☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער בין איך?

ווער בין איך?

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2850
בלאט: 1 2

יאיר » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:57 pm

· #93503
אהא. איך כאפ נאר נישט פארוואס דאס וואס יעדער מענטש קען פראדוצירן א באוואוסטזיניגער מענטש דורך א גאר גרינגע פעולה שטערט דיר נישט פאר דיין הנחה אז באוואוסטזיין איז געטליך, אבער ווען וויסנשאפטלער פראדוצירן א מענטש נאך גרויס מיה און פלאג, דארטן פארלירסטו פלוצלינג דיינע פסיכאלאגיע ראיות אז באוואוסטזיין איז געטליך. אויב וועלן סייענטיסטן באשאפן א מאשין-מענטש, וועט ער דאך האבן די זעלבע קאנשעסנעס ווי אונז, און דו וועסט האבן די זעלבע פסיכאלאגישע ראיות אז דער מאשין-מענטש איז געטליך.
אגב, אויב מען וועט טרעפן עליענס אויף מארס וואס זענען באוואוסטזיניג, וועט דיר דאס שטערן דיין הנחה איז באוואסטזיין איז געטליך?

לולקע-ציבעך » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:58 am

· #96473
moti107
לולקע-ציבעך
יאיר
לולקע-ציבעך
זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.

אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?

ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...

קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?

אויב פארשטייסט נישט וואס נשמה איז און וויאזוי סמאכט דעם איך קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך פונעם גאנצען יקום.
למשל
פארוואס איז די סאלאט געזאלצן
ווייל סהאט זאלץ
פארוואס מאכט זאלץ געזאלצן
ווייל סהאט קלארייד
פארוואס מאכט קלארייד א געזאלצענע טעם וכו. וכו. ביז מקומט אן צו ״גאט האט אזוי געוואלט״(ביי אונז יודן)
די נעקסטע שאלה איז ............................יא!

דעריבער אויב הרב יאנקל שליטא האט מסביר געווען -אויפן צד אז דער איך איז נישט קיין גשמיותדיגער- אז סאיז עפעס א העכערער נישט ממשותדיגער כח איז דער בעסטער הסבר נאכדעם..נשמה.
פארשטייט זיך ווייל גאט וויל אזוי....

נישט קיין בארעכטיגטער פארגלייך. איך פרעג נישט "פארוואס" פונקט נשמה, נאר "ווער" איך בין. יאנקל (לויט'ן צד אז ס'איז עפעס העכערס) זאגט אז איך בין מיין נשמה. איך פרעג נישט יעצט "פארוואס" עפעס נשמה; איך זאג נאר אז "נשמה" איז א קיצור פון "העכערע-זאכן-וואס-איך-פארשטיי-נישט".

איינמאל מיר קענען מגדיר זיין "נשמה", קען איך יא אדער נישט פרעגן וואס דאס איז -- דוגמת פארוואס די סאלאט איז געזאלצן.

ודי למבין » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:30 pm

· #96477
קינדער וועל וויר הערן א מעשה, איך זעה עטס זענען שוין צו מיד.
"דער צמח צדק איז אמאל אריינגעקומען צו זיין זיידע דער בעל התניא, האט עם דער בעל התניא געפרעגט, וואו איז דער זיידע, ער זאל אים ווייזן ווי ער איז, האט ער געוויזן אויפן בעל התניא, האט אים דער בעל התניא געזאגט דאס איז מיין בויך, וואו בין איך, האט ער געוויזן אויפן קאפ, האט ער געזאגט, ניין, דאס איז מיין קאפ, און אזוי האט ער אים אפגעפרעגט וואס ער האט אים נאר געזאגט. אפאר מינוט שפעטער איז די צמח צדק ארויסגעגאנגען און קומט צוריק אריין און שרייט הויך: זיידי, דער בעל התניא דרייט זיך אויס, און זאגט: "יא", זאגט אים דער צ"צ, אוי דא איז זיידי..." ודו"ק.
פיין קינדערלעך יעצט קען מען ווייטער לערענען

מאטי » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:15 pm

· #96862
לולקע-ציבעך
moti107
לולקע-ציבעך
[אגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.

אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?

ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...

קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?

