☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » געזעצן פון טערמאדינאמיקס

געזעצן פון טערמאדינאמיקס

117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13861
בלאט: 1 2 3

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 1:20 pm

· #507904
אז מ׳האט דערמאנט דעם געדאנק פון ״טערמאָעקאנאמיקס״ האט דער פיזיקער און עקאנאמיסט דר. דניאל ספּרענג געמאכט די טרייענגעל: 📎 3C159A00-5FAF-411B-AB91-FD67C7EC7B10.jpegצו ווייזן אויף די שייכות צווישן די דריי זאכן:

1). ענערגיע [אין גרין]

2). אינפארמאציע [אין רויט]

3). צייט [אין בלוי]

ווי אזוי עס ארבעט איז אז ווי מער רעכטס אויפ׳ן טרייענגעל אלס מער אינפארמאציע ומדע האט מען און אלס ווייניגער ענערגיע דארף מען אויסנוצן אויף צו עררייכן עפעס; מ׳איז מער עפישענט. אבער טאמער וויל מען דאס עררייכן אין ווייניגער צייט, מ׳רוקט זיך ארויף אויפ׳ן טרייענגעל, דאן אפילו מיט דעם פעהלט אויס מער ענערגיע.

דר. סאַבּיִן האָסענפעלדער האט קושיות דערויף.

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 5:33 pm

· #509873
לגבי טערמאָעקאנאמיקס איז אינטרעסאנט ווי אין די לעקציע איז דר. איִען שפירא מסביר שיטתו של דר. ראבּערט נאָזיק אז נישט קיין חילוק וואס דיינע initial conditions זענען אויף צו האלטן אלע גלייך אין אַן עקאנאמישן זין, וועט עס בהכרח זיך אלעמאל עווענטועל "אויסשפרייטן" צו inequality. א סארט ענטראָפּי דערין.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 3:06 pm

· #512609
‏דא האב איך געשריבן:
מי אני
אין אנדערע ווערטער, אויפעסן אן עראפלאן איז א פיזישע אומעגליכקייט, משא״כ די דייס איז א סטאטיסטישע אומעגליכקייט. (ענליך צו די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס וואס זאגט אז עס איז סטאטיסטיש, נישט פיזיש, אומעגליך אז די ענטראפי/אי סדר פון א פארמאכטע סיסטעם זאל ווערן ווייניגער.)
דער כעמיסט דר. עלען האַרוויִ שרייבט טאקע:
while violations of the 2nd law are highly improbable (this improbability is the essence of the 2nd law in the statistical-mechanical formulation), not every improbable event is a violation of the 2nd law. For example, if I flipped a coin 1000 times and came up "heads" each time, it would be highly improbable but would not violate any laws of thermodynamics
מיינענדיג אז די צווייטע געזעץ זאגט:
~צווייטע געזעץ ← ~פּראַבּעבּל
דאס באדייט אבער נישט אז איר אינווערס איז אמת:
~פּראַבּעבּל ← ~צווייטע געזעץ

***

‏דא ליינט דער מוזיקאנט שׁאַן לענאן א פייט פונעם נאבעל-געווינער כעמיסט דר. ראָעל האפמאן איבער ענטראָפּי.

***

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=512663#p512663

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:18 pm

· #513287
קוּרי׳ס פּרינציפּ
לגבי טיים-אינוועריענס און סימעטרי איז דא אין סימעטרי קוּרי׳ס פּרינציפּ. דאס לויטעט אז אויב טרעפט מען אַן אסעמיטרי אין די אפעקט פון א זאך, מוז עס שוין האבן דארט געווען אין די פועל דערפון אויך - די אינישׁעל סטעיט. למשל, ווען איך שטופּ א pendulum פון רעכטס צו לינקס. דערנאך מיטאמאל פליפּ איך דאס גאנצע אז וואס איז רעכטס איז לינקס און וואס איז לינקס איז רעכטס (א פּעריטי טרענספאָרמעישאן). אין אזא פאל האט זיך אויך די אסימעטרי פון וואו עס האט זיך אָנגעהויבן די שטופּ פונקט אזוי זיך געטוישט פון רעכטס צו לינקס. 📎 11B6352B-C77E-4EC2-902F-BC6093EE1B07.jpeg דר. בּרייען ראַבּערטס האט אבער געזאגט אז אין דעם גילט דאס נישט אינגאנצן. והיינו, ווייל אויב איז די איינציגסטע זאך וואס איך טויש די דירעקציע פון צייט, דאן די דירעקציע פון וויאזוי עס רוקט זיך טוישט זיך און איז סימעטריקעל צו פריער, אבער די אסימעטרי פון וואו עס הויבט זיך אָן טוישט זיך נישט און עס איז נישטא אין איר פועל פארוואס עס גייט דוקא פון לינקס צו רעכטס.

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 6:45 pm

· #514831
דא האט @tachlis געפרעגט:
Tachlis
וויאזוי זעהט אויס ענערגיע?

מ'רעדט אלס וויאזוי ענערגיע מאכט אנדערע זאכן זיך רוקן, אבער וויאזוי ענערגיע זעלבסט זעהט אויס און וויאזוי ענערגיע רוקט זיך אליין האב איך נאך קיינמאל נישט געזען איינעם מסביר זיין.

אויב איינער ווייסט וואס ענערגיע איז, זאל ער ביטע זיך אנרופן. יישר כח!
די שאלה איז בתוך פיזיקס. דאס איז וואס די פיזיקער דר. פּאָל פּענסעלאַ און דר. מאַרק האָמפרי שרייבן:
Before getting into what energy is, it’s worth stressing a couple of things that energy is not. The precise physics concept of energy is only vaguely similar to the way the word “energy” is used in everyday terms. When someone says they “have no energy” first thing in the morning, or describes someone else as “energetic,” they aren’t talking about the exact physical quantity we have in mind here

It is also important to distinguish energy from another quantity we have already talked about: force. Energy and force are two different physical quantities (like distance and time) and are measured in completely different units

So if energy is not a feeling or a force, what is it? Any general definition will try to make use of the fact we noted above: energy is that essential thing that is required to make anything happen. We’ve already seen that a force is needed to change the motion of an object, but force alone is not sufficient. Recall our discussion of equilibrium. It is possible for forces to be present without changing the motion of an object, i.e., when the forces add up to zero. Many textbooks define energy as the ability to do work on an object. That definition doesn’t help very much until we know the precise meaning of work

For now, let’s establish that energy is not a substance, but a quantity of something that can be well defined in a variety of situations. It comes in many forms, and all the interesting things that happen in the universe happen when energy changes form or when it’s transferred from one place to another
אויבן הא'מיר גערעדט איבער ארבעט און פאָרס בתוך פיזיקס.

Tachlis » זונטאג יאנואר 1, 2023 7:11 pm

· #514834
מי אני


For now, let’s establish that energy is not a substance, but a quantity of something that can be well defined in a variety of situations. It comes in many forms, and all the interesting things that happen in the universe happen when energy changes form or when it’s transferred from one place to another
דאס מאכט מיר נאך נישט קלאר, מסכים אז עס איז נישט די פארס נאר "עפעס" אבער וואס?? און וויאזוי באקומט ענערגיע די ענערגיע צו אפלייען א פארס????

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 7:17 pm

· #514835
די שאלה איז לכאורה דומה צו "וואס געבט כח פאר כח?" מיינענדיג, אז ענליך צו ווי מ'פארשטייט אז די געדאנק פון "כח" (און איר מעסטונג) איז די מעגליכקייט צו פועל זיין (און וויפיל מ'קען פועל זיין) עפעס וכדומה, איז אט דאס די געדאנק פון ענערגיע. גיין מיט אַן אינפיניט ריגרעס אויף די מושג אליין איז לכאורה זינלאז.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 1, 2023 7:20 pm

· #514836
איך האבן אן אנדערע פראגע, וואס מאכט matter פאר matter? וויאזוי באקומט די matter די matter צו זיין matter????? זייער וויכטיג צו וואוסן.... איך פייגער פאר נייגעריגקייט........

