☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קלוגע אויסדרוקען

קלוגע אויסדרוקען

276 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12717
בלאט: 1 2 3 4 5 6

קוקי » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 8:12 pm

· #416766
קלוגע אויסדרוקען
כ'וויל דא מאכן א זאמל פון פארשידענע אויסדרוקן פון קליינע און גרויסע זאגער'ס. זייערע און אונזערע סלאגאנען, שפריכווערטער, גלייכווערטער, און שפיצן.

ווער ס'האט אמאל געבויעט א נייעם גן עדן, האט גענומען די ענערגיע זיינע פון זיין אייגענעם גיהנום. [סאקראטעס]

אונזער קנאה געדויערט אסאך לענגער, ווי דאס גליקליכקייט פון די וואס מיר זענען זיי מקנא. [העראַקליטוס]

וואלטער דער חכם זאגט; צוויי זאכן פארזיסן די פראבלעמען, דאס זענען 'שלאף' און 'האפענונג', אבער איך לייגט צו; אויך דאס 'געלעכטער'. [אימאנועל קאנט]

דער מאן וואס זוכט אזא פרוי וואס איז סיי, שיין קלוג און וואויל, זוכט באמת דריי פרויען. [אסקאר וויילד]

ממש צו לעבן, דאס איז עפעס וואס איז זייער זעלטן, רוב מענטשן טוען איינפאך בלויז עקזיסטירן. [אסקאר וויילד]

מענטשן זענען גרייט אלעס צו טון פאר געלט, אפילו אויך ארבעטן. [וועלטליך]

זארגן, איז אזויווי א שטאך; ווי מער דו וועסט עס קראצן, אלץ מער וועט עס וויי טון. [שמחה'לע]

איך בין באמת דאר, נאר ס'איז דאס דיקע שיכט פעטנס וואס מאכט דעם דיקן אנשטעל. [וועלטליך]

א שמייכל, איז דאס בעסטע 'מעיקאפ' אויפ'ן געזיכט. [שמחה'לע]

אויב ארבעט איז געזונט, לאז איך עס פאר די קראנקע. [וועלטליך]

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 11:31 pm

· #416781
קלוגע אויסדרוקען
ווען קלוגע אויסדריקן וואלטן רעפלעקטירט די ריעלעטי וואלטן מיר שוין לאנג געווען געהאלפענע [ב. פרענקלין]

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 11:40 pm

· #416782
Re: קלוגע אויסדרוקען
זיי גוט צו די מענטשן אויף דיין וועג ארויף, ווייל דו וועסט זיי באגעגענן אויף דיין וועג אראפ {ווילסאן מייזנער}

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:51 am

· #416788
די מענטשהייט איז משוגע דו מיזט נישט זיין צווישן זיי

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:41 am

· #416791
די זאכן זענען קיינמאל נישט אזוי גוט ווי דו האפסט.
און אויך נישט אזוי שרעקליך ווי דו האסט מורא...!

(א אידישער פילאזאף פון די מיטלאלטער
(ער האט אויך געדרייווט א באס

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:44 am

· #416797
זיך זעלבסט צו הייבן דורך יענעם אראפקלאפן איז נישט קיין אזא קונץ. זאגאר זיך זעלבסט צו הייבן מיטן נישט יענעם ארפקלאפן איז שוין איינמאל א קונץ...

קוקי » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:31 pm

· #417111
די אָפּלייקענונג פון אַטהעיסטן, איז דאס גרעסטע שבח צו גאָט, ווייַל די בריאה איז אזוי בשלימות, ביז ס'קוקט אויס, ווי עס דאַרף קיין באשאפער נישט. [מארסעל פרוסט]

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 7:43 pm

· #417307
די חילוק פון א חסיד ביז א ליטוואק איז נאר איין רבי, די חילוק פון א מאמין ביז אן אטעאיסט איז נאר איין גאט. [רבינו הקדוש]

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 8:46 pm

· #417314
רביה''ק זי''ע
די חילוק פון א חסיד ביז א ליטוואק איז נאר איין רבי, די חילוק פון א מאמין ביז אן אטעאיסט איז נאר איין גאט. [רבינו הקדוש]

און דער חילוק צווישן א איד און א קריסט?

