☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א מעשה פאר מלוה מלכה

א מעשה פאר מלוה מלכה

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15002
בלאט: 1 2 3

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:04 am

· #488880
נאך א נקודה בנוגע די מעשה וויאזוי איך האב עס געהערט.
היות ר' רפאל איז געוועהן באקאנט פאר א איש אמת האט דער שר פארלאנגט צוויי זאלען שווערען, ר' רפאל און נאך איינער. דער אנדערע צדיק האט געשוואוירן, און ר' רפאל איז געשטארבן נישט וועלענדיג שווערען, און דער איד איז געראטעוועט געווארן סיי ווי. ד.ה. אז ר' רפאל האט געהאט צוויי אפציעס צו ראטעווען דער איד, שווערען אדער שטארבן. לויט דעם דער אפציע שטארבן געהעריגע מסירות נפש אויף א עבירה.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:46 pm

· #488896
ר׳ משה צבי מסאווראן זצ״ל ווי דר. שניאור לעימאן ברענגט אראפ.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:52 pm

· #488897
איך גיי מיך נישט באציען צו די עצם מעשיות ווייל ס׳איז זעלבסטפארשטענדליך נישט געמאכט צו פארשטיין, ס׳איז געמאכט פאר מענטשן וואס באקומען אן עגא בוסט און א סענס אוו איידענטיטי דערפון סאמהאו, פרעג מיר נישט וויאזוי, און גארנישט מער. די מעשיות מאכן נישט קיין סענס ווייל ס׳דארף נישט מאכן קיין סענס, די מוסר השכל דערפון איז קראנק און קרום ווייל ס׳געמאכט פאר קראנקע און קרומע מענטשן זיך צו בויען דאס עגא דערמיט, און שוין.

וואס איז יא אינטערעסאנט איז דעם פותח האשכול׳ס טענה אז די מעשיות זענען קעגן דעם עלעווטן עיקר פונעם רמב״ם פון אמונה בשכר ועונש ווייל שכר ועונש קען נאר צושטאנד קומען אויב ס׳איז דא בחירה חופשית, איז אפאר זאכן. ערשטנס, די נארישע אמונה פון בחירה חופשית איז דאך א מחלוקת ראשונים, דער הייליגער רבי חסדאי אבן קרשקש האקט דאך שוין דערויף און ברענגט גוט ארויס די טיפשות דערפון, איז אפילו אויב מיר האבן אנגענומען די אמונה פון בחירה חופשית, ד.ה. די רבנים האבן גע׳פסק׳נט אז מ׳דארף אננעמען ווי דעם רמב״ם, קען אבער די מציאות נאכאלץ זיין ווי רבי חסדאי אבן קרשקש און די מעשה קען נאכאלץ זיין אמת.

צווייטנס, אפילו לויט׳ן רמב״ם אז מ׳דארף גלייבן אין בחירה חופשית קענען די מעשיות אויך זיין אמת. דער רמב״ם זאגט דאך שוין אינעם מורה אז די אמונה אין שכר ועונש איז אומריכטיג נאר מ׳דארף עס גלייבן כדי מ׳זאל נישט טוהן קיין עבירות, ווי מ׳האט שוין דורכגעטוהן אין דעם אשכול (פארוואס ס׳קען נישט זיין אז דער מורה דארט מיינט הגשמה ספעציפיש נאר ער מיינט שכר ועונש בכלליות איז א שמועס פאר זיך וואס געהערט אהין). איז ווייטער די זעלבע זאך, מ׳דארף טאקע גלייבן אין שכר ועונש/בחירה חופשית ווייל ס׳האלט ארדענונג אבער במציאות איז טאקע נישט דא קיין שכר ועונש/בחירה און די מעשיות קענען זיין אמת.

איין קשיא וואס מ׳קען יא האבן אויף די וואס פארציילן די סארט מעשיות איז אז זיי פארדארבן די אמונה אין שכר ועונש און בחירה חופשית וואס זיי אליין פראפאגאנדירן אזוי שטארק, אויף דעם קען מען ענטפערן בפשטות אז זיי האלטן אז מה נפשך, דער וואס איז גענוג נאריש צו גלייבן אין שכר ועונש און בחירה חופשיות איז אויך גענוג נאריש נישט צו כאפן אז די מעשיות זענען א סתירה דערצו.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 3:16 pm

· #488899
איה״נ. און ווי איך האב טאקע דורכגעטוהן אין מיין (צווייטע) ארטיקל אין וועקער (ווי צוגעצייכענט אנהויב אשכול) אז אפילו להרמב״ם איז די מושג פון שכר ועונש ווייט ווייט נישט דאס וואס מ׳מיינט במובן הפשוט, וממילא די השלכות וואס דאס האט, אפילו אליביה, לגבי בחירה חופשית. ולדוגמא עיין כאן וכאן בהאשכול שלי על זה במה שהבאתי מדר. תמר רודאווסקי, אן עקספּערט במשנתו של הרמב״ם, אודות שיטתו באמת על בחירה חופשית.

מיין פראבלעם איז טאקע אטע דאס וואס דו ענדיגסט צו:
רביה''ק זי''ע
איין קשיא וואס מ׳קען יא האבן אויף די וואס פארציילן די סארט מעשיות איז אז זיי פארדארבן די אמונה אין שכר ועונש און בחירה חופשית וואס זיי אליין פראפאגאנדירן אזוי שטארק, אויף דעם קען מען ענטפערן בפשטות אז זיי האלטן אז מה נפשך, דער וואס איז גענוג נאריש צו גלייבן אין שכר ועונש און בחירה חופשיות איז אויך גענוג נאריש נישט צו כאפן אז די מעשיות זענען א סתירה דערצו.

דאס איז, לדעתי, א געוואלדיגע מיסעפּליקעישאן פון די פּרינציפּ פון טשעריטי. והיינו, אז ניין! זיי אליין, לדוגמא מיין פרומער ברודער וואס איז א ת״ח ומו״צ, כאפן אויסדרוקליך נישט די אינהערענט סתירה וואס איז דא אין די מעשיות וואס זיי פארציילן צו די גלויבונגען, טענעטס, עיקרים וכו׳ וואס זיי נעמען אָן מיט אן אמת. ער, צב״ש, האלט אז בחירה חופשית איז אן עיקר ממש ואסור להרהר אחריה. איך גלייב ער איז רעפּרעזענטעטיוו פון די סארט פרומע ואפילו די קלוגערע (אבער עכ״פ נישט ״אויפגעקלערט״) ביניהם.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 3:24 pm

· #488901
דו מיינסט פרומע קלוגע וואס שפילן מיט די געים, מיט דעם האבן זיי ווייטער קיין פראבלעם ווייל זיי שפילן דאך מיט די געים סייווי.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 7:42 pm

· #488917
איך וועל מודה זיין אז די ״געים״ וואס דו מיינסט באציהט זיך צו דעם אז זיי האלטן/גלייבן, עכ״פ די קלוגע פרומערע, אז די מעשה האט אין אקטואליטעט נישט פאסירט - די ערשטע חלק פונעם דברי יואל׳ס מימרא. אין דעם סענס זענען זיי דוּפּליסיטאס מיט׳ן פארציילן די מעשיות בתורת ״ביאגראפיע/היסטאריע״. אבער זיי האלטן/גלייבן פונקט אזוי אלס אן ״אמונה״ אז דאס וואלט געקענט פאסירן [אז נישט איז דאך דאס ״אפיקורסות״] - די צווייטע חלק פונעם דברי יואל׳ס מימרא הנ״ל. דאס מיינט אז די מעשיות, כדי צו ״קענען״ האבן פאסירט מוז זיין קאנגרוענט מיט זייערע גלויבונגען און הנחות קדומות. אז ס׳איז נישט איז דאס מתוך חוסר מחשבה און אריינטראכטען אין די השלכות וואס קומען ארויס פון די מעשיות.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:17 am

· #488973
ס'איז ממש עניני דיומא.

חסידים זיצן אויף א ווארעמע "קאווע", ביי מלוה-מלכה, און מען איז עוסק אין סיפורי צדיקים....

