☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?

וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9486

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 4:35 pm

· #297179
וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
@ראובן'ס מאמר למעשה #16 טראגט פירות. א חשובע ניק דא אין שטיבל האט זיך פארגעלוסט צו ווערן מיין חבר – כ'האב אים קלאר געזאגט אז כ'וויל אים נישט טרעפן ווי לאנג ער גייט נאך מיט זיין שווארצע גלעזער, אבער אזויפיל יא, אין די לעצטע 24 שעה האבן מיר געשמועסט איבער אלעם, פון דברים העומדים ברומו של עולם ביז אראפ צו עניני חסידות וחצרות.

ס'איז זייער אינטערסאנט – און אויך זייער ווייטאגליך – ווי געלונגענע מענטשען, גוטע קעפ, וואס וואלטן געקענט באשיינען די וועלט מיט זייער פערל רייד און אנדערע כשרונות, עפענען זיך די אויגן ערשט נאכדעם וואס מ'איז שוין באחריות אויף א משפחה מיט קינדער, און די וועג ארויס איז נישט גרינג, מילד גערעדט.

אזוי שמועסענדיג, האמיר דיסקאסירט די גדרים פון מחשבה. דהיינו, וויפיל מ'מעג חוקר זיין, וואו דארף מען זיך אפשטעלען? יענער טענה'ט אז ער גייט מחיל אל חיל ביז ארויף. מתחילה האט ער מפקפק געווען אין די מנהגים שאדם דש בעקביו, די נערישע און האלב-נערישע איינגעגעסנע מנהגים און קולטור משוגעת'ן, פון דארט האט ער געצויגן מסקנות צו חסידות והמסתעף, און ער האלט שוין ווייטער....

די פראבלעם איז אבער אז יענער ווייסט אז זיין א OTD איז נישט גרינגער ווי צו זיין אחד בסטאמאר ואחד בקוק. נו, וואס איז די עצה?

"זה מתחיל בשיריים ומסתיים בשמים"– שרייבט א ידיד אונזערע אויף א צווייטע פארום אונטער א צווייטע ניק. ד.ה. קודם חוזק'ט מען פון שיריים, דאס גרעסערע חלק אין טעלער וואס דער צדיק האט בדיעבד איבערגעלאזט, און פון דארט קומט מען צוביסלעך צו און מ'איז מפקפק אין שמים, אין די הויה אליינס, רח"ל.

שטעלט זיך די שאלה: איז געדרינגען פון דעם אז "שיריים" איז אזוי חמור ווי שמים אליין? מ'מעג טאקע נישט חוזק מאכן פון שיריים, זאל עס זיין ווער אימער ס'לאזט איבער אין טעלער, צו דער קודש הקדשים פון טאהש אדער דער קל שבקלים פון ספינקא? אדער די פשט איז אז שמים איז פונקט אזוי וויכטיג ווי שיריים, גלייב יא, גלייב נישט, וויאזוי דו ווילסט?

א דריטע מהלך קען זיין, אז אוודאי שמים איז קודש און שיריים איז חול. אבער, אז מ'איז "מפקפק" מ'חוקר'ט, אפילו אין אזעלכע אומוויכטיגע נושאים, איז לא ימלט – אדער עכ"פ זייער שווער – צו זיך אפשטעלן דארט, און סוף סוף וועט נולד ווערן ספיקות בעיקרי הדת.

אויב אזוי, שטעלט זיך די שאלה: קען מען דען הייסן א מענטש "טראכט נישט" "ווייס נישט" "קוק נישט"?

לכן נלע"ד, בזכות אבותי הקודשים, אז אוודאי דארף א מענטש לאזן זיינע מחשבות לויפן. מ'טאר נישט גיין אקעגען די מציאות און די טבע. טראכט, פרעג, קוק, און אזוי ווייטער. אבער פאר די הייבסט אן זאלסטו וויסן אז ווען מ'נעמט די A באן קומט מען אן גלייך צו מאנהעטען, און ווען מ'נעמט די B באן – וואס פארט אויך קיין מאנהעטען, קען מען אבער ארויסגיין איין סטאפ פריער, נאך אין ברוקלין.

ממילא, ווען מ'ווייסט נאך איידער מ'הייבט אן טראכטן, וואו אהין מ'גייט אנקומען, איז נאך גענוג פרי צו SET'ען די מוח אין וועלכע ריכטונג מ'זאל גיין.

דאס קען זיין פשט, "סוף מעשה במחשבה תחילה", פרעגן די מפרשים, פארוואס שטייט נישט "במחשבה תחילה – סוף מעשה", על הסדר? נאר לויט ווי מ'האמיר געזאגט אז נאך איידער מ'הייבט אן טראכטן דארף מען זיך מצייר זיין וואו מ'וויל אנקומען למעשה, וועגן דעם זאגט דער בעל לכה דודי, סוף מעשה – אז דו ווייסט וואו דו ווילסט אנקומען, דעמאלסט, במחשבה תחילה, ערשט דאן קענסט אנהייבן טראכן.

תמצית הדבר, די שאלה איז נישט "מעג איך טראכטן", די שאלה זאל ענדערשט זיין "וואו וויל איך אנקומען?"

אל מסתתר...

מיימון » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 4:54 pm

· #297180
זייער גוט געזאגט @קאווע טרינקער, דער פראבלעם איז אבער אז דער וואס לאזט זיין קאפ פריי טראכטן קען בשום אופן נישט וויסן וואו אהין ער גייט אנקומען, פאקטיש ווען די מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז צום סוף גייען זיי לאכן פונעם רבי'נס שיריים וואלטן זיי אויפגעשפרונגען מיט ציטער, זיי הייבן געווענליך אן ביי ר' צדוק וכדומה טיפערע השקפה אין אידישקייט, צום סוף לערנט מען זאכן וואס מ'האט נישט געלאזט ווי מורה און שער הייחוד מיט'ן געדאנק אז דאס איז דאך פאר טיפע קעפ און איך בענוותנותי קען זיך פאררעכנען פאר אזאנס, ולסוף ווען מ'האלט שוין ביים רבי'נס שיריים שטראמט שוין אן קיין גרעניץ, ער קען שוין נישט קאנטראלירן דעם פלוס, אויב דאס איז נישט אמת קען דאך יענץ אויך נישט זיין אמת און אזוי ווייטער און ווייטער.

וואס איז דאן די עצה? ווער זאגט ס'איז פארהאן א עצה? אבער בעומק הדבר איז די עצה זייער פשוט, די עצה איז אז מ'זאל נאר זאגן טאקע אזעלכע זאכן וואס קענען פארנעמען חקירה, אויב מ'זאגט נאר אמת'ע און איבערצייגנדע זאכן איז נישט דא וואס מורא צו האבן ווייל א טראכטער וועט ממילא איינזען דעם ווארהייט דערפון, אבער אויב איז דאס זאכן וואס יעדער בחור'ל וואס נעמט זיך טראכטן וועט באלד אויפקומען מיט קשיות דעמאלטס שטייט מען זייער שמאל, און די איינציגסטע עצה פאר אזא פאל וועט זיין צו פארמאכן די אינפארמאציע קוועלער און האלטן א שטרענגן אויג אויף די קינדער זיי זאלן נישט האבן קיין צוטריט צו פרעמדע השפעות.

פארוואס? » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 4:55 pm

· #297181
און איך זאג, איינער וואס ווייסט וואו ער גייט אנקומען נאך בעפאר ער טראכט, איז זיין טראכטן נישט מעלה ומוריד, און עס איז ניט קיין חלות פון טראכטן בכלל.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 5:07 pm

· #297183
פארוואס?
און איך זאג, איינער וואס ווייסט וואו ער גייט אנקומען נאך בעפאר ער טראכט, איז זיין טראכטן נישט מעלה ומוריד, און עס איז ניט קיין חלות פון טראכטן בכלל.