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 8:52 pm

· #417315
.

קוקי » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 9:14 pm

· #417320
דער מענטש איז פאר'משפט צו פֿרייַהייט; פאר'משפט איז ער, ווייל ער האט זיך נישט אליינס באשאפן; און פריי איז ער, ווייל ער איז פאראנטווארטליך אויף וואס ער וועלט אויס אפצוטון. [זשאַן-פאל סאַרטרע]

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:57 pm

· #417370
רביה''ק זי''ע
די חילוק פון א חסיד ביז א ליטוואק איז נאר איין רבי, די חילוק פון א מאמין ביז אן אטעאיסט איז נאר איין גאט. [רבינו הקדוש]

רביה"ק זי"ע: צומאל ביי א חסיד איז די רעבע און גאט די זעלבע. אדער אפשר שטייט די רעבע העכער ווי גאט...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 6:37 pm

· #417592
"הוי מתפלל בשלומה של דת, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו..." [רבינו הקדוש]

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 4, 2018 12:45 pm

· #417932
"אלע קשיות אויף אידישקייט זענען נאר תירוצים, אלע קשיות אויף נצרות זענען נאר תירוצים, און אלע קשיות אויף עוואלושן זענען נאר תירוצים" [רבינו הקדוש]

קוקי » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 3:33 pm

· #419429
דאס גליק איז נישט צו זיין רייַך, נאר צו ווערן רייַך. [סטענדאַל]

דאס אלטקייט קומט בלויז, צו אפהאלטן פון משוגע ווערן, און פארמינערן פאביעס און גלוסטינגען. [סטענדאַל]

תורה ומדע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:45 pm

· #419440
דא האט איהר געשמאקע ארגינעלע אידישע ווערט לכך מיט בילדער.
<a class="postlink" href="https://www.yiddishwit.com/gallery/stick.html">https://www.yiddishwit.com/gallery/stick.html</a>

קוקי » מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:52 pm

· #422244
"ספר טוב הוא תמצית דם החיים של רוח נעלה, שנחנטה והיא נשמרת לחיים שאחרי החיים." [ג'ון מילטון]

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:55 pm

· #422245
"אמאל מיט'ן תירוץ מאכט מען נאך שטערקער דעם קשיא..." [רביה"ק זי"ע]

קוקי » זונטאג פעברואר 17, 2019 8:29 pm

· #424673
אין גן עדן איז אויך נישט גוט צוזיין אליינס. [פונעם יודישער ליטעראטור - שלום כץ]

קוקי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:18 pm

· #425434
''אסאך שטאַרבן ביי די 25 און ווערן הערשט באַגראָבן ביי די 75''. [בענדזשעמין פרענקלין]

קוקי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:31 pm

· #425439
"אויב דו טראכסט אז דו ביסט צו קליין צו טוישן עפּעס, פּרוביר איינצושלאפן מיט א מאסקיטא אין איין צימער". [אַניטאַ ראָדיק]

גראף » מיטוואך מערץ 6, 2019 4:03 pm

· #425868
Re: קלוגע אויסדרוקען
Sports is the opioid of the assess.
[Michael Savage]

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

חתן בחור » מיטוואך מערץ 6, 2019 4:17 pm

· #425872
״שלעכט איז פאר א בער וואס האט נישט קיין וויידל, נאך ערגער איז פאר א חתן ווען די כלה איז נישט קיין מיידל.״
[געטראפן אין אן אלטן פארשימעלטען בוך פון יודישע פאעזיע]

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 9, 2019 7:49 pm

· #426064
"Never lend books, for no one ever returns them; the only books I have in my library are books that other folk have lent me"

Anatole France-

קוקי » מאנטאג מערץ 11, 2019 6:07 pm

· #426287
אנחנו עושים מלחמה שנוכל לחיות בשלום –אריסטו

צייג מיר א נארמאלע מענטש, און איך וועל עהם שוין אויסהיילן.. - קארל גוסטאוו יונג

אַ ענגלישער, אַפֿילו ווען ער איז אַליין, שטעלט ער זיך אוועק אין א ליין, און ווארט.. - דזשארזש מיטש

