פאראדאקס, דאס לעשט אויס דעם מענטש פון מבית ומבחוץ.

אבער עס איז דא זאכן וואס מיר ווייסן אויף זיכער, און דאס איז אז
אפגעזען אויב מיר זענען יעצט אין גיהנם, אדער מיר לעבן יעצט אין א ווירטואל רעאליטי אדער סופער אילוזיע, איז נאכאלץ נתאמת אצלינו די פאלגענדע:

עס איז דא איין ג-ט, און אלעס וואס מיר גייען יעצט אדורך איז אונטער זיין סופרים קאנטראל און השגחה. עס איז נישטא קיין טעות אדער גליטש אלעס איז meticulously אויסגערעכענט, אינקלודינג די יסורים פון די דאזיגע שמועס.
ליידער איז דאס אויסדרוקליך נישט אזוי. ועכ״כ אז עס זענען דא די וואס נוצן דאס אז עס איז ‏לגמרי יא מוטל בספק, ואפילו פאר׳ן מענטש וועלכער לעכצט א קאנעקשאן דערצו וכו׳, אלס א ראיה גאר קעגן מציאותו.

נאר וואס דען? דאס אליינס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן טעזע פונעם אשכול: אט די פונדאמענטאלע שאלה איז בהכרח אויסגעשטעלט צו זיין מוטל בספק כדי טאקע צו פארמערן די יסורי הנפש דערין, זייענדיג אז דאס איז די גיהנום. און ווי @אנאנים האט אויבן געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
ולגבי די געדאנק פון יסורי הספק על הכלל, איז איה״נ. ווי איך האב אויבן געשריבן בריש האשכול, פארענטפערט די מהלך האשכול אז עס איז באמת ובעצם טאקע נישטא עכט קיין בחירה חופשית, און אלעס איז שוין פונקטליך אויסגעשטעלט ונגזר עפ״י פועל ונפעל וויאזוי עס זאל פאסירן. די מהלך שטימט בעסער מיט דיטערמעניזם, וואו אונז שפילן אויס בע״כ אלע אונזערע מעשים, ולכן איז טאקע נישטא דערנאך קיין שכר ועונש אח״כ, זייענדיג אז אונז זענען שוין אינעם מקום העונש של גיהנום. און דאס אז עס זעהט אונז למעשה נישט אויס וואו אונזערע מעשים זענען דיטערמינד און אונז קענען נישט וויסן וויאזוי אלעס וועט זיך אויסשפילן אין אונזער עתיד און עס איז אונז א ספק, איז א חלק פונעם צער הגיהנום, וואס ווען אונז ווייסן דאס יא קען מען טענה׳ן אז דאס אליינס וואלט אונז געווען א סטאָאיק מרגוע. (איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן פארקערט אז דאס אז ער ווייסט נישט און קען נישט אויסרעכענען די עתיד, איז גאר א חסד אלס דעם דיה לצרה בשעתה; ועיין בפסחים נד: אבער דאס אליינס אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, מוז העתיד בהכרח זיין פאר אים א ספק כדי למצוא מרגוע לנפשו, איז אליינס א חלק פונעם עונש וכנ״ל.)

און דאס פירט ווייטער אריין אין צו וואס @בְּתוֹךְ עַמִּי זאגט:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
די איינציגסטע אופן וויאזוי ספיקות קען נערווירן א מענטש איז נאר ווען דער מענטש איז געווארן ״אידענטיפייד״ מיט זיין חכמה און ידיעות. ס׳טייטשט, ער באטראכט דאס ׳זיך׳ מיט זיין ׳חכמה׳ ווי איין זאך.

און דאס ׳זיך׳ וועט מען דאך דיפענדן פאר יעדן פרייז. אויב איז נאר דא א ספק ספיקא פון א סכנה איבער דאס עקזיסטענץ פון ׳סעלף׳, וועט דאך דער מענטש נישט איינריען און טון אלעס אשר ביכלתו ׳זיך׳ צו ראטעווען.

איז אויב בין ״איך״ מיין ״נאלעדזש״. דאן אויב ווייס איך נישט עפעס, אדער כ׳האב עס נישט ארויס גענוג קלאר, דעמאלס בין ״איך״ זעלבסט אינטער א פראגע צייכן. איז וויאזוי קעמען שלאפן רואיג...?

סאוי, לאמיר ענדערש מאכן א פאקטישע טריי-אויט:

לאמיר פראבירן פאר איין חודש, צו טוישן דעם ניגון אין אונזער מוח פון ״איך בין א חכם, א פארשטייער״ וכדו׳ צו ״איך בין א לעבעדיגע קאנטשעס ביאינג״.

און לאמיר דאן זען צו די וועלט איז מער גיהנום צו מער גן עדן...
ווי ארויסגעברענגט עפ״י דעקארט איז אויב וויל דער מענטש אידענטעפיצירן דעם ״זיך״ אלס א מציאות און קאַנשׁעס בּיאינג, איז דאס בהכרח אָנגעוואנדן אין זיין טראכטן און וויסן; די געדאנק ״נאלעדזש״ בכלליות. אנדערש וויאזוי ווייסטו/טראכסטו טאקע אז דו ביסט באמת א לעבעדיגע קאַנשׁעס בּיאינג? (ועכ״כ אז די רגע מען פרובירט דאס אפצופרעגן אז מ׳איז טאקע אין א טעות אין דעם, טוהט מען דאס בו בעת ממש שטארקן. אין מנוס.)

און ווייטער: דאס אליינס אז מ׳מוז צוקומען צו וויסן/טראכטן איבער׳ן ״זיך״ צו חכמה ולאגיק און אז נאר דאדורך איז בכלל דא א דיון איבער׳ן ״זיך״, וממילא עפענט מען אין דעם די טיר פאר׳ן ‏(קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, איז אליינס א חלק פונעם עונש הגיהנום.

‏(איך פארשטיי אז דעקארט׳ס טענה באדייט נישט דוקא אז דאס ״זיך״ פונעם מענטש איז ממש זיין נאַלעדזש וחכמה, אבער אין די קאנטעקסט דא איז דאס נישט קיין גרויסע נפק״מ אין דעם אז מ׳דארף למעשה בהכרח צוקומען דערצו כנ״ל.

וכמובן גייט דאס אלעס מיט מיט די שמועס פון דא און ווייטער.)

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 17, 2024 10:02 am

· #565170
Re:
מי אני #
און ווייטער: דאס אליינס אז מ׳מוז צוקומען צו וויסן/טראכטן איבער׳ן ״זיך״ צו חכמה ולאגיק און אז נאר דאדורך איז בכלל דא א דיון איבער׳ן ״זיך״, וממילא עפענט מען אין דעם די טיר פאר׳ן ‏(קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, איז אליינס א חלק פונעם עונש הגיהנום.

אויף דעם האביך דאך פארגעשלאגן אז מ׳זאל עס נישט עפענען, דעם טיר. איזעס דען נישט תלוי בבחירתו?

׳ניצן׳ חכמה, און זיך ׳אידענטיפיצירן׳ דערמיט זענען צוויי אנדערע זאכן.

און לגבי דעם ׳ויוסיף דעת יוסיף מכאוב׳ איז לפי המבואר מפי ספרים וסופרים די חילוק פון חכמה און דעת איז חכמה די עצם אבסטראקט לאגיק כמו שהוא און דעת איז די התקשרות האדם בו, ווי ער ווערט מקושר/איינס מיט זיין חכמה און ס׳טריגערט זיינע געפילן. ולכאורה איז דאס עטליעסט קרוב צו די ענין פון זיך אידענטיפייען מיטן חכמה…

מי אני » מאנטאג יוני 17, 2024 12:09 pm

· #565186
די געדאנק איז אז חכמה והיותו נפש משכלת, איז א נעסעסערי קאנדישאן פאר דאס ״זיך״ און דעם מענטש׳נס זיין א קאַנשׁעס בּיאינג; זיין ״נפש״. ער קען נישט האבן זיין קאַנשׁעסנעס ונפש, ובפרט אריינקלערן אין דעם גופא, אָן שכל וחכמה. (ולפי״ז קען מען טאקע טענה׳ן נאך ווייטער אז דאס מענטש׳נס קאַנשׁעסנעס ונפש איז טאקע זיין שכל וחכמה.) אחוץ טאמער איז די עצה טאקע דורכצוגיין דאס לעבן ווי א ‏זאַמבּי און זיך טאקע מנתק זיין פון זיין שכל וקאַנשׁעסנעס, וואס דעמאלטס איז טאקע איה״נ דא דעם שוטה אינו נפגע.

