☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4858

יואב » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:38 am

· #153635
שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
אין ליכט פון עפעס א ספאנטאנער זעלבסמארד אין הילקרעסט וועלעכעס האט אויפגעשוידערט כלל ישראל מיט אירע איבערלאזערס, און געפירט צו אן אינטעלעקטואלער שאטדאון דא אינעם שטיבל, האב איך זיך אראפגעלאזט במצולות ים, און זיך אנגעשטויסן אין פילע אינהאלטספוריייכע אשכולות.

כ'האב דורך געאקערט אן אלטער אשכול איבער קוואנטום פיזיקס, און צוויי אשכולות איבער איינשטיין'ס רעלאטיוועטי טעאריע.

קודם בין אין נבהל ונשתומם פון אונזערע חכמים ס'דרייען זיך דא.
א @קול דודי, @פשוט-קאמפליצירט @שרגא @יידל @אנאנים, @יאיר, @ונבנתה העיר, @געפילטע פיש, און נאך.

דערנאך בין איך נבהל ונשתומם, גערעגט און ווילד, איבער די קליינע מספר קארגע סינגל דיזשיט לייקס די חברה האבן ערהאלטן.

יעצט היות כ'האב געזעהן קאווע שטיבל האט געבראכן שוין דריי מאל די באזוכער רעקארד, ומה שמיעה שמעו? אז עפעס איינער האט זיך דערהארגעט. לעבעדיג מאכן גייט מען איר נישט, די קינדער בלייבן מילא אזוי ווי דער געריכט אורטיילט, רעכטע גייען סיי ווי בלייבן רעכט, און לינקע גייען בלייבן לינק. קיינער גייט נישט טוישן קיינעמס מיינונג, די סיסטעם גייט ווייטער סיסטעמירן טראץ דעם שאטדאון, אוי טי די'ס גייען ווייטער אויטידירט ווערן, והכל על מקומו יבא כמעט בשלום.

וויל איך מודיע זיין די פילע געסט פון ארום דער גארער וועלט ס'קומען אהער לחסות בצל קורתינו.
קאווע שטיבל שטעלט פאר א רייכע אויסוואל אשכולות, וועלעכע ערהאלטן גאר ברייטע קאמפליצירטע ידיעות, הערליך עלאקוואנט באשריבן, און רייך בארבייט אויף א גרינגן וועג למען הבין לזולת דברי בינה. מ'קען זיך קונה זיין זעק מיט חכמה, נהנה זיין מזיו אורם של חכמים. זאכן מ'האט אייך נישט אויסגעזאגט, זאכן איר האט נישט געזעהן אויף מאמע לשון ערגעץ אנדערש. נישט אין אויסגאבעס, און נישט אויפן געוועב.

גייט אריין אינעם וויסנשאפט פארום, און נישטערט אדורך אשכולות ס'געפעלט אייך. איר וועט זיין סורפרייזד צו זעהן וואס דער @לעיקוואד קען אלץ.

און פאר די ניקס דא, הגר והאזרח. ס'איז א בושה אז א סטאפעד פינגער-אויסגעזויגענעם שמייכל ארטיקל קען האבן באלד 50 לייקס, און קוואנטום פיזיקס זאל האבן זיבן.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:51 am

· #153637
איך געב דיר בדווקא נישט קיין לייק, להוציא מלבם פון די וואס לייקען שמייכל מער פון מדע. אז איך קען נישט צוהעלפען ביים מרבה זיין לייקים אין וויסנשאפט, קען איך לפחות ממעט זיין אין שמייכל. אבער גוט זאגסטו..

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:04 am

· #153638
פארפאלן. נאטינג ביעטס א שמייכל! יבא קופערניקוס ויעיד על זה, אויב יואב גלייבט נישט אין זיך אליינס.

נהורא נפישא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:32 am

· #153649
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.

טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:54 am

· #153660
אויף א גוט שטיקל קען מען נישט לייקען מער ווי איינמאהל, איז אפשר זאל מען מאכען אינטען די גוטע שטיקלעך אזא רעיטינג באטן די עולם זאל שרייבען ווי שטארק דאס ארטיקל איז..