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 7:27 pm

· #514837
טעקניקעלי די שנעלקייט פון ליכטיקייט, עפ"י מאסע-ענערגיע עקוויוועלענס (וואס איך האב טאקע דארט אויבן דערמאנט)...

כ'האף כ'האב דיר "מאיר" עינך געווען...

זאגסט, און יעצט פארשטייט מען שוין וואס הקב"ה האט דוקא אָנגעהויבן מיט דעם "ויהי אור" ביום ראשון מששת ימי בראשית, צו טראנספארמירן דעם קול ה' "בכח" (וואס שטייט נאך דעם קול ה' על המים במזמור כט בתהלים, וואס פאר בריאת האור איז געווען ורוח אלקים מרחפת על פני "המים"), צו חומר...

Tachlis » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:00 pm

· #514849
מי אני
די שאלה איז לכאורה דומה צו "וואס געבט כח פאר כח?" מיינענדיג, אז ענליך צו ווי מ'פארשטייט אז די געדאנק פון "כח" (און איר מעסטונג) איז די מעגליכקייט צו פועל זיין (און וויפיל מ'קען פועל זיין) עפעס וכדומה, איז אט דאס די געדאנק פון ענערגיע. גיין מיט אַן אינפיניט ריגרעס אויף די מושג אליין איז לכאורה זינלאז.
מיינסט צו זאגן אז ענערגיע איז ענדערש א מושג (כח) ווי איידער א חומר?
לויט ווי כהאב פארשטאנען (אויב איך האב.....) פון וואס דר. פּאָל פּענסעלאַ און דר. מאַרק האָמפרי שרייבן איז עס יא עפעס א חומר 🙄

ביטע קלאר מיר אויס רב מי אני

Tachlis » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:05 pm

· #514851
מיינסט צו זאגן אז ענערגיע איז א פארס נאר נישט אין א רעסטינג סטעיט נאר ווען עס מאכט עפעס זיך רוקן?????????

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:33 pm

· #514853
ענערגיע איז בעצם א לויזערע קאנצעפט פון ״איז״. מ׳קען עס טאקע בעצם מעסטן אבער נישט ממש ״אָנכאפן״. מ׳קען עס ענדערש אביסל צוגלייכן אין דעם צום געדאנק פון פאָרס, והיינו א שטופּ אדער שלעפּ, אדער ״שנעלקייט/וועלאסיטי״ לשלעצמם, וואס די מעשה אליין, אָנעם בעל חומר וואס טוהט דאס און אויף וועמען עס באציהט זיך, איז אויך א בעצם לויזערע קאנצעפט.

‏פאָרס איז וואס ווערט געטוהן אויף א זאך, משא״כ ענערגיע איז וואס א זאך בעצם האט. וממילא דאדורך איז ענערגיע מקושר צו פאָרס ע״י ארבעט הנ״ל: ענערגיע איז די מאס מעגליכקייט וכו׳ צו קענען מאכן א פאָרס אויף/איבער א (געוויסע) שטרעקע.

Tachlis » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:37 pm

· #514854
סא ענערגיע איז נישט קיין חומר נאר א מעסטונג איבער וויפיל פאטענציאלע פארס א זאך האט???

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:40 pm

· #514855
יא (עכ״פ מער-ווייניגער). און בשעת עס רוקט זיך ממש, די שטופּ/שלעפּ איבער׳ן שטרעקע, איז עס די כח בפועל ממש וואס מ׳זעהט; קינעטיק ענערגיע.

Tachlis » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:48 pm

· #514856
אבער אויב אזוי פארוואס שרייבן זיי אז "energy is a property of matter and space" וואס הייסט אז עס איז חומר? עס איז דאך נאר פאטענציעלע פארס?
📎 Energy - Simple English Wikipedia, the free encyclopedia - Google Chrome 1_1_2023 9_41_51 PM.png

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 9:56 pm

· #514858
וואס איז די סתירה? ווי געשריבן פריער איז ענערגיע עפעס וואס א זאך (ווי אזוי אימער מ'זאל דעפינירן "זאך": מעטער און ספּעיס) האט און פארמאגט; א פּראפּערטי דערפון. ("פּראפּערטי" באדייט נישט "חומר" ממש.)

Tachlis » זונטאג יאנואר 1, 2023 10:08 pm

· #514860
got it


כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקען מי אני, דאס איז געווען עפעס וואס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען און עס פלעגט מיר געפערליך נערווירן אז איך פארשטיי עס נישט
און פיינעלי פארשטיי איך עס שוין, יישר כח מי אני!! יישר כח

קול דודי » מיטוואך יאנואר 4, 2023 11:04 am

· #515038
מי אני
דא האט @tachlis געפרעגט:
Tachlis
וויאזוי זעהט אויס ענערגיע?

מ'רעדט אלס וויאזוי ענערגיע מאכט אנדערע זאכן זיך רוקן, אבער וויאזוי ענערגיע זעלבסט זעהט אויס און וויאזוי ענערגיע רוקט זיך אליין האב איך נאך קיינמאל נישט געזען איינעם מסביר זיין.

אויב איינער ווייסט וואס ענערגיע איז, זאל ער ביטע זיך אנרופן. יישר כח!
@tachlis
שאלה יפה שאלת. דער ריכטיגער ענטפער איז אז ענערגיע איז פשוט אן אבסטראקט נומבער וואס מענטשן האבן אויסגעטראכט כדאי צי העלפן אונז מענטשעלעך אויסרעכענען פארשידענע זאכן וועגן דעם פיזישען וועלט. וואס דער נומבער רעפרעזענטירט ווייסן מיר נישט. מעגליך אפילו אז עס רעפרעזעטירט נישט גארנישט, נאר עס ארבעט אזוי בדרך נס למעלה מהשגתינו.

אויב פארשטייסטו ענגליש איז כדאי אויסצוהערן דער וועלט-בארימטן פיזיקער ריטשארד פיינמאן ז"ל אט דא (פאר בערך אכט מינוט):
https://youtu.be/ba3IxuYsuxQ?t=1338

אויך איז כדאי עם אויסצוהערן בכלל, אויב מ'איז אינטערעסירט אין די זאכן.

מי אני » זונטאג מערץ 12, 2023 7:05 pm

· #518472
‏דא איז דר. שׁאן קעראל מסביר אז א העכערונג אין ענטראָפּי, והיינו אי-סדר, באדייט נישט דייקא א העכערונג אין קאמפּלעקסיטי. 📎 77D43F4B-9A4E-4658-89E5-0099029EB5CB.jpeg ובנוגע דעם אז "ג-ט" איז די געדאנק פון "טויש" ובזה פונעם צווייטן געזעץ און ענטראפּי, איז דאך אבער דעם קאנצעפט פון "ג-ט" אויך דעם געדאנק פון אחדות ופשטות. וממילא איז דאס אולי א רמז אין די געדאנק פון "והוא ראשון והוא אחרון": פשטות הגמור ביים אנהויב אין טערמינען פון פיזיקס, און אזוי אויך ביים סוף, און וואס גייט און צוזאמענהאנג מיט די העכערונג אין ענטראפּי און טויש.

