☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שאוער מחשבות

שאוער מחשבות

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15913

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 8:10 am

· #517447
שאוער מחשבות
פאַרוואָס שעצט מען אזוי אייזיק נוטען פאַרן אויפקומען מיטן גראַוועטי טעאָריע נאָכדעם וואָס ער האָט באַטראַכטן ווי אַן עפל פאַלט צום ערד, ביז דאַן האָט מען געמיינט אַז עפלעך פליען אַרויף צום הימל?

פאַרוואָס הייסט עס אַ פלייש טעלער, מען נוצט עס למעשה פאַר אַ פאָרציע פיש און דיפס. ווידער אינעם "פיש טעלער" וואַרפט מען בלויז אַריין אַ מאָגערן שטיקל פלייש צו יוצה זיין דעם לכבוד שבת קודש.

פאַרוואָס בויט מען נישט ברייטערע שאָסייען, מען בויט פיצי שמאָלע גאַסן, און דערנאך ברויזט מען אויף די אָנגעלייגטע טרעפיק. דאָס איז אָריגינעלע קראַקאָדייל טרערן.

מלמד: "אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ איד שטייט מען אויף ווי אַ איד און אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ הונט שטייט מען אויף ווי אַ הונט".
וואָס איך פאַרשטיי נישט איז, אַלעס ווענד זיך בלויז און דאָס ערשטע דרימל נאָכן בר מצוה, און פון דאָרט און ווייטער איז עס איין לאַנגע קייט. געגאנגען שלאָפן ווי אַ הונט, אויפגעשטאנען ווי אַ הינט, איז ער דאך נאָכדעם איינגעשלאָפן ווי אַ הונט, וועקט ער זיך שוין ווייטער אויף ווי אַ הונט. דאָס מיינט "דאָמד פור לייף"

פאַרוואָס זאָגן מענטשן "ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פאַרשטיין"? עס שטעלט זיך אַרויס פונקט פאַרקערט. איך בין עלטער געוואָרן, און נישט איך,און נישט זיי, פאַרשטייען.

פאַרוואָס ברויך מען סיי "טעלק ענד טעקסט" און סיי דאַטע? זאָל אַלעס לויפן אויף די אינטערנעט און פטור אַן עיסק.

פאַרוואָס הייסט צינג-פלייש פון די בעסטע עסן, אויב וואָלט אַ טשיקן געלייגט אַן איי בלויז איין מאָל אַ יאָר וואָלט עס געווען פאַררעכנט פון די בעסטע עסן?

פאַרוואָס זענען אַלע קאַר מעכאַניקער גנבים? אויב האָט מען דעם פאַך אין די האַנט וויאזוי צו פאַרעכטן אַ קאַר קומט פלוצלום צו לויפן אַ גרויסע יצר הרע פון גניבה? בכלל בין איך נייגעריג אויב זיי באַ'גנב'ענען בלויז פריוואַטע קליענטן, אָדער זיי קענען צומאָל אין די פאַרטאָגס שטונדן זיך אַריינכאַפן אין בעקעריי און נישט מיר נישט דיר אַזוי ליידיג מאַכן דאָס קאַסע.

פאַרוואָס זאָגן אונז חז"ל אַז דער גאַרטל מאַכט אַ הפסיק צווישן די ערווה און דאָס האַרץ. דער קשר צווישן דאָס ערווה און דאָס האַרץ לויפט אומזעהבאַר העכער די הויט?

וואָס געשעהט מיט אַ טויטע גוף אויב מען צעטיילט יעדעס איבר אויף האַלב. מען באַגראָבט איין זעקל מיט האַלבע איברים אין בראַזיל און דאָס צווייטע אין אַמעריקע. אַרום וועלכע קבר הויערט די נשמה?

סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!

ווען דער לייגט א נאַקעטע -טענק יו ה'- אויף זיין סטאַטוס, אָדער אַ בלויזן פינטל. וואָס זענען די מאָטיווען, אויב בכלל?

אויבן אין גיהנום באַקומט מען לכאורה אַ נייעם גוף (צו אויסגעפראַקט ווערן), דער אַלטע גוף ליגט דאָך באַגראָבן דאָ אין אונזער וועלט. איז דער נייע גוף אַ רעפליקע פון דאָס אַלטע, אָדער למשל אַ דאַרטשיגער אידל קען זיך טרעפן אין אַ געבויטע שוואַרצע גוף?

זענען נאָך די פייניגונגס כלים אין גיהנום צוריקגעשטאַנענע שטעכערס, קוילן, געגליטע שווערדן וכו'. דאָס הייסט בערך די זעלבע סאָרט צוואַנגס מיטלען וואָס מען האָט זיך באַנוצט אין די צייטן פון חז"ל. אָדער מען האָט זיך מאָדערנעזירט מיט די יאָרן, אַ שטייגער ווי, "וואָטער באָרדינג", עלעקטריק שאַקס א.ד.ג.? בכלל, מען פלעגט דאַרפן האָבן א משונה'דיגע קוואַנטום פון ברענשטאָף, האָלץ און שוועבל צו אָנהייצן אַזאַ גיגאַנטישע מאַסן גיהנום טעגליך, אפשר איז דאָס היינטיגע צייטן נישט מער ווי איין גרויסע "מייקראָוועיוו".

דער שלאַנג שלענגלט זיך: דער שלאַנג הייסט שלאַנג וויבאַלד ער שלענגלט זיך, אָדער יעדעס זאַך וואָס שלענגעלט זיך רופט מען דאָס -עס שלענגעלט זיך- וויבאַלד עס איז ענליך צו אַ שלאַנג?

