☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?

פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17135

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 2:06 am

· #567024
פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
Hear me out

יא, איך פארשטיי אז מיר זענען אלע בייז אויף היטלער ימ"ש פארן ערמארדן 6 מיליאן פון אונזערע אידישע ברידער. איך וויל אבער פארשטיין די עומק הדבר, פארוואס איז דא א שנאה צו אים?

מיר אידן גלייבן דאך אז גיין אויף קידוש השם איז ממש די העכסטע זאך וואס קען נאר זיין. נו, האט דאך היטלער געטון א געוואלדיגע טובה מיטן צושטעלן אזא געוואלדיגע זכיה פאר אזויפיל אידישע קינדער?

וויפיל אידן האבן זוכה געווען צו גיין על קידוש השם נאר אדאנק אים?

אה, וועט איר זאגן אז ער האט דאס נישט אינזינען געהאט. ער האט בלויז געמיינט זיין בלוטדארשטיגע רציחה. אקעי, פיין, סאו דו האסט פשוט פיינט זיינע שלעכטע רצונות? איך מיין אז נישט דאס איז די שלעכטע געפיל וואס מען האט אויף די נאציס. מען האט זיי בלויז פיינט ווייל זיי האבן געמיינט שלעכטס? למעשה האט ער אונז געטון די גרעסטע טובה!

וואס זענען מיר דא אראפגעקומען? צו עסן קיגל? צו גיין אויף וואקאציע? נאר צו טון תורה ומצות, און אז איינער שטעלט צו א שארטקאט אנצוקומען צום לעכטיגן גן עדן של מעלה ווי מען זיצט און מען איז נהנה מזיו השכינה לעולמי עד, דאן וואס קען זיין בעסער פון דעם?

עס זעט מיר מער אויס ווי די געפיל איז אזא באהאלטענע כפירה'דיגע געפיל וואס זאגט אז, כִּי מִקְרֶה בְנֵי הָאָדָם וּמִקְרֶה הַבְּהֵמָה וּמִקְרֶה אֶחָד לָהֶם כְּמוֹת זֶה כֵּן מוֹת זֶה וְרוּחַ אֶחָד לַכֹּל וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה אָיִן כִּי הַכֹּל; די לעבן דא איז די עיקר, אז דו נעמסט עס מיר צו, ביסטו א חיה, רשע, אכזר ומטורף.

וואס זאגט דער עולם?

צפת » מיטוואך יולי 3, 2024 2:39 am

· #567025
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
א. לאמיר קוקן ווי אזוי האט דאס היטלער געטון... די אלע וואס זענען יא געבליבן לעבן, ווי אזוי האט ער זיי געפייניגט און ווי אזוי האט ער אנגעפירט זיין מארד מאשין, דערויף זענען מיר ברוגז. מיר זענען ברוגז אויף די שיינע לעבן פון אמאל, די הערליכע קהילות וואס זענען אויסגעריסן געווארן, אונזערע ברידער און שוועסטער, עלטערן און קינדער, וואס ער האט אונז צוגענומען.

ב. די זעלבע קושיא קענסטו פרעגן אויף מצרים, אלעס איז געווען גזירות פון הימל, אשור און בבל, זיי האבן נאר געטון די גרעסטע טובה מיט שופך זיין כעסו על עצים ואבנים, וכן הלאה.

ג. די זעלבע קושיא קענסטו פרעגן, פארוואס דו זיצט שבעה ווען א קינד איז דיר נסתלק געווארן אין עלטער פון איין יאר אלט. ער איז דאך א ריינע שעפעלע וואס גייט גראד ארויף אויבן לציר מחצבתו און איז נהנה מזיו השכינה, וואס איז די טרויער דא?

זאקן » מיטוואך יולי 3, 2024 2:56 am

· #567026
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
איים רעלי סארי אבער איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען אפילו פרעגן אזא קשיא, אמתדיג גערעדט ס׳איז א שאד אפילו צו ענטפערן אויף אזא נארישע שאלה, סארי

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 3, 2024 4:00 am

· #567028
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
ווייל ער האט געהארגעט מיין באבע און זיידע?

והאמת אפילו די דייטשן ברויכן אים פיינט האבן ווייל ער האט פון זיי אזויפיהל חללים גורם געווען כמעט פארגארנישט און פארנישט.

cictim » מיטוואך יולי 3, 2024 5:03 am

· #567029
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
שו"ת רדב"ז (חלק ג סימן תקנ"ה) שאלה: על אחד מגדולי הדור שמת לו בן ולא הוריד עליו דמעה אחת אם זו מדה טובה או לא.

