☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16315
בלאט: 1 2

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 12:22 pm

· #540620
דר. עֶלי ענדערסאן איז מסכם און דאס וואס דר. לענא גאנערסאָן שרייבט, אז אין העטעראָ-סעקשואלע רילעישאנשיפּס זענען די פרויען די וואס זענען די עיקר carers, לגבי עמאציאנאלע געפיהלן, אין די רילעישאנשיפּ; סיי פון זייערע עמאשענאל באדערפענישן און סיי פון די מענער. אבער מכח דאס אריינגעגעסענקייט פון פּאטריארכיע, איז אבער דער מאן דער וואס סעט די טערמינען פון אט די אינטערעקשאנס של אהבה ועמאשען, איבער וואס אין דעם איז ״וויכטיג״ און מ׳דארף זיך אפגעבן מיט. זי זאגט אז עס קומט אויס דערפון:
Gunnarsson says that there's this general pattern whereby men set the terms of the loving interaction, such that the woman's needs are neglected unless they qualify as important in the eyes of the man. So women on the one hand are the primary caretakers of the relationship, which means that they're tasked with managing it. But then on the other hand, the person setting the terms, the ultimate boss, is the man. So women are stuck in a middle management position where they're doing all the work, but the men are actually wielding the power. And men often act as if women's emotional needs make them desperate or hysterical. And part of the problem there is that men often don't have much of an understanding that their own emotional needs are already being met by women. So they have this idea that they don't have emotional needs at all, and so that women shouldn't have emotional needs either. So women are in this weird position where they take care of a man's emotional needs without him even realizing it. But then they also have to take care of their own emotional needs. And all this is on top of the way that men are taught and socialized to be detached and non-committal, which is a really key part of masculinity
‏(דאס קען אפשר גיין אין איינקלאנג מיט׳ן שטודיע פון דר. אלי פינקעל, ציטירט בריש האשכול.)

ועפי״ז זאגט דר. ענדערסאן אז עס איז דא א טרענד פון ״העטעראָפּעסימיזם״, וואו (בעיקר) פרויען וואלטן ווען געקענט באשטיין צו איידער זיין האָמאָסעקשועל און האבן א תאווה צו פרויען, ווי איידער א העטעראָ תאווה צו מענער. און דאס אלעס קען זיין א (חלק פונעם) הסבר פארוואס מ׳טרעפט אין אונזער געמיינדע אויך אז מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן.

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 6:38 pm

· #540650
Re:
מי אני
ועפי״ז זאגט דר. ענדערסאן אז עס איז דא א טרענד פון ״העטעראָפּעסימיזם״, וואו (בעיקר) פרויען וואלטן ווען געקענט באשטיין צו איידער זיין האָמאָסעקשועל און האבן א תאווה צו פרויען, ווי איידער א העטעראָ תאווה צו מענער. און דאס אלעס קען זיין א (חלק פונעם) הסבר פארוואס מ׳טרעפט אין אונזער געמיינדע אויך אז מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:19 pm

· #542107
דער futurist פּיטער שווארץ זאגט:
I believe people being born today will have the option of living many centuries, and that will obviously change life rather fundamentally. So if you have a young child today, make sure you tell them to choose their spouse wisely because a couple hundred years with the same person... I love my wife, but I'm not sure about centuries...
און דאס קען ווייטער זיין די מעטריק דערביי: וואלט מען גרייט געווען צו לעבן ווייטער מיט'ן מאן/ווייב פאר הונדערטער יארן?