מאטי » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:27 am

· #153668

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:47 am

· #153673
די פילע געסט אינטרעסירט נישט קיין מדע און חכמה, זיי פארשטייען נישט די פירוש המילות פין מדע אפילו.

און פראביר זיי נישט קלוג מאכען, ווייל ווען א קלוגער ווייסט עפעס, העלפט עס אים נאר זיין מער דאם.

די פילע געסט קומען נאר זעהן צו זיי האבען זיך וואס צו שעמען מיט זיין א פרומע חסידישע איד אדער נישט, און ווילען פשוט וויסען די מעשה וואס איז געשעהן, און בכלל ציט סקווירא א גרויסע עולם, כידוע.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:59 am

· #153679
@יואב זייער צום פוינט!
אבער איך ווייס נישט צו דו האסט אויפגעטון, ווייל די געסט גייע גלייך אריין אין צימעס, און זיי זען עס אפי׳ נישט, האלט איך דו זאלסט עס לייגען אין צימעס!

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:04 am

· #153682
איך מיין אז דא קומט זייער גוט אריין וואס די ראשקאל האט שוין געשריבען ביי אן ענליכע פאל.
[ציטאט אראפגענומען]

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 10:33 am

· #154302
אזוי ווי היינט איז נאכאמאל געבראכען געווארען די רעקארד!!!
וועגען די פרשה פון מאנרא ישיבה שיעור ג׳
ברענג איך נאכאמאל ארויף די אשכול פאר די פולע חשובע געסט!

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 6, 2013 10:58 am

· #154308
סווערט מיר גוט מיין בחור פון מאנרוא דרייעט זיך מיר דא אינטער די פיס.

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:46 pm

· #217945
for whatever reason ברענג איך דאס ארויף...

טמיר » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:03 am

· #322237
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
ארויפגעברענגט לכבוד ר' הלל'ס דרשה

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:06 pm

· #433104
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
יא יא, אזויווי עלענאר רוזעוועלט האט געזאגט:
“Great minds discuss ideas; average minds discuss events; small minds discuss people.”


Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:07 pm

· #433105
שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
.

מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:08 pm

· #433106
שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
.

מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:13 pm

· #433107
שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
.

מי אני » זונטאג אוגוסט 4, 2019 12:30 pm

· #434226
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
איך זעה אז איך האב באקומען לייקס פאר מיינע אויסגעמעקטע תגובות (זיי זענען אלע געווען די זעלבע תגובות פון די רוזעוועלט quote. איך האב געמאכט א טעות און עס איבערגעשיקט אפאר מאל, מיינענדיג אז ס׳איז נישט דורכגעגאנגען וועגן אן אינטערנעט failure). דאס [מודה זיין אין א טעות] האט אויך צו טוהן מיט מדע:
“The freedom to make and admit mistakes is at the core of the scientific process”
Dr. Robert Pollack


Sent from my iPhone using Tapatalk

chosen people » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 1:29 am

· #434290
מען זעהט די גמרא פארציילט אפאר מאל איבער די מעשה אז ראובן האט זיך מודה געווען אויף די בילבול יצועי אביו א דאנק וואס ער האט געזעהן יהודה זיך מודה זיין צו תמר. די לשון הגמרא איז "מי גרם לראובן שיודה יהודה", לכאורה וואס האט די מעשה מיט תמר מיט די יצועי אביו אז ער זאל זיך יעצט מודה זיין אויף א מעשה וואס איז געשעהן שוין יארן בעפאר. נאר לערנענדיג לעצטענס האב איך מיך געכאפט אז פשט איז אז די געדאנק פון מודה זיין אויף א מעשה וואס א מענטש האט נישט גוט געטון אין נעמען אחריות אויף דעם איז געווען אזאך וואס יהודה האט אויסגעטראפן, און נאר נאכדעם האט זיך ראובן געכאפט די דערהער דערפון האט ער עס נאכגעטאן.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 1:25 pm