צום שלוס!: דער הינדל איז געווען בעפאָר דאָס איי! אויב דאָס איי וואָלט געווען בעפאָר דאָס הינדל, ווער וואָלט געזעסן אויף דאָס איי?

וויפיל פראָצענט פון בעלי חיים נויטיגן זיך אין ברילן?

אויב וואָלט יעדער געקענט זעהן וואָס דער צווייטער טראַכט, וואָלט מען געטראַכט אַנדערש? אָדער מען וואָלט זיך פשוט צוגעוואוינט דערצו און געמאַכט שלום מיט די מצב?

די ווערים האָבן זיך בלויז אין די לעצטערע יאָרן באַקוועם געמאַכט אויף פרוכט און גרינצייג?

לויט די מן דאמר אַז אין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין מביל, וואָלטן ווען סייענטיסטן געברויכט באַמערקן אַז די שטיינער אין ארץ ישראל זענען קוים עטליכע טויזנט יאָר אַלט (אין איין וועגס וואָלט מען שוין אויך געוויסט די פונקטליכע גרעניצן). אלא מאי, איינס איז נישט געבונדן מיט די צווייטע, תיובתא דרב מזרחי תיובתא.

באשעפענישן וועלכע האָבן אויגן אויף ביידע זייטן פונעם קאָפ באַקומען אַ 360 אויסקוק אין מוח, דאָס הייסט אַז עס ווערט איין גרויס בילד, אָדער עס איז צוויי באַזונדערע בילדער נישט צוזאַמגעשטעלט?

פאָלגנד איז אַ סטעיט אָף עמערדזשענסי וואָס זאָל דערקלערט ווערן אַמשנעלסטנס: אַלע פובליק בית הכבוד'ס ברויכן פאַראָכטן ווערן זאָפאָרט - די טיילונג ווענט מוזן אַראָפקומען ביז די ערד. אויב ביז דרייסיג טעג איז דאָס נישט פאַראָכטן שפאַרט מען אָפ דאָס גאַנצע בנין.

האָט איר שוין אַמאָל געזעהן אַ צוואָנציג יעריגן מיידל זאָל שטיין ביי די שאָסיי קאָנסטראָקציע און קאָנטראָלירן די טרעפיק אינעם אָראָנדזש-געלען וועסטל? ווידער די עלטערע פרויען וואָס נעמען יאָ אָן דעם פאָסטן, וואָס איז פשט פון אַזאַ חרון אף?

וואָס איז פשט אַז מען האָט רחמנות אויף גרויסע בעלי חיים מער ווי אויף קליינע אינזעקטן. איר וואָלט איבערגעפאָרן אַ הערש אויב ער שטייט אייך אַביסל אין וועג (לאָמיר זאָגן דיין קאַר וועט בלייבן גאַנץ), איך גלייב אַז נישט, ווען אַ פליג מאַכט אַ קליינע גערידער נעבן דיין אויער וועסטו אים צוקוועטשן אָן קיין רחמנות, "וואָט דע העלל?".
אַרויסשלעפן פיס ביי פיס פון אַ שפין בלויז צוליב וואָס ס'איז אַ לאַנגווייליגע שבת נאָכמיטאָג אין קאָנטרי, דאָס איז אקעי, ערוואַקסענע מענטשן וועלן אפשר האָבן מילדע סימפאָטיע און קוקן אויף דאָס אינגל מיט אַ נעגאַטיווע מינע. שטעלט אייך פאָר איך נעם אַ לעבעדיגן אָקס און איך הייב אָן צו שניידן זיינע פיס מיט אַ קיך מעסער…

איך קען נישט געדענקען וואָס איז די סאַמע ערשטע זאַך וואָס איך געדענק פון מיין לעבן.

אויב איר קענט באַקומען אַ דריטע אויג אויף אייער גוף, וואו וואָלט איר דאָס געלייגט?
איך וואָלט דאָס נישט געלייגט אויף די אינטערשטע חלק פונעם קאָפ, ניין. איך וואָלט דאָס געלייגט אויף מיין שפיץ פינגער. (העי, וואָס וועט זיין מיט "החכם עיניו בראשו?" אוטש!)

שוואַרצערס זעהן אויס ווי מאָנקיס? אהַ, און אונז? אונז זעהמיר אפשר אויס מער ענליך צו קעמלען ווי צו מאָנקיס? "געט ריעל בעיבי"

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:17 am

· #517449
"סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!"

כדי די פרויען זאלן קענען קאלירן די נעגל מיט א שיינעם פעדיקיור.
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!

חדשים » מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:35 am

· #517455
דער גאלדענער אדלער
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
אויב טוישט ער זיך צו א פרוי, זאל ער/זי עס האבן גרייט...

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:19 am

· #517457
דער גאלדענער אדלער
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
כדי צו קענען באקומען אינגרוינ טוינעילס

יאסל ראקאווער » מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:29 pm

· #517460
איך גלייב שווער אז סייענטיסטן מוטשען זיך מיט פארוואס א מענטש האט נעגל אויף די פיס ווען ער דארף נאר לכאורה פאר די הענט.

פארוואס גלייב איך עס שווער? ווייל סייענטיסטן וואונדערן זיך עס נישט אויף animals that walk on 4 legs און סייענטיסטן האלטען דאך מענטשען פלעגן קריכען אויף אלע פיר פונקט ווי בעלי חיים.

כרם זית » מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:34 pm

· #517461
Re: שאוער מחשבות
חדשים
דער גאלדענער אדלער
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
אויב טוישט ער זיך צו א פרוי, זאל ער/זי עס האבן גרייט...
וועגן דעם איז פינגערס ערפינדן געווארן בדור המבול...