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 10, 2019 4:20 pm

· #428235
"נישט דא נאך אזא משוגעת ווי זיין אבסעסד מיט נארמאלקייט..." - רבינו הקדוש

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:42 am

· #428261
רביה''ק זי''ע
"נישט דא נאך אזא משוגעת ווי זיין אבסעסד מיט נארמאלקייט..." - רבינו הקדוש


ווער וויל בכלל זיין נארמאל? נארמאל איז בארינג...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 16, 2019 12:43 pm

· #428620
There is but one truly serious philosophical problem and that is suicide. Judging whether life is or is not worth living amounts to answering the fundamental question of philosophy. All the rest — whether or not the world has three dimensions, whether the mind has nine or twelve categories — comes afterwards. These are games; one must first answer- Albert Camus

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:02 am

· #429309
"Give a man a fish and you feed him for a day; teach a man to fish and he needs a fishing license"

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 30, 2019 2:00 pm

· #429320
אבער ס'נישט ממש אמת ווייל זאכן וואס זענען באמת א סקילל דארפן נישט קיין לייסענס. אחוץ דארט ווי ס'איז דא א זיכערהייטס קאנסערן פאר אנדערע און ס'איז דא א חשש אז מענטשן וועלן זיך אדער אנדערע איינרעדן אז זיי זענען אן אומן.

פיש כאפן איז שוין היינט נישט קיין קונץ, דערפאר איז די קריגן די לייסענס א סקילל.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 2, 2019 7:58 am

· #429441
We have to make things as simple as possible but not simpler - Albert Einstein

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 6, 2019 4:41 pm

· #429771
"חבל שלא כתוב איזה משהו בתורה על לאהוב את רעך כמו שאתה אוהב את עצמך..." [לאה לב]

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13105">viewtopic.php?f=3&t=13105</a><!-- l -->

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 24, 2019 12:14 am

· #432234
"Ignorance is bliss, knowledge is power"

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 1:00 pm

· #432257
אל יתהלל חוגר כמפתח...! משלי...

Translation: Bragging is for the veteran. Not the rookie...!

מעשיך יקרבוך. ומעשיך ירחקוך...משנה מס' עדויות ה'-ז'...!

Respect can not be legislated. It has to be earned...!

אגרות צפון » פרייטאג יוני 28, 2019 6:58 am

· #432425
berlbalaguleh
אל יתהלל חוגר כמפתח...! משלי...

Translation: Bragging is for the veteran. Not the rookie...!

מעשיך יקרבוך. ומעשיך ירחקוך...משנה מס' עדויות ה'-ז'...!

Respect can not be legislated. It has to be earned...!

אל יתהלל חוגר כמפתח שטייט אין מלכים

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2019 3:48 pm

· #432435
או. קעי. עמיר נאכקוקן. דער עיקר איז אז ס'שטייט ערגעץ....ייש"כ...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 16, 2019 3:23 pm

· #433253
"Religion is the new antitheism"
- רבינו הקדוש

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 16, 2019 8:07 pm

· #433258
A penny saved
is a penny earned.

President Abraham Lincoln.
in view of the abject poverty of the times.
urging people to save...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:51 am

· #437405
Egotism is the anesthetic that dulls the pain of stupidity." - Frank Leahy"

"You shouldn't be humble, cultivated humility is ego in disguise"

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:51 pm

· #439164
"תוכו זרק, קליפתו אכל." [רבינו הקדוש]

נקודת-אמת » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 2:10 pm

· #439166
רביה''ק זי''ע
"תוכו זרק, קליפתו אכל." [רבינו הקדוש]

על עיקר המימרא שאמר ר' יוחנן בש"ס על כך שלמד רבי מאיר תור מפי אלישע בן אבויה המכונה 'אחר'
אי' בגמ' "רבי מאיר רימון מצא, תוכו אכל, קליפתו זרק" (חגיגה טו:)
שמעתי מחכם אחד, כי העולם טועים לומר כי גדולתו של רבי מאיר היתה בזריקת קליפת הרימון,
ולא היא, וכה אמר החכם:
"אוועק ווארפן שאלעכטס קען איך אויך,
אבער עסן דאס גאנצע 'תוך' אהן צו מיינען אויף א טייל פונעם 'תוך' אז דאס איז אויכעט 'קליפה'
אט דאס איז געוועהן די מדריגה פון רבי מאיר".