שטימט דאך נישט נישט די פסוק?...

ירא שמים » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 5:52 pm

· #297186
וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
איינער וואס הייבט אהן טראכטן און זיין מטרה איז אז זיין שכל וועט מחליט זיין קען ער אנהייבן ביי ר׳ צדוק איז ער אין טראבל , איינער וואס האט שוין ביי זיך קלאר וואס ער האלט און כדי די זאכן קלארער צו מאכן טראכט ער שטייט ער גוט , עכ״פ א מטרה פארן טראכטן דארף זיין וואס דאס וועט פירן דאס טראכטן אויף די ריכטיגע שינעס , ווייל די שכל פון א מענטש איז זייער מוגבל , און טוישט זיך פון איין טאג אויפן צווייטן , און פון איין מענטש צום אנדערן , און זיינע החלטות זענען נישט קיין אבסעלוטע צו שטעלן אויף זיי ,
והנלע״ד כתבתי.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 5:56 pm

· #297187
איך האב געוואלט שרייבן וואס @פארוואס האט געשריבן. עס איז נישט שייך צו טראכטן מיט א גבול. איי פרעגט @קאווע טרינקער, וואס איז מיט די פסוק? בלית ברירה וועט מען מוזן אפלאזן די שאלעשידעס תורה און לערנען פשוט פשט.

@אנאנים האב איך געלייקט פאר די קשיא. דעם תירוץ כאפ איך נישט.

ונעלנ"ד, עס איז דא סיי שיריים און שמים אין וויליאמסבורג, עס איז דא סיי שיריים און סיי שמים אין פארק סלאופ אדער עני אנדערע געגנט אין ברוקלין, און עס איז דא סיי שיריים און סיי שמים אין מאנהעטן אויך. יא! איר האט גוט געהערט. איך קען חברה אין קאלאמביע יוניווערזיטעט וואס לעבן אין שיריים און איך קען אידן וואס זענען חסידישע שוואנצן אבער זיי לעבן אין שמים. איז וואו זאל מען גיין? זאל מען בלייבן אין וויליאמסבורג, די לעצטע סטאפ אין ברוקלין אדער גיין קיין מאנהעטן? דער ענטפער פעלט נישט אויס צו געבן, ווייל א יעדער איינער וועט סייווי אנקומען דארט ווי ער באלאנגט. אויף וועלכע טרעין זאל מען ארויף גיין? זונטאג אויף די A מאנטאג אויף די B דינסטאג מיט די קאר און מיטוואך גיי צופיס. וואס עפעס זאל מען זיך מגביל זיין צו איין וועג?


.

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 7:13 pm

· #297192
ס'שפעט, דער רבי קומט שוין באלד מאכן קולות אויף קאפיטל ק"ז.

אקעי, פיפעל, ליסטען אפ, וואס איז די פלאן? זאל יעדער חכם עתיק/אטיק טוהן וואס זיין שפיציגע איי קיו דיקטירט איהם יענע סעקונדע?

מוז מען דינען דעם שכל פשוט ווייל עפעס א בעסערע גיידליין האבן מיר נישט (אר דאנט ווי)?

ווייסט דאך אז רוב מענטשן האלטן אז זיי זענען קלוגער פון רוב מענטשן...

אין חב"ד איז דא א 'סאם זאפאזשניק' מעשה, א גוי איז ארומגעגאנגען זוכן א קונה פאר א גע'גנב'טע פאר תפילין, טרעפט איהם א איד און פרעגט פון וואו האסטו דאס? זאגט דער גוי: סאם זאפאזשניק - איך בין אליין דער שוסטער...

רוסישער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 7:20 pm

· #297193
רבותיי, צי דען מעג מען טראכטן אויב מ'מעג טראכטן? אפשר וועט ער קומען צו א מסקנה אז מ'מעג, און ער וועט אנהויבן טראכטון רח"ל!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 10:03 pm

· #297195
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
א מענטש וואס שפירט ביי זיך אז זיין לעבען איז נישט אנגעפיהלט, ער לעבט אן צו נוצען זיין דערהויבענע לעכטיגע ברייטע ארגאן - זיין מח, און פון אנערקענען דער קטנות פון שיריים, קעדילעק''ס, פייערדיגע מצוה טענץ און 'אזא געשמאקע קאטשיניו' פרייטיג צו נאכט, איז ער אנגעקומען צו קלערען וועגען זיין גאנץ לעבען, איז טאקע אין געפאר. אבער דער עיקר וואס ער זוכט איז א טיפקייט אין לעבען. ממילא זוכט ער צו פארשטייען, אדער אפפרעגען, די נענסטע זאכען צו איהם. קודם כאסידעס, נאכדעם אידישקייט. און וויבאלד מ'האט א באגרעניצטע מח, און יעצט אין א מצב פון אומצופרידענהייט איז איהם שווער צו זעהן די צדדים קלאר, איז ער אויפ'ן גליטשיגע וועג צו כפירה ועוד.
אבער אפשר האב איך אן עצה, גאר א ליטווישע'ן.
ער זאל זיך נעמען לערנען בעיון. נישט ענדיגען מסכתות, נישט פסקנ'ען שאלות און נישט חקר'ן גירסאות. נאר לערנען און גריבלען אין יעדער סברא, אין יעדער פשט יעדער ראיה און יעדער הנחה. זיין קאפ האט ער דערפילט מיט נאך תורה לעומקה, זיין געוויסען האט ער דערשטילט מיט'ן אריינגייען טיפער אינ'ם יסודות פון לעבען, זיין דארשט האט ער דערקוויקט מיט יעדען נייע דערהער וואס זיין קאפ האט אריינגענומען. און דער עיקר העיקרים, זיין באשעפער האט ער באקרוינט מיט חידושי תורה.
און טאמער זיין ארומלויפען וועט איהם אויסלערנען אז די הלכה איז נישט ווי ער האט געמיינט. נו נו, וואס וועט שוין זיין? ער וועט טוהן מלאכה פאר רבינו תם וכשיטת הגאונים? ער וועט טרינקען מילעך אן א 'חלב ישראל' סטעמפל? ער וועט נישט גייען אין מקוה נאך די מצוה? מ'קען זיך אן עצה געבען מיט דעם אלס. קיין שייגעץ ווערט מען נישט דערפון, און מ'שטייט נאך העכער ווי סיי דער וואס איז אן אפיקורס געווארען פונ'ם זוכען צו טראכטען, און סיי דער וואס שטופט זיך נאך צו כאפען שיריים פונ'ם בשר ודגים וואס זיצט דארט בראש, אפילו מ'ווארט ערליכערהייט ביז צוויי און זיבעציג מינוט נאכ'ן שקיעה.

ירא שמים » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 10:42 pm

· #297205
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
כפארשטיי אז די עולם איז שוין קלאר מיט די אייגענע אמונה די שאלה איז נאר צו דו זאלסט לאזן דיי בחור׳ל טראכטן ווייל אפשר וועט ער פארפארן , האב איך גוט פארשטאנען ?
קאווע טרינקער : איך גיי נישט קיין שווארצע גלעזער וואולסטעך מיט מיר טרעפן ?

דעת תורה » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 10:49 pm

· #297207
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
די ענטפער ליגט לכאורה אין מיין חתימה. דער רמב"ם פסק'נט אז מ'טאר נישט מעלה זיין על הלב א מחשבה וואס קען גורם זיין צו כפירה בה' אדער בתורתו. און אפילו ס'איז שווער, פאר א בעל תאוה איז מסתמא שווערער אדער פונקט אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון אנדערע סארט הרהורים.