אין קורצן:
מענטשליכע קאַנשׁעסנעס ← וחכמה ושכל

און אט דאס האב איך געמיינט אז ס׳איז נישט קיין נפק״מ דא אין דעם קאנטעקסט. מיינענדיג, צי אלס אידענטיטעט צי אלס נעסעסערי ענטעילמענט, אויב האסטו קאַנשׁעסנעס מוז (שוין) זיין (מקודם) שכל וחכמה. און זייענדיג אז זיין העכערע קאַנשׁעסנעס (משאר בע״ח) איז תלוי בשכלו וחכמתו של האדם מהצלם אלקים (וידוע המו״נ בח״א פ״א) וואס יעדעס מענטש האט במדת מה, איז אין מנוס לו מהצער בהעולם, וואס מחכמתו און זיין אנערקענונג דאדורך קומט דאך זיין צער ומכאוב (מער ווי דער בע״ח). און אט דאס איז זיין גיהנום. (ועכ״כ אז, ווי איך האב אויבן געשריבן, טאמער איז דא א טיפערע גיהנום דערנאך, באדייט דאס אז עס איז דא דארט א העכערע לעוועל פון קאַנשׁעסנעס פאר די ברואים הנתונים שם לעונש ותיקון.)

פרייוויליג » מאנטאג יוני 17, 2024 12:17 pm

· #565187
Re:
מי אני #

ליידער איז דאס אויסדרוקליך נישט אזוי. ועכ״כ אז עס זענען דא די וואס נוצן דאס אז עס איז ‏לגמרי יא מוטל בספק, ואפילו פאר׳ן מענטש וועלכער לעכצט א קאנעקשאן דערצו וכו׳, אלס א ראיה גאר קעגן מציאותו.



אבער אזוי לעבן מיר, אין גיהנום.
ולגבי די געדאנק פון יסורי הספק על הכלל, איז איה״נ. ווי איך האב אויבן געשריבן בריש האשכול, פארענטפערט די מהלך האשכול אז עס איז באמת ובעצם טאקע נישטא עכט קיין בחירה חופשית, און אלעס איז שוין פונקטליך אויסגעשטעלט ונגזר עפ״י פועל ונפעל וויאזוי עס זאל פאסירן. די מהלך שטימט בעסער מיט דיטערמעניזם, וואו אונז שפילן אויס בע״כ אלע אונזערע מעשים, ולכן איז טאקע נישטא דערנאך קיין שכר ועונש אח״כ, זייענדיג אז אונז זענען שוין אינעם מקום העונש של גיהנום. און דאס אז עס זעהט אונז למעשה נישט אויס וואו אונזערע מעשים זענען דיטערמינד און אונז קענען נישט וויסן וויאזוי אלעס וועט זיך אויסשפילן אין אונזער עתיד און עס איז אונז א ספק, איז א חלק פונעם צער הגיהנום, וואס ווען אונז ווייסן דאס יא קען מען טענה׳ן אז דאס אליינס וואלט אונז געווען א סטאָאיק מרגוע. (איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן פארקערט אז דאס אז ער ווייסט נישט און קען נישט אויסרעכענען די עתיד, איז גאר א חסד אלס דעם דיה לצרה בשעתה; ועיין בפסחים נד: אבער דאס אליינס אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, מוז העתיד בהכרח זיין פאר אים א ספק כדי למצוא מרגוע לנפשו, איז אליינס א חלק פונעם עונש וכנ״ל.)
ביסט גערעכט מיט דעם אז די עצם מציאתו איז מוטל בספק, אז נישט וואלט נישט געווען קיין נבוכים און נישט קיין מורא נבוכים אלעס וואלט געווען קלאר.

איך האב געליינט פון רבי פינסאן - זע אונטן - וואו ער טריפט אז דאס וואס "מענטשן קענען טראכטן" אז עס איז נישטא קיין קריעטער איז וויבאלד מיר קומען פון הקב"ה, פון זיין מציאות, און ער האט דאך אויך נישט קיין קריעטער, און פון דארט נעמט זיך די אילוזיע פאר מענטשן צו טראכטן אז מיר האבן נישט קיין קריעטער.

אין אונזער עולם הדמיון איז נישט גארנישט אבסאלוט, דו זעסט דאך אז מענטשן ווילן זאגן אז די וועלט איז פלאך (וועגן דעם מיינט אויך נישט אז מיר גייען אזוי אננעמען, נישט יעדע שוטה'ס טעאריע מיינט אז די זאך ווערט מסופק וויבאלד איינער טשעלעדזשט עס) אבער פאר מיר איז עס גענוג צו זאגן אז די מאמענט איינער קען עס אפפרעגן פארמאגט די זאך א זוהמא, א קליפה, א דמיון, וואס דאס געבט א מקום פארן מענטש זיך טועה צו זיין.

סא הקב"ה האט געמאכט א פלאץ וואו מענטשן זאלן קענען מסופק זיין אין זיין מציאות, און געוויס איז דאס יסורים נוראים. די מאמענט א מענטש איז מסופק אויב זיין מאמע איז עכט ווערט דאס יסורים.

אבער מיין נקודה איז אז אין די עולם השקר איז דא זאכן וואס מיר מענטשן האבן אנגענעמען אלס די מערסטע אבסאלוט וואס אבסאלוט קען זיין דא. צב"ש אז די וועלט איז רינדיכיג, אז דיין מאמע איז דיין עכטע מאמע וכדו'. און מיר אידן, טעאלאגיענס, גלויביגע, ווייסערס, האבן אנגענעמען אלס א פשטות שיש בורא לעולם. יעצט קען מען אריינגיין אין השגחה.

אבער @מי אני איך פראביר אלץ צו פארשטיין וואס דיין ציל איז מיט דיין אלע ויכוחים. דאס הייסט אזוי: ווען דו ציטירסט דר. דזשאן שעלענבערג אלס א פירכא קעגן אמונת מציאותו, וואו טראגט דיך דאס? טיפער אינעם ספק? אדער קלארער אינעם ספק? וואס ברענגט דיך דאס למעשה, צו ווערסטו קלארער מיט דעם? אויב דר. דזשאן שעלענבערג מאכט דיין ספק ברייטער, דאן וואס איז די איידיע? איך זיך צו פארשטיין הלכה למעשה. איך זוך נישט סתם צו דעבאטירן דא אויף ק"ש, איך זיך צו ווערן א בעסערע מענטש, קלארער, מער מסודר. איך גלייב דו אויכעט.

דיין מוח איז ריזיג, דו האסט מיליאנען טעבס אפען, מיט יעדן מחשבה האסטו 400 פירכות און תירוצים. אבער די תכלית איז זיך אויסצוקלארן ניין? וויאזוי העלפט דיך דאס.

מיר אידן האבן אלץ געוויסט זאכן. די אלע מיליאנען דעבאטעס איז געווען ווייל מיר האבן זיך געדארפט פארמעסטן מיט די דזשאן שעלענבערגס, דעריבער האבן מיר געדארפט מורא נבוכים'ן, און אלץ זיצן אין ויכוחים. עס איז דא א חילוק פון "ווייסן" און פון "גלייבן". מיר האבן אלץ געוויסט, אלע פראבלעמען האט זיך אנגעהויבן ווען מיר האבן אנגעהויבן גלייבן.

