☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה

גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16872

שעפטאל » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:58 am

· #549247
גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך

הייליגע לעכטיגע ברידער, דעם אשכול קען טריגערן געוויסע סטרינעס. אבער מיין גאנצע כוונה איז היעלינג על דרך התורה מזמן הבית. אלעס שטייט אין שיר השירים, קבלה. ביטע לייג דעם ליצנות אין א זייט, לאז דעם הארץ פיהלן דעם ליבשאפט פונעם באשעפער דעם מאן צו דיך די פרוי.
[דער וואס איז נישט אפן צו דעם זאל ביטע נישט ליינען].

הקדמה קצרה

א. אלעס וואס עקזעסטירט, מיז אויך זיין בשורש. דעם מושג פון ליבשאפט און זיוויג איז אויכעט דא ביים כביכול. (באופן רוחני)

ב. מ'קען נישט משיג זיין דעם נמשל אהן באמת שפירן דעם משל. אדרבה ס'גייט דורך'ן עקסעפטן אז דעם גשמיות'דיגן משל איז פונקטלעך אזוי אין רוחניות. (און קומט פון דארט).

ג. זיוויג מיטן בת זוג איז נישט קיין נידריגע שמיציגע זאך. אדרבה ס'איז איין, בשר אחד, ליבשאפט, רצון אז די מקבל זאל הנאה האבן.
---

עולם חסד יבנה, דורך ליבע, זיוויג קב"ה ושכינתיה, איז באשאפן געווארן פירות, קינדער.

דו ביסט די שכינה, כנסת ישראל. די אייבישטער האט דיך באשאפן דיך צו געבן הנאה. האדם לא נברא אלא להתענג על ה'.

דו ביסט דעם זיסן באליבטן בת זוג, וואס די מאן וויל אזוי שטארק מהנה זיין. יחבק לה בעלה - די אייבישטער האגט דיך. וביסודה דילה - אין דיין יסוד. דעביד נייחא לה - דיך צו מאכן פארגעניגן. (די הנאה וואס דו שפירסט איז דעם אייבישטער אין דיך. מיט דעם איז ער די דריטע שותף אין יעדע זיוויג).

האסט שוין אמאל געטראכט פון כביכול זיין שמייכל, די ליבשאפט, די האג'ס, די קוש, די אריינקומען אין דיך פאר דיין פארגעניגן?!

ווען יא, וועסטו וויסן וואס מיינט גן עדן עלי אדמות.

כ'וויל נישט גיין גראפיש, אלס כבוד חרדיזם הסתר דבר. (אפשר אין מאחורי..) דאס איז א טריפ וואס יעדע איד קען האבן. (מיין רצון צו עקזעסטירן איז נאר דורך דעם השגה).

לאז דעם פאעטישן הארץ גיין אין דעם. לאז דעם באשעפער דיך געבן פלעזשור. פארדעם האט ער דיך באשאפן.
ווי מער מ'ערלויבט זיך צו שפירן דעם משל - אלס מער ליבשאפט צום באשעפער באקומט מען.
--

בכל לשון של בקשה. חלילה נישט ענטפערען מיט מאחורי סטייל ווערטלעך. מ'האנדלט דא פון די האקל'סטע חלק פון אונזער עקזיסטענס.

כי טובים דודיך מיין.

שלמה המלך » מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:04 am

· #549250
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
זייער שיין -

נ.ב. איך מיין עס איז שוין שפעט ביינאכט יעצט - גיי טוה צו דערזאך און טראכט פון שיר השירים....

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:42 am

· #549261
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
די כרובים זענען געוועהן א זכר ונקבה מעורים זה בזה, מרמז צו זיין אויף דעים טאקע.
יומא נד:

אלפא » מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:14 am

· #549265
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
בלעטער קבלה - אזוי אפן צוגאסן!

שיין שיין.