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:09 pm

· #488979
ובענין זה און אז מ׳האט אָנגערירט אויף מיינע ארטיקלען על הרעות/טעאדיסי איז מיר די זעלבע אלס שווער געווען ווען מיין מאמע תחי׳, אן ערליכע פרומע פרוי לכל הדעות, פלעגט אלס זאגן (איוב ה ז) כי אדם לעמל יולד, און זי פלעגט דאס דערנאך אונטערלאַנען מיט א(ן אָנגעבליכע) מימרא פונעם מהרי״ד מבעלזא זצ״ל אז ״א מענטש איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו ליידן.״

דאס איז מיר אלס שווער געווען ווייל דאס זעהט אויס צו געבן א טעלעאלאגישע באדייט אז דער ״תכלית״, וממילא דער ״רצון״ הקב״ה, פונעם באשאף פונעם מענטש איז אז ער זאל ליידן און זיין בצער. דאס איז בו בעת ווען עס איז אלס געווען מרגלא בפומה ״דער גוטער באשעפער״ מיט זיינע חסדים אא״וו.

דארט במענתו של אליפז התימני איז דער רמב״ן טאקע מפרש:
יגיד כי האדם יולד להיות לו עמל וכעס בחייו ולא יוכל להינצל ממנו, כי הוא בעצמו ית׳ הביאו כאשר בני רשף הושם בתולדותם להתעופף, אך איננו מיחס זה רק לא-ל
און ער איז ממשיך אז די רעות זענען מחמת החטאים ע״ש. אבער אז מען שטעלט דאס צאם מיט די המשך הכתוב פון ובני רשף יגביהו עוף, ווי דער רמב״ן איז טאקע מפרש, איז דאס דאך נישט ״תכלית״ בריאותם (ועיין במו״נ ח״ג פי״ג), ווי איידער אלס אזוי איז דאס פשוט בטבע. דאס גייט שוין ווייטער צוזאמען אין איינקלאנג מיט׳ן טעזע פון מיינע ארטיקלען אז אנדערש איז דאס שוין נמנע.

רש״י דארט איז מפרש ענליך:
כי אי אפשר שלא יחטא ויקבל עמל בחטאו לקבל פורענותו ואינו כבני רשף שהם מלאכים ורוחות שהם יגביהו עוף ואינם מן התחתונים לשלוט בם שטן ויצה"ר

דאס גייט שוין אין איינקלאנג מיט׳ן עקידה וואס אונז האבן צוגעברענגט אז שלא יחטא האדם איז נמנע אף ממנו ית׳.

אבער דער ספורנו איז דאס מפרש כעין הדרש בסנהדרין צט:
כי אמנם האדם נולד לעמל אחד בלבד והוא להוציא שכלו מן הכוח אל הפועל להדמות ליוצרו בעיון ובמעשה כפי האפשר והדברים ההכרחיים לזה יושגו על נקלה
און פשוט די תאוות הגופניות ברענגען דאס וואס זעהט אים אויס ווי רעות ע״ש. דאס איז שוין ענליך צום סוג ג׳ מהרעות וואס דער רמב״ם ברענגט ארויס.

דער רלב״ג דארט זאגט אויך ענליך:
אבל הרעות הנופלות בכאן בזולת מרי קדם אין ראוי בהם שיקראו רעות לפי שהם מיוחסות אל סכלות המקבל כמו שזכר באויל ופותה וזה שהאדם יולד לעמל ולהשתדל בקנינים אשר יצטרכו אליו כי לא נתנו לו שלמיותיו בפועל אבל נתנו לו הכלים אשר אפשר שבהם יגיע אל מה שיצטרך אליו. וכמו שכידודי האש יולדו להתנועע תכף התהוותם ולהגביה עוף מה שהתמידו נמצאים עד שיסור החלק האשי מהם ויפול האפר, ובהיות העניין כן. רצוני שהאדם יולד לעמל בשלמיותיו אשר ירצה הגעתם אליו, הנה אם לא ירדוף בהגעתם בסבות הראויות אין זה עונש אם לא יגיעו וזה מבואר בנפשו


ולגבי המימרא פונעם מהרי״ד איז לכאורה זיין געדאנק געווען ענליך צו דעם אז דאס איז למעשה די מציאות ווי איידער אז מ׳איז טאקע ממש אראפגעקומען דערפאר אלס א ״תכלית״.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:20 pm

· #488981
אויב מען זאל אנעמען אז עס זענען דא צוויי קלאסען פין מענטשן, צדיקים און רשעים, די צדיקים זענען די תכלית, און די רשעים זענען נאר דא פאר די שלימות פין די צדיקים, און פארדעם זענען זיי נמשל צו "מוץ" אזוי עס שטייט דא בשם רבינו תם.
לויט דעם איז דא מענטשן וואס זייער תכלית איז רשעות.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:33 pm

· #488983
ל״ד. די ״תכלית״ (for lack of a better term) איז אז יעדער זאל זיין א/דער צדיק. דער וואס נישט ״ווערט מוץ״ דייקא ווייל ער האט נישט ערפילט זיין ״תכלית״.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:37 pm

· #488984
מי אני
איך וועל מודה זיין אז די ״געים״ וואס דו מיינסט באציהט זיך צו דעם אז זיי האלטן/גלייבן, עכ״פ די קלוגע פרומערע, אז די מעשה האט אין אקטואליטעט נישט פאסירט - די ערשטע חלק פונעם דברי יואל׳ס מימרא. אין דעם סענס זענען זיי דוּפּליסיטאס מיט׳ן פארציילן די מעשיות בתורת ״ביאגראפיע/היסטאריע״. אבער זיי האלטן/גלייבן פונקט אזוי אלס אן ״אמונה״ אז דאס וואלט געקענט פאסירן [אז נישט איז דאך דאס ״אפיקורסות״] - די צווייטע חלק פונעם דברי יואל׳ס מימרא הנ״ל.

ס׳גייט טיפער דערפון, נישט נאר וואס זיי האלטן אז די מעשיות האבן לאו דווקא פאסירט במציאות, אפילו דאס וואס מ׳דארף יא גלייבן איז נישט אז ס׳קען ממש פאסירן, ס׳איז מער אן ענין פון מ׳דארף גלייבן אז מ׳דארף גלייבן אז ס׳האט געקענט פאסירן, כלומר ס׳איז ראוי וישר, מאראליש און עטיש, גלייך און אויסגעהאלטן צו גלייבן, און דערפאר רעדט מען זיך אזוי שטארק איין אז מ׳גלייבט (ווער וויל דען נישט זיין אויסגעהאלטן און מאראליש?) ביז מ׳גלייבט טאקע אז מ׳גלייבט. (דא איז א שטויס מיט לינקס פון הגאון החכם מורנו הרב LessWrong איבער וויאזוי פונקטליך דאס ארבעט.)

מי אני
דאס מיינט אז די מעשיות, כדי צו ״קענען״ האבן פאסירט מוז זיין קאנגרוענט מיט זייערע גלויבונגען און הנחות קדומות. אז ס׳איז נישט איז דאס מתוך חוסר מחשבה און אריינטראכטען אין די השלכות וואס קומען ארויס פון די מעשיות.

די זעלבע ענין איז לכאורה מיט די השלכות אויף למעשה, ס׳הייסט אזוי. ס׳איז מאראליש צו גלייבן אין שכר ועונש, ס׳איז ראוי וישר לכל ירא שמים צו גלייבן אין בחירה חופשית, ס׳איז גלייך און אויסגעהאלטן צו גלייבן סיפורי צדיקים, אדער על כל פנים נישט לייקענען אז ס׳איז מעגליך במציאות, און וויבאלד מיר ווילן דאך זיין מאראליש אויסגעהאלטן וועלן מיר זיך אזוי שטארק איינרעדן אז מיר גלייבן די אלע זאכן ביז מיר וועלן טאקע גלייבן אז מיר גלייבן, איינמאל מיר גלייבן באמת אז מיר גלייבן זענען מיר פטור פון זיך ווייטער ברעינוואשן ווייל מיר זענען דאך באמת איינגערעדט אז מיר גלייבן, ואונס רחמנא פטריה. ס׳איז ווי איינער עסט אום יום כיפור ווייל מ׳האט איהם איינגערעדט אז ס׳איז ערב יום כיפור, אין זיין דמיון איז יעצט ערב יום כיפור און ס׳איז א מצוה צו עסן, וואס דען האט ער געדארפט צו טוהן? איי די אלע גלויבונגען צוזאמען זענען נישט קאנגרוענט איינס מיט׳ן צווייטן? על כן דארף מען זיין א בוחר ברע במיעוטו, וואס איז וויכטיגער, האבן קאנגרוענט גלויבונגען אדער מקיים זיין וואס איז ראוי וישר, גלייך און אויסגעהאלטן, ווי אן ערליכער איד דארף זיך צו פירן? אוודאי וועט די צווייטע אויסוואל איבערוועגן דאס ערשטע.

