☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז טאקע דא א גיהנם???

איז טאקע דא א גיהנם???

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15233
בלאט: 1 2

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:14 pm

· #497820
איז טאקע דא א גיהנם???
"גיהנם". דאס איז די פלאץ וואס יעדער האט מורא פון, אפילו די גרעסטע צדיקים פלעגן וויינען אז זיי וועלן דארטן אנקומען פריער אדער שפעטער, און הגם אז ביי די תלמידי בעש"ט האט מען ווייניגער עוסק געווען אין דעם ווייל עס קען ברענגען צו עצבות, דאך אבער גלייבט מען אין דעם באמונה שלימה, און עס איז גאר די עלעפטע אני מאמין וואס יעדע איד איז מחויב צו גלייבן.
"אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו".

יעדער האט זיך אין זיין מחשבה שוין פון קינדווייז אהן א בערך'דיגע בילד וויאזוי עס זעט דארטן אויס אינעם גיהנם, איינער האט די בילד פון א ברענעדיגע הייסע פייער, איינער האט זיך גוט אויסגע'משל'ט די כף הקלע וכדומה, בקיצור ס'איז בכלל נישט קיין פאן דארטן, ווער רעדט נאך ווען מען קוקט אריין אינעם ראשית חכמה ווי ער לייגט אראפ די גיהנם של שלג און של אש!! ס'כאפט א פחד!!!

מיר איז אייביג שווער געווען די עצם עקזיסטענץ פונעם גיהנם, און לאמיר עס מסביר זיין מיט א הקדמה קצרה:

דער באשעפער האט באשאפן א גאנצע וועלט מיט מענטשן, אין אלעס וואס איז דא אין איר, פארוואס? וואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע זאך? שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב, אבער סתם צו געבן פאר נשמות גוטס איז נישט געווען קיין מהלך ווייל עס וואלט געווען נהמא דכסיפא, עס איז נישט די זעלבע צו באקומען א טובה, ווי באקומען באצאלט פאר עפעס וואס מען האט זיך ערליך פארדינט, ממילא האט ג-ט ברוך הוא באשאפן א וועלט מיט תאוות און נסיונות, און געגעבן פאר די אידן רמ"ח עשין און שס"ה לאווין, אזוי וועט ער קענען געבן נאך די הונדערט און צוואנציג די פארדינטע שכר פאר די נשמות וואס האבן זיך עס פארדינט.

(איי שטעלט זיך די קשיא, ער איז דאך א כל יכול, קען ער דאך מאכן אז נהמא דכסיפא זאל יא גאר טעיסטן גוט, און א"כ מה לו להצרה הזאת פון באשאפן די וועלט? איך האב אמאל געהערט א תירוץ אויף דעם וואס איך האב נישט פארשטאנען, אדרבה איך ווארט נאך אויף א ציפרידנשטעלדן ענטפער, די עולם איז מכובד..)

יעצט כדי אז די אידן זאלן טאקע היטן די מצוות, און נישט זיך אנפייפן אויף די סיסטעם, און נאכגיין שרירות לבם, האט מען געמוזט איינשטעלן א גיהנם, א פלאץ פון ליידן, וואס ווער עס וועט נישט פאלגן, וועט אנקומען דארטן,

יעצט לכאורה איז עס בלויז א סטראשע מיטל, אז מען זאל יא זיך האלטן גוט, ווייל ווי געזאגט אויבן איז נישט די ציל צו געבן יסורים, עס איז דאך נאר דרך הטוב להטיב, נאר עס איז בלויז געמאכט צו שטופן די עולם זיך צו האלטן גוט,

למעשה אויב מען מעג זאגן, איז עס גאנץ א שטארקע פלאפ, לויט די בלו פרינט וואס איך האב פריער פארגעלייגט, וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט אויסקוקן?
די גוים זאלן אלע זיך ברעכן און זיין וואויל, און ערליך איינהאלטן די שבע מצות בני נח, און די אידן זאלן אלע זיין צדיקים, קיינמאל עובר זיין עבירות, און אויב יא, זאל מען גלייך תשובה טון, אזוי אז לכה"פ רוב וועלט זאל אנקומען גלייך אין גן עדן אריין, ווי די באשעפער וועט קענען גראד ערפילן זיין לאנג ערווארטעטע וואונטש פון געבן גוטס,
למעשה... א פייג.. רוב וועלט לאכט זיך אויס פון ג-ט, אפילו די גלויביגע זענען אנגעפיקעוועט מיט עבירות, איך מיין אז מען קען זאגן מיט א רוהיגע געוויסן אז די גיהנם איז פול, נא... איז דאך אלעס א פלאפ, דער באשעפער מוז גיין טאג טעגליך קעגן זיין רצון פון להטיב און געבן צרות יגון ואנחה פאר די אלע רשעים, נא.. וואס גייט דא פאר?

בין איך אויפגעקומען מיט א טעאריע, און איך וויל הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף דעם:

בעצם איז נישטא קיין גיהנם!!! וואס? כופר! יא, די באשעפער וויל און האט געהייסן גלייבן אז עס איז יא דא אזא פלאץ בלויז כדי אז מען זאל יא זיין גוט אין זיך פארדינען די ערליך פארדינטע שכר, אבער אז איינער איז כל ימיו געווען א רשע גייט אים דען די באשעפער שטראפן? עס איז דאך קעגן זיין טבע, העכסטנס איז ער אים מוחל אין גיבט אים נאך א שאנס, דאס וואלט די תכלית הטוב געטון, נישט אזוי?
אבער מאכן א נשמה בראטן פאר גארנישט, וואס האט ער פון דעם? איי וועט מען גלייך שרייען, עס איז בלויז אויסצולייטערן די נשמה, גיוו מי א ברעיק, די כל יכול האט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי אויסצולייטערן א פארפלעקטע נשמה, בלויז מיטן גיין קעגן זיין "דרך הטוב להטיב",

איך ווארט אז די עולם זאל זיך אנרופן ווייל כ'בין אליינס נאכנישט קלאר אין אלעס, און אדרבה לאמיר עס דורכקאכן בדיבוק חברים.

ליפא » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:18 pm

· #497821
מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:25 pm

· #497822
ליפא
מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן

איך קען יא אסאך אזעליכע, נישט אז זיי ציטערן יעדע רגע פון גיהנם, אבער סובקאנטשעסלי, און די בעק פון די מח גיבט דאס מוטיוואציע,
און אדרבה לויט ווי די טענה'סט אז מען האט אפילו נישט מורא, דאן מאכסטו נאר שווערער די קשיא,
וואס איז די תכלית פון גיהנם, אויב קיינער האט ניטאמאל מורא דערפון?

