☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

196 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15301
בלאט: 1 2 3 4

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 2:34 am

· #500571
איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
איי איי איי... ס'געווען אמאל גוטע צייטן.. פאר די קעפעלע מיינע האט זיך געעפנט, פאר איך בין קאליע געווארן פון די אינטערנעט, פאר איך האב מיך אויפגעקלערט מיט קאווע שטיבל ארטיקלען...

איי איי איי, דער דאווענען האט געהאט א טעם, מען האט געשפירט קדושת שבת, יעדע מצוה וואס איך האב געטון האב איך ממש געפילט ווי דער באשעפער שטייט נעבן מיר מיט די גאנצע פמליא של מעלה, און שעפן פיל נחת און תענוג פון מיר, און שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט פונעם דאווענען וואס קומט נאר ארויס פון מיין מויל...

אוי ווי גוט איז צו זיין א נאר, א פארמאכטע קאפ צו פארמאגן, נישט צו וויסן די אמת, און צו גלייבן אלעס וואס דער רבי און מגיד שיעור פארקויפן,
און ווי ביטער איז דער אמת, די טרוקענע פאקטן וואס שמייסן אין פנים אריין ווי די ציצית פונעם זיידעס טלית.

אלס בחור פלעג איך שפירן קדושת שבת יעדע וואך! יא, ממש אזוי!!! איך פלעג מיך פארגלייזן די אויגן ביי בואי בשלום, און שטיין פאר'דבק'עט ביז נאך די קאכעדיגע מזמור שיר ליום השבת, ווי איך פלעג זיך ווארפן ווי א שלאנג געביסענער מחמת גודל הקדושה וואס מיין קליינער גוף האט קוים געקענט פארנעמען, מיינע פארמאכטע אויגן האבן געזען גרויסע אורות וואס נישט יעדער איז זוכה צו זען.. בקיצור א הייליגע בחור.... ביז איך האב געליינט אט די מעשה:

אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינאווער זיך צוזאמגענומען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צונאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדושת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, און ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אונטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משוגעים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען מען גייט מאכן א פראבע. מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטוכער, מען וועט אנטון די שטריימל און בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגע נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט די הייליגע תפלות פון שבת קודש.... און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדושת שבת פונקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

אינגאנצן צובראכן, מיט א טרויער, זענען זיי אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פוסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדושת שבת" אינדערוואכן אויך... האט זיי די רבי בארואיגט און געזאגט, זארגט ענק נישט! די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדושת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תירוץ פון זייער רבי'ן?? איין באשעפער ווייסט, אבער איך האב מחליט געווען צו מאכן די פראבע מיט בגדי חול!!! וואס וועט זיין דער תירוץ דעמאלס?

טא מעיק א קורצע מעשה לאנג, האב איך מיך געטראפן א שטילע ווינקעלע אינמיטן וואך, איך האב מיך פארגלייזט די אויגן פונקט ווי שבת קודש און געזינגען און געטאנצן פונקט ווי שבת און.. יא! איך האב אויך געשפירט...

איך פלעג קוקן מיט קנאה ווי מיין חבר בערל לייגט תפילין מיט אזא קאך, ער שפירט ביי יעדע דריי פונעם רצועה אז ער בינדט זיך מער און מער אהן אינעם באשעפער מיט א קשר חזק מאוד, וויפיל איך האב נאר פראבירט זיך צו שטופן, בין איך נישט אנגעקומען צום מדריגה פון מיין חבר בערל...

ביז... איין טאג איז ער מיר געקומען פארציילן אז ער האט בודק געווען זיינע תפילין און... עס איז געווען פסול!! איך קען ענק נישט מסביר זיין די שמחה וואס איך האב דאן געשפירט, די נצחון האט מיר כמעט צודרייט געמאכט! ער איז א שטיק חוזק, ער שפירט א קדושה אין א פשוטע שטיק לעדער.. ער פאנטאזירט!! וואס ער האט געשפירט ווייס איך נישט, אבער קדושת התפילין זיכער נישט!!

עס האט מיר גענומען צייט צו כאפן אז איך מיט מיינע כשר'ע תפילין בין די זעלבע איינגערעדטע נאר...

אן ענליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדושת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

עס האט מיר גענומען אסאך גלגולים און מיטמאכענישן זיך אויפציוועקן צום פאקט, און צו כאפן אז מיינע געפילן זענען שקר. געפיל האט מיט אמת און שכל זילטש, דער קריסט פילט זיך פונקט אזוי הייליג ווי דיר ווען ער קושט דעם צלם, און דער מוסלמענער זעט די זעלבע גילוים ווי מיר ווען ער שפירט קדושת ראמאדאן בשעת'ן שרייען אללא אכבאר,

אבער צו וואס פעלט אויס צו זיין קלוג?? איז מיר נישט געווען גוט אלס בחור? איז מיר נישט געווען בעסער די איינגערעדטע קאכעדיגע דאווענען, ווי די היינטיגע רעאליסטישע קאלטע דאווענען?

איז מיר נישט געווען בעסער אמאל, ווען איך האב פרייטיג צונאכטס ביים סעודה געזאגט דעם זוהר מיט א קאך, אההה "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין" שפירנדיג ווי ר' שמעון די בעל המימרא שטייט קעגן מיר, און פילט אהן מיינע קדושה זאפאסן מיט הויפענעס קדושה פארן וואך?

אבער היינט נאכן נחמץ ווערן פון דעם אמת קען איך נישט מער ווי זיך פארשטעלן ווי עפעס איינער די לאון שטייט קעגן מיר.. וואסערע טעם האט עס???
צו וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת???
זענען נישט די רעבעס גערעכט געווען מיטן אלעמען באקאנטן סלאגאן "איך בין א נאר און איך גלייב"?

איז נישט דאס לעבן בעסער ווען מען ווייסט נישט אז אסאך פון אונזערע "אמונות" איז פשוט'ע "אמונה הכרחיות"?
איז מיר נישט דאס לעבן געווען זיסער ווען איך האב אנגענומען אלעס פון תנ"ך כפשוטו, פאר איך האב געוואוסט אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז בלעם'ס אייזל האט קיינמאל נישט גערעדט?

וואלט מיר נישט געווען פיל גרינגער אין לעבן צו גלייבן אויפן ווארט די אלע מעשיות למיניהם ממינים שונים וואס קומען יעדע וואך ארויס לרחצה אין די גליונות צו מחזק זיין דעם "דת" און צו ווייזן אז נאר דורך פאלגן די רבנים קען מען האבן א גוט לעבן,
וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת, ווי גרינג עס איז אויפצובאקן א מעשה?
און ווי גרינג די צייטונגען וועלן עס דריקן ווילאנג אז עס שטימט מיט די אגענדע...?

איך קוק מיך אזוי ארום, און איך זע אז עס איז נישטא צופיל אזוי ווי מיר אין ביהמ"ד. קיינער אינטערסירט נישט צו טראכטן, קיינער וויל נישט שטיין מיט מיר אין ווארט וועגן דעם אמת, יעדער פארט זיך אויף זיין רוטין, אלעס איז פיין און וואויל, אפילו מיין חבר וואס איז שוין יא א שטיקל בעל מחשבה, ווען עס קומט צו "די ענינים" מאכט ער מיר גלייך שטיל, ער זאגט מיר, וואס פעלט אויס צו רעדן די זאכן, וועסט מיר נאך איבערצייגן אז דו ביסט גערעכט, און דאן וואס?

הייבן הייבט זיך עס אהן מיט קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיטן לייקענען די גאנצע תורה רח"ל... (קרעדיט: @רביה"ק)
לאמיך אפ! לאז מיין לעבן פארן אומגעשטערט! וואס דארפסטו מיר פארדרייען די קאפ מיט אומאיינגענעמע פאקטן?

און איך דריי מיר אזוי ארום, איז ער דען נישט גערעכט? איז נישט פארמאכן די קאפ די געשמאקסטע אפציע??

אבער וואס זאל איך טון? דער חכם שטופט מיר, מיין מוח וועט נישט קענען איינרוען וויסנדיג אז איך לעב אין א שקר בלויז ווייל אזוי איז מיר מער בא'טעמ'ט, אפשר ארבייט עס ביי רוב מענטשן, אבער וואס זאל איך טון, ביי מיר גייט עס נישט...

אלבערט איינשטיין » זונטאג מאי 22, 2022 7:39 am

· #500582
איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
עצי שטים

אן ענדליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדישת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

...

דערמאנט מיר א מעשה פון רבי יודל דזיקיבער. וואס האט אריין געפלאמט אין א מצות סוכה. מיט די עילו אושפיזון און קידוש. שפעטער האט די גבאי געזאגט אז די שלאק איז געווען פארמאכט. האט ער געזאגט מרוב עניוות בזה הלשון "איך האב שוין געמיינט אז איך כאפ מלאכים"

איך פלעג מיר וואנדערן אלץ בחור׳ל אין ישיבה קטנה. ווען איך פלעג לערנען רציפות האב איך געפילט ווי עפעס א כעמיקאל לויפט אין מיין קאפ און איך פיל מיר עפעס א כלומערישע געשמאקייט אין דאס אז מען איז נישט מפסיק פון לערנען און נישט געקענט דערליידן דברים בטלים יענע מינוט. למעשה האב איך געזעהן אז שפעטער ווען איך האב מיר געלערנט א פאך און מען האט געדארפט זיין שטארק פאקוסירט אין זיך לערנען האב איך עפעס געפילט די זעלבע געשמאקייט וואס איך האב געפילט בשעת לערנדיג רצופות אין ישיבה.

איך האב נאך נישט פרובירט מעדיטאציע. אבער לכוארה איז עס די זעלבע געפיל וואס מהאט ביי שטילע שמונה עשרה ווען מען דאווענט מיט פארמאכטע אויגן און מ שאקלט די קאפ גענוג שנעל אז כעמיקאל׳ס זאלן פליען אין קאפ..

אין אגב ווען איך פלעג מיר אנטרונקען האב איך אייביג געפילט עפעס נענטער צום באשעפער. צו מיטן דאווענען צו מיטן פלאמען אין א מצוה. לכוארה שפילן דאן בעסער די כעמיקאל׳ס אין קאפ

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 22, 2022 8:16 am

· #500583
זיץ איך מיר אזוי אין קוואראנטין (יא, די COVID האט מיר ענדליך דערגרייכט...) און בליק איבער דיינע לעצטיגע תגובות, איך טראכט צו מיר יא רעאגירן נישט רעאגירן, ס'גלוסט מיר אבער נישט נאכאמאל אריינצוקריכן אין די ענדלאזע בלאטע וואס פירט נישט אין ערגעץ, רחצתי את רגלי איככה אטנפם, בכלל האב איך נישט וואס צו רעאגירן ווייל ס'איז ממש קולו של רבינו הקדוש מדברת מתוך גרונו של שמן למאור, וואס זאל איך מיר יעצט ארומטענה'ן מיט מיר אליינס? 😃 וואס דו האסט אבער דא געשריבן איז ממש נישט לרוחי, ס'איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, דעם ביסל דעת וואס די "כבוד" האט מיר איבערגעלאזט האסטו אויפגעשטורעמט, איך פיל ווי אויסצושרייען מיט'ן גאנצן וועזן, ניין! ס'נישט געשמאקער צו זיין א נאר! דו האסטו געטוהן גאנץ א שוואכער ארבעט מיט'ן טשעריפיקן די זיסע טייל פון זיין א נאר, די ביטערקייט שרייט ארויס פון צווישן די שורות. און איך ווייס אז דיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן האלב ציניש אבער דאך פיל איך אז זיי פארלאנגען אן אנטווארט.