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 3:39 pm

· #543638
‏דא האט @פונדאַמענטאַל געשריבן:
פונדאַמענטאַל #
דו גייסט דא אריין אין א גאר טיפע נושא, אין די שאלה צו עס איז בכלל שייך אזא מושג פון סעלפלעסנעס - ווי א מענטש טוט באמת פאר א צווייטען אדער טוט בלויז צו דינען די תכלית. ווארום כל זמן דער מענטש איז שפירט א קשר צו די זאך קומט אויב ער דינט נאך זיך אליין... עס איז באמת א ברייטע סוגיה סיי אין פילוסופיה און סיי אין תיאולוגיה, איך גלייב נישט אז דאס איז דאס פלאץ צו מאריך זיין אין דעם, און איך בין אויך נישט אליינס הונדערט פראצענט אויסגעקאכט אין דעם (אפשר וועט @ מי אני קענען ארויסהעלפן...). איך מיין אבער אז וואס איז אונז נוגע, איז אז אפילו אויב סעלפלעסנעס איז אויך א פארעם פון זיין פארנומען מיט זיך אליין, דאך איז דאס אויף א העכערע מדרגה פון זיין אריענטירט אויף זיך אליינס ווי די אנדערע וועג. דהיינו, אנשטאט נעמען הנאה און חשק בלויז פון וואס פארנעמט זיין אייגן סעלף, נעמט ער הנאה און חשק פון אויפטון פאר א תכלית וואס בענעפעטירט אים נישט אויף דירעקטען אופן, אדער פון טון א טובה פאר א צווייטען וכדו'. הנוגע לענייני, עס מאכט נישט קיין חילוק אויב עס איז באמת סעלפלעס צו נישט, מיין נקודה איז אויף א פראקטישע אופן, א מענטש קען נישט טרעפן א חשק אין די זאך אויב פארשטייט ער נישט אז מערידש איז איבער זיך אוועקגעבן - אדער זיין א זיך וואס גיבט אוועק.
‏דא און דא האב איך גערעדט פון פּסיכאלאגישע עגאָאיזם. און דער חובת הלבבות שרייבט (בפתיחתו לשער עבודת האלקים):
וכבר נראה ממה שהקדמנו כי כוונת כל מטיב לזולתו מבני-אדם הוא לתועלת עצמו תחלה, ולקנות קישוט נאה לעולם-הזה או לעולם-הבא, או לדחות צער מעל נפשו או לתקנת ממונו. ואין כל זה מונע משבחם והודאתם מיראה ומאהבה אותם, ומהשיב להם גמולם, אע"פ שהטובה ההיא שאולה בידם והם מוכרחים להטיב בה וכאשר זכרנו, וטובתם אינה תמידית ולא נדיבותם נמשכת וחסידותם מעורבת עם כוונת תועלת נפשם, או לדחות ההיזק ממנה
ולענינינו, איז איה״נ טאקע ריכטיג אז דער מענטש׳נס דראנג און הנאה (ווען עס ארבעט זיך אויס) פון האבן א ראמאנטישע/אינטימע שותף אין לעבן, מיט׳ן דאס קענען ערציען און איבערגעבן פאר זיינע קינדער און אָפספּרינג, מכח א סעלפישע אינערליכע (עוואלוציאנערישע) דראנג פאר זיין פּסיכאלאגישע שלימות און פלאָרישינג; וידועים די זעקסטע און זיבעטע סטעידזשעס פון עריק עריקסאן'ס מאדעל פון פּסייקאסאשעל דעוועלאפּמענט, וואו עס פעהלט אויס פאר'ן מענטש'ס פסיכאלאגישע שלימות, פון א סעקולארן מבט, צו האבן א באליבטע ראמאנטישע שיתוף און צו האבן ״דזשענערעטיוויטי״ איבערצוגעבן צום נעקסטן דור (וואס אונטער דעם ליגט למעשה דאס דראנג פאר אימארטאליטעט דורך די קינדער און אייניקלעך, ועיין בב״ב קטז.) - און די צוויי באדארפן בהכרח א השקאה פון ״געבן״ פון זיך אויך. אבער אעפ״כ אז דאס איז אלעס טאקע סעלפיש מכח זיין אינערליכע (עוואלוציאנערישע און) פסיכאלאגישע דראנג, דארף דאס נישט אוועקנעמען פון עסקרייבּן צו דעם ״געבן״ א פּאזיטיווע וועליוּ אָוועראָל לשבח, און אז א מענטש זאל טאקע ענדערשער וועהלן די סארט סעלפישקייט פון ״געבן״.(וידוע די ריסערטש פון דר. עליזאבּעט דאָן, אז ווען מ׳ספּענדט געלט אויף אנדערע און מ׳זעהט די פּאזיטיווע השלכות עס ברענגט, ברענגט דאס א מורא׳דיגע פארגעניגען פאר׳ן מענטש וואס האט דאס געטוהן, מער ווי דאס ספּענדן אויף זיך אליינס. וידוע אז סאַרטרע האט גע׳טענה׳ט אז דאס ״זיך״ קען בכלל נאר צושטאנד קומען ביחס צו די סאָבּיעקטיווקייט פון אנדערע און וויאזוי זיי שאצן אים אפ.)