ליפא » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:27 pm

· #497823
עצי שטים
ליפא
מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן

איך קען יא אסאך אזעליכע, נישט אז זיי ציטערן יעדע רגע פון גיהנם, אבער סובקאנטשעסלי, און די בעק פון די מח גיבט דאס מוטיוואציע,
און אדרבה לויט ווי די טענה'סט אז מען האט אפילו נישט מורה, דאן מאכסטו נאר שווערער די קשיא,
וואס איז די תכלית פון גיהנם, אויב קיינער האט ניטאמאל מורה דערפון?

מורה? אפשר מיינסטו מורא? דאס יא. כ׳בין צומישט

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:30 pm

· #497824
ספעלינג מיסטעיק, גערעכט מורא..

היסטאריע » מוצ"ש אפריל 9, 2022 10:40 pm

· #497825
קום אריין קלאר.....
די רעדסט פין גיהנם ספעציפיש אדער בכלל פין שכר ועונש?

אויך, מען קען פרעגען פונקט פארקערט, וואס דארף מען גן עדן, דער כל יכול קען מאכן אז מען זאל פילען גוט אין גיהנם, צו ווי מען איז.
ואין קץ לדברי הבל.

בכלל איז דיין טעאריע אהן קיין יסוד, פארוואס זאל דער רשע נישט באקומען אן עונש? עפעס שרייבסטו נישט. אויב די ווילסט טענה'ן אז ער האט נישט קיין בחירה וכדומה, זעה איך נישט די זאלסט דאס זאגן.

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 9, 2022 11:09 pm

· #497829
היסטאריע
קום אריין קלאר.....
די רעדסט פין גיהנם ספעציפיש אדער בכלל פין שכר ועונש?

אויך, מען קען פרעגען פונקט פארקערט, וואס דארף מען גן עדן, דער כל יכול קען מאכן אז מען זאל פילען גוט אין גיהנם, צו ווי מען איז.
ואין קץ לדברי הבל.

בכלל איז דיין טעאריע אהן קיין יסוד, פארוואס זאל דער רשע נישט באקומען אן עונש? עפעס שרייבסטו נישט. אויב די ווילסט טענה'ן אז ער האט נישט קיין בחירה וכדומה, זעה איך נישט די זאלסט דאס זאגן.

איך רעד פון גיהנם און "עונש" ספעציפיש, גן עדן און שכר האט מען דאך שוין אויסגעשמועסט אז דאס איז דאך געווען די גאנצע תכלית פון באשאפן מענטשן

איך רעד נישט פון בחירה דאס איז א באזינדערע שמועס, איך רעד נניח אז די רשע האט יא געהאט א בחירה, אבער וואס איז די ציל פון גיהנם? די עבירות זענען שוין אפגעטון, נו.. וואס וועט ג-ט האבן פון טיילן פעטש? געבן יסירים איז די ערגסטע זאך פאר א "כלו טוב" צו טון,

איך פארשטיי נישט אינגאנצן וואס באדערט דיר, זיי דיך ביטע בעסער מסביר

מי אני » זונטאג אפריל 10, 2022 12:06 am

· #497833
‏דא הא׳מיר אביסל פרובירט צו פארענטפערן די קשיא וואס דו פרעגסט בנוגע אוועקשטעלן בכלל דעם געדאנק פון ״נהמא דכיסופא״ פאר א כל יכול. (ועיין בכל האשכול שם.)

אינעם קאנטעקסט פונעם אלגעמיינעם פראבלעם פון שלעכטס והגדרת שכר ועונש בכלל, וואס רירט שוין אָן אויף הגדרת ״כל יכול״ וואס איז אפשר א תירוץ אויפ׳ן געדאנק פון הכרח הענין של ״נהמא דכיסופא״ כנ״ל, הא׳מיר אראפגעברענגט דעם טעאלאגישן פראבלעם פון גיהנום דערין.

ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

ברוינשטיין » זונטאג אפריל 10, 2022 12:24 am

· #497836
איך פערזענליך גלייב אַז איך וועל אַרויפקומען אויבן און ג-ט וועט מיר באַגעגענען מיט אַ וואַרימען שמייכל, ער וועט מיך אַרום נעמען און האַלזן פאַר אַ צען פופצן מינוט און איין צי.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אפריל 10, 2022 12:45 am

· #497837
נאר צען פופצן מינוט?? און וואס וועט זיין נאכדעם??

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אפריל 10, 2022 12:51 am

· #497838
Re: איז טאקע דא א גיהנם???
לפענ"ד איז פארהאן אזא זאך ווי גיהנם, און ס'איז אויף דער וועלט, וואו מ'זעהט טאקע וויפיל מ'ליידט זיך אן. וויבאלד ס'אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, איז טאקע קיינער נישט פטור פון יסורים, צער אדער סתם עגמת נפש, כ'האב נאך דערווייל נישט געפונען דעם מענטש וואס זאל גוט גיין אין איין צו פון זיין געבורטס ביז'ן שטארבן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מי אני » זונטאג אפריל 10, 2022 1:00 am

· #497839
📎 E9CFF005-C9D3-4A44-B408-02CF338FDA85.jpeg
במשנתה של קריסטיִן דע פּיִזאַן.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 10, 2022 1:39 am

· #497841
מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט: ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט אז אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?

יעקב מעקסוועל » זונטאג אפריל 10, 2022 2:14 am

· #497842
גלייבטס מיר עס לוינט זיך נישט צו וויסן דער אמת אויב עס איז דא א גהינום. איך האב אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ענין, איך גיי עס שרייבן אין קליין. געדענק! איך האב דיר געווארנט! עס לוינט זיך נישט צו וויסן...

רוב וועלט גייט טאקע נישט אין גהינום, עס איז גענוג מען זאל פשוט מיינען עס עקזיסטירט. די פראבלעם איז, יעדער וואס ווערט געוואור די סוד וועט שוין נישט מורא האבן. דעריבער איז דא א קליינע גהינום ספעציעל פאר אונז אלע וואס ווייסן דעם אמת... וועלקאם טו די אינסיידערס קלאב....

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 3:08 am

· #497847
דער גאלדענער אדלער
לפענ"ד איז פארהאן אזא זאך ווי גיהנם, און ס'איז אויף דער וועלט, וואו מ'זעהט טאקע וויפיל מ'ליידט זיך אן. וויבאלד ס'אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, איז טאקע קיינער נישט פטור פון יסורים, צער אדער סתם עגמת נפש, כ'האב נאך דערווייל נישט געפונען דעם מענטש וואס זאל גוט גיין אין איין צו פון זיין געבורטס ביז'ן שטארבן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

סאו די האלטסט אז עס איז טאקע נישטא קיין גיהנם אויף "יענע וועלט"?

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 3:10 am

· #497848
שמעקעדיג
מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט: ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט אז אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?

פרעגסט דאך אייזן שטארק, איך זוך אויך א תירוץ אויף דעם קשיא!

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 3:20 am

· #497849
יעקב מעקסוועל
גלייבטס מיר עס לוינט זיך נישט צו וויסן דער אמת אויב עס איז דא א גהינום. איך האב אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ענין, איך גיי עס שרייבן אין קליין. געדענק! איך האב דיר געווארנט! עס לוינט זיך נישט צו וויסן...