אויב פארשטייסט נישט וואס נשמה איז און וויאזוי סמאכט דעם איך קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך פונעם גאנצען יקום.
למשל
פארוואס איז די סאלאט געזאלצן
ווייל סהאט זאלץ
פארוואס מאכט זאלץ געזאלצן
ווייל סהאט קלארייד
פארוואס מאכט קלארייד א געזאלצענע טעם וכו. וכו. ביז מקומט אן צו ״גאט האט אזוי געוואלט״(ביי אונז יודן)
די נעקסטע שאלה איז ............................יא!

דעריבער אויב הרב יאנקל שליטא האט מסביר געווען -אויפן צד אז דער איך איז נישט קיין גשמיותדיגער- אז סאיז עפעס א העכערער נישט ממשותדיגער כח איז דער בעסטער הסבר נאכדעם..נשמה.
פארשטייט זיך ווייל גאט וויל אזוי....[/quote]

נישט קיין בארעכטיגטער פארגלייך. איך פרעג נישט "פארוואס" פונקט נשמה, נאר "ווער" איך בין. יאנקל (לויט'ן צד אז ס'איז עפעס העכערס) זאגט אז איך בין מיין נשמה. איך פרעג נישט יעצט "פארוואס" עפעס נשמה; איך זאג נאר אז "נשמה" איז א קיצור פון "העכערע-זאכן-וואס-איך-פארשטיי-נישט".

איינמאל מיר קענען מגדיר זיין "נשמה", קען איך יא אדער נישט פרעגן וואס דאס איז -- דוגמת פארוואס די סאלאט איז געזאלצן.[/quote]

פאר איך בין מגיב זיי מיר נאכאמאהל קלארער מסביר דיין תשובה ווייל איך בין תולה אז איך האב נישט געכאפט דעם פינטעלע .

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:58 am

· #96954
ודי למבין
קינדער וועל וויר הערן א מעשה, איך זעה עטס זענען שוין צו מיד.
"דער צמח צדק איז אמאל אריינגעקומען צו זיין זיידע דער בעל התניא, האט עם דער בעל התניא געפרעגט, וואו איז דער זיידע, ער זאל אים ווייזן ווי ער איז, האט ער געוויזן אויפן בעל התניא, האט אים דער בעל התניא געזאגט דאס איז מיין בויך, וואו בין איך, האט ער געוויזן אויפן קאפ, האט ער געזאגט, ניין, דאס איז מיין קאפ, און אזוי האט ער אים אפגעפרעגט וואס ער האט אים נאר געזאגט. אפאר מינוט שפעטער איז די צמח צדק ארויסגעגאנגען און קומט צוריק אריין און שרייט הויך: זיידי, דער בעל התניא דרייט זיך אויס, און זאגט: "יא", זאגט אים דער צ"צ, אוי דא איז זיידי..." ודו"ק.
פיין קינדערלעך יעצט קען מען ווייטער לערענען

קבלתי אויף א אלטע ווילנא'ער אידענע אז זי פלעגט זיך אפרעדן: די קאפ טוהט מיר וויי, די הענט טוהען מיר וויי, די פיס טוהען מיר וויי, און איך אליין פיהל זיך אויך נישט גוט...

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:35 am

· #96962
מודה אני, אז איך האב נישט דורכגעליינט איעדע תגובה דא. עס קומט זיך מיר טאקע פעטש דערפאר. היתכן אז איך פרעג אריין דא אהן דורכליינען דאס גאנצע געטועכטץ דא. מיט דעם אלעם פרעג איך.
מיר ווייסען קלאר אז אין יעדע זאמענדעל [sperm בלע"ז] איז דא די כעמיקאלע סטורקטור פין די גאנצע מענטש. דאס גאנצע וואס עס פעלט אויס איז עס זאל האבען די כוחות זיך צו דאפלען און דאפלען כסדר [mitosis]. פרעג איך אויב אזוי, וואס איז בכלל די שאלה? מיר האבען דאך א קלארע הבנה וואס עס געשעהט. פארוואס זוכט מען אריינצולייגען "עפעס העכערס" אין דעם גאנצען געמויזעכטץ אונזערע?
מיר זענען אלעס מאמין באמונה שלימה. אבער קום מיר נישט מיט קיין סייענס ביטע. דו ווייסט פונקטליך וואס דא איז געשען. דו ווייסט אז עס האט זיך אנגעהויבען מיט איין חצי 'סעל', און האט זיך צאגעטראפען מיט א צווייטע 'חצי נזק', און צוזאמען האבען זיי געהאט א כעמיקאלע בלופרינט פארען באשאף פינעם גאנצען מענטש. פארוואס זוכט מען זאכען פון אונטער דער ערד?