דארט אין די קאמענטארן האט איינער געשריבן אזא פּאעזיע:
Entropy, a law that holds true
In every particle, in every hue

The universe, forever in decline
From order to disorder, in a steady line

But within this chaos, a spark of hope
A flicker of life, that helps us cope

For from entropy, life did arise
In a cosmic dance of energy and size

Matter, in motion, in the primeval sea
A dance of atoms, wild and free

A spark of energy, a flash of heat
And life, in all its forms, did meet

Organic molecules, the building blocks
Of life, that nature did unlock

With time and chance, they came together
To create, a world like no other

In the vast expanse of space and time
Entropy, the engine of life's climb

For in the chaos, the randomness
Life, the greatest wonder of all, does manifest

So let us celebrate this cosmic dance
Of entropy and life's circumstance

For in the ebb and flow, we see
The beauty and mystery, of physics and biology
ולגבי די אָנגעבליכע הוכחה אז וויבאלד די יוניווערס האט זיך לכאורה אָנגעהויבן מיט גאר נידעריגע ענטראפּי ביחס צום יעצטיגן תקופה, צייגט דאס לכאורה אויף א בריאה ביים אָנהויב, וואס דאס איז דאך איינע פון די הנחות פונעם קאלאם קאסמאלאגישן ארגומענט, זאגט דא דר. קאראל (אין א דעבאטע מיט דר. וויליאם לעין קרעיג): 📎 state.jpg עס זענען דא מאדעלן וואס דארפן נישט מודה זיין דערצו אז עס איז געווען דייקא "נידעריג" אינעם עבר. זיין פערזענליכע מאדעל איז ענליך צו דר. וויקטאר סטענגער'ס וואס איך האב צוגעברענגט: 📎 model.jpg

מי אני » פרייטאג מערץ 17, 2023 12:34 pm

· #518822
📎 D0467C7E-A62C-4AEA-AD7D-41AB56E68A43.jpeg

צקון לחש » פרייטאג מערץ 17, 2023 12:53 pm

· #518824
מי אני
📎 D0467C7E-A62C-4AEA-AD7D-41AB56E68A43.jpegD0467C7E-A62C-4AEA-AD7D-41AB56E68A43.jpeg
מקור?

מי אני » פרייטאג מערץ 17, 2023 1:11 pm

· #518825
זאגסט, עפ"י די ערשטע געזעץ קען עס דאך נישט קומען מאַיִן... 😃

די מקור איז פון וואס דזשוליען טעילאר (א סאפטוועיר ענדזשיניר) האט געשריבן דא.

די נושא זיינער דארט איז נישט איבער טערמאדינאמיקס. ער זאגט דאס בדרך אגב.

איך האב עס צוגעברענגט ווייל עס איז ענליך צום קיצור פון ראבּערט שאדעוואלד איבער די געזעצן, וואס איך האב דא פריער צוגעברענגט.

מי אני » מאנטאג מערץ 27, 2023 10:11 pm

· #519819
דא האט @berlbalaguleh געבעהטן אז מ'זאל מסביר זיין דעם פארמולא פאר אינדאקטיוו ריעקטענס. אלס אין מסרבין לגדול וועל איך אביסל שרייבן דערוועגן, הגם נישט אין קיין אריכות (איך בין אויסדרוקליך נישט קיין עקספּערט דערין). דאס גייט זיין אביסל א המשכה פון וואס איך האב אויבן געשריבן, וואס איז אויך געווען עפ"י בקשת ר' בערל. אויבן האב איך אביסל מסביר געווען דעם געדאנק פון אינדאָקטענס און קעפּעסיטענס, פערעדעי׳ס געזעץ פון אינדאָקשען און אַן עלעקטראָמאָטיוו פאָרס, ווי אויך די מעסטונגען פון עמפּירס/עמפּס, וואָלטס/וואָלטעדזש, פלאָקס, און אָמס. קחנו משם.

אין פיזיקס בכלל, ול"ד מיט עלעקטריק, איז דא דאס מעסטונג פון א הערץ. א הערץ איז די מעסטונג פון וויפיל מאל א זאך גייט אין א סייקל איבער פּער סעקונדע. דאס נוצט מען ביי יעדעס מעסטונג פון וועיווס.

יעצט, ווי באקאנט איז אין עלעקטראנישע קאָרענטס אין סירקוטס זענען דא צוויי סארטן: דירעקט און אָלטערנעיטינג. א דירעקט קאָרענט איז ווען די עלעקטראנישע קאָרענט פליסט כסדר אין איין דירעקציע. משא"כ אַן אָלטערנעיטינג קאָרענט איז ווען דאס טוישט זיך כסדר אהין און צוריק. די טויש, וועלכע איז אין סייקלס, ווערט געמאסטן אין הערץ.

עס איז דא דאס מעסטונג פון א הענרי און א וועבער. איין הענרי איז דאס מעסטונג ווען אַן עלעקטראנישע קאָרענט וואס טוישט זיך אין רעזיסטענץ מיט איין עמפּ פּער סעקונדע איז גורם אַן עלעקטראָמאָטיוו פאָרס פון איין וואָלט אויף די אינדאָקטער. מ'קען דאס אויך באטראכטן ווי וויפיל אָמס עס זענען דא, וואס איז דאך די רעזיסטענס כנ"ל, טיימס יעדעס סעקונדע, גייט מיר געבן די הענריס.

א וועבער איז די פלאָקס וואס (ביי איין דריי ארום די עלעקטרישע סירקוט) וועט גורם זיין בסתם אַן עלעקטראָמאָטיוו פאָרס פון איין וואָלט. (מ'קען דאס באטראכטן ווי די מעסטונג ווען איך מאָלטיפּליי די וואָלטעדזש ביי די סעקונדעס וואס גייען דורך.) עס קומט אויס אז ביי א דריי אינעם אינדאָקטער איז איין הענרי איין וועבער דיוויידעד ביי די עמפּס וואס זענען דא.

ועפי"ז קען מען ממשיך זיין צו מסביר זיין די געזעץ וואס @berlbalaguleh האט צוגעברענגט. והיינו, אז איך מאָלטיפּליי τ טיימס די הערץ פון דעם אָלטערנעיטינג עלעקטראנישע קאָרענט וואס איז דא, און מאָלטיפּליי ווייטער טיימס די הענריס פונעם אינדאָקטער [די ווייר/קויל וואס דרייט זיך], גייט דאס מיר געבן די כח פונעם אינדאָקטער אין אָמס.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2023 11:41 pm

· #519822
מי אני: ייש"כ. נאר ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז די חשבונות פון הערץ (קילאסייקלס, מעגאסייקלס און גיגאסייקלס אדער הערץ) איז הויפטזעכליך נאר שייך ביי אלטערנעיטינג קאררענט. נישט ביי דיירעקט קאררענט (די.סי.). אויסער, אין געוויסע פעלער ביי פולסעיטינג די. סי. אדער ווען א האלבער וועיוו איז רעקטיפייד. אדער געבלאקט. דאס קען מאכן די.סי. עקוויפמענט, אזוי ווי רילעיס און ספיקערס ארבעטן. נאר ס'געט ארויס א "האם". א ברום. דאס ווערט אנגערופן האממינג די.סי. איז דא אן עצה פאר דעם אויך. מ'לייגט ארויף א (שטארקן לכה"פ 500 מ.פ.) קעפעסיטאר. דאס גלייכט אויס דעם וועיוו. און ס'ווערט א גלאטע (סמוטה) די. סי. סוירקוט.

איך רעד דא פון אייגענע עקספיריענס (נישט סתם טעאריעס). איך וויל נישט באלעמוטשען דעם עולם צו פארציילן וואס איך בין אדורכגעגאנגען ביז איך בין געפאללן אויף דער המצאה. איך האב אויך אנגערופן די גרויסע דזשי. אי. (דזשענעראל עלעקטריק) פאר הילף. און איך האב אויסגעפונען אז זיי ווייסן א מכה...!

מי אני » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 11:57 am

· #520111
נעגענטראָפּי און די פּאַרטישאן פאָנקשען
לגבי דעם געדאנק פון (גיבּס) פרייע ענערגיע און די געדאנק פון ״לעבן״ ביחס צו ענטראָפּי און דאס ״שראדינגער פּאראדאקס״ אז ״לעבן״ זעהט אויס צו גיין קעגן דאס צווייטע געזעץ, איז דא די געדאנק, וואס דר. ערווין שראדינגער האט טאקע געקוֺינט, פון נעגאטיווע ענטראָפּי אין א סיסטעם וואו די ענטראָפּי ווערט ווייניגער דורכ׳ן פארמערן די ענטראָפּי על הכלל אין אלע סיסטעמען, וואס דער פיזיקער ליאן בּרילאָין האט פארקערצערט צו נעגענטראָפּי. דאס איז פשוט די מאס ענטראָפּי וואס קען נאך צוקומען אין דעם סיסטעם.