תשובה: זו מדה רעה מורה על קושי הלב ועל רוע תכונת הנפש והיא מדת אכזריות... אבל אנחנו מקבלי התורה יש לנו להאמין ולדעת כי העולם הזה ענין נכבד מאוד למסתפקים ממנו כראוי ולמתנהגים בו כשורה ובו ישיג האדם חיי העוה"ב והשארות הנפש כי הוא נקרא עולם המעשה ולכן אין ראוי לההביל ענייניו ולתלות צרותיו ברוע הנהגתו ולהתאונן על הזמן כאשר עשו רוב המשוררים הראשונים. אלא ראוי להתאונן ולהתאבל ולקונן על מעשיו דכתיב מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו והבוכה ומתאבל ומוריד דמעות על קרובים וכ"ש על אדם כשר מדת חסידים ונביאים ואנשי מעשה היא ומורה על טהרת נפשו והכנעת לבו לפני קונו ויתאונן על חטאיו ויתאבל על עוונותיו אשר היו לזה סבה.

שאלתיאל » מיטוואך יולי 3, 2024 6:57 am

· #567030
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
אינטערסאנט פארוואס דער פותח האשכול האט עס געפנט מיט זיין אנדערע ניק

צקון לחש » מיטוואך יולי 3, 2024 7:54 am

· #567031
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
זייער א חשוב'ע טעמע,
פיינט האבן היטלער איז די עקסטרעם דערפון,
אבער מ'קען אויך פרעגן פארוואס טרויערט מען נאך א טויטען סתם אזוי.

סיי פון א פילאסאפישע שטאנדפונקט און סיי פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט (- די שפעטערדיגע איז אבער נישט משועבד צו לאגיק און קאנסיסטענסי)

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 8:30 am

· #567033
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
צפת #
א. לאמיר קוקן ווי אזוי האט דאס היטלער געטון... די אלע וואס זענען יא געבליבן לעבן, ווי אזוי האט ער זיי געפייניגט און ווי אזוי האט ער אנגעפירט זיין מארד מאשין, דערויף זענען מיר ברוגז. מיר זענען ברוגז אויף די שיינע לעבן פון אמאל, די הערליכע קהילות וואס זענען אויסגעריסן געווארן, אונזערע ברידער און שוועסטער, עלטערן און קינדער, וואס ער האט אונז צוגענומען.

ב. די זעלבע קושיא קענסטו פרעגן אויף מצרים, אלעס איז געווען גזירות פון הימל, אשור און בבל, זיי האבן נאר געטון די גרעסטע טובה מיט שופך זיין כעסו על עצים ואבנים, וכן הלאה.

ג. די זעלבע קושיא קענסטו פרעגן, פארוואס דו זיצט שבעה ווען א קינד איז דיר נסתלק געווארן אין עלטער פון איין יאר אלט. ער איז דאך א ריינע שעפעלע וואס גייט גראד ארויף אויבן לציר מחצבתו און איז נהנה מזיו השכינה, וואס איז די טרויער דא?
א. סאו מען האט אים פשוט פיינט פאר די אלע וואס ער האט יא געלאזט לעבן? איי דאנט טינק סאו. און אפילו די וואס האבן יא געליטן יסורים איז דאך יסורים ממרקין עוונותיו של אדם, איז דאך ווייטער א טובה געטון.

ב.

ג.

אה"נ, די זעלבע קשיא קען מען דא פרעגן, איז וואס איז די תירוץ?

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 8:32 am

· #567034
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
זאקן #
איים רעלי סארי אבער איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען אפילו פרעגן אזא קשיא, אמתדיג גערעדט ס׳איז א שאד אפילו צו ענטפערן אויף אזא נארישע שאלה, סארי
אויב האסטו נאכנישט פארשטאנען, בין איך נישט קיין ווייסע סעפרעמעסיסט וואס האט ליב היטלער און זיכט מלמד זכות צו זיין אויף אים. איך פרעג א קשיא כדי מען זאל קענען אריינקריכן און אנקומען צו א תירוץ. אסאך מאל איז דא זאכן וואס מען נעמט אן פאר א דבר פשוט, אבער עס לוינט זיך אריינצוקלערן און פארשטיין טיפער. סתם זאגן אז ס'איז א נארישע קשיא פארענטפערט גארנישט, זיי מסביר ביטע פארוואס ס'איז א נארישע קשיא.