מי אני » פרייטאג יאנואר 19, 2024 10:53 am

· #545253
לגבי איבערשפילן דאס זעלבע מערידזש איבער און איבער, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן אין בן יהוידע אויף יבמות סג: אז אשה טובה מתנה טובה לבעלה:
נ״ל בס״ד ע״פ מ״ש רבינו האר׳׳י ז״ל בשער הגלגולים, כי יזדמן לפעמים שהאשה נשלם תיקון שלה, ואינה צריכה להתגלגל עוד בשביל עצמה, ורק בעלה עדיין לא נשלם וצריך הוא לגלגול, ובשביל טובתו שיהיה לו עזר מאשתו מחזיר הקב״ה גם נפש אשתו בגלגול כדי שיזדווג לה ויהיה לו עזר ממנה ועל זה נאמר (שמות כא ג) אם בעל אשה הוא ויצאה אשתו עמו, עכ״ד יע״ש. וז״ש אשה טובה ר״ל שנשלם תיקון שלה והנה היא טובה לגמרי, שאינה צריכה לגלגול, עכ״ז תנתן מן השמים מתנה טובה לבעלה, שתחזור בגלגול אצל בעלה בסוג מתנה, כי היא מצידה אינה צריכה כלל, וביאתה לעוה״ז היא בסוג מתנה טובה לבעלה.
ואולי קען מען מיט דעם אויך טייטשן די מאמר חז"ל על אשה (יבמות קיח: כתובות עה. קידושין ז. ודף מא. ב"ק קיא.) טב למיתב טן דו.

אויבנאויף זעהט דאס אויס ווי אַן אומרעכט צום פרוי, אוןקען טאקע גענוצט ווערן ווי א טענה נגד גילגול (עכ"פ אין אזא פארמאט). אבער אין זיין בניהו ברענגט ער דאס אראפ און ער לייגט צו דערצו א סיפור:📎 1.jpg 📎 2.jpg עס איז מיר פארגעקומען אז דער רב פונעם סיפור האט דאס גענוצט אלס אַן אמונה הכרחית להשים שלום ביניהם און אז ער זאל טריעטן פרויען ווי א מענטש; א מותר לשנות מפני דרכי שלום, וועלכע ווערט טאקע צוגעברענגט דארט שפעטער ביבמות סה: (הגם, עס לאזט זיך ווייטער קלערן אז עס וואלט אפשר בעסער געווען פאר איר זיך ארויסצוזעהן פון דעם מאן וועלכער איז געווען אבּיוסיוו, ואפילו אז ער איז דער וואס האט געוואלט מגרש זיין און נישט אזוי ווייט איר כדמשמע בהסיפור.) כמובן אבער האט דאס לכאורה דער אריז"ל, פון וועמען דער בן איש חי ברענגט אראפ די געדאנק, דאס יא געמיינט אלס אַן אמונה אמיתית.

ולגבי דעם געדאנק איבער צי פילאזאפן זאלן חתונה האבן, ברענגט דער בניהו דארט ווייטער צו:📎 3.jpg📎 4.jpg דאס קען אפשר געבן נאך א באדייט צו די גמרא בברכות נה.
אמר ר' יוחנן משום ר' שמעון בן יוחי כשם שאי אפשר לבר בלא תבן כך אי אפשר לחלום בלא דברים בטלים
אז מ'דארף א חלום כדי צו איינזעהן אז מ'דארף זיך אפגעבן מיט פריה ורביה, וואס פון א פילאזאפישן מבט קען טאקע גערעכענט ווערן ווי דברים בטלים. ובזה קען מען אויך זאגן א רמז אז ווען מרים האט גערעדט לשה"ר אויף משרע"ה על שפירש מן האשה ומפריה ורביה (רש"י במדבר יב א), האט איר ה' געזאגט (שם שם ו-ז) אם יהיה נביאכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, לא כן עבדי משה וגו'. והיינו, אז משרע"ה איז נישט בגדר דער וואס דארף א "חלום", וואס דאס פעהלט אויס אויף צו באאיינפלוסן לעסוק בפריה ורביה.

און צו משלב זיין מיט'ן פריערדיגן געדאנק פון גילגול האשה עם בעלה, זאגט מיר מיין ווייב אז טאמער איז דער מאן דאס מאל א חכם ופילוסוף מער ווי די פרוי, קען אויסקומען אז די פרוי איז מער צופרידן דא צו זיין בהעולם ווי דער מאן דער חכם וכהפסוק (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב (ולפי חז״ל בשבת לג: ובקידושין פ: זענען טאקע נשים דעתן קלה עליהן, הגם אז לפי חז״ל בנדה מה: יש להן מאידך גיסא בינה יתירה), הגם זי האט נישט בעצם געדארפט אראפצוקומען לתקן בכלל...

טליתנאה » פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:12 pm

· #545264
Re:
מי אני #
לגבי מאַנאַגעמי איז דאס ווי דער רמ״ד איז מפרש הפסוק בקהלת (ז כח) אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי:IMG_6442.jpegואגב, דער אלשיך איז דארט מפרש:
או אמר בכל אלה על המצויות בדורו, אך לא ביתר דורות כי איה אמהות ונביאות ומי ישמע לו לדבר הזה עליהן.
@מי אני
וואו איז דאס געדרוקט? איז עס עוועילעבל אנליין?

