קאראנא וויירוס (COVID-19)
206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13620
קאראנא וויירוס (COVID-19)
נעכטן, מערץ דעם עלפטן, האט די אלוועלטליכע געזונטהייט ארגענעזאציע דערקלערט די COVID-19 אלץ אן אלוועלטליכע פּענדעמיע, נאכדעם וואס די עפידעמיע וואס האט זיך דאס ערשטע מאל אנטפלעקט אין די וואָהאַן ראיאן אין כינע דעם לעצטן דעצעמבער, איז געווארן פארשפרייט איבער 118 לענדער, מיט איבער 129,000 אנגעשטעקטע (וואס מען ווייסט), און איבער 4,700 טויטע (די ציפערן זענען בערך).
דאנאלד טראָמפּ, דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט נעכטן נאכט אויף לייוו טעלעוויזיע ארויסגעגעבן א גאר הארבע באפעל, וואס פארבאט איינטריט אין לאנד צו סיי ווער עס קומט אן דירעקט פון אייראפע, מיטן אויסנאם פון ענגלאנד, אדער אמעריקאנער בירגער וואס זענען דורך גרונטליכע אונטערזיכונגען צו פארזיכערן אז זיי זענען נישט אנגעשטעקט.
אין איטאליע האט די רעגירונג פארבאטן געשעפטן פון זיין אפן, מיטן אויסנאם פון אפטייקער און שפייז געשעפטן, ווי אויך איז פארבאטן אלע סארט צוזאמקומען.
א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק:
https://ncov2019.liveקאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
די פאסירונג קען אויך ארויסברענגן די גלאבאלעזאציע פון די וועלט און דאס באקאנטע געדאנק פון די
זעקס דעגריס פון אפטיילונג. דהיינו, אז יעדע מענטש אויף די וועלט איז (אין אלגעמיין) מקושר צו א יעדע אנדערע מענטש אויף די וועלט מיט נישט מער ווי 6 ״חברך חברא׳ס״: דו קענסט א מענטש וואס קען א מענטש וואס קען א מענטש וכו׳.
(אגב, דער אלגעמיינער אמעריקאנער קען 600 מענטשן.)
איך פארשטיי אז דאס פארשפרייטונג פונ׳ם וויירוס איז ל״ד צושטאנד געקומען פון מענטשן וועמען די אנגעשטעקטע קענען, אבער עס טוהט צייגן אויף עכ״פ די/אן אוועראל קאנעקשאן.<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=-G9FEMeNY_0">https://www.youtube.com/watch?v=-G9FEMeNY_0</a>
דער גאווערנאר פון ניו יאָרק אנדרו קאומאו האט ארויס געגעבן א באפעל צו פארבאטן סיי וועלכע צוזאמענקום פון איבער פינף הונדערט מענטשן, אנגעפאנגען פון מארגן, פרייטיק, מערץ דעים דרייצענטן, פינף אזייגער נאכמיטאג, מיטן אויסנאם פון בּראָדוועי, וואו די פארבאט הייבט זיך אן היינט אווענט, וואו אויך, א יעדע צוזאמקום ארט וואס איז ערלויבט צו האלטן פינף הונדערט מענטשן אדער מער, וועט פון היצט ביז ווייטערדיגע מעלדונג, זיין ערלויבט נאר האלב פון די ערלויבטע צאל
און אנדערע נייעס, די פרוי פונעם קאנאדישער פרעמיער מיניסטער האט נארוואס באשטעטיגט די פארדאכטן וואס זי האט נעכטן געמאלדן, אז זי איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס
מאן דאמרא אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק
https://ncov2019.live/data
לינק ארבעט שוין נישט
אייזערנע קאפמאן דאמרא אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק
https://ncov2019.live/data
לינק ארבעט שוין נישט
איך האב עס פאראכטן
נאך די נייע געעזצן אין נ.י. אז מ׳טאר זיך נישט פארזאמלן מער ווי 500 מענטשן אין איין פארמאכטן פלאטץ, זענען אלע גרויסע טישן פארמאכט? עס איז דא נאך מניינים שחרית אין סקווער? אדער דאווענט מען ביחידות און פרשת פרה וועט מען יוצא זיין שבת פרשת חקת?
ברעיקינג!
מען האט יעצט געטראפן צוויי קעיסעס אין מאנסי.
...איין קעיס וואסער און איין קעיס אשר יצר פאפיר.