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 8:35 am

· #567035
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
טאמבל סאס #
ווייל ער האט געהארגעט מיין באבע און זיידע?

והאמת אפילו די דייטשן ברויכן אים פיינט האבן ווייל ער האט פון זיי אזויפיהל חללים גורם געווען כמעט פארגארנישט און פארנישט.
מיינע זיידעס און באבעס האט ער אויך גע'הרג'עט, Duh.

זיי זענען דאך אבער אלע ארויף צו זייער תכלית על קידוש השם, ניין?

איך האב אים אויך פיינט, איך וויל פשוט צונעמען פון וואו די שנאה קומט, זהו.

מילא די דייטשן. זיי זענען דא נישט גלויביג, פיין, מען האט זיי צוגענומען אפאר גוטע יאר, אבער אידן?

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 8:38 am

· #567036
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
cictim #
שו"ת רדב"ז (חלק ג סימן תקנ"ה) שאלה: על אחד מגדולי הדור שמת לו בן ולא הוריד עליו דמעה אחת אם זו מדה טובה או לא.

תשובה: זו מדה רעה מורה על קושי הלב ועל רוע תכונת הנפש והיא מדת אכזריות... אבל אנחנו מקבלי התורה יש לנו להאמין ולדעת כי העולם הזה ענין נכבד מאוד למסתפקים ממנו כראוי ולמתנהגים בו כשורה ובו ישיג האדם חיי העוה"ב והשארות הנפש כי הוא נקרא עולם המעשה ולכן אין ראוי לההביל ענייניו ולתלות צרותיו ברוע הנהגתו ולהתאונן על הזמן כאשר עשו רוב המשוררים הראשונים. אלא ראוי להתאונן ולהתאבל ולקונן על מעשיו דכתיב מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו והבוכה ומתאבל ומוריד דמעות על קרובים וכ"ש על אדם כשר מדת חסידים ונביאים ואנשי מעשה היא ומורה על טהרת נפשו והכנעת לבו לפני קונו ויתאונן על חטאיו ויתאבל על עוונותיו אשר היו לזה סבה.
שכח פארן צואווייזן דעם שטיקל, אבער עס פעלט אביסל הסבר פון זיינע רייד. אויך, ער זאגט אז ס'איז א גוטע זאך צו מקונן זיין, ער רעדט נישט פון פיינט האבן די מערדער.

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 8:42 am

· #567037
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
צקון לחש #
זייער א חשוב'ע טעמע,
פיינט האבן היטלער איז די עקסטרעם דערפון,
אבער מ'קען אויך פרעגן פארוואס טרויערט מען נאך א טויטען סתם אזוי.

סיי פון א פילאסאפישע שטאנדפונקט און סיי פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט (- די שפעטערדיגע איז אבער נישט משועבד צו לאגיק און קאנסיסטענסי)
אמת, די קשיא איז א כלליות'דיגער, מאר ארויסגעברענגט ביי דעם עקסטרעם.

אן רעליגיע קען איך עס פארשטיין אז ס'איז א געפיל זאך. מען לעבט דא פאר 80 יאר און דאן שטארבט מען ווי א קאקאראוטש, פינישט, מען גייט נישט אינערגעץ. אז איינער קומט און נעמט אוועק יארן פון א מענטש, איז ער א גנב, מען האט אים פיינט.

אבער מיט רעליגיע ווערט עס שווער, עס ענדיגט זיך נישט, עס הייבט זיך ערשט אן די גליקליכע יענע וועלט, נו, וואס איז?

אה, ס'איז אויך געפילן? פיין, אבער די געפילן זענען דאך קעגן די אמונה פון עולם הבא?

שלמה משנתו » מיטוואך יולי 3, 2024 8:43 am

· #567038
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
שאלתיאל #
אינטערסאנט פארוואס דער פותח האשכול האט עס געפנט מיט זיין אנדערע ניק
מען דארף דאך האלטן אלע ניקים פריש, אז נישט שפארט מען אויס.

אלפא » מיטוואך יולי 3, 2024 9:11 am

· #567040
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
צ/ק

מיר זענען נישט קיין מוסלעמענער וועלכע גלייבן אז שטארבן על קידוש השם איז דאס בעסטע שייך, מיר זענען אידן וואס פארשטייען אז לעבן על קידוש השם איז וויכטיגער ווי אלעם!

