☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז קנעכטשאפט מאראליש?

איז קנעכטשאפט מאראליש?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15466

אלע צוזאמען » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 9:44 am

· #506103
איז קנעכטשאפט מאראליש?
איך בין אויפגעוואקסן מיט די הנחה אז אלעס וואס די תורה הקדושה זאגט איז 100% פראצענט אמת און אויסגעהאלטן מיט די העכסטע מאראלישע סטאנדארט'ן.
איז, וויאזוי איז קנעכטשאפט אויסגעהאלטן? נישט די וועג וויאזוי מ'כאפט קנעכט, און נישט וועם מ'כאפט, די עצם געדאנק פון עבדות, מעג מען האבן קנעכט אדער מעג מען נישט?

פליז נישט פאליטיק'ס.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:17 am

· #506107
ניין עס איז נישט אויסגעהאלטן. דאס איז פון די באקאנטע טענות קעגן די עטיקס אין די תורה בכלל און די שוועריקייטן דערמיט מיט וועלכע גלויביגע (בימינו) דארפן זיך ספראווען (מיט עפאלאדזשעטיקס וכדומה). ענליך צו די שמועסן דא איבער די עטישע/מאראלישע שוועריקייטן מיט מצות מחיית עמלק און דזשענאסייד בהתורה וכדומה (מיט קנעכטשאפט איז אפשר א משהו גרינגער אלס די היסטארישע קאנטעקסט, אבער פארט גאר א שטארקע פראבלעם. ובפרט אז אן עיקר יסוד אין די קאלעקטיוו זיכרון פון כלל ישראל בהתורה איז דאך דאס יציאה מעבדות לחירות ממצרים).

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:26 am

· #506108
קודם דארף מען דעפינירן פונקטליך וואס גייט אריין אין קנעכטשאפט און וואס נישט. און וויאזוי מען דארף זיך באגיין מיט קנעכט. און צו ס'היינט באמת נישטא קנעכטשאפט. און דערנאך וועט מען קענען דן זיין פונקטליך מיט וואס די תורה איז מער אדער ווייניגער מאראליש פון אונז און אונזערע סיסטעמען היינט ווען ס'איז שוין כלומרשט נישטא קיין קנעכטשאפט....

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:36 am

· #506109
אין יעדעס ציוויליזירטע לאנד כהיום פארשטייט מען אז עס איז אימאראליש צו אויׁנען א מענטש כמו נכס גמור [chattel]: וועמען מ'קען פארקויפן און מנחיל זיין לבניו אא"וו אא"וו, ואפילו ווי די קינדער פון דעם עבד זענען אבסאלוט "דיינע". דאס איז די הגדרה פון אן "עבד". (ביטע קום נישט זאגן אז יעדעס שכיר/קבלן און ארבעטער צו א בעה"ב איז אן "עבד", ווייל אפילו די תורה והתלמוד אליין פארשטייט א חילוק צווישן די צוויי, ופשוט.) און דאס איז אפילו ווען מען "טריִט" דעם עבד "שיין" וכדרך התורה. (הגע בעצמך. דו וואלסט געוואלט אז דו אדער דיינע קינדער זאלן זיין אזעלכע סארט קנעכט צו איינעם? אדער וואלסטו געשריגן אויף אזא איינעם וואס פארקנעכטעט זיי אפילו על זה הדרך אז ער איז אן אימאראלישער רשע? אויב איז עס דאס צווייטע ביסטו מודה צו דעם. ותו לא מידי.)

צי עס איז נאך דא איבער די וועלט כהיום זאגט אבסאלוט גארנישט איבער דאס מאראלישקייט דערפון (אזוי ווי עס איז נאך פארהאן אסאך אנדערע אימאראלישקייטן אויף די וועלט כהיום).

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:12 am

· #506110
זאגסט אז דער גאנצער מאראלישע פראבלעם איז די ירושה חלק און דער א.ג. אבסאלוט, אבער אָן ירושה און פופציג פראצענט עבדות איז יא עטוואס מאראליש? אדער ווילט איר פשוט זאגן אז די תורה איז פשוט 'מער' אומאראליש?

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:21 am

· #506112
האט נישט יובל באפרייט קנעכט? דהיינו די עבדות איז טאקע אריבער בירושה אבער מיט א גבול.
ובפרט אז אן עיקר יסוד אין די קאלעקטיוו זיכרון פון כלל ישראל בהתורה איז דאך דאס יציאה מעבדות לחירות ממצרים).
דיין נקודה איז ריכטיג, אבער די יציאה מעבדות מצרים לחירות איז כולל סאך מער ווי פשוט’ע עבדות. הריגות, מיעוט ד”א, עבודת פרך און גזירות חדשות מדי יום ביומו וכו’.
צו זיך פרייען מיט א יציאה לחירות פון דעם מצב, איז נישט סותר דאס אז אין די תורה איז דא א מציאות, צו גאר חיוב צו האבן עבדים.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:49 am

· #506113
קורקלענד
זאגסט אז דער גאנצער מאראלישע פראבלעם איז די ירושה חלק און דער א.ג. אבסאלוט, אבער אָן ירושה און פופציג פראצענט עבדות איז יא עטוואס מאראליש? אדער ווילט איר פשוט זאגן אז די תורה איז פשוט 'מער' אומאראליש?
אָן זיין יענעם׳ס א נכס וואו איז די ״עבדות״? דא רעדט מען דאך פון slavery. (עבד עברי איז טאקע אזא סארט אינטרעסאנטע קעיס אין דעם. נישט אבער פון דעם איז די טענה כנגד די עטיקס פון די תורה. דאס איז מער אַן indentured servant ווי איידער א slave.)

לגבי רייטן אויף א שכיר/ארבעטער (ונמי לגבי עבד עברי) באנו לטענות נגד קאפּיטעליזם בכלליות - די bourgeois נגד די proletariat וכו׳. ער איז אבער למעשה נישט יענעם׳ס א נכס און האט בעצם די פרייהייט, לגבי די בעה״ב, צו אוועקגיין (עס קען טאקע זיין אז מצבו איז מכריחו און ער האט דערין נישט קיין ברירה ״חופשית״, אבער דאס איז נישט דירעקט מצד די בעה״ב.)

ולסיכום, אויב האלט מען א מענטש אלס נכס איז דאס אימאראליש (ווי דו ביסט מודה און אזוי ווי די gauntlet איך האב געשטעלט פריער). און אויף דעם איז די טענה נגד די תורה וואס מען דארף זיך ספראווען מיט (און נישט מיט׳ן לייקענען און זאגן אז עס איז יא בעצם מאראליש). אגב, די עצם עפענען אזא אשכול מיט אזא שאלה צייגט אליינס לכאורה אז דאס איז בעצם קעגן מוסרי הטבעי.
מתבודד
האט נישט יובל באפרייט קנעכט? דהיינו די עבדות איז טאקע אריבער בירושה אבער מיט א גבול.
כנ״ל איז די טענה פון עבד כנעני וואס ביי דעם איז לעולם בהם תעבודו און עס מיינט נישט יובל (ועיין בקידושין כב: ובת״י שם ד״ה ת״ל).
מתבודד
דיין נקודה איז ריכטיג, אבער די יציאה מעבדות מצרים לחירות איז כולל סאך מער ווי פשוט’ע עבדות. הריגות, מיעוט ד”א, עבודת פרך און גזירות חדשות מדי יום ביומו וכו’.
צו זיך פרייען מיט א יציאה לחירות פון דעם מצב, איז נישט סותר דאס אז אין די תורה איז דא א מציאות, צו גאר חיוב צו האבן עבדים.
יתכן. אבער דאן איז די פאקוס נישט אויף די חלק הבן חורין, נאר אויפ׳ן חלק פון נישט זיין ״די סארט״ עבד. אין אנדערע ווערטער, די טענה נגד פרעה איז נישט געווען אז ער איז נישט משלח בני ישראל, נאר אז ער איז זיי מעבידם בפרך און נישט געבליבן בפה רך. ווען ער נעמט זיך ווען נאר דאס אליין ווען אונטער, זיי צו טריִטען אזוי ווי עבדים כנעניים בהתורה והלכה, און האלט דאס טאקע איין וואלט נישט געווען קיין טענה קעגן אים. אביסל שווער צו זאגן ואולי אבסורד.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:02 pm

· #506114
קאפיטאליזם איז גראדע ס'ווייניגטע עבדות. ווארים,די גאנצע אידיי פון יסודי היסודות אין קאפיטאליזם איז טאקע אט דאס אז דער אינדיווידואלער האט פרייהייט וואס איז נישטא אונטער קיין איין אנדערע סיסטעם. למשל קאמיוניזם אדער סאציאליזם מיסודם שטעלן אוועק דער מענטש אלס א נכס און בארויבן איהם פון רוב פון זייערע פרייהייטן.

סתם א ארבייטער איז ניט קיין קנעכט ווארים ער קען אייביג זיכן א פרישע פאזיציע. אבער די קאנצעפט פון אינקאם טעקס איז שוין יא למחצה לשליש וכו' עבדות. ווארום די ווערסט יענעם'ס אמנכס פרטי. ווען איינעם 'ס געזונט (העלט אינשורענס) איז אנגעהאנגען אין זיין ארבעט איז ווידער א פארמאט פון קנעכטשאפט.