(כ'האב נאר איין קושיא אויף דעם רמב"ם, איז דען די גאנצע חקירה און פילאזאפיע, לאמיר זאגן אפילו נאר די קושיות, עכ"פ זענען דאך לכאורה בגדר זה).

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:01 pm

· #297213
ונבנתה העיר
ס'שפעט, דער רבי קומט שוין באלד מאכן קולות אויף קאפיטל ק"ז.

אקעי, פיפעל, ליסטען אפ, וואס איז די פלאן? זאל יעדער חכם עתיק/אטיק טוהן וואס זיין שפיציגע איי קיו דיקטירט איהם יענע סעקונדע?

מוז מען דינען דעם שכל פשוט ווייל עפעס א בעסערע גיידליין האבן מיר נישט (אר דאנט ווי)?

ווייסט דאך אז רוב מענטשן האלטן אז זיי זענען קלוגער פון רוב מענטשן...

אין חב"ד איז דא א 'סאם זאפאזשניק' מעשה, א גוי איז ארומגעגאנגען זוכן א קונה פאר א גע'גנב'טע פאר תפילין, טרעפט איהם א איד און פרעגט פון וואו האסטו דאס? זאגט דער גוי: סאם זאפאזשניק - איך בין אליין דער שוסטער...

ונבנתה העיר: איך ווייס נישט וועגן טראכטן. אבער איך האב געכאפט א לאכן אטאקע פון דעם "סאם זאפאזשניק" וויץ... 😂

מיימון » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:23 pm

· #297219
@ליטוואק פון בודאפעסט אויב ער וועט געוואויר ווערן אז די הלכה איז נישט ווי ער האט געמיינט וועט ער נישט בלויז אנהייבן צו טון א מלאכה פאר רבינו תם, נאר ער וועט אנהייבן טראכטן אז דער וואס האט אים געלערנט אז הלכה כרבינו תם האט אים פארנארט מיט נאך זאכן, ער וועט פארלירן זיין טראסט צו אלץ וואס מ'האט אים אויסגעלערנט און עווענטועל וועט ער אנהייבן צו האבן קשיות אויף דעם וואס מ'האט אין אים איינגעבאקן אז מיר זענען דער עם הנבחר, וכו' וכו', ובכן איז מרן ז''ל גערעכט מיט'ן זאגן מתחיל בשיריים ומסתיים בשמיים, און נישט ווי קאווע טרינקער איז שקיל וטרי בדבריו, נאר כפשוטו, ער פארציילט א ביטערן מציאות, דברים כהוויתן, און ווי רש''י לייגט עס שוין אראפ אין פרשת בחוקותי, לא למד, לא עשה, מואס באחרים העושים, שונא את החכמים, מונע את האחרים, כופר במצות, כופר בעיקר. אדער ווי דעם רמב''ם'ס דעסקריפשאן פון שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ, דאס איז א אומאפשטעלבארער ציקל וואס איינמאל מ'הייבט אן צו נוצן דעם אייגענעם שכל פארלירט מען קאנטראל איבער דעם מוח און מ'קומט אן צו אומפאראויסגעזעענע מסקנות.

וואס איז אלזא יא דער וועג? האב איך שוין געשריבן אויבן, אויב איז מען זיכער אז דאס וואס מיר גלייבן איז פעסט און שטאנדהאפטיג דאן איז נישט דא וואס מורא צו האבן, קיין שום רוחות שבעולם וועלן דאס נישט אוועקרירן, קיינער האט נישט מורא צו חוקר זיין אין היסטארישע באקאנטע פאקטן, עס איז אמת בכל אופן, אבער אויב איז דא א פחד אז מען וועט געוואויר ווערן אז עס טויג נישט דאן זענען מיר סייווי אויף גרויסע צרות און עס וועט נישט העלפן גארנישט נאר זיך צו באגראבן דעם קאפ אין זאמד און שרייען איך ווייס נישט איך בין א נאר און איך גלייב.

דער אמת איז אבער אז עס ווענדט זיך ווער עס פרעגט די שאלה, א יונגערמאן וואס קומט צום מורה דרך פרעגן אויב ער זאל זיך אריינלייגן אין חקירה איז פשוט אז עס איז נישט פאר אים, און ער זאל ענדערש מקיים זיין וואס דער רמב''ם שרייבט פאר'ן המון העם וטוב לו, ווידער דער וואס האט שוין מקיים געווען הציץ ונפגע האלט דאך אז ער ווייסט דעם אמת, דער פראבלעם איז אפשר פאר איינער וואס האט נאר געקוקט דא און דארט מיט'ן ריינעם ציל צו געוואויר ווערן דעם אמת'ן דעת תורה, און אזוי שפאצירנדיג האט ער בטעות באמערקט פארשידנס וואס איז אים מבלבל, ער קען קומען וויינען אז וואס טוט מען יעצט, אבער כאמור איז נישט פארהאן קיין פשוט'ע עצה, אפשר קען מען גיין צו אש התורה...

---
דער עולם האקט

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:30 pm

· #297220
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
וואו!
איך האב געמיינט צו זאגען אז וואס ס'נויגט אויפ'ן אמת איז אז זיין קאפ שטימט נישט מיט וואס ער טוט. נישט דער ספעציפישע שאלה נויגט איהם, נאר דער כלליות פון לאזען זיין קאפ ליידיג. דעריבער טאמער ער נוצט עס אן צו פארקריכען, נישט מיט'ן 'לערנען רצופות' נאר מיט'ן טראכטען טיף, קען ער פיהלען אז זיין קאפ איז אין קראפט אן צו דארפען אונטערגראבען זיין לעבען.

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:32 pm

· #297221
מיימון
דער פראבלעם איז אפשר פאר איינער וואס האט נאר געקוקט דא און דארט מיט'ן ריינעם ציל צו געוואויר ווערן דעם אמת'ן דעת תורה, און אזוי שפאצירנדיג האט ער בטעות באמערקט פארשידנס וואס איז אים מבלבל, ער קען קומען וויינען אז וואס טוט מען יעצט, אבער כאמור איז נישט פארהאן קיין פשוט'ע עצה, אפשר קען מען גיין צו אש התורה...

פאר אזא אינגערמאן איז דא א פשוטע עצה פון רבי רבי רבי אלימלך, ווי נאר די מחשבות פאנגן אן מבלבל זיין זאגט מען הכנעני החתי אמורי והפרזי וכו' און אלעס פליט אוועק. אויב עס ארבעט נישט איז פשט אז דער אינגערמאן איז מפקפק אויף אין דעם עצם סגולה ברויך ער זאגן אויף דעם אליין הכנעני החתי והאמורי הפרזי וכו'.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:57 pm

· #297233
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
נאך איין מאל פראבירען ארויסצוברענגען מיין נקודה.
איך האב שוין געשריבען ערגעץ דא. איך האב באקומען אין אישי אמאל פון איינער וואס האלט ביים אפלאזען זיין משפחה מחמת קשיא'ס אין אמונה און ער האט געבעטען מייל הילף צו איך קען איהם ענטפערען זיין קשיא'ס (נאכ'ן זעהן אז איך האב געשריבען אינ'ם אשכול וועגען הרב גדליה נדל זצ''ל). איך האב מורא געהאט זיך אריינצולאזען און איך האב געפרעגט מיין רבי'ן. ווי ער הערט דער שאלה נעמט ער זיך דרשנ'ען 'דער יונגערמאן האט זיכער געלערנט אין א גרויסע ישיבה ווי קיינער האט איהם נישט אנגעקוקט, קיינער האט זיך נישט געקימער'ט מיט איהם און זיין לעבען. דעריבער רעדט ער זיך איין ער האט קשיא'ס. ער איז אומבאקוועם פון א געזעלשאפט וואס האט איהם דערדרוקט. שרייב צו איהם אין לערנען, ווייז איהם אז זיין דעה איז יא וויכטיג, אז ער איז אויך א מענטש, ווערט פארשוואונדען די אלע קשיא'ס'. למעשה איז יענער אנטלאפען אבער די ווערטער האבען ביי מיר גע'עפענט א וועג פון טראכטען.
דער מענטש ארט נישט צו ס'איז דא א גאט, צו וואס דער רמב''ם צו רש''י האלטען פון התגשמות. איהם ארט אז זיין קאפ זאל ווערען גערעכענט און געשעצט ביי זיך, איהם פעלט אז ער פיהלט זיך ליידיג ווייל ער טראכט נישט מיט די זעלבע כח וואס האבען א קאפ פארלאנגט.
דעריבער איז לערנען בעיון אן עצה.