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:35 pm

· #517462
Re:
ּ

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:35 pm

· #517463
יאסל ראקאווער
איך גלייב שווער אז סייענטיסטן מוטשען זיך מיט פארוואס א מענטש האט נעגל אויף די פיס ווען ער דארף נאר לכאורה פאר די הענט.

פארוואס גלייב איך עס שווער? ווייל סייענטיסטן וואונדערן זיך עס נישט אויף animals that walk on 4 legs און סייענטיסטן האלטען דאך מענטשען פלעגן קריכען אויף אלע פיר פונקט ווי בעלי חיים.
גערעכט, אבער פינגער נוצט מען נאכאלץ פארן באלאנס. פונעם נעגל איז שוין העכסט צייט פטור צו ווערן.

מי אני » מיטוואך פעברואר 22, 2023 3:33 pm

· #517466
זייער פיין! ייש״כ!

אפאר קליינע הערות:
צוזאמגעדרייט
פאַרוואָס שעצט מען אזוי אייזיק נוטען פאַרן אויפקומען מיטן גראַוועטי טעאָריע נאָכדעם וואָס ער האָט באַטראַכטן ווי אַן עפל פאַלט צום ערד, ביז דאַן האָט מען געמיינט אַז עפלעך פליען אַרויף צום הימל?
חוץ מזה אז עס איז לכאורה אַן apocryphal מעשה, איז די געדאנק וואס ער איז צוגעקומען איבער זיין טעאריע פון גראוויטי - אז יעדעס מאסע ציהט יעדעס מאסע (ווענדענדיג זיך אין נאנטקייט). אין אנדערע ווערטער, עס איז פונקט פארקערט: ער איז טעקניקעלי אויפגעקומען אז זאכן פאַלן/ציהען ארויף פונקט אזוי. ביז דאן האט מען געמיינט אזוי ווי אריסטו אז זאכן ציהען/פאַלן לשורשם. משא״כ ניוּטאן איז אויפגעקומען אז עס איז פשוט מכח מאסע. און דער עפל ציהט פונקט אזוי צו צו זיך דער ערד, נאר דער ערד ״געווינט״ פשוט ווייל זי האט פי כמה וכמה מער מאסע. און דאס איז די זעלבע מעכאניזם וואס מאכט די וועלט ארומגיין די זון.
צוזאמגעדרייט
באשעפענישן וועלכע האָבן אויגן אויף ביידע זייטן פונעם קאָפ באַקומען אַ 360 אויסקוק אין מוח, דאָס הייסט אַז עס ווערט איין גרויס בילד, אָדער עס איז צוויי באַזונדערע בילדער נישט צוזאַמגעשטעלט?
אנדערש ווי ביי באשעפענישן (ווי מענטשן) וואס האבן בּיינאקולער וויזשאן, ווי ביידע אויגן וואס זענען אין פארענט פאקוסירן אויף דאס זעלבע זאך, וואו די וויזשאן פון ביידע אויגן ווערט צאמגעשטעלט, זענען די סארט באשעפענישן מיט מאנאקולער וויזשאן (לכאורה) נישט אזוי און זיי קוקן אויף צוויי זאכן אויף אמאל. (און דאס קען שוין אָנרירן אויף דר. טאמאס נעגל׳ס געדאנק איבער דאס נישט קענען משיג זיין די קאַנשעסנאס און עקספּיריענסעס פון א פלעדערמויז.) 📎 5E71FB3A-AACC-49C0-A698-5BF331467E3F.jpeg ‏
צוזאמגעדרייט
וואָס איז פשט אַז מען האָט רחמנות אויף גרויסע בעלי חיים מער ווי אויף קליינע אינזעקטן. איר וואָלט איבערגעפאָרן אַ הערש אויב ער שטייט אייך אַביסל אין וועג (לאָמיר זאָגן דיין קאַר וועט בלייבן גאַנץ), איך גלייב אַז נישט, ווען אַ פליג מאַכט אַ קליינע גערידער נעבן דיין אויער וועסטו אים צוקוועטשן אָן קיין רחמנות, "וואָט דע העלל?".

אַרויסשלעפן פיס ביי פיס פון אַ שפין בלויז צוליב וואָס ס'איז אַ לאַנגווייליגע שבת נאָכמיטאָג אין קאָנטרי, דאָס איז אקעי, ערוואַקסענע מענטשן וועלן אפשר האָבן מילדע סימפאָטיע און קוקן אויף דאָס אינגל מיט אַ נעגאַטיווע מינע. שטעלט אייך פאָר איך נעם אַ לעבעדיגן אָקס און איך הייב אָן צו שניידן זיינע פיס מיט אַ קיך מעסער…
עס איז טאקע אַן עוולה. עס רירט אָן אויף וואס איך האב דא צוגעברענגט:
מי אני
לגבי סוג א' מהרעות בטבע איז א חלק פון די פראבלעם פון שלעכטס בנוגע די צער וואס בע"ח גייען דורך און ווי אזוי עס איז אריינגעלייגט אין די טבע ממש: טורף/נטרף וכו' וכו'. (הרב דר. נתן סליפקין האט עס אביסל אנגערירט דא.) דר. מיכאל מוּרעי וויל דאס אביסל פארענטפערן מיט'ן מחלק צווישן דריי סארטן געפילן פון פּיין/צער, איינע מער ווי דאס אנדערע:

1). נישט מער ווי א ניורעל סטעיט וואס געבט אינפארמאציע פון א נאַקׂשאס סטימיוליי וואס איז דאדורך גורם אן עווערסיוו בּיהעיוויאר.

2). אן ערשטע-אָרדער סאָבּדזשעקטיוו געפיל פון צער - באותו רגע.