איך זע אז דו ביסט זייער אבסעסט מיט השגחה פרטיות, און פון דיינע אלע ארטיקלען איז משמע ווי דו ביסט ממש אויסן צו טשעלענדשן די השגחה מיט יעדע סארט ציטאט פון אוצר החכמה. יעדע סארט פענאמענען וואס דו טרעפסט קעגן השגחה איז בלויז א מעטעפאר. טבע, כלים, לבושים, כוחות, אלעס איז דיפרענט אויסדריקן פון השגחה פרטיות. אונז זעמיר תכלית מענטשן, יא? נאך אלעמען זענען די אלע מיליאנען כינויים קאנטראלירט ביי הקב"ה. עס איז נישטא קיין שום אינדעפענדענט כוח. אלעס קומט צוריק צו די main engine, די ערשטע ענערגיע. מיר אינטערסירט נישט די אלע כינויים וויאזוי א קאר פארט, מיר אינטערסירט ווער עס דרייווט עס. איך זע נישט קיין צוויי מהלכים אין דעם.

איך וועל ענדיגן מיט די נקודה מיט וואס איך מיין פון תכלית, און התרת הספיקות. איך האלט אז די גיהנום איז אויף די וועלט. אלעס געשעט דא. די מאמענט א מענטש טרענזישענט פון איין עולם צו א צווייטן איז שוין אלעס אזוי ווי עס איז. דא אויף די וועלט געשעט אלעס. עונשים, קארמע, מידה כנגד מידה, תיקונים, אלעס איז דא. עולמך תראה בחייך, אין די וועלט קען מען אלעס זען, וויאזוי ענערגיע טרענזישענט, כשזה קם זה נופל, עליונים למטה ותחתונים למעלה, אלעס געשעט דא. מיר זענען אזוי אבסעסירט מיט יענער וועלט אז מיר פארגעסן פון די וועלט.

עס איז דא חסידישע תורות אז גיהנום איז בלויז א תיקון, אדער למשל די עבסענס פון תענוגים, יעדער האט שוין געהערט פון דעם. לויט די טעאריע איז גיהנם נישט קיין פיזישע פייער. איך זאג אז דו קענסט יא זען גיהנום אלץ א פיזישע פייער, וואו? ווען א מענטש ווערט ל"ע פארברענט, ווען א קאר פארט איינעם איבער ל"ע, די אינקיוויזיצע, די האלאקאוסט, אלעס געשעט דא. די גיהנם איז אזוי גרויס אז עס איז אפילו דא א גראסערי אין דעם, און מען קען אפילו לייגן תפילין אין דעם, און מ'שלאפט האלב פון די צייט.

יעצט, וויאזוי העלפט מיך די טעאריע הלכה למעשה? עס העלפט מיך זיין מער גראנדעט, מער אין די וועלט. עס העלפט מיך נענטער ווערן צו הקב"ה. איך האב נישט די קריסטליכע ווערסיע פון גיהנום וואו די "נשמה" גייט ברענען. וואס איז דאס? דער מענטש איז געווען אויף וואקאציע אויף די וועלט? וואס ברענען? דו ווייסט וויפיל דער מענטשעלע מאכט מיט אויף די וועלט. ווען איינער קומט מיר זאגן דאס, טראג איך אים אוועק. פארדעם וועלן מיר כמעט גארנישט טרעפן פון עונשים בעוה"ב אין תנ"ך.
📎 WhatsApp Image 2024-06-17 at 11.40.23 AM.jpeg

מי אני » מאנטאג יוני 17, 2024 12:52 pm

· #565192
לגבי די געדאנק פון חכמה וכל חלקי צדדי השאלה והספק, האב איך דא געשריבן:
מי אני #
עס איז יתכן אז די געדאנק פון ״חכמה״ איז די עפּיסטעמיק יוּמיליטי און ענווה והכרה אז מ׳קען (לכאורה) נישט צוקומען צו אַן ענדגילטיגן ידיעה והכרה על הכלל כולו; עס זענען (בדרך כלל) נישטא קיינע ״תירוצים״ (עכ״פ ביחס לחומר השאלה/הקושיא). דעם באקאנטן ״תכלית הידיעה וכו׳״ און ווי דער נפוצות יהודה ברענגט צו מסקראט (ועיין בחתימתי). און ווי מער חכם א מענטש איז וקנה מדע, אלס מער זעהט ער דאס איין.

אזויפיל יא, אז לפי״ז קומט דאך אויס אז די היפך דערפון, והיינו א (דאגמאטישע) ״זיכערקייט״, איז אט דאס ה״טיפשות״. און ווי טשארלס בּוּקאַווסקי האט געשריבן:
‏
The problem with the world is that the intelligent people are full of doubts, while the stupid ones are full of confidence
און אט דאס דארף צו זיין די מטרה פון חכמים וחכמה: ווי מער ארויסהאבן כל צדדי הספק והשאלה ומהלכים בהנושא. און דאס אליין בלייבט אלס א וואָרק אין פּראגרעס. און ווי צוגעברענגט טענה׳ט דר. ריטשערד דאָקינס אז אטעאיסטן, וואס ס׳איז יתכן און עס איז דא א קארעלעישאן אז זיי זענען אין אלגעמיין קלוגער ווי טעאיסטן, גייען אין אלגעמיין זיין ווייניגער זיכער מיט זייער פאזיציע, ווי די אלגעמיינער טעאיסט מיט זיינער.

טאמער טוהט דאס קאווע שטיבל אויף, דאן איז דאך דאס טאקע א מקום חכמים.
און ווי איך האב צוגעברענגט איז די געדאנק בפילאזאפיע וחכמה א דגוש מער אויף די שאלות וקושיות, וועלכע וועלן בדרך כלל אלס זיין בעסער ווי די תירוצים. ועכ״כ אז אט דאס קען זיין די געדאנק פון ״ג-ט״. אין אנדערע ווערטער, עס איז חכמה לשם חכמה, ובפרט אין די מעטאפיזישע תחומים וואו עס איז יתכן, כנ״ל, אז עס איז נישטא קיין תירוצים און ארויסקריכן אדער קלארער ווערן אינעם ספק. און ווי צוגעברענגט אויבן פון @אנאנים, איז אט דאס א חלק פונעם צער בגיהנום שלנו.

ועפ״י כל זה, איז תשובתך בצידך אויף דאס וואס דו זאגסט:
פרייוויליג #
מיין נקודה איז אז אין די עולם השקר איז דא זאכן וואס מיר מענטשן האבן אנגענעמען אלס די מערסטע אבסאלוט וואס אבסאלוט קען זיין דא. צב"ש אז די וועלט איז רינדיכיג, אז דיין מאמע איז דיין עכטע מאמע וכדו'. און מיר אידן, טעאלאגיענס, גלויביגע, ווייסערס, האבן אנגענעמען אלס א פשטות שיש בורא לעולם.
והיינו, עס איז נאר דער נאַר וואס נעמט אָן דאס ״זיכערקייט״ פון מציאות הא-ל, ווי אויפ׳ן ענליכן לעוועל ווי דאס (עמפּירישע) זיכערקייט (כהיום) אז די וועלט איז רינדיג. וממילא איז אט דאס נכלל אין דאס וואס דער חכם, וואס איז נישט קיין נאַר, מוז זיין מסופק אין (צו א היפש גרעסערע מדריגה ווי דאס אז די וועלט איז רינדיג). ומשם, ומכעי״ז, בא צערו וואס איז אין אונזער גיהנום בעלמא הדין. קענסט טאקע טענה׳ן אז מ׳זאל ענדערש ״זיין א נאַר און גלייבן״, און מ׳וועט טאקע זיין ‏מער צופרידן ‏היפך דזשאן סטוערט מיל, וכעין מה שטען @בְּתוֹךְ עַמִּי לעיל. אבער דאס איז פארלאנגען פונעם חכם ובעל שכל צו גיין ‏קעגן מהותו, ‏ועיין בפיה״מ להרמב״ם בחגיגה פ״ב מ״א.

פרייוויליג » מאנטאג יוני 17, 2024 1:19 pm

· #565197
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
@מי אני, עס באדערט מיך אז כ'גיי יעצט אריינגיין אין די 90% קאטעגאריע שמועסן - דארטן וואו מענטשן פראבירן מסביר צו זיין אז די אינטערלאקוטאר "האט נישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט". עס קען זיין אז דו גייסט מיך יעצט צוריק שרייבן אז איך האב דיך נישט פארשטאנען - אפשר איז דאס אויך די צער פון גיהנום, אז 50% טראקס אויפן ראודס זענען returned items, און 90% סארט שמועסן פון מענטשן איז מסביר צו זיין אז יענער האט מיך נישט פארשטאנען.