הלוואי ווען ס'וואלט נאך היינט געווען אזא זאך ווי קאפיטאליזם....... למעשה זענען מיר היינט פארקנעכטעוועט.

דער זעלביקער עיברעהעם לינקאלן וואס האט באפרייט די ביסל קנעכט איז אט דער זעלביקער וואס האט איינגעפירט א אינקאם שטייער וואס האט פארקנעכטעוועט ס'גאנצע לאנד!

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:10 pm

· #506116
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא. ובפרט ווען מען שטעלט דאס צאם מיט׳ן היסטארישן קאנטעקסט. הגם אויפ׳ן גמרא בלייבט נאך אלס שווער פון (ברכות מז: גיטין לח:) המשחרר עבדו עובר בעשה.

***

אינקאָם טעקס זעה איך נישט ס׳זאל זיין בעצם גניבה (ו״עבדות״ מאן דכר שמיה) (איך ווייס נישט צי ס׳איז דומה צו די גובאי מכס בזמן הש״ס און אין יענע היסטארישע תקופה), וואו דו ווילסט האבן amenities פון אט די רעגירונג און א פאליטישע געפירעכץ [סעניטעישאן, פאליציי, דעפענס, וכו׳ וכו׳ וכו׳, ואפילו וועלפעיר וואס שטיצט די וואס דארפן עס, וואס געבט למעשה צו צום סאציאלן סטאבּיליטעט]; די געדאנק איז די מאס דערין, און אז עס זאל זיין עפעקטיוו אָן קיין קאראפציע אא״וו. איך קען מיך נישט אויס גוט אין די נושא, און ס׳פארפארט סיי ווי פונעם שמועס.

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:16 pm

· #506117
[ציטאט אראפגענומען]
לדוגמא, יפת תואר, אפשר אויך עבד עברי. עבד כנעני מיין איך, איז נישט אריינגערעכנט אין דעם כלל.

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:28 pm

· #506119
די אמת איז אז אין די תורה איז דא, וואס מיר רופן היינט, ראסיזם. ובגדול.
איך מיין אז דאס איז די יסוד, און ערשטע הנחה ווען ס’קומט צו רעדן אין די נושא פון עבדות עפ”י תורה.

אלזא דארף מען אריינקוקן און זען אויף וועלכע לעוועל שטייען די אידן, בניגוד צו עמלקים, כנעניים, עמון ומואב, מצריים וכו’
ביי א טייל האט די תורה געהייסן נקמה נעמען, ווידער ביי אנדערע האט די תורה געהייסן זיי כובש זיין, וואס דאן זענען די שבויים אטאמאטישע עבדים. וואס פון א היסטארישע שטאנדפונקט איז דאס געווען די נארם. צוריק צו ”תמחה את זכר עמלק” איז עס לכאו’ מצד וואס די תורה האט געזען אין זיי רעה במהותם ועצמוייתם.
בקיצור ווער ס’קען אריינקומען מאכן אביבל סדר תע”ב

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:39 pm

· #506120
ס׳איז כלל נישט שייך דן צו זיין אין דעם ענין איידער מ׳האט ארויס דאס לעבן פון יענע צייט, די טייטש פון ׳מאראל׳ טוישט זיך לפי המצב.

• צו זיין א בעה״ב אויף ארבייטער איז נאך מאראליש היינט, פארוואס? ווייל יעדער פארשטייט אז סוכ״ס איזעס פאר די בענעפיט פון די מענטשהייט בכלליות.
• צו זיין א קעניג אויף א פאלק און טון מיטן לאנד כאדם העושה בתוך שלו איז שוין היינט נישט מאראליש (אמאל האט מען גע׳חלש׳ט צו האבן א קעניג), פארוואס? ווייל אונז האלטן אז דעמאקראטיע ארבייט בעסער פאר די מענטשהייט בכלליות.
אזוי קעמען דן זיין אויף טריט און שריט: איקוויל רייט׳ס פאר פרויען, א רבי אויף חסידים, פאליס פאר פארברעכער, האלטן מענטשן פארשפארט אין איין בנין פאר יארן (דזשעיל), רבי/טיטשער אויף תלמידים, לאזן האומלעס מענטשן אינטערן ברידזש אָן מחייב זיין יעדן צו ביישטייערן לטובתם, וכו׳ וכו׳

די כלל איז: אויב פארן קיום המין פעלט אויס צו מאכן א געוויסע סדר אין ראנג, איינער העכער איינער נידריגער הייסטעס נאך מאראליש עד היום הזה.

יעצט, אז מ׳טראכט אריין אינעם סדר החיים בימים ההם, ווען ביטער שווערע פעלד ארבייט ׳פון מערערע מענטשן׳ איז געווען קריטיש וויכטיג, פשוט פאר ׳סורווייוועל׳ און א גרויס חלק פונעם מענטשהייט האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן א גרויסן פעלד און עס בארבייטן צו קענען לעבן דערפון, לפי זה איז דער קנעכט סיסטעם פשוט געווען א סורווייוועל מעטאד סיי פאר די בעלי בתים און סיי פאר די קנעכט.

ובכלל, אונז קוקמער פון אונזער גלעזער, פון אונזער לעבנס שטייגער און אונז שוינען געפערליך דעם קנעכט. ווייל למשל ער קעניש פליען צו די לבנה אויב ער וויל, ער קען אפילו נישט גיין און ספרים סטאר קויפן די נייע סידי. היינט ווען ׳פרייהייט׳ איז דער ציל (צו וואס דען דארפסטו נאך און נאך געלט אין דיין באנק?) איז ׳קנעכטשאפט׳ זייער שרעקעדיג. אמאל איז געווען איין ציל ׳סורווייועל׳, אז מ׳האט געהאט צום ׳לעבן׳ איז מען געווען צופרידן. נו, איז נישט געווען אזא ריזיגן חילוק בעצם פונעם בעה״ב ביזן קנעכט.

החוקר » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:51 pm

· #506123
Re: איז קנעכטשאפט מאראליש?
@קורקלענד איך בין מסופק צו דו פארשטייסט די אפטייטש פון די מושג "קנעכט". נישט פשוט די טייטש פון דאס ווארט, נאר דאס מציאות'דיגע, פראקטישע באדייט.

אייגעטליך ניין, איך בין נישט מסופק. דו פארשטייסט נישט דאס דערהער.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:51 pm

· #506124
מי אני

אינקאָם טעקס זעה איך נישט ס׳זאל זיין בעצם גניבה (ו״עבדות״ מאן דכר שמיה) (איך ווייס נישט צי ס׳איז דומה צו די גובאי מכס בזמן הש״ס און אין יענע היסטארישע תקופה), וואו דו ווילסט האבן amenities פון אט די רעגירונג און א פאליטישע געפירעכץ [סעניטעישאן, פאליציי, דעפענס, וכו׳ וכו׳ וכו׳, ואפילו וועלפעיר וואס שטיצט די וואס דארפן עס, וואס געבט למעשה צו צום סאציאלן סטאבּיליטעט]; די געדאנק איז די מאס דערין, און אז עס זאל זיין עפעקטיוו אָן קיין קאראפציע אא״וו. איך קען מיך נישט אויס גוט אין די נושא, און ס׳פארפארט סיי ווי פונעם שמועס.
יעדע זאך וואס איז געצווינגען אויף א מענטשן דארף שוין האבן גענוג סיבה. אינקאם שטייער איז אזא פאל. פעדעראלע אינקאם שטייערן גייען נישט פאר סעניטאציע און נישט פאר פאליציי וכו' און אויב דעפענס דעפינירט מאסן מארדן אין מיטל מזרח און אוקריינא דאן איז די קשיא נאך גרעסער.

איך מיין אז איך האב שוין געמאכט מיין פוינט און כדאי צו לאזן די אשכול צענטראל אויף די נושא וועל איך עס לאזן דא.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:54 pm

· #506125
החוקר
@קורקלענד איך בין מסופק צו דו פארשטייסט די אפטייטש פון די מושג "קנעכט". נישט פשוט די טייטש פון דאס ווארט, נאר דאס מציאות'דיגע, פראקטישע באדייט.

אייגעטליך ניין, איך בין נישט מסופק. דו פארשטייסט נישט דאס דערהער.
ווען איר וועט פארשטיין דער באדייט פון קאפיטאליזם וועל איך אפשר פארשטיין דער באדייט פון קנעכט.

