☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דרשות ואגדות חז"ל

דרשות ואגדות חז"ל

483 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:47 am

· #78175
דרשות ואגדות חז"ל
אפגעטיילט פון דא.

בנוגע חז"ל, קען איך זאגען אז ווען איך לערן א דרש זעה איך טיפע אין זיסע נואנסעס nuances וואס מען קען ממש צושפרינגען ווי שיין זיי האבען אפגעטייטשט א פסוק.
במחילה מכבודך, איך זעה דא ווייטער א כלליותדיגער נקודה.
מען האט געלערנט א אידישקייט בדרגת כיתה א', רוב מענטשען בלייבען ביי דעם לעוועל, אין וועגן דעם איז דאס די סטענדערד לעוועל. די מיעוט וואס טראכטען אמתדיגער אין טיפער, ד. ה. די וואס האבען נישט קיין מורא צו פרעגן אויף זאכען וואס שטימען נישט, זעהן די טעות פין די כיתה א' לעוועל. יעצט האט מען די ברירה צו טראכטען לעוועל 2 אדער 3 אין 4 אין אזוי ווייטער. אדער קען מען זיך אפשטעלן אין גיסן פעך אין שוועבל אויף כיתה א' לעוועל. אמת, דער וואס גיסט פעך אין שוועבל אויף כתה א' לעוועל איז גערעכט, אבער אנשטאט זיך רעגן, קענסטו דאך פשוט זיך ארויפריקען א לעוועל צוויי.
פארוואס ביי סתם פאעטרי פארשטייט אז מען קען זיך מעמיק זיין וואס דער פאעט האט געמיינט מיטן שטעלן די געוויסע ווערטער צוזאמען א.א.וו., אבער ביי די תוה"ק וואס יעדע ווארט איז הערליכע פאעטרי, דארט מוז מען דווקא לערנען פשוט פשט?
ביסט אוודאי מסכים אז איינער מיט אביסל א פאעטישער שפראך אין וועט וועלן דערציילען אז די קעניג האט אנגעהויבען נייע גזירות אין האט פארגעסן פין זיין פריינט יוסף, וועט אוודאי נישט זאגען די פשוטע וועג אז והמלך גזר גזירות חדשות ושכח מידידו יוסף. ער וועט דוקא זאגען ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף.
איך ווייס נישט, וואס טראכסטו?

אגב, איך טראכט יעצט אז די שיינקייט פין פאעטרי איז טאקע דאס אז מען כאפט וואס איז די נקודה essence פין די ווערטער. ד.ה. א מלך חדש ממש איז בנוגע לענינינו דאס זעלבע ווי א מלך שנתחדשו גזירותיו. מען איז נישט סטאק אין די טריוויאליטי triviality פין די ווערטער, נאר מען כאפט די נקודה. ווען מען וויל זאגען אז א מענטש האט זיך אינגאנצען געטוישט קען מען עס זאגען פשוט. דער מענטש האט זיך אינגאנצען געטוישט. אבער מען קען עס אויך זאגען דער איז געווארען א נייע מענטש. דאס איז סאך שענער ווייל מען האט אפגעטייטשט אז די נקודה פין א נייע מענטש איז דאס אז ער האט גאנץ אנדערע תכונות ווי דער אלטער מענטש.

kliger » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:56 am

· #78183
דאס איז זיכער אז זיי האבן עס אליינס געדרשנט,זעהסט דאך עס איז דא 1000ער מדרשים און יעדע מעשה איז דא זייער אסאך דיטעילס וואס פון איין ווארט דרשנט מען אסאך אינטרעסאנטע זאכן.
זעהסט דאך אז אמוראים קריגן זיך צווישן זיך.סא דער וואס קריגט האלט אז דער אנדערער איז בכלל נישט גערעכט

אפילו אין א משנה איז זייער אסאך מאל דא 3 וועגן וואס יעדע וועג איז ממש פארקערט פון די פשטות המשנה
מען זעהט כלך אצל אגדה..
דעמאלס אליינס איז געווען אסאך גרופעס צדוקים וכו' וואס יוחנן כהן גדול איז נאך 80 יאר געווארן

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:15 pm

· #78245
עס איז כדאי די זאלסט ליינען אביסל די בוך פין Sherlock Holmes. די וועסט זעהן וויפעל זאכען ער האט אפגעטייטשט פין פינעף ווערטער וואס איינער האט ארויסגערעדט.
נעם דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען. וויפעל זאכען קען איך וויסען פין דעם? לאין שיעור. איך ווייס אז די האסט געלערנט גמרות אין מדרשים, איך ווייס אז די טראכסט טיף, אז די האסט נישט מורא צו טראכטען אנדערש ווי די עסטעבלישמענט. איך בין משער אז די האסט צו טון מיט אסאך פין דיינע ארומיגע דערוועגן. איך ווייס אז די האסט אינטערנעט.

אין יעצט פאר די דזשואק אוף איט, גיי איך זאגען אז איך ווייס אויך אז די שרייבסט שנעל. ווייל די האסט פרובירט צו ברענגן א ראי' פינעם פאקט אז אמוראים קריגען זיך. וויאזוי איז דאס א ראי' אויף עניטינג? אויב למשל צוויי פיסכאלגען האבען א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארטייטשין א געוויסע אקט פין א מענטש, זאגט דאס אז די גאנצע מהלך פין פארטייטשען איז נישט ריכטיג?

בקיצור מען קען זען אין כאפן גאר אסאך דקותדיג הרגשים פין יעדע ווארט וואס סתם א מענטש רעדט, ק"ו פין א טיפע מענטש, ק"ו ווען א טיפע מענטש שרייבט פאעטרי, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען עס איז דבר ה'.

ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס די טענות פין די צדוקים זענען געווען. צו זאגען אז לא תבערו אש בכל מושבותיכם מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער איז פשוט נגד השכל. עס איז א סאך מער מסתבר אז מען רעדט פין טון עפעס א קריעטיוו מלאכה, אין נישט אז א פייער טאר נישט ברענען.
מצד שני די ענין פין ממחרת השבת קוקט אויס גאנץ א גיטע טענה. איך מיין אז די כוזרי שרייבט אז מצד די פשט אין פסוק איז נוטה ווי זיי. אבער חז"ל האבען געהאלטען מסברא חיצונית אז די תורה מיינט אוודאי צו געבן פיפציג טעג צייט צווישען בכורי קציר שעורים ביז קציר חטים, אין די תורה האט פשוט אויסגעשמועסט דאס ציילען מיטן אנהייבען פין אנהייב וואך. ממילא האבען זיי אזוי אריינגעלערנט.

ספר הכוזרי מאמר ג אות מא
ואמור שלא נחלוק עם הקראים במה שהם טוענים עלינו מן המובן ממלת ממחרת השבת ועד ממחרת השבת שהוא מיום ראשון, ואחר כן נאמר שאחד מן הכהנים או השופטים או המלכים, הרצוים עם דעת הסנהדרין וכל החכמים ראה כי הכונה מן המספר ההוא לשום חמשים יום בין בכורי קציר שעורים ובכורי קציר חטים, ושמירת שבעה שבועות שהם שבע שבתות תמימות, ונתן לנו דמיון בתחלת יום מהשבוע, לומר אם תהיה ההתחלה מהחל חרמש בקמה מיום ראשון תגיעו עד יום הראשון, להקיש ממנו שאם תהיה ההתחלה מיום שני נגיע עד יום שני. והחל חרמש מונח אלינו בכל עת שנראה שהוא ראוי נתחיל בו ונספר ממנו. וקבעו אותו שיהיה יום שני של פסח, ולא יהיה בזה סתירה לתורה

זעענדיג יעצט נאכאמאל דעם כוזרי מיין איך אז ער זאגט ממש הערליך.
טראכט אריין, מאכט עס סענס אז מען פאנגט אהן צו ציילען פין סתם א שבת? איז דען נישט טויזענט מאל מער מסתבר אז מען געט די טיפיקעל נאמבער פין פופציג טעג [וואס דאס איז געבויט אויף די אוביקיוטיס (ubiquitous)נאמבער פין זיבען] צו ציילען צווישען די חטים ביז שעורים. ווען דו מאכסט ווען אזא סעט אפ, וויאזוי וואלסטו עס אויסגעשטעלט? מיט פופציג טעג ציילען פין א פלעינע שבת אדער מיט פופציג טעג אונטערשיד פין חטים ביז שעורים?

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:34 pm

· #78388
kliger
קען זיין ער לייקנט אין חז"ל......אין תורה שבכתב שטייט נישט עולם הבא מיט תחיית המתים.
אפשר לערנט ער וימת פרעה אז ער איז ממש געשטארבן.........אשר לא ידע את יוסף ער האט טאקע נישט געקענט....

מען פארקריכט דא פונ'ם ענין, אבער לאמיר נאר אזויפיל זאגן, ביטע מישט נישט אויס דברי אגדה מיט דברי הלכה. אמת אז אויב איינער זאגט אז לא תבערו אש מיינט מען טאר נישט לאזן א פייער ברענען איז אן אפיקורס, אבער אויב איינער האלט אז וימת פרעה מיינט אז ער איז טאקע געשטארבן אדער אז קטורה און הגר זענען געווען צוויי באזונדערע פרויען איז דאס נישט קיין שום פראבלעם. דברי אגדה איז נישט מחייב קיינעם, כמבואר בכמה מקומות בדברי הראשונים.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:14 pm

· #78412
יאיר
לעמאן דזשוס
סליפקין, שפירא און סאקס זענען ארטאדאקסישע מענטשן

איך האב קיינמאל נישט געוואלט האלטן דין ביי עפעס מער ווי אמונה בשם....אין עני שעיפ אר פארם...ליין צוריק העסטו זעהן

ליצנות איז פיין

מיין פוינט איז אז דין איז נישט מודה צו דיין הנחה, מילא איז דיין קשיא נישט קיין קשיא.
שוין, איך מיין אז דין מעג מיר שוין צאלן פאר'ן ארבעטן אזוי שווער אלס זיין לויער. אזוי לאנג ווי איך זע נישט קיין טשעק איז דער ויכוח געשלאסן פון מיין זייט.

ווען ס'ועט איהם שטערן אז מענטשן האלטן איהם נישט פאר איינעם פון די ל"ו צדיקים וועט ער זיך פארבונדן מיט דיר.

kliger » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:21 pm

· #78413
יאיר
kliger
קען זיין ער לייקנט אין חז"ל......אין תורה שבכתב שטייט נישט עולם הבא מיט תחיית המתים.
אפשר לערנט ער וימת פרעה אז ער איז ממש געשטארבן.........אשר לא ידע את יוסף ער האט טאקע נישט געקענט....

מען פארקריכט דא פונ'ם ענין, אבער לאמיר נאר אזויפיל זאגן, ביטע מישט נישט אויס דברי אגדה מיט דברי הלכה. אמת אז אויב איינער זאגט אז לא תבערו אש מיינט מען טאר נישט לאזן א פייער ברענען איז אן אפיקורס, אבער אויב איינער האלט אז וימת פרעה מיינט אז ער איז טאקע געשטארבן אדער אז קטורה און הגר זענען געווען צוויי באזונדערע פרויען איז דאס נישט קיין שום פראבלעם. דברי אגדה איז נישט מחייב קיינעם, כמבואר בכמה מקומות בדברי הראשונים.

מען רעדט אפילו פון הלכה, גאנצעטע הלכות וואס מען לערנט ארויס פון ק"ו, גזירה שוה,מה מצינו,וכו'.
100ער פסוקים און אפילו משניות (און אפילו גמ') וואס מען דרשנ'ט אז עס מיינט בכלל נישט דאס וואס שטייט און עס איז דא מחלוקת פון אפאר וועגן וויאזוי מען זאגט.
עס איז קלאר אז זיי האבן אליינס געדרשנט אסאך (אודאי איז אויך דא וואס עס איז געווען מקובל)
איך בין מאמין 1000 פראצענט און דברי חז"ל,איך זאג נאר אז עס איז אויך דא די סארט מענטשן.