· #434307
chosen people
מען זעהט די גמרא פארציילט אפאר מאל איבער די מעשה אז ראובן האט זיך מודה געווען אויף די בילבול יצועי אביו א דאנק וואס ער האט געזעהן יהודה זיך מודה זיין צו תמר. די לשון הגמרא איז "מי גרם לראובן שיודה יהודה", לכאורה וואס האט די מעשה מיט תמר מיט די יצועי אביו אז ער זאל זיך יעצט מודה זיין אויף א מעשה וואס איז געשעהן שוין יארן בעפאר. נאר לערנענדיג לעצטענס האב איך מיך געכאפט אז פשט איז אז די געדאנק פון מודה זיין אויף א מעשה וואס א מענטש האט נישט גוט געטון אין נעמען אחריות אויף דעם איז געווען אזאך וואס יהודה האט אויסגעטראפן, און נאר נאכדעם האט זיך ראובן געכאפט די דערהער דערפון האט ער עס נאכגעטאן.

און מיט דעם קען מען עס אפשר מקשר זיין צו דעם אשכול בדרך הלצה, (קהלת י כ) גם במדעך [די ענין פון מדע איז אז מ'דארף קענען אחריות נעמען אויף טעותים] "מלך" [דער מחדש דערפון איז יהודה, אשר משבטו המלוכה]...

מי אני » דינסטאג מאי 26, 2020 3:32 pm

· #449671
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
📎 IMG_6978.jpg
במשנתו של יצחק אסימאוו. קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס ״שמייכל״ אשכולות און תגובות האבן מער לייקס ווי זייערע קאלעגעס אין ״וויסענשאפט״ (אדער ״העמק דבר״)...

האלט א מינוט! איז דאס אליינס א וויץ?...
מעטא.

מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 11:06 pm

· #455528
אין דעם געדאנק פון מאכן טעותים:

si enim fallor, sum [even if I err, I am]
אגוסטין

די געדאנק זיינע איז אביסל ענליך צו דעקארט׳ס באקאנטע קאדזשיטו. דהיינו, אין זיין קאנטעקסט, אז אפילו אויב עס איז נישטא קיין עכטע וועג פון ריכטיג ״וויסן״, איז אבער דאס אליין אז מ׳טראכט און מ׳מאכט טעותים אויף דעם דזשורני צו פרובירן צו באקומען/אנקומען צו ״וויסן״ איז אליין א מעלה פון דאס עקזיסטענץ, און דאס אליין איז דאך יא נענטער צו זיכער.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 10:25 am

· #455994
אגב, ווי געשריבן דא איז ביי דעקארט דאס געגאנגען צוזאמען מיט א (מקצת) הוכחה צו מציאות הבורא. אגוסטין האט דאס אויך גענוצט אלס א חלק אין זיין גלויבונג׳ס טעאלאגיע אינעם מדמה זיין און משלש זיין די חלקי הנפש און אז מיט דעם אלעם איז עס דאך איינס [די נפש טוהט אלס עפּריהענדן זיך אליינס דורכ׳ן דאס טראכטן אליינס און דאס רצון דערפון] כעין השילוש בתוך קריסטאלאגיע.

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:40 am

· #463463
📎 E4ED55F0-804E-4F6C-A99E-BF33227500CD.jpeg
בענין די כח פון קאמעדי במשנתו של פרידריך שילער.

מי אני » פרייטאג יאנואר 15, 2021 12:22 pm

· #465623
מי אני
📎 IMG_6978.jpg
במשנתו של יצחק אסימאוו. קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס ״שמייכל״ אשכולות און תגובות האבן מער לייקס ווי זייערע קאלעגעס אין ״וויסענשאפט״ (אדער ״העמק דבר״)...

האלט א מינוט! איז דאס אליינס א וויץ?...
מעטא.

📎 B6F0B1A5-DB56-445D-AA12-61061AA2BA5C.jpeg במשנתו של העגעל.

