☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דער באשעפער איז אייביג גוט!

דער באשעפער איז אייביג גוט!

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15769
בלאט: 1 2

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:34 pm

· #515408
יא, דער רמב"ם זאגט דאך אז די אלע מעשיות זענען חלומות, אפשר איז דער רמב"ם גאר א חלק פונעם חלום? און בכלל, לויט יאיר ווייסן מיר דאך נישט צו מיר אליין עקזיסטירן צו נישט (בניגוד צו דעקארט..) איז עס חלום בתוך חלום בתוך חלום..

שוין, בלייבט נאר איבער צו וואוסן פון וועלכע גאט [tag]שמן למאור[/tag] (דארקמעטטער2525, וואס איז מיט'ן האומר דבר בשם אמרו?) רעדט 😃

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 11:41 pm

· #515415
מי אני
שמן למאור
פארוואס מוז מען בכלל זאגן אז אויב קען ער נישט טוהן עפעס, דאן איז טייטש אז ער האט 'עפעס' 'איינער' אדער אן 'איידיע' וואס איז אים מגביל? ער איז פשוט נישט ביכולת דאס צו טון, פארטיג. עס מוז נישט זיין עפעס א דבר מן הצד וואס 'האלט אים אפ' פון דאס טון. סך הכל 'האט ער פשוט נישט די כח' דאס צו טון. איך זע נאכאלס נישט פארוואס מען קען נישט אזוי זאגן.
דו מוזט דאך פאזיטירן א "פארוואס" ער קען דאס נישט טוהן. זיין כח גרייכט נישט ביז אהין און עס איז פיניט. דאס, די פיניטוּד (אין די פאל), איז אטאמאטיש די "דבר מן הצד" און איידיע וואס איז אים מגביל והוא יותר ממנו.

אקעי, סאו דו דארפסט פשוט א פארוואס, די פארוואס קען זיין פשוט אזוי ווי מען זאגט שפעטער, אז דאס איז א חלק פון זיין עסענס 'דהיינו אז ער איז מוגבל'! די רמב"ם אליין ניצט עס שפעטער צו פארענטפערן דארטן ווי מען 'מוז' זאגן אז עס איז פארהאנען רצון, נו אויב אזוי קען מען דאס פארברייטערן אויף אלעס. מען וועט זאגן זאגן אז גאט איז פשוט א מוגבל'דיגע זאך אין זיין עסענס, און א"כ איז דאס גופא די סיבה פארוואס ער האט הגבלות. עס מוז ווייטער נישט זיין קיין דבר מן הצד וואס איז אים מגביל.
שמן למאור
נו, מען קען זאגן אז רצון ומידות איז אויך א חלק פון זיין עסענס.
דאס איז טעקניקעלי וואס דער רמב"ם טוהט: ער קאָלעפּסט "רצון" צו עצמותו ממש מיניה וביה. ווי ער שרייבט בח"א פס"ט:
אשר התבאר לפי דעתנו שהם עצמו ושאין רצונו וחפצו או חכמתו דברים יוצאים חוץ לעצמו, רצוני לומר שיהיו זולת עצמו.
וה"ה לגבי "תכלית הטוב" ["מדות" אין די קאנטעקסט]. עס איז נישט קיין מקרה "אויף" די עצם (אזוי ווי ביי די סתם אלגעמיינע אפשטייטש און פארשטאנד פון "רצון") - עס איז די עצם ממש.

ווייטער, נו פארוואס קען מען דאס נישט זאגן אויף אלעס, גאט קען בעצם האבן, מידות, רצונות, כעס וכל שאר משיגי הגוף, איי דאס איז הגבלות? נו די הגבלות זענען אין זיין עסענס, עס איז פשוט א חלק מעצמותו.
שמן למאור
אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס הייסט אז עס איז נישט תלוי בשום דבר חוצה לה? און וואס העלפט עס מיט אונזער פראבלעם אז רצון באדייט הגבלה. און וואס איז מיט אלע אנדערע זאכן וואס גאט טוט, און בהכרח איז דא דערינטער א רצון?
ווי ער זאגט איז דאס "דקה וכבדה", אבער איך וועל פרובירן. סתם אזוי איז דאך די אפטייטש פון "רצון" דאס אז דער מענשט בעל הבחירה איז אפגעהאלטן פון דאס טוהן מחמת דרויסענדע מונעים און אפהאלטן מחוצה לו. מיינענדיג, "רצון" באדייט צרכים וואס ער באדארף מחמת circumstances באיזה אופן וכדומה וואס ווערן נתחדש. אין אנדערע ווערטער, "רצון", עכ"פ די סארט וואס באדייט א הגבלה און ליאות, איז אין איר עסענס מקושר און אנגעוואנדן צו באקומען עפעס א תכלית ה"נרצה" מחוצה לה - אט דאס איז די הגבלה דערפון. וממילא, אין ג-ט'ס פאל פון באשאפן דאס וועלט, וואס קען נישט זיין מכח א תכלית וואס האט אים "געפעהלט" מעיקרא (וכנ"ל לגבי מושג הגבלה וואס מ'איז שולל פונעם מושג "ג-ט": אז אַן "איידיע" זאל נישט זיין מער פון דעם), איז דאך די "רצון" וואס האט דאס אפירגעברענגט דבר אחר ושונה לגמרי פון דאס באדייט פון אלגעמיינע "רצון" - עס איז נישט שייך שינוי אין דעם ווייל וואס עס איז נישטא עפעס א שינוי וואס זאל גורם זיין די "רצון", וואס דאס איז דאך part and parcel פון דאס דעפיניציע פון "רצון" וכנ"ל. עס איז טאקע נישט די סארט וואס באדייט די הגבלה הנ"ל.

דו ביסט גאר גוט מסביר די ערשטע סארט רצון, און וואס עס איז די פראבלעם דערמיט. איך וויל אבער בעיקר פארשטיין די צווייטע סארט רצון וואס דאס שטימט יא מיט גאט. נו אויב איז נישט געווען קיין שינוי און עס האט אים גארנישט געפעלט, דאן פארוואס האט ער בכלל באשאפן? וואס איז אים געווען שלעכט בעפאר? על כרחך גארנישט ווייל אויב יא ביסטו דאך אים מגביל צו רצון? אלעס וואס דו זאגט איז אז עס איז א "דבר אחר ושונה לגמרי" אבער איך וויל פארשטיין וואס דאס איז? פארוואס ביי די סארט רצון איז נישט דא די פראבלעם פון שינוי ורצון? אין אנדערע ווערטער, די רצון הפשוט שעלה במחשבתו צו באשאפן די וועלט, מה טיבו לשיטות הרמב"ם?

‏
שמן למאור
דער דעת הרמב"ם איז דאך ידוע אין דעם ענין, אבער איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ער איז גערעכט מסברא. לגבי פשטות הכתובים איז ער זיכער מיטן יד על התחתונה, ער אליין איז אויך מודה אז ער איז פעסט מדחיק די פסוקים אנדערש ווי זייער פשטות. אדרבה, אפשר גיבסטו אונז און קורצן סברת הרמב"ם פארוואס מען דארף שולל זיין הגשמה ומשיגי הגוף? וואס האט אים געשטופט אזוי צו זאגן?

‏די גמרא אין מסכת חגיגה ג: זאגט דאך אונז שוין "עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין" אז עס איז דא א מחלוקת דארף מען עס אנקוקן מסברה און פראבירן צו זען ווער רעדט מער צו דער זאך, ווער מאכט מער סענס. דערווייל פארשטיי איך בעסער די בעלי ההגשמה, אדרבה, אפשר לייגסטו מיר פאר די רמב"ם'ס קעיס.
אין אָנהויב הל' יסודי התורה (פ"א ה"ז) איז דאס דער רמב"ם מוכיח אז אויב וואלט ער געווען א גוף, דאן איז בהכרח אז ער האט א קץ ותכלית וואס דאס ליגט אין די הגדרה פון "גוף". און דאס האט מען דאך שולל געווען (פיניטוּד הנ"ל). און א סיבה פאר'ן דאס שולל זיין איז ווייל אין די הגדרה פון "ג-ט" ליגט דאך "מחוייב במציאות", א נעסעסערי עקזיסטענט, און דאס איז דאך בהכרח אינפיניט.

דאס איז שוין א גענצליכע צורקול ארגומענט. איך פרעג אויבן פארוואס קען מען נישט זאגן אז גאט איז פשוט מוגבל אין פארטיג. נישטא קיין דבר מן הצד וואס האלט אים אפ? אויף דעם האסטו מיר געענטפערט אז עס דארף זיין א סיבה פאר זיין הגבלה, איז די סיבה איז על כרחך א דבר מן הצד. יעצט פרעגט מען נו אפשר האט גאט הגשמה און משיגי הגוף, און טאקע דאס איז די סיבה פאר זיינע הגבלות? אויף דעם ענטפערסטו מיר דא אז היות גאט מוז דאך מיינען אינפינעט, קען ער על כרחך נישט זיין מוגבל אין א גוף... רינג אראנד א ראוזי...

אפשר האט גאט יא אלע משיגי הגוף, און דאס איז טאקע די סיבה פאר אלע זיינע הגבלות, און עס איז בכלל נישט קיין דבר מן הצד. וא"כ איז די באדייט פון גאט פשוט אז ער האט באשאפן די יוניווערס! זהו! ער מוז נישט זיין עפעס א אינפיניט, בלי גבול, בלי השגה סטייל קריטשער. והכל על מקומו יבא בשלום?


זייענדיג נשפע פון אריסטו איז ער דאס מסמיך מיט אריסטו'ס קאסמאלאגישע מאדעל unmoved mover, וואס די אריסטאטעליען טעאלאגן האבן צאמגעשטעלט מיט "ג-ט". ער זאגט אז וויבאלד א גוף האט בהכרח קץ ותכלית, איז לכחו אויך דא בהכרח קץ ותכלית. און די סביבת הגלגל איז דאך באין קץ.

איך וואלט געקענט הערן אז ער איז א גוף בלי גבול, איי וויאזוי קען זיין א גשם בלי גבול? און וויאזוי בלי גבול קען בכלל זיין פארשטייסטו יא? על כרחך מוזטו ערגעץ זאגן אז ס'איז למעלה מהשגתינו, נו ווער זאגט דיר וואו עס צו זאגן? און מיט די זעלבע סברה קענסטו ווייטער זאגן אז ער איז יא מוגבל בגוף, אבער נישט בכוח.

אין מו"נ ח"א פנ"א טענה'ט ער, לגבי די נעקסטע שלב פון שולל זיין תוארים, אז הרחקת התארים העצמיים מהקב"ה איז בעצם א מושכל ראשון, סעלף עווידענט, און עס וואלט נישט אויסגעפעהלט אויף דעם א באווייז וראיה. נאר וויבאלד עס איז פארשפרייט געווארן די טעות דערין, דארף מען דאס אויפווייזן און צייגן.

אפשר זאגסטו מיר טאקע וויאזוי ער ווייזט עס אויף, ווייל ביי מיר איז עס נישט אזוי פשוט במושכל ראשון.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 11:51 pm

· #515416
רביה''ק זי''ע
שוין, בלייבט נאר איבער צו וואוסן פון וועלכע גאט [tag]שמן למאור[/tag] (דארקמעטטער2525, וואס איז מיט'ן האומר דבר בשם אמרו?) רעדט 😃
די ארטיקל איז טאקע אינספערירט פון דעם קליפ וואס איך האב געזען א צייט צוריק. איך האב עס טאקע יעצט ארומגעזוכט... טענקס.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:46 am

· #515430
שמן למאור
אקעי, סאו דו דארפסט פשוט א פארוואס. די פארוואס קען זיין פשוט אזוי ווי מען זאגט שפעטער, אז דאס איז א חלק פון זיין עסענס 'דהיינו אז ער איז מוגבל'! די רמב"ם אליין ניצט עס שפעטער צו פארענטפערן דארטן ווי מען 'מוז' זאגן אז עס איז פארהאנען רצון, נו אויב אזוי קען מען דאס פארברייטערן אויף אלעס. מען וועט זאגן זאגן אז גאט איז פשוט א מוגבל'דיגע זאך אין זיין עסענס, און א"כ איז דאס גופא די סיבה פארוואס ער האט הגבלות. עס מוז ווייטער נישט זיין קיין דבר מן הצד וואס איז אים מגביל.
א חלק פון זיין עסענס איז די עצם הגדרה אליין אז "ער איז מוגבל"?! איז דאס נישט קיין סתירה מיניה וביה צום קאנצעפּט פון "ג-ט"? דו האסט דאך פארשטאנען אז מ'מוז זאגן אז ער איז די שטערקסטע.

ביי די סארט "רצון" וואס דער רמב"ם נוצט לגבי ג-ט, זאגט ער אז די סארט "רצון" וואס איז גענצליך אנדערש פון רצון ביי מענטשן איז א חלק פון זיין ענסענס/עצמותו. דאס זאגט ער כדי צו ראטעווען פון דעם אז עס איז קעגן יחוד (עיין לקמן). אבער בעפאר דעם טוהט ער ערקלערן פארוואס דאס איז נישט קיין הגבלה לגבי ג-ט. מיינענדיג, אז נישט "וויבאלד" עס איז א חלק מעצמותו איז עס נישט קיין הגבלה. (די געדאנק אז ס'איז מעצמותו איז צו געבן צו פארשטיין אז עס איז נאך אלס יחוד, ועיין לקמן.) קוק איבער.
שמן למאור
ווייטער, נו פארוואס קען מען דאס נישט זאגן אויף אלעס, גאט קען בעצם האבן, מידות, רצונות, כעס וכל שאר משיגי הגוף, איי דאס איז הגבלות? נו די הגבלות זענען אין זיין עסענס, עס איז פשוט א חלק מעצמותו.
ווי געזאגט פריער, קודם איז דאס נישט קיין הגבלה (לדוגמא תכלית הטוב), און דערנאך קאָלעפּס איך דאס צו עצמותו (כדי אָנצוהאלטן יחוד). דו האסט דאך נישט ליב סירקולעריטי.

וואס דו קענסט פרעגן איז אז די געדאנק און סיבה פארוואס איך קאָלעפּס דאס צו עצמותו איז צו ראטעווען פון מאָלטיפּליסיטי און אָנהאלטן יחוד, וואס אויב נישט איז דאס א ליאות וחיסרון. איז אויב אזוי קומט אויס אז זאגן אז "עס איז עצמותו" ראטעוועט דאך יא פון הגבלה? אבער דאס איז נאר לגבי די ספּעציפישע און איינע הגבלה און קשיא פון מאָלטיפּליסיטי פון וואס דאס טוהט ראטעווען און פארענטפערן, נישט עני הגבלה.

אדער וואו עפעס איז שוין מעיקרא א חלק פונעם עסענס (אדער קאָלעפּסט דערצו) והגדרה ("הגדרה" איז אויך בלשון מושאל, ועיין לקמן לגבי תוארים) באיזה אופן מחמת סיבה אחרת לגמרי וואס האט נישט צו טוהן מיט'ן סוגיא פון "הגבלה" דייקא (לדוגמא זיין זיין אינפיניט, ועיין לקמן), און דערנאך קומט אגב ארויס דערפון א סארט הגבלה וויבאלד עס איז א סתירה מיניה וביה דערצו (אין אונזער דוגמא פון זיין זיין אינפיניט איז עס אז דערפאר קען ער זיך, צב״ש, נישט מתגשם זיין, וואס איז לפי הרמב״ם א סתירה מיניה וביה דערצו; אזוי ווי זאגן ״דאס אינפיניט קען זיין/ווערן פיניט בשעת׳ן זיין נאך אלס אינפיניט״).
שמן למאור
דו ביסט גאר גוט מסביר די ערשטע סארט רצון, און וואס עס איז די פראבלעם דערמיט. איך וויל אבער בעיקר פארשטיין די צווייטע סארט רצון וואס דאס שטימט יא מיט גאט. נו אויב איז נישט געווען קיין שינוי און עס האט אים גארנישט געפעלט, דאן פארוואס האט ער בכלל באשאפן? וואס איז אים געווען שלעכט בעפאר? על כרחך גארנישט ווייל אויב יא ביסטו דאך אים מגביל צו רצון? אלעס וואס דו זאגט איז אז עס איז א "דבר אחר ושונה לגמרי" אבער איך וויל פארשטיין וואס דאס איז? פארוואס ביי די סארט רצון איז נישט דא די פראבלעם פון שינוי ורצון? אין אנדערע ווערטער, די רצון הפשוט שעלה במחשבתו צו באשאפן די וועלט, מה טיבו לשיטות הרמב"ם?
איה"נ. אין ח"ג פי"ג זאגט ער אז זוכן א תכלית לבריאת העולם, די "פארוואס האט ג-ט באשאפן די וועלט?", איז זינלאז. עס איז נישט די מענטש, עס איז נישט עפעס אנדערש. און טאקע וועגן די סארט שאלות והערות וואס דו ערווענסט. ער זאגט אז אָלטימעטלי קומט עס אראפ צו "רצון", וואס די "רצון" האט ער קאָלעפּסט צו "עצמותו" כנ"ל, וממילא איז דאס אָלטימעטלי פונקט אזוי לגמרי לגמרי אומפארשטענדליך ווי "עצמותו". (דער רמב"ם איז דאך דער וואס איז דאס מערסטע ראדיקאל אין שולל זיין פארשטאנד פון ג-ט ועצמותו.)