מיין תגובה האט גארנישט געהאט מיטן "זיין א נאר און גלייבן" אדער זיין "מער צופרידן און זיך איינטינקן די קאפ אין זאמד".

א חלק פון מיין תגובה איז געווען, וואס איז די "הלכה למעשה". דאס איז נישט קיין פאליטיקס, די סארט שמועסן זענען גורם וויאזוי דיין לעבן זעט אויס. וואס איז דיין אדער מיין ציל פון דעם? בלויז אלס א ספאורט? איז דאס פאר דיך א חכמה לשם חכמה? אלע דיינע תגיבות זענען - אזוי ווי @בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן - פשוט אויסצוברייטערן דעם ספק, עס איז אזוי ווי א שו"ת ספר אן די תשובות.

איך גראדע גלייך זייער פיליזאפישע שמועסן. אבער עס דארף מיך העלפן הלכה למעשה. אויב גיי איך אריינגיין אין א נושא, וואו איך ווייס קלאר אז די וואס זענען אין דעם, אדער איך גיי ווערן מער מסופק, מה לי לצרה זאת? איך זאג דאס אפילו נישט לשם דאס "נישט עפענען די טיר", עפען יא דעם טיר! גיי אריין דארט. אבער אויב גיי איך אריינגיין מער צומישט, דאן פארוואס? דעריבער האב איך דיך געפרעגט אויב די סארטן ויכוחים מאכן דיך קלארער. אויב יא, אפשר זאל איך מער עקספלארן אין דעם, אזוי וועל איך אויך קלארער ווערן, אויב ביסטו מער צומישט, דאמאלט טראסט איך דיך, און איך וועל דא בלייבן.

רויטער » מאנטאג יוני 17, 2024 1:21 pm

· #565198
Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
wow a deep eshkol`!!

מי אני » מאנטאג יוני 17, 2024 2:33 pm

· #565206
כמובן איז די שאלה דא נישט איבער פּראקטישע נוצן, נאר אז אפילו טאמער עס האט נישט דוקא קיין פּראקטישע נוצן, איז מען מודה אז עס איז דא וואס עוסק צו זיין אינעם תחום טאמער קומט מען ארויס מיט א קלארקייט. די שאלה דא איז טאמער, כנראה, קומט מען נישט ארויס מיט א קלארקייט אויך נישט, דאן למה לו לאדם לעסוק בהן?

איך וואלט געזאגט אז אין די מעטאפיזישע תחומים של חכמת אלהיית, וואו עס איז נישט זיכער אז מ׳קען בכלל צוקומען און קלארער ווערן אין א פּאזיטיוון אופן, איז די געדאנק מער ווי דער רמב״ם במו״נ ח״א פנ״ט. והיינו, ווייל בדרך כלל ווי אזוי מ׳ווערט קלארער אין עני קאנצעפּט איז דורכ׳ן מער שמעלער מגדיר זיין א געדאנק. און דאס אנהאלט צוויי חלקים: וויסן וואס איז מחוצה פון דעם קאטעגאריע און וויסן וואס איז יא תחת ובתוך דעם קאטעגאריע. יעצט, דער רמב״ם שרייבט דארט בפנ״ט לגבי השגה בענין אלוק איז נאר דא דעם ערשטן חלק: שולל זיין בהוכחות ובחכמה וואס איז נישט תחת הקאטעגאריע און וואס איז אינדרויסן דערפון; אבער נישט דאס צווייטע וואס איז יא תחת הקאטעגאריע. און דאס איז גענוג ל״השגה״. און די סיבה דערצו איז ווייל מ׳קען נישט קלאר ווערן על אמיתת הדבר אין א פּאזיטיוון אופן.

והשתא דאתית להכי, קען מען דאס בעצם זאגן אויף מעטאפיזיקס און פילאזאפיע בכלליות. והיינו, אם כנים אנחנו בזה אז מ׳קען טאקע נישט צוקומען דערין צום ״קלארן״ אמת (וואס דאס אליינס איז דאך אויך א פילאזאפישע שאלה און נישט זיכער…), איז אבער יא דא א סארט ״קלארקייט״ וואס מ׳טוהט צוקומען און דאס דורכטוהן און וויסן בהוכחה אז פריערדיגע זאכן וואס מ׳האט געמיינט אז זיי זענען ״יא״ תחת ונכלל באיזה סוג אין א פּאזיטיוון אופן, זענען אבער למעשה נישט (זיכער אז זיי זענען) דארונטער. און דאס אליינס איז א סארט ״קלארקייט״. (וכמובן, איז דאס סתם אזוי מחדד השכל.

ועיין בתגובותיי באשכול זו.)

ואגב, ענליך צו דעם געדאנק, אין די קאנטעקסט פון אונזער וועלט אלס די גיהנום, האט דער פראנצויזישער פילוסוף עלעין בּאדיאוּ געזאגט (לגבי טשורטשיל׳ס געדאנק):
We live in a contradiction: a brutal state of affairs, profoundly inegalitarian – where all existence is evaluated in terms of money alone – is presented to us as ideal. To justify their conservatism, the partisans of the established order cannot really call it “ideal” or “wonderful”. So instead, they have decided to say that all the rest is horrible. "Sure," they say, "we may not live in a condition of perfect Goodness, but we’re lucky that we don’t live in a condition of Evil. Our democracy is not perfect, but it’s better than the bloody dictatorships. Capitalism is unjust, but it’s not criminal like Stalinism. We let millions of Africans die of AIDS, but we don’t make racist nationalist declarations like Milosevic. We kill Iraqis with our airplanes, but we don’t cut their throats with machetes like they do in Rwanda." etc
והיינו ג״כ אז דאס ״ריכטיגע״ הנהגה להכלל קען נאר דעפינירט ווערן אין נעגאטיווע טערמינען וואס עס איז נישט.


***
רויטער #
wow a deep eshkol`!!
אונז טרעפן טאקע אז די גמרא בשבת לג. דרש׳נט די פסוק (משלי כב יד) שוחה עמוקה פי זרות אויף די גיהנום ע״ש. וכן הוא באיוב (יא ח) עמוקה משאול מה תדע, וואס ״שאול״ איז דאך איינע פון די ז׳ שמות של גיהנום (עירובין יט.)…

***

לגבי דעם געדאנק אז אונזער 3D יקום איז סיי א גיהנום רעלאטיוו צו העכערע דיימענשאנס און א גן עדן רעלאטיוו צו נידעריגערע דיימענשאנס, און נאר אין 3D איז שייך סטאבילע אָרבּיטס, האב איך געקלערט אז די גמרא דרש׳נט (ברכות ח.) אויפ׳ן פסוק (תהלים לב ו) על זאת יתפלל כל חסיד אליך לעת מצא, אז דאס גייט ארויף אויף אַן אשה, מיתה, און קבורה ע״ש. (און אַן אשה רעה, אויף וועלכער דער חסיד איז מתפלל זאל נישט אָנקומען צו אים, איז כגיהנום.) דערפאר איז די נעקסטע פסוק דארט בתהלים ממשיך, אתה סתר לי מצא תצרני רני פלט ״תסובבני״ סלה. והיינו, דעם ענין פון אָרבּיטס ״וסיבוב״ קען נאר זיין אין 3D שהוא עלמא הדין, וואס איז די גיהנום פון וועלכע מ׳וויל זיך ארויסזעהן בעת המיתה והקבורה.

‏מ׳קען אולי אויך טייטשן די אופנים וואס יחזקאל הנביא האט געזעהן במעשה מרכבה ב״אופן״ זו.

***

‏ולגבי דעם אז א העכערע קאַנשׁעסנעס קען באדייטן א טיפערע גיהנום פון מער צער, הגם עס איז מאידך גיסא דא מער תענוג אויך, (ויוסיף דעת יוסיף מכאוב כפשוטו) האט קארל יונג געזאגט:
There is no coming to consciousness without pain
ואולי קען מען מעמיס זיין אז דאס איז פּראפּארציאנאל אויך: ווי מער קאַנשׁעסנעס, אלס מער צער ל״ע.