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:54 pm

· #97177
פוןדעסטוועגןדאך

צו וועמען באציט זיך אייער תגובה?

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 17, 2013 7:23 pm

· #97862
יאיר
אין אנדערע ווערטער, מיר לעבן אין שיינע דמיונות אז ס'איז דא אן 'איך', בעת באמת איז דער גאנצער 'איך' פשוט נאך א תכונה אינ'ם מענטש אזוי ווי דער תכונה פון שלינגען שפייעכץ. יעצט וועסטו מיר דארפן מסביר זיין פארוואס עס קען נישט זיין אז פונקט ווי דער איך איז א דמיון אזוי אויך איז אונזער גאנצער עקזיסטענץ א דמיון.

יאיר,
איך וואלט קיינמאל נישט געקענט אראפלייגן א זאך אזוי שיין. אבער די ענטפער צו דיין פראגע איז ווייל ס' נישט דא קיין סיבה צו וועלן זאגן אז אונזער גאנצער עקזיסטענץ א דמיון, משא"כ דער "איך," ווען מ' טראכט טיף אריין און מ' צונעמט עס אויף פיצלעך איז דאס אדער א דמיון (און מיר ווייסן אסאך דמיונות וואס דער מח מאכט כסדר) אדער עפעס א רחנית'דיגע (= אומפארשטענדיגע) מציאות וואס די גאנצע ראיה אז ס' עגזעסטירט איז ווייל מ' פילט אזוי און וואס ארבעט אינגאנצן צוזאמען מיט די גשמיות'דיגע מח און באקומט פון דעם מח אלע זיין אינפארמאציע. פארוואס זאל מען נישט ענדערש זאגן אז ס' פשוט נאך א דמיון? (דעס אלעס רעד איך נאר די צד פון ריין לאגיק אהן זיך באציען צו זאכן וואס מיר ווייסן פון אמונה)

יאיר » זונטאג מערץ 17, 2013 8:40 pm

· #97907
עסקן, ביטע פארריכט מיר אויב איך בין זיך טועה, אבער עס זעט מיר אויס ווי דו קומסט מיט א הנחה אז אלעס וואס קען נישט ווערן סייענטיפיש מוסבר איז נאר א דמיון, און דערפאר מוז זיין אז קאנשעסנעס, אויב מען טראכט גוט אריין, איז אויך א דמיון.

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 17, 2013 8:47 pm

· #97913
consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion

יאיר » זונטאג מערץ 17, 2013 8:48 pm

· #97914
עסקן בדברים
consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion

אפילו אויב מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן?

יאיר » זונטאג מערץ 17, 2013 8:51 pm

· #97917
עסקן, איך פארשטיי נישט די לאגיק פון דיין טענה. מיר ווילן דן זיין אויב קאנשעסנעס איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש אדער נישט. קומסטו מיר זאגן אז אויב מיר וועלן מוזן קומען צו א מסקנא אז ס'איז דא געוויסע חלקים וואס זענען אוממאטעריאליסטיש וועסטו זאגן אז ס'איז אן אילוזיע. אויב מיר קענען דא נוצן דעם אויסרייד פון אילוזיע ווען עס געפעלט איז נישט די מסקנא, האבן מיר זיך נישט וואס צו טענה'ן.

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 17, 2013 8:58 pm

· #97921
יאיר
עסקן בדברים
consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion

אפילו אויב מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן?