אבער באמת גערעדט. איך מוטשע זיך שוין יארן מיט פארשטיין אדער דער באדייט פון קנעכט און וואטעווער ס'מיינט צו ס'איז טאקע אזויפיהל אפגערוקט פון וואס א גרויס חלק פון דער וועלט איז נאך היינט אונטערטעניג.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 1:50 pm

· #506129
‏@בְּתוֹךְ עַמִּי׳ס תירוץ גייט מיט וואס איך האב דערמאנט בנוגע זיין cognizant צום היסטארישע קאנטעקסט (וואס אגב גייט בכלל אין איינקלאנג מיט דעם רמב״ם׳ס פירוש בסיבות מצות התורה אינעם צווייטן האלב פון ח״ג במו״נ). עס גייט מיט א יוּטיליטעריען מהלך אין עטיקס וואו די הגדרה פון מאראל/עטיקס איז אָנגעוואנדן אין וואס ברענגט דאס גרעסטע צופרידענהייט על הכלל כולו. דאס איז אבער נישט אזוי פשוט, ווייל מ׳פארשטייט אז אויב וועט, למשל, הריגת נקיים ברענגען אזא סארט איבערוויגענדע צופרידענהייט להכלל, מאכט דאס אבער דאס נאך אלס נישט בעצם ״מאראליש״. וכן הוא לגבי פארקנעכטעווען מענטשן. צו משווה זיין, אפילו אין יענע עפאכע ולגבי ״סורווייוועל״, אַן עבד ואדוניו איז אבסורד. און די דמיון צו א בעה״ב אויף א שכיר איז נישט אין פלאץ, וואו עס איז מבחירת שניהם און עפ״י אייגענע merit או עכ״פ ירושה פון דאס געלט, וואס ער האט א רעכט דערצו. (וכ״ש אז עס איז נישט אין פלאץ מדמה צו זיין צו א רבי ותלמידים אדער צו יוסטיץ אויף פארברעכער; אזויפיל יא איז אז מ׳קען אריינגיין אינעם דיון ווי אזוי צו פראקטיצירן יוסטיץ ועונש פאר דער וואס האט זיך דאס פארדינט מרוע בחירתו וכו׳.) ואפילו בימי אריסטו (ארום די צייטן פון גלות בבל), וואו און ווען עס איז געווען אָנגענומען קנעכטשאפט, האט דאס געדארפט פארטיידיגן מיט די הנחה אז זיי די קנעכט זענען בעצם ״נאטורליך״ קנעכט. דאס איז נישט עפעס צו וואס מ׳וועט מסכים זיין ואפילו דאס צו זאגן אויף בימיו.

די דמיון צו די פאליטישע אינסטיטושאן פון א מלך בהעבר קען גענוצט ווערן אלס א ראיה לחוב. והיינו, היינט פארשטייט מען, ולכאורה אפילו פון אַן אבּיעקטיוון מבט, אז דאס איז א פּרימיטיווע ״נישט גוטע״ מהלך פון רעגירונג; זיכער ביחס צו דעמאקראטיע. (והגם דעמאקראטיע קען טאקע זיין און ווערן קארופטירט, איז כ״ש וכ״ש ק״ו בן בנו של ק״ו ביי אַן autocratic מלך.) וימי הביניים (וקודם) יוכיחו. וכן הוא לגבי עבדות - מ׳פארשטייט, ואפילו פון אַן אבּיעקטיוון מבט, אז דאס איז evil.

א בעסערע דמיון וואלט געווען לגבי עסן בע"ח און וויאזוי מ'וועט דאס באטראכן אינעם עתיד פון א מאראלישן קוק-ווינקל, ווי אויסגעשמועסט אין די אשכול. און דאס איז שוין ווי מ'קען מאכן א חילוק במין (וכעין מה שרצה אריסטו לעשות לגבי עבדים כנ"ל) און ווי זיי אליין טוהן נישט דן זיין איבער מאראלישע מעשים צו אנדערע (וע"ש במה שציינתי בזה מדר. פּיטער זינגער).

‏כמובן, דאס אבער צו נעמען אינגאנצן צו מאראלישע רעלאטעוויזם, מיינענדיג אז עס איז בעצם באמת געווען מאראליש דעמאלטס, ווייל מאראל בעצם איז נאר רעלאטיוו ובפרט לגבי די עפאכע, איז נישט אזוי פשוט. פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז וויבאלד מלחמות זענען דאן געווען א ברוטאלע affair און אזוי זענען זיי דעמאלטס געפירט געווארן בחרם גמור בהריגת ושביית נשים וטף, מאכט דאס׳ן דאס טוהן דעמאלטס נאך אלס נישט גערעכט ואפילו דעמאלטס. וואס מ׳קען יא זאגן ביי עבדות איז אז עס איז געווען בלית ברירה ממש: עס איז טאקע אימאראליש בעצם אבער פארפאלן ההכרח לא יגונה. אבער אפילו אויף דעם קען מען זיך דינגען: איז טאקע געווען לית ברירה ממש? מ׳דארף געדענקן אז דאס איז געווען איינע פון די טענות וואס די דרום שטאטן אין אמעריקע האבן טאקע גע׳טענה׳ט פאר׳ן בירגער קריג, לגבי דאס׳ן פירן זייערע plantations.

הגם, זאגן אז מאראל איז נאר רעלאטיוו צום תקופה אזוי ווי @בְּתוֹךְ עַמִּי׳ס מהלך, ראטעוועט פון צוויי שוועריקייטן ואפילו מיט די מאראלישע רעלעטאוויזם מהלך. איינס, אז מ׳זאגט נישט אז עס איז אָנגעוואנדן לפי די פּערספּעקטיוו פונעם קולטור [ווייל דאן טוהט מען דאך ריינוואשן די קנעכט-פארמאגער אין אמעריקע פאר 300 יאר צוריק, ואפילו בעצם די נאציס]. צוויי, מען זאגט נישט אז עס איז נישטא על הכלל כולו קיין פאזיטיווע מאראלישע פּראגרעס אין היסטאריע; עס איז יא בעצם בעסער, ווייל כנ״ל איז קנעכטשאפט בעצם יא אימאראליש אפילו דעמאלטס נאר לפי הזמן האט מען דאס געמוזט אָננעמען בלית ברירה ובהכרח.


אבער לאחרי הכל איז די תירוץ לענ״ד בעצם א גוטע.

***
‏
מתבודד
בקיצור ווער ס’קען אריינקומען מאכן אביסל סדר תע”ב.
״מאכן סדר״ אין דעם, ואפילו ״אביסל״, איז א מסכת. והרבה קולמוסין וכו׳.

א חשוב׳ע מיטגליד האט מיר א שטיק צייט צוריק געשיקט אַן אישי:
חשוב׳ע מיטגליד
איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן אויף עפעס וואס באדערט מיר שוין לאנג, בנוגע אומאראלישע זאכן וואס שטייען אין די תורה.
דאס איז וואס איך האב דאן גע׳ענטפערט:
מי אני
עס איז טאקע אַן ערענסטע פראבלעם. ועכ״כ אז, ווי איך ברענג צו אין מיין אשכול איבער הרעות אז אפילו חז״ל זענען געווען אומבאקוועם מיט די מאראלישע פראבלעמען און דאקטרינעס בהתורה וואס איז געווען נגד זייער מוסרי הטבעי עכ״פ שבזמנם (למשל דא ווי הרב דר. נתן לאָפּעס קארדאָזאָ רעדט ארום איבער די עטישע פראבלעמען בהתורה און ווי אזוי הלכה רבנית איז אויסגעשטעלט דאס טאקע צו פאררעכטען). און זיי האבן טאקע געזוכט צו באזייטיגן די סארט מצות וואס זענען (עכ״פ אין זייערע אויגן) אימאראליש (און דערנאך אָנגעגעבן אז ״דאס איז דאך מעיקרא וואס דאס האט באמת געמיינט״). און יא, אין א וועג זענען חז״ל טאקע געווען ״רעפארמער״ אין דעם געדאנק. ועכ״כ אז דר. דוד ביאלע טענה׳ט טאקע אז סעקולעריזם, זיין אינדעפּענדענט פון סקריפּטשור, און זיך ארויסדרייען פון עסטעבּלישד דאקטרינעס איז אינהערענט ממש אין יהדות רבנית, און איז וואס די רעפארמער משכילים ודכוותייהו זענען באאיינפלוסט געווארן פון און האבן זיך באנוצט מיט (עכ״פ בלא יודעים).

לגבי די פראבלעם פון דזשענאָסייד בהתורה, עמלק וז׳ עממין בעיקר, הא׳ביך אראפגעברענגט מהלכים דערין. לדוגמא דא [צי עס האט טאקע פאסירט, ומה כוונתם]. ועיין ג״כ כאן. און נאך פלעצער (אדרבא, מאך א search אין יענעם אשכול אויף די ווארט ״עמלק״.)

לגבי מיתת בי״ד (אויף בין אדם למקום עבירות) הא׳ביך דא געשריבן דערויף אינעם דערמאנטן אשכול.

‏דא הא׳ביך צוגעברענגט א מאמר פון הרב דר. נארמאן סאלאמאן (דאכט זיך מיר נישט אַן ארטאדאקסישע רב) איבער דעם.