ערשטנס, דו שרייבסט אז דו ביזט אויפגעקלערט געווארן פונעם אינטערנעט, און די אויפגעקלערטקייט לכתחילה ארויפצוגיין אויפ'ן אינטערנעט האסטו אויך באקומען פון די אינטערנעט? כ'מיין וועמען נארסטו דא? וויפיל אידן קען איך וואס זענען אנגעקלערט געווארן נאך פאר די גוגל הדור איז געווארן רשכבה"ג, און וויפיל תמימות'דיגע בחורים און מיידלעך קען איך פון קרייזן וואו סמארטפאונס איז א נייטראלע אייטעם און זיי ווייסן ניטאמאל מיט וואסערע מכשול זיי דרייען זיך ארום אין טאש. ס'נישט אז די אינטערנעט מאכט אויפגעקלערט, פארקערט, אויפגעקלערטע מענטשן גייען אויפ'ן אינטערנעט, גענוג מיט די בולקרעפ, שוין.

צווייטנס, נמחק, כפירה ואפיקורסות רח"ל

היסטאריע » זונטאג מאי 22, 2022 8:24 am

· #500584
בקיצור, שמן למאור איז נאך נישט גענוג אויפגעקלערט. היינט איז ער פארמאכט. די שאלה איז נאר ווען ער איז איז א גרעסערע מדריגה פין פארמאכט, היינט אדער אמאהל.

מי אני » זונטאג מאי 22, 2022 9:50 am

· #500585
‏ויוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א חי). (ומאידך גיסא איז דאך אבער דא די באקאנטע מימרא פון דזשאן סטוּערט מיל.)

דאס איז וואס דר. אַיאַלאַ פעדער ברענגט צו אין איר בוך איבער וואס איינער ״מאטי״, פון די ״באהאלטענע אפיקורסים״, האט געשריבן: 📎 FDD09FD1-B473-4621-9FBD-B102FE925BBB.jpeg

צקון לחש » זונטאג מאי 22, 2022 11:06 am

· #500592
עס איז אפשר געשמאקער צו זיין א נאר, אבער נאך אלץ נאריש...

בת קול » זונטאג מאי 22, 2022 11:11 am

· #500594
רביה''ק זי''ע
זיץ איך מיר אזוי אין קוואראנטין (יא, די COVID האט מיר ענדליך דערגרייכט...) און בליק איבער דיינע לעצטיגע תגובות, איך טראכט צו מיר יא רעאגירן נישט רעאגירן, ס'גלוסט מיר אבער נישט נאכאמאל אריינצוקריכן אין די ענדלאזע בלאטע וואס פירט נישט אין ערגעץ, רחצתי את רגלי איככה אטנפם, בכלל האב איך נישט וואס צו רעאגירן ווייל ס'איז ממש קולו של רבינו הקדוש מדברת מתוך גרונו של שמן למאור, וואס זאל איך מיר יעצט ארומטענה'ן מיט מיר אליינס? 😃 וואס דו האסט אבער דא געשריבן איז ממש נישט לרוחי, ס'איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, דעם ביסל דעת וואס די "כבוד" האט מיר איבערגעלאזט האסטו אויפגעשטורעמט, איך פיל ווי אויסצושרייען מיט'ן גאנצן וועזן, ניין! ס'נישט געשמאקער צו זיין א נאר! דו האסטו געטוהן גאנץ א שוואכער ארבעט מיט'ן טשעריפיקן די זיסע טייל פון זיין א נאר, די ביטערקייט שרייט ארויס פון צווישן די שורות. און איך ווייס אז דיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן האלב ציניש אבער דאך פיל איך אז זיי פארלאנגען אן אנטווארט.

אפשר זאגסטו דיין פוינט אין קורצן?
איך האב געליינט די גאנצע מגילה און איך בין נישט זיכער ווער עס איז מער צומישט, איך אדער דו.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 22, 2022 12:03 pm

· #500598
דערמאנט מיר דעם אשכול
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=3772

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 12:31 pm

· #500601
אלבערט איינשטיין
עצי שטים

אן ענדליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדישת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

...

דערמאנט מיר א מעשה פון רבי יודל דזיקיבער. וואס האט אריין געפלאמט אין א מצות סוכה. מיט די עילו אושפיזון און קידוש. שפעטער האט די גבאי געזאגט אז די שלאק איז געווען פארמאכט. האט ער געזאגט מרוב עניוות בזה הלשון "איך האב שוין געמיינט אז איך כאפ מלאכים"

איך פלעג מיר וואנדערן אלץ בחור׳ל אין ישיבה קטנה. ווען איך פלעג לערנען רציפות האב איך געפילט ווי עפעס א כעמיקאל לויפט אין מיין קאפ און איך פיל מיר עפעס א כלומערישע געשמאקייט אין דאס אז מען איז נישט מפסיק פון לערנען און נישט געקענט דערליידן דברים בטלים יענע מינוט. למעשה האב איך געזעהן אז שפעטער ווען איך האב מיר געלערנט א פאך און מען האט געדארפט זיין שטארק פאקוסירט אין זיך לערנען האב איך עפעס געפילט די זעלבע געשמאקייט וואס איך האב געפילט בשעת לערנדיג רצופות אין ישיבה.

איך האב נאך נישט פרובירט מעדיטאציע. אבער לכוארה איז עס די זעלבע געפיל וואס מהאט ביי שטילע שמונה עשרה ווען מען דאווענט מיט פארמאכטע אויגן און מ שאקלט די קאפ גענוג שנעל אז כעמיקאל׳ס זאלן פליען אין קאפ..

אין אגב ווען איך פלעג מיר אנטרונקען האב איך אייביג געפילט עפעס נענטער צום באשעפער. צו מיטן דאווענען צו מיטן פלאמען אין א מצוה. לכוארה שפילן דאן בעסער די כעמיקאל׳ס אין קאפ
די טעם וואס מען שפירט ביים לערנען תורה איז עפעס אנדערש, און די חילוק איז טאקע דאס וואס די ברענגסט ארויס, וכמו כן מבאו בהקדמה להספר אגלי טל להאבני נזר, אז די טעם איז א פשוטע גשמיות'דיגע הנאה פון שטאדירן און באקומען וויסנשאפט, עס איז נישט עפעס א הויקעס פויקעס הנאה וואס מען דארף זיך איינרעדן אז מען שפירט בשעת למשל מען שאקעלט א לעמען מיט צווייגן סוכות אידערפרי

איך האב געהערט אן אמת'ע מעשה פון די בעל המעשה אליינס, ער איז געווען א פרימער איד וואס האט געוואוינט אין חיפה אין די ערשטע יארן פון די מדינה, ווען די כפירה און שנאת הדת האט געבוזשעוועט אויפן העכסטן פארנעם,
האט ער אמאל שבת נאכמיטאג אריינגעגאנגען צו זיין שכן אינדערהיים -א גענצליך פרייע איד- מחמת איזה סיבה,
און ער האט געזען ווי ער זיצט אויפן קאויטש מיט די פיס אויף מיט א ציגארעטל אין דער האנט אין זיצט און הארעוועט איבער א שטיקל גמרא
ער געט א פרעג מיט איבעראשונג "וואס איז דאס"? ענטפערט אים די שכן "די טעם פון א בלאט גמרא וואס איך פלעג שפירן אין ישיבה דאס קומט נישט צו צי גארנישט" מילא דאס גיב איך נישט אוועק אזוי שנעל

די איד האט אונז פארציילט אז ער האט עס איבערפארציילט פאר ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, האט ער ראגירט דערויף, יא! איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן...

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 12:39 pm

· #500602
רביה''ק זי''ע
זיץ איך מיר אזוי אין קוואראנטין (יא, די COVID האט מיר ענדליך דערגרייכט...) און בליק איבער דיינע לעצטיגע תגובות, איך טראכט צו מיר יא רעאגירן נישט רעאגירן, ס'גלוסט מיר אבער נישט נאכאמאל אריינצוקריכן אין די ענדלאזע בלאטע וואס פירט נישט אין ערגעץ, רחצתי את רגלי איככה אטנפם, בכלל האב איך נישט וואס צו רעאגירן ווייל ס'איז ממש קולו של רבינו הקדוש מדברת מתוך גרונו של שמן למאור, וואס זאל איך מיר יעצט ארומטענה'ן מיט מיר אליינס? 😃 וואס דו האסט אבער דא געשריבן איז ממש נישט לרוחי, ס'איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, דעם ביסל דעת וואס די "כבוד" האט מיר איבערגעלאזט האסטו אויפגעשטורעמט, איך פיל ווי אויסצושרייען מיט'ן גאנצן וועזן, ניין! ס'נישט געשמאקער צו זיין א נאר! דו האסטו געטוהן גאנץ א שוואכער ארבעט מיט'ן טשעריפיקן די זיסע טייל פון זיין א נאר, די ביטערקייט שרייט ארויס פון צווישן די שורות. און איך ווייס אז דיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן האלב ציניש אבער דאך פיל איך אז זיי פארלאנגען אן אנטווארט.

ערשטנס, דו שרייבסט אז דו ביזט אויפגעקלערט געווארן פונעם אינטערנעט, און די אויפגעקלערטקייט לכתחילה ארויפצוגיין אויפ'ן אינטערנעט האסטו אויך באקומען פון די אינטערנעט? כ'מיין וועמען נארסטו דא? וויפיל אידן קען איך וואס זענען אנגעקלערט געווארן נאך פאר די גוגל הדור איז געווארן רשכבה"ג, און וויפיל תמימות'דיגע בחורים און מיידלעך קען איך פון קרייזן וואו סמארטפאונס איז א נייטראלע אייטעם און זיי ווייסן ניטאמאל מיט וואסערע מכשול זיי דרייען זיך ארום אין טאש. ס'נישט אז די אינטערנעט מאכט אויפגעקלערט, פארקערט, אויפגעקלערטע מענטשן גייען אויפ'ן אינטערנעט, גענוג מיט די בולקרעפ, שוין.

צווייטנס, נמחק, כפירה ואפיקורסות רח"ל
איך פראביר שוין מיט גוטן און מיט בייזן דיר צירוק אריינצושלעפן דא אין שטיבל, ענדלעך איז עס מיר געלונגען,
עס איז שוין נישט קיין נפק"מ וואס איך האב געשריבן, די עיקר איז די ביסט דא צירוק...
יעצט צו האבן 5001 תגובות איז דאך נישט צום זאך, וועסטו מוזן אכ"פ דערגרייכן א רידעכיגע נומער ווי 6000 תגובות,
איך וואלט געזאגט אז 10,000 איז מער רינדעכיג....