אין דעם תגובה האב איך געברענט צוויי דגמאות (פון אסאך) פון זאכן וואס מיר שפירן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן און זענען בהכרח דמיונות

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 17, 2013 9:02 pm

· #97922
יאיר
עסקן, איך פארשטיי נישט די לאגיק פון דיין טענה. מיר ווילן דן זיין אויב קאנשעסנעס איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש אדער נישט. קומסטו מיר זאגן אז אויב מיר וועלן מוזן קומען צו א מסקנא אז ס'איז דא געוויסע חלקים וואס זענען אוממאטעריאליסטיש וועסטו זאגן אז ס'איז אן אילוזיע. אויב מיר קענען דא נוצן דעם אויסרייד פון אילוזיע ווען עס געפעלט איז נישט די מסקנא, האבן מיר זיך נישט וואס צו טענה'ן.

אויב דו ביסט מודה אז דיין גאנצע ראיה איז נאר ווייל מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן, וואס מיר ווייסן קלאר אז דעס קען זיין די רעזולטאט פון דמיון פארוואס זאלסטו טאקע טענ'ען דיין טענה?

יאיר » זונטאג מערץ 17, 2013 9:08 pm

· #97926
עסקן בדברים
יאיר
עסקן בדברים
consciousness cannot possibly be an illusion. but any content of consciousness that makes more sense to be an illusion than not is probably an illusion

אפילו אויב מיר שפירן עס אין אונזער טאג טעגליכן לעבן?

אין דעם תגובה האב איך געברענט צוויי דגמאות (פון אסאך) פון זאכן וואס מיר שפירן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן און זענען בהכרח דמיונות

די זאכן זענען געווארן אויפגעוויזן מיט עמפירישע הוכחות אז זיי זענען טאקע דמיונות. אבער דו האסט מיר דערווייל נישט געברענגט קיין איין הוכחה אז מיין באגריף אין קאנשעסנעס איז דמיונות. דו קומסט מיט א הנחה אז אלעס וואס גייט נישט שטימען מיט דיין אויסקוק איז דמיונות.

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 17, 2013 10:40 pm

· #97977
What do you mean by consciousness? Do you mean the sense of self? What I mean by consciousness is just awareness that many if not all animals have

מי אני » זונטאג יאנואר 19, 2020 10:04 am

· #441760
אפאר הערות:

1). צו מער מסביר זיין @לולקע-ציבעך׳ס פירכא אויף די צושטעל צו די סאלאט צו אן ״איך״ קען מען אפשר זאגן אז דאס גייט אריין אין די חילוק פון דעם פילאזאפישן עצם ומקרה [סאבסטאנס און עקסידענט]. דהיינו, א ״סאלאט״ איז איינע פון די מקרים צו ירקות [בכמות וכו׳, ועיין בחובת הלבבות בשער היחוד פ״ז (בראיה א) מט׳ סוגי המקרים על העצם]; די מושג ״סאלאט״ פאר זיך ממש איז נישט ממש א ישות לכשלעצמו. משא״כ דעם ״איך״ דאס איז ממש די עצם עצמיותו פון דעם סאבסטאנס ועסענס און דאס וויל מען מגדיר זיין [דאס האט ער לכאורה געמיינט מיט זיין זאגן ״אז אין זיין יסוד איז ער איין״]. לגבי די סאלאט דא קען מער אנגיין די סאריטיס פאראדאקס.

(די שמועס רירט אויך אן אויף קאנט׳ס נאמענאן און פענאמענאן.)

2). @יאיר׳ס תירוץ/דרך רירט אן אויפ׳ן געדאנק פון עמערדזשענס (און האליזם): אז די גאנצע זאך איז מער פון די באשטיינדלען וואס שטעלן איר צאם.

3. דאס, דאס, און דאס קענען אויך האבן א שייכות אהער (דר. מיטשיאו קאקו טענה׳ט אז זיין טעזע בנוגע קאנשיסנעס איז טעסטבאר און פאלסיפייעבל).

(קאם אן! כ׳האב געמוזט מגיב זיין אויף די אשכול... 😃 )

מי אני » זונטאג אוגוסט 2, 2020 12:31 am

· #455689
ווער בין איך?
4). פּלאטינוס איז געווען (פון) די ערשטע צו פּאזיטירן אין פילאזאפיע דעם געדאנק פון אן אחדות הגמור בהראשית (ובכלליות). ער האט געזאגט בנוגע די נשמה אז דאס איז בעצם דאס ״זיך״ וואס טוהט פרובירן משיג צו זיין די צורות און די שכל הפועל, אבער אויף צו שאפן דאס ריכטיגע ״זיך״ דארף מען צוקומען צו א גענצליכע אנערקענונג דערין וממילא מקשר זיין דעם נשמה ממעל מיט׳ן גוף החומרי מתחת וואס טוהט שפירן און איז די כלי קיבול דערצו; אן אחדות צווישן דעם כח החושי און דעם כח המובני.