(ווי געזאגט, אין אַן אנדערן אשכול דיינער, איז דאס די טעמע פון מיין פערטן ארטיקל אינעם סעריע על הרעות.)
‏
שמן למאור
דאס איז שוין א גענצליכע צירקולער ארגומענט. איך פרעג אויבן פארוואס קען מען נישט זאגן אז גאט איז פשוט מוגבל אין פארטיג. נישטא קיין דבר מן הצד וואס האלט אים אפ? אויף דעם האסטו מיר געענטפערט אז עס דארף זיין א סיבה פאר זיין הגבלה, איז די סיבה איז על כרחך א דבר מן הצד. יעצט פרעגט מען נו אפשר האט גאט הגשמה און משיגי הגוף, און טאקע דאס איז די סיבה פאר זיינע הגבלות? אויף דעם ענטפערסטו מיר דא אז היות גאט מוז דאך מיינען אינפינעט, קען ער על כרחך נישט זיין מוגבל אין א גוף... רינג אראנד א ראוזי...

אפשר האט גאט יא אלע משיגי הגוף, און דאס איז טאקע די סיבה פאר אלע זיינע הגבלות, און עס איז בכלל נישט קיין דבר מן הצד. וא"כ איז די באדייט פון גאט פשוט אז ער האט באשאפן די יוניווערס! זהו! ער מוז נישט זיין עפעס א אינפיניט, בלי גבול, בלי השגה סטייל קריטשער. והכל על מקומו יבא בשלום?
סירקולעריטי באדייט אז די מסקנה ליגט שוין אין די הנחות. איז לא'מיר צונעמען דעם רמב"ם'ס ריִזענינג דא און זעהן:

1). די דעפיניציע פון "ג-ט" איז ("פּערפעקט בּיִאיִנג" און) "מחוייב המציאות״ (ועפ״י וואס ער זאגט אין אָנהויב פ״א מהל׳ יסודי התורה אז ג-ט איז די גרונט פאר מציאות).

2). "מחוייב המציאות" באדייט "אינפיניט״ בכל אופן (ולא רק בזמן). ווייל אז נישט איז דאס/ער דאך קאָנטינדזשענט/אפשרי און אָנגעוואנדן אינעם בּאַוּנדערי/גבול פון די פיניט, און דאס באדייט שוין דאס נישט זיין הכרחי ומחוייב. אין אנדערע ווערטער, עס קען נישט זיין אינפיניט ״לחצאין״.

3). זיין א גוף איז בהכרח זיין פיניט.

הענס,
4). ג-ט איז נישט קיין גוף.

לא זכיתי צו זעהן די סירקולעריטי. אפשר מיינסטו דאס וואס הרב דר. מיכאל אברהם זאגט אז בעצם איז יעדעס לאגישע סילאגיזם סירקולער, וויבאלד אז מ'קען ארויסנעמען די מסקנה פון די הנחות ליגט זי שוין עכ"פ באהאלטן אין זיי. עס ווענדט זיך נאר אין וויפיל קאמפּלעקסיטי עס פעהלט אויס זיי ארויסצונעמען און ווי ווייט בולט ומפורש די מסקנה איז אין די הנחות. דא איז עס ווייט נישט בולט. אדרבה, צייג.

דא איז עס געווען אויף אויפצוווייזן קעגן הגשמה ומשיגי גוף. לגבי שאר הגבלות דארף מען נאר די ערשטע צוויי הנחות, און אויב זיי זענען קעגן "אינפיניט" איז מען דאס שולל. און איך האב טאקע געזאגט אז עס ליגט אין די עצם הגדרה און דעפיניציע פון ווי אזוי מ'פארשטייט די טערמין "ג-ט" ממש. און דו האסט אויך, עכ"פ אויף עפעס א לעוועל, מודה געווען דערצו ("שטערקסטע").

דו קענסט דיך אפשר דינגען אויף די ערשטע הנחה וממילא די קאָדזשענסי/סאַוּנדנעס פונעם ארגומענט. אבער "גענצליך סירקולער" איז עס נישט.

(מ'קען בעצם פארטיידיגן דעם הנחה מכח דעם געדאנק פון ווערסיעס פונעם קאסמאלאגישן ארגומענט. מיינענדיג, אפילו טאמער די קאסמאלאגישע ארגומענט פאלט לגמרי גענצליך דורך און מ'פרעגט עס אינגאנצן אפ, פארשטייט מען אבער אז עס באדייט א "מחוייב המציאות" כדי צו קענען בכלל אָנהויבן דן זיין און זיך מתווכח זיין דערין. די שאלה איז פשוט צי די געדאנק פון "מחוייב המציאות" בכלל איז מוכרח, און/אדער צי דאס איז דוקא "ג-ט". כמובן איז די גאנצע נידון דא אויף מגדיר צו זיין די מושג - נישט אויף אויפצוווייזן אז עס איז למעשה דא, ופשוט. ס'איז א סארט "עסוּמינג" אז ס'דא.)
שמן למאור
איך וואלט געקענט הערן אז ער איז א גוף בלי גבול, איי וויאזוי קען זיין א גשם בלי גבול? און וויאזוי בלי גבול קען בכלל זיין פארשטייסטו יא? על כרחך מוזטו ערגעץ זאגן אז ס'איז למעלה מהשגתינו, נו ווער זאגט דיר וואו עס צו זאגן? און מיט די זעלבע סברה קענסטו ווייטער זאגן אז ער איז יא מוגבל בגוף, אבער נישט בכוח.
דער רמב"ם וואלט געזאגט דערויף אז דאס איז א סתירה מיניה וביה. ביי דעם זאגט מען נישט, אליבא דהרמב"ם "למעלה מהשגה". פונקט אזוי ווי מ'זאגט "ער קען זיך נישט מתגשם זיין" ווייל דאס איז א סתירה מיניה וביה, און מ'זאגט נישט "למעלה מהשגה".
שמן למאור
אפשר זאגסטו מיר טאקע וויאזוי ער ווייזט עס אויף, ווייל ביי מיר איז עס נישט אזוי פשוט במושכל ראשון.
בקיצור נמרץ מאד. ווייל א תואר [attribute] איז אדער א דעפיניציע פונעם עצם זאך (כעין ״א מענטש איז א רעדענדיגע באשעפעניש״) אדער א מקרה (אינעם אריסטאטעליען סענס) וואס איז מוסיף דערויף (כעין ״א געלע מענטש״). לגבי ג-ט גייט די צווייטע סארט קעגן אחדות וממילא איז דאס א הגבלה וואס מ׳האט שוין שולל געווען - מכח די ערשטע צוויי הקדמות הנ״ל.

ואפילו די ערשטע סארט טענה׳ט דער רמב״ם איז א הגבלה. דאס איז ווייל א תואר פונעם ערשטן סארט איז אדער:

1). א דעפיניציע והגדרה

2). א חלק פון א דעפיניציע

3). א קוואליטעט

4). ביחוס לזולתו/א רילעישאן

5). מעשים

ער טענה׳ט אז אלע זענען אָלטימעטלי הגבלות. ווייל אפילו א הגדרה ודעפיניציע (1 און 2) איז בעצם א סיבה להדבר וממילא א הגבלה. 3 און 5 זענען שוין ווייטער א מקרה וממילא די זעלבע פראבלעם ווי די צווייטע סארט תואר. 4 איז דאך א צושטעל צום מענטש צי וואס, וואס איז ווייטער א הגבלה. עיין בח"א פנ"א ופנ"ב באריכות.

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 3:17 pm

· #515449
מי אני, איך האב געהאט אנגעגרייט א לענגערע תגובה, אבער עס איז פארמעקט געווארן.. כהאב שוין נישט קיין כוח איבערצושרייבן, ובפרט אז די האסט מיר שוין מודה געווען דא און אין אישי אז עס איז אלעס לויט וואס מען וויל אננעמען, און עס איז נישטא קיין סברה נכונה אין דעם ענין. והבוחר יבחר.

כ'וועל נאר זאגן אין קורצן.
בנוגע דאס אז איך האב געשריבן אז איך האלט אויך אז גאט איז די שטערקסטע האב איך טאקע נאר געמיינט ביז וואו זיינע גבולים זענען, נישט אז די דעפענישן פון גאט איז דוקה אינפינעט. נאר אויב איז נישטא קיין סברה'דיגע גבולים, דאן מסברה קען ער עס טון, אבער ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן זאגן אז אין זיין עסענס האט ער הגבלות. ער איז טאקע די מעכטיגסטע פון צווישן אונז, אבער נאר ביז וואו זיינע כוחות גייען.

בנוגע די צורקולאציע, איך האב עס געריפן א סורקולערע ארגומענט ווייל דיינע פרעמיסעס זענען נישט באגרינדעט, זיי שטייען נישט אויף גארנישט, בלויז אויף די מסקנה וואס מען וויל פון זיי ארויסדרינגען אז גאט איז נישט קיין גוף ומוגבל.
פארוואס מוז מען זאגן אז די דעפיניציע פון גאט איז פערפעקט ביאינג, אדער מחוייב המציאות צו די עקסטענט וואס די זאגסט עס. בנוגע זמן הער איך, אבער מקום, אדער שאר הגבלות, וואס עפעס? פארוואס מוז זיין אז ער איז דוקה מחוייב המציאות נישט לחצאין? (איך זע בכלל נישט וויאזוי מחוייב המציאות האט בכלל שייכות מיט עפעס אנדערש אויזער זמן. ער איז פשוט הכרחי איז זמן, ווייל אויב נישט איז פשט אז ער האט זיך אנגעהויבן, און דער וואס איז געווען פאר אים איז גאט) ועוד, גוף קען יא זיין בלי גבול, עס איז בכלל נישט קיין סתירה, ווייל אין גשם איז אויך בעל כרחך דא די מושג פון בלי גבול. אזוי ווי דער וואס שיסט א פייל אריין אינעם האריזאנט, און שיסט א פרישע פייל דארטן ווי דער ערשטער האט געלאנדעט, און אזוי עד אין סוף.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 4:55 pm

· #515453
‏
שמן למאור
כ׳האב שוין נישט קיין כוח איבערצושרייבן, ובפרט אז די האסט מיר שוין מודה געווען דא און אין אישי אז עס איז אלעס לויט וואס מען וויל אננעמען, און עס איז נישטא קיין סברה נכונה אין דעם ענין. והבוחר יבחר.
וואס איך האב געזאגט איז אז אין טעאלאגיע (ואולי פילאזאפיע בכלליות) איז בעצם נישט שייך קיין דעמאנסטרעטיוו ארגומענטן, ס״ה זענען זיי על הכלל כולו דייעלעקטיק.
‏
שמן למאור
בנוגע די צורקולאציע, איך האב עס געריפן א סורקולערע ארגומענט ווייל דיינע פרעמיסעס זענען נישט באגרינדעט, זיי שטייען נישט אויף גארנישט, בלויז אויף די מסקנה וואס מען וויל פון זיי ארויסדרינגען אז גאט איז נישט קיין גוף ומוגבל.
מאן יימר אז וועגן דעם האט ער/מען דאס באגרינדעט אזוי? דאס איז א צירקולער טענה כזה: ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי, והא ראיה אז ער האט אוועקגעשטעלט זיינע הנחות אז עס זאל אזוי אויסקומען.

ואגב, זיין האלטן אז ״ג-ט״ איז ״מחוייב המציאות״ איז מכח אנדערע ראיות. ועיין בהפירוש בריש פ״א מהל׳ יסודי התורה (ענליך צום געדאנק פונעם ווערסיע איבער׳ן קאסמאלאגישן ארגומענט כ׳האב געהאט דערמאנט אינעם פריערדיגן תגובה). נאכאמאל, מ׳קען זיך דינגען אויף די הנחה והראיות המביאות אותו לזה, ווי איך האב בפירוש געשריבן אינעם פריערדיגן תגובה, און טאקע וועגן עס איז נאר מערסטענסט דייעלעקטיק, אבער צירקולער?! אתמהה.
‏
שמן למאור
פארוואס מוז מען זאגן אז די דעפיניציע פון גאט איז פערפעקט ביאינג, אדער מחוייב המציאות צו די עקסטענט וואס די זאגסט עס. בנוגע זמן הער איך, אבער מקום, אדער שאר הגבלות? וואס עפעס? פארוואס מוז זיין אז ער איז דוקה מחוייב המציאות נישט לחצאין? (איך זע בכלל נישט וויאזוי מחוייב המציאות האט בכלל עפעס שייכות מיט עפעס אנדערש אויזער זמן.)
די סיבה פארוואס דו הערסט דאס בנוגע די הגבלה פון זמן איז, ווי איך פארשטיי, אָלטימעטלי וויבאלד אויב נישט איז ער תלוי אין עפעס וואס איז שטערקער, מיינענדיג אין דעם געביט אז ער מוז האבן א התחלה; די בּאַוּנדערי וגבול וואו זיין פיניטוּד אין זמן ענדיגט זיך. השתא דאתית להכי איז פארוואס הערסטו דאס נישט בנוגע שארי הגבלות און די בּאַוּנדעריס וגבולים וואו זיין פיניטוּד ענדיגט זיך ביי זיי?

און דאס איז בפרט אז להרמב״ם איז דאך זמן אליין נישט אינפיניט ומהנבראות. וא״כ ווערט לכאורה די ״אינפיניט לגבי זמן״ סתם אזוי מער פארברייטערט צו א ברייטערע אינפיניטי.
‏
שמן למאור
ועוד, גוף קען יא זיין בלי גבול, עס איז בכלל נישט קיין סתירה, ווייל אין גשם איז אויך בעל כרחך דא די מושג פון בלי גבול. אזוי ווי דער וואס שיסט א פייל אריין אינעם האריזאנט, און שיסט א פרישע פייל דארטן ווי דער עשטער האט געלאנדעט, און אזוי עד אין סוף.
די אינפיניטי וואס דו זאגסט ביי גוף איז רק לגבי אינפיניטעסימעלס; א צאמשטעל וואס איך קען אלס צוטיילן א גוף קלענער און קלענער און קלענער עד אין סוף (אין טעאריע; אבער ל״ד ביי פיזיקס כידוע מפּלאנק לענג וואס דאן וואלט דאס טאקע געווען אַן אקטועלע אינפיניטי). דער רמב״ם האט געהאלטן, עפ״י אריסטו, אז עס איז מן הנמנע אז עפעס וואס איז גשם זאל זיך קענען מתפשט זיין לאין סוף; דאס וואלט באדייט אַן אקטועלע אינפיניטי וואס איז מן הנמנע. וממילא אויב עפעס איז א גוף, וממילא א גשם המתפשט, איז עס בהכרח פיניט. ער נעמט דאס אָן אלס א הנחה בהקדמה א׳ בריש ח״ב במו״נ (ועיין להלן שם בפ״א). דער אור ה׳, במאמר א כלל א פ״א ופ״ג, דינגט זיך טאקע אויף דעם אז עס איז נישט מוכרח. (שפינאזע איז אויך געווען קעגן דאס׳ן זאגן אז עס איז נמנע.)

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 6:34 pm

· #515461
מי אני
‏
שמן למאור
בנוגע די צורקולאציע, איך האב עס געריפן א סורקולערע ארגומענט ווייל דיינע פרעמיסעס זענען נישט באגרינדעט, זיי שטייען נישט אויף גארנישט, בלויז אויף די מסקנה וואס מען וויל פון זיי ארויסדרינגען אז גאט איז נישט קיין גוף ומוגבל.
מאן יימר אז וועגן דעם האט ער/מען דאס באגרינדעט אזוי? דאס איז א צירקולער טענה כזה: ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי, והא ראיה אז ער האט אוועקגעשטעלט זיינע הנחות אז עס זאל אזוי אויסקומען.