מי אני » מוצ"ש יוני 22, 2024 11:45 pm

· #565859
די טעזע פונעם אשכול קען געבן א נייעם באדייט צו דאס וואס דער תשב"ץ ברענגט צו אין זיין מגן אבות על מס' אבות (פ"ד מכ"ב):📎 מגן אבות.jpg ***

אחרי עיון שוב קען מען אפשר יא טענה׳ן אז דאס אז אַן אַמניבּענעוואלענט גוטע באשעפער זאל בהכרח באשאפן א ״גוטע גיהנום״, איז יא סימעטריק מיט דעם אז אַן אַמנימאלעוואלענט שלעכטע באשעפער זאל באשאפען א ״שלעכטע גן עדן״. דאס איז ווייל לגבי אַן אַמניבּענעוואָלענט באשעפער איז דאך דא די גוטע דאקטרין פון יוסטיץ וועלכע איז לאגיש מכריח א גוטע באשעפער, זייענדיג אז ער איז כולו טוב און יוסטיץ (ובחירה חופשית, באיזה אופן, הקשורה עמה) איז א גוטס, צו באשאפען א גיהנום להעניש ולתקן, ולכן באשאפט ער דאס על צד היותר טוב מעגליך. אבער פונקט אזוי קען מען טענה׳ן איז דא פאר א כל כולו שלעכטע באשעפער, די רעיון פון אויספאָפּן, וועלכע איז א שלעכטס כשלעצמו, און דארף ממילא בהכרח פארווירקליכט ווערן דורך אים; ער דארף אויך זיין א טריקסטער גאט (כעין די מיטאלאגישע הערמיִס און לאָקי), וואו מ׳זאל מיינען אז מהותו איז פארקערט פון וואס עס איז באמת. ולכן מוז ער בהכרח באשאפען א גן עדן וואו ער קען אויספאָפּן די ברואים בתוכה און זיי קענען זיך דארט טועה זיין אז ער איז באמת כל כולו טוב. ולכן מוז ער בהכרח אויך באשאפען א גן עדן און ער מאכט דאס על צד היותר רע מעגליך.

מ׳קען אויך קלערן אז לפי״ז אין אזא סארט בריאה, האט מען מורא אויסצוזאגן די אמת פון מהותו מחמת כעסו ורעתו, ולכן האבן די חכמים דערין דאס פארשלייערט ברמז. ולכן איז אויך דא די פחד פון דאס טויט און דאס דראנג פאר אימארטעליטי צו פארבלייבן אין די וועלט, הגם עס איז דאך שלעכט, ווייל מ׳פיהלט אז דערנאך איז נאך ערגער. עס איז אויך מן הראוי לציין צו פּראפעסאר דזשאן מקטעגערט׳ס טענה אז אין אזא פאל, האט, כמובן, אזא סארט גאט נישט קיין שום נאמנות בכלל, אז טאמער מ׳טוהט אזוי-און-אזוי וועט מען זיך ארויסדרייען מכעסו ורעתו. עס בלייבט נאר איבער א הכרח׳דיגע ‏עקסעפּטענס און סאָבּמישאן צו די מענטש׳ס פעיט. (ועיין כאן בדברי טשארלס בּרעדי.)

ובזה האב איך געקלערט זייענדיג אויף 35 מ״ג קאַנאַבּיס, אז לפי דאס וואס ניטשע האט געזאגט אז עס איז דא פאר דעם מענטש א בּעיסיק הנאה ותענוג אינעם צוזעהן אַן אנדערנס צער, איז אויב ״בצלם האדם עשה את האלהים״ דאן לפי דעם אז ווי העכער די קאַנשׁעסנעס איז אלס מער איז דאס תענוג, קען מען דאס זאגן אויף א גאט-לייק בּיאינג. מיינענדיג, אז לתענוגו קען עס זיך נישט איינהאלטן פון באשאפען באשעפענישן מיט א נידעריגערע קאַנשׁעסנעס, וואס זייער הכרח׳דיגע צער און סאָבּמישאן דערצו, ברענגט אים אַן אבנארמאלע תענוג (ועיין ערך BDSM). ובפרט טאמער איז זיין מחשבה פון זייער צער המביא אותו לידי תענוג, אטאמאטיש המביאם לידי קיום. און די העכערע בּיאינג קען זיך נישט איינהאלטן, אזוי ווי איינער וואס איז אויף דראָגס וואו די גאנצע דמיון ותענוג נעמט אינגאנצן איבער. עס איז נישט אימאראליש ווי איידער אַמאראליש. (הגם מ׳קען קלערן אז עס פעהלט נישט אויס ממש צער פאר די ברואים, ווי איידער דאס אויסזעהן ווי די ברואים זענען בצער; ועיין ערך סאליפּסיזם וערך p-זאַמבּי.) ואולי איז וועגן דעם טאקע ניטשע דער וואס האט געזאגט איבער דאס ״טויט פון גאט״.

‏אגב, לגבי דעם וויאזוי פילאזאפן ווייזן אויף טובו של הא-ל פון דאס אז ער איז דאס מוכרח המציאות, וואלט מען לכאורה געקענט פרעגן דערויף פון דאס וואס דער רמב״ם שרייבט בהל׳ יסודי התורה פ״א ה״ב. ער שרייבט דארט אם יעלה על הדעת שהוא אינו מצוי אין דבר אחר יכול להמצאות ע״ש. וא״כ איז דאך די קאנצעפּט לכאורה נישט ״מוכרח״, זייענדיג אז מ׳קען זיך מצייר זיין אט די אפשרות. אבער דער רמב״ם שרייבט דאך במו״נ ח״א פע״ג, נגד המדברים בהקדמה העשירית, אז די דמיון און ציור בשכל איז נישט קובע וואס איז אפשרי אדער נמנע ע״ש, ועיין בשמונה פרקים פ״א.


***

ולפי זשאַן-פּאָל סאַרטרע אז ״גיהנום״ איז אנדערע מענטשן, איז טאקע אט דאס די השוואה אין דעם אז (בראשית ב חי) לא טוב היות האדם לבדו, הגם אז דאס באדייט נישט אז ביחד איז דוקא יא טוב, ווייל די מטרה איז טאקע לסגפו ע״י אנדערע מענטשן בהגיהנום הלז. (ועיין לעיל בההשוואה בין אשה רעה לגיהנום.) אבער עס קען דאך זיין (משלי חי כב) מצא אשה מצא טוב, ממש (וידוע הגמרא בברכות ח.), זייענדיג אז דא איז א ״גוטע גיהנום״.

מי אני » דאנערשטאג יולי 4, 2024 11:44 pm

· #567341
לפי די טעזע פונעם אשכול קען דאס אויך מעגליך פארענטפערן דר. דזשאן שעלענבערג'ס ארגומענט פון באהאלטענקייט: פארוואס איז דא אזא הסתרה פון "ג-ט"/געטליכקייט, טאמער איז דא א ג-ט און דאס איז א תכלית היצירה? אבער לפי די טעזע אינעם אשכול, איז די יסורי הנפש דערפון אליינס א חלק פונעם עונש בגיהנום, וואו מ'איז דוקא דערווייטערט פון עני געהעריגע (וויאזוי אימער מ'דעפינירט דאס) קאנעקשאן מיט "ג-ט". (אין קריסטליכע דאקטרינעס איז דאך דאס ממש א הגדרה פון "גיהנום".)