מי אני » מיטוואך מערץ 3, 2021 5:15 pm

· #467883
📎 163AFF62-2AC9-46B6-952A-78C54F9E256E.jpeg
📎 8039983A-69D5-4A37-A500-14DD568D6A3C.jpeg
ומאידך גיסא האט סאָרען קירקעגארד געזאגט: 📎 F1A60624-A3BB-4DB2-9A90-41E9C09DF8E3.jpeg

תרמב » מיטוואך מערץ 3, 2021 11:02 pm

· #467925
כאטשיק וועט די וועלט אונטערגיין מיט א שמייכל אויפן עולם’ס פנים, נישט געפערליך.

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:21 pm

· #482024
the sign of intelligence is the ability to speak lightly of heavy things and heavily of light things

Charles Maurice de Talleyrand-Périgord

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 7:04 pm

· #488914
📎 אריסטו.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:10 pm

· #489038
מי אני: אויף א מער ערנסטע נאוט. א שטיקל ראיה צו דיין קאנטענשן קענמען ברענגען פון די גמ' וואס פארציילט אז איינער פון די חז"ל האט אייביג געזאגט, אדער געהערט א מילתא דבדיחותא. נאכדעם האט ער געלערנט הלכות מיט זיינע תלמידים. ווייל דאס מאכט אויף דעם מח און הארץ. און ברענגט אריין א מענטש אין א פרייליכע שטימונג. אזוי ארום קענמען לערנען חידושים און הלכות...!

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:04 pm

· #489047
📎 Boyarin.jpg
דר. דניאל בּויארין‎ ברענגט טאקע צו די גמרא אין שבת ל: אין אנהויב פון זיין בוך וואו ער ברענגט צו דעם ציטאט פון אריסטו.

די לעצטע ציטאט איבער כתבי אפלטון קען געבן א סמך צום ברייטערן הגדרה פון סאטירע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:12 pm

· #489048
מי אני: ייש"כ. בד"וו. דער ציטאט און טרענסלעישן פון דעם מאמר חז"ל דארפן א שטיקל קארעקשן. די ריכטיגע אפטייטש פון דעם ווארט..."מילתא"...איז א זאך. א יוניט. נישט א..."ווארט"..."ווארט"...הייסט אין גמ' לשון..."מילה"...ווס. ..."מילתא"...!

מי אני » זונטאג יאנואר 23, 2022 9:17 pm

· #492558
און אינטרעסאנט הגם די כוונה איז נישט הומאר:
📎 Asimov.jpg

מי אני » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 4:08 pm

· #505677
לגבי הומאר און חכמה האט לודוויג וויטגענשטיין געהאט געזאגט:
a serious and good philosophical work could be written that would consist entirely of jokes
אלפרעד נארט ווייטהעד האט געזאגט:
The total absence of humor from the Bible is one of the most singular things in all literature
ואולי לפי ווי דזשים האָלט זאגט:
While there can be laughter without humor — tickling, embarrassment, nitrous oxide, and vengeful exultation have been known to bring it forth — there cannot be humor without laughter. That, at any rate, is what contemporary philosophers think. “The propensity of the state of amusement to issue in laughter is arguably what is essential to its identity,” we read under “Humour” in the Routledge Encyclopedia of Philosophy. But laughter is physical. You need to have a body to do it. So, if the philosophers are right, purely spiritual beings couldn’t really “get” a joke
ואולי געבט דאס שוין נאך א פשט פארוואס (מגילה כה:) כל ליצנותא אסירא בר מליצנותא דעבודת כוכבים דשריא ע"ש.
Saul Bellow believed that Jewish humor defied any effort to understand it. Referring to an essay by Hymen Slate that appeared in The Noble Savage in 1961, he admitted that at least "laughter, the comic sense of life, may be offered as proof of the existence of God. Existence, [Slate] says, is too funny to be uncaused." We laugh
because "Chaos is exposed."