וואס מ׳קען אבער נאך אלס פרעגן איז אז פיין, איה״נ אז יהדות רבנית האט אינערהאלב זיך מעכאניזמס ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון די נארמאטיווע מאראלישע פראבלעמען בהתורה אויף למעשה. אבער דאס פארענטפערט נאך נישט (עכ״פ געהעריג) פארוואס שטייט עס דאך אין די תורה בכלל? כמובן איז די שאלה נאר טאמער נעמט מען נישט אָן אז חז״ל׳ס פירוש איז טאקע די אריגינעלע פשט ממש. אויב יא ווערט אבער דאן נתעורר די קושיות פון עמלק ויהושע וואס זיי האבן למעשה יא פארשטאנען כפשוטם אז זיי האבן פאסירט, ווי אויך לדוגמא הלכות אמה העבריה אא״וו.. איז מיין פערזענליכע מהלך אין דאס אלעס אז איה״נ. די תורה איז געשריבן געווארן אלס די לעגענדעס והלכות וכו׳ דורך פאָליבּל מענטשן און אין זייער עפאכע מיט זייערע (אובער)גלויבונגען, פארשטאנד אין מהו מאראליש אא״וו אא״וו. (דאס איז ל״ד א סתירה מיט׳ן אכטן עיקר של הרמב״ם, ולדוגמא כדהבאתי מדר. שמואל פליישהאקער אדער דר. יהודה [דזשערוים] געלמאן ואכמ״ל.) דעמאלטס פאלט דאך אַבּוויִעסלי אוועק די מאראלישע קושיא. וואס געבט דאס ״הייליגקייט״ און ״געטליכקייט״ איז אונזער סמכות דערצו ועפ״י די פראצעס פון הלכה רבנית וכעין דברי הרב דר. קארדאָזאָ הנ״ל. דאס איז די געדאנק פון דעם אז ״ג-ט״ [וואס מ׳קען נישט דעפינירן] איז ״נותן״ [וואס איז צום מערסטענסט א לשון מושאל] התורה.

איך ווייס אז דאס איז לכאורה צי קורץ געשריבן ויש להאריך בזה טובא. איך ריר אָן אויף דעם אלעם אין מיין סאָבּמיטעד ארטיקל און פאָרגעגרייטן אשכול דערויף.

איך דארף ווען ענטפערן אסאך אסאך מער באריכות. איך האב אבער באמת נישט קיין צייט (איך בין ביי די ארבעט און שפעטער דארף איך נאך כאפן מיין עמוד). ואתך הסליחה.

אגב, בנוגע די מעשה פונעם חת״ס וואס האט גע׳הרג׳עט דעם עמלקי הא׳ביך דאס געוואלט באשרייבן אין מיין אשכול איבער מעשיות וואס מאכן נישט קיין סענס עפ״י מאראל ואפילו הלכה, אבער דערנאך הא׳ביך געזעהן אז ס׳דא וואס פארציילן עס בתורת סעלף-דעפענס.
אין די בלאט איך האב צוגעלינקט אין מיין ערשטע תגובה זענען דא אסאך ארטיקלען איבער זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם בכלליות.

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 2:38 pm

· #506138
מתבודד
בקיצור ווער ס’קען אריינקומען מאכן אביבל סדר תע”ב
ייש”כ מי אני פאר דיין הערליכן ענטפער, אפי’ כ’האב דיך געטעגט נאר במחשבה און נישט בדיבור...

יעקב מעקסוועל » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:17 pm

· #506141
עס איז זייער קלאר אז די תורה שטופט שטארק צו ווערן מער מאראליש, די אלע דינים זענען געווען חידושים 3 טויזנט יאר צוריק. מען גייט ארויס נאך 6 יאר, מען מעג נישט מאכן ארבעטן צו שווער, ווען מען באפרייט א קנעכט דארף מען אים געבן געלט, ווען א טאטע פארקויפט זיין טאכטער קען די קונה נישט טון מיט איר וואס ער וויל, ועוד ועוד.

דאס אלעס נעמט זיך אן פאר די רעכטן פון די ארימע, און פארשטייט זיך אז די אלע הלכות ווערן געזאגט ווייל עס איז געווען איינגעפירט צו טון מיט א קנעכט וואס מען וויל, און דאס איז א גרויסע סטעפ אין די ריכטיגע דירעקציע.

צו זאגן אין יענע צייטן אז קנעכטשאפט איז נישט מאראליש בכלל, איז אזויווי רעדן צו די טאליבאן וועגן equal pay, אדער רעדן צו חרדים וועגן...

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:38 pm

· #506144
יא יא. די געדאנק פון זיין באוואסטזיניג צום היסטארישן קאנטעקסט.
יעקב מעקסוועל
צו זאגן אין יענע צייטן אז קנעכטשאפט איז נישט מאראליש בכלל, איז אזויווי רעדן צו די טאליבאן וועגן equal pay, אדער רעדן צו חרדים וועגן...
משם ראיה: קיינער גייט נישט זאגן אז פאר די טאליבאן איז נישט equal pay פּער סע באמת מאראליש/ריכטיג און נישט אימאראליש/אומריכטיג. זייער נישט האבן די יכולת מחמת איזה סיבה צו באגרייפן די קאנצעפט (אויב ס'איז טאקע אזוי, אבער נניח) קען זיין איז אן אמתלא אויף זייער געפירעכץ, אבער די (cultural) "אומר מותר" זאגט גארנישט לגבי די עצם מאראלישקייט און רעכט דערפון. וה"ה הכא. (אחוץ טאמער נעמט מען אָן א שטארקע מאראלישע רעלאטעוויזם וואס האט זיך אירע שוועריקייטן וכנ"ל.)

יעקב מעקסוועל » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:57 pm

· #506146
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און אוודאי אויב מען פרעגט די שאלה פון די אשכול קעפל "איז קנעכטשאפט מאראליש?" איז די תשובה קלאר אז נישט.

אבער איך מיין אז די נידון פון די אשכול איז נישט אויב קנעכטשאפט איז מאראליש, נאר די שאלה איז, איז די תורה מאראליש? און עס שטערט @אלע צוזאמען פארוואס די תורה שרייבט זאכן וואס זעט אויס נישט מאראליש. און די תשובה איז אז די תורה איז זייער מאראליש ווען עס קומט צו די נושא פון קנעכטשאפט, און דאס וואס די תורה שרייבט איז די בעסטע וואס האט געקענט געשריבן ווערן.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 4:01 pm

· #506147
ריכטיג. און דעריבער האב איך טאקע צוגעצייכענט צום רמב"ם וואס זאגט דאס בכלל לגבי המצות שצותה (א באקאנטע דוגמא לגבי קרבנות בפל"ב שם).

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 4:20 pm

· #506148
ייש״כ @מי אני פאר׳ן מיר (האלבוועגס) אפפרעגן, ווייל יעצט אז כ׳בין זיך מתבונן אינעם יסוד השאלה, וואס קומט בעצם צושטאנד דורך די הנחה פונעם פונעם פותח האשכול, אז:
איך בין אויפגעוואקסן מיט די הנחה אז אלעס וואס די תורה הקדושה זאגט איז 100% פראצענט אמת און אויסגעהאלטן מיט די העכסטע מאראלישע סטאנדארט'ן.
זעי איך אז די קשיא הייבט זיך כלל נישט אן, ווייל כאטש מ׳זעט אז רוב מצות בין אדם לחבירו איז געבויט אויף מאראליש׳קייט קעמען נישט זאגן אז דאס איז די יסוד, ווי מ׳זעט קלאר דא:
משנה: האומר על קן צפור יגיעו רחמיך ועל טוב יזכר שמך, מודים מודים משתקין אותו. גמרא: בשלמא מודים מודים משתקין אותו משום דמיחזי כשתי רשויות, ועל טוב יזכר שמך נמי משמע על הטובה ולא על הרעה, ותנן: חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה. אלא, על קן צפור יגיעו רחמיך מאי טעמא? פליגי בה תרי אמוראי במערבא, רבי יוסי בר אבין ורבי יוסי בר זבידא; חד אמר: מפני שמטיל קנאה במעשה בראשית, וחד אמר: מפני שעושה מדותיו של הקדוש רחמים, ואינן אלא גזרות" (ברכות, לג ע"ב)
השתא דאתית להכי, וואלטיך געזאגט אז די קשיא איז ׳פארקערט׳ אויב איז די תורה גזירות, פארוואס איז דא אזויפיל מצות בין אדם לחבירו וואסיז פארשטענדליך פאר׳ן שכל אנושי, מאראל וכו׳

אבער באמת וואלטיך געזאגט אז למעשה זעט מען אז די תורה וויל חסד און אז אידן זאלן טון גוט׳ס און זך פירן מאראליש איינע מיט די אנדערע, (ובעצם קען זיין אז ׳אינן אלא גזירות׳ איז נאר לגבי דעם ענין וכדו׳ אבער מצות שכליות אשר בין אדם לחבירו איז יא פארהאן א מאראל סארט טעם) איי די ענין פון עבדים פ״וו די תורה האט עס נישט גע׳אסר׳ט טאטאלי? מיינעך אז נאך מיין (האלבע) תירוץ, ועוד ענינים וואס חברים האבן שוין דערמאנט איזעס מער נישט קשה... אבער כ׳גיי צולייגן בדרך אפשר, נאך א טעם:

כידוע איז די תורה נתחלק אויף די 4 חלקים פרד״ס, יעצט די מאראלישע עספעקט פון די תורה איז בדרך ׳פשט׳, אבער על פי ׳סוד׳ איז די גאנצע ענין פון תכלית הבריאה פיל טיפער און העכער פונעם ׳מאראל׳ געדאנק. איז דארט ווי ס׳פעלט זיך אויס געוויסע פעולות למען התכלית (למשל מחיית עמלק) קומט די ווארט ׳מאראל׳ בכלל נישט אריין פונקט ווי ס׳קומט נישט אריין ווען עמיצער שניידט אריין מיט א מעסער אין א לעבעדיגע מענטש, ווייל עריז א דאקטאר אין מאכט יעצט אן אפעראציע... יעצט היות די יסוד פונעם התחייבות פונעם עם ישראל צו טון דעם רצון השם איז געבויעט אויף ׳כי לי בני ישראל עבדים עבדי הם אשר הוצאתי אותם מארץ מצרים וגו׳, איז דאס אליין גענוג סיבה אז ס׳זאל זיך אויספעלן דעם געדאנק פון עבדות, ודו״ק כי קצרתי.
יעצט קעמען אפשר מוסיף זיין אז די סיבה פון התבטלות הענין של עבדות, און מיט דעם איז טאקע בטל געווארן דעם טיפן דערהער פון אן ׳עבד׳ השם, איז פארדעם ווייל ס׳פעלט זיך אויך אויס צו דינען דעם רבוש״ע בבחינת ׳בן׳.....