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 10:42 am

· #458093
5). עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז ענליך צום פראבלעם פון יוניווערסעלס (עיין באשכול זו) איז דא א פארקערטע פראבלעם פון אינדיווידוּעישאן. דהיינו, א חלק פונעם ״פראבלעם״/פראגע איז אז וואס טאקע מאכט עפעס אן אפגעזונדערטקייט און אנדערש פון עפעס אנדערש, בפרט ווען עס איז פונעם זעלבן סארט ווי די אנדערע זאך? אין אנדערע ווערטער, ביי מענטשן, וואס מאכט טאקע ״מיך״ אנדערש ווי ״דיך״ פון אן אנטאלאגישע/מעטאפיזישע פערספעקטיוו?

עס זענען געווען די וואס האבן דאס געוואלט מסביר זיין מיט׳ן זאגן אז הגם די ״עצם״ פון אלע מענטשן זענען אייניג און יוּניווערסאל [א ראציאנאלע נפש חיה], איז דאס ספעציפישע צאמקום און צאמשטעל פון פארשידענארטיגע סארט ״מקרים״ ביי יעדן מענטש דאס וואס טוהט זיי באזונדערן [עקסידענטעליזם].‏ (ועיין בחובת הלבבות בשער היחוד ריש פ״ז בענין סוג של עצם וט׳ סוגי מקרה, כידוע מאריסטו.)

אבער דאס האט געוויסע שוועריקייטן. צווישן זיי איז אז עס איז דאך פארקערט: צום ערשט איז דאס א באזונדערע זאך וישות און דערנאך הערשט טוהן זיך צוקלעבן דערצו די ספעציפישע ״מקרים״, וואס די, זייענדיג טאקע ״מקרים״, קענען נסתלק ווערן פונעם זאך און דאס טאקע נישט אנטאלאגיש/מעטאפיזיש אפעקטירן. אין אנדערע ווערטער, דאס ספעציפישע צאמקום און צאמשטעל פון פארשידענארטיגע סארט ״מקרים״ ביי יעדן ספעציפישע זאך איז ווי אזוי איך ווייס זיי פונאנדערצושיידן [עפיסטעמאלאגיש] אבער נישט וואס טוהט זיי טאקע פונאנדערשיידן [מעטאפיזיש].

גילבּערט דע לאַ פּאָריִ (פון פּאָטיעי) האט געהאלטן אז די עצם ״עצם״ איז סיי יוּניווערסעל פאר אלע זאכן וואס זענען ענליך, אבער עס איז אויך סיי מיוחד פאר יעדן אינדיוודואל און יוּניִק צו אים און דאס טוהט אים פונאנדערשיידן.

דער ענגלישער טעאלאג און פילאזאף דזשאן בּלאָנד האט אויך אביסל ענליך בנוגע די ״נפש״. דהיינו, אז די ״נפש״ פון א מענטש היינו חיותו און לעבן ממש (וממילא מוכרח השארתו לאחר המיתה, ווייל ״חיות״ איז דאך די עצם דעפיניציע דערפון). אבער אויב אזוי וואס פונאנדערטיילט מיין נפש פון דיין? האט ער געהאלטן אז די נפש איז צאמגעשטעלט פון חיות/״זיין״, וואס דאס האבן אלע אין אייניג, ווי אויך די אינדיווידואלע עסענסעס פון יעדעס זאך וואס האט א נפש וואס טוהן דאס פונאנדערטיילן.

