☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #18: שאון השעון!

שושנים #18: שאון השעון!

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7965

נעגאשיעיטאר » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:58 am

· #242325
שושנים #18: שאון השעון!
שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!

אָ ץ בְּדַרְכּוֹ. לאֹ יוֹדֵעַ נוֹפֶשׁ:

בּ וֹרֵחַ הָלְאָה. לאֹ תַּשִׂיגוֹ עוֹד:

גָ מַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:

ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

וֵ י כְּאָבְדָה. כִּי אָבַד לָנֶצַח:

זָ ז תָּדִיר. לאֹ יִתְנַהֵל לְאִיטָך:

חָ ג בְּמָחוּגוֹ. יַד בְּיָד מוֹרֶה:

טָ ח מֵרְאוֹת. לאֹ יִרְאֵהוּ שׁוּב:

יַ בִּיט אַחֲרָיו. לאֹ יַשִׂיגוֹ רְדוֹף:

כָּ עֵת חַיָה. הַחַיִים מֵעִתִּים הוּסָת :

לְ קָח מוּסָר. מִמֶנוּ לְמוֹד עַשׂהֹ:

מְ הַלֵך וְנָע. אֵינֶנוּ בָּטֵל לָרָגַע:

נִ רְדָף וְרוֹדֵף. אֵינוֹ חוֹזֵר לְאַחוֹרָיו:

ס וֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:

עֵ ת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

פָּ קוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:

צְ פֵה בְּלֶכְתּוֹ. חֻס עַל הַנוֹתָר:

קָ דוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:

רֶ גַע בְּאַפְסוֹ. לאֹ יִתְקוֹן עוֹד:

שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

תַּ עֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחְשׁוֹת:

שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:

יואב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:29 am

· #242329
רץ כצבי? נע, קוקט אויס ונבנתה. געוואלדיג שבגעוואלדיג. כ'דענק נישט ווען כ'האב לעצט געזאגט יוצר ניין אזייגער אינדערפרי.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:36 am

· #242331
איך ווייס נישט וויאזוי מען גייט צו צו אזא קאפיטל. די מליצות, דער גלייכע משקל הפסוקים, דער געדאנק, די פארצייטישע פאעטישקייט פון סדר הא"ב, די פארשטענדליכקייט פון וואס ער זאגט און די קלארקייט וויאזוי עס ווערט געזאגט, ממש אין ערוך להם! אזעלכע געוואלדיגע מליצות ווי "שעות שוות" און דער משקל דערצו "לא יושוו בערכין", אדער "שאה אל השעה ואל תשעה את השעה", אדער "דקה מן הדקה", איז דאך ממש גאונות!

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:39 am

· #242334
יעפ פיור גאונות.

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:50 am

· #242343
קודם אפאר פירושים, וויאזוי איך טייטש עס אפ:

אות ג':
"גָמַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:"
רגע כמימרא.

אות כ':
"כָּעֵת חַיָה. הַחַיִים הוּסָת מֵעִתִּים:"
זעהט אויס צו זיין א טייטשט אויף די ווערטער "כעת חיה" - דאס לעבן באשטייט פון צייט.

אות ס':
"סוֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:"
דער סוף פון א שעה איז דער אנהויב פון דער נעקסטע שעה. דער צייט שפעטיגט קיינמאהל נישט - ס'איז וואס ס'איז.

אות ע': (אויסנאמס שיין)
"עֵת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:"
אויב א מענטש וויל מער צייט זאל ער טוהן זאכן בזריזות וועט ער זעהן אז ער האט מער צייט!

אות ק':
"קָ דוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:"
אין הקב"ה מונה הדפים אלא השעות. או יאמר: דקה/מינוט - דקה/דאר. כוונה איז לכאורה אז אפילו א חלק שבחלק פון א מינוט'קעלע ברויך מען ציילען ווי א דבר חשוב! א געניאלע מליצה!

אות ש':
"שָׁעוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:"
שעות שוות איז א לשון נופל על לשון, שוות/גלייך - שוות/ווערד. שעות זענען ווערד, אבער עס איז אומשאצבאר!

אות ת':
"תַּעֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחְשׁוֹת:"
א פוקס האט זיך זיין צייט וואס ער קעניגט, מ'דארף זעהן נישט צו פארפאסן יענע מינוט.