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:00 am

· #297252
לכאורה איז א גוטע מהלך דאס וואס מען האט שוין אויפגעברענגט אביסל ברמז און איך וועל דאס בעסער מגדיר זיין, אז מען דארף געדענקען אז מען טאר נישט פארגעטערן דעם מוח, ס'הייסט דער מוח קען נישט און וועט בשום אופן קיינמאל נישט האבן קיין ענטפער אויף אלע קשיות, ערגעץ וועסטו בלייבן סטאק ווייל עפטער אלל איז די מוח אויך נאר א נברא, איינמאל די יסוד איז שוין קבוע וקיימא איז שוין גרינגער די גאנצע נושא ווייל אפילו אויב ער וועט ערגעץ ווערן סטאק, וועט ער וויסן אז עס מיינט נישט אז עס איז נישטא, נאר אז די כלי וואס הייסט מוח קען דאס נישט פארשטיין.

און לקינוח סעודה איז אינטרעסאנט צו צוברענגען דא דער פנים יפות וואס איך האב שוין איינמאל געברענגט ווי ער זאגט

געוואלדיג

פנים יפות פרשת ואתחנן
ראה למדתי אתכם וגו׳ נראה לפרש ענין סדר הפרשה, עם"י מ"ש לפי׳ הפסוק מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפטיו לישראל לא עשה כן לכל גוי וגו׳ ענינו כי הש״י רוה לזכות את ישראל ולהתחזק באמונה שלימה לסור מהם כל הספקות והקושיות לפי מדריגות השכל האיש הישראלי ואם ימצא חן בעיני הש"י להעלותו בשכל במעלות החכמ׳ ימציאהו קושיות כדי לזכות בחכמ׳ בינה יתירה וידוע כי חק הוא דבר שהאומות משיבין עליהם ומשפט הוא דבר המובן בטעמו היטב וידוע כי יעקב הוא עם ה׳ שלא השיגו מעלת החכמה ושם ישראל הוא מורה על חכמי ישראל והיינו דבריו ליעקב שהוא ל׳ הגדה ויצלהו לבלתי הבין הקושיות שיפלו בו אבל לחכמי׳ מודיע הקושית שהם החוקים שמתוך כך יזכו להתאמץ לחשוב ולעיין בו ויודיעם השכל העליון וז״ש חוקיו ומשפטיו לישראל וזהו באהבת עמו אבל באומות כתיב פן תשא עיניך וגו' אשר חלק ה׳ אלוקיך לכל העמים ואחז"ל כדי להטעותם ע״כ ימציא אותם קושי׳ שהם החוקי׳ אבל המשפטים שהם השכל העליון להבין ולהשכיל ליישב הקושי׳ על מכונו היאמתים בל ידעום והיינו כדי להטעותם:

א נחמה פאר אלע וואס מוטשען זיך מיט קשיות, השי"ת האט ענק ליב און וויל ענק דעהייבן

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:20 am

· #297256
צו טראכטן איז גוט?
ווענדט זיך וואו און ווען!

דוגמא:
כ'האב עס שוין אסאך נאך שטודירט אז די מענטשן וואס טראכטן אסאך נעמען ווייניגער עקשין תורה'דיג אין אלגעמיין.
א מענטש וואס טראכט נישט וועט שנעלער אויפהייבן א טעלעפאון און רופען איינעם, סיי אין ביזנעס אדער סתם א טובה,
א דורכגעטראכטער וועט 7 מאל אדורכטראכטן פאר ער שרייבט עפעס אדער ער גייט רופען איינעם.

איז טראכטן ווייזט אויף שכל, אבער נישט אייביג א מעלה.

למשל אויב איז ער א סעילסמאן קומט איהם אן אסאך גרינגער נישט טראכטענדיג, ער טוט למעשה די זעלבע ביי אידישקייט.
די טראכט ער טראכט 2 3 מאל פארדעם, אין ווייטער אויב דורך טראכטן ברענגט איהם עס השקפה קשיות וועט ער אדורכטראכטן און אויסארבעטן א תירוץ

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 6:18 am

· #297267
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
יענער איז אנטלאפען איידער מ'האט געשמועסט ערנסט.
אז דו מיינסט ישכר כ''ץ (כפי תקנת השטיבל דארף ער א ראביי?) איז דער געלונגענער, גלייב איך פון זיין שרייבאכץ אז עפעס מענטשליך האט איהם יא געפעלט. פון לערנען חב''ד אינ'ם גרויסע סאטמארער ישיבה הייבט זיך עס אן. אנדערע דארפען מער אטענטשע''ן ווי א צווייטען און אין א ישיבה וואס איז געצילט פאר'ן תלמיד קען מען עס באמערקען און עפעס טוהן דערוועגען.
דער שכל קען אנערקענען איהר באגרעניצונגען און וויסען במופלא ממך וכו'. נאר איינער וואס האט נישט דער מענטשליכע בסיס צו בלייבען באקוועם אין זיין אמונה וועט פון קשיא'ס וועלען אלס אוועקווארפען. מיר שמעקט עס אזוי קלאר אויף שלום דין, זע'עדיג זיין לעכערליכע 'קשיא'ס' און אזוי אויך אויף אונזער שבת אחים.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:43 am

· #297299
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער אפשר האב איך אן עצה, גאר א ליטווישע'ן.
ער זאל זיך נעמען לערנען בעיון. נישט ענדיגען מסכתות, נישט פסקנ'ען שאלות און נישט חקר'ן גירסאות. נאר לערנען און גריבלען אין יעדער סברא, אין יעדער פשט יעדער ראיה און יעדער הנחה. זיין קאפ האט ער דערפילט מיט נאך תורה לעומקה, זיין געוויסען האט ער דערשטילט מיט'ן אריינגייען טיפער אינ'ם יסודות פון לעבען, זיין דארשט האט ער דערקוויקט מיט יעדען נייע דערהער וואס זיין קאפ האט אריינגענומען. און דער עיקר העיקרים, זיין באשעפער האט ער באקרוינט מיט חידושי תורה.

איך האב נעכטן געלייענט דעם תגובה און עס אפילו געלייקט, און נאכדעם געזען ווי דער עולם ווערט בייז און פארשטייט נישט,
איז לאמיך מסביר זיין וואס איך האב ארויסגענומען פון דעם תגובה און וועלכע חלק איך טראכט אז ס'מאכט סענס,

יעדער מענטש האט געוויסע תחומים אין לעבן וואס דאס אינטרעסירט אים. און אין אלגעמיין דארט וועט זיין קאפ ליגן, פון דעם וועט ער טראכטן א גאנצן טאג.
דער סייענטיסט ליגט אין זיין פעלד, דער ביזנעסמאן אין זיינס; דער דשורנאליסט אין די נייעס, דער חסידישער יונגערמאן פילעוועט אין א תפארת שלמה, און דער למדן אין א פני יהושע אדער ר' עקיבא איגר.