באבוב 45

אזוי צו זיין out of touch מיט די ריאליטעט!
אין מדינת ישראל האט דער ראש הממשלה בנימין נתניהו שליט״א היינט באפוילן עטליכע שטרענגע באגרעניצונגען, וואס צווישן אנדערע, פארבאט סיי וועלכע צוזאמענקום פון מער וואו צען מענטשן (מיטן אויסנאם פון לוויות און ברית׳ים, וואס מעג זיין צוואנציק), מענער מקוואות וועלן זיין פארשלאסן, שׁאַפּיִנג צענטערס מיטן אויסנאם פון עסן געשעפטן וועלן זיין פארשלאסן, וואו אויך אלע מוסדות החינוך וועלן זיין פארשלאסן
עס איז פעסטגעשטעלט געווארן אז פרעזידענט טראָמפּ איז נישט אנגעשטעקט געווארן מיט קאָראָנאַווײַרוּס, נאכער וואס ער האט זיך געלאזט אונטערזוכן צוליב פארדאכטן וואס זענען ארויפגעקומען, נאכדעים וואס ער איז געווען אין איין צימער מיט מענטשן וואס זענען שפעטער פעסגעשטעלט געווארן אלץ אנגעשטעקטע
דא האט איר א לינק צו פרעזידענט טראָמפּ׳ס פרעסע קאנפערענץ פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג וואו ער האט דערקלערט א נאציאנאלער נויטפאל, וואס ערלויבט אים צו נוצן ספעציעלע רעזערווירטע געלטער פאר אזעלכע פעלער.
https://youtu.be/q_WM_pMp0Hgאויף ככר השבת האב איך געליינט אז געוויסע קהילות אריינגערעכענט בעלז און פינסק קארלין האבן איגנארירט די באפעל אז ס'זאל נישט זיין מער ווי הונדרעט פארזאמעלטע אינאיינעם.
זענען דא וואס זאגן אז די שר הבריאות, ליצמאן איז דער וואס האט דאס אנגעדרייט אויפ'ן פארלאנג פון גור'ע רבי, דאס קען מסביר זיין פארוואס בעלז זאל טון דוקא פארקערט
דאס איז ווייל זיי האבן בקבלה אז א טיש קען נישט שאטען.
אפילו דא הי, פארשטייען אויך די רעביס אז די טישן קענען נישט אויסזעהן ליידיג און מען מוז זיצען און שטיין צו קוועטשט. חוץ ארום זייערע כסא מחילה דארט מוז זיין ד' אמות ליידיג.
דער מעיאר פין דאבלאזיא טענה'ט אז מען מוז לאזן די שולעס אפען פאר צוויי סיבות,
איינס די עלטערן זאלען קענען ארבעטען, און אסאך פין די עלטערען ארבעטען אין העלטקעיר, און זענען סינגעל עלטערן, און ווער וועלען די שולעס זיין פארמאכט וועט נישט זיין ווער עס זאל קעיר נעמען פין די קראנקע.
צוויי, די קינדער וועלען נישט האבן קיין שולע וועלען מאכן טראבעל אין שטאט ווייל זיי ווען גיין ליידיג.
די ערשטע פראבלעם, איז טאקע א פראבלעם, ווייל מען טוט אויך גארנישט אויף דורך פארמאכען, ווייל די קינדער דארפען גיין ערגעץ זיין, און ווי דער ערגעץ איז, איז דא דער זעלבע פראבלעם. (אין די פאבליק סקולס, גיבט טאקע מער נישט לאנטש נאר אין די קלאסרומס, צו פארמיידען שייכות).
די צווייטע פראבלעם איז גענוג צו האלטען די הויך שולע אפען, עס פעלט נישט אויס דער עלעמענטרי פאר דער פראבלעם.
ווידער דער ערשטע פראבלעם איז נאר ביז דער פערטער כיתה, עלטער פין דעם קענען זיך שוין אליין באספראווען.
וואסי פשט אז אין די חסידישע קרייזן מאכט מען זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די גאנצע זאך? די אלע קהילות האבן ארויסגעגעבן שיינע צעטלעך, אבער די פירער האבן גארנישט געזען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע תיקונים אז די מחלה זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטן. גייסטישע פירער דורכאויס שבת האבן בעיקר ציטירט חסידישע ספרים אז אונז דארפן זיך נישט מאכן צו טוהן און ס'קען אונז נישט שאטן, ווייל מיר זענען מאמינים, ס'איז משיח'ס צייטן בּלַא בּלַא בּלַא....