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:41 pm

· #78417
פון די וועג ווי די גמ' שטעלט כאולי' א מחלוקה חד אמר מלך חדש חד אמר .... זעט מען אז סאיז נישט ריכטיג מוח שליט'ס מהלך פון poetry. פארוואס קריגען זיי זיך ארום ? איז זייער מחלוקה און הלכות פאעטרי?
עט ליסט די עורכים פון די גמ' האבן זיכער נישט געהאלטן ווי מוח שליט.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:48 pm

· #78419
די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:02 pm

· #78425
קליגער,
איך פארשטיי נישט וואס די טענה'סט. אוודאי דרשנען זיי אליינס. איך זאג בכלל נישט אז עס איז בקבלה. איך זאג אז זיי ארבעטן אויף צו דערשפירען די דינע nuances אין הרגשים פין די פאר ווערטער. אין לפי זה פארשטיין זיי וואס עס איז דא מרמז.
א יעדע שרייבער רעכנט אויס וואסערע ווערטער צו ניצען ווי. וואס די זאלסט שפירען אפי' בלא יודעים. אין אסאך מאל וויל ער ניצען די זעלבע ווארט אפאר מאל אזוי אז עס זאל ערוועקן די הרגשים וואס ער האט דיך געמאכט פילן ביים ערשטע מאל וואס ער האט געניצט דעם ווארט. [דאס איז בערך די הבנה פין גזרה שוה].
אוודאי בויט מען פין דעם הלכות. וואט'ס די פראבלעם?

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:04 pm

· #78426
מח שליט, איך זע נישט וואס דו טוסט אויף. למעשה זענען דא הונדערטער הכא במאי עסקינן'ס אין גמרא וואס פארדרייען לגמרי פשט אין א משנה אדער א פסוק בלויז ווייל מען האט א סתירה צווישן צוויי משניות/פסוקים און מען קען דאך נישט זאגן אז איינס איז נישט ריכטיג. ביי שעיקספעירס איז די מחלוקת וואס איז דער פשוט'ער פשט, אבער קיינער וועט נישט אריינלייגן עטליכע שורות אדער פארדרייען אינגאנצן דעם פשוט'ן פשט בלויז ווייל שעיקספעיר אדער אן אנדער שרייבער פון די זעלבע תקופה שרייבט אויף אן אנדער פלאץ פארקערט און ביידע מוזן שטימען.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:07 pm

· #78428
יאיר,
דע פאעטרי ענין רעד איך סטריקטלי פין דרשות אויף די תורה.
קוק וואס איך האב געשריבען אביסל פריער וועגן משניות

ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.

אגב אז די קוקסט שוין אויף מיין פרירעדיגע פאוסט. פליז זיי מגיב וועגן דעם כוזרי פין ממחרת השבת. איך זאג דיר דעם אמת איך האב קיינמאל נישט עומד געווען אויף די שיינקייט פין זיין פשט. איט'ס ע בעיוטי

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:11 pm

· #78431
דרשות אויף די תורה איז פונקט אזוי. למשל די סתירה פון ארבע מאות שנה ישבו במצרים - ארבע מאות ושלשים ווען מען איז באמת נאר געווען 210. אין אן אנדערע היסטארישע בוך להבדיל וואלט מען געזאגט ס'איז א טעות, און די תורה שניתנה למשה מפי הגבורה וועלן מיר חלילה אודאי נישט זאגן אזא זאך.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:14 pm

· #78433
די רמב"ן זאגט טאקע אז מען האט פארשפראכען פיר הונדרעט אבער ס'האט זיך פארלענגערט פשוטו כמשמעו. ער מאכט נישט קיין דריידליך.
אבער ביזט גערעכט איך רעד נישט פין אזעלעכע סתירות. איך רעד פין די יעדען טאגעדיגע דרשות חז"ל.
אויף דיין ציור איז עס מסתם די זעלבע ווי די ענין ביי משניות. איך דארף לויפען יעצט, אבער כ'וועל מערצשעם נאכקוקען א ירושלמי וואס רעדט וועגן די טעות וואס די נביא האט געמאכט בנוגע די זמן פינעם חורבן. ועוד חזון.

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:17 pm

· #78436
די יעדע טאגעדיגע דרשות חז"ל מיינסטו די דברי אגדה ווי למשל אז די יוצאי מצרים זענען געווען אינס פון זעקס הונדערט טויזנט און די איבריגע ביליאנען זענען געשטארבן בחושך ימי אפילה, אדער אזעלכע דרשות ווי ריבויים פון א ו'. אויב דו מייסנט די צווייטע, אדרבה, טרעף מיר סיי וועלכער פראפעסאר פון פאעזיע וועלכער איז מרבה פון די ריבוי פון "ענד" ראמעא אז ראמעא און דזשוליעט זענען געווען איין מענטש.

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:19 pm

· #78439
הא הא הא ביזט גוט. gotta run now. let me think about it.

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:20 pm

· #78440
מוח שליט
די רמב"ן זאגט טאקע אז מען האט פארשפראכען פיר הונדרעט אבער ס'האט זיך פארלענגערט פשוטו כמשמעו. ער מאכט נישט קיין דריידליך.
אבער ביזט גערעכט איך רעד נישט פין אזעלעכע סתירות. איך רעד פין די יעדען טאגעדיגע דרשות חז"ל.
אויף דיין ציור איז עס מסתם די זעלבע ווי די ענין ביי משניות. איך דארף לויפען יעצט, אבער כ'וועל מערצשעם נאכקוקען א ירושלמי וואס רעדט וועגן די טעות וואס די נביא האט געמאכט בנוגע די זמן פינעם חורבן. ועוד חזון.

דער ירושלמי וועגן עשרה בטבת רעדט נאר פון א נביא, קיינער וועט זיך נישט וואגן צו זאגן דאס זעלבע אויף די תורה. און דער ענין פון משניות אז מ'האט עס גע'חזר'ט אויסנווייניג לאנגע יארן פאר מ'האט עס אראפגעשריבן זע איך נישט ווי ס'קומט דא אריין לגבי די תורה שנכתבה אש שחורה על גבי אש לבנה מפי הקב"ה.

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:42 pm

· #78473
מוח שליט
די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.

אבער דא קריגן מען זיך נישט פשט אונעם פאעט. פאעטס קריגן זיך יעדער שרייט זיין שטיקל איז בעסער.

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:45 pm

· #78474
נולד מאוחר, ביידע מפרשים - רב ושמואל - קריגן זיך וואסי פשט אין די פאעט - תורה (ועתה כתבו לכם את השירה הזאת).
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און צוויי פראפעסארן וואס קריגן זיך איבער א שטיקל שעיקספעירס?

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:01 am

· #78485
יאיר
נולד מאוחר, ביידע מפרשים - רב ושמואל - קריגן זיך וואסי פשט אין די פאעט - תורה (ועתה כתבו לכם את השירה הזאת).
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און צוויי פראפעסארן וואס קריגן זיך איבער א שטיקל שעיקספעירס?

איך האב פארשטאנען די מהלך אנדרש ווי די זאגסט. אז חז''ל האבן געוויסט די אמתע פשט און האבן נישט געמיינט זייערע דרשות מיט גאנצן ערענץקייט נאר זיי האבן עס געזאגט באופן צי שיין מאכן די תורה , שמועסן אין תורה. וכו. דאס האב איך פארשטאנן אז זיי זענען די פויעטס נישט די משה רבינו אדער גאט. די שטיקלעך פויעט און תורה איז קלאר שירת הזינו שירת ים סוף.

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:11 am

· #78489
נולד מאוחר

דאס האב איך געשריבן אויבן בנוגע דברי אגדה וועלכע זענען געזאגט געווארן פאר די שיינקייט פון די זאך, אבער מח שליט רעדט לגבי די דרשות חז"ל להלכה.
יעצט, דו פרעגסט ווי אזוי איז שייך זיך צו קריגן אין דברי אגדה ווען אלעס איז בלויזע פאעזיע? אויף דעם מיין איך איז דער ענטפער אז יעדער אמורא האט געהאט אן אייגענע אייגנארטיגע מהלך פון דרש, און מען האט אלעס צוזאמגענומען אין מדרשים אדער אין גמרא, עס איז לאו דוקא א ביטערע מחלוקת וואו מען רייסט זיך ארום הענט און פוס. ועי' בויכוח הרמב"ן ובאגרת לרבינו אברהם בן הרמב"ם שהסבירו היטב ענין דברי אגדה.

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:26 am

· #78495

סקען זיין אז די תנאים ואמורים האבן זיך נישט אורמגעריסן אבער די עורכים האבן עס גענומען מטי גאנצן ערענסקייט. אגאנצע בלאט אהון און ציריק ואידך ואידך ביז וואוו לא דריש.
דרך אגב דאס אפטיילן הלכה דרוש פון אגדא דרוש איז נישט פשוט .
כהאב מיך שוין אנגעשטויסען כמה פעמים ווי די גמ ' פראבירט ארויס לערנען אן הלכה און די גמ 'ברענגט א ראי' פון א רבה בר חנה גמ'.

kliger » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:28 am

· #78498
למעשה זייער אסאך עיקרי היסוד זענען מדברי חז"ל
לדוגמא: עולם הבא,גוף ונשמה,תחיית המתים,מז"ל,און נאך הונדערטער ואכה"ל

די תורה רעדט אייביג נאר פון שכר אויף עולם הזה,ונתתי עשב בשדך,

די ענין האב איך געברענגט,ווייל אויבן איז איינער געשפרינגען אדער אידישקייט אדער להבדיל קריסטיעניטי און איסלאם.

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:52 am

· #78504
אויב דאס איז דער פראבלעם האט דאך שלום דין געקענט ווערן א צדוקי...

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 1:52 am

· #78512
נולד מאוחר שרייבט,
איך האב פארשטאנען די מהלך אנדרש ווי די זאגסט. אז חז''ל האבן געוויסט די אמתע פשט און האבן נישט געמיינט זייערע דרשות מיט גאנצן ערענץקייט נאר זיי האבן עס געזאגט באופן צי שיין מאכן די תורה , שמועסן אין תורה. וכו. דאס האב איך פארשטאנן אז זיי זענען די פויעטס נישט די משה רבינו אדער גאט. די שטיקלעך פויעט און תורה איז קלאר שירת הזינו שירת ים סוף.

איך מיין אז עס איז אזוי ווי יאיר זאגט. מען לערנט אפ די דינע הרגשמליך פינעם טעקסט. אזוי ווי ווען א מענטש רעדט קען מען זעהן דעם סאבטעקסט פין זיינע ווערטער, אזוי אין אלף פעמים ככה קען מען אפרלערנען דבר ה'. וביותר אויב קוקט מען גיט זעהט מען אז די גאנצע תורה איז פאעזיע ועתה כתבו לכם את השירה הזאת (העט טיפ, יאיר) נעם סיי וואסארע פסוק וועסטו זעהן די פאעזיא.

לאמיר קוקען די וואכעדיגע פרשה זייער פונקטליך אין אביעקטיוו. וידבר אלקים אל משה, ויאמר אליו אני ה'. דאס איז נישט געשריבען ווי איינער דערציילט א מעשה. ווען מען וויל זאגען טריקענע פאקטן, זאגט מען ויאמר אלקים אל משה, אני ה'. איבערזאגען די זעלבע זאך מיט אנדערע אויסשפריכען איז געשריבען שרייבעריש דראמאטיש. איך מיין אז אפי' די ווערטער וידבר אלקים, קומט נישט אזוי מצד די פשוטע מבנה הלשון. עס דארף ווען שטיין ואלקים אמר אל משה אני ה'.

וארא אל אברהם, אל יצחק, ואל יעקב. פארוואס נישט וארא אל אברהם, יצחק, ויעקב? עס איז אבער מער דראמאטיש איך האב מיך באוויזען צו אברהם, צו יצחק, צו יעקב. עס איז שענער ווי זאגען איך האב מיך באוויזען צו אברהם, אין יצחק, אין יעקב.

ושמי ה' לא נודעתי להם. היה צ"ל, ולא נודעתי להם שמי ה'. ווען מיר רעדן סתם אזוי זאגען מיר 'אין איך האב זיי נישט מודיע געווען מיין נאמען משה'. נישט, אין מיין נאמען משה האב איך זיי נישט מודיע געווען. אבער מצד פאעזיע איז שענער דוקא צו זאגען 'אין מיין נאמען משה האב איך זיי נישט מודיע געווען.

