ידיעות חז"ל און די מציאות
303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3222
kligerוואס איז מיט עדות אויף קידש החודש האט מען טאקע געמיינט אז יעדע חודש איז אנדערש?
בשעת מען האט מקדש געוועהן בראי' איז שוין געוועהן גוט באקאנט די חשבונות, און זיי האבען געוויסט ווען דער לבנה קען געזעהן ווערען.
זיי האבען נאר געווארט אויף די עדות.
כ'דענק אז כמה אחרונים האלטען אז מען האט געמאכט דער חשבון, און לויט דעם גענומען דער עדות, אויב למשל האבען זיי געוואלט מאכען א חודש חסר, האבען זיי געווארט אויף עדות, און אז עדות זענען נישט געקומען, האבען זיי מקדש געוועהן דער חודש אהן עדות אויך.
פארשטייט זיך אז די שיטות זענען געבויט אויף גמרות, און נישט אלעס שטימט אזוי ווייט.
בכלל הערשט א גרויסע בלבול אין ספר המצות אין שיטת הרמב"ם אין דער ענין, וויאזוי ארבעט די היינטיגע ראש חודש.
דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.
שמעקעדיגערגעץ-וואו אין חז"ל ווערט געברענגט (אזוי האב איך געהערט, קיינמאל נישט געזעהן אליינס) אז א חלום פון א מענטש געדויערט נישט מער ווי 7 סעקונדעס. איז דאס אמת?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין
וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.
מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
איך געדענק איך האב עס שוין געהערט פון עטליכע מענטשן אז ע"פ חז"ל נעמט עס נישט מער ווי 7 סעקונדעס.
האט עס א מקור צי נישט?
און איך חלום פין זיבעציג יאר.
די קענסט נישט וויסען ווי לאנג א חלום האט גענומען.
די סייענטיסטן זאגען אז חלומות זענען בשעת'ן איינשלאפען, און בשעת'ן אויפשטיין. ווען מען שלאפט טיף איז נישטא קיין חלום.
עס איז גאר אינטרעסאנט צו ליינען דער טעאריע אז חלומות זענען ווי דער מענטש איז אין פארארלעל יונערווערס, אין קוואנטאם פיזיקס.
איחוד פעלדדער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.
אין הל' קידוש החודש [ס"פ י"ז] שרייבט דאך דער רמב"ם אויף דעם דבריו הידועים:
שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו.
ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם האומות. שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמיתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו, אלא על הראיה שנתגלתה והטעם שנודע.
ידיעות חז"ל אין מציאות ווערט ציטיילט אין 2 חלקים.
1) איז זאכען וואס טוישען זיך. אין 2) זאכען וואס טוישען זיך נישט
למשל, זיי זאגן וואס די יעצטיגע מציאות פין בעלי חיים, חולאים וכו' איז. דאס איז בכלל נישט קיין קשיא אז מ'זעט היינט אנדערש. ווייל די וועלט עוואלווט זיך, זאכען טוישען זיך אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע כמה פעמים. אמאל ווער עס האט געגעסן מער פעט איז געווען געזינטער, היינט איז פארקערט.
היינט ארבעט אנטי-ביאקיטס, האפטנליך וועט עס ארבעטען אויך ווייטער אי"ה (עס איז דא געוויסע באקטריע וואס שטארקען זיך שוין אויף אנטיביאטיקס ר"ל - א נייע זאך). ווייל אויב נישט וועט מען אין 200 יאר ארים חוזק מאכען, אז אין 2014 האבן פאנאטישע מענשטען געמיינט אז שימעל (אנטי-ביאטיק) העלפט קעגען חולאים.
די צורה פין א מענטש האט אמאל אויך אויסגעזעהן אנדערש אביסעל, אזוי מ'זעט פין די סקעלעטענס.
חז"ל זאגען אז אמאל איז געווען ריזיגע גרויסע חיות אזוי גרויס ווי א בארג (קרני ראם), אין די משכילים האבען אפגעלאכט דערפין. היינט זעט מען יא! עס איז טאקע אזוי געווען - דיינעסארס.