האלטן זיי באמת אז ס'נישט קיין ערענסטע געשעפט? אדער גלויבן זיי באמת אז פון הימל אז די מחלה וועט איבערהיפּן אידישע שטיבער?
דו קענסט נישט זאגן בכלליות, געוויסע גייסטישע פירער האבן יא גענומען די זאך ערנסט, ווי למשל דער סאטמאר'ער רבי פון קרית יואל, און ימים ידברו וועלכע פירער זענען גערעכט, ענליך צו וואס עס שטייט אין פסוק "אֲשֶׁר יְדַבֵּר הַנָּבִיא בְּשֵׁם ה' וְלֹא יִהְיֶה הַדָּבָר וְלֹא יָבוֹא הוּא הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ ה' בְּזָדוֹן דִּבְּרוֹ הַנָּבִיא לֹא תָגוּר מִמֶּנּוּ", און אונז פארלאזן זיך אזויווי די כלל וואס איז אנגענומען אין ש"ס אז מילתא דעבידי לאיגלאי לא משקרי אינשי, אז זיי זאגן אז ס'איז "גארנישט" זאגן זיי לכאורה נישט קיין ליגנט.
NYC האט פארשפארט די פּובליק סקולס ביז כאטשיק אַפּריל דער צוואנציקסטער, דאס איז מער וואו א מאנאט
די פעדעראלע רעזערוו האט גענידערט די ראטה צו נוּל, אבער די סטאק מארקעט איז נאך אלץ געפאלן איבער 900 פוינטס (וואס מען זאגט פאראויס אויף צומארגנס ווען די גלאק וועט קלונגען צום עפענונג פונעם האנדלס טאג).
דערווייל האט ניו יארק די מערסטע אנגעשטעקטע, 729, און היינט איז געווען דער ערשטער נפטר
קורקלענדוואסי פשט אז אין די חסידישע קרייזן מאכט מען זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די גאנצע זאך? די אלע קהילות האבן ארויסגעגעבן שיינע צעטלעך, אבער די פירער האבן גארנישט געזען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע תיקונים אז די מחלה זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטן. גייסטישע פירער דורכאויס שבת האבן בעיקר ציטירט חסידישע ספרים אז אונז דארפן זיך נישט מאכן צו טוהן און ס'קען אונז נישט שאטן, ווייל מיר זענען מאמינים, ס'איז משיח'ס צייטן בּלַא בּלַא בּלַא....
האלטן זיי באמת אז ס'נישט קיין ערנסטע געשעפט? אדער גלויבן זיי באמת אז פון הימל אז די מחלה וועט איבערהיפּן אידישע שטיבער?
עס זעהט דא אויס כאילו די גאנצע וועלט האט עס גענומען מורא'דיג ערנסט, און נאר ביי היימישע אידן איז עולם כמנהגו נוהג, אין פאקט זענען אלע רעסטאראנען און בארס געווען פול היינט געהעריג אין ניו יארק, לויט ווי מען שמועסט אויף סאושעל מידיא.
עס טיט זיך א סמוטאכע, דער עולם גולם לויפט אין די געשעפטן, מען קויפט איין ווי איידער א הינגער יאר. וואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?
זאגט מיר א איד, נישט קיין היימישער, וואס גייט ליידער ליידער אין קאלעדש, אז די פראפעסארן פארשטייען נישט פשט אין דאס פארמאכן די יוניווערזיטעטן און לדעתם איז עס א פשוט'ע משוגעת, אבער דאס זענען די אנווייזונגען פון די הויכע פענסטער.
קאך_לעפלוואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?
אויב האט מען שכל ווי מ'זיצט איז דאך דאס טאקע די נענטסע צו די שכל
KollelNiyes: All Satmar Shuls are full of people attending at the Atzeres Tefila called by Satmar Rebbe and Bedatz.
דאס איז טאקע די קליגסטע זאך צו טוהן יעצט ווען מפראבירט צו איינצוימן די פארשפרייטן ווי מער.
באשעפער! געב שוין קאראנע פאר די רבנים ווי שנעלער, זיי זאלן קענען מאכן ווי ווייניגער שאדן.
Re: קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
רביה''ק זי''עזאגט מיר א איד, נישט קיין היימישער, וואס גייט ליידער ליידער אין קאלעדש, אז די פראפעסארן פארשטייען נישט פשט אין דאס פארמאכן די יוניווערזיטעטן און לדעתם איז עס א פשוט'ע משוגעת, אבער דאס זענען די אנווייזונגען פון די הויכע פענסטער.