אין בעצוג אויף די השלכות למעשה למעשה - אז מ׳וועט אויפהערן גלייבן אין שכר ועונש אדער בחירה חופשית - האבן מיר שוין מסביר געווען אויבן אז מה נפשך איז נישט שייך דעם חשש, עכ״פ נישט גענוג אז מ׳זאל צוליעב דעם זיך צוריקהאלטן פון זיך פירן וויאזו אן ערליכער וואוילער איד דארף זיך צו פירן בעז״ה.

למעשה גערעדט דארף מען האבן ביידע, מי אני׳ס קשיות און רבינו הקדוש׳ס תירוצים, ווייל פון ביידע צוזאמען קומט ארויס די לצנות פון די לצים שאין מקבלין פני השכינה, מנאי ומנך תתברר שמעתתא. 😃

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:57 pm

· #488986
מי אני
ל״ד. די ״תכלית״ (for lack of a better term) איז אז יעדער זאל זיין א/דער צדיק. דער וואס נישט ״ווערט מוץ״ דייקא ווייל ער האט נישט ערפילט זיין ״תכלית״.


נישט ממש, זעה דער מקור וואס איך האב צוגעלייגט בשם רבינו תם.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:10 pm

· #488987
אבער אפילו לפי״ז איז נישט אז די ״תכלית״ זיינער איז צו זיין ״מוץ״. והיינו, אז עס איז נישט הרי ״זו״ צדיק והרי ״זו״ רשע - דער וואס איז דער רשע וואלט ווען געקענט זיין דער צדיק און דער צדיק וואלט ווען געקענט זיין די ״מוץ״. די מערסטע וואס מ׳קען זאגן איז אז לאחר כן ווערט (כעין) ״הוברר הדבר למפרע״ אז זיין ״תכלית״ איז געווען ״צדיק״ און זיינס ״מוץ״ [אָננעמענדיג דעם עיקר פון בחירה חופשית וככל הנ״ל].

וואס מ׳קען יא פרעגן איז אז דאס שטעלט אוועק די קשיא אז פארוואס איז דאס אויסגעשטעלט אזוי אז ס׳זאל בכלל זיין א צורך פאר ״מוץ״; די ״תכלית״ פון דעם ״געדאנק״ בכלל? אויף דעם קען מען לכאורה ענטפערן עפ״י העקידה הנ״ל אז הסרת ענין ״חטא״ מן העולם איז מן הנמנע אף ממנו ית׳. און איינמאל דאס איז שוין דא גייט שוין אטאמאטיש זיין דערפון אין פארשידענארטיגע קוואנטיטיס (עפ״י בחירה וכו׳) וממילא איז שוין נישט שווער פארוואס מ׳האט אוועקגעשטעלט די בריאה מיט ״מוץ״ [אין די קאנטעקסט].

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:34 pm

· #488988
פין ווי נעמסטו דאס? אפשר יא? אפשר איז יא דא אזעלכע וואס זענען אויסגעשטעלט צו זיין רשעים!! נעם פסיכאפאטען, זיי קענען וועלען זיין גוט און זיי קענען נישט. איי בחירה שכר ועונש וכו'? פונקט ווי די פארשטייסט אז עס רעדט נישט צו סאנדעק און דער רעבעצין ל"ע, רעדט עס נישט צו זיי.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:02 pm

· #488993
האסטו א קשיא קעגן בחירה בכלליות מכח דעטערמעניזם אא״וו. אבער קיין קשיא פון/אויף דער ר״ת איז עס נישט. ער קען רואיג זאגן אז דער רשע וואס וועט זיין א רשע מכח בחירתו ער איז דער וואס וועט זיין די ״מוץ״. מיינענדיג, דער ר״ת קען זאגן אז ער איז נישט געווען פּרידעטערמינד ומוכרח מעיקרא [i.e. זיין פערזענליכע ״תכלית״] להיות ״מוץ״. אין אנדערע ווערטער, איך גלייב אז דער ר״ת נעמט אָן בחירה חופשית בהנחה קדומה און פון דארט פּראסיִד ער ווייטער מיט׳ן זאגן וואס ער זאגט.

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:19 pm

· #488997
היסטאריע
אויב מען זאל אנעמען אז עס זענען דא צוויי קלאסען פין מענטשן, צדיקים און רשעים, די צדיקים זענען די תכלית, און די רשעים זענען נאר דא פאר די שלימות פין די צדיקים, און פארדעם זענען זיי נמשל צו "מוץ" אזוי עס שטייט דא בשם רבינו תם.
לויט דעם איז דא מענטשן וואס זייער תכלית איז רשעות.

דאס איז געווען איוב׳ס טענה אבער אהדרו ליה חבריה אז עס איז נישט אמת.
רבינו תם זאגט אז עס איז מן הנמנע אז די גאנצע וועלט זאל זיין צדיקים. אבער יעדע יחיד האט נאך ווייטער די בחירה צו ער זאל זיין א צדיק אדער א רשע אזוי ווי דער רמב״ם שרייבט אין הלכות תשובה פרק ו הלכה ה. (דער תניא שרייבט אז עס דא מענטשען וואס קענען נישט זיין קיין צדיקים נאר בינינים, אבער ער רעדט נישט פון א הכרח צו זינדיגן)

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:04 pm

· #489004
מי אני
האסטו א קשיא קעגן בחירה בכלליות מכח דעטערמעניזם אא״וו. אבער קיין קשיא פון/אויף דער ר״ת איז עס נישט. ער קען רואיג זאגן אז דער רשע וואס וועט זיין א רשע מכח בחירתו ער איז דער וואס וועט זיין די ״מוץ״. מיינענדיג, דער ר״ת קען זאגן אז ער איז נישט געווען פּרידעטערמינד ומוכרח מעיקרא [i.e. זיין פערזענליכע ״תכלית״] להיות ״מוץ״. אין אנדערע ווערטער, איך גלייב אז דער ר״ת נעמט אָן בחירה חופשית בהנחה קדומה און פון דארט פּראסיִד ער ווייטער מיט׳ן זאגן וואס ער זאגט.


איך רעד בפירוש נישט מצד דעטורמעניזם וואס האלט אז קיינער האט נישט קיין בחירה. איך רעד אז עס איז דא בחירה אבער נישט פאר יעדעם. הגע עצמך, ביסט אויך מודה אז דער וואס איז א חסר דעה האט נישט קיין בחירה. נעם דער רש"י אויף יעקב און עשיו, ממעיך יפרדו, זה לצדקו וזה לרשעו, איז פשט אז עשיו האט געהאט בחירה? צו אפילו יעקב? און אז דער בני יששכר האט געזאגט איז עס ערגער ווי דער ויאמר ד' לה?

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:17 pm

· #489006
איך האב געמיינט [ווייכע] דעטערמעניזם עפ״י קאַמפּעטיבּיליזם וכדומה.

וואס זיי קענען זאגן איז אז פאר איינער וועט טאקע די בחירה זיין ״שווערער״ מכח טבעו מזגו וכו׳ - אבער בחירה איז פארט (לפיהם) נאך דא און פארהאן ביי זיי.

ולגבי עשו, זאגט דאס טאקע דער היכל הברכה: 📎 AEF45E63-60D0-42CC-8E03-BA3A8EA3707B.jpeg

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:14 pm

· #489015
און דער בנין יששכר'ס משומד וואלט אויך געקענט זיין גרעסער פון בני יששכר מיט דער ראפשיצער ווען ער טראגט עס אריבער.

עס דערמאנט מיר א דזיקוב'ע מעשה, איינער א איד פלעגט דאווענען לאנג ביז האלבע טאג. אמאהל האבן די קינדער פון ר' אליעזר'ל דזשיקאווער אים שטארק געשפעט און חוזק געמאכט, און דער איד האט זיך גע'שמד'ט ל"ע. האט דער פאטער זיי געזאגט, ווען דער איד וואלט זיך אויסגעוויינט ביי א תהלים וואלט איך פאר ענק מורא געהאט. פאר שמד'ן דארפן ענק זיך נישט זארגן.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:16 pm

· #489016
איה"נ. כ'האב טאקע אויבן געזאגט אז מ'קען אזוי "ווייכער" מאכן די מעשה.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:18 pm

· #489017
מי אני
איה"נ. כ'האב טאקע אויבן געזאגט אז מ'קען אזוי "ווייכער" מאכן די מעשה.