איך מיין אז מיר קענען זעהן אז עס איז שענער אין מער דראמאטיש די וועג וואס די פסוק זאגט. אבער פאר די פאן אף איט לאמיך זאגען וואס איך האב אמאל געהערט פין איינעם וואס איז טאקע די נקודה פין שיינקייט דערין.

די נקודה איז אז מען בויעט אויף סוספענס. 'אין מיין נאמען ה'', נו וואס איז מיט דיין נאמען ה', דו זאגסט דאך גארנישט, די האלטסט מיך אין די דארק. איך האב נאך נישט די מינדעסטע מושג וואס דא קומט. אין פלוצלינג מיטן צולייגן 'לא נודעתי להם', האסטו באלאכטען דעם ערשטען זאץ אויך.
משא"כ ווען מען שרייבסט אין האב נישט מודיע געווען.... א.ק. יעצט ווייס איך עפעס, די ווערטער פאר זיך אליין זענען נישט קאמפליטלי אומבאוויסט, איך ווייס וואס דו זאגסט מיט די ווערטער. אוודאי וויל איך נאך הערן וואס דו האסט נישט מודיע געווען, אבער עט ליסט איך הער שוין די האלבע מעשה. משא"כ ווען מען פאנגט אהן מיט ושמי ה', איז מען קאמפליטלי אין די דארק.

די נעקסטע צוויי פסוקים פאנגען זיך ביידע אהן מיט 'וגם'. דאס איז געשמאק.
איך מיין דעט איים פריטשינג טו די קווייער, יעדער ווייסט דאס שוין, איא? די תורה איז געשריבען פאעטיש. נקודה.

אבער צוריק צו יאיר'ס שאלה. וואס איז פשט מיט די ביליאנען וואס זענען אויסגעשטארבען שלשת ימי אפילה. דאס איז שוין דברה תורה בלשון הבאי. אין אויך איז לאו דוקא אז זיי מיינען אז דאס איז פשט אין פסוק. מען וויל ארויסברענגן אז גאר אסאך מענטשען האבען ליב געהאט מצרים אין געוואלט בלייבען, טרעפט מען א שיינע ווערטל אויף וואס עס צו זאגען. וחמושים עלו בני ישראל, איינס פין פינעף, פיפציג א.א.וו. די דרוש דא איז נישט אז מען פרובירט צו זאגען אז דאס איז די פסוק. אין אויך מיינט מען בכלל נישט פופציג, נאר גוזמא קתני. אפי' די תורה שבכתב שטייט אז דברה תורה בלשון הבאי, איז דאך אוודאי אזוי ביי געשמאקע ווערטליך פין חז"ל. [בזכרוני אז די רבינו יונה ברכות זאגט אויף די דרשה וצפונך תמלא בטנם (ערשטע פרק) אז מען ניצט די דרשה לזכרון בעלמא. וכמדומה אז ר' אברהם בן הרמב"ם זאגט אויף עשר בשביל שתתעשר אז מען נישט דעם פסוק פאר די געשמאק פין דרשה. איך מיין ער זאגט אז עס איז 'למליצת השיר']

דא האבען מיר א גיטע ציור פין וואס איך האב דערמאנט אין פריערדיגע פאוסטס וועגן די פארשידענארטיגע לעוועלס פין הבנה אין אידישקייט. די כיתה א' לעוועל זאגט אז אוודאי האבען זיי געמיינט דוקא צו זאגען אז עס איז געווען ביליאנען מענטשען אין ח"ו צו טראכטען אנדערש. ביי זיי ווי מער weird, אלס בעסער. עס איז דא אן עקסטרע געשמאק צו מאכען אויסקוקען די תורה זייער שווער אין נישט לאגיש ח"ו.

די כיתה א' אידן מיינען אז זיי טוען גאט א טובה מיט לערנען אזעלעכע שטותים. ביזדערווייל מאכט דאס אסאך ווייטאג פאר די אמתע מענטשען. אבער אז מען גייט צום נעקסטען לעוועל, אין מען איז נישט ביזי פייטן אין זיין ברוגז אויף די נערנים, קען מען באמת טרעפען שיינע אמתע זאכען. [איך האף אז איך סאונד נישט ווי א kiruv clown, דעי וואס פרובירן צו שוגערקאוטען די תורה מיט האלבע ליגענטס. איך זאג וואס איך טראכט באמת, אין איך וויל הערן ווי איך בין ראנג.]

יאיר, בנוגע וואס די זאגסט וועגן א' מיט ו': האו עבאוט דיס. ברענג פינעף צען רענדאם הלכהדיגע דרשות. אדער די קענסט אפי' אויספיקען דוקא אפאר שווערע. אין לאמיר אלע דא זעען צו מיר קענען מאכען סענס פין עס, אין ע ריעל וועי. לעטס גיוו איט אן אונעסט שאט. are you game?

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 1:55 am

· #78513
יאיר
אויב דאס איז דער פראבלעם האט דאך שלום דין געקענט ווערן א צדוקי...

אין האבען די בייתוסים אן היז קעיס?

kliger » דינסטאג יאנואר 8, 2013 2:25 am

· #78514
א שיינע הסבר הרב מוח.
וואס טוט זיך אבער מיט אלע מעשיות,למשל אלע מעשיות פון סדום און אז זעקת סדום די קול מיינט פון ריבה אחת וואס די בינען האבן צוביסן.
עס איז דא אן שיעור לאנגע דיטעילד מעשיות וואס איז געבויט אויף איין ווארט.
און וואס איז מיט די מחלוקת צו איוב לא היה ולא נברא
און די אלע דיטעילס פון א סורר ומורר וואס צוליב דעם זאגט מען אז לא היה ולא נברא,איי די אלע פסוקים?דרוש וקבל שכר

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 2:59 am

· #78515
קליגער שרייבט,
ואס טוט זיך אבער מיט אלע מעשיות,למשל אלע מעשיות פון סדום און אז זעקת סדום די קול מיינט פון עריבה אחת וואס די בינען האבן צוביסן.
עס איז דא אן שיעור לאנגע דיטעילד מעשיות וואס איז געבויט אויף איין ווארט.
און וואס איז מיט די מחלוקת צו איוב לא היה ולא נברע
און די אלע דיטעילס פון א סורר ומורר וואס צוליב דעם זאגט מען אז לא היה ולא נברע,איי די אלע פסוקים?דרוש וקבל שכר

איוב לא היה ולא נברא איז פשוט ציקער זיס. די חז"ל האבען געהאט די דרייסטקייט צו זאגען אויף א גאנצע ספר פין די כד' ספרי קודש, אז עס איז פיקציע. זיי האבען פשוט געזעהן אז די נביא האט עס נישט געמיינט ערענסט. אזוי ווי גיטע פיקציע זאגט אונז די פלאגענישען אין ראנגעלנישען פין די מענטש, אזוי האבען זיי פארשטאנען אז די לאנגע אויסגעצויגענע מעשה פין איוב איז פיקציע.
נו, האסטו דאך מיט דעם אליינס מסביר געווען וויאזוי מען קען ראויג אפלערנען די מעשה פין ריבה אחת. אז חז"ל קענען זאגען אויף א סיפור וואס ווערט דערציילט איבער א גאנצע ספר נביא אז די נביא וויל זאגען שיינע אין טיפע זאכען, אין האט עס אראפגעלייגט אין פארום פין א סיפור, אבער בעצם איז לא היה ולא נברא. איז דאך א ק"ו אז די זעלבע קען זיין אויף מדרשי חז"ל.
אבער איך וויל נאך נאכקוקען די מדרשים פין ריבה אחת. עס קען זייער מעגליך זיין אז זיי זעהן די מעשה פין די רמזים פינעם טעקסט. אבער אפי' נישט איז אויך גיט כנ"ל.

עס קיקט אונז אויס זייער געוואגט אין אפשר אפי' מאדנע דאס וואס חז"ל האבען אנע פראבלעמען רעלעגעיטעד א גאנצע ספר נביא צו די פיקציע סעקשאן אינעם ספרים שראנק. אבער עס איז מעגליך אז דאס וואס מיר קוקען עס אן מאדנע נעמט זיך ווייטער פין כיתה א', מיט זייער קינדישע פרומקייט. זיי האבען ארויסגענומען די אמתדיגקייט פין אידישקייט אין אנגעפילט מיט אמונות טפילות. אפשר אהן זיי וואלטען אונזער וועג פין טראכטען פין די הגדרה פין תורה שבכתב געווען אויף אזא אופן וואס עס וואלט געווען פאר אונז מובן אין פשוט אז מען קען אפלערנען א גאנצע ספר נביא אלס פיקציע. [פארשטייט זיך איך מיין נאר צו פארשטיין חז"ל, נישט אויף די אייגענע האנט וד"ל]
די רמב"ם זאגט אויף מעשה מרכבה פין יחזקאל אז די גאנצע סעט אפ איז די מהלך הכוכבים. אין ער לייגט צו אז די מהלך איז אויסגעשטעלט לויט די בבלישער ידיעה פין די כוכבים וגלגלים. אין ער פירט אויס אז היינט (בימיו פינעם רמב"ם) ווייסען מיר אז די בבלים האבען זיך טועה געווען. עי' אברבנאל אנהייב (אדער הקדמה) ספר יחזקאל ווי ער זאגט אז עס קומט אויס לויט די רמב"ם אז יחזקאל האט נישט געזאגט ריכטיג. דא זעהט מען נאכאמאל אן אנדער צוגאנג צו זאכען.

מיט דעם צוגאנג איז פשוט אז זיי האבען באמת פארשטאנען אז די פסוקי התורה פין בן סורר ומורה איז א שיינע מוסר דרשה, וואס די תורה האט נישט געמיינט ליטעראל, אלא דרוש וקבל שכר.
ממש פארקערט ווי די, ביי אלע מראה מקומות וואס די צייכענסט צו, זעה איך באמת שיינע איידיעס אין דרייסטע דברי אמת דא.

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 3:13 am

· #78516
יאיר שרייבט,
און דער ענין פון משניות אז מ'האט עס גע'חזר'ט אויסנווייניג לאנגע יארן פאר מ'האט עס אראפגעשריבן זע איך נישט ווי ס'קומט דא אריין לגבי די תורה שנכתבה אש שחורה על גבי אש לבנה מפי הקב"ה.
איך בין נישט קלאר וואס די מיינסט דא.

די האסט געשריבען אז,
מח שליט, איך זע נישט וואס דו טוסט אויף. למעשה זענען דא הונדערטער הכא במאי עסקינן'ס אין גמרא וואס פארדרייען לגמרי פשט אין א משנה אדער א פסוק בלויז ווייל מען האט א סתירה צווישן צוויי משניות/פסוקים און מען קען דאך נישט זאגן אז איינס איז נישט ריכטיג. ביי שעיקספעירס איז די מחלוקת וואס איז דער פשוט'ער פשט, אבער קיינער וועט נישט אריינלייגן עטליכע שורות אדער פארדרייען אינגאנצן דעם פשוט'ן פשט בלויז ווייל שעיקספעיר אדער אן אנדער שרייבער פון די זעלבע תקופה שרייבט אויף אן אנדער פלאץ פארקערט און ביידע מוזן שטימען
הייסט דאס אז די פרעגסט מיך פין די אלע משנה'ס

האב איך דיר געעטפערט אז,
ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט
ד.ה. איך עטפער אז משנה'ס איז אן אנדער זאך ווי די תורה שבכתב. דארט איז מכח טעותים.

סאו וואס פרעגסטו ווייטער מיט אש שחורה על גבי אש לבנה?

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 10:23 am

· #78550
מח שליט
יאיר, בנוגע וואס די זאגסט וועגן א' מיט ו': האו עבאוט דיס. ברענג פינעף צען רענדאם הלכהדיגע דרשות. אדער די קענסט אפי' אויספיקען דוקא אפאר שווערע. אין לאמיר אלע דא זעען צו מיר קענען מאכען סענס פין עס, אין ע ריעל וועי. לעטס גיוו איט אן אונעסט שאט. are you game?