מי אני » מוצ"ש מערץ 5, 2022 9:43 pm

· #496069
6). דער ענגלישער מאטעמאטיקער און פילאזאף וויליאם קינגדאן קליפארד האט געהאלטן אז פונקט אזוי ווי מאטעריאל איז צאמגעשטעלט פון יסודות׳דיגע אטאמען איז דאס נפש/מיינד אויך בעצם צאמגעשטעלט פון יסודות׳דיגע כמו אטאמען וואס ער האט גערופן ״מיינד-שטאף״. מיינענדיג אז בעצם האט אפילו א מאלעקיול פון א פשוט׳ע שטיין אויך עפעס ״מיינד-שטאף״, און ווי מער עס קומט זיך צאם דערפון, און ווי אזוי עס קומט זיך צאם, אלס מער וואקסט ארויס אט די נפש, מיינד, סענטיענס, און קאַנשעסנעס.

וואלווי » מוצ"ש מערץ 5, 2022 9:55 pm

· #496070
דערפאר, ווען ס'האבן זיך צוזאם גענומען מערערע שטייינדלעך האט זיך יעקב גענומען חלומ'ען....

מי אני » מוצ"ש מערץ 5, 2022 10:05 pm

· #496071
און ווי כ׳האב געזעהן פון איינעם עפ״י השב שמעתתא וואס האט טאקע געזאגט אז דאס אז עס איז געווארן איין שטיין איז געווען אלס א הרכבה מזגיית, וואו עס ווערט ממש איינס ודבר חדש, ווי איידער א הרכבה שכונית, וואו זיי זענען נאך אלס בעצם דיסטינקט נאר גאר גוט צומישט בתוך הדבר. ווייל עס איז אויך די געדאנק פון ווי אזוי עס שטעלט זיך צאם און א סארט עמערדזשענס וכנ״ל בהערה 2.
😃

מי אני » זונטאג יוני 12, 2022 11:36 am

· #501949
דער בריטישער פילאזאף דערעק פּאַרפיט האט גע׳טענה׳ט אז די הגדרה פון א ״פערזענליכן אידענטיטעט״ איז סתם אזוי שווער. ווייל וואס מאכט דעם אידענטיטעט ״איך״ איז אדער די פיזישע קאָנטיניוּאיטי והמשך וואס איז דא אדער דעם פסיכאלאגישן קאָנטיניוּאיטי והמשך פונעם מענטש. אויף דעם פיזישן קאָנטיניוּאיטי והמשך איז דאך שווער דעם שיף פון טעסעאוס פראבלעם וואס מ׳האט אויבן דערמאנט.

ווידעראום אויב איז דאס דעם פסיכאלאגישן קאָנטיניוּאיטי והמשך פונעם מענטש דאן ווערט שווער וואס גייט מען קלערן ביי אזא מעשה. והיינו, אין הונדערטער יארן ארום האט מען אינווענטעט טעלעפּאָרטעישאן. דאס באדייט אז מ׳גייט אריין אין א מאשין דא אויף די וועלט און עס מאכט דיר כרגע דערנאך זיין אויף מאדים, וכן להיפך ממאדים לארץ. ווי אזוי עס טוהט דאס איז אז עס מאכט א גענצליכע גענצליכע גענצליכע קאַפּי פון דער מענטש, שיקט די אינפארמאציע אהין, און די מאשין דארט שטעלט דאס צאם אינגאנצן אינגאנצן. דא אויף די וועלט טוהט דאס דיסאינטעגרעיטן דעם מענטש (אָנע שום צער). ווען מען טרעהט ארויס פונעם מאשין האט מען לגמרי אלעס אלעס אלעס, סיי די פיזישע כאראקטעריסטיקס און סיי די מענטעל סטעיטס פון וואס מען האט געהאט ווען מען האט אריינגעטרעטן; א גענצליכע פסיכאלאגישע קאָנטיניוּאיטי והמשך.

איינמאל ווען מען איז אריינגעגאנגען אינעם מאשין אויף די וועלט, ווען די מאשין האט זיך דערנאך גע׳עפענט האט מען זיך דערזעהן נאך אלס אויף די וועלט. מ׳זאגט אים אז עס האט פאסירט א מעלפאָנקשען און עס האט טאקע טעלעפּאָרטעד א קאַפּי צו מאדים כנ״ל, אבער עס האט נישט דיסאינטעגרעיטעד דעם מענטש דא. דאס וועט ערשט פאסירן אין א שעה ארום (אָנע צער).