ווייכער? מיט וואס איז עס אנדרעש פין זה לרשעו וזה לתומו?

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:24 pm

· #489018
די "כך הוה" פונעם מעשה מיט'ן בנ"י גייט אויסקומען אז ס'איז (צום מערסטענטס) מער פּראבּעבּיליסטיק ווי איידער א "הכרח" וואס דאס איז דאך לכאורה די כוונה פונעם סיפור ["די כח פון א צדיק"]. ואיה"נ אז אפילו מיט די פּראבּעבּיליסטיק אפטייטש צייגט דאס נאך אלס טעקניקעלי אויף "א כח", אבער שוואכער איז עס פארט. משא"כ אין די דרש פון רש"י איז מעיקרא קיינמאל דאס נישט געווען די כוונה וכמו ההיכל הברכה.

עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס איך האב דא צוגעברענגט פון דר. בּערי דוב וואלפיש ווי רש"י האט געהאט א ספעציעלע ענימאַסיטי צו עשו.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:39 pm

· #489019
ועד דאתי הקארמארנער?
אזוי אויך ביי דער מעשה, האלט מען נאך פארדעם, און די קענסט זיין דער קאמארנער.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 4:53 pm

· #489021
איה"נ. אויב ווילן די פרומע פארציילערס, וואס נעמען אָן בחירה חופשית אלס אן עיקר, אָנהאלטן די מעשה מוזן זיי בע"כ דאס זאגן למען קאנסיסטענסי, הגם עס ווייכט אפ די מעשה וכנ"ל.
היסטאריע
עס דערמאנט מיר א דזיקוב'עַ מעשה, איינער א איד פלעגט דאווענען לאנג ביז האלבע טאג. אמאהל האבן די קינדער פין ר' אליעזר'ל דזשיקאווער אים שטארק געשפעט און חוזק געמאכט, און דער איד האט זיך גע'שמד'ט ל"ע. האט דער פאטער זיי געזאגט, ווען דער איד וואלט זיך אויסגעוויינט ביי א תהלים וואלט איך פאר ענק מורא געהאט. פאר שמד'ן דארפען ענק זיך נישט זארגן.

מיט די מעשה האב איך ענליכע שוועריקייטן ווי די צווייטע פראבלעם קעגן די מעשה בבנ"י און ווי די מעשה מיט די תפילה בציבור בעת קאוויד. והיינו, דא לייגט מען, אנגעבליך פונעם אדם גדול, ווייטער א דגוש אויף די "מעטאפיזישע/אובערנאטורליכע עונשים" וכו' וואס קענען קומען ווי איידער אויף די ווייטאג וואס וואלט געדארפט קומען פון אן אדם גדול אז אחד מעמינו המיר דתו. אנשטאט מוכיח זיין די קינדער אז זיי זענען מעגליך געווען (עפעס) א גורם דערצו, ואולי יש בו משום (סרך) לפני עור לא תתן מכשול (עכ"פ שלא בכוונה) בנוסף צו סתם אזוי שפעטן פון איינעמ'ס מצוה, איז ער זיי מחזק אז זיי דארפן זיך נישט פארכטן. אתמהה.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 5:11 pm

· #489022
זאגסט א ריכטיגער נקודה, דער ווייטאג האט זיך אפגעשטעלט אינמיטען וועג ערגעץ. דער בעש"ט שטייט אין שבחי בעש"ט האט זייער געיאמערט ווען די פראנקיסטען האבן זיך גע'שמד'ט. שפעטער איז עס געווארען עד כדי כך אז דער טיילונג איז געווארען אינדארסירט דורך חסידים.
לכאורה האט דאס אלעס ווען דער רעפארמער זענען געווארן אנדערע סארט אידן, האט זיך דער הרגשה אפגעשטעלט, ווייל זיין א איד האט שוין גארנישט געמיינט.
דער חתם סופר אין זיינע בריוו קעגן דער שוהל אין פראנקפורט, שרייבט אויך, הלואי זיי וואלטען זיך אלע גע'שמד'ט.
די חסידים האבן אויך פארלוירן דער ענין, זעהט אויס אז סאטמארער רב איז גערעכט געוועהן אז נתבטלה תורת הבעל שם.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 5:59 pm

· #489026
יתכן. הגם מ׳קען מחלק זיין אז, עכ״פ לפי שיטתם, וואו די אידן זענען שוין נישט גערעכענט ווי שומרי תורה אבער זענען פארט נאך אלס צווישן אידן, טוהן זיי דאך שאדן און זענען מסית ומדיח אנדערע וואס זענען נאך יא פרום נאכצוגיין (עכ״פ למחצה לשליש ולרביע). וממילא איז דאן דא א מקום לקוות אז זיי וועלן גענצליך ממיר זיין און אזוי ארום אויפהערן מסית זיין אנדערע; זיי זענען דאך שוין ממילא ״פארפאלן״ (עכ״פ לשיטתם כנ״ל). אין אנדערע ווערטער, עס איז פשוט פראגמאטיש ומן ההכרח. (הגם אפילו אין אזא פאל דארף עס בעצם נאך אלס באנג צו טוהן אלס יתמו חטאים ולא חוטאים.)

משא״כ ביי אזא סארט מעשה וואו דער איד איז געווען א דורכשניטליכע איד און לכו״ע נישט קיין ״מסית ומדיח״, פארוואס זאל דאס נישט באנג טוהן פאר אן אדם גדול בנוסף צום שפעטן ולפני עור?

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 7:21 am

· #489081
לגבי דער מעשה פין בני יששכר, פשט אין דער מעשה איז לכאורה לויט ווי עס שטייט אין בני יששכר דא, כל ימי עני רעים, עם הארץ אסור לאכול בשר ווייל ער עסט לשם תאווה, און נישט לשם מעלה זיין וכו', קומט דאך אויס אז דער איד ווען ער האט געזאגט אז נאך א מזל דער מלאך האט נישט געשטויסן אין ברוסט איז געוועהן סתם א בעל תאווה, און לויט דער בני יששכר א דין עם הארץ, וואס די גמרא זאגט דאאין פסחים אז מען דארף אים הרג'נען יום כפור שחל בשבת. און שמד'ן איז אזוי ווי הרג'נען.
בעצם וואלט איך נישט געדארפט אוועק געבן דער שטיקעל תורה פאר ק"ש, מען אפרישיעט נישט ממילא. אבער צו פארענטפערן א מעשה חמור יצאתי מגדרי.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 9:45 am

· #489090
😃

מ׳גייט מוזן זאגן אז ער לערענט אפ אז דאס מיינט ר״מ בברכות מז: אז הגדרת ״עם הארץ״ איז כל שאינו אוכל חוליו בטהרה…

עס איז סתם אזוי משמע מתוס׳ שם ד״ה אמר אז האידנא איז נישטא דין ע״ה ע״ש. (וכעין ווי ביי געוויסע זאכן איז אין דין ת״ח בזה״ז, כגון ברמ״א ביו״ד סימן רמג סעיף ז.) ווי אויך דארט אין פסחים מט: זאגט תוס׳ בד״ה ויש אז די ״מותר לקורעו כדג״ איז במכיר וכופר להכעיס דה״ל הריגתו כמו פיקוח נפש ע״ש. דער מהרש״א האט סתם אזוי אפגעלערענט אז דאס מיינט נאר פשוט אז מותר לביישו ע״ש.

‏דאס דערמאנט מיר פון וואס @אנאנים האט זיך אפגערעדט אויף מיינע ״גאג על גאג פורים תורות״…

ייש״כ פאר׳ן שרייבן. איך עפּרישיעיט עס יא.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 1:04 pm

· #489099
און בדרך רמז, קורעו כדג, א פיש שניידט מען קודם אין די לענג און דערנאך שיינע סלייסעס אין די ברייט. א רמז צו די שתי וערב, דער שמד'ן. און ר' עקיבא נעמט זיך אהן פאר דער עם הארץ, ואנשכנו כחמור, אז דער תלמיד חכם ווען ער טוט דאס, ווערט ער אנגעשטעקט מיט "חמור", ווייל ער דארף קענען אויפהייבן דער עם הארץ און מאכן א ת"ח נישט פארקערט.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 1:16 pm

· #489101
אדער ווי יענר (בחור?) האט געשריבן פאר זיין רבי'ן..."חמו"ר"... אויף די וואונדער פון מענטשן איבער די חוצפה, האט ער מסביר געווען אז חמו"ר איז די ר"ת חכם. מורי. ורבי...!