האב איך נישט געוואוסט אז איך האב שכל ווי א פראפעסאר. ווייס איך נאר נישט אויב עס איז א מעלה אדער א חסרון.
#ברוך שכוונתי <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/443859">viewtopic.php?p=443859#p443859</a><!-- l -->
אדער האסטו שכל ווי א קאלעדש פראפעסער, אדער ווי א פאליטישן, ממה נפשך ביזטו אויף געהאקטע צרות. 😂
קעניג פין מאנרא - נישט פארמאכען
ר' אהרן האט געהאלטען א דרשה ווי ער זאגט אז מען מוז פארלעצען דאס געזעץ, און האלטען די מוסדות אפען. בעיקר ווייל דער גויאישע קאפ פארשטייט נישט וואס דאס מיינט א אידישע שטוב, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר די קינדער אינדערהיים, און זיי וועלען זיך ווידער צוזאמען קומען, און מען טוט גארנישט אויף.
ווי אויך דרייט ער מיט תורה מגינה ומצלי.
ברוך השם אז אונז האבן מנהיגים וואס גייען אין פייער פאר אידישקייט.
די גאנצע תורה מגינה ומצלי איז א שווערע סוגיא. משה יענקל איז נישט מער געדאכט דיאגניזירט געווארן מיט קענסער! וואס דארף זיין זיין נעקסטע שריט? זיך זעצן לערנען? ווארום תורה מגינה ומצלי? אדער גיין צום דאקטאר און ארויפגיין אויף כימא טראפיע? אדער ביידע גאר?
עס איז אן קיין צווייפל אז עס בושעוועט ליידער א מגפה איבער די גאנצע וועלט. די משנה זאגט אין תענית אז ווען עס בושעוועט א מגפה אין א שטאט, דארף מען אין דעם דאזיגן שטאט גוזר תענית זיין און בלאזן שופר, און אין די שטעט ארום דארף מען בלויז פאסטן און מען קען פארמיידן די שופר געיאמערן. היינט שטייען מיר אין פול א ערגערען צושטאנד, עס בושעוועט א מגפה איבער די גאנצע וועלט. וואס דארף א איד טאן אין אזא פאל? פאסטן, בלאזן שופר, לערנען תורה וואס איז זיכער מגינה ומצלי, לעזן קטורת, און נאך! אבער וואס ס'איז אמאל זיכער איז אז מען מוז פאלגן אלע אנווייזונגן פון די באהערדע.
דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט אויפגעשטעלט א טעסק פארס צו באקעמפן די שרעקליכע מגפה. דער טעסק פארס באשטייט פון די גרעסטע מיליטערישע דאקטורים, און פון די גרעסטע געזונטהייט ספעציאליסטן און סייענסטיסן אין לאנד. און עס ליגט א הייליגע פליכט אויף איטליכער בירגער אין לאנד גענוי אויסצופאלגן אלע זייערע אנווייזונגן. עס איז נישט קיין צייט פאר קיין אלגעמיינע מענטשען אויסצוגרעפצן זייערע מיינונגן. עס איז מגפה! בלויז וואס אויסגעפרואווטע ספעציאליסטן האבן צו זאגן איז מאסגעבנד! אויב זיי זאגן צו פארשפארן די שולעס און די חדרים, ווער האט דען די פרעכהייט צו זאגן אנדערש? עס איז דאך א אויסנאם צושטאנד! עס באשעוועט א מגפה! גיוואלד! וואו איז אונזער שכל? מיר זענען דאך א קליג פאלק?
איר ווילט וויסן וואס פאר א נאמען צו געבן פאר אייער ניי געבוירן קינד? אדער צו איר זאלט עסן צוויבל קיגל שבת חל המועד פורים, פרעגט כ''ק אדמו''ר שליט''א! אדער אייער לאקאלער חאכאם מיטן געדרייטן טורבאן. אבער אויב איר ווילט וויסן ווי אזוי זיך אויסצוהיטן פון די מגפה? דאן פרעגט בלויז דעם דאקטאר! מיי גודנעס...
גראדע האט עס נישט א דין פין א מגיפה לויט די דינים פין מגיפה.
קאך_לעפלעס טיט זיך א סמוטאכע, דער עולם גולם לויפט אין די געשעפטן, מען קויפט איין ווי איידער א הינגער יאר. וואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?