3). א צווייטע-אָרדער געפיל וואו מ'פארשטייט און אנערקענט אז מען "איז בצער" און מ'עקספּיריענסט דאס.

שרצים זענען לכאורה נישט מער ווי אויפ'ן ערשטן לעוועל אבער קיין שום בע"ח, אחוץ דעם מענטש, איז נישט העכער דעם צווייטן לעוועל. (דאס רירט אָן אויף דר. מיטשיאו קאַקוּ'ס הגדרה פון לעוועלס אין קאנשעסנאס בין מאשינען, בע"ח, ואדם.)
‏
צוזאמגעדרייט
אויבן אין גיהנום באַקומט מען לכאורה אַ נייעם גוף (צו אויסגעפראַקט ווערן), דער אַלטע גוף ליגט דאָך באַגראָבן דאָ אין אונזער וועלט. איז דער נייע גוף אַ רעפליקע פון דאָס אַלטע, אָדער למשל אַ דאַרטשיגער אידל קען זיך טרעפן אין אַ געבויטע שוואַרצע גוף?
דאס רירט אָן אויפ׳ן באקאנטע גמרא בסנהדרין צא ע״א-ע״ב:
אמר ליה אנטונינוס לרבי גוף ונשמה יכולין לפטור עצמן מן הדין. כיצד? גוף אומר נשמה חטאת שמיום שפירשה ממני הריני מוטל כאבן דומם בקבר, ונשמה אומרת גוף חטא שמיום שפירשתי ממנו הריני פורחת באויר כצפור. אמר ליה אמשול לך משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם שהיה לו פרדס נאה והיה בו בכורות נאות והושיב בו שני שומרים אחד חיגר ואחד סומא. אמר לו חיגר לסומא, בכורות נאות אני רואה בפרדס בא והרכיבני ונביאם לאכלם. רכב חיגר על גבי סומא והביאום ואכלום. לימים בא בעל פרדס אמר להן בכורות נאות היכן הן? אמר לו חיגר כלום יש לי רגלים להלך בהן? אמר לו סומא כלום יש לי עינים לראות? מה עשה הרכיב חיגר על גבי סומא ודן אותם כאחד. אף הקב"ה מביא נשמה וזורקה בגוף ודן אותם כאחד שנאמר (תהלים נ ד) יקרא אל השמים מעל ואל הארץ לדין עמו, יקרא אל השמים מעל זו נשמה ואל הארץ לדין עמו זה הגוף.
דער רס״ג נעמט דאס אָן באמונות ידיעות (מאמר ו פ״ה ופ״ז) און עפי״ז טייטשט ער טאקע ענין הגיהנום אויף לעתיד לבא לאחר התחייה (מאמר ט פ״ה) ע״ש - העונש מוז זיין צוזאמען פאר די נפש און די גוף וואס האבן געזינדיגט ביחד.

‏
צוזאמגעדרייט
וויפיל פראָצענט פון בעלי חיים נויטיגן זיך אין ברילן?
לכאורה זייער ווייניג. וויבאלד די בע״ח וואס זענען בשדה און באקומען שוואכע וויזשאן, וועלן בדרך כלל דערוועגן נישט לעבן לאנג. וממילא זענען די סארט ארויס סעלעקטעד געווארן פון די דזשיִן פּוּל איבערלאזענדיג די וואס האבן בעסערע דזשיִנס פאר וויזשאן.

עס איז אבער דא א שטודיע אז עיפּס באקומען שוואכערע ראייה אויף די עלטער, און וואלטן ווען בעצם געדארפט ברילן.

און וואס די מלמד מיינט איז אז מ׳זאל טאקע צוברעכן דעם סייקל פון זיך לייגן ווי א הונט און אויפשטיין ווי א הונט.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 3:45 pm

· #517467
Re: שאוער מחשבות
שכוח @מי אני
זייער אינפארמאטיוו.

אסאך פראגעס וואס איך האב אהערגעשטעלט זענען טאַקע ערנסטע שאלות וואס נייגערט מיר באמת. עס זענען דא שאלות וואס איך האב געפרעגט מער פון א צינישע פערספעקטיוו וויסנדיג דער תירוץ (למשל אייזיק נוטען און בנוגע די נעגל אויף די פיס). אבער נישט יעדער ווייסט דעם תירוץ.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:03 pm

· #517468
Re: שאוער מחשבות
מי אני
עס איז טאקע אַן עוולה.
איך פארשטיי(?) אז עס איז אן עוולה. אבער פארוואס טאקע שפירט (אין אלגעמיין) א מענטש רחמנות מער צו גרעסערע בעלי חיים.
לכאורה צוליב דמיון imagination ניין?

מי ימצא » מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:08 pm

· #517469
און פארוואס שפירט א מענטש מער רחמנות צו א געבוירן קינד, ווי צו א אנבארן בעיבי?
לכאורה, ארבעט עס מיט געפילן. א חיה האט געפילן, ס'פילט ווי איינער פייניגט עס. א פליגעלע, האט נישט קיין הערצעלע. מילא, פילט מען נישט ווי מען טשעפעט, א עכטע זאך.

@ מי אני, ביטע פארעכט מיך, ווי איך בין ראנג.

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:20 pm

· #517470
יעצט איז מיר פארענטפערט געווארען פארוואס חסידים האלטן זיך צוריק פון שאווער, מען קען נאך ציקימען צי טראכטן ח"ו, מילא בעסער פרעיג נישט קיין קשיות לאז די שטאטוס-קווא לויפן אהבתי-את-אדוני-לא-אצא-חפשי סטייל......