תרמב » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 3:17 pm

· #489108
ביים בענטשן אין די טאטעס הויז זאגט מען ברשות אבי מורי, און ביים שווער זאגט מען ברשות חמורי.....

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 3:39 pm

· #489111
אין זוהר אנפאנג פרשת כי תצא שטייט אז איינער וואס האלט זיך פאר א ח׳כם מ׳ופלא ו׳רב ר׳בנן איז א חמו״ר דאורייתא..

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 3:49 pm

· #489116
היסטאריע
און בדרך רמז, קורעו כדג, א פיש שניידט מען קודם אין די לענג און דערנאך שיינע סלייסעס אין די ברייט. א רמז צו די שתי וערב, דער שמד'ן. און ר' עקיבא נעמט זיך אהן פאר דער עם הארץ, ואנשכנו כחמור, אז דער תלמיד חכם ווען ער טוט דאס, ווערט ער אנגעשטעקט מיט "חמור", ווייל ער דארף קענען אויפהייבן דער עם הארץ און מאכן א ת"ח נישט פארקערט.

א״י אז ״ואנשכנו כחמור״ האט ר״ע געזאגט אויף וואס דער ע״ה זאגט צו דער ת״ח. ר׳ שמואל בר נחמני משום ר׳ יוחנן זאגט דעם ״קורעו כדג״ פונעם ת״ח צו דער ע״ה; פארקערט. והרמז בזה אפשר לומר לפי כל הנ״ל אז אין פרק שירה (פ״ד) שטייט אז שירת הדגים איז די פסוק (תהלים כט ג) קול ה׳ על המים א-ל הכבוד הרעים ה׳ על מים רבים ע״ש. און אין ברכות כח: שטייט אז די ברכות שמונה עשרה זענען קעגן די אכצן אזכרות אין דעם מזמור כט ע״ש. קומט דאך אויס אז די אזכרות אין דעם פסוק פון שירת ה״דג״ זענען די פיפטע און זעקסטע אין דעם מזמור וממילא (לכאורה) קעגן די פיפטע און זעקסטע ברכות אין שמונה עשרה. די ברכות זענען טאקע די ברכות פון תשובה וסליחה, וכדרכינו אז מ׳דארף ווילן די תשובה וסליחה פון די שוואכע, די עמי הארץ. יתמו חטאים ולא חוטאים (לעיל שם י.). (און דאס שטימט אפשר נאך ווייטער ווייל די גמרא זאגט דאך דארט אז די ״א-ל״ אין דעם פסוק איז קעגן ברכת המינים ע״ש. והיינו, אז אפילו זיי דארף מען בעצם ווילן זייער תשובה וסליחה.)

תרמב
ביים בענטשן אין די טאטעס הויז זאגט מען ברשות אבי מורי, און ביים שווער זאגט מען ברשות חמורי.....

דאס קען שוין געבן א קנייטש אין די באקאנטע הלכה באה״ע סימן א סעיף ג עפ״י קידושין כט: דבשום ענין לא יעבור בן כ׳ בלא אשה ע״ש. ווייל עס איז משמע בנדה יט: אז דם בחור של כ׳ שנה שלא נשא אשה איז אדום כדם שור ע״ש. נו, אונז ווילן מער ער זאל שוין ביי דעמאלטס זאגן ״חמורי״ ווי איידער בלייבן ביי ״שורי״ (הגם עס איז דאך אויך אותיות ״שׁוֶר״)…

ובסתם, ווייסן מיר במנחות כט: אז אנדערש ווי דער אות ה׳ איז דער אות ח׳ פארמאכט פון דער זייט אז נאר דארט פון אונטן גייט מען ארויס אבער צוריק אריין גייט מען נישט ע״ש. נו, איז לייגט מען צו צו ״מורי״ ביים שווער דעם ח׳ אז מ׳וויל ארויס אבער נישט צוריק אריין…

מי אני » מאנטאג אפריל 4, 2022 2:47 pm

· #497481
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן אז ענליך צום מעשה בבנ״י בנוגע ביוהכ״פ שחל להיות בשבת דייקא, שרייבט הרב שמואל אלכסנדראוו ז״ל לפי המהר״ץ חיות במבוא האגדה, אז דאס וואס ס׳שטייט, צב״ש, בב״מ פג: שבאו על נערה המאורסה ביוהכ״פ שחל להיות בשבת ״הוא מדרכי ההגזמה וההפלגה האגדיית״. 📎 9B32D754-B731-4303-8E8E-51282C8A8356.jpeg

כרם זית » מאנטאג אפריל 4, 2022 3:30 pm

· #497485
בדרך אגב, די מעשה פון דער בנ''י האב איך אמאל געזען אז דער געשאלטענער איז געווען א זון פון דער באר מים חיים, אן איידעם ביים אוהב ישראל.

די מעשה פון ר' רפאל מברשיד קען מען פארענטפערן בשילוב מיט די מעשה פון דער דיין וועלכע האט אפגעשפרעכט די כבוד מגיפה פאר זיין כבוד. איז געקומען א מסור וועלכע האט נישט געגלייבט אין דער דיין'ס ברכה, און ער האט פאר'מסר'ט די שמדרש'ל פאר די פאליציי. זענען געגאנגן די מתפללי הסמדרש'ל און אים גע'הרג'ט. איז ר' רפאל געווען מסופק צי ער האט א דין מסור און מען האט אים געמעגט הרג'נען, אדער אין סומכין על הנס און זיין הריגה איז געווען רציחה. האט ער געמאכט א סימן: אם כמות כל אנשים וועט ער שטארבן דאן איז דאך פשט אז אין סומכין על הנס און די מענטשן זענען רוצחים און ער האט נישט געטארט זאגן ליגן לכבודם און ממילא דארף ער טאקע יעצט שטארבן אלס עונש. אויב וועט ער אבער גלייך שטארבן וועט עס זיין א נס און ער האט געהאט רעכט צו זאגן ליגנט, און ער וואלט ווען נישט געדארפט שטארבן. אבער תחיית המתים איז דאך בידו של הקב''ה, האט זיך די מעשה אפגעשטעלט דא.

בעל כרחך אתה מת.

מי אני » מאנטאג אפריל 4, 2022 3:43 pm

· #497486
😂

און ווי באקאנט איז א באקאנטע משל פון די סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס, וואס איז חוזר חלילה כמו הכא ווי דו זאגסט, די ״ליגענער״ פּאראדאקס ובנוגע אמת [מדתו של ר׳ רפאל] ושקר. והיינו לדוגמא: די זאץ איז א ליגענט. איז די זאץ א ליגענט אדער אן אמת?… 😃

מי אני » דינסטאג אפריל 5, 2022 10:59 pm

· #497651
מי אני
יתכן. הגם מ׳קען מחלק זיין אז, עכ״פ לפי שיטתם, וואו די אידן זענען שוין נישט גערעכענט ווי שומרי תורה אבער זענען פארט נאך אלס צווישן אידן, טוהן זיי דאך שאדן און זענען מסית ומדיח אנדערע וואס זענען נאך יא פרום נאכצוגיין (עכ״פ למחצה לשליש ולרביע). וממילא איז דאן דא א מקום לקוות אז זיי וועלן גענצליך ממיר זיין און אזוי ארום אויפהערן מסית זיין אנדערע; זיי זענען דאך שוין ממילא ״פארפאלן״ (עכ״פ לשיטתם כנ״ל). אין אנדערע ווערטער, עס איז פשוט פראגמאטיש ומן ההכרח. (הגם אפילו אין אזא פאל דארף עס בעצם נאך אלס באנג צו טוהן אלס יתמו חטאים ולא חוטאים.)

דער מנחת אלעזר ברענגט טאקע צו א מעשה אז בזמן הראשונים איז געוועזן א פאפולערן אָנגענומענע דרשן וואס פלעגט דרש'ענען אין קהילות און זיינע דרשות זענען געווען מתובל במינות ובדעות נפסדות. ווען ער האט דערנאך געזוכט תשובה צו טוהן דערויף האט אים א רב געזאגט אז ער זאל זיך שמד'ען, וואס קלא אית ליה, און אזוי וועט מען וויסן למפרע, איבעראל וואו ער האט שוין געהאלטן די דרשות, אז זיי זענען געווען מינות. דאס איז געווען אויף צו העלפן קעגן דעם מעוות לא יוכל לתקון פונעם דאס'ן האבן פארשפרייט די סארט דעות איבעראל במשך השנים.