בענין דיין לאנגע מגילה,
איך האב עס נאר איינמאל שנעל דורכגעקוקט פאר די מנהל האט עס פארמעקט, ממילא געדענק איך נישט געניג צו קענען מגיב זיין

קענסט עס איבערשרייבן אהן די דברי כפירה.... 😉

היסטאריע » זונטאג מאי 22, 2022 12:40 pm

· #500603
וכמו כן מבאו בהקדמה להספר אגלי טל להאבני נזר, אז די טעם איז א פשוטע גשמיות'דיגע הנאה פון שטאדירן און באקומען וויסנשאפט
ווי שטייט גשמיות? אינטעלעקט איז רוחני.

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 12:45 pm

· #500604
מי אני
‏
דאס איז וואס דר. אַיאַלאַ פעדער ברענגט צו אין איר בוך איבער וואס איינער ״מאטי״, פון די ״באהאלטענע אפיקורסים״, האט געשריבן:
איך האב גארנישט געוויסט אז עס איז דא א כת פון באהאלטענע אפיקורסים!
איז דא דוקה ל"ו, אזוי ווי די צדיקים נסתרים? ווער שפייזט זיי? איז דא אזא אפיקורסישע לייב שרה'ס וואס זארגט זיך פאר זייער וואוילזיין?
זייער אינטערסאנט... 😛

אבער ערנסט גערעדט, דער מוטי זאגט דאך אייזן שטארק, זייער ענדליך צו וואס איך שרייב דא,
נאר ער איז שוין אינגאנצן אן אפיקורס, מילא איז עס אלעס מיט א שטאפל ווייטער

פאר'ן דאווענען » זונטאג מאי 22, 2022 12:57 pm

· #500605
שמן למאור
ביז איך האב געליינט אט די מעשה:

אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינאווער זיך צוזאמגענומען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צונאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדושת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, און ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אונטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משוגעים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען מען גייט מאכן א פראבע. מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטוכער, מען וועט אנטון די שטריימל און בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגע נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט די הייליגע תפלות פון שבת קודש.... און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדושת שבת פונקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

אינגאנצן צובראכן, מיט א טרויער, זענען זיי אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פוסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדושת שבת" אינדערוואכן אויך... האט זיי די רבי בארואיגט און געזאגט, זארגט ענק נישט! די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדושת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

וואו האסטו געליינט די מעשה? איך זיך שוין די מקור דערצו א לענגערע צייט.
עס איז אביסל שווער צו גלייבן די מעשה, ווייל למעשה האבן דאך די מענטשן געוויסט טיף אין הארצן אז ס'איז נישט שבת. איז מיר אביסל שווער צו גלייבן אז זיי האבן טאקע געשפירט. משא"כ דיין חבר בערל, ער האט באמת געמיינט אז ער האט געהאט כשר'ע תפילין, האט ער טאקע געקענט שפירן.

שאלתיאל » זונטאג מאי 22, 2022 1:00 pm

· #500606
@עצי שיטים, שטארק! דער זעלבע תמיהה האט מיר געגבערט יארן לאנג. דער פראבלעם ווערט נאך שווערער ווען מען טראכט אריין וואס מען פארדינט מיטן טראכטן ראיציאנאל, אפילו נאך יארן לאנג אריינטראכטן איז מען נאכאלץ נישט פארזיכערט אז מען וועט אנקומען צום אמת אין פאקט וועט דיין חבר אנקומען צו אן אנדערע מסקנא און די אליין וועסט עטליכע יארן שפעטער אנקומען צו אן אנדערע מיינוג ווען אויפן וועג פארלירט מען דער תמימות דער לויטערקייט און חיות און דער צייט וואס מיין חבר דינט דעם באשעפער מיט אמונה פשוטה מיט א פלאם פייער. אבער פארמאכן דעם קאפ און נישט טראכטן איז דאך אויך נישט קיין אפציע.

(נאכמער, עס איז באוואוסט וואס מען זאגט- דאכט זיך מיר אין נאמען פון ר' יונתן אייבשיץ- אויף די אנוסי ספרד אז די 'אמונה פשוטה' מענטשן האבן זיך אריינגעווארפן אין פייער אויף קידוש השם בעת די 'קלוגע ראצינאלע' חברה האבן זיך מערסטנס געשמד'ט.)

דאס איז וואס אדירנם האט געשריבן אין אן אנדערע אשכול און איך האב זיך שטארק אידענציפיטירט מיט זיינע ווערטער

[ציטאט אראפגענומען]

ברוינשטיין » זונטאג מאי 22, 2022 1:03 pm

· #500607
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
אין קארצן: יא, ס'איז געשמאקער צו זיין א נאר.
ביסט אין פאסטקע.

Make the best out of it.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 22, 2022 1:07 pm

· #500610
ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי איידער א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.

ברוינשטיין » זונטאג מאי 22, 2022 1:11 pm

· #500612
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
יאסל ראקאווער
ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.
דאס אז ער איז נישט גרייט צו ווערן אויס קלוג מיינט נאכנישט אז ער האט א גוטע לעבן.

שאלתיאל » זונטאג מאי 22, 2022 1:16 pm

· #500613
דא האט הרב מיכאל אברהם א סעריע ארטיקלען ווי ער טיילט אפ צווישן 'רעליגיעזישקייט' און 'אידישקייט', ער טענה'ט אז די 'רעליגיעזע געפילן' (שפירן קדושת שבת, שאקלען ביים דאווענען וכו') זענען לאוו דווקא א חלק פון אידישקייט און צייגן נישט אויף א קשר מיטן באשעפער.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 22, 2022 1:20 pm

· #500614
ברוינשטיין
יאסל ראקאווער
ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.
דאס אז ער איז נישט גרייט צו ווערן אויס קלוג מיינט נאכנישט אז ער האט א גוטע לעבן.

א געזונטע פאר פוס אבער אין תפיסה א גאנץ לעבן איז נישט בעסער ווי די טויט. זיכער נישט בעסער ווי לעבעדיג אין א ווילטשעיר. אוודאי textual מיט פיס איז עס מער געזונטער אבער מ'דארף זיין א גאר גרויסע נאר צו זאגן אז דאס איז א בעסערע לעבן ַַ

אז מרעדט שוין.. דאס איז אמאל זיכער גאט וויל נישט עובדי השם נאראנים. ווען יא נעמט ער אוועק אונזער שכל.

ברוינשטיין » זונטאג מאי 22, 2022 1:33 pm

· #500617
@עצי שיטים, דו דערמאנסט מיך פון איינע פון מיינע ערשטע עסייען וואס איך האב מיך פארשריבן, איך האב עס קיינמאל נישט צוגעענדיגט וויבאלד איך בין שוין נישט אין יענע stage of life, אבער קענסט עס ליינען און זעהן אז דו ביסט נישט דער איינציגער, ס'איז באמת נישט גרינג, איך ווייס, בקיצור ליין און האב הנאה:

יענע צייט אין לעבן (ווען איך האב דאס געשריבן) בין איך געווען געפערליך צעשאקלט.
---

צעקה ואיש לא ישמע.

ווען איך נעם די פעדער'ל אין האנט ווילן מיינע לונגען וויינען מיין גארגל הויבט אן אראפשלינגען דאס ווייניג שליים וואס מיין צונג האט איר שווערליך געשיקט, אבער מיין פארשטאפטע קאפ האלט איהם מיט מאכט צוריק אן קיין לאגישע סיבה, וויין וויין בעט זיך די ווייכערע חלק פון מיין הארץ, ס'איז גוט פאר דיר, ס'וועט דיך לינדערן דיינע גייסטישע שמערצן, ניין ניין איך קען נישט, זאגט מיין הארטע מוח מיט גאווה.

די מוסקלען פון מיין מויל און באקן הויבן אן נאכצולאזן, מיינע לונגען ווערן איבערגעפילט דורך א טיפע און ערשיטערטע אטעם וואס טוט שטארק דריקן, מיינע אויגן קוקן אויף אראפ בשעת וואס די הינטערשטע רייע ציינדלעך פארלאזן די אויבערשטע רייע, די הענט מיינע ציען זיך אויס אין א פריוו צו לינדערן מיין דרוק אבער טראסקען זייער שנעל צוריק אויף מיין שויס. א געפיל פון יאוש און באגלייטונג מיט פארזינקענע מחשבות צאפן אויס דאס לעצט פארבליבענע ענערגיע וואס איז מיר פארבליבן. וואס וועט זיין? איך האב שוין נישט קיין עתיד, איך בין מאכטלאז אנטקעגן מיינע ספיקות וואס לויפן באקוועמערהייט ארום אין מחשבה, ווי איז מיין תמימות? פאר וועם, פארוואס, ענדלאז? איך וויל אזוי שטארק וויינען, ארויסלאזן מיין פּיין פון מיר, אבער איך קען נישט, ס'גייט מיך נישט, מיין מוח איז אזוי פארוועלקט, עס טוט אויסלעשן מיין געזונטע נארמאלע הארץ, דאס נפש מיינער איז שוין פארשלאסן און טרוקן, איך שפיר נאָמב.
איך האלט ביי א מצב ווי איך קען נאר שרייבן און נישט וויינען. אפשר איז מיין גוף פשוט טרערן-לאז...

לאמיך אייך אהיים טראגן צום גליקליכן אמאל, ווען אזאנע געשריבענע טעקסטן האב איך בלויז געלייענט און נישט פארשטאנען, איך האב נישט באגריפן אז דאס קען זיין א מציאות, ווייל מיין יונגע נפש'ל איז געווען ציכטיג און ווייס, אזוי איידל און צעפרידן, א לעכטיגקייט וואס האט געשיינט אין מיין הארץ און אויף מיין פנים צוגלייך, אַן אינערליכע צעפרידנקייט וואס איז געשווימען אין גליק ווי בלעטלעך אויף ים כוואליעס מיט א אמת'ע הנאה פון א לעבן אנגעפילט מיט געזונטע אמביציעס און ריינקייט.

געלעבט האב איך אין מיין צופרידענע וועלט'לע וואס גיבט זיך אפ מיט אמונה און געטליכקייט. יאר נאך יאר בין איך אויפגעוואקסן שענער און גרעסער, אזויווי איך זעלבסט האב ערווארטעט פון מיר, כאטש וואס איך בין נישט געווען דער גרויסע מתמיד אדער איבערגעפרימטער, בין איך געווען פונקט פארקערט כ'האב אַלץ געהאט א אפענע קאפ וואס האט ליב געהאט צו הערן נייע מושוגים, רעיונות און חידושים, זיי פלעגן מיך שארפן מיין יונגע ענערגישע שכל וואס האט זייער ליב געהאט פיליזאפישע געדאנקען, הן אין וועלטליכע ענינים והן אין די וועלט פון רוחניות וחסידות.

