☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאריע

די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאריע

93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13854
בלאט: 1 2

מי אני » פרייטאג מאי 22, 2020 4:03 pm

· #449372
די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאריע
די פּרעגעל טייך לויפט דורך דעם שטאט קאָניגסבּערג (היינטיגע קאלינינגראד), צוטיילענדיג דעם שטאט אין צו צוויי אינזלען וממילא אין צו פיר לאנד מאסעס. באהעפטענדיג דאס אלעס אין 1736 זענען געווען זיבן בריקן כזה:
📎 IMG_6962.png


דער בירגערמייסטער פון א דערנעבענדן שטאט קארל גאטליבּ איִלער, וואס איז געווען א שטיקל מאטעמאטיקער, איז געווען נייגעריג צו מ׳קען מאכן א וועג וואו מ׳גייט דורך יעדעס בריק אָן איבערגיין א בריק צוויי מאל. (און פארשטייט זיך אז מ׳מוז נוצן די ברקים אנצוקומען צום לאנד מאסע און מ׳שטעלט זיך נישט אפ אינמיטן א בריק.) ער האט געשיקט די פראגע צום בארימטן מאטעמאטיקער לעאנהערד אוילער.

צום ערשט האט אוילער נישט געהאלטן אז דאס האט אזוי ווייט מיט מאטעמאטיקס. דערנאך האט ער אבער אריינגעקלערט אז דאס האט יא א שייכות מיט דזשיאמעטרי; וואס ער האט גערופן די דזשיאמעטרי ״פון פּאזיציע״. ער האט באמערקט אז די איינציגסטע זאך וואס איז נוגע דא זענען די בריקן. ולא זו בלבד, נאר אפילו די פאזיציעס וואו די לאנד מאסעס זענען איז בעצם אויך נישט ממש רעלעוואנט. דהיינו, יעדע לאנד מאסע ווערט גערעכענט ווי איין נוֺיד/ווערטעקס [א פּונקט] און די בריקן זענען ליינס וואס באהעפטן איין נוֺיד/ווערטעקס צום אנדערן. אין אזא פאל קען מען אפילו אויסשטעלן די נוֺידס/ווערטעקסעס אין א גראדע שורה נאר מ׳מאכט ליינס פון איין נוֺיד/ווערטעקס צום אנדערן לויט וויפיל בריקן באהעפטן זיי. למשל, די מיטעלסטע לאנד מאסע, נוֺיד/ווערטעקס, גייט האבן 5 ליניעס ארויסקומען דערפון: צוויי צו וואו אימער איך שטעל דעם אויבערשטען פונקט, צוויי צו וואו אימער איך שטעל דעם אונטערשטן פונקט, און איינס צו וואו אימער איך שטעל דעם רעכטן פונקט. ווען איך רעכן נאר נוֺידס/ווערטעקסעס [פונקטן] און ליינס רופט זיך דאס א גרעף.

דערנאך האט ער איינגעזעהן אז אויב איינער גייט צו א פונקט דורך א בריק מוז ער דאך ארויסקומען פון דארט, און דאס קען דאך נאר זיין דורך אן אנדערן בריק כנ״ל; עס מוז האבן אן איִווען נומער פון בריקן. די איינציגסטע יוצאי מן הכלל פון דעם זענען די פּונקטן וואו מ׳הייבט אן און וואו מ׳ענדיגט. פון דעם קומט אויס אז נאר צוויי פּונקטן קענען האבן אן אַדד נומער פון ליינס וואס קומען ארויס דערפון.

העולה מכל זה איז אז אויב וויל מען וויסן מעיקרא צו מען וועט קענען מאכן אזא סארט [טרעווערסיבּל] דרך וואו מ׳גייט דורך א ליין נאר איינמאל, איז אדער וועלן אלע פונקטן וואס די ליינס טוהן באהעפטן האבן נאר אן איִווען צאל פון ליינס וואס קומען ארויס פון זיי, אדער אז נאר פונקטליך צוויי פון די פּונקטן האבן אן אַדד צאל פון ליינס וואס קומען ארויס פון זיי (און די איבעריגע האבן אן איִווען צאל). די צוויי אַדד נומערן וועלן זיין וואו מ׳הייבט אן און וואו מ׳ענדיגט, או אויב אלע זענען איִווען ענדיגט מען בעצם וואו מ׳הייבט אן [אן אוילעריען סירקוּט].

אין קאָניגסבערג האבן אלע 4 פּונקטן אן אַדד צאל פון ליינס/בריקן וואס באהעפטן זיי איינע צו די אנדערע [3, 3, 3, און 5]. דעריבער האט עס נישט קיין אוילעריען דרך און עס איז נישט מעגליך צו אריבערגיין אלע בריקן אן נוצן א בריק צוויי מאל.

בשעת׳ן צווייטן וועלט קריג האבן די רוסן באמבאדירט צוויי פון די בריקן, וואס דאס האט געשאפן אז טאקע נאר צוויי פון די פּונקטן האבן געהאט דריי בריקן וואס באהעפטן זיי צו אנדערע פּונקטן [אן אַדד נומער], און די אנדערע צוויי האבן געהאט צוויי בריקן [אן איווען נומער], וממילא איז דעמאלטס יא געווארן שייך אריבערצוגיין אלע בריקן אן אריבערגיין איינס צוויי מאל.

דאס קען מען נוצן ביי די סארט חידות וואו מ׳גיבט א סארט שׁעיפּ און מ׳פרעגט אויב מ׳קען (מיט א פּען) מאכ׳ן א דרך מיט׳ן אריבערגיין די שׁעיפּ, אָן אויפהייבן די פּען און אָן אריבערגיין א ליין צוויי מאל. דאס רופט זיך אן אוילעריען דרך על שמו. די פריערדערמאנטע כלל זאגט אויב ס׳איז בכלל שייך.

פון דעם איז ארויסגעוואקסן א נייע פעלד אין מאטעמאטיקס: גרעף טעאריע.

דא אונטן איז די זעלבע מאפע פון קאָניגסבּערג מיט אירע בריקן אויסגעשטעלט אלס א גרעף.
📎 IMG_6963.png

פארוואס? » פרייטאג מאי 22, 2020 4:21 pm

· #449373
ייש"כ פארן נעמען די מיה צו אונז געבן א טעימה פון די גראף טעאריע.

דאס איז זייער נוגע אין אסאך תחומים פון לעבן, און צומאל אין אומערווארטעטע סיטואציעס.
א גראף קען ווערן גענוצט צו באשרייבן א מאדעל פון א געוויסע פראבלעם.
עס ווערט אפט גענוצט אין קאמפיוטער סייענס, אין פיזיקס/קעמיסטרי און אפילו אין סאציעלע סטודיס.

עס וואלט געווען אינטרעסאנט, אויב דו קענסט טרעפן נאך גוטע דוגמאות פון נוצבארע פראבלעמען אין גראף טעאריע.

מי אני » פרייטאג מאי 22, 2020 5:16 pm

· #449379
Re: די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאר
א באקאנטע נושא בתוך גרעף טעאריע איז די טרעוועלינג סעילסמאן פראבלעם. דאס פרעגט אז א מענטש וואס דארף ארומגיין צו א פאר שטעט [״פונקטן״], וואס איז די קערצטע וועג אין וואס ער קען דאס מאכן [די קורצסטע/ווייניגסטע ״ליינס״ וואס באהעפטן די ״פונקטן״]? דאס איז ענליך צום פראגע וואס מאטערן מוסדות יערליך איבער וויאזוי צו מאכן די שנעלסטע/קורצסטע בּאָס רוּט... די שאלה, אין אלגעמיין נעמט נאר אריין די וועריעבּל פון לענג בלבד (נישט איכות: טראפיק פון איין קורצע ליין וואס איז מער און שטאַטער ווי א לאנגע ליין וכו׳).

די שאלה איז א דוגמא פון א שאלה וואס מ׳קען גרינג מברר זיין איר ענטפער לאחר המעשה, אבער איז (אסאך) שווערער אויפצוקומען מיט אן אלגאריטם וכו׳ מעיקרא דאס צו מסדר זיין (ועיין כאן).

אן אינטרעסאנטע זאך מיט די שאלה איז אז די אויבן-אויף׳דיגע סברא אז פון די פונקט וואו מ׳הייבט אן זאל מען גיין צום נענטסטן פונקט, און פון דארט צום נענטסטן פונקט אא״וו גייט בדרך כלל נישט גיבן די שנעלסטע/קורצסטע וועג, ובפרט טאמער דארף מען צוריקומען צו וואו מ׳האט אנגעהויבן. קאָמפּיוּטערס וכדומה רעכענען אויס די פראבלעם דורכ׳ן אויסשטעלן א רוּט און דערנאך פארעכטען די לענג צווישן צוויי פון די פונקטן (אינעם קאנטעקסט פון די אנדערע און לענג אָוועראָל) צו א קורצערע וכן הלאה, ביז מ׳קומט אן צו א רוּט וואס איז די קורצטסטע אָוועראָל.

מי אני » פרייטאג מאי 22, 2020 6:11 pm

· #449383
די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאריע
נאך אן אינטרעסאנטע זאך וואס האט א שייכות מיט גרעף טעאריע איז די פיר קאליר טעאריאָם. דאס לויטעט אז אויף א (נארמאלע גראדע) פאפיר וואס איז צוטיילט אין אסאך שׁעיפּס וואס די וואנט פון איינע רירט אן די צווייטע וכו׳, וועל איך נישט דארפן האבן מער ווי פיר קאלירן זיי אלע צו פארבן אויף אזא אופן אז קיין איין שׁעיפּ זאל נישט זיין די זעלבע קאליר פון עני פון די ארומיגע שׁעיפּס מיט וואס זי טוהט טיילן/שׁעירן א וואנט (נישט אן עק). פארשטייט זיך אז דאס רעדט זיך ווען איך מיש מיך נישט אריין אינדערמיט און זאג אז ״די שׁעיפּ מוז זיין די קאליר דוקא אזוי ווי די געוויסע אנדערע שׁעיפּ״. דאס קען פאסירן ביי א מאפע וואו איך מוז פארבן א געוויסע שׁעיפּ די זעלבע ווי א געוויסע אנדערע שׁעיפּ וואס געהערט צום זעלבן לאנד וכו׳. אין אזא פאל וועט די טעארעם נישט האלטן.

‏(דאס אז מ׳דארף נישט מער ווי 5 קאלירן האט מען געוואוסט אסאך פריער. אז מ׳דארף נישט מער ווי 4 קאלירן איז שווערער אויפצוווייזן.)

מ׳האט דאס אויפגעוואוזן עפ״י גרעף טעאריע. דהיינו, אז א גראדע גרעף איז פיר קאליר׳עבל. למשל, כזה:
📎 IMG_6965.png

קיין איינע פון די פונקטן טוהט נישט זיך נישט באהעפטן דורך א ליין צו א פונקט וואס האט די זעלבע קאליר ווי איר.

*

אין דעם סוגיא איז דא די העדווידזשער-נעלסאן פראבלעם. דאס פרעגט אז אויב מאך איך פונקטן וואס צווישן יעדעס איינס אין אנדערן/נעקסטן איז דא די זעלבע לענג, וויפיל קאלירן וועל איך דארפן אז א פונקט אין אלע אירע ארומיגע זאלן נישט זיין די זעלבע? מ׳ווייסט אז 7 איז גענוג און אז 4 איז נישט גענוג.

מי אני » זונטאג מאי 24, 2020 12:10 am

· #449413
די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאריע
די טרעוועלינג סעילסמאן פראבלעם איז א דוגמא פון וואס מ׳רופט אין גרעף טעאריע א העמילטאָניען דרך פראבלעם (בכלל). דהיינו, צו טרעפן א (קורצסטע) דרך וואו מ׳באזוכט יעדעס פּונקט נאר איינמאל (צומאל איז דאס א סייקל, ווען מ׳דארף צוריק קומען צום פונקט וואו מ׳האט אנגעפאנגן, און צומאל נישט; סתם א דרך).

די שוועריקייט פון טרעפן די דרך איז ווייל די מעגליכע דרכים זענען די פעקטאָריעל פון וויפיל פונקטן [נוידס] די גרעף האט. פאר (גאר) אסאך פונקטן איז דאס גאר (גאר) אסאך דרכים, און זיי דורכגיין איינס-ביי-איינס איז שטאַט אפילו פאר א שטארקע קאמפיוטער.

נאך אן אינטרעסאנטע סארט חקירה אין די סוגיא איז צו טרעפן אויף א שאך ברעט (פון א געוויסע לענג און ברייט פון קעסטעלעך; עס דארף נישט זיין די קלאסישע שאך ברעט) א פערד׳ס דרך. דהיינו, די פערד שטיקל פונעם שאך שפיל רוקט זיך, ווי באקאנט, דוקא [אין יעדע דירעקציע] צוויי גראד און דערנאך איינס צו לינקס אדער רעכטס. די מטרה פון די פראבלעם איז צו טרעפן א דרך וואו דאס פערד שטיקל זאל באזוכן יעדעס פלאץ אויפ׳ן ברעט נאר איין מאל. אויב ענדיגט זיך דאס ביי א פלאץ וואס איז איין פערד-רוק אוועק פון וואו עס האט זיך אנגעהויבן, איז עס א ״פארמאכטע״ דרך [א העמילטאָניען סייקל], אנדערש איז עס אן ״אפענע״ דרך [א העמילטאָניען דרך].

טאמער האט די ברעט סיי אין די לענג און סיי אין די ברייט אן אַדד צאל פון קעסטעלעך איז אומעגליך צו מאכן א ״פארמאכטע״ פערד׳ס דרך. ווי אויך איז דאס אומעגליך טאמער זענען די זייטן נאר 1, 2, אדער 4 קעסטעלעך לאנג. אדער טאמער איז די לענג און די ברייט פונעם ברעט נישט אייניג און די קלענערע זייט איז 3 קעסטעלעך לאנג, בשעת די לענגערע זייט איז 4, 6, אדער 8 קעסטעלעך לאנג.
ווי אויך איז אויפגעוואוזן אז טאמער איז די קלענערע זייט צום ווייניגסטענסט 5 קעסטעלעך לאנג איז זיכער דא כאטש אן ״אפענע״ דרך.

די פראבלעם האט מען גראדע א שטיקל געפארשט נאך פאר׳ן אויפשטייג פון גרעף טעאריע.

הגם, (ווי דערמאנט) זענען די סארט העמילטאָניען דרך פראבלעמען בדרך כלל שווער מפשר צו זיין מעיקרא און ארויסהאבן אן אלגאריטם דערפאר, איז די פערד דרך גרינגער אין אלגעמיין. למשל, אין דעם איז דא ווארנסדארף׳ס רוּל. דאס זאגט אז ווען איך האב אן אויסוואל פון אפאר קעסטעלעך וואו אהין צו רוקן דעם פערד, זאל איך אים רוקן צום קעסטעל פון וואו עס האט דערנאך די ווייניגסטע אויסוואלן וואו אהין צו גיין פון דארט. אין גרעף טעאריע מיינט דאס גיין צום פונקט פון וואו עס איז דא די ווייניגסטע ליינס וואס קומען ארויס דערפון. מ׳רעכענט נישט אלס אן אויסוואל קעסטעלעך וואס מ׳האט שוין באזוכט.

‏א וועריעישאן פון דעם סארט פראבלעם בכלליות איז צו טרעפן א דרך וואו די פערד קען באזוכן די מערסטע קעסטעלעך אָן אריבערגיין א פלאץ וואס דאס פערד איז אריבערגעפלויגן, אפילו עס האט נישט געלאנדעט אויף יענע קעסטעלעך.

***

די האנט-גיבן לעמאַ, אז ביי א צאמקום פון מענטשן וועט זיין אן איִווען צאל פון מענטשן וואס האבן יעדעס איינס געגעבן די האנט פאר אן אַדד מאל פון מענטשן (דערמאנט דא), קומט אויך אפיר פון גרעף טעאריע. דאס קומט אפיר אז ביי יעדע אומדירעקטירטע גרעף, דהיינו וואו די ליין פון איין פונקט צום אנדערן קען גיין אהין און/אדער צוריק [מיינענדיג איך קען עס אנקוקען פון נויד א׳ צו ב׳ פונקט אזוי ווי וואו פון נויד ב׳ צו א׳, אזוי ווי ביי צוויי אירע וואס גיבן זיך די האנט; ס׳איז מעגליך אזוי און/אדער פונקט אזוי מעגליך אזוי פארקערט], וועט זיין אן איִווען צאל פון פונקטן מיט אן אַדד צאל פון ליינס.

מי אני » דאנערשטאג מאי 28, 2020 7:47 pm

· #449876
Re: די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאר
אין דעם איז דא די גרעיספוּל בוים קאנדזשעקטשור. א ״בוים״ גרעף איז אזא סארט גרעף וואס הגם איין פונקט קען האבן ליינס צו מער ווי איין אנדערע פונקט, וועט אבער יעדע פונקט/נוֺיד האט נאר איין ליין וואס באהעפט עס צו אן אנדערע פונקט/נוֺיד. ועוד, דאס וועט נישט זיין א סייקליק גרעף, וואס באהעפט זיך אין אזא סארט וועג צו שאפן א רינג. (צווישן אפאר אנדערע פרטים וואס מאכן עס זיין א ״בוים״.)

די קאנדזשעקטשור לויטעט אז ביי אזא סארט ״בוים״ גרעף אויב האב איך עני סעט פון נומערן וואס איינס איז נישט די זעלבע ווי די אנדערע, איז דא א וועג ווי אזוי איך קען גיבן יעדעס פונקט אויף די גרעף איין נומער אזוי אז די חילוק צווישן די נומערן פון צוויי פונקטן וואס זענען נעבן איינע די אנדערע זאל אלעמאל זיין אנדערש ווי די חילוק פון עני אנדערע צוויי נומערן וואס זענען פון אנדערע נעבנ׳דיגע פונקטן. דאס רופט זיך א ״גרעיספוּל״ גרעף.

דאס איז א משל:
📎 IMG_6989.png


די קאנדזשעקטשור בכלליות איז נאך נישט אויפגעוואוזן. חלקים זענען אבער יא אויפגעוואוזן, ווי אויך אז דאס איז אמת ביי אנדערע סארטן גרעפס. למשל, ביי א ״קאטערפּילער״ גרעף, וואס איז א סארט ״בוים״ גרעף וואס האט א גראדע ליין פון פונקטן וואס פון דעם שטעקן זיך ארויס ״צווייגן״ צו פונקטן אזוי אז אלע פונקטן פון די ״צווייגן״ זענען די זעלבע ווייט פונעם גראדע ליין, איז די קאנדזשעקטשור יא אויפגעוואוזן צו זיין אמת. ווי אויך אויב האט די ״בוים״ גרעף נישט מער ווי 35 פונקטן איז די קאנדזשעקטשור אויך אויפגעוואוזן. ווי אויך, למשל, ביי אלע ״רעדל״ גרעפס, וואס זענען גרעפס ווי פונקטן מאכן א רינג דורך זייערע ליינס און אלע פונקטן זענען אויך באהאפטן צו א מיטעלסטע פונקט אינדערמיט פונעם רינג, איז די קאנדזשעקטשור אויך אויפגעוואוזן.