הממ. קודם דארף איך וויסן וואס גייט געשען אויב דו גייסט נישט קענען מאכן סענס פון עס, עס מוז זיין א פעיר דיעל...
אבער לאמיר לייגן אין א זייט די הלכה'דיגע דררשות לעת עתה. לאמיר קודם לערנען פשוט פשט אין א פסוק חומש וואס דו האסט דערמאנט. וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב באל שדי ושמי ה' לא נודעתי להם. אויב דו קענסט מיר זאגן א געשמאקער פשוט'ער פשט אין די ווערטער, נעם איך זיך אונטער מער נישט צו דרייען א קאפ איבער די ואוין. מסכים 😉.

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 10:27 am

· #78551

איך האב זיך באצויגן אויף דעם וואס דו האסט מיר געענטפערט:
אויף דיין ציור איז עס מסתם די זעלבע ווי די ענין ביי משניות. איך דארף לויפען יעצט, אבער כ'וועל מערצשעם נאכקוקען א ירושלמי וואס רעדט וועגן די טעות וואס די נביא האט געמאכט בנוגע די זמן פינעם חורבן. ועוד חזון.

איך האב פארשטאנען אז דו מיינסט צו זאגן אז אויף די תורה קען מען אויך זאגן דעם זעלבן תירוץ וואס דו האסט גענוצט לגבי משניות, וע"ז השבתי כנ"ל.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 10:40 am

· #78554
אויב איך האב גוט פארשטאנען מוח שליט'ס נקודה, זאגט ער אז פונקט ווי מיט פאעזיע, קען א טעקסט דערהייבן מער ווי איין פשט, ווי אויך א טיפערן מיין ווי עס זעט אויבנאויף אויס ביים פשוט לייענען און פארטייטשן די ווערטער. איך גלייב נישט אז מוח שליט האט געמיינט צו פארגלייכן די תורה צו פאעזיע -- ער האט עס געניצט בתורת משל ודוגמא. פּראָזע, בדרך כלל מיינט וואס זי זאגט און זאגט וואס זי מיינט. ביי פאעזיע איז עס לאו דווקא. דארט קען א ווארט מיינען גאר עפעס אנדערש ווי דעם טרוקענעם טייטש. א פראז קען אויך טראגן מער ווי איין משמעות. דער זעלבער זאץ קען טראגן צוויי גאר אנדערע משמעות'ן אין פראזע און פאעזיע.

דאס קומט נישט דווקא זאגן אז די תורה איז געשריבן געווארן לויט די כללים פון פאעזיע, אדער סיי וועלכן אנדערן זשאנער פון ליטעראטור; עס קומט נאר אנווייזן אז מיר מוזן זיך נישט פילן געצווינגען צו אפלערנען די תורה לויט סיי וואספארא פריער באשטימטע הנחות, ווייל דאס איז נישט קיין אויסגעהאלטענער מהלך אפילו לויט די אלגעמיינע כללים פון ליטעראטור. די כללים פון דער תורה קענען זיין גאר אנדערע -- אריינגערעכנט אזעלכע לויט וועלכע די אלע קשיות און תמיות זענען ניטאמאל שווער.

דיין אנאלאג, מוח שליט, צו כיתה א' לערנען איז זייער גוט -- ווי דיינע תגובות בכלל. א געזונטער שכל הישר זיצט ביי דיר אין קאפ.

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:41 am

· #78574
יאיר
מח שליט
יאיר, בנוגע וואס די זאגסט וועגן א' מיט ו': האו עבאוט דיס. ברענג פינעף צען רענדאם הלכהדיגע דרשות. אדער די קענסט אפי' אויספיקען דוקא אפאר שווערע. אין לאמיר אלע דא זעען צו מיר קענען מאכען סענס פין עס, אין ע ריעל וועי. לעטס גיוו איט אן אונעסט שאט. are you game?

הממ. קודם דארף איך וויסן וואס גייט געשען אויב דו גייסט נישט קענען מאכן סענס פון עס, עס מוז זיין א פעיר דיעל...
אבער לאמיר לייגן אין א זייט די הלכה'דיגע דררשות לעת עתה. לאמיר קודם לערנען פשוט פשט אין א פסוק חומש וואס דו האסט דערמאנט. וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב באל שדי ושמי ה' לא נודעתי להם. אויב דו קענסט מיר זאגן א געשמאקער פשוט'ער פשט אין די ווערטער, נעם איך זיך אונטער מער נישט צו דרייען א קאפ איבער די ואוין. מסכים 😉.

העי, איך פארלאנג גארנישט פין דיר דא. ס'איז פאר מיר פונקט אזוי טשאלענדזינג צו זעהן צו מיר קענען מאכען סענס. די דארפסט מיר גארנישט טון אויב יא, אין איך דארף דיר גארנישט טון אויב נישט.
אויב וועלן מיר מאכען סענס פין די דרשות קענסטו נאך אלץ האלטען אז נאר פונקט די דרשות שטימען אבער אנדערע נישט. אין אויב קריכען מיר נישט ארויס מיט א הבנה, קען איך נאך אלץ האלטן אז די פראבלעם איז אין מיר, נישט אינעם דרוש. פעיר?

מיין פשוט פשט אינעם פסוק פארן אריינקוקען יעצט, איז אז אל שדי איז די מושג פין בעל כח אין געוועלטיגער. אבער הוי"ה איז די הערליכע מושג פין Being, אז די גאנצע עקסיטענץ איז ער. הוי"ה איז א טיפערע לעוועל. דאז דיס דא עניטינג פאר יו? פליז זאג מיר מער אין דיטעיל וואס עס שטערט דיך. אוודאי קען מען זיך מער מעמיק זיין אין די נעמן אין זען פונקטליך ווי אלץ די תורה ניצט עס אין וואס עס מיינט דארט. אבער איך וויל קודם וויסן וואס דיין שאלה איז פונקטליך.

דו שרייבסט אז דו גייסט מיר נישט דרייען א קאפ. איך בין פונקט אזוי אינטערסירט ווי דיר דאס דורכצוטון. אין איך בעט אויסדריקלעך אז נאו האלדס באררד, אויף וויפל ס'איז שייך אויף א פובליק פארום.

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:44 am

· #78575
גם אני מצטרף צי די לעצטע ניין ווערטער פון פשוט קאמפלעצירט'ס פאריגע תגובה.
וגם ליאיר

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:55 am

· #78580
פשוט-קאמפליצירט
אויב איך האב גוט פארשטאנען מוח שליט'ס נקודה, זאגט ער אז פונקט ווי מיט פאעזיע, קען א טעקסט דערהייבן מער ווי איין פשט, ווי אויך א טיפערן מיין ווי עס זעט אויבנאויף אויס ביים פשוט לייענען און פארטייטשן די ווערטער. איך גלייב נישט אז מוח שליט האט געמיינט צו פארגלייכן די תורה צו פאעזיע -- ער האט עס געניצט בתורת משל ודוגמא. פּראָזע, בדרך כלל מיינט וואס זי זאגט און זאגט וואס זי מיינט. ביי פאעזיע איז עס לאו דווקא. דארט קען א ווארט מיינען גאר עפעס אנדערש ווי דעם טרוקענעם טייטש. א פראז קען אויך טראגן מער ווי איין משמעות. דער זעלבער זאץ קען טראגן צוויי גאר אנדערע משמעות'ן אין פראזע און פאעזיע.

דאס קומט נישט דווקא זאגן אז די תורה איז געשריבן געווארן לויט די כללים פון פאעזיע, אדער סיי וועלכן אנדערן זשאנער פון ליטעראטור; עס קומט נאר אנווייזן אז מיר מוזן זיך נישט פילן געצווינגען צו אפלערנען די תורה לויט סיי וואספארא פריער באשטימטע הנחות, ווייל דאס איז נישט קיין אויסגעהאלטענער מהלך אפילו לויט די אלגעמיינע כללים פון ליטעראטור. די כללים פון דער תורה קענען זיין גאר אנדערע -- אריינגערעכנט אזעלכע לויט וועלכע די אלע קשיות און תמיות זענען ניטאמאל שווער.

די ברענגסט ארויס א שיינע נקודה. מען האט געגעבן די תורה אין א געוויסע צייט [אוודאי פאר נצח נצחים] ממילא דארפען מיר געדענקען אז די כללי הפאעזיע קען גיין לויט יענע תקופה.
אבער אפי' היינט קען מען נעמן סיי וואסארא פסוק אין זעהן הערליכע פאעזיע, אזוי כ'האב פרובירט צו ווייזע אויבען. אהנע וויסן פארוואס קומט מיר אויפען געדאנק די הערליכע זאץ השומר אחי אנכי, am I my brothers keeper. פליז זאג מיר נישט אז דעס איז נישט א הערליך שיינע פאעטישע אויסדריק

פשוט-קאמפליצירט

דיין אנאלאג, מוח שליט, צו כיתה א' לערנען איז זייער גוט -- ווי דיינע תגובות בכלל. א געזונטער שכל הישר זיצט ביי דיר אין קאפ.

איים פלעטטענד ביי יור קאנטינענט. 🙂
אין אזוי ווי איך האב געשריבען ווען מיינע סטאקס זענען געווען דאון 😢 . שכל הישר איז א רעלאטיווע זאך. באט טענקס עגעין.
עקסטענדיג מיי טענקס צו דעם וואס איז געבוירען א טראפ שפעט אין טוט דאס זעלבע מיטן קאמפלימענטן 😂

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:07 pm

· #78581

מיין קאנטינענט איז אנטארטיקא. איז, נישט נאר וועסטו ווערן צעפלעטנד, נאר אויך שיין איינגעפרוירן 😢

לגבי דיין נקודה, אוודאי האט די תורה שיינע שטיקער פאעזיע. איך זאג נאר אז בנוסף לזה, קען מען דעם כלל פון מולטי-משמעות ניצן אלס משל פאר אנדערע, לפנים סתירה'דיגע און אומפארשטענדליכע שטעלן און זאצן.

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 1:50 pm

· #78595
פשוט קאמפליצירט שרייבט,
לגבי דיין נקודה, אוודאי האט די תורה שיינע שטיקער פאעזיע. איך זאג נאר אז בנוסף לזה, קען מען דעם כלל פון מולטי-משמעות ניצן אלס משל פאר אנדערע, לפנים סתירה'דיגע און אומפארשטענדליכע שטעלן און זאצן.