נקודת-אמת » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:07 pm

· #439174
נקודת-אמת
וכה אמר החכם:
"אוועק ווארפן שאלעכטס קען איך אויך,
אבער עסן דאס גאנצע 'תוך' אהן צו מיינען אויף א טייל פונעם 'תוך' אז דאס איז אויכעט 'קליפה'
אט דאס איז געוועהן די מדריגה פון רבי מאיר".

איך זעה אז נישט א יעדער פארשטייט די פוינט (באקומען אין אישי א תגובה וואס האט מיר געמאכט שפירן אז מ'קען פארשטיין אנדערש ווי די מיינונג המכוון)
וועל איך מעהר מסביר זיין:
מאנכע האבן אפ-געלערנט די מאמר, אז נאר אזא צדיק ווי ר' מאיר, האט געקענט געניסן פון די מילגרום-קערעלעך, און מצליח זיין צו קענען ווארפן די שאלעכטס,
האט די חכם געזאגט, ניין, דאס איז קיין חכמה ניט, וויבאלד:
שרייען 'חזער טרייף' אויף א יעדע זאך וואס שטומט נישט מיט דיין מיינונג דאס טוט אויכעט דער פשוטער גאסן יונגאטש,
מצד שני: זאגן אז 'דבר אחר' איז אויך נישט טרייף, הייסט אויפגעגעסן די שאלעכטס אויכעט,
איז רבי מאיר'ס חכמה געוועהן,
מצד אחד אנדערקענען די שאלעכטס, און דאס נישט אויפעסן.
מצד שני, אנדערקענען די גאנצע פרי, און נישט ווארפן טייערע קערעלעך ווייל ס'האט אויסגעזעהן דומה צו א שאלעכטס,
ודפח"ח.

והאיש משה » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 7:03 pm

· #439229
שטארבן איז א חלק פונעם לעבן

רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 25, 2020 10:37 pm

· #443400
"אונטערהאלטונג מאכט מענטשן אויפגעהייטערט, קונסט מאכט מענטשן וויינען."

real fake news » מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:15 am

· #443408
והאיש משה
שטארבן איז א חלק פונעם לעבן

שטארבן איז די ענדגילטיגע ציל אין לעבן,
והא ראיה, יעדער איינער אפילו די גרעסטע חכמים און פיליזאפן, די לעצטע זאך וואס זיי האבן געטוהן אין לעבן איז געווען שטארבן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 18, 2020 12:18 pm

· #443970
"טו ווי דו פארשטייסט, ווייל קיינער פארשטייט נישט בעסער." [ליטוואק פון בודאפעסט]

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 24, 2020 7:36 pm

· #444241
"א קליינע גנב פארלעצט דאס געזעץ, א גרויסע גנב טוישט דאס געזעץ"

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 12:52 am

· #444405
"איינפאכקייט איז די שפיץ אנטוויקלקייט" [קלעיר בוטה לוס]

<a class="postlink" href="https://quoteinvestigator.com/2015/04/02/simple/">https://quoteinvestigator.com/2015/04/02/simple/</a>

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:26 pm

· #445125
"ווען א איד גייט פארביי א גוי אויפ'ן גאס און ער גיבט איהם נישט א שפיי אין פנים נאכשרייענדיג 'טמאנע גוי', איז עס ווייל ער האט מורא פונעם זעץ וואס דער גוי וואלט איהם געגעבן ווען ער וואלט נישט פויל געווען." [רבינו הקדוש]

כרפס » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:39 pm

· #445127
היינט קען מען שוין פליען ווי פייגלעך, שווימען ווי פיש, אבער ווען גיימיר זיך אויסלערנען זיך צוזאמלעבן אויפ'ן ערד קוגל, ווי ברודערס און שוועסטערס - מארטין לוטער קינג
בלאט: 1 2 3 4 5 6