☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אשכול אן א טיטל #5005

אשכול אן א טיטל #5005

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5005

— » זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:15 pm

· #157659

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:18 pm

· #157660
מיינסט צו פרעגן צו מוסלימ'ס גלייבן , זיכער יא

היימישער ליטוואק » זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:18 pm

· #157661
לענ"ד זעט ער נישט אויס ווי א 500 יעריגער נח.

נהורא נפישא » זונטאג אקטאבער 20, 2013 8:05 pm

· #157667
אוואו איז דער פעלץ? מזאגט דאך נח איז געווען א צדיק אין פעלץ.

גראדער » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:04 pm

· #157755
יאנטעף


עס איז נאך אלץ נישט זיכער ווי אזוי די פילם וועט ווערן געשניטן, און ווי אזוי די מעשה וועט אראפגעגעבן ווערן. פון איין זייט וויל דער דירעקטאר אז עס זאל זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אין א פילם אריינפילן אסאך דעטאל'ן וואס איז נישט דא אין די תורה ממילא מוז מען נוצן די פאנטאזיע.


איך וואלט אים געגעבן צו ליינען דעם מעשי בראשית, וואלט ער געזען אז יעדע פינטעלע איז מרומז אין די תורה...

kliger » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:04 am

· #158338
איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

מ גפני » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:48 pm

· #158364
kliger
איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

הילף פארן קינד איז אקער ניין?

kliger » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:27 pm

· #158448
מ גפני
kliger
איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

הילף פארן קינד איז אקער ניין?

גערעכט,איך געדענק נישט קנאפלער'ס בוך נאמען

געפילטע פיש » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:56 am

· #158583
kliger
אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

כ'גלייב נישט זיי וועלן קענען טרעפן אקיארן מיט אזעלכע גרויסע קעפ...

וועפערייזער » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:19 am

· #158589
איך הער זיי האבן געבעטן א הילף פאר'ן קינד זאל זיי אראפמאלן א סקעטש פון וואס ס'איז געשעהן נאכ'ן ארויסקומען פון די תיבה. די "חם און נח" פאַרט...

kitov » מאנטאג מערץ 31, 2014 8:24 pm

· #193860
Ive seen it and I give it a 2/10 rating

petergrifin » מאנטאג מערץ 31, 2014 9:15 pm

· #193867
kitov
Ive seen it and I give it a 2/10 rating


אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?

kitov » דינסטאג אפריל 1, 2014 9:47 am

· #193961
petergrifin
kitov
Ive seen it and I give it a 2/10 rating


אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?

First its not the story of Noah as we know it not even as the Goyim know it and also they added to much sci-fi like big monsters from rock helping him building the ark and a lot more but I don't like to type in English in a Yiddish form

מי אני » מיטוואך מאי 15, 2019 10:46 pm

· #430582
איך וואלט געגעבען די פילם 9/10. ווי איך פארשטיי, איז אראנאפסקי'ס מטרה נישט געווען אזוי ווייט איבערצוגעבן די מעשה כמו שהוא, ווי ענדערשער [טעאלאגישע] פונקטן וואס קען אנבאלאנגען צו די סארט מעשיות (בפרט און ביבליקעל אנאלאסיס בכלל).

וואס איך האב אויפגעפאסט אין די פילם זענען געווען דריי פונקטן וואס לדעתי ברענגט ער מורא'דיג גוט ארויס, און האבן מיר באנומען און געגעבען חומר למחשבה (בפרט אלס איד):

1). ער איז שטארק ממחיש די געדאנק פון נדחה ממחיצות ה', און די לעכצונג אויף צוריק נתקרב צו ווערן. דאס זעהט מען אין דעם וואס ער ווייזט די צער פון די נפילים אז זיי זענען נדחה געווארן און וויאזוי זיי ווערן צוריק אנגענומען נאכ'ן זיך מוסר נפש זיין.

2). ער איז מבאר די ראציאנאל פון איינער [תובל קין אינ'ם פילם] וואס איז יודע רבונו ומתכוון למרוד בו, על אף דעם וואס ער זעהט נסים גלויים און ס'איז אים נישט קיין ספק אין מציאות ה'.

3). ער ברענגט ארויס די ambiguous פארם פון נבואה, און בפרט וויאזוי ג-ט לאזט נאך אלעם איבער די בחירה ביים מענטש. דאס זעהט מען אין דעם אין די מקום וויאזוי נח (אין די פילם) קען אויסטייטשען די נבואה צו ער זאל הרג'נען דאס קינד אויפ'ן תיבה צו נישט.

(בכלל, צו מיין מיינונג איז עס א rollicking good film. וגם את נח "באהבה"...)

לולקע באנוצער » פרייטאג מאי 17, 2019 5:28 am

· #430659
דאנקען פאר מר. @מי אני פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול, אזוי אז כ'בין געוואר געווארן פון דעם דראמא איבערגעפולטן פילם. כ'האב שוין געהאט אז פילמען זאלן מיר ברענגען טרערן, אבער ממש אויסליידיגן מיינע דמעות זאפאסן האט נאר נח דערווייל באוויזן.

כ'האב געהאט א שווערע צייט צו פארשטיין די אלע מחזות, רוב פרעימס פונעם פילם פארמאגן כמעט נישט קיין ליכטיגקייט און נח רעדט אויף עטליכע אקטאוועס נידריגער ווי מיכאל שניצלער, אבער דאס האלבע שעה דראמא פון נח'ס רציחה שאיפות האט מיר אפגעקויפט. איינער מעג ווען ארויסשניידן דעם חלק און פארקויפן פאר די זעלבע פרייז, אדער פאר טייערער.

דער הויכפונקט איז ווען שם'ס ווייב רעדט איבער נח צו הרג'נען די קינדער ערשט נאך וואס זיי שלאפן איין, און פון געוויין ארויס נעמט זי זיך זינגען א מאמישע ליד, איינשלעפנדיג אירע קינדער צום לעצטן מאל. און דאן ווען נאך עטליכע לאנגע מינוטן ציט נח צוריק און די מאמע ברעכט אויס אין א באפרייענדער געוויין/געלעכטער - אזא געפילן קאמבא האט דאס לעצטע מאל פאסירט ביי מיר ווען מיין ברודער האט מיר געקיצלט אינמיטן וויינען אלס קליין קינד.

בד"וו ווער נאך האט געווארט מ'זאל שוין ענדליך ווייזן די "השחית כל בשר את דרכו"? נע, די אבר מן החי האב איך מיר אליין געקענט פארשטעלן וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט, כ'רעד פון די אנדערע חלקים...

מיד ווי א בוים » זונטאג יולי 3, 2022 12:43 am

· #503420
קען איינער לייגן א לינק עס צו קענען זעהן?

שמן למאור » מאנטאג יולי 4, 2022 2:27 am

· #503524