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 5:29 pm

· #517471
Re: שאוער מחשבות
מי ימצא
א פליגעלע, האט נישט קיין הערצעלע.
א פליג האט גראדע יא א הארץ

מי אני » מיטוואך פעברואר 22, 2023 5:51 pm

· #517472
צוזאמגעדרייט
מי אני
עס איז טאקע אַן עוולה.
איך פארשטיי(?) אז עס איז אן עוולה. אבער פארוואס טאקע שפירט (אין אלגעמיין) א מענטש רחמנות מער צו גרעסערע בעלי חיים. לכאורה צוליב דמיון imagination, ניין?
לכאורה ווייל מען אינטוּאיט די חילוק וואס דר. מורעי מאכט. איך גלייב אז דאס איז וואס @מי ימצא וויל ארויסברענגען (דאס איז לכאורה וואס זי מיינט מיט "הערצעלע").

ולכאורה איז דאס די סיבה פארוואס מען פיהלט נישט פאר אַן עובר דאס זעלבע ווי פאר א מענטש; מ'אינטוּאיט לכאורה נישט פאר דעם מער ווי פאר א בע"ח, ועפ"י דר. מוּרעי. וואס ווערט יא שווער איז פארוואס דאס טוישט זיך גראד נאכ'ן געבורט. ואיה"נ אז דר. פּיטער סינגער זאגט טאקע אז אינפענטיסייד איז נישט בעצם אנדערש ווי אבּארשען בזה. או אולי וויבאלד דאס איז שוין למעשה ממש געבוירן, איז שוין גרינגער צו זאגן דערויף אז עס איז שוין א מענטש וואס וועט צוקומען צו ווערן א פּערזאן ממש.

מי ימצא » מיטוואך פעברואר 22, 2023 5:57 pm

· #517473
צוזאמגעדרייט
א פליג האט גראדע יא א הארץ
טאקע וועגן דעם האב איך געשריבן הערצעלע, מלשון, פילינגס.

אוודאי האט יעדע לעבעדיגע אינסעקט, א הארץ, ווען נישט ווי לעבן זיי?

אבער ווי קענסטו פארגלייכן א אינסעקט צו א מאנקי, דאגי, וואס מען קען געהעריג שמועסן, און קאנטאקטן מיט זיי. און זיי ווייזן ארויס געהעריג פילינגס?

נישט לאנג צוריק, בין איך געווען מיט מיינע קינדער רייסן בלומען, פאר א ארטס נ קרעפטס. פאר זיי האבן אפגעשניטן די לעבנס פון די שיינע געלע בלומעלעך, האב איך גערעדט צו זיי, און זיי מסביר געווען, אז יעדע זאך האט חיות. און דעי בלומעלעך האבן א גאנצע לעבן. בקיצור, איך גיי נישט געבן דא קיין קינדערגארטן שמועסן, אבער איר כאפט די פאוינט?
יא די גאר איידעלע מענטשן זאגט מען, אז אפילו א פליג פון וואנט טשעפענען זיי נישט.
ביי מיך איז א אינסעקט, נענטער צו בלום, ווי צו א כלב.

---
@ מי אני ענטפערט עפעס לאמיר זעהן.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 22, 2023 7:17 pm

· #517475
Re: שאוער מחשבות
קיינמאל נישט געהערט אז בהמות זאלן האבן מער געפילן ווי אינזעקטן. א הונט איז שוין אפשר א צווייטע מעשה.

כפתור » מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:38 pm

· #517490
"אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס?"
האלאו, וויאזוי פלאנסטו צו קראצן דיין פוס און מיטן שומענעסרע?

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:53 pm

· #517491
קהל'ס נער
יעצט איז מיר פארענטפערט געווארען פארוואס חסידים האלטן זיך צוריק פון שאווער, מען קען נאך ציקימען צי טראכטן ח"ו, מילא בעסער פרעיג נישט קיין קשיות לאז די שטאטוס-קווא לויפן אהבתי-את-אדוני-לא-אצא-חפשי סטייל......
און מיט דעם פארשטיי איך שוין אויך דאס וואס מען פלעגט פארציילן אויף געוויסע פארצייטישע חסידים, אז זיי פלעגן דאווענען שמו"ע שנעל כדי אז די חיצונים זאלן זיך נישט קענען ארויפכאפן אויפן וואגן...

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:56 am

· #517494
Re: שאוער מחשבות
מי אני
און וואס די מלמד מיינט איז אז מ׳זאל טאקע צוברעכן דעם סייקל פון זיך לייגן ווי א הונט און אויפשטיין ווי א הונט.
איר קענט דעם עפיזאד?

פעלדמאן: איך וויל דיך פרעגן א חידא, וואס וואלסטו געטון ווען דו כאפסט א שפאציר אין וואלד און א לייב קומט דיר אנקעגען?

לאנגזאם: איך וואלט געלאפן.

פעלדמאן: און אויב דער לייב לויפט שנעלער?

לאנגזאם: וואלט איך געלאפן נאך שנעלער.

פעלדמאן: און אויב דער לייב לויפט נאך שנעלער?

לאנגזאם: איך וואלט ארויפגעקראכן אויף א בוים.

פעלדמאן: און אויב דער לייב קריכט אויך ארויף אויפן בוים?

לאנגזאם: איין רגע איין רגע, אויף וועמענס זייט ביסטו, אויף מיין זייט, אדער אויף די לייבס זייט?

@מי אני אויף וועמענס זייט ביסטו, אויף מיין זייט, אדער אויפן מלמד'ס זייט?