יעצט, ביי דעפענישאן קען פערזענליכע אידענטיטעט נאר מיינען איין אינדיווידואל. ווער איז דער פערזענליכע אידענטיטעט פון דעם מענטש יעצט אין דעם שעה? ער האט דאך הונדערטער מאל דאס שוין געטוהן און עס עקזיסטירט יעצט אזא סארט קאַפּי על מאדים מיט זיין פולקאמע פסיכאלאגישע קאָנטיניוּאיטי והמשך וואס גייט ווייטער אָן אזוי ווי ער אליין פלעגט אלס טוהן נאכ׳ן טעלעפּאָרטעישאן. אבער מאידך גיסא האט ער דאך יעצט דעם אויבערהאנט ווייל ער האט דאך יעצט א שטערקערע קשר אלס׳ן האבן א (נענטערן) פיזישע המשך אויך.

פּאַרפיט אליין האלט אז דאס פראזע ״פערזענליכע אידענטיטעט״ איז ליידיג. ער האלט אין דעם ענליך צו דוד הום׳ס פאזיציע אז וואס מאכט א זאך א ״זאך״ איז דאס ״בינטל״ און קאלעקשאן פון פּראַפּערטיס אין דעם און זייער יחס איינע צום אנדערן. נישט מער.

דאס איז א סארט רעדאָקשיניזם פון אז נאר די (פיזישע) חלקים דערין שטעלן צאם דאס גאנצע און נעמט נישט אָן דאס דוּעליסט אפגעזונדערטע עקזיסטענץ פונעם נפש/נשמה.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 11:35 am

· #505561
אין די לעקציע ברענגט דר. גוּנטער אַבּעל ארויס במשנתו של ניטשע [42:27-44:35] אז קאַנשׁעסנעס איז ארויסגעוואקסן מכח דאס באדערפעניש צו קאמיוניקירן מיט אנדערע, וואס באדייט בהכרח א יכולת צו קאמיוניקירן והיינו קאַנשׁעסנעס און self-awareness. (ולכאורה לפי״ז וועט זיך עס טאקע ווענדן אינעם לעוועל פון וואס מ׳באדארף אין דאס קאמיניקאציע מיט אנדערע: בע״ח באדארפן א שוואכערע לעוועל דערין און דעריבער איז זייער קאַנשׁעסנעס שוואכער וכנ״ל בדברי דר. מיטשיִאו קאַקוּ.)

ועיין כאן (וכאן) בדברי זשאַן-פּאָל סאַרטרע.

סבא דבהתא » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 12:08 pm

· #505562
אינטערעסאנט!
מיין פרינטער און קאמפיוטער האלטן אינאיין קאמיוניקירן און דערווייל האבן זיי נאכנישט קיין קאנשעסנעס
🙄

מי אני » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 12:37 pm

· #505563
😃

אולי משם ראיה. והיינו אויף מאשין אינטעלידזשענס על הכלל כולו. מיינענדיג, אז ווי געזאגט איז דר. מיטשיִאו קאַקוּ מגדיר ״קאַנשׁעסנעס״ אלס פיִדבּעק לוּפּס צו קענען אויסשטעלן דעם אייגענעם שטאנד און רעאליטעט ביחס צו מקום, חברים במין [TOM אויף עפעס א מדריגה וממילא עמאָשׁענס], און זמן וואס איז אליינס ביחס צו די צוויי פריערדיגע צוזאמען. ער זאגט אז לעת עתה האלטן מאשינען נאר ביים ערשטן שטאפל אזוי ווי שרצים וואס קענען זיך אויסשטעלן זייער רעאליטעט ביחס צו מקום, און ווען עס איז אויך צו זמן נאר ביחס אויף מקום. יעצט, ווי מער די צורך וואקסט אויף מאשינען צו קאמיוניקירן איינע מיט דאס אנדערע, און זיי (דעריבער און דאדורך) שטעלן דאס צוריק אין פיִדבּעק לוּפּס אויף צו אליינס צו לערנען און אריענטירן זייער רעאליטעט, אלס מער קומט ארויס AI און זייער ״קאַנשׁעסנעס״ אלס א פועל יוצא. אולי.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:59 am