ווי פארשטענדליך ביי א גאר יונגע עלטער בין איך שוין מקורב געווארן צו מיין נייע וועלט'לע וואס הייסט ברסלב, דארט האב איך אנגעהויבן באקומען א נייע וועג פון טראכטן, כ'האב אנגעהויבן הערן נייע געדאנקען וואָס פון אנפאנג האב איך עס ניטאמאל געקענט פארדייען, זיי זענען געווען פרעמד פאר מיך ווי א דרויסענדיגער שבט... איך האב באמת מורא געהאט אז איך האב מיר אנגעשטויסן אין א נייע רעליגיע, איך בין געווען א יונג ביימל פון קוים פערצן יאהר אלט וועלכע פלעגט נעמען זאכן זייער אבסאלוט און דיסציפלענירט,
אבער מיט אביסל צייט, און נאכן זיך אויסשמועסן מיט די מער עלטערע ברסלבער חסידים בין איך געווארן מער און מער באקוועם מיט די נייע סארט השקפה וואס פון אנהויב האב איך עס אנגעקוקט מער לינק און זייער ליבעראל.

נאר א קליינע משל וויאזוי מיין בליק אויף ברסלב איז דאן געוועזן, וואס מיינט דאס אז רב נחמן וועט ארויסשלעפן פון גיהנום? הייסט דאס אז מען קען זינדיגן און נאכדעם ווערט אלעס אפגעמעקט? און וואס איז מיט די אלע גדולים וואס זענען ארויס שארף אנטקעגן ברסלב?
ניין, האט מיך אן עלטערע ברסלבער יוד מסביר געווען. דו דארפסט פארשטיין אז ביידע זענען אמת, יא פאר געוויסע איז ברסלב טאקע נישט געמאכט ווייל זיי זענען גאר דערהויבענע אידן און זיי ברויכן נישט אזויפיל התחזקות, זיי קענען זיך דערהאלטן אן דעם אויך ("אזוי מיינען זיי נעבעך", האט ער מיר סארקאסטיש אריינגעמורמלט אין אויער),
אבער אונז קליינע מענטשעלעך, אוי אוי אוי, ווי מען דארף דאך אזויפיל חיזוק, די רבי זאגט מען זאל זיך דראפּעווען אויף גראדע ווענט, יא יא ס'איז א שווערע דור אבער אונז האבן א רבי וואס זאגט אז ער איז די רבי פאר רשעים, זוך דיין נקודה טובה און רעד צום באשעפער וואס אימער דו ווילסט, אפילו אויב דו האלסט אינמיטן טון אן עבירה קענסטו רעדן צו די אייבערשטער!
וואס? אפילו אינמיטן א עבירה?
יא יא יא, דעמאלט אויך! יא, דער גאט וואס זאגט דיר נישט טון די עבירה, די זעלבע גאט זאגט רעד צו מיר אפילו אינמיטן זינדיגן, ביסט אזא לעכטיגע נשמה דיין פנים שיינט ביסט א צדיק!.. קרינדש...

אבער וואס הייסט דאס אז די רבי וועט ארויסנעמען פון גיהנום? איך קען יעצט זינדיגן אויב וועל איך גיין אויף אומן ראש השנה...
---

איך האב עס קיינמאל נישט צוגעענדיגט וויבאלד איך בין שוין נישט אין יענע stage of life.

אוי ...איז דעס געווען צייטן, wow

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 22, 2022 2:15 pm

· #500619
עצי שטים
איך פראביר שוין מיט גוטן און מיט בייזן דיר צירוק אריינצושלעפן דא אין שטיבל, ענדלעך איז עס מיר געלונגען,
עס איז שוין נישט קיין נפק"מ וואס איך האב געשריבן, די עיקר איז די ביסט דא צירוק...
יעצט צו האבן 5001 תגובות איז דאך נישט צום זאך, וועסטו מוזן אכ"פ דערגרייכן א רידעכיגע נומער ווי 6000 תגובות,
איך וואלט געזאגט אז 10,000 איז מער רינדעכיג....

בענין דיין לאנגע מגילה,
איך האב עס נאר איינמאל שנעל דורכגעקוקט פאר די מנהל האט עס פארמעקט, ממילא געדענק איך נישט געניג צו קענען מגיב זיין

קענסט עס איבערשרייבן אהן די דברי כפירה.... 😉
כ׳האב עס דיר געשיקט אין פריוואט, ביזט מכובד עס איבערצושרייבן אן די דברי כפירה. עכ״פ איך האב שוין געזאגט וואס איך האב צו זאגן, זעהט אויס אז די דברים היוצאים מן הלב האבן אנגערירט א רויע נערוו. אז נישט איז נישט, זייטס מיר אלע לחיים ולשלום.

יואליש » זונטאג מאי 22, 2022 2:19 pm

· #500621
עצי שטים
אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינווער זיך צוזאמגענימען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדישת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, אין ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אינטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משיגאים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע, מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל אין בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגער נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט דעם הייליגן תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדישת שבת פינקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבין און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פיסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדישת שבת" און די וואכן אויך,
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדישת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תריץ פון זייער רבין??
ס'שטעקט אן אמת אין די ענטפער. בגדי שבת איז א חלק פון אריינגיין אין "קערעקטער." און יעדע קליינטשיגע דעטאל גייט אריין און recreating אן עקספעריענס.

שאלתיאל » זונטאג מאי 22, 2022 3:32 pm

· #500630
יאסל ראקאווער
ברוינשטיין
יאסל ראקאווער

אז מרעדט שוין.. דאס איז אמאל זיכער גאט וויל נישט עובדי השם נאראנים. ווען יא נעמט ער אוועק אונזער שכל.
די וואלסט געווען גערעכט אויב גאט וואלט געגעבן פאר יעדן איינעם גענוג שכל צו קענען זיין ראצינאלע עובדי השם אבער וואס זאל מען טון אז ביי רוב מענטשן איז עס נישט אזוי, אפילו אויב זיי ווילן קענען זיי נישט פארשטיין..

moody » זונטאג מאי 22, 2022 3:49 pm

· #500632
לכאורה איז דאס די זעלבע נושא,

בת קול » זונטאג מאי 22, 2022 3:51 pm

· #500633
רביה''ק זי''ע
עצי שטים
איך פראביר שוין מיט גוטן און מיט בייזן דיר צירוק אריינצושלעפן דא אין שטיבל, ענדלעך איז עס מיר געלונגען,
עס איז שוין נישט קיין נפק"מ וואס איך האב געשריבן, די עיקר איז די ביסט דא צירוק...
יעצט צו האבן 5001 תגובות איז דאך נישט צום זאך, וועסטו מוזן אכ"פ דערגרייכן א רידעכיגע נומער ווי 6000 תגובות,
איך וואלט געזאגט אז 10,000 איז מער רינדעכיג....

בענין דיין לאנגע מגילה,
איך האב עס נאר איינמאל שנעל דורכגעקוקט פאר די מנהל האט עס פארמעקט, ממילא געדענק איך נישט געניג צו קענען מגיב זיין

קענסט עס איבערשרייבן אהן די דברי כפירה.... 😉
כ׳האב עס דיר געשיקט אין פריוואט, ביזט מכובד עס איבערצושרייבן אן די דברי כפירה. עכ״פ איך האב שוין געזאגט וואס איך האב צו זאגן, זעהט אויס אז די דברים היוצאים מן הלב האבן אנגערירט א רויע נערוו. אז נישט איז נישט, זייטס מיר אלע לחיים ולשלום.
איך האב נישט געזעהן מיט וואס עס האט מער כפירה ווי דער פותח האשכול, מיר האט פשוט אויסגעזעהן ווי דו בוסט זיך סותר.
אויסער אויב איך האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג מאי 22, 2022 4:33 pm

· #500635
ווען איך בין געווארן 3 יאר אלט האט מיין טאטע מיר גענומען אין חדר ארויפגעלייגט אויפן מלמד׳ס שויס וואס האט מיטן לעפל שיין ארויפגעשמירט די זיסע האניג אויפן א׳-ב׳ און מיר מכבד געווען מיט א לעק...

אוי האביך געשפירט דעם זיסן געשמאקן טעם. בשעת מיינע אויגעלעך פאָרן פונעם א׳ דערנאך צום מ׳ און ת׳

דערנאך האביך געטיילט פעקלעך פאר די אינגלעך אין כתה, אוי האבעך זיך גוט געפילט...

נאך אזא פרייליכע און מונטערע טאג איז מיר געווען קלאר אז איך האב נאר וואס זוכה געווען טועם צו זיין און פילן די טעיסט פון האבן שיין געקראזלטע פיאה׳לעך און א סאמעטענעם קאפל אויפן קאפ.

אפאר יאר זענען פארביי, כ׳זיץ אין חדר אויפן הארטן באנק, דער פינגער פייכט פון שווייס, טייטעלט אויפן חומש, פראבירענדיג צו פארן פאראלעל מיטן רבי׳ןס קול... און פליצלינג קומט מיר ארויף א בילד אין מוח: האניג, א׳-ב׳, פעקלעך, זיס, פריילעך.... ווי איז דאס אלעס פארשווינדן...?!

באלד דערויף דערמאן איך זיך אין די 3 אותיות: א׳מ׳ת׳... אההה... טראכטעך צו זיך ׳אמת׳ איז דאך בעסער פון ׳צוקערלעך׳, וויכטיגער פון סיי וואס...

לאמיר מאכן ׳אמת׳ פאר מיין פריינט, און עס קיינמאל נישט איבערלאזן...

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 6:06 pm

· #500641
יאסל ראקאווער
ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי איידער א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.
ווען מען איז מחליט אריינצושפאצירן בעולם החכמה, קען מען נישט וויסן אויב מען וועט ווערן א גאנצע חכם אדער א חצי חכם, אייגנטליך איז מען אייביג נאר א חצי חכם ווייל עס איז דא פיל מער וואס מען דארף נאך דערגרייכן און לערנען,

אבער אויב די מוח שטיפט, האט מען מילא נישט קיין צוויי ברירות, איך ברענג טאקע ארויס די געשמאקייט פונעם נאר, אבער אז מען פארמאגט א דראנג צו וויסנשאפט, קען מען עס נישט אזוי גרינג באגראבן

סאנטיאגא » מיטוואך יוני 1, 2022 6:44 pm

· #501444
עצי שטים
איך קוק מיך אזוי ארים, און איך זע אז עס איז נישטא ציפול אזוי ווי מיר אין ביהמ"ד, קיינער אינטערסירט נישט צו טראכטן, קיינער וויל נישט שטיין מיט מיר אין ווארט וועגן די אמת, יעדער פארט זיך אויף זיין רוטין, אלעס איז פיין און וואויל, אפילו מיין חבר וואס איז שוין יא א שטיקל בעל מחשבה, ווען עס קומט צו "די ענינים" מאכט ער מיר גלייך שטיל, ער זאגט מיר, וואס פעלט אויס צו רעדן די זאכן, וועסט מיר נאך איבערצייגן אז די ביסט גערעכט, און דאן וואס?
הייבן הייבט זיך עס אהן מיט קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיטן לייקענען די גאנצע תורה רח"ל... (קרעדיט: @רביה"ק)
לאמיך אפ! לאז מיין לעבן פארן אומגעשטערט! וואס דארפסטו מיר פארדרייען די קאפ מיט אומאיינגענעמע פאקטן?