לגופו של ענין:
ערשט האט שוין @צקון לחש אנגעמערקט דעם פראבלעם אז נישטאמאל אין השארת הנפש זענען מיר אזוי פארגלייבט עד כדי נישט צו טרויערן אויף א געשטארבענעם.
עס קען זיין אינטרעסאנטלעך פון א דאגמאטישן-פונדאמענטאליסטישע קוק ווינקל, אבער אידישקייט ביסודו האט קיינמאל נישט געזאגט פארקערט, אדרבה אבילות און עונשים פאר רוצחים זענען אין די תורה זעלבסט.

ווילסטו גיין טיפער, קען מען נוצן דעם מאמר חז"ל 'יפה שעה אחת בתשובה ומעש"ט בעולם הזה מכל חיי העוה"ב', אז אונזער ציל איז צו לעבן נישט צו שטארבן, און ווער עס הרג'ט - על קידוש השם - טוט ניטאמאל קיין טובה.

די אלע שפעטערע פשט'לעך זענען בפשטות אפיר געקומען (אזויווי אין אלע אנדערע רעליגיעס) זיך צו טרייסטן איבער געשטארבענע, אבער פאר קיין הוה אמינא איז דאס נישט (ווי אין איסלאם) א געדאנקענגאנג ארויסצוהייבן דאס טויט - פאר סיי וועלכע סיבה!

נ.ב. איינער האט נעכטן געפרעגט מיכאל אברהם זייער אן ענליכע שאלה -עס קען זיין דער זעלבן מאן דאמר- יעו"ש
און איבער די ברייטערע נושא פון השארת הנפש און צו מיר גלייבן באמת דערין, איז אינטרעסאנט ווי rabbi David Wolpe אין א פרישע פאדקאסט מיט אלעקס אקאונער צונעמט אויך אביסל די נושא.

yesiknow » מיטוואך יולי 3, 2024 9:45 am

· #567042
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
מען איז ברוגז אויף "זיין" כונה.

תיקון ברענגער » מיטוואך יולי 3, 2024 10:11 am

· #567045
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
לגבי מיין זיידע, מיט באבע, וועם ער האט געפייניגט און געהארגעט, "זיי" געפונען זיך יעצט אין בעסטן ארט, עס האט אבער נישט גארנישט מיט היטלער, נאדא! באמבע קשיא, אבער זיי זענען יעצט גליקליך און צופרידן, וואס האט היטלער געטוהן?? היטלער איז געווען א רשע א רוצח!! פארוואס רעגט מען זיך אויף סינוואר? אלע טויזענטער קדושים וואס ער האט געהארגעט זענען דאך יעצט אין גן עדן, די תירוץ איז זייער קלאר, לגבי 'אונז' פאר אונז, איז זייער גוט אויבן אין הימל, אבער זיי? אוודאי דארף מען זיי פיינט האבן!

תיקון ברענגער » מיטוואך יולי 3, 2024 10:13 am

· #567046
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
תיקון ברענגער #
לגבי מיין זיידע, מיט באבע, וועם ער האט געפייניגט און געהארגעט, "זיי" געפונען זיך יעצט אין בעסטן ארט, עס האט אבער נישט גארנישט מיט היטלער, נאדא! באמבע קשיא, אבער זיי זענען יעצט גליקליך און צופרידן, וואס האט היטלער געטוהן?? היטלער איז געווען א רשע א רוצח!! פארוואס רעגט מען זיך אויף סינוואר? אלע טויזענטער קדושים וואס ער האט געהארגעט זענען דאך יעצט אין גן עדן, די תירוץ איז זייער קלאר, לגבי 'אונז' פאר אונז, איז זייער גוט אויבן אין הימל, אבער זיי? אוודאי דארף מען זיי פיינט האבן!
אנטשולדיגט. זיי געפינען זיך אויף איינס פאר דעם בעסטן ארט! די בעסטע פלאץ איז דא אויף אינזער וועלט. ווי מיינע רביס האבן מיר געלערנט