רוב וועלט גייט טאקע נישט אין גהינום, עס איז גענוג מען זאל פשוט מיינען עס עקזיסטירט. די פראבלעם איז, יעדער וואס ווערט געוואור די סוד וועט שוין נישט מורא האבן. דעריבער איז דא א קליינע גהינום ספעציעל פאר אונז אלע וואס ווייסן דעם אמת... וועלקאם טו די אינסיידערס קלאב....

האסט מיר געמאכט לאכן,
אבער צו נעמען דיינע ווערטער ערנסט, נא איינמאל אונז ווייסן שוין איבער אונזער ספעציעלע גיהנם, האבן אונז דאך שוין מורא, נו... דארף מען שוין נישט קיין גיהנם פאר אונז אויך נישט...

אופס... אונז ווייסן דאס שוין אויך, נו האבן אונז דאך שוין נישט מורא...מיז מען יא מאכן א גיהנם פאר אונז...
וחוזר חלילה...

וואלווי » זונטאג אפריל 10, 2022 6:06 am

· #497858
שמעקעדיג
מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט: ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט אז אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?

שכר ועונש איז נישט קיין דבר והפיכו. שכר איז פאר אנשטרענגן, און דורך דעם איז מען זוכה צו נהנה מזיו השכינה בעלמא דאתי, אן נהמי דכסופא. עונש איז א העדר פון הנאה און שכר, און מ'עסט נאר בושה ברויט, כעין זה. ס'ווערט אנגערופן צוויי זאכן, אבער ס'נישט צוויי פארקערטע זאכן אזוי ווי א קוש און א פאטש, ס'איז סך הכל הנאה און העדר הנאה.

ממילא איז נישט שייך צו פרעגען זה לעומת זה, טוה נישט די מצות און נעם נישט שכר, ווייל נישט נעמען שכר איז די עיקר עונש ווען מ'איז נישט זוכה צו נהנה זיין מזיו השכינה, און טאקע דערפאר ווייל מ'האט זיך נישט איינגעקויפט כיסופא'לאזע ברויט אויף דעם וועלט.

דאס איז שכר ועונש, ס'איז נישט א באקס וואס ציעט ארויס שכר אדער עונש. ס'איז א חשבון פון דער סך הכל, אזוי ווי פאר חושך איז גענוג מ'זאל אויסלעשן די לייטס, מ'דארף נישט אריינשטעקן א שווארצע באלב ס'זאל ווערען פינסטער.

דאס איז נוגע שכר ועונש וואס איז בעיקר אויף יענע וועלט. וואס איז נוגע גוטס און שלעכטס אויף דעם וועלט איז דאך אלעס נאר א דמיון. דארט ווי מ'מוטשעך זיך איז אלס נישט עסען נהמי דכסופא, דארט ווי ס'גייט צו גוט איז צופיל נהמי דכסיפא, עכ"פ, מ'איז ביזי עדזשאסטען אלעס ביז מ'גייט ארויף נעקסט לעוועל אנגעטוהן מיט א קיטל.

קוק עס אן אזוי, די שכר ועונש מיינט נישט קיין סך פאר א מענטש אויף דעם וועלט. ס'פיינע התעוררות אז מ'זאל זיין וואויל און פרובירן זיך האלטן אין פלאץ. אבער קיינער גייט נישט פארקויפן זיינע שבת נאכמיטאג שלאף טאמער מ'אפערט עם די זכות פון תורה אין א כולל אין קרית ספר. אפאר טאלער וועט מען געבן, אבער די אלע לעכטיגע הבטחות פון יענע וועלט בדרך כלל רירט נישט קיין סך אויב מ'וויל נאר קומען ווייזען חביבות מצות און שכר. די זעלבע פארקערט, די עונשים דערשרעקן די מענטש אבער ס'מוז נישט מיינען אז סוף טאג איז עס קובע אין א מענטש למעשה, און מ'דארף נישט קיין ראיות צו דעם ווייל די ראשית חכמה אין שאנק אינדערהיים, האלט נישט צירוק א מענטש אין א שוואכע מינוט אין די קאריביען. אויף דעם וועלט איז שכר ועונש א התעוררות, און חוץ אז די מענטש ליידט צרות צרורות, וועט די התעוררות שנעל אויסוועפן. די זעלבע פארקערט, אז ס'גייט איינעם גוט וועט ער לויבן און דאנקען, אבער נאר צו דאנקען אויף מופתים ביי יענעם גיבט מען נאכנישט קידוש. די ווארט איז אז שכר ועונש איז באמת נישט אויף דעם וועלט, און די ראלער קאוסטער פון דעם וועלט איז נאר דאס, א ווינט מיט אביסל אפס ענד דאונס. די עיקר איז אבער נאר הנאה אויף יענע וועלט.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 10, 2022 8:42 am

· #497861
למעשה, צי השי"ת איז אדורכגעפאלן מיט זיין פלאן צו נישט, דאס קענען מיר נישט פארשטיין, אבער איין זאך איז זיכער - עס איז דא א גיהנם. עס זענען דאך דא אזויפיל רשעים אויף דער וועלט, אזויפיל שלעכטסקייט און אכזריות, איך מיין אז יעדער איז מסכים אז זיי פארדינען ערליך א פארציע גיהנם, און איך בין זיכער אז ווען נישט די פחד פון גיהנם אדער אנדערע עונשים וואלט געווען פיל ערגער, ממש א הפקר וועלט, מענטשן האלטן זיך איין פון אסאך שלעכטס צוליב דעם, און טאקע די רשעים ווי היטלער און פוטין זאלן פארברענגען אין גיהנם לעולמי עד, אך און וויי אויב דו גייסט מיר קומען זאגן אז עס עקזיסטירט נישט קיין גיהנם פאר די רוצחים... זענט עטץ מסכים מיט מיר?

וואלווי » זונטאג אפריל 10, 2022 9:44 am

· #497863
שמעקעדיג
למעשה, צי השי"ת איז אדורכגעפאלן מיט זיין פלאן צו נישט, דאס קענען מיר נישט פארשטיין, אבער איין זאך איז זיכער - עס איז דא א גיהנם. עס זענען דאך דא אזויפיל רשעים אויף דער וועלט, אזויפיל שלעכטסקייט און אכזריות, איך מיין אז יעדער איז מסכים אז זיי פארדינען ערליך א פארציע אין גיהנם, און איך בין זיכער אז ווען נישט די פחד פון גיהנם אדער אנדערע עונשים וואלט געווען פיל ערגער, ממש א הפקר וועלט, מענטשן האלטן זיך איין פון אסאך שלעכטס צוליב דעם, און טאקע די רשעים ווי היטלער און פוטין זאלן פארברענגען אין גיהנם לעולמי עד, אך און וויי אויב דו גייסט מיר קומען זאגן אז עס עקזיסטירט נישט קיין גיהנם פאר די רוצחים... זענט עטץ מסכים מיט מיר?