· #539951
די מעשה און חקירה וואס @לולקע-ציבעך מאכט בריש האשכול, שרייבט דר. דניאל דענעט לגבי א היפאטעטישע מעשה וואו די מיליטער בעהט אין צו גיין צו א מקום צו אומשעדליך מאכן א רעידיאָעקטיוו באמבע, וואס די רעידיאָעקטיוויטי איז נאר שעדליך צו די מח פון א מענטש. ולכן אפערירט מען אים און מ׳לייגט אריין זיין מח אין א גלאז מיט כעמיקאלן וואס דערהאלטן דאס ביים לעבן. באהאפטן צום מח זענען א געוואלד דראטן צו א קאמפּיוטער וואס דאס קאנטראלירט יעצט פון דערווייטענס די גוף זיינער. איז די שאלה, נאך די אפעראציע ווען די גוף זעצט זיך קעגן איבער דעם גלאז וואו די מח איז אין, וואס קוקט אויף וואס? איז עס ״אים״ וואס קוקט יעצט אויף זיין מח? אדער איז עס ״איך״ אינעם גלאז וואס ווערט יעצט געזעהן דורך מיינע אויגן? וואו איז דער ״איך״? אינעם מח אדער אינעם גוף?

דאס איז שווערער ווי דזשאַן לאַק׳ס משל, וואו דער מח/נפש וועקט זיך אויף אין א צווייטן גוף. דא איז שווערער, וויבאלד עס איז נאר דא איין גוף און מענטש אויף וועלכע מ׳איז דן.

אבער (ווי דערמאנט) עס איז יתכן אז עס קען נישט זיין קאַנשעסנעס בלא הגוף; די מח מוז זיין עמבּאַדיִד בתוך א גוף כדי קאַנשעסנעס זאל אפירקומען. (דאס האט השלכות לגבי די געדאנק פון בּאָלטצמאן מוחות, וואו מ׳וועט מוזן זאגן אז עס איז טאקע ביחד עם גופים, און צו קאַנשעסנעס און דאס ״נפש״ פון מלאכים וכדומה שאינם בעלי גוף.)

וכמובן איז דאס אלעס אויב עס איז בכלל דא אַן איין ״זיך/זעלבסט״, אין וואס בּודהיזם און דוד הום האבן בכלל געלייקענט אין.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 1:22 pm

· #539956
איינע פון די השפעות וואס כ׳האב געהאט ביי מיין טריפ די וואך האט זיך באצויגן צום דילעמא פון אשכול הזה און טאקע שכח @מי אני פארן עס ארויפברענגען, כ׳אבעס נאכקיימאל נישט באמערקט.

בערך וואס איך האב משיג געווען איז (כ׳זאג נישט דוקא אז דאס פארעטפערט אלע דילעמעס בענין זה) אז דער עצם ׳איך׳. דאס פינטעלע ׳איך׳ איז טאקע נאר דא איין במציאות און ווען דאס איז פארכאפט/אנגעטון מיטן גוף און קוקט ארויס פון אירע אויגן וכו׳ ווערט דאס ׳איך׳ לימיטעד צו דעם געוויסן גוף...

פארשטייסט וואס איך רעד? איך ווייס נישט צו איך יא 😉 גיי טרינק 😂

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 1:24 pm

· #539957
דאס דערמאנט פון @חתן בחור’ס די איי ארטיקל אין וועקער 16, וועלכע האט קלאנגן פון שיטת אבן רשד לגבי השכל והנפש.

דער אור ה׳ (מאמר ג ח״א כלל ד פ״ד) איז מבאר תחיית המתים, אז עס קען טאקע זיין א גוף חדשה מיט נייע רכיבים בעצם, אבער אז עס איז נפשו של האיש בו, איז דאס הוא הוא ע״ש. ער ברענגט ארויס דארט און אין פ״ב אז די תועלת דערפון איז ווייל שכר ועונש (עכ״פ פאר צדיקים גמורים ורשעים גמורים) קען נאר זיין להגוף ונפש ביחד ע״ש. ועיין ג״כ באמונות ודעות להרס״ג (מאמר ו פ״ה ופ״ז) עפ״י הגמרא בסנהדרין צא. דאס קען טאקע גיין אין איינקלאנג מיט דעם אז צו קאַנשעסנעס פעהלט טאקע אויס ביידע, הגוף והנפש.
בלאט: 1 2