☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א נאכט פארברענג מיט גאט

א נאכט פארברענג מיט גאט

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15500
בלאט: 1 2

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:38 pm

· #507544
א נאכט פארברענג מיט גאט
עס איז געווען א טינקעלע דאנערשטיג ביינאכט און איך האב מיך געמיטליך ארויפגעדרייווט מיין בלוי טעסלא ארויף צו די קעטסקיל בערג. שוין א גאנצע וואך וואס איך האב נישט געזען די בני בית, און יעצט שלענגל איך זיך ארויף אויפן ראוט 17 אנצוקומען צו מיין משפחה אויף צו וויילן די לעצטע שבת אינעם קאנטרי... און דאן האט עס פאסירט! א גרויסע הערש האט געגעבן א לויף אריין אין פארנט פון מיין קאר! איך האב האסטיג געגעבן א האק מיט מיין פיס אויף די ברעיקס אבער עס איז הפנים געווען צו שפעט, און מיין קאר האט אריינגעשמעטערט אינעם לויפנדע הערש. מיין קאר אינאיינעם מיט מיר זענען שווער ציקוועטשט געווארן און איך האב גענצליך פארלוירן מיין באוואוסטזיין... און דאן האט עפעס אויסטערליש פאסירט.

איך קען עס נישט ממש מסביר זיין, ווייל איינער וואס האט נאכנישט בייגעוואוינט אזא פילינג וועט עס קיינמאל נישט קענען באגרייפן... איך האב געפילט ווי "איך" גיי ארויס פון מיין קערפער און די "איך" נעמט זיך שוועבן אין די ליפטן העכער די צענע פונעם עקסידענט. איך האב מיך געזען שוועבן העכער די קאר און איך האב געזען ווי עס בליצן גאר אסאך לעמפלעך פון הצלה קארס. איך האב געזען ווי די געטרייע הצלה לייט אונטער מיר ארבייטן אויף מיין גוף אין מאכן סי פי אר... אבער איך האב שוין פארשטאנען וואס דאס מיינט!! איך בין שוין אנגעקומען צו די פלאץ פון ווי קיינער איז נאכנישט צירוקגעקומען גיבן א גריס... איך בין שוין אייגנטליך טויט!

איך האב ערווארטעט דעם מלאך המוות מיר אנקעגן צו קומען און מיר שלעפן צום בי"ד של מעלה... עס האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ כלערליי תריצים איבערן נשאת ונתת באמונה, איבערן קבעת עתים לתורה. עס איז מיר אפילו אדורגעלאפן אין קאפ די באקאנטע ווערטל וואס לויטערט אז די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט איז "קבעת עתים לתורה" און די צווייטע קשיא איז "וואס קעקעצסטו דארטן.. יא צו ניין"? איך האב מיך געוואונדערט צו די בי"ד של מעלה האבן שוין אמאל געהערט דעם ווערטל... צו זיי וועלן כאפן דעם קאנצעפט.. אפשר איז די סענס אוו יומער דארטן אויבן אינגאנצן אנדערש.

מיינע מחשבות זענען איבערגעריסן געווארן דורך א גרויסע מלאך וואס האט מיר אנגעכאפט ביים קארג און מיר געשלעפט ארויף ארויף צו די הויעכע ספערן. ווי העכער ער האט מיר גענומען אלטס מער האב איך געפילט ווי מען גייט מער און מער ארויס פון די פיזישע וועלט און מען גייט אריין טיפער און טיפער אין א גייסטישע רוחניות'דיגע וועלט, א וועלט וואס איז פארהוילן פון די נאקעטע גשמיות'דיגע אויג. די מלאך ברענגט מיר העכער און העכער איך ווייס אליין נישט ווי לאנג אונז האבן געפארן. עס האט מיר אויסגעזען ווי אן אייביגקייט עפעס העכער פון צייט.. עס איז ווי כאילו צייט האט זיך גענצליך אפגעשטעלט.

דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.

איך גיב א פרעג די מלאך זאג מיר וואו זעמער דא? איז דא די עולם האמת? גיי איך דא טרעפן משה רבינו אדער גאט אליין? די מלאך הייבט אהן צו לאכן און פרעגט מיר.. זאג נאר טייערע שטים אפשר וועסטו טרעפן דא יוזיס קרייסט? אדער אפשר גאר די נביא מוחאמאד?
איך מוז זאגן די אמת אז די ווערטער האבן מיר פארגליווערט פאר שרעק. וואס??? אידישקייט איז דאך די אמתע גלויבן..! וואס האקט ער א קאפ וועגן מוחאמאד און יאשקע?
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.

די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

מיין קאפ שיסט פיבערהאפטיג... וואס גייט דא פאר? איז אידישקייט אפשר נישט די אמת? אפשר איז מוחאמאד גאר די אמת אדער קריסטונום אדער גאר די בעדוהיסטן..! די אויסשליסליכע אמת גייט אט אט נתגלה ווערן פאר מיר! די שאלות וואס יעדער וואס לעבט נאך אויף די כדור העולם מוטשעט זיך צו דערגיין, וועט גאר בקרוב אנטשידן ווערן פאר מיר מיט א געוואלדיגע בהירות!! איך קען שוין קוים ווארטן צו זען!

די קשיות קיצלען מיר אין קאפ... איז טאקע דא א גאט? וועליכע סארט גאט? איז אידישקייט טאקע די אמת? איז מעמד הר סיני טאקע פארגעקומען? איז אינטערנעט טאקע אסור? איז ליבאוויטשער רבי משיח? איז רב קוק טאקע א רשע? מעג מען גיין צום כותל? איז קאמען קאר א פראבלעם? איז דא א גיוס? זענען די גרובינגען אויסגעהאלטן? גייט משיח טאקע קומען? איז בחירות א מצוה אדער אן עבירה?
אוי די ענדלאזע מבול פון קשיות גייט אט אט אויסגעקלארט ווערן!
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!

עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר.. די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???

איך האב זיך גענימען שוויצן גאר שטארק.. און איך האב זיך געווארפן פאר שרעק. איך האב אנגעהויבן צו שרייען אוי אוי... וויי איז מיר.. איך האב אלטס געמיינט אז די באשעפער זיכט נאר אז מען זאל ווי מער פאלגן די תורה וואס ער האט געגעבן און לויט דעם וועט ער מיר באצאלן שכר.. דערווייל איז פארקערט גאר! וויפול מער מען האט זיך דערווייטערט פון די בול.. יעדער אויף זיין אויפן און יעדער פון זיין רעליגיע לויט דעם באקומט מען די שכר.

די אלטעמעט טעסט דא איז צו די וועסט פשוט אפקויפן וואס דיין טאטע, מאמע, חינוך, און סביבה פארקויפן דיר, אדער די וועסט ניצן דיין אייגענע שכל איינציזען די שקר שבו און לעבן אן אויטענטישע לעבן אהן די אלע פאנדאמענטאלע נערישקייטן וואס האבן קיינמאל נישט אנגעהויבן צו קלעבן.. איך פרעג דעם באשעפער, "וואס ווילסטו פון אונז"? פון וואו וואלט איך דאס געדאפט וויסן? ענטפערט ער מיר, "וואס הייסט פון ווי? פאר א סיבה האט מען דיר געגעבן שכל! די זאלסט קענען איינזען אז א שלאנג קען נישט רעדן צו קיין מענטש.. און אז א מבול פארשווענדט נישט קיין וועלט.. און די אלע אנדערע דמיונות זענען טאקע נישט מער פון אט דאס, דמיונות! די גאנצע עולם הזה איז א פשוטע אינטעליגענץ טעסט!