דאס קען מען טעקניקעלי רעכענען דורך נוצן דעם דעם פּאַרטישאן פאָנקשען. והיינו, ווייל אין טערמאדינאמיקס איז דא דעם טערמאדינאמיק בּעטאַ וואס מעסט דאס קאלטקייט פון א סיסטעם. דאס איז דורכ׳ן נעמען דעם אינווערס/רעסיפּראקעל פונעם בּאָלטצמאן קאנסטענט וואס איז מאָלטיפּלייד ביי די טעמפּעראטור. ווען איך שטעל דאס צאם און מאָלטיפּליי דאס ביי די ענערגיע אין א געוויסע מייקראָסטעיט, און איך שטעל דאס אלס אַן אינווערס עקספּאָנענט צו אוילער׳ס נומער (e שהיא 2.71828…), איז דאס די בּאָלטצמאן פאקטאר.

יעצט, די פּאַרטישאן פאָנקשען איז א סיריִס וואו איך רעכען יעדעס מייקראָסטעיט, סיי די פון סדר און סיי די פון אי-סדר בתוך דעם מעקראָסטעיט פונעם סיסטעם פאר מיר, וואס עס איז שייך צו ווערן אויסגעשטעלט אינעם סיסטעם. ביי יעדעס מייקראָסטעיט רעכען איך די בּאָלטצמאן פאקטאר דערפון, און דערנאך רעכען איך זיי אלע צאם. 📎 9FCBFD44-3011-4082-A315-6DB45A43BC0C.jpeg אז איך נעם דערנאך די נעגאטיווע בּאָלטצמאן קאנסטענט און איך מאָלטיפּליי דאס ביי די נאטורליכע לאגעריטם (וואו e איז די בּעיס) פון די פּאַרטישאן פאָנקשען פון די גאנצע מעקראָסטעיט, דאן באקום איך די מעסטונג פון די נעגענטראָפּי דא.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:33 pm

· #522010
שלמה מימון אין זיין פירוש גבעת המורה אויפ'ן מו"נ (ח"א פע"ג) שרייבט:
וזה מבואר מאד בנסיון והוא שאם תחמם ידך האחת ותקרר השנית ותשים שניהם כאחד במים פושרים מיד תרגיש חום בידך הקרה, וקור בידך החמה, עם היות אחדים בעצמם, וזה היה בלתי אפשר אילו היו החום והקור איכות נמצאות במים עצמם חוץ לנפש, אבל באמת אין הענין בן, ר״ל שאין המים בעצמם לא חמים ולא קרים.
אויף דעם שרייבט דער ראגעטשאווער:
באמת ז״א, ורק כן דעיין [בח"ב] בהקדמה [ז'] כלל רק או זה או זה, או חום גדול אשר אין למעלה ממנו או קור גדול ג״כ, ומה שיש כמה דברים אשר נראה ממוצע, רק משום שהוא דבר מצורף משטח ומקצת ממנו כך ומקצת כך, ולפי חוץ נראה ממוצע, ואשר בהתערבו זה שני דברים הפכים כל אחד ואחד נשאר כמקדם, אף בלח בלח למ״ד יש בילה, ר״ה דף י״ג וזבחים דף פ׳, מ״מ טיפה היותר קטנה עומדת בפ״ע ונשארה כמקדם, ועיין תוס׳ בכורות דף כ״ב ע״ב ע״ש. עכ״פ כך זה ודאי כל דבר מרגיש רק ההפך ממה שהוא, דהיינו חם מרגיש בקרים וקר מרגיש בחמים, וא״כ כך, החמים נשארו בתקפם וכן הקרים, אף שהוא מעורב. רק מי שנתן יד לשם מרגיש ב׳ הפכים ולכן הוא מרגיש גדר פושרים, וא״כ מי שידו חמה מאד מרגיש רק המים הקרים ומי שידו קרה מרגיש החמים, וכן במי שידו אחת כך והשניה כך, זה ההרגש שלו ב׳ הדברים, אבל באמת הם חמים בעצם וקרים בעצם, וזה תליא אם דברים עצמם קור וחום או פעולה והעדר.
(דאס קען אויך גיין אין איינקלאנג מיט'ן געדאנק פון החילוק בין הרכבה שכונית להרכבה מזגית.)

דר. ישראל בלפר און דר. ישראל אורי מייטליס שרייבן אז דאס גייט (מער) אין איינקלאנג מיט די געדאנקן פון טערמאדינאמיקס וואס האבן זיך אָנגעהויבן אנטוויקלען בימיו:
הביאו אותו לכלל מסקנה כמעט-תרמודינמית התואמת לכאורה את זמנו (תחילת המאה ה-20), אף שהדבר נעשה במנותק מן המחקר הרעיוני והמדעי של התקופה.

בעשורים האחרונים של המאה ה-19 פיתחו במקביל מקסוול ובולצמן את ה מכניקה הסטטיסטית, שתופעות החום בה מוסברות במונחים של התפלגות סטטיסטית של מהירויות החלקיקים המרכיבים את החומר. התפלגות זו, הכוללת גם את החלקיקים המהירים ביותר וגם את האיטיים ביותר – במינון המתפלג סביב הממוצע בעקומה הנורמלית – מפיקה את התופעה הניתנת לחישה של חום במידה ממוצעת לסך החומר.

אין אינדיקציה שהרוגוצ'ובר הכיר את התפתחות התרמודינמיקה והמכניקה הסטטיסטית במהלך המאה ה-19 ;התיאור של הרוגוצ'ובר, 'החמים נשארו בתקפם וכן הקרים, אף שהוא מעורב, רק מי שנתן יד לשם מרגיש ב׳ הפכים ולכן הוא מרגיש גדר פושרים [...] אבל באמת הם חמים בעצם וקרים בעצם', גם אינו מצביע על אימוץ של המכניקה הסטטיסטית. עם זאת יש כאן הדים מרתקים לאופן חשיבה המתאים דווקא לתקופה זו: הרוגוצ'ובר מתאר את המים הפושרים במונחים דומים למציאות מכנית-סטטיסטית , דהיינו תופעה בקנה מידה גדול, מצב המורכב מן ההתרחשות המיקרוסקופית שאפשר למצוא בה את הקר ואת החם זה לצד זה, ועם זאת ההגדרה שלו לחום ולקור לקוחה מפרדיגמה מדעית טרום-מודרנית.
אגב, דארט קריגט זיך שלמה מימון מיט'ן רמב"ם וואס איז געגאנגען קעגן המדברים (מהקאלאם), זאגענדיג אז די מדע בזמנו איז בעסער פונעם רמב"ם'ס:📎 גבעת המורה שלמה מימון עג.jpg

זיצער » פרייטאג אפריל 21, 2023 12:06 am

· #522014
לויטן ראגעטשטאווער, אז די היץ בלייבט אויף איר שטערקסטן פארעם און נאר ווען איך בין קאלט שפיר איך עס, פארוואס אבער וועל איך עס שפירן ביחס צו מיין קעלט ? דהיינו אויב איך בין קאלט וועל איך שפירן הייס, אויב בין איך גאר קאלט ועל איך שפירן שטארק הייס און אויב בין איך פריזינג וועל איך שפירן ברי'עדיג, לכאורה איינמאל איך בין קאלט און קען (שוין) שפירן די היץ, דארף איך שפירן די הוץ מיטן פולסטען טעמפעראטור?