מי אני » מיטוואך יולי 3, 2024 11:47 am

· #567053
די שאלה איז אביסל ברייטער. מיינענדיג, לויט די פילאזאפישע פאזיציע פון פּראָמאָרטעליזם, וועלכע נעמט אָן אז דאס טויט איז א גוטע זאך און בעסער ווי דאס (בלייבן) לעבן (דלא כהרדב"ז), פארוואס האט מען פיינט און מען איז מעניש רוצחים? לויט די פאזיציע איז עס לכאורה נישט ראיאנאליש. זיי האבן דאך למעשה געטוהן א טובה פאר'ן נרצח, אפגעזעהן פון זייער כוונה דארונטער. אבער, ווי צוגעברענגט, קומט אבער נישט אויס אפילו לויט די פאזיציע אז מ'זאל האבן א רעכט אפילו אליינס זיך צו מארדן (וכ"ש אנדערע). און ביי דעם קען מען ווייטער פרעגן, אז איה"נ דו אליינס מעגסט זיך נישט הרג'ענען (וכ"ש אנדערע) מחמת עטישע סיבות שונות, אבער אז א צווייטער האט עס שוין למעשה אפגעטוהן פאר דיר, דעם נרצח, מה הסיבה להענישו ולשנאותו בעבור זה, זייענדיג אז עס איז דאך למעשה א טובה? נאר די געדאנק איז אז ווער האט פיינט און איז מעניש דעם רוצח? די איבערלעבער וואס זענען נאך יא דא ביים לעבן; נישט דער נרצח אליינס. און פארוואס? ווייל פאר זיי, די איבערבלייבער וואס זענען נאך למעשה יא דא, איז דאס אז דער נרצח איז נישטא בוודאי א רעה. און דאס איז טאקע (עכ"פ איינע פון די טעמים) פארוואס לפי פּראָמאָרטעליזם זאל מען דאך נישט האבן קיין רעכט זיך אליינס צו נעמען דאס לעבן, טראץ דעם אז דאס טויט איז בעסער ווי דאס לעבן און טויט איז א טובה פאר'ן הרוג: וויבאלד אפילו טאמער עס איז א טובה פאר'ן הרוג, איז עס אבער א רעה פאר זיינע ארומיגע וועלכע פארבלייבן.

אזויפיל יא, אז עס לאזט זיך קלערן לפי די פאזיציע אז ווען היטלער פארטיליגט אלע אידן ברגע אחת בלי שום צער להם, צי דאס וואלט טאקע גערעכענט געווארן אלס אַן אביעקטיווער רעה לפי די דאקטרין. ועיין ערך "בּענעוואלענט וועלט עקספּלאדירער".

ענליך קען מען ענטפערן לגבי די רעליגיעזע אויסקוק דערויף (וועלכע אסר'ט אויך זעלבסטמארד, און אנדערע זענען אים (כעין) מעניש לאחר מותו על זה, ועיין ביו"ד סימן שמה). ובפרט אז, אנדערש ווי פּראָמאָרטעליזם, באטראכט עס יא די אידעאל פון חיים ווי א טוב (כגון דברים ל יט, ועיין באבן עזרא ורד"ק בתהלים קטז טו), ואפילו טאמער עס האלט אז עס איז דא א חיים לאחר המות וועלכעס איז "נאך בעסער".

וואס מ'קען יא פרעגן איז אז דער מנחת חינוך שרייבט (מצוה לד) אז תשובה על רציחה (בזמה"ז) פארלאנגט אז דער רוצח זאל איבערבעטן דעם נרצח עם עשרה אנשים על קברו ע"ש. אבער לפי רעליגיעזע דאקטרינעס, איז דאך נישט זיכער אז ער האט אים למעשה געטוהן אזא רעה מיט'ן רציחה וכנ"ל, אפגעזעהן פון זיין כוונה דארונטער! נאר די געדאנק דערין קען זיין אז עס איז מער להשקיע ולהמחיש בנפשו של החוטא דעם ענין פון תשובה און רעפּערעישאן ווי ווייט ער קען, וואס פארלאנגט דעם ענין פון אַן אַפּאַלאַדזשי; און דאס איז די געדאנק פון בקשת מחילה מנפטר בכלל באו"ח סימן תרו סעיף ב ע"ש, וואס בעצם איז דאך ביים מת (קהלת ט ו) גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה. (וכמובן, דארף דער רוצח איבערבעהטן די משפחה רינגסט ארום.)

וואס מ'קען אולי ווייטער פרעגן לפי רעליגיע איז אז פארוואס האבן די רעליגיעזע איבערלעבערס פונעם קריג פיינט די נאציס מחמת די צער מ'האט זיי אָנגעמאכט? זיי גלייבן דאך אז אלעס געשעהט פאר א סיבה, און אז עס איז זיך זיי למעשה געקומען מחמת עונש, און/אדער אז זיי גייען אפקומען דערמיט עונשם בעוה"ב און באקומען א טוב באין ערך צו דעם. אבער די קשיא איז לכאורה נישט אזוי שווער, פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז ס'איז ראציאנאל פאר א רעליגיעזער מאמין צו זיין ברוגז ווען איינער טוהט אים א רעה מחמת שנאה, הגם ער גלייבט אז ס'איז טאקע לאחר הכל מיט א חשבון פון אויבן וכו' (ומגלגלין חוב ע"י חייב).