מי אני » זונטאג יולי 5, 2020 12:25 pm

· #453714
Re: די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאר
📎 IMG_7156.jpg
דאס וועט אויך זיין די סיבה פארוואס עס וועט זיין אומעגליך דאס צו מאכן אויף איין מאל אן אויפהייבן די פינגער. ווייל ווי ערווענט איז אז כדי אן אוילעריען דרך זאל זיין טרעווערסיבּל קען עס נישט האבן מער ווי צוויי נוידס/פונקטן וואס האבן אן אַדד צאל פון ליינס. (און ביי אן אוילעריען צירקוט, וואו מ׳קומט צוריק צו וואו מ׳האט אנגעהויבן אזוי ווי דא, קען עס בכלל נישט האבן קיין נויד/פונקט וואס האט אן אַדד צאל פון ליינס.)

מי אני » פרייטאג יולי 17, 2020 10:54 am

· #454680
Re: די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאר
עס באלאנגט נישט צום פעלד פון גרעף טעאריע אבער אז מ׳דערמאנט די פיר קאליר טעאריעם איז אינטרעסאנט צו דערמאנען די אנעקדאט. די טעאריעם האט מען אויפגעוואוזן דורך א פּרוף דורך א קאמפיוטער ווי איידער די קאנווענשאנעל וועג. דזשאן האָרגען איז א סייענטיפישע דזשורנאליסט און האט געשריבן אן ארטיקל ״דאס טויט פון פּרוּף״, אין וואס ער טענה׳ט אז די פעלד פון מאטעמאטיקס האט געגרייגט א סארט אפשטעל וואו מ׳וועט שוין נאר נוצן קאמפיוטערס אויף לברר מאטעמאטישע קאנדזשעקטשורס און די אלגעמיינע וועג וועט ווערן אבּסאליִט. די מאטעמאטישע פעלד/אקאדעמיקער זענען געווען באליידיגט דערפון.

עס איז דא א קאנצעפט אין טאפּאלאגיע וכו׳ פון א מינימעל סורפעס. בקיצור נמרץ מאד זענען דאס סארטן פון שׁעיפּס וואס אונטער געוויסע וואליוּמס וואס מ׳וויל ארומנעמען לויט די קאנטעקסט וועט דאס האבן די ווייניגסטע סורפעס עריע [ארום די סורפעסעס פון די גאנצע שׁעיפּ] א ספיִר/בּאָל איז א גאר פשוטע פאל און משל. ס׳איז געווען א סארט מינימעל סורפעס וואס קאמפיוטערס [מאדעלס] האבן געצייגט אז עס קען עקזיסטירן אבער מאטעמאטיקער, עפ״י אלגעמיינע כללים אין פּרופס וכו׳, זענען געווען שטארק סקעפטיש דערין. האבן זיי דאס גערופן א האָרגען סורפעס על שמו פון דעם דזשאן האָרגען וואס האט געהאלטן אז קאמפיוטערס גייען איבערנעמען אוי ריפּלעיסען געהעריגע מאטעמאטישע פּרופס. צום סוף האבן זיי געהאט א נקמה ווען זיי האבן אויפגעוואוזן, געהעריג, אז די סארט סורפעס עקזיסטירט טאקע נישט. זיי האבן עס אנגעהויבן רופן א נאן-האָרגען סורפעס.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:11 pm

· #456261
Re: די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאר
אין די סוגיא איז דא די פרייליכע ענדינג טעארעם. דאס צו מסביר זיין דארף מען מקדים זיין די חילוק צווישן א קאנוועקס פּאַליגאַן/שׁעיפּ און איינס וואס איז נישט קאנוועקס. א קאנוועקס שׁעיפּ באדייט אז אירע עקן גייען זיך נישט ״אריינ״שטעקן אינעם שׁעיפּ, משא״כ ביי א שׁעיפּ וואס איז נישט קאנוועקס. אין אנדערע ווערטער, יעדע ענגעל פון אן עק/ווערטעקס פון א קאנוועקס שׁעיפּ, פון אינעווייניג אינעם שׁעיפּ, וועט נישט זיין מער ווי 180 דעגריס. למשל, א פּענטאגאן איז א קאנוועקס שׁעיפּ אבער א שטערן איז נישט.

די טעארעם לויטעט אז אויב האב איך 5 נוֺידס, נישט קיין חילוק וואו, קען איך זיכער נוצן 4 פון זיי צו מאכן ליינס אויף צו שאפן א פיר-עק וואס איז קאנוועקס. דאס רופט זיך די פרייליכע ענדינג טעארעם ווייל די צוויי מאטעמאטיקער וואס האבן צוזאמגעארבעט דערויף און דאס אויפגעוואוזן, דזשארדזש זשעקערעס און אסתר קליין, האבן צום סוף חתונה געהאט (ביידע זענען געווען אידן).

זשעקערעס צוזאמען מיט פּאָל ערדאס האבן קאנדזשעקטשורד ברייטער אז אויב וויל איך וויסן די מינימאלע צאל פון וויפיל נוֺידס/פונקטן איך וועל דארפן צו קענען זיכער שאפן דורך זיי א דייקא קאנוועקס שׁעיפּ פון א געוויסע צאל עקן, איז די נעם איך 2 צו די עקספאנענט פון צוויי ווייניגער ווי די צאל עקן וואס איך וויל אינעם שׁעיפּ און דערנאך לייג איך צו 1. אין אונזער פאל איז די צאל פון עקן 4, איז 2 צו אן עקספאנענט פון 4-2=2, דהיינו 2² איז 4 און דערנאך נאך 1 איז 5, וואס דאס האט מען טאקע אויפגעוואוזן פאר א פיר-עק.

מי אני » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:09 pm

· #457227
די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאריע
ביי ״ביימער״ אין דעם איז דא קאנצעפטן צו זיי זענען האָמיאָמאָרפיק ווען מ׳פארגלייכט איין ״בוים״ צו א צווייטן. דאס מיינט אז נישט קיין חילוק ווי אזוי מ׳וועט דאס דרייען אדער טוישן (נאר) די ענגעל פון די ליינס און פונקטן וואס קומען ארויס פון די אנדערע פונקטן, וועט עס דאך נישט אויסזעהן ווי די אנדערע.

אויך ביי ״ביימער״ איז דא די געדאנק פון זיין אירעדוּסיבּל. דאס איז ווען יעדע פונקט וואס איז נישט ביים עק פונעם גרעף און איז אינדערמיט וועט זיך בּרענטשן צו מער ווי איין נוֺיד/פונקט; נישט זיין ״פּלעין אריין און ארויס״.

***

רעדענדיג פון א העמילטאניען דרך, א דרך/גרעף וואס באזוכט יעדעס נוֺיד נאר איינמאל, איז אינטרעסאנט צו דערמאנען די סקווער סומע פראבלעם אין ריקריעישאנעל מאטעמאטיקס. דאס פרעגט אז אויב דו האסט א סעט פון נומערן זאלסטו דאס שטעלן אין א סדר אזוי אז יעדע צוויי נומערן וואס זענען נאנט איינע צו די אנדערע זאלן צוזאמען זיין א (פּערפעקט) סקווער (עיין באשכול זו). למשל, אז מ׳האט די נומערן 1,3,6,8,10 קען איך דאס אויסשטעלן אלס 10,6,3,1,8. ווייל 10 מיט די 6 נעבן עס איז צוזאמען 16 וואס איז 4², דערנאך 6 מיט די 3 נעבן עס איז 9 וואס איז 3², וכן הלאה.

די פראבלעם איז (אויך) אן ״NP שווערע״ פראבלעם (עיין כאן) און די איינציגסטע וועג דאס צו ענטפערן/סאַלווען איז צו אויסשטעלן די נומערן אלס נוֺידס און נאכדעם מאכן ליינס צווישן די נומערן/נוֺידס וואס גייען דאס מאכן שטימען, ביז מ׳באקומט א דרך וואס טוהט דאס אלעס באהעפטן און מ׳מעקט אויס די איבעריגע ליינס אזוי אז מ׳האט א העמילטאניען דרך וואס גייט דורך אלע נוֺידס איין מאל.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:52 pm

· #457835
Re: די זיבן קאניגסבערג בריקן און דאס אויפשטייג פון גרעף טעאר
בנוגע סייקעלס אין א גרעף איז דא די ערדאס-גיארפאס קאנדזשעקטשור. דאס לויטעט אז אויב האט די גרעף א נוֺיד/פונקט וואס האט א דעגרי פון צום ווייניגסטנס 3, דהיינו אז עס האט צום ווייניגסטנס 3 ליינס וואס קומען ארויס דערפון, דעמאלטס וועט מען קענען מאכן דערין א פשוט׳ע סייקל, דהיינו א דרך וואו איך קום צוריק אן צו וואו איך האב אנגעהויבן אן אדורכגיין איין פונקט מער ווי איין מאל, וואס די לענג [אין פּונקטן] וועט אלעמאל זיין א נומער וואס איך קען באקומען דורכ׳ן גיבן א גאנצע נומער עקספאנענט צו 2. דער מאטעמאטיקער דר. פּאָל ערדאס האט צוגעזאגט $100 פאר ווער עס ווייזט עס אויף און $50 פאר ווער עס פרעגט עס אפ.

מ׳ווייסט אז אויב איז דאס נישט אמת מוז עס זיין ביי א גרעף וואס האט צום ווייניגסטענס 17 נוֺידס, און טאמער האט דאס נאר נוֺידס וואס יעדעס איינע האט 3 ליינס/ווערטיסיִס וואס קומען ארויס דערפון [א קיוּבּיק גרעף] וועט דאס דארפן האבן צום ווייניגסטענס 30 נוֺידס.

מי אני » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 7:07 pm

· #457900
גרעף קאלארינג און די קראמעטיק נומער
אין דעם געדאנק פון קאלירן א גרעף איז דא די געדאנק פון די קראמעטיק נומער פון א גרעף. דאס איז ווען איך וויל קאלירן יעדע נוֺיד/פונקט/ווערטעקס דערין אזוי אז קיין איין נוֺיד זאל נישט האבן די זעלבע קאליר ווי א נוֺיד צו וואס עס איז מקושר מיט א ליין/עדזש און איך זוך צו נוצן דאס מינימאלסטע צאל פון קאלירן מעגליך. די קראמעטיק נומער פונעם גרעף איז די סומע פון די קלענסטע צאל קאלירן מיט וואס איך קען דאס עררייכן.

כמובן קען די קראמעטיק נומער פונעם גרעף נישט זיין מער ווי די סומע פון נוֺידס וואס עס האט. ווי אויך אויב איז דא א ליין/עדזש צווישן צוויי נוֺידס קען עס נישט זיין ווייניגער ווי 2. ווי אויך אויב איז עס א פשוט׳ע סייקל און עס האט אן איִווען צאל פון נוֺידס דארף איך נישט מער ווי 2 קאלירן, און אויב האט עס אן אַדד צאל פון נוֺידס דארף איך נישט מער ווי 3.

אין דעם איז דא בּרוּקס׳ס טעארעם וואס לויטעט אז די קראמעטיק נומער פון א גרעף איז די נומער פון די מערסטע דעגרי דערין; די מערסטע ליינס וואס קומען ארויס פון איין פונקט. דאס איז חוץ ביי א קאמפּליט גרעף אדער א סייקל גרעף וואס האט אן אַדד צאל פון נוֺידס, וואס דעמאלטס וועט עס זיין איינס מער ווי די דעגרי וכנ״ל.

יעצט, ביי גרעפס איז דא א סארט גרעף וואס רופט זיך א קאמפּליט גרעף. דאס איז ווען יעדע נוֺיד איז מקושר מיט יעדעס אנדערע נוֺיד אינעם גרעף.

עס איז אויך יתכן אז א גרעף זאל האבן א סאָבּגרעף בתוכו, וואס הגם די נוֺידס פונעם גרעף אליין זענען נישט אלע מקושר מיט אלע, איז אבער די ספּעציפישע חלק פונעם גרעף יא מקושר מיט אלע אנדערע נוֺידס אין דעם סאָבּגרעף. עס רופט זיך אויך א קליִק (ע״ש וואס דורך דעם וויל/טוהט מען מאדעלן און שטודירן סאָבּגרופּעס פון מענטשן בתוך די אלגעמיינע גרעסערע פאפולאציע פון וואס זיי זענען א חלק). למשל כזה [די ארומגערינגעלט]:
📎 EAFAF931-5290-4AD9-8E31-9AEBD6858920.jpeg
אגב, דאס מברר זיין צו ס׳איז דא א קליִק פון א געוויסע גרויס אין א גרעף איז אויך אן NP שווער (ואפילו לרבות קאָמפּליט) פראבלעם און עס איז נישטא קיין געהעריגע עפישענט אלגאריטם דערפאר.

ביי א קאמפּליט גרעף גייט די קראמעטיק נומער זיין פונקט אזויפיל ווי די סומע פון נוֺידס וואס עס האט, וואס דאס איז די זעלבע ווי איינס מער ווי די סומע פון די ליינס וואס קומען ארויס פון יעדע נוֺיד. דאס איז ווייל מען וועט זיכער מוזען האבן כאטש אזויפיל קאלירן ווי די דעגרי בתוכו, והיינו נמי די צאל פון נוֺידס וואס עס האט; אלע זענען דאך מקושר צו אלע און איך וויל נישט איינס זאל האבן די זעלבע קאליר ווי איינע צו וועלעכעס עס איז מקושר.

ווי אויך ביי א גרעף וואס האט א קליִק דערין, וועט די קראמעטיק נומער פונעם גאנצן גרעף זיכער זיין כאטש אזויפיל ווי די קראמעטיק נומער פונעם קליִק וואס איז דאך קאָמפּליִט דערין.

דאס גייט נאך ווייטער מיט׳ן דע-בראוּן ערדאס טעארעם. דאס לויטעט אז אן אינפיניט גרעף וואס די קראמעטיק נומער פון אירע סאָבּגרעפס איז א געוויסע נומער, איז די נומער די קראמעטיק נומער פונעם גאנצן גרעף.

דערנאך איז דא אין דעם די געדאנק פון די עקוויטעבּל קראמעטיק נומער. דאס איז ווען איך לייג צו נאך א תנאי צום קאלארינג פונעם גרעף וואו איך וויל אז נאכדעם וואס איך קאליר אלע נוֺידס מיט די תנאים כנ״ל און דערנאך צייל איך וויפיל נוֺידס עס זענען דא פון יעדע קאליר זאלן זיי אלע זיין די זעלבע אדער עכ״פ נישט מער ווי 1 גערוקט אין צאל איינע פונעם צווייטן. דאס רופט זיך אן עקוויטעבּל קאלארינג.

אין דעם איז דא די האזשנאל-זשעמערעדי טעארעם. דאס לויטעט אז יעדע גרעף גייט זיכער האבן אן עקוויטעבּל קאלארינג מיט כאטש אזויפיל קאלירן ווי 1 מער ווי די גרעסטע דעגרי דערין [די מערסטע ליינס וואס קומען ארויס פון 1 נוֺיד]. אבער אויף געוואוּר צו ווערן אויב א געוויסע גרעף האט אן עקוויטעבּל קאלארינג מיט א געוויסע צאל פון קאלירן איז אויך אן NP שווער (ואפילו לרבות קאָמפּליט) פראבלעם.

אין דעם געביט פון (סתם) גרעף קאלארינג איז אויך דא די ערדאס-פאבּער-לאוואש קאנדזשעקטשור. דאס לויטעט אז אויב מ׳האט א גרעף מיט געוויסע צאל פון קאמפּליט גרעפס/קליִקס, וואס אלע קליִקס האבן יענע געוויסע צאל פון נוֺידס, און יעדעס קליִק באהעפט זיך צום מערסטענס מיט אן אנדערע קליִק מיט נאר איין נוֺיד, דעמאלטס קען מען די גאנצע גרעף קאלירן [אזוי אז קיין איינע זאל נישט האבן די זעלבע קאליר ווי א נוֺיד צו וואס זי איז באהאפטן כנ״ל] מיט אט די געוויסע צאל פון קאלירן.

דא איז א בילד פון א משל וואו די ״געוויסע צאל״ איז 4:
📎 19B487C1-B349-4CDF-A145-E91FC88BE9F1.jpeg
לשבר את האוזן ביי א משל וואו דאס קען גענוצט ווערן אויף למעשה, איז אויב זענען דא א געוויסע צאל פון קאמיטעטן, וואס אין יעדע פון די קאמיטעטן זענען דא פונקט די געוויסע צאל פון מיטגלידער. אבער אין די אלע קאמיטעטן זענען דא מיטגלידער וואס זענען מיטגלידער אין די אנדערע קאמיטעטן, אבער עס איז נישטא אזא זאך אז מער ווי איין מיטגליד דערין זאל זיין א מיטגליד אין איין ספעציפישע אנדערע קאמיטעט פון די קאמיטעטן. יעצט, די אלע קאמיטעטן און אירע מיטגלידער טרעפן זיך אין איין צימער. איז שייך אז איך זאל קענען גיבן יעדע מענטש א באזונדערע בענקל, און נאך דערצו אז טאמער ער איז א מיטגליד אין צוויי קאמיטעטן זאל זיין בענקל באלאנגען צו ביידע ספעציעל?

מ׳אפפערט $500 פאר ווער עס קען עס אויפווייזן.

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2020 6:37 pm

· #458181
פּלענאר גרעפס
א פּלענאר גרעף איז אזא סארט גרעף וואס מ׳קען אויסשטעלן, דורכ׳ן ארומרוקן די נוֺידס און די ליינס דערפון זאלן נאך אלס בלייבן באהאפטן צו זייערע אנדערע אריגינעלע נוֺידס צו וואס זיי זענען געווען באהאפטן, אזוי אז קיין איין עדזש/ליין גייט נישט דורך/אריבער א צווייטע עדזש/ליין. אין די בילד זענען די אויבערשטע און אונטערשטע טעכניש דעם זעלבן גרעף. עס איז פּלענאר, נאר די אויבערשטע איז נישט אין איר פּלענאר רעפרעזענטאציע:
📎 F7388CE4-469D-4889-842D-F365BB18C38D.jpeg
אפאר תנאים וואס א פּלאנאר גרעף, וואס אלע אירע נוֺידס זענען באהאפטן צום גרעף און עס איז פשוט [איין ספעציפישע נוֺיד צו אן אנדערע ספעציפישע נוֺיד האט נישט מער ווי איין ליין], דארף האבן איז אז אויב האט עס 3 נוֺידס אדער מער דעמאלטס:

1). אויב עס האט נישט אין זיך קיינע סייקלס פון מער ווי 3 נוֺידס, גייען די צאל פון אירע עדזשעס/ליינס נישט זיין מער ווי 6 ווייניגער ווי 3 מאל די צאל פון אירע נוֺידס.

2). אויב יא גייען די צאל פון אירע עדזשעס/ליינס נישט זיין מער ווי 4 ווייניגער ווי 2 מאל די צאל פון אירע נוֺידס.