די ווייסט וויפול הנאה איך שעפ יעדן טאג אראפקוקנדיג אויפן נידריגע שקר'דיגע וועלט, און איך זע ווי עס דרייען זיך אויפריכטיגע מענטשן וואס פארשטייען אז איך האב באשאפן א וועלט בלויז צו הנאה האבן. זיי וועלן ניצן זייער שכל און צוקומען צום תחלית הבריאה וואס דאס איז צו גיין ווי די לאגיק און שכל טראגט. און די ווייסט וויפול צער איך האב פון די וואס לאזן זיך נערן פון זייער יצר הרע און פאלגן די וואס הייסן זיך פארמאכן די שכל? פארוואס דען האב איך דיר געגיבן שכל די טיפש איינער?!? ניץ און פארשטיי אז מען דארף אריינכאפן ווי מער, אכול ושתה כי מחר נמות... און נאכדעם ווייסט קיינער נישט וואס עס וועט זיין.

***

די שטייסט שוין אויף! סשפעט! הער איך ווי מיין אידענע שרייט קלאפנדיג דערביי אויף מיין אדורכגעווייקטע שוויציגע דאכענע. די מנין שטעלט זיך שוין באלד און עס איז שוין כמעט סוף זמן קרי"ש!
איך גיב מיר א כאפ אויף... איך נעם זיך שרייען מודה אני לפניך מלך חי וקיים... און איך סטאפ ביי די ווערטער און איך ריף זיך אהן הויעך "סיריעסלי" די מיינסט עס טאקע ערענסט?!?!?!

סמבטיון » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:10 pm

· #507545
אהן קיין בושה , און דאס חלומסטע די ערשטע טאג אין חודש אלול?
זייער שיין באשריבן , אבער עס גיסט זיך פון דיר שטיקער כפירה .

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:15 pm

· #507546
נו, ער האט געמיינט צו זאגט אז דו זאלסט נוצען זיין שכל צו טרעפען דער דרך התורה. האסט עס פארדרייט אויף אכול ושתה כי למחר נמות.

ווייסע טויבן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:18 pm

· #507547
סיריעסלי?

אזוי גוט אראפגעלייגט, ממש איך האב געפילט ווי איך פלי מיט. נאר בשעת דו האסט געלאנדעט אין גן עדן התחתון, האב איך אראפגעקראכט אויפן מגושם'דיגע וועלט ווי מענטשן קוקן דיך ווי א מאדנע בריה צוווישן די אזוי גערופענע חכמים.

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:36 pm

· #507549
הערליך הערליך!!!

איך וויל דיר אבער טרעפן דעם יום הק’ עסן א באנאנע...

אויך ווילעך פארשטיין פארוואס ביים מלאך ביסטו שטים און ביי גאט עצי?! אולי האט די מלאך נאר געוואלט חוזק מאכן פון דיין שוטה’דיגע מהלך המחשבה בהיותך בין החיים, אבער גאט האט דאך הנאה געהאט פון דיין בוים-שטארקע שטאנדהאפטיגקייט אנצוגיין אויך אן אינגאנצן פארשטיין? בדרך אפשר..

מי אני » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:45 pm

· #507551
זייער שיין!

וכמובן, גייט ניטאמאל אָן פאר "ג-ט" דאס אויך נישט אז מ'גייט נישט נאך דעם שכל. עס איז ניטאמאל שייך קיין "אָנגיין" וכו'. שוין, אי אפשר לחלום בלא דברים בטלים (ברכות נה.)...

וממילא:
סמבטיון
זייער שיין באשריבן, אבער עס גיסט זיך פון דיר שטיקער כפירה.
וואס "כפירה" ווען "כפירה"? לגבי די הגדרה פונעם דאס "אָנגיין" פון ג-ט דארף דאס צו גיין בשלילה אפילו נאך ווייטער ווי @עצי שטים'ס משל וכמו שכתבתי (וכעיקרו הג' של הרמב"ם, ועיין במו"נ ח"א פל"ו). איי, שכר ועונש (ותפילה) אא"וו? איז ליין מיין ארטיקל דערוועגן אין וועקער 19 ווי אויך מיין אשכול דערויף. (ועיין ג"כ מכאן ולהלן.)

אחוץ טאמער איז די "כפירה" וואס דו מיינסט טאקע אט די הגשמה'דיגע משל פון ג-ט וואס ווערט גענוצט דא, וואו מען "זעהט אים" און ער "רעדט" וכו'. נו, קען מען זאגן דאס זעלביגע תירוץ ווי לשבר את האוזן וכו' אויף כדי ארויסצוברענגען א פונקט.

אזויפיל יא, מ'קען ראציאנאל פארטיידיגן הטעם לשמירת המצות (צב"ש פארוואס מ'פאסט יוה"כ וכדומה). אבער דאס אליינס איז בעצם אויך מיט שכל (וכדרכו של הרמב"ם בחצי השני של ח"ג במו"נ).

הכלל, ביטע נישט נוצן דעם JOKER.
עצי שטים
איך האב ערווארטעט דעם מלאך המוות מיר אנקעגן צו קומען און מיר שלעפן צום בי"ד של מעלה... עס האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ כלערליי תריצים איבערן נשאת ונתת באמונה, איבערן קבעת עתים לתורה. עס איז מיר אפילו אדורגעלאפן אין קאפ די באקאנטע ווערטל וואס לויטערט אז די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט איז "קבעת עתים לתורה" און די צווייטע קשיא איז "וואס קעקעצסטו דארטן.. יא צו ניין"? איך האב מיך געוואונדערט צו די בי"ד של מעלה האבן שוין אמאל געהערט דעם ווערטל... צו זיי וועלן כאפן דעם קאנצעפט.. אפשר איז די סענס אוו יומער דארטן אויבן אינגאנצן אנדערש.
דא הא'מיר אראפגעברענגט אז עס איז יתכן לומר אז עפעס [בלשון מושאל] וואס איז נישט קיין בעל גשם קען נישט "כאפן" א וויץ. (שטעלט זיך אפשר די שאלה אז אויב אזוי בשעת דעם out-of-body עקספּיריענס וואלט דער מענטש אליינס אויך נישט געדארפט "כאפן" די וויץ?... ואפשר לחלק. אדער כנ"ל אז אין חלום בלא דברים בטלים...)

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:02 pm

· #507553
סמבטיון האט פילייכט געמיינט (אויך) דאס אלס כפירה
אז א שלאנג קען נישט רעדן צו קיין מענטש.. און אז א מבול פארשווענדט נישט קיין וועלט.. און די אלע אנדערע דמיונות זענען טאקע נישט מער פון אט דאס, דמיונות
~
הער איך ווי מיין אידענע שרייט קלאפנדיג דערביי אויף מיין אדורכגעווייקטע שוויציגע דאכענע. די מנין שטעלט זיך שוין באלד און עס איז שוין כמעט סוף זמן קרי"ש!
ווי אויך דאס, קען מען דן זיין אויב ס’איז כפירה אבער שקר איז עס זיכער! 😂
(חוץ אויב ס’איז אויך א חלק פונעם שוידערליכן חלום...)