דאס איז יעדער מודה, אז א מענטש וואס האט צופיל איבריג צייט צו טראכטן, טויג נישט. ער קען טראכטן צופיל און צו ווייט און אנקומען ווי מען דארף נישט.
איז די פשוט'ע אלטע עצה (ער רופט עס ליטוויש, אבער ס'לאו דוקא), דער רמב"ם ברענגט שוין אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה,
ווייל אז א מענטש ליגט אין לערנען בעיון, און זיין מחשבה איז פארנומען צו פארענטפערן קושיות און סברות ראשונים ואחרונים, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף, אויטאמאטיש איז דער מענטש ארומגענומען מיט מחשבות פון תורה, ער האט א סיפוק רוחני, און ער איז נישט פארנומען מיט פרעגן קשיות און "טראכטן", הגם מ'קען זאגן אז דער רצון ה' איז דייקא מען זאל יא טראכטן און נישט סתם לערנען תורה לשם מניעת הגיון, איז אבער די עצה פארט א גוטער מיטל פאר אסאך טראכטערס זיך צו קענען מתגבר זיין אויף זייערע געוויסנביסן.

אזוי האב איך פארשטאנען, און אויב בין איך זיך טועה קען מען מיר אויפקלערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:14 pm

· #297303
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
זאגסט גוט, נאר קרעדיט דערצו קען איך נישט נעמען. מיין שרייבאכץ איז מער פסיכאלאגיש און דיינס איז מער רוחניות'דיג, אבער דא טרעפען זיי זיך אינאיינעם.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 23, 2015 6:18 pm

· #297362
דער וואס לאזט זיך ארויס טראכטן בשעת ער ווייסט וואס זיין ציל איז און וואו ער וויל אנקומען מיטן טראכטן, קומט מיר פאר ווי איינער וואס לאזט זיך ארויס זוכן א ווייב, אבער ווייסט גענוי מיט וועם ער וויל חתונה האבן. דאס איז נישט געטראכט, און נישט געזוכט, דאס איז זיך אויסגעשלאסן פון אלע אנדערע מהלכים\פרויען, ביים פראבירן משיג צו זיין איין געוויסע מהלך\פרוי.

די טענה אז אויב הויבט מען אן לאכן פונעם שריים, קען מען אנקומען צו לאכן פון שמיים, איז א טיפיקעל "סליפערי סלאופ" ארגומענט. כ'האב געהאט א משגיח אין ישיבה וואס האט געזאגט אז א בחור וואס גייט שווימען זעט ער נישט וויאזוי זיינע אייניקלעך וועלן בכלל זיין אידן. לכאורה וואלט איך זיך געדארפט צוריק האלטן פון גיין שווימען אויך, פונקט ווי זיך צוריק האלטן פון אפלאכן דאס עסן איבערגעבליבענע קוגל פון א גראבן פאץ'ס טעלער.

דאס אמונה וואס מאנכע מאמינים האבן אז טראכטן צו סאך קען גורם זיין כפירה איז אליינס א שטיקל כפירה. ס'הייסט אז טראכטן לאגיש = כפירה, קומט אויס אז אמונה = טראכטן אומלאגיש, אדער נישט טראכטן בכלל. מיר גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן בשר ודם, נישט פאר מלאכי השרת, קומט אויס אז מיט אונזער לאגיק, מענטשליכע לאגיק, אויב טראכט מען עד הסוף, מוז מען אנקעומען צום ריכטיגן אמונה. ודרשת וחקרת היטב קען נישט מיינען אז דיין לאגיק ארבעט אנדערש ווי די תורה'ס לאגיק, ממילא קען נישט זיין קיין סכנה פון עכטע ערענסטע טראכטן. כנלע"ד.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:37 pm

· #297388
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
דער אשכול האט אנגעהויבען ביי א מענטש וואס הייבט אן. ער ווייסט נישט וואס אבער עפעס וועגען 'שיריים' שטערט איהם. ער וויל אריינטראכטען, קומט א קלוגער מענטש איהם אנטקעגען און זאגט איהם 'היט זיך! דו גליטשסט יעצט ביז צו שלום דין!' שטעלט זיך די פראגע - וואס זאל ער טוהן? ווי קען מען אזא מענטש העלפען?
אויף דעם האב איך און שמעקעדיג גע'ענטפערט. נאך דעם וואס ער איז שוין אריין אין קשיא'ס, און נישט פון חכמה נאר פון ווייטאג, איז עס אן אנדערע מציאות. מיין רבי זז''ג האלט נאך היינט אז לערנען און מאכען באקוועם אין לערנען איז דער איינציגסטע וועג. אפשר וועט עס העלפען, אפשר נישט. אבער אין אנהייב, דוכט זיך, איז דאס א וועג ארומצודרייען די פראבלעם און אויפבויען א מענטש. טאמער צום סוף קומט ער אן אין חקירה, איז עס עכ''פ נישט פון ווייטאג