נאר אפשר מיינט ער, אז איך פיל טאקע יא די היץ מיטן פולן טעמפ. נאר לעומת זה ווייל איך בין דאך אביסל הייס אויך (דהיינו איך בין דאך נישט 'אזוי' קאלט) אויך שפיר איך די קאלטע באותו זמן שפירט זיך עס נישט אזוי הייס . אולי

והשנית, אויב דער היץ שטייט אויף זיין העכסטן, פארוואס טוט נישט די היץ די פעולה וואס היץ טוט, דהיינו מיר באמת אפברי'ען? (נישט די פילינג פון היץ, נאר בפועל לאזן א ברי).

וועט א מיקראסקאפישע גאר שטארקע היץ, וואס האט נישט קעלט ארום זיך, נישט טאן די פעולה וואס היץ טוט?

זיצער » פרייטאג אפריל 21, 2023 1:27 am

· #522021
יא א פונק איז א גוטע צושטעל.

בכלל וויאזוי שטימט דער טעאריע מיט הוץ טרענספער, ובפרט און א פליסיגע (fluid) וואס עס גייט מיט קאנוועקשן. און טרענספער איז דאך פשט אז איין מאלעקיול גיבט איבער פארן צווייטן
כהאב נישט, געלייענט די גאנצע אשכול בלויז די תגובה, קען זיין איך פרעג עם הארצות לגבי זאכן וואס די בארירסט פריער.

מי אני » פרייטאג אפריל 21, 2023 1:33 am

· #522023
ער האט טאקע נישט געוואוסט דערפון. לויט אים איז עס פשוט אינעם מזג וואס עס גראד זיך אויס אַן איקוועליבּריאום צווישן די הייסע, וואס בלייבן הייס, און די קאלטע, וואס בלייבן קאלט. און ווי דר. בלפר און דר. מייטליס זאגן טאקע אויף דעם, שטימט דאס נישט מיט טערמאדינאמיקס.

מי אני » פרייטאג אפריל 21, 2023 10:03 am

· #522041
היץ טראנספער
ווי ארויסגעברענגט עטליכע מאל, טוהט היץ/טערמאלע ענערגיע גיין, עפ״י די צווייטע געזעץ, פון ווארעם צו קאלט [די קאלטע ראיאן אין די קאנטעקסט ווערט גערופן די היץ סינק], ביז עס ווערט שוה. ביי סאלידס, וואו ביידע ראיאנען זענען אנדערע טעמעפּעראטורן, וועט די היץ טראנספער ארבעטן עפ״י טערמאלע קאַנדאָקשען. דאס ארבעט אז די היץ ענערגיע גייט דורך די סאליד ממש, און ווערט איבערגעגעבן דורכ׳ן דאס ״אריינקראכן״ פון די פּאַרטיקלס און/אדער דאס אריינקראכן פון די שאקלען (ווייבּרעישאנס; גערופן פאָנאַנס).

צו רעכענען און דעפינירן דעם פלוס דערביי איז דא פאָריעי׳ס געזעץ. דאס לויטעט אז אויב וויל מען רעכענען דעם היץ פלאָקס, והיינו דאס פלוס פונעם היץ ענערגיע (גערעכענט אין וואַטס, והיינו א וואַט איז איין דזשוּל פּער סעקונדע, וואס א דזשוּל איז די מאס ארבעט וואס ווערט געטוהן ווען איך געב א פאָרס פון איין ניוּטאן וואס רוקט עפעס איין מעטער. א ניוּטאן באדייט א פאָרס וואס קען עקסעלערעיטן א קילאגראם צו גיין איין מעטער) איבער א שטח ביי א געוויסע צייט, דאן רעכען איך די קאַנדאָקטיוויטי פונעם סאליד, ווי גוט עס לאזט דורך די מאלעקיולס זאלן קענען ״אריינקראכן״, טיימס די דירעקציע און שנעלקייט פונעם היץ פלוס וואס ווערט גערופן דאס טעמפּעראטור גרעידיענט (און איז ממילא א וועקטאר). איך געב דאס דערנאך א נעגאטיווע וועליוּ, וויבאלד די טעמפּעראטור גייט דאך אראפ.

מ׳קען אויך רעכענען דעם היץ פלאָקס פשוט אלס׳ן (נעגאטיוון) קאַנדאָקטיוויטי טיימס די חילוק אין טעמפּעראטור צווישן די צוויי ראיאנען, דיוויידעד ביי די ווייטקייט/דיקקייט צווישן זיי (ווי ווייטער אלס שווערער פאר די היץ טראנספער פון איין ראיאן צום צווייטן). צו וויסן דעם קאַנדאָקטיוויטי פון א מאטעריאל, איז איינמאל מ׳זעהט דעם היץ פלאָקס (וואס מ׳מעסט אין וואַטס כנ״ל), וואס איז דאך פּראפּארציאנאל צום טעמפּעראטור גרעידיענט, ביי דעם מאטעריאל, דאן לפי״ז קען מען סאַלוון די עקוועישאן הנ״ל און וויסן דאס קאַנדאָקטיוויטי פון דעם מאטעריאל דא.

ביי פלוּאידס, וואס זענען געזעס אדער ליקווידס, איז, ווי @זיצער האט פריער דערמאנט, דא ביי היץ טראנספער די ברייטערע געדאנק פון קאנוועקשאן. דאס איז כולל בתוכה סיי קאנדאָקשען הנ״ל פונעם דאס איבערגעבן די ענערגיע דורכ׳ן ״אריינקראכן״ וכו׳, און דורך עדוועקשאן וואס באדייט דאס פשוט גיין פון אסאך מאלעקיולס צוזאמען פונעם הייסן ראיאן צום קאלטן און זיך ״באזעצן״ דארט און אוועקרוקן די הייסע ארויף; עס מישט זיך אויס אין ״בּאָלק״. די עדוועקשאן ארבעט נאטורליך דורך בּוּיאנסי ועפ״י גראוויטי, וויבאלד די הייסע ראיאן צושפרייט זיך מער די מאלעקיולס דערין, וממילא איז עס ווייניגער דענס ווי די קאלטע ראיאן. אדער קען דאס (צוזאמען) ארבעטן דורך דעם וואס מ׳פּאָמפּט דאס און אזוי מישט זיך עס.

דאס רעכענט מען אויך ענליך צו קאַנדאָקשען. והיינו, עפ״י כל הנ״ל איז דא די געדאנק פונעם היץ טראנספער קאָעפישענט. דאס איז די היץ פלאָקס הנ״ל ביי דעם, דיוויידעד ביי די חילוק אין טעמפּעראטור צווישן די פלוּאיד און די סאַליד כלי הכולל אותה. (די אינווערס דערפון איז דאס אינסולענס וואס לאזט נישט דורך די היץ טראנספער.)

היץ טראנספער גייט אויך צו ע״י רעידיעישאן, וואו דאס ״שאקלען״ פון די פּארטיקלס ווערט פארוואנדעלט אין צו עלעקטראמאגנעטישע כח ארויס.

זיצער » פרייטאג אפריל 21, 2023 4:43 pm

· #522078
אויב אזוי איז קאנוועקשן בכלל נישט קיין עקסטערע טרענספער מציאות, נאר די חלק א קאנדאקשן שבו, אבער די עדוועקשן איז בכלל נישט קיין טרענספער, דער זעלבע מאלעקיול גייט און באזעצט זיך ערגעץ אנדערש. איז פארוואס איז עס דריי וועגן פון היץ טרענספער, די טרענפער דאס הייסט היץ איבערגאנג פון איין מאלעקיול צום צווייטען, געשעהט אייביג דורך קאנדאקשן אדער ראדיעישן.

און מיין צושטעל ביי יענע תגובה געווען נישט ריכטיג.