און איך דריי מיר אזוי ארים, איז ער דען נישט גערעכט? איז נישט פארמאכן די קאפ די געשמאקסטע אפציע??
אבער וואס זאל איך טון? די חכם שטיפט מיר, מיין מוח וועט נישט קענען איינרוהן וויסנדיג אז איך לעב אין א שקר בלויז ווייל אזוי איז מיר מער בא'טעמ'ט, אפשר ארבייט עס ביי רוב מענטשן, אבער וואס זאל איך טון, ביי מיר גייט עס נישט...
שיינע ארבעט, הענדס דאון. זיסע חלומות נאנ-דעלעסס, דאס איז די פעריטעיל ווערסיע וואס מיר ווילן זיך לאזן איינרעדן איינמאל מ'כאפט זיך וואו ווייט מ'איז פארקראכן (און אביסל אסאך ptsd פון אונזערע רבותינו הקדושים וואס האבן אונז אויסגעמאלן אזא אומריכטיגע סליפערי סלאופ בילד פון קליינווייז אן איבער קשיות פרעגן, גהנום שרעק יעדע וויילע, די דרויסנדיגע וועלט, דער ערל, דער משכיל, תאוות, פארשטייט זיך אלעס פון איין זמר יווני)

בעת וואס איך רעזינעט שטארק מיט דעי לעצטע פאראגראף. די אשכול איז געבויט אויף א אומלאגישע הנחה, און אפשר איז דאס די פוינט, אויב יא טשעק איך ארויס, כ'ווייס פילע מענטשן האבן עפעס א פעטיש פאר הייפאטעטיקל דיסקוסיעס. ווייל פון א ראציאנאלע שטאנדפונקט איז עס פונקט וואו פרעגן "איז נישט געשמאקער צו זיין א קאץ?" יא אבער דו ביזט נישט. זיין א נאר קען מען זיך נישט איינקויפן ביזט אדער א לאו אייקיו, אדער עוורידזש, אדער עבאוו. ווען דו פרעגסט וואלט געווען געשמאקער צו זיין א נאר, פרעג איך דיר צוריק: פאר וועם? פאר א נאר? יא. פאר אן אינטעלעקטועל? גהנום אויף די וועלט! איך מיין מ'פארשטייט די פוינט, מ'קען זיך נישט קלויבן צו זיין אבסעסיוו קאמפאלסיוו איבער סקיציפרעניע, דו ביזט עס אדער ביזט עס נישט. די זעלבע איז מיט דעם, א מענטש איז אדער איבערצייגט אין א זאך אדער נישט איבערצייגט. און די פאקט אז דו קענסט זיך ערלויבן צו טראכטן צו ס'וואלט ווען בעסער געווען ווען מ'קען צוריקדרייען דעם זייגער דאס אליינס מיינט אז דו ביזט שוין נישט איבערצייגט. ווייל ווען ביזטו ווען נאך נאר וואלסטו פשטות נאך געווען איבערצייגט... און לכאורה ביזטו אויך נישט געווען צופרידן ווען די מגיד שיעור האט דיר גענטפערט אן אומצופרידנשטעלדנע תירוץ אויף א הארבע שאלה אין א תוספת... אדער קען זיין דו ליידסט אויף dissociative identity disorder ווי אין איין פערסינאליטי ביזטו א באָטאָ און אין די אנדערע פערסינאליטי ביזטו א יניק וחכים...

יעצט פראקטיש, גארנישט אויף די וועלט איז גרינג. גארנישט איז נישט ריין גוט אדער ריין שלעכט. למשל, אז דו ביזט קלוג דארפסטו ליידן פון די פאקט אז ווייניגער מענטשן פארשטייען דיך, און נאך האלטן מיסאינפארמד בעליפס איבער דיר און דיינע שיטות. אז דו ביזט א באטא קומט עס ארויס אין דיר עווענטועל, און דאס איז נישט גוט פאר דיר און נישט פאר אנדערע ווייל יעדער ארום דיר דארף עס עסן, (ווי ר"ע האט שוין געזאגט סיג לחכמה שתיקה) און arguably אנלעס דו ביזט אין פתח תקוה, אדער אין א סייק ווארד ווילסטו אויך פארשטיין דעם אינטעלעקטועל און פארוואס דו ביזט אנדערש .. דאס איז נאר א טפה מן הים ארויסצוברענגען די נקודה. אוודאי איז גארנישט שווארץ און ווייס, אבער איך וואלט מגדיר געווען פאר דיר אין די פילזאפיע: זיין אבליוויעס קומט אפשר אן געשמאק אבער איז נישט געשמאק. און זיין א חקרן קומט נישט אן געשמאק אבער איז געשמאק/ער. איך בין געווען היבש אבליוויעס פון נאטור, אבער שפעטער איז עס אויך ריענפארסט געווארן אין די שיינע חסידישע לעבנסשטייגער, אבער א נייגעריגער בין איך געווען און געטראכט פאר מיר האב איך, סא איך קען נישט זאגן איך האב עווער געברענט ביי א רבי'ס טיש אדער פאר א שבת'דיגע דאווענען ווייל איך האב אין דעם נישט געזעהן קיין transparency נאר פארקערט. אבער דאס מיינט נישט אז מ'קען עס נישט ענדזשויען טו סאם עקסטענט, מ'טוט עס אבער ווייל מ'איז tribal און מ'טראכט אין גרופע'ס, טוט מען אויך אין גרופע'ס. אפילו די גרופע איז א פארשימלטע... ווייל ווי דו האסט זייער ריכטיג געזאגט זיין די outcast און די איין שווארצע שעפעלע איז פיל פיל מער daunting און טערארזירנד.

די קורצע ענטפער: זיין א טיפש איז אנדערש ווי שפילן טיפש. און די latter איז א צער שאין כמו וואס מ'קען זיך פאפן אז ס'העלפט, אבער ס'איז ווי צודעקן די אויגן און זיך פאפן אז דו האסט דיך באהאלטן...

היסטאריע » מיטוואך יוני 1, 2022 8:03 pm

· #501447
אויף די עיקר שאלה, איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

פרעג איך, ווער זאגט דו ביסט נישט?

און בכלל אלע מגיבים וואס רעדן וועגן דער טיפש, פין ווי איז דער זיכערהייט אז מען איז נישט א טיפש אליין?

שמן למאור » מיטוואך יוני 1, 2022 8:16 pm

· #501448
סאנטיאגא
ווי מער דו ביסט מאריך, אלס שווערער איז מיר צו כאפן וואס דיין פראבלעם איז,

די נקודה דא איז איין זאך, זיך צו פארמאכן די קאפ און נישט ווילן אנפילן די קאפ מיט ידיעות און וויסנשאפט, קען אפשר זיין געשמאקער, עס וועט מעגליך לאזן דיינע אלע הנחות קדומות אין פלאץ, און וועט נישט שטעלן דיין גאנצע לעבנסשטייגער אונטער א פראגע צייכן, וועסט קענען ווייטער זיך האלטן מיט די קאפ אין דער הייך אז איך בין גערעכט מיט מיין מהלך החיים
אבער פון די אנדערע זייט וועט די מוח זיך נישט לאזן טרעטן, און וועט פאדערן דאס זייניגע, ער וועט שטרעבן פארן אמת, און שטענדיג גלוסטן אויפריכטיגקייט אהן קיין נגיעות.

ביזט גערעכט אז די טוירם "זיין א נאר" איז אפשר נישט גוט ארויסגעברענגט די נקודה, ווייל א נאר איז אזוי געבוירן און קען נישט טוישן זיין שיקזאל, אפשר וואלט די קעפל געדארפט זיין:
"איז נישט געשמאקער ארויסצובלאקן ידיעות וואס קענען פאטענציאל שטעלן מיינע הנחות קדומות אונטער א פראגע צייכן"

אזוי ווי די משל פון די קדמות הזוהר,
איינער וואס זעט אזא קעפל האט צוויי אפציעס, אדער זאגן צו זיך, "איך ליין נישט אזא אשכול"!! אלע מיינע רביס/מחנכים/עלטערן און יעדער ארום מיר, האבן אנגענומען אז רשב"י אליינס האט אלעס געשריבן, איך וויל נישט ליינען אזא כפירה'דיגע מאמר וואס קען מעגליך טוישן מיין קאך און מיין הרגש דקדושה וואס איך האב צום זוהר הקדוש,
אבער פון די אנדערע זייט נודזשעט די מוח, קוק אויף די פאקטן! זע וואס יענער שרייבט! עס איז נאריש צו זיין איינגערעדט אז א ספר פון ליאן קומט גאר פון רשב"י, ווילסטו דען לעבן אין א געשמאקע טעות איידער ווי א פיינפולע אמת?

אפשר איז לעבן אין די טונקלקייט געשמאקער, אבער לעבן מיט די פאקטן איז מער ריכטיג, און ריכטיגקייט קומט פאר אלעס.

שמן למאור » מיטוואך יוני 1, 2022 8:18 pm

· #501449
היסטאריע
אויף די עיקר שאלה, איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

פרעג איך, ווער זאגט דו ביסט נישט?

און בכלל אלע מגיבים וואס רעדן וועגן דער טיפש, פין ווי איז דער זיכערהייט אז מען איז נישט א טיפש אליין?
די נקידה איז נישט חכם ווס. דעם טיפש
די ווארט איז יעדער אין זיין מצב, צו ער זאל קליגער ווערן פון די פלאץ וואס ער שטייט יעצט, אדער נישט פאשענען אין פרעמדע פלעצער

תרמב » מיטוואך יוני 1, 2022 10:23 pm

· #501468
מען פארציילט א מעשה אז ס'איז געווען א רבי וואס האט געפרעגט זיין תלמיד, דו האלסט נישט אז ס'וואלט געווען באקוועמער אז דו זאלסט זיין א בהמה? א בהמה האט אלס עסן פאר זיך און האט א שטאל ער דארף זיך נישט מוטשענען מיט קיין פרנסה, ער האט נישט קיין דאגות פון שידוכים און צער גידול בנים צו לוינט זיך נישט ענדערש צו זיין א בהמה? דער תלמיד האט זיך גענומען טראכטן אז אפשר האט ער א נקודה, ער טראכט אזוי שטארק אריין אפשר לוינט זיך עס טאקע ענדערש צו זיין א בהמה, האט די רבי אים געזאגט מוטשע דיך נישט אזוי, דו ביסט!