ער ענדיגט צו:
וכאשר כתב קדוש זקיני בספר מעין גנים ובכמה דוכתי על הכופרים המתחדשים "לו המירו דתם" עיי"ש והמשכיל יבין.

מי אני » מיטוואך אפריל 6, 2022 11:27 am

· #497676
מי אני
וידוע מש״כ הרמב״ם על מצות מזוזה בהל׳ תפילין (פ״ה ה״ד):
‏
אבל אלו שכותבין מבפנים שמות המלאכים או שמות קדושים או פסוק או חותמות הרי הן בכלל מי שאין להם חלק לעולם הבא שאלו הטפשים לא די להם שבטלו המצוה אלא שעשו מצוה גדולה שהיא יחוד השם של הקדוש ברוך הוא ואהבתו ועבודתו כאילו הוא קמיע של הניית עצמן כמו שעלה על לבם הסכל שזהו דבר המהנה בהבלי העולם.

ר׳ וואלף באסקאוויץ (בן המחצית השקל), אין זיין סדר משנה אויפ׳ן רמב״ם דארט, שרייבט:
ודאי מוכח מזה דרבינו ז”ל סובר דמצות מזוזה אין בו תועלת השמירה כלל בטבעה ובסגולתה, רק כי היא כמו אחת מכל מצוות ה’ אשר צוה אשר אין בהם תועלת לעניני עולם הזה רק לעשות רצון קונו יתברך אשר צוה על כך וקבלת פרס בעולם הבא, שתי אלה הם תכלית כל המצוות, ותכלית תכליתן היא קרבת אלקים כי זה חפצו יתברך וזה הוא גם כן תכלית מצות המזוזה ואפס זולתו.

מי אני » דינסטאג אפריל 12, 2022 9:45 pm

· #498013
ולגבי דאס געדאנק פון דעם אז ערליכע אידן גייען נישט וואונטשן אז מ׳זאל עובר זיין אַן איסור זאגט די גמרא בשבת קלו. לרשב״ג אם שהה ל׳ יום דאן איז ער נישט קיין נפל ומקודם הוי ספק. זאגט דארט די גמרא אז טאמער איז געבוירן א קינד פאר א פרוי וואס איר מאן איז געשטארבן, וממילא איז זי פטור מיבום, ונתקדשה לאחר, און דאס קינד איז ל״ע געשטארבן בתוך ל׳ יום, וממילא איז עס א ספק צי דאס איז געווען א נפל ואי היא פטורה מיבום, האט רב שרביא געהאלטן משמיה דרבא אז סיי אויב דער מקדש איז א ישראל ואפילו אויב דער מקדש איז א כהן זאל דער ברודער געבן חליצה, הגם אזוי גייט יעצט די פרוי ווערן אסור אויפ׳ן כהן המקדש אלס חלוצה. רבינא האט אבער געהאלטן אז רבא האט טאקע אזוי געזאגט און געהאלטן ביינאכט אבער צוריקגעצויגן אינדערפרי און געהאלטן אז אויב איז דער מקדש א כהן דאן פארלאז איך מיר אויף דער ספק (אדער אויף הרבנן דפליגי ארשב״ג, ועיין ברש״י שם) אז זי דאס איז קינד איז בעצם נישט געווען קיין נפל ופטורה מחליצה בכלל. האט רב שרביא געזאגט פאר רבינא:
שריתוה[?!] יהא רעוא דתשרו תרבא[!]
וכ״ה ביבמות לז. בשם רב משרשיא במקום רב שרביא ע״ש.

הרב שטיינזאלץ איז דאס מפרש אז וואס ער האט געמיינט צו זאגן אז דו ״קענסט״ דאס מתיר זיין דאן וועסטו פונקט אזוי ״קענען״ מתיר זיין חלב; להגדיל חומר האיסור וואס ער האט געהאלטן דערביי. (הגם די לשון ״יהא רעוא״ איז אביסל שווער.)

דער מהרש״ם (צוגעברענגט אינעם ילקוט מפורשים החדש אין די בּעק פון וגשל גמרות) זאגט אז די געדאנק איז אז זיי האבן זיך דאך ארומגעקריגט בשיטת רבא. אין חולין עה. קרייג זיך ר׳ יוחנן ור״ל לגבי די חלב פון א נפל [ממש]: לר׳ יוחנן איז עס אסור מדין חלב כחלב בהמה, ולר״ל איז עס נישט אסור מדין חלב כחלב חיה. און רבא האלט ווי ר״י שאסור. האט רב שרביא/משרשיא געזאגט פאר רבינא, דא בענין נפל, אז דו ביסט דא מתיר עפ״י רבא, וועסטו מתיר זיין בחלב נפל מדין כרת וואס רבא אסר׳ט דאס יא כר״י.

‏אויף אייוועלט הא׳ביך אויך געזעהן ווי מ׳רעדט פון די גמרא.

דר. דוד ליפשיץ האט געשריבן א דאקטאראט בנוגע הומאר אין ש״ס, און בתו״ד שרייבט ער אויף די גמרא:
רב משרשיא מבקר בחריפות את ההיתר, בשמו של רבא, הקובע כי אשת כהן פטורה מחליצה, וזאת בניגוד לפסיקה המחמירה שהוא עצמו קבל בשם רבא, ובפרט שההיתר נובע משינוי דעת הכרוך בשינוי הזמנים מערב לבקר. הקלילות היתרה שבו עובר חכם משיעור קומה כמו של רבא, מעמדה לעמדה (לפי הסברו של רבינא) מחריפה את תגובתו של רב משרשיא, ולכן משתמש הוא בהיתר האבסורדי של אכילת חלב (שחיובו כרת) ומקצין בכך את טעותו של רבינא. בביטוי הקצר, ובדימוי הקיצוני והאבסורדי שבו, משכיל רב משרשיא לרמוז על כל נקודות הטיעון, המתבקשות לדברי רבינא.

מי אני » דינסטאג אפריל 19, 2022 8:37 pm

· #498361
דער רדב״ז (ח״ג סימן תמד) האלט אז לפי די וואס זענען מתיר למסור נפשו על כל מצוה איז דוקא במקום דאיכא קידוש ה׳ בפני העמים וכדומה.

אויף עצוכ״ח איז דא א גאנצע נידון אי ומתי רשאי למסור נפשו למען אחר/ים - צי עס איז אנדערש ווען עס איז למען רבים, בעת מלחמה וכו׳. הרב דר. מיכאל אברהם זאגט דארט לגבי די התייחסות צו איינער וואס טוהט דאס על אף ער ווייסט אז ער האט נישט להלכה אזוי צו טוהן:
אם אותו אדם יודע שההלכה אוסרת ובכל זאת עשה זאת, אז לדעתך הוא עבריין. ואם הוא אינו ידוע אז הוא אנוס. אני שאלתי מה דינו של אחד שיודע שההלכה אוסרת, ובכל זאת הוא עושה כן. האם תתייחס אליו כעבריין גרידא? קשה לי לראות את הדברים כך.

ההבדל הבסיסי הוא שכאן אדם הולך נגד ערכי התורה, אבל עושה זאת שלא למען אינטרס שלו. להיפך, הוא מוסר את כל אשר לו למען אותם ערכים. ובפרט שהערך הנשכר כאן גם הוא ערך תורני (=חיי אדם). האם זהו מצב יותר גרוע מעבירה לשמה?

דומני שיש לחלק בין ההערכה למעשה לבין ההערכה לאדם. המעשה הוא אסור (בהנחה שזה אכן כך), אבל האדם עדיין יכול להיות ראוי להערכה רבה. אמנם מבחינה טקטית/חינוכית יש לדון עד כמה לבטא זאת, כדי שלא ילמדו ממנו. מאידך, צריך שילמדו ממנו את מסירות הנפש, לפחות במקומות בהם היא כן נדרשת מאיתנו.