מי אני » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:14 pm

· #507555
אויך נישט קיין "כפירה". ווי טאקע צוגעברענגט אינעם דערמאנטן אשכול, טוהט דער רמב"ם טאקע פארטיישטן די גאנצע נחש מעשה ביים חטא עץ הדעת במו"נ ח"ב פ"ל (ואפילו די מעשה פונעם רעדן פון אתונו של בלעם להלן שם בפמ"ב) ע"ש. איז קען מען זאגן ענליך אויפ'ן מבול אויך.

(ובאנו צו סיי ווי אזוי צו ראציאנאליזירן די געדאנק פון נסים במשנתו של הרמב"ם, אויך אויף וואס איך בין דן אינעם אשכול, און סיי צו ווי אזוי צו מאכן שטימען ביקורת המקרא מיט דת.)

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:24 pm

· #507559
די אר”י הקדוש האט שוין געזאגט וואס ער לערנט בשעת’ן שלאף דויערט 80 יאר איבערצוגעבן, עפעס אזוי.
הערליכע געדאנק. טיף טיף טיף.

אין איין ווארט זאגט דאס גאט אליינס אין זיין תורה: ועתה ישראל מה ה' אלהיך שאל מעמך כי אם ליראה את ה' אלקיך (דברים י, יב). וואס איז דאס יראה? זאגט די פסוק אין איוב, וַיֹּאמֶר לָאָדָם הֵן יִרְאַת אֲדֹ-נָי הִיא חָכְמָה (איוב כח, כח). די באשעפער וויל אז מען זאל נוצן זיין חכמה וואס ער האט אריינגעלייגט אין אונז.

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:51 pm

· #507564
איך האב צוגעצייכענט וואס סמבטיון מיינט מן הסתם אז עס איז כפירה, און איך בין מכבד מי אני עס צו מסביר זיין.
[quote="עצי שטים"]

דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.
מגשם יענע וועלט

ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

כפירה באמונת צדיקים

מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.

צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:53 pm

· #507565
סמבטיון
אהן קיין בושה , און דאס חלומסטע די ערשטע טאג אין חודש אלול?
זייער שיין באשריבן , אבער עס גיסט זיך פון דיר שטיקער כפירה .
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=415609#p415609

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 3:55 pm

· #507567
חדשים
איך האב צוגעצייכענט וואס סמבטיון מיינט מן הסתם אז עס איז כפירה, און איך בין מכבד מי אני עס צו מסביר זיין.
עצי שטים

דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.
מגשם יענע וועלט

ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

כפירה באמונת צדיקים

מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.

צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
1. איך האב נישט "מגשם" געווען יענע וועלט, איך האב קלאר געשריבן אז עס איז א רוחניות'דיגע פילינג... עס איז נאר לשבר את האוזן ווי @מי אני האט שוין מסביר געווען אויבן. די תורה אליין איז אויך מגשם דעם באשעפער לויט דיין טענה.
און בכלל וואס האט מגשם זיין "יענע וועלט" מיט כפירה?

2. כפירה באמונת צדיקים??? אר יו פער ריל? אז איך לאך פון ר' נחמן ווער איך א כופר? און אגב איך האב בכלל נישט כופר געווען אין קיין צדיקים דא.

3. וואו שטייט אז כופר זיין אין די י"ג עיקרים מאכט איינער פאר א כופר? די רמב"ם אליין שרייבט אין מורה נבוכים אנדערש ווי די י"ג עיקרים

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:06 pm

· #507568
עס איז נישט כפירה, ווייל עס איז א חלום.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:12 pm

· #507570
איבער עיקר הג' [שלילת הגשמות], עיקר הח' [תורת אמת], און עיקר הי"א [שכר ועונש] הא'מיר גע'ענטפערט. איך זעה נישט עכט ווי עיקר הז' [מעלת נבואת משרע"ה על שאר הנביאים] (ואולי ווייל ביי משרע"ה איז נישט בחלום אדבר בו...) אדער עיקר הט' [נצחיות התורה] זענען אָנגערירט געווארן. עיקר הט' איז איינמאל עיקר הח' איז שוין דא און קעגן א נוצרי'שע סארט גלויבונג. ער'ט נישט געזאגט אז "עס איז בטל געווארן".
אחוץ טאמער זאגט מען די גירסא אז עיקר הט' איז לגבי העתקת משרע"ה את התורה מאת הקב"ה און נישט לגבי אי-הביטול ונצחיות התורה. אבער די גירסא איז לכאורה א דוחק.

אפשר עיקר הה' [שראוי לעבדו] איז אָנגערירט געווארן, אבער @עצי שטים האט נישט געזאגט אז נישט - פארקערט, לעבדו בשכל.

אויף "העיקר" של אמונת צדיקים הא'ביך טאקע נישט קיין תירוץ. דאס איז געפערליך... 😃

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:19 pm

· #507572
Re: א נאכט פארברענג מיט גאט
@עצי שיטים פארוואס זאל איך גלייבן דיין רעליגיע? וואס האט עס מיט שכל?

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:20 pm

· #507573
לכאורה די אמונת צדיקים האט אים געבאדערט...

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:22 pm

· #507574
צוזאמגעדרייט
@עצי שיטים פארוואס זאל איך גלייבן דיין רעליגיע? וואס האט עס מיט שכל?
דאס וויל ער דאך, גלייב נישט. נוץ דיין שכל.

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:24 pm

· #507575
בכלל זע איך נישט פינקט וואו מיינע ווערטער זענען זיך סותר מיט די י"ג עיקרים.
חדשים
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
וואו פינקטליך שרייב איך דא אז גאט האט א גוף? פנים על פנים שטייט שוין אין די תורה בנוגע משה רבינו מיט גאט. און אזוי אויך בנוגע זיין רעדן.
חדשים
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
האסט לכאורה פארזען די גאנצע נקידה אז די ברענגסט דא די עיקרים פון די אמיתית התורה... אודאי.. דאס איז אלעס א חלק פון די נסיון...
חדשים
די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
איך האב נישט דא געליינט שכר ועונש.. הגם די רמב"ם אליין לייקענט עס (אכ"פ ער לייקנט אונזער באגריף דערפון)
חדשים
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.

צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
אקעי סאו דא מוז מען זיך טאקע קלאר מאכן... אבער כ'וועל דיר ציצייכענען דעם אשכול אדורכצוטון פאר מען קען גיין ווייטער אינעם שמועס...

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:32 pm

· #507576
סמבטיון, אלעס קלאר אדער די כפירה גיסט זיך נאך?

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:32 pm

· #507577
Re: א נאכט פארברענג מיט גאט
אויב ניצט מען נאר שכל, פארוואס האט גאט הנאה אויב איך פיר אן אטענטישע לעבן?

@עצי שיטים

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:34 pm

· #507578
צוזאמגעדרייט
אויב ניצט מען נאר שכל, פארוואס האט גאט הנאה אויב איך פיר אן אטענטישע לעבן?

@עצי שיטים
איך קען נישט רעדן פאר גאט, דאס דארף עצי פרעגן ביים נעקסטן פארברענג. דו וועסט זיכער הנאה האבן. איך גלייב אז גאט האט הנאה אז דו האסט הנאה.