איינמאל איז געווען בעלי חיים וואס זענען געווען האלבע מענשטען אין האלבע בעלי חיים (אזוי עס איז ווערט געברענגט אין מדרש אין אויך אי די ביכער פין אנדערע קולטורס וואס האבען עס אליין געזעהן).SHEWOLF
איי אויב אזוי דארף זיך די הלכה טוישען. די פשטותדיגע תירוץ איז, אז פארפאלען מקען נישט טוישען ווייל אויב יא איז עס סליפערי סלאפ, ממילא פאר די ביג פיקטעשר מיז עס בלייבן. (אזוי ווי דער חינוך זאגט ביי לא תסור, אז עס קען זיין אמאל מאכט מען א טעות אבער מקען גארנישט טיען צי דעם, אזוי ארבעט די וועלט. אזוי ארבעט אויך די קארט סיסטעם אין אסאך פעלער. עי' משך חכמה פ' בחוקתי אז בזמן הבית פאר חתימת התלמוד האט מען געטוישט די הלכה אפילו אויף לקולא פין צייט צי צייט. עי' צדקת הצדיק דזהו חד מהפירושים של אלו אלו דברי אלקים חיים, לויט זיין צייט).
אגב, איין קלייניקייט וואס עס האט זיך נישט געטשענשט. אז ציקער שאדט פאר די שנעלקייט אין זכרון פין מח. עד שאתה מתפלל שיכנס דברי תורה וכו' מתפלל שלא יכנס "מעדנים" לתוך פיך (ירושלמי). אויך אז ברוינע ברויט איז געזינטער ווי ווייסע ברויט (רמב"ם).
2) זיי זאגען וואס די מציאות איז געווען ביי בריאות העולם, אדער ווי אזוי די יסודות פין די וועלט איז. די זאכען לכאורה טוישען זיך נישט.
אויף די ענינים איז דא זאכען וואס שטימט לכאורה נישט מיט וואס מ'ווייסט היינט (איך האב נאך נישט דורכגעקיקט אייערע זאכען אויב עס שטימט טאקע נישט). פין די אנדערע זייט איז דא זאכען וואס מ'זעט היינט אז זיי זענען געווען גערעכט. (אין דאס איז נישט דוקא געווען די מיינוג פין חכמי האומות אין יענע צייטען).
א) די וועלט איז אמאל נישט געווען.
ב) די בריאה האט זיך צישפרייט שטארק ביז הקב"ה האט געזאגט געניג (חגיגה יב). (פין א דינעם פוינט בחינת 'אין' - מקובלים)
ג) אלעס אויף די וועלט קימט פין איין זאך (מאבן שתיה נברא העולם). אלעס אין די וועלט איז באשאפען געווארען בכח אין די ערשטע טאג (פרקי דר' אליעזר) אין איין רגע (רבינו בחיי פ' תזריע) אין נאכדעם משתלשל געווען אין אלעס וואס ס'איז דא "פין זיך אליין בעזרת אלקי" (נזה"ק, ישמח משה פ' בראשית דברי יואל פ' תזריע). ווי שוין באשריבען אויף א 2טע פלאץ.
ד) די זאך אז יעדע מציאות פין די וועלט איז ציזאמגעשטעלט פין פאזאטיוו נעגעטיוו אין נייטראל (ראב"ד לספר יצירה)
ה) אז אלעס אין די הימלען (די זין, שטערענס, כוכבי הלכת) איז פין די זעלבע מאטריעל ווי די ערדישע וועלט (ראב"ד שם) אנדערש ווי אריסטו אין די יונים האבען געהאלטען.
ו) אז עס איז דא 7 פלענטעס (שבעה כוכבי לכת)
ז) אז עס איז דא ביליאנען שטערענס אסאך אסאך מער ווי מ'זעט מיט די פשוטע אויגען (מס' ברכות)
ח) אז די וועלט איז רונדעכיג כמבואר במדרש (נכתב כשתי אלפים שנים) וכן בתוס' (מסכת ע"ז) בשם ירושלמי בשם היונים. אין באשריבען באריכות בזוה"ק (נדפס בערך 650 יאר צוריק פאר קלומבוס) אז עס איז דא מענטעשן וואס וואוינען אינטען (אין ביי זיי איז אינטען - אויבען) אין עס דא מענשטען וואס וואוינען אויבען.
ממילא איז שווער א קשיא, פין 1 זייט איז דא זאכען וואס זיי זאגען (בנוגע וואס טוישען זיך נישט) וואס שטימט נישט היינט. פין די 2טע זייט איז דא זאכען וואס זיי האבען זייער גיט פאראויסגעזאגט (אין מען האט עס נישט פארשטאנען בימיהם), אין אויך נישט דוקא ווי די אנגענימענע מיינוג חכמי האומות פין זייער צייט.