3). אירע פנימער [דאז הייסט אין וויפיל חלקים טוהן די ליינס פון די גרעף צוטיילן מקום ווען עס איז אין איר פּלענאר פארעם] גייען נישט זיין מער ווי 4 ווייניגער ווי 2 מאל די צאל פון אירע נוֺידס.

אין דעם איז טאקע דא אוילער׳ס פארמולא וואס לויטעט אז ביי א פּלענאר גרעף ווען איך נעם אוועק די צאל פון ליינס אין איר פון אירע נוֺידס און איך לייג צו די צאל פון פנימער אין איר, וועט דאס אלס אויסקומען צו 2.

פונעם חאנאני-טוּט טעארעם קומט אויס אז יעדע פּלענאר גרעף האט א וועג פון דאס מאלן אז יעדע ליין גייט אריבער אן אנדערע ליין נאר אן איִווען צאל פון מאל. אויב נישט איז דאס נישט קיין פּלענאר גרעף.

אין דעם איז געווען טעיט׳ס קאנדזשעקטשור וואס האט געקלערט אז אויב איז דאס א פּלענאר גרעף וואס איז קיוּבּיק, דהיינו אז אלע אירע נוֺידס/ווערטיסיִס האבן דריי עדזשעס/ליינס וואס קומען ארויס פון זיי, און מ׳קען נישט מאכן די גרעף אומבאהאפטן אן צום ווייניגסטענס אוועקנעמען 3 נוֺידס, וועט דאס זיכער האבן א העמילטאניען סייקל. דער בריטישער מאטעמאטיקער וויליאם טאמאס טאָט האט אויפגעוואוזן אז דאס איז נישט אמת.

ווי אויך איז דא אין דעם גראטש׳ס טעארעם. דאס לויטעט אז אויב איז דא א פּלענאר גרעף וואס קיין איינע פון אירע דריי נוֺידס צוזאמען שאפן נישט קיין טרייענגעל דורך די ליינס וואס טוהן זיי באהעפטן, דעמאלטס איז איר קראמעטיק נומער 3 - עס דארף נישט מער ווי 3 קאלירן פאר די נוֺידס אזוי אז קיין איין נוֺיד זאל נישט זיין די זעלבע קאליר ווי די נוֺיד(ס) צו וואס זי איז באהאפטן.

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2020 5:20 pm

· #458224
גרעף אייסאָמאָרפיזם
אין מאטעמאטיקס בכלל איז דא דעם געדאנק פון אן אייסאָמאָרפיזם. דאס איז ווען צוויי מאטעמאטישע ענטיטיס זענען, אין אן אבּסטראקט אופן (אפילו עס זעהט נישט אויס אויבן-אויף), דומה איינס צום צווייטן און האבן די זעלבע פּראפּערטיס [ווען מען ״מעפּט״ זיי איינס צום צווייטן] אהין און צוריק. די ״מעפּינג״ גייט צו דורך א בּיידזשעקשין, דהיינו ווי יעדע עלעמענט אין איינס ווערט געפּאָרט מיט איין ספעציפישע עלעמענט אינעם אנדערן. דערנאך גייט די מעפּינג אנהאלטן די ענליכקייט, ע״י א פאָנקשען דערפאר, אהין און צוריק; די פאָנקשען און איר אינווערס זענען אזוי ווי ״שפיגלעך״ [אויף פארקערט] איינע פונעם אנדערן. אונטער דעם זענען דא א געוואלד מינים און סארטן פון אייסאָמאָרפיזמס, געוואנדן אין די סוג פון ענליכקייטן.

עס איז דא א סוג דערין וואס רופט זיך אָטאָמאָרפיזם. דאס איז ווען איך מעפּ עלעמענטן אין די סעט וכו׳ צו אנדערע עלעמענטן אין זיך אליין, און עס האלט אן די ענליכקייטן כנ״ל.

ביי גרעפס איז אויך דא דעם געדאנק. דאס איז ווען איך פּאָר צאם צוויי גרעפס, איך מעפּ איין ווערטעקס/נוֺיד צו איין ווערטעקס/נוֺיד אינעם אנדערע, און עס אנהאלט נאך אן די זעלבע פּראפּערטיס. איין אזא סארט גרעף וואס איז אן אָטאָמאָרפיק גרעף איז א ווערטעקס-טראנסיטיוו גרעף. דאס איז ווען יעדע ווערטעקס דערין האט די זעלבע דעגרי [צאל עדזשעס/ליינס וואס קומען ארויס פון יעדע פון אירע נוֺידס/ווערטעקסעס; עס איז א רעגולארע גרעף] און ווי אויך קומט אויס אז אלע האבן אויך אלע אנדערע ענליכע פּראפּערטיס, ווי למשל אז יעדע נוֺיד/ווערטעקס איז א חלק פון א סייקל דערין פון די זעלבע מספר אא״וו.

אין דעם איז דא די לאוואש קאנדזשעקטשור. דאס לויטעט אז יעדע ווערטעקס-טראנסיטיוו גרעף, וואס אלע אירע נוֺידס זענען באהאפטן און עס איז פיניט, וועט פארמאגן א העמילטאניען דרך. מ׳ווייסט פון 5 אזעלכע סארט גרעפס וואס האבן א העמילטאניען דרך אבער נישט א העמילטאניען סייקל; די אנדערע וואס מ׳ווייסט האבן אלע העמילטאניען סייקלס. איז דא וואס ווילן נעמען דעם קאנדזשעקטשור נאך ווייטער און זאגן אז אלע ווערטעקס-טראנסיטיוו גרעפס וועלן האבן העמילטאניען סייקלס חוץ די 5 וואס מ׳ווייסט וואס האבן נאר העמילטאניען דרכים.

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:59 am

· #458802
אין דעם פון העמילטאניען סייקלס ביי פּאליִהיִדרא, 3D שׁעיפּס געמאכט אזוי אין צו 2D אין צו א גרעף אזוי אז יעדע פון אירע ווערטיסיִס/עקן זענען א פונקט אין דעם גרעף און די זייטן פון די 2D שׁעיפּס וואס שאפן דאס זענען די עדזשעס/ליינס פון איין פונקט צום צווייטן [פריער איז די משל געווען מיט די פּלעטאניק סאלידס], איז דא בּאַרנעט׳ס קאנדזשעקטשור. דאס אנבאלאנגט בּייפּארטייט גרעפס און סימפּל פּאַליטוֺיפּס.

‏בּייפּארטייט גרעפס זענען גרעפס וואס איך קען צוטיילען אירע נוֺידס/פונקטן אין צו צוויי גרופעס, אזוי אז יעדעס נוֺיד פון איין גרופע איז באהאפטן און האט אן עדזש נאר צו א נוֺיד (אדער נוֺידס) אינעם צווייטן גרופע. עס גייט אויסקומען דערפון אז די סארט גרעף האט א קראמעטיק נומער פון 2: עס גייט נישט דארפן מער ווי 2 קאלירן עס צו קאלירן אזוי אז עס זענען נישט דא צוויי באהאפטענע נוֺידס מיט די זעלבע קאליר; איין קאליר פאר איין גרופע און די צווייטע קאליר פאר די צווייטע גרופע.

‏סימפּל פּאַליטוֺיפּס זענען שׁעיפּס וואס אלע אירע עקן/ווערטיסיִס דערין וועלן זיין עקן פון אזויפיל גראדע עקן (נישט ״קאָרנערס״ וואו ס׳קומען זיך צאם די עקן, וואס דאס איז די ווערטעקס אליין) ווי די דיימענשאן פון די שׁעיפּ, ווי אויך וועלן די צאל פון פּענימער פון די (איין-דיימענשאן ווייניגער) שׁעיפּס וואס נעמען דאס ארום זיין די צאל פון די דיימענשאן פונעם שׁעיפּ. למשל, א קיוּבּ איז אזא סארט פּאַליִטוֺיפּ. עס איז א 3D פּאַליִהיִדראן וואס יעדע קאָרנער/ווערטעקס דערפון האט 3 ״גראדע״ עקן [עדזשעס] וואס קומען ארויס דערפון, און עס האט 3 זייטן [פּענימער] פון [2D] סקווערס וואס נעמען דאס ארום.

די קאנדזשעקטשור לויטעט אז יעדעס סארט פּאליִהיִדרא וואס ווערט פארוואנדעלט אין צו א [פּלענאר] גרעף, וואס עס וועט זיין אזא סארט בּייפּארטייט גרעף, און עס וועט זיין קיוּבּיק [יעדעס פון אירע נוֺידס האט דריי ליינס וואס קומען ארויס דערפון], וואס דאס קומט צושטאנד ווען מען פארוואנדלט א סימפּל פּאַליטוֺיפּס אין צו א גרעף, וועט זיכער האבן א העמילטאניען סייקל - וואו איך קען אנהויבן ביי איין נוֺיד און ארומגיין באזוכן אלע נוֺידס דורך די ליינס וואס באהעפטן זיי און נאר באזוכן יעדעס איינע נאר איין מאל, און צוריק קומען צום נוֺיד וואו איך האב אנגעהויבן.

מ׳ווייסט זיכער אז דאס איז אמת ביז אזא סארט גרעף וואס פארמאגט 86 פונקטן. מ׳ווייסט אויך אז טאמער ביי אזא סארט גרעף וועלן אלע אירע אפגעטיילטע חלקים/חללים האבן ארום זיך 4 אדער 6 ליינס/עדזשעס וועט עס זיכער זיין העמילטאניען.

***

אגב, רעדענדיג פון פונקטן און ליינס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז וויליאם פון אקאם האט געהאלטן אין דזשיאמעטרי אז א ליין איז נישט א קאלעקשאן פון א געוואלד פונקטן, ועכ״כ אז עס איז נישטא אזא זאך ווי פונקטן. נאר א פונקט איז דאס סופיות פונעם/פון א ליין; א פונקט איז א ליין. ער איז געגאנגען אזוי ווייט אויף צו האלטן אז אפילו כביכול הקב״ה קען נישט באשאפען א פונקט פאר זיך אליין ווייל דאס איז א סתירה מיניה וביה.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 10:57 pm

· #459690
טרעפּט נייט סיִקווענס
מענין לענין באותו ענין פון א שׁאַך-פערד׳ס דרך איז דא אן אינטרעסאנטע סיִקווענס דערין פונעם מאטעמאטיקער דר. ניעל סלוֺין וואס ער רופט די טרעפּט נייט [פערד] סיקווענס. דאס הייבט זיך אן וואו איך מאך א סקווער אולאם ספּיירעל אויף א(ן אינפיניט) שאך ברעט. דהיינו, איך הייב אן ביי א קעסטל פון 1, די קעסטל אונטער דעם איז 2, צו לינקס דערפון 3, העכער דעם 4, העכער דעם 5, [דערנאך בין איך שוין העכער דעם 1] רעכטס דערפון 6 אא״וו. דערנאך לייג איך דעם פערד אויף קעסטל 1. איך זאג אז איך קען נאר רוקן דעם פערד צום קעסטל מיט די נידעריגסטע נומער שייך און איך קען אים נישט רוקן צו א קעסטל וואו ער איז שוין געווען. די ערשטע נומערן קומען אויס צו א סיִקווענס פון 1,10,3,6,9,4,7 אא״וו.

עס גייט אויסקומען אז נאך די 2015׳סטע רוק וועט עס בלייבן געפאנגען וואו עס גייט נישט קענען דערנאך גיין אין ערגעץ [ווייל עס איז שוין געווען אויף אלע קעסטעלעך וואו עס איז שייך צו גיין]. דאס איז אויף קעסטל נומער 2084 אינעם ספּיירעל.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 11:43 pm

· #459700
איה״נ. דאס [די טרעפּט נייט סיקווענס] איז (לכאורה) נאר נוגע אינעם דאמעין פון ריקריעישאנעל מאטעמאטיקס; אזוי ווי איך האב געשריבן, ״אן אינטרעסאנטע סיִקווענס״.

‏ובאנו לענין זו, ועיין להלן שם ובכל האשכול שם בכלל.

מי אני » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 10:25 am

· #459730
די קיינע דריי פונקטן אין א ליין פראבלעם און היילבּראן טרייענ
רעדענדיג פון פונקטן און ליינס איז דא אין מאטעמאטיקס די קיינע דריי פונקטן אין א ליין פראבלעם. דאס פרעגט אז אויב האב איך א סקווער גריד פון קעסטעלעך, למשל א שאך ברעט וואס איז 8x8 קעסטעלעך, וואס איז די מערסטע צאל פון פונקטן וואס איך קען לייגן און אנפולען אינעם גאנצע גריד [א פונקט פאר א קעסטל] אזוי אז עס זאל נישט אויסקומען אז איך קען מאכן א גראדע ליין וואס אנהאלט דריי פונקטן? מ׳ווייסט אז די צאל פונקטן וואס איך קען לייגן אויפ׳ן ברעט אז עס זאל אזוי אויסקומען קען זיכער נישט זיין מער ווי 2 מאל די צאל פון ווי לאנג/ברייט [אין קעסטעלעך] די ברעט איז.

ביי גרעפס קומט אויס אז די פראגע איז אז אויב שטעל איך אויס די פונקטן אלס א קאמפּליִט גרעף [וואו יעדעס פונקט איז באהאפטן צו יעדעס אנדערע פונקט אינעם גרעף] וויל איך נישט אז א ליין זאל דורכגיין א פונקט (עס מעג יא דורכגיין אן אנדערע ליין).

ענליך צו דעם איז דא די היילבּראן טרייענגעל פראבלעם. דאס פרעגט וואו איך קען לייגן פונקטן אזוי אז טרייענגעלס וואס ווערן געשאפן פון מאכן ליינס צווישן דריי פון די פונקטן פונקטן זאלן אלע האבן ווי מער עריע. אין אנדערע ווערטער, שאפן א מאטעמאטישע רילעישענשיפ וואס זאגט מיר א בּאַוּנד/גבול פון די קלענסטע עריע טרייענגעל וואס ווערט געשאפן בע״כ לפי די צאל פונקטן וואס ווערן געלייגט. האנס היילבּראן אליין האט קאנדזשעקטשורד אז דאס ארבעט מיט א פראפארציע אז ווי גרעסער די סקווער פון די צאל פון די פונקטן איז לפי ערך ווערט די קלענסטע טרייענגעל׳ב עריע געשאפן דורך זיי קלענער. מ׳האט אבער אויפגעוואוזן אז דאס איז נישט אזוי.

מי אני » פרייטאג אקטאבער 2, 2020 10:50 am

· #459732
שאך מלכּוֺת
בנוגע שאך מיני מאטעמאטישע סארט פראבלעמען איז דא די n-מלכּוֺת [קוויִנס] פראבלעם. דאס פרעגט אז אויב האב איך א סקווער שאך ברעט פון א געוויסע צאל קעסטעלעך, וואו דערויף קען איך לייגן די צאל פון שאך מלכּוֺת אזוי אז קיין איינס קען נישט ״נאַקן״ אן אנדערע? ביי א געהעריגע שאך ברעט פון 8x8 קעסטעלעך וויל איך וויסן וואו אויפ׳ן ברעט קען איך לייגן און אויסשטעלן 8 מלכּוֺת אזוי אז קיין איינס קען נישט ״נאַקן״ אן אנדערע?

דאס איז איין ענטפער וואס עס קומט גראדע אויס דערפון אויך אז עס זענען נישט דא קיין דריי מלכּוֺת אין א שום גראדע ליין צוזאמען, אפילו למשל אין א שאך פערד סארט וועג (עיין בתגובה הנ״ל):
📎 5B54C975-ED64-4BFB-85DC-05000CE7FEA8.jpeg
דאס איז אן ענטפערט דערין וואס אויב איך גיי ארומדרייען די ברעט 180° וועט עס זיין די שפיגל אימעדזש [די מלכּוֺת] דערפון:
📎 1C1BB146-9A43-4BAC-A96F-109E346B95CB.jpeg
אלע סארט ברעט צאל ברייטקייטן האבן מעגליכקייטן צו אויסשטעלן דערויף די זעלבע צאל מלכּוֺת אויף אזא אופן חוץ ברעטן וואס זענען לאנג/ברייט 2 אדער 3.

ענליך צו דעם איז די פרידליכע מלכּוֺת [קוויִנס] פראבלעם. דאס פרעגט אז אויף א סקווער שאך ברעט פון א געוויסע צאל קעסטעלעך, וויפיל מלכּוֺת פון ביידע קאלירן, וואס ביידע האבן אן אייניגע צאל מלכּוֺת אויפ׳ן ברעט, קען איך לייגן אויפ׳ן ברעט אזוי אז קיין איין מלכה פון איין קאליר קען נישט ״נאַקן״ א מלכה פונעם אנדערן קאליר? ביי א 8x8 ברעט קען מען לייגן 9 מלכּוֺת פון יעדע קאליר כזה (די ווייסע האט גראדע 10 אבער אונז דארפן מיר נאר אז ביידע קאלירן זאלן האבן אן אייניגע צאל):
📎 4E3ADC92-CAFE-4253-B77B-BD3282F7C1D4.jpeg

מי אני » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 7:00 pm

· #461842
די טרעוועלינג סעילסמען פּראבלעם איז ענליך צו די וועבער פּראבלעם אין דזשיאמעטרי, וואס פרעגט פאר א פאזיציע פון א פונקט וואס וועט גיבן די ווייניגסטע ווייטקייט ביחס פון דעם צו אנדערע פונקטן, וואס ״ווייטקייט״ קען מיינען חשיבות, קאסטן וכו׳. דאס איז א דזשענעראליזעישאן פון טרעפן די פערמאט פּונקט ביי א טרייענגעל.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 2:57 pm

· #462749
רוּק׳ס גרעף (והמסתעף)
אז מ׳רעדט פון גרעפס בענין שאַך איז אינטרעסאנט צו דערמאנען דעם רוּק’ס גרעף, וואס אנהאלט אין זיך אסאך אנדערע סארטן גרעפס. דאס איז א גרעף וואו איך רעכען אויס יעדעס רוק/מאָוו די רוּק קען מאכן: יעדעס פלאץ עס קען פארנעמען אלס א נוֺיד און צו וואו עס קען גיין אלס אן עדזש. למשל כזה ביי א געהעריגן שאַך ברעט:
📎 C2ED63CB-E711-4809-925C-B88BEC511544.jpeg
אז מ׳האט פריער דערמאנט בּייפּארטייט גרעפס, וואו איך קען דאס אויסשטעלן אין צוויי גרופעס וואו יעדעס נוֺיד דפים איין גרופע איז נאר באהאפטן צו (כאטש איין) נוֺיד ד פונעם צווייטן גרופע), און קאָמפּליִט גרעפס, וואו יעדעס נוֺיד איז באהאפטן צו יעדעס אנדערע נוֺיד, איז דא די קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעף. דאס מיינט פשוט אז עס איז צוטיילט אין צוויי גרופעס כנ״ל אבער יעדעס נוֺיד אין איין גרופע באהעפט זיך טאקע נאר צול צווייטן גרופע אבער מיט יעדעס איינציג נוֺיד פונעם צווייטן גרופע.