דער קעפל איז הערליך:
"שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!"
די רודעריי פון דער זייגער. שאון/שעון

דער אויספיר איז נאך שענער:
"שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:"
שעה מיינט קער זיך. תשעה מיינט אוועקשטופען.

סיי דער קעפל און סיי דער אויספיר באנוצט זיך מיט ענדליכע ווערטער וואס מיינען אנדערע זאכן, אבער קומען זיך צאם כמין חטיבה אזוי שיין!

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:08 pm

· #242347
רעיטינג:

אריגענאליטי: 5+ כוכבים

ביצוע: 5+ כוכבים

משקל הפסוקים: 5+ כוכבים (צוויי אריינפיר ווערטער און דריי אויספיר ווערטער צו יעדער פסוק!)

ווערטער אויסוואל: 5+ כוכבים

רייכקייט פון משל ונמשל: 5+ כוכבים

מעסעדזש: 5+ כוכבים (אפשר א מוסר צו יושבי השטיבל צו פארברענגן דא ווייניגער...)

לייכטקייט צו פארשטיין: 5+ כוכבים

פראפעסיאנאל: 5+ כוכבים

אוועראלל: געווינער מאטריאל!

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:15 pm

· #242348
[ציטאט אראפגענומען]

מושכל ראשון איז געוועהן אז דאס איז יא דיינס, @אנאנים. הערשי דרוקט זיך אויס אסאך קאמפליצירטער. יא, דאס איז זיכער ראובן. כמעט בלי ספק.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:16 pm

· #242349
איך שטים צו, כ'בין נישט דער גרויסער פארשטייער צו פאעזיע, אבער דא שפירט זיך עס קלאר ווי א שטיקל יוצר פונעם העכסטן קאליבער, שיינע לשון, מליצות, ע"פ א"ב... דאס איז גאונות געמישט מיט מורא'דיגע טאלאנט.

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:19 pm

· #242350
ידען בתפארתו. כ'פארשטיי נישט קיין ווארט

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:49 pm

· #242360
איך טראכט יעצט אז כ'גיי מאכן א סוירטש אויב דאס איז א געגנבעטע שטיקל פון אן אלטע מחזור ערגעץ. עס קען נישט זיין אז איינער וואס פארמאגט אזעלכע פעאיגקייטן האלט עס ביי זיך און לאזט עס ארויסרינען נאר לכבוד עפעס א פאעזיא פארמעסט. מעיקס נאו סענס.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:59 pm

· #242363
יא ביזדערווייל איז דאס דער געווינער ביי מיר (כ'האף כוכב'ל לאזט שוין וואוטן).

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:28 pm

· #242922
דא איז א פשוט'ע עברי-טייטש פאר דעם פיוט. דער פיוט פארמאגט א מורא'דיגע קלארקייט און ריינקייט. דער תוכן איז נאבעל, די ווערטער אויסוואל שטאקעדיג רייך, און דער פלייץ פון פיוט'ישקייט מאניומענטאל. איך בין זיכער אז עס ליגן פילע טיפערע פירושים וועלכע געבן צו פארשטיין די גענויע אויסוואל פון דער ווארט און יענע ווארט און פאר פראזע אויסשטעלן, אבער כ'האב נאר נערווען פאר פשטות יעצט.

שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!

די גערודער פון דער זייגער!

אָץ בְּדַרְכּוֹ. לאֹ יוֹדֵעַ נוֹפֶשׁ:

יאגט זיך אין זיין גאנג. ער ווייסט נישט קיין רוה:

בּוֹרֵחַ הָלְאָה. לאֹ תַּשִׂיגוֹ עוֹד:

אנטלויפט אלץ ווייטער. וועסט איהם קיינמאהל מער נישט אן-יאגען:

גָמַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:

ווי לאנג עס דויערט ארויסצוזאגן [די ווארט "רגע"]. אזוי איז זיין מאס:

דוֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצֵיִים סוֹבֵב לוֹ:

ער טרעט צו אויף רעכטס. מיט צוויי פיילן דרייט ער זיך:

הַתָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמָיִים:

אויב דו בלינקסט פארפאסטו עס. ער שטעלט זיך נישט אהער א צווייטע מאהל:

וֵי כְּאָבְדָה. כִּי אָבַד לָנֶצַח:

א ווייטאג אויב עס גייט פארלוירן. ווייל עס איז אן אייביגע פארלוסט:

זָז תָּדִיר. לאֹ יִתְנַהֵל לְאִיטָך:

ער רוקט זיך אייביג. ער וועט נישט גיין שטאטער פאר דיינעטוועגן:

חָג בְּמָחוּגוֹ. יַד בְּיָד מוֹרֶה:

ער דרייט זיך אין זיין ראד. זיינע צוויי הענט צייגען:

טָח מֵרְאוֹת. לאֹ יִרְאֵהוּ שׁוּב:

פארשמירטע [אויגן] פון צו זעהן. וועלן עס טאקע מער נישט זעהן:

יַבִּיט אַחֲרָיו. לאֹ יַשִׂיגוֹ רְדוֹף:

ער וועט נאכקוקען נאך עס. און עס נישט דערגרייכן מיט'ן נאכלויפן:

כָּעֵת חַיָה. הַחַיִים מֵעִתִּים הוּסָת:

די לשון "כעת חיה" מיינט. אז דאס 'לעבן' איז פון 'צייט' אויסגעשניצט:

לְקָח מוּסָר. מִמֶנוּ לְמוֹד עַשׂהֹ:

פון [זייגער/צייט] נעם א מוסר. פון איהם לערן דיך וויאזוי צו טוהן:

מְהַלֵך וְנָע. אֵינֶנוּ בָּטֵל לָרָגַע:

אייביג גייט ער און ער רוקט זיך. ער שטייט נישט ליידיג פאר א סעקונדע:

נִרְדָף וְרוֹדֵף. אֵינוֹ חוֹזֵר לְאַחוֹרָיו:

ער ווערט נאכגעיאגט [פון דער קומענדיגע מינוט] און יאגט נאך [דער געוועזענע מינוט]. ער גייט נישט צוריקוועגס:

סוֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:

זיין ענדע [סוף שעה] איז אן אנהויב [פון די נעקסטע שעה]. ער שפעטיגט קיינמאהל נישט:

עֵת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

מען האט צייט וויפיהל מען וויל. א געשיקטע יאגט אן אסאך מער:

פָּקוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:

זיי אויסגערעכנט [מיט דיין צייט]. א ברכה וועט עס מערן אין דיינע אוצרות:

צְפֵה בְּלֶכְתּוֹ. חֻס עַל הַנוֹתָר:

קוק ווי [די צייט] גייט. און שוין דאס פארבליבענע [צייט]:

קָדוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:

אפילו דער באשעפער ציילט. דאס מינדעסטע מינוט:

רֶגַע בְּאַפְסוֹ. לאֹ יִתְקוֹן עוֹד:

א סעקונדע וואס איז פארגאנגען. קען מען עס מער נישט צורעכט טוהן:

שָׁעוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

דאס צייט איז ווערד. אבער עס איז אומשאצבאר:

תַּעֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחֲשׁוֹת:

אפילו א פוקס קעניגט אין זיין צייט. אבער מען טאר עס נישט פארפאסן:

שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:

קער דיך צו די צייט. און שטופ נישט אפ די צייט:

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:47 pm

· #242933
שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

לכאורה מיינט ער אז הגם אלע שעות ווערן געשאפן פון די זעלבע זעכציג מינוט, דאך זענען זיי נישט גלייך אין ווערד, געוואנדן אין זייער אינהאלט.

קינד_אן_קייט » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:59 pm

· #242990
א מעסטערפיעס, אין דוגמתו לפע״ד.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:03 am

· #246212
זייגער, זייגער'ל!

די זייגער רוקט זיך נענטער און נענטער צום ענדגילטיגען מינוט ווען דער פארמעסט ענדיגט זיך... זייגער'ל, וועסטו אניאגען באצייטענס?...

יתרו » דינסטאג יאנואר 6, 2015 2:13 pm

· #246303
אז ראובן איז געזעץ פון שילוש איז דאס פון הערשי כנלע"ד.

יאיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 2:13 pm

· #246304
קאנגראטולאציעס צו דעם גאוני'שער פייטן וואס באהאלט זיך בהסתרה בתוך ההסתרה אונטער דעם מיסטעריעזן נעגאשיעיטאר ניק.

מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:08 pm

· #434973
נעגאשיעיטאר


ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

קען זיין אז ס׳ליגט אינ׳ם המשך א כוונה/רמז אז צו דעפינירן וואס פונקטליך מיינט ״צייט״ וועט מען אנקומען צו א צירקולער דעפיניציע; אנדערש קען מען עס נישט געהעריג דעפינירן.

נעגאשיעיטאר

שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

קען זיין אז ער מיינט אויך די קאנצעפט פון איינשטיין׳ס רעלאטיוויטעט לגבי צייט: אז (צומאל/ס׳איז שייך בנוגע די מושג פון צייט) הגם פאר יעדע אבסערווער לכשלעצמו איז די צייט די זעלבע, וועט עס אבער ווערן נערך אנדערש פון אן אנדערן/פרעמדער אבסערווער׳ס קוקווינקל. [דאס ליגט אויך לדעתי אונטער די ״שעות שוות״ ווס. די אומגעזאגטע/אימפלייד ״שעות זמניות.]

מי אני » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 4:33 pm

· #438616
Re: שושנים #18: שאון השעון!
נעגאשיעיטאר

ס וֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ יְאַחֵר:

עֵ ת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

מ׳קען אין דעם אפשר אריינלערנען אז לפי דעם B טעאריע פון צייט איז (אפילו לגבינו) דעם עבר, הוה, און עתיד אלעס איינס בעצם. דאס איז מרומז אין דעם ״סופו תחילה, לעולם לא יאחר״. און ער איז ממשיך, ״עת רצון, זריז בעתו יחישינה״, וואס, ווי באקאנט, ווי אזוי די זרע קודש טייטשט אויף ״משנה עתים ומחליף את הזמנים״, אז הקב״ה טוישט דעם מזל וואס דארף זיין אויף איין זמן צו א צווייטן, והיינו אז ער ברענגט בפועל אהער דעם זמן צו אן אנדערן זמן. און מיט דעם איז מען מפרש דעם ״לא זכו בעתה, זכו אחישינה״, אז מ׳פעדערט בפועל דעם שפעטערן זמן קבוע פון די גאולה אויף פריער. דאס גייט לכאורה גרינגער אין איינקלאנג מיט די B טעאריע פון צייט (וואס מ׳נעמט סתם אזוי אן אויף כביכול הקב״ה וואס איז למעלה מן הזמן); וואו די זמן בעצם איז אלעס איינס.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 7:54 pm

· #440417
שושנים #18: שאון השעון!
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען לשונו של הרמב״ם אין מו״נ (ח״א פע״ג, בביאורו על הקדמה השלישית של ״המדברים״ מחכמי ישמעאל) וז״ל, שאם מהירי הפילוסופים כבר בלבלם ענין הזמן וקצתם לא השכילו ענינו עד שגלינוס אמר שהוא ענין אלוקי לא הושג אמיתתו, ע״כ ע״ש. (ס׳איז אויך מערקווידיג ווי ער ברענגט דארט, און אין אנהויב ח״ב הקדמה טו, פון אריסטו איבער די קשר צווישן זמן און מקום [דרך]/תנועה ע״ש.)

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 10:29 am

· #440800
שושנים #18: שאון השעון!
ועיין ג״כ מזה להלן שם בח״ב פי״ג (ובריש פי״ד בשיטתו של אריסטו בנוגע קדמות העולם).

(ער דערמאנט דארט אין פי״ג אז די שוועריקייט ארויסצוהאבן צו זמן איז אן אמיתות לעצמו איז ווייל עס איז א [פילאזאפישע] מקרה/עקסידענט פון תנועה, וואס תנועה איז אליין א מקרה/עקסידענט פונ׳ם זאך וואס רוקט זיך ע״ש. נו, קען מען יעצט פארשטיין פארוואס די אקסעלערעישן און טויש אין וועלאסיטי/תנועה ווערט גערעכענט אין m/s^2 - ווייל זמן איז א מקרה בתוך די מקרה פון תנועה, דעריבער ווערט דא די צייט סקווערד...)

מי אני » זונטאג פעברואר 2, 2020 7:17 pm

· #442428
שושנים #18: שאון השעון!
מי אני
נעגאשיעיטאר


ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

קען זיין אז ס׳ליגט אינ׳ם המשך א כוונה/רמז אז צו דעפינירן וואס פונקטליך מיינט ״צייט״ וועט מען אנקומען צו א צירקולער דעפיניציע; אנדערש קען מען עס נישט געהעריג דעפינירן.