אזוי ווי א טאטע האט אמאל געזאגט ביי ל"ע די שבעה פון א קינד:
He's in a better place. But I'm not
עס קען טאקע זיין א נחמה פאר'ן טאטן. אבער נאר דאס - א נחמה. וויי טוהט דאס א געוואלד, ואפילו טאמער גלייבט מען בעוה"ב באמונה שלימה. וכן הוא בזה. ופשוט הוא לענ"ד. אין קורצן, גלייבן בהשארת הנפש ועוה״ב ענטעילד נישט דוקא דאס׳ן (וועלן) זיין א ״טויט קאָלט״ באיזה אופן שהוא.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 3, 2024 4:07 pm

· #567105
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
דו (פותח האשכול) פרעגסט (נאך)...וואס זאגט דער עולם?!

איך ווייס נישט. איך זאג אז דו ביסט אדער סארקאסטיש. אדער (אנטשולדיגט) א ביסל חסר דיעה.

איך האב דיר וואס צו ענטפערן אויף דיין לעוול. נאר איך גיי נישט אריין אין א דעבאטע איבער אן אבסורדאלע קשיא/שאלה.

ווען דו וואלסט געפרעגט פארוואס היטלער, ימ"ש האט פיינט געהאט אידן. קען איך דיר מסביר זיין. פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט.

[NAMELESS] » מיטוואך יולי 3, 2024 4:37 pm

· #567107
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
דער אמת איז אז היטלער ימ"ש איז געווען א גרזן ביד החוצב בו פון באשעפער, נאר וואס? מגלגלין חובה על ידי חייב
אחוץ דעם וואס מסתמא האט ער מוסיף געווען צרות ישראל כהנה וכהנה, אזוי ווי די ראשונים זענען מסביר די פורענות פון פרעה

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יולי 3, 2024 7:51 pm

· #567132
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
צומאל וועט א שלעכטע דורכגאנג צופירן צו א גוטע אויסגאנג, דאס מיינט נישט אז די דורכגאנג איז געווען גוט למפרע.
דאס אז ווערן געהארגעט על קידוש השם איז א גרויסע זכיה, איז נישט קיין סתירה צו דאס אז רציחה איז שלעכט.
יש לבעל דין לחלוק אין יעדן פאל, אז זיין מעשה רשע האט צוגעפירט אז דער נפגע זאל שטייגען מתוך די דורכגאנג... נאר, עס איז צוויי קעגנזייטיגע פאקטען וועלכע קענען קא-עקיסטירן ביינעזאם.

דערהויבענע איד » מיטוואך יולי 3, 2024 11:07 pm

· #567154
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
סיריעסלי????

וואס איז פשט פון דעם אשכול??

שטולענע אייער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 1:20 pm

· #567212
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
א מאמין קען פארענטפערן זיין שנאה מיט די ווערטער פון רבי יעקב אין מסכת אבות פ״ד משנה יז:

הוא היה אומר, יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה, מכל חיי העולם הבא.

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז צו פארענטפערן די קלאץ קשיא פונם פותח האשכול, פראקטיש גערעדט איז די אמונה בעולם הבא גוט ביז מען שטייט אין קאמער מיטן טאכטערל און דאס אטעם לאזט זיך אויס בשעת דער מאן און זון גייען צושטייטליך אויס פון הונגער און עיפוש אויף א שעלף אין א באראק עטליכע הונדערט פוס אוועק.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 4:29 pm

· #567270
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
שטולענע אייער #
א מאמין קען פארענטפערן זיין שנאה מיט די ווערטער פון רבי יעקב אין מסכת אבות פ״ד משנה יז:

הוא היה אומר, יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה, מכל חיי העולם הבא.

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז צו פארענטפערן די קלאץ קשיא פונם פותח האשכול, פראקטיש גערעדט איז די אמונה בעולם הבא גוט ביז מען שטייט אין קאמער מיטן טאכטערל און דאס אטעם לאזט זיך אויס בשעת דער מאן און זון גייען צושטייטליך אויס פון הונגער און עיפוש אויף א שעלף אין א באראק עטליכע הונדערט פוס אוועק.
ממש אזוי?

א מאמין קען נאר 'פארענטפערן' זיין שנאה נאר מיט די משנה?

נאר אן אפיקורס קען זיין ברוגז אז מ'האט אויסגעשחטן מיליאנע אידן??