דערנאך איז דא עפעס וואס ווערט גערופן א ליין גרעף. דאס איז ווען איך האב מעיקרא א רעגולארע גרעף, וואו יעדע נוֺיד האט די זעלבע מאס ליינס/עדזשעס וואס קומען ארויס/אריין פון/צו איר. דערנאך מאך איך אויף יעדעס ליין א נייע נוֺיד. דערנאך באהעפט איך די נייע נוֺידס איינע צום צווייטן, אבער נאר טאמער די אריגינעלע נוֺידס וואס פון דעם זענען ארויסגעקומען די ליינס אויף וואס עס ליגן די נייע נוֺידס זענען באהאפטן. למשל, דא זעהט מען די אריגינעלע גרעף מיט די נייע נוֺידס:
📎 A1BFBF26-912C-49D9-BB75-031A2989D591.jpeg
דערנאך ווי אזוי זיי זענען באהאפטן:
📎 F2B8C59D-EAAC-448C-9E74-CD66AE097774.jpeg
דערנאך נעם איך אוועק די גאנצע אריגינעלע גרעף.

עס קומט אויס אז אויב מאך איך פון א קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעף א ליין גרעף איז עס א רוּק׳ס גרעף.

יעדעס קאָמפּליִט גרעף איז אויך א סירקולענט גרעף, דהיינו אז עס איז סימעטריקעל אזוי אז וואו מען זאל עס נאר דרייען גייט עס (בעצם קענען) אויסזעהן דאס זעלבע. א קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעף גייט זיין א סירקולענט גרעף אויב האבן ביידע גרופעס די זעלבע צאל פון נוֺידס/פונקטן. עס קומט אויס אז אויב מאכט מען א רוּק׳ס גרעף פון א רעקטענגולער שאַך ברעט [נישט אזוי ווי די סקווער אלגעמיינע שאַך ברעט] וואס די קעסטל צאל פון איר ברייט איז קאָפּריים מיט די קעסטל צאל פון איר לענג, דהיינו אז מ׳קען זיי נישט ביידע דיוויידען ביי קיין שום זעלבע נומער (אחוץ 1), גייט די רוּק׳ס גרעף זיין א סירקולענט גרעף.

ביי א סקווער ברעט גייט די רוּק׳ס גרעף זיין א דיסטענס טרענזעטיוו גרעף. ווי אונז הא׳מיר מסביר געווען אין א פריערדיגע תגובה איז טרענזיטיוויטי ווען איך קען אזוי ווי ״טוישן״ חלקים אינעם גרעף און עס זאל נאך אלס בלייבן מיט די זעלבע פּראפּערטיס. דיסטענס טרענזיטיוויטי איז ווען די ווייטקייט פון איין נוֺיד צום צווייטן, דהיינו וויפיל אנדערע נוֺידס עס דארף דורכגיין אנצוקומען אהין, גייט בלייבן די זעלבע. דהיינו, אז איך האב צוויי נוֺידס וואס זענען א געוויסע ״ווייטקייט/דיסטענס״ כנ״ל איינע פון די אנדערע וועל איך עס קענען מעפּן אויף צוויי אנדערע נוֺידס וואס זענען די זעלבע ״ווייט״. א דיסטענס טרענזעטיוו גרעף איז ווען איך קען אזוי טוהן מיט׳ן גאנצן גרעף.

ביי גרעפס איז אויך דא דאס געדאנק פון ווערטעקס קאָווערס. דאס איז א סעט פון נוֺידס/ווערטעקסעס אינעם גרעף וואס צוזאמען אנהאלטן זיי און זענען באהאפטן צו עכ״פ איינס פון יעדעס ליין/עדזש אינעם גרעף. עס איז נישטא קיין אלגאריטם צו טרעפן די מינימעל ווערטעקס קאָווער פון א גרעף, דהיינו די קלענסטע צאל פון נוֺידס אינעם גרעף וואס גייען אנהאלטן אלע ליינס, וממילא איז עס אויך אן NP קאָמפּליִט פראבלעם.

דאס איז ענליך צום געדאנק פון א דאמינעיטינג סעט ביי גרעפס. דאס איז א סעט פון נוֺידס/פונקטן אינעם גרעף וואס יעדעס נוֺיד/פונקט וואס איז נישט אין דעם דאמינעיטינג סעט איז מקושר צו (כאטש) איינע פון די נוֺידס/פונקטן וואס זענען יא אין דעם דאמינעיטינג סעט. צו טרעפן די דאמינעיטינג נומער, דהיינו די ווייניגסטע צאל פון נוֺידס/פונקטן אינעם גרעף וואס וועלן שאפן אזא סארט דאמינעיטינג סעט איז אויך אן NP קאָמפּליִט פראבלעם. דא איז א משל פון א דאמינעיטינג סעט מיט א דאמינעיטינג נומער פון 2 [די רויטע נוֺידס/פונקטן]:
📎 8D38903D-7D9A-480D-87A1-577A002B3482.jpeg
יעצט, אין דעם געביט איז דא די געדאנק פון אן אינדעפּענדענט סעט. דאס הייסט אז איך נעם א נוֺיד וואס באהעפט זיך נישט צו אן אנדערן נוֺיד אינעם גרעף, און דערנאך נאך א נוֺיד וואס באהעפט זיך נישט צו קיין איינע פון זיי, וכן הלאה. צו טרעפן אין א גרעף די מאקסימום נומער פון אן אינדעפּענדענט סעט, דהיינו די גרעסטע צאל נוֺידס עס זענען אין אזא סארט סעט, איז אויך אן NP סארט פראבלעם.

עס קומט אויס אז טאמער זענען אלע מינימעל ווערטעקס קאָווערס אינעם גרעף די זעלבע צאל, דהיינו אז אלע ווערטעקס קאָווערס דערין זענען די זעלבע ווייניג, גייען די מאקסימום אינדעפּענדענט סעטס אין דעם אויך אלע זיין אייניג, אלע מאקסימום אינדעפּענדענט סעטס דערין זענען די זעלבע ״גרויס״; עס אי איר קאָמפּלעמענט [דהיינו, אז איך טויש עס צו אן אנדערע גרעף אז עס זאל אויסקומען אז יעדע נוֺיד וואס איז געווען באהאפטן צו אן אנדערן נוֺיד איז יעצט אומבאהאפטן, און יעדעס נוֺיד וואס איז געווען אומבאהאפטן צו אן אנדערע נוֺיד איז יעצט יא באהאפטן צו יענע נוֺיד]. דאס איז א וועל קאָווערד גרעף. ביי א רוּק׳ס גרעף וועלן די מאקסימום אינדעפּענדענט סעטס און די דאמינעישאן נומער זיין די צאל פון די וועלכע איז קלענער: אדער די לענג אדער די ברייט פונעם שאך ברעט. פון דעם קומט אויס אז א רוּק׳ס גרעף איז אזא סארט וועל קאָווערד גרעף. דאס איז ווייל יעדע קאָמפּליִט גרעף און קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעף, וואס איז די שורש פון א רוּק׳ס גרעף, איז אטאמאטיש א וועל קאָווערד גרעף.

עס קומט אויס דערפון אז אויב האב איך עני סארט שאַך ברעט גיי איך אלס קענען אויסשטעלן א צאל פון רוּקס דערויף אזוי ווי די לענג אדער ברייט פונעם ברעט [וועלכע פון זיי איז קלענער], אזוי אז קיין איינס קען נישט ״האקן״ דאס אנדערע. למשל כזה [8 ביי א געהעריגע שאַך ברעט]:
📎 F68247B5-8383-4205-A045-B678484F6D98.jpeg
‏פריער האבן אונז דערמאנט דאס געדאנק פון קראמעטיק נומערן און אז דאס קען נישט זיין ווייניגער ווי די צאל פון פונקטן אין א קליִק פונעם גרעף. אויב איז די קראמעטיק נומער פונעם גרעף דאס זעלבע ווי יעדע קליִק דערין ווערט עס גערופן א פּערפעקט גרעף. (מ׳האט אויפגעוואוזן אז יעדעס קאמפּלעמענט פון א פּערפעקט גרעף איז אויך א פּערפעקט גרעף. מ׳האט אויפגעוואוזן נאך שטערקער אז א פּערפעקט גרעף קען נישט האבן אין זיך א קליִק פון 5 אדער מער.) א רוּק׳ס גרעף איז א פּערפעקט גרעף וויבאלד יעדעס בּייפּארטייט גרעף און אירע ליין גרעפס, אשר הרוּק׳ס גרעף בתוכם כנ״ל, זענען פּערפעקט.

עס קומט סתם אזוי אויס אז די רוּק׳ס גרעף וועט האבן אזויפיל נוֺידס ווי די עריע פונעם ברעט: די צאל פון קעסטעלעך פונעם ברייט טיימס די צאל קעסטעלעך פון די לענג. ווי אויך וועט יעדע נוֺיד זיין באהאפטן צו אזויפיל אנדערע נוֺידס ווי 2 ווייניגער פון די סומע פון וויפיל קעסטעלעך זענען אין די לענג און וויפיל עס זענען אין די ברייט.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 5:08 pm

· #464952
מעיטריסיִס
מ׳נוצט דעם געדאנק פון מעיטריסיִס, עיין כאן, אין גרעף טעאריע אויך. למשל, עס איז דא דערין דאס דעגרי מעיטריקס וואס איז א מעיטריקס איבער די צאל פון ווערטעקסעס/נוֺידס אינעם גרעף. דאס איז א סקווער דיאגאנאל מעיטריקס, מיינענדיג אז נאר די שיפע שורה פון אויבן לינקס ביז אונטן רעכטס וועלן האבן נומערן, בשעת די איבעריגע ערטער וועלן האבן נאר האבן א 0. יעדעס נוֺיד באקומט א נומער לויט צו וויפיל ליינס/עדזשעס עס איז באהאפטן. דערנאך שטעלט מען די נומער אריין אינעם [דיאגאנאל] פונעם מעיטריקס. למשל, די גרעף וואס האט 6 נוֺידס: 📎 C8F63AF8-A8DE-4970-A75B-E4BD7C269E83.jpeg וועט האבן א סקווער דעגרי מעיטריקס פון 6 ביי 6 כזה: 📎 CFD4D8D9-15D7-41BF-9EE4-4AE70850FFD9.jpeg

דערנאך איז אויך דא דערין די עדזשעיסענסי מעיטריקס. דאס איז אויך א סקווער מעיטריקס וואו אין דעם לייג איך אריין די אינפארמאציע פון צו וועלכע נוֺיד א נוֺיד איז באהאפטן. למשל, דעם אויבן-דערמאנטן גרעף וועט האבן א עדזשעיסענסי מעיטריקס כזה: 📎 5E22C4E9-7549-4FD7-B456-C77675D2D6F9.jpeg דאס איז ווייל איך שטעל אויס די רוֺיס אין די ברייט אנגעהויבן פון רעפרעזענטירן דעם ערשטן נוֺיד אא״וו ביזן זעקסטן. דאס זעלבע אין די קאלומנס אין די הייך. דערנאך, למשל, ביים קעסטל/פלאץ וואס איז אין די צווייטע רוֺי פון די ערשטע קאלומן וועט באדייטן ווי סאך באהעפטונגען די ערשטע נוֺיד האט צום צווייטן וואס דאס איז 1. וכן הלאה. די איבעריגע פלעצער אינעם מעיטריקס פיל איך אן מיט די נומער 0, דאס איז וויל די נוֺידס זענען נישט באהאפטן צו זיך אליין. אין א פאל וואו די גרעף האט נישט קיין לוּפּס וואו א נוֺיד האט א ליין צו זיך אליין און עס איז נישט א דירעקטעד גרעף, וואו די ליינס גייען פון ארויס פון א נוֺיד דוקא אהין און נישט צוריק, וועט די מעיטריקס זיין סימעטריש. די אייגענוועליוּס פון די מעיטריקס, עיין בהאשכול שציינתי לעיל, ווערן גערופן די ספּעקטרום פונעם גרעף. אויב צוויי גרעפס האבן די זעלבע אייגענוועליוּס פאר זייערע עידזשעסענסי מעיטריסיִס דעמאלטס ווערן זיי גערופן קאָספּעקטראל גרעפס.

ווען איך סאָבּטרעקט דעם עדזשעיסענסי מעיטריקס [פון א ״פשוט׳ע״ גרעף אנע לוּפּס] פונעם גרעפ׳ס דעגרי מעיטריקס גיבט דאס מיר דאס וואס מען רופט די לאַפּלאַטשיען מעיטריקס פונעם גרעף. ביי אונזער משל וועט די לאַפּלאַטשיען מעיטריקס זיין כזה: 📎 A54F0412-13B6-4013-8061-80499CC4CD4F.jpeg

אויף דעם איז דא קירטשאף׳ס טעארעם. ווי ערווענט אויבן איז א בוים בתוך גרעף טעאריע א סארט גרעף וואס יעדעס צוויי נוֺידס דערין זענען נאר באהאפטן מיט איין דרך/ליין און עס איז נישט סייקליק. אין דעם איז דא א געדאנק פון א ספּענינג בוים. דאס איז ווען א גרעסערע גרעף האט אין זיך א סאָבּגרעף וואס איז א בוים צו אלע די נוֺידס פונעם גרעסערן גרעף עפ״י הלכות ״בוים״ מיט די קלענסטע צאל ליינס/עדזשעס מעגליך. (א מינימום ספּענינג בוים איז ווען די נוֺידס פון די גרעף האבן א וועליוּ/״וואג״ וואס איז נישט אייניג און די ספּענינג בוים לויפט דורך אלע נוֺידס אזוי אויף צו שאפן א ״בוים״ דרך וואס שאפט די ווייניגסטע סומע פון ״וואג״ אלעס צוזאמען. און אויב האט קיין איין נוֺיד נישט די זעלבע ״וואג״ ווי א צווייטע איז זיכער נאר דא איין אזא דרך.)

דער פיזיקער גוסטאוו קירטשאף האט אויפגעוואוזן אז די דעטערמינענט פונעם לאַפּלאַטשיען מעיטריקס פון א גרעף איז די צאל פון וויפיל ספּענינג ביימער עס זענען דא דערין.

ענליך צום עידזשעסענסי מעיטיריקס איז דאס אינסידענס מעיטיריקס. דאס איז ל״ד א סקווער מעיטריקס וויבאלד דא גיב איך די רוֺיס אין די ברייט פאר וויפיל נוֺידס עס זענען דא און די קאלומנס אין די הייך פאר וויפיל ליינס עס זענען דא אינעם גרעף; אנדערש ווי ביים עידזשעסענסי מעיטיריקס זענען סיי די רוֺיס און סיי די קאלומנס געווען פאר די נוֺידס. דערנאך אויב איז די ספעציפישע נוֺיד פון דעם רוֺי באהאפטן צום ספעציפישן ליין פונעם קאלומן גיב איך דאס אן 1 און אז נישט א 0.

צו מסביר זיין די קשר צווישן דעם עידזשעסענסי מעיטיריקס און אינסידענס מעיטיריקס פון א גרעף דארף מען צום ערשט מסביר זיין דאס געדאנק פון מאָלטיפּליקעישאן ביי מעיטריסיִס און דאס געדאנק פון טרענספּויסן א מעיטריקס. ביי פשוט׳ע עדישאן און סאָבּטרעקשאן ביי מעיטריסיִס איך דארף פשוט זיכער מאכן אז די לענג פון די רוֺיס און קאלומנס פון ביידע מעיטריסיִס זענען גענוי דאס זעלבע און דערנאך טוה איך עדדן אדער סאָבּטרעקטן די גענויע פלאץ פון איין מעיטריקס ביי די קאָרעספּאנדיג פלאץ אינעם אנדערן מעיטריקס, און אזוי שאפט זיך א נייע מעיטריקס. מאָלטיפּליקעישאן דערין איז שוין אביסל מער קאמפליצירט. דא דארף איך זיכער מאכן אז די לענג פון די רוֺיס פון איין מעיטריקס איז אזוי לאנג ווי די לענג פון די קאלומנס פון די צווייטע מעיטריקס. דערנאך טוה איך נעמען יעדעס וועליו אינעם רוֺי פונעם ערשטן מעיטריקס און איך מאָלטיפּליי עס איינציגווייס ביי יעדע וועליו פונעם קאלומן אינעם צווייטן מעיטריקס: די ערשטע נומער אין דעם רוֺי טיימס די ערשטע נומער אין יענעם קאלומן, די צווייטע נומער אין דעם רוֺי טיימס די צווייטע נומער אין יענעם קאלומן אא״וו. דערנאך עדד איך צאם אלעס וואס איך האב באקומען און דאס ווערט די ערשטע וועליו פון די ערשטע רוֺי אין מיין נייע מעיטריקס. דערנאך טוה איך די זעלבע זאך מיט די ערשטע רוֺי פון די מעיטריקס צום צווייטן קאלומן אינעם אנדערן מעיטריקס און דאס וואס קומט ענדגילטיג ארויס כנ״ל ווערט די צווייטע וועליו אינעם ערשטן קאלומן פונעם נייעם מעיטריקס. און אזוי גיי איך ווייטער. ווען איך האב שוין געענדיגט ביזן לעצטן קאלומן פונעם צווייטן מעיטריקס, הייב איך אן מיט׳ן צווייטן רוֺי אינעם ערשטן מעיטריקס און איך טוה דאס שפיל אנהויבענדיג מיטן ערשטן קאלומן אינעם צווייטן מעיטריקס ועל דרך זה ככל הנ״ל. די רעזולטאטן וועלן זיין די וועליוּס פונעם צווייטן רוֺי אינעם נייעם מעיטריקס וואס ווערט געשאפן דורך די מאָלטיפּליקעישאן. וכן הלאה והלאה. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אנדערש ווי סתם מאָלטיפּליקעישאן וואו עס מאכט נישט אויס וועלכעס נומער איז ערשט אדער צווייט [עס איז קאמיוּטעטיוו] איז עס יא א נפק״מ וועלכעס מעיטריקס איז ״ערשט״ [די וועלכע איך רעכן די רוֺיס] און וועלכעס עס איז ״צווייט״ [די וועלכע איך רעכן די קאלומנס].

טרענספּויסן א מעיטריקס מיינט אז איך מאך א ליין דורך איר דייעגאנאל [והיינו די נומער אינעם ערשטן רוֺי וערשטן קאלומן, די נומער אינעם צווייטן רוֺי וצווייטן קאלומן, וכן הלאה] און דערנאך ״פליפּ״ איך די מעיטריקס ארום דעם דייעגאנאל. למשל כזה [דעם ערשטן צום צווייטן]: 📎 96622BCC-8AB7-4285-B1B0-3F154A647AE3.jpeg

יעצט, ווי דערמאנט אינעם אויבן-צוגעצייכענטן תגובה איבער מעיטריסיִס, איז אן אידענטיטעט מעיטיריקס א מעיטריקס פון א סקווער מעיטריקס [וואו די לענג פון די רוֺיס און קאלומנס זענען די זעלבע] וואס איז די זעלבע סקווער, נאר איך פארטויש עס אז נאר די מעין דייעגאנאל האבן אלע די נומער 1 און די איבעריגע פלעצער האבן א 0.