איך וואלט געקענט ביישטיין צי הערן א הסבר אויף די סתירה פין דעם עולם דא
Welcome back! Very nice to see you back
כדי צי פארענטפערן די קשיא, אז מזעט אסאך זאכען האבען חז"ל יא געוויסט פאראויס אין אויך איז דא זאכען וואס זעט אויס אז נישט. וועל איך ברענגען וואס עס שטייט אין שיטה מקובצת פסחים בשם המקובלים ביי דער ענין אז ר"ת'ס שיטה בנוגע די שקיעה גייט לויט דעם אז די זין גייט אריין אין חלונות אין הימעל וכו' אפילו נאכדעם וואס די גמרא אליין זאגט אז די חכמי האומות זענען גערעכט אז די זין גייט אינטער די ערד (אגב ר"ת שיטה, פראקטיש גערעדט, שטימט למעשה גיט בנוגע ווען עס ווערט טינקעל, ספיצעל אויב מ'גייט מיטען אופק).
ווי באקאנט איז א גרויסע יסוד ביי די מקובלים אין מהר"ל, אז די פיזיקעל וועלט האט זיך עוואלט פין די ספיריטעשל (רחניות) וועלט, ממילא ווען אזאך עוולאוט זיך איז איז מער ווייניגער דומה מיט א ביסעל חילוקים (אין ווי ווייטער עס איז פין די ארגניעל איז עס מער אנדערש אבער דאך דומה.
אזוי ווי אלע מענטשען זענען מער ווייניגער גלייך אבער מיט חילוקם.)
ממילא די פיזיקעל וועלט איז דומה צי די ספירישטעל וועלט אבער איבסעל אנדערש. זאגט דער שטמ"ק (בערך די ווערטער בהוספות הסבר משלי), אז חז"ל האבען בעיקר געטיען אין געוויסט (אין געהאט בקבלה אין) די ספיריטעשל וועלט אין פין דעם האבען זיי גענימען וואס די פיזיקעל וועלט איז. ממילא וועגען דעם האבען זיי פאראויסגעזאגט זאכען וואס קיינער האט נישט געוויסט אין די פיזיקעל ווועלט, אין אויך האבן זיי אמאל אמאל נישט ציגעטראפען צי די פיזיקעל וועלט מיט די זאכען וואס איז אנדערש פין ספיריטעשל וועלט.
מאירב) די בריאה האט זיך צישפרייט שטארק ביז הקב"ה האט געזאגט געניג (חגיגה יב). (פין א דינעם פוינט בחינת 'אין' - מקובלים
האסט שוין געהערט פון expanding universe?
געפילטע פישאון וויאזוי הייסט א סקונדע בלשון חז"ל?
געפילטע פיש: מיין סארקאזם דיטעקטאר האט שוין ב"ה פרישע בעטעריס און ר'האט זיך זייער שטארק צופיפן. נאר בזמן חז"ל איז נאכנישט געווען די יוניט פון סעקונדעס. ס'איז נאר געווען "חלקים" אין א שעה איז דא תתר"ף חלקים...! אין א מינוט איז דא אכצן חלקים...!...און איין חלק איז 3.3333 סעקונדעס.!
שלום על ישראלמאירב) די בריאה האט זיך צישפרייט שטארק ביז הקב"ה האט געזאגט געניג (חגיגה יב). (פין א דינעם פוינט בחינת 'אין' - מקובלים
האסט שוין געהערט פון expanding universe?
דו האסט שוין געהערט פין א expanding earth???
The scientific community finds that significant evidence contradicts the Expanding Earth theory, and that evidence used in support of it is better explained by plate tectonics
:
איך האב נאכנישט דורכגעליינט דברי הרב
@תחכמוני, וואס איך שטעל מיך פאר אז שמו נאה לו, אבער לתועלת החכמים דפה שטעל איך ארויף א
מעכטיגע* קונטרס פון א געוויסער הרב "אביגדור אמיתי" ווי ער צונעמט א ריזיגע רשימה פון ידיעות מדעיות שבחז"ל והמסתעף. אין אנהייב קונטרס ווארנט ער אז דער קונטרס איז נישט געמאכט פאר יעדעם...
הידיעות המדעיותצו דעם שטעל איך ארויף א בריוו פון
הרב יהושע ענבל צו דעם מחבר הספר, וואו ער איז מרכך אביסל דעם ענין, וכלשונו בריש המכתב:
בחלק גדול מהמקרים איננו יכולים להגיע לידיעה ודאית מה אמת ומה שקר, ידיעותינו הן במה שנחשב כתחום המדע, והן באופן כללי, הן ספקטרום רחב של מסקנות, הכולל גם ידיעות שמבוססות מאד, וגם כאלו שהן (אולי) תכלית מה שאפשר לנו לברר מנקודת ידיעותינו ומבטינו, אבל אפשרי בהחלט שאינן נכונות או מדוייקות.