אחד העם » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:19 am

· #314216
סקען זיין, אז חברים דא האבן שוין אנגעמערקט וואס איך גיי זאגען, כ'גיי אבער נישט מדייק זיין, טעגן און לינקען, איך בין שוואך, כהאב נישט די כוחות פאר דעם.
איינמאל איינס איז, אז דער גאנצער פזמון איז א פארדרוסליכער טעות, און עס איז גאר פונקט פארקערט "מתחיל בשמים ומסתיים בשיריים".
אקעי, איך האב שוין פארדרייט די יוצרות און וואס איז יעצט?
די ערשטע הנחה, איז קבוע כמסמרים, אז מחשבה וחכמה בכדי להגיע לידי מעשה איז קיין מחשבה נישט. אויב איינער וויל טראכטען כדי צוקומען צו א געוויסע סטאטוס, א געוויסע מהלך מעשי, איז גוט אין גיהינום.
מען דארף קענען אנקומען לידי מעשה, אפילו די מח איז נאך לער, אדער בלייבען אפילו די מח ווירבעלט ווילד. או.טו.די. דארף מען קענען גיין אפילו מען קען נישט גארנישט, און מען האט נישט קיין פראג. און מען דארף קענען בלייבען און די סירקעלס, אפילו ווען מען איז שוין אנגעפיקעוועט.
דאס אז א או.טו.די. דארף זיך אפיציעל ערקלערן אז פון די פעמפערס האט ער שוין געהאט פראגען און שאלות אויף נהמי דכסיפין, און אז ער האט שוין פוגם געווען מרחם אימו, איז א טעות. און דאס אז איינער בלייבט גלויביג, און אין די מצב וואס ער איז, מוז בעל כרחך זיין איינער וואס זיין מח איז אים לער, איז א טעות. בא מישהו ובילבל את הכל.
מען קען זיך דערקלרען או.טו.די. סתם ווייל סשמעקט מיר, עס ציעט מיר אן קיין באזונדערע אינטלעקטולע רעכענונגען. און מען קען בלייבען גלויביג, אויך אן קיין אינטלעקטולע רעכענונגען. אויפגעהערט מיט דאס דן זיין אויפן חיצוניות'דיגען חלק המעשי און סטאטוס וואס א מענטש גיבט זיך ארויס.
איך קען יידן מיט נאסע מקווה פיאות, וואס קענען זיצן שבת צופרי מיט צועפנטע ספרי מחשבה, מיט פארגלאצטע אויגען צום הימל, און זייערע מחשבות פירט זיי עד הסוף. און איך קען יידן וואס קענען זיצן שבת צופרי מיט צועפנטע לעפטאפס און טוויטען, אן קיין זיז כלשהו פון אינטלעקטואליזם.
וואס זאל איך זאגען, אז די פוילישע מהלך, און נקודת מבט אויף פסוקי התורה, האבן מיר נישט געברענגט מחשבות פון בקורת המקרא? סהאט מיר יא!
וואס זאל איך זאגען, אז אחד העם'ס שטיקל אויף משה האט מיר נישט געברענגט צו א געוויסע אמונה אין משה, מער וואס די גלויביגע האבן? סהאט יא!
וואס זאל איך זאגען, אז ווען איך זיץ איבער צועפנטע ספרי התלמוד והלכה, איז דער פיוט המתמיד פון ביאליק'ן צינד מיר נישט אן די פייער פון התמדה און אהבת התורה, מער ווי עפעס א ישיביש ווערטל פון ווייסעכוועם? סטוט יא!
וואס זאל איך זאגען, א גוט שטיקל פראגע אויף חז"ל פינעם חזון איש, האבן נישט מינעמזירט ביי מיר די אמונה אין חז"ל? סהאט יא!
וואס זאל איך זאגען, האט נישט די רמב"ם [ יעצט מיט א ציטערדיגען טאן פון א מוסר'ניק ] צו ווארפען אלע נאעיווע יסודות אין מיר? סהאט יא!
נאר וואס דען, אמונה מעשי, איז אין מיינע אויגען א שפיל, גוט פאר דראמאטאציע, און געטליכע עקספריענס.
איך האב ביי מיר אין דרעפטס אפגעשריבען גאנצע מגילות און פאעזיעס איבער די נקודה וואס איך גיי יעצט אנרירען.
מיין תאווה איז צו לעבן א צופליקט לעבן, א צוריסען הארץ. איך אינדענטפציר זיך מיטן קאצק'ער, א פיס אין גנזי מרומים, א פיס אין מבואות האפילות, אבער ווייטער נישט באופן מעשי. מיין שפיגל איז די שקיעה. מיינע העלדן זענען די וואס האבן קיינמאל געלעבט א חיים טובים און געווען צופרידען מיט זייער סטאטוס. אינעם זעלבן ווינקל וואו חיים גראדע מיט ביאליק זיצן אין מיר, טאקע דארט, ווילדעוועט דער קאצקער, און דער איזשביצער גלעט. ביי מיר האט דאס לעבן א פראדאקסאלער פאעטישער משמעות. יא איך וויין פון א שטיקל ביאליק, און איך וויין פון א שטיקל ליקוטי תורה איבער מלכות אלוקי. און איך וועל און איך וויל נישט זיך אוועק שטעלן און זיך מסדר זיין, זיך דערקלערן, זיך אינדענטיפעצירן. איך וועל און איך וויל אלעמאל בלייבען א פארהוילענער גייסט, מיך אליינס נישט קענען משיג זיין.
און דער שאלה אין דער ווירקליכקייט איז, וואו קומט מען אן מיטן טראכטען הויעך...

אחד העם » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:21 am

· #314218
ס'שימעלט מיר שוין אין דרעפט שוין ווייסעך ווי לאנג, איך ווייס נישט פונקט פארוואס.
שוין צייט פאר א שטיקל דרעפט קלין אופ.

אחד העם » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 5:34 pm

· #314332
שש, די וויכוח מיט'ן רש"ב גייט נאך אן, סאיז נאר געווארן העכער פון אותיות...
די מושג גייט זייער ווייט און טיף, אסאך פראגען און פראבלעמען ווערן געלעזט מיט דעם.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 3:14 pm

· #439298
A person who thinks all the time
Has nothing to think about except thoughts
So... he loses touch with reality
And lives in a world of illusions

Alan Watts

<a class="postlink" href="https://youtu.be/gbngLDPSaDw">https://youtu.be/gbngLDPSaDw</a>

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 2:57 pm

· #439336
“What is most thought-provoking in these thought-provoking times, is that we are still not thinking”.

“He who thinks great thoughts, often makes great errors.”

Martin Heidegger

(וראויין הדברים...)

מי אני » מיטוואך יאנואר 22, 2020 2:47 pm

· #441909
איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):

‏
Rene Descartes walks into a bar and orders a drink. When he finishes his drink, the bartender asks him if he would like another. Descartes replies, “No, I think not,” and ceases to exist and disappears
.

די וויץ קען אויך האבן א טיפערן באדייט און ארויסברענגען אז אויב מען טראכט נישט [בעניני סאבסטאנץ ושכליות] עקזיסטירט מען נישט [מיינענדיג אז די אינדיווידואל׳ס עקזיסטענץ האט נישט קיין ווערט] (הגם אז פארשטייט זיך אז דאס ליגט נישט ממש אין דעקארט׳ס קאדזשיטו הוכחה כמובן).

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 22, 2020 4:51 pm

· #441912
מי אני
איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):

‏
Rene Descartes walks into a bar and orders a drink. When he finishes his drink, the bartender asks him if he would like another. Descartes replies, “No, I think not,” and ceases to exist and disappears
.

די וויץ קען אויך האבן א טיפערן באדייט און ארויסברענגען אז אויב מען טראכט נישט [בעניני סאבסטאנץ ושכליות] עקזיסטירט מען נישט [מיינענדיג אז די אינדיווידואל׳ס עקזיסטענץ האט נישט קיין ווערט] (הגם אז פארשטייט זיך אז דאס ליגט נישט ממש אין דעקארט׳ס קאדזשיטו הוכחה כמובן).


LOL

די טיעפערן פשט וואס דו ברענגסט אראפ איז אסאך מעהר ווערט ווי די וויץ...

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 10:27 am

· #455995
מי אני
איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):

‏
Rene Descartes walks into a bar and orders a drink. When he finishes his drink, the bartender asks him if he would like another. Descartes replies, “No, I think not,” and ceases to exist and disappears
.

דאס גייט שוין ממש צוזאמען מיט׳ן wordplay פון:
I drink therefore I am
‏
😃

מי אני » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 4:10 pm

· #460566
📎 Hanna Arendt.png
במשנתה של דר. חנה ארענדט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 12:54 am

· #462200
"ראיתי האיש ההמוני, אשר פילוסופיאה לא ידע, וחכמת ההגיון לא הכיר, יצילהו השכל הטבעי מכמה שבושים שיכשל בם הפילוסוף. ועל הכל הנה זה יתרון גדול שמצאתי לאיש ההמוני על האיש אשר התפלסף, כי הוא מכיר בעצמו שלא ידע, והאחר חושב שידע מה שלא ידע, וברוב דברים יבלבל את שומעיו ויאחוז את עיניהם עד שיחשבו כי אין דבר נעלם ממנו, ופעמים רבות ברבוי דבריו לא אמר כלום." - שד"ל