מי אני » פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:29 pm

· #545268
דער רמ״ד׳ס פירוש על קהלת קען מען זעהן דא.

דער אלשיך איז דאך געהעריג ‏געדרוקט. (אויף ויקיטקסט איז אוועילעבּל אויף אפאר ספרים.)

ואגב, אז מ'דערמאנט דעם פסוק בקהלת, שרייבט דער בן יהוידע אויף די גמרא בגיטין מה. אז בנתיה דרב נחמן בחשן קדרא בידייהו קשיא ליה לרב עיליש כתיב (קהלת ז כח) אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי הא איכא בנתיה דרב נחמן, און ער איז דעראך געוואר געווארן אז זיי האבן פונקט אזוי געוואלט פארבלייבן מיט זייערע פאנגערס ווי זייערע מענער, אז זיי האבן עס געטוהן בכשפים. שרייבט ער אז צדיק גמור איז פונקט אזוי דא ביי נשים ווי ביי אנשים. עס איז נאר אז א בעל מופת תמידי איז נישט אזוי:📎 בן יהוידע.jpg

מי אני » מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:48 pm

· #545343
ובענין גילגול בזיווג, שרייבט דער לחם לפי הטף:📎 לחם לפי הטף.jpg 📎 לחם.jpg ועיין כאן במה שהבאתי מהקול ברמא נשמע על הגמרא בסוטה מזיווג ראשון וזיווג שני.

ואגב שרייבט דער לחם לפי הטף:📎 לחם לפי הטף.jpg וידוע הגמרא ביבמות סג: (ואולי לויטן צל"ח בסוף ברכות קען עס שטערן לשלום העולם, וויבאלד דאס אז ת"ח מרבים שלום איז נאר ווען עס איז ביניהם אויך דא שלום ע"ש. און צווישן גרויסע ת"ח און זייער אשת חבר איז דאך דאס נישטא געהעריג.) ואולי זענען די ת"ח מקיים דעם רמב"ם בהל' אישות פכ"א ה"י (וע"ש בראב"ד)...

מיין ווייב זאגט מיר אז לפי״ז מוז זיין אז איך בין א גרויסער עם הארץ…

ובזה האב איך געקלערט אז מ'קען זאגן א רמז לפי וואס די גמרא זאגט בשבת יא. כל רעה ולא אשה רעה ע"ש. והיינו, אז תכלית הרע לאדם היא אשה רעה (ועיין בביצה לב:). און די גמרא זאגט בברכות ז.
אמר [משרע"ה] לפניו, רבש"ע מפני מה יש צדיק וטוב לו ויש צדיק ורע לו יש רשע וטוב לו ויש רשע ורע לו, אמר לו, משה צדיק וטוב לו צדיק בן צדיק צדיק ורע לו צדיק בן רשע רשע וטוב לו רשע בן צדיק רשע ורע לו רשע בן רשע. . . אלא הכי קא"ל צדיק וטוב לו צדיק גמור צדיק ורע לו צדיק שאינו גמור רשע וטוב לו רשע שאינו גמור רשע ורע לו רשע גמור
והיינו, אז די הוו"א האט דאך געהאלטן פארקערט ווי די צווייטע תירוץ, וויבאלד א צדיק/ת"ח גמור איז מער עלול אז ער זאל האבן רע, והיינו אַן אשה רעה. ולכן אז ער האט רעות ואשה רעה, איז ער מסתם א בן רשע און עס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די עלטערן אין אים טרעפן די מיידל.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג יאנואר 21, 2024 12:48 am

· #545393
Re:
מי אני #
דער futurist פּיטער שווארץ זאגט:
I believe people being born today will have the option of living many centuries, and that will obviously change life rather fundamentally. So if you have a young child today, make sure you tell them to choose their spouse wisely because a couple hundred years with the same person... I love my wife, but I'm not sure about centuries...
און דאס קען ווייטער זיין די מעטריק דערביי: וואלט מען גרייט געווען צו לעבן ווייטער מיט'ן מאן/ווייב פאר הונדערטער יארן?
נו, ווער עפנט אויף א הלכה'דיגע דיסקוסיע צו אישות ווערט נפקע נאך 120 יאר?

מי אני » זונטאג יאנואר 21, 2024 1:43 am

· #545407
דער חיד״א האט א קלער (ברכי יוסף אבה״ע סימן יז) אז אפילו איינער וואס איז שוין געשטארבן נאר חזר לחיות בדרך נס, דארף נישט געבן קיין נייע קידושין לאשתו ע״ש. וא״כ כ״ש כשלא מת בכלל אך הגיע למאה ועשרים שנה. במאי פקע?