ואגב, זיין האלטן אז ״ג-ט״ איז ״מחוייב המציאות״ איז מכח אנדערע ראיות. ועיין בהפירוש בריש פ״א מהל׳ יסודי התורה (ענליך צום געדאנק פונעם ווערסיע איבער׳ן קאסמאלאגישן ארגומענט כ׳האב געהאט דערמאנט אינעם פריערדיגן תגובה). נאכאמאל, מ׳קען זיך דינגען אויף די הנחה והראיות המביאות אותו לזה, ווי איך האב בפירוש געשריבן אינעם פריערדיגן תגובה, און טאקע וועגן עס איז נאר מערסטענסט דייעלעקטיק, אבער צירקולער?! אתמהה.
איך בין גאר די סורקעלירער?! ( 😂 ) דאס אז עס איז נישט באגרינדעט איז נישט קיין סורקעלור ארגומענט, דו שרייבסט דאך אויך אז מען קען זאגן וויאזוי מען וויל און מען קען זיך דינגן מיט זיינע סברות איבער מחוייב במציאות, נו אויב אזוי האט דאך עס נישט קיין אמת'ע גרונט, עס איז בלויז וואס מען וויל.
אזוי דארף מען זאגן: ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי, והא ראיה אז ער ברענגט נישט קיין געהעריגע קאנקריט הנחות וסברות דאס אויפצואווייזן, מוז זיין אז ער האלט שוין אזוי מעיקרא...

לא זכיתי להבין סורקלתך...
מי אני
‏
‏
שמן למאור
פארוואס מוז מען זאגן אז די דעפיניציע פון גאט איז פערפעקט ביאינג, אדער מחוייב המציאות צו די עקסטענט וואס די זאגסט עס. בנוגע זמן הער איך, אבער מקום, אדער שאר הגבלות? וואס עפעס? פארוואס מוז זיין אז ער איז דוקה מחוייב המציאות נישט לחצאין? (איך זע בכלל נישט וויאזוי מחוייב המציאות האט בכלל עפעס שייכות מיט עפעס אנדערש אויזער זמן.)
די סיבה פארוואס דו הערסט דאס בנוגע די הגבלה פון זמן איז, ווי איך פארשטיי, אָלטימעטלי וויבאלד אויב נישט איז ער תלוי אין עפעס וואס איז שטערקער, מיינענדיג אין דעם געביט אז ער מוז האבן א התחלה; די בּאַוּנדערי וגבול וואו זיין פיניטוּד אין זמן ענדיגט זיך. השתא דאתית להכי איז פארוואס הערסטו דאס נישט בנוגע שארי הגבלות און די בּאַוּנדעריס וגבולים וואו זיין פיניטוּד ענדיגט זיך ביי זיי?
האסט מיר גוט פארשטאנען בנוגע זמן, אבער ביי אנדערע זאכן ווי למשל מקום, איז נישטא דעם פראבלעם. והיינו, מען קען נישט זאגן אז גאט איז נישט אינפיניט אין זמן ווייל אויב אזוי איז דער וואס האלט אפ זיין כוח, דהיינו דער וואס איז געווען פאר אים, גאט. מען קען דאס נישט אריינלייגן אין זיין עסענס, ווייל עפעס האט 'געמוזט' זיין פאר אים, אויב איז ער נישט אייביג געווען. אבער אין שאר הגבלות מוז מען נישט זאגן אז עס איז דא א דבר מן הצד, עס קען זיין א חלק פון זיין עסענס אז ער קען נישט גיין אזוי ווייט.
מי אני
‏
‏
שמן למאור
ועוד, גוף קען יא זיין בלי גבול, עס איז בכלל נישט קיין סתירה, ווייל אין גשם איז אויך בעל כרחך דא די מושג פון בלי גבול. אזוי ווי דער וואס שיסט א פייל אריין אינעם האריזאנט, און שיסט א פרישע פייל דארטן ווי דער עשטער האט געלאנדעט, און אזוי עד אין סוף.
די אינפיניטי וואס דו זאגסט ביי גוף איז רק לגבי אינפיניטעסימעלס; א צאמשטעל וואס איך קען אלס צוטיילן א גוף קלענער און קלענער און קלענער עד אין סוף (אין טעאריע; אבער ל״ד ביי פיזיקס כידוע מפּלאנק לענג וואס דאן וואלט דאס טאקע געווען אַן אקטועלע אינפיניטי). דער רמב״ם האט געהאלטן, עפ״י אריסטו, אז עס איז מן הנמנע אז עפעס וואס איז גשם זאל זיך קענען מתפשט זיין לאין סוף; דאס וואלט באדייט אַן אקטועלע אינפיניטי וואס איז מן הנמנע. וממילא אויב עפעס איז א גוף, וממילא א גשם המתפשט, איז עס בהכרח פיניט. ער נעמט דאס אָן אלס א הנחה בהקדמה א׳ בריש ח״ב במו״נ (ועיין להלן שם בפ״א). דער אור ה׳, במאמר א כלל א פ״א ופ״ג, דינגט זיך טאקע אויף דעם אז עס איז נישט מוכרח. (שפינאזע איז אויך געווען קעגן דאס׳ן זאגן אז עס איז נמנע.)
איך האב דאך געברענגט א ראיה ומשל אז שכל איז יא מחייב אז מקום בגשם האט נישט קיין גבול. וא"כ קען דאך גאט יא זיין א גוף שהוא בלי גבול.

לאמיר פארברייטערן מיין סברה, אז איך נעם א גאן וואס די באלעט פליט ביי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט (און שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ) און איך שיס אויף ארויף, וועט די בולעט בליץ שנעל זיך טרעפן אדורכפליענדיג די לבנה, זון, פלאנעטן, גאלעקסיס, יונעווערסעס... און...? נאכדעם?... ? עס שטעלט זיך דאך נישט אפ? ביז וואו גייט עס? און איינמאל איך קום דארטן אן צו 'עפעס' א סוף, און איך נעם ווידער אפיר דעם גאן און איך שיס נאכאמאל... וואס געשעט דעמאלטס? ביז וואו גייט עס דאן? עס איז בהכרח בלתי מוגבל.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:54 pm

· #515469
שמן למאור
איך בין גאר די סורקעלירער?! ( 😂 ) דאס אז עס איז נישט באגרינדעט איז נישט קיין סורקעלור ארגומענט, דו שרייבסט דאך אויך אז מען קען זאגן וויאזוי מען וויל און מען קען זיך דינגן מיט זיינע סברות איבער מחוייב במציאות, נו אויב אזוי האט דאך עס נישט קיין אמת'ע גרונט, עס איז בלויז וואס מען וויל.
אזוי דארף מען זאגן: ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי, והא ראיה אז ער ברענגט נישט קיין געהעריגע קאנקריט הנחות וסברות דאס אויפצואווייזן, מוז זיין אז ער האלט שוין אזוי מעיקרא...

לא זכיתי להבין סורקלתך...
"נישט באגרונדעט" אין די קאנטעקסט באדייט אויסדרוקליך נישט "flimsy" און "זאגן ווי אזוי מ'וויל" - איך האב דאס נישט געזאגט. עס באדייט אז עס איז נישט דעמאנסטרעטיוו (ווי לדוגמא א פּרוּף אין מאטעמאטיקס) נאר איידער דייעלעקטיק וכמו שכתבתי לעיל. דאס איז אבער פאלג מיר א גאנג פון זאגן "ער דרייט עס ווי אזוי ער וויל". דאס אז עס איז לאחרי הכל נישט עירטייט און מ'קען זיך דינגען באדייט נישט אז די טענה איז אים נישט געווען גענוג גוט אויף אויפצוווייזן מכח די טענה עצמה. וממילא צו זאגן, "ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי, והא ראיה אז ער האט אוועקגעשטעלט זיינע הנחות אז עס זאל אזוי אויסקומען." איז סיקרולער כזה:

1). ער האט אוועקגעשטעלט זיינע הנחות אז עס זאל אזוי אויסקומען

פון דעם זעהט מען,
2). ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי

איז בּעגינג די שאלה - עס איז סירקולער ווי מ'זעהט אז די מסקנה ליגט שוין אין די הנחה מפורש.

זאגן: "ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי, והא ראיה אז ער ברענגט נישט קיין געהעריגע קאנקריט הנחות וסברות דאס אויפצואווייזן, מוז זיין אז ער האלט שוין אזוי מעיקרא." איז טאקע נישט קיין סירקולער טענה, אבער די הנחה "אז ער ברענגט נישט קיין געהעריגע קאנקריט הנחות וסברות דאס אויפצואווייזן" איז פאלש. צ"ל "ער ברענגט נישט קיינע דעמאנסטרעטיוו הנחות וסברות דאס אויפצואווייזן". אין אזא פאל איז די מסקנה פון "ער האט שוין מעיקרא געהאלטן אזוי" א נאַן-סעקוויטאר - עס followed נישט פון די ארגומענט.
שמן למאור
האסט מיר גוט פארשטאנען בנוגע זמן, אבער ביי אנדערע זאכן ווי למשל מקום, איז נישטא דעם פראבלעם. והיינו, מען קען נישט זאגן אז גאט איז נישט אינפיניט אין זמן ווייל אויב אזוי איז דער וואס האלט אפ זיין כוח, דהיינו דער וואס איז געווען פאר אים, גאט. מען קען דאס נישט אריינלייגן אין זיין עסענס, ווייל עפעס האט 'געמוזט' זיין פאר אים, אויב איז ער נישט אייביג געווען. אבער אין שאר הגבלות מוז מען נישט זאגן אז עס איז דא א דבר מן הצד, עס קען זיין א חלק פון זיין עסענס אז ער קען נישט גיין אזוי ווייט.
איה"נ. אבער וואס איז די חלק פון זיין עסענס וואס דערלאזט דאס נישט? פּלעין אַן אי-כח און שוואכקייט דערצו? אין אנדערע ווערטער, קומסטו צו אז די עצם עסענס איז ממש הגבלה ושוואכקייט לאיזה דבר. און דאס איז נישט מסתבר אינעם טערמין "ג-ט".
שמן למאור
איך האב דאך געברענגט א ראיה ומשל אז שכל איז יא מחייב אז מקום בגשם האט נישט קיין גבול. וא"כ קען דאך גאט יא זיין א גוף שהוא בלי גבול.

לאמיר פארברייטערן מיין סברה, אז איך נעם א גאן וואס די באלעט פליט ביי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט (און שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ) און איך שיס אויף ארויף, וועט די בולעט בליץ שנעל זיך טרעפן אדורכפליענדיג די לבנה, זון, פלאנעטן, גאלעקסיס, יונעווערסעס... און...? נאכדעם?... ? עס שטעלט זיך דאך נישט אפ? ביז וואו גייט עס? און איינמאל איך קום דארטן אן צו 'עפעס' א סוף, און איך נעם ווידער אפיר דעם גאן און איך שיס נאכאמאל... וואס געשעט דעמאלטס? ביז וואו גייט עס דאן? עס איז בהכרח בלתי מוגבל.
די סטאָאיקס האבן געפרעגט אַן ענליכן קשיא בנוגע אריסטו'ס שיטה אז עס איז נישטא קיין vacuum/void, וואס גייט אין איינקלאנג מיט זיין שיטה אז עס איז נישטא קיין אקטועלע אינפיניטי (עיין באור ה' שציינתי לעיל). 📎 Stoics.jpg וואס כ'האב געזעהן ענטפערן (איך געדענק נישט וואו) איז אז אריסטו קען בייסן דעם בולעט און ענטפערן אדער אז עס איז נישט שייך (עס גייט ארויס לאַיִן הגמור, וואס אימער דאס באדייט), אדער אז עס איז דא א סארט ״וואנט״/בּעריער, אדער אז עס קומט ארויס פון די אנדערע זייט כעין לוּפּ (אזוי ווי ביי די געים בּוֺי וואו מען גייט ארויס פון די לינקע זייט און מ׳קומט גראד אריין פון די רעכטע). (עס איז בעצם אַן אפענע שאלה אין מאדערנע קאסמאלאגיע אויך: צי די יוּניווערס, אינדרויסן פון די אַבּזערוועבּל יוּניווערס וואס איז לכאורה פלאך, האט בעצם פּאזיטיווע קוּרוועטשוּר.)

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 9:34 pm

· #515481
איך האב שוין נישט קיין כוח... איך resign...

אקעי.. נאך אביסל...

די רגע ס'איז נישט דעמאנסטרעטיוו, נאר דייעלעקטיק, דאן מוז מען דן זיין ביי יעדע סברה עקסטער ווי שטארק באגרינדעט דאס איז.

לדעתי איז די סברה גאר שוואך. עס איז פשוט א פילינג וואס איז געקומען מחמת זיין נמשכות אחרי הפיליזאפן שבימיו.

די גאנצע סברה איז נאר אז הגבלה איז נישט מסתבר פארן טערמין גאט, זהו! ס'נישט מסתבר פאר דיר, אבער פאר מיר איז עס יא מסתבר. אויך מיר א שטארקע דייעלעקטיוו סברה.

אונזער גאנצע טענה'ריי האט זיך בעיקר באצויגן איבער דעם איינע שאלה, צו איז דא א איבערצייגנדע (דייעלעקטיוו איז אויך ערלויבט..) סברה צו זאגן אזוי ווי די רמב"ם אז מען דארף פארדרייען די פשוט פשט אין די פסוקים און מאכן גאט פאר אזא סארט בלתי מושגי הגוף. דערווייל אחרי ככלות הכל איז די איינציגסטע סברה דא אויפן טיש, אז... דאס גייט קעגן די מושג/טערמין פון גאט! גוט מארגן.. בעיסט אויף וואס? אויף דיין טעיסט? דאס איז ניטאמאל א גוטע דייעלעקטיוו סברה.

בנוגע די תירוצים אויף אריסטו, עס איז אלעס אבי גערעדט און נישט געענטפערט די שאלה, אדער בעסער געזאגט נישט אנערקענט די מציאות. ס'נישט קיין שאלה נאר א פשוטע זאך וואס די שכל איז מחייב. וואס הייסט דאס וואנט? וואס איז אונטער די וואנט? געימבוי? אר יו קידינג מי? מען פארט אזוי ווייט ביז מען טרעפט זיך צוריק, וואו? געדענקט די וועלט איז א באלי, סאו מען רעדט דא פון די אין סוף אין אלע זייטן, עס גייט און גייט ביז עס ווערט א לופ אריין צוריק אין די צענטער פון די ערד קיגל? אונז זענען עפעס די צענטער פון די וועלט? און ווען מען זאומט ארויס פון די גאנצע ריזיגע לופ, וואס זעט מען אינדרויסן פון די גאנצע לופ? וואס זעט מען ביי די זייטן פון די לופ?

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 10:55 pm

· #515491
שמן למאור
די רגע ס'איז נישט דעמאנסטרעטיוו, נאר דייעלעקטיק, דאן מוז מען דן זיין ביי יעדע סברה עקסטער ווי שטארק באגרינדעט דאס איז.
ריכטיג.
שמן למאור
לדעתי איז די סברא גאר שוואך. עס איז פשוט א פילינג וואס איז געקומען מחמת זיין נמשך אחרי הפיליזאפן שבימיו.

די גאנצע סברה איז נאר אז הגבלה איז נישט מסתבר פארן טערמין גאט, זהו! ס'נישט מסתבר פאר דיר, אבער פאר מיר איז עס יא מסתבר. אויך מיר א שטארקע דייעלעקטיק סברה.

אונזער גאנצע טענה'ריי האט זיך בעיקר באצויגן איבער דעם איינע שאלה, צו איז דא א איבערצייגנדע (דייעלעקטיק איז אויך ערלויבט...) סברא צו זאגן אזוי ווי די רמב"ם אז מען דארף פארדרייען די פשוט פשט אין די פסוקים און מאכן גאט פאר אזא סארט בלתי מושגי הגוף. דערווייל אחרי ככלות הכל איז די איינציגסטע סברה דא אויפן טיש, אז... דאס גייט קעגן די מושג/טערמין פון גאט! גוט מארגן... בעיסט אויף וואס? אויף דיין טעיסט? דאס איז ניטאמאל א גוטע דייעלעקטיק סברה.
ניין. דאס איז אַן אָווערסימפּליפיקעישאן צו אפ'חוזק'ן דערפון.

ווי דערמאנט, איז די הגדרה פונעם עסענס פונעם טערמין אלס "מחוייב המציאות" באזירט אויף פאמיליעס פון ארגומענטן וסברות מחוצה להן. לדוגמא, ווי שוין אראפגעברענגט מערערע מאל, אבן סינא'ס ארגומענט וואס צייגט אויף א מחוייב המציאות. וכן הוא לגבי די קאלאם ארגומענטן (פון וואס דער רמב"ם אליין האט טאקע נישט געהאלטן) און זיין אייגענע (לענגערע און קאמפליצירטע) ראיה בריש ח"ב ממו"נ ע"ש.

עכ"פ דאס און נאך פירט אים (ודעימיה) צו צו א "מחוייב המציאות", וואס דאס אידענטיפיצירט ער אלס "ג-ט". איינמאל מ'האלט שוין דארט איז דאך די דעפיניציע פון "מחוייב המציאות", וממילא "ג-ט", אז עס איז "אינפיניט" כנ"ל, וואס דאס דערלאזט נישט הגבלה ומשיגי הגוף. וואו קומט אריין "טעיסט"?