עס איז אמת וואס די זאגסט אין איך האלט אויך בערך די זעלבע. אבער לאז מיך אויך זאגען די פאלגענדע.
דו זאגסט אז די תורה האט 'שיינע שטיקער' פאעזיע. לענ"ד איז [כמעט] די גאנצע תורה געשריבען באופן פאעזיע. להבדיל ווי שעיקספעיר, נישט אז ער האט שטיקער פאעזיע. כמעט א יעדע זאץ איז געשריבען מיט דראמא אין פאעזיע.
נעם די פשוטסטע פסוק אין די תורה. וידבר ה' אל משה לאמר. וואס האלטסטו, איז עס פאעזיע? איך האלט אויסדריקלך יא. ערשטענס די ווארט לאמר איז דראמאטיש, עס איז פשוט איבערגעזאגט די זעלבע זאך. גאט האט גערעדט צו משה, גוט, וואס איז די לאמר? די דרוש אז עס מיינט אז ער זאל זאגען פאר די אידן איז א נואנס nuance, א הרגש וואס קומט ארויס פינעם ווארט. די ערשטע אימפרעששאן וואס דאס ווארט ווארפט איז שיינע פאעזיע. איך מיין נישט פאעזיע מיט אלא פיטשענקעס. איך מיין יפוי הלשון, "געקיצעלטע ווערטער" (העט טיפ, באשעוויס זינגער)
אין בכלל דארף ווען צו שטיין וה' אמר אל משה.....
איך ווייז נאר מיט דעם אז די ווערטער זענען געשריבען היבש חכמהדיג.
אבער באמת קען מען אין יעדעמ'ס ווערטער מדייק זיין אין ארויסדרינגען גאר אסאך נקודות. גאר אסאך מאל איז דער מענטש אליינס נישט עומד אויף די נואנסען פין זיינע ווערטער. בלעטער גמרא גייען אוועק דן צו זיין אויב תפוס לשון ראשון אדער לשון אחרון. ברענג אים אהער אין פרעג אים אין פטור א געשעפט? די תירוץ איז אז א' מסתמא ווייסט ער אויך נישט פונקטליך וועלכע ער האט געמיינט ענדערש. ב' אפי' אויב ער זאגט ער ווייסט, מיינט נאכנישט אז ער ווייסט. (אזוי ווי די מעשה אויבען מיטן פראפעסאר אין די פאעט)

ביסט מסתמא גערעכט אז מען קען לויט דעם פארשטיין "סתירהדיגע זאצען". מיין ענין אבער איז געווען דא בנוגע די אלע דרשות חז"ל. אז מען דארף עומד זיין אויף די נואנסען פין יעדען מענטש'ס ווערטער אין אוודאי פין איינע וואס שרייבט דוקא געקיצלט אין געקינצלט. ק"ו בן בנו של ק"ו ביים דבר הוי"ה.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 8, 2013 2:19 pm

· #78603
שוין צייט אפצוטיילען דעם אשכול פון די OTD חברה.

kliger » דינסטאג יאנואר 8, 2013 3:17 pm

· #78620
הרב מוח זייער שיין ארויסגעברענגט

למעשה אבער איז אלעס נאר א guess / theory וואס די תורה,משנה,גמ' מיינט?
למשל וישאר אך נח איז א guess אז א לייב האט אים געביסן?
אז ישיר איז זיכער מכאן לתחיית המתים מן התורה?
מען קען דאך דרשנן הונדערטער וועגן והא ריאה אסאך מאל קריגט מען זיך אין 5 וועגן,
איז מעגליך אז די משנה מיינט גאר עפעס אנדערש און קיינער איז נישט מקיים?

יואליש » דינסטאג יאנואר 8, 2013 4:27 pm

· #78631
כ'האב נישט געליינט אלעס ביז אהער, אבער כ'וויל צוצייכענען דאס ספר לשון לימודים פון רמח"ל ווי ער באארבייט די פארשידענע פארמאטן פון פאעזיע און ברענגט פסוקי תנ"ך פאר דוגמאות

יידל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 4:36 pm

· #78632
קליגער, מיש נישט מדרשי הלכה מיט מדרשי אגדה.

kliger » דינסטאג יאנואר 8, 2013 5:29 pm

· #78639
יידל
קליגער, מיש נישט מדרשי הלכה מיט מדרשי אגדה.

דאס איז נאר א משל....
טויזנטער הלכות און דיוקי הלכות, הרים התליות בשערה, וואס מען לערנט ארויס מיטן זעלבן וועג און צוגאנג

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 5:48 pm

· #78643
יידל
קליגער, מיש נישט מדרשי הלכה מיט מדרשי אגדה.

חז''ל האבן דאס געמישט.

מוח שליט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 7:27 pm

· #78652
kliger
יידל
קליגער, מיש נישט מדרשי הלכה מיט מדרשי אגדה.

דאס איז נאר א משל....
טויזנטער הלכות און דיוקי הלכות, הרים התליות בשערה, וואס מען לערנט ארויס מיטן זעלבן וועג און צוגאנג

נולד מאוחר לייגט צו,
חז''ל האבן דאס געמישט.

ביטע זעטס דא א שטיקל רמב"ם,

ספר מורה הנבוכים חלק ג פרק מג
על צד הדרשות שדרכם ידוע למי שהבין דרכיהם, וזה שהם אצלם כדמות מליצת השיר, לא שהדבר ההוא הוא ענין הפסוק ההוא, ונחלקו בני אדם בדרשות לשני חלקים, החלק האחד, ידמה שהם אמרום על צד באור ענין הפסוק ההוא, והחלק השני, הוא מבזה אותם ויחשבה לשחוק אחר שהוא מבואר נגלה שאין זה ענין הפסוק, והחלק הראשון נלחם ונתגבר לאמת דרשות לפי מחשבתו ולשמרם ויחשוב שהם ענין הפסוק, ושמשפט הדרשות כמשפט הדינין המקובלים, ולא הבינה אחת משתי הכתות שהם על צד מליצת השיר אשר לא יספק ענינם על בעל שכל, והתפרסם הדרך ההוא בזמן ההוא, והיו עושים אותה הכל כמה שיעשו המשוררים מזמרי השיר, אמרו רז"ל תני בר קפרא ויתד תהיה לך על אזניך, אל תקרי אזניך אלא אזניך, מלמד שאם ישמע אדם דבר מגונה יתן אצבעו בתוך אזנו, ואני תמיה אם זה התנא אצל אלו הסכלים כן יחשוב בפירוש זה הפסוק, ושזאת היא כונת זאת המצוה, ושהיתד הוא האצבע, ואזניך הם האזנים, איני חושב שאחד ממי ששכלו שלם יחשב זה, אבל היא מליצת שיר נאה מאד, הזהיר בה על מדה טובה, והוא כי כמו שאסור לומר דבר מגונה, כן אסור לשמעו, וסמך זה לפסוק על צד המשל השיר, וכן כל מה שיאמר במדרשות אל תקרי כך אלא כך, זהו ענינו

אגדתא איז מליצת השיר. אין לויטן רמב"ם איז מען א סכל צו טראכטען אז חז"ל האבען געהאלטן אז דאס איז פשט אין פסוק.

קוק דא ווי די רמב"ם מאכט אויף אייגענע תורה'לעך אויפן פסוק בבחינת מליצת השיר.
ספר מורה הנבוכים חלק ב פרק כד
אני אומר ע"צ מליצת השיר, השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם, ר"ל שהשם לבדו ידע אמתת השמים וטבעם ועצמם וצורתם ותנועותם וסבותם על השלמות, אמנם מה שתחת השמים נתן יכולת לאדם לדעתו, מפני שהוא עולמו וביתו אשר ירד בו והוא חלק ממנו

מיט דרשות להלכה איז שוין נישט אזוי פשוט. בזכרוני אז די רלב"ג האלט אליבא דרמב"ם אז דרשות להלכה זענען אויך אויפן זעלבן בחינה. [איך דארף נאכזוכען דאס פלאץ]. אבער לענ"ד דאכט זיך איז דאס נישט אזוי מסתבר. אזוי ווי מען האט דא געשריבען, בלעטער גמרא גייען אוועק אויף דרשות להלכה אהין אין צוריק. ס'איז נישט מסתבר אז זיי האבען געהאלטען אויף די הלכהדיגע דרושים אז עס איז סתם תורה'לעך.
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס מען האלט אין איין ברענגען אגדתא דרשות. אויף דעם איז דאך גאנץ קלאר אז עס איז מליצת השיר.

דעס וואס קליגער טענהט אז זיי האבען גענוצט ביי ביידע די זעלבע מהלך. אוודאי וועט מען ביי ביידע פעלער דרשנ'ן די ווארט 'אך' פאר א מיעוט. עס איז דאך טאקע א מיעוט. אבער אויף איין פלאץ וועט מען דערציילען א שיינע מעשה מיט א לייב. אין מען פארלאזט זיך אז די וועסט פארשטיין אז די מעשה האט געקענט פאסירן מיט א בער אין נישט מיטן לייב. אין אויך פארלאזט מען זיך אז דו פארשטייסט אז די נקודה איז נאר ארויסצוברענגען אז דער נח וואס איז שוין יא געבליבען "וישאר" איז אבער געווען "אך", דאס הייסט קוים ארויס מיט גאנצע גלידער.
לענ"ד איז די דרש אז די תורה איז מרמז א מיעט אין דעם נח איז א שטארקע אמת. אבער די דעטאלען זענען נאר שיין צו מאכען די מעשה. אסאך מאל איז די גאנצע דרש אויך נישט לעיכובא. אבער דא מיין איך גראדע אז מען זעט באמת די כלליותדיגע נקודה אינעם לשון. אויב מיר ווייסען אז די תורה איז געשריבען געווארען געקינצלט אין געקיצלט איז דאך מסתבר אז מען זעהט דאס דא. פארשטייט זיך לאו דוקא מתיר צו זיין אן עגונה.
אין במקום א הלכה וועט מען זיין אסאך מער פונקטליך אין יעקיש. אדרבא לאמיר זעהן. ברענג אפאר דרושים להלכה.

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 8:54 pm

· #78666
מוח שליט
יאיר
מח שליט
יאיר, בנוגע וואס די זאגסט וועגן א' מיט ו': האו עבאוט דיס. ברענג פינעף צען רענדאם הלכהדיגע דרשות. אדער די קענסט אפי' אויספיקען דוקא אפאר שווערע. אין לאמיר אלע דא זעען צו מיר קענען מאכען סענס פין עס, אין ע ריעל וועי. לעטס גיוו איט אן אונעסט שאט. are you game?

הממ. קודם דארף איך וויסן וואס גייט געשען אויב דו גייסט נישט קענען מאכן סענס פון עס, עס מוז זיין א פעיר דיעל...
אבער לאמיר לייגן אין א זייט די הלכה'דיגע דררשות לעת עתה. לאמיר קודם לערנען פשוט פשט אין א פסוק חומש וואס דו האסט דערמאנט. וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב באל שדי ושמי ה' לא נודעתי להם. אויב דו קענסט מיר זאגן א געשמאקער פשוט'ער פשט אין די ווערטער, נעם איך זיך אונטער מער נישט צו דרייען א קאפ איבער די ואוין. מסכים 😉.

העי, איך פארלאנג גארנישט פין דיר דא. ס'איז פאר מיר פונקט אזוי טשאלענדזינג צו זעהן צו מיר קענען מאכען סענס. די דארפסט מיר גארנישט טון אויב יא, אין איך דארף דיר גארנישט טון אויב נישט.
אויב וועלן מיר מאכען סענס פין די דרשות קענסטו נאך אלץ האלטען אז נאר פונקט די דרשות שטימען אבער אנדערע נישט. אין אויב קריכען מיר נישט ארויס מיט א הבנה, קען איך נאך אלץ האלטן אז די פראבלעם איז אין מיר, נישט אינעם דרוש. פעיר?

מיין פשוט פשט אינעם פסוק פארן אריינקוקען יעצט, איז אז אל שדי איז די מושג פין בעל כח אין געוועלטיגער. אבער הוי"ה איז די הערליכע מושג פין Being, אז די גאנצע עקסיטענץ איז ער. הוי"ה איז א טיפערע לעוועל. דאז דיס דא עניטינג פאר יו? פליז זאג מיר מער אין דיטעיל וואס עס שטערט דיך. אוודאי קען מען זיך מער מעמיק זיין אין די נעמן אין זען פונקטליך ווי אלץ די תורה ניצט עס אין וואס עס מיינט דארט. אבער איך וויל קודם וויסן וואס דיין שאלה איז פונקטליך.

דו שרייבסט אז דו גייסט מיר נישט דרייען א קאפ. איך בין פונקט אזוי אינטערסירט ווי דיר דאס דורכצוטון. אין איך בעט אויסדריקלעך אז נאו האלדס באררד, אויף וויפל ס'איז שייך אויף א פובליק פארום.