מי אני » פרייטאג אפריל 21, 2023 5:05 pm

· #522081
אז מ'באטראכט דאס ממבט המאלעקיולס גופא, זייערע מייקראָסטעיטס, איז די היץ טראנספער דורך קאנדאָקשען. אבער ווען מ'באטראכט די היץ טרענספער פונעם גאנצן פלוּאיד(ס), די מעקראָסטעיט(ס), דאן איז דאס דורך עדוועקשאן אויך.

מי אני » מיטוואך מאי 17, 2023 3:10 pm

· #524992
דער פיזיקער דר. שׁאַן קעראל טענה׳ט אז עס קען נישט זיין אז עס זענען דא בּאָלטצמאן מוחות, וואס נאך אַן אבנארמאלע לאנגע צייט פון הויכע ענטראפּי קומען פונקט צוזאם פליצלונג אלס נאר א מח מיט עקספּיריענסעס און זכרונות פונעם עבר און עס מיינט כאילו עס האט געלעבט ביז אהער וכו׳ וכו׳. ווייל עס איז דאך דאן פונקט אזוי יתכן אז דער מענטש אליין וואס קלערט דעריבער איז אליינס א בּאָלטצמאן מח. און אויב אזוי איז דאך זיין גאנצע דיון נאר מבוסס אויף רענדאם פלאָקטוּעישאנס במוחו און נישט אויף א טיפע קאגניטיוו סברא; פונקט אזוי ווי זכרונות לגבי בּאָלטצמאן מוחות. וממילא קענסטו דאך נישט אָננעמען דיין ריִזעניִנג פאר דאס עקזיסטענץ פון בּאָלטצמאן מוחות, זייענדיג אז דו אליינס קענסט זיין א בּאָלטצמאן מח וואס איז דאך נישט שייך דערין קיין ״ריִזעניִנג״. וממילא נעמט ער אָן אז עס איז נישט פיזיש שייך (ער לאַנט דאס אונטער ווייל עס איז לכאורה נישטא קיינע פלאָקטוּעישאנס אין א סטעיבּל סטעיט).

דער פיזיקער דר. מעט וואן היפּעל שרייבט אז דאס איז בעצם דומה צום קאדזשיטו טענה און דעם פראבלעם פון אינדאָקשען פון דוד הום. וממילא פרעגט דאס אפ די טענה פון דר. קעראל: אויב איז די ספק ממילא דא און מען קען זיך דאך פארלאזן אויף ריִזעניִנג, דאן איז דאס זעלבע דא אויך.

דער פילאזאף דר. אלכסנדר פּרוּס שרייבט דערין אז ווארט צו א מינוט-צוויי צו זעהן צי דו הייבסט אָן אויסגיין, וועסטו וויסן צי דו ביסט א בּאָלטצמאן מח צי נישט…
‏דא ברענגט דער פיזיקער דר. זשאַק פּיינאר אויך אראפ ענליך.
‏(הגם, יעדעס סעקונדע קען מען דאך זאגן אז די בּאָלטצמאן מח איז יעצט צושטאנד געקומען, און דאס וואס דו געדענקסט זיך ספק׳ענען איבער צי דו ביסט א בּאָלטצמאן מח א מינוט צוריק, איז אליינס א חלק פון די זכרונות וואס זענען מיט געקומען דערמיט.)

צקון לחש » מיטוואך מאי 17, 2023 3:33 pm

· #524998
מי אני
דער פיזיקער דר. שׁאַן קעראל ... וממילא נעמט ער אָן אז עס איז נישט פיזיש שייך
נישט "פיזיש" שייך? איז דאס א טייפאו?
(איך האב גראדע זוכה געווען צו הערן דעם שמועס פון דר. קעראל'ס מויל אליין אין זיין בוך The Big Picture, נישט אז איך האב עס פארשטאנען...)

מי אני » מיטוואך מאי 17, 2023 4:44 pm

· #525016
ניין. ער קלערט (ווי איך צייכן צו אין מסגריים) אז עס איז נישט שייך עפ״י פיזיקס אויך נישט.

צקון לחש » מיטוואך מאי 17, 2023 5:47 pm

· #525022
מי אני
ניין. ער קלערט (ווי איך צייכן צו אין מסגריים) אז עס איז נישט שייך עפ״י פיזיקס אויך נישט.
וועל איך מיך בע"ה מתעמק זיין אין דיינע / זיינע ווערטער, א דאנק!

מי אני » מיטוואך מאי 24, 2023 5:34 pm

· #526006
בנוגע די ערשטע געזעץ איז אינטרעסאנט וואס אפלטון שרייבט אין זיין דייעלאג געזעצן (מאמר י) לגבי דעם נפש:📎 געזעצן.jpg

מי אני » דאנערשטאג יוני 1, 2023 6:34 pm

· #526875
‏דא זאגט דער פיזיקער דר. דניאל ווייטסאן אז די עקספּענשאן פונעם יוּניווערס, וואס דאס ברענגט מער טונקעלע ענערגיע (וואס טוהט ווייטער שטופן די עקספּענשאן, וחוזר חלילה) און טוהט דאדורך אויך רעדשיפטן פאטאנס וממילא פארלירן זיי ענערגיע (אויף אסאך א קלענערן פארנעם), באדייט אז קאַנסערוועישאן פון ענערגיע האלט נישט. ער זאגט אז דאס איז מכח דעם אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס טוהט טאקע צוברעכן דעם סימעטרי פון ספּעיסטיים אין וועלכעס די קאַנסערוועישאן פון ענערגיע איז אָנגעוואנדן.

ער זאגט אז עס איז למעשה קאנטראווערסיאנאל און עס זענען דא פיזיקער וואס טענה׳ן אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס איז גורם נעגאטיווע גראוויטעישאנעל (פעלד) ענערגיע וואס טוהט אָפסעטן די טונקעלע ענערגיע וואס קומט צו, וממילא איז נאך אלס דא קאַנסערוועישאן פון ענערגיע.

מי אני » דאנערשטאג יוני 8, 2023 9:42 am

· #527639
דר. עריק טשעיסאן ווייזט אויף אז אחוץ פון דעם גרעסערן פראבלעם פון קלימאט טויש וואס ווארעמט און העכערט דעם טעמפּעראטור פונעם גאנצן פּלאנעט דורכ'ן אריינלאזן היבשע קוואנטומען פון קארבּאן דיאקסייד אינעם אטמאספערע וואס טוהט טרעפּן און נישט ארויסלאזן היץ, איז דא א טיפערע פראבלעם. והיינו, אז עפ״י די צווייטע געזעץ גייט דאך יעדעס סיסטעם על הכלל כולו פון מער סדר צו אי-סדר. ולכן ווען מען נוצט ענערגיע מדבר, נישט קיין חילוק וועלכע ענערגיע, קען דאס נישט זיין 100% עפישענט און א חלק וועט אלס ווערן פארוואנדעלט אין צו נוצלאזע היץ. דאס איז וויבאלד די טויש אין ענטראפּי, פון די צווייטע געזעץ, קען גערעכענט ווערן לפי די טויש פון די היץ ענערגיע וואס קומט אריין אינעם סיסטעם, דיוויידעד ביי די טעמפּעראטור פון ביידע סיסטעמען. קומט אויס לפי"ז אז אויב איז די היץ ענערגיע וואס קומט אריין אינעם סיסטעם ווייניגער ווי 0, וויבאלד מ'האט דאך אלע ענערגיע פארוואנדעלט אין צו נוצליכע ארבעט, דאן איז דאך די ענטראפּי אויך ווייניגער ווי 0, והיינו אז עס איז געווארן ווייניגער, וואס איז דאך א סתירה צום צווייטן געזעץ. 📎 Entropy.jpg ועפי"ז איז טאקע דא די קעלווין-פּלענק גירסא פונעם צווייטן געזעץ: "קיין שום היץ ענדזשין קען נישט ארבעטן אין א סייקל מיט'ן כסדר איבערגעבן היץ פון נאר איין שורש (כדי צו מאכן ארבעט)." (ועיין לעיל איבער פרייע ענערגיע וענין עקזערדזשי.)