מיר הערן דיין pain, ווי אויך די ווייטאג פון אלע ברואים. ס'איז גיהנום אויף דעם וועלט, זאל נאר זיין א גיהנום פאר אלע רשעים. איז די לעבן דען נישט העלל?

אבער דאס מיינט נאך אלס נישט גיהנום. גיהנום וואס מיר רופן גיהנום, איז בעסיקלי צרות, און יענער זאל גיין און גיהנום מיינט אז ס'זאל יענעם אנכאפן ציפיקע צרות. גיהנום פון חז"ל מיינט לעתיד אין א רוחניות'דיגע וועלט, ס'קען גאר זיין אז מ'איז שטאלץ ווען מען באקריגט גיהנום אויף יענער וועלט ס'איז די וועג צו קומען צום שכר הגדול נהנה זיין מזיו השכינה, און די גאר גרויסע רשעים (whatever it means) באקומען דאס אויכנישט, און זענען נישט זוכה צו נהנה זיין מזיו השכינה. דאס איז די גיהנם פון חז"ל און די שארפע מוסר ספרים. ס'קומט נישט צו סטראשענען, ס'איז מעורר אויף די עבודה פון די מענטש, ואדרבה, זיי ברענגען ארויס די תכלית איז צו צוקומען צו די שכר פון נהנה, און עונשים מיינט פשוט די העדר. איינער וואס שלאפט גוט אויב ער "פארגעסט" אלע אנדערע זאכן וואס שטייט אין ספר אורחות צדיקים, קען דאס אויך "פארגעסן". ווילאנג ער מיינט נישט אז גיהנום איז א horror movie, וואס דעמאלט ווערט ער פעסט צודרייט.

סך הכל: שכר ועונש מיינט עכט שכר און העדר שכר פון יענע וועלט, און אויף דעם איז נישט דא קיין קשיות פון עונשים. שכר ועונש אויף די וועלט מיינט צרות און גליק, און אויף דעם פרעגט מען צדיק ורע לו רשע וטוב לו וואס דאס איז א סוגיא פאר זיך. ס'איז צווי אנדערע זאכן, מ'קען נישט פרעגען פון איינעם אויפן צווייטען.

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 11:25 am

· #497869
לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 11:27 am

· #497871
מי אני
‏

ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

כ'האב פראבירט צו טרעפן דארטן די תירץ, ולא עלתה בידי,
אפשר ביסטו אונז מסביר אויף מאמע לשון א שיינע תירץ?

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 10, 2022 11:37 am

· #497873
מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון... 😂

מי אני » זונטאג אפריל 10, 2022 11:51 am

· #497875
עצי שטים
מי אני
‏ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

כ'האב פראבירט צו טרעפן דארטן די תירץ, ולא עלתה בידי,
אפשר ביסטו אונז מסביר אויף מאמע לשון א שיינע תירץ?

די שאלה בהכותרת איז "איז טאקע דא א גיהנם?" און אינעם לינק צייכן איך צו צו די וואס האבן אפגעלערענט דעם רלב"ג (און אנדערע) וואס האבן גע'ענטפערט "ניין".

ובזה גייט דאס טאקע אריין אין פארענטפערן דעם פראגע:
עצי שטים
לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?
והיינו, דארט צייכן איך אויך צו צום שוועריקייט וואס דער רלב"ג האט זיך געספראוועט מיט לגבי שכר לעתיד. מיינענדיג, אז טאמער באדייט "שכר" דאס התקשרות פונעם שכל האדם שקנה המושכלות בשכל הפועל ששם שורש אלו החכמות, דאן איז דאך נישטא ביי דעם קיין געהעריגע מדריגות און איינער וואס האט קונה געווען ווייניגער איז פונקט אזוי מקושר ווי איינער וואס האט קונה געווען אסאך מער? ער איז אבער מבאר באריכות אז די התקשרות איז יא במדריגה. אבער טאמער עונש באדייט פשוט דאס אבדון פונעם נפש ללא, דאן איז דאך לכאורה נישטא אין דעם קיין מדריגות און איינמאל מ'קומט אָן דערצו דאן איז די אבדון פונעם "קליינעם" רשע דאס זעלבע ווי די "גרויסע". ויש לעיין.
שמעקעדיג
מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון... 😂

די פסוק זאגט (משלי ב ג) כִּי אִם לַבִּינָה תִקְרָא, און די גמרא בברכות נז. דרש'נט די ווארט "אִם" מלשון "אֵם", א מאמע, ע"ש. נו, "לַבִּינָה" מיט'ן כולל איז עולה "גהנם"... 😃

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 10, 2022 12:14 pm

· #497877
מי אני

שמעקעדיג
מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון... 😂

די פסוק זאגט (משלי ב ג) כִּי אִם לַבִּינָה תִקְרָא, און די גמרא בברכות נז. דרש'נט די ווארט "אִם" מלשון "אֵם", א מאמע, ע"ש. נו, "לַבִּינָה" מיט'ן כולל איז עולה "גהנם"... 😃

אוי געוואלד, וואו האב איך אריינגעטרעטן 😎

מי אני » זונטאג אפריל 10, 2022 12:32 pm

· #497880
דער אמת איז אז מ'קען יא זאגן (ע"ד דרוש?...) אז די געדאנק פון גיהנום האט טאקע דוקא מיט זכרים. די גמרא זאגט אין ב"ב קטז. אמר רבי יוחנן משום ר' שמעון בן יוחאי כל שאינו מניח בן ליורשו הקדוש ברוך הוא מלא עליו עברה כתיב הכא (במדבר כז ח) והעברתם את נחלתו וכתיב התם (צפניה א טו) יום עברה היום ההוא ע"ש. (און דער מהרש"א איז טאקע מפרש דארט אז די געדאנק איז אז די זכר ווייזט אויף עוה"ב הנצחי משא"כ הנקיבה שהיא לקיום המין ועולם "עובר" ע"ש.) און פריער אויף דף י: שטייט פון די פסוק אין צפניה, ואין עברה אלא גיהנם שנאמר יום עברה היום ההוא ע"ש.

שוין, נישט שלעכט אריינגעטרעטן.

עובדיה » זונטאג אפריל 10, 2022 2:36 pm

· #497887
עצי שטים
לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?

דער רמב"ן אין ספר שער הגמול פרעגט טאקע די קשיא אויף די דעת המתחכמים אז ס'איז נישט דא קיין עונש אויף יענע וועלט נאר כרת ואבדן הנפש, וזה לשונו:
ועוד לדעת זו עשית העובר על כרת אחת והאפיקורס הכופר בעיקר ושופך דמים כל ימיו שוים בדיניהם, שהרי שניהם אובדין ואין עמהן צער ויסורין לאחר המיתה.