📎 טבע הדברים.docxאון נאך צוויי קונטרסים פון אט דער הרב אביגדור:
דע מאיין באו (בעניין יצירתם של כינים, עכבר שחציו אדמה, סלמנדרה, אדני השדה, חילזון, נחש, דבורים, תולעים, פרעושים, רמשים ועופות - דיון עמוק ומקיף בדברי הגמרא הראשונים והאחרונים ויישוב כל התמיהות בסוגיא)
היקף המעגל (תירוץ חדש לקושיא עתיקה בעניין היחס שבין היקף המעגל לרוחבו ובסופו נספח על תקופת שמואל)
ליינט און האט הנאה.
*כאטש זיינע מסקנות האב איך נאכנישט אנגענומען.איך זעה אז ער ברענגט צו פון די אשכול דא, אבער ער צייכנט נישט צו פונקטליך וואו די מאמר איז מפורסם געווארן, כאטש ער ברענגט דאס אפאר מאל.
כ'האב געלעזט דעם קונטרס פון הרב אמיתי. כ'ווינדער זיך וואס ער טוט מיט די תיאור המדע אין תנ"ך.
געוואלדיגאיך זעה אז ער ברענגט צו פון די אשכול דא, אבער ער צייכנט נישט צו פונקטליך וואו די מאמר איז מפורסם געווארן, כאטש ער ברענגט דאס אפאר מאל.
יאפ, איך זעה אז ער באענגט @
@תחכמוני'ס מאמר דריי מאל. די חברה קענען יידיש... (אזוי ווי הרב איתם הנקין הי"ד האט געהאט א ניק אויף אייוועלט...)
📎 Capture.PNG
אולי האט דער הרב אמיתי גאר אויך א ניק דא
אויב איז ער א יוד, קען יודיש, און נוצט זיין קעפל, האט ער דאך זיכער א ניק דא...
איך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל
געוואלדיגאיך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל
יצויין אז הרב ענבל אין זיין ספר
תורה שבעל פה האט א קאפיטל איבער דעם ענין פון דברי טבע בחז"ל.
גענומען פון מעלות. איינער פארשטייט די ענטפער?
📎 aYYrPXaHKTPDdUe4tHBUdT7R.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט
ער מיינט צו זאגן אז דער מורה בכללות קומט אויפצוווייזן אז עס איז דא א גאט מיט חקירה = לאגיק.
עס איז נישט ריכטיג ווייל נישט דאס איז דער מורה. דער מורה איז מסביר וואס איז גאט לויט חקירה. איך האף די דארפסט נישט א מראה מקום אויף דעם.
מצפצף[ציטאט אראפגענומען]
די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט
די רמב"ם, עט-עי-מינימום, האלט זאלסט ניצען לאגיק דארט וואו ס'מאכט סענס צי ניצען לאגיק, איז אויב וואס הרב יצחק ברויאר זאגט איז לאגיש, דאן לויף דערמיט.
רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.
די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
berlbalagulehרבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.
די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
זייער שיינע דברים של טעם.
אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.
בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
אישתישבי
זייער שיינע דברים של טעם.
אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.
בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
צו וויסען א זאך וואס מען זעהט בגלו, דארף מען נישט זיין קיין חכם, אבער אויף א זאך וואס איז באהאלטן און מיט חכמה קען מען עס אנדעקען, ווער עס אנדעקט עס נישט איז א טיפש.
און דאס אז מען קען עס נישט מסביר זיין מיינט נאך נישט אז עס פעלט אין השגה.
אישתישביberlbalagulehרבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.
די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.
משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
זייער שיינע דברים של טעם.
אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.
בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
ווייל א נארמאלער מענטש ווען ער זעהט א וואונדערליכע מאשין וואס דרייטציך אויסגערעכנט און פראדוצירט וואונדערליכע זאכן פארשטייט ער אליינס אז די מאשין האטציך נישט געשאפן דורך אן עקספלאוזשן. נאר איינער א קלוגער מייסטער האט עס געבויעט. איי ס'דרייטציך און ער זעהט נישט ווער ס'דרייט עס. מוז זיין אז ס'איד דא א פיהרער...! אויף דעם האביך אן אינטרעסאנטע מעשה'לע. נאר איך בין נישט אין די מאאד )(Mood vs. Mode) עס איבערדערציילן...!