ועיין בגיטין כח. ואפשר אז אפילו וואו ער איז שוין 120 יאר, קען מען אויך זאגן כיון דאיפליג איפליג ולהחזיקו בחזקת חיים עדיין בשעת נתינת הגט לאשתו, אויב שיקט ער א גט לאשתו ע"י שליח ע״ש. (די מענטש וואס איז רעקאדירט צו האבן געלעבט דאס לענגסטע איז די פרוי דזשיאן קעלמערט, וועלכע האט געלעבט כמעט 122 און אהאלב יאר. ואגב בזה, לגבי המספר שנים שחיו בני אדם בעת דור המבול ולפניו, עיין במו״נ ח״ב פמ״ז.)

***

‏דא האב איך געשריבן איבער מאַנאַגאַמי אז ביי פּריימעטס איז עס 15% פון מינים וואס זענען מאַנאַגעמאָס און ביי מעמעלס בכלליות איז עס 3-5% מינים. עס ווענדט זיך ווי אזוי מ׳דעפינירט עס [״סאָשעל״ מאַנאַגעמי]. 📎 IMG_6739.jpeg ובכלל, אזוי ווי דר. ראבּערט סאַפּאָלסקי שרייבט:
Most cultures have historically allowed polygyny, with monogamy the rarer beast
(כמובן ווען דער זכר האט געהאט די ריִסאָרסעס דאס צו סאָפּאָרטען אז די נקיבות זאלן אים וועלן/סעלעקטן וכו׳.)

ועכ״כ אז דר. דוד בּאַראַש און דר. יהודית ליפּטאן וואונדערן זיך [בפרק ה], עפ״י דאס וואס מ׳זעהט סיי אין די ענימעל קינגדאָם און סיי ביי מענטשן, פארוואס מאַנאַגעמי איז בכלל דא. זיי פאזיטירן, צב״ש, אז דאס איז פשוט גרינגער ווי גיין זוכן מערערע מעיטס וואס איז שווערער; די ״שידוכים פראצעס״. 📎 IMG_6740.jpeg ובסתם, ווי דר. סאַפּאָלסקי דערמאנט אויך, טאמער האט מען מער אַקסיטאָסין העלפט דאס אין אלגעמיין צו וועלן בלייבן מיט׳ן מאַנאַגעמאָס פּאַרטנער ווען מען סיקריִט דאס. דאס מיינט אבער נישט אז מען דארף דאס.

אין דעם שרייבט דער רמב״ן עה״פ (בראשית ב כד) והיו לבשר אחד:
כי החיה והבהמה אין להם דבקות בנקבותיהם, אבל יבא הזכר על איזו נקבה שימצא וילכו להם, ומפני זה אמר הכתוב בעבור שנקבת האדם היתה עצם מעצמיו ובשר מבשרו (בראשית ב כג) ודבק בה, והיתה בחיקו כבשרו ויחפץ בה להיותה תמיד עמו
***

ר׳ שלמה אבן גבירול שרייבט אין זיין מבחר הפנינים: 📎 IMG_6751.jpeg דאס דערמאנט פון וואס דער דברות משה (גיטין דף מ) וועלכער האט געהאלטן אז תלמיד טועה כתב ברש״י במנחות מג: ד״ה היינו ״אשה נמי שפחה לבעלה כעבד לרבו״ ע״ש. (ועיין בשו״ת מלכי בקודש ח״ד סימן טו.)

ווי אויך דערמאנט דאס פון וואס דער שבת של מי שרייבט אז במס׳ שבת איז די פרק במה אשה נאכן פרק במה בהמה ״כי לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב״.

ועיין כאן.

צוקוועטשטע איילבירטן » דינסטאג אפריל 9, 2024 5:18 pm

· #558488
Re: ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?
כ'האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות, נאר פאר אן ענטפער אויף די פראגע, מיר קוקט עס אויס, פשוט פון אייגענע ערפארונג, ווען די מאן און ווייב זענען ממש פון צוויי אנדערע פלאנעטן מיט פארקערטע דיעות און מיט דעם אלעם האבן זיי זיך שטארק ליעב. נאר די מיליאן דאללאר פראגע איז וויאזוי קומט מען אן צו אזא הויכע מדרגה?