איה"נ, ווי איך זאג איבער נאכאמאל און נאכאמאל, קען מען זיך דינגען אויף די אלע ראיות (ווען נישט וואלט דאך יעדעס רעכט-דענקענדע מענטש געדארפט זיין א טעאיסט), אבער מסתבר זענען זיי צו בויען דערויף וואס איז די עסענס פון "ג-ט". עס איז נישט "סתם אין די וועלט אריין". משא"כ ווען מ'קומט זאגן (עםם... שיסן...) בסתם "אין די עסענס פונעם טערמין ג-ט איז דא די-אין-די הגבלה". דאס איז שוין ריין "טעיסט" און דאס איז א (גאר) שוואכע דייעלעקטיק סברא! (אויב מ'קען דאס אפילו רופן א "דייעלעקטיק סברא".)
שמן למאור
בנוגע די תירוצים אויף אריסטו, עס איז אלעס אבי גערעדט און נישט געענטפערט די שאלה, אדער בעסער געזאגט נישט אנערקענט די מציאות. ס'נישט קיין שאלה נאר א פשוטע זאך וואס די שכל איז מחייב. וואס הייסט דאס וואנט? וואס איז אונטער די וואנט? געימבוי? אר יו קידינג מי? מען פארט אזוי ווייט ביז מען טרעפט זיך צוריק, וואו? געדענקט די וועלט איז א באלי, סאו מען רעדט דא פון די אין סוף אין אלע זייטן, עס גייט און גייט ביז עס ווערט א לופ אריין צוריק אין די צענטער פון די ערד קיגל? אונז זענען עפעס די צענטער פון די וועלט? און ווען מען זאומט ארויס פון די גאנצע ריזיגע לופ, וואס זעט מען אינדרויסן פון די גאנצע לופ? וואס זעט מען ביי די זייטן פון די לופ?
ווי דערמאנט איז אפילו פון א מאדערנע סייענטיפיק קאסמאלאגישע פּערספּעקטיוו, די ענדגילטיגע שׁעיפּ פון די יוּניווערס און צי עס איז פיניט נאך אַן אפענע שאלה. איז אָננעמענדיג אז עס איז פיניט און/אדער מיט פּאזיטיווע קוּרוועטשור, וואס טאקע געשעהט ביי די "עק"? עס איז אויך יתכן אז רעאליטעט ברעכט אונטער צי וואס נישט. אבער עכ"פ דאס אוועקמאכן אז עס איז זיכער נישט אזוי במחי יד קען מען נישט.

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 11:16 pm

· #515497
מי אני
עכ"פ דאס און נאך פירט אים (ודעימיה) צו צו א "מחוייב המציאות", וואס דאס אידענטיפיצירט ער אלס "ג-ט". איינמאל מ'האלט שוין דארט איז דאך די דעפיניציע פון "מחוייב המציאות", וממילא "ג-ט", אז עס איז "אינפיניט" כנ"ל, וואס דאס דערלאזט נישט הגבלה ומשיגי הגוף. וואו קומט אריין "טעיסט"?
איך האב דיר שוין פריער אנגעפרעגט דערויף כזה:
שמן למאור
פארוואס מוז מען זאגן אז די דעפיניציע פון גאט איז פערפעקט ביאינג, אדער מחוייב המציאות צו די עקסטענט וואס די זאגסט עס. בנוגע זמן הער איך, אבער מקום, אדער שאר הגבלות? וואס עפעס? פארוואס מוז זיין אז ער איז דוקה מחוייב המציאות נישט לחצאין? (איך זע בכלל נישט וויאזוי מחוייב המציאות האט בכלל עפעס שייכות מיט עפעס אנדערש אויזער זמן.)
שמן למאור
האסט מיר גוט פארשטאנען בנוגע זמן, אבער ביי אנדערע זאכן ווי למשל מקום, איז נישטא דעם פראבלעם. והיינו, מען קען נישט זאגן אז גאט איז נישט אינפיניט אין זמן ווייל אויב אזוי איז דער וואס האלט אפ זיין כוח, דהיינו דער וואס איז געווען פאר אים, גאט. מען קען דאס נישט אריינלייגן אין זיין עסענס, ווייל עפעס האט 'געמוזט' זיין פאר אים, אויב איז ער נישט אייביג געווען. אבער אין שאר הגבלות מוז מען נישט זאגן אז עס איז דא א דבר מן הצד, עס קען זיין א חלק פון זיין עסענס אז ער קען נישט גיין אזוי ווייט.
אויף דעם האסטו מיר געענטפערט;
מי אני
איה"נ. אבער וואס איז די חלק פון זיין עסענס וואס דערלאזט דאס נישט? פּלעין אַן אי-כח און שוואכקייט דערצו? אין אנדערע ווערטער, קומסטו צו אז די עצם עסענס איז ממש הגבלה ושוואכקייט לאיזה דבר. און דאס איז נישט מסתבר אינעם טערמין "ג-ט".
דאס, ריף איך טעיסט!

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 11:55 pm

· #515504
ס'איז טאקע נישט מסתבר אינעם טערמין "ג-ט". פארוואס זאלסטו דאס סתם אזוי אריינלייגן דארט בלי שום סיבה (עםם... חוץ "טעיסט")? פון דא און ווייטער האב איך עטליכע מאל געשריבן און איבערגע'חזר'ט אז דער רמב"ם האט סיבות וראיות חיצונות פארוואס ער איז מגדיר דעם טערמין "ג-ט" אלס "מחוייב המציאות", וממילא מוז ער זיין "אינפיניט", וממילא מוז ער זיין "בלי הגבלות". יעצט, טאמער דו האסט נישט קיין שום סיבה שולל צו זיין "אינפיניט" בכל אופן וממילא "בלי הגבלות" בכל אופן (אחוץ "טעיסט"...), פארוואס בלייבט דאס נישט בתוך גדר "מחוייב המציאות" וואס האט א שטארקע דייעלעקטיק מסתבר'דיגע באזיס בכלל, ולגבי "בכל אופן" בפרט (דאס איז דאך דער סתם פון "מחוייב המציאות")? און אזוי ווי איך האב דיר געשריבן אויף וואס דו באציהסט דיך דא מיט'ן מיר ציטירן:
מי אני
‏די סיבה פארוואס דו הערסט דאס בנוגע די הגבלה פון זמן איז, ווי איך פארשטיי, אָלטימעטלי וויבאלד אויב נישט איז ער תלוי אין עפעס וואס איז שטערקער, מיינענדיג אין דעם געביט אז ער מוז האבן א התחלה; די בּאַוּנדערי וגבול וואו זיין פיניטוּד אין זמן ענדיגט זיך. השתא דאתית להכי איז פארוואס הערסטו דאס נישט בנוגע שארי הגבלות און די בּאַוּנדעריס וגבולים וואו זיין פיניטוּד ענדיגט זיך ביי זיי?
דאס איז נישט "טעיסט".

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 13, 2023 1:01 am

· #515514
מי אני
ס'איז טאקע נישט מסתבר אינעם טערמין "ג-ט". פארוואס זאלסטו דאס סתם אזוי אריינלייגן דארט בלי שום סיבה (עםם... חוץ "טעיסט")? פון דא און ווייטער האב איך עטליכע מאל געשריבן און איבערגע'חזר'ט אז דער רמב"ם האט סיבות וראיות חיצונות פארוואס ער איז מגדיר דעם טערמין "ג-ט" אלס "מחוייב המציאות", וממילא מוז ער זיין "אינפיניט", וממילא מוז ער זיין "בלי הגבלות". יעצט, טאמער דו האסט נישט קיין שום סיבה שולל צו זיין "אינפיניט" בכל אופן וממילא "בלי הגבלות" בכל אופן (אחוץ "טעיסט"...), פארוואס בלייבט דאס נישט בתוך גדר "מחוייב המציאות" וואס האט א שטארקע דייעלעקטיק מסתבר'דיגע באזיס בכלל, ולגבי "בכל אופן" בפרט (דאס איז דאך דער סתם פון "מחוייב המציאות")? און אזוי ווי איך האב דיר געשריבן אויף וואס דו באציהסט דיך דא מיט'ן מיר ציטירן:
מי אני
‏די סיבה פארוואס דו הערסט דאס בנוגע די הגבלה פון זמן איז, ווי איך פארשטיי, אָלטימעטלי וויבאלד אויב נישט איז ער תלוי אין עפעס וואס איז שטערקער, מיינענדיג אין דעם געביט אז ער מוז האבן א התחלה; די בּאַוּנדערי וגבול וואו זיין פיניטוּד אין זמן ענדיגט זיך. השתא דאתית להכי איז פארוואס הערסטו דאס נישט בנוגע שארי הגבלות און די בּאַוּנדעריס וגבולים וואו זיין פיניטוּד ענדיגט זיך ביי זיי?
דאס איז נישט "טעיסט".
דאס אליין אז פון די פסוקים איז קלאר משמע אז גאט האט יא משיגי הגוף, און אפילו אין גמרא (מנין שהקב"ה מניח תפילין, ועוד ועוד) איז אויך משמע נישט ווי דער רמב"ם, איז מיר שוין געניג סיבה דאס צו וועלן זאגן, אכ"פ ווילאנג איך זע נישט קיין איבערצייגנדע סיבה צו זאגן אנדערש.

זאת ועוד, מסברה איז יא מוכרח צו זאגן אז גאט האט געוויסע הגבלות, א שטייגער ווי רצון, וואס דאס איז דאך זיכער אז ער האט געהאט א רצון צו באשאפן די וועלט. די ספין פון די רמב"ם דערויף איז גאנץ שוואך. דאס ברענגסטו פריער צו:
מי אני
איה"נ. אין ח"ג פי"ג זאגט ער אז זוכן א תכלית לבריאת העולם, די "פארוואס האט ג-ט באשאפן די וועלט?", איז זינלאז. עס איז נישט די מענטש, עס איז נישט עפעס אנדערש. און טאקע וועגן די סארט שאלות והערות וואס דו ערווענסט. ער זאגט אז אָלטימעטלי קומט עס אראפ צו "רצון", וואס די "רצון" האט ער קאָלעפּסט צו "עצמותו" כנ"ל, וממילא איז דאס אָלטימעטלי פונקט אזוי לגמרי לגמרי אומפארשטענדליך ווי "עצמותו". (דער רמב"ם איז דאך דער וואס איז דאס מערסטע ראדיקאל אין שולל זיין פארשטאנד פון ג-ט ועצמותו.)
האסט בעיסיקלי אנשטאט זאגן אז יא, גאט האט הגבלות, גענומען די סטענד אז ער האט נישט קיין הגבלות, איי רצון? מען וועט פארמאכן די ארגומענט מיטן זאגן אז עס איז א חלק פון עצמותו וואס מען קען נישט משיג זיין. דאס איז נישט ראציאנאל לדעתי.

און ווי געשריבן אויבן. אפילו מען נעמט אן אז גאט איז מחוייב המציאות, זע איך נישט פארוואס דאס רעדט אריין אין אינפיניטי בכלליות. איך האב דיר שוין פריער אנגעפרעגט פארוואס מחוייב המציאות רעדט בכלל אריין אין אנדערע זאכן חוץ פון זמן, און איך געדענק נישט צו באקומען א צעפרידנשטעלנדע ענטפער, חוץ פון דעם זאץ אז עס איז נישט מסתבר אינעם טערמין גאט. דאס האט אבער גארנישט צוטון מיט מחוייב המציאות, דאס איז א נייע פרישע סברה. וואס אויף דעם קען איך זאגן לשיטתך, אז מען קען עס קעלעפסן מיט זיין עסענס און עס איז שוין למעלה מהשגתינו, די זעלבע וואס דו טוסט מיט רצון. פארוואס טוסטו עס נאר ביי רצון?

מי אני » פרייטאג יאנואר 13, 2023 6:34 am

· #515525
‏
שמן למאור
דאס אליין אז פון די פסוקים איז קלאר משמע אז גאט האט יא משיגי הגוף, און אפילו אין גמרא (מנין שהקב"ה מניח תפילין, ועוד ועוד) איז אויך משמע נישט ווי דער רמב"ם, איז מיר שוין געניג סיבה דאס צו וועלן זאגן, עכ"פ ווילאנג איך זע נישט קיין איבערצייגנדע סיבה צו זאגן אנדערש.
פסוקים ומאמרי חז״ל איז נישט מכח ראציאנאל. בפרט ווען מ׳קען עס פארטייטשן ולא ננעלו שערי הפירוש. די איבערצייגענדע סיבה איז דאס אז ער איז ״מחוייב המציאות״ וממילא ״אינפיניט״ בלי הגבלות כנ״ל.
‏
שמן למאור
און ווי געשריבן אויבן. אפילו מען נעמט אן אז גאט איז מחוייב המציאות, זעה איך נישט פארוואס דאס רעדט אריין אין אינפיניטי בכלליות. איך האב דיר שוין פריער אנגעפרעגט פארוואס מחוייב המציאות רעדט בכלל אריין אין אנדערע זאכן חוץ פון זמן, און איך געדענק נישט צו באקומען א צעפרידנשטעלנדע ענטפער, חוץ פון דעם זאץ אז עס איז נישט מסתבר אינעם טערמין גאט. דאס האט אבער גארנישט צוטון מיט מחוייב המציאות, דאס איז א נייע פרישע סברה. וואס אויף דעם קען איך זאגן לשיטתך, אז מען קען עס קעלעפסן מיט זיין עסענס און עס איז שוין למעלה מהשגתינו, די זעלבע וואס דו טוסט מיט רצון. פארוואס טוסטו עס נאר ביי רצון?
עסקט ענד ענסערד. ״מחוייב המציאות״ מיינט אז ער איז נישט אָנגעוואנדן אין עפעס אנדערש. פּיריאד. נישט נאר אז ער איז נישט אָנגעוואנדן אין עפעס בעפאר. זאת ועוד, ווי איך האב דערמאנט, אויב איז זמן פונקט אזוי מהנבראות (וואס האט סמוכין פון מאדערנע סייענס אויך) איז וואס הייסט אז ג-ט איז געווען בעפאר זמן, ״בעפאר בעפאר״ בכלל, וואס לפי סברתך איז נאר דארט זאג איך אז ״ג-ט איז נישט אָנגעוואנדן אין דעם״? אז ער איז אינגאנצן נישט אָנגעוואנדן אין זמן בכלל? אויב אזוי איז דאס גאנץ נאנט צו נישט זיין אָנגעוואנדן אין אנדערע מושגים בכלל אויך. מיינענדיג, אינפיניט ״בזמן״ איז נישט שייך (טאמער נעמט מען אָן חידוש) - דאס גאנצע מושג פון "זמן" אליינס איז דאך פיניט. איז מוז מען זאגן אז ער איז בכלל נישט געבינדן צו דעם מושג וואס ער האט אליין באשאפען, וא״כ כן הוא לגבי שאר המושגים הנבראים וואס ער האט באשאפן (כח וכו׳).
‏
שמן למאור
זאת ועוד, מסברא איז יא מוכרח צו זאגן אז גאט האט געוויסע הגבלות, א שטייגער ווי רצון, וואס דאס איז דאך זיכער אז ער האט געהאט א רצון צו באשאפן די וועלט. די ספין פון די רמב"ם דערויף איז גאנץ שוואך.

האסט בעיסיקלי אנשטאט זאגן אז יא, גאט האט הגבלות, גענומען די סטענד אז ער האט נישט קיין הגבלות, איי רצון? מען וועט פארמאכן די ארגומענט מיטן זאגן אז עס איז א חלק פון עצמותו וואס מען קען נישט משיג זיין. דאס איז נישט ראציאנאל לדעתי.
ריכטיג. דאס זענען שטארקע טענות. צו מער אויסברייטערן און שטארקן דיין טענה, אויב נעמט מען אָן ״מחוייב המציאות״ ואינפיניט ככל הנ״ל, דאן האט דער (טראדיציאנאלער) טעאיסט א טוץ פראבלעמען. צווישן זיי איז אז דאס איז א סתירה מיט בריאת וחידוש העולם, ווי אויך א סתירה מיט דעם אז ג-ט איז פועל נסים בהטבע אדער מישט זיך אריין בהטבע. צווישן אסאך אנדערע. דאס איז ווייל דאס אלעס אימפּלייט שינוי ורצון וואס זענען, ווי דו דערמאנסט, הגבלות.