טעיק איט איזי, איך האב דאך צוגעלייגט א זיסע שמייכעלע און צוגאב צו א בלינק מיט די אויגן צו מרמז זיין אז דאס איז נאר.... עה, ווי אזוי רופט מען עס נאר? אה, פאעטיש...
מיין ציל מיט'ן ברענגען דעם פסוק איז אז א פסוק דארף האבן א פשוט'ער פשט. אויב דו גייסט מיר יעצט אנהייבן זאגן תורות אז שדי איז מרמז אויף איין בחינה און הויה אויף א צווייטע בחינה, און דאס האט דער באשעפער געמיינט צו זאגן אז די אבות האבן נישט משיג געווען א געוויסע בחינה, איז דאס נישט פשוט פשט, און דאס איז אויך נישט פאעטרי אין די ווערטער פונ'ם פסוק, נאר א פארדרייטע פשט. עס איז טאקע פונקט גוט פאר א שיינע תורה נאכצוזאגן ביים שבת טיש, אבער נישט ווען מיר קוקן אויף די תורה מיט דעם זעלבן קריטיקעל צוגאנג וואס פראפעסארן נוצן צו אנאליזירן שעיקספעירס.
לאמיר דא עס אביסל צולייגן. ווען עפעס איז פאעטרי גיבט דאס נאך נישט א היתר צו קענען אריינלערנען וועלכער פשט מיר ווילן און דאס אנרופן בתורת פשוט פשט אז דאס איז די פשוט'ע כונה פונ'ם פאעט. עס גיבט אויך נישט קיין היתר צו אריינקוועטשן און צולייגן גאנצע שטיקער וואס שטייט נישט אינ'ם טעקסט, בלויז ווייל א ווארט איז איבריג. אדרבה, ביי פאעטרי ווען א ווארט איז איבריג מיינט דאס גארנישט, עס מיינט נאר אז דער פאעט האט געהאלטן אז דער ווארט פארשענערט דעם טעקסט, נישט צו דרש'נען נייע הלכות וואס ווערן אינגאנצן נישט דערמאנט. למשל דעם ענין פון בן סורר ומורה וואס קלוגער האט פריער דערמאנט. די תורה הייסט פארשטיינערן א חוצפה'דיגער זון וואס רעוואלטירט קעגן דעם טאטן, קומען חז"ל און לערנען ארויס פון איננו שומע בקולנו אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול, וואס מיינט אז עס איז כמעט אוממעגליך עס זאל פאסירן. דאס איז נישט געלערנט א טיפער אריגינעלער פשט אין פאעטרי, דאס איז צוגעלייגט הררים התלויים בשערה, אין דער צייט וואס דער שערה עקזיסטירט אפילו נישט, ווייל איננו שומע בקולנו איז פשוט א פאעטישער אויסדריק און מיינט גארנישט ספעציעל. לערנען פשט אין פאעזיע מיינט זיך צו דערגריטעווען צו די כונה וואס דער פאעט וויל ארויסברענגען, די געפילן וואס ער האט געשפירט בשעת'ן עס שרייבן, פארשטיין וואס איז א משל און וואס איז א נמשל, וואס איז פיקציע און וואס איז היסטאריע, נישט קוועטשן אויף איבריגע אותיות און ווערטער. ווען דו ווילסט מיר זאגן אז דער נחש הערום מיינט עפעס א טיפערער באדייט ווי אז א שלאנג האט גערעדט, דאן איז דאס אפגעלערנט פאעזיע, ווען דו זאגט מיר אז די עלטערן פון בן סורר ומורה מוזן האבן דעם זעלבן קול, איז דאס גוט אזוי לאנג ווי עס איז מקובל איש מפי איש ממשה בסיני, אויב נישט וואלט עס נישט געהאט קיין פירוש. נישט קיין חילוק וויפיל דער הכתב והקבלה אדער מלבי"ם וועט אונז פרובירן איינצורעדן אז מען קען בכלל נישט לערנען אנדערש פשט אין פסוק.
אויך וויל איך צולייגן, אז דער פאעטישער וועג פון שרייבן זעט מען נישט אין די גאנצע תורה, בעיקר איז עס אין בראשית און אנהייב שמות, סוף במדבר, און א גרויס חלק פון ספר דברים. די איבריגע חלקים, בפרט די ויקרא סדרות אויף וואס רוב דרשות חז"ל להלכה איז געבויט, איז בכלל נישט געשריבן פאעטיש, פונקט פארקערט, עס איז געשריבן אויף א פארמאטערנדע, לאנגווייליגע אופן, אריינגעשטיפט בערג מיט פרטים איבעראל, בכלל נישט אויף א פאעטישער סטיל. איך מיין אז דאס איז דירעקט געשריבן אזוי כדי מען זאל פארשטיין אז דאס זענען נישט קיין משלים, נאר הלכות למעשה וואס מען מוז פאלגן גענוי ווי עס שטייט, אן קיין חכמות.
נ. ב. איך בין זיך מצרף צו די בקשה פון שמעקעדיג מען זאל אפטיילן דעם אשכול.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:57 am

· #78756
יאיר

טעיק איט איזי, איך האב דאך צוגעלייגט א זיסע שמייכעלע און צוגאב צו א בלינק מיט די אויגן צו מרמז זיין אז דאס איז נאר.... עה, ווי אזוי רופט מען עס נאר? אה, פאעטיש...

מיר האבען א לייו עקזעמפל פין דיפערענץ אף אפיניאן אין אפלערנען א טעקסט. עס קוקט מיר אויס אז די האסט געפילט א שטיקלע גערעגטשאפט אדער אויפגקאכטקייט אין מיינע ווערטער. לא מיניה ולא מקצתיה. איך האב זייער הנאה פין דעי דיסקאשען. (.I'm curious if the word "hey" threw you off. You possibly don't realize that in the hip-cool culture it has a whole different connotation. )

יאיר

עס איז טאקע פונקט גוט פאר א שיינע תורה נאכצוזאגן ביים שבת טיש, אבער נישט ווען מיר קוקן אויף די תורה מיט דעם זעלבן קריטיקעל צוגאנג וואס פראפעסארן נוצן צו אנאליזירן שעיקספעירס.

קוק, למשל ווען די וואלסט מיך געפרעגט פשט אין די ווערטער ויחר אף ה'. וואלט איך אוודאי געענטפערט אז עס איז נאר א לשבר את האוזן, אין עס מיינט נישט צו זאגען אז דער אייבערשטער האט א נאז ח"ו. אויב זאגסטו מיר דעמאלטס אז די ווילסט עס דורך טון אזוי ווי פראפעסארס, דארף מען פארשטייט זיך זעהן צו מצד אונזער פשוטע שכל פארשטייען מיר אז די רמב"ם'ס מהלך איז טאקע געווען פשוט פשט אין פסוק בימי המקרא. מען קען אפי' טראכטען צו די רמב"ם האט בכלל געמיינט צו זאגען אז אזוי האט מען אייביג געזאגט פשט, אדער אז ער איז מודה אז ער טוישט יעצט די פשט. וועגן דעם האב איך ספעספיקלי געבעטען אז די זאלסט מיר בעסער מסביר זיין דיין שאלה. אויך האב איך צוגעלייגט אז פאר מער עמקות דארפען מיר אנאלאזירען אלע אנדערע פלעצער ווי די תורה זאגט די ענין פין שמות של הקב"ה.
פארשטייט זיך אז איך בין נישט זיכער צו איך בין גענוג באהאווענט אין די נושא פין אזא שטאנדפונקט, אין מכח נאך סבות וד"ל, ווייס איך נישט צו איך וועל האבען א צופרידענשטעליגער הבנה. אבער אייל גיוו איט מיי בעסט שאט. סטעי טונד.

יאיר

למשל דעם ענין פון בן סורר ומורה וואס קלוגער האט פריער דערמאנט. די תורה הייסט פארשטיינערן א חוצפה'דיגער זון וואס רעוואלטירט קעגן דעם טאטן, קומען חז"ל און לערנען ארויס פון איננו שומע בקולנו אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול, וואס מיינט אז עס איז כמעט אוממעגליך עס זאל פאסירן. דאס איז נישט געלערנט א טיפער אריגינעלער פשט אין פאעטרי, דאס איז צוגעלייגט הררים התלויים בשערה, אין דער צייט וואס דער שערה עקזיסטירט אפילו נישט, ווייל איננו שומע בקולנו איז פשוט א פאעטישער אויסדריק און מיינט גארנישט ספעציעל. לערנען פשט אין פאעזיע מיינט זיך צו דערגריטעווען צו די כונה וואס דער פאעט וויל ארויסברענגען, די געפילן וואס ער האט געשפירט בשעת'ן עס שרייבן, פארשטיין וואס איז א משל און וואס איז א נמשל, וואס איז פיקציע און וואס איז היסטאריע, נישט קוועטשן אויף איבריגע אותיות און ווערטער. ווען דו ווילסט מיר זאגן אז דער נחש הערום מיינט עפעס א טיפערער באדייט ווי אז א שלאנג האט גערעדט, דאן איז דאס אפגעלערנט פאעזיע, ווען דו זאגט מיר אז די עלטערן פון בן סורר ומורה מוזן האבן דעם זעלבן קול, איז דאס גוט אזוי לאנג ווי עס איז מקובל איש מפי איש ממשה בסיני, אויב נישט וואלט עס נישט געהאט קיין פירוש. נישט קיין חילוק וויפיל דער הכתב והקבלה אדער מלבי"ם וועט אונז פרובירן איינצורעדן אז מען קען בכלל נישט לערנען אנדערש פשט אין פסוק.

גערעכט די ביסט. כ'האב נישט משים לב געווען צום אופן הדרוש. קליגער האט צאמגעשטעלט איוב'ס לא היה ולא נברא צום בן סורר'ס לא היה ולא נברא. אויף דעם איז געווען מיין רעספאנס אז די קאנסעפט פין לא היה ולא נברא איז קול ענות גבורה, נישט קול ענות חלושה.
בנוגע דעם דרוש פין איננו שומע בקולנו האסטו א גיטע פוינט. נו אויב אזוי האב איך יעצט איין דרוש וואס מיר/איך דארפען אדורכטון אין זעען ווי מיר וועלן ארויסקריכען. ווי דערמאנט אויבען עס וואלט ווען גוט געווען אז די שטעלסט אהער נאך אפאר אין מיר וועלן זעען אויב די אין איך צוזאמען וועלן האבען א מהלך. (no sarcasm intended , nor any sugarcoating. If it works it works and if it doesn't it doesn't) מיר ווילען זעען צי מיט אונזער שכל קען מען האבען א באגריף אין דעי מינע דרשות חז"ל.

אגב איך האב דיר אויבען צוגצייכנט די כוזרי פין ממחרת השבת. איך האב קיינמאל נישט עומד געווען אויף די שיינקייט אין אמתדיגקייט פין זיין ווארט. פליז פאר די סעיק פין זיין אביעקטיוו, קוק וויאזוי איך האב עס מסביר געווען אויבען אין לאז מיך וויסען צו די זעהסט נישט א שיינעם אור אין א ענין וואס סתם אזוי וואלט אויסגעקוקט היפך השכל הישר.

המשך יבא....

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 9, 2013 4:34 pm

· #78818
יאיר שרייבט
אויך וויל איך צולייגן, אז דער פאעטישער וועג פון שרייבן זעט מען נישט אין די גאנצע תורה, בעיקר איז עס אין בראשית און אנהייב שמות, סוף במדבר, און א גרויס חלק פון ספר דברים. די איבריגע חלקים, בפרט די ויקרא סדרות אויף וואס רוב דרשות חז"ל להלכה איז געבויט, איז בכלל נישט געשריבן פאעטיש, פונקט פארקערט, עס איז געשריבן אויף א פארמאטערנדע, לאנגווייליגע אופן, אריינגעשטיפט בערג מיט פרטים איבעראל, בכלל נישט אויף א פאעטישער סטיל. איך מיין אז דאס איז דירעקט געשריבן אזוי כדי מען זאל פארשטיין אז דאס זענען נישט קיין משלים, נאר הלכות למעשה וואס מען מוז פאלגן גענוי ווי עס שטייט, אן קיין חכמות

הקדמה.
מען קען נישט אויפווייזען דקותדיגע פאעטישע אויסדריקען, מיט גראבע הוכחות. מיר מיזען ביידע זיין גרייט זיך באמת גיט אויסהערן איינעם דעם צווייטן. מיר דארפען זיין באמת אפען צו דעם קול דממה דקה וואס קען אין וועט פארוואסערט ווערן ברגע מען מאכט נישט שטיל דעם גאנצען ארום.
הנחות קדומות לכאן אדער לכאן איז נישטא יעצט. מיר דארפען הערן די ווערטער מיט אירע נואנסען, ווי גלייך מיר האבען נישט קיין אהנוג פין ווי די ווערטער קומען.
לאמיר מצייר זיין אז די ווערטער שטייען אין די קאודס פין חמוראבי. להבדיל

ובזה החלי,
די שרייבסט אז די פאעזיע איז "בעיקר אנהייב שמות", אין אז די הלכות פין די תורה "איז געשריבן אויף א פארמאטערנדע, לאנגווייליגע אופן, אריינגעשטיפט בערג מיט פרטים איבעראל, בכלל נישט אויף א פאעטישער סטיל ", טראכט איך אז דאס בעסטע איז אנצוהייבען מיט משפטים.
ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם. איז שווער, עס דארף ווען שטיין ואלה המשפטים אשר תאמר להם. וואס איז דאס אשר תשים לפניהם? נאר טראכט וועלעכע וועג איז שענער, 'זאג זיי דעי געזעצען', אדער, דאס זענען די געזעצען וואס די זאלסט שטעלן פאר זיי?
איז דאס נישט געשריבען מיט גקיצעלטע שרייבערישע ווערטער?