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:38 pm

· #507580
צוזאמגעדרייט
אויב ניצט מען נאר שכל, פארוואס האט גאט הנאה אויב איך פיר אן אטענטישע לעבן?

@עצי שיטים
איך ווייס דען וואס גאט האט ליב? אונז האבן שכל פאר א סיבה.. ניץ עס און קום צו צי דיינע אייגענע באשלוסן..
אכ"פ אזוי האט מיין חלום דיקטירט.. קענסט טאקע ציקומען מיט דיין שכל אז מיין חלום איז א שטיק שטותים.

פארוואס איז מער שכלדיג צו זאגן אז די באשעפער וויל אז אונז זאלן נאכפאלגן בלינדערהייט זאכן וואס שטימען נישט מיט די שכל, בלויז ווייל אידן איינגעהילט אין ווייסע בעקיטשעס האבן אזוי געהייסן, מער ווי אננעמען אז די באשעפער וויל גאר פארקערט אז אונז זאלן איינזען די מלנ"ז פון זייערע ווערטער, און טון וואס די אייגענע שכל דיקטירט?
איך פרעג נאר..

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:38 pm

· #507581
לויט דער רמב"ם, מעג מען מייחס זיין פילינגס צו גאט?

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 5:07 pm

· #507587
Re: א נאכט פארברענג מיט גאט
עצי, איך בין נישט קלאר וואס די ווילסט דא.

לייגן א "קוועסשאן מאַרק" אויף רעליגיע און אויף יודישקייט, וויבאלד מען דארף ניצן די שכל, און נישט נאכגיין בלינדערהייט.
אקעי, גוט מארגן אמעריקע, דאס איז ריין השכלה.

כ'האב גראדע נישט קיין פראבלעם מיט דעם, פון מיין זייט זאל יעדער גלייבן אז די מלאך לייגט א קוואדער אינטערן קישן ווען א ציינדל פאלט ארויס (עפעס אזוי, כ'געדענק שוין נישט די דעטאלן),
אויך האב איך נישט קיין פראבלעם אויב איינער דינט דעם זון אדער לבנה, פון מיין זייט מיסטו נישט גלייבן אין גארנישט.

בקיצור, וואס ווילסטו דא מיט דעם אשכול?

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 5:26 pm

· #507589
איך וויל גארנישט, איך האב בלויז פארציילט א חלום וואס איך האב געהאט, און איך האב געטראכט אז עס קען זיין אינטערסאנט פאר געוויסע עס צו ליינען... דעטס אלל

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:26 pm

· #507596
עצי שטים
צוזאמגעדרייט
עצי, איך בין נישט קלאר וואס די ווילסט דא.

לייגן א "קוועסשאן מאַרק" אויף רעליגיע און אויף יודישקייט, וויבאלד מען דארף ניצן די שכל, און נישט נאכגיין בלינדערהייט.
אקעי, גוט מארגן אמעריקע, דאס איז ריין השכלה.

כ'האב גראדע נישט קיין פראבלעם מיט דעם, פון מיין זייט זאל יעדער גלייבן אז די מלאך לייגט א קוואדער אינטערן קישן ווען א ציינדל פאלט ארויס (עפעס אזוי, כ'געדענק שוין נישט די דעטאלן),
אויך האב איך נישט קיין פראבלעם אויב איינער דינט דעם זון אדער לבנה, פון מיין זייט מיסטו נישט גלייבן אין גארנישט.

בקיצור, וואס ווילסטו דא מיט דעם אשכול?
איך וויל גארנישט, איך האב בלויז פארציילט א חלום וואס איך האב געהאט, און איך האב געטראכט אז עס קען זיין אינטערסאנט פאר געוויסע עס צו ליינען... דעטס אלל
וואס איז פשט אז אברהם פריד חלומ'ט פין משיח, און דיר חלומ'ט פין שכל?

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:29 pm

· #507597
היסטאריע

יעדער חלומ'ט פון וואס עס ליגט אים אין קאפ... ביים חב"ד'סקער איז עס משיח, און ביי מיר איז עס שכל...

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:30 pm

· #507598
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים פארוואס האסטו מיר געטעגט?

אגב.. איך ווארט טאקע פאר די לייק...

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:44 pm

· #507600
צוזאמגעדרייט
עצי, איך בין נישט קלאר וואס די ווילסט דא.

לייגן א "קוועסשאן מאַרק" אויף רעליגיע און אויף יודישקייט, וויבאלד מען דארף ניצן די שכל, און נישט נאכגיין בלינדערהייט.
אקעי, גוט מארגן אמעריקע, דאס איז ריין השכלה.
אינטרעסאנט

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=15370#p502828

חתן בחור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:48 pm

· #507603
חדשים
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

כפירה באמונת צדיקים
וואס מיינט כפירה באמונת צדיקים?? וואספארא מין כפירה איז דאס? 🙄

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 7:54 pm

· #507611
מתבודד
צוזאמגעדרייט
עצי, איך בין נישט קלאר וואס די ווילסט דא.

לייגן א "קוועסשאן מאַרק" אויף רעליגיע און אויף יודישקייט, וויבאלד מען דארף ניצן די שכל, און נישט נאכגיין בלינדערהייט.
אקעי, גוט מארגן אמעריקע, דאס איז ריין השכלה.
אינטרעסאנט

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=15370#p502828
וואס איז דיר אזוי אינטערסאנט?

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:03 pm

· #507612
חתן בחור
חדשים
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

כפירה באמונת צדיקים
וואס מיינט כפירה באמונת צדיקים?? וואספארא מין כפירה איז דאס? 🙄
ראה מ"ש רב האי גאון ז"ל, וז"ל, ודע כי דבר זה היה מקובל אצל הראשונים כולם יחד ולא היה מי שהכחיש בו, כי אומרים היו, הקב"ה עושה אותות ונוראות ע"י הצדיקים, כמו שהוא עושה ע"י הנביאים, ומראה לצדיקים מראות נוראים, כדרך שהוא מראה את הנביאים עכ"ל (תשובות הגאונים, ס"י צ"ט)

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:16 pm

· #507613
מי אני
זייער שיין!

וכמובן, גייט ניטאמאל אָן פאר "ג-ט" דאס אויך נישט אז מ'גייט נישט נאך דעם שכל. עס איז ניטאמאל שייך קיין "אָנגיין" וכו'. שוין, אי אפשר לחלום בלא דברים בטלים (ברכות נה.)...

וממילא:
סמבטיון
זייער שיין באשריבן, אבער עס גיסט זיך פון דיר שטיקער כפירה.
וואס "כפירה" ווען "כפירה"? לגבי די הגדרה פונעם דאס "אָנגיין" פון ג-ט דארף דאס צו גיין בשלילה אפילו נאך ווייטער ווי @עצי שטים'ס משל וכמו שכתבתי (וכעיקרו הג' של הרמב"ם, ועיין במו"נ ח"א פל"ו). איי, שכר ועונש (ותפילה) אא"וו? איז ליין מיין ארטיקל דערוועגן אין וועקער 19 ווי אויך מיין אשכול דערויף. (ועיין ג"כ מכאן ולהלן.)