‏אויבן האבן מיר מסביר געווען ווי אזוי מ׳מאכט א ליין גרעף פון אן אריגינעלע גרעף וואס מ׳האט.

מיט דעם אלעם זאגט די קשר אזוי: אויב נעמט מען דעם טרענספּוֺיס פונעם אינסידענס מעיטיריקס פונעם גרעף און מ׳מאָלטיפּלייד דאס ביי די [געהעריגע] אינסידענס מעיטיריקס פונעם גרעף. דערנאך נעמט מען דעם אידענטיטעט מעיטיריקס פונעם גרעף [אויב רעכן איך נאר א סקווער חלק/דיימענשאן דערפון], וואס אנשטאט אן 1 דורכאויס איר מעין דייעגאנאל האט דאס א 2 דארט אנשטאט, און מען סאָבּטרעקט דאס פון די מעיטריקס וואס איך האב באקומען פונעם פריערדיגן מאָלטיפּליקעישאן, וועט דאס אויסקומען צום עידזשעסענסי מעיטיריקס פונעם ליין גרעף פונעם אריגינעלן גרעף.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 7:29 pm

· #464994
שניטן אין גרעפס
די לאַפּלאַטשיען מעיטיריקס מיט אירע אייגענוועליוּס פיהרט אריין אינעם נושא פון ״שניטן״ אין גרעף טעאריע. א שניט איז פשוט ווען איך שנייד דורך און רייס איבער א צאל ליינס וואס דאדורך ווערן אפגעטיילט לגמרי א צאל ווערטעקסעס אין צו אן אייגענע גרעף.

א מינימאלע שניט איז א שניט אינעם גרעף וואס שניידט דורך די ווייניגסטע צאל ליינס מעגליך אויף כדי צו שאפן א גענצליך נייע אפגעטיילטע גרעף דערין; אויף דעם זענען דא אלגאריטמס ווי אזוי דאס צו טרעפן ומברר זיין. א מאקסימאלע שניט לאידך גיסא איז א שניט וואס שניידט דורך די מערסטע ליינס אויף כדי צו שאפן צוויי באזונדערע גרעפס דערפון. אויב טוהט די שניט שאפן אז דאס ווערט א קאָמפּליִט בּייפּאַרטייט גרעף [וואו די גרעף איז כעין צוטיילט אין צוויי חלקים און יעדעס נוֺיד אין איינס איז מחובר מיט יעדעס נוֺיד אינעם אנדערן, ועיין לעיל] דעמאלטס ווערט דאס גערופן א ספּליט.

אין דעם איז דא די ספּאַרסעסט שניט פראבלעם. דאס איז אז איך זאל טרעפן דאס שניט אינעם גרעף וואס גייט האבן די קלענסטע רעישיאו פון אירע געשניטענע עדזשעס צו די נוֺידס פונעם קלענערן געשאפענעם גרעף. די צווייט-קלענסטע אייגענוועליוּ פונעם לאַפּלאַטשיען מעיטיריקס פונעם גרעף (צוזאמען מיט׳ן טשיגער קאנסטענט) גיבט אן עפּראקסעמעישאן צום ספּאַרסעסט שניט פון דעם גרעף.

מי אני » דינסטאג יאנואר 5, 2021 2:57 pm

· #465172
ספּערנער׳ס לעמאַ
ענליך צו דעם אלעם און אינעם ענין פון קאלארינג איז דא ספּערנער׳ס לעמאַ. דאס לויטעט [אין צוויי דיימענשאנס] אז איך האב א טרייענגעל וואו איך גיב אירע דריי עקן/ווערטיסיִס דריי אנדערע קאלירן. דערנאך מאך איך אין דעם א בּאָנטש קליינע טרייענגעלס (וויפיל איך וויל) וואס איינע פון זייערע עקן רירן אן דעם וואנט פונעם גרויסן טרייענגעל כזה: 📎 8A53C784-E690-4648-A16C-CE2B015C112B.jpeg און איך זאג אז דעם עק פונעם קליינעם טרייענגעל וואס רירט אן די וואנט קען נאר האבן איינע פון די צוויי קאלירן פון די עקן פון יענע וואנט. אין אונזער בילד, דעם פונקט/עק פונעם טרייענגעל וואס רירט אן דעם אונטערשטן וואנט פונעם גרויסן טרייענגעל קען נאר האבן אדער בלוי אדער גרין אלס א קאליר; די קאלירן פון די צוויי עקן פון דעם אונטערשטן וואנט פונעם גרויסן טרייענגעל.

דעמאלטס זאגט די לעמאַ אז עס וועט זיכער זיין אן אַדד צאל פון קליינע טרייענגעלס דערין וואס וועלן האבן אנדערע קאלירן. ועוד, אז די צאל פון קליינע טרייענגעלס דערין וואס האבן די קאלירן אינעם זעלבן סדר ווי דעם גרויסן [אין אונזער בילד למשל, פון רעכטס צו לינקס אנגעהויבן פון אויבן: רויט, בלוי, און דערנאך גרין] וועלן זיין 1 מער ווי די וואס גייען אין די פארקערטע ריכטונג.

מ׳האט גענוצט דעם לעמאַ אויף אויפצוווייזן מאנסקי׳ס טעארעם וואס לויטעט אז עס איז אומעגליך צו צוטיילן א סקווער אין צו אן אַדד צאל פון טרייענגעלס וואס זאלן האבן דעם גענויען זעלבן עריע/שטח.

מי אני » מיטוואך יאנואר 6, 2021 11:14 pm

· #465242
מעטשינג
עס איז דא אין דעם די געדאנק פון מעטשינג [אינדעפּענדענט עדזש סעטס]. דאס איז ווען איך מאך א סעט פון די עדזשעס/ליינס אינעם גרעף אזוי אז קיין איין ליין איז נישט מקושר צו אן אנדערן ליין דורכ׳ן זיין באהאפטען צו אן אייניגן ווערטעקס/נוֺיד.

ווען מ׳קען צו דעם עצם סעט וואס מ׳האט בוחר געווען צו שאפן נישט צולייגן קיין שום עדזש און עס זאל נאך אלס זיין א מעטשינג און אומבאהאפטן כנ״ל דעמאלטס איז עס מעקסימעל. ווען די עצם מעטשינג סעט וואס מ׳האט בוחר געווען צו שאפן איז די גרעסטע אזא סארט סעט שייך צו מאכן פון דעם גרעף איז דאס מעקסימום. (ווען מ׳מאכט אזא סארט סעט אין א גרעף פון ווערטיסיִס אנשטאט די ליינס, וואו קיין איין נוֺיד איז נישט באהאפטן צו אן אנדערן דורך א ליין, ווערט גערופן אן אינדעפּענדענט ווערטעקס סעט.)

אויב עס קומט אויס אז יעדע ווערטעקס/נוֺיד אין די גרעף איז [יעדעס איינס] באהאפטן צו איין עדזש/ליין אין די מעטשינג סעט דעמאלטס איז דאס א פּערפעקט מעטשינג. למשל כזה [די רויטע ליינס זענען די מעטשינג סעט]: 📎 AFD4A180-232B-4571-936B-1476692314A5.jpeg

א פּערפעקט מעטשינג קען נאר פאסירן ווען עס זענען דא אן איִווען צאל פון נוֺידס אינעם גרעף. א כמעט-פּערפעקט מעטשינג איז ווען אלע נוֺידס חוץ איינס זענען מקושר צו די עדזשעס ליינס אינעם מעטשינג סעט. דאס קען נאר צושטאנד קומען ווען עס זענען אן אַדד צאל פון נוֺידס אינעם גרעף.

עס איז דא אין דעם טאָט׳ס טעארעם וואס לויטעט אז א גרעף וועט נאר פארמאגן א פּערפעקט מעטשינג אויב טאמער נעם איך ארויס פון דעם גרעף א מאל נוֺידס וועט די סאָבּגרעף פון די פארבליבענע נוֺידס פארמאגן צומערסטענטס אזויפיל קאָמפּאָנענטס, מיינענדיג חלקים אין דעם סאָבּגרעף וואס איך קען צוטיילן דערפון אזוי אז עס זאל נישט זיין באהאפטן צו אן אנדערן קאָמפּאָנענט וואס איך שאף דערפון, מיט אן אַדד צאל פון נוֺידס.

אויך איז דא דערין פּיטערסען׳ס טעארעם. דאס לויטעט אז יעדעס גרעף וואס פארמאגט נישט קיין בריק, דהיינו עס פארמאגט נישט קיין ליין וואס ווען איך מעק אויס דעם ליין וועט די גרעף יעצט פארמאגן נאך א קאָמפּאָנענט וואו דאס איז אומבאהאפטן כנ״ל, און די גרעף איז אויך קיוּבּיק דהיינו אז יעדע נוֺיד דערין האט דריי ליינס, דעמאלטס פארמאגט עס א פּערפעקט מעטשינג. דאס איז א משל דערפון [די רויטע ליינס זענען די מעטשינג סעט]: 📎 C37DE88A-B980-4774-98DA-34E5B3A88273.jpeg

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 11:54 am

· #465266
אַרט גאלעריע פראבלעם
עס איז דא וואס מ׳רופט די אַרט גאלעריע פראבלעם וואו מ׳טוהט זיך באנוצן מיט גרעף טעאריע. דאס פרעגט אז אויב האב איך א צימער וואס איז אויסגעשטעלט אין א סארט שׁעיפּ אזוי ווי אין א מוזעום אדער אַרט גאלעריע, וואו קען איך אויסשטעלן וועכטער אדער קאמעראס וואס זאלן קענען וואטשן אויף די עקסהיבּיטס אזוי אז איך זאל דארפן די ווייניגסטע צאל וועכטער/קאמעראס? למשל כזה: 📎 73F5770B-C448-4840-BD85-7FEF427F4355.png
אז מ׳שטעלט עס אויס ווי א גרעף מיט די נוֺידס ווי די עקן פונעם צימער און די עדזשעס/ליינס ווי די ווענט, און איך לייג אויך נוֺידס אינמיטן די צימער וואו א מעגליכע פלאץ פאר די וועכטער צו שטיין [מיינענדיג די נוֺידס באדייטן וואו א וועכטער קען שטיין] דעמאלטס איז דאס אזוי ווי טרעפן דעם דאמינעיטינג סעט פונעם גרעף [די סעט פון ווייניגסטע נוֺידס אינעם גרעף וואס אלע אנדערע נוֺידס זענען באהאפטן צו זיי]; דאס איז אן NP-שווערע פראבלעם.

אין דעם איז דא טשוואטאל׳ס טעארעם וואס לויטעט אז טאמער האט די צימער נישט קיין ״לעכער״ דערין [עס איז, ווי נישט, באהאפטן אן קיין חללים בתוך די פארמאכטע גבולים דערין] און האט נישט קיין ווענט וואס האקן דורך די גאנצע צימער [עס איז א פשוט׳ע פּאַליגאַן], גיי איך נישט דארפן מער ווי א דריטל די צאל וועכטער ווי נוֺידס אינעם אויסגעשטעלטן גרעף דערפון; אפשר אפילו ווייניגער. דער מאטעמאטיקער דר. סטיווען פיסק האט דאס אויפגעוואוזן עפ״י א קאלארינג. דהיינו, למשל, מ׳האט אזא סארט שׁעיפּ צימער: 📎 C80D0D56-DE55-4811-AE76-BA67B665A955.jpeg
די נוֺידס זענען די עקן פונעם צימער. יעצט, יעדעס פּאַליגאַן/שעיפּ איז שייך צו טרייענגולעיטן, דהיינו צוצולייגן דערין ליינס אינדערמיט וואס קומען ארויס פון אירע ווערטיסיִס/עקן אזוי אז עס זאל מאכן טרייענגעלס דערין. ביי דעם איז עס (למשל) כזה: 📎 7078A1A1-DF9B-49AE-A6A6-3D0D8C72C295.jpeg
דערנאך וויל מען דאס קאלירן אזוי אז נוֺידס וואס זענען באהאפטן זאלן האבן אנדערע קאלירן. די קראמעטיק נומער דא אלס די טרייענגולעישן וועט זיין דריי; איך דארף דריי קאלירן כזה: 📎 58D8C6DB-9C73-4751-9921-34FD62DE844B.jpeg
ביי יעדע 3-קאלארינג, אזוי ווי אין אונזער משל, איז דא א קאליר, דאס וואס ווערט גענוצט דאס ווייניגסטע [אין אונזער משל רויט], וואס קאלירט זיכער נישט מער ווי א דריטל פון די נוֺידס, כזה: 📎 D4416F8A-8B50-4F56-8986-D9E1A327C9C6.jpeg
ביי די פונקטן קען מען שטעלן די וועכטער צו באוואכטן דאס גאנצע צימער. פארשטייט זיך אז עס איז שייך צו מאכן פארשידענארטיגע אנדערע טרייענגולעישנס אין איין פּאַליגאַן. אבער עס וועט אלס אויסקומען אז מער ווי א דריטל פון די פונקטן וועט מען נישט דארפן; די ווייניגסטע גענוצטע קאליר וועט נישט זיין מער ווי א דריטל פון די צאל פון נוֺידס (ופשוט).

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 11:56 am

· #465267
עס איז אבער מעגליך אז מ׳דארף ווייניגער וועכטער ווי דעם. למשל דא: 📎 E9D4418D-D099-49E0-885B-3512671C4F6E.jpeg
איז בלוי דאס קאליר וואס ווערט גענוצט דאס ווייניגסטע; נאר 3 מאל. אבער מ׳קען זעהן אז מ׳דארף נישט שטעלן קיין וועכטער ביי אלע בלויע פונקטן צן באוואכטן דאס גאנצע צימער. מ׳קען אויסלאזן דעם אונטערשטן בלויען פונקט.

***

אגב, רעדענדיג פון טרייענגולעישן האט דער מאטעמאטיקער דר. וואקלאוו טשוואטאל וואס האט געמאכט דעם פּרוּף פאר די אַרט גאלעריע פראבלעם א גרעף וואס ווערט גערופן על שמו, דעם טשוועטעל גרעף:
📎 361FBE6E-9988-4D2E-89DC-BD95AFD36C70.jpeg
דאס איז א גרעף וואס פארמאגט נישט בתוכה דריי נוֺידס וואס זענען באהאפטן אזוי אויף צו שאפן א טרייענגעל; עס איז טרייענגעל-פריי. ווי אויך איז יעדעס נוֺיד באהאפטן צו 4 אנדערע נוֺידס; עס איז 4-רעגולאר. וממילא, דארף עס נישט מער ווי 4 קאלירן.

מי אני » זונטאג יאנואר 24, 2021 7:17 pm

· #465972
מיינאָרס
ביי גרעפס איז דא א געדאנק פון א מיינאָר. דאס איז ווען איך נעם אוועק א ליין/עדזש אינעם גרעף און איך שטעל צאם די צוויי ווערטיסיִס/פונקטן אלס איין. דערנאך נעם איך אוועק די איבעריגע ליינס וואס בלייבן איבער אזוי אז עס זאל נישט האבן קיינע לוּפּס [מער ווי איין ליין פון איין פונקט צום אנדערן]. א מיינאָר פון א גרעף איז אזא סארט גרעף וואס קען צושטאנד קומען נאכ׳ן טוהן דעם פראצעדור צו א צאל פונקטן.

אין דעם איז דא די וואגנער טעארעם. דאס לויטעט אז א פּלענאַר גרעף קען נישט האבן א מיינאָר וואס שאפט א קאָמפּליִט גרעף [וואו יעדעס פונקט איז מקושר מיט יעדעס אנדערע פונקט] פון 5 פונקטן, אדער א קאָמפּליִט בּייפּאַרטייט גרעף [וואו די גרעף איז צוטיילט אין צוויי חלקים אן יעדעס פונקט אין איין גרופע איז מקושר מיט יעדעס אנדערע פונקט אינעם אנדערן גרופע] וואו יעדעס גרופע האט 3 פונקטן. (דאס איז ענליך צו קוּראטאַוּסקיִ׳ס טעארעם דערין וועלכעס איז פארמולירט די זעלבע נאר בנוגע סאָבּגרעפס.)

בנוגע מיינאָרס איז דא די האדוויגער קאנדזשעקטשור. דאס לויטעט אז יעדעס גרעף וואס האט א געוויסע קראָמעטיק נומער קען מען דערפון שאפן א מיינאָר וואס איז א קאָמפּליִט גרעף מיט די צאל פונקטן.

*

ובקשר לפּלענאַר גרעפס איז דא די קאַרפּענטער׳ס רוּל טעארעם. דאס לויטעט אז אויב האב איך אזא סארט פּלענאַר גרעף פון א פּאַליגאַן וואו איך קען רוקן די עדזשעס/ליינס אבער די לענג פון די ליינס צו די נוֺידס/פונקטן דארפן בלייבן די זעלבע א גאנצע צייט, גייט פונדענסטוועגן אלס זיין א וועג ווי אזוי צו ״עפענען״ דעם גרעף/שׁעיפּ אזוי אז עס זאל ווערן א קאנוועקס שׁעיפּ [וואו די עקן/ווערטיסיִס גייען נישט ״אריין״ אינעם עצם שׁעיפּ]. למשל, כזה: 📎 029562FC-FEB8-425F-862B-ABECC412ABCE.jpeg
📎 56E1AB5E-662A-467D-8A12-774B699CD94A.jpeg

מי אני » זונטאג יאנואר 31, 2021 9:50 am

· #466237
בנוגע גרעפס און מיינאָרס איז דא די ראַבּערטסאָן-סיִמאָר טעארעם. דאס רעדט זיך בנוגע א סארט סעט וואס רופט זיך א פּאַרשעל אָרדער (בתוך אָרדער טעאריע). דאס מיינט וואו איך שטעל אויס עלעמענטן אין די סעט אזוי אז די עלעמענטן זענען:

‏רעפלעקסיוו - פשוט אז די עלעמענט איז זיך אליין דורכאויס די גאנצע אָרדערינג און טוישט זיך נישט.

‏טראנסיטיוו - אז אין די סדר ווי אזוי עס גייט איינע נאך די צווייטע איז (למשל) די דריטע אין די קייט אויך א חלק פון/בתוך די ערשטע צו וועלכעס עס איז באהאפטן דורך דאס צווייטע.

‏אנטיסימעטריק - אז דאס ווי אזוי (למשל) איין עלעמענט אין די סעט קען פועל זיין אויף, אדער איז ביחס צו, אן אנדערן עלעמענט אינעם סעט איז נישט די זעלבע ווי פארקערט דעם צווייטן צום ערשטן.

טאמער פעהלט פון דעם די דוקא אנטיסימעטריק תנאי ווערט דאס גערופן א פּריִאָרדער/קוואסיִאָרדער. טאמער איז דאס פונקט פארקערט, והיינו אז עס איז דוקא יא סימעטריק, איז דאס אן עקוויוועלענס רילעישאן.

אויב א פּריִאָרדער פארמאגט נישט אן אינפיניטלי דיסענדינג טשעין, דהיינו א סדר/אָרדער וואו יעדעס עלעמענט ווערט קלענער און קלענער אינפיניטלי, ווי אויך פארמאגט עס נישט אן אנטיטשעין, והיינו וואו עני צוויי עלעמענטן אינעם סעט האבן נישט קיין שייכות איינע צום אנדערן, דעמאלטס איז דאס א וועל-קוואסי-אָרדערינג.