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:59 pm

· #506151
לגבי דעם ״מדותיו של הקדוש רחמים אינן רחמים אלא גזרות״ איז גוט טאמער זענען זיי בעצם נייטראל אין וועליוּ - נישט ״גוט/רחמים״ און נישט ״שלעכט״. טאמער אבער זענען זיי דייקא ״שלעכט״ ממבט נארמאטיווע מאראל ערוועקט דאס א סתם אזוי א פראבלעם כלפי דאס אַמניבּענעוואלענס פון ג-ט בכלליות; זיין זיין כביכול ״טוב״ ממש.
‏לצרף בהן את הבריות (ב״ר מד א) זעהט טאקע אויס שווער אבער ווי דער מתנות כהונה איז דארט מפרש איז דאס אבער נאר אלס׳ן שוועריקייט אויפ׳ן מענטש לקיימן בסתם. זיי זענען אבער נאך בעצם נייטראל אין וועליוּ (צי אפילו ״גוט״); זיי זענען נישט בעצם ״שלעכט״ ע״ש.

לגבי די געדאנק פון ״סוד״ נעם איך אָן ווי לדוגמא דער מ״א זאגט באו״ח סימן רפה ס״ק א אין לי כאן עסק בנסתרות, בפרט וואו ס׳קען גיין קעגן דער מוסרי הטבעי ה״פשוט״. עס דערמאנט טאקע פון הרב דר. נתן סליפקין׳ס אנאליז אין די חילוקים צווישן די ראציאנאלע צוגאנג און מיסטישע/זוהר צוגאנג טאקע צום מצוה פון שילוח הקן.

חדשים » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 7:58 pm

· #506158
לכאורה האט זיך די רמב"ם בסוף הלכות עבדים זיך אויך געמוטשעט מיט דעם. ער שרייבט "מֻתָּר לַעֲבֹד בְּעֶבֶד כְּנַעֲנִי בְּפֶרֶךְ. וְאַף עַל פִּי שֶׁהַדִּין כָּךְ, מִדַּת חֲסִידוּת וְדַרְכֵי הַחָכְמָה שֶׁיִּהְיֶה אָדָם רַחֲמָן וְרוֹדֵף צֶדֶק וכו’. די דין (תורה) זאגט אז דו מעגסט ארבייטן בפרך, אבער די דרכי החכמה (מאראל) זאגט אז דו זאלסט יא רחמנות האבן. און ער רעכענט אויס א ליסטע וויאזוי מ’זאל זיך אויפפירן צו א עבד.

אגב, איז אינטערסאנט וויאזוי די רמב”ם ענדיגט. "וְאֵין הָאַכְזָרִיּוּת וְהָעַזּוּת מְצוּיָה אֶלָּא בַּגּוֹיִים הָעֲרֵלִים. אֲבָל זַרְעוֹ שֶׁלְּאַבְרָהָם אָבִינוּ, וְהֵם יִשְׂרָאֵל, שֶׁהִשְׁפִּיעַ לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא טוֹבַת הַתּוֹרָה, וְצִוָּם בְּחֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים צַדִּיקִים - רַחֲמָנִים הֵם עַל הַכֹּל. וְכֵן בְּמִדּוֹתָיו שֶׁלְּהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁצִּוָּנוּ לְהִדַּמּוֹת בָּהֶם, הוּא אוֹמֵר: "וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו" [תהלים קמה, ט]. וְכָל הַמְּרַחֵם - מְרַחֲמִין עָלָיו, שֶׁנֶּאֱמַר: "וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים וְרִחַמְךָ וְהִרְבֶּךָ" [דברים יג, יח]. @מי אני, לויט מנחם קעלנער איז לכאורה פשט ווייל די אידן היטן די תורה האבן זיי די דרך לקנות המושכלות. דא איז אבער אביסל אינטערסאנט. די הלכה לערנט דיר די פארקערטע, אזוי ווייט אז די רמב”ם שרייבט, גיי אוועק פון די דין און פיר דיר אויף ווי די דרכי החכמה. פארוואס זאל דער איד וואס לערנט (די) תורה זיין בעסער ווי די גוי. אפשר פילט די רמב”ם פאר וויכטיג צו דערמאנען דעם איד, ספעציעל ביי די מצוה, אז די תורה לערנט רחמנות. אפילו דא קוקט אויס אנדערש.

דער סוס זאגט טאקע, הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים אֶל יַד אֲדוֹנֵיהֶם כְּעֵינֵי שִׁפְחָה אֶל יַד גְּבִרְתָּהּ כֵּן עֵינֵינוּ אֶל יְדֹוָד אֱלֹהֵינוּ עַד שֶׁיְּחָנֵּנוּ (פרק שירה, ה). דער סוס שפיגלט אפ וואס דער עבד איז...

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 8:53 pm

· #506169
מי אני
לגבי די געדאנק פון ״סוד״ נעם איך אָן ווי לדוגמא דער מ״א זאגט באו״ח סימן רפה ס״ק א אין לי כאן עסק בנסתרות, בפרט וואו ס׳קען גיין קעגן דער מוסרי הטבעי ה״פשוט״.
אז מ׳וויל זיך דערגרינטעווען אין אן ענין של תורה עד הסוף, קעמען נישט איגנארירן דעם חלק ה״סוד״ שבו. לדוגמא להבדיל ביי סייענס האט מען געמאכט גרויס פארשריט צו פארשטיין די חלקי מוח האדם, למעשה אבער האבן זיי אסאך קשיות און זענען ׳סטאק׳ ווען ס׳קומט צו פנימיות׳דיגע מושגים ווי קאנטשעסנעס וכדו׳ ווייל זיי ווילן נישט גורס זיין דעם חלק הנסתר, די פנימיות ונפש האדם....

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 9:50 pm

· #506173
בְּתוֹךְ עַמִּי
כידוע איז די תורה נתחלק אויף די 4 חלקים פרד״ס, יעצט די מאראלישע עספעקט פון די תורה איז בדרך ׳פשט׳, אבער על פי ׳סוד׳ איז די גאנצע ענין פון תכלית הבריאה פיל טיפער און העכער פונעם ׳מאראל׳ געדאנק. איז דארט ווי ס׳פעלט זיך אויס געוויסע פעולות למען התכלית (למשל מחיית עמלק) קומט די ווארט ׳מאראל׳ בכלל נישט אריין פונקט ווי ס׳קומט נישט אריין ווען עמיצער שניידט אריין מיט א מעסער אין א לעבעדיגע מענטש, ווייל עריז א דאקטאר אין מאכט יעצט אן אפעראציע...
למעשה דארף די חלק הפשט שטימען מיט פשט, ס’איז נישט גענוג אז ס’איז פארשטענדליך ע”פ סוד, טאקע ווייל די ”גאנצע” תורה ווערט נתפרש בפרד”ס, דהיינו קענסט נישט זאגן אז דאס איז פארשטענדליך עפ”י סוד און נישט ע”פ פשט.
און טאקע דיין משל מיט’ן דאקטער איז עס נישט בדרך סוד, דארפסט נאר פארשטיין די פשט דערפון.
צו זאגן אז לפי הסוד דארף מען עבדות אלס כי לי בני ישראל עבדים וכו’ איז שיין מסביר געווען ע”פ סוד אבער אויסגעלאזט די חלק הפשט. ווען די תורה זאגט תמחה זכר עמלק איז עס מסתמא ע”פ סוד ווייל זיי זענען משורש הקליפה, אבער די ראשונים זענען מסביר פשט, אז ס’איז פשוט’ע נקמה אויף זייערע מעשים צו כלל ישראל. בקיצור די חלק הסוד קען נישט פארענטפערן און פארדעקן די צורך פאר פשט. כנלענ”ד.

צפת » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:31 pm

· #506190
איך האב נישט דורכגעליינט אלעס ביז אהער בעיון, פארט וויל איך זאגן אפאר נקודות למחשבה.

מענשטן פארמישן צווישן קנעכטשאפט און שקלאפעריי, א שטייגער ווי עס איז געווען אין אמעריקע מיט די שווארצע.

קנעכטשאפט איז אין רוב פעלער געווען גאנץ ארענטליך, און צומאל אפילו שענער פון ארענטליך. גיב א קוק אליעזר עבד אברהם, איז געווען א שיינער קנעכט, 'בן משק בית אברהם', ער איז געווען דער "מענעדזשער" ביי אברהם אין שטוב, אברהם האט זיך פארלאזט אויף אים, אזש ביזן גיין זוכן א שידוך פאר זיין זוהן, און ברענגען די כלה - נישט מער און נישט ווייניגער - איר דרייוון ביז צום חתן. ער האט ניטאמאל מורא געהאט אז ער וועט נעלם ווערן מיט איר אינאיינעם און קיינער וועט נישט וויסן וואו זיי זענען אהינגעקומען.