יאיר
א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס. (איך פארשטיי אז דאס פרעגט נישט אפ בכלל וואס יאיר זאגט.)
שמעקעדיגערגעץ-וואו אין חז"ל ווערט געברענגט (אזוי האב איך געהערט, קיינמאל נישט געזעהן אליינס) אז א חלום פון א מענטש געדויערט נישט מער ווי 7 סעקונדעס. איז דאס אמת?
ביי מיר קוקט דאס אויס אוממעגליך.
אין
וויקיפידיע זאגט ער:
Dreams can last for a few seconds, or as long as 20 minutes.
מבשרי אחזה, איך האב אסאך מאל חלומות (און אפילו נייטמערס/קאשמארן...) וואס געדויערט לכה"פ א האלבע שעה אויב נישט מער... און אפט מאל דערוועק איך זיך אינצווישן בהבטחת "פארזעצונג קומט", ויישן ויחלום שנית און דער המשך זעצט פאר... א לאנגע ריזיגע מעשה וואס איז ממש נישט במציאות עס זאל נעמען בלויז 7 סעקונדעס.
איבער דעם ענין פון זמן אין חלום איז אינטרעסאנט צו זעהן דעם פילם Inception.
איחוד פעלד
דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.
בנוגע דאס אז חכמות הגוים קומט פון חכמות ישראל זאגט דער מצודות דוד (מלכים א ה יב), עכ״פ לגבי די משלי חכמה פון שלמה המלך וז״ל, ״והנה המשלים ההם אינם נמצאים אצלינו, כי רבים מספריו נאבדו מאיתנו בגלותינו ובאו ליד האומות, ומהם העתיקו מילים וקראו על שמם ואולם גנוב הוא אתם״ ע״כ.
די קלוגע אויסדרוק "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דאס קומט אויך במקור פון די אידן...?
רביה''ק זי''עדי קלוגע אויסדרוק "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" דאס קומט אויך במקור פון די אידן...?
רביה"ק זי"ע: איך וועיס נישט. (אזוי ווי דער העיליגער רעבע פון ראקלענד קאונטי.). אויב די גמרא איז א גריכישע אינווענשן. און די תנאים און אמוראים זענען געווען גריכישע פילאזאפן, דאמאלס איז דאס זיסע און פונקטליכע ווערטל א גריכישע חכמה. און אויב די גמ' און די לערנערס זענען אידן. דאמאלס איז עס א אידישע חכמה. (די קארעאנער האבן נאך דאמאלס נישט געלערנט קיין גמרא. און ס'איז נאכנישט געווען קיין מירער ישיבה. אפילו טעלעוויזשן איז נאך אויכעט נישט געווען אין יענע צייטן...!
די רא"ש זאגט (שבועות פרק ו, אות יג; מא:), כי יאמרו העולם הרוצה לשקר ירחיק עדיו ע"ש...
דער תשב״ץ (ח״א סימן קד) זאגט אויך אזא געדאנק (בדרך אפשר, לגבי חשבון העיבור והספרים שחברו בה חכמי יון) ע״ש. ווי אויך דער כוזרי (מאמר ב, סו) זאגט אויך אזוי ווי דער מצודות. און ווי יידל האט
דא צוגעברענגט האט טאמאסא קאמפאנעלא געשריבן בשם אמבראזיאס אז פיטעגאראס האט געשטאמט פון אידן און זיינע חכמות קומען פון זיי.
דער ליקוטי מוהר״ן (ח״א סא) זאגט אז אונז האבן פארלוירן די חכמות המדע, ווי אויך כח הכתיבה בלשה״ק, צו די גוים דורכ׳ן האבן שלעכטע מנהיגים וואס האבן יונק געוועזן זייער חכמה פון בחינת מותרות ע״ש.
ואין כל חדש...
Re: ידיעות חז
ידיעות חז"ל און די מציאות
דער אראבישער פילאזאף אל-גאזאלי האט (להבדיל) אויך געזאגט ענליך. ער האט גע׳טענה׳ט אז די זאכן/חכמות וואס זענען נתגלה געווארן צו (למשל) אברהם אבינו ע״ה און משרע״ה בנבואה זענען אנגעקומען צו די חכמי יון און זיי האבן דאס (בטעות) אנגעהאנגן אויף זייער אייגענע ראציאנאל. ער האט פרובירט דאס אויפצוווייזן דורכ׳ן טענה׳ן אז בעצם אויף א חלק פון זייערע הוכחות, הגם זיי זענען אמת, קען מען זיי נישט געהעריג אויפווייזן עפ״י לאגיק (אויף די ספעציפישע פעלער וואס ער ציטירט האט זיך אבן רשד [אוועראס] געדינגען מיט אים).