איך וואלט משער געוועהן אז די טוילעט פאפיר איז אויסגעקיפט געווארן דורך אינוועסטארס וואס האלטען אז מען גייט עס ברויכן.
איך זיך מענטשן וואס האבן די טוילעט פעפער, קיינער האט נישט.
ס'שוין גארנישט קיין ליצנות. קראונהייטס האט שוין איבער צען היימישע אויף א רעספירעטאר. און מיימאנעדיס איז שוין פיל מיט פאציענטן ַ מ'האט שוין האספיטאליזירט אפאר בּ''פּ חסידישע מענטשן. לויט ווי מ'הערט איז איינס אונטער די פופציג אנע היסטאריע.
עס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?
ליטוואק פון בודאפעסטעס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?
סנאי שומעניה?
אין בארא פארק איז שוין דא א היבשע צאל קראנקע, ביז יעצט האט עס דער עולם נישט גענומען אזוי ערענסט, האפענטליך יעצט וועט מען פארשפארען די מקוואות, פארבאטן קידישים אין שול וכו, האפענטליך איז נישט צו שפעט
סטאלין׳ער שול אין לעיקוואד האט פארשלאסן די טויערן אויף צייטווייליג, נאכער וואס א מאל מתפללים זענען קראנק געווארן
האפענטליך אז מ'וועט אראפשטעלן 5 טויטע אין קאסטענעס איינגעהילט אין תכריכים נאך מיט די נאסע בערד פון די טהרה, אויף לי העכער די הייוועי און פארענט פון שומר שבת וועט זיך דער עולם אויפוועקן פון בערן שלאף....
Stolin Shul in Monsey is closed. They have @least 2 confirmed, 1 hospitalized
באבוב 48 האט פארשלאסן דער היכל התורה, ארויף טאר מען נישט לערנען אין בית מדרש, נאר דאווענען. כולל איז אויך פארמאכט. אלע מוסדות זענען פארמאכט. מענטשן העכער זעכציג טארען נישט קומען דאווענען.
אלע אנדערע מוסדות זענען געווען אפען ביז היינט, מארגן פארמאכן די חדרים צוליב די גזירות המלכות.
בתי מדרשים זענען אפען געהעריג. ראחמיסטריווקא לאכט זיך גענצליך אויס, און האבן געמאכט גרויסע לחיים'ס פאר די יארצייט היינט. סאטמאר הענגט א שטיקעל צעטיל, אבער עולם כמנהגו נוהג.
מענטשן געבן איבער אז מען הערט אסאך היסן אין בית המדרש, און קיינער קערט נישט.
דער אויבערשטער זאל אנהיטען, אבער נוי יארק איז דערווייל דער שטאט מיט דער מערסטער קעיסעס, און איך האף צום אויבערשטער אז בארא פארק און ווילי זאלען נישט ווערען אינטערנאַציאָנאַלע נייעס פאר האבן דער מערסטער קעיסעס אין דער וועלט. (איך רעד נישט פין שטארבן, ווייל אונזער עולם געלעבט דאך אז עס איז אלעס באשערט, און קיינער שטארבט נישט וועגן קאראנא, און די אלע וואס גייען שטארבן וואלטען ממילא געשטארבן).
קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
און זאל שוין מקויים ווערן דאס וואס מ׳זאגט טאקע אין שבת (לפי נוסח ספרד) ״כתר״ [״קאראנע״ = ״כתר״ בלאטייניש] יתנו לך ה׳ אלקינו. דהיינו, אס הקב״ה זאל אוועקנעמען די מגיפה פון די קאראנעוויירוס צוריק צו אים, און עס זאל זיין שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא במהרה אמן.
און טאקע לכ״ע בשבת ניתנה תורה [״כתר״ תורה] - עם ה״כתרים״ של נעשה ונשמע (אפשר א שטיקל רמז אז מ׳דארף טאקע אויספאלגען [״נעשה ונשמע״] די אנווייזונגען פון די געזונטהייט עקספערטן בנוגע מאכן א ״שבת״ און זיך איזאלירן לאור המצב של מגיפת ה״כתר״).
די וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט און זענען שוין געווארן אנגעשטעקט און קראנק זענען די מזל'דיגע, זיי קען מען נאך געהעריג באהאנדלען, און גאר א קליינע פראצענט פון זיי וועלן עס נישט מאכן. די רחמנות איז נאר אויף די וועלכע געבן זיך יא אכטונג און וועלן הערשט קראנק ווערן אין דריי וואכן ארום (רוב מענטשן וועלן עס באקומען at some point) ווען די שפיטעלער וועלן שוין זיין איבערגעפילט און מ'וועט זיי נישט קענען געהעריג באהאנדלען. הדא הוא דכתיב: "כל הרודף אחר הCOVID, הCOVID בורח ממנו."
רביה''ק זי''עדי וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט און זענען שוין געווארן אנגעשטעקט און קראנק זענען די מזל'דיגע, זיי קען מען נאך געהעריג באהאנדלען, און גאר א קליינע פראצענט פון זיי וועלן עס נישט מאכן. די רחמנות איז נאר אויף די וועלכע וועלן געבן זיך אכטונג און וועלן הערשט קראנק ווערן אין דריי וואכן ארום (רוב מענטשן וועלן עס באקומען at some point) ווען די שפיטעלער וועלן שוין זיין איבערגעפילט און מ'וועט זיי נישט קענען געהעריג באהאנדלען. הדא הוא דכתיב: "כל הרודף אחר הCOVID, הCOVID בורח ממנו."
יישר כח, איך גיי מארגען אין אלע מקוואות.
קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
לפי״ז קען מען אויך ״טייטשן״ (אבות ד כא) הקנאה והתאוה והCOVID מוציאין את האדם מן העולם, און רש״י איז מפרש אויף ״כבוד״ (לויט איין פשט) שהרבנות מקברת את בעליה ע״ש. און מ׳האט דאך טענות אויף ווי אזוי די רבנים האבן באהאנדלט די קריזיס...
לא׳מיר האפן אז עס וועט נישט מקויים ווערן המשך המשנה אין אונזער קאנטעקסט.
אישתישבייישר כח, איך גיי מארגען אין אלע מקוואות.
אדער נאך בעסער, בעט אן אנגעשטעקטער זאל דיך אריינהוסן אין מויל אריין א הונדערט מאל, אולי יחוס.
רביה"ק זי"ע: איך האב א בעסערע עצה פאר איהם. ער זאלל אריבערגיין 13 אדער 16'טע עוו. מיט פארמאכטע אויגן. ביז 5 מינוט איז ער אין שפיטאל. אדער גאר אין שומרי הדת... הרהגה"צ ר' שימעלע דזשיגאן זצוק"ל...! (האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.)
Re: קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע
אדער נאך בעסער, בעט אן אנגעשטעקטער זאל דיך אריינהוסן אין מויל אריין א הונדערט מאל, אולי יחוס.
און מ׳עט נאך טרעפן א רמז צו דעם אויך...
דהיינו, אין אזא פאל ׳עט זיין אזוי ווי ס׳שטייט ביי משרע״ה (שמות ד י) כי ״כבד״ [COVID]
פה. און ביי משרע״ה שטייט אויך (שם לד כט) כי ״קרן עור״ [corona] פניו (און ער׳ט טאקע געלייגט א מסוה על פניו)...
מי אנילפי״ז קען מען אויך ״טייטשן״ (אבות ד כא) הקנאה והתאוה והCOVID מוציאין את האדם מן העולם, און רש״י איז מפרש אויף ״כבוד״ (לויט איין פשט) שהרבנות מקברת את בעליה ע״ש. און מ׳האט דאך טענות אויף ווי אזוי די רבנים האבן באהאנדלט די קריזיס...
לא׳מיר האפן אז עס וועט נישט מקויים ווערן המשך המשנה אין אונזער קאנטעקסט.
מיינט איר צו זאגן אז די רבנים באגראבן די בעלי בתים?
וואס טוט זיך מיט בריתן, מגייט ווייטער מאכן געהעריג מציצה בפה?
מ'וועט עס מוזן טון מיט א מאסק.
טוענדיג אין די היסטאריע פון רעוואלוציעס וואונדער איך זיך צומאל וויאזוי א רעגירונג פון א מיעוט (קעניג, דיקטאטאר וכדו') קען באהערשן די פרייע מאסן. צומאל טראכט איך אויב דאס קען נאך היינט פאסירן ווען דער עולם איז געוואוינט צו פרייהייט און וועט דאס נישט אקסעפטן. היינט זעט מען אז עס איז גאנץ גרינג. מיליאנען מענטשן זענען איינגעשפארט אין הויז ארעסט מיט בלויז אביסל פראפאגאנדע און די צאל פאליציי קען זיך ספראווען מיט די קליין ביסל אויפשטענדלער, און אזוי ווערט א לאנד אונטערדרוקט. (יעצט דארף מען בלויז בלאקירן דעם פרייעם אינטערנעט און דער coup איז פארטיג).