ס'איז געווען אמאל אזא מציאות, א מענטש איז געקומען צו איינעם, איך וועל דיר פירן די גאנצע ביזנעס, דו וועסט מיר אואונען פאר דעם, געבן עסן און שלאפן און טרינקען, בדרך כבוד, ווי א מענטש. אפילו א פרוי, וואס דו וועסט אויסהאלטן מיט די פרוי און קינדער, איך וועל לעבן שיין און האבן א גוד-טיים, אבער איך וועל זיין דיינער. שאול המלך האט געהאט א קנעכט מיטן נאמען "ציבא", וואס ער האט געהאט אונטער זיך פופצן קינדער מיט צוואנציג קנעכט, און האט ווארשיינליך געהאט אויך אן אייגענעם פעלד. פארט איז ער געווען א קנעכט פאר שאול.

אפילו די אידן אין מצרים, וועלכע זענען יא געווען שקלאפן און געדארפט ארבעטן שווער, האבן זיי געהאט אייגענע משפחות, אייגענע הייזער און אייגענע פעלדער מיט בהמות. גאנצע שטחים האבן געהערט פאר זיי.

שקלאפעריי איז גאר עפעס אנדערש.

אגב, כמעט יעדן שטיקל שאקאלאדע וואס איר נעמט אריין אין מויל, דערקוויקט איר זיך מיט שקאלפעריי פון קליינע קינדער וואס ארבעטן דערויף אין די היצן און אין קעלט, אן ווערן באצאלט, און איר קייעט עס מיט א געשמאק... יא, ס'איז נאך היינט פארהאן שקלאפעריי, און לויט ווי מאנכע שאצן זענען פארהאן מער קנעכט היינטיגע טעג, ווי ווען אימער אין די היסטאריע. בפועל, קען מען קויפן א יונגע מיידל פאר פעניס, מען דארף נאר וויסן וואו (אזוי זאגט מען).

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 10:44 am

· #506210
חדשים
לכאורה האט זיך די רמב"ם בסוף הלכות עבדים זיך אויך געמוטשעט מיט דעם. ער שרייבט "מֻתָּר לַעֲבֹד בְּעֶבֶד כְּנַעֲנִי בְּפֶרֶךְ. וְאַף עַל פִּי שֶׁהַדִּין כָּךְ, מִדַּת חֲסִידוּת וְדַרְכֵי הַחָכְמָה שֶׁיִּהְיֶה אָדָם רַחֲמָן וְרוֹדֵף צֶדֶק וכו’. די דין (תורה) זאגט אז דו מעגסט ארבייטן בפרך, אבער די דרכי החכמה (מאראל) זאגט אז דו זאלסט יא רחמנות האבן. און ער רעכענט אויס א ליסטע וויאזוי מ’זאל זיך אויפפירן צו א עבד.

אגב, איז אינטערסאנט וויאזוי די רמב”ם ענדיגט. "וְאֵין הָאַכְזָרִיּוּת וְהָעַזּוּת מְצוּיָה אֶלָּא בַּגּוֹיִים הָעֲרֵלִים. אֲבָל זַרְעוֹ שֶׁלְּאַבְרָהָם אָבִינוּ, וְהֵם יִשְׂרָאֵל, שֶׁהִשְׁפִּיעַ לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא טוֹבַת הַתּוֹרָה, וְצִוָּם בְּחֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים צַדִּיקִים - רַחֲמָנִים הֵם עַל הַכֹּל. וְכֵן בְּמִדּוֹתָיו שֶׁלְּהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁצִּוָּנוּ לְהִדַּמּוֹת בָּהֶם, הוּא אוֹמֵר: "וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו" [תהלים קמה, ט]. וְכָל הַמְּרַחֵם - מְרַחֲמִין עָלָיו, שֶׁנֶּאֱמַר: "וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים וְרִחַמְךָ וְהִרְבֶּךָ" [דברים יג, יח]. @מי אני, לויט מנחם קעלנער איז לכאורה פשט ווייל די אידן היטן די תורה האבן זיי די דרך לקנות המושכלות. דא איז אבער אביסל אינטערסאנט. די הלכה לערנט דיר די פארקערטע, אזוי ווייט אז די רמב”ם שרייבט, גיי אוועק פון די דין און פיר דיר אויף ווי די דרכי החכמה. פארוואס זאל דער איד וואס לערנט (די) תורה זיין בעסער ווי די גוי. אפשר פילט די רמב”ם פאר וויכטיג צו דערמאנען דעם איד, ספעציעל ביי די מצוה, אז די תורה לערנט רחמנות. אפילו דא קוקט אויס אנדערש.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער חינוך במצוה שמז במצות עבודה בעבד כנעני לעולם (עפ״י הרמב״ם בספר המצות עשין רלה) שרייבט משרשי המצוה:
לפי שעם ישראל הם מובחר המין האנושי ונבראו להכיר בוראם ולעבוד לפניו {דאס גייט שוין טאקע נישט אין איינקלאנג מיט מהלך הרמב״ם ולפי דר. קעלנער, חוץ טאמער גייט מען מפרש זיין כוונתו אז זיי זענען נישט אינהערענטלי מובחר האנושי, נאר מפני מעשיהם ושמירת התורה זענען זיי מובחר האנושי; וכעין ווי אזוי מ'וועט מפרש זיין דעם רמב"ם דארט אין סוף הל' עבדים פ"ט ה"ח הנ"ל, "ואין האכזריות והעזות מצויה אלא בעכו"ם עובדי ע"ז אבל זרעו של אברהם אבינו והם ישראל שהשפיע להם הקדוש ברוך הוא טובת התורה וצוה אותם בחקים ומשפטים צדיקים רחמנים הם על הכל"}, וראויים להיות להם עבדים לשמש אותם. ואם אין להם עבדים מן האומות, על כל פנים יצטרכו להשתעבד באחיהם ולא יוכלו להשתדל בעבודתו ברוך הוא. על כן נצטוינו להחזיק באלו לתשמישנו אחר שהוכשרו ונעקרה עבודה זרה מפיהם ולא יהיו למוקש בבתינו. וזהו שאמר הכתוב אחר כן "ובאחיכם בני ישראל איש באחיו לא תרדה וגו'" (ויקרא כה מו). כלומר, ובכן לא תצטרכו להשתעבד באחיכם ותהיו נכונים כולכם לעבודת השם. ואף על פי שיש במשמעות הכתוב שיבוא להזהיר שלא להשתעבד בעבודת פרך בעבד עברי, שבעים פנים לכתובים.
ער איז ממשיך אז דאס איז טאקע די טעם פארוואס מ׳קען יא משחרר זיין לדבר מצוה, וויבאלד די גאנצע טעם מעיקרא פון מצות עבד כנעני איז כדי צו זיין פנוי צו דעם ע״ש. דאס גייט אויך אין איינקלאנג מיט @בְּתוֹךְ עַמִּי'ס געדאנק אז דעמאלטס איז דאס געווען הכרחי - "יצטרכו להשתעבד".

יעצט, דער רמב״ם איז מגדיר (מו״נ ח״א פ״ב) ״מושכלות״ אלס דאס וואס עס איז חל אויף זיי א דיון איבער ״אמת או שקר״, און ״מפורסמות״ זענען די וואס עס איז חל אויף זיי א דיון איבער ״נאה או מגונה״ אדער ״טוב או רע״ ע״ש. איז קען אפשר מאראלן נישט אריינגיין לויט אים בגדר ״מושכלות״, ובאנו להמבוכה פון מאראל ריעליזם נגד מאראל סקעפּטיסיזם [צי ס׳שייך און מ׳קען געבן פאר מאראלישע פּראפּאזישאנס/קלעימס א וועליוּ פון ״אמת או שקר״]. אזוי צי אזוי הא׳מיר שוין אראפגעברענגט פונעם רמב״ם (בסוף מו״נ ח״ג פנ״ד) אז הגם מעלת שלימות המושכלות והשכל איז העכער ווי מעלת שלימות המדות, איז דאס אבער אויף מדות פּער סע לשם מדות. אבער בתוך מעלת שלימות השכל והמושכלות ומעטאפיזיקס איז דאך זיך להתדמות לקונו, וואס דאס באדייט שוין שלימות המדות מצד ומכח השכל והמושכלות. ועיין בנרבוני בפרק הקודם שפירש:
והתבונן אמרו ולך תהיה צדקה כי כשתלך בדרך מעלות המדות כבר עשית צדק לנפשך המשכלת כי שלמת לה חקה
ומזה איז טאקע לכאורה משמע אז דער רמב״ם נעמט יא אָן א מאראלישע ריעליזם. דאס וואס ער מיינט מיט ״מפורסמות״ איז אזוי ווי ער שרייבט אין ח״ג פ״ח ״הקיבוץ על השתיה המשכרת ראוי שיהיה אצלך יותר חרפה מהתקבץ אנשים ערומים מגולי הערוה נפנים ומתריזים ביום בבית אחד. ובאור זה כי היציאה ענין הכרחי אין לאדם תחבולה לדחותו והשכרות הוא ממעשה האיש הרע בבחירתו; וגנות גלות הערוה מפורסם לא מושכל והפסד השכל והגוף מרוחק לשכל״ ע״כ ע״ש. וכעין דברים כזה - נישט מאראלישע זאכן. ועיין בשמונה פרקים פ״ו.