די טעארעם לויטעט אז אויב שטעל איך אויס [פיניט] גרעפס מיט זייערע מיינאָרס אלס א פּריִאָרדער גייט דאס בהכרח שאפן א וועל-קוואסי-אָרדערינג. פון דעם קומט אויס אז אין אן אינפיניט סעט פון [פיניט] גרעפס וועט בהכרח זיין דערין א פּאָר/סעט פון גרעפס וואו איינע איז א מיינאָר פונעם צווייטן.

מי אני » מאנטאג פעברואר 8, 2021 7:35 pm

· #466634
סירקעל פּעקינג טעארעם
אן אינטערסעקשאן גרעף מיינט אזא סארט גרעף וואס צייגט וואו צוויי (צי מער) גרופעס גייען איינע אריין אינעם צווייטן. למשל כזה: 📎 A193093D-BA08-46B4-A9E9-3E4680222E62.gif
וואו יעדע קאליר ווערט געשאפן אלס א פונקט אין א גרעף און האט אן עדזש/ליין צו דאס וואו עס גייט אריין אין א צווייטן.

א מעקסימעל פּלענאר גרעף איז וואו איך קען נישט צולייגן דערצו נאך אן עדזש/ליין און עס זאל נאך אלס זיין פּלענאר [אן איין ליין זאל דורכגיין אן אנדערע]. ווען עס איז מעקסימעל און פשוט [אז יעדע צוויי פונקטן וואס זענען באהאפטן האבן נאר איין ליין וואס באהעפט זיי] קען מען טרייענגולעיטן [אן אייסאָמאָרפיזם] אזוי אז עס שאפט טרייענגעלס [קוק די בילד באלד] און עס איז דא אין דעם די קאָבּיִ-אנדריִוו-טורסטאן סירקעל פּעקינג טעארעם. דאס לויטעט אז יעדע אזא סארט גרעף, נאך דעם וואס איך שטעל דאס אויס אלס א טרייענגעל, וועט דאס זיין אן אינטערסעקשאן גרעף פון וואו איך שטעל אויס סירקעלס וואו יעדעס פונקט באדייט א סירקעל און די ליינס וואס באהעפטן די פונקטן צו אנדערע פונקטן צייגן צו וועלכע אנדערע סירקעלס עס איז טענדזשענט [רירן זיך אן פונקט און גייען נישט אריין איינע אין די צווייטע]. עס וועט נאר זיין איין אזא סארט וועג פון אויסשטעלן די סירקעלס. 📎 EBA9FA5B-D7CB-46E0-A22F-1D49464BA8D6.png

‏ועיין באשכול זו.

מי אני » מאנטאג מאי 31, 2021 8:49 pm

· #474337
📎 Untitled.jpg

ובנוגע די טרעוועלינג סעילסמאן פראבלעם
📎 1.jpg
📎 2.jpg
פונעם בוך פונעם מאטעמאטיקער דר. ריטשארד שווארץ.

מי אני » זונטאג אקטאבער 17, 2021 8:46 pm

· #483438
אז מ׳האט דערמאנט דעם שאך-ברעט בנוגע מאטעמאטיקס האט מען געשטעלט אזא פראגע: מען האט א שאך-ברעט כזה: 📎 814D7EF7-DA36-40A0-81BA-3F6B8FB42C7D.jpeg
און צו רעכטס און ווייטער און ארויף און ווייטער איז עס אינפיניט. איך הייב אָן מיט דריי שטיקלעך אינעם עק כזה:
📎 2C520612-4996-4FB7-9EB6-FF8B46799AF6.jpeg
אויב וויל איך אוועקנעמען א שטיקעל פון א קעסטל דארף איך לייגען סיי א שטיקל אינעם קעסטל העכער איר און סיי א שטיקעל אינעם קעסטל צו רעכטס; נאר דערנאך קען איך אוועקנעמען די שטיקעל פונעם קעסטל. די קעסטעלעך העכער און צו רעכטס דארפן מעיקרא שוין צו זיין ליידיג.
📎 F327E8D3-09F2-4C46-BA50-677C342E2039.jpeg
איז די שאלה צי קען מען מאכן אז אלע דריי קעסטלעך וואו איך האב אנגעהויבן מיט די דריי שטיקלעך, אז זיי זאלן זיין ליידיג?

דער רוסישער מאטעמאטיקער דר. מאקסים קאנטסעוויטש האט אויפגעוואוזן אז ס׳איז נישט מעגליך סיידן אויב מ׳שפילט אזוי פאר אינפיניט צייט און מ׳פילט אָן אלע אינפיניט קעסטעלעך.

טאמער איז אבער נאר דא מעיקרא איין קעסטל פיל אינעם עק דאן איז עס יא מעגליך. אבער טאמער דארף איך מאכן זיכער אז די זעקס, אנשטאט דריי, קעסטעלעך אין די עק זענען ליידיג, דאן אפילו אויב איך הייב אָן מיט נאר די איין קעסטל אין די עק פיל איז עס אבער אומעגליך.

מי אני » זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:36 pm

· #483442
קאַנוועי טשעקערס
דער מאטעמאטיקער דר. דזשאן קאנוועי איז אויפגעקומען מיט דעם שפיל פון קאנוועי טשעקערס. אין דעם האב איך א שאך-ברעט וואס קען גיין אינפיניט וואס איך טייל עס אפ ערגעצוואו מיט א ליין. אונטער דעם ליין שטעל איך טשעקערס וואס קענען איבערהיפען איינע די אנדערע רעכטס/לינקס אדער ארויף/אראפ, אבער נישט שיף, און זיי ״נאַקען״ אזוי ווי די הלכות פון טשעקערס: נאר איינס אויף אמאל און נאר איבערהיפען איינס און נישט צוויי צוזאמען. מ׳קען אויסשטעלן די שטיקלעך אונטער די ליין ווי אזוי מ׳וויל און וויפיל שטיקלעך מ׳וויל. די שטיקלעך קענען איבערטאנצען די ליין אויב עס קומט אזוי אויס עפ״י ההלכות הנ״ל. זיין שאלה איז געווען וואו הויך העכער די ליין קען מען אָנקומען?

צו אָנקומען צום ערשטן שורה העכער די ליין דארף מען נאר 2, צום צווייטן שורה 4, צום דריטן שורה 8, צום פערטן שורה 20, און צום פיפטען שורה איז נישט מעגליך אָנצוקומען חוץ טאמער האט מען אַן אינפיניט צאל פון מאָווס. דאס זענען די אויסשטעלן אָנצוקומען צו די ערשטע פיר שורות:
📎 5207C811-6A40-45AB-99DA-3852575E00E1.jpeg
טאמער קען מען נאר שפרינגען שיף דאן קען מען נישט אָנקומען העכער דעם זעקסטן שורה העכער דעם ליין. טאמער קען מען אויך שפרינגען שיף דאן קען מען מום העכסטענסט אָנקומען צום אכטן שורה העכער דעם ליין.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:24 pm

· #483877
לגבי קאָמפּליִט גרעפס און קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעפס איז דא די גרעהעם-פּאלאק טעארעם. דאס לויטעט אז אויב האב איך א קאָמפּליִט גרעף און איך וויל דאס צוטיילן אין צו קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעפס וועל איך צום ווייניגסטענסט דארפן אזויפיל בּייפּארטייט גרעפס ווי איינס ווייניגער ווי די צאל נוֺידס/ווערטיסיִס וואס איך האב אין דעם קאָמפּליִט גרעף מעיקרא.

מ׳האט געהאט א קאנדזשעקטשורד אז אויב א קאָמפּליִט גרעף קען צוטיילט ווערן אין א צאל קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעפס וואס האבן נישט די זעלבע ליינס/עדזשעס איינע מיט דאס אנדערע [עדזש-דיסדזשוינט] דאן איז די קראָמעטיק נומער צום מערסטענסט 1 מער ווי די צאל קאָמפּליִט בּייפּארטייט גרעפס געמאכט דערפון. מ׳האט אבער אויפגעוואוזן אז עס איז נישט אזוי.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:26 pm

· #484030
רעמסי טעאריע און גרעהעם׳ס נומער
דער בריטישער מאטעמאטיקער און פילאזאף פרענק רעמסי האט אויפגעוואוזן רעמסי׳ס טעארעם וואס לויטעט אז אויב האט מען א גענוג גרויסע קאָמפּליִט גרעף און מען קאלירט אירע עדזשעס/ליינס מיט נאר צוויי קאלירן, וועט עס בהכרח האבן בתוכה צוויי קאָמפּליִט סאָבּגרעפס/קליִקס וואס אלע זייערע ליינס זענען איין קאליר; איין סאָבּגרעף איין קאליר און די צווייטע דאס צווייטע. כהיום ווייסט מען נאר פון 9 פעלער וואו מ׳ווייסט פונקטליך וויפיל ווערטעסיִס/נוֺידס/פונקטן א גרעף זאל האבן [די R] כדי אז עס זאל האבן צוויי קאָמפּליִט סאָבּגרעפס מיט די צאל עדזשעס [די x און די y] יעדעס איינס פון נאר איין קאליר. 📎 A9B99186-F783-4818-BF83-3BD22492BA27.jpeg

די געדאנק האט מען דערנאך אויסגעברייטערט אין צו וואס ווערט גערופן רעמסי טעאריע על שמו, וואס טוהט דורך ווי גרויס דארף א סיסטעם וכדומה זיין כדי אז עס זאל בהכרח האבן סאָבּסיסטעמען בתוכה וואס האבן א געוויסע פּראפּערטי וכו׳.

בתוך דעם געדאנק פון רעמסי׳ס טעארעם האט דער מאטעמאטיקער דר. ראַנעלד גרעהעם געפרעגט א פראגע בנוגע הייפּערקיוּבּס. הייפּערקיוּבּס זענען סקווערס/קיוּבּס און דיימענשאנס גרעסער ווי 3. צב״ש א ליין אין 1 דיימענשאן [1D] ווען איך מאך צוויי פון זיי פאראלעל און איך באהעפט זיי דערנאך מיט ליינס ווערן זיי א סקווער אין 2 דיימענשאנס [2D]. דערנאך און דאס זעלבע ווען איך נעם 2 סקווערס און איך באהעפט זיי מיט ליינס ווערן זיי א קיוּבּ אין 3 דיימענשאנס [3D]. אויפ׳ן זעלבן מהלך קען איך גיין ווייטער, הגם מ׳קען דאס גאר שווער וויזשוּעלייזן, אז ווען איך באהעפט צוויי קיוּבּס אויפ׳ן זעלבע מהלך ווערט דאס א טעסערעקט אין 4 דיימענשאנס [4D]. כעין זה [די רויט און בלוי זענען די אריגינעלע קיוּבּס סטון די גרויע ליינס זענען וואו מ׳האט זיי באהאפטן]: 📎 5D33C43F-2921-4BF4-8CAE-6DA3EF327234.jpeg
וכן הלאה והלאה אָנצוקומען צו נאך העכערע הייפּערקיוּבּס אין העכערע דיימענשאנס.

דערנאך וויל איך באהעפטן און מאכן עדזשעס/ליינס אין די הייפּערקיוּבּס פון יעדעס ווערטעקס/עק צו יעדעס אנדערע ווערטעקס/עק און איך קאליר אלע עדזשעס/ליינס מיט איינס פון צוויי קאלירן. פרעגט דר. גרעהעם וואס איז די קלענסטע דיימענשאן פון א הייפּערקיוּבּ וואס עס איז בהכרח אז עס זאל אויסקומען אז איין סקווער דערין וואס איז אויפ׳ן זעלבן פּלעין [ווען איך טייל עס אפ איז עס אין די זעלבע דיימענשאן מעיקרא] אז עס זאל בהכרח האבן איין איינציגע קאליר?

פאר מ׳איז ממשיך מיט זיין אסטראנאמישע ״נומער״ ביי דעם דארף מען מקדים זיין איבער די עררוֺי נוֺיטעישאן פונעם מאטעמאטיקער דר. דאנאלד קנוט. ווי ערווענט דא קען מען ארויסשרייבן גרויסע נומערן דורך סייענטיפיק נוֺיטעישאן וואס ארבעט ע״י עקספּוֺינענשיעישאן, והיינו וואס מען מאכט א נאכאנאנדע מאָלטיפּליקעישאן מיט׳ן זעלבן נומער (וכעין מאָלטיפּליקעישאן וואס איז אליינס א נאכאנאדע עדישאן מיט׳ן זעלבן נומער). דר. ראובן גודשטיין האט געזאגט אז מ׳דארף אויך אין אכט נעמען הייפּעראַפּערעישאנס וואס זענען נאכאנאנדע עקספּאָנענשיעישאן אא״וו. צב״ש טעטרעישאן וועט זיין נאכאנאנדע עקספּאָנענשיעישאן, פּענטעישאן וועט זיין נאכאנאדע טעטרעישאן אא״וו. עפי״ז איז קנוט אויפגעקומען מיט זיין ארויף-עררוֺי נוֺיטעישאן. דאס ארבעט כזה: איין עררוֺי וועט באדייטן פשוט׳ע עקספּוֺינענשיעישאן. למשל:
4↑3
מיינט פשוט 3⁴. די 4 אויף די רעכטע זייט פונים עררוֺי באדייט די עקספּוֺינענשיעישאן וואס איך געב צום 3 וואס איז צום לינקן זייט.

אויב איז דאס:
4↑↑3
דאן מיינט דאס אז איך טוה טעטרעישאן; וויפיל מאל איך שרייב ארויס אן עקספּוֺנענט פון 3 העכער דעם 3. מיינענדיג אז די 3 וועט האבן אן עקספּוֺינענט פון 3 וואס דאס אליין האט אן עקספּוֺנענט פון 3 וואס דאס אליין האט אן עקספּוֺינענט פון 3. דאס קומט אויס צו 3⁷⁶²⁵⁵⁹⁷⁴⁸⁴⁹⁸⁷.

אויב איז דאס:
4↑↑↑3
דאן באדייט דאס אז איך טוה פּענטעישאן. מיינענדיג אז ערשט טוה איך די טעטרעישאן הנ״ל וואס וואלט ווען געווען 4↑↑3 און די גאנצע צאל פון 3ס וואס איך האב געב איך אלס עקספּוֺינענטס איינס העכער דאס אנדערע און דאס אליין טוה איך איבער 4 מאל.

וכן הלאה והלאה פאר העקסעישאן אא״וו וואו מ׳טוהט דאס אליין, ולאחר הכל, נאכאנאנד.

‏גרעהעם׳ס נומער באדייט אז צום ערשט הייבט מען אָן מיט 3↑↑↑↑3; אן העקסעישאן פון 3 מאל אויפ׳ן נומער 3 מיט׳ן נומער 3. דערנאך די (אבנארמאלע אסטראנאמישע) סומע וואס איך באקום, אזויפיל עררוֺיס וועל איך נוצן ביים נעקסטן מאל צווישן איין 3 אינעם אנדערן. די נומער וואס איך באקום יעצט, וועל איך נוצן אזויפיל עררוֺיס ביים דריטן מאל צווישן די צוויי 3ס. אזוי טוה איך ווייטער ביז 64 מאל. דאס איז גרעהעם׳ס נומער און דאס איז א בּאַוּנד וואס צום מערסטענסט וועל איך דארפן אזויפיל דיימענשאנס צו בהכרח האבן א קאָמפּליִט סקווער סאָבּגרעף [פון 4 פונקטן] אינעם זעלבן פּלעין מיט׳ן זעלבן קאליר פון א הייפּערקיוּבּ. באמת אמרו אז מעיקרא האט גרעהעם געגעבן אן אנדערע וועג פון ארויסשרייבן די אָפּער בּאַוּנד דערפאר. והיינו, אז צום ערשט איז עס:
3↑↑↑↑↑↑↑↑↑↑↑↑2
דערנאך ווען איך האב דעם נומער, אזויפיל עררוֺיס געב איך צווישן דעם 2 און 3 ביים נעקסטן מאל, און אזוי טוה איך איבער ״נאר״ זיבן מאל.

די בּאַוּנד אויף צום ווייניגסטענסט וויפיל דיימענשאנס מען וועט דארפן האט ער געזאגט איז 6. מען האט דאס פארבעסערט אויף 13. ער האט דאס אלעס בעיקר געטוהן אויף צו צייגן אויף די שוועריקייט פון בּאַוּנדס אין מאטעמאטיקס. מען האט אויך פארבעסערט און גענידערט דעם אָפּער בּאַוּנד צו:
262153↑↑↑2↑↑↑2

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 6:49 am

· #488631
אוילער כאראקטעריסטיק
אז מ׳האט דערמאנט אוילער׳ס פארמולא (און אייסאָמאָרפיזם) איז מערקווידיג צוצושטעלן דערצו דעם אוילער כארקטעריסטיק בכלל. ווי באקאנט איז די פעלד פון טאפּאלאגיע דזשיאמעטרי גענומען צו א מער אבסטראקטע מהלך. והיינו, אין דעם אינטרעסירט נישט די מרחק פון א שׁעיפּ און איין שׁעיפּ ווערט גערעכענט דאס זעלבע ווי אן אנדערע ווילאנג מען קען דאס ״סטרעטשן״, ״קוועטשן״ וכו׳ אין אנדערע פארמען וכו׳ אָן שניידן אדער מאכן (נאך) א לאך דערין; א האָמיִאָמאָרפיזם.

מ׳קען דערקענען צי צוויי שׁעיפּס זענען האָמיִאָמאָרפיק, אויב פאלגט מען די פארשריפטן פון נאר סטרעטשן/קוועטשן/אויספארעמען אָן שניידן אדער מאכן לעכער, טאמער זענען זייערע ביידע אוילער כארקטעריסטיקס (וואס איז מקושר צום אוילער פארמולא הנ״ל) דאס זעלבע. והיינו, אויב ווען איך רעכן די ווערטיסיִס/נוֺידס פונעם שׁעיפּ און איך רעכן אראפ פון איר צאל די צאל פון עדזשעס/ליינס און לייג דערנאך צו די צאל פון פנימער/זייטן וואס ס׳האט באקום איך די זעלבע נומער ביי ביידע איז עס טאפּאלאגיש די זעלבע; דאס איז אינוועריענט און טוישט זיך נישט.