איך בין נישט קיין סייענס לייקענער. אבער דער מציאות איז אז כמעט קיינער קען נישט פערזענליך ("פערזענליך") עמיצן וואס האט פאזיטיוו די קאראנע. פאר מיר און מיליאנען אנדערע איז דער טאג א געווענליכער טאג און ווען נישט איך בין צוגעבונדן צו נייעס וואלט מען ניטאמאל געוואוסט אז עפעס קומט פאר. און דאס איז שוין אפילו נישט גערעדט פון די וואס האבן יא געטעסט פאזיטיוו אבער עס וואלט בכלל נישט געהאט קיין שום השפעה אויף זייער לעבן ווען נישט די סומאטוכע. כאשר בא כן ילך, א מילדע קראנקהייט פאר עטליכע טעג. דאס ווייזט אז דער כח וואס די פראפאגאנדע קען האבן אויף מענטשן'ס לעבן איז גאר גרויס. דא רעדט מען נישט פון די שווארצע מגיפה אדער געלע פיבער וואו מענטשן זענען געשטארבן אין די מאסן, און אפילו נישט מיזעלס, דא האלט דערווייל אלעס ביי שמועות.
פון די אנדערע זייט איז די צייט גאר רייף פאר א רעוואלוציע, איך מיין אז נאך עטליכע טעג זיצן איינגעשפארט אינדערהיים (ווען מען וועט עווענטועל אפשפארן די גאסן קאמפלעט) וועט דער ניו יארקער עולם ארויסשטורעמען אויף די גאסן אויפגערעגט און ארויס פון קאנטראל אז די ראיאטן פון בלעק לייווס מעטער וועלן זיין א וויץ דערקעגן. מען קען נישט האלטן א וועלט איינגעשפארט. ס'איז נאר דא אינטערנעט זעמיר מסודר. אין א געוויסן וועג טוט דאס אונטערברענגען סאסייעטי און באשאפן א נייעם באדייט פאר די מענטשהייט וואס דאס איז דאך בעצם טייטש פון א רעוואלוציע.
דער אומגלויבליכער היסטארישער מצב אין וועלכן מיר האבן זיך דערקייקלט וועט אראפווארפן אלע אנגענומענע מיינונגען און שיטות פון מענטשן און געבן א נייעם מיין פאר מענטשהייט. באריקאדעס זענען צובראכן געווארן. סאושעל נארמס וואס זענען שוין אין פלאץ נאך איידער עמיצער געדענקט זענען צופאלן ווי לופט. שולן, חדרים, פארשפארט קאמפלעט. וואס גייט מען טון שבת החודש? נאו מקוה. חתונות אפגעשטופט, אינדערהיים, אין גאס. ארבעט אפגעשאפן. געשעפטן ליידיג. געקענסלט וועלטליכע פעסטיוואלן און ספארטס. דער פרעזידענט איז פארלוירן. גאר גאר אסאך זאכן האבן זיך געטוישט. מיטאמאל זענען פאליטישע קריגערייען געווארן קליינליך און נאריש, אומוויכטיג. די וועלט בכלל איז אומוויכטיג, אלע ספארטס און איווענטס און אפילו ארבעט איטסעלף, דער הויפט פעבריק פון אמעריקאנער סאסייעטי, האט פארלוירן איר ווערט. קאמפאניס אפערן זייער סערוויס פאר אומזיסט. אין א לעצט מינוטיגן אקט פון גוטן ווילן איידער דער גרויסער אפאקאליפס היט. און אפאקאליפס איט איז. עס איז נישט קיין חלום מער, נישט ווי די דראמאטישע מאמענטן פון ארמאגאדאן וועלכע ווערן געפיטערט דורך די מאוויס פאר צענדליגער יארן, נאר שטיל און רואיג האט זיך די וועלט געגראבן א קבר, זיך אנגעטון די תכריכים און זיך אריינגעלייגט דערין. א הייליגע שטילקייט באהערשט די וועלט, דער סטאק מארקעט איז אויסגעלאשן, געשעפטן פארשפארט, ביזנעסער ליידיג. די גאסן ליידיג. יעדער שפארט זיך איין פארברענגען מיט די קינדער דאס ביסל צייט וואס איז נאך פארבליבן. גארנישט איז שוין נישט וויכטיג יעצט. אפילו קאווע שטיבל, עס וועט נישט זיין מער ווער עס זאל דאס ליינען, עס איז אלץ פאריבער.