ברוינשטיין » מיטוואך יוני 1, 2022 10:59 pm

· #501475
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
תרמב
מען פארציילט א מעשה אז ס'איז געווען א רבי וואס האט געפרעגט זיין תלמיד, דו האלסט נישט אז ס'וואלט געווען באקוועמער אז דו זאלסט זיין א בהמה? א בהמה האט אלס עסן פאר זיך און האט א שטאל ער דארף זיך נישט מוטשענען מיט קיין פרנסה, ער האט נישט קיין דאגות פון שידוכים און צער גידול בנים צו לוינט זיך נישט ענדערש צו זיין א בהמה? דער תלמיד האט זיך גענומען טראכטן אז אפשר האט ער א נקודה, ער טראכט אזוי שטארק אריין אפשר לוינט זיך עס טאקע ענדערש צו זיין א בהמה, האט די רבי אים געזאגט מוטשע דיך נישט אזוי, דו ביסט!
ער גלייבט סתם אין עוועלאשען

סאנטיאגא » מיטוואך יוני 1, 2022 11:07 pm

· #501477
פאר'ן דאווענען
עצי שטים
ביז איך האב געליינט אט די מעשה,

אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינווער זיך צוזאמגענימען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדישת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, אין ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אינטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משיגאים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע, מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל אין בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגער נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט דעם הייליגן תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדישת שבת פינקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבין און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פיסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדישת שבת" און די וואכן אויך,
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדישת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!
וואו האסטו געליינט די מעשה? איך זיך שוין די מקור דערצו א לענגערע צייט.
עס איז אביסל שווער צו גלייבן די מעשה, ווייל למעשה האבן דאך די מענטשן געוויסט טיף אין הארצן אז ס'איז נישט שבת. איז מיר אביסל שווער צו גלייבן אז זיי האבן טאקע געשפירט. משא"כ דיין חבר בערל, ער האט באמת געמיינט אז ער האט געהאט כשרע תפילין, האט ער טאקע געקענט שפירן.
פון א פילם האסטו שוין אמאל געהערט? ס'איז פארהאן עקטערס וואס שפירן באמת וואו זיי האבן פארלוירן א קינד אזש ביז געשטיקטע טרערן אפילו אויב ס'איז נאר געשפילט...

סאנטיאגא » מיטוואך יוני 1, 2022 11:37 pm

· #501479
היסטאריע
אויף די עיקר שאלה, איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

פרעג איך, ווער זאגט דו ביסט נישט?

און בכלל אלע מגיבים וואס רעדן וועגן דער טיפש, פין ווי איז דער זיכערהייט אז מען איז נישט א טיפש אליין?
גוט געפרעגט. קענסט נעמען א אייקיו טעסט, קענסט דיך לערנען בעסיק לאגיק און זעהן צו דיין שכל פאלגט נאך די רולס אף לאגיק, נאטירליך צו נישט (וואס מיינסטו טוה איך דא? איך פרעקטיס:)
און while משוגע האט נישט קיין שיעור ווי די וועלט זאגט, האט קלוגשאפט יא. אזוי פארשטיי איך. דאס מיינט אוודאי נישט אז א קלוגע מענטש קען קיינמאל נישט זיין סטופיד, און אז א נאר קען קיינמאל נישט זאגן א גוטס...

@מי אני בעק מיך אויף דא מיט עפעס אן אריסטאטאליען quote

סאנטיאגא » דאנערשטאג יוני 2, 2022 12:07 am

· #501481
עצי שטים
סאנטיאגא
ווי מער דו ביסט מאריך, אלס שווערער איז מיר צו כאפן וואס דיין פראבלעם איז,
איך האב א פראבלעם? יעצט זאגסטו מיר? אקעי, גוט צו וויסן. איך האב דיר געגעבן א שארט version וואס פארפירסטו לאל
עצי שטים
די נקודה דא איז איין זאך, זיך צו פארמאכן די קאפ און נישט ווילן אנפילן די קאפ מיט ידיעות און וויסנשאפט, קען אפשר זיין געשמאקער, עס וועט מעגליך לאזן דיינע אלע הנחות קדומות אין פלאץ, און וועט נישט שטעלן דיין גאנצע לעבנסשטייגער אונטער א פראגע צייכן, וועסט קענען ווייטער זיך האלטן מיט די קאפ אין דער הייך אז איך בין גערעכט מיט מיין מהלך החיים
אבער פון די אנדערע זייט וועט די מוח זיך נישט לאזן טרעטן, און וועט פאדערן דאס זייניגע, ער וועט שטרעבן פארן אמת, און שטענדיג גלוסטן אויפריכטיגקייט אהן קיין נגיעות.
עקזעקלי, נישט דא אזאנס נא, א מאן וואס האט ליב מענער קען נישט פריטענדן ליב צו האבן פרויען, און א טראכטער קען נישט אויפהערן טראכטן, נישט קיין חילוק וויפיל יענער זאל זיך נאר אייסעלעיטן דערפון. כ'זוך אויך די סוויטש, צוריק גייט א קאזע. און דער וואס פאפט פייניגט זיך, וזהו. וועט נישט ממש דיין גאנצע לעבן זיין אונטער פראגע צייכן. אבער א וועלט פון פראגעס וועט זיין? יא אדער ניין? סא דו האסט יא ספיקות אדער אלעס קלאפט? דאס האב איך דיר מסביר געווען. ס'איז נישט אפ פאר דיסקאשן, איך האב נישט קיין טענות אז דו שמועסט עס אויס, אבער מיין הערה איז ס'איז נישט קיין טשויס... ס'דזשאסט איז. און ענד אף סטארי.

עגעין, אנלעס דו ביזט נישט אנאליטיש און טיף געשטימט, איך בין נישט קיין פסיכילאג, מ'רעדט פארשטייט זיך אויב איז עס מער ווי א איטש דא און א איטש דארט, א ספק'ל דא און א באדער'ל דארט און ווייטער געגאנגען נישט די סטייל מוח רעד איך וואס מער מיינט? פיגער עס אויס...
עצי שטים
ביזט גערעכט אז די טוירם "זיין א נאר" איז אפשר נישט גוט ארויסגעברענגט די נקודה, ווייל א נאר איז אזוי געבוירן און קען נישט טוישן זיין שיקזאל, אפשר וואלט די קעפל געדארפט זיין:
"איז נישט געשמאקער ארויסצובלאקן ידיעות וואס קענען פאטענציאל שטעלן מיינע הנחות קדומות אונטער א פראגע צייכן"
נאכאמאל ס'מאכט נישט עכט אויס וויאזוי דו דריקסט עס אויס, די תירוץ איז נאך אלס ניין. און איך פארשטיי מיטן גאנצן הארץ די אומבא'טעמ'טע געפיל. רעליגיע פארקויפט א גוטן פראדוקט. קאמפארט, און פאר דעם איז עס נאך אן אייטעם. די תירוץ איז נאך אלס ניין
עצי שטים
אזוי ווי די משל פון די קדמות הזוהר,
איינער וואס זעט אזא קעפל האט צוויי אפציעס, אדער זאגן צו זיך, "איך ליין נישט אזא אשכול"!! אלע מיינע רביס/מחנכים/עלטערן און יעדער ארום מיר, האבן אנגענומען אז רשב"י אליינס האט אלעס געשריבן, איך וויל נישט ליינען אזא כפירה'דיגע מאמר וואס קען מעגליך טוישן מיין קאך און מיין הרגש דקדושה וואס איך האב צום זוהר הקדוש,
אבער פון די אנדערע זייט נודזשעט די מוח, קוק אויף די פאקטן! זע וואס יענער שרייבט! עס איז נאריש צו זיין איינגערעדט אז א ספר פון ליאן קומט גאר פון רשב"י, ווילסטו דען לעבן אין א געשמאקע טעות איידער ווי א פיינפולע אמת?

אפשר איז לעבן אין די טונקלקייט געשמאקער, אבער לעבן מיט די פאקטן איז מער ריכטיג, און ריכטיגקייט קומט פאר אלעס.
יעפ. כ'האב ידידים וואס האבן די מהלך אויף גאנץ ק"ש משום איזה היה סיבה.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג יוני 2, 2022 12:08 am

· #501482
עצי שטים
"איז נישט געשמאקער ארויסצובלאקן ידיעות וואס קענען פאטענציאל שטעלן מיינע הנחות קדומות אונטער א פראגע צייכן"
פרעג פוטין וכת דיליה....
עצי שטים
אפשר איז לעבן אין די טונקלקייט געשמאקער, אבער לעבן מיט די פאקטן איז מער ריכטיג, און ריכטיגקייט קומט פאר אלעס.
נישט אלעמאל איז דיין point of view די ׳פאקט׳.

מי אני » דאנערשטאג יוני 2, 2022 12:13 am

· #501483
סאנטיאגא
היסטאריע
אויף די עיקר שאלה, איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

פרעג איך, ווער זאגט דו ביסט נישט?

און בכלל אלע מגיבים וואס רעדן וועגן דער טיפש, פין ווי איז דער זיכערהייט אז מען איז נישט א טיפש אליין?
גוט געפרעגט. קענסט נעמען א אייקיו טעסט, קענסט דיך לערנען בעסיק לאגיק און זעהן צו דיין שכל פאלגט נאך די רולס אף לאגיק, נאטירליך צו נישט (וואס מיינסטו טוה איך דא? איך פרעקטיס:)
און while משוגע האט נישט קיין שיעור ווי די וועלט זאגט, האט קלוגשאפט יא. אזוי פארשטיי איך. דאס מיינט אוודאי נישט אז א קלוגע מענטש קען קיינמאל נישט זיין סטופיד, און אז א נאר קען קיינמאל נישט זאגן א גוטס...

@מי אני בעק מיך אויף דא מיט עפעס אן אריסטאטאליען quote
אריסטו האט געזאגט:
Knowing yourself is the beginning of all wisdom

אבער מער קלארער לגבי די שאלה דא וואלט געווען די מימרא מסקראט (רבו של רבו אפלטון) המובא בחתימתי: "אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט [אחוץ דעם עצם פאקט]". והיינו, אז אט דאס טאקע איז א סימן של חכמה: די עפּיסטעמיק יוּמיליטי וענווה פונעם אנערקענונג אז מ'איז שוין גארנישט אזא חכם ווי מ'האט אלס געמיינט וכו'. אט די אנערקענונג פון "אפשר בין איך גאר א טיפש" איז שוין א סימן לחכמה.

דא הא'מיר אראפגעברענגט ציטאטן פון אלכסנדר דומא און איינשטיין איבער די אינפיניטוד פון מענטשליכע סטוּפּידיטי.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יוני 2, 2022 12:16 am

· #501484
ברוינשטיין
תרמב
מען פארציילט א מעשה אז ס'איז געווען א רבי וואס האט געפרעגט זיין תלמיד, דו האלסט נישט אז ס'וואלט געווען באקוועמער אז דו זאלסט זיין א בהמה? א בהמה האט אלס עסן פאר זיך און האט א שטאל ער דארף זיך נישט מוטשענען מיט קיין פרנסה, ער האט נישט קיין דאגות פון שידוכים און צער גידול בנים צו לוינט זיך נישט ענדערש צו זיין א בהמה? דער תלמיד האט זיך גענומען טראכטן אז אפשר האט ער א נקודה, ער טראכט אזוי שטארק אריין אפשר לוינט זיך עס טאקע ענדערש צו זיין א בהמה, האט די רבי אים געזאגט מוטשע דיך נישט אזוי, דו ביסט!
ער גלייבט סתם אין עוועלאשען
און איך דערמאן מיך אן אנדערע מעשה געהערט פון הערשל פורים (פר"מ) א חסיד איז אמאל אריין צו זיין רבי'ן און געפרעגט ילמדנו רבינו ס'שטייט אין תהילים שמר פתאים ה' די אייבירשטער היט אויף די באלאנדס אבער וואס וועט זיין מיט אלע קלוגע מענטשן? האט די רבי געזאגט, דו ביזט קעיר גענומען? וואס זארגסטו דיך פאר יענעם וואס?