נעקסטע פסוק. כי תקנה עבד עברי, שש שנים יעבוד, ובשביעי יצא לחפשי חנם.
ווען די רמב"ם שרייבט די הלכה פין דעם פסוק, זאגט ער, (מכרוהו בית דין) עובד שש שנים מיום מכירתו ובתחלת השנה השביעית שלו יצא בן חורין (רמב"ם הלכות עבדים פרק ב הלכה ב) דאס איז טאקע א לשון פין טריקענע הלכה.
שטעל דיך אבער פאר אז אנשטאט דעם שרייבט ער, כי תקנה עבד עברי, שש שנים יעבוד, ובשביעי יצא לחפשי חנם, וואס וואלסטו געזאגט צו אזא זאך?
איך העט ווען געפילט אז די רמב"ם איז ארויס פין ליין. אנשטאט שרייבען טריקענע דינים האט ער אנגעהויבען שרייבען שרבייעריש אין געקיצעלט.

ווי איז דאס אזוי געקיצעלט?
אלזא לאמיר אויב אזוי דאס פארטייטשען אויף אידיש.
אז די וועסט קויפען א עבד אן עברי, זעקס יאר זאל ער ארבעטן. אין ביים זיבעטען זאל ער ארויס צו פרייהייט, אומזיסט.
עס איז שרייבעריש ווייל:
עס איז שיינע קורצע זאצן,
שטייט נישט די קאלטע הלכהדיג לשון פין 'הקונה עבד', אויב איינער קויפט. ניין מען רעדט צו דיר. כי תקנה....
שטייט נישט "אז די וועסט קויפען, זאלסטו ארבעטן מיט אים זעקס יאר" וכו'. ניין ער טוישט. ער פאנגט אהן רעדן פינעם בעה"ב, כי תקנה וכו', אין דערנאך טוישט ער צום עבד, שש שנים יעבוד. [ער זאגט ניטאמאל שש שנים יעבוד אותך/אצלך. (די סיבה איז לכאורה אז די מאראלישע פרינציפ אים צו לאזען פריי נאך זעקס יאר איז דאך ווען מען קוקט אהן מיט די אויגען פינעם עבד. איך לאז מיך אפ פינעם בעה"ה אין פאוקעס אינגאנצען אויפען עבד)
שטייט נישט "ער זאל ארבעטן זעקס יאר", [ווי די לשון הרמב"ם עובד שש שנים] נאר "זעקס יאר זאל ער ארבעטן". דאס איז שרייבעריש אין פאעטיש.

ועל כולם דארף מען דא באטראכטן די ווערטער עברי/עבריה. די ווערטער ווערן דערמאנט אין די חמשה חומשי תורה 22 מאל. 18 מאל ביחס צו מצרים. ווי למשל 'מילדי העברים', 'אלהי העברים שלחני אליך', 'הביא לנו איש עברי לצחק בנו' א.א.וו. אלעס ביחס צו עבדות אדער גלות אין מצרים. 1 מאל ביחס צו אברהם ווען ער איז איינער אקעגן פיר מלכים. אין נאך דריי מאל ווען די תורה זאגט די הלכה אז די זאלסט נישט ארבעטן מיט אן עבד מער ווי זעקס יאר. (העט טיפ, די טריפה'נע קאמפיוטער סאפטוועיר)

עס איז מיר זייער שטארק משמע אז די תורה וויל דא זאגען די ווארט עברי צו דערמאנען דעם "כי עבד היית בארץ מצרים". די ווארט עברי איז פיל מיט געפיל פאר אונז. די ווארט אליינס דערמאנט אונז רחמנות צו האבען אויפן נרדף. דאס איז די שיינקייט פין שרייבען געקינצעלט.
פאר די מענטשען וואס זענען מורגל מיט תורה שבכתב איז כמעט ווי עס שרייט ארויס די נקודה פין זיך אליינס. 18 פין 19 מאל איז די ווארט אין קאנטעקסט פין עבדות/גלות אין מצרים, הלא דבר הוא. (עס איז אפי' שייך אז די תורה וויל דוקא רעדן גלייך צום סובקאנשעס, וואס האט סאך א שטערקערן כח, ווייל דער מענטש ווייסט אפי' נישט זיך צו דינגען דערמיט, ואכ"מ)

ווי דערמאנט אין א פריערדיגע פאוסט, מיין איך אז דאס איז די איידיע פין א גזירה שוה. עס איז שייך צו זאגען אז פין די ווארט עברי דא קענען מיר ארויסלערנען אז די תורה האט אזא צוגאנג. ד.ה. ניצען א ווארט וואס זאל דיך מאכען צושטעלן דעם שמועס אדער הלכה צו אן אנדער פלאץ וואס דער ווארט ווערט געניצט. וואס טראכסטו? קען מען דאס ניצען על הכלל כולו, אז די תורה האט א מהלך פין גזירה שוה?

נאכמער פין דעם, אז מען קוקט אין גאנץ נ"ך אז די ווערטער עברי/עבריה ווערן נישט דערמאנט קיין סאך. אפאר מאל ביי איין געוויסע מלחמה מיט די פלשתים. גראדע ביי יענע מלחמה ווערט עס דערמאנט [צווישען אנדער מאל] אינעם קאנטעקסט פין עבדות, "פן תעבדו "לעברים" כאשר עבדו לכם". (שמואל א' ד' ט')
נאך דריי מאל ווערט עס דערמאנט אין ירמיהו פרק לד', ווי ער רעדט טאקע פינעם זעלבען ענין הפסוק דא. אז מען זאל לאזען פריי נאך זעקס יאר. אינטרסאנט אז ער ניצט דארט אויך די לשון 'יהודי'. "לבלתי עבד בם ביהודי אחיהו איש". אבער מיט דעם אלעם וואס ער ברענגט ארויס די נקודה אז אונז זעמיר אלע אידן אין ברידער, וויל ער נישט פארגעסן צו ניצן די ווארט "עברי והעבריה"
ולהוסיף, אז אין חז"ל שפראך איז די איינציגסטע מאל וואס מען נישט די ארכעאישער archaic ווארט עברי, ביי עבד עברי/אמה עבריה. [אופס, אויך ביי אין די קאנטעקסט פין כתב עברי] נו, האבען זיי געכאפט נואנסעס פין צייט צו צייט?

יאיר, פליז זאג מיר צו דו זעהסט נישט קלאר אז די תורה האט א געקינצלטער מהלך פין גזירה שוה? צו עכ"פ ביי די ווארט עברי זעט מען א שטארקער אויסגערעכענקייט מיט אן אופן פין קול דממה דקה, וואס מען דארף זיך שטארק צוהערען אין טראכטען, צו זעהן איר מעסעדזש.
פליז רעספאנד צו דעי ספעציפישע פוינטט. פארשטיי אז איך פרוביר נישט צו דרייען א קאפ, אבער איך וויל זייער וויסען צו מיר האבען א שפה משותפת.
רעסט עששארד אז איך ענדזוי די שמועס זייער שטארק. איי פראמיס אז דעי גאנצע מגילה דא איז מיר יעצט נתחדש געווארן.
איך ווייס אז מען קען רייט עוועי ברענגן צוואנציג פסוקים וואס קוקען אויס זייער שווער. וועגן דעם זאג איך אז מען דארף נעמען א געוויסע סכום פין די שווערע דרושים אין ארבעטן צוזאמען צו זעהן אויב מיר קענען עס פארשטיין מיט אונזער פשוטע שכל, אהנע גיממיקס.

פארשטייטסעך אז איך האב נאכנישט אנגערירט דיינע פוינטס פין איננו שומע בקולנו, אין אויך נישט געזאגט פשט אין פסוק ושמי ה' לא נודעתי. גיוו מי ע טשענס. 🙂

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:38 am

· #78925
הו אה, איך האב אזויפיל הערות, איך ווייס נישט וואו צו אנהייבן. קודם וויל איך דיר באדאנקען פאר די הערליכע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס בטוב טעם ודעת, צו אריינפלאנצן די שיינקייט פון די ווערטער פון די תורה אין אידישע הערצער.
לאמיר ערשטנס קלאר מאכן אז משפטים באלאנגט נאך צו מיין ערשטע האלב שמות. נישט געפערליך, ו' דגחון איז אויך נישט פונקט אינמיטן 😉. איך האב געמיינט בעיקר די פרשיות תרומה תצוה ויקהל פקודי. אבער דארט רעדט מען פון ארטיסטישע מושגים, ממילא איז דאס ווייטער נישט אזא גוטע דוגמה, ווייל אפילו דער שפראך איז לדעתי ווייניגער שרייבעריש, גיבט דאס רעדן פון די גאלדענע כרובים און קאלירפולע ליילעכער דער ארטיסטישער געפיל. בעיקר האב איך געמיינט גאנץ סדר ויקרא, און אנהייב סדר במדבר. לאמיר למשל נעמען א דוגמה פון פרשת ויקרא:
וְאִם-מִן-הַצֹּאן קָרְבָּנוֹ מִן-הַכְּשָׂבִים אוֹ מִן-הָעִזִּים, לְעֹלָה--זָכָר תָּמִים, יַקְרִיבֶנּוּ. יא וְשָׁחַט אֹתוֹ עַל יֶרֶךְ הַמִּזְבֵּחַ, צָפֹנָה--לִפְנֵי יְהוָה; וְזָרְקוּ בְּנֵי אַהֲרֹן הַכֹּהֲנִים אֶת-דָּמוֹ, עַל-הַמִּזְבֵּחַ--סָבִיב. יב וְנִתַּח אֹתוֹ לִנְתָחָיו, וְאֶת-רֹאשׁוֹ וְאֶת-פִּדְרוֹ; וְעָרַךְ הַכֹּהֵן, אֹתָם, עַל-הָעֵצִים אֲשֶׁר עַל-הָאֵשׁ, אֲשֶׁר עַל-הַמִּזְבֵּחַ. יג וְהַקֶּרֶב וְהַכְּרָעַיִם, יִרְחַץ בַּמָּיִם; וְהִקְרִיב הַכֹּהֵן אֶת-הַכֹּל, וְהִקְטִיר הַמִּזְבֵּחָה--עֹלָה הוּא אִשֵּׁה רֵיחַ נִיחֹחַ, לַיהוָה.