דר. מיכה גאטליב שרייבט אבער בזה במשנתו של הרמב"ם:
But while morality plays a critical role in achieving the ultimate aim of life, it cannot be the final good itself as it is not part of intellectual perfection. For the moral law is not a categorical demand of reason, but rather a convention (mefursam) which individuals and societies adhere to as a hypothetical imperative, that is, because of its usefulness in achieving other ends
ער ברענגט צו: 📎 1.jpg ועיין במש״כ הרמב״ם בפירוש המשניות בב״ק (ד ג) (און דארט איז ער אויך מסביר עפי״ז טעם היתר המאראלי בהשתמשות בבע״ח, וואס אונז האבן דערמאנט פריער). לפי וואס ער שרייבט דארט קען מען עס אפשר באטראכטן ווי אפילו א היארארכיע אָנצוקומען צום רמב״ם׳ס אידעאל פון ״סעלף-עקטועליזעישאן״ בשלימות השכל וקניית המושכלות: עס איז טאקע העכער אין ראנג ווי שלימות המדות, אבער מ׳מוז אפילו פון פריער האבן דעם שלימות אין מדות אויף צו ריכטיג ארויסהאבן המושכלות. אנדערש פעהלט אים אין זיין נפש המשכלת אויף ארויסצוהאבן די מושכלות, און טאמער זעהט מען אזא איינער וואס איז די פארקערטע פון מושלם במדות מוז ע״כ זיין אז ער איז נישט קיין ריכטיגער חכם ומשכיל.

דר. האווערד [חיים] קרייסל שרייבט:
Maimonides' approach to ethics has made a profound impression on Jewish ethical thought to the present day. Yet the careful reader of Maimonides' works cannot help but be struck by the maze of ostensible contradictions that characterizes his discussions on this topic. Some of these contradictions can be discerned also in the writings of his Aristotelian predecessors. Others appear to be unique to him. In most of his discussions, Maimonides adopts a teleological approach to ethics. He treats it as a means, albeit a necessary one, to the ultimate end of human beings - that is, the perfection of the intellect. In other passages of his writings he appears to adopt a deontological approach. Certain activities and character traits are meritorious in their own right, independent of their outcome. The conclusion of the Guide of the Perplexed suggests that ethical activity - most notably the practice of justice, righteousness, and loving-kindness - is the ultimate end
ווי געזאגט איז לכאורה די חילוק צווישן שלימות המדות מטעם המדות צי שלימות המדות מטעם המושכלות המכריחות אותן.

***

אגב, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. מאַליִ אָשׁעץ זאגט אז דאס וואס האט געפירט אמעריקאנער צו אפנויגן פון א טראדיציאנאלע אפטייטש פון Scripture צו א ״ליבעראלע״ פּראַטעסטאַנטיזם איז דאס אז פאר׳ן אמעריקאנער בירגער קריג איז געווען אסאך גרינגער פאר די דרום שטאטן וואס האבן גע׳טענה׳ט אָנצוהאלטן שקלאפעריי צו נוצן די תורה ונ״ך אלס א באזיס דערצו. וממילא זענען די רעליגיעזע וואס זענען געווען דערקעגן, וואס איז ברבות הימים געווארן די וועלט בכלליות, געווען געצווינגען צו שטעלן זייער מוסרי הטבעי און התפתחות פון וועלטליכע מאראלן קודם, און ארום דעם פארטייטשן ואפילו פארענטפערן תנ״ך און א היסטאריסיסט [קאנטעקסט וכו׳] פארשטאנד דערין. דאס האט אָלטימעטלי געפירט צום אונטערגאנג פונעם ״בּייבּל ציוויליזאציע״ אין אמעריקע, וואו אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם. (אין די לעקציע ביים סוף [פון 55:00] רעדט דר. מאַרק נאָל, א גלויביגער, איבער די מעלות וחסרונות פון דעם אונטערגאנג.)

***
📎 1.jpg

מי אני » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:41 pm

· #507062
דר. מאַרווין פאַקס שרייבט:
Already in his Treatise on Logic, written in his youth, Maimonides treats moral ideas as not falling under the categories of truth and falsehood at all so it is simply a logical error to speak of moral rules as true or false. Instead he thinks of moral behavior [apart from religious legislation] as not falling under the categories of truth or falsehood at all, so that it is simply a logical error to speak of moral rules as true or false [Moral Non-Cognitivism]... In short, Maimonides holds that moral claims are never open to rational argument or demonstration
דער עקידה אין פ׳ בראשית (שער י) דינגט זיך אבער מיט׳ן רמב״ם און האלט אז עס איז יא שייך ״אמת ושקר״ אויף (געוויסע) כלליות׳דיגע מאראלישע פּראפּאזישאנס כגון רציחה, גניבה אא״וו. ווי ער שרייבט דארט:
וכ״ש שיש לומר כי כבר תפול על הטוב והרע בכלל גזירת האמת והשקר באופן מה כמו שיפול על האמת והשקר טוב ורע. וזה שכשנאמר שההנהגה באותה דרך ישרה המונחת מהדתות המסדרות החיים האנושיים היא תפארת לעושה ותפארת לו מן האדם יאמר שהגזירה הזאת היא אמת. ואם נאמר שעבור אלה והפר ברית ותורה היא נאה יאמר על זה שהיא שקר. כמו שבחלק העיוני ההצדק בחיוב ושלילה הוא הטוב והבלתי צדק היא הרע. כמו שנתבאר כל זה תכלית ביאור ג״כ לאריסטו במה שאחר הטבע ובפרק א׳ מהמאמר הששי מהספר הנזכר עד שגמר אומר אמנם הטוב והרע אשר לשכל העיוני ולמעשי הם האמת והשקר כי אמנם הם בכל דבר שכלי פועל המעשי אמנם השכלי הוא האמת המתחבר עם הרצון הישר ע״כ.
דר. מאַרק סוּנוואל שרייבט אז דער רמב״ם האט דעפינירט ״נביא״ אין זיין טעאלאגישע סיסטעם אלס די העכסטע דרגא אזוי אז דאס זאל אויך אַנהאלטן מאראלישע שלימות וואס איז נישט מוכרח פאר׳ן פילאזאף צוצוקומען צו שלימות בשכל. דאס איז ווייל איה״נ כח השכל איז מער ווי כח המדמה, אבער א שלימות אין דעם פעהלט אויס פאר נבואה ומשם (די געפיהל) שלימות במדות. די שלימות במדות איז אבער יא נכלל אינעם שכל הפועל, אבער שכל גרידא קען נישט צוקומען דערצו (אלס די מאראלישע נאַן-קאַגניטיוויזם הנ״ל); צו דעם דארף מען א שלימות אין די כח המדמה און געפיהל און אזוי צוקומען צום ידיעה בהמדות ושלימותה משכל הפועל. אין אנדערע ווערטער, ס׳דא א חילוק צווישן ״קאַנטענט״ פון די מדות, וואס האט נישט קיין ״אמת/שקר״ וועליוּ, און ״שלימות״ בהן אין וואס אימער זיי זאלן נאר נישט זיין.

משה'לע קליין » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:55 pm

· #507284
עס איז קלאר ווי דער טאג אז בימי קדמונינו האבן די שפיצן פונעם אידישן פאלק געווען מער מאראליש ווי די חכמי אומות העולם כידוע מכמה מעשיות, עכ"פ די תורה איז קלאר אויסגעשטעלט אויף מידות און בין אדם לחברו, און נאך אלץ איז געווען קנעכטשאפט, קומט אויס אז לכאורה איז קנעכטשאפט א מאראלישע זאך, נאר מדארף פארשטיין פארוואס מיר זענען דאס נישט משיג,
און לויט מיין מיין מיינונג איז די היינטיגע דור איז בכלל נישט מער מאראליש ווי אמאל, נאר היינט זענען מענטשן געווארן פראגראמירטע ראבאטן, ממילא איז דא זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין די פארצייטישע וועלט, א ביישפיל איז משכב זכר וואס אמאל האט יעדער פארשטאנען אז דאס איז אוממאראליש און צוביסלעך האלטן מער אין מער מענטשן אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, געב עס נאך אפאר יאר וועט מען זיך מוטשענען צו פארשטיין די תורה וואס אסר'ט פאר צווי ערוואקסענע בני דעה צו זיך אינדזשויען,
די דור היינט לעבט היינט מיטן מח וואס איז פראגראמירבאר ווי איידער מיטן מאראלישן נפש.