ווי משוגע קען מען זיין???

שטולענע אייער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 4:44 pm

· #567272
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
דערהויבענע איד #
שטולענע אייער #
א מאמין קען פארענטפערן זיין שנאה מיט די ווערטער פון רבי יעקב אין מסכת אבות פ״ד משנה יז:

הוא היה אומר, יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה, מכל חיי העולם הבא.

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז צו פארענטפערן די קלאץ קשיא פונם פותח האשכול, פראקטיש גערעדט איז די אמונה בעולם הבא גוט ביז מען שטייט אין קאמער מיטן טאכטערל און דאס אטעם לאזט זיך אויס בשעת דער מאן און זון גייען צושטייטליך אויס פון הונגער און עיפוש אויף א שעלף אין א באראק עטליכע הונדערט פוס אוועק.
ממש אזוי?

א מאמין קען נאר 'פארענטפערן' זיין שנאה נאר מיט די משנה?

נאר אן אפיקורס קען זיין ברוגז אז מ'האט אויסגעשחטן מיליאנע אידן??


ווי משוגע קען מען זיין???
אז דו האסט א בעסערע תירוץ צום פותח האשכול קום אריין קלאר, ער ווארט צו הערן.

נ.ב. ערשט נאכן שרייבן זע איך אז חברינו @אלפא האט שוין צוגעברענגט די משנה, נאר אודה ולא איבוש אז צו ליינען א תגובה פון אים אדער @מי אני נעמט אזויפיל קאפ אז די אויגן לאזט עס פשוט אויס, גיימיר עס איבערליינען יעצט במתינות.

yesiknow » דאנערשטאג יולי 4, 2024 4:51 pm

· #567273
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
די וועלט זאגט ווען איין אבר (אויגען)איז שוואך זענען די אנדערע שטערקער , קען מען פארשטיין דיין נאמין. בדרך אפשר כתבתי בגלל שאין עבודה היום

שטולענע אייער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 5:14 pm

· #567274
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
yesiknow #
די וועלט זאגט ווען איין אבר (אויגען)איז שוואך זענען די אנדערע שטערקער , קען מען פארשטיין דיין נאמין. בדרך אפשר כתבתי בגלל שאין עבודה היום
נאכן איבערליינען שטייט נאכאמאל דעם אשכול קלער איך טאקע אז דיין אבזערוואציע איז קרוב אל האמת 😂

איז למעשה לפי דברי מי אני, איז אפילו פאר איינער וואס גלייבט אין השארת הנפש און אין עולם הבא בגן עדן אינם פולסטן זין פון ווארט נאכאלץ דא פארוואס ברוגז צו זיין צוליב דעם וואס היטלער האט צוגענומען פון אונז, די לעבנגעבליבענע.

מען קען אויך צולייגן די שרעקליכע ייסורים וואס מיר זענען אריבערגעגאנגען אלץ א פאלק און אויך די ירושה׳דיגע טראמא וואס עס האט איבערגעלאזט עד היום הזה איז אויך עפעס וואס בארעכטיגט די שנאה.

מילך טראק » דינסטאג יולי 9, 2024 1:21 pm

· #567674
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
צפת #
א. לאמיר קוקן ווי אזוי האט דאס היטלער געטון... די אלע וואס זענען יא געבליבן לעבן, ווי אזוי האט ער זיי געפייניגט און ווי אזוי האט ער אנגעפירט זיין מארד מאשין, דערויף זענען מיר ברוגז. מיר זענען ברוגז אויף די שיינע לעבן פון אמאל, די הערליכע קהילות וואס זענען אויסגעריסן געווארן, אונזערע ברידער און שוועסטער, עלטערן און קינדער, וואס ער האט אונז צוגענומען.

ב. די זעלבע קושיא קענסטו פרעגן אויף מצרים, אלעס איז געווען גזירות פון הימל, אשור און בבל, זיי האבן נאר געטון די גרעסטע טובה מיט שופך זיין כעסו על עצים ואבנים, וכן הלאה.

ג. די זעלבע קושיא קענסטו פרעגן, פארוואס דו זיצט שבעה ווען א קינד איז דיר נסתלק געווארן אין עלטער פון איין יאר אלט. ער איז דאך א ריינע שעפעלע וואס גייט גראד ארויף אויבן לציר מחצבתו און איז נהנה מזיו השכינה, וואס איז די טרויער דא?
א. סא ווען ער הארגנט יעדען אויס אהן יסורים וואלט מען אים נישט געדארפט פיינט האבן ?