מי אני » מאנטאג יוני 6, 2022 11:54 pm

· #501627
בנוגע א סיפור איבער זיך מסתכן זיין למען א צווייטן זאגט טאקע דער מהרש״א בכתובות סא: וואו רב אשי האט גענומען מסעודתו של אזגור מלכא כדי צו ראטעווען מר זוטרא הגם ער האט זיך אריינגעשטעלט בסכנה ונעשה לו נס ע״ש, זאגט דער מהרש״א אז רב אשי האט זיך טאקע געדארפט פארענטפערן דערויף, אז ער האט געזעהן א רוח צרעת דפרחיה עלויה דמר זוטרא, דהך סכנה להפסיד סעודת המלך הוא יותר סכנה לרב אשי מסכנת מר זוטרא ע״ש. עכ״פ איז לכאורה משמע אז טאמער איז יענער אויך בסכנה עד פיקוח נפש מעג מען יא. אדער אפשר איז די סכנה להפסיד סעודת המלך (עכ״פ באמתלא) נישט אזא סכנה עד כדי נפשות און אויף די זעלבע שטאפל ווי צרעת ביי יענעם.

מי אני » פרייטאג יוני 24, 2022 12:54 pm

· #502907
דער רדב״ז זאגט איבער דאס זעלבע בח״ד (אלף קלט) אז דאס אז מ׳מעג זיך יא מוסר נפש זיין אויף יעדעס עבירה איז אבער נאר ווען עס איז א פרהסיא אצל העכו״ם וקידוש ה׳ (הגם אז עס איז בצינעא לישראל). די שאלה איז צי ביי די מעשה וואו די גוים ווערן דאס נישט געוואור, און אט דאס איז דאך די גאנצע מטרה דערפון פונעם שקר, איז דאס נוגע.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 7:54 pm

· #514136
לגבי מסירת נפש, ובפרט אודות מדת "אמת", האב איך געזעהן די אינטרעסאנטע אנעקדאט. דער דזשורנאליסט לענארד לייאנס האט געהאט געפרעגט דער לאגיקער און פילאזאף בּערטראנד ראָסעל, אין 1964 ווען ראָסעל איז שוין אלט געווען 92 יאר, צי ער וואלט געווען וויליג צו שטארבן פאר וואס ער גלייבט אין אלס ריכטיג? האט אים ראָסעל גע'ענטפערט, "זיכער נישט. עס קען דאך זיין אז איך בין נישט גערעכט."

מי אני » זונטאג יאנואר 8, 2023 7:06 pm

· #515226
מי אני
מי אני
וידוע מש״כ הרמב״ם על מצות מזוזה בהל׳ תפילין (פ״ה ה״ד):
‏
אבל אלו שכותבין מבפנים שמות המלאכים או שמות קדושים או פסוק או חותמות הרי הן בכלל מי שאין להם חלק לעולם הבא שאלו הטפשים לא די להם שבטלו המצוה אלא שעשו מצוה גדולה שהיא יחוד השם של הקדוש ברוך הוא ואהבתו ועבודתו כאילו הוא קמיע של הניית עצמן כמו שעלה על לבם הסכל שזהו דבר המהנה בהבלי העולם.
ר׳ וואלף באסקאוויץ (בן המחצית השקל), אין זיין סדר משנה אויפ׳ן רמב״ם דארט, שרייבט:
ודאי מוכח מזה דרבינו ז”ל סובר דמצות מזוזה אין בו תועלת השמירה כלל בטבעה ובסגולתה, רק כי היא כמו אחת מכל מצוות ה’ אשר צוה אשר אין בהם תועלת לעניני עולם הזה רק לעשות רצון קונו יתברך אשר צוה על כך וקבלת פרס בעולם הבא, שתי אלה הם תכלית כל המצוות, ותכלית תכליתן היא קרבת אלקים כי זה חפצו יתברך וזה הוא גם כן תכלית מצות המזוזה ואפס זולתו.
דער אגרות משה (יו״ד ח״ב סימן קמא ענף ג) האלט אז אפילו דער רמב״ם האלט אז ס׳איז דא במצות מזוזה ופסוקי התורה והשמות הקדושים ושמות המלאכים א שמירה. דער רמב״ם׳ס פראבלעם איז נאר ווען מ׳לייגט די מזוזה דוקא פאר די שמירה והנאה גשמית, וואס דאן איז מען מבטל די מצוה. וז״ל:
אינו כותב שהן טפשין שמאמינים בדבר שאין להאמין, אלא כתב שהן טפשין במה שמבטלין המצוה, שעושין מצוה גדולה שהיא יחוד השם כאילו הוא קמיע שזהו הטפשות וגם איסור גדול לדעתו.
הרב דר. מלך שפירא שרייבט אז דאס איז מכח דעם וואס הגר״מ פיינשטיין זצ״ל איז נישט געלעגן אין חקירה און נאר דורכגעטוהן די מבט הלכתי בלבד פונעם רמב״ם, ולא השקפת עולמו. ער האט א דין ודברים אין דעם מיט הרב חיים רפופורט אין זיין אגרות מלכי רבנן (סימן נט).

מי אני » מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:18 pm

· #516238
עובדיה
בנוגע מאבד עצמו לדעת קען מען זאגן אז מ'וואלט געהרגעט די אידן ווען נישט ער קומט מעיד זיין לטובתם, און אויף זיך איז ער נישט געווען זיכער אז ער וועט שטארבן ממילא גייט עס אריין בכלל פון די הגה' מיימוניות בשם הירושלמי וואס דער ב"י ברענגט אין חו"מ סימן תכ"ו "שחייב להכניס עצמו לספק סכנה להציל חבירו שהלה ודאי והוא ספק" (אבל עיי"ש בסמ"ע שלא פסק כן). און אפי' מ'וועט זאגן אז ער איז אויך געווען בודאי סכנה איז נישט מוכרח אז מ'מעג זיך נישט מוסר נפש זיין להציל חבירו, ואפי' לשי' התוס' סנהדרין עד: אז ווען מטוט נישט קיין מעשה רציחה זאגט מען נישט יהרג ואל יעבר ווייל די סברה פון מאי חזית גייט אויף פארקערט, איז משמע בתוס' אז מען איז נאר נישט מחוייב למסור נפשו אבער מ'מעג עס טוהן (ועיין במגדל עוז להיעב"ץ אבן בוחן אות פ"ג מש"כ בזה).
דער חוות יאיר (סימן קמו) פסק׳נט, לגבי די באקאנטע מחלוקת בין ר״ע ובן פטורא ביי די קיתון של מים בב״מ סב., אז וואו עס איז נאר א ספק אז ביידע וועלן שטארבן אי ישתו שניהם זאלן ביידע טרינקער און נישט נאר איינער, וואס דאן איז וודאי אז זה ימות וזה יחיה ע״ש. דער אור שמח (הל׳ רוצח פ״ז ה״ח) טענה׳ט אז פונעם רמב״ם דארט איז אויך משמע אז מ׳דארף זיך נישט אריינלייגן אין א ספק סכנת נפשות להציל הזולת אפילו וואו עס איז א וודאי סכנת נפשות פאר יענעם אויב נישט ע״ש. דער משנה ברורה שרייבט אויך באו״ח סימן שכט ס״ק יט:
אם יש סכנה להמציל אינו מחויב דחייו קודם לחיי חבירו, ואפילו ספק סכנה נמי עדיף ספיקו דידיה מודאי דחברו, אולם צריך לשקול הדברים היטב אם יש בו ספק סכנה ולא לדקדק ביותר כאותה שאמרו המדקדק עצמו בכך בא לידי כך
‏‏(ועיין כאן וכאן.)

מי אני » דינסטאג פעברואר 28, 2023 11:55 am

· #517707
ומענין לענין באותו ענין, דא (צום סוף) זאגט דר. דזשעף מקמעהען, אינעם קאנטעקסט פון ווען א מלחמה איז ״ריכטיג״, אז אין א פאל וואו עס איז סעלף-דעפענס אבער דאס איינציגסטע וועג מקיים צו זיין דעם הבא להורגך השכם להורגו איז אז דורכ׳ן צוזאמען מיט׳ן הרג׳ענען דעם רודף צו הרג׳ענען נאך נקיים, טאר מען דאס נישט טוהן.

ועוד אגב בענין זה, דא שרייבט הרב דר. מיכאל אברהם אינעם סוגיא פון מהותו של ״געזעץ״:
לפי הצל”ח בברכות לה. תפקידו של הפסוק הוא לצוות ולא לחדש חידושים. הציווי “לא תרצח” לא בא לחדש שאסור לרצוח או שרע לרצוח. הפסוק בא לומר שיש חובה הלכתית שלא לרצוח או איסור לרצוח. הוא הדין לפסוק על גניבה, כיבוד הורים, וכל שאר פסוקים שמצווים על דברים שברורים לכולנו מסברא הגיונית או מוסרית.