דאס רירט אָן אויף די געדאנק ארויסגעברענגט דורך די תובל קין כאראקטער אין די פילם נח. לדוגמא, ווען ער זאגט:
The Creator does not care what happens in this world. Nobody has heard from Him since He marked Cain. We are alone. Orphaned children, cursed to struggle by the sweat of our brow to survive. Damned if I don't do everything it takes to do just that. Damned if I don't take what I want
אַן "עזב ה' את הארץ" (ועיין בדברי הרב דר. מיכאל אברהם) אבער מיט א סיבה: דאס אליינס איז א חלק פונעם עונש הגיהנום. (אגב, אין די פסוק וואו יחזקאל איז קעגן די דעה, ח יב, איז עס אין די קאנטעקסט פון אמונה הכרחית בשכר ועונש. ועיין במו"נ ח"ג פכ"ח.) ענליך זאגט דער כאראקטער תובל קין צו חָם אינעם תיבה: אז ג-ט האט באשאפען האדם בדמותו כצלמו (ועיין במו"נ ח"א פ"א), כדי צו דייקא (קענען) האבן דאמיניאן איבער אים. און אין יענעם פילם זעהט מען טאקע דעם געדאנק פונעם מכוונ'דיגע הסתרה פונעם בורא צו די נפילים מחמת עונשם, און זייער צער דערין און תשוקה להתקרב אליו שוב.

עס האט קען אויך האבן ענליכקייטן מיט די גרעי פילם פון דזשוי קערנעהען, וואו איבערלעבער פון אַן עראפלאן קראך דארפן זיך ספּראווען מיט די פרעסטן און די וועלף וואס ווילן זיי פארציקן. ובפרט די סצענע דערין, וואו די כאראקטער דזשאן אַטוועי, וועלכער האט געזאגט פריער אז ער איז בעצם אַן אטעאיסט, רעדט צו ג-ט איינמאל ער איז די איינציגסטע איבערלעבער, און קומט צו אז ער דארף זיך אליינס אַן עצה געבן.

מבטן שאול שועתי (יונה ב ג). וואס דאס איז אויך געווען ממעמקי המים, וואס די יקום אונזערע איז מעיקרא געווען א בחינה פון על המים בריש פ׳ בראשית. און אין פרקי דר׳ אליעזר (פל״ג) שטייט אז יונה הנביא איז געווען דער בן האשה הצרפתית וועמען אליהו הנביא האט מחיה מתים געווען ע״ש - ער האט אים צוריקגעברענגט ממיתה לחיים בזה העולם.

*

עס קומט אויך אויס פון דעם טעזע אינעם אשכול אז א קאלעקטיוו (ישעיה יד יד) אעלה על במתי עב אדמה לעליון, און thwart'ן ג-ט'ס (פּריימערי) כוונה (בלשון מושאל) בזה העולם, איז גאר א גוטע וועליוּ (ועיין קצת כעי"ז בב"ב י.). עס איז נאר ווען עס איז פאר אייגענע פּאַוּער, וואס דאן טויג עס נישט. אין אנדערע ווערטער, צוצוקומען צו די יעוד וואו דאס מענטשהייט איז אין פּאַדס וכדומה אויף א כסדר'דיגן טריפּ של ריין לעוועל פּלאָס 4 תענוג, און דאס פארוואנדלונג פון דעם וועלט החומרי, וועלכע איז בכוונה די גיהנום, אין צו א גן עדן פאר'ן מענטשהייט. און די לעהרע פונעם סיפור דור הפלגה איז אז דאס איז גאר שווער און עס איז גאר שווער בייצוקומען די עיכובים פון ענטראָפּי וכדומה.

איך האב אויך געקלערט אז די וואס, לפי דר. ראבּערט נאָזיק, וועלן נישט וועלן אריינגיין אין די פּאַדס, איז דאס די רמז אז (עירובין יט.) רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה - זיי האבן מורא מורד צו זיין דערין און זענען בוחר צו פארבלייבן אינעם רעאליטעט כמות שהיא. (ואולי איז דאס די רמז אין די פירכא פון רב כהנא דארט דערויף: אז עס וועט נישט זיין די וואס ווילן פארבלייבן.)

דאס אלעס קען זיין א רמז אינעם סקולפּטור "מענטשהייט קעגן שלעכטס" פון גאַעטאַנאָ סעליני:📎 Humanity Against Evil.jpgווי דער מענטש מהחומר איז אין כסדר'דיגע געראנגל מיט, און מרידה קעגן, אט דעם אשר ממנה מקור מחצבתו: איבערצוקומען די שלעכטס בעולם החומר, שבא מהחומר, אשר ממנה ממש מחצבתו ג"כ. און טוישן די פעולה תכליתית של הפסד פון דעם, און פארמירן צו א כסדר'דיגן תענוג. (עס דערמאנט טאקע פון סיסיפוס'ס קללה; די מענטשהייט'ס תשוקה ומעשיה דערצו קען למעשה זיין לבסוף א פעולת ריק, און עס איז אומעגליך ומן הנמנע טאקע צוצוקומען דערצו און דאס עררייכן בהאי עלמא. ואי הכי איז דאס טאקע נאך א סמך לזה אז אונזער יקום איז די אקטועלע גיהנום.)

***

עס איז מיר געווען אינטרעסאנט די כמו-וויץ וואס די כאראקטער לאָרי בּלעיק פארציילט אין די דריטע עפּיזאָד פון HBO'ס וואַטשמען סעריע, לגבי ווי דריי סופערהיראָס ווערן פאר'משפט דורך "ג-ט". ווי דער בלויע סופּערהיראָ (דאקטאר מענהעטען), וועלכער איז געווארן א כמו-גאט פאר זיך, זאגט צו ג-ט:
It doesn't matter how I answer your question because I know you're sending me to hell

Oh, you know that?" asks God. The blue god sounds very very sad when he softly says: because I'm already there

די סוף פון די וויץ איז אויך מערקווידיג, וואו עס רירט אָן אויף אדרעסירן די מאראלישקייט בכלל פון אוועקשטעלן אזא סיסטעם. (ובכלל דערמאנט עס אויך א משהו פונעם ‏״וויץ״ אין די זיבעטע עפּיזאָד פונעם ערשטן סעזאן פון די דריי בּאַדי פראבלעם סעריע.)

די סעריע, פון דעימאן לינדעלאף (דער וועלכער איז געווען שטארק אינוואַלווד אין די געוואלדיגע לאָסט און די לעפטאוֺיווערס סעריעס), איז טיעף און שטארק מומלץ פון סיי אַן ענטערטעינינג זין און סיי אַן אַרטיסטישן זין. אבער מ'דארף הנאה האבן פונעם גאנער בכלל, און שוין מעיקרא האבן געליינט די וואטשמען גרעפיק נאוועל פון עלען מוּר אויף וועלכע עס איז געבויט, צו פארשטיין איר אלטערנעטיוו יוניווערס אין וועלכעס עס איז סעט, און צו וועלכע כאראקטארן מ'באציהט זיך, זייענדיג אז די סעריע נעמט עס ווייטער. זעק סניידער האט אדאפטירט דעם גרעפיק נאוועל אין א פילם. עס גייט ארויסקומען אַן ענימעיטעד פילם דערפון אין צוויי חלקים. (עס גייט לכאורה זיין רעיטעד R און פאר ערוואקסענע, אזוי ווי סניידער'ס פילם און די HBO סעריע. די נאוועל איז געאייגענט פאר ערוואקסענע און איז גראפיש.)

די סעריע'ס סאַוּנדטרעק פון טרענט רעזנאר און עטיקוס ראָס איז גאר פיין. (בפרט די.)