ב,ג, וואס איז טאקע די תירוץ דארט

מילך טראק » דינסטאג יולי 9, 2024 1:30 pm

· #567676
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
זאקן #
איים רעלי סארי אבער איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען אפילו פרעגן אזא קשיא, אמתדיג גערעדט ס׳איז א שאד אפילו צו ענטפערן אויף אזא נארישע שאלה, סארי
ער האט געפרעגט זייער א שכלדיגע קושיא , ער האט עס שיין מסביר געווען, ביטע זיי מסביר ,

אפטימיסטיש » דינסטאג יולי 9, 2024 2:04 pm

· #567682
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
די גמרא (מכות יב:) ערקלערט דעם ענין פון רוצחים ווי פאלגענד:

"רבי שמעון בן לקיש פתח לה פתחא להאי פרשתא מהכא (שמות כא, יג) ואשר לא צדה, והאלהים אנה לידו וגו' (שמואל א כד, יג) כאשר יאמר משל הקדמוני מרשעים יצא רשע וגו' במה הכתוב מדבר בשני בני אדם שהרגו את הנפש אחד הרג בשוגג ואחד הרג במזיד לזה אין עדים ולזה אין עדים הקדוש ברוך הוא מזמינן לפונדק אחד זה שהרג במזיד יושב תחת הסולם וזה שהרג בשוגג יורד בסולם ונפל עליו והרגו זה שהרג במזיד נהרג וזה שהרג בשוגג גולה". ע"כ

קודם כל זעהסטו אז א רוצח ווערט אנגערופן א "רשע" - אפגעזעהן די "טובה" וואס ער טוט פאר די מענטשהייט מיט זיינע גוטהארציגע רציחות.


פשט איז: דו זעהסט איימיצער וואס ס'איז אים געלונגען אפצוטאן א זאפטיג שטיקל רשעות, דאן זאלסטו וויסן אז ער איז נישט היינט געווארן א רשע. דער איז שוין פון לאנג-אן א רשע מרושע! און די רשעות וואס ער איז באגאנגען back in the days, דאס איז די גורם פארוואס מ'האט אים פון הימל ערמעגליכט צו באגיין די איצטיגע רשעות.

לפ"ז יש לומר אז מיר האבן פיינט היטלער נישט (נאר) פארן אויסמארדן 60 מיליאן מענטשן. נאר פאר די רשעות וואס ער האט געטון בעפאר דעם - וואס נאר אדאנק דעם איז אים ערמעגליכט געווארן צו ברעכן די גינעס וועלט רעקארד אין רשעות!.

איינמאל מיר האבן עטאבלירט אז היטלער איז א רשע (צוליב זיינע חטאת נעורים, כנ"ל) איז דאך א מצוה אים פיינט צו האבן ‎(כמבואר בגמרא פסחים קיב: אז ס'איז א מצוה פיינט צו האבן א רשע).

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יולי 9, 2024 7:13 pm

· #567705
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
איז דאס נישט א הארריבל "קעפל" פון א אשכול?

מילך טראק » דינסטאג יולי 9, 2024 11:01 pm

· #567718
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
די זעלבע קשיא איז שווער ווען א קינד ווערט געבוירן איז עס א שמחה אבער ווען איינער שטארבט טרויערט מען
קודם כל שטייט דאך טוב שלא נברא משנברא, אויסער דעים שטייט אז ווערן מגולגל איז ערגער ווי גהינם, די נשמות וויינען ביי די חופה ווייל זיי ווילן נישט אראפ קומען אויף די וועלט,
ויום המוות מיום הולדתו

נעכטן » דינסטאג יולי 9, 2024 11:16 pm

· #567721
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
סוף טוב הכל טוב #
איז דאס נישט א הארריבל "קעפל" פון א אשכול?
יאפ יאפ #ק״ש

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 10, 2024 3:52 am

· #567735
Re: פארוואס האבן מיר פיינט היטלער?
סוף טוב הכל טוב #
איז דאס נישט א הארריבל "קעפל" פון א אשכול?
ס'איז נישט בלויז "הארריבל". נאר ציניש און אבסורד.

פרעג דעם פותח האשכול אויב מ'קומט איהם פארציילן אז יענער האט געהרג'ט זיין טאטע,מאמע,ברודער, שוועסטער ,קינדער און אייניקלעך וועט ער זיך אראפשטעללן פילאזאפירן און חקרן'ען אויב ער האט יענעם רוצח פיינט און פארוואס. אדער ער וועט נעמען א ביקס און איהם דערשיסן צום טויט.