צוויי » דינסטאג אפריל 9, 2024 6:37 pm

· #558505
Re: ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?
צוקוועטשטע איילבירטן #
כ'האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות, נאר פאר אן ענטפער אויף די פראגע, מיר קוקט עס אויס, פשוט פון אייגענע ערפארונג, ווען די מאן און ווייב זענען ממש פון צוויי אנדערע פלאנעטן מיט פארקערטע דיעות און מיט דעם אלעם האבן זיי זיך שטארק ליעב. נאר די מיליאן דאללאר פראגע איז וויאזוי קומט מען אן צו אזא הויכע מדרגה?
איינע פון די שפיצן וועגן צו אנהייבן אנצוקומען דערצו (פארן מאן) איז "ארויסקוקן פון דעם זיך, און אריינקוקן אין יענעם"

הייליגע קוה » דינסטאג אפריל 9, 2024 6:53 pm

· #558509
Re: ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?
צוויי #
צוקוועטשטע איילבירטן #
כ'האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות, נאר פאר אן ענטפער אויף די פראגע, מיר קוקט עס אויס, פשוט פון אייגענע ערפארונג, ווען די מאן און ווייב זענען ממש פון צוויי אנדערע פלאנעטן מיט פארקערטע דיעות און מיט דעם אלעם האבן זיי זיך שטארק ליעב. נאר די מיליאן דאללאר פראגע איז וויאזוי קומט מען אן צו אזא הויכע מדרגה?
איינע פון די שפיצן וועגן צו אנהייבן אנצוקומען דערצו (פארן מאן) איז "ארויסקוקן פון דעם זיך, און אריינקוקן אין יענעם"
סאונד ווי פענסי ווערטער פון א שלום בית מדריך, אפשר זאגסטו מער פראקטיש וויאזוי דאס ארבייט?

צוויי » דינסטאג אפריל 9, 2024 7:03 pm

· #558512
Re: ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?
ווילסט א שיעור כללי, דארף מיר כאפן א שמועס בעל פה
ס'איז מיר אביסל שווער עס צו אראפצשרייבן בכתובים, אפשר וואלט געווען א געדאנק צו שרייבן צוביסלעך איבער דעם, בעז"ה אין קומענדיגע געלעגנהייטן ועוד חזון למועד.

מי אני » מיטוואך מאי 29, 2024 6:45 am

· #563626
מי אני #
איך האב אים גע׳ענטפערט אז איך קלער אז דאס צו מגדיר זיין (מער אַבּדזשעקטיוולי) איז אז מ׳פרעגט סיי דער מאן און סיי די פרוי, לויט וואו זיי שטייען יעצט, צו ענטפערן אויפריכטיג (און ענאַנימעסלי, אז די מאן/ווייב און מעסטער זאלן נישט וויסן ווער ענטפערט וואס, אזוי אז עס זאל זיין ווי מער עטיש און אויפריכטיג אָן קיין פחד פון וויי טוהן א מענטש), אויף א לייקערט סקעיל פון 1 ביז 10, אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט, צי זיי וואלטן איבערגעטוהן די מערידזש מיט אט די זעלבע פּאַרטנער. דערנאך עוורידזשד מען די ענטפערס פון זיי ביידע. ווי העכער עס איז צו 10, אלס מער סאָקסעספול און קאָמפּעטיבּל זענען זיי אלס א פארהייראטע פּאָר.
מ׳וועט אבער אויך דארפן אריינעמען אין באטראכט די דיוויעישאן/וועריענס צווישן זיי צוויי פון אט דעם ענדגילטיגן נומער זיי האבן. לדוגמא, דער מאן רעיט דאס א 10, מכח דעם אז ער אנערקענט שפלות עצמו ומעלת אשתו אז ער וואלט נישט געקענט טוהן בעסער, זייענדיג אז ער אנערקענט אז ער איז מער א ״לוּזער״ און וואלט ווען געווען אַן ״אינסעל״ ווען נישט די שידוך זיינער איז ערעינדזשד, און ער אנערקענט אז ער האט געהייראט א מיידל וועי אַוּט אָוו היס ליעג. ווידעראום די ווייב רעיט דאס א 5 ווייל הגם זי איז טאקע מורא׳דיג צופרידן און עס איז דא א שטארקע אהבה ביניהם, פארשטייט זי אבער אויך אז ס׳איז יתכן אז זי וואלט געקענט טוהן בעסער אדער און אבער ערגער אויך. און זיי ביידע פארשטייען וויאזוי דער אנדערער באטראכט דאס, ווייל דאס איז דער אמת און מאכט סענס; אנדערש איז דאס ליגענט. איז קומט אויס אז פון איין זייט איז די עוורידזש דא טאקע א 7 אהאלב, אבער למעשה זענען זייער אייגענע וועליוּס וואס זיי האבן געגעבן דערצו, צוויי און אהאלב נומערן אפגערוקט, ארויף פאר׳ן מאן און אראפ פאר׳ן ווייב, פון אט דעם עוורידזש. משא״כ ווען ביידע וואלטן ווען דאס, לדוגמא, געגעבן א 7, וואלט די עוורידזש אויך געווען 7, מיט א 0 דיוויעישאן פון זייערע פערזענליכע נומערן דערפון. וממילא איז יתכן לומר אז די צווייטע פאר שטייט בעסער אין דעם ווי דאס ערשטע.