ער האט דאס אויך געזאגט בנוגע זייערע עטיקס.
מי אנייאיר
א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס. (איך פארשטיי אז דאס פרעגט נישט אפ בכלל וואס יאיר זאגט.)
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום מימרא פון דעם פּיטאגאריען פילאלאוס:
📎 93965AB2-4C9D-4B4A-94BE-486AECBBA3AA.jpegמי אני
איבער דעם ענין פון זמן אין חלום איז אינטרעסאנט צו זעהן דעם פילם Inception.
בענין חלומות בכלל פון א פילאזאפישן בליק זאגט דער כינעזער פילאזאף זשאנגזשע אין זיין בוך אז ער האט גע׳חלום׳ט פון א פראכטפולע בּאָטערפליי. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער זיך געוואונדערט צו ס׳איז ער וואס חלום׳ט פון די בּאָטערפליי צו ס׳איז די בּאָטערפליי וואס חלום׳ט פון אים.
(וידוע מהלכו של פרויד וסייעתו בענין חלומות.)מי אניאון ווי יידל האט
דא צוגעברענגט האט טאמאסא קאמפאנעלא געשריבן בשם אמבראזיאס אז פיטעגאראס האט געשטאמט פון אידן און זיינע חכמות קומען פון זיי.
דער פילאזאף דזשאן מיילס דילאן האט געשריבן בנוגע פילון פון אלכסנדריא:
One half of this answer lies in Philo’s view of the history of philosophy, which I have alluded to earlier. According to this view, Plato was a follower of Pythagoras and Pythagoras was a follower of Moses… for Philo, Moses was not only a philosopher, but the very father of philosophy, from whom all Greek thinkers take their best ideas
דער רמב״ם האט כידוע אויך געהאלטן ענליך.מי אני
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס.
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אן אין א וועג פארקערטן מהלך. דהיינו, דער רלב״ג שרייבט אין מלחמות ה׳ (מאמר ה ח״ג פי״ד) אז די תכלית פון מאטעמאטיקס [חכמת הלמידות] איז כדי צו קענען טוהן
אסטראנאמיע [חכמת הכוכבים] ע״ש. והנה, קאסמאלאגיע אלס א סייענס איז דאך שטארק מקושר אין (אסטראפיזיקס שהוא חלק מ)אסטראנאמיע. ולפי דר. טעגמארק׳ס טעאריע איז עס, אין א וועג פארקערט, קאסמאלאגיע ואסטראפיזיקס פירן צו דערצו אז די תכלית ושורש הבריאה והיוּניווערס איז מאטעמאטיקס.
📎 EF5F521A-9159-46F7-8676-AE72BD3E5C49.jpeg
פונעם הקדמה פונעם ספר נחמד ונעים שחיבר הג׳ דוד גאנז על חכמת התכונה. ער ברענגט דארט גראדע אויך אראפ דעם מו״נ (ח״ג פי״ד) אז חז"ל האבן נאר גערעדט לפי החכמה בזמניהם.
עיין ברמב"ן פרשת נח, נאכן מסביר זיין די ענין פונעם קשת -אז דאס איז א בריאה
וואס דער אויבערשטער האט דעמאלטס באשאפן- איז ער חוזר, ווייל "אנחנו על כרחינו
נאמין לדברי היוונים" און ער טוישט פשט.
הרב מנחם נחום משטעפינעשט/איטצקאן זצ״ל בהקדמתו לפירוש מן:
אמנם דע אדוני: אם נשמיע לאזנינו מה שאנו מוציאים מפינו, אז נראה כי ווכוח זה, הוא בלי שום מטרה ותכלית, ויען פשוט, אדוני, שאל שלא כענין לכן השיבותיו שלא כהלכה: אבל בי אדוני! השמעת מעולם שאנחנו מעריצי התלמוד שבחו אותו שהוא ספר תכונה שאין כמוהו, או שהוא ספר חקירת־הטבע עד להפליא? השמעת מעולם שחז״ל אומרים בדברים הנוגעים לתכונה או לחכמת־הטבע קבלו דעתנו? בפועל לקחו חז״ל חכמות אלו רק להיותן לתורה לרקהות, להיות משמשות לפניה, וכלי שרת לתורה, ולא יותר. אם תחפש בדברי חז״ל תמצא שבענינים כאלה התנהגו חז״ל בסבלנות גדולה, ואין קץ לסבלנותם בדברים שאינם נוגעים כלל לדת ולמוסר.