היסטאריע » זונטאג אפריל 10, 2022 3:15 pm

· #497892
שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב,

ווער איז דער ערשטער וואס זאגט דאס?

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 7:00 pm

· #497903
היסטאריע
שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב,

ווער איז דער ערשטער וואס זאגט דאס?

איך ווייס נישט אויב ער איז געווען די ערשטער, אבער די רמח"ל ברענגט עס

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 7:06 pm

· #497904
מי אני
עצי שטים
מי אני
‏ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

כ'האב פראבירט צו טרעפן דארטן די תירץ, ולא עלתה בידי,
אפשר ביסטו אונז מסביר אויף מאמע לשון א שיינע תירץ?

די שאלה בהכותרת איז "איז טאקע דא א גיהנם?" און אינעם לינק צייכן איך צו צו די וואס האבן אפגעלערענט דעם רלב"ג (און אנדערע) וואס האבן גע'ענטפערט "ניין".

ובזה גייט דאס טאקע אריין אין פארענטפערן דעם פראגע:
עצי שטים
לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?
והיינו, דארט צייכן איך אויך צו צום שוועריקייט וואס דער רלב"ג האט זיך געספראוועט מיט לגבי שכר לעתיד. מיינענדיג, אז טאמער באדייט "שכר" דאס התקשרות פונעם שכל האדם שקנה המושכלות בשכל הפועל ששם שורש אלו החכמות, דאן איז דאך נישטא ביי דעם קיין געהעריגע מדריגות און איינער וואס האט קונה געווען ווייניגער איז פונקט אזוי מקושר ווי איינער וואס האט קונה געווען אסאך מער? ער איז אבער מבאר באריכות אז די התקשרות איז יא במדריגה. אבער טאמער עונש באדייט פשוט דאס אבדון פונעם נפש ללא, דאן איז דאך לכאורה נישטא אין דעם קיין מדריגות און איינמאל מ'קומט אָן דערצו דאן איז די אבדון פונעם "קליינעם" רשע דאס זעלבע ווי די "גרויסע". ויש לעיין.
שמעקעדיג
מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון... 😂

די פסוק זאגט (משלי ב ג) כִּי אִם לַבִּינָה תִקְרָא, און די גמרא בברכות נז. דרש'נט די ווארט "אִם" מלשון "אֵם", א מאמע, ע"ש. נו, "לַבִּינָה" מיט'ן כולל איז עולה "גהנם"... 😃

ווער איז דאס די רלב"ג?

לכאורה קריגט ער זיך אויפן רמב"ם וואס האלט אז עס איז יא דא יסורים, ובכן די מדריגת פון צואה רותחת וכדומה, בקיצור ס'נישטא קיין קלארע תשובה חוץ "ויש לעיין"

וואלווי » זונטאג אפריל 10, 2022 9:08 pm

· #497910
עצי שטים

ווער איז דאס די רלב"ג?

לכאורה קריגט ער זיך אויפן רמב"ם וואס האלט אז עס איז יא דא יסורים, ובכן די מדריגת פון צואה רותחת וכדומה, בקיצור ס'נישטא קיין קלארע תשובה חוץ "ויש לעיין"

יש לעיין איז גאנץ פשוט. ווייל ווי אזוי מ'זאל נאר מצדד זיין אדער חוקר זיין אין די פארצווייגטע תורת הגמול, קען מען אייביג טרעפן א ברענד נעים ראשון וואס זאגט ווי די...

יעקב מעקסוועל » זונטאג אפריל 10, 2022 11:09 pm

· #497916
עצי שטים

ווער איז דאס די רלב"ג?

דער רלב"ג איז א ראשון, ער איז געווען א גרויסע חכם, פיליסוף, מפרש, און אויך בקי בחכמת העולם. ער איז אנגענומען אלס א "כשר'ע" ראשון ביי די חרדי'שע אידנטום, (אויף דעם זאגט מען הכל תלוי במזל...)

ער איז אויך רעספעקטירט אין די וויסנשאפטליכער וועלט פאר זיינע חידושים אין חשבון און אסטראנאמיע. עס איז דא א קראטער אויף די לבנה גערופן נאך אים.

אויך דער אבן עזרא האט א קראטער אויף די לבנה, און פונקט ווי דער רלב"ג האט ער געהאט מזל זיין פירוש איז אריין אין מקראות גדולות און ער וועט בלייבן הייליג לדורות.

https://en.wikipedia.org/wiki/Rabbi_Levi_(crater)
https://en.wikipedia.org/wiki/Abenezra_(crater)

מי אני » זונטאג אפריל 10, 2022 11:25 pm

· #497917
אזוי ווי דר. מנחם קעלנער שרייבט: 📎 Gersonides.jpg

היסטאריע » זונטאג אפריל 10, 2022 11:48 pm

· #497918
עצי שטים
היסטאריע
שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב,

ווער איז דער ערשטער וואס זאגט דאס?

איך ווייס נישט אויב ער איז געווען די ערשטער, אבער די רמח"ל ברענגט עס

גיהנם שטייט אין די גמרא און מדרשים, און אפילו אין פסוקים, פרעגסט א קשיא אויף גיהנם מיט א יסוד פין רמח"ל? אגב דער תניא און דער צעטל קטן זאגן אנדערע סיבות אויף בריאת העולם. און דער יסוד פין נהמא דכסופא איז באקאנט צו זיין נישט א זוהר, אפשר א ירושלמי, און מעגליך נישט א יסוד נאר א נדבך. און אפילו לויט דער רמחל מיינט עס נישט דער טוב פין האבן א פעטע שטיקל בקר אבער בכלל טוב לויט די השגות וואס א מגושם פארשטייט. עס איז גאנץ מעגליך אז דער רמחל קען ענטפערען אויף דעם קשיא אז דער בעסטער טוב פאר א רשע איז גיין אין גיהנם. און בכלל איז גיהנם נישט פעך און סמאליע לויט גשמיות'דיגע השגות, נאר מען רעדט פין עינוים פאר די נשמה, וואס לויט ווי ראשונים זענען מסביר ווערט דער נשמה א שכל וואס אנטהאלט נאר דאס וואס ער האט געלערנט און זיך קונה געוועהן ביים לעבן. און דער רשע איז פין זיך אליין געפייניגט נאך דער טויט, ווייל זיין שכל האט גארנישט נאר דאס רשעות וואס ער האט געטוהן ביים לעבן.

ליבערשט זאלסטו עפענען א אשכול מיט א קשיא אויף דער רמח"ל פין דער פאקט אז עס איז דא גיהנם.

שמן למאור » מאנטאג אפריל 11, 2022 12:21 am

· #497919
יעקב מעקסוועל
עצי שטים

ווער איז דאס די רלב"ג?

דער רלב"ג איז א ראשון, ער איז געווען א גרויסע חכם, פיליסוף, מפרש, און אויך בקי בחכמת העולם. ער איז אנגענומען אלס א "כשר'ע" ראשון ביי די חרדי'שע אידנטום, (אויף דעם זאגט מען הכל תלוי במזל...)