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:12 am

· #517495
קהל'ס נער
יעצט איז מיר פארענטפערט געווארען פארוואס חסידים האלטן זיך צוריק פון שאווער, מען קען נאך ציקימען צי טראכטן ח"ו, מילא בעסער פרעיג נישט קיין קשיות לאז די שטאטוס-קווא לויפן אהבתי-את-אדוני-לא-אצא-חפשי סטייל......
מ'מעג מהרהר זיין א פסוק אין מרחץ?

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:30 am

· #517496
מי ימצא
פארוואס שפירט א מענטש מער רחמנות צו א געבוירן קינד, ווי צו א אנבארן בעיבי?
לכאורה ארבעט עס מיט געפילן. א חיה האט געפילן, ס'פילט ווי איינער פייניגט עס. א פליגעלע, האט נישט קיין הערצעלע. מילא, פילט מען נישט ווי מען טשעפעט, א עכטע זאך
א געבוירן קינד זעהט מען, די געפילן פון א קינד וואס מ'זעהט בחוש איז מער מעורר רחמנות.

דאס זעלבע ביי בעלי חיים וואס זענען מערקבאר.

קען זיין פאר די מאמע אליינס איז טאקע דא מער קאנעקשאן אפילו ביי א נישט געבוירן קינד.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:37 am

· #517497
Re: שאוער מחשבות
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=10708

איך שפיר ווי דעם היימישן איד וואס חול המועד האט ער געטראפן עפעס א פארשטיפטע פארק, ווען ער איז אנגעקומען האט ער זיך פארשטייצעך אנגערופן "זעהט אויס איך בין נישט דער איינציגער וואס טראכט אזוי".

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:42 am

· #517498
דער גאלדענער אדלער
איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
מ'וואלט געקענט טענה'ן שלא לבייש מי שאין לו, נאר דעמאלטס וואלט שווער געווארן פארוואס די פרויען האבן נישט קיין

צקון לחש » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:06 am

· #517502
וואלווי
מ'מעג מהרהר זיין א פסוק אין מרחץ?
דו שרייבסט בבדיחותא אבער לעצם הענין מיין איך אז עס תלוי אויב ס'איז דא זוהמא און ביה"כ.
כלומר, אלץ ערוה אויס איז הרהור נישט קיין פראבלעםַ!
עמער ווארטן אויף @מי אני.

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:42 am

· #517503
דוד המלך'ס שאוער thought איז געווען זיין מילה.
כמובא בגמ' מנחות

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:48 am

· #517504
וואלווי
מ'וואלט געקענט טענה'ן שלא לבייש מי שאין לו, נאר דעמאלטס וואלט שווער געווארן פארוואס די פרויען האבן נישט קיין
בנוגע פרויען האט דאך סיגמנד פרויד שוין איינגעריסען אז דאס מאכט אן קנאה במעשה בראשית

pseudonym1 » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 9:44 pm

· #517559
דער גאלדענער אדלער
"סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!"

כדי די פרויען זאלן קענען קאלירן די נעגל מיט א שיינעם פעדיקיור. איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מענער האבן דדים.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:08 pm

· #517578
pseudonym1
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מענער האבן דדים
מיט אזאנע דדים קען מען נישט גיין צום טיש
[emoji1787]

מן הסתם » דינסטאג פעברואר 28, 2023 8:50 pm

· #517722
וואלווי
מ'וואלט געקענט טענה'ן שלא לבייש מי שאין לו, נאר דעמאלטס וואלט שווער געווארן פארוואס די פרויען האבן נישט קיין
אויב מעג איך פרעגן.. פארוואס האט א מאן ניפ*ס אויפן ברוסט קאסטן?

אה! יעצט באמערק איך ווי דערוילעם בארירט שוין דעם ענין. אפשר קען איינער מסביר זיין די צוועק דערפון?

צקון לחש » מיטוואך מערץ 1, 2023 11:15 am

· #517743
די צוועק איז אפשר דיזיין, קען זיין ס'איז אויך סענסיטיוו צו סטימיולעישאן און קען העלפן צו ס*קסואלע אראוזעל.
למעשה אבער מוז נישט זיין עס האט א צוועק, נעמליך די מענטשליכע גוף ווערט קודם באשאפן אלץ נקבה און נאר נאכדעם ווערט דער זכר א זכר (כך שמעתי).

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מערץ 1, 2023 12:09 pm

· #517746
Re: שאוער מחשבות
צקון לחש
נעמליך די מענטשליכע גוף ווערט קודם באשאפן אלץ נקבה און נאר נאכדעם ווערט דער זכר א זכר (כך שמעתי).
איך מיין אז דו האסט א טעות. ווי איך האב פארשטאנען איז, פון אנהייב אן ווען דאס זוימען ווערט פאראייניגט מיטן איי, שלאגן זיך [אזוי צו זאגן] די קראמעזאנען אויס, און איין צד געוואונט.

איך האב דאס געהערט בנוגע וויאזוי דער מענטש וועט אויסזעהן, למשל די קאליר האר וכדו'. קען אבער זיין אז ג'ענדער ווערט געפארעמט אויף א צווייטע מאכעניזעם אינגאנצן. אדרבה, אויב איינער קען קלאר מאכן וועט עס זיין עפרישיעטעד.