קומט אויס אז מיט יעדעס נוצן פון ענערגיע מדבר גייט דאס לבסוף בהכרח ארויסגעבן נוצלאזע היץ אין צום גרעסערן סיסטעם. און די ענערגיע וואס דאס מענטשהייט נוצט וואקסט דאך עקספּאנענשאלי. ווי אויך, ווי גרינגער און מער פארשפרייט עס ווערט דאס מעגליכקייט פון נוצן ענערגיע עפישענטלי (טאקע נישט ביז 100% כנ"ל), אלס מער ווערט דאס גענוצט בכמות, אזוי אז דאס וואס מ'פארדינט און מ'שפארט זיך דורך די עפישענסי באיכות ווערט אבער אויסגענוצט יעצט מער בכמות. דאס רופט זיך ריבּאַוּנד עפעקט פון קאנסערוועישאן. עכ"פ דאס אליין, אפילו בלא האנטראפּאדזשעניק גלאבאלע ווארעמונג וואס טאקע הייבט די ווארעמקייט אסאך שנעלער, וועט ברבות הימים יעדעס ענערגיע מקור הייבן די טעמפּעראטור העכער און העכער. דאס איינציגסטע זאך וואס איז שייך צו טוהן דאס צו פארלענגערן, איז נאר נוצן ענערגיע פון מקורות וואס וואלטן ממילא געווארעמט דאס וועלט. כגון סאלאר ענערגיע וואס וואלט ממילא געפאלן אויף די וועלט און דאס געווארעמט, נוצט מען דאס "אויפ'ן וועג" פאר ענערגיע און דערנאך ווערט דאס בהכרח פארוואנדעלט אין צו סתם היץ.

מי אני » דאנערשטאג יולי 13, 2023 4:39 am

· #531384
מי אני
לגבי א שייכות צום צווייטן געזעץ האט אַקטעוויא בּאָטלער געשריבן:
All that you touch
You Change

All that you change
Changes you

The only lasting truth
Is Change

God is
Change
קלאנגן פון שפינאזע.

הגם, מ׳קען קלערן אז ווען מ׳קומט אָן צום ״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס (ועיין ערך דעם דריטן געזעץ) וועט דאך שוין די געדאנק פון ״טויש״ נישט זיין פּערמאַנענט. אבער אפילו דאן זענען דאך דא פלאָקטוּעישאנס וואס קענען מעגליך דאס אלעס צושטאנד ברענגען פונדאסניי און צוריק צום צווייטן געזעץ און טויש.
איך האב אויך געקלערט אז דאס קען ליגן אין די פיוט/ווערטער פונעם פייטן וואלאס סטיווענס:
A violent order is disorder; and a great disorder is an order
These two things are one
והיינו, אז וויבאלד די קאנצעפט פון ״טויש״ אט דאס איז גאר די ״סדר״ און אויסשטעל פונעם בריאה בכלל. און דאס אליין ״טוישן״ איז דאך א טויש פונעם סדר הבריאה. משא״כ ווען עס גייט בסדר און מ׳קומט צו צום ״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס און די אָלטימעט עקוויליבּריאום ואי-סדר, דאן ברבות הימים וועט זיך פון פשוט׳ע פלאָקטשועישאנס אָנהויבן א נייע יוּניווערס מיט סדר. און די צוויי זאכן זענען ״אחד״, וויבאלד יחודו של עולם ב״ה איז די פּרינציפּ פון טויש טאקע כנ״ל. אבל אני ה׳ לא שניתי (מלאכי ג ו), וויבאלד ״טויש״ איז דאך דאס וואס טוישט זיך נישט.

(פּראפעסאר ראבּערט קאָווער נוצט די פיוט לגבי די געדאנק פון קשר הלכה ואגדה.)

מי אני » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:59 am

· #534863
בנוגע ארבעט (אין איר פיזיקס באדייט) און ענטראָפּי איז דאס א זיס ווארט: 📎 IMG_5771.jpeg 🙂

ולגבי חיבור איש ואשה פסק׳נט מען דאך (או״ח סימן רמ סעיף ה) אז עס דארף זיין הוא למעלה והיא למטה ע״ש. ולגבי חיבור קר וחם בטערמאדינאמיקס פסק׳נט מען (יו״ד סימן צא סעיף ד וסימן קה סעיף ג) ווי שמואל בפסחים עו. אז תתאה גבר ע״ש. איז דארף מען זיך טאקע אפבאכט געבן פונעם פרוי שהיא תתאה בחיבורם, בענין טערמאדינאמיקס…

און אז מ׳רעדט שוין פון פרויען און היץ, איז דאס וואס ר׳ שמואל שלמה טעלער האט געשריבן פ׳ שלח דהאי שתא (תשפ"ג), לגבי א דרשה פון מהר״א מסאטמאר שליט״א להנשים:📎 4f34fd57-6f2e-4393-be37-beb16ffa7604.jpeg 😃

***
📎 IMG_5842.jpeg ***

רענדעל מאָנראָ שרייבט:📎 Munroe 1.jpg📎 Munroe 2.jpg

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 8:04 am

· #535375
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין מאטעמאטיקס האט דער מאטעמאטיקער דר. טעאדאר מאצקין געזאגט (ועפ״י רעמסי טעאריע) אז:
Complete disorder is impossible
און עס איז דאך יתכן אז די וועלט איז מאטעמאטיקס.

***

לגבי אַקטעוויא בּאָטלער'ס געדאנק, ברענגט הרב חיים הירשנזון זצ"ל ארויס אין זיין "מושגי שוא והאמת" (פמ"ב) אז נאר דורך שינוי איז דא חיים, און ביי ג-ט איז דאס נישטא וויבאלד דאס וואלט באדייט א חסרון בו מקודם וואס ער האט נישט געהאט. אבער ער איז דאס אלס מהוה מאיכות עצמותו, און דייקא דורך דעם אז דאס האט שינוי.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 10, 2023 8:11 am

· #537242
עס איז אינטרעסאנט וואו דר. נאטאשא גאַלאָ און דר. סערגעי גאַלאַם אנאליזירן דאס פארשפרייטונג פון קאנספּירעסי טעאריעס אין טערמינען פון אינפארמאציע ענטראָפּי. וואו מעיקרא הייבט זיך עפעס אינפארמאציע אָן אין אַן אָרדערד סטעיט, און ווי עס פארשפרייט זיך ווערט עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט דורך מענטשן אין צו א דיסאָרדערד סטעיט. ווען עס גייט איבער א געוויסע וועליוּ פון ענטראָפּי דערין, ווערט עס פארוואנדעלט אין א קאנספּיראציע טעאריע.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 3:13 pm

· #538872
לאנדויער׳ס פּרינציפּ
מקושר צום צווייטן געזעץ איז דא די לאנדויער פּרינציפּ בנוגע אינפארמאציע. דאס לויטעט אז די ענערגיע וואס מ׳באדארף אויסנוצן אויף צו מאכן א קאמפּיוטעישאן מיט איין בּיט פון אינפארמאציע (וואו עס ווערט נתאפס אין צו עפעס אנדערש), איז כאטש די בּאָלטצמאן קאנסטענט טיימס די יעצטיגע טעמפּעראטור טיימס די נאטורליכע לאַגעריטם (מיט א בּעיס פון e) פון 2.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:59 pm

· #539108
דר. דניאל דענעט (און אנדערע) טענה׳ט קעגן דועליזם, אז דאס גייט בעצם קעגן דעם ערשטן געזעץ פון טערמאדינאמיקס, וועלכע איז דאך דאס קאַנסערוועישאן פון ענערגיע. דאס איז וויבאלד כדי די נפש זאל פועל זיין אויפ׳ן מח החומרי, מוז זיין אז די ענערגיע וואס מ׳זעהט אינעם מח החומרי׳ס סטעיטס בדבר מה, אז עס ״באקומט״ דאס פונעם נפש שאינה חומרי. וואס דאן באדייט דאס אז נייע ענערגיע ווערט באשאפן מאַיִן.