מי אנימי אני
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס.
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אן אין א וועג פארקערטן מהלך. דהיינו, דער רלב״ג שרייבט אין מלחמות ה׳ (מאמר ה ח״ג פי״ד) אז די תכלית פון מאטעמאטיקס [חכמת הלמידות] איז כדי צו קענען טוהן
אסטראנאמיע [חכמת הכוכבים] ע״ש. והנה, קאסמאלאגיע אלס א סייענס איז דאך שטארק מקושר אין (אסטראפיזיקס שהוא חלק מ)אסטראנאמיע. ולפי דר. טעגמארק׳ס טעאריע איז עס, אין א וועג פארקערט, קאסמאלאגיע ואסטראפיזיקס פירן צו דערצו אז די תכלית ושורש הבריאה והיוּניווערס איז מאטעמאטיקס.
📎 3AB97E88-F893-4318-A8FB-DA5097547C49.jpegבמשנתו של ניקולאס מאלעבראנך.
מי אני: אויב איך. אני הקטן קען אויך עפעס אריינרעדן איבער די עניינים וואלט איך געזאגט אזוי.... אז מאטעמאטיקס איז נישט קיין תכלית בפני עצמו. ס'איז נאר געמאכט צו דינען די אנדערע גוטע זאכן וועלכע קומען ארויס דערפון. למשל אן מאטעמאטיקס וואלט די גאנצע בוי אינדוסטרי (שוין אפגערעדט פון די קאמפיוטער און ספעיס אינדוסטריס) נישט עקזיסטירט. די הייזער וואלטן געווען קרום און הינקעדיג. און זיי וואלטן צום סוף איינגעפאללן...!
נאר מיט ידיעות חז"ל האט עס גארנישט צו טון. ווייל די חכמי המשנה וגמרא האבן אויך געשעפט זייערע וועלטליכע און סייענטיפישע ידיעות פון די בעסטע מקורות וועלכע זענען דאמאלס געווען אין זייערע צייטן. למשל זיי שרייבן נישט איבער עראפלאנען אדער קאמפיוטערס. איבער עראפלאנען שרייבן זיי גראדע יא. ווייל ס'איז פארהאן אזא אויסדרוק אין די גמ' (מס' גיטין און אנדערע פלעצער) איבער א ..."מגדל הפורח באוויר"...זעהט אויס אז עפעס א קאנספעט פון פליען איז שוין דאמאלס געווען...!
איך מוז זאגן, אין בין היבש סאפרייזד אז פונקט דער גמרא האט עס געמאכט ביי דיר, ר' בערל.
אישתישבי:דו ווייסט. דו מאכסט מיך לאכן. ס'זעהט אויס אז דו האסט (פונקט) נישט געלערנט די גמרא. אנישט וואלסטו גארנישט געזאגט. ווייל די גמ' רעדט איבער דעם אויף עטליכע פלעצער. איך קען יעצט נישט נאכקוקן אויף גוגל. (מיין פאון איז שוין אין טשארדזשער.). אבער די יודעי דבר דא אין שטיבל, אזוי ווי רביה"ק זי"ע, וועללן דיר קענען זאגן פונקטליך וויפיהל...!
berlbalagulehאישתישבי:דו ווייסט. דו מאכסט מיך לאכן. ס'זעהט אויס אז דו האסט (פונקט) נישט געלערנט די גמרא. אנישט וואלסטו גארנישט געזאגט. ווייל די גמ' רעדט איבער דעם אויף עטליכע פלעצער. איך קען יעצט נישט נאכקוקן אויף גוגל. (מיין פאון איז שוין אין טשארדזשער.). אבער די יודעי דבר דא אין שטיבל, אזוי ווי רביה"ק זי"ע, וועללן דיר קענען זאגן פונקטליך וויפיהל...!
גמרא אהין גמרא אהער, די פארשטייסט נישט מען הערה.
איז דאס דער איינציגסטער גמרא וואס האט דיר געמאכט טראכטען?
בדרך אגב, אויב מיין זכרון דינט מיר, איז דא דארט א מהרש"א.
אישתישבי: ניין. איך בין מודה אז כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען דיין קאמענט. איך בין נישט אזא גאון צו וויסן וואו אין גאנץ ש"ס די חכמי התלמוד האבן ארויסגעוויזן זייער גרויס חכמה. נאר פונקט די גמרא האביך געלערנט אין ישיבה קטנה.