Nanach » מיטוואך מערץ 1, 2023 1:06 pm

· #517747

דאס איז נישט לגבי גענדער, גענדער איז אוועק געשטעלט פון דיערשטע מינוט xy אדער xx

מי אני » מיטוואך מערץ 1, 2023 2:20 pm

· #517754
ווי דר. מערי דזשעין שׁעפרי שרייבט:
Geneticists have discovered that all human embryos start life as females, as do all embryos of mammals. About the 2nd month the fetal tests elaborate enough androgens to offset the maternal estrogens and maleness develops
און זיי:
all developing embryos become feminized unless masculinizing influences come into play at key times during gestation
‏דא טוהן זיי דאס דורך און ברענגען אלס א ראיה די דדי איש. און זיי ברענגען צו פון דר. ריטשערד בּריבּיעסאס:
nipples are formed very early during embryotic development. Post-pregnancy, women produce hormones like prolactin and oxytocin that allow their nipples to fulfill their purpose — to produce milk. Without production of these hormones, men don’t lactate, although they definitely could in the presence of these important hormones
‏(ואולי קען מען מיט דעם עפעס טייטשן דאס וואס די גמרא זאגט בברכות ס. אז הזכר יוסף נתהפך להנקיבה דינה במעי לאה ע״ש. והיינו, ״צוריק״ צו א נקיבה.)

ועיין ברמ״א ביו״ד סימן פז סעיף ו אודות חלב זכר לגבי בשר בחלב. וע״ש בש״ך ס״ק טז בחילוק בזה בין חלב זכר של אדם וחלב זכר של בהמה ע״ש.

וידוע הגמרא בשבת נג: און דאס קען זיין א רמז אין די געדאנק וואס אביי זאגט דארט דערויף ״שנשתנו לו סדרי בראשית״, והיינו אז ער איז צוריקגעגאנגען צו וויאזוי די עמבּריאוֺ הייבט זיך אָן בראשיתה. ובענינא דיומא טרעפט מען דאס אויך ביי מרדכי (ילקו״ש אסתר סימן תתרנג) אז מרדכי האט מניק געווען אסתר ע״ש.

צוזאמגעדרייט » זונטאג מאי 14, 2023 4:20 pm

· #524511
Re: שאוער מחשבות
-בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. וווואאאססס? בא'חן'ט? מאקסימום קאנטאקט וואס איר ווילט מיט זיי האבן איז א נוי סוכה בילד. ווייסטו וואס, לאמיר אייך געבן א ווארימע ברכה: דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט געבוירן א סטאדע בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. נו זאג אמן, איך הער נישט!

צוזאמגעדרייט » דינסטאג מאי 16, 2023 1:34 pm

· #524811
Re: שאוער מחשבות
-ווען איך פליק א שפין און ער פליהט א זיבן אכט פיס ווייט, ווייסט ער ווי ער איז? דאס מיינט אז ער דארף אנהויבן זוכן א היים פון דאס ניי?

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:24 pm

· #526140
פ"וו מאכט מען נישט דעם זייף-באר מיט אזוינע שקיעות ובליטות חריצין ונעיצין אז ס"זאל זעך מיר נישט ארויסגליטשן כסדר?

צוויבל קניפער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:03 pm

· #526152
כפתור
"אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס?"
האלאו, וויאזוי פלאנסטו צו קראצן דיין פוס און מיטן שומענעסרע?
די אמת'ע סיבה איז פאר די ביינער אין פוס צו האבן א הארטערע באשיצונג ווי נאָר די הויט און ווייל עס איז דא אסאך סענסיטיווע נערוון ביי די שפּיץ פינגער.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:18 pm

· #526160
פארוואס איז דא סענסיטיווע נערוון דארט...

שמעקעדיג » זונטאג מאי 28, 2023 3:51 am

· #526191
צוזאמגעדרייט
-בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. וווואאאססס? בא'חן'ט? מאקסימום קאנטאקט וואס איר ווילט מיט זיי האבן איז א נוי סוכה בילד. ווייסטו וואס, לאמיר אייך געבן א ווארימע ברכה: דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט געבוירן א סטאדע בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. נו זאג אמן, איך הער נישט!
פארשטיי איך נישט דעם צוזאמשטעל.

שטעל זיך פאר איינער זאגט דיר אז א "פאפי" (puppy) איז זייער קיוט. וועסטו יענעם אויך געבן א ברכה אז ער זאל געבוירן א סטאדע פאפי'ס?

חן מיינט נישט אז איך וויל יענץ האבן אדער געבוירן. חן מיינט אז עס איז זיס, קיוט.

טמיר » זונטאג מאי 28, 2023 11:05 am

· #526197
Re: שאוער מחשבות
די ענטפערס אין די אשכול זענען אויך פרודעצירט אין שאוער, אדער נאר די שאלות?

טמיר » זונטאג מאי 28, 2023 11:35 am

· #526201
Re: שאוער מחשבות
וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?

וואלווי » זונטאג מאי 28, 2023 9:46 pm

· #526281
טמיר
וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
לכאורה א תולדה דתולדה פון די fear פון טויט. קודם אלס די עצם קרענק, ס'מאכט די מענטש aware פון זיין וואלנרבליטי אקעגן אנדערע מענטשן וואס איז נישט באטעמט. דערנאך די כלליות'דיגע בושה, א יעדע זאך וואס א מענטש געפינט זיך מעסטן די בושות, קומט פון די inferior געפול ווען ער טויג נישט אדער האט נישט, לויט ווי די סטנדארד פון norm איז. דאס באשאפט א פחד פון ארויספאלען און struggle for survival וואס די עקסטרים איז טויט, וואס דאס מיינט מער נישט האבן א לעבן פון norm און equal צו א יעדען.

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 28, 2023 11:01 pm

· #526290
Re: שאוער מחשבות
טמיר
וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
מענטשן האבן מורא פון וואלנערעביליטי, כאילו זיי זענען שוואך, און אז עס גייט אפעקטן זייער רילעישאנשיפס. בקיצור מענטשן פרובירן זיך אהערצושטעלן פערפעקט און עפעס וואס טוט אנדייטן אז נישט שעמט מען זיך מיט דעם.