אחוץ טאמער איז די "כפירה" וואס דו מיינסט טאקע אט די הגשמה'דיגע משל פון ג-ט וואס ווערט גענוצט דא, וואו מען "זעהט אים" און ער "רעדט" וכו'. נו, קען מען זאגן דאס זעלביגע תירוץ ווי לשבר את האוזן וכו' אויף כדי ארויסצוברענגען א פונקט.

אזויפיל יא, מ'קען ראציאנאל פארטיידיגן הטעם לשמירת המצות (צב"ש פארוואס מ'פאסט יוה"כ וכדומה). אבער דאס אליינס איז בעצם אויך מיט שכל (וכדרכו של הרמב"ם בחצי השני של ח"ג במו"נ).

הכלל, ביטע נישט נוצן דעם JOKER.
עצי שטים
איך האב ערווארטעט דעם מלאך המוות מיר אנקעגן צו קומען און מיר שלעפן צום בי"ד של מעלה... עס האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ כלערליי תריצים איבערן נשאת ונתת באמונה, איבערן קבעת עתים לתורה. עס איז מיר אפילו אדורגעלאפן אין קאפ די באקאנטע ווערטל וואס לויטערט אז די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט איז "קבעת עתים לתורה" און די צווייטע קשיא איז "וואס קעקעצסטו דארטן.. יא צו ניין"? איך האב מיך געוואונדערט צו די בי"ד של מעלה האבן שוין אמאל געהערט דעם ווערטל... צו זיי וועלן כאפן דעם קאנצעפט.. אפשר איז די סענס אוו יומער דארטן אויבן אינגאנצן אנדערש.
דא הא'מיר אראפגעברענגט אז עס איז יתכן לומר אז עפעס [בלשון מושאל] וואס איז נישט קיין בעל גשם קען נישט "כאפן" א וויץ. (שטעלט זיך אפשר די שאלה אז אויב אזוי בשעת דעם out-of-body עקספּיריענס וואלט דער מענטש אליינס אויך נישט געדארפט "כאפן" די וויץ?... ואפשר לחלק. אדער כנ"ל אז אין חלום בלא דברים בטלים...)
ר' מי אני אונדז האבמיר אפגעמאכט אז דו גייסט רעדן קלאר...

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:26 pm

· #507617
עצי שטים
מתבודד
צוזאמגעדרייט
.
אינטרעסאנט

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=15370#p502828
וואס איז דיר אזוי אינטערסאנט?
אז נישט צו לאנג צוריק האסטו הויך שפעקולירט צו ’קאווע שטיבל’ איז נישט השכלה, און היינט שרייט איינער אז וואס ’דו’ שרייבסט איז השכלה. אז די טרעפסט עס נישט אינטרעסאנט, איז נישט.

נ.ב. פערזענליך האב איך א קליינע פראבלעם מיט עניטינג וואס איינער שרייבט דא, אז איינער פראקטיצירט א רעליגיע וואס נעמט אים ארום זיין גאנצן מהלך החיים דארף עס זיין גענוג שטארק אז א אנליין ארטיקל זאל עס נישט אפפרעגן אדער אויפשאקלען. אויב עפעס זאל אים עס מאכן שטערקער. א חלום אפגערעדט...

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:27 pm

· #507618
חדשים
חתן בחור
חדשים
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.

כפירה באמונת צדיקים
וואס מיינט כפירה באמונת צדיקים?? וואספארא מין כפירה איז דאס? 🙄
ראה מ"ש רב האי גאון ז"ל, וז"ל, ודע כי דבר זה היה מקובל אצל הראשונים כולם יחד ולא היה מי שהכחיש בו, כי אומרים היו, הקב"ה עושה אותות ונוראות ע"י הצדיקים, כמו שהוא עושה ע"י הנביאים, ומראה לצדיקים מראות נוראים, כדרך שהוא מראה את הנביאים עכ"ל (תשובות הגאונים, ס"י צ"ט)
קודם כל, אויב נעמט מען נישט אהן וואס רב האי גאון זאגט דא ווערט מען נאכנישט קיין אפיקורס.
צווייטנס, ער זאגט בלויז אז ער האט מקובל אז צדיקים קענען באווייזן מופתים.. און אז די באשעפער ווייזט זיי זאכן. עס שטייט נישט דא אז מען מוז "גלייבן" אין צדיקים, וואטעווער דאס מיינט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:34 pm

· #507619
דו ווילסט מיר פארקויפן (די ווערט פון) שכל? בשעת דו מיט דו דיין רבי @רביה״ק וואס האלטן אז ׳בלויז׳ שכל דארף דיקטעטן זענען אזוי צומישט אז אפילו יעצט וואס האסט מצליח געווען ארויסצוברענגען ענקער שיטה מיט א געוויסע (אום)קלארקייט, האסטו דעם אינטערשטן שורה געלאזט מיט א גרויסן ❓ מארק.

נאך יארן פארשן און אויסטשעקן מיט שכל יעדע רעליגיע וואס ס׳נאר פארהאן, ביזטו ווייזט אויס געקומען צו די מסקנה אז דו דארפסט אינווענטן דיין אייגענע רעליגיע; ׳שכל׳... נו, איידער דו ווילסט עס ברענדן, מאך זיכער אז ס׳שטימט ׳שכל׳דיג...!

דעריבער אט איז מיין אינטערשטע שורה:
״...וְאַל תִּתְחַכַּם יוֹתֵר לָמָּה תִּשּׁוֹמֵם״
(קהלת ז טז)

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:20 pm

· #507629
כ'טריי אוספיגורען פארוואס די אשכול איז אין העמד דבר.

אפשר אין א שמייכל..

מי אני » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:36 pm

· #507645
בְּתוֹךְ עַמִּי
דו ווילסט מיר פארקויפן (די ווערט פון) שכל? בשעת דו מיט דיין רבי @רביה״ק וואס האלטן אז ׳בלויז׳ שכל דארף דיקטעטן זענען אזוי צומישט אז אפילו יעצט וואס האסט מצליח געווען ארויסצוברענגען ענקער שיטה מיט א געוויסע (אום)קלארקייט, האסטו דעם אינטערשטן שורה געלאזט מיט א גרויסן ❓ מארק.

נאך יארן פארשן און אויסטשעקן מיט שכל יעדע רעליגיע וואס ס׳נאר פארהאן, ביזטו ווייזט אויס געקומען צו די מסקנה אז דו דארפסט אינווענטן דיין אייגענע רעליגיע; ׳שכל׳... נו, איידער דו ווילסט עס ברענדן, מאך זיכער אז ס׳שטימט ׳שכל׳דיג...!

דעריבער אט איז מיין אינטערשטע שורה:
״...וְאַל תִּתְחַכַּם יוֹתֵר לָמָּה תִּשּׁוֹמֵם״
(קהלת ז טז)
איך פארשטיי אז די טענה דא איז נישט דייקא אויף ״אויפצוווייזן״ סמכות הרעליגיע, ווי איידער אויף ״אפצוווענדן/אוועקצומאכן״ דאס ענדגילטיגע סמכות השכל. אבער מ׳דארף דא באמערקן אז די סמכות פון די טענה אליין איז… שכל. דו מאכסט דא אליינס א טענה ״בשכל״ קעגן דעם ענדגילטיגקייט פון ״שכל״. וכעין מאמרו של עפּיקטיִטוס.