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 7:00 am

· #513415
דר. סיימאן סינג ברענגט צו פונעם שרייבער דוד כהן:
The process of proving something has some similarity with the process of comedy writing you’re trying to think of a joke out of thin air (that also is on a certain subject or tells a certain story), there's no guarantee that there exists a joke that accomplishes all the things you’re trying to do . . . and is funny. Similarly, if you’re trying to prove something mathematically, it’s possible that no proof exists. And it’s certainly very possible that no proof exists that a person can wrap their mind around. In both cases — finding a joke or proving a theorem — intuition tells you if your time is being invested in a profitable area
און פונעם שרייבער מעט סעלמאן:
Comedy writers all like to think that we’re great observers of the human condition and that we understand pathos, bathos, and all the -athoses. If you wanted to disparage the mathematicians, then you could say that they are cold and heartless, and that they don’t have great jokes about what it’s like to love or to lose, but I disagree. However, there is a difference. I think the mathematical mind lends itself best to writing very silly jokes, because logic is at the heart of mathematics. The more you think about logic, the more you have fun twisting it and morphing it. I think the logical mind finds great humor in illogic
דער שרייבער אַסקער וויילד האט געשריבן:
Humanity takes itself too seriously. It is the world's original sin. If the caveman had known how to laugh, History would have been different

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:04 pm

· #513890
דר. קאסטיקא בּראדאטאן שרייבט:
Why do philosophers die laughing? The explanation must have to do with the philosophical attitude itself. At the root of virtually any philosophy there is a strong deconstructive element. The philosopher’s originary gesture is to call everything into question. “Things are not what they seem to be!” is the philosophers’ first commandment. To look at the world philosophically is to see right through it. Whatever passes for real needs to be contested, demolished, abolished. At its essence, philosophy is highly acidic: it dissolves anything it touches. Arthur Schopenhauer regarded this capacity to see the unreality of things as the philosophical gift par excellence

The philosopher can thus find himself alone with his phantasms, caught up between a “real” world that no longer is and an “ideal” one that is too difficult to sell. Sometimes more adventurous minds turn this vision of emptiness into a philosophical program in its own right: that is, a program according to which the world is fundamentally unreal, and human existence is shadowy and phantasmatic in its nature. A higher form of existence — this line of philosophizing goes — may be possible, but we never have access to it. We remain perpetually cut off from it. Indeed, if some god created and placed us here, he must have done it in mockery, just for amusement. That we are nothing but God’s plaything is an insight as old as philosophy itself: Plato for one says as much in the Laws

It is entirely conceivable that philosophers entertaining such a vision, or one close to it, at the moment of their death may well come to think that their lives haven’t been “the real thing.” They now realize that they are dying without having ever lived. At such moments, ironically, existence no longer reveals itself as uncertain, but as something strikingly clear: a farce

Realizing, then, that everything has been set up in such a way as to make you a laughable entity, what is left for you do to? Nothing really, unless you can come up with a counter-laugh. The best thing you can do when the world is laughing at you is to start laughing in turn. Moments from dying, you laugh at yourself, at the entire cosmic mise-en-scène and the deus ludens that has cast you in the farce of existence

Now philosophy, more than ever, is a matter of performance. The philosophers’ laughing at existence at the very moment of their departure from it must be their most significant feat—the ultimate philosophical masquerade. And what is such a laugher if not the best possible way to act out your final philosophical insight — the notion, that is, that you were made in mockery and your life is a cosmic joke? Your existence has been taking place on a stage all along, even though you’ve discovered it only now. You’ve been badly laughed at, mocked, and ridiculed, and you’ve had no idea. The trick, however, is to show no surprise and pretend that you’ve been playing along all this time. This would be to trick the trickster. Ironical existence at its best. That’s how you can preserve some dignity in the comedy of being in which, unasked, you have been cast to play

מי אני » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:03 am

· #522962
דר. טאמאס הוּרקאַ שרייבט אין זיין הקדמה צו דר. בּערנארד סוּטס' בוך:
Though not widely known, Bernard Suits’s The Grasshopper is one of the most remarkable philosophy books of the twentieth century. It’s utterly unique, a book without peers

This is partly because of its style. Most philosophical works are sober and even ponderous, but The Grasshopper is wonderfully funny as befits its topic of games. You read it with a broad smile on your face, punctuated by loud guffaws: this is laugh-out-loud philosophy. But The Grasshopper is also completely philosophically serious, both in what it says and in how it argues for it