מצפצף » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 7:41 pm

· #507357
משה'לע קליין
עס איז קלאר ווי דער טאג אז בימי קדמונינו האבן די שפיצן פונעם אידישן פאלק געווען מער מאראליש ווי די חכמי אומות העולם כידוע מכמה מעשיות, עכ"פ די תורה איז קלאר אויסגעשטעלט אויף מידות און בין אדם לחברו, און נאך אלץ איז געווען קנעכטשאפט, קומט אויס אז לכאורה איז קנעכטשאפט א מאראלישע זאך, נאר מדארף פארשטיין פארוואס מיר זענען דאס נישט משיג,
און לויט מיין מיין מיינונג איז די היינטיגע דור איז בכלל נישט מער מאראליש ווי אמאל, נאר היינט זענען מענטשן געווארן פראגראמירטע ראבאטן, ממילא איז דא זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין די פארצייטישע וועלט, א ביישפיל איז משכב זכר וואס אמאל האט יעדער פארשטאנען אז דאס איז אוממאראליש און צוביסלעך האלטן מער אין מער מענטשן אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, געב עס נאך אפאר יאר וועט מען זיך מוטשענען צו פארשטיין די תורה וואס אסר'ט פאר צווי ערוואקסענע בני דעה צו זיך אינדזשויען,
די דור היינט לעבט היינט מיטן מח וואס איז פראגראמירבאר ווי איידער מיטן מאראלישן נפש.
דארפסט עס נישט געבן קיין פאר יאר.
מען מוטשעט זיך שוין לאנג דערויף.

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 2:52 pm

· #509696
חדשים
לכאורה האט זיך די רמב"ם בסוף הלכות עבדים זיך אויך געמוטשעט מיט דעם. ער שרייבט "מֻתָּר לַעֲבֹד בְּעֶבֶד כְּנַעֲנִי בְּפֶרֶךְ. וְאַף עַל פִּי שֶׁהַדִּין כָּךְ, מִדַּת חֲסִידוּת וְדַרְכֵי הַחָכְמָה שֶׁיִּהְיֶה אָדָם רַחֲמָן וְרוֹדֵף צֶדֶק וכו’. די דין (תורה) זאגט אז דו מעגסט ארבייטן בפרך, אבער די דרכי החכמה (מאראל) זאגט אז דו זאלסט יא רחמנות האבן. און ער רעכענט אויס א ליסטע וויאזוי מ’זאל זיך אויפפירן צו א עבד.

אגב, איז אינטערסאנט וויאזוי די רמב”ם ענדיגט. "וְאֵין הָאַכְזָרִיּוּת וְהָעַזּוּת מְצוּיָה אֶלָּא בַּגּוֹיִים הָעֲרֵלִים. אֲבָל זַרְעוֹ שֶׁלְּאַבְרָהָם אָבִינוּ, וְהֵם יִשְׂרָאֵל, שֶׁהִשְׁפִּיעַ לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא טוֹבַת הַתּוֹרָה, וְצִוָּם בְּחֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים צַדִּיקִים - רַחֲמָנִים הֵם עַל הַכֹּל. וְכֵן בְּמִדּוֹתָיו שֶׁלְּהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁצִּוָּנוּ לְהִדַּמּוֹת בָּהֶם, הוּא אוֹמֵר: "וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו" [תהלים קמה, ט]. וְכָל הַמְּרַחֵם - מְרַחֲמִין עָלָיו, שֶׁנֶּאֱמַר: "וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים וְרִחַמְךָ וְהִרְבֶּךָ" [דברים יג, יח]. @מי אני, לויט מנחם קעלנער איז לכאורה פשט ווייל די אידן היטן די תורה האבן זיי די דרך לקנות המושכלות. דא איז אבער אביסל אינטערסאנט. די הלכה לערנט דיר די פארקערטע, אזוי ווייט אז די רמב”ם שרייבט, גיי אוועק פון די דין און פיר דיר אויף ווי די דרכי החכמה. פארוואס זאל דער איד וואס לערנט (די) תורה זיין בעסער ווי די גוי. אפשר פילט די רמב”ם פאר וויכטיג צו דערמאנען דעם איד, ספעציעל ביי די מצוה, אז די תורה לערנט רחמנות. אפילו דא קוקט אויס אנדערש.

דער סוס זאגט טאקע, הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים אֶל יַד אֲדוֹנֵיהֶם כְּעֵינֵי שִׁפְחָה אֶל יַד גְּבִרְתָּהּ כֵּן עֵינֵינוּ אֶל יְדֹוָד אֱלֹהֵינוּ עַד שֶׁיְּחָנֵּנוּ (פרק שירה, ה). דער סוס שפיגלט אפ וואס דער עבד איז...
דאס איז פון אַן אינטערוויוּ וואס דר. עלען ברילל האט אפגעהאלטן מיט דר. מנחם קעלנער:
How is the rejection of slavery at the end of the laws of slaves universal? How would you define or characterize the ethic outside of halakhah shown in that law?

In our reading, what is interesting about the ethic shown at the end of “Laws of Slaves,” namely that a non-Jewish slave must be treated with the utmost consideration despite a Torah provision that implies otherwise, is that it is an ethic within halakhah. This is contrary to the consensus approach to the passage in question, which is that it is an example of lifnim mishurat hadin, of supererogatory behavior (which may or may not be an ethic outside of halakhah, but that is a whole other controversy)

We see Rambam as being much bolder than the consensus would have it. As we have mentioned, he determines that there is a positive commandment to imitate God, one of the 613 commandments. This, in the Mishneh Torah at least, means the cultivation of inward character traits that reflect the attributes of God’s actions in the world as enumerated in Exodus 34: 6: merciful, gracious, long-suffering, and so on. These traits are universal not only in the sense that they represent an ideal to which all people ought to aspire, but also in the sense that they are indivisible, and should therefore find universal expression in one’s dealings with any human being.
Hence for halakhah to permit demeaning treatment of a non-Jewish slave amounts to a contradiction within with the ideal of cultivating character traits. Rambam however has a graduated approach to fulfilment of the commandments

The hierarchical structure [of the Mishneh Torah] discussed in the last question holds the answer, in that, Maimonides prioritizes the universalist commandment to imitate God found in book 1 over the provision allowing discrimination against a non-Jewish slave found in book 12

Allied to the notion of prioritization is the notion of accommodation, that the Torah is adapted to actual social conditions. This is most famously seen in Rambam’s explanation of sacrifices as a concession to conventions of worship prevalent at the time the Torah was given. The late R. Nachum Rabinovitch suggested that the discriminatory provisions in “Laws of Slaves” could be seen as a somewhat similar accommodation to social and economic reality

Faithful as he was to the sources of halakhah, Rambam records these provisions, but at the same time, in impassioned rhetoric, he calls for them not to be taken as signifying Jewish supremacy or as cues for cruelty, and appeals instead for humanity and recognition of essential equality, culminating in citation of the verse “And His mercy is over all His works” (which we adopt as the motto of our book)

He does so, we argue, not from a perspective outside of halakhah, but from a rigorously constructed scale of value within halakhah in which the ethical imperative overrides, even if it cannot cancel, the provisions in question. This allows Rambam to espouse the universal while accommodating the particular, which we regard as not the least of his extraordinary achievements
דר. נארמאן סאלאמאן שרייבט:
But though ameliorated, slavery was never formally abolished in Jewish religious law. Bondage of Hebrew slaves had ceased by the Talmudic period; ownership of ‘foreign’ slaves disappeared as an issue when slavery was abolished in the West. Nowadays, no Jewish theologian seeks to justify slavery on the basis of religious law; normal Jewish teaching, even in the most conservative circles, is that the Torah, through its amelioration of slavery, pointed the way to abolition of the institution
דר. שמואל בראדי איז מסכם וואס דר. דזשעימס דיימאנד שרייבט:
Toward the end of the book, Diamond employs the same method to examine each occurrence of the word ‘eved, or “slave,” arguing that a close analysis of the development of the term in context reveals that although the Hebrew Bible seems to sanction slavery, in fact “the very first norm of Judaism, or what has become caricaturized as the religion of law, is itself the mandate to liberate” (p. 197). The essential truth of liberation shines through the mere appearance of permission for slavery; “slavery can only persist if there is dereliction regarding the laws intended to slowly undermine it toward eventual abolition” (p. 198)
ואגב, לגבי די געדאנק פונעם רמב״ם פון התפתחות ולגבי ימות המשיח, איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. דיימאנד שרייבט דארט:
Maimonides views history as a series of peaks and valleys along a graph of intellectual perfection and regression. Decline inevitably follows perfection, necessitating urgent measures in order to reverse the decline, which then leads to another peak. So it is that over a half a millennia after the Israelite liberation from Egypt we find the Jews at the nadir of another valley, but this time of moral deterioration. They not only persisted in maintaining a slave class, but also disregarded the laws of emancipation governing that class, which launched the original Jewish national liberation movement
וכעין די היסטאריסיזם פון העגעל.

pseudonym1 » מאנטאג מערץ 13, 2023 10:40 pm

· #518563
דערציילינגען פון באפרייטע אמעריקאנער קנעכט, בכלל נישט וואס איך וואלט זיך פארגעשטעלט. זענען געווען אסאך וועלכע האבן אנגעהאלטן נאנטע רילעשענשיפּס מיט זייערע אלטע הארן. און זיך אפי' געבענקט צו די גוטע יארן (!!!) פון עבדות.

https://www.youtube.com/watch?v=ynJ2fHHpIOQ

interviewer פארשטייט זיך, עס איז שטארק מעגליך אז די
האט דוקה אויסגעפרעגט די וואס האבן געהאט גוטע זכרונות כדי צו מאכן קנעכטשאפט נישט אויסזען אזוי שלעכט.