אויב אזוי קען מען דאך אפשר טענה׳ן אז די געדאנק פון סמכות ה״שכל״ איז סעלף-סאָבּסוּמיִנג. סעלף-סאָבּסוּמיִנג באדייט, ווי דער פילאזאף דר. ראַבּערט נאָזיק איז מסביר, אז דאס איז א סארט הסבר וואס דארף נישט דערנאך אליינס א הסבר אונטער זיך, ווייל עס איז זיך אליינס שוין אויך מסביר אבער נישט אין א דייקא סירקולער וועג. ווי באקאנט קען מען טענה׳ן ענליך אז דאס איז דאך די געדאנק פון ״ג-ט״ אויך: אלס סיבה ראשונה. נו, טרעפן מיר א השוואה צווישן ג-ט מיט ״שכל״…

און ווי צוגעברענגט דא האט ר׳ יוסף אבן כספי געשריבן אין זיין פירוש משכיות כסף אויפ׳ן מו״נ ח״ב פי״ב:
כי השכל הוא האל והאל הוא השכל
ע״ש די קאנטעקסט. (שוין. נאך א סיבה דער אברבנאל רעכענט אים אינעם "כת הארורה"...)

ואגב, די פשטנים זענען נישט אזוי מסביר די פסוק דארט אין קהלת. עיין לדוגמא ברש״י שם עפ״י המדרש בקה״ר ובספורנו ומצודות שם, וואו עס גייט מער צוזאמען מיט וואס ס׳שטייט ממש פריער איבער אל תהי צדיק הרבה. איך פארשטיי אבער אז מ׳קען זאגן אין מקרא יוצא מידי פשוטו ממש און מ׳קען ברענגען אנדערע פסוקים ומימרות אין מער-ווייניגער דעם זין.

יעצט, לגבי דעם אז דאס מענטשליכע שכל איז טאקע בעצם באגרעניצט בכלליות, ואפילו בפרטיות איז דאך די שכל פונעם עוורידזש אינדיווידואל מענטש נישט גענוג ביחס צום חכם (אט דאס איז דאך די דעפיניציע פון ״עוורידזש״), איז אבער באדייט דאס נישט אז דער מענטש דארף נישט צו באנוצן זיין שכל עד כמה שמגעת און אז דאס דארף זיין אַן אידעאל. אט דאס, זיין נפש המשכלת, איז דאס וואס מאכט אים מער ווי שאר בע״ח. און ווי אריסטו האט געזאגט איז אט דאס דעם מענטש׳נס פּערפעקשאן באשר הוא ״מענטש״. און איה״נ, ווי געזאגט פריער, צוקומען צום הכרה וואו עס איז המקום וואו א מענטש׳נס שכל גרייכט נישט, צי זאל דאס זיין בכלליות על מין האנושי (וואס קען טאקע זיין אומעגליך צו גענצליך אנערקענען: אין אסאך פעלער וואס מ׳האט געמיינט מ׳קען נישט גרייכן האט מען געגרייכט - אבער מ׳קען אולי אלס גרייכן (אינפיניטלי? וכעין זה?) נענטער צום לימיט) צי בפרטיות פאר׳ן אינדיווידואל מענטש, אט דאס אליין איז א גרייכונג והכרה פון שכל וחכמה.
וואלווי
כ'טריי אוספיגורען פארוואס די אשכול איז אין העמד דבר.

אפשר אין א שמייכל…
נו, הא׳מיר אראפגעברענגט אז די צוויי קענען גיין האנט-אין-האנט…
ווי אויך הא׳מיר פריער געזאגט אינעם קאנטעקסט פון דעם אשכול אז ריין שכליים קענען אפשר נישט כאפן א וויץ…

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 11:54 pm

· #507647
מי אני
איך פארשטיי אז די טענה דא איז נישט דייקא אויף ״אויפצוווייזן״ סמכות הרעליגיע
ריכטיג, ווייל פאר א איד וואסיז גרייט צו אקצעפטירן זיין שכל׳דיגן לימיט פעלט בכלל נישט אויס קיין הוכחות, אמונה איז אים גענוג.
מי אני
די סמכות פון די טענה אליין איז… שכל. דו מאכסט דא אליינס א טענה ״בשכל״ קעגן דעם ענדגילטיגקייט פון ״שכל״.
איך האב נישט קיין פראבלעם צו ניצן שכל ווען ס׳פעלט אויס... נאר מיין פראבלעם איז מיטן גיין מיט ׳שכל עד הסוף׳ און ס׳איז גראדע נישט קיין שכל׳דיגער, ווייל ע״פ שכל מאכט סענס אז אלעס דארף שטימען שכל׳דיג...
מי אני
יעצט, לגבי דעם אז דאס מענטשליכע שכל איז טאקע בעצם באגרעניצט בכלליות, ואפילו בפרטיות איז דאך די שכל פונעם עוורידזש אינדיווידואל מענטש נישט גענוג ביחס צום חכם (אט דאס איז דאך די דעפיניציע פון ״עוורידזש״), איז אבער באדייט דאס נישט אז דער מענטש דארף נישט צו באנוצן זיין שכל עד כמה שמגעת און אז דאס דארף זיין אַן אידעאל. אט דאס, זיין נפש המשכלת, איז דאס וואס מאכט אים מער ווי שאר בע״ח.
יא, איך בין טאקע זייער proud מיט דעם ספעציעלן כח השכל וואס דער מענטש איז באשאנקען מיט, און כ׳בין גרייט עס צו טראגן ווי א קרוין אויפן קאפ... אבער ווי נאר ס׳וועט ווערן צו שווער און אומבאקוועם וועליך עס אויף דער ערד שליידערן, אדער העכסטענס שיין אוועקלייגן אינעם קלאזעט...

דער אינטערשטער שורה: שכל איז בסך הכל א tool וואס דער מענטש ניצט לטובתו, נישטא קיין שום ענין צו לאזן דעם tool ווערן דיין פייניגער (אפילו שכל זאגט אז יא. מאכט ׳סענס׳? 🙂 )

מי אני » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:12 am

· #507650
בְּתוֹךְ עַמִּי
מי אני
איך פארשטיי אז די טענה דא איז נישט דייקא אויף ״אויפצוווייזן״ סמכות הרעליגיע
ריכטיג, ווייל פאר א איד וואסיז גרייט צו אקצעפטירן זיין שכל׳דיגן לימיט פעלט בכלל נישט אויס קיין הוכחות, אמונה איז אים גענוג.
דאס איז ווייטער א שכל׳דיגע טענה לסמך אמונה, מכח דעם וועגן די גבולים פון שכל.