***
📎 IMG_7711.jpeg

מי אני » דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:09 pm

· #567878
מי אני #
ובזה קען מען טייטשן (עמוס ב ו) כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלשה" ספּעישעל דיימענשאנס איז די גיהנום פאר די פושעים פון "ארבעה" דיימענשאנס צו וואו מ'וויל זיך צוריקקערן. און ענליך (משלי ל טו-טז) "שלוש" הנה לא תשבענה "ארבע" לא אמרו הון שאול ועצר רחם ארץ לא שבעה מים ואש לא אמרה הון. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלש" דיימענשאנס איז די "שאול ואש [של גיהנום]" פאר די דיימענשאן פון "ארבע". והיינו נמי להלן (פסוק חי) "שלשה" המה נפלאו ממני "וארבעה" לא ידעתים, ולהלן (פסוק כא) תחת "שלוש" רגזה ארץ ותחת "ארבע" לא תוכל שאת. והיינו, אז די דיימענשאן וואס איז "תחת" ארבע, איז א גיהנום ביחס לה, וכן הוא פאר די דיימענשאן תחת שלוש.
איך האב געקלערט אז מ'קען זאגן אין דעם נאך מער. והיינו, ווייל דער כעמיסט דר. דזשאקאבּוס הענריקוס וואנ׳ט האף האט פּאזיטירט און מ׳האט אויפגעוואוזן אז א קארבּאן מאלעקיול וואס איז סעטורעיטעד, והיינו אז איר גאנצע דרויסענדע שׁעל/אָרבּיטעל ווערט ערגענצט צו 8 עלעקטראנס, אבער אָן קיין דאָבּל אדער טריפּל בּאַנדס, דאן גייען די פיר קאנעקשאנס וואס די קאַרבּאן אטאם מאכט דא (וואס זייענדיג אז די אטאמישע נומער פון קארבּאן איז 6, צוויי עלעקטראנס פאר'ן אינעווייניגסטן אָרבּיטעל און פיר וואס זי האט שוין אינעם נעקסטן אָרבּיטעל, וואו זי "וויל" נאך פיר דארט דאס צו ערגענצן צו 8) זיין אויסגעשטעלט אין 3D צו די פיר עקן פון א טעטראַהיִדראן, והיינו א 3D פּיראמיד וואס איז צאמגעשטעלט פון פיר 2D טרייענגעלס. (ועיין ערך טשירעליטי, וואו צוויי מאלעקיולס מיט די גענויע זעלבע אטאמען און באהעפטונגען, קענען אבער זיין ״גערעכט״ אדער ״געלינקט״, אזש אז זיי גייען דערוועגן דינען אנדערע פונקציעס.) ועיין כאן. 📎 טעטראהידראן.jpg וידוע אז (אָרגעניק) לעבן בהאי עלמא, ווי אונז ווייסן זי, איז מיוסד אויף קארבּאן און אירע קשרים. ולכן בא הרמז אז על "שלשה" פשעי ישראל ועל "ארבעה". והיינו, אונזער יקום אין די וועלט אונזערע איז אפצוקומען דאס גיהנום לעונש על הפשעים. און די קארבּאן אטאם, וואס אונזער לעבן איז מיוסד דערויף, ווען עס מאכט (סעטורעיטעד) קשרים מיט אנדערע אטאמען צו שאפן מאלעקיולס, שטעלט זיך אויס אין א 3D טעטראַהיִדראן דריי-עק, "שלשה", וואס די אטאמען ווערן דערין אויסגעשטעלט צו די "ארבעה" עקן פונעם טעטראַהיִדראן.

ובזה קען מען אויך זאגן אז דאס איז א רמז בחגיגה יג:
כתוב אחד אומר (ישעיהו ו ב) שש כנפים שש כנפים לאחד וכתוב אחד אומר (יחזקאל א ו) וארבעה פנים לאחת וארבע כנפים לאחת להם? לא קשיא כאן בזמן שבהמ"ק קיים כאן בזמן שאין בית המקדש קיים כביכול שנתמעטו כנפי החיות. הי מינייהו אימעוט? אמר רב חננאל אמר רב אותן שאומרות שירה בהן כתיב הכא (ישעיהו ו ב) ובשתים יעופף וקרא זה אל זה ואמר וכתיב (משלי כג ה) התעיף עיניך בו ואיננו
והיינו, אז חורבן ביהמ"ק ווייזט אויף דעם אז צרות העולם ווערן מער און מער (וכמאמר חז"ל בכמה מקומות "משחרב ביהמ"ק וכו'"). והרמז אז מעיקרא זענען די כנפי החיות געווען 6 אזויווי די אטאמישע נומער פון קארבּאן פון וויפיל עלעקטראנס דאס האט, וואס אויף קארבּאן איז אונזער לעבן ("חיות") בהאי עלמא מיוסד. און וויבאלד קארבּאן האט 6 עלעקטראנס, וואס צוויי פון זיי פילן אָן דעם ערשטן אינעווייניגסטן אָרבּיטעל און די אנדערע פיר זענען אין די נעקסטע אָרבּיטעל, "וויל" עס האבן נאך פיר עלעקטראנס אין די צווייטע אָרבּיטעל דאס צו ערגענצן צו 8. און ווען עס מאכט די קשר מיט אנדערע צו ערעגענצן צו 8, גייען די נייע פיר עלעקטראנס צו די פיר "כנפות" פון א טעטראַהיִדראן וכנ"ל. ולכן בא הרמז בענין זה ב"כנפות החיות", ולאחר חורבן הבית שמרמז לצרות בהעולם. (ולכן נמי בא הרמז להלן שם בדף טז. אז בני אדם זענען "שלשה" כמלאכי השרת ע"ש, והיינו בענין די 3D "שילוש" פונעם טעטראַהיִדראן וכנ"ל.)

ובזה קען מען זאגן א רמז פארוואס שבת איז מעין עוה"ב. ווייל תוס' ברענגט צו בסנהדרין לז: ד"ה מכנף, אז די זעקס כנפי החיות זענען קעגן די ששת ימי המעשה, און זיי האבן נישט איינס כנגד שבת ע"ש. ולכן, זייענדיג אז די שש כנפים זענען מרמז צו קארבּאן און די יקום שהוא הגיהנום וכנ"ל, איז שבת וואס האט נישט קיין כנף כנגדה איז שוין מעין עוה"ב ארויס פון די יקום שלנו. (ועיין להלן בדף צד. אז פונעם פסוק, ישעיה כד טז, מכנף הארץ זמירות שמענו, דרש'נט מען אז די ארץ האט געוואלט זאגן שירה אנשטאטס חזקיהו המלך כדי עס זאל שוין זיין די תיקון השלם במשיח, און דארט האט מען געטוישט צו אַן ם' אינמיטן א ווארט אנשטאטס א מ' ע"ש, וואס אַן ם' האט טאקע פיר כנפות.)

לאחוז "בכנפות" הארץ וינערו רשעים ממנה (איוב לח יג), זייענדיג אז די ענין ה"כנפות" בהיקום גייט צוזאמען מיט דעם אז דאס איז די גיהנום וואו די רשעים ווערן נידון וכנ"ל און ווערן ננער ממנה כשקיבלו תיקונם. (ועיין ביחזקאל ז ב-ג.) און דאס איז די געדאנק בהפסוק (מלאכי ג כ) וזרחה לכם יראי שמי שמש צדקה ומרפא ״בכנפיה״, וואס דאס גייט ארויף אויף ענין גיהנום לעת״ל כדאיתא בנדרים ח: וע״ז ג: ע״ש.

מי אני » זונטאג אוגוסט 4, 2024 5:36 pm

· #569121
מי אני #
איך האב געקלערט אז די טעזע האשכול קען האבן השלכות אויף די צוויי מהלכים ביוטיליטעריעניזם. מיינענדיג, אז עס זענען דא צוויי מהלכים דערין. די ערשטע איז פּאזיטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס נעמט אָן אז די מאראלישע מטרה פון וואס איז דאס ענדגילטיגע ריכטיגע און עטישע זאך צו טוהן, איז צו הייבן דאס תענוג פון וויפיל מענטשן מעגליך. די צווייטע איז נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס זאגט אז די מטרה איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף מסיר צו זיין צער פון וויפיל מענטשן מעגליך.