ווי אויך, אזוי ווי דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג טייטשט אויס (אין ח״ג פון זיין The Star of Redemption), איז אידישקייט׳ס אויסקוק אויף צייט (לגבי ימים טובים וחגי השנה וכו׳. טאקע ווען מ׳זאגט יוצר...) מער צירקולאר. ועיין כאן.

‏אגב, איז זיין בוך איז געשריבן מיט א מער פאעטישן לשון.

מי אני » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 4:16 pm

· #443781
שושנים #18: שאון השעון!
מי אני
(ס׳איז אויך מערקווידיג ווי ער ברענגט דארט, און אין אנהויב ח״ב הקדמה טו, פון אריסטו איבער די קשר צווישן זמן און מקום [דרך]/תנועה ע״ש.)

דער אור ה׳, דורכאויס בעיסיקעלי א גרויס חלק פון מאמר א, דינגט זיך אויף דעם. דארט אין כלל ב פי״א פרעגט ער דאס שטארק אפ, בפרט טאמער גיבט מען פאר ״זמן״ אן אנטאלאגישע מציאות. ער זאגט דארט אז אויב עפעס איז ״זמן״ מער מקושר מיט מנוחה ווי איידער מיט תנועה ע״ש. ער דערמאנט זיין אפשייד צווישן זמן ותנועה אין מאמר ב כלל א פ״ד בנוגע ידיעתו של הקב״ה ע״ש.

אגב, טאמאס אקינאס (להבדיל) האט געשריבן אז ״עטערנעטי איז דאס מעסטונג פון פּערמאנענטע זיין, בשעת זמן איז דאס מעסטונג פון תנועה״.

מי אני » זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:09 pm

· #456520
מיט דעם אור ה׳ קען מען טייטשן די חלק פונעם פיוט:
‏
נעגאשיעיטאר

‏פָּ קוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:
‏

דהיינו, ער מאכט דארט אויך א חילוק צווישן ״שיעור״ [וואס איז מער קאָנטיניוּאָס] וואס מ׳קען זאגן אנבאלאנגט ״זמן״ ווי איידער ״מספר״ [וואס איז מער דיסקריִט] (ווי אויך טוהט ער אויף דארט אז ״זמן״ איז נאר תלוי אינעם נפש האדם און אין ווי אזוי אונז טוהן פּערסיוון זאכן, וואס דאס קען נוגע זיין צו די גאנצע שמועס) ע״ש באריכות.

די גמרא זאגט (תענית ח: ב״מ מב.) אויפ׳ן פסוק (דברים כח ח) יצו ה׳ אתך את הברכה ״באסמיך״, שאין הברכה מצויה לא בדבר השקול ולא בדבר המדוד ולא בדבר המנוי אלא בדבר הסמוי מן העין ע״ש. איז קען מען זאגן אז דאס איז מען מרמז דא פּקוֹד תִּפְקוֹד בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה, והיינו אז בנוגע ״זמן״ וואס איז נישט ניתן תחת ״מספר״ נאר איר דרך פון ״פקידה״ איז ב״שיעור״ וכהאור ה׳, איז ממילא ביי דעם קען זיין בִּרְכַת ״אֲסָמֶיךָ״ תַּפְרֶה ווייל עס איז נישט מנוי ב״מספר״.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 9:30 am

· #461803
אז מ'רעדט פונעם אור ה' בענין "זמן", וואס ער האט געהאלטן אז תכלית הבריאה (אפילו עפ"י פילאזאפיע) איז אהבת ה', איז אינטרעסאנט אראפצוברענגן די מימרא פון (להבדיל) דער שרייבער און פייטן ניק לעירד: "דאס "צייט" איז וויאזוי דו שפענדטס דיין אהבה."

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 4:50 pm

· #463057
📎 E80BC17C-185C-4819-91FC-344FA63FDF00.jpeg
ממשנתו של הפיזיקער דר. דזשאן ארטשיבּאָלד וויִלער אינעם געביט פון דידזשיטעל פיזיקס און זיין ״איט״ פון ״בּיט״ דאקטרין.

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:28 am

· #489657
📎 9E18482E-DB22-411A-8F7F-8CD556C77F68.jpeg
דר. קאַרלאָ ראָוועלי.