און דאס פירט אריין:
בְּתוֹךְ עַמִּי
מי אני
די סמכות פון די טענה אליין איז… שכל. דו מאכסט דא אליינס א טענה ״בשכל״ קעגן דעם ענדגילטיגקייט פון ״שכל״.
איך האב נישט קיין פראבלעם צו ניצן שכל ווען ס׳פעלט אויס... נאר מיין פראבלעם איז מיטן גיין מיט ׳שכל עד הסוף׳ און ס׳איז גראדע נישט קיין שכל׳דיגער, ווייל ע״פ שכל מאכט סענס אז אלעס דארף שטימען שכל׳דיג...
ניין. ווי געזאגט איז שפיץ שכל צוצוקומען וואו שכל גרייכט נישט. שכל זאגט אויסדרוקליך נישט אז עס קען אלעס פארשטיין. (עיין לדוגמא בגאָדעל׳ס טעארעמס.) די געדאנק פון ״תכלית הידיעה וכו׳״ איז א פילאזאפישע.
בְּתוֹךְ עַמִּי
מי אני
יעצט, לגבי דעם אז דאס מענטשליכע שכל איז טאקע בעצם באגרעניצט בכלליות, ואפילו בפרטיות איז דאך די שכל פונעם עוורידזש אינדיווידואל מענטש נישט גענוג ביחס צום חכם (אט דאס איז דאך די דעפיניציע פון ״עוורידזש״), איז אבער באדייט דאס נישט אז דער מענטש דארף נישט צו באנוצן זיין שכל עד כמה שמגעת און אז דאס דארף זיין אַן אידעאל. אט דאס, זיין נפש המשכלת, איז דאס וואס מאכט אים מער ווי שאר בע״ח.
יא, איך בין טאקע זייער proud מיט דעם ספעציעלן כח השכל וואס דער מענטש איז באשאנקען מיט, און כ׳בין גרייט עס צו טראגן ווי א קרוין אויפן קאפ... אבער ווי נאר ס׳וועט ווערן צו שווער און אומבאקוועם וועליך עס אויף דער ערד שליידערן, אדער העכסטענס שיין אוועקלייגן אינעם קלאזעט...

דער אינטערשטער שורה: שכל איז בסך הכל א tool וואס דער מענטש ניצט לטובתו, נישטא קיין שום ענין צו לאזן דעם tool ווערן דיין פייניגער (אפילו שכל זאגט אז יא. מאכט ׳סענס׳? 🙂 )
ווייטער ניין. שכל איז דאס וואס מאכט אים דער מענטש וחשיבותו. נישט פשוט אז ער האט ״גראדע״ א ״טוּל״.

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:12 am

· #507660
בְּתוֹךְ עַמִּי
דו ווילסט מיר פארקויפן (די ווערט פון) שכל? בשעת דו מיט דו דיין רבי @רביה״ק וואס האלטן אז ׳בלויז׳ שכל דארף דיקטעטן זענען אזוי צומישט אז אפילו יעצט וואס האסט מצליח געווען ארויסצוברענגען ענקער שיטה מיט א געוויסע (אום)קלארקייט, האסטו דעם אינטערשטן שורה געלאזט מיט א גרויסן ❓ מארק.

נאך יארן פארשן און אויסטשעקן מיט שכל יעדע רעליגיע וואס ס׳נאר פארהאן, ביזטו ווייזט אויס געקומען צו די מסקנה אז דו דארפסט אינווענטן דיין אייגענע רעליגיע; ׳שכל׳... נו, איידער דו ווילסט עס ברענדן, מאך זיכער אז ס׳שטימט ׳שכל׳דיג...!

דעריבער אט איז מיין אינטערשטע שורה:
״...וְאַל תִּתְחַכַּם יוֹתֵר לָמָּה תִּשּׁוֹמֵם״
(קהלת ז טז)
רח"ל וואס די רעדסט דא נישט אלטס צאם. קודם כל איז רביה"ק נישט מיין רבי... און טאקע אין די דאזיגע נושא פון אויב מען מוז חקר'ענען עד הסוף מיט די שכל, איז איינע פון די פלעצער ווי איך האב געהאט די גרעסטע חילוקי דיעות מיט רביה"ק. עיין מכאן ולהלן

איך האב גארנישט ערפינדן קיין נייע רעליגיעס... איך האב בלויז פארציילט א חלום...
אקעי, איך זע די ביסט די צווייטע וואס פארשטייט נישט די פוינט דא, וועל איך עס טרייען בעסער מסביר צו זיין. די נקידה איז נישט אז די באשעפער וויל שכל אנשטאט די תורה-אידישקייט גלויבן.. ווייל דאס איז אויך נישט שכל'דיג (הגם מער ווי דאס פארקערטע ודו"ק) די געדאנק איז אטא דאס ארויסצוברענגען. אז מען זאל ניצן די שכל... יא עד הסוף! ביז ווי עס גייט, יעדער אויף זיין אויפן. די פוינט איז טאקע ארויפגעברענגט געווארן אין א פארעם פון א חלום שיש בו דברים בטלים.. אבער די נקידה איז חי וקיים.
בְּתוֹךְ עַמִּי
פאר א איד וואסיז גרייט צו אקצעפטירן זיין שכל׳דיגן לימיט פעלט בכלל נישט אויס קיין הוכחות, אמונה איז אים גענוג.

די ווייסט וואס די שכל'דיגע לימיט איז? עס איז די ווייטסטע וואס עס קען נאר גיין! גלייבן אהן קיין שכל האט דאך נישט קיין פשט.
בְּתוֹךְ עַמִּי
איך האב נישט קיין פראבלעם צו ניצן שכל ווען ס׳פעלט אויס... נאר מיין פראבלעם איז מיטן גיין מיט ׳שכל עד הסוף׳ און ס׳איז גראדע נישט קיין שכל׳דיגער, ווייל ע״פ שכל מאכט סענס אז אלעס דארף שטימען שכל׳דיג...
שכל זאלסטו ביטע אייביג ניצן, און עס פעלט אייביג אויס, יא עד הסוף! פינקטליך וויאזוי לעשט מען אויס לאגיק און שכל? מען קען טאקע אנקומען צו דעם אז מען קען "נישט" אלעס פארשטיין, אבער וועגן דעם זאל מען נישט אנהויבן צו פראבירן?
בְּתוֹךְ עַמִּי
יא, איך בין טאקע זייער proud מיט דעם ספעציעלן כח השכל וואס דער מענטש איז באשאנקען מיט, און כ׳בין גרייט עס צו טראגן ווי א קרוין אויפן קאפ... אבער ווי נאר ס׳וועט ווערן צו שווער און אומבאקוועם וועליך עס אויף דער ערד שליידערן, אדער העכסטענס שיין אוועקלייגן אינעם קלאזעט...

דער אינטערשטער שורה: שכל איז בסך הכל א tool וואס דער מענטש ניצט לטובתו, נישטא קיין שום ענין צו לאזן דעם tool ווערן דיין פייניגער (אפילו שכל זאגט אז יא. מאכט ׳סענס׳? 🙂 )
הלואי וואלט שכל אזוי געארבייט... מען ניצט עס ווען מען דארף עס און ווען עס מאכט פראבלעמען פאקט מען עס אריין אונעם קלאזעט... אבער עס ארבייט ליידער נישט אזוי.. די שכל שטורעמט אהן אויפהער און נאגט פאר אמת צדק וישרות, ווי ארויסגעברענגט דא

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 7:58 am

· #507688
בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.

כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...

מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:17 am

· #507689
לכאורה פארזעהט מען דא דער עיקר נקודה פין דער חלום.
נישט זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין
.

ואידך פירושא.

וויפיל שרייבערס קענען דא זאגן ערענסט אז אלעס וואס זיי טוהן, גלייבען זיי אז מען דארף? לדעתי נול.

דאס איז אלעס נכלל אין דער איסור פין בל תוסיף.