שמן למאור » זונטאג יוני 12, 2022 2:36 pm

· #501966
איך שמועס לעצטנס פריוואט מיט איינער פון חבירים הידידים פון שטיבל, ער איז נישט אזא אפטע שרייבער, אבער קומט אריין פון צייט צו צייט און לאזט איבער שטיקלעך דברים כדברונות, מען קען זען אז ער איז א שטארקע געלערנטער און אינטעליגענטע מענטש,
דורך עפעס א סייעתא דשמיה האב איך מיך פינקט באקאנט געמאכט מיט אים, אלעס אנליין פארשטייט זיך, און איך שמועס מיט אים שוין פאר א שטיק צייט, בתוך הדברים איז אויסגעקומען אז ער מיט זיין ווייב זענען פריי אינגאנצן, אבער אויסערליך גייט ער נאך מיט די גאנצע לבוש, שיקט זיינע קינדער אין די היימישע מוסדות, און קויפט אפשר אפילו מפטיר יונה יום כיפור אויף א זאטע מאגן...

עס גייט שוין אהן אזוי פאר צענדליגע! יארן, איך האלט אים נאך אינמיטן אויספרעגן פינקטליך די הלוך ילך פון אזא לעבנס שטייגער, עס איז מיר געווען היבש אינטערסאנט, ער לייגט שוין נישט תפילין פאר יארן! און טרעט נישט אריין אין קיין שול משבת לשבת

איך האב געשמועס מיט אים איבער זיינע דורכגאנג, וויאזוי ער איז צעביסלעך "קליגער" געווארן, און אנגעהויבן צו צווייפלען אין אלעס וואס מען האט אים אויסגעלערנט

צו שפרינגען צו די פרייליכע ענדע (אויב מען קען עס אזוי אנריפן) האט ער נאכן זיין דעפרעסט פאר א לענגערע תקופה, אויסגעשמועס מיט זיין ווייב זיינע ספיקות און קשיות, און מיט איר ראט זענען זיי ביידע ציזאמען געזעצן צוויי יאר ביי קירוב רבנים, ווי זיי האבן צום סוף מחליט געווען אז אלעס איז ב. ס. און מען לאזט אלעס איבער... און היינט לעבן זיי א לעבן צוזאמען...

אבער עס איז נישט אייביג געווען אזוי גרינג... ער באשטעטיגט מיר אז ס'קלאר ביטער שווער צו ווערן קליג... מען ציטערט אפצולאזן די ווייב, מען וועט פארלירן די קינדער, זיין קרח מכאן ומכאן, ער זאגט מיר אז אסאך פון זיינע חבירים זיינס גלייכן האבן א ביטערע לעבן זייט זייערע אויגן האבן זיך געעפנט, די ווייב האט זיי אפגעלאזט, זיי טארן נישט זען די קינדער, אנדערע פירן שוין פאר צענדליגע יארן א באהאלטענע דאבל לייף, און באהאלטן זיירע כפירה געדאנקען פון די אייגענע ווייב
עס איז ביי טייל טוב מותי מחיי, מען שטיפט איין טאג נאכן צווייטן... און אזוי גייט שוין די לעבן... עס איז שוין גארנישט אזא געשמאק צו זיין קליג...

פאר מען הייבן אהן זיך אריינצעטוהן אין "קליג ווערן" דארף מען קלאר וויסן אז עס קומט מיט די ריזיקע אז די מסקנות וועלן דיר טראגן צו פלעצער וואס די האסט נישט געטראכט אז עס וועט דיר אהין פירן, און כל באיה לא ישיבין, מען קען שוין נישט צירוק ווערן א שוטה.. מען קען זיך פאפן אדער פאפן די וועלט.. אבער עס האט יענע ביטערע טעם..

הגם אזוי ווי איך האב געשריבן, אז איינער וואס די קשיות נאגן אים.. און זיין מוח זיכט די אמת, האט ער נישט ציפול ברירות, ער וועט צום סוף זיכן צו דערשטיקן זיינע קשיות און זיכן נאך תריצים, און עס קען מעגליך זיין אז זיינע מסקנות וועלן גראדע זיין אז גאט מיטן תורה איז יא אמת, אסאך קליגע געלערנטע מענטשן האלטן יא אז תורה איז מסיני וכ' העק בען שפירא האלט אזוי...
אבער עס איז א ריזיקע.. מען קען נישט וויסן.. און עס קען זיין א שרעקליכע גיהנם אויף די וועלט...

איך וויל דא ברענגען א ברייוו וואס ער האט מיר געשיקט, עס איז א גאר ציפעדיגע בריוו, אין ענגליש, וואס ער האט אפגעטייפט ווען זיין עלטסטע זון איז געווארן בר מצוה... זיין זון האט עס נישט געזען עד היום הזה...
עס שטעכט גאר שטארק, זאג דיר מיר צו איז נישט שווער צו "ווערן קליג"

*******

Dear Son,

In just a few days you will be celebrating your thirteenth birthday. You have prepared for that day for a long time. It is a milestone to you. And according to your beliefs, it's a turning point in your life. From now on, you will be responsible for your own sins, you are relieving me of that responsibility. You are becoming a grown man.

As your father, I should be happy and excited. My oldest is becoming a man. I should be overjoyed and celebrate with you. Sadly, I don't share that excitement. I participated in the preparations, bought you your new adult garb, your tefillin, arranged a nice party, but emotionally I'm not there.

I thought that when the day will come, somehow, I will be happy for you, or at least I will just be numb. That it will just pass. I was mistaken. In the past few days, I woke up to a new realization, something hit me. Reality sinks in.

I will always remember that day. The day the doctor shout out: Mazel Tov, it's a boy! There you were, in your mom's hands, breathing fresh air for the first time. It was one of the better moments of my life, if not the best moment of my life. You made me a father! It's an indescribable feeling. I had so many dreams and hopes for you, for us. I was hoping that you will grow up to be a God-fearing Jew devoting your life to His commends. I was sure that I will do whatever it takes to make that happen. That we will have a special father-son relationship that nothing in the world will be able to spoil. But so much has changed since. I'm not the same man. I moved on, but you stayed.

I know of many good people who, as a result of thinking out of the box, have to fight for the right to see and be with their children. It is a gruesome experience. Something no human-being should ever have to go through. Only something as beautiful as religion -- or a Hitler or the mafia and the like -- can rationalize such an ugly practice.
I'm lucky that I'm not in that position (at least not yet), still, I feel that religion is robbing you away from me.

The older you get, the less we have in common. You are interested in things that are meaningless to me, and I'm interested in things that are taboo or forbidden to you. We just live on different planets. We can't have an open communication. Even this letter, an open letter from me to you, a glimpse into your father's heart, in all likelihood you will never see. Definitely not in the foreseeable future. Physically we live in the same home, but emotionally we are worlds apart.

I am there with you each and every day, but I am not there. Religion built a wall between us. I can not teach you the values I believe in. I can not guide you to what I think is right. I can not keep you from doing evil. I can not lecture you not to hate others who aren't like you. I can not send you to the school of my choice. I can not make decisions about you. I can not fulfill my fatherly duties.

I'm heartbroken about it but there is nothing I can do about it without causing you to go through horror.

You are happy about that day, your mom is happy, your grandparents are happy. I'm not. I'm actually sad that you're happy about it. I'm horrified to watch you go down the path I'm coming from. I tremble of the day you'll open your eyes and blame me for not being there to protect you from it. But my hands are tied.

F**k religion and all that it has done to me. And to you. הטיח כאן דברים כלפי מעלה...

Before I finish I wanna wish you a happy birthday, and a long and healthy life. A life that you can make sense of. I sincerely hope and wish that you figure it all out before you impregnate your frum wife. You're a smart kid, you just have to think, that's all it takes. In the likely event that doesn't happen, I pray to God or whomever that you should stay the frum sheltered person you are now, devoted to the nonexistent God and the humane parts of the religious doctrine.

Dad

צקון לחש » זונטאג יוני 12, 2022 3:28 pm

· #501970
עצי שטים
.
געוואלדיג שבגעוואלדיג, געוואלד!!

קהל'ס נער » זונטאג יוני 12, 2022 8:07 pm

· #501992
אז מען רעדט שוין פון בען'ענען זאגט ער אויך אז כאטש זיין אמונה איז באזירט אויף לאגיק דארף ער נאך אלץ א leap of faith, ממש ווי די בעש"ט האט געזאגט "נאך אלעם בין איך א נער און איך גלייב"

לכאורה, מיינט ער דעיס צי זאגן (ער זאגט נישט ביז ווי איז לאגיק און ווי הייבט זיך אן זיין אמונה פשיטה, מילא וועל איך זאגן וואס איך האלט), אז ס'דא א בורא עולם איז לאגיק, ווייל א וועלט באשאפט זיך נישט אליין, אבער אז דער בורא האט געגעבען די תורה דא דארף מען שוין אמונה פשוטה.

ברוינשטיין » זונטאג יוני 12, 2022 8:41 pm

· #501995

כ'פארשטיי נישט, אויב ביידע עלטערן האלטן אז ס'איז בול שיט, דעמאלט פארוואס איז זיי אזוי שווער צו אויפקלערן דאס קינד?

Whatever

יעקב מעקסוועל » זונטאג יוני 12, 2022 10:34 pm

· #502000
די בריוו נעמט מיר ממש ארויס פון די כלים. פארוואס האט ער אים נישט געשיקט צו מוסדות וואס וועט אים צוגרייטן לויט וואס די טאטע האלט? קען זיין די זיידע'ס פון אלע זייטן וואלטן זיך גערעגט פארוואס ער שיקט נישט צו די "היימישע מוסדות", די טענות פון די ארומיגע איז וויכטיגער ווי זיין קינד'ס עתיד?

ער שרייבט ער קען גארנישט טון אים צו העלפן. שקר וכזב! וויקטים מענטעלעטי בתפארתה. אוי ווי ער קען טון. עס איז דא טאטעס וואס מאכן זייערע קינדער פאר די גרעסטע קנאים און שוואנצאנים, וויאזוי טוען זיי דאס? זיי רעדן אייביג דערפון, זיי געבן עס אריין אין די קינדער, ווייל דאס איז וואס איז זיי וויכטיג! אויב פאר דיר איז וויכטיג צו אויסברייטערן די וועלט אויסקוק פון דיינע קינדער, קענסטו טרעפן א וועג. אויב ווילסטו זיי זאלן רעספעקטירן יעדע מענטש אויף דער וועלט, קענסטו טרעפן א וועג.