מי אני » פרייטאג יוני 23, 2023 1:32 pm

· #529500
אין אהל נפתלי ווערט די מעשה מיט'ן בני יששכר געברענגט מיט מער פרטים. דא ברענגען זיי צו (פון טמירין) אז דער יוסף טארלער, וועלכער האט שוין נישט געטויגט מעיקרא וטינא היתה בלבו, מיט וועמען די מעשה האט פאסירט, האט ממיר געווען עם משפחתו מכח אונס זיך ארויסצודרייען פון אַן עונש ווען מ'האט אים געכאפט שווינדלען. עכ"פ איז עס נישט געווען א קללה און האפענונג, ווי איידער פשוט א פּראַבּעבּעליסטישע מגידות/נבואה על העתיד.

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 12:08 am

· #536928
דער ציץ אליעזר (חט"ו סימן ע) פסק'נט אז עס איז יא א חיוב להכניס עצמו לספק סכנה אויב עס איז להציל את הרבים מוודאי סכנה. משא"כ להציל א יחיד מוודאי סכנה, ווי עס קען גאר זיין אז ער טאר נישט. חוץ בשדה מלחמה פאר א סאלדאט להכניס עצמו בספק סכנה כדי צו ראטעווען אַן אנדערע פארוואונדעטע סאלדאט, וואס מלחמה בסתם און למסור נפשו על הג' חמורות (ווען מ'צווינגט בקום ועשה) זענען שאני און וואו מ'דארף זיך מוסר נפש זיין אפילו במקום ספק, איבער וועלכע ער איז מאריך בחי"ג סימן ק ע"ש.

מי אני » זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:21 pm

· #538045
א מעשה ביים מלבי״ם
דעם מוצ״ש ביי מלוה מלכה האט מען דערציילט א מעשה וואס האט (אָנגעבליך) פאסירט ביים מלבי״ם. אין איינע פון די שטעט אין וועלכע ער איז געווען רב, פלעג ער פארלערנען אין אווענט א לומד׳ישע שיעור פאר אפאר ת״ח. איין אווענט האט א פראסטער איד אַן ע״ה אָנגעהויבן קומען צו די שיעור. ער איז געזעצן ביים שיעור מיט א גמרא, און נישט פארשטייענדיג דעם שיעור איז ער דארט איינגעשלאפן. אזוי איז אָנגעגאנגען אווענט נאך אווענט. איין אווענט נאכ׳ן שיעור איז א מקשיב פונעם שיעור צוגעגאנגען צו אים און אים געפרעגט צי ער האלט מיט דעם שיעור? האט יענער גע׳ענטפערט אז ער קען נישט. האט אים יענער געפרעגט אז אויב אזוי פארוואס קומט ער כסדר? האט דער איד אים גע׳ענטפערט אז אסאך מאל נאכ׳ן ארבעט פלעגט ער גיין אין בּאַר טרינקען. איין טאג האט דארט אויסגעבראכן א גרויסע בּאַר פייט צווישן מענטשן, בשעת ער איז געזעצן אין די זייט און געטרינקען זיין טרינק. די פאליציי איז אָנגעקומען און ארעסטירט יעדן איינעם וואס איז נאר דארט געווען אריינגערעכענט אים אויך. ווען ער האט זיך מתנצל געווען פאר זיי אז ער האט אבסאלוט גארנישט מיט׳ן שלעגעריי און איז פשוט אַן אינאסענט בּייסטענדער, האבן זיי אים געזאגט, ״אז דו ביסט דא, ביסטו איינע פון זיי.״ זייט דעמאלט האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך צוזעצן צו די לומדי תורה, ווייל אפילו אז ער פארשטייט נישט, ״אז איך בין דא מיט ענק צוזאמען, בין איך איינע פון ענק.״

עד כאן הסיפור, ווי איך האב איר געהערט.

האב איך דערנאך געשמועסט מיט מיין זוהן, צי איז די מוסר פונעם סיפור טאקע ‏סאַוּנד/קאָדזשענט? איז עס טאקע אזוי אז ״פשוט טאמער איז מען צוזאמען, איז מען דאן טאקע איינע פון זיי״? עס בויט זיך דאך אויף די פּרעמיס פון דעם וואס די פאליציי האט אים ארעסטירט על סמך זה. אבער דאס אליינס איז דאך לכאורה א faulty פּרעמיס, און זיי זענען נישט געווען גערעכט מיט׳ן אים ארעסטירן מטעם זה אלס גילט בּיי עסאָסיעישאן (וואס דאס איז דאך געווען שוואך ביי די מעשה - ער איז פשוט געווען עט די ראָנג פּלעיס עט די ראָנג טיים).

און דאס איז בפרט ביי עניני שכליים ולמען שלימות בחכמה, ווי ווערן גערעכענט אלס א ״לומד״ וכו׳, וואס ביי דעם איז דאך לכאורה, כלשון המו״נ בח״ג פנ״ד, הוא לך לבדך אין לאחר עמך בו שיתוף כלל ע״ש. והיינו, ווייל ווי דער רמב״ם שטעלט דארט אויס די היערארכיע פון מיני שלימות, איז דאס טאקע די סיבה פארוואס שלימות בחכמה איז העכער און אמיתי ווי איידער שלימות במדות, וויבאלד שלימות במדות איז נאר שייך בהצעה לזולתו, משא״כ שלימות בחכמה וואס איז לו לבדו ע״ש. (כמובן, אז דאס האט השלכות לגבי די קולטוראלע אידענטיטעט פונעם מענטש, ולמשל ווי ווייט איז א מענטש ״‏חרדי״ פשוט ווייל ער איז דארט אינעם געזעלשאפט צוזאמען.)

ואולי איז וועגן דעם שטעלט טאקע די גמרא בכתובות קיא: אז תיקון ודיבוק ע״ה לת״ח, און אז ער זאל זיין (מער) ווי ״איינע פון זיי״, איז ווי ער העלפט דעם ת״ח בפועל ממש ע״ש. והיינו, אז דאס איז א שלימות במדות להע״ה בהתנהגותו עם הת״ח, וואס העלפט ממש דעם ת״ח דירעקט צו זיין העכערע שלימות בחכמה, וואס דאס האט דערנאך א בּעקווארדס עפעקט אז ווען עס איז דא מער תיקון הגוף להת״ח שהיא קודמת בזמן, ווערט דערנאך א תיקון הנפש בחכמה מיט וואס דער ת״ח קען משפיע זיין און אויסלערנען לזולתו לכל אחד כפי תכונתו, וואס די תיקון איז קודמת במעלה, ועיין במו״נ לעיל שם בח״ג פכ״ז. (און די דיבוק לת״ח ווערט טאקע געזאגט דארט בכתובות לגבי זוכה זיין לתחיית המתים ע״ש, וואס לויט דער רמב״ם קען מען זאגן אז העיקר פון דעם איז השארת הנפש, וואס דאס איז נאר ווען מ׳עקטשועלייזט דעם שכל הנקנה מיט׳ן שלימות בחכמה וציור מושכלות אזוי אז עס זאל זיך קענען מקשר זיין מיט׳ן שכל הפועל; די טעמע פון מיין דריטע ארטיקל אינעם סעריע על הרעות. און ווי ער זאגט דארט אין פנ״ד לגבי שלימות בחכמה, ״ובעבורה יזכה לקיום הנצחי ובה האדם אדם״.) און דאס קען אויך זיין די געדאנק אונטער דעם יששכר זבולון שותפות, המובא ביו״ד סימן רמו סעיף א (ועיין בסוטה כא.) ע״ש.

ואולי איז דאס די מוסר פונעם סיפור: אז מ׳איז זיך מדבק בת״ח, אפילו בסתם, וועט מען זיך שוין פון דארט אטאמאטיש מדבק זיין נאך מער און נאך מער עד למעשה ולפועל, הן במדות והן בחכמה לפי תכונתו. הולך את חכמים יחכם (משלי יג כ).

‏(דאס אליינס אז מ׳טוהט דורך דעם איד׳ס מימרא עפ״י חכמה, איז דאך שוין בעצם א שטיקל השארה פאר אים.)

כרם זית » זונטאג אקטאבער 22, 2023 7:53 pm

· #538063
Re: א מעשה ביים מלבי״ם
דערמאנט אביסל איבער די מצב מיט די צווילע ביישטייער.

אגב, האסט אמאל געזעהן די סיטקאם 'יונג שעלדן'? עס דערמאנט מיך פון דיר...
בלאט: 1 2 3