דערזעהט זיך דא דער טעאיסט פילוסוף מיט א פראבלעם: מחד גיסא זענען די דייעלעקטיק סברות חיצונית שטארק מסתבר אז ג-ט האט נישט קיין שום הגבלות. אבער מאידך גיסא זוכט ער אָנצוהאלטן די תורה וואס ווייזט אויף חידוש העולם ונסים (די חלק פון זוכן דאך אָנצוהאלטן די תורה קענסטו טאקע רופן "טעיסט", און ווי איינער האט געשריבן אויפ'ן רמב"ם אז "ער האט געוואלט צאמשטעלן זיין איבערצייגעניש פון אריסטו מיט זיין ליבשאפט פאר משרע"ה" - "ליבשאפט" איז לכאורה א "טעיסט" אין די קאנטעקסט). אסאך ראשונים (ר׳ יוסף אבן כספי, ר׳ יצחק אלבלג, ר' משה נרבוני ועוד) האבן טאקע דעריבער אָנגענומען קדמות און אז די וועלט איז טאקע נישט מחודש; עס איז עטערנעל און האלט אין איין נשפע ווערן ממציאותו (פארטייטשן די תורה קען מען דאך, וידוע מש"כ הרמב"ם במו"נ ח"ב פכ"ה אודות לפרש הכתובים במעשה בראשית על דרך קדמות.) אט אויף דעם איז רוב פונעם ספר מו״נ (בּעיסיקעלי די ערשטע צוויי גאנצע חלקים) געשריבן געווארן דאס יא פרובירן משווה זיין. (און די פּערעדיים און דרך השוואה בין סתירות צווישן מדע אין וואס מען איז איבערצייגט, און תורה אין וואס מען וויל גלייבן, גייט נאך אָן עד היום. דאס איז לכאורה דעם אויפטוה פונעם דרך הרבמ"ם במו"נ, און דאס ענטפערט דר. גד פרוידענטאל'ס שאלה וואס איך האב דא צוגעברענגט.)

ווי געזאגט, זאגט דער רמב״ם אליין אז זיין תירוץ אויף דעם רצון קשיא לגבי בריאת העולם ורצון/שינוי איז ״דקה וכבידה״, און דער אפודי זאגט אז זיי זענען שווערע תירוצים וצ״ע. איך האב דאס בפירוש געשריבן און מודה געווען. ולא עוד, עכ״כ אז דר. ליִאוֺ סטראַוּס האט געהאלטן אז דער רמב״ם האט באמת אויך נישט געהאלטן פון חידוש העולם, נאר איידער אזוי ווי אריסטו אין קדמות, און ער פרובירט צו הינטן דערויף אינעם מו״נ צווישן די שורות און טאקע מיט די שוואכע סארט תירוצים וכדומה. און דאס אלעס וועגן סברת ״מחוייב המציאות״ ו״אינפיניט״ האט אים טאקע געשטופט דערצו.

לגבי נסים, הא׳ביך אסאך געשריבן אין מיין אשכול איבער דעם. אין גאר קורצן, אז דער רמב״ם איז דאס מער-ווייניגער שולל (מיט ניוּאנס, ואידך פירושה זיל גמור - מאך א סערטש "נסים" אין יענעם אשכול). ששש… זאג נישט קיינעם…

לסיכום, די פראבלעם איז צי מ'קען, און אויב יא ווי אזוי, משווה זיין דעם סברת "מחוייב המציאות", און אלעס וואס דאס ענטעילט, מיט חידוש העולם (און אנדערע טראדיציאנאלע טעאיסטיק הנחות). פאר מיר פערזענליך איז דער רמב"ם'ס תירוץ נישט אזוי שווער, עכ"פ גענוג אויף נישט צו זאגן אז זיי צוויי קענען בשו"א נישט גיין צוזאמען. און ווי אנדערע פעלדער אין פילאזאפיע, וועט זיך דאס ווענדן אין וואס עס איז דיילעקטעקלי מסתבר בהטענות פאר'ן מענטש. (ענליך, למשל, צו די מבוכה ומחלוקת בפילאזאפיע צי בחירה חופשית קען שטימען מיט דיטערמעניזם. לויט די קאמפּעטעבּעליסטס יא, אבער די אינקאמפּעטעבּעליסטס גייען שרייען חי וקים קעגן זיי אז ס'איז אדער אדער און זיי קענען בשו"א נישט גיין צוזאמען. און אלעס איז מדייעלעקטיק טענות וסברות.)

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 13, 2023 11:09 am

· #515532
מי אני
‏
‏
שמן למאור
און ווי געשריבן אויבן. אפילו מען נעמט אן אז גאט איז מחוייב המציאות, זעה איך נישט פארוואס דאס רעדט אריין אין אינפיניטי בכלליות. איך האב דיר שוין פריער אנגעפרעגט פארוואס מחוייב המציאות רעדט בכלל אריין אין אנדערע זאכן חוץ פון זמן, און איך געדענק נישט צו באקומען א צעפרידנשטעלנדע ענטפער, חוץ פון דעם זאץ אז עס איז נישט מסתבר אינעם טערמין גאט. דאס האט אבער גארנישט צוטון מיט מחוייב המציאות, דאס איז א נייע פרישע סברה. וואס אויף דעם קען איך זאגן לשיטתך, אז מען קען עס קעלעפסן מיט זיין עסענס און עס איז שוין למעלה מהשגתינו, די זעלבע וואס דו טוסט מיט רצון. פארוואס טוסטו עס נאר ביי רצון?
עסקט ענד ענסערד. ״מחוייב המציאות״ מיינט אז ער איז נישט אָנגעוואנדן אין עפעס אנדערש. פּיריאד. נישט נאר אז ער איז נישט אָנגעוואנדן אין עפעס בעפאר. זאת ועוד, ווי איך האב דערמאנט, אויב איז זמן פונקט אזוי מהנבראות (וואס האט סמוכין פון מאדערנע סייענס אויך) איז וואס הייסט אז ג-ט איז געווען בעפאר זמן, ״בעפאר בעפאר״ בכלל, וואס לפי סברתך איז נאר דארט זאג איך אז ״ג-ט איז נישט אָנגעוואנדן אין דעם״? אז ער איז אינגאנצן נישט אָנגעוואנדן אין זמן בכלל? אויב אזוי איז דאס גאנץ נאנט צו נישט זיין אָנגעוואנדן אין אנדערע מושגים בכלל אויך. מיינענדיג, אינפיניט ״בזמן״ איז נישט שייך (טאמער נעמט מען אָן חידוש) - דאס גאנצע מושג פון "זמן" אליינס איז דאך פיניט. איז מוז מען זאגן אז ער איז בכלל נישט געבינדן צו דעם מושג וואס ער האט אליין באשאפען, וא״כ כן הוא לגבי שאר המושגים הנבראים וואס ער האט באשאפן (כח וכו׳).
‏טיק טענות וסברות.)
אקעי לאמיך דאס צונעמען, ווייל עס זעט מיר אויס אז דא איז וואו איך פארשטיי דיר נישט.

די געביידע פונעם רמב"ם אז גאט איז בלי גבול און האט נישט קיין משיגי הגוף גייט ווי פאלגנד:
1) ער איז מחוייב המציאות 2) מחוייב המציאות באדייט אז ער איז נישט אנגעוואנדן אין א צווייטן 3) אויב איז ער נישט אנגעוואנדן אין א צווייטן, דאן איז ער ביי דעפענישן בלי גבול, ווייל א גבול באדייט דאך אז איינער איז אים מגביל.
אזוי פארשטיי איך די מהלך, קארעקט מי איף איים ראונג.

איז יעצט לאמיך אויסשמועסן וואס עס שטערט מיר מיט די פרעמיסעס. מחוייב המציאות באדייט בלויז איין זאך, אז ער 'מוז' עקזעסטירן. זהו. אויב איז ער נישט געווען פאר א געוויסע צייט, איז ער שוין נישט קיין מחוייב המציאות. דערפאר האב איך טאקע אנגענומען אז בלי גבול אין זמן, פאלאוט די פרעמיס פון מחוייב המציאות. ווייל ער מוז 'אייביג' זיין, די רגע ער קען למשל ווערן אויס, אדער נישט עקזעסטירן, באדייט דאך דאס אז ער 'מוז' נישט זיין. והא ראיה אז פאר א געוויסע צייט איז ער נישט געווען.

יעצט ווען עס קומט צו גוף אדער הגבלה במקום, זע איך ממש נישט וואו מחוייב המציאות קומט דא בכלל אריין. מחוייב המציאות זאגט בלויז אז עס מוז 'זיין', אבער עס זאגט נישט אז ער מוז זיין 'איבעראל'. איי וועסטו פרעגן אבער ווער לאזט אים נישט זיין איבעראל, ווער איז אים מגביל? אויף דעם האב איך שוין געשריבן אין פריערדיגע תגובות אז מען קען דאס אריינלייגן אין זיין עסענס.

לאמיר דאס זאגן אויף גוף, עס קלארער ארויסצוברענגען. איך וויל למשל זאגן אז גאט האט א גוף, וועסטו זאגן אז מחוייב המציאות איז א סתירה דערצו, ווייל גוף מיינט אז ער איז מוגבל (אויך לאו דוקה וכטענתי למעלה, אבער נניח) און ווער איז אים מגביל אויב נישט עפעס א דבר מן הצד. די תשובה דערויף איז אז טאקע זיין עסענס פון זיין א גוף איז אים מגביל אז ער האט דער הגבלה פון א גוף! עס איז נישט עפעס א דבר מן הצד, עס איז אים זעלבסט. פארוואס איז מחוייב המציאות א סתירה דערצו?

און בכלל זע איך לאו דוקה פארוואס די סברה אז קיינער טאר נישט אפהאלטן און מגביל זיין גאט, פאלאוט די פרעמיס פון מחוייב המציאות, עס קען זיין אז ער 'מוז' עקזעסטירן, דאך איז דא א דבר מן הצד וואס איז אים מגביל. דער דבר מן הצד קען טאקע נישט מאכן גאט אויס, ווייל גאט איז דאך מחוייב המציאות, אבער אים מגביל זיין קען ער יא. איז זע בכלל נישט די גרויסע סתירה דערין.

אדרבה, איך וויל קלאר פארשטיין וויאזוי די הנחה פון מחוייב המציאות איז שולל גוף. וויאזוי פאלאוט עס דעם פרעמיס.

מי אני » פרייטאג יאנואר 13, 2023 11:32 am

· #515535
"מחוייב המציאות" = "מוז זיין". זהו, ווי דו האסט טאקע געזאגט. אין דעם "מוז זיין" איז, פארשטייט זיך, אויך נכלל "מוז אייביג זיין", אבער עס איז נישט דוקא און נאר "מוז אייביג זיין" - עס איז "מוז זיין". יעצט, אויב איז עפעס אים/דאס מגביל באיזה אופן, איז אין יענע עספּעקט זיין "זיין" געצוימט: זיין "זיין" איז נישט "דארט" (די "דארט" איז א לשון מושאל און באציהט זיך נישט דוקא צו מקום; עס באציהט זיך צום מושג המוגבל במה שמגביל ממנו ית'), אפגעזעהן צי די מושג המגביל איז זמן צי עפעס אנדערש. פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט דאס בנוגע צום מושג זמן, אז ער איז אינדרויסן און אומאפהענגיק פון זמן בכלל, און נישט נאר אז ער איז אינפיניט אין ובתוך זמן, וכנ"ל בתגובתי הקודמת. אט דאס מיינט:
שמן למאור
2) מחוייב המציאות באדייט אז ער איז נישט אנגעוואנדן אין א צווייטן.

3) אויב איז ער נישט אנגעוואנדן אין א צווייטן, דאן איז ער ביי דעפענישן בלי גבול, ווייל א גבול באדייט דאך אז איינער איז אים מגביל.
די "צווייטן" און "איינער" (וואס זענען אויך לשונות מושאלים) גייען ארויף אויף מושגים, יהיו מה שיהיו. וממילא אויב איז למשל דא מקום וואס איז אים מגביל, איז דאך זיין "זיין/עקזיסטענץ" נישט דארט אינדרויסן פונעם מקום ההגבלה. דאס איז סותר דעם געדאנק פון מחוייב המציאות. און דאס זעלבע איז ביי יעדעס סארט מושג וואס ער איז מוגבל דערביי. דון מינה ואוקי אשארא. (סיידן וואו די הגבלה קומט ארויס פון אט דעם עסענס פון "מחוייב המציאות", לדוגמא אז "ער קען נישט ווערן אויס מחוייב המציאות", און אלע הגבלות השלכות וואס קומען ארויס דערפון, וואס דאן איז עס א סתירה מיניה וביה און פשוט גערעדט דזשיבּעריש. און דאס זעלבע ביי יעדעס זאץ וואס האלט נישט אויס אנאליטיש, וכמו שכתבתי הרבה פעמים.)

וממילא צו דיין ספעציפישע שאלה לגבי שלילת גשם וגוף: אויב נעם איך אָן אז א גשם/גוף איז בהכרח מוגבל (צי להרמב"ם ואריסטו אלס דאס אומעגליכקייט פון אַן אינפיניטי אין אקטואליטעט, צי אלס דעם אז עס איז בהכרח אָנגעוואנדן בהרכבה וואס איז ווייטער א הגבלה), דאן איז דאך דאס די געדאנק פון "מחוייב המציאות" שולל.

אין אנדערע ווערטער, בסתם מיינט דאך "מחוייב המציאות/אינפיניט" על הכלל כולו. אז דו ווילסט עפעס שולל זיין, איז עליך הראיה אויף פארוואס (e.g. דאס איז א סתירה צו "מחוייב המציאות", דאס איז א לאגישע סתירה אינעם זאץ מיניה וביה, די עמפּירישע בריאת העולם וואס צייגט אויף שינוי ורצון וכו' וכדומה). סתם שולל זיין און זאגן/שיסן "ס'איז אין זיין עסענס" אָן קיין באזיס, האט נישט קיין... עםם... באזיס. "אזוי שטייט אין די תורה", ווען מ'קען עס דאך פארטייטשן, איז אויך נישט קיין טענה (דער רמב"ם דארט במו"נ ח"ב פכ"ה זאגט טאקע אז דאס וואס טרייבט אים צו חידוש העולם איז נישט מכח הכתובים, וואס דאס קען ער דאך פארטייטשן ע"ש).

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 13, 2023 12:42 pm

· #515544
סאו די בעיסיקלי רידעפיינסט די דעפענישן פון מחוייב המציאות. אנהויב פון אונזער שמועס דא, האב איך דיר געפרעגט אין אישי:
שמן למאור אין אישי
וואס איז די פינקטליכע אפטייטש פון מחוייב המציאות?
און דו האסט מיר געענטפערט:
מי אני אין אישי
Necessary Existent. עס מוז עקזיסטירן.
לויט יענע דעפענישן, איז דא בלויז דער איין זאך, אז ער מוז זיין. דאס אז עס איז דא א 'פלאץ' וואס ער איז נישט, ווייל ער איז געצוימט פון דארטן, שטערט מיר נישט. דאס רעדט נישט אריין אין זיין 'זיין'; וואס שטערט מיר אז זיין 'זיין' איז נישט דארטן? ס'איז גארנישט מגרע פון די 'זיין' וואו ער איז יא. אז איך בין נאר דא אין ניו יארק און נישט אין ניו דזשערסי, מיינט עס אז עס פעלט פון מיין עגזיסטענס דאהי? איך בין 100 פראצענט דא, אבער נישט איבעראל! לויט ווי די דעפיינסט יעצט מחוייב המציאות מיינט עס אז ער מוז זיין איבעראל בלי גבולים. די בעיסיקלי דעפיינסט מחוייב המציאות אז עס זאל פאקטיש מיינען 'בלי גבול'. נייס...

סאו לאמיר צוריקגיין א סטעפ און דאס בעסער פארשטיין, לאמיר אנהייבן פון פריער, וויאזוי איז די רמב"ם בכלל מוכיח מסברה אז גאט איז מחוייב המציאות. איינמאל מיר האבן דאס קלאר ארויס, וועלן מיר קענען דן זיין וואס פונקטליך די אפטייטש דערפון איז, און וואס עס מיינט לאו דוקה.