אין מיין מיינונג ברויכן די פאלטיקאנטן וועלכע פראקטיצירן די שווערע עבודה פון פאליטיק נעמען א ריעל דזשאב, מענטשן וואס האבן מעודם זיך געפלאנטערט אין די פאליטישע ראנגען וואס קיינער אויסער זיי ווייסט אז עס עקזיסטירט, דיסטריקט לידער, קאונטי באס, אונטער סופעראינטענדענט פאר דעפיוטי ליעזאן פאר'ן מעיאר'ס אפיס. זייער ארבעט באשטייט פון רייכן הענט פון אנדערע ליידיגייערס פאליטישאנס און ארויסגעבן געמיינזאמע סטעיטמענטס פול מיט לאנגע אומפארשטענדליכע הויך קלינגענדע פראזן וואס טוען בלויז מאכן כוואליעס אין די אינערליכע קרייזן פון סופעראינטענדענס. זיי לעבן אויף ביי א קריזיס, דעמאלטס איז זייער צייט צו שיינען, יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט מאסיווע צוגרייטונגען צום שטורעם. ביי זיי איז דאס א געלעגנהייט צו ווייזן פירערשאפט אדער סיי וואס, ביי רוב מענטשן איז דאס א קליינע שטער איבערצוקומען אין טעגליכן לעבן. זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן פאלגן נישט. הער, מענטשן האבן וואס צו טון מיטן טאג און זיי האבן נישט קיין אינטערעס אין דיינע זאכן יעצט.
שרייען זיי אז מענטשן שטארבן. טענה'ן אנדערע אז מענטשן שטארבן אויך פון קאר עקסידענט'ס, פלו, סטרעפ, ארבעט פלאץ עקסידענט'ס, שיסערייען, דערטרינקען זיך, וכו' וכו'. זאל מען צושפארן די הייוועיס פאר נאן עמערדשענסי וויהיקלס? דו גייסט זיכער הרג'נען עטליכע מענטשן. נישט אלטע אין נוירסינג האום וועמענס לעבן הענגט אויף א בלעטל און גייען ממילא נישט איבערלעבן ס'יאר, נאר געזונטע יונגע חברה וואס האבן נאך א מינוט פריער גערעדט אויפן פאון. אלא? שוין. דאס איז די אנפארטשענעט פרייז וואס מוטער ערד פארלאנגט. פארלאנגען זהירות און שטרענגערע געזונטהייט מאסנאמען איז איין זאך, אפשפארן קאמפעלט די וועלט "אנטיל פארדער נאוטיס" איז שוין א צווייטע מעשה אינגאנצן.
איך וואונדער זיך אויב אזוי פארלוירן ווערן מיר פון א אומוויכטיגע נישט שטארק שעדליכע וויירוס וויאזוי גייען מיר רעאגירן צום אמת'ן קאטאסטראפע. ווען נוקלעאר וועט אויסברעכן איבער די וועלט אדער טשיינע וועט אינוואדירן אמעריקע. וועלן מיר זיך אלע לויפן באהאלטן מיט די טוילעט פעיפער פון קאסטקאו? זענען מיר טאקע אזעלכע שוואכע דערשראקענע פרויען (נאו אינסאלט)? אויב אזוי איז אפשר טאקע בעסער צו אפווישן דעם היומען רעיס און ווארטן פאר עוואלושען צו פראדוצירן א בעסערן מין.
נ.ב. עס גייט מיך נישט אן וואס איר טראכט אויף אלעס וואס איך האב דא צאמגעשריבן. איטס עניוועי אווער. חברה, לעטס דרינק.
פארוואס דארף מען איינעם קענען פערזענליך?
די חשבון איז גאנץ קלאר אז יעדער פון אונז איז אין געפאר, ובפרט די אלטעלייט. פונקט ווי ווען א צונאמי האלט ביים אנקומען, וועסטו מעגליך גארנישט זען צו פילען, אבער קומען קומט עס, אזוי אויך ביי די מגיפה. נאך דעם וואס באבוב 48 איז אזוי שטארק אנגעשטעקט, מיינט עס אז יעדער פון אונז איז מער נישט ווי א טריט אוועק פון די מחלה.