מי אני » מאנטאג יוני 3, 2024 8:49 pm

· #564216
בשעת׳ן זיין אויף 30 מ״ג קאַנאַבּיס (און הערענדיג די טעסערעקט טעכנאָ טרענס טרעק פון פּאַקאָ ווערנען) האב איך געשמועסט מיט מיין ווייב ארום די געדאנק אין די אשכול, איבער וויאזוי מ׳שאצט די סאָקסעס פון א מערידזש. והיינו, אז עס איז (לכאורה) ווי ווייט די מענטשן אינעם רילעישאנשיפּ וואלטן עס ווען געוואלט איבערטוהן, ווען מ׳קען ווען צוריקגיין אין צייט וויסענדיג דעמאלטס וואס ער ווייסט יעצט.

עס איז ארויסגעקומען אז עס איז דא נאך א פרט דערין. והוא, אז עס איז טאקע יתכן אז עס קען זיין א מיסמעטש צווישן די ענטפערס פון דער מאן און די ווייב. אבער דער קלוגער מענטש דארף נעמען אין באטראכט די ברייטערע קאנטעקסט. לדוגמא, אויב איינע פון זיי איז טאקע ובאמת מער ״געלונגען״ ווי דאס אנדערע, ולכן במושכל ראשון וואלט ער/זי געוועהלט א ״5״ אויף דעם סקעיל פון דאס איבערטוהן, ווארום מאן יימר אז ער/זי, זייענדיג באמת מער געלונגען פונעם אנדערן, וואלט נישט געקענט טרעפן נאך בעסער? אבער, טאמער איז נישט שייך געווען דעמאלטס, צי אלס די משפחה און סאציאלע סיבות ער/זי זאל קענען טוהן בעסער, דאן דארף די פאקטאר אויך וועגן אויף זיין/איר שאצונג דערויף. (כמובן, איז נישט די נידון צי דאס איז געווען עטיש אז ער/זי איז געווען אין יענע מצב דאן. דא איז מען דן וואס די פאקטישע מציאות איז למעשה געווען.) אין אנדערע ווערטער, די מעסטונג איז ווי ווייט ער/זי וואלט דאס איבערגעטוהן אין די רעאליסטישע מצב ער/זי איז געווען אין דעמאלטס. דאס דארף אויך אריינגיין אין חשבון - אויב דאס איז די בעסטע וואס וואלט אים/איר געווען שייך אונטער די אומשטענדן, און דאס איז גענוג גוט עכ״כ אז ער/זי וואלט דאס אפילו איבערגעטוהן במדת מה אויף דעם לייקערט סקעיל, דארף דאס ארויפשטופן די מעסטונג דערפון אויף אט דעם סקעיל. (אנדערש קען מען לכאורה טענה׳ן אז אין לדבר סוף.)

דאס האט אריינגעפירט צום שמועס אז איה״נ אז ״ס׳נישט פעיר״, און ס׳טאקע דא א פאַל וואו איין ספּאַוּס איז אבּיעקטיוולי באמת מער ווי דאס צווייטע, והגם אז די מערידזש איז ״גוט״ אין טערמינען פון ער/זי וואלט דאס אפילו ווען איבערגעטוהן האבענדיג די ברירה און וויסענדיג דעמאלטס וואס ער/זי ווייסט יעצט, פארשטייט ער/זי דאך אז ער/זי וואלט געקענט מעגליך טוהן נאך בעסער. עס איז נאר אז מכח זייטיגע פאקטארן איז גראדע נישט געווען מעגליך און שייך פאר אים/איר צו טוהן בעסער. אבער אין אַן אידעאלער וועלט וואלט ער/זי טאקע געטראפן בעסער. אבער, טאָף! די וועלט איז מלא צער, אָן קיין ריים אדער ריִזען, און עס קומט ליידער נישט אָן צום מענטש דייקא דאס וואס דער מענטש דיזערווד; הן לטב והן לביש.