מי אני » מאנטאג יאנואר 10, 2022 10:54 pm

· #491284
בנוגע אינפיניט שאך-ברעטן אין (ריקריעישאנעל) מאטעמאטיקס איז דא אן אינטרעסאנטע חקירה. אויב הייבט מען אָן מיט שטעלן אויפ׳ן ברעט א צאל שטיקלעך וואס ווערן יעדעס איינס גערעכענט ווי מספר 1. דערנאך האב איך שטיקלעך וואס זענען פון 2 און ווייטער - נאר איינס פאר א נומער. איך דארף שטעלן די שטיקלעך אויפ׳ן ברעט אזוי אז ווען איך שטעל אראפ דעם שטיקל מיט׳ן נומער, גייענדיג אין די סדר פון די נומערן, גייט די סומע פון אירע שכנים זיין די צאל פון די נומער וואס איז אויף די שטיקעל. למשל, כזה:
📎 A2C38AF1-558B-4F8B-8EEA-AFF3E5DD5C44.jpeg
די שאלה איז אויב לייג איך אראפ א צאל ״1״ שטיקלעך אויפ׳ן ברעט, וואו איך וויל, וויפיל איז די מערסטע איך קען ציען מיט׳ן לייגן די נומער שטיקלעך? מען ווייסט אז פאר צוויי ״1״ שטיקלעך איז עס ביז 16, פאר דריי ביז 28, פאר פיר ביז 38, פאר פינעף ביז 49, און פאר זעקס ביז 60.

דא זעהט מען די סדר ביי צוויי ״1״ שטיקלעך, ביי פיר ״1״ שטיקלעך, און ביי זעקס ״1״ שטיקלעך [די ברוינע באדייטן די ״1״ שטיקלעך]:
📎 A5F61617-F443-4984-9BF4-21602A87DDD8.jpeg
📎 087311B7-0E46-47BA-97E0-72A736074178.jpeg
📎 0941123A-B17D-4D20-ABE6-7FAD7A8EF426.jpeg
מען ווייסט אויך אז פאר א צאל ״1״ שטיקלעך קען די נומער ביז וואו מ׳קען ציען נישט זיין ווייניגער ווי 5 מאל די צאל פון ״1״ שטיקלעך ווייניגער 4. ווי אויך ווייסט מען אז מ׳קען זיכער נישט ציען מער ווי 714 מאל די צאל ״1״ שטיקלעך.

מי אני » פרייטאג יאנואר 21, 2022 10:41 am

· #492370
סעקיור פּאַליגאַן
ענליך צום אַרט גאַלעריע פראבלעם איז דא דעם סעקיור פּאַליגאַן פראבלעם. דאס פרעגט אז למשל איך האב צוויי פונקטן אין א פּאַליגאַן כזה: 📎 1.jpg
דער ערשטער פונקט קען שיסן א ליין וואס די ליין גייט ווערן רעפלעקטירט אראפ פון די ווענט, אזוי ווי א שפיגל, אין די זעלבע/קאַנגרוּענט ענגעל פון וואס עס איז אָנגעקומען (עפ"י דאס געזעץ פון ריפלעקשאן) און וועט האלטן אין איין אזוי גיין ביז עס קומט אדער אָן צום צווייטן פונקט אדער צו איינע פון די (פיר אין אונזער בילד) ווערטעסיִס/עקן פונעם פּאַליגאַן ממש. למשל כזה: 📎 2.jpg
איז די שאלה, געשטעלט דורך דר. מאַריאַם מירזאחאני, צי איך קען אויסשטעלן א פיניט צאל פונקטן אין דעם פּאַליגאַן וואס זאלן אלס בלאקירן דעם ליין וואס קומט פונעם ערשטן פונקט אז עס זאל נישט אָנקומען צום צווייטן פונקט; עס זאל זיך ענדיגן ביי זיי אנשטאטס? דר. עמילי ריעל האט אויפגעוואוזן אז פאר א סקווער דארף מען נישט מער ווי 16 פונקטן. 📎 3.jpg

מי אני » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:13 pm

· #492502
פאליציי-געווין גרעפס און פאליציי נומערן
אין גרעפס איז דא די געדאנק פון א פאליציי [קאַפּ]-געווין גרעף אדער א רויבער-געווין גרעף. דאס איז אז איך האב א גרעף מיט פונקטן/ווערטיסיִס און ליינס/עדזשעס, וואס איך שטעל אויף איין פונקט ארויף א ״פאליציי״ און אויף אן אנדערן (וואו ער וויל; פארשטייט זיך נישט נעבן דעם ״פאליציי׳ס״ פונקט) א ״רויבער״. די ״פאליציי״ גייט ערשט, והיינו צו אן אנדערן פונקט וואס איז מחובר צום יעצטיגן פונקט מיט א ליין, כדי ענדגילטיג צו ״כאפן״ דעם ״רויבער״ דורכ׳ן ארויפגיין אויפ׳ן ״רויבער׳ס״ פונקט. דערנאך גייט די ״רויבער״ וואס קען אדער גיין צו א דערנעבענדן פונקט אדער בלייבן אויפ׳ן יעצטיגן פונקט. דערנאך גייט נאכאמאל די ״פאליציי״ און דערנאך די ״רויבער״ וכן הלאה. אויב איז דאס א גרעף וואו די ״פאליציי״ האט א סטראטעגיע וואו ער וועט בהכרח ״כאפן״ דעם ״רויבער״ און אָנקומען צום פונקט פונעם ״רויבער״ דאן איז דאס פאליציי-געווין גרעף; אז נישט, און דער ״רויבער״ קען האלטן אין איין זיך ארויסדרייען דאן איז דאס א רויבער-געווין גרעף.

עס קומט אויס אז א סייקליק גרעף איז א רויבער-געווין גרעף ווייל דער ״רויבער״ קען האלטן אין איין גיין צו איין פונקט ווייטער ווי דער ״פאליציי״ איז. א קאָמפּליִט גרעף איז א פאליציי-געווין גרעף ווייל יעדעס פונקט איז דאך מקושר צו יעדעס אנדערע פונקט וממילא איז דער ״רויבער״ אלס נעבן דעם ״פאליציי״ וואס וועט אים ״כאפן״ אויף זיין נעקסטן טוּרן נישט קיין חילוק וואו ער גייט און וואס ער טוהט. ווי אויך איז א בוים גרעף א פאליציי-געווין גרעף ווייל דער ״רויבער״ וועט אלס ווערן פארכאפט וואו ער קען נישט ארויסקריכען פון דער ״פאליציי״ וואס קומט אים צוביסלעך ״כאפן״. עס קומט אויך אויס אז איך קען איגנארירן אלע ״פּיטפאָלס״, והיינו חלקים פונעם גרעף וואס אויב דער ״רויבער״ גייט אהין אריין וועט ער ווערט טרעפּט ווייל ער וועט דאך דאס נישט טוהן. אויב ווען איך נעם זיי אלע אוועק קומט עס אָן צו א סייקליק גרעף איז עס א רויבער-געווין גרעף; אויב קומט עס אָן צו איין פונקט דאן איז דאס א פאליציי-געווין גרעף.

אויב מוז דער רויבער זיך רוקן ביי יעדעס טוּרן (אזוי ווי ״זוגצוואנג״ אין שאך וואו מ׳מוז זיך רוקן ביי יעדעס טוּרן אפילו וואו עס וואלט געווען בעסער צו גארנישט טוהן), אַן ״אקטיווע״ ווערסיע דערפון, דאן ווערט צומאל א גרעף וואס וואלט געווען א רויבער-געווין גרעף א פאליציי-געווין גרעף.

למשל, א קעניג׳ס גרעף, והיינו א גרעף וואס רעפּרעזענטירט אלע מעגליכע וועגן א קעניג אויפ׳ן שאך-ברעט קען זיך רוקן כזה:
📎 68E3D20E-472F-49C2-BBCB-C137FE2F140C.png
איז א פאליציי-געווין גרעף. דאס איז ווייל אז ער וועט זיך רוקן צו די שורה אין די ברייט [רוֺי] וואו דער ״רויבער״ איז און נאכדעם גיין צו די שורה אין די לענג [קאלומן] וואו דער ״רויבער״ איז, וועט ער אים בהכרח ענדגילטיג ״כאפן״. (און א געהעריגע שאך שפיל אין אזא פאל, וואו נאר צוויי קעניגן זענען אויפ׳ן ברעט זענען דאך ביידע סיי דער ״פאליציי״ און סיי דער ״רויבער״. דא איז נאר איינער די ״פאליציי״ וואס קען האקן אבער נישט געהאקט ווערן, בשעת דער צווייטער איז דער ״רויבער״ וואס קען געהאקט ווערן אבער נישט האקן.)

אויב איז עס א רויבער-געווין גרעף דאן איז דא דערין די געדאנק פון א פאליציי נומער. והיינו, וויפיל איז די מינימום צאל ״פאליציי״ וועט די גרעף דארפן האבן צו בהכרח ״כאפן״ דעם ״רויבער״, וואס ביים טוּרן פון די ״פאליציי״ רוקט ער אלע ״פאליציי״ אויפ׳ן גרעף פרובירענדיג צו ״כאפן״ דעם ״רויבער״? א געהעריגע פאליציי-געווין גרעף איז וואו די פאליציי נומער איז 1.

מ׳ווייסט אז ביי א פּלענאר גרעף וועט מען צום מערסטענסט נאר דארפן 3. מ׳ווייסט אויך אז טאמער איז די קורצסטע סייקל, גערופן גירט, בתוך דעם גרעף געמאכט פון 5 פונקטן אדער מער דאן איז די פאליציי נומער דערפון נישט ווייניגער ווי די מינימום דעגרי דערפון, והיינו ווייניגסטע מאל ליינס וואס קומען ארויס פון א פונקט בתוך דעם גרעף.

עס איז אויך דא דערין די מעיניעל קאָנדזשעקטשור וואס לויטעט אז די [מאקסימום] פאליציי נומער פון א [באהאפטענע] גרעף איז די סקווער רוּט [ראַוּנדעד] פון וויפיל פונקטן עס האט.

עס זענען דא פארשידענארטיגע וועריעישאנס דערפון ווי למשל וויפיל ״פאליציי״ וועט מען דארפן ווען די ״פאליציי״ ווייסן נישט אויף וועלכע פונקט דער ״רויבער״ איז? צי וויפיל איז די פאליציי נומער ווען מ׳טאר נישט רוקן אלע ״פאליציי״ אויף איין טוּרן/מאל נאר ביי יעדעס טוּרן קען מען נאר רוקן איינס. צי ווען דער ״רויבער״ רוקט זיך ארום רענדאָמלי און די שאלה איז די שנעלסטע צייט אים צו כאפן? צי ביי אַן אינפיניט גרעף וואו מ׳דעפינירט דאס געוואונס פון די ״פאליציי״ אויב צווינגען זיי דער ״רויבער״ צו מוזן גיין אינפיניטלי ווייט פון זיין אָנהויב פונקט, אדער אז ער ווערט געצווינגען צו גיין צו איין געוויסע פונקט אַן אינפיניט צאל פעמים. וכדומה.

מי אני » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:27 pm

· #493042
זאָרנ׳ס לעמאַ
אז מ׳האט דערמאנט אָרדערינגס אין סעטס, און דא הא׳מיר דערמאנט די געדאנק פון א וועל-אָרדערד סעט וואו עס איז דא אין דעם סעט אן עלעמענט וואס איז די ״ווייניגסטע״ אין די אָרדערד סעט, איז דא דערין די וועל-אָרדערד טעארעם וואס לויטעט אז יעדעס סעט קען זיין וועל-אָרדערד. (עפ״י מאטעמאטישע לומדות איז א תוצאה דערפון דעם בּאַנאַך-טאַרסקי פּאראדאקס.)

דאס גייט אין איינקלאנג מיט די אקסיאם פון טשוֺיס אין סעט טעאריע. דאס לויטעט בעצם אז ווען איך האב א קארטיזשיען פראדוקט פון צוויי סעטס וואס זענען נישט ליידיג, דאן איז די תוצאה בהכרח אויך נישט ליידיג. א קארטיזשיען פראדוקט איז ווען איך נעם די עלעמענטס בתוך איין סעט און שטעל זיי צוזאם מיט יעדעס עלעמענט אינעם אנדערן סעט אזוי אז עס געבט מיר אָרדערד פּאָרן פון די עלעמענטס פון איין סעט און פונעם צווייטן, וואו די סדר מאכט אויס - וועלכעס איז ערשט און וועלכעס איז צווייט. דאס איז אזוי ווי ביי מעיטריסיִס וואו די סדר פון מאָלטיפּליקעישאן מאכט יא אויס:
📎 4E4964CA-9B58-453F-B0E0-5EC07B1B74AB.png
דאס איז בפשטות דאס זעלבע ווי זאגן אז אויב האב איך א קאלעקשאן, ואפילו אינפיניט, פון סעטס וואס זענען נישט ליידיג, קען איך וועלן פון יעדעס איינס כאטש איין זאך.

דאס ווי אזוי די צוויי גייען צוזאמען איז מקושר מיט א דריטע טעארעם - זאָרנ׳ס לעמאַ. דאס לויטעט אז אויב האב איך א פּאַרשעלי אָרדערד סעט וואס די סאָבּסעטס בתוכה האבן א שטערקערע אָרדערינג, ״טאטאל״, בזה אז יעדעס עלעמענט אינעם סאָבּסעט איז ביחס מיט עפעס צו א צווייטע עלעמענט בתוך די סאָבּסעט, און די סאָבּסעטס האבן א ״גרעסטע״ עלעמענט, דאן האט בהכרח די סעט הכולל כאטש איין מעקסימעל עלעמענט, מיינענדיג אז עס איז דא אן עלעמענט דערין וואס אויב איז דא א צווייטע עלעמענט אינעם סעט וואס האט א יחס דערצו איז עס מער ווי איר.

עפי״ז קומט אויס ביי גרעף טעאריע אז יעדעס באהאפטענע גרעף, ואפילו אינפיניט, מוז בהכרח האבן א ספּענינג בוים בתוכה.

פון יעדעס צוויי פון די אויבן-דערמאנטע דריי טעארעמס קען מען אויפווייזן די דריטע; זיי זענען אין א וועג מאטעמאטיש אייניג. אין דעם איז דא א וויץ פון דער מאטעמאטיקער דר. דזשערי בּאָנאַ: 📎 2065613D-01C4-4513-8842-28C66080D8B1.jpeg

מי אני » דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:06 pm

· #495100
טעלעפאָן/אינוואַלוּשאן נומערן
בנוגע מעטשינג איז דא די געדאנק פון טעלעפאָן/אינוואַלוּשאן נומערן. והיינו, ווייל די האָסאָיאַ אינדעקס איז די נומער וויפיל מעטשינגס א גרעף האט, וואו איך רעכען אויך קיין איין מעטשינג ווי א מעטשינג. די טעלעפאָן/אינוואַלוּשאן נומער איז די האָסאָיאַ אינדעקס פון א קאָמפּליִט גרעף, וואו יעדעס ווערטעקס/נוֺיד איז באהאפטן צו יעדעס אנדערע נוֺיד אינעם גרעף. דאס איז א משל פון א קאָמפּליִט גרעף פון 4 נוֺידס וואו עס האט א האָסאָיאַ אינדעקס פון 10 מעטשינגס:

דער מאטעמאטיקער דזשאַן ריִאָרדען האט דאס מסביר געווען אזוי ווי א צאל מענטשן וואס קענען מאכן א (וואָן-וועי) טעלעפאָן קאָל צו וועמען זיי ווילן. וויפיל טעלעפאָן קאָלס איז שייך אויף אמאל? (אז קיין איין קאָל ווערט נישט געמאכט איז אויך שייך אלס אַן אפציע.)

עס קומט אויס אז ביי שאך ווען איך האב א שאך ברעט פון א געוויסע אייניגע צאל קעסטלעך סיי אין די לענג און סיי אין די ברייט [עס איז סקווער], דאן גייט די טעלעפאָן/אינוואַלוּשאן נומער פון די צאל קעסטלעך (די האָסאָיאַ אינדעקס ביי א קאָמפּליִט גרעף מיט אזויפיל נוֺידס ווי די קעסטלעך אין די לענג אדער ברייט) זיין די צאל וועגן איך קען דערויף אויסשטעלן אזויפיל רוּקס ווי די צאל קעסטלעך אין די לענג אדער ברייט, און קיין איינס זאל נישט קענען האקען אַן אנדערע. און אויך אז טאמער קוק איך עס אָן פון די שיפקייט דאן זענען די רוּקס אויסגעשטעלט סימעטריש. למשל כזה ביי א שאך ברעט פון 8x8 קעסטלעך און 8 רוּקס דערויף וואס קענען זיך נישט האקן:
📎 63F3C637-93D8-42BB-80BB-95043FB0C586.jpeg
ועיין כאן וכאן.

מי אני » דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:55 pm

· #495141
אז מ'האט גערעדט סיי פון די מלכה פראבלעם און סיי פון סעקיור פּאַליגאַנס איז דא א וועריעישאן פונעם מלכה פראבלעם אויף אן 8x8 שאך ברעט וואו איך לייג 9 מלכות און זיי זאלן זיך נישט קענען האקן אבער איך קען לייגן א פּאָנדעל צו בלאקירן. דא איז דא אסאך וועגן.

מי אני » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:38 am

· #495191
מלכה דאַמינעישאן
עס איז אויך דא דעם געדאנק פונעם מלכה דאַמינעישאן פּאָזל וואס פרעגט וואו צו לייגן און וויפיל מלכּוֺת צו לייגן אויפ׳ן שאך ברעט אזוי אז דו קענסט יעצט אָנקומען מיט זיי צו וואו אימער אויפ׳ן ברעט (בנוסף צו זיך נישט האקן). ביי א געהעריגע 8x8 שאך ברעט איז די מערסטע וואס דו דארפסט 5 מלכּוֺת. מ׳קען זיי אויסשטעלן 12 אנדערע וועגן. דא איז איין משל (און קיין איינע פון זיי אטאקירן נישט דאס צווייטע):
📎 9B3BA2A6-EECE-4F1B-89BC-28752973FCA9.jpeg
📎 248ABBE2-7BE7-4E4E-B186-1E7381D0C999.jpeg
מ׳ווייסט אז מ׳וועט דארפן כאטש אזויפיל מלכּוֺת ווי דאס האלב פון די צאל קעסטלעך אין די לענג אדער ברייט. (חוץ ווי די צאל קעסטלעך איז 3 אדער 11 וואו דארט איז עס די האלב פון 1 ווייניגער ווי די צאל קעסטעלעך.)

מי אני » מיטוואך פעברואר 23, 2022 1:02 pm

· #495596
סוואָרם אינטעלידזשענס
אין די לעקציע [54:52-1:00:00] דערמאנט דר. ראַבּערט סאַפּאָלסקי אז נמלים טוהן אַפּטימייזן דעם טרעוועלינג סעילסמאן פראבלעם. והיינו, מעיקרא הייבן אָן נמלים פון אנדערע מקומות און צו וואו זיי גייען, די אנדערע מקומות, לאזן זיי אראפ א פעראָמאָן/קעמיקאל סיגנאל צו צייגן די דרך זיי האבן גענומען אהין, וואס צוביסלעך וועפט דאס אויס. זיי האבן נאר א געוויסע פיניט מאס דערפון וממילא ווי קלענער זייער וועג איז אלס דיקער און שטערקער וועט די סיגנאל זיין. דערנאך גייען דארט ארום נאך נמלים און אויב שמעקן זיי דעם סיגנאל וועלן זיי נעמען דעם וועג און אראפלאזן דארט זייער פעראָמאָן סיגנאל. צוביסלעך קומט אויס אז עס וועט ארויסקומען אַן אַפּטימעל קורצסטע וועג וואו די קורצער וועגן מיט דיקערע סיגנאלן ווערן מחוזק. דאס איז סוואָרם אינטעלידזשענס.