ער איז אויך רעספעקטירט אין די וויסנשאפטליכער וועלט פאר זיינע חידושים אין חשבון און אסטראנאמיע. עס איז דא א קראטער אויף די לבנה גערופן נאך אים.

אויך דער אבן עזרא האט א קראטער אויף די לבנה, און פונקט ווי דער רלב"ג האט ער געהאט מזל זיין פירוש איז אריין אין מקראות גדולות און ער וועט בלייבן הייליג לדורות.

https://en.wikipedia.org/wiki/Rabbi_Levi_(crater)
https://en.wikipedia.org/wiki/Abenezra_(crater)

שכח
ס'איז מיר טאקע נישט קלאר געווען פון א גוגל סירטש, אויב ער איז געווען א אנגענימענע גדול
היות עס איז די שטייגער פון @מי אני צו ברענגען פון פיליזאפן און דאקטורים, מכל הבא ליד

שמן למאור » מאנטאג אפריל 11, 2022 12:36 am

· #497920
היסטאריע
עצי שטים
היסטאריע
שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב,

ווער איז דער ערשטער וואס זאגט דאס?

איך ווייס נישט אויב ער איז געווען די ערשטער, אבער די רמח"ל ברענגט עס

גיהנם שטייט אין די גמרא און מדרשים, און אפילו אין פסוקים, פרעגסט א קשיא אויף גיהנם מיט א יסוד פין רמח"ל? אגב דער תניא און דער צעטל קטן זאגן אנדערע סיבות אויף בריאת העולם. און דער יסוד פין נהמא דכסופא איז באקאנט צו זיין נישט א זוהר, אפשר א ירושלמי, און מעגליך נישט א יסוד נאר א נדבך. און אפילו לויט דער רמחל מיינט עס נישט דער טוב פין האבן א פעטע שטיקל בקר אבער בכלל טוב לויט די השגות וואס א מגושם פארשטייט. עס איז גאנץ מעגליך אז דער רמחל קען ענטפערען אויף דעם קשיא אז דער בעסטער טוב פאר א רשע איז גיין אין גיהנם. און בכלל איז גיהנם נישט פעך און סמאליע לויט גשמיות'דיגע השגות, נאר מען רעדט פין עינוים פאר די נשמה, וואס לויט ווי ראשונים זענען מסביר ווערט דער נשמה א שכל וואס אנטהאלט נאר דאס וואס ער האט געלערנט און זיך קונה געוועהן ביים לעבן. און דער רשע איז פין זיך אליין געפייניגט נאך דער טויט, ווייל זיין שכל האט גארנישט נאר דאס רשעות וואס ער האט געטוהן ביים לעבן.

ליבערשט זאלסטו עפענען א אשכול מיט א קשיא אויף דער רמח"ל פין דער פאקט אז עס איז דא גיהנם.

מיין ארגינעלע קשיא האט לאו דוקה מיט די הנחה פונעם רמח"ל (אגב עס ווערט לכאורה דערמאנט פריער, נאר דאס האב איך גרינג געטראפן) אז די תחלית הבריאה איז וועגן דרך הטוב להטיב, איך האב עס בלויז צוגעברענגט צו "שטערקער" מאכן די קשיא, און עס ארויסברענגען אויף א אופן אז די גאנצע זאך איז א פלאפ,
אבער דאס איז יעדער מודה אפילו די וואס האבן אנדערע מהלכים איבער תכלית הבריאה (הגם עס איז א שמועס פאר זיך, אבער דאכצעך אז די צעטיל קטן ברענגט נאר וואס די מענטש זאל פאקטיש טון פאר "זיין" תכלית, לשבר את טבעו מ' יום, אבער ס'נישט קיין סתירה מיט וואס די תכלית איז פונעם בריאת אדם בכלל, וואס דאס קען זיין אזוי ווי די רמח"ל, און אפילו די תניא וואס גייט מיטן מהלך פון מתאווה לו להיות דירה בתחתונים, וואס דאס דארף א עקסטערע אפהאנדלונג אויב עס גייט סאנאנים מיטן רמח"ל אדער נישט ואכמ"ל) איז יעדער מודה אז הקב"ה איז כלו טוב בלי שום רע
אויב אזוי איז די קשיא בעצם קיים, אויב איז ג-ט כילו טוב, דאן פארוואס פעלט אויס די גיהנם, פאר א טוב וסלח רחום וחנון, וואס איז אויך דערצו א כל יכול, האט לכאורה נישט קיין פשט זיך צו "נוקם זיין" און געבן צער פאר א בעל עבירה

היסטאריע » מאנטאג אפריל 11, 2022 8:16 am

· #497932
עס ווערט לכאורה דערמאנט פריער, נאר דאס האב איך גרינג געטראפ

לדידך פשיטא, לדידי מבעיא. איך וואלט מנחש געוועהן אז ער איז דער מחדש.

איז יעדער מודה אז הקב"ה איז כלו טוב בלי שום רע

מאן יימר? לויט דער רמב"ם איז נישט שייך צו זאגן נישט טוב און נישט רע, ער איז א בורא טוב ובורא רע, דער גאנצע מושג פון טוב ורע איז א בריאה.

ואפילו את"ל אז די רעדסט אין השתלשלות, ווי דער בחינה פון טוב האט באשאפן וכו', איז ווידער נישט שייך דיין קשיא, ווייל גיהנם קען זיין העכער, איך מיין אז לויט דער גמרא איז גיהנם נאר פאר בריאת העולם, איז ממילא דיין קשיא נול, ווייל גיהנם איז דא נאך פאר שכר ועונש.
אויב אזוי איז די קשיא בעצם קיים, אויב איז ג-ט כילו טוב, דאן פארוואס פעלט אויס די גיהנם, פאר א טוב וסלח רחום וחנון, וואס איז אויך דערצו א כל יכול, האט לכאורה נישט קיין פשט זיך צו "נוקם זיין" און געבן צער פאר א בעל עבירה

די מדות וואס די דערמאנסט טוב סלח רחום וכו' ווערען אלע דערמאנט צוזאמען מיט אל נקמות און פארקערטע מדות. מאי חזית?

ועוד והוא העיקר, ווי איך האב שוין פריער געשריבן, זאגן ראשונים אז א עונש ווערט ברענגט דורך די עבירה אליין. ווי באקאנט דער רמב"ן אז שכר ועונש איז טבע גמור, ווי דער של"ה איז מאריך. בפרט לויט דער בעש"ט אז א עבירה ברענגט צמצום, און דער הסתלקות ההשגחה אליין ברענגט דער עונש.

כרם זית » מאנטאג אפריל 11, 2022 10:23 am

· #497939
Re: איז טאקע דא א גיהנם???
@היסטאריע דער רמב''ן האלט אז עונש איז נסים נסתרים. דער חתם סופר שרייבט ערגעץ פארקערט.