די ערגסטע חלק איז ווען ער שרייבט פון די שידוך פון זיין זון. שוין יעצט פאר די בר מצווה פון זיין זון, ווייסט ער אז זיין זון גייט ווערן סטאק מיט א פרומע פרוי, און ער "האפט" "סינסערלי" אז זיין זון גייט עס אויספיגערען פאר עס גייט זיין צו שפעט. ביסט נארמאל!? שוין יעצט ווייסטו אז דו גייסט גארנישט טון אלע זיינע בחור'ישע יארן אים אויפצוקלערן? דו גייסט נישט כאטש פראבירן אים מחנך צו זיין אויף די וועג וואס דו האלטסט פאר ריכטיג? און דו גייסט אים נעמען צו א בעשוי און אריינזעצן מיט א שידוך? און דאס אלעס ווייל "איך קען גארנישט טון אן גורם זיין ווייטאג פאר מיין קינד..."!?

עס גלייבט זיך נישט ווי סטאק מענטשן קענען זיין אין א מצב, עס איז צייט צו נעמען אביסל אחריות אויף די אייגענע מעשים. מילא ווען מען נעמט נישט קיין אחריות און מען דערלייגט אליין, איז איין זאך, אבער נישט נעמען קיין אחריות אויף דאס וואס מען טוט צו די קינדער, אנבעליוועבעל.

און ער זאגט נאך הטיח דברים כלפי מעלה, הטיח you.

די איינציגע לימוד זכות וואס איך קען טרעפן, אז אין די צייט וואס ער האט געשריבן דעם בריוו איז זיין ווייב נאכנישט געווען מיט אים אויף די זעלבע בלאט. כאטש דעמאלטס איז אויך דא גענוג וואס מען קען טון מער פון זאגן איך קען גארנישט טון.

תוהו ובוהו » זונטאג יוני 12, 2022 11:16 pm

· #502001
אל תדין את חברך בתפארתו.

וואספארא סארט באשולדיגונג איז דאס?? דו קענסט זיין מצב?? דו ווייסט צו וואספארא פאראנויע אזא מצב קען פירן??

און ניין, נישט יעדער פארמאגט די עמאצינאלע יכולות צו דערהייבן סאציאלע און רעליגיעזע דרוק. און דאס אז ער געפינט זיך פערצופאל אין די אומשטענדן מאכט אים נישט פלוצים וואקסן אנדערע הויט.
יעקב מעקסוועל
מילא ווען מען נעמט נישט קיין אחריות און מען דערלייגט אליין, איז איין זאך
זאגסט אליין, אז ס'מעגליך אז ער זעלבסט איז סטאק און קען זיך נישט ארויסזעהן פונעם פלאנטער. טראכסט ער וויל זיך אליין נישט העלפן? אז ער קען זיך נישט ארויסזעהן פונעם פלאנטער ווי פארלאנגסטו מיט אזא פשטות נאך צו העלפן זיין קינד.

כ'גלייב אז אויב מיינט ער ערענסט וואס ער שרייבט טוהט ער לויט זיינע יכולות צו פארבעסערן זיין קינד'ס צוקונפט. און אויב נישט, קען ער דאס אויך נישט! פון וואו ווייס איך? פון דעם אז ער טוט נישט..

יעקב מעקסוועל » מאנטאג יוני 13, 2022 12:01 am

· #502004
ראשית, אפילו א טאטע איז קראנק אויף א וועג וואס ער קען נישט באזארגן זיינע קינדער, וועט ער נאכאלס פראבירן וואס ער קען. קען זיין אין הימל וועט מען אים נישט באשטראפן ווייל ער האט נישט געקענט, נאכאלס וועט א נארמאלע מענטש טון וואס ער קען יא.

ושנית, והוא העיקר, די גאנצע בריוו האט אין זיך אזא אראפווארפן אחריות. "איך קען גארנישט טון" רעליגיע איז שולדיג, אלעס איז שולדיג נאר נישט איך...

און דאס קען מען הערן פון אידן וואס זענען נאכנישט קיין 25! זייערע קינדער זענען נאך בעיביס, און זיי טענה'ן זיי זענען שוין סטאק! זיי גייען האבן נאך קינדער, זיי גייען זיי שיקן צו מוסדות וואס זיי האלטן נישט פון, זיי גייען צוזען ווי די קינדער ווערן אנגעווארעמט צו נושאים וואס איז לדעתם שטותים אין בעסטנס פאל, זיי גייען זיי איינזאלצן מיט שידוכים אז זיי זאלן אויך ווערן סטאק, און אזוי גייען זיי טאנצן אויף חתונות פון קינדער און אייניקלעך די נעקסטע 100 יאר! אלעס ווייל זיי זענען סטאק...

אויב זאגסטו איך האב מיר נישט אריינגעלייגט אין מיין מצב, איך קען נישט פיקן און טשוזן וואס צו טון, האב איך נייעס פאר דיר, דו ביסט בוחר וואס דו טוסט. אויב ביסטו סטאק, און דו האסט נאר צוויי אפציעס, פון איין זייט קענסטו אלעס אפלאזן, און דו ווילסט עס נישט טון ווייל עס זייער שווער. פון די אנדערע זייט קענסטו זיך אריינלייגן צו מאכן דיין יעצטיגע מצב בעסער, אבער דו פילסט ווי דו האסט נישט די כוחות עס צו טון. דעריבער ביסטו מחליט גארנישט צו טון. האב איך פאר דיר נייעס: גארנישט טון איז אויך א טשויס וואס דו מאכסט, העפענס טו בי דאס איז די ערגסטע טשויס וואס דו קענסט מאכן, מיט די ערגסטע רעזולטאטן פאר דיר און דיינע קינדער.

ר' איד, נעם אחריות אויף דיינע מעשים! גיי זוך הילף! אפילו עס וועט דיר נעמען יארן צו מסדר וואס דו גייסט טון, וועסטו נאכאלס האבן א 70 יאר צו לעבן ווי עס דארף צו זיין.

היסטאריע » מאנטאג יוני 13, 2022 12:32 am

· #502005
בקיצור פין אלע מעשיות, עס איז גארנישט אזא חכמה צו זיין קלוג.

דער ב"ש באדערט יעדעם, איינער מער איינער ווייניגער. אבער דער *חכם" מיינט, אז ער האט דער סאלושען פאר אלעס.

טאמער מען איז גרייט מקבל צו זיין אז אונז ווערען געפירט, איז אלעס גרינגער.

שמן למאור » מאנטאג יוני 13, 2022 12:51 am

· #502006
לאמיך נאר אויסקלארן די מעשה דא

די בריוו איז געשריבן געווארן ווען זיין ווייב האט נאך גארנישט געוויסט, זי האט געמיינט אז איר מאן איז נאך דעם זעלבע בעסטע בחור פון ישיבה וואס איר טאטע האט אויסגעוועלט פאר איר, זי האט נאכנישט גע'חלומ'ט אז איר מאן האט שוין געטרינקען פון די אנגארישע וויין, און האט פייגעלעך אין קאפ, אפגערעדט אז עס איז איר נישט אייגעפאלן אז ער איז א כופר בעיקר ממש
איך האב געמיינט אז עס איז קלאר פון דעם וואס ער שרייבט אז "דיין מאמע איז פריילעך"
שוין כוואלט עס אפשר בעסער געדארפט אויסשמועסן

מעקסוועל: די מאכסט עס כאילו ער האט עפעס א שמארגעסבאורד פון אפציעס אויפן טיש... איים סארי, די נאר'סט זיך עפעס געפערליך, מען רעדט נישט דא פון איינער וואס וויל ווערן אביסל קיל, און קען שיקן זיינע קינדער צו א לויזערע מוסד נאכן מאכן א מלחמה מיט זיין ווייב...

מען רעדט דא פון איינער וואס לאכט אויף אלעס, ער וואלט געשיקט זיין קינד אין פאבליק סקול אויב קען ער ווען, אדער צו שטאדירן אין קאלידזש, האט ער דען אזא אפציע??? אפילו אויב זיין ווייב איז יא גענצליך מיט אים?

טאמער קומט ער נאר ארויס מיט די מינדעסטע פאדערונד פאר זיין ווייב, ריזאקירט ער צו פארלירן "אלעס"!!!, עס קען זיך ענדיגן גרינגערהייט מיט א גט, ער וועט קיינמאל אין זיין לעבן קענען זען זיינע קינדער, זיין טאטע מאמע, חברים ידידים וועלן אפהאקן סיי וועליכע קשר מיט אים,
און חוץ פון זיך אפלעבן א ביטערע לעבן אדער גאר זיך נעמען די לעבן וועט נישט זיין ציפול בעסערע אפציעס אויפן טיש

ער מיז ציקוקן ווי זיין זון גייט צום בר מצוה, פריידט זיך מיט אלע זיינע פרענדס, אבער ער קען אים נישט בארויבן פון זיין יעצטיגע חברים און לעבן, עס איז פשוט אחזריות'דיג און נישט פראקטיש

אודאי האט ער געטון די בעסטע וואס ער האט נאר געקענט, ער האט נישט געפרעדיגט רעליגיע אינדערהיים, ער זאגט מיר אז זיין זון האט קיינמאל נישט געהערט פון אים א רעליגיעזע פאדערונג, די קינדער אינדערהיים ווייסן אז מען קען טון וואס מען וויל, חוץ פון מענטשליכקייט און מאראל לערנט ער גארנישט אויס, און זיין שטוב היינט איז טאקע גאר א קילע שטוב, מען דוסקאסירט די לעצטיגע מאוויס ביים יו"ט טיש, מיט די איידעמער און שנירן אינאיינעם, מען זאגט נישט קיין תורה, נו אסאך שטיבער ווי די עלטערן זענען נישט קיין כופרים פירט זיך אזא ווערטשאפט...
אבער נאר זיך נישט, אונזער סיסייעטי בינדט גאר שטארק די הענט פון אזא איינער, ס'נישט דא ציפול אפציעס, און אלע זענען שלעכט

האסט א בעסערע אפציע פאר אים? וואס וואלסטו געטון אין אזא מצב?

פרנס החודש » מאנטאג יוני 13, 2022 1:48 am

· #502012
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
כיוון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד. נעמסט ארויס מעקסוועל׳ן פון די כלים און נאכדעם זאגסטע נעה די מעשה איז געווען אנדערש.
You just can’t do that

הקטן » מאנטאג יוני 13, 2022 7:41 am

· #502030
פרנס החודש
כיוון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד. נעמסט ארויס מעקסוועל׳ן פון די כלים און נאכדעם זאגסטע נעה די מעשה איז געווען אנדערש.
You just can’t do that
שטייט אזוי אין די בריוו אויך (דיין מאמע פריידט זיך)
- אויב איז עס בכלל געשריבן געווארן
בלאט: 1 2 3 4