ער זאגט שפעטער אז דאס איז אויך א מעכאניזם פאר ווי אזוי ניוּראן דרכים אינעם מח ווערן אויסגעשטעלט צוביסלעך אַפּטימעלי.

מי אני » פרייטאג יוני 10, 2022 12:34 pm

· #501892
העילס-דזשוּוועט טעארעם
‏דא הא׳מיר בעקיפין דערמאנט דעם העילס-דזשוּוועט טעארעם. דאס לויטעט אז אויב האב איך אַן אייניגע געוויסע צאל שורות פון קעסטעלעך אויף א קיוּבּ מיט א געוויסע צאל קאלירן, דאן איז זיכער ובהכרח דא א דיימענשאן (און העכער) [וואו עס איז טאקע ל״ד א ״קיוּבּ״] וואו עס וועט בהכרח מוזן זיין איין שורה בשתי וערב או באלכסון וכו׳ וואו דאס גאנצע איז די זעלבע קאליר. מ׳קען עס אויך באטראכטן אז נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן שפילן טיק-טאַק-טוֺי (מיט יעדער איינער אנדערע סימנים) און נישט קיין חילוק ווי סאך (אייניגע) קעסטעלעך עס זענען דא אין די לענג, ברייט וכו׳, וועט בהכרח מוזן זיין א געווינער איינמאל מ׳קומט אָן צו א גענוג הויכע דיימענשאן.

מי אני » דאנערשטאג יולי 7, 2022 7:46 pm

· #503820
דער קאמפיוטער סייענטיסט דר. פּיִטער בּראָ מילטערסען איז אויפגעקומען מיט אזא חידה:

עס זענען דא 100 ארעסטאנטן וואס יעדער איינער האט א נומער פון 1 ביז 100. אין א צימער זענען דא 100 קעסטעלעך וואס אין יעדעס איינס איז דא א נומער (צומישט) פון 1 ביז 100. מ׳לאזט יעדעס ארעסטאנט עקסטער אריין אינעם צימער און ער קען אונטערזוכן 50 קעסטעלעך. אויב טרעפן אלע זייער נומער גייען זיי אלע פריי און אז נישט גייט קיין איינער פריי. זיי טארן נישט רעדן מיט קיינעם בשעת׳ן און נאכ׳ן האבן ארויסגעקומען פונעם צימער. זיי מעגן זיך נאר אפשמועסן פאר דעם.

סתם אזוי זעהט אויס אז דאס אז זיי זאלן אלע גיין פריי האט א מעגליכקייט פון 1/2¹⁰⁰, ווייל יעדער איינער האט נאר א 50% שאנס פון טרעפן זיין נומער און איך דארף דאך דאס זאל דייקא געלונגען ביי אלע 100. אבער עס איז דא א סטראטעגיע וואס זיי קענען אפשמועסן פאר דעם וואס זאל העכערן די שאנסן פון א סוקסעס צו 31%. דאס איז אויב יעדער ווען ער גייט אריין הייבט אָן מיט׳ן קעסטל וואס האט זיין נומער. די נומער וואס ער טרעפט דערין זאל ער יעצט גיין באזוכן יענעם נומער קעסטל אא״וו ביז (און אויב) ער טרעפט זיין נומער. דאס ארבעט ווייל דאדורך ווערט דאס א גרעף צווישן אלע קעסטעלעך וואס עווענטועל מוז עס זיך ענדיגן צוריק ביי זיין נומער וואס צייגט צו דעם ערשטן קעסטל ער האט אונטערגעזוכט; א גרעף וואס לוּפּט. די שאלה איז נאר צו די גרעף האט מער ווי 50 נוֺידס. עס קומט אויס אז די פּראַבּעבּיליטי אז עס זאל זיין א לוּפּ פון 51 נוֺידס/קעסטעלעך ביז 100 איז 69%, וואס באדייט אז מיט די סטראטעגיע האבן די ארעסטאנטן אַן 31% שאנס פון סוקסעס.

עס קומט אויס אז נישט קיין חילוק וויפיל ארעסטאנטן עס זענען דא, אויב טוהט מען די זעלבע שפיל מיט אזויפיל קעסטעלעך ווי זיי וכו׳, דאן גייט זייער שאנס פון סוקסעס מיט די סטראטעגיע אלס זיין העכער ווי 30%.

***
[ציטאט אראפגענומען]
No part of mathematics is ever, in the long run, "useless"

C. Stanley Ogilvy

מי אני » פרייטאג יולי 22, 2022 7:49 pm

· #504843
האַסע דייעגרעם
בנוגע [פיניט פּאַרשעל] אָרדערד סעטס איז דא די געדאנק פון א האַסע דייעגרעם. דאס איז אז צום ערשט שטעל איך אויס די סעט מיט די רילעישאן פאָנקשען צווישן זיי. דאן מאך איך א דירעקטירטע גרעף [וואו פון איין נוֺיד צום באהאפטענעם צווייטן גייט מען נאר איין וועג] עפ״י די רילעישאנשיפּס צווישן זיי. איך נעם דערנאך אוועק עני עדזש צו זיך אליינס [א לוּפּ], עני עדזש וואס איז עפ״י א טראנסיטיוו רילעישאנשיפּ [א׳←ב׳←ג׳, איז עס אויך א׳←ג׳], און דערנאך שטעל איך עס פון אונטן ארויף אָן ערוֺיס פון דירעקשאן.

למשל, אז איך האב די סעט: {3 ,2 ,1} וואו די רילעישאן פאָנקשען צווישן זיי איז אדער דאס זעלבע אדער ווייניגער [≥]. וממילא 1 איז ביחס צו זיך, ווי אויך צו סיי 2 און 3. 2 איז צו זיך ווי אויך צו 3. 3 איז נאר צו זיך. וממילא איז עס כזה: 📎 EFD105DF-895F-404E-80E5-817A7985C5ED.jpeg איך נעם דערנאך אוועק די עדזשעס צו זיך אליינס, ווי אויך דעם עדזש פון 1 צו 3 וואס איז דאך אויך טרענסיטיוו עפ״י 1 צו 2 צו 3. דערנאך שטעל איך דאס אין די הייך אָן קיינע ערוֺיס, כזה: 📎 E9E28D8A-EA9B-43E8-92E6-72CCA02D5C62.jpeg

מי אני » פרייטאג יולי 29, 2022 4:18 pm

· #505304
אויב איך האב א פיניט נומער פון פונקטן (נישט אלע אין א גראדע שורה) און איך באהעפט זיי אלע מיט ליינס, דאן איז די מאקסימום ליינס וואס דאס וועט שאפן די קאַמבּינעישאן פון די צאל פונקטן ביי 2 [n איז איז די נומער פון פונקטן און k איז 2]. די מינימום צאל ליינס, עפ״י די דע-בּרוּן ערדאס טעארעם, איז די צאל פון פונקטן. (יעדע ליין פון איין פונקט צום צווייטן ווערט גערעכענט ווי א ליין פאר זיך.) אויב איז די צאל ליינס טאקע די זעלבע פון די צאל פון פונקטן דאן באדייט דאס אז אלע פונקטן חוץ איינע זענען קאָליניער און ליגן אין איין שורה.

די דאַוּניִנג-ווילסאן קאנדזשעקטשור האט דאס דזשענעריילזד צו העכערע דיימענשאנס ווי 2. דר. דזשוּן הוּ האט דאס אויפגעוואוזן און ער האט די יאר געוואונען די פיִלדס מעדאל אין מאטעמאטיקס.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 12:13 pm

· #506041
אז מ׳האט דערמאנט אוילער׳ס פארמולא/כאראקטעריסטיק, לויטעט אז ביי יעדעס 3D שׁעיפּ אויב רעכן איך צאם די ווערטיסיִס און די פנימ׳ער דערפון און איך נעם אוועק פון דעם צאל די עדזשעס/ליינס וועט עס אלס אויסקומען צו 2, איז מערקווידיג צו באמערקן אז מ׳האט אויפגעוואוזן אז אין יעדעס דיימענשאן וואס איז אַדד וועט די אוילער כאראקטעריסטיק דערפון זיין 2 און אין יעדעס דיימענשאן וואס איז איִווען וועט די אוילער כאראקטעריסטיק דערפון זיין 0.

בעצם קומט אויס אז יעדעס שׁעיפּ איז צאמגעשטעלט פון דאס וואס דעפינירט דאס אין קלענערע דיימענשאנס. לדוגמא, ווערטיסיִס/פונקטן זענען אין 0D, און עדזשעס/ליינס זענען וואס קומט צו אין 1D. פנימ׳ער, וואס זענען די זייטן פונעם 3D שׁעיפּ וואס שטעלן דאס צאם, זענען דאך 2D שׁעיפּס. וממילא אין 4D וועט מען צושטעלן צו דעם אוילער כאראקטעריסטיק די צאל פון 3D שׁעיפּס וואס שטעלן דאס צאם. וכן הלאה.

עס קומט אויס אז טאמער שטעל איך אויס א טרייענגעל מיט אזויפיל רוֺיס/שורות ווי די כאראקטעריסטיקס וואס די שׁעיפּ אין די דיימענשאן פארמאגט, און איך שטעל דאס אויס כזה: אַן 1 אויבן און ביי די אָנהויב פון יעדעס שורה. דערנאך שטעל איך די נומער נאכדעם לויט די דיפערענץ צווישן די צוויי נומערן העכער דעם (ענליך ווי ביים פּאַסקאַל׳ס טרייענגעל נאר מיט סאָבּטרעקשאן אנשטאטס עדישאן). עס גייט אויס קומען אז אונטן, נאך די לעצטע שורה, וועט עס אלס זיין א פּאלינדרוים [א נומער וואס מען קען ליינען אהין-און-צוריק] וואס ביים ענדע איז דא אַן 1. דא איז א משל ביי 5 דיימענשאנס: 📎 D8CB03C4-E61E-45AF-907A-770EFAA3104F.jpeg אין דעם איז דא די g-קאָנדזשעקטשור וואס לויטעט אז די פּאלינדרוים וואס מ׳באקומט גייען אירע נומערן ביז אינדערמיט אלס ווערן גרעסער ווי איידער קלענער.

מי אני » זונטאג אוגוסט 28, 2022 9:36 am

· #507475
מי אני
[ציטאט אראפגענומען]
No part of mathematics is ever, in the long run, "useless"

C. Stanley Ogilvy
דער מאטעמאטיקער דר. גאדפרי העראלד האַרדי האט געשריבן א "התנצלות" אויף מאטעמאטיקס און פארוואס מ'דארף עוסק זיין דערין, ואפילו אין די "פּיוּר" חלק דערפון וואס האבן נישט קיין נוצן. דאס איז אלס די "שיינקייט" שבה, נאך מער ווי מוזיק צי פאעזיע. ער שרייבט דארט:
Is mathematics ‘unprofitable’? In some ways, plainly, it is not for example, it gives great pleasure to quite a large number of people. I was thinking of ‘profit’, however, in a narrower sense. Is mathematics ‘useful’, directly useful, as other sciences such as chemistry and physiology are? This is not an altogether easy or uncontroversial question, and I shall ultimately say No, though some mathematicians, and some outsiders, would no doubt say Yes

. . .

I am not thinking of the ‘practical’ consequences of mathematics. I have to return to that later: at present I will say only that if a chess problem is, in the crude sense, ‘useless’, then that is equally true of most of the best mathematics; that very little of mathematics is useful practically, and that that little is comparatively dull

. . .

A science or an art may be said to be ‘useful’ if its development increases, even indirectly, the material well-being and comfort of men, if it promotes happiness, using that word in a crude an commonplace way. Thus medicine and physiology are useful because they relieve suffering, and engineering is useful because it helps us to build houses and bridges, and so to raise the standard of life (engineering, of course, does harm as well, but that is not the question at the moment). Now some mathematics is certainly useful in this way; the engineers could not do their job without a fair working knowledge of mathematics, and mathematics is beginning to find applications even in physiology. So here we have a possible ground for a defence of mathematics; it may not be the best, or even a particularly strong defence, but it is one which we must examine. The ‘nobler’ uses of mathematics, if such they be, the uses which it shares with all creative art, will be irrelevant to our examination. Mathematics may, like poetry or music, ‘promote and sustain a lofty habit of mind’, and so increase the happiness of mathematicians and even of other people; but to defend it on that ground would be merely to elaborate what I have said already. What we have to consider now is the ‘crude’ utility of mathematics

All this may seem very obvious, but even here there is often a good deal of confusion, since the most ‘useful’ subjects are quite commonly just those which it is most useless for most of us to learn. It is useful to have an adequate supply of physiologists and engineers; but physiology and engineering are not useful studies for ordinary men (though their study may of course be defended on other grounds). For my own part I have never once found myself in a position where such scientific knowledge as I possess, outside pure mathematics, has brought me the slightest advantage

It is indeed rather astonishing how little practical value scientific knowledge has for ordinary men, how dull and commonplace such of it as has value is, and how its value seems almost to vary inversely to its reputed utility. It is useful to be tolerably quick at common arithmetic (and that, of course, is pure mathematics). It is useful to know a little French or German, a little history and geography, perhaps even a little economics. But a little chemistry, physics, or physiology has no value at all in ordinary life. We know that the gas will burn without knowing its constitution; when our cars break down we take them to a garage; when our stomach is out of order, we go to a doctor or a drugstore. We live either by rule of thumb or on other people’s professional knowledge

However, this is a side issue, a matter of pedagogy, interesting only to schoolmasters who have to advise parents clamouring for a ‘useful’ education for their sons. Of course we do not mean, when we say that physiology is useful, that most people ought to study physiology, but that the development of physiology by a handful of experts will increase the comfort of the majority. The questions which are important for us now are, how far mathematics can claim this sort of utility, what kinds of mathematics can make the strongest claims, and how far the intensive study of mathematics, as it is understood by mathematicians, can be justified on this ground alone

It will probably be plain by now to what conclusions I am coming; so I will state them at once dogmatically and then elaborate them a little. It is undeniable that a good deal of elementary mathematics — and I use the word ‘elementary’ in the sense in which professional mathematicians use it, in which it includes, for example, a fair working knowledge of the differential and integral calculus — has considerable practical utility. These parts of mathematics are, on the whole, rather dull; they are just the parts which have the least aesthetic value. The ‘real’ mathematics of the ‘real’ mathematicians, the mathematics of Fermat and Euler and Gauss and Abel and Riemann, is almost wholly ‘useless’ (and this is as true of ‘applied’ as of ‘pure’ mathematics). It is not possible to justify the life of any genuine professional mathematician on the ground of the ‘utility’ of his
work

But here I must deal with a misconception. It is sometimes suggested that pure mathematicians glory in the uselessness of their work (I have been accused of taking this view myself. I once said that ‘a science is said to be useful if its development tends to accentuate the existing inequalities in the distribution of wealth, or more directly promotes the destruction of human life’, and this sentence, written in 1915, has been quoted (for or against me) several times. It was of course a conscious rhetorical flourish, though one perhaps excusable at the time when it was written), and make it a boast that it has no practical applications. The imputation is usually based on an incautious saying attributed to Gauss, to the effect that, if mathematics is the queen of the sciences, then the theory of numbers is, because of its supreme uselessness, the queen of mathematics — I have never been able to find an exact quotation. I am sure that Gauss’s saying (if indeed it be his) has been rather crudely misinterpreted. If the theory of numbers could be employed for any practical and obviously honourable purpose, if it could be turned directly to the furtherance of human happiness or the relief of human suffering, as physiology and even chemistry can, then surely neither Gauss nor any other mathematician would have been so foolish as to decry or regret such applications. But science works for evil as well as for good (and particularly, of course, in time of war); and both Gauss and less mathematicians may be justified in rejoicing that there is one science at any rate, and that their own, whose very remoteness from ordinary human activities should keep it gentle and clean

. . .

These distinctions between pure and applied mathematics are important in themselves, but they have very little bearing on our discussion of the ‘usefulness’ of mathematics. I spoke of the ‘real’ mathematics of Fermat and other great mathematicians, the mathematics which has permanent aesthetic value, as for example the best Greek mathematics has, the mathematics which is eternal because the best of it may, like the best literature, continue to cause intense emotional satisfaction to thousands of people after thousands of years. These men were all primarily pure mathematicians (though the distinction was naturally a good deal less sharp in their days than it is now); but I was not thinking only of pure mathematics. I count Maxwell and Einstein, Eddington and Dirac, among ‘real’ mathematicians. The great modern achievements of applied mathematics have been in relativity and quantum mechanics, and these subjects are, at present at any rate, almost as ‘useless’ as the theory of numbers. It is the dull and elementary parts of applied mathematics, as it is the dull and elementary parts of pure mathematics, that work for good or ill. Time may change all this. No one foresaw the applications of matrices and groups and other purely mathematical theories to modern physics, and it may be that some of the 'highbrow’ applied mathematics will become ‘useful’ in as unexpected a way; but the evidence so far points to the conclusion that, in one subject as in the other, it is what is commonplace and dull that counts for practical life

. . .

I have never done anything ‘useful’. No discovery of mine has made, or is likely to make, directly or indirectly, for good or ill, the least difference to the amenity of the world. I have helped to train other mathematicians, but mathematicians of the same kind as myself, and their work has been, so far at any rate as I have helped them to it, as useless as my own. Judged by all practical standards, the value of my mathematical life is nil; and outside mathematics it is trivial anyhow. I have just one chance of escaping a verdict of complete triviality, that I may be judged to have created something worth creating. And that I have created is undeniable: the question is about its value

The case for my life, then, or for that of any one else who has been a mathematician in the same sense which I have been one, is this: that I have added something to knowledge, and helped others to add more; and that these somethings have a value which differs in degree only, and not in kind, from that of the creations of the great mathematicians, or of any of the other artists, great or small, who have left some kind of memorial behind them
ענליך קען מען אפשר זאגן לגבי פילאזאפיע. (ועיין מכאן ולהלן.)

דער מאטעמאטיקער דר. מיכאל העריס האט אביסל אפ'גע'חוזק'ט דערפון אין זיין בוך. ער זאגט אז מאטעמאטיקער ווילן נישט מודה זיין אז דאס וואס זיי טוהן אין מאטעמאטיקס איז מכח דעם ווייל עס ברענגט זיי תענוג. ועיין באשכול זו.

***

אז מ'האט גערעדט פון מער דיימענשאנס ווי 3, שרייבט דר. ען דע וויט במשנתו פונעם מאטעמאטיקער טשארלס הינטאן:
Hinton argues that gaining an intuitive perception of higher space required that we rid ourselves of the ideas of right and left, up and down, that inheres in our position as observers in a three-dimensional world. Hinton calls the process "casting out the self", equates it with the process of sympathizing with another person, and implies the two processes are mutually reinforcing
דער ארטיסט סאַלוואַדאָר דאַלי האט צאמגעשטעלט דעם געדאנק מיט קאטוילישקייט, לגבי א 4D טעסערעקט וואס ״unfold״ זיך צו 3D קיוּבּס.
בלאט: 1 2