די אמת איז אבער פונקט פארקערט, איינער וואס איז באקוועם מיט וואלנערעביליטי איז שטארק געזונט און אמת מיט זיך און גלייבט אז ער איז ווערט, וואס ברענגט שטערקער רילעישענשיפס!

ויש להאריך.

טמיר » זונטאג מאי 28, 2023 11:08 pm

· #526292
Re: שאוער מחשבות
וואלווי
טמיר
וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
לכאורה א תולדה דתולדה פון די fear פון טויט. קודם אלס די עצם קרענק, ס'מאכט די מענטש aware פון זיין וואלנרבליטי אקעגן אנדערע מענטשן וואס איז נישט באטעמט. דערנאך די כלליות'דיגע בושה, א יעדע זאך וואס א מענטש געפינט זיך מעסטן די בושות, קומט פון די inferior געפול ווען ער טויג נישט אדער האט נישט, לויט ווי די סטנדארד פון norm איז. דאס באשאפט א פחד פון ארויספאלען און struggle for survival וואס די עקסטרים איז טויט, וואס דאס מיינט מער נישט האבן א לעבן פון norm און equal צו א יעדען.
די רעדסט פון "פחד", וואס איז פארשטענדליך. אבער וואס איז די בושה?

ווייטער די בושה פון נישט "האבן", על דא אנו דנים! און וואס דו דערמאנבט די בושה פון נישט טויגן, ווי קומט עס אריין דא?

יין שרף » זונטאג מאי 28, 2023 11:45 pm

· #526300
טמיר
וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
זייענדיג עוסק מיט IV fluids ערב יום כיפור פאר פרויען, עלטערע אידן, תשושי כח וחולים (שאב"ס), רופט מיר א גויאישע נורס מיט א שווערע שאלה. פארוואס אלע אידן ווילן די IV דוקא אויבן אויפן ארעם אפילו עס איז אסאך מאל שווערער צו טרעפן א גוטע אדער, און בשום אין אופן אויפן האנט, ווי עס איז אסאך גרינגער און מאכט ווייניגער פראבלעמען"

ער פרעגט וואס איז די בושה אז מען גייט פאסטן, און מען נעמט אביסל fluids..?

איך האב עם ארויסגעקעקעצט א תירוץ religion מיט בלא בלא... צו עס נישט מאכן obvious, אבער קשיא במקומו מונח.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך יולי 12, 2023 12:35 am

· #531294
Re: שאוער מחשבות
וואס איז די מעשה מיטן ישמח משה, געגאנגען אגאנצע וואך מיט שבת'דיגע בגדים. אויב גייט ער דערמיט א גאנצע וואך איז עס שוין נישט ממש שבת'דיג ס'איז וואכענדיג. דאס קען מען נאך גרינג פארענטפערן. וואס איך פארשטיי נישט איז, אלע רבנים (אדער רוב רבנים, איך קוק נישט די בילדער אויסגאבעס) גייען דאך מיט בעקיטשעס דורכאויס די וואך, וואס איז דער גרויסע סורפּרייז מיטן ישמח משה???

וואלווי » מיטוואך יולי 12, 2023 12:54 am

· #531295
צוזאמגעדרייט
וואס איז די מעשה מיטן ישמח משה, געגאנגען אגאנצע וואך מיט שבת'דיגע בגדים. אויב גייט ער דערמיט א גאנצע וואך איז עס שוין נישט ממש שבת'דיג ס'איז וואכענדיג. דאס קען מען נאך גרינג פארענטפערן. וואס איך פארשטיי נישט איז, אלע רבנים (אדער רוב רבנים, איך קוק נישט די בילדער אויסגאבעס) גייען דאך מיט בעקיטשעס דורכאויס די וואך, וואס איז דער גרויסע סורפּרייז מיטן ישמח משה???
דער איז גוט. ער נעמט די ישמח משה מיט זיך אין שאוער...

יין שרף » מיטוואך יולי 12, 2023 3:04 am

· #531304
וואלווי
צוזאמגעדרייט
וואס איז די מעשה מיטן ישמח משה, געגאנגען אגאנצע וואך מיט שבת'דיגע בגדים. אויב גייט ער דערמיט א גאנצע וואך איז עס שוין נישט ממש שבת'דיג ס'איז וואכענדיג. דאס קען מען נאך גרינג פארענטפערן. וואס איך פארשטיי נישט איז, אלע רבנים (אדער רוב רבנים, איך קוק נישט די בילדער אויסגאבעס) גייען דאך מיט בעקיטשעס דורכאויס די וואך, וואס איז דער גרויסע סורפּרייז מיטן ישמח משה???
דער איז גוט. ער נעמט די ישמח משה מיט זיך אין שאוער...
בעסער ווי דער וואס נעמט די משפחה...
#נחום

איך הער.. » מיטוואך יולי 12, 2023 9:40 pm

· #531345
Re: שאוער מחשבות
איך ווייס נישט פינקטליך פון ווי דער מנהג שטאמט, אבער ביי אונז פלעגט מען זיך פירען צי זינגען און שויער אנשטאט טראכטען.

איך האט דאס נאך געזען ביי מיין זיידען וואס פלעגט מאכן עפעס באנימענע קולות און שויער, איז פראביר איך נישט משנה צי זיין, אפילו א טאג וואס איך בין אביסל אפגעמיטשעט פראביר איך כאטשיג פאר אפאר מינוט אריין צי שפרינגען אין שויער און זינגען א זמר'ל צוויי פון דוד פישער אין דערנאך גייט מען זיך לייגען.