אבער לבסוף, האבן אלע געגראפעלט מיט דער פראבלעם, גדולים וטובים און קטנים ורעים. דער רמב"ם דער אבן עזרא, און פין דער צווייטער זייט, די מקובלים.

ווען דער רמב"ם גיבט א שיינער נאמען, מוסכמות, און די מקובלים געבן אהן טעמים על פי קבלה, און היינט ווייטער. ווען סאמעט איז ר'"ת סור מרע וכו'.

קענסט נישט מסביר זיין אז אלעס וואס דו טוסט איז מיט א גוטע סיבה. חוץ אויב, "יעדער" איז א אויסגעהאלטענע תירוץ.

און דער אשכול יוכיח, ווען איינער טרייבט אביסל ליצנות, אז אונזער מהלך החיים גייט נישט מיט שכל, ווערט ער אן אפיקורס. דער לעצטער דזאוקער קארטעל, וואס דעספערעט מענטשן נוצען.

קאט דער קרעפ, איינער זאגט עפעס, שלונג און זינדיג ווייטער, ווער נישט צוצושפרונגען.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:19 am

· #507693
בְּתוֹךְ עַמִּי
בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.

כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...

מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
און ווידער זיך באנוצט מיט… שכל צו אויסשטעלן א טענה דערקעגן.

הגם אז די ״טיפערע און העכערע״ כוחות בנפש בלייבן פארנעפעלט איבער וואס זיי פונקטליך זענען. די חלק המתעורר? די חלק המדמה? ועיין בשמונה פרקים להרמב״ם פ״א. די חלק המדמה איז טאקע חשוב ומהשלמתה בא הנבואה לפי הרמב״ם, אבער דאס איז אויך אָנגעוואנדן אין השלמת חלק המשכלת (ועיין במו״נ ח״ב פל״ב ופל״ו).

ועוד, די מימרא פון אריסטו שציינתי איז בנוגע דאס אז די ריכטיגע אושר פונעם מענטש קען נאר צושטאנד קומען בהשלמת שכלו. און זאגן אז ״נוצן די שכל פייניגט מער ווי סיי וועלכע רעליגיע״ איז אבסורד שבאבסורד (אפשר טאקע ווען מען נוצט רעליגיע מיט… שכל, דעמאלטס ברענגט דאס מער תענוג ווי שכל גרידא; איז דאך אבער די שורש דא בעצם ווייטער שכל). אחוץ טאמער מיינט מען דעם (קהלת א חי) ״ויוסיף דעת יוסיף מכאוב״; און דאז איז טאקע געזאגט געווארן בתורת חכמה ושכל. אבער וועט מען דאך מודה זיין צו וואס דזשאַן סטוּערט מיל האט געזאגט (אויך מיט שכל):
ס'איז בעסער צו זיין אַן אומצופרידענער מענטש ווי איידער א צופרידענער חזיר; בעסער צו זיין סקראט וואס איז אומצופרידען ווי איידער א נאַר וואס איז צופרידען. און אויב די נאַר, אדער די חזיר, האלט אנדערש איז עס ווייל זיי ווייסן נאר זייער זייט פון די שאלה.
און דאס דערקענט זיך אין דעם אז א מענטש לעכצט אליינס צו זיין א חכם און אז זיין קינד זאל זיין א חכם, הגם ער האט זיך און זיין קינד ליב און וויל דאס בעסטע פאר זיי. (איך ווייס וואס די גמרא זאגט בברכות לא: איבער תפלת חנה על שמואל לא חכם ולא טיפש ע״ש. אבער דאס איז טאקע בשכל אלס א סארט רואה את הנולד (תרתי משמע...), וואס דאס איז דאך חכמה ושכל כדאיתא בתמיד לב., כדי אז איר קינד שמואל זאל זיין מובלע בין אנשים ע"ש בגמרא.)

חדשים » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:30 am

· #507694
בְּתוֹךְ עַמִּי
בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.

כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...

מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?

דאס איז נישט מיך » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:42 am

· #507697
איך וועל ברענגען צוויי פסוקים וואס האט געשריבן די חכם מכל אדם שלמה המלך און ווער ס'פארשטייט פארשטייט
משלי (א, ז) יִרְאַת ה' רֵאשִׁית דָּעַת, חָכְמָה וּמוּסָר אֱוִילִים בָּזוּ.
קהלת (יב, יג) סוֹף דָּבָר הַכֹּל נִשְׁמָע, אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְו‍ֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם.

חדשים » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:06 am

· #507699
דארט איז שלמה אנגעקומען מיטן נוצן זיין שכל. דאס בעט גאט, מאכטס נאך שלמה און נוצט ענקער שכל און קומטס אן צו ענקער סוף דבר.

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:04 pm

· #507708
אנאנים: לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
אונז חרדישע אידן האבן עס "אלל פיגערט אוט" אונז ווייסן יא "פינקטליך" וואס עס קומט פאר אויבן. גיי אריין אין ביהמ"ד און הייב אהן צו פרעגן... אקעי אודאי יעדע דעטאל וועט מען מודה זיין אז מען ווייסט נישט.. אבער די "בעיסיקס" זעמער אונז קלאר וואס עס קומט פאר אויבן...
און מיין ארטיקל זאגט טאקע דאס, "די ווייסט נישט און די קענסט נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן. מעגליך אז עס קומט פאר גאר די פארקערטע פון וואס די שטעלסט זיך פאר. עס איז דאכצעך גענוי די פוינט וואס די זאגסט.
עס קען זיין אז ווען מען וועט ארויפקומען וועט מען טאקע "יא" זען א גרויסע וואגשאל מיט זעקלעך פון ווייסע מצות און שווארצע עבירות און דער באדיטשעווער וועט שטיין ביים זייט מליץ טוב זיין פאר אידישע קינדער... אבער צו קען מען וויסן...?

די ארטיקל איז אינספערירט פון א דעבאטע וואס איז פארגעקומען צעווישן מעט דילאהאנטי און דינעש דעסוזא. ווען דינעש האט בתוך הדברין גע'טענה'ט (בערך אזוי) אז ער "האט עס ארויס" און ווייסט וואס גאט וויל פון אונז (דינען יאשקע לשיטתו) און דאס איז וואס וועט אונז אפווארטן ביים יום שכלו ארוך. ווייל... דאס שטייט דאך אין די בייבל.. און וואס דען וויל ער פון אונז..? און מעט האט אים צירוקגעווארפן... מהיכא תיתא? אפשר איז די אלטימעט טעסט פון גאט אז ער וויל אז די זאלסט לייגן דיינע נגיעות און הנחות קדומות אין א זייט, און ציקומען דורך דיין שכל צו דערזען די צואת שוורים וואס עס ליגט אין וואס יאשקע האט צו פארקויפן...

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:09 pm

· #507710
לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 1:09 pm

· #507711
אונז ווייסן מיר טאקע נישט פינקטליך , אבער דאס ביסל וואס אונז ווייסן יא, קומט פון הייליגע פארלעסליכע מקורות וואס איך גלייב אז זיי האבן יא געוויסט פינקטלך וויאזוי עס זעט דארט אויס. קענסט ניצן דיין אייגענע שכל ווי דו ווילסט און וויפיהל דו ווילסט, אבער א טראפ אמונת צדיקים וועט דיר נישט שאטן.
בלאט: 1 2