מי אני » מיטוואך יוני 14, 2023 2:28 pm

· #528283
דער פילאזאף בּערנארד וויליאמס האט געזאגט:
The majority of philosophers are totally humorless. That's part of their trouble. The number of serious philosophers who succeed in being funny is very small. Pieces of Plato are very funny. Nietzsche is very funny, Kierkegard also. Hume is probably the funniest philosopher. When contemporary philosophers try to be funny, they end up being facetious. I think that all philosophy is in the end ironical, but as an explicit style, humor in philosophy is very difficult

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 5:23 pm

· #538666
לגבי דעם געדאנק און דעם קשר פון הומאר צו חכמה ומחשבה, האט וואָלטער בּענדזשאמין געשריבן:
There is no better trigger for thinking than laughter
און דאס קען זיין א רמז אז לעת״ל ווען עס וועט זיין (ישעיה יא ט) מלאה הארץ דעה וגו׳, וועט זיין (תהלים קכו ב) אז ימלא שחוק פינו. מ׳דארף טאקע זעהן אז דעם (אבות ג יג) שחוק וקלות ראש מרגילין לערוה, זאל דירעקטירט ווערן צו (משלי ז ד) אמור לחכמה אחותי את, און (שם ב ג) כי אם לבינה תקרא, ועיין בברכות נז.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:10 pm

· #542015
Re:
מי אני #
אלפרעד נארט ווייטהעד האט געזאגט:
The total absence of humor from the Bible is one of the most singular things in all literature
ישראל חיים טביוב האט גע׳טענה׳ט אין זיין החריפות והחידוד שבתנ"ך, אז תנ״ך איז פול מיט א הומאריסטישע וועג פון שרייבן. ער שרייבט דארט:
ההלצה הדקה והשאננה, והלעג המר והדוקר, מכונים גם שניהם בלשוננו הלאומית בשמות נרדפים רבים. אות הוא, כי ה“הומאר” וה“אירוניה” (כמו שקוראים לשניהם בלשונות הגוים) היו מצויים מאד באומתנו העתיקה. אות הוא, כי העברים הקדמונים היו אמנים גדולים במקצועות ההלצה והלעג, והיו מטפחים ומפתחים אותם בחבה יתרה ובבינה יתרה, עד כי “נתחו” אותם לחלקיהם הדקים מן הדקים, ויקראו שמות לכל גווניהם ובני-גווניהם.

התנ“ך הוא הספר היותר עתיק שבעולם. לשום אומה ובשום לשון אין ספר אשר יוכל להתחרות בזקנה אפילו עם ספרי הנביאים המאוחרים [עס זעהט אויס אז ער האט נישט געוואוסט פון די בּהאַגאַוואַד גיִטאַ און די הינדוּ וועדאַס]. אבל, אף שהתנ”ך הוא “קדמון” מאד, בכל-זאת יש בלשונו ובסגנונו (על תכנו אינני מדבר כלל) רוח-חיים, הרבה יותר מבספרים שנכתבו בלשונות-הגוים מאות שנים אחריו. וביחוד נראה זאת במקצוע “החדוד”, ההלצה והלעג. לצון חריף כזה שבתנ"ך לא נמצא בשום ספרות עתיקה. אות הוא, כי העברים הקדמונים היו עם חריף ושנון מאין כמוהו; ואף שהם היו באמת “גוי קדוש”, לעומת הגוים עובדי-האלילים שבימיהם, בכל-זאת הגדילו לעשות גם בצחוק ובהתולים ובלעג. כי על כן היתה הלשון העברית ללשון חדה מאד.
עס זענען אויך דא די צוויי אקאדעמישע ביכער, וועלכע טוהן דורך הומאר בתנ"ך (בפרט אויף די עקספּענס פון פרויען).