היסטאריע » מאנטאג אפריל 11, 2022 10:58 am

· #497941
כרם זית
@היסטאריע דער רמב''ן האלט אז עונש איז נסים נסתרים. דער חתם סופר שרייבט ערגעץ פארקערט.

ביסט גערעכט. מוחלפת השיטה. אבער דער חתם סופר איז אביסל צו שפעט פאר די ענינים. דער עבודת הקודש און דער של"ה.
📎 Screenshot_20220411-105503.png

שמן למאור » מאנטאג אפריל 11, 2022 11:34 pm

· #497961
אונעם נייע וועקער אנטאלאגיע 2, איז דא א שיינע מאמר פון הרה"ג ר' יצחק לאווי שליט"א, וואס הייסט "נהמא דכיסופא"
כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט עס דורכצוליינען אדער בעסער געזאגט אדורכצולערנען בעיון, כ'האב עס דערווייל נאר דורכגעבליקט שנעל,
ברענגט ער דארט בין הדברים, אז רבינו סעדיה גאון אין זיין ספר אמונות ודעות, ברענגט שוין די געדאנק אז די סיבה פארוואס ג-ט האט באשאפן די וועלט איז להטיב לבריאיו, און ער ברענגט צו אז אז אסאך ראשונים ואחרונים האבן אנגענומען דעם טעם אלס דער עיקר טעם

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 12, 2022 1:24 am

· #497963
וואלווי
אדרבה, זיי ברענגען ארויס די תכלית איז צו צוקומען צו די שכר פון נהנה, און עונשים מיינט פשוט די העדר. איינער וואס שלאפט גוט אויב ער "פארגעסט" אלע אנדערע זאכן וואס שטייט אין ספר אורחות צדיקים, קען דאס אויך "פארגעסן". ווילאנג ער מיינט נישט אז גיהנום איז א horror movie, וואס דעמאלט ווערט ער פעסט צודרייט.

סך הכל: שכר ועונש מיינט עכט שכר און העדר שכר פון יענע וועלט, און אויף דעם איז נישט דא קיין קשיות פון עונשים.

וואלווי, איך פרוביר מאכן סענס פון דיינע טייערע ווערטער, אבער עפעס קוועטשט מיר. אויב עונש איז נאר העדר שכר, וואס וועט זיין מיט אזא איינעם - עקטשועלי כמעט יעדער מענטש גייט אריין אין דעם גדר - וואס האט סיי מצוות און סיי עבירות? באקומט ער שכר אדער נישט? וואס איז מיט די אלע מאמרי חז"ל וואס זאגן אז דער עונש אין גיהנם פאר רשעי ישראל איז י"ב חודש, און נאכדעם באקומט מען די שכר? וואס איז מיט די אלע יסורים וואס מענטשן ליידן אויף דער וועלט און מען ווייסט מפי ספרים וסופרים אז מען קומט אפ גיהנם, מען ליידט דא ווי איידער צו ליידן ח"ו דארט, וואס איז פיל ערגער? די אלע מאמרים שטימען עפעס נישט מיט דיין טעאריע. קענסט אפשר מער מרחיב בדיבור זיין בטוב טעם ודעת?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:20 pm

· #497974
יעקב מעקסוועל
עצי שטים

ווער איז דאס די רלב"ג?

דער רלב"ג איז א ראשון, ער איז געווען א גרויסע חכם, פיליסוף, מפרש, און אויך בקי בחכמת העולם. ער איז אנגענומען אלס א "כשר'ע" ראשון ביי די חרדי'שע אידנטום, (אויף דעם זאגט מען הכל תלוי במזל...)

ער איז אויך רעספעקטירט אין די וויסנשאפטליכער וועלט פאר זיינע חידושים אין חשבון און אסטראנאמיע. עס איז דא א קראטער אויף די לבנה גערופן נאך אים.

אויך דער אבן עזרא האט א קראטער אויף די לבנה, און פונקט ווי דער רלב"ג האט ער געהאט מזל זיין פירוש איז אריין אין מקראות גדולות און ער וועט בלייבן הייליג לדורות.

https://en.wikipedia.org/wiki/Rabbi_Levi_(crater)
https://en.wikipedia.org/wiki/Abenezra_(crater)

יעקב מעקסוועל: איך האב געטראכט (הויך) בדרך צחות ומליצה. ס'איז דא א משפחה אין אמעריקע פון אנשים (ונשים) מכובדים וועלכע הייסן רלב"ג. איינע א פרוי פון יענע משפחה איז אדורך א גט פראצעדור. אבער זי האט געהאנדלט זייער שלא ביושר אקעגן איהר (געוועזענעם) מאן. האבן מענטשן (דער דעת הקהל) געזאגט..."She's getting away with it because she's a Ral-bag"...!...ואומר אני...No matter what kind of bag she is. She can't get away with it...!

היסטאריע » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:22 pm

· #497975
עצי שטים
אונעם נייע וועקער אנטאלאגיע 2, איז דא א שיינע מאמר פון הרה"ג ר' יצחק לאווי שליט"א, וואס הייסט "נהמא דכיסופא"
כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט עס דורכצוליינען אדער בעסער געזאגט אדורכצולערנען בעיון, כ'האב עס דערווייל נאר דורכגעבליקט שנעל,
ברענגט ער דארט בין הדברים, אז רבינו סעדיה גאון אין זיין ספר אמונות ודעות, ברענגט שוין די געדאנק אז די סיבה פארוואס ג-ט האט באשאפן די וועלט איז להטיב לבריאיו, און ער ברענגט צו אז אז אסאך ראשונים ואחרונים האבן אנגענומען דעם טעם אלס דער עיקר טעם

לויט דער מהלך פין נהמא דכסופא, קען טאקע זיין אז גיהנם איז נהמא דכסופא, ווי וואלווי זאגט. הגם אז פין חז"ל איז דער נהמא דכסופא נישט דער עיקרַ

סבא דבהתא » מיטוואך יולי 6, 2022 3:35 am

· #503708
מיך באדערט שוין א שטיק צייט איבערן מהות הנענש, דהיינו מיר ווייסן דאך דער כלל פון "מלא כל הארץ כבודו", "לית אתר פנוי מיניה", וכדו', ממילא איז נישט מעגליך ס'זאל זיין א מציאות ווי עס הערשט נישט גאט'ס שליטה (והוא ושליטתו חד) און לויט ספרי תלמידי בעש"ט זי"ע איז אלעס בעצם חיות הויה וכל עולם הגשמי הוא רק אחיזת עינים (וכן הוא לפי קוואנטום מעקעניקס כידוע). סא וואס איז דאס די "זאך" וואס גייט באשטראפט ווערן? הקב"ה גייט זיך אליין באשטראפן? און אויב עקזיסטירט אזא מין "זאך" הייסט דאס אז דאס איז אינדרויסן פון גאט'ס ספערע, אויב אזוי האסטו מגביל געווען גאט און דאס איז דאך נישט מעגליך ווייל ע"כ איז גאט אין סוף.