דר. ראַבּין קאַלינס טענה׳ט אז די קשיא איז נישט שטארק, וויבאלד די קאַנסערוועישאן פון ענערגיע האלט נישט בכל אופן בכל מקום בפיזיקס, וכדכתבתי לעיל. און ווי לדוגמא דער פיזיקער דר. ראַבּערט וואָלד (אַן אייניקל פונעם דור רביעי) האט געשריבן לגבי רעלאטיוויטי:
In general relativity there exists no meaningful local expression for gravitational stress-energy and thus there is no meaningful local energy conservation law which leads to a statement of energy conservation

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:52 pm

· #541901
בעצם קען מען זאגן אז די געדאנק פון מורפי׳ס געזעץ איז בעצם דאס געזעץ פון ענטראָפּי: עס איז פּראַבּעבּעליסטיק אז די מעקראָ סטעיט פון א געוויסע סיסטעם וועט זיין באי-סדר ווי איידער בסדר - וואס ״סדר״ דא באדייט דאך די סטעיטס דייקא וואס דער מענטש וויל דוקא (וואס איז דאך נישט עקוויליבּריִאוּם). דער פיזיקער ראבּערט מעטיוּס שרייבט טאקע אז די סייענטיפישע באזיס וואס די געזעץ פארמאגט יא (אחוץ די פסיכאלאגישע אספּעקט פון נאר סעלעקטיוולי געדענקען די פעלער ווען עס איז נישט געלונגען און מ׳האט געהאט עגמת נפש), איז טאקע מיוסד אויף דעם געדאנק פון די פּראַבּעבּיליטי דערין. אבער, ווי אויסגעשמועסט, איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אז די געזעץ פון ענטראָפּי זאגט אז עס ״וועט (ובפרט, אלעמאל)״ נישט גיין גוט.

עס איז אויך סתם אזוי מן הראוי לציין אז ס׳דא ״יפּרום׳ס [Yhprum’s]״ געזעץ, וועלכע איז ״מורפי״ אויף צוריקצווועגס. דאס לויטעט אז עס זענען דא פעלער וואו זאכן וואס וואלטן ווען נישט געדארפט צו ארבעטן, ארבעטן אבער יא.

אגב, אז מ׳האט פריער דערמאנט דעם געדאנק אז ברויט פאלט אלס אראפ מיט׳ן זיין וואס האט פוטער צו די ערד, האט דער ראבּערט מעטיוּס דאס דורכגעטוהן עפ״י פיזיקס/מעכאניקס פארוואס דאס איז טאקע אזוי. ער האט געוואונען אַן איג נאבעל פרייז דערפאר. ער ענדיגט צו די פאפיר:
We end by noting that, according to Einstein, God is subtle, but He is not malicious. That may be so, but His influence on falling toast clearly leaves much to be desired

מי אני » מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:51 pm

· #546316
לגבי תתאה גבר, ברענגט הרב דר. מלך שפירא צו:📎 IMG_6754.jpeg

דיכטער » מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:58 pm

· #546318
Re: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
אין א געוויסע זין, האט הרב שרקי, רעכט... קוקט אויס אז נישט נאר תנ"ך האט הומאר...

מי אני » מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:56 pm

· #546374
הרב דר. שפירא ברענגט דארט טאקע צו אז עס זענען דא מערערע פלעצער וואו מ׳קען דאס זעהן. ווי אויך אין זוהר.

ולענין נושא האשכול, ברענגט ער צו פון פּראפעסאר ישעיהו ליבוביץ (בהלצה?…) אז די מאמר פון ת״ח מרבים שלום בעולם איז בהלצה. עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ס׳דא א דאקטרינע במלחמה, היפך השלום, פון די סאוויעטן וואס מ׳טערמינט ענטראָפּי-בּעיסט מלחמה. דאס איז מיוסד אויף דריי פּרינציפּן:

‏1). ליִטעליטי - דאס איז פשוט ווי סאך מ׳פארטיליגט פונעם שונא

‏2). דיסראָפּשען - דאס איז ווי מ׳צוברעכט דעם שונא׳ס לאדזשיסטיקס און סאָפּליי ליינס צום פראנט אא״וו; זאכן וואס פארמינערן די עפעקטיוונעס פונעם שונא צו קעמפן

‏3). פריקשאן - דאס איז וואו מ׳איז גורם אז דער שונא דארף אויסנוצן מער נכסים וכו׳ צו קעמפן ווייטער; צונעמען זיין ברענשטאף, מאראל וכדומה

טאמער איז דא ליִטעליטי און פריקשאן דאן איז דא מעניוּווער עטרישאן, וואו דער שונא האט נישט סאלדאטן צו ווייטער קעמפן. טאמער איז דא ליִטעליטי און דיסראָפּשען דאן איז דא קריטישע פאָנקשען דעסטראָקשען, וואו מ׳פארטיליגט קריטישע אפיצירן וכדומה פון קריטישע אינפראסטרוקטור וואס די שונא דארף פאר׳ן קאמף. טאמער איז דא פריקשאן און דיסראָפּשען דאן איז דא דיסארגעניזאציע, וואו כשמו כן הוא, דער שונא נוצט סיי אויס איבעריגע נכסים און זיין לאדזשיסטיקס דאס צו פירן צום ארמיי איז נישט עפעקטיוו; ס׳איז לגמרי נישט ארגאניזירט.

טאמער איז דא אלע דריי, דאן איז דא מאקסימום ענטראָפּי קעגן דעם שונא. 📎 IMG_6757.jpeg ועיין כאן.

אגב, דר מאָריִס מזרחי ברענגט צו עטליכע פלעצער בתנ״ך ובתלמוד וואו מ׳טרעפט הומאר. ווי אזוי ער לייגט דאס אראפ איז זיס.

דיכטער » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:44 pm

· #546521
Re: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
צווישן די וואוסנשאפטלער ווערן אנגעגעבן עטליכע מאדעלן איבער דער צוקונפטיגע שיקזאל פונעם אוניווערס.

איינער פון די פארשלאגן איז אז דער גאנצע אוניווערס וועט עווענטואל צוריק ווערן אריינגעצויגן און זיך, ביז עס וועט נאכאמאל זיין איין סינגיולאריטי.

אריינקלערענדיג קען מען זאגן אז דאס מיינט אז ענטראפי וועט אנהייבן צו ארבעטן אויף פארקערט. דאס מיינט אז אלע געזעצן פון דער טבע וועלן ווייטער זיין דער זעלבע, נאר אויף פארקערט. צייט וועט פארן צוריקצווועגס, אנשטאט אלעס זאל שטרעבן צו הויכע ענטראפי וועט אלעס לויפן צו נידעריגע ענטראפי.

מען קען נעמען דער געדאנק נאך ווייטער, דאס מיינט אז א מענטש וועט געבוירן ווערן פון זיין קבר, אפלעבן א לעבן און שטארבן אין זיין מאמע'ס/טאכטער'ס בויך און וואס עס בלייבט איבער פון איהם, וועט צעטיילט ווערן צווישן זיינע עלטערן, דער לעצטע נאכט פון זיין עקזיסטענס...

עס איז אפשר אינטערעסאנט צוצולייגן אז כהיום איז דער טעאריע פון the big freeze מער אנגענומען, וועלכע לויטעט אז דער אוניווערס וועט פארזעצן זיך צו אויסשפרייטן ביז ווען עס וועט גרייכן מאקסימום ענטראפי און דאן וועט גארנישט געשען מער. (צייט וועט זיך ענדיגן. און אלעס וואס מ'האט געזאגט אויף זיי "יגמר הזמן והם לא יכלו" וועלן ווייטער פארזעצן אליין אין דער טינקל...)
בלאט: 1 2 3