יעצט, טאמער איז אונזער יקום דאס אקטועלע גיהנום, דאן איז דאך שורשו בעצם עונש ורע. ואיה״נ אז דאס איז די בעסטע וועג אז עס זאל שייך זיין א גיהנום וככל הנ״ל, וטוב מאד זה הגיהנום, וממילא נעמט דאס נישט אוועק פונעם טובו ואַמניבּענעוואלענס פונעם בורא, איז עס אבער דאך מטרתו להעניש/לתקן און עס איז בעצם רע. ונמצא מזה אז עס איז מער מסתבר אז די מאראלישע/עטישע מטרה באדארף צו זיין נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם: צו קאמבּעטן און מסיר זיין וויפיל פון אט די רע עס איז שייך. און ווי כ׳האב צוגעברענגט, קומט דאך (מעגליך) אויס לפי נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם אז טאמער האט מען די מעגליכקייט צו עקספּלאדירן די גאנצע וועלט כרגע, און דאדורך מסיר זיין אויפאמאל אלע צער ורע, דאן באדארף מען דאס צו טוהן. די פאקוס איז דאך נישט אויף פארמערן תענוג, ווי איידער מסיר זיין צער. און וואס פאר א גרעסערע ריכטיגקייט איז דא ווי צו דעסטרויען די גיהנום פון אינעווייניג? ונמצא מזה אז תכלית יעוד האדם איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף דעוועלאפּן אזעלכע סארט יוּניווערס-דעסטרויאינג געווער, ווי איידער דעם תענוג מאשין לכל אדם, וועלכעס איז אפשר נישט מעטאפיזיש מעגליך, און דאס שטימט דערמיט אז אונזער יקום דערלאזט דאס נישט וויבאלד דאס איז דאך די גיהנום. ואולי קען דאס אויך האבן א פאָלאָסיִ פון דיוויזשאן. והיינו, אז איה״נ צו דעסטרויען דאס גאנצע גיהנום איז א טוב, אבער עס באדייט נישט דוקא אז דערפאר איז דעסטרויען חלקים דערפון, אָן די גאנצע אויף אמאל, אויך א דבר טוב.

נאך ווילדער און טינקעלער זענען מיינע מחשבות געפארן. איך האב געקלערט אז בעצם קומט דאך אויס אז אפילו רציחה איז בעצם א דבר טוב וואס דער רוצח טוהט צום נרצח (באופן וואו עס איז שנעל שלא בצער כלל וכלל) - ער באפרייט אים פון גיהנום. (ועיין איבער די דיון פונעם בסיס לאיסור רציחה בכלל.) די מאראלישע פראבלעם דערמיט איז פשוט דריי זאכן: די כוונה פונעם רוצח וואס טויג נישט, אז ער האט נישט קאנסענט דערפאר פונעם נרצח, און אז די נרצח׳ס פאמיליע און ארומיגע ווערן אפעקטירט דערפון (ועיין במנחת חינוך סוף מצוה לד לגבי תשובה על רציחה). וממילא טאמער איז די כוונה פונעם רוצח יא אלס צו באפרייען דעם מענטש פונעם גיהנום וואו ער גייט בהכרח האבן עגמת נפש און צער, זענען נאר די לעצטע צוויי סיבות גילטיג. אויף די סיבות קען מען קלערן אז אויב איינער איז אין א טאָרטור בּאַקס און ליידט, אבער וויל בשו״א נישט ארויסגיין דערפון (ער׳ט זיך אריינגעגעסן אינעם כריין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון בע״כ? ווי אויך, טאמער מ׳נעמט יענעם ארויס פון דארט וועט עס האבן א נאך מער נעגאטיווע עפעקט אויף ארומיגע (ואפילו וואו יענער וויל שוין יא ארויסגיין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון (ובפרט כשהוא בע״כ)? אדער שטייגט די ענדגילטיגע טובה פון דעם מענטש וואס ווערט ארויסגעשלעפט פונעם טאָרטור טשעימבּער, איבער דאס אלעם?

וואס מ׳קען ווייטער קלערן איז אז, כנ״ל, עס איז נישט זיכער אז ווען מ׳שטארבט ווערט מען לגמרי נפטר מדינה של גיהנום; עס איז שייך אז עס איז למעשה דא טיפערע און העכערע גיהנומס, פון וועלכע אונזער וועלט איז נאר איינס אינעם סעט. ונמצא מזה אז תקנתו ברציחתו עוותו. אבער צו דעם וואלט מען געקענט נוצן דאס געדאנק פון דר. דוד בּענאַטאַר׳ס אסימעטרי טענה פון צער לעומת תענוג. והיינו, אז דא הא׳מיר א ספק פון דריי: אדער ווערט ער נפטר מגיהנום הלז צו עפעס בעסער (דהיינו, אדער צו א בעסערע גיהנום אינעם סעט אדער גאר צום סעט פון גן עדן), אדער ענייהעלעישעניזם וביטול לאַיִן, אדער צו טאקע אַן ערגערע גיהנום. יעצט, מ׳קען טענה׳ן אז ענייהעלעישאניזם איז בעצם למעשה און ראציאנאליש בעסער ווי די גיהנום הלז, זייענדיג אז העדר הרע איז א טוב אבער העדר הטוב איז נישט דוקא א רע. ונמצא מזה אז עס איז 2/3 שאנסן זיכער אז מ׳העלפט דעם נרצח במיתתו, און נאר 1/3 שאנס אז נישט. אויב נעמט מען אָן אז עס איז נישט שייך קיין ענייהעלעישאניזם, דאן איז דאס טאקע א חצי/חצי.

עכ״פ נמצא מכל זה אז דאס קען זיין א סיבה פאר׳ן מסתיר זיין אז די וועלט איז דאס אקטועלע גיהנום - מ׳זאל נישט גיין רצח׳ענען מענטשן אלס רחמנות עליהם; מ׳זאל זיי לאזן אויסדינען זייער סענטענס בגיהנום. (און דאס קען אפשר זיין א רמז במחלוקת בין אביי ורבא במכות ט. צי אַן אומר מותר ביי איסור רציחה איז אַן אונס אדער קרוב למזיד ע״ש. והיינו, צי ער איז אַן אונס ווייל כוונתו קען גאר זיין לטוב, אדער קרוב למזיד ווייל כוונתו להרוג און דאס איז אסור חוץ במקומות מועטים.)
איך האב געקלערט צי די איסור רציחה גייט אויך אָן דערביי טאמער איז מען טאקע אזא סארט "בּענעוואלענט וועלט עקספּלאדירער". אין אנדערע ווערטער, וואס איז די מבט הלכה אויף גורם זיין (כגון ע"י פאלשע וועקיוּם דיקעי) דאס גענצליכע פארטיליגונג פונעם וועלט כרגע? מ'קען אולי קלערן אז צו זאגן אז די איסור רציחה גייט פונקט אזוי אָן דערביי, איז א פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן: דאס אז עס איז אסור צו טוהן צו ברואים פרטיים בתוך העולם (ווען עס שאדט צו איבערלעבערס וכו'), באדייט נישט דייקא אז די איסור איז פונקט אזוי נוגע ווען עס איז על הכלל כולו אויף אמאל. ובפרט ווען די מטרה איז א גוטער בעצם.

פונעם לשון החינוך ביי הלאו של רציחה (מצוה לד) איז משמע אז יא:
שורש מצוה זו ידוע ונגלה לכל רואי השמש, כי השי"ת ברא העולם וצונו לפרות ולרבות כדי לישבו לפניו, ומנענו שלא נחריבהו בידינו להרוג ולאבד הבריות שהן המישבות העולם.
תן דעתך שלא תחריב את עולמי (קה"ר ז יג).

(ועיין כאן.)

ובכלל קען מען קלערן אז אזא סארט פאלשע וועקיוּם דיקעי געווער, איז בעסער ווייל דאס פארטיליגט דאס גאנצע יוּינווערס, און עס איז דאך יתכן אז אלעס אינעם יוּניווערס האט קאַנשׁעסנעס וואס ליידט באיזה אופן בהגיהנום הלז. און די שאלה איז אויך צי עס קען עווענטועל אפירקומען א פארגעשריטענע ציוויליזאציע וועלכע וועט קענען פארטיליגען אפילו דאס גאנצע מאָלטיווערס כרגע. און זייענדיג אז די מאָלטיווערס איז מעגליך קדמון, קען דאס גאר זיין וואס ג-ט וויל זאל טאקע פאסירן; די קאַנשׁעסנעס פונעם מאָלטיווערס איז "ג-ט". (עכ"פ אויב פאר אים אליין איז מן הנמנע אז ער זאל דאס משיב זיין לְאַיִן - עס מוז ארויסקומען מתוכה און נישט מעצמה ממש.) און דאס קען זיין די רמז פונעם סיפור דור הפלגה, וואו ברואיו זוכן צו פארטיליגן "ג-ט", און די תוצאה דערפון איז א בילול הלשון, לרמז אז לשון איז טאקע מוגבל אין מגדיר זיין מהו "ג-ט" ויסוד המציאות.