די זעלבע איז שווער לגבי בחירה, ווער איז דאס דער בוחר? (מיין קשיא איז נישט די באקאנטע פראגע וויאזוי איז דא א בחירה נאר ווער איז דער בוחר)

אין קורצן וואס איז דאס די נשמה? א חלק אלוק ממעל ממש? ע"כ יא, איז וויאזוי איז שייך שכר ועונש אויף איינעם פאר זיך אליין?

לבי אומר לי אז דאס גייט אריין אין די כלל פון מה לפנים מה לאחור וואס מ'טאר נישט פרעגן, אויב איינער האלט אז דעס האט יא א הסבר זאל זיך ביטע לאזן הערן.

שמן למאור » מיטוואך יולי 6, 2022 5:24 am

· #503710
עס זעט אויס ווי דו פארשטייסט נישט די ענין פון מלא כל הארץ כבודו, און דו נעמסט אהן אז דו ביסט גאט אליינס (רח"ל מהאי דעתא)
אין די ספרי קבלה שטייט קלאר יא אז עס איז געווען א צמצום לצורך בריאת העולם, און עס איז דא א קו וואס פירט די אור צום וועלט, בקיצור א גאנצע אריכות. אבער צו זאגן אז אלעס איז גאט איז כפירה. נאר וואס די בעש"ט האט געזאגט איז, אז אלעס איז "אלוקית" דהיינו א חלק אלוקי ממעל, נישט גאט אליין ח"ו, און אין דעם איז אויך דא א גרויסע מחלוקת פון די בעש"ט מיטן גר"א.

עכ"פ יא. די באשעפער האט באשאפן נשמות, וואס איז טאקע א חלק אלוקי ממעל, ומאן דנפח מתוכיה נפח. אבער עס איז א עקסטערע נשמה, וואס אויב זינדיגט ער קען ער כאפן פעטש.

היסטאריע » מיטוואך יולי 6, 2022 6:58 am

· #503711
עצי
הלוואי וואלט עס געווען אזוי פשוט ווי די זאגסט עס. עס איז שיינע וועג פין פארוואסערעו וואס דער בעש"ט האלט עס זאל שטימען. אבער באמת איז דער סבא גערעכט. לויט דער מהלך פון ממלא כל עלמין איז עס גאט אליין, און אונז זענען כביכול אליין. נישטא קיין צוויי, עס איז איין, נישטא זיך וו"ס גאט, עס איז נאר דא גאט.

סבא דבהתא » מיטוואך יולי 6, 2022 10:17 am

· #503715
עצי שטים
אין די ספרי קבלה שטייט קלאר יא אז עס איז געווען א צמצום לצורך בריאת העולם, און עס איז דא א קו וואס פירט די אור צום וועלט, בקיצור א גאנצע אריכות. אבער צו זאגן אז אלעס איז גאט איז כפירה. נאר וואס די בעש"ט האט געזאגט איז, אז אלעס איז "אלוקית" דהיינו א חלק אלוקי ממעל, נישט גאט אליין ח"ו, און אין דעם איז אויך דא א גרויסע מחלוקת פון די בעש"ט מיטן גר"א.

עכ"פ יא. די באשעפער האט באשאפן נשמות, וואס איז טאקע א חלק אלוקי ממעל, ומאן דנפח מתוכיה נפח. אבער עס איז א עקסטערע נשמה, וואס אויב זינדיגט ער קען ער כאפן פעטש.
בענין הצמצום אם הוא כפשוטו איז א מחלוקת בין המקובלים דא קענסטו זען א שטיקל ביאור
למעשה האבן כמעט אלע ובתוכם הגר"א אנגענומען אז אליבא דאמת איז צמצום נישט כפשוטו די גאנצע מחלוקה איז נאר כלפי די מענטש וויאזוי ער זאל עס אנקוקען (עי' בספר תורת הגרא ומשנת החסידות מר' צבי אינפלד פרק ג מאמר ב)
עצי שטים
עס זעט אויס ווי דו פארשטייסט נישט די ענין פון מלא כל הארץ כבודו, און דו נעמסט אהן אז דו ביסט גאט אליינס (רח"ל מהאי דעתא)
די פראבלעם פון מאכן פון א דבר גשמי אן אפגאט איז נאר ווען סקומט מכח הישות דהיינו זאגן אז דער זאך/מענטש האט מכח עצמו אלוקית, אבער ווען סקומט מביטול היש איז פארקערט מען זאגט אז דער זאך/מענטש איז בטל במציאות נגדו יתברך (וכל זה היה דרגת משה רבינו שאמר ונחנו מה כמבואר בספרים)

שמן למאור » מיטוואך יולי 6, 2022 5:15 pm

· #503743
סבא דבהתא

די גאנצע נושא איז זייער שווער צו פארשטיין, און נאך שווערער מסביר צו זיין. אבער דאס איז קלאר אז אפילו אויב מען לערנט צמצום לאו כפשיטו, איז אבער פאקטיש געווען א צמצום. נישט פשט אז אונז דארפן בלויז אזוי טראכטן, נאר כלפינו איז טאקע געווען א צמצום.

אכ"פ צו זאגן אז אונז זענען ממש גאט איז כפירה. אדרבה ווער זאגט אזוי? ווער איז מחלק צעווישן אויב די גאט איז זיך מבטל פאר אונזער גאט אדער נישט? אויב ביק איך מיך צו די זון מיטן כוונה אז אלעס איז דאך גאט איז דאס נישט קיין עבודה זרה?

סבא דבהתא » מיטוואך יולי 6, 2022 5:27 pm

· #503745
עצי שטים
אכ"פ צו זאגן אז אונז זענען ממש גאט איז כפירה. אדרבה ווער זאגט אזוי? ווער איז מחלק צעווישן אויב די גאט איז זיך מבטל פאר אונזער גאט אדער נישט? אויב ביק איך מיך צו די זון מיטן כוונה אז אלעס איז דאך גאט איז דאס נישט קיין עבודה זרה?
איינער וואס ביקט זיך צום זון ווייזט מיט דעם אז ער האלט די זון האט עפעס ממשת מכח היש ווייל אויב איז זיין כוונה אז די זון איז בעצם נאר אן אחיזת ענים און ער מיינט באמת דער חיות אלוקית שבו, דאן איז דאך די גאנצע בריאה אייניג איז פארוואס ביקסטיך פונקט צום זון?

שמן למאור » מיטוואך יולי 6, 2022 5:35 pm

· #503746

פרעגסט א קשיא אויף א מעשה, אזוי טוט ער. ער האלט אז עס איז אים צו שווער צו דאווענען צו א גאט וואס ער קען נישט זען ממילא ביקט ער זיך צו די זון...
בלאט: 1 2