☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » געים טעאריע

געים טעאריע

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14273
בלאט: 1 2

בקע לגלגולת » מאנטאג אפריל 8, 2024 9:20 pm

· #558377
Re: געים טעאריע
גאר איטרעסאנט ווי אזוי ער צונעמט דאס

מי אני » מאנטאג מאי 13, 2024 7:22 am

· #561850
אינעם לעצטן בוך, טויט׳ס ענדע, פונעם פריער-דערמאנטע ‫רעמעמבּרענס פון די וועלט׳ס עבר‬ סעריע, איז דא אַן ענליכן געדאנק פונעם פריער-דערמאנטן נייע קאסמאגאני. והיינו, אז מעיקרא איז די יוּניווערס געווען 10 דיימענשאנס און די שנעלקייט פון ליכטיגקייט איז געווען אינפיניט. נאר פארשידענארטיגע עיליען גאר ‏פארגעשריטענע טעכנאלאגישע ציוויליזאציעס האבן זיך געשלאגן און גענוצט גאר פארגעשריטענע געווער, וועלכעס קאָלעפּסט העכערע דיימענשאנס אין צו קלענערע, כדי צו פארטיליגן די קעגנערס. דאדורך איז עס עווענטועל אנגעקומען צו אונזער דריי דיימענשאנס (אין אונזער ראיאן וואו אונז זענען אפירגעקומען דערנאך) און דאס האט אויך גורם געווען צום פארשטאטערונג פון דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט (ובכלל געברענגט חורבן צום יקום על הכלל).

‏און מ׳קען זאגן א רמז אז לכן בעת מלחמה טרעפט מען (שמות יד ז) ״ושלישים״ על כולו. והיינו, אז די מלחמות צווישן די פארגעשריטענע ציוויליזאציעס בהיוּניווערס האבן צוגעפירט אז עס זאל ענדגילטיג נאר זיין ביי אונז ״שלש״ דיימענשאנס…
און דאס איז אויך א רמז (לעיל שם י כג) ולא קמו איש מתחתיו ״שלשת״ ימים ולכל בני ישראל היה ״אור״ במושבותם. והיינו, אז דאס אז עס איז פארבליבן נאר דריי דיימענשאנס, האט פועל געווען על מהירות האור. (וכעי״ז אפשר לרמז בהפסוק ביחזקאל ה ב)…
בלאט: 1 2