וואלווי » מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:24 am

· #549266
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
זוהר תרומה דף קל''א ע''א:

זַכָּאָה עַמָּא קַדִּישָׁא דְמָארֵיהוֹן בָּעֵי עָלוֹן וְקָרָא לוֹן לְקָרְבָא לוֹן לְגַבֵּיהּ כְּדֵין עַמָּא קַדִּישָׁא בָעָאן לְאִתְחַבְּרָא וּלְאַעֲלָא בְּבֵי כְנִשְׁתָּא. וְכָל מָאן דְּאַקְדִּים בְּקַדְמֵיתָא אִתְחַבַּר בִּשְׁכִינְתָּא בְּחִבּוּרָא חָדָא. וכו'. אוֹף הָכָא כִּיוַן דְּחַד אַקְדִּים וְאִשְׁתְּכַח בְּבֵי כְנִשְׁתָּא וּשְׁכִינְתָּא אַתְיָיא וְאַשְׁכַּח לֵיהּ כְּדֵין אִתְחֲשִׁיב כְּאִלּוּ כֻלְּהוּ אִשְׁתְּכָחוּ תַמָּן דְּהָא דָא אוֹרִיךְ לוֹן תַּמָּן מִיָּד אִתְחַבְּרַת עִמֵּיהּ שְׁכִנְתָּא וְיַתְבֵי בְזִוּוּגָא חָד* וְאִשְׁתְּמוֹדַע בַּהֲדֵיהּ וכו'
---------------
*כדאמרי אינשי, ווי צוויי ליבע פויגעלאך אין א העמאק.



נאר ס'דא א קליינע קעטש, פאר דעם זיוויג'עריי דארף מען זיין דער ערשטער פארטאגס אין בית מדרש...

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:08 am

· #549270
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
נאך א מזל אז דער זמר "אזמר בשבחין" האט ר"י לוריא אדער זיין תלמיד געשריבן אין אראמיש. ווייל די פרומע צוישן אונז, וועלכע זענען געוויינליך עמי הארץ, וואלטן עס צענזורירט, ספעציעל דעם חרוז "יחבק לה בעלה וביסודא דילה דעביד נייחא לה". יהא כתיש כתישין איז שוין נישט אינטרעסאנט...!

אפשר איין טאג וועט מען עס איבערטייטשן פאר זיי וועלן זיי אויפשפרינגען און עס צענזורירן, אזוי ווי זיי צענזורירן פסוקים אין די תורה שבכתב און גאנצע מסכתות פן די גמרא. ווי למשל מסכת כתובות און די אנדערע מסכת וואס איך וויל נישט ארויסזאגן נ-ד-ה, רחמנא ליצלן.

פונדאַמענטאַל » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:09 am

· #549286
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
אויף דעם אופן איז אויך די קשר פון א איד מיט די תורה. זוהר משפטים דף צט ע''א:
מָשָׁל לְמָה הַדָּבָר דּוֹמֶה, לִרְחִימָתָא, דְּאִיהִי (צ''ה ע''א) שַׁפִּירְתָּא בְּחֵיזוּ, וּשְׁפִירְתָּא בְּרֵיוָא, וְאִיהִי טְמִירְתָּא בִּטְמִירוּ גּוֹ הֵיכָלָא דִּילָהּ, וְאִית לָהּ רְחִימָא יְחִידָאָה, דְּלָא יַדְעִין בֵּיהּ בְּנֵי נָשָׁא, אֶלָּא אִיהוּ בִּטְמִירוּ. הַהוּא רְחִימָא, מִגּוֹ רְחִימָא דְּרָחִים לָהּ עָבַר לִתְרַע בֵּיתָה תָּדִיר, זָקִיף עֵינוֹי לְכָל סְטָר. אִיהִי, יַדְעַת דְּהָא רְחִימָא אַסְחַר תְּרַע בֵּיתָה תָּדִיר, מָה עַבְדַת, פָּתְחַת פִּתְחָא זְעֵירָא בְּהַהוּא הֵיכָלָא טְמִירָא, דְּאִיהִי תַּמָּן, וּגְלִיאַת אַנְפָּהָא לְגַבֵּי רְחִימְאָה, וּמִיָּד אִתְהַדְּרַת וְאִתְכַּסִיאַת. כָּל אִינּוּן דַּהֲווֹ לְגַבֵּי רְחִימָא, לָא חָמוּ וְלָא אִסְתַּכָּלוּ, בַּר רְחִימָא בִּלְחוֹדוֹי, וּמֵעוֹי וְלִבֵּיהּ וְנַפְשֵׁיהּ אָזְלוּ אֲבַתְרָהּ. וְיָדַע דְּמִגּוֹ רְחִימוּ דִּרְחִימָת לֵיהּ, אִתְגְּלִיאַת לְגַבֵּיהּ רִגְעָא חֲדָא, לְאִתְּעָרָא (ס''א לגביה רחימו ליה). הָכִי הוּא מִלָּה דְּאוֹרַיְיתָא, לָא (ר''ל ע''ב) אִתְגְּלִיאַת, אֶלָּא לְגַבֵּי רְחִימְאָה. יַדְעַת אוֹרַיְיתָא, דְּהַהוּא חַכִּימָא דְּלִבָּא אַסְחַר לִתְרַע בֵּיתָה כָּל יוֹמָא, מָה עַבְדַת, גְּלִיאַת אַנְפָּהָא לְגַבֵּיהּ, מִגּוֹ הֵיכָלָא, וְאַרְמִיזַת לֵיהּ רְמִיזָא, וּמִיָּד אָהַדְרַת לְאַתְרָהּ וְאִתְטַמְּרַת. כָּל אִינּוּן דְּתַמָּן, לָא יַדְעֵי, וְלָא מִסְתַּכְּלֵי, אֶלָּא אִיהוּ בִּלְחוֹדוֹי, וּמֵעוֹי וְלִבֵּיהּ וְנַפְשֵׁיהּ אָזִיל אֲבַתְרָהּ. וְעַל דָּא, אוֹרַיְיתָא אִתְגְּלִיאַת וְאִתְכַּסִּיאַת, וְאַזְלַת בִּרְחִימוּ לְגַבֵּי רְחִימְהָא, לְאִתְּעָרָא בַּהֲדֵיהּ רְחִימוּ.

איבערגעטייטשט:
מָשָׁל לְמָה הַדָּבָר דּוֹמֶה? לַאֲהוּבָה, שֶׁהִיא יָפָה בְּמַרְאֶה וְיָפָה בְּתֹאַר, וְהִיא טְמוּנָה בְּהֶסְתֵּר בְּתוֹךְ הַהֵיכָל שֶׁלָּהּ, וְיֵשׁ לָהּ אוֹהֵב יְחִידִי שֶׁלֹּא יוֹדְעִים עָלָיו בְּנֵי אָדָם, אֶלָּא שֶׁהוּא בְּנִסְתָּר. אוֹתוֹ אוֹהֵב, מִתּוֹךְ הָאַהֲבָה שֶׁאוֹהֵב אוֹתָהּ, עוֹבֵר עַל שַׁעַר בֵּיתָהּ תָּמִיד, מֵרִים עֵינָיו לְכָל צַד.
הִיא יוֹדַעַת שֶׁהֲרֵי הָאוֹהֵב סוֹבֵב שַׁעַר בֵּיתָהּ תָּמִיד. מָה עוֹשָׂה? פּוֹתַחַת פֶּתַח קָטָן בְּאוֹתוֹ הֵיכָל נִסְתָּר שֶׁהִיא שָׁם וּמְגַלָּה אֶת פָּנֶיהַ לְאוֹהֲבָהּ, וּמִיָּד חוֹזֶרֶת וְנִתְכַּסֵּית. כָּל אוֹתָם שֶׁהָיוּ אֵצֶל הָאוֹהֵב, לֹא רָאוּ וְלֹא הִסְתַּכְּלוּ, פְּרָט לָאוֹהֵב לְבַדּוֹ, וּמֵעָיו וְלִבּוֹ וְנַפְשׁוֹ הָלְכוּ אַחֲרֶיהָ.
כָּךְ הוּא דְּבַר הַתּוֹרָה לֹא נִגְלֶה אֶלָּא לְאוֹהֲבוֹ. יוֹדַעַת הַתּוֹרָה שֶׁאוֹתוֹ חֲכַם לֵב סוֹבֵב שַׁעַר בֵּיתָהּ כָּל יוֹם. מַה הִיא עוֹשָׂה? מְגַלָּה פָנֶיהָ אֵלָיו מִתּוֹךְ הַהֵיכָל, וְרוֹמֶזֶת לוֹ רֶמֶז, וּמִיָּד חוֹזֶרֶת לִמְקוֹמָהּ וְנִסְתֶּרֶת. כָּל אֵלּוּ שֶׁשָּׁם לֹא יוֹדְעִים וְלֹא מִסְתַּכְּלִים, אֶלָּא רַק הוּא בִּלְבַדּוֹ, וּמֵעָיו וְלִבּוֹ וְנַפְשׁוֹ הוֹלְכִים אַחֲרֶיהָ, וְעַל זֶה הַתּוֹרָה נִגְלֵית וְנִכְסֵית וְהוֹלֶכֶת בְּאַהֲבָה לַאֲהוּבָה לְעוֹרֵר עִמּוֹ אַהֲבָה.
בֹּא וּרְאֵה, כָּךְ הִיא דַּרְכָּהּ שֶׁל תּוֹרָה: בָּרִאשׁוֹנָה כְּשֶׁמַּתְחִילָה לְהִתְגַּלּוֹת אֶל הָאָדָם, רוֹמֶזֶת לוֹ בְּרֶמֶז. אִם יוֹדֵעַ - אָז טוֹב, וְאִם לֹא יוֹדֵעַ - שׁוֹלַחַת אֵלָיו וְקוֹרֵאת לוֹ פֶּתִי. וְהַתּוֹרָה אוֹמֶרֶת לְאוֹתוֹ שֶׁשָּׁלְחָה אֵלָיו: אִמְרוּ לְאוֹתוֹ הַפֶּתִי שֶׁיִּקְרַב לְכָאן וַאֲדַבֵּר עִמּוֹ. קָרַב אֵלֶיהָ, וּמַתְחִילָה לְדַבֵּר עִמּוֹ מֵאַחַר פָּרֹכֶת שֶׁפּוֹרֶשֶׂת לוֹ דְּבָרִים לְפִי דַרְכּוֹ, עַד שֶׁיִּתְבּוֹנֵן לְאַט לְאַט, וְזֶהוּ הַדְּרָשׁ. אַחַר כָּךְ תְּדַבֵּר עִמּוֹ מֵאַחַר פִּשְׁפֵּשׁ קָטָן דִּבְרֵי חִידָה, וְזוֹהִי הַגָּדָה.
אַחַר שֶׁהִתְרַגֵּל אֵלֶיהָ, נִגְלֵית אֵלָיו פָּנִים בְּפָנִים וּמְדַבֶּרֶת עִמּוֹ כָּל הַסּוֹדוֹת הַנִּסְתָּרִים שֶׁלָּהּ, וְכָל הַדְּרָכִים הַנִּסְתָּרוֹת שֶׁהָיוּ שְׁמוּרִים בְּלִבָּהּ מִיָּמִים רִאשׁוֹנִים, וְאָז אוֹתוֹ אָדָם הוּא שָׁלֵם, בַּעַל תּוֹרָה וַדַּאי, בַּעַל הַבַּיִת, שֶׁהֲרֵי כָּל סוֹדוֹתֶיהָ גִּלְּתָה לוֹ, וְלֹא רִחֲקָה וְלֹא כִסְּתָה מִמֶּנּוּ כְּלוּם.

מן הסתם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:14 am

· #549287
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
די היינטיגע קולטור איז אינפלוענסד פון די קריסטן ימ"ש..

נעקסט לעוועל » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:14 pm

· #549293
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
berlbalaguleh #
נאך א מזל אז דער זמר "אזמר בשבחין" האט ר"י לוריא אדער זיין תלמיד געשריבן אין אראמיש. ווייל די פרומע צוישן אונז, וועלכע זענען געוויינליך עמי הארץ, וואלטן עס צענזורירט, ספעציעל דעם חרוז "יחבק לה בעלה וביסודא דילה דעביד נייחא לה". יהא כתיש כתישין איז שוין נישט אינטרעסאנט...!

אפשר איין טאג וועט מען עס איבערטייטשן פאר זיי וועלן זיי אויפשפרינגען און עס צענזורירן, אזוי ווי זיי צענזורירן פסוקים אין די תורה שבכתב און גאנצע מסכתות פן די גמרא. ווי למשל מסכת כתובות און די אנדערע מסכת וואס איך וויל נישט ארויסזאגן נ-ד-ה, רחמנא ליצלן.
ווארט נאר ווארט, סהעט נאך קומען א טאג וואס סהעט ארויסקומען א עוז והדר פוינט 2.0 וואס וועט צענוזרירן די תורה, און וועט האבן די שטיצע פון "אלע" גדעילים, און אן אייגענע פלאטע טעראריסטן פאר ווער סשטייט אין שטייסל...
מארק מיי ווארדס

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג פעברואר 12, 2024 2:01 pm

· #549304
Wow, wow!
מעסיוו!! 👍

נישט פשוט, וואסערע נשמה גבוה אונז האמיר דא...

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:06 pm

· #549357
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
שעפטאל #
דו ביסט די שכינה, כנסת ישראל. די אייבישטער האט דיך באשאפן דיך צו געבן הנאה. האדם לא נברא אלא להתענג על ה'.

דו ביסט דעם זיסן באליבטן בת זוג, וואס די מאן וויל אזוי שטארק מהנה זיין. יחבק לה בעלה - די אייבישטער האגט דיך. וביסודה דילה - אין דיין יסוד. דעביד נייחא לה - דיך צו מאכן פארגעניגן. (די הנאה וואס דו שפירסט איז דעם אייבישטער אין דיך. מיט דעם איז ער די דריטע שותף אין יעדע זיוויג).

האסט שוין אמאל געטראכט פון כביכול זיין שמייכל, די ליבשאפט, די האג'ס, די קוש, די אריינקומען אין דיך פאר דיין פארגעניגן?!

ביטע ברענג א מקור אז דער זיווג פון וועלכע די ספרי קבלה/אריז"ל רעדן מיינט א געוויסע פארבינדונג אדער זיווג צווישן אונז און ה'.
בפשטות זעהט אויס אין אלע מקורות אז ס'איז א זיווג פון די שכינה מיט קוב"ה וכדומה, נישט "אונז" ממש דא מיט "עהם"!

איך ווייס אז שכינה דארף סימבאליזירן כנסת ישראל, אבער נאכאלץ פארסטו א גאנג מיטן זאגן אז מיר דא דארפן שפירן אזא זיווג'דיגע הרגשה פון פאראייניגונג.
קען זיין אז ס'ריכטיג וואס דו שרייבסט, אבער איך בעט עפעס א קלארע מקור.

טראלל » דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:03 pm

· #549584
די גמרא זאגט דאך שוין אויף דעם אז ס'איז איינס פון די דריי זאכן וואס זענען מעין עולם הבא. אנדערע זאגן אז א הוא אמינא פון גמרא איז אויך עפעס, אבער גאר אסאך מאל אז די הוא אמינא שטערקער פון די מסקנא וואס איז אסאך מאל אבי געקוועטשט. (איך רעד ע"פ פשט, פארשטייט זיך אז ס'איז אלץ ע"פ קבלה מיט טיפע כוונות וואס מיר פארשטייען נישט.)

סבא דבהתא » דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:27 pm

· #549591
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
שעפטאל #
ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך

הייליגע לעכטיגע ברידער, דעם אשכול קען טריגערן געוויסע סטרינעס. אבער מיין גאנצע כוונה איז היעלינג על דרך התורה מזמן הבית. אלעס שטייט אין שיר השירים, קבלה. ביטע לייג דעם ליצנות אין א זייט, לאז דעם הארץ פיהלן דעם ליבשאפט פונעם באשעפער דעם מאן צו דיך די פרוי.
[דער וואס איז נישט אפן צו דעם זאל ביטע נישט ליינען].

הקדמה קצרה

א. אלעס וואס עקזעסטירט, מיז אויך זיין בשורש. דעם מושג פון ליבשאפט און זיוויג איז אויכעט דא ביים כביכול. (באופן רוחני)

ב. מ'קען נישט משיג זיין דעם נמשל אהן באמת שפירן דעם משל. אדרבה ס'גייט דורך'ן עקסעפטן אז דעם גשמיות'דיגן משל איז פונקטלעך אזוי אין רוחניות. (און קומט פון דארט).

ג. זיוויג מיטן בת זוג איז נישט קיין נידריגע שמיציגע זאך. אדרבה ס'איז איין, בשר אחד, ליבשאפט, רצון אז די מקבל זאל הנאה האבן.
---

עולם חסד יבנה, דורך ליבע, זיוויג קב"ה ושכינתיה, איז באשאפן געווארן פירות, קינדער.

דו ביסט די שכינה, כנסת ישראל. די אייבישטער האט דיך באשאפן דיך צו געבן הנאה. האדם לא נברא אלא להתענג על ה'.

דו ביסט דעם זיסן באליבטן בת זוג, וואס די מאן וויל אזוי שטארק מהנה זיין. יחבק לה בעלה - די אייבישטער האגט דיך. וביסודה דילה - אין דיין יסוד. דעביד נייחא לה - דיך צו מאכן פארגעניגן. (די הנאה וואס דו שפירסט איז דעם אייבישטער אין דיך. מיט דעם איז ער די דריטע שותף אין יעדע זיוויג).

האסט שוין אמאל געטראכט פון כביכול זיין שמייכל, די ליבשאפט, די האג'ס, די קוש, די אריינקומען אין דיך פאר דיין פארגעניגן?!

ווען יא, וועסטו וויסן וואס מיינט גן עדן עלי אדמות.

כ'וויל נישט גיין גראפיש, אלס כבוד חרדיזם הסתר דבר. (אפשר אין מאחורי..) דאס איז א טריפ וואס יעדע איד קען האבן. (מיין רצון צו עקזעסטירן איז נאר דורך דעם השגה).

לאז דעם פאעטישן הארץ גיין אין דעם. לאז דעם באשעפער דיך געבן פלעזשור. פארדעם האט ער דיך באשאפן.
ווי מער מ'ערלויבט זיך צו שפירן דעם משל - אלס מער ליבשאפט צום באשעפער באקומט מען.
--

בכל לשון של בקשה. חלילה נישט ענטפערען מיט מאחורי סטייל ווערטלעך. מ'האנדלט דא פון די האקל'סטע חלק פון אונזער עקזיסטענס.

כי טובים דודיך מיין.
אודאי ווער סקוקט אביטל די ענינים ובפרט פון תיקון ליל שבועות ושמיני עצרת
אבער די שאלה צו מזאל עס בלויז וויסן אדער מזאל ממש לעבן דערמיט איז געווען א גרויסע געטועכטץ צווישן גדולי עולם כ’מיין אז דאס איז טאקע אויך איינע פון די חילוקים צווישן די חסידים און מתנגדים געווען

שעפטאל » מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:18 am

· #549606
גן עדן עלי אדמות - על משכבי בלילות ביקשתי את שאהבה נפשי
המשך..

פארברענגן מיטן באשעפער איז ביי אן עת רצון
זיין רצון איז אלעמאל דא, אבער ער איז נישט כופה, ער לאזט דיך ביז דו ווילסט. עת רצון פון דיך.

קול דודי דופק, קלאפט אויף מיין הארץ, עפן, לאז מיך אריין, כ'האב דיך אלעמאל ליב, כ'לעכץ נאך דיך.

באפריי זיך פון אלע מחשבות שנאה כלפי זיך, ווייל דו ביסט מיך.
ווען דו ביסט מרוצה ביי זיך, וועסטו מיך אריין לאזן אין דיך.
(יעצט פארשטייסטו דעם עבודה פון "נרצה" ביים סדר, עפעס טוהט מען דאן. נישט אומזיסט זאגט מען דאן השירים).

דאס איז געלעבט, ווען מ'פיהלט אז מ'האט זיך ליב מיטן שורש.

עולם חסד יבנה אויך פון אונזער זייט ליבשאפט צו אהים.
פותח את ידך ומשביע לכל חי = רצון. רצון צו אהים.

די עבודה פון נרצה איז צו מקבל זיין אז כ'בין באוויליגט ביים אייבישטער.
אזוי וועל איך אהים צוריק ליב האבן.
--

מיט אזא אהבה איז די מימרא פונעם צאנזער רב א חלק פונעם לעבן.
"ווער געבט מיך דעם פאטש? אה ס'איז דיך!!!"
--

הער נאר זיין שטילן שעפטשע: אפשר דאך? פתחו לי? כ'וויל דיך געבן פארגעניגן!!!

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:46 pm

· #549674
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
@שעפטאל האסט געלייקט מיין שאלה, אבער האסט איר נישט פארענטפערט.

זי בעט זיך צו דיר, באהעפט זיך צו מיר און ענטפער מיר, איך וועל שפירן דיין ענטפער אזוי ווי די בעסטע וויין.
איך וויל אז דיין מוח זאל זיך אריינגלידערן אין מיינס און ווערן פאראייניגט, דאדורך דאס וועלן מיר קענען ארויפליען אין די הויכע ספערן ווי צוויי טאבעלעך.

שוין צופיל געשריבן. פליז ענטפער.

שעפטאל » מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:56 pm

· #549680
Re: גן עדן עלי אדמות - יחבק לה בעלה
סוף הכל טוב
גם עכשיו הכל טוב
כבר עניתי טרם שאלתך
גם אחרים ענו כבקשתך
אבל גם זה נסיון אשת מפחידי
לא לשמוע ולבטוח בלב היהודי

אתן לבי לרוץ חפשי
לבקש את שאהבה נפשי
כך כתוב בלב שעפטי