דאס האט אריינגעפירט אין אונזער אָנרירן אויף דר. יוּדזשין נאַגאַסאַוואַ׳ס געדאנק. והיינו, אז ‏טענת הרמב״ם במו״נ ח״ג פי״ב איז אז דאס יקום על הכלל כולו איז ״טוב״ און האט מער טוב אין זיך, ווי איידער ״רע״ טראץ די רעות עס פארמאגט. און מ׳קען בעצם ברענגען א ראיה דערצו מיט דעם וואס עס איז ראציאנאל פאר׳ן מענטש צו וועלן בלייבן לעבן דערין טראץ די unavoidable צרות וואס קומען מיט דערמיט בהכרח; רוב מענטשן ווילן בשו״א נישט באגיין זעלבסטמארד - וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו (איוב ב ד). דאס ווייזט לכאורה אז דער מענטש פיהלט בעצם ווי דאס יקום על הכלל איז בעצם א טוב. אין קורצן, פון דעם אז עס איז ראציאנאל צו וועלן לעבן, איז לכאורה א סמך לדברי הרמב״ם.

אין אנדערע ווערטער, עס איז כעין ווי ״ג-ט״ קען ״ענטפערן״ צום (עקזיסטענשאל) פראבלעם פון שלעכטס אז, ״אויב ס׳געפעלט דיר נישט מיין סיסטעם, דאן פּיץ אפ דערפון! אנדערע האבן שוין געהאט די אומץ דאס צו טוהן. דו ווילסט נישט אפּפּיצן נאר דו ווילסט יא פארבלייבן, דאן הער אויף דרייען א קאפ און הער אויף קאָמפּלעינען און בּיטשן דערויף!״ יעצט, אויב די ענטפער דערצו איז אז די סיבה ער נעמט זיך טאקע נישט דאס לעבן און ״פּיצט נישט אפ״, איז טאקע נאר מכח די עיכוב הלכה דערויף אדער עטישע סיבות וועגן די אפעקטן דערפון אויף די ארומיגע, אדער סתם אזוי וועגן די (עוואלוציאנערישע) האַרדוויירד פחד דערצו וועלכע ער איז טאקע מודה איז ל״ד ראציאנאל, דאן לחיי - ער וויל טאקע נישט ״בלייבן״ לעבן, נאר עס איז איידער אז ער וויל נישט דאס עצם ״גיין״ מחמת סיבות שונות וואס לאזן אים נישט. אין אנדערע ווערטער, עס איז טאקע נישט אז ער וויל ״יא״ לעבן, ווי איידער אז ער וויל ״נישט״ דאס שטארבן; דאס לעבן זיינע איז טאקע בעצם בע״כ. אבער טאמער איז דאס ווייל ער וויל דייקא יא לעבן און אנטייל נעמען אין דעם, דאן קען ער נישט פרעגן די קשיא (עכ״פ אלס אַן עקזיסטענשאל פראבלעם), זייענדיג אז זיין וועלן דייקא בלייבן ביים לעבן ווייזט אז על הכלל באטראכט ער דאס דאך אלס ״גוט״. (מ׳קען אולי טענה׳ן אז די וואס פרעגן טאקע די בעיית הרעות, זענען שוין פון די וואס פארשטייען די פיוּטיליטי פון לעבן ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, קהלת א חי, און זיי זענען טאקע פון די וואס ווילן נישט דאס שטארבן אלס א שב ואל תעשה, ווי איידער ממש אז זיי ווילן דייקא יא דאס לעבן בקום ועשה.)

און דאס איז ענליך צו דעם ביי אונזער שמועס: איה״נ אז ס׳איז נישט יושר אז ער/זי וואלט נישט געקענט טוהן די ממש ריכטיגע און נאך בעסערע כראוי לו/לה, אבער ער/זי וויל נישט ארויס ועכ״כ אז זיי זענען מודה אז ער/זי וואלט דאס אפילו איבערגעטוהן במדת מה (ס׳איז נישט געצווינגען ובע״כ על הכלל כולו אין די קאנטעקסט, און עס איז נישט א שלעכטע מערידזש בכלל כנ״ל). וא״כ, הגם עס איז טאקע באמת נישט פעיר, הער אויף בּיטשן דערוועגן און נעם דאס אויך אריין בחשבון.

‏מיין ווייב האט אָנגעמערקט אז דער שוואכערער פּאַרטנער אין דעם מערידזש, הגם ער/זי איז קלוג און זעהט איין דעם גאנצן חשבון הנ״ל, דארף אבער כמובן אויך זיין גענוג קלוג צו וויסן אז דאס זאל נישט זיין קיין תירוץ ואמתלא אז ער/זי זאל נישט פרובירן צו זיין נאך בעסער, אין טערמינען פונעם מערידזש, אין וואס עס איז שייך, הגם אז ער/זי אנערקענט אז דאס איז די בעסטע עס וואלט געווען שייך פאר׳ן ספּאַוּס צו טוהן, און עס איז למעשה א גוטע מערידזש בעצם.
בלאט: 1 2