איך זע נישט דא קיין שום פאעזיע. אויסער די ווערטער ריח ניחוח לה'. עס איז טאקע געשריבן אויף א פערזענליכע אופן, מען רעדט צו דעם מקריב, אבער איך זע נישט אז עס זאל זיין ספעציעל דערוועגן.
אבער אז דו האסט געברענגט משפטים, let's stick with it. בעצם פארשטיי איך נישט פארוואס דו האסט זיך אפגעשטעלט ביים ערשטן פסוק, די שפעטערדיגע פסוקים זענען פיל מער דראמאטיש. למשל, אם בגפו יבא בגפו יצא. אדער נאכמער, די תורה לייגט אזוי שיין אראפ די געפילן פונ'ם עבד, אהבתי את אדני ואת אשתי ואת בני. ער האט ליב באקומען זיין פרישע ווייב. ער בעט זיך, לא אצא חפשי. איר'ט שוין אמאל געזען איינער בעט זיך אז ער וויל נישט זיין פריי? יא, אזוי איז געשען, ער איז געווארן צוגעבינדן צו זיין עבד'ישער לעבן, און ער קען זיך נישט געזעגענען דערפון.
ר' מח, איך וועל זיין דער ערשטער צו זאגן אז גרויסע טיילן פון די תורה איז געשריבן געווארן אויף א רייכע און פאעטישע וועג, פול מיט געפילן און דראמא. מיין פראבלעם מיט דיין טעאריע פון דרשות חז"ל איז אבער צווייפאכיג. ערשטנס, דארט וואו די דרשות חז"ל קאנצענטרירן זיך זענען געשריבן בנוסח מצוות און חיובים, פיל ווייניגער אדער אינגאנצן נישט שרייבעריש. צווייטנס, ווען חז"ל דרש'נען א פסוק, ברענגען זיי נישט דוקא ארויס די שיינקייט פונ'ם פסוק, דער קונסט וואס ליגט אין די יציר כפיו פון הקב"ה. אדער דרש'נען זיי אייגענע דברי אגדה, משלים און מעשיות וואס זענען נישט דירעקט פארבינדן. אדער זענען זיי מדייק ווערטער און נעמען ארויס פרישע הלכות, בכלל נישט אויף א פאעטישע שטייגער. דאס פירט מיך צו מיין מיינונג אז חז"ל'ס אויפגאבע איז נישט געווען צו דעטעקטען פאעטרי, נאר צו אויסלערנען די תורה שבעל פה פאר כלל ישראל לויט דעם מעכאניזם וואס זיי האבן מקבל געווען איש מפי איש מפי משה בסיני.
לאמיר גיין אדורכבליקן די הלכות פון פרשת משפטים. ועבדו לעולם. דער רשב"ם, דער מייסטער אין פשט המקרא, זאגט שוין אז לפי הפשט מיינט דאס אויף אייביג. אבן עזרא זאגט אז דאס מיינט פאר א לאנגע צייט. רמב"ן זאגט אז פופציג יאר איז מער ווייניגער א לייף סענטענס. און חז"ל זאגן אז דאס מיינט ביז יובל, יעדן עבד אנדערש. דאס ליגט נישט אינ'ם פסוק. דאס לערנט מען ארויס פון א צווייטע פלאץ. איך זע נישט קיין פאעטרי. איך זע א סיסטעם וואו איין פסוק איז מגלה אויפ'ן צווייטן.
לאמיר גיין ווייטער. עין תחת עין. דא האבן מיר די קלאסישע דוגמא פון די קאנטראסט צווישן תורה שבכתב און תורה שבעל פה. אין די חמורבי קאוד וואס דו האסט דערמאנט שטייט די פאלגענדע ווערטער: "כי יכה איש את עין בן חורין ושיחתה, את עינו יכו וישחיתו", און יעדער לערנט דאס אפ פשוטו כמשמעו. אין די תורה איז דאס אסאך שענער געשריבן, קורץ און שארף, געקיצעלט ווי דו רופסט עס, עין תחת עין - דיין אויג אנשטאט יענעמ'ס אויג, נישט אויף די באורינג טרוקענע וועג וואס חמורבי שרייבט. פונדעסטוועגן זענען חז"ל געקומען און ארויסגעלערנט פון אן אנדערן פסוק, מכה בהמה ישלמנה ומכה אדם יומת, אז פונקט ווי מען צאלט ביים מזיק זיין א בהמה צאלט מען אויך ביים מזיק זיין א מענטש. חרוב געמאכט די פאעטרי פונ'ם פסוק. מען רעדט מער נישט פונ'ם אויג פונ'ם מזיק אנשטאט דעם ניזק'ס, נאר פון א פשוט'ע תשלומין. וואס לערנט דאס אונז? אז די תורה איז נישט קיין שעיקספעירס, להבדיל. עס איז דער ווארט פון באשעפער, און ער האט איבערגעגעבן פאר זיינע חכמים די ריכטיגע געצייג ווי אזוי צו לערנען פשט. מיר קענען באטראכטן די שיינקייט פון די ווערטער כשלעצמם, אבער נישט צו לערנען דערמיט הלכה למעשה.
לאמיר גיין ווייטער. א איד גנב'עט ל"ע, און מען כאפט אים ביי די מעשה. אם המצא תמצא בידו הגנבה. א שיינע, שרייבערישע שפראך, דוכט זיך. אבער ניין. גאנצע טישן אין בענק קערן זיך איבער איבער די דאפלט לשון המצא תמצא, ווען חז"ל טרעפן שוין א לימוד אויף די ריבוי, דארף מען ווייטער וויסן פארוואס שטייט המצא תמצא און נישט המצא המצא. ווען איר וואלט געלעבט אין יענע צייטן וואלט געשטאנען אין גמרא, מחכי עלה רב מחא בר שליט, וכי זו גמרתא היא? והלא פיוטא היא, והיינו טעמא דמפיק ליה קרא ביפוי דלישנא!
איך האב נאך אסאך צוצולייגן וועגן דיין חידוש פון עבריים און וועגן דעם כוזרי'ס אריגינעלער מהלך אין ממחרת השבת, סטעי טונד...
און יא, עס איז מיר אויך א פארגעניגן צו אויסשמועסן דער וויכטיגער נושא מיט א שכל'דיגע, נארמאלע צוגאנג פון מח שליט על הלב, בפרט ווען עס גייט צו אויף א פאעטישע, קינצלערישע, קעצלערישע אופן, אדער ווי אזוי דו ווילסט עס רופן. 😂

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 9:31 am

· #78935
יאיר

לאמיר ערשטנס קלאר מאכן אז משפטים באלאנגט נאך צו מיין ערשטע האלב שמות. נישט געפערליך, ו' דגחון איז אויך נישט פונקט אינמיטן 😉.
אמת, אבער אינעם "אנהייב שמות" איז עס נישט, ביי אלל קאונטס 🙂
יאיר

איך האב געמיינט בעיקר די פרשיות תרומה תצוה ויקהל פקודי. אבער דארט רעדט מען פון ארטיסטישע מושגים, ממילא איז דאס ווייטער נישט אזא גוטע דוגמה, ווייל אפילו דער שפראך איז לדעתי ווייניגער שרייבעריש, גיבט דאס רעדן פון די גאלדענע כרובים און קאלירפולע ליילעכער דער ארטיסטישער געפיל.

זאגסט געוואלדיג!! אסאך מאל כאפט מען נישט פארוואס די תורה חזר'ט איבער די פסוקים פין די משכן וכליו אזויפיל מאל. מען כאפט נישט אז מען איז דא מצייר א הערליכע פאלאץ מיט הערליכע טעפיכער אין קונץ סקולפטורן.
אמת אז מיט די היינטיגע פארשריט איז עס אפשר נישט אזוי איבערראשענד פאר אונז, ווי פאר די דור של תקופת המקרא. נו, נאך אלעם האט דאך די תורה גערעדט צו די דעמאלטסדיגע מענטשן אין לויט די דעמאלסדיגע מושגים ווי כ'האב געברענגט אויבן דעם רמב"ם בנוגע תחה"מ, אין דעם חובות הלבבות בנוגע עוה"ב. אז די תורה איז געשריבען געווארן לויט די מושגים פין יענע דור. נאך מער זעהט מען דאס אין אמונות ודעות, ווי ר' סעדיה גאון איז מסביר פארוואס די תורה רעדט אסאך [מרחיב הדיבור] בענין מצות התליות בארץ, ובענין טוב הארץ וואס מען וועט האבען בשמירת תורה. זאגט ער ווייל די מנהג פין די תורה איז צו רעדן לפי די מענטשען אין אירע געברויכען, פין יענע תקופה.
ספר האמונות והדעות מאמר ט.
"כי הנבואה ממנהגה להרחיב בדברים שהצורך מביא אליהם בקרוב, ותקצר בדברים הרחוקים, וכאשר היה צורך העם בעת שנתנה להם התורה, לידיעת ענין ארץ כנען אשר הם באים אליה, הרחיבה להם בפרושו ובמה שיש בו מפרי עבודתם והמרותם, ועל כן התחילה במטר ובמה שבפרשת כי הארץ אשר אתה בא שמה לרשתה לא כארץ מצרים היא (דברים י"א י'), עד סופה, ורמזה אל הרחוק במאמר קצר, לא בפרוש רחב."
יאיר

בעיקר האב איך געמיינט גאנץ סדר ויקרא, און אנהייב סדר במדבר. לאמיר למשל נעמען א דוגמה פון פרשת ויקרא:
וְאִם-מִן-הַצֹּאן קָרְבָּנוֹ מִן-הַכְּשָׂבִים אוֹ מִן-הָעִזִּים, לְעֹלָה--זָכָר תָּמִים, יַקְרִיבֶנּוּ. יא וְשָׁחַט אֹתוֹ עַל יֶרֶךְ הַמִּזְבֵּחַ, צָפֹנָה--לִפְנֵי יְהוָה; וְזָרְקוּ בְּנֵי אַהֲרֹן הַכֹּהֲנִים אֶת-דָּמוֹ, עַל-הַמִּזְבֵּחַ--סָבִיב. יב וְנִתַּח אֹתוֹ לִנְתָחָיו, וְאֶת-רֹאשׁוֹ וְאֶת-פִּדְרוֹ; וְעָרַךְ הַכֹּהֵן, אֹתָם, עַל-הָעֵצִים אֲשֶׁר עַל-הָאֵשׁ, אֲשֶׁר עַל-הַמִּזְבֵּחַ. יג וְהַקֶּרֶב וְהַכְּרָעַיִם, יִרְחַץ בַּמָּיִם; וְהִקְרִיב הַכֹּהֵן אֶת-הַכֹּל, וְהִקְטִיר הַמִּזְבֵּחָה--עֹלָה הוּא אִשֵּׁה רֵיחַ נִיחֹחַ, לַיהוָה.

איך זע נישט דא קיין שום פאעזיע. אויסער די ווערטער ריח ניחוח לה'. עס איז טאקע געשריבן אויף א פערזענליכע אופן, מען רעדט צו דעם מקריב, אבער איך זע נישט אז עס זאל זיין ספעציעל דערוועגן.

איך זעה גאנץ אסאך שרייבעריש ווערטער דא. די רמב"ם אין ספר היד וועט נישט שרייבען "ואם מן הצאן קרבנו". אין וואס זאגסטו צו "על העצים, אשר על האש, אשר על המזבח"? אויך שטייט נישט וזרקו בני אהרן הכהנים את דמו סביב המזבח, נאר עס שטייט "על המזבח--סביב". די סביב איז ארומגעדרייט ( 🙂 couldn't resist the pun).

המשך יבא...

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:15 am

· #78945
איך זעה גאנץ אסאך שרייבעריש ווערטער דא. די רמב"ם אין ספר היד וועט נישט שרייבען "ואם מן הצאן קרבנו". אין וואס זאגסטו צו "על העצים, אשר על האש, אשר על המזבח"? אויך שטייט נישט וזרקו בני אהרן הכהנים את דמו סביב המזבח, נאר עס שטייט "על המזבח--סביב". די סביב איז ארומגעדרייט ( couldn't resist the pun).

עס איז געשריבן אזוי ווי א פראפעסיאנעלער שרייבער אין יענע צייטן וואלט געשריבן א בוך. אין דעם רמב"'ם'ס צייטן האט מען געשריבן אנדערש. דו קענסט פונקט אזוי זאגן אז די קאוד פון חמורבי זענען פאעטיש, ווייל ער שרייבט "כי יכה איש את עין בן חורין ושיחתה, את עינו יכו וישחיתו" און דער רמב"ם וואלט געשריבן, אדם הנוקר עין חברו, בית דין נוקרין עינו. דאס קען נאכנישט ווערן גערופן פאעטיש אדער געקינצלט אין מיין ארימע מיינונג.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:03 pm

· #78991
קאווע טרינקער
משכיל
איך מיין אז עס איז דא ווייניג ו וואס מאכען א ווילדע מאוו צוזאמען מיט די ווייב, צו ווערען גאנץ פריי

למשל זיי

טאמער גיי איך אראפ מיט מיין ווייב. מיינט עס עס וועט זיין א אשכול?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10