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 2:19 am

· #462205
לעצם הענין, די פראבלעם פונעם פותח האשכול האט לאו דוקא מיט טראכטן, א טראכטער שטויסט זיך אן אין פראבלעמען ביים טראכטן, א פראקטישער מענטש שטויסט זיך אן אין פראבלעמען ביים זיין פראקטיש. כלפי מה דברים אמורים, מיין שוועסטער זאגט מיר אמאל אז זי האט קשיות אויף אידישקייט, און איך וואונדער מיך וואסערע קשיות קען זי שוין האבן, זאגט זי מיר "פארוואס טאר איך נישט דרייוון?" וואס זאל איך איר ענטפערן, אז זי מעג יא? דאס ווייסט זי אויך, און ס'שטעלט זיך באמת נישט אפ ביים דרייוון. אז איך שטיי אויף איין טאג שפעט, פארוואס אין דער וועלט זאל איך גיין דאווענען שחרית און פון דארט לויפן צום ארבעט און לעבן אויף דשאנק אגאנצן טאג ווען איך קען עסן פרישטאג ווי א נארמאלער מענטש? ווייל אפאר רבנים האבן אזוי אפגעמאכט פאר אפאר טויזנט יאר צוריק? דער באשעפער האט קיינמאל נישט געהייסן פאלגן חז"ל, די פסוק וואס די גמרא נוצט איז נאר אן אסמכתא, און אפילו אנדעם קען איך דיר ברענגען פינעף היתרים נישט צו דאווענען. איך פאר אמאל אויפ'ן וועג און איך שטעל מיך אפ אין א געז סטעישן קויפן עפעס איבערצובייסן, פארוואס זאל איך מיר ברעכן די ציין אויף טרוקענע קרעקערס וואס גייט מיר נאר מאכן מער הונגעריג ווען איך קען קויפן א טשיז סנעק מיט אן OUd? סתם זיך פייניגן ווייל סאכדעס לאזט נישט? און אייגענטליך, פארוואס זאל איך נישט קויפן אן אייזקריעם אן א הכשר בכלל נאכ'ן זיכער מאכן אז ס'האט נישט קיין חזיר פעטן? און מ'קען דאס נעמען ווייטער און ווייטער ביז מ'זעהט שוין אויס ערגער ווי די רעפארמער, זה מתחיל בשיריים ומסתיים בשמים. מ'דארף נישט זיין קיין מורא'דיגע אפיקורוס און פילאזאף זיך אנצושטויסן אין פראבלעמען, אויפהערן טראכטן וועט אונז נישט צופיל העלפן, איז וואס איז יא די עצה? אזויווי מיימון זאגט, ס'איז טאקע נישט דא קיין עצה, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה בעד השם...

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:01 pm

· #464450
📎 Erasmus.jpg במשנתו של עראסמוס.

*** 📎 Nietzche.jpg

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 5:42 pm

· #464821
מי אני
📎 Hanna Arendt.png
במשנתה של דר. חנה ארענדט.

📎 Nolan Gertz.jpg אין די ווערטער פון דר. נאלען גערץ.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 11:36 am

· #480331
Only those are happy who never think or, rather, who only think about life's bare necessities, and to think about such things means not to think at all. True thinking resembles a demon who muddies the spring of life or a sickness which corrupts its roots. To think all the time, to raise questions, to doubt your own destiny, to feel the weariness of living, to be worn out to the point of exhaustion by thoughts and life, to leave behind you, as symbols of your life's drama, a trail of smoke and blood — all this means you are so unhappy that reflection and thinking appear as a curse causing a violent revulsion in you

Knowledge is the plague of life


Emil Cioran

ויוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א חי).

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/270">viewtopic.php?f=13&t=270</a><!-- l -->

מי אני » דינסטאג יוני 14, 2022 10:17 pm

· #502188
📎 36CEBDC4-3979-4E35-91BD-E31BE2E6582E.jpeg פּיִער בּעיל.

פרנס החודש » מיטוואך יוני 15, 2022 11:10 am

· #502241
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
ליטוואק פון בודאפעסט
א מענטש וואס שפירט ביי זיך אז זיין לעבען איז נישט אנגעפיהלט, ער לעבט אן צו נוצען זיין דערהויבענע לעכטיגע ברייטע ארגאן - זיין מח, און פון אנערקענען דער קטנות פון שיריים, קעדילעק''ס, פייערדיגע מצוה טענץ און 'אזא געשמאקע קאטשיניו' פרייטיג צו נאכט, איז ער אנגעקומען צו קלערען וועגען זיין גאנץ לעבען, איז טאקע אין געפאר. אבער דער עיקר וואס ער זוכט איז א טיפקייט אין לעבען. ממילא זוכט ער צו פארשטייען, אדער אפפרעגען, די נענסטע זאכען צו איהם. קודם כאסידעס, נאכדעם אידישקייט. און וויבאלד מ'האט א באגרעניצטע מח, און יעצט אין א מצב פון אומצופרידענהייט איז איהם שווער צו זעהן די צדדים קלאר, איז ער אויפ'ן גליטשיגע וועג צו כפירה ועוד.
אבער אפשר האב איך אן עצה, גאר א ליטווישע'ן.
ער זאל זיך נעמען לערנען בעיון. נישט ענדיגען מסכתות, נישט פסקנ'ען שאלות און נישט חקר'ן גירסאות. נאר לערנען און גריבלען אין יעדער סברא, אין יעדער פשט יעדער ראיה און יעדער הנחה. זיין קאפ האט ער דערפילט מיט נאך תורה לעומקה, זיין געוויסען האט ער דערשטילט מיט'ן אריינגייען טיפער אינ'ם יסודות פון לעבען, זיין דארשט האט ער דערקוויקט מיט יעדען נייע דערהער וואס זיין קאפ האט אריינגענומען. און דער עיקר העיקרים, זיין באשעפער האט ער באקרוינט מיט חידושי תורה.
און טאמער זיין ארומלויפען וועט איהם אויסלערנען אז די הלכה איז נישט ווי ער האט געמיינט. נו נו, וואס וועט שוין זיין? ער וועט טוהן מלאכה פאר רבינו תם וכשיטת הגאונים? ער וועט טרינקען מילעך אן א 'חלב ישראל' סטעמפל? ער וועט נישט גייען אין מקוה נאך די מצוה? מ'קען זיך אן עצה געבען מיט דעם אלס. קיין שייגעץ ווערט מען נישט דערפון, און מ'שטייט נאך העכער ווי סיי דער וואס איז אן אפיקורס געווארען פונ'ם זוכען צו טראכטען, און סיי דער וואס שטופט זיך נאך צו כאפען שיריים פונ'ם בשר ודגים וואס זיצט דארט בראש, אפילו מ'ווארט ערליכערהייט ביז צוויי און זיבעציג מינוט נאכ'ן שקיעה.
איך בין געראדע פארדארבן געווארן דורך לערנען בעיון אין א ליטווישע ישיבה, עס האט נישט גענומען לאנג פאר מיר איינצוזען אז די ראשונים טוען מיט די גמרות ככל העולה על רוחם, און די זעלבע די גמרא מיט די משניות.

מי אני » זונטאג יוני 26, 2022 5:15 pm

· #503025
דר. קארלאָס פרענקעל שרייבט במשנתו של אבן רשד:
What Averroes means is that if the beliefs based on the literal sense of the divine Law are taken away from non-philosophers, they risk falling into nihilism given that they lack the required intellectual abilities for understanding the allegorical sense. As a consequence they will not follow the guidance of the lawgiver on account of the literal sense, because the literal sense has lost its authority for them, nor will they follow it on account of the allegorical sense, which they do not understand. They lose, for instance, their belief in God as a king who enjoins virtue and prohibits vice. At the same time, they are unable to understand the notion of a first cause and how it relates to a virtuous life. Hence they lose both their belief in God and their belief in the value of a virtuous life. Again and again, Averroes stresses that the allegorical sense of the divine Law is not to be made public

For taken literally, the representations are pedagogically and politically useful but not true; allegorically, on the other hand, they are true but not pedagogically and politically useful
משא"כ דער רמב"ם האט געהאלטן:
Whereas for Averroes the true doctrines constituting the allegorical content of scripture must remain the exclusive domain of the philosophers, who have the intellectual capacity to understand them, for Maimonides they can and must be made at least partly accessible to non-philosophers as well: through religious legislation and allegorical interpretation. Maimonides seems to have thought that all members of the religious community can be habituated to true opinions – the doctrine of God’s incorporeality for instance – by means of religious legislation
ער זאגט אז דער רמב"ם איז באאיינפלוסט געווארן אין דעם פון די אַלמאָהאַדס.