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:55 am

· #542426
דר. פרענסיס לענדי שרייבט אז תנ"ך האט דוקא יא הומאר, וויבאלד עס האט געוואלט נוצן די מיטל אויך אין איר פולמוס נגד ע"ז און אי-יושר. די סיבה פארוואס מ'זעהט דאס נישט איז וויבאלד ברבות השנים האט מען גאר שטארק פארהייליגט תנ"ך, וממילא עס באטראכט צי ערענסט (וממילא אזא סארט המתרגם פסוק כצורתו הרי זה בדאי כבקידושין מט. וכדומה (הגם דארט איז עס מער אלס דעם אז מ'קען נישט גענצליך מתרגם זיין איין שפראך אין צו אַן אנדערס וכדפירש"י שם, וכדהסביר דר. בּערנארד דוב ספּאלסקי הגמרא הלז), און אז עס איז געווען א חידוש פאר רב כהנא בשבת סג. אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו):
Some books suffer from their reputation, and the Bible most of all. The irreligious don't read it, because 'religion' doesn't concern them, and the worshipper meditates in it, it is true, but only along certain well-directed paths. The reverence accorded the Bible is a hindrance, ironically, a form of idolatry; and we forget that real people wrote the Bible out of their common experience. Hence a Bible that was known through quotations in the Talmud, or half-listened to in synagogue; hence the allegorization of the Song of Songs, the pious conformity imposed on Ecclesiastes and Job. Or there is the mechanical recitation of psalms in times of trouble; as if they are a sort of mantra, a magical charm against disaster. 'Don't pray to God, say tehillim (psalms)!' And yet — at least until recently — the Bible escaped being suffocated entirely by unthinking piety, it was still one of the best-known and most-loved of books. And why? Because it is fun and human

The solemn ritual of reading the Bible excluded humour as a valid way of worshipping God, and has created an impression of a stiff and serious document that never relaxes into a smile, so that many sensitive readers have closed their minds to its comic possibilities. For instance, George Steiner speaks of the absence of purely verbal wit in the Old Testament

One of the reasons why we do not associate humour with the Bible is that the Bible is meant to be a 'serious' document, and insofar as humour has content, it is subversive. Indeed, nonsense is the most subversive and threatening of statements, as psychoanalysts from Freud to Lacan have never ceased to inform us. Since the Bible speaks ex cathedra, and for two thousand years was unquestionable, who would suppose that it would question itself? Throughout the ages the pious have distorted and modified its message, because they could not face the implications of what it is saying. It contains Job and Ecclesiastes, the Song of Songs and those desperate cries from darkness, the Psalms. The immutable legal codes were revolutionary onslaughts against paganism and social injustice. The Bible impresses us above all with a sense of dialectic, of ruthless thinking and examination, despite all later editing. And one of the instruments it uses is subtle humour

בן ישי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:47 am

· #545917
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
ברוכים הבאים צו אלע נייע איינגעשריבענע מעמבערס!

קאווע שטיבל פארמאגט אסאך מער תוכן ווי די הייליגע שוואנצאנעס אפדעיטס אדער די פונקטלעכע דעטאלן איבער ווער ס'האט געהארגעט און פארוואס וכו'

מאכט אייך באקוועם, ליינט און קאמענטירט אויף די באמת אינהאלטסרייכע אשכולות און איר וועט באמת אויפטוהן מיט אייער פרייע צייט.

צוויי » דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:54 pm

· #546092
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
איך ווייס נישט צו די געסט קענען בכלל ליינען דעם אשכול פון די צווייטע תגובה און ווייטער

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:58 pm

· #546096
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
צוויי #
איך ווייס נישט צו די געסט קענען בכלל ליינען דעם אשכול פון די צווייטע תגובה און ווייטער
ער שרייבט פאר די איינגעשריבענע באנוצער

(גראדע מיין איך אז אין שלום עליכם פארום קען מען יא ליינען די גאנצע אשכול)

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:27 pm

· #546125
Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
צוויי #
איך ווייס נישט צו די געסט קענען בכלל ליינען דעם אשכול פון די צווייטע תגובה און ווייטער
טאקע א נארישקייט מצד די הנהלה דא.

דער דרויסענדיגער באזוכער הייבט נישט אן צו וויסן וואס פארא אוצרות עס ליגן דא.