ס'איז דא א ספר, ..."דברי תורה"... פונ'ם בעל מנחת אלעזר. מונקאטשער רב. וואו ער ברענגט אראפ אלע מאדערנע , טעכנאלאגישע חידושים וואס די חכמים אין די גמרא'ס צייטן האבן שוין געוואוסט. אויך פון זוהר. דאכציך איבער עקס רעיס. נאר איך שרייב בכוונה נישט זוה"ק. ווייל איך האלט אזוי ווי ר' יעקב עמדין. אז ער איז נישט אויטענטיש. פון דעם הייליגן תנא רשב"י. אזוי ווי מ'האט שוין דיסקוטירט באריכות אין יענעם אשכול...!
וואס, ווייל ס׳איז נישט פון רשב״י קומט איהם שוין נישט קיין ״הקדוש״? רבי משה די ליאון איז נישט גענוג גרויס געווען? של״ה הקדוש און אור החיים הקדוש מעג מען יא און זוהר הקדוש נישט? אתמהה... 😃
רביה"ק זי"ע: זיי האבן נישט געטרייט אויסצופאפן די וועלט. משתמש באיצטלא שאינו שלו...! ס'איז טאקע א זאמלונג פון זייער אינטרעסאנטע ידיעות. און א קאלעקשן פון זיינע , הארציגע תפילות. איך, למשל ווער זייער שטארק איבערגענומען פון די תפילה..."בריך שמיה"... זוהר פ' ויקהל. און פון אנדערע, לכאורה'דיגע דברי נביאות וועלכע זענען שוין מקויים געווארן. אבער פארוואס האט ער עס אנגעהאנגען אין רשב"י. ער וואלט געקענט שרייבן אז ס'איז א זאמלונג פון אינטרעסאנטע מאמרים און תפילות...!
זיין ווייב האט (לאחר הגט) אליינס עדות געזאגט ווי זי האט געזעהן אז ער האט געשריבן די מערסטע שטיקלעך פונ'ם זוהר. וואס איז מעגליך אליינס אויפגעטראכט. אדער ר'האט עס גענומען פון אנדערע ספרים און נישט געגעבן קרעדיט פאר די מחברים...!
בריך שמיה איז ודאי נישט פון רשב"י, ווארום אין מדרש רבה שעלט רשב"י נבוכדנצר פארן ניצן די אויסדריק "בר אלהין".
פאלט דיר נישט ביי אז ס'קען אפשר זיין אז סיי די מדרש רבה און סיי די זוהר הקדוש זענען פאבריקירט און האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט רבי שמעון? 😠.
הגם באמת קען מען עס פארענטפערן על דרך הקריעטיוו טינקינג פון גמרא אז ס'איז תרי תנאי אליבא דרבי שמעון...
בנוגע רבי בערל'ס טענה מיין איך אז רמד"ל האט קיינמאל נישט געהאט אינזין איינעם אפצונארן, ס'איז זייער קענטליך פונעם ספר אז דאס איז געשריבן געווארן סוף תקופת הראשונים און ער פרובירט עס ניטאמאל באהאלטן, דאס אז ס'דא אפאר שוטים וואס רעדן זיך איין אז ס'איז פון רשב"י איז זייער פראבלעם.
כרם זיתבריך שמיה איז ודאי נישט פון רשב"י, ווארום אין מדרש רבה שעלט רשב"י נבוכדנצר פארן ניצן די אויסדריק "בר אלהין".
כרם זית: דער אויסדרוק..."בר אלהין"...קען האבן עטליכע מיינונגען. א איד אין ביהמ"ד האט מיר געזאגט אז איהם שטערט דער "בר אלהין" ווייל ס'איז א ראיה אויף יאשקע, וואס די קריסטן האלטן אז ער איז (כביכול) א זון פון גאט.
נאר איך האלט אז ס'מיינט נישט ליטעראריש א זון. נאר ס'קען מיינען איינער וואס האט געטליכע כוחות. א מלאך. די פשט איז. בר אלהין דער ישות/פארמיטלער. ס'הייסט אז מ'פארלאזט זיך נישט אפילו אויף א מלאך. נאר אויפ'ן באשעפער.
ס'זענען דא מענטשן וועלכע זאגן נישט דעם שטיקל (ביי זמירות למוצ"ש)..."איש תישבי תצילנו מפי האריות"... ווייל ס'זאלל נישט הייסן אז מ'בעט א מלאך...!