ועיין באשכול זו.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 9:35 am

· #505555
דר. סילוויִאַ בּערטי שרייבט במשנתו פונעם אידישער היסטאריקער דר. אַרנאַלדאָ מאַמיגליִאַנאָ, איבער וואס ער האט געשריבן פון א היסטארישן פּערספּעקטיוו, לגבי וואס יהדות בזמן בית שני ולאחריו האט ״גענאַשׁט״ פון תרבות היוני:
it is equally true that the debt toward the Greek concept of paideia helped to form the Jewish ideal of a life dedicated to study and focused on the teacher-student relationship. As he wrote in a significant passage, part of Jewish intellectualism derived from the close interrelation of piety and study. Thus while in the Athenian and Roman models, "thinking about religion usually made people less religious, among Jews the more you thought about religion the more religious you became."

מי אני » זונטאג אוגוסט 28, 2022 12:23 am

· #507461
מי אני
איך האב געזעהן א וויץ אין דעם ענין פון דעקארט׳ס קאדזשיטו וואס קען פועל זיין ארויסצוברענגען אן ענין ווי דאס היפך פון דעקארט׳ס הוכחה ברענגט, והיינו (איך גיי עס אראפברענגען אין ענגליש):

‏Rene Descartes walks into a bar and orders a drink. When he finishes his drink, the bartender asks him if he would like another. Descartes replies, “No, I think not,” and ceases to exist and disappears.

די וויץ קען אויך האבן א טיפערן באדייט און ארויסברענגען אז אויב מען טראכט נישט [בעניני סאבסטאנץ ושכליות] עקזיסטירט מען נישט [מיינענדיג אז די אינדיווידואל׳ס עקזיסטענץ האט נישט קיין ווערט] (הגם אז פארשטייט זיך אז דאס ליגט נישט ממש אין דעקארט׳ס קאדזשיטו הוכחה כמובן).
דר. ראבּערט נאָזיק האט טאקע גע'טענה'ט, לגבי קירקעגארד'ס קשיא אויף דעקארט, אז וואס דעקארט מיינט איז אז טאקע דאס עצם געדאנק פון טראכטן אט דאס ברענגט בשעת'ן טראכטן דעם "איך" און דעם קאנשעסנעס; עס איז נישט דייקא להוכיח אויף עפעס אן "איך" וואס איז דא מעיקרא אויף וואס דאס איז חל.

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 28, 2022 11:50 am

· #507481
Re: וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?
איך, נאך איין טרונק, אפילו אויב איך דארף יא נאכאיינס, הער איך אויף 'טראכטן'..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מי אני » מיטוואך מערץ 22, 2023 12:40 pm

· #519318
‏דא מאכט דר. סלאַוואָ זשיזשעק אוועק דעם געדאנק פון חכמה, און ווי אלעס קען מען דערנאך פארטיידיגן עפ״י חכמה. (וידועים דברי עפּיקטיִטוס…)

מי אני » פרייטאג מאי 19, 2023 9:43 am

· #525283
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וואס דער ענגלישער פילאזאף בּערנארד וויליאמס האט געשריבן איבער דעם אז מענטשן קוקן אראפ אויף, און אפילו האַסן, פילאזאפיע:
Few people, after all, think about philosophers much, and some of those who do may well regard them with a mildly bemused respect. But the subject does collect a familiar style of complaint: that philosophy gets no answers, or no answers to any question that any grown-up person would worry about, or no answer which would be worth worrying about, even if the question were

The most radical form of the complaint against philosophy is that it is as such irredeemably useless: that all of it is empty, pointless, word-spinning which wastes time and distracts people from worthwhile work. This style of objection came, once upon a time, from certain religious outlooks: Tertullian, for example, said that he agreed that Christianity was absurd, and that was why he believed it. Other pious people have thought that philosophical reflection was a distraction from the religious life and an evasion from it, putting aridly clever arguments in place of an honest view of life’s commitments. That complaint was directed as much to religious philosophy as to any other: in fact, theology was seen as in some ways the worst kind of philosophy, being a parody of religion as it should really be
ער דערמאנט די קאנסעקווענטשיא מיראַבּיליס ענטפער דערקעגן.

ער שרייבט דארט אויך:
Plato is a hero of those who claim the human importance of philosophy, and rightly so; indeed, if he does not speak (rightly or wrongly) to our most basic concerns, it is hard to see which philosopher does. Yet those who in Plato’s time complained that philosophy was becoming technical and inaccessible – concerned, worthy, pompous, in some cases merely opportunistic, citizens – had Plato as their enemy. We are told that at the door of Plato’s Academy there was a sign that read ‘Let no one enter who knows no geometry,’ and the studies that went on inside it were very hard. Plato thought, with increasing sternness as he got older, that philosophy could not help anyone unless it was true to itself. Its truthfulness meant, too, that it could not tell in advance what would help; and since that was so, it could not hope to find things that would help if it thought that it knew in advance what kinds of thing they would be. As Plato knew, the road to something helpful is not only hard, but unpredictable
וידוע די וויץ:📎 Ketchup.jpg (דאס אליינס איז א משל ווי הומאר ברענגט ארויס א טיפערע געדאנק.)

מי אני » זונטאג יולי 2, 2023 8:57 am

· #530172
דר. יהושע ראסמוסען טענה׳ט אז א פאקטאר אין דאס וואס פילאזאפן זענען בדרך כלל מער אטעאיסט איז ווייל זיי זענען שוין מעיקרא מער סקעפּטיש און נוטה צו פרעגן אויף וואס די קולטור און געזעלשאפט נעמט אָן בסתם, און דאס איז די סיבה זיי זענען אריין אין פילאזאפיע. ער זאגט אויך אז די וואס גייען אריין אינעם פעלד פון פילאזאפיע פון רעליגיע זענען מער נוטה צו זיין טעאיסטן ומהאי טעמא ג״כ. ער ברענגט צו, ועפ״י די (קוואליטעטיוו) שטודיע פון דר. העלען דע קרוז, אז די וואס זענען אינעם פעלד פון פילאזאפיע פון רעליגיע זענען מער עלול צו ווערן מער טעאיסט, ווי די וואס זענען אינעם פעלד פון פילאזאפיע בסתם זענען עלול צו ווערן מער אטעאיסט.

***

ולגבי מענטשן׳ס פּערסעפּשאן איבער פילאזאפיע, עיין כאן.

***

ר׳ יוסף אבן כספי בפירושו על המו״נ ח״ב פ״ל שרייבט:
אלמלא המשתגעים יהיה העולם חרב

מי אני » מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:42 pm

· #551482
דער רלב״ג שרייבט בפ׳ שמות בנוגע משרע״ה ביים סנה:
ראוי לאדם לחקור בסיבות הדברים הנמצאים לפי מה שאפשר לו, ולא יקצר מזה. כי בזה האופן יעמוד על חכמת ה׳ יתעלה בשׂוּמוֹ הנמצאות על האופן שהם עליו, לפי מה שאפשר לו מזה, ויהיה זה סיבה אל שישיג ה׳ יתעלה לפי מה שאפשר. כי אנחנו נשיג מה שנשיג מה׳ יתעלה, בהשגתינו מה שנשיג מנימוס אלו הנמצאות המסובָבות ממנו יתעלה, וסדרם ויושרם, כמו שביארנו במאמר הראשון מספר מלחמות ה׳ ובחלק השלישי מהמאמר החמישי ממנו. הלא תראה כי משה רבינו ע״ה, תיכף שראה זה הענין הזר, והוא היות הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל, התעורר לסור ולראות כדי שיעמוד על סיבת זה הענין. וזה ממה שיורה שכן היה מנהגו, רוצה לומר שכבר היה משתוקק לדעת סיבות הדברים לפי מה שאפשר, ולזה הגיע אל זאת המדרגה הנפלאה אשר הגיע אליה.