מי אני » פרייטאג יאנואר 13, 2023 2:33 pm

· #515549
שמן למאור
סאו דו בעיסיקלי רידעפיינסט די דעפענישן פון מחוייב המציאות. אנהויב פון אונזער שמועס דא, האב איך דיר געפרעגט אין אישי:
שמן למאור אין אישי
וואס איז די פינקטליכע אפטייטש פון מחוייב המציאות?
און דו האסט מיר געענטפערט:
מי אני אין אישי
Necessary Existent. עס מוז עקזיסטירן.
לויט יענע דעפענישן, איז דא בלויז דער איין זאך, אז ער מוז זיין. דאס אז עס איז דא א 'פלאץ' וואס ער איז נישט, ווייל ער איז געצוימט פון דארטן, שטערט מיר נישט. דאס רעדט נישט אריין אין זיין 'זיין'; וואס שטערט מיר אז זיין 'זיין' איז נישט דארטן? ס'איז גארנישט מגרע פון די 'זיין' וואו ער איז יא. אז איך בין נאר דא אין ניו יארק און נישט אין ניו דזשערסי, מיינט עס אז עס פעלט פון מיין עגזיסטענס דאהי? איך בין 100 פראצענט דא, אבער נישט איבעראל! לויט ווי די דעפיינסט יעצט מחוייב המציאות מיינט עס אז ער מוז זיין איבעראל בלי גבולים. די בעיסיקלי דעפיינסט מחוייב המציאות אז עס זאל פאקטיש מיינען 'בלי גבול'. נייס...
וואס האב איך דא געזאגט אנדערש? "עקזיסטירן" = "זיין", צו וואס, כנראה ביסטו אויך מודה דא. און אזוי ווי דו זאגסט:
שמן למאור
אז איך בין נאר דא אין ניו יארק און נישט אין ניו דזשערסי, מיינט עס אז עס פעלט פון מיין עגזיסטענס דאהי? איך בין 100 פראצענט דא, אבער נישט איבעראל!
Precisely my point! ווי איך האב עמפאזייסט אין דיינע ווערטער איז דיין עקזיסטענץ געצוימט און אפשרי - סיי טעמפּאָרעלי אין זמן און סיי ספּעישעלי אין מקום: אין די משל דיינער דא, צו נאר די ספּעציפישע מקום (און זמן) און דו עקזיסטירסט טאקע נישט ערגעץ אנדערש (און אין אַן אנדערן צייט). אט דאס איז counter צו "מחוייב המציאות". ודון מינה וכו'.
שמן למאור
סאו לאמיר צוריקגיין א סטעפ און דאס בעסער פארשטיין, לאמיר אנהייבן פון פריער, וויאזוי איז די רמב"ם בכלל מוכיח מסברא אז גאט איז מחוייב המציאות? איינמאל מיר האבן דאס קלאר ארויס, וועלן מיר קענען דן זיין וואס פונקטליך די אפטייטש דערפון איז, און וואס עס מיינט לאו דוקא.
עני ראיה מ'ברענגט זיך גייט אטאמאטיש זיין אין די ראמען פון זמן. אונז, זייענדיג מענטשן תחת שליטת הזמן, קענען נישט טראכטן אנדערש. לדוגמא, אפילו ווען מ'זאגט אז "זמן איז אויך מהנבראות", presupposed דאס אימפּליסיטלי א זמן: עס איז באשאפן געווארן "לאחר" שלא היה. (ועיין כאן במה שהבאתי מהעיקרים אודות החילוק בין "סדר זמן" ל"זמן"; א סארט מעטאדע צו געבן א conceptual apparatus ווען מ'איז דן דערין.)

דעם רמב"ם'ס ראיה בריש פ"ב במו"נ איז א געוואלדיגע אריכות (4 לאנגע פרקים מיט 25 הנחות, מיט נאך איין קאנדישאנעל הנחה, פאר דעם), און פארלאזט זיך אויף די אריסטאטעליען קאסמאלאגישע מאדעל פון גלגלים ושכליים. אבער הנוגע לענינינו, איז די דריטע ראיה דארט אין פ"א אזוי (די פירוש בריש פ"א בהל' יסודי התורה צייכענט דאס צו):

עס זענען דא נמצאים הנראים בחוש. איז די מציאות על הכלל כולו צוטיילט אין איינס פון אדער דריי סוגים:

1). אדער זענען אלע נמצאים עטערנעל

2). אדער זענען אלע נישט

3) אדער איז א חלק יא און א חלק נישט

די ערשטע איז שקר ווייל מ'זעהט דאך בחוש אז זאכן/נמצאים ווערן נפסד. ווידעראום אויב אלעס מוז זיין אפשרי, דאן וואלט דאך גארנישט געווען וויבאלד עפעס וואס איז מוכרח על הכלל כולו מפני הגדרתה, אין די פאל אז אלעס איז אפשרי און עווענטועל נפסד, מוז פאסירן - והיינו אז אלעס מוז נפסד ווערן, און דעמאלטס וואלט דאך גארנישט געווען. (דער אפודי דארט איז מסביר, עפ"י המדע של אריסטו, פארוואס מ'קען נישט זאגן זיך ארויסצודרייען דערפון אז אלעס איז יא הוה ונפסד נאר עס איז פשוט בזה אחר זה ע"ש. און דער אור ה׳ איז מסביר במאמר א כלל א פכ״ט אז לויט אריסטו איז דאך יעדעס מין כאטש קיים שוין לעולם עטערנעל אזוי, די קאנדישאנאל הקדמה 26, קומט דאך אויס אז מ׳קען נישט זאגן אז אלעס איז הוה ונפסד; די מין איז דאך נישט אזוי.) וממילא בלייבט איבער אז עס איז מוז זיין עפעס וואס איז נישט הוה ונפסד און איז נישט אפשרי, והיינו מוכרח/מחוייב המציאות.

ווי געזאגט ארבעט דאס עפ"י המדע של אריסטו בימיו, וידעתי גם ידעתי אז מ'קען זיך דינגען דערויף.

והנוגע בעיקר לענינינו, דערנאך ציטירט דארט דער רמב"ם נאכאמאל די צוועלעפטע, צוואנציגסטע, איין-און-צוואנציגסטע, און צוויי-און-צוואנציגסטע הקדמות וואס ער האט פריער אראפגעברענגט בנוגע מגדיר זיין "מחוייב המציאות":
יב). כל כח שימצא מתפשט בגוף הוא בעל תכלית, להיות הגשם בעל תכלית.

כ). כל מחויב המציאות בבחינת עצמו אין סיבה למציאותו כלל ולא בשום ענין.

כא). כל מורכב משני ענינים, אמנם ההרכבה ההיא היא סיבת מציאותו כפי מה שהוא בהכרח, א"כ אינו מחוייב המציאות בעצמו, כי מציאותו (תלוי) במציאות ב' חלקיו ובהרכבתם.

כב). כל גשם הוא מורכב מב' ענינים בהכרח וישיגוהו מקרים בהכרח. הם אמנם ב' הענינים המעמידים אותו, החומר שלו וצורתו. והם אמנם המקרים המשיגים אותו, הכמות, והתכונה, וההנחה.
ועפי"ז, האבענדיג מברר געווען (דייעלעקטיקעלי) א "מחוייב המציאות" איז ער שולל דערפון סיבות, וממילא גוף, וממילא כח בגוף. (וע״ע בהל׳ יסודי התורה פ״א הי״א.)

והגם, ווי איך האב דערמאנט זענען די ראיות דאך תלוי בזמן, קען מען דאס פארשטיין עפ"י די באקאנטע משל פון א bowling ball וואס ליגט אויף א קישן עטערנעלי. איז די שאלה וואס איז די סיבה פאר'ן אראפגעקוועטשטן לאך אינעם קישן? עס איז די bowling ball, הגם עס איז נישט "קודם" בזמן פאר'ן קישן - ביידע זענען די זעלבע עטערנעלי אזוי. עכ"פ זעה'מיר דערפון אז סיבה לדבר איז נישט תלוי בזמן. ובנידון דידן, אויב פארשטייט מען אז "מחוייב המציאות" איז שולל א סיבה דערפאר, וואס דאס איז דאך אינטואיטיוולי פשוט אינעם הגדרה דערפון, איז זמן נישט נוגע - עני סארט "סיבה" המגדיר אותו איז משולל.

יעצט, די "סיבות" וואס ער זאגט דא איז אויך אט דאס וואס מ'מיינט אין אונזער שמועס מיט הגבלות. והיינו, ער זאגט אז הרכבה איז "סיבת" מציאת הגשם, וואס דאס מיינט הגדרתו והגבלתו און זיין בּאַוּנדערי. אין אנדערע ווערטער, "סיבה" דא באדייט וואס מ'רופט אין לאגיק א נעסעסערי קאנדישאן דערפאר, וואס אָן די א' ("הסיבה") איז נישט שייך עס זאל זיין די ב'. יעצט, יעדעס הגבלה איז ביי דעפיניציע א נעסעסערי קאנדישאן: למשל אויב איז עס/ער מוגבל בכח ביז א געוויסן פונקט, מוז זיין אז עס איז נאר דא די קאנדישאן ביז'ן הגבלה, און נישט מער, כדי מ'זאל זאגן אז ער האט די כח. דאס איז "סיבה" אין די קאנטעקסט און דאס האט מען שולל געווען כנ"ל. און ווי דער אור ה׳ איז דאס מסביר (מאמר א כלל א פי״ט) אז עפעס וואס האט א סיבה/נעסעסערי קאנדישאן איז בהכרח נישט קיין ״מחוייב המציאות״. וויבאלד עפעס וואס איז ״מחוייב המציאות״ קען דאס העדר דערפון נישט זיין תלוי אין די העדר פון עפעס אנדערש; דאס באדייט דאך ״אפשרי״ = עס איז מעגליך און אָנגעוואנדן אין עפעס אנדערש (אפגעזעהן פון זמן כנ״ל מיט׳ן קישן). והיינו, אז מ׳נעמט אוועק די סיבה נעמט מען אוועק מציאות הדבר.‏ און ווי דער אוצר חיים איז דארט מסביר דעם אור ה': 📎 4.jpg ועיין במו״נ ח״א פס״ט וואו ער ברענגט צו אריסטו׳ס פיר מיני סיבות. ועיין באוצר חיים על האור ה' שם בפ"כ.

די ריִזעניִנג זיינע איז לכאורה כזה:

~הוה ונפסד ← מחוייב המציאות ← ~סיבה/נעסעסערי קאנדישאן ← ~גשם/גוף

איך פארשטיי אז די אינווערס פון הנחה יב איז נישט מוכרח פון דעם הנחה אליין, און עס באדייט נישט אז טאמער איז די כח נישט בגוף דאן איז עס אינפיניט. מיינענדיג:
כח בגוף ← פיניט ⇏ ~כח בגוף (או כזה: כח ~בגוף) ← ~פיניט


קענסט קוקן דא, ווי איך האב שוין עטליכע מאל צוגעצייכענט דא דורכאויס דעם אשכול, וואו איך האב צוגעברענגט אבן סינא'ס הוכחה דערין. דער שם טוב דארט אויפ'ן רמב"ם זאגט טאקע אז דברי הרמב"ם שם לגבי די ראיה פון הוה ונפסד איז מדברי אבן סינא. און די אויסקום פונעם ארגומענט וואס איך ברענג אראפ געבט דאס (לענ"ד) גרינגער צו פארשטיין אינדרויסן פון די טערמינען פון זמן, און איז בּעיסיקעלי שוה מיט דעם פונעם רמב"ם אין דעם (ובפרט אז ביידע זענען דאס מוכיח אפילו על צד הקדמות).

עולם הזה » זונטאג יאנואר 15, 2023 5:38 pm

· #515681
א גרויסן דאנק הרב שמן פארן ארויפברענגען אזא טיפע און וויכטיגע נושא.
ווי זאגט די וועלט? אפילו שיחת חולין של ת"ח צריכה לימוד.. ווער רעדט נאך פון אונזער קאווע שטיבל ריזן, און איבער אזעלכע הייליגע טעמע'ס פון דברים העמדים ברומו של עולם..

איך וואלט פאר א מינוט געגעבן א נענטערע בליק אויף די געשעעניש זעלבסט. און געפרעגט אזוי:

איז די פאסירונג א גוטע זאך אדער א שלעכעטע זעך?

אויבנאויף וואלט מען גלייך געענטפערט: וואס הייסט? אוודאי איז דאס א שלעכטע זאך!!
אבער איין מינוט, לאמיר א קוק טון אויף דער פאקט אז ער האט זיך גלייך אויפגעוועקט פון זיין וועקער-זייגער, און איז נישט פארשלאפן, און דאס האט גורם געווען אז ממש אין די מינוט זאל ער ארויסשפאצירן פארנט פונעם באס.

אז מ'וועט איהם פרעגן צו 'דאס זיך אויפוועקן פונעם ווועקער-זייגער' איז א גוטע זאך אדער א שלעכטע זעך? ווענדט זיך, אויב וועסטו איהם פרעגן גלייך אינדערפרי וועט ער זאגן 'אוודאי איז דאס א גוטע זאך, אזוי קען איך אנקומען באצייטנס אין שול..' אויב פרעגסטו איהם נאכן עקסידענט וועט ער זאגן 'דאס אויפשטיין באצייטנס איז דאס ארגסטע זאך וואס האט נאר פאסירט'

דאס ווייזט אז די דעפיניציע אויף א זאך צו ס'איז גוט אדער שלעכט איז נישט אבסאלוט, און טוט זיך טוישן מיט פארשטאנד און/אדער צייט

וויפיל מאל האסטו אויף א פאסירונג אויף וואס דו האסט געהאלטן אז ס'איז 'הונדערט פראצענט גוט' און מיט דער צייט און/אדער פארשטאנד האסטו געטוישט דיין מיינונג איבער די געשעעניש אלס 'שלעכט'. און דאס זעלבע פארקערט, א פאסירונג דו האסט קלאר פארטייטשט אלס 'א שלעכטע פאסירונג' האסטו מיט צייט און/אדער פארשטאנד געטוישט דיין מיינונג דערויף און דערזעהן אלס 'א גאר גוטע געשעעניש'

איך מיין אז מיר קענען צוקומען אז – א 'געשעעניש' איז נישט 'שלעכט' און נישט 'גוט'
יא עס קען ברענגען 'ווייטאג' פיזיש און גייסטיש, פונקט ווי עס קען ברענגען 'פארגעניגן' פיזיש און גייסטיש. אבער דאס מיינט נישט אז די געשעעניש איז גוט אדער שלעכט, און מיין דעפינאציע קען און וועט זיך ווארשיינליך טוישן.
די געשעעניש איז נישט 'מער' און אויך נישט 'ווייניגער' ווי דאס: א געשעעניש

שמן למאור » זונטאג יאנואר 15, 2023 5:53 pm

· #515682
לויט ווי דו זאגסט, איז לאו דוקא אז א געשעעניש איז נישט שלעכט און נישט גוט, מען דארף נאר אלעמאל אויסווארטן צו זען די סוף פון יעדע זאך, און דערנאך זען צו עס איז געווען גוט אדער נישט. לכאורה מיינסטו צו זאגן אז לבסוף פון אלעס קומט אויס אז אלעס איז געווען לטובה. דהיינו די גרעסערע גרויסע בילד וואס גאט פארעמט אויס, וואו דארטן איז אלעס געקניפט און געבינדן, דארטן זעט מען אז די גרעסטע צער איז אויך געווען מחמת א גרעסערע גוטס, און דאס מאכט שוין די שלעכטע מעשה אליין אויך גוט.

די שאלה איז נאר צו דער גוטער כל יכול קען נישט אויסשטעלן א בעסערע בלופרינט, ווי עס קומט בכלל נישט פאר קיין קליינליכע שלעכטס לצורך גרעסערע פארדינסטן?

עולם הזה » מאנטאג יאנואר 16, 2023 6:21 pm

· #515752
שמן למאור
לכאורה מיינסטו צו זאגן אז לבסוף פון אלעס קומט אויס אז אלעס איז געווען לטובה.
מיין נקודה איז אז דער אפטייטש אויף א געשעעניש טוישט זיך אויף ׳ביידע וועגן׳ אויך פון גוט׳ס צו שלעכט׳ס.

קען אפשר זיין אז דאס ווייזט אז ׳גוט׳ אדער ׳שלעכט׳ זענען ׳קאמענטארן׳ איבער א ׳נייטראַלע׳ פאסירונג

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 16, 2023 8:39 pm

· #515755
עולם הזה
שמן למאור
לכאורה מיינסטו צו זאגן אז לבסוף פון אלעס קומט אויס אז אלעס איז געווען לטובה.
מיין נקודה איז אז דער אפטייטש אויף א געשעעניש טוישט זיך אויף ׳ביידע וועגן׳ אויך פון גוט׳ס צו שלעכט׳ס.

קען אפשר זיין אז דאס ווייזט אז ׳גוט׳ אדער ׳שלעכט׳ זענען ׳קאמענטארן׳ איבער א ׳נייטראַלע׳ פאסירונג
די סברה וואס דו ברענגסט ווייזט נישט אז געשעענישן זענען נייטראל, עס זאגט בלויז אז מיר ווייסן נאכנישט וואס עס איז באמת. עפעס איז דאך די מעשה, דערווייל זעט עס אויס שלעכט. דו קענסט עס מיט א הסבר מהפך זיין לטובה, און דערנאך מיט א בעסערע הסבר מהפך זיין צוריק אויף שלעכטס, און אזוי ווייטער, אבער אייביג איז די מעשה אדער שלעכט אדער גוט. דיין הסבר גיבט נישט צו פארשטיין אז מעשים זענען נייטראל, עס זאגט אונז בלויז אז אונז זענען אומוויסנד פון די ענדגילטיגן מסקנה.

קוק_ווינקל » מאנטאג יאנואר 16, 2023 9:10 pm

· #515757
כל הדברים נראים משונה ככל הרגשות שלנו,
כל הדברים נראים משונה ככל המחשבות שלנו.

כל הדברים נראים משונה ככל הזמן שלנו,
כל הדברים נראים משונה ככל הנסיבות שלנו.

אבל האמת היא עצמה מציאות
כל הדברים נראים ככל מבט שלנו.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:51 am

· #517521
רביה''ק זי''ע
מי אני
‏
ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט - עס איז פאר אים אזוי ווי אַן אבר. אבער דאס זאך פאר זיך פּער סע איז א שוואכקייט ופשוט. פונקט אזוי ווי א מענטש זאל ל"ע נישט קענען משתין זיין.) איך גלייב אז דו קוקסט אָן אזא איינער וואס איז אין אזא גיסטע מיט א נעגאטיווע בליק. וההיפך בהיפך.
כעס פער סע איז גראדע א פאזעטיווע כאראקטער, ס'ווייזט אז דער מענטש איז אמת'דיג מיט זיך, שעדיגן אנדערע מענטשן, צו פון כעס צו פון וואטעווער, איז נעגאטיוו. פארקערט גאר, איינער וואס ווערט נישט בכעס ווען ס'ווערט געטוהן אן אומרעכט צ.ב. באקומט פון מיר זייער אן אומגינסטיגע בליק. און דא דרייט מען מיט'ן פינגער, בשלמא ווען גאט וואלט געווארן בכעס און עס transmuted צו פאזעטיווע מעשים וואלט ער געווען דער תכלית השלמות (in this regard), אזויווי אבער לויט ווי דו זאגסט איז די מציאות פארקערט, בכעס קען ער נישט ווערן, און שעדיגן טוט ער סייווי, איז לאמיר זיך קלאפן דאס מויל דריי מאל...
דר. מייאישא טשערי קריגט זיך טאקע מיט סענעקאַ ועוד פילוסופים אז כעס קען יא זיין א פאזיטיווע מדה. דאס איז ווען עס קומט פון און איז דירעקטירט אויף עפעס וואס איז אַבּיעקטיוו אומ׳ריכטיג און נישט יושר, און פירט צו מו פּאזיטיווע טויש.

מ׳קען אבער זאגן אז ביידע זענען אמת. והיינו, אז עס איז בעצם א שוואכקייט אבער דארף פשוט גענוצט ווערן, וממילא נתהפך ווערן, לטובה. (מ׳טרעפט ענליך בספרי מוסר.) און ביי מענטשן פעהלט אויס עמאָשענס והרגשים צו מאכן החלטות טוהן למעשה.

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:45 pm

· #517530
מעשה א'[/b]

הערשל איז איין פרי מארגן אריבער געגאנגען א הויכן וואלקן קראצער, און זעט ווי א הונדערטער קומט צו פליען פון אויבן. הערשל כאפט שנעל דעם הונדערטער און פאקט עס אריין אין טאש און וואקט ווייטער. די נעקסטע טאג איז געשען די זעלבע פאסירונג, א הונדערטער פון אויבן, כאפט עס און לייגט עס אריין אין טאש. אזוי האט פאסירט יעדן טאג, 6 טעג א וואך, פאר די נעקסטע 4 חדשים. איין טאג, וואקט הערשל אריבער דעם וואלקן קראצער, און אנשטאט א הונדערטער, איז געקומען צו פליען א שטיינדל אין האט געלאנדעט אין צענטער פון זיין קאפ. א כעסיגער האט הערשל אויפגעהויבן זיינע אויגן צו קוקן פון וואו די שטיינדל איז געקומען צו פליען, און זען ווער די פארברעכער איז..

איך דארף נישט מאכן מעשה ב' מעשה ג' אדער מעשה ד', ווייל די זעלבע מעשה קומט פאר בשעת'ן שרייבן די שורות, סא ס'איז אשאד צו איבערשרייבן די זעלבע מעשה.

אונזערע טייערע @שמן למאור איז זייער צוטומעלט, ער שרייט לא מדבשך ולא מעקצך. אבער איך ווייס נישט אויב ער ווייסט, אז זיינע זיידעס האבן געפרעגט די זעלבע קשיא אפאר טויזענט יאר צוריק. פאר עטליכע טויזענט יאר צוריק זענען זיינע זיידעס דורך געגאנגען שבעה מדורי גיהנם אין עגיפטען. נאך זיין פארשקאלפט עטליכע הונדערט יאר דארטן, האט זיי דער אייבערשטער אויסגעלייזט. די אידן זענען געווען צורידערט. דו האסט אונז ארויסגענומען פארוואס האסטו אונז אריינגעלייגט לכתחילה, פארוואס האבן מיר געדארפט ליידן און נאכדעם אויסגעלייזט ווערן?

באותו זמן ווערט געברענגט נפתחו עניהם, דער אייבערשטער האט זיי אלעס געוויזן. אלע צרות וואס זיי זענען דורכגעגאנגען האט מיטאמאל אנגעהויבן צו מאכן סענס. ווען אידן האבן געזינגן שירה, האבן זיי זיך געפריידט פאר די אמר אויב ארדף אשיג, זיי האבן געהאט די זעלבע שמחה מיטן זיין אין מצרים ווי ווען זיי זענען אויסגעלייזט געווארן. זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צוריק צוגיין. זיי האבן געהאט די גרעסטע סייקאדעליק טריפ אין געשיכטע.

זייט וויסן אבער אז דיינע קשיות איז די נאטורליכע עוואלוציע און אנטוויקלונג פון א מענטש. פאר 5 יאר צוריק האבן איך געשריבן אן ענליכע תגובה, און איך מיין אז יעדער טראכטענדער מענטש זינט בריאת העולם האט געבאדערט די קשיות. ווי מי אני און אנדערע דא האבן געענטפערט, פארנעמט די תירוץ דימענסיעס וואס קיין מענטש קען קאמפערהענדן על מכונו. אנגעהויבן פון דעם אז טוב ורע איז אן אינווענשען פון די מענטש, אדער אז מיר לעבן אין אונזערע אייגענע קאנשעסנעס.

אבער איך מיין עס ווענט זיך לויט די יאר גאנג פון א מענטש און לויט וויפיל א מענטש גייט דורך אין לעבן צו קענען בעסער פארשטיין די ענטפער. עס נעמט א גאנצע לעבן אויסצופיגען אז די קשיא איז בכלל נישט קיין קשיא.

אבער עס איז וויכטיג צו געדענקן אז הערשל האט קיינמאל נישט ארויפגעקוקט ווען די הונדערטערס זענען געקומען פליען, אבער ווען די שטיינדל איז געקומען האט ער יא ארויפגעקוקט. וויפיל מעשיות קענסטו שרייבן ווען עס האט אויסגעזען רע, האט זיך עס ארויסגעשטעלט טוב צוריק צו וועגס, און וויפיל מאל ווערסטו דאס נישט געוואויר. און וויפיל מאל באקומסטו טוב לכתחילה און דו קוקסט קיינמאל נישט ארויף.

סמבטיון » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:41 pm

· #517532
איך וויל נישט אריינשטעקן מיין קאפ צווישן אזעלכע לייבן און טיעפזיניגע הוגי דעות, מיר האט מען אויסגעלערנט אלטס קינד , דו דארפסט נישט אלעס פארשטיין. און אזוי פיהר איך מיר ווייטער עד היום, און איך פרוביר עס אריינצובאקן ביי מיר אין שטוב, נעם למשל אזא מעשה וואס איז געשעהן היינט ר"ל אין מאנרא, א גאנצע משפחה פאברענט געווארן ווי א קרבן עולה טאטע מאמע און זייער עופהלע, איז שייך בכלל צו פארשטיין און אריינגיין אין אזא זינלאזע ארגומענט צו דער אייבישטער איז גוט אדער שלעכט? וואס האבן אונז אן אנונג וויאזוי ער פירט זיין וועלט?, אונז פארשטיי מיר גארנישט, און ער האט א חשבון אויף אלעס, ער פירט עס שוין טויזענטע יאהרן און אונז קומען אן ווי שיינע מחותנים וואס מוזן פארשטיין אלעס און עס מיזן מאכן סענס, דארפסט גארנישט פארשטיין, גלייב וואס מען האט אונז אלע יאהרן געלערנט אז דער אייבישטער איז דער מקור הרחמים וחסדים, אפילו עס קען אפט מאל אויסזעהן פינקט פארקערט, אלעס האט א חשבון און מיר דארפן אלעס אנעמען באהבה, לעבטס אויף דעם אופן וועט עס זיין אסאך לייכטער.
סא טא ריקעפ:
מעשה א' דער אייבישטער איז גוט מעשה ב' דער אייבישטער איז גוט אזוי איז מעשה ג' און מעשה ד' און ווייטער און ווייטער דער אייבישטער איז גוט און זיכט צו טוהן גוטס מיט זיינע באשעפענישן.
א גוטן טאג

yesiknow » פרייטאג פעברואר 24, 2023 7:32 am

· #517571
Tachlis
וויאזוי איז בכלל שייך צו זאגן אויף א גאט די טיטל "גוט"??
שלעכט און גוט זענען מידות און א גאט קען נישט האבן קיין מידות
ביי גאט איז די יג מידות של רחמים נישט א חלק פון זיין מהות נאר פון זיין הנהגת העולם ,

מי אני » מוצ"ש אפריל 1, 2023 10:12 pm

· #520286
לגבי די דריטע ראיה פונעם רמב"ם במו"נ (ח"ב פ"א) וואס איך האב אויבן צוגעברענגט פון וואו דער רמב"ם איז מוכיח אז הקב"ה איז מחוייב המציאות וממילא אז ער איז נישט מוגבל בכח וכו', שרייבט טאקע הרב יוסף אבן כספי אין זיין פירוש אויף פ"ב:
כי מן החלוקה ההיא יתבאר שיש שם נמצא לא הוה ולא נפסד, אבל לא יחוייב ממנה שהוא בלתי גוף כ״ש שהוא בלתי כח בגוף. ועל כל פנים היותו בלתי כח בגוף לא יתחייב כי אם בהנחת הקדמות, וזה ירמוז הוא ז״ל בסוף אותו הדרך השלישי, אבל הוא ז"ל יסדר זה הלשון בכאן בחחבולת מלאכה גדולה.
און ווי איך האב דארט פריער אויך אראפגעברענגט דעם אפודי דארט לגבי דעם אז מ'קען נישט זאגן אז אלעס איז יא אפשרי וממילא נפסד נאר ס'איז בזה אחר זה, וואס ער ענדיגט דארט צו ווייטער:
ואם נאמר עדיין יפסדו כולם, זה אי אפשר כי זה מונח לפי הנחת הקדמות ואס עבר זמן בלתי בעל תכלית שלא נפסד ואם כן לא יפסדו לעולם, ואע״פ שאמר בפ"ב שאין זה המופת נבנה על הקדמות, היא כפי הסיבה השביעית.
והיינו, אז מ'קען ווען זאגן אז אלעס ווערט טאקע נפסד נאר עס איז נאכנישט צוגעקומען דערצו און עס וועט אזוי צוקומען אינעם עתיד. דאס קען מען נישט זאגן ווייל דאס ארבעט לפי הנחת הקדמות, וואס לפי"ז איז שוין אריבער א משך פון אינפיניט זמן, וממילא וואלט שוין די הפסד פון אלעם שוין געדארפט פאסירן. און דאס אז דער רמב"ם זאגט אז ס'איז נישט לפי קדמות איז ווייל ער וויל דאס באהאלטן לפי סיבה השביעית שכתב בהפתיחה על הסתירות. דער אור ה' (מאמר א כלל ב פי"ז) זאגט אויך אז די ראיה/הוכחה מוז זיך אויך פארלאזן אויף די הנחה פון קדמות (ווי אויך אויף די דריטע הנחה זיינע פון דעם אז עס קען נישט זיין אַן אינפיניט טשעין פון פועל ונפעל - עפעס וואס ער האלט קען בעצם זיין לעיל בכלל א פ"ג). ער האלט אויך אז מ'קען אפפרעגן די ראיה מיט'ן זאגן אז זיי ווערן נפסד בזה אחר זה. ער זאגט אויך אז מ'קען טענה'ן אז אפילו מ'זאל מודה זיין אז עס איז טאקע דא א בלתי הוה ונפסד, באדייט דאס אבער נישט אז ער איז טאקע מוכרח מצד עצמו וממילא נישט מורכב וממילא נישט א גשם - ער קען זיין א מורכב וגשם ומוכרח נאר מצד סיבתו ע"ש.

אין אנדערע ווערטער, אז איה"נ אז לפי חידוש איז דאס נישט קיין ראיה אויף דעם אז ער איז בלתי מוגבל. און ווי אראפגעברענגט ברענגט דעם גאנצן געדאנק פון חידוש פון זיך אליינס צו צו א הגבלה בענין "רצון". און ווי אויך אראפגעברענגט האט אבן כספי טאקע געהאלטן פון קדמות.

ובענין די קאנדישנאל 26'סטע הנחה וואס דער רמב"ם שטעלט אראפ, והיינו קדמות לפי אריסטו, איז דאך די לשון פונעם רמב"ם דערויף:
ואשר יראה לי שזאת ההקדמה אפשרית לא מחוייבת כמו שאמרו המפרשים לדברי אריסט"ו, ולא נמנעת כמו שיאמרו המדברים.
און אויף דעם שרייבט דער נרבוני דארט, ולפי די דריטע וועג הנ"ל אז אלעס וואס איז אפשרי מוז בהכרח צוקומען ערגעצוואו במשך אינפיניט זמן:
ולא רחק הרב מן האמת כשאמר כי ההקדמה אצלינו אפשרית אחר שהיה האפשרי בענינים הנצחיים, כמו שאמר אריסטו, הכרחי.

מי אני » זונטאג יולי 9, 2023 9:15 am

· #531022
דער עץ שתול שרייבט אויפ׳ן אפודי׳ס קשיא בנוגע וואו דער עיקרים ברענגט צו אט די הוכחה פונעם רמב״ם במאמר ב פ״ה, אז די געדאנק איז אז אפילו אויפ׳ן מין הכולל זענען דא זאכן וואס ווערן בטל ונפסד לגמרי (דלא כאריסטו, הגם די הוכחה איז טאקע בנוי על פי שיטתו של קדמות): 📎 IMG_5027.jpeg דער עיקרים אליין האט גאר שטארק ליב די ראיה און שרייבט:
וזה המופת חזק מאד בזה הדרוש, כי יתבאר ממנו מציאות השם בחלוקה הכרחית ולא מצד היות הדברים הנמצאים צריכין אל פועל, כמופת הראשון שכתבנו, ועל כן אמר הרב עליו שאין בו דחיה ולא מחלוקת אלא למי שלא ידע דרכי המופת.


ואמר עוד כי מזה יתחייב שלא יהיה גוף, שכבר בארנו שהאלוק הוא המחוייב המציאות בבחינת עצמו, וכל מה שהוא מחוייב המציאות בבחינת עצמו אינו גוף, לפי שכל גוף מורכב משני ענינים, וכל מורכב הנה ההרכבה היא סבת מציאותו, ולא יהיה אם כן מחוייב המציאות בעצמו, כי מציאותו תלוי במציאות חלקיו והרכבתם, ולזה הוא מבואר שאינו גוף ולא כח בגוף.


ומזה יתבאר בקלות שהוא אחד, כי מן השקר שימצא לשנים חיוב המציאות בשוה מבלי שום הרכבה, כי בהכרח יהיה בכל אחד מהם ענין חיוב המציאות וענין בו יובדל מזולתו, ויהיה אם כן מחוייב המציאות מורכב משני ענינים, וכבר בארנו שהמחוייב המציאות אי אפשר שיהיה בו הרכבה כלל.


ויתבאר גם כן שאינו נופל תחת הזמן, להיות כל נופל תחת הזמן משתנה, וכל משתנה יש לו משנה, ומחוייב המציאות בבחינת עצמו אין לו סבה אחרת משנה אותו, ולא יהיה הוא גם כן משנה ומשתנה יחד, שאם כן יהיו בו שני ענינים, ענין בו ישנה וענין בו ישתנה, ויהיה מורכב.
ויתבאר גם כן שהוא מסולק מן החסרונות, שאם היה בו חסרון היה מצטרך אל זולתו שימלא חסרונו, ולא יהיה אם כן מחוייב המציאות בעצמו אלא בזולתו.

מי אני » דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:56 pm

· #531898
מי אני
ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט - עס איז פאר אים אזוי ווי אַן אבר. אבער דאס זאך פאר זיך פּער סע איז א שוואכקייט ופשוט. פונקט אזוי ווי א מענטש זאל ל"ע נישט קענען משתין זיין.) איך גלייב אז דו קוקסט אָן אזא איינער וואס איז אין אזא גיסטע מיט א נעגאטיווע בליק. וההיפך בהיפך.
דער חינוך שרייבט במצוה תריא, שהיא להדמות בדרכי השי"ת (כביכול) הטובים והישרים:
ואולי, בני, תחשב לבא עלי במה שכתוב וא-ל זועם בכל יום (תהלים ז יב), ואמרו זכרונם לברכה וכמה זעמו? רגע (ברכות ז.) ואתה בני אל תטעה בזה. חלילה לא-ל מרשע, ומלבבך להאמין בו ברוך הוא כי אם תכלית כל שלימות. וענין הכעס לא יארע בנו רק מצד היותנו בעל החומר הגרוע, ובאמת כי הזעם שזכרו בו איננו רק על דרך משל על ענין העולם. כוונתם לומר כי בהיות רוב בני אדם שבעולם נמשכים אחר תאותם, ומהם רבים עובדים לשמש ולירח ולמזלות וגם לעצים ולאבנים, יתחייב העולם מתוך כך כליה תמיד. ואולי אמרם שזעמו רגע בכל יום, הטעם לפי שהעולם נדון אחר רובו ובכל יום ויום מתחייב העולם על מעשיהם הרעים. ואותו רגע קטן אשר ישלים הרוב חוטא אחד בחטאו, ידמו זכרונם לברכה לזעם הא-ל לומר שיש באותו רגע חרון אף בעולם, וחיוב עליהם שהכל ראויים באותו רגע מכח מידת הדין לכלות, אלא שמידת הרחמים מכרעת מיד ומעמידו. וקבל זה בני ממני עד שמעך טוב ממנו.
***

דא, אין א דין ודברים מיט דר. יהודה לאנדא, ברענגט הרב דר. נתן סליפקין ארויס אז אפילו טאמער נעמט מען אָן הגשמה (ווי, ער האלט, רש"י האט געהאלטן) איז מאַנאָטעאיזם נאך אלס חלוק במין פון פּאַליטעאיזם, און נישט נאר במדריגה:
Dr. Landa’s protest that corporealism reduces Jewish belief to a mere “numbers game — one body-god as opposed to two, three or more” is in error; the contrast between one all-powerful God, Who created and controls everything, and two or more gods of limited power, does indeed make all the difference in the world — just as there is a world of difference between one incorporeal God and two or three incorporeal gods

מי אני » מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 11:32 pm

· #533365
דער עיקרים ווייטער דארט אין מאמר ב (פ"ו) באמערקט אז עס איז בעצם שייך צו זאגן אז א גשם איז נישט מורכב, והמו שסברו דחומרי הגלגלים שאינם מורכבים הן מסוג אחר של חומר:
אולם האחדות מבואר מענינו שהוא מתחייב לעקר מציאות השם ומסתעף ממנו על הדרך שבארנו במופתים, כי אם לא היה אחד אלא שנים או יותר, היה בכל אחד מהם בהכרח שני ענינים, ענין חיוב המציאות וענין בו יובדל מזולתו, ויהיה אם כן מורכב, והיתה הרכבתו סבת מציאותו, ולא יהיה אם כן מחוייב המציאות בעצמו.

ואולם שאינו גוף ולא כח בגוף מבואר גם כן היותו מתחייב לעקר מציאות השם ומסתעף ממנו על זה הדרך גם כן. וזה, לפי שכל גשם מורכב מחומר וצורה, וכל מורכב הנה הרכבתו סבת מציאותו, וישוב אל מופת האחדות. ואף אם נאמר שאין כל גשם מצד מה שהוא גשם מורכב מחומר וצורה בהכרח, אבל הגשם מצד מה שהוא גשם אין בו הרכבה כלל והוא אחד בגדר, והאמת כמו שהיה דעת הקדמונים בזה, וגם כן אבן רש"ד כתב במאמר י"א ממה שאחר הטבע שזהו דעת אריסטו, ושאין ההרכבה הכרחית בכל הגשמים, ויאמר שהגשם השמימיי אחד מכל אופן בלי שום הרכבה כלל, ואמר שם גם כן שההרכבה שנרגיש בגשמים אינה רק מצד הצורה המינית שהיא חלה בגשם, ולפי זה היה אפשר לומר שיהיה האלוה גשם עם היותו אחד, אלא שאם היה גשם יתחייב שיהיה בעל תכלית בהכרח ויהיה לו דומה, כי יהיה דומה בזה אל שאר הגשמים ויהיה כחו בעל תכלית, והוא יתברך אין לו דומה כמו שאמרנו, ועוד שהגשם לא יניע גשם אלא בשיתנועע הוא גם כן כשיניעהו, ואם הוא מתנועע יצטרך אל מניע אחר חוץ ממנו שלא יהיה גשם, ויהיה המניע ההוא המחוייב המציאות ולא הגשם.

ואולם שאין לו התלות בזמן מבואר גם כן שהוא מתחייב לעקר מציאות השם ומסתעף ממנו, וזה, שאם היה נופל תחת הזמן לא יהיה אם כן עלת כל הנמצאים, כי הזמן היה קודם לו, ויהיה נמצא אחר שלא היה, ויצטרך אל מוציא, ולא יהיה אם כן עלת הכל, ואם היה נמצא עם הזמן תמיד הנה לא יהיה מחוייב המציאות בעצמו אלא באחר והוא הזמן, אלא אם היה הזמן הוא המשך הבלתי משוער שאי אפשר זולתו, וכן אם לא יהיה נצחי יהיה בו אפשרות העדר, ומה שהוא אפשרי ההעדר אינו מחוייב המציאות, ובכלל אם היה לו התלות בזמן יהיה מציאותו תלוי במציאות הזמן ולא יהיה מחוייב המציאות בעצמו.

מי אני » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:20 pm

· #547888
דער אור ה' (מאמר א כלל ב פ"ח) פרעגט אויף דעם צוועלעפטן אַריסטאטעליען הקדמה/הנחה וואס דער רמב"ם שטעלט אראפ אז "כל כח שימצא מתפשט בגוף הוא בעל תכלית, להיות הגשם בעל תכלית" אז אפילו אם נודה אז עס קען טאקע נישט זיין אַן אינפיניט גוף (צו וועלכע ער איז נישט מודה וכנ"ל במאמר א כלל ב פ"א), קען אבער זיין אז א כח דערין איז בעצם יא אינפיניט באופן זמני. והיינו, ווייל די מערסטע מ'קען אויפווייזן (צו וועלכע ער איז אויך נישט מודה) איז אז א גוף מוגבל קען נאר האבן א כח וחוזק מוגבל. אבער די זמן וואס עס טוהט דאס אין קען יא זיין אינפיניט, ווייל עס איז נישט מוכח פון דעם אז די כח מיט וואס דאס טוהט דאס אז עס איז פיניט, אז עס ווערט אויסגעמוטשעט און קען דאס נישט טוהן לאינפיניט זמן.

מי אני » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:49 pm

· #549546
אין א שמועס מיט א ת"ח ונבון איז ארויסגעקומען אז די רמב"ם האלט אז אחדות הפשוט איז מכריח דאס אז עס איז נומעריקעלי נאר דא איין ג-ט. מיינענדיג, אז הגם עס איז נישט אמת אז:
איין ג-ט ← אחדות הפשוט

מיינענדיג, אז אויב ווייזט מען אויף אז עס איז נאר דא איין ג-ט, איז עס אבער נאך נישט מכריח אז די איין ג-ט אליין איז נישט צאמגעשטעלט פון חלקים תוארים נוספים וכו', איז אבער איר ‏קאַנווערס יא אמת, אז:
אחדות הפשוט ← איין ג-ט

אויב ווייזט מען אויף אַן אחדות הפשוט, און ווי עס איז נישט במציאות צוצולייגן קיינע תוארים, חלקים וכדומה צו דעם קאנצעפט, דאן איז בהכרח אז עס איז נאר דא איינס דערפון. דאס איז ווייל, ווי ארויסגעברענגט דורכאויס דעם אשכול, איז טאמער עס איז דא מער ווי איינס דערפון, דאן האט דאס בהכרח עפעס א גדר והגבלה וואס דאדורך שטעל איך ביידע (צי מער) דערפון תחת דעם זעלבן סוג (פון "גאט" אין די פאל). און אט די גדר והגבלה איז, ביי דעפינישאן, קעגן די געדאנק פון אחדות הפשוט; די גדר והגבלה (צי מער) וכו' איז די סיבה (און א לאגישע זין) למציאותו. און ווי דער רמב"ם שרייבט דארט בח"ב פ"א אין די ראיה איך האב צוגעברענגט פריער, איינמאל ער האט אויפגעוואוזן די מציאות פון א מחוייב המציאות:
כי כל מחויב המציאות בבחינת עצמו, ראוי בהכרח שלא תמצא למציאותו סיבה, כמו שנזכר בהקדמה העשרים; ולא יהיה בו ריבוי ענינים כלל, כמו שנזכר בהקדמה האחת ועשרים; ולזה יתחייב שלא יהיה גוף ולא כח בגוף, כמו שנזכר בהקדמה העשרים ושתים. הנה כבר התבאר במופת, לפי זה העיון, שיש נמצא מחויב המציאות בבחינת עצמו בהכרח, והוא אשר אין סיבה למציאותו, ואין בו הרכבה, ולזה לא יהיה גוף ולא כח בגוף, וזהו ה' - יתגדל שמו! וכן יתבאר במופת בקלות, שחיוב המציאות בבחינת העצם, מן השקר הוא שימצא לשנים, כי יהיה מין חיוב המציאות ענין נוסף על עצם כל אחד משניהם, ולא יהיה אחד משניהם מחויב המציאות בעצמו לבד, אבל מחויב בענין ההוא, אשר הוא מין חיוב המציאות אשר נמצא לזה ולזולתו; והנה יתבאר בפנים רבים, כי המחויב המציאות אי אפשר בו השניות כלל, לא דומה ולא הפך. עילת זה כולו - הפשיטות הגמורה והשלמות הגמורה, אשר לא יעדף ממנו דבר חוץ מעצמו ממינו, ונעדר העילה והסיבה מכל צד. אם כן אין השתתפות כלל.
אין אנדערע ווערטער, זיין ריִזענינג מיט דעם איז לגבי מאַנאָטעאיזם:
מחוייב המציאות ← אחדות הפשוט ← איין ג-ט

אבער דער אור ה' (מאמר א כלל ג פ"ד) האלט נישט אזוי. ער האלט אז ביידע פּראַפּאַזישאנס, אחדות הפשוט און דאס אז עס איז נאר דא איין ג-ט, זענען נישט תלוי הא בהא; קיין איינס איז נישט מכריח דאס צווייטע. ער שרייבט:
שהשורש הזה [של אחדות] כבר יכלל שני ענינים: האחד, היות הא-ל יתברך אחד בעצמו בתכלית הפשיטות. והשני, מניעת השניות. וזה, כי כשהונח היותו יתברך פשוט אחד בעצמו, כבר יפל הספק, אם יש שם אלהות יותר מאחד.
ער זאגט אז לפי העיון, וויבאלד לדידיה (במאמר ד דרוש ב) איז יתכן אז עס איז דא מער ווי איין וועלט, און מ'קען זאגן אז איין גאט, שהוא בתכלית הפשטות לעצמו, פירט איין וועלט, און א צווייטע גאט, שהוא ג"כ בתכלית הפשטות לעצמו, פירט דאס צווייטע. ווי אויך זאגט ער אז מ'קען בעצם טענה'ן אז ס'דא צוויי, וואו איינס איז א מנהיג און דאס צווייטע איז בלתי מנהיג לדבר. ולכן דארף מען דאס אָנצונעמען פידעאיסטיקעלי מכח אמונה והתגלות, וויבאלד פילאזאפיע וחקירה קען דאס נישט פעסטשטעלן ע"ש.

ואולי גייט דאס צוזאמען מיט זיין פירכא אויף די רמב"ם'ס ראיה, פריער בכלל ב פי"ז אז עס איז בעצם יתכן צוויי סארטן "מחוייב המציאות": א מחוייב המציאות מצד עצמו, און א מחוייב המציאות אבער נאר מחמת סיבתו. און דער רמב"ם ווייזט צום מערסטענסט נאר אויף אז ס'איז דא די צווייטע סארט. הגם, די צווייטע סארט איז נישט קיין "אחד הפשוט", משא"כ די ערשטע סארט, און צו דעם באציהט זיך דאך דער אור ה' בכלל ג בפ"ד. נאר, ממש פריער אין פ"ג זאגט ער די זעלבע קשיא לגבי אחדות הפשוט שיתחייב א-ל אחד, מה שהביא השם טוב שם על הרמב"ם. וז"ל השם טוב:
וכן יתבאר במופת שחיוב המציאות בבחינת העצם, מן השקר שימצא לשנים כי יהיה מחוייב המציאות בבחינת העצם ענין נוסף על העצם - והרצון בזה כי אם היו שני מחוייבי המציאות אחר שהיה כל אחד מהם "מחוייב המציאות" יתחייב שהיותו "מחוייב המציאות" הוא היותו זולת עצמו, כי אם היה עצמו היותו "מחוייב המציאות" לא ימצא לזולתו, והמשל בזה "אברהם או יצחק הוא אדם במה שהוא אברהם או יצחק". אם תאמר כי "אברהם אדם במה שהוא אברהם" לא ימצא האנושיות לזולתו, ואם הוא לענין נוסף לאברהם אם כן יהיה טבע משותף לו, ואם היה לטבע משותף, רוצה לומר לענין יכלול נוסף על עצמו ואם הוא עצמו, היה כל אחד משניהם מורגב משני טבעים מענין כולל ומענין מיוחד, והמורכב עלול בלתי מחוייב מעצמותו והמחוייב המציאות אין לו עלה. הנה מבואר שהמחוייב המציאות אחד.

ואמר בן רשד שזה המופת הוא "קרוב מן המופת", ואם יראה ממני שהוא מופת הוא לפי שכח זה המופת הוא כח מאמר האומר שהשינוי בין שני "מחוייבי המציאות" לא ימנע שיהיה אם שינוי באיש וישתתפו בתואר המיניי, ואם במין וישתתפו בתואר הסוג - וכל שני ההשתניות אמנם ימצאו [רק] למורכבים. וחסרון זה המופת הוא שכבר התבאר שהנה [יש] נמצאות משתנות והם פשוטות לא יהיו משתנות [לא] במין ולא באישים, והם השכלים הנפרדים [המלאכים לפי הרמב״ם]. אבל יתבאר מענינה שיחוייב שיהיו [השינוי] בם המתאחר במציאות והקודם, ואם לא לא יושכל שם שינוי כלל. ומופת בן סינא ישלם על זה האופן: מחוייב המציאות אם היו שנים הנה לא ימנע אם שיהיה ההשתנות אשר ביניהם במספר או במין. ואם היה השינוי במספר היו מסכימין במין, ואם היה ההשתנות במין היו מסכימין בסוג. וכל ב' אלו המינים יחוייב שיהיה "מחוייב המציאות" מורכב. ואם היה ההשתנות אשר ביניהם בקדימה ואיחור יחוייב שיהיה "מחוייבי המציאות" אחד, והוא הקודם העלה לכולם וזה אמת. הנה אם כן מחוייב המציאות אחד אחר שלא יהיו הנה זולת הג' חלקים בטלו השנים ונתקיים השלישי הנשאר.
דער נרבוני דארט שרייבט אויך ענליך:📎 IMG_6859.jpeg דער אור ה' נעמט אבער אָן די תירוץ. זייענדיג אז זיי קענען בעצם זיין אויף אמאל נאר איינער אינערט וכדומה. ובסתם דינגט ער זיל מיט'ן רמב"ם אינעם פריערדיגן פרק, אז די תוארי הא-ל קענען בעצם יא זיין פונעם זעלבן סוג מתוארים על האדם, נאר זיי זענען חלוק אין (אַן אינפיניט) דעגרי ע"ש. ועכ"פ, איז דאס'ן באלאנגען צו אַן אייניגע מין וסוג מיט א צווייטן, ל"ד א פראבלעם מיט "מחוייב המציאות" אליביה.

און ווי דר. מאיר וואקסמאן שרייבט לגבי רב חסדאי אין דעם:
Crescas makes here a keen observation, namely, that unity has a double meaning. It means simplicity, that the object is not composite; and it is also to be understood in a numerical sense, that there is only one God. As for the first, it was well established, for God is necessary of existence, and everything necessary of existence cannot be composite, as has been discussed. The question remains in regard to the second. Is there only one God ? Crescas always considered the arguments substantiating the oneness as insufficient. The interdependence of the world and the harmony of action are counterbalanced by his supposition of the possible existence of two worlds. There is, however, one more argument, which says that since we posit the infinite potence of God, the existence of another God is impossible, for they would constrain each other. Yet, says Crescas, these arguments are not convincing, for it is still possible that the other one is not active. He, therefore, concludes that the numerical unity of God is only a subject of revelation

It must be admitted that Crescas in this point is not only weak, but prejudiced. His polemical nature overmastered the philosophical. What does he mean by a "passive God"? Does it not contradict his own conception of "God"? If God possesses infinite potence, then what is that other being? It is neither active nor potential. It is evident that this absurd argument was only advanced just as a shot at the philosophers, though it fell short of the mark, and